☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » די צעשפליטערונג פון אשכולות

די צעשפליטערונג פון אשכולות

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2244

יידל » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 4:59 pm

· #56982
די צעשפליטערונג פון אשכולות
די אישו דרוק מיר שוין א לענגערע צייט, און היינט איז געקומען די שטרוי וואס האט צובראכן די קעמל'ס רוקן, און איך בין גענוג שטארק נערוועז געווארן צו עפענען אן אשכול איבער די נושא. ס'לאו דוקא אז די היינטיגע אשכולות צעשפליטערונג האט ביי מיר ארויסגעברענגט מער נערוועזיטעט ווי אנדערע פעלער, עס איז פשוט אז היינט האט מיין געדולד געפלאצט. עס קען אויף זיין אז די שלעכטע וועטער האט מיך געמאכט אין א שלעכטע גוסטע. אזוי צו אזוי, לאמיך קומען צום ווארט.

עס מאכט מיר מיר מורא'דיג נערוועז די מנהג (רע - לענ"ד) אז מען עפנט אויף פינף אשכולות אויף דעם זעלבן נושא, יעדע אשכול מיט אן אנדערע טוויסט. די אשכולות ווערן דערנאך פארדרייט און פארקניפט ווען מען הייבט אן לאזן תגובות אין איין אשכול אויף ענינים וואס זענען שוין געווארן דעבאטירט און דיסוקטירט אין די אנדערע פיר אשכולות, און סיי ס'ברענגט צו א געפערליכע צעמישעניש ווען מ'דארף פינף מאל איבערליינען די זעלבע זאך און סיי פאר די וואס נעמען אנטייל אינעם שמועס מאכט עס נערוועז ווען מ'דארף פינף מאל איבער'חזר'ן די זעלבע זאך, אין יעדע אשכול באזונדער.

איך פארשטיי אז צומאל איז א געוויסע פונקט פון א נושא גענוג חשוב פאר זיך צו עפענען אן אשכול מיוחד נאר פאר יענער פונקט, אבער ערשטנס, די פאקט ווייזט אז רוב פון די אשכולות מיוחדים פארפארן דערנאך צוריק צום כלליות'דיגן נושא און צווייטנס גאר אסאך מאל בלייבן די אשכולות מיוחדים פאר'יתומ'ט, פאראורזאכנדיג אז די וויכטיגע נקודה וועלכע ווערט ארויסגעברענגט אינעם וויכטיגן אשכול ווערט בכלל נישט געזען דורך די צענדליגע וואס ליינען דעם אנדערען אשכול.

פונעם צווייטן זייט איז למעשה דא פעלער ווי אויב ס'וועט זיין איין אויסגעמישטע אשכול פאר איין נושא, וועט דאס בלויז נערוועז מאכן. לאמיר למשל נעמען די הייסע נייעס פון שטורעם סענדי. אין קאווע שטיבל זענען געעפנט געווארן פינף אשכולות (אייגענטליך זעקס, נאר איינס אין פרגוד וואס איז א נושא פאר זיך) איבער די האריקעין:
Hurricane Sandy
בילדער און קליפס פון האריקעין "סענדי"
אלע וויצן ארום האריקעין סענדי
צייטונגען אויף סענדי שטורעם
ברעיקינג: בלומבערג בעט חלקים פון וויליאמסבורג צו עוואקואירן!

איך גיי נישט אריין וועלכע פון די אשכולות זענען ראוי צו זיין באזונדער און וועלכע וואלטן ווען געדארפט ווערן צאמגעשמאלצן, פאקטיש אבער זענען דא בילדער, קליפס און וויצן לרחצה אינעם "Hurricane Sandy" אשכול. איינער וואס וויל למשל זען די בילדער דארף ער ליינען ביידע אשכולות. די ברעיקינג נייעס איבער בלומבערג וואלט רואיגערהייט געקענט שטיין אינעם אלגעמיינער סענדי אשכול און מער מענטשן וואלטן עס דאן געליינט און עס וואלט געווען מער אין פלאץ ווי אלס באזונדערע אשכול.

נאך צוויי דוגמאות וועלכע איך האב יעצט אויפן מינוט באמערקט: איך האב געעפנט אין וויסנשפאט פארום אן אשכול מיטן קעפל "די נאבעל פרייז" ווי כ'האב געשריבן בקיצור איבער די נאבעל פרייז און איר היסטאריע. אין די לעצטע שורה פון מיין הודעה האב איך געשריבן ווי פאלגנד
די אשכול איז געווידמעט צו אנאנסירן און דיסקוסירן די נאבעל פרייז געוואונער און זייערע אויפטוען, היינטיגע אזוי ווי אמאליגע.

קיינער מוז מיך נישט פאלגן, אבער מיין כוונה איז געווען אז ווי נאר די נאבעל געווינער פון היי יאר וועלן געמאלדן ווערן, וועל איך אדער אנדערע שרייבן איבער דעם אין דעם אשכול. וואס האט אבער פאסירט? די ערשטע נאבל פרייז צו ווערן געגעבן היי יאר איז (ווי אלע יארן כמעט) געגעבן געווארן פאר א איד. און ידידנו החכם המופלג והאדיר ר' יאנקל האט אין "אידישע און אלגעמיינע נייעס" פארום געעפנט אן אשכול מיטן קעפל "פראנצויזישער איד געווינט נאבעל פרייז אויף פיזיק". די קומענדיגע וואך האט ער צוגעלייגט איין הודעה איבער א איד וואס האט געוואונען די פרייז אין כעמיע און א טאג דערנאך א דריטע הודעה איבער די איד וואס האט געוואונען די פרייז אין עקענאמיע. שפעטער איז געווארן א שמועס וואס האלט יעצט ביי 12 הודעות איבער די נושא צו עס מאכט דאן א נפקא מינט אז דוקא א איד געוואונט די נאבעל פרייז. ווען כ'האב דאס געזען האב איך מער נישט געהאט קיין נערווען צו שרייבן אין מיין אשכול איבער היי יעריגע געוואונער, ווייל די עיקר וואס איז פאר אונז אינטערעסאנט האט דאך שוין יאנקל געשריבן, און מיין אשכול איז געבליבן פאר'יתומ'ט. ווען יאנקל רופט ווען זיין אשכול "אידישע נאבעל פרייז געוואונער", החרשתי. ס'וואלט מיר טאקע אויך געבאדערט אבער למעשה קען איך הערן די טענה אז דאס פארדינט אן אשכול בפני עצמו, און עס וואלט למעשה געהאט שייכות מיט וואס מ'שמעוסט אינעם אשכול. אבער די קעפל "פראנצויזישער איד געווינט נאבעל פרייז אויף פיזיק", נישט עס פארדינט אן אשכול בפני עצמו, און נישט עס האט שייכות מיטן שמועס אינעם אשכול (חוץ מיטן ערשטן הודעה)!

נאך א דוגמא: יאנקל האט געעפנט אן אשכול מיטן קעפל "נייעס פון "עפל"". דארט האט מען, צווישן אנדערע נייעס, אויך ארום גערעדט איבער עפל'ס פלאפּ מיט זייער מעפ עפפ. איז געקומען היינט דער טאלאנטפולער אנאנים ר' "אנאנים" און געעפנט א נייעם אשכול מיטן קעפל "Apple Maps מאכט ערנסטע פארשריט!" עס איז זייער שיין באשריבן, אבער רבונו דעלמא כולא, צו וואס א ברענד-ניו אשכול?! איך קען נישט זען מער ווי איינס אדער צוויי תגובות אין דעם אשכול, און ס'אשאד, ווייל אזא שיינע הודעה קען בלייבן פאראייביגט אינעם "עפל נייעס" אשכול, אז יעדער וואס וויל עס ליינען זאל דאס אויך זען, און דערווייל וועט עס עפעס זיין פארלוירן אינעם וויסטן תהום פון אלטע אשכולות.

איך האב אפילו נישט קיין כוח צו ציילן וויפיל אשכולות עס זענען דא איבער די פרעזידענטליכע פארמעסט, איבער די מציצה בפה מערכה, און איבער די אינטערנעט מערכה (ווער געדענקט נאך?). אזוי אויך זענען דא צענדליגע קליינע נייעסן וועלכע וואלט ווען רואיג געקענט געשריבן ווערן אין די "קורצע נייעסן" אשכול, אין די "נייעס אין די וועלט פון וויסנשאפט" אשכול אדער אין די "נייעס אין די וועלט פון קונסט" אשכול, און הוא הדין צענדליגע תורה'לך וועלכע וואלטן געקענט געשריבן ווערן אין איין אלגעמיינע אשכול אין "תורה ומחשבה". נעמט למשל א דוגמא דעם אשכול מיטן קעפל "אין איטאליע, סייענטיסן פאראורטיילט צו טורמע", פארוואס האט עס נישט געקענט געשריבן ווערן אין די נייעס אין די וועלט פון וויסנשאפט אשכול (איך זע טאקע אז הציץ ונפגע פרעגט די זעלבע קושיא אינעם צווייטן תגובה פונעם אשכול)? אדער למשל נעמט דעם אשכול מיטן קעפל "חידות אויף חומש" וועלכע וואלט געקענט געשריבן ווערן אין עקזעסטרענדע פשט-אין-חומש אשכולות און ס'פעלט נישט אויס א גענצליך נייער אשכול איבער דעם.

איני אומר קבלו דעתי, איך זאג נישט אז מ'מוז מיר פאלגן, און אפילו איך זאג ווען יא וועט מען מיר ווייטער סיי ווי אנפייפן, איך וויל נאר הערן דעם דעת הציבור דא, צו זענען דא נאך חברה וואס די צעשפליטערונג פון אשכולות וואס קומט דא פאר קריכט זיי אויף די געהירן? אדער בין איך די איינציגסטער וועמען עס שטערט? לאזט הערן אייער מיינונג, אזוי אז אויב וועט זיין אן איבערוויגענדע מערהייט וואס גלייכט נישט די צעשפליטערונג וועט אפשר די הנהלה הערן מיין וויי געשריי און מ'וועט מאכן אן ענליכע תקנה צו די תקנה וואס לויטעט אז אשכולות וואס האבן בלויז א פראגע אין די ערשטע הודעה (דוגמא: קעפל - האריקעינס. גוף ההודעה - וויאזוי געשענט עס?) מוזן געשריבן ווערן אין די אלגעמיינע "זאכן וואס כ'וויל וויסן" אשכול, און בלויז אויב עס ווערט דארט אן חתיכה הראויה להתכבד פונעם שמועס, טיילט מען עס אפ און מיט א פאסיגען קעפל.

טענקס פאר ליסטענינג, העוו ע נייס דעי.

יידל » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 5:08 pm

· #56985
נאכן שרייבן איז מיר באלד אונטערגעקומען א געשמאקע דוגמא צו וואס כ'האב געשריבן אז פיל מאל פאוסט מען די זעלבע זאכן אין צוויי אשכולות. שעפטל האט געפאוסט בילדער איבער האריקעין סענדי, איינמאל דא און נאכאמאל דא. איך בלעים חלילה נישט שעפטל, נאר די צעשפליטערונג פון אשכולות וואס האט אים געפירט צו פאוסטן זאכן צוויי מאל.

שעפטל » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 5:12 pm

· #56986
יא יא נאכן לייגן דא האב איך באמערקט אז בילדער קומען דא... האב איך עס איבערגעלייגט.... ואתכם הסליחה

יודל'ס פונקט איז זייער א שטארקע!!! און שטיץ שטארק א צוזאם שמעלץ

זר זהב » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 5:17 pm

· #56987
איך האב פאשטאנען אז דיין נאבעל אשכול איז נישט איבער 'נייעס' נאר איבער די פרייז בעצם, וואס דאס איז און איר היסטאריע. ''נייעס'' באלאנגט אינעם ''נייעס'' פארום.

אויך דיין "נייעס אין די וועלט פון וויסנשאפט" אשכול האב איך פארשטאנען אז ס'איז פאר פרישע שטודיאס אין וויסענשאפט וואס קומט כסדר ארויס. די איטאלע טורמע נייעס איז ''נייעס'' וואס באלאנגט ווען טאקע אינעם 'נייעס' פארום. פונקט ווי איר וואלט נישט געלייגט די סענדי שטורעם נייעס אינעם וויסענשאפט אשכול וועלכע רעדט זיך פון ''נאטור''... ווייל ס'איז ''נייעס''.

איי וועלט האט מער אשכולים פאר סענדי ווי קאווע.... ביזט אבער גערעכט,די בלומבערג אשכול איז איבעריג אד"ג.

פיקציע » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 5:19 pm

· #56988
זר זהב
איי וועלט האט מער אשכולים פאר סענדי ווי קאווע.... ביזט אבער גערעכט,די בלומבערג אשכול איז איבעריג אד"ג.

דארט איז אבער יעדע באזונדערע אשכול פיר מאל אזוי גרויס ווי דא, איז מער מסתבר צו צעשפליטערן אשכולות.

יידל » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 5:29 pm

· #56993
אופס! באקומען אין אישית א פסק פארן אויסלאזן פון מיין ליסטע דאטקאם'ס הערליכע אשכול "וויאזוי זיך צוגרייטן צום האריקעין..." און זר'ס זיסע אשכול "וואו ביזטע יעצט ביים שטורעם?". האלטן מיר שוין ביי 7 אשכולות. ויתכן שיש לחלק צווישן די צוויי און די אנדערע.

זר זהב » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 5:33 pm

· #56995
יידל, מ'דארף קוקן אביסל פאזיטיוו אויך... אין צימעס איז דא אן אשכול וועגן סערעט וויזניץ, גיי אריין דארט.. מ'וואלט ווען רואיג געקענט דארט צוטיילן פאר עטליכע אשכולים....

שעפטל » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 5:33 pm

· #56996
ווי אזוי זיך צוצוגרייטן און ווי מ'איז בשעת מעשה איז קאמפליטלי אנדערע סיגיות

יידל » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 5:36 pm

· #56999
שעפטל
ווי אזוי זיך צוצוגרייטן און ווי מ'איז בשעת מעשה איז קאמפליטלי אנדערע סיגיות

אמת, דערפאר האב איך געשריבן ויש לחלק.

טאמבל סאס » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 6:07 pm

· #57005
מורא'דיג ארויסגעברענגט. איך גיי נעכטן אריין אין "בילדער און קליפס פון האריקעין" אשכול, און איך בין ארויס מיט א פארטריקנטע נשמה.
ליידיג פאריתומ'ט. דאס איז עס? טראכט איך. יודל געוואלדיג געזאגט! באלד וועט נאך אויף דעם נושא אליין אויך קומען א צעשפליטערונג. און כ'זע זר'לע האט געטון למעשה.
איך בין שטארק אויף דיין זייט, ס'איז נישט קיין תכלית אזוי. תירוצים ארויף אראפ וועט אייביג זיין, און צו די שפליטערער, ווישט אייך אפ די נאז ומודה ועוזב ירוחם.
עפענען ווי מער אשכולות (על כל פרט ופרט) איז נישט קיין כבוד, מ'קוקט פלעין אויס ווי דער נעבעך וואס מיטשעט דעם זינגער ביי חתונה'ס פאר די מייק.

ידען » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 6:20 pm

· #57008
יידל האט זייער גוט ארויסגעברענגט און איך האב שוין נעכטען געפרעגט וועגען דעם פרייוועט ביי איינעם אבער כאב נישט געוואלט פרעגען דא ווייל מע וועט זאגען אז איך מיין מיך ווייל מיין אשכול איז די ערשטע און סע איז א ריזיגע כבוד צו האבען די נאמען אויפן אשכול.

איך בין פארשטייצעך אויף דעם אז א שאד צופיל אשכולות, און לאמער הערען וואס דער עולם זאגט דא.

זר זהב » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 6:31 pm

· #57013
[ציטאט אראפגענומען]


😞 😮 😲 😠 😳 😈 😈

יידל » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 7:05 pm

· #57018
יישר כוחך באריסטא פארן אביסל אויסקלארן דעם ענין. עס קען זיין אז האריקעין סענדי איז טאקע נישט געווען דער בעסטער משל, אבער ווי נישט ווי האט אפילו באריסטא מודה געווען אז דריי אשכולות וואלטן געקענט זיין איינס.
איין הערה נאר, אויף וואס אנאנים האט געשריבן
[ציטאט אראפגענומען]

איך וועל איבער'חזר'ן וואס כ'האב געשריבן לגבי יאנקל'ס נאבעל פרייז אשכול: ווען די אשכול הייסט ווען "Apple Maps", החרשתי. ס'וואלט מיך אויך געבאדערט, ווייל סיי ווי איז נישטא אזויפיל וואס צו שמועסן איבער עפל מאפעס, און אזוי אויך איז דא פאטענציאל אז די אשכול וועט סיי ווי פארפארן צו עניני עפל אין אלגעמיין. אבער היינט אז עס הייסט "Apple Maps מאכט ערנסטע פארשריט!" הייסט דאס אז דער פותח האשכול האט בכוונה איין ספעציפישע אנעקדאט בנוגע עפל מאפעס, און דערפאר איז גאר גילטיג די שאלה צו די אשכול האט א מקום אלס אשכול פאר זיך. ווען אנאנים וויל ווען מאכן א שמועס בלויז איבער עפל מאפעס, וואלט ער ווען געדארפט א נאמען געבן פארן אשכול "Apple Maps" ותו לא מידי.

חאצקל » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 7:15 pm

· #57023
צומאל נעמט זיך דער פראבלעם דערפון וואס דער פותח האשכול ווייסט נישט אז ס'איז שוין דא אן אשכול איבער דעם נושא. אבער באמת זענען דאך דא גבאים, און זאלן זיי קער נעמען דערפון און צוזאמען שטעלן די צעשפרידלטע אשכולות.

sunbar » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 10:53 pm

· #57105
זר זהב
יידל, מ'דארף קוקן אביסל פאזיטיוו אויך... אין צימעס איז דא אן אשכול וועגן סערעט וויזניץ, גיי אריין דארט.. מ'וואלט ווען רואיג געקענט דארט צוטיילן פאר עטליכע אשכולים....


איך קען נישט מאכן סדר דארט... 😢

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 11:16 pm

· #57114
יידל
איך וועל איבער'חזר'ן וואס כ'האב געשריבן לגבי יאנקל'ס נאבעל פרייז אשכול: ווען די אשכול הייסט ווען "Apple Maps", החרשתי. ס'וואלט מיך אויך געבאדערט, ווייל סיי ווי איז נישטא אזויפיל וואס צו שמועסן איבער עפל מאפעס, און אזוי אויך איז דא פאטענציאל אז די אשכול וועט סיי ווי פארפארן צו עניני עפל אין אלגעמיין. אבער היינט אז עס הייסט "Apple Maps מאכט ערנסטע פארשריט!" הייסט דאס אז דער פותח האשכול האט בכוונה איין ספעציפישע אנעקדאט בנוגע עפל מאפעס, און דערפאר איז גאר גילטיג די שאלה צו די אשכול האט א מקום אלס אשכול פאר זיך. ווען אנאנים וויל ווען מאכן א שמועס בלויז איבער עפל מאפעס, וואלט ער ווען געדארפט א נאמען געבן פארן אשכול "Apple Maps" ותו לא מידי.

ר' יידל, גערעכט! אבער נישט יעדער האט דעם קאפ אויפן פלייצע ווי דו. פאר אזא קלייניגקייט ווי טוישן דעם נאמען פון א קעפל קענסטו באריכטן אדער מיר שיקן א אישית, און מען וועט עס בעז"ה ארלעדיגן עסע"פ.

חאצקל
צומאל נעמט זיך דער פראבלעם דערפון וואס דער פותח האשכול ווייסט נישט אז ס'איז שוין דא אן אשכול איבער דעם נושא. אבער באמת זענען דאך דא גבאים, און זאלן זיי קער נעמען דערפון און צוזאמען שטעלן די צעשפרידלטע אשכולות.

חאצקל זיסער, די "גבאים" זענען דא צו העלפן, אבער נישט צו נעמען איבריגע עדווענטעזש און בכלל נישט נוצן דעם אייגענעם דזשעלי.
אין ביהמ"ד קען מען אויך אויספאקן ספרים און זאגן אז עס זענען דאך פאראן די גבאים וועלכע פאקן צוזאמען, אבער איז דאס יושר? איז דאס דער ציהל?