☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » Hurricane Sandy

Hurricane Sandy

252 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2203
בלאט: 1 2 3 4 5 6

ידען » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 11:59 am

· #55472
Hurricane Sandy
<a class="postlink" href="http://blogs.burlingtonfreepress.com/weather/2012/10/25/sandy-update-looks-like-its-coming/">http://blogs.burlingtonfreepress.com/we ... ts-coming/</a>

די האריקעין איז שוין אפען וועג און אונז וועלמער עס אויך פילען מסתם

קליגער איד » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 12:09 pm

· #55477
וואס גייט דאס זיין שניי ?? רעגן ?? ווען איז די פלאן אז עס זאל אנקומען ??

ידען » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 12:11 pm

· #55480
באקומען פון איינעם

א שרעקלליכע אין מאנסטערישע אויסנאם ווילדע שטורעם לויפענדיג כמעט אויף 100MPH איז אויפן וועג צי אינז...

די שטורעם ווערט באצייכענט אלס "היסטארישע שטורעם" לויט די מידיא זייט מען האלט חשבון האט נאך די וועלט אזוינס נישט געזען!" CBS האט עס היינט צופרי באצייכענט אלס COLLISON STORM
די שעדליכקייט איז אויסטערליש שטארק צוליב די ווארימע אין קאלטע לופט אויסגעמישט אינאיינעם. טייל פלעצער אין די קעטסקילס גייען זען שניי

די שטורעם איז ערווארטעט אריינציזעצן אין די פאראייניגטע שטאטן אי"ה דעים קומענדיגן מאנטיג אין וועט אנהאלטן ביז בערך מיטוואך לויט די יעצטיגע באריכטן איז מעגליך אז טיילן פין פענסעלוועניע וועט זיך טרעפן מיט 3 אדער 4 פיס שניי!!!!

אינז איז נאר געבליבן צי האפן אין בעטן השי"ת אז מיר זאלן אינגאנצן ארויספאלן פינעם געשעפט.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 1:10 pm

· #55499
אדער מתפלל זיין אז דער ווינט זאל אהערבלאזן משיח.

קליגער איד » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 1:36 pm

· #55512
שמעקעדיג
אדער מתפלל זיין אז דער ווינט זאל אהערבלאזן משיח.

משיח איז דא געווען ער האט דיר געזעהן איז ער אנטלאפן

אוי טאטי » פרייטאג אקטאבער 26, 2012 10:22 am

· #55745
באקומען יעצט א טעקסט מעסעדזש:
עס מוז זיין אז סענדי איז א פרוי, ווייל מענער קענען נישט בלאזן אזוי שטארק..

a1b2 » פרייטאג אקטאבער 26, 2012 10:26 am

· #55747
עני אפדעט?

שמואל הלוי » פרייטאג אקטאבער 26, 2012 11:15 am

· #55759
ווינטן פון 70 80 מייל א שעה מיט א משוגע שטארקע רעגן פאר א לאנגע צייט, צופרידן?

a1b2 » פרייטאג אקטאבער 26, 2012 11:20 am

· #55760
שמואל הלוי
ווינטן פון 70 80 מייל א שעה מיט א משוגע שטארקע רעגן פאר א לאנגע צייט, צופרידן?

איך רעד פין די טרעק וויפיל עס גייט אונז באטרעפען?

שמואל הלוי » פרייטאג אקטאבער 26, 2012 11:29 am

· #55763
גאר שטארק באטרעפן מיט מעכטיגע ווינטן און שטארקע רעגן פאר א לאנגע צייט, אפשר צוויי טעג אין א ציה...

a1b2 » פרייטאג אקטאבער 26, 2012 11:30 am

· #55764
דרעקט אונז?

שמואל הלוי » פרייטאג אקטאבער 26, 2012 11:35 am

· #55767
און אז איך וועל דיר ענטפערן וועסטו ווייטער פרעגן קשיות?

שמואל הלוי » פרייטאג אקטאבער 26, 2012 11:37 am

· #55769
איך האב געשריבן אז ס'וועט גאר שטארק באטרעפן, איז נאך שייך יעצט א קשיא צו דירעקט צו נישט?

a1b2 » פרייטאג אקטאבער 26, 2012 11:46 am

· #55772
ק.נ.א. וועטער פין אייוועלט
האלטענדיג נענטער מיט אפאר טאג זענען וועטער באאמטע מער און מער אפטעמיסטיש אז דער שטורעם קומט טאקע צו גיין אין די ריכטונג פון די מיד אטלאנטיק סטעיטס, און וועט אנפאלן קומענדיגע אנהייב וואך ערגעץ ווי אין די מיד אטלאנטיק סטעיטס אלס א האריקעין, און אין די זעלבע צייט וועט קומען צו גיין א קאלטע שטורעם מיט היפש קילערע לופט פון מערב זייט, און ווען ס'וועט זיך אויסמישן מיט די ווארעמע טראפישע לופט, וועט עס היפש פארשטארקערן די קראפט פונעם שטורעם, און האט די מעגליכקייט אנצומאכן שווערע חורבנות אין די מיד אטלאנטיק און אין די נארט איסט געגנט.
א הויכראנגיקער וועטער באאמטער אין די נאציאנאלע וועטער ביורא ערקלערט, אז פאר ניו יארקע איינוואוינער איז נישט אזוי ווייט א נפקא מינה צו דער שטורעם וועט אנפאלן דרום פון ניו יארק צו צפון פון ניו יארק, ווייל היות ס'איז גאר א ברייטע און גרויסע שטורעם פון אביער 350 מייל ברייט און לאנג, וועט די עפעקט דערפון שטארק געשפירט ווערן איבערן גאנצן ארום פאר הונדערטער מייל, און היות ניו יארק געפינט זיך פונקט אינדערמיט וועט עס אזוי צו אזוי גאר שטארק געשפירט ווערן.
וועטער מומחים זאגן אויך אז "סענדי" וועט ווארשיינליך זיין סאך ערגער ווי "איירין" סיי אין שטארקייט, און אזוי אויך צוליב וואס ס'וועט אנהאלטן עטליכע טעג האבענדיג מער צייט אנצומאכן שאדנס, אויך וועט עס דעקן א היפש גרעסערע שטח.
די נאציאנאלע וועטער סערוויס האט שוין אנגעהויבן ארויסצולייגן טראפישע שטורעם וואטשעס און ווארענונגען לענגאויס די איסט קאוסט פון דרום פלארידא ביז העכער די קאראליינעס, וואס וועט ווארשיינליך נאכגעפאלגט ווערן אויך אין די מיד אטלאנטיק און נארט איסט סטעיטס במשך שב"ק און זונטאג.
דער שטורעם קען זיך שוין אנהייבן צו שפירן שפעט מוצ"ש אדער זונטאג במשך די טאג אלס א פשוט'ע רעגן, און וועט ביסלעכווייז פארשטארקערט ווערן במשך זונטאג נאכט און וועט שוין זיין גאנץ שטארק במשך מאנטאג בעיקר אין די נאכמיטאג שעות, אבער די קלימאקס וועט זיין במשך מאנטאג נאכט און דינסטאג ווי ס'איז ערווארטעט א סכנה'דיגע וועטער צושטאנד, און וועט זיך צוביסלעך איינשטילן במשך מיטוואך און דאנערשטאג.
במשך די נאכט איז האריקעין "סענדי" אביסל אפגעשוואכט געווארן דורכגייענדיג די יבשה פון די קאראביען אינזלען, און איז יעצט א קאטעגאריע 1 האריקעין מיט ווינטן פון 80 מייל א שעה.
ס'איז ערווארטעט אז "סענדי" וועט נאכן פארבייגיין די יבשה פון די אינזלען אנהאלטן איר שטארקייט אדער גאר זיך צוריק פארשטארקערן.

שמעקעדיג » פרייטאג אקטאבער 26, 2012 1:34 pm

· #55822
בקיצור המעשה, עס קומט א שטורעם וואס כמוהו לא היה (ואחריו לא יהיה?), א שטארקער הוריקעין וואס קען זיך פארציען אויף עטליכע טעג?
ד.ה. מען קען ערווארטן שווערע פארפלייצונגען, בפרט אין די וואלק-אין הייזער אדער בעיסמענטס? אומגעפאלענע ביימער און הייזקעס, (סוכות, ווער עס האט נאך נישט צונומען....)
אפשר בלעק-אוטס און און מאנגל אין וואסער?
איז עס טאקע אזוי שרעקעדיג?
דארף מען גיין אנפילן דעם אויטא מיט געז, קויפן פלעשלייט מיט ליכט, באטעריס, וואסער, און קענס עסן פאר עטליכע טעג?

שמואל הלוי » פרייטאג אקטאבער 26, 2012 2:47 pm

· #55852
יא!

ס'קומט אזוינס וואס כמוה לא נהיית, עכ"פ זינט מען האלט די סארט רעקארדס, צו ואחריו לא יהיה דאס ווייס איך שוין נישט.

a1b2 » פרייטאג אקטאבער 26, 2012 4:57 pm

· #55866
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן: פין אייוועלט
געוויסע וועטער עקספערטן שאצן פאר ווינטן פון 60 ביז 80 מייל א שעה פאר ניו יארק סיטי און די ארומיגע סובארס אריינגערעכנט מאנסי און קרית יואל, וואס אינאיינעם מיט די העפטיגע רעגן וועט עס פאטשן אין פנים אן רחמנות, מאכענדיג כמעט אוממעגליך צו גיין אין גאס ביים הויכפונקט פון שטורעם במשך דינסטאג.

דערווייל איז נאך צו פרי צו קענען פאראויסשאצן די פונקטליכע ווינט ספיד פונעם שטורעם, אבער אפילו אויב ס'וועט זיין בלויז 40 ביז 60 מייל פער שעה'דיגע ווינטן, וועט עס אויך גענוג זיין איינצושפארן מענטשן אין די הייזער.


מאפע פון עקיו וועטער ווייזט טאקע אז מ'גרייט זיך אויף 60 ביז 80 מייל א שעה ווינטן (די דארק פערפל קאליר) אין ניו יארק סיטי און אין די ארומיגע סובארס, קאנעטיקוט, ראוד איילענד, גאנץ ניו דזשערזי, דעלווער, וואשינגטאן די סי, גרויסע חלקים פון מזרח פענסעלוועניע, און נאך.
📎 400x266_10261644_peakwinds.jpg

געפילטע פיש » פרייטאג אקטאבער 26, 2012 5:05 pm

· #55870
נארוואס געזען א אינגערמאן קויפן א פלעשלייט, א צופאל?

שמעקעדיג » מוצ"ש אקטאבער 27, 2012 7:57 pm

· #55879
א צופאל?
אין די נייעס זאגן זיי אן אז יעדער זאל זיך גרייטן אויף דריי אדער פיר טעג אן עלעקטריציטעט.
יעצט שבת איז סענדי געפאלן פון א הוריקעין צו א טראפיקעל שטורעם, אבער איז נאך אלץ גענוג שטארק גורם צו זיין שרעקליכע שאדענס.

חברה, סע קומט א וואך מיט עקשען. זאל עס זיין מיט רחמנות!

שמואל הלוי » מוצ"ש אקטאבער 27, 2012 8:50 pm

· #55889
הרב שמעקעדיג, סענדי איז נישט געפאלן צו א טראפישע שטורעם, ער איז נאך יעצט א קאטעגאריע 1 האריקען מיט ווינטן פון 75 מייל א שעה.

חוץ מזה ווען מ'רעדט פון די שטארקייט פונעם שטורעם מיינט עס די אנהאלטענדע ווינטן, אבער די ווינט גאסטס זענען סאך העכער. יעצט למשל איז די ווינט גאסטס ביי 90 מייל א שעה.

a1b2 » מוצ"ש אקטאבער 27, 2012 9:19 pm

· #55894
.
📎 1351386659.jpg

נס קאווע » זונטאג אקטאבער 28, 2012 11:21 am

· #56000
געפילטע פיש
נארוואס געזען א אינגערמאן קויפן א פלעשלייט, א צופאל?

איז טאקע א בושה יעצט צו קויפן א פלעשלייט??

זר זהב » זונטאג אקטאבער 28, 2012 11:23 am

· #56002
איך האב נארוואס געזען א אינגערמאן צוריקטראגן א שירעם צום געשעפט... א צופאל?

ידען » זונטאג אקטאבער 28, 2012 12:14 pm

· #56017
זר זהב
איך האב נארוואס געזען א אינגערמאן צוריקטראגן א שירעם צום געשעפט... א צופאל?

נישט קיין צופאל. איך בין עס געווען. ווייל אזא שטורעם וועט נאר צעברעכען דישירעם.

משולם שטיינפעלד » זונטאג אקטאבער 28, 2012 12:28 pm

· #56032
די שטורעם גייט לויט די מאפעס אנפאלן אויף ניו דזשערסי, אבער היות האריקעין ווינטן גייען קאונטער קלאקווייז גייען די ווינטן גאר שטארק באטרעפן ניו יארק סיטי, און ארויפבלאזן וואסער אויף די יבשה,

אויב גייט זיך עס פארקירעווען און דירעקט אנפאלן ניו יארק סיטי, גייט זיין מער רעגן מיט ווייניגער שאדן, ווייל די ווינטן וועלן נישט זיין אזוי שטארק.

ידען » זונטאג אקטאבער 28, 2012 12:42 pm

· #56037
קול מבשר האט אינטערוויוס מיט עקספערטען.

ווער קען אפדעטען?

איך קען נישט קאלען יעצט.

קפנדריא » זונטאג אקטאבער 28, 2012 2:47 pm

· #56066
א פחד און שרעק! אויב שטארקע ווינטן, זענען די וואס וואוינען אויף די הויכע שטאקן אין געפאר, אויב אסאך רעגן, זענען די נידעריגע שטאקן אויסגעשטעלט צו עקשאן, אפשר מאכמיר אלע א יום תפילה?

שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 28, 2012 2:57 pm

· #56071
ביטע הער אויף צו לייגן אומזיסטע פחד. סתם זיין נעגאטיוו ברענגט נישט קיין גוטס.
מען דארף טון למעשה, נישט סתם אנזייען אימה ופחד.

וואס איז דער געפאר פון הויכע שטאקן? מענטשן גייען ארויספליען? אדער אין ערגסטן פאל וועלן זיך די פענסטער צוברעכן?
נידריגע שטאקן מיינסטו בעיסמענטס זענען אויסגעשטעלט צו פלאדס, ריכטיג?
דארף מען טאקע נעמען אלע באווארענונגס מיטלען און השתדלות, לייגן זאמד פעק, פארשטאפן די לעכער מיט פלאסטיק וכדומה, און האפן אויפן בעסטן.

מאכן א יום תפלה איז קיינמאל נישט קיין שלעכטער פלאן, און אין אונזער פאל איז ראטזאם אז יעדער זאל דאווענען פון זיין היים,
איך ווייס נישט אויב ס'וועט זיין מארגן אדער דינסטאג מנינים...

פון איין זייט זאגן חז"ל אז אזא יום תפלה קען גערעכנט ווערן ווי א תפלת שוא, ס'איז דאך שוין לאחר המעשה, דער שטורעם איז אראונד די קארנער;
מצד השני איז אפילו חרב חדה מונחת על צווארו של אדם אל יתייאש עצמו מן הרחמים.
לאמיר מתפלל זיין אז "הראנו ה' חסדך", מיר זאלן זעהן נאר חסדים פונעם גאנצן שטורעם. ס'זאל זיין מיט אפענע רחמים.

שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 28, 2012 3:10 pm

· #56079
עטליכע אויסצוגן פון די נייעס, לזכר עולם (גענומען פון "וואס איז נייעס"):


New York, NY - AccuWeather: NYers To Experience Storm Of A Lifetime

New York, NY - Hurricane Sandy is bearing down on the Northeast and its 65 million residents — and taking aim to wreak havoc on Halloween in the Big Apple.

“This will be a storm very few people have experienced in their lifetime,” said AccuWeather meteorologist Mark Paquette, predicting the mammoth cyclone will be more disastrous than last year’s Hurricane Irene, which caused $15 billion in damage.

New Yorkers will experience the worst of the killer storm late tomorrow night, when mighty 70-mph winds and torrential rain arrive.

The eye of the storm is expected to make landfall in central or southern New Jersey late tomorrow or early Tuesday, with the devastating right hook of the spinning monster hitting the city and Long Island.

The Frankenstorm is a rare convergence of three systems — Category-1 hurricane Sandy’s colliding with frigid Canadian air coming south and a wintry storm barreling in from the west. The megastorm is expected to park over an 800-mile stretch of the Northeast for days, with officials bracing for the worst — nearly a foot of rain and up to 2 feet of snow inland in Pennsylvania and West Virginia.

In the city, areas of Queens and The Bronx near the western end of Long Island are expected to get the worst of the flooding, as winds create a bottleneck effect, leaving the water no place to go but on land.


Hatteras Island, NC - Hurricane Sandy Set to Make History

Hatteras Island, NC - Weather forecasters warned on Sunday that Hurricane Sandy will affect a large area of the U.S. East Coast but said it was too early to pinpoint where the storm, which has the potential to be the biggest to hit the mainland, would make landfall.

Government officials in several states in Sandy’s path faced tough decisions on emergency plans, including mandatory evacuations in vulnerable coastal areas, and residents scrambled to buy supplies before the storm arrives on Monday night.

On its current projected track, Sandy is most likely to make U.S. landfall between Delaware and the New York/New Jersey area, forecasters said. However, the Miami-based National Hurricane Center said it could not yet predict the precise point.

“It is still too soon to focus on the exact track ... both because of forecast uncertainty and because the impacts are going to cover such a large area away from the center,” the NHC said in an advisory.

While Sandy’s winds were not overwhelming for a hurricane, its width was what made it exceptional. Hurricane force winds extended 105 miles (165 km) from its center while its lesser tropical storm-force winds reached across 700 miles (1,125 km).

Sandy could have a brutal impact on major cities in the target zone. In New York, city officials discussed whether to shut the subway system on Sunday in advance of the storm, which could bring the country’s financial nerve center to a standstill.

The storm could cause the worst flooding Connecticut has seen in more than 70 years, said the state’s governor, Dannel P. Malloy.

Sandy was located about 260 miles (420 km) south-southeast of Cape Hatteras, North Carolina, with top sustained winds of 75 miles (120 km) per hour early Sunday, the NHC said.

The storm was moving over the Atlantic parallel to the U.S. coast at 13 mph (20 km/h), but was forecast to make a tight westerly turn toward the U.S. coast on Sunday night.

Tropical storm conditions were spreading across the coast of North Carolina on Sunday morning and gale force winds are forecast to begin affecting the New York area and southern New England by Monday morning, the NHC added.

RECORD BREAKER

Sandy could be the largest storm to hit the United States, according to the National Oceanic and Atmospheric Administration’s website.

“The size of this alone, affecting a heavily populated area, is going to be history making,” said Jeff Masters, a hurricane specialist who writes a blog posted on the Weather Underground (www.wunderground.com).

Sandy could hit Boston, New York, Baltimore, Washington, D.C. and Philadelphia, one of the most densely populated regions of the country and home to tens of millions of people.

Forecasters said Sandy was a rare, hybrid “super storm” created by an Arctic jet stream wrapping itself around a tropical storm, possibly causing up to 12 inches (30 cm) of rain in some areas, as well as heavy snowfall inland.

Sandy killed at least 66 people as it made its way through the Caribbean islands, including 51 in Haiti, mostly from flash flooding and mudslides, according to authorities.

ELECTION LOOMS

The approaching storm forced a change of plans for both presidential candidates ahead of the Nov. 6 election. The White House said President Obama canceled a campaign appearance in Virginia on Monday and another stop in Colorado on Tuesday, and will instead monitor the storm from Washington.

Republican challenger Mitt Romney rescheduled campaign events planned for Virginia on Sunday and was flying to Ohio instead.

All along the U.S. coast worried residents packed stores, buying generators, candles, food and other supplies in anticipation of power outages. Some local governments announced schools would be closed on Monday and Tuesday.

“They’re freaking out,” said Joe Dautel, a clerk at a hardware store in Glenside, Pennsylvania. “I’m selling people four, five, six packs of batteries - when I had them.”

נס קאווע » זונטאג אקטאבער 28, 2012 3:44 pm

· #56087
RT @nycmayorsoffice: Mayor: Street cleaning rules and parking meter rules are suspended citywide Monday. #Sandy

@ ניו יארק סיטי מעיארס אָפיס: מעיאר: סטריט רייניקונג כּללים און פּאַרקינג מיטער כּללים זענען סוספּענדעד סיטי ווייד מאנטאג. # סאַנדי

petergrifin » זונטאג אקטאבער 28, 2012 4:58 pm

· #56110
װער נאך האט באקומען א text מיט קולות
Extreme Alert- MANDATORY EVACUATION Zone A

אךשמח » זונטאג אקטאבער 28, 2012 5:07 pm

· #56112
ווער עס וואוינט אין שעיפער בילדינג אין ווילי אדער סיי וואו אין זאון עי און וויל ווייזן שטארקייט און בלייבן דארט, אנפייפנדיג די קלארע באפעלן פון די אויטאריטעטן צו עוואקואירן, דארף וויסן און זיין גרייט אז 911 קאלס וועלן נישט רעספאנדן צו זיינע געוויינען!

ידען » זונטאג אקטאבער 28, 2012 11:08 pm

· #56287
אךשמח
ווער עס וואוינט אין שעיפער בילדינג אין ווילי אדער סיי וואו אין זאון עי און וויל ווייזן שטארקייט און בלייבן דארט, אנפייפנדיג די קלארע באפעלן פון די אויטאריטעטן צו עוואקואירן, דארף וויסן און זיין גרייט אז 911 קאלס וועלן נישט רעספאנדן צו זיינע געוויינען!

ווער זאגט דיר?

אויף די רעדיא האב איך געהערט בלומבערג רעדען אז די וואס בלייבען לייגען אריין אין א סכנה די פירסט רעספאנדערס אבער ער האט נישט געזאגט אז זיי וועלען נישט קומען.

גינות » זונטאג אקטאבער 28, 2012 11:45 pm

· #56308
LIVE Hurricane Sandy Coverage

אוי טאטי » מאנטאג אקטאבער 29, 2012 12:57 am

· #56352
אויף קול מבשר רעדיא ׳שאו׳, איז דא א איטערוויוא מיט עפעס א מידיעראלידיזשסט, ער האט איהם שוין געהאט א יאר צירוק אויך, היפש אינטערסאנט.

זר זהב » מאנטאג אקטאבער 29, 2012 12:58 am

· #56354
וואס איז דער נומבער?

אוי טאטי » מאנטאג אקטאבער 29, 2012 1:02 am

· #56357
זיין געהעריגע נומבער איז 212-444-1100 -1-1-4 פאר די ׳שאו׳,
זיין בעק-אפ נומער איז, 1559-670-1006.

זר זהב » מאנטאג אקטאבער 29, 2012 1:03 am

· #56358
thanks

געפילטע פיש » מאנטאג אקטאבער 29, 2012 1:03 am

· #56359
בעק אפ? דזשאסט אין קעיס סענדי פארפלייצט זיין מעין נאמבער?

אוי טאטי » מאנטאג אקטאבער 29, 2012 1:04 am

· #56360
יאפ. זוי זאגט ער..

ידען » מאנטאג אקטאבער 29, 2012 7:42 am

· #56385
איינער ווייסט וואס גייט פאר?

איך בין אויפגעשטאנען מיט א גרויס שרעק, אינגאנצען פארשוויצט, דערשראקען פארן טויט, איך בין געווען זעכער אז די האריקעין האט שוין געמאכט חורבנות. דערווייל זעה איך א געהעריגע רעגען...

וואס איז די מעשה?

איחוד פעלד » מאנטאג אקטאבער 29, 2012 8:30 am

· #56388
היינט נאכט זעקס אזייגער. די עיקר פראבלעם איז אז דער האריקעין וועט זיין פאר לאנג, געווענליך און א שעה צוויי איז עס פאריבער, דא איז עס א לאנגע צייט, בערך א טאג. ממילא וועלען אסאך ביימער וואס זענען אפילו שטארק נישט קענען פארנעמען און פאלען. בנוסף אויף דעם וואס די ביימער האבען נאך בלעטלעך און עס מאכט עס שווערער די משא. אלזא איז א סברא אז די זאך וועט זייין פעסט. לאמיר פראבירען אלע צו בלייבען לעסען, און אכטונג געבען אויף די קינדער.
מארגען אויב די זאך האט זיך נישט אנגעשטילט, שיק נישט די קינדער אין חדר אליין. מען געבארגעט ווערען דורך די דראטען וואס קענען זיין םייוו אין די גאס, און וואסער קען טראגען די קארענט.

ידען » מאנטאג אקטאבער 29, 2012 8:50 am

· #56391
Williamsburg Hatzolah will have a hotline for non emergency questions, (646) 481-7187. Please don't call the emergency number for questions.

נס קאווע » מאנטאג אקטאבער 29, 2012 11:53 am

· #56445
petergrifin
װער נאך האט באקומען א text מיט קולות
Extreme Alert- MANDATORY EVACUATION Zone A

נאר סעקשן A נישט סעקשאן 8

זר זהב » מאנטאג אקטאבער 29, 2012 1:03 pm

· #56497
ס'קומען פאר חתונות יעצט אינמיטן טאג. אזוי ווי אין דער אלעטער היים.

נס קאווע » מאנטאג אקטאבער 29, 2012 1:05 pm

· #56499
מ' וועט קענען מאכן פרי נאכט - אכשר דרא

זר זהב » מאנטאג אקטאבער 29, 2012 1:17 pm

· #56503
ידען
זר זהב
איך האב נארוואס געזען א אינגערמאן צוריקטראגן א שירעם צום געשעפט... א צופאל?

נישט קיין צופאל. איך בין עס געווען. ווייל אזא שטורעם וועט נאר צעברעכען דישירעם.

יא יא דאס האב איך געמיינט!

שמואל הלוי » מאנטאג אקטאבער 29, 2012 1:36 pm

· #56519
בילדער און קליפס פון האריקעין "סענדי"
הויכע כוואליעס היינט צופרי ביי די וואסערן נעבן די וועראזאנע ברידזש

שמואל הלוי » מאנטאג אקטאבער 29, 2012 1:37 pm

· #56520
מ'שטייט גרייט על כל צרה שלא תבוא ביי די ברוקלין נעווי יארד

שמואל הלוי » מאנטאג אקטאבער 29, 2012 1:43 pm

· #56524
די זעלבע פלאץ בעפאר און עפטער

בלאט: 1 2 3 4 5 6