☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » אשכול אן א טיטל #2240

אשכול אן א טיטל #2240

41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2240

— » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 1:53 pm

· #56895

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

זר זהב » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 3:04 pm

· #58035
וירא איז ר"ת א'לע י'ודן ו'וערן ר'בי'ס

אליו איז ר"ת אלע י'ודן ו'וערן ל'ערנער'ס

אלוני איז ר"ת א'לע י'ודן ו'וילן נ'אר ל'ע'רנען

ממרא איז ר"ת א'לע ר'בי'ס מ'יינען מ'שיח

זר זהב » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 3:04 pm

· #58036
שוין, האביך שוין עפעס געלערנט היינט

משה געציל » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 3:23 pm

· #58037
זר זהב
שוין, האביך שוין עפעס געלערנט היינט

פארגעס נישט צו זאגן ברוך שם דריי מאל.

איחוד פעלד » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 12:40 am

· #58191
[ציטאט אראפגענומען]

עס איז דא א סאך אנדערע שיטות אין דעם. עפעס געדענקט זיך אן אבן עזרא בנוגע רבקה'ס גיל.
ווען מען גיט מיר ביי די זיבען און דרייסיג א מיידעל פין דריי, וואלט איך געזאגט מוחל טובות.

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 1:16 am

· #58204
דו מיינסט טאקע אז יצחק האט איר געדארפט אריינבינדען אין א קאר סיעט?..
א דריי יעריג מיידל וואס האט שוין געקענט אליינס שעפן וואסער פונעם ברונעם פאר זיך און פאר די קעמלעך, און לאדענען געסט און ענטפערן "מעטשור" און מענטשליך אויף די שאלות פונעם גאסט, מוז זיין איז געווען אנדערש ווי די 3 יעריגע דאליס וואס דו און איך קענען...

חכם מחוכם » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 2:36 am

· #58240
דאס איז נישט קיין חידה, אבער איין אינטערסאנטע קשיא, שטייט דער גרויסער צדיק אברהם, און בעהט זיך ביים רבוש"ע ער זאל נישט אומברענגען די 5 שטעט, שוין ס'ארבעט נישט אויף פינעף בעהט ער אויף פיהר, אבי עפעס זאל אפגעראטעוועט ווערן, למעשה זאגט אים דער באשעפער, ניין, היות ס'נישט דא גענוג צדיקים העט מען מוזן איבערדרייען די שטעט, ואברהם שב למקומו, שפעטער אין פרשה ווען מ'איז געגאנגען ראטעווען לוט - פארגעס נישט פון וועם מ'רעדט דא, פון א פוסטער יונגאטש, וואס איז געווארן אויפגעוואקסן ביים גדול הדור און נועם המדות און מלומד בנסיונות, און ער האט זיך גארנישט אפגעלערענט, נאר, "ויסע לוט מקדם" -, שטייט דארט אז ער האט געבעטן: לבלתי הפכי, דריי נישט איבער דעם שטאט צוער, איך וויל אהין גיין וואוינען, דער מלאך זאגט אים, אוקעי, געפויעלט. וואס טוט זיך דא?? וואסי פשט אברהם בעהט זיך איין, און גארנישט, נאר ווען לוט דערמאנט א ווארט, האט מען עס אים באלד נאכגעגעבן.

דרך אגב: אפשר איז כדאי מ'זאל עפענען אן אשכול אויף שאלות אין חומש-רש"י (אויב איז נאכנישט דא)

איחוד פעלד » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 8:10 am

· #58258
שטייט שוין אין רשי אויף פסוק וישמע לקול הנער, אז די תפלה פין חולה אליין איז קרובה להיענות. והוא הדין כאן, אברהם האט נישט דארט געוואוינט, משא"כ לוט.

חכם מחוכם » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 9:30 am

· #58260
איחוד פעלד
שטייט שוין אין רשי אויף פסוק וישמע לקול הנער, אז די תפלה פין חולה אליין איז קרובה להיענות. והוא הדין כאן, אברהם האט נישט דארט געוואוינט, משא"כ לוט.

פיינעם תירוץ, כ'האב הנאה

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 10:01 am

· #58266
און איך האב א קשיא, שטייט דא א ישמעאל וואס איז א פרא אדם, און וועט פייניגן אידן לכל אורך הגלות, ימח שמם. און די מלאכים ווילן אים דער'פטר'ן, זאגט ה', ניין, "באשר הוא שם", ווי אזוי איז ער יעצט? יעצט איז ער א צדיק? דאן מוז מען אים דן זיין אלס זיין יעצטיגן מצב.
א פלא עצום, אז ביי אונז אידן, ביי א סורר ומורה, זאגט מען פונקט פארקערט, ימות זכאי, מען קוקט יא אויף שפעטער...
וואס איז פשט דערפון?

יידל » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 10:18 am

· #58272
[ציטאט אראפגענומען]

עס איז באקאנט די גמרא אין יבמות וואס זאגט אז רבקה איז אלט געווען 12 יאר. תוספות דארט אויפן פלאץ זאגט שוין טאקע אז די גמרא מיט די מדרש וואס רש"י ברענגט זענען מדרשים חולקות. די גמרא (12 יאר) לכאורה נעמט פרעצעדענץ איבער די מדרש וואס רש"י ברענגט (3 יאר) ווייל מיר פסק'נען א הלכה למעשה פון די דרש אז רבקה איז שוין געווען א נערה, און די דרש איז נישט גילטיג אויב נעמט מען אן אז רבקה איז נאר געווען 3 יאר.

קליינע רעבעלע » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 1:53 pm

· #58349
שמעקעדיג
און איך האב א קשיא, שטייט דא א ישמעאל וואס איז א פרא אדם, און וועט פייניגן אידן לכל אורך הגלות, ימח שמם. און די מלאכים ווילן אים דער'פטר'ן, זאגט ה', ניין, "באשר הוא שם", ווי אזוי איז ער יעצט? יעצט איז ער א צדיק? דאן מוז מען אים דן זיין אלס זיין יעצטיגן מצב.
א פלא עצום, אז ביי אונז אידן, ביי א סורר ומורה, זאגט מען פונקט פארקערט, ימות זכאי, מען קוקט יא אויף שפעטער...
וואס איז פשט דערפון?

פינק פארקערט דע סיבה פארוואס מען הייסט הארגענען דיעם סורר ומרה איז נישט ווייל מען שטראפט אים אויף שפעטער דע אייבישטער וויל זיין טובה זאגט ער ימות זכאי ואל ימית חייב ראטעוועט אים ווען דע עבירות זענען קליין נישט שפעטער ווען ער וועט דארפען באקימען סאך גרעסערע עונשים
משא"כ ביי דע אוה"ע קיקט ער טאקע נאר אויף יעצט אבער דעי מעלה פין ימית זכאי ואל ימית חייב האבען זיי נישט

איחוד פעלד » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 3:46 pm

· #58425
קליינע רעבעלע

כ'הער, בקיצור דאס אז ישמעאל איז געבליבען לעבען איז געוועהן א עונש, לאידך גיסא דאס אז מען הרג'ט א בן סורר ומורה איז א זכות.
אוי וויי. משה קאפויער. מיט אזעלכע זכותים ווער דארף עונשים.

קליינע רעבעלע » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 4:50 pm

· #58470
דע מאלכים האבען געטענעט אז מען זאל אים שוין באשטראפען ווייל און א צייט ארים וועט ער טשעפענען דע אידן
האט דע אייבישטער געזאגט איך שטאראף נישט אויף להבא נאר באשר הוא שם
משא"כ ביי סורר ומורר שטראפט מען אים נישט אויף להבא נאר מען ראטעוועט אים פין א שטראף

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 1:27 pm

· #58684
[ציטאט אראפגענומען]

לויט דעם איז שווער צו פארשטיין דעם אויסדרוק "ימות זכאי".
חוץ אויב מען נעמט אן אז א קטן איז נאך נישט חייב בעונשין, ממילא הייסט ער נאך זכאי.

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 1:37 pm

· #58690
אויב רעדט מען נישט פון קיין קטן, דאן וואס מיינט ותפשו אותו אביו ואמו, איננו שומע בקולינו וגו', ביי א גדול איז דאך דאס נישט שייך אינגאנצן.
(מיר פארקריכן פונעם ענין)

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 1:59 pm

· #58694
יא, כ'האב עס פארזעהן (נישט נאר לפי שעה..)
יישר כח פארן אויפמערקזאם מאכן.

חכם מחוכם » פרייטאג נאוועמבער 9, 2012 1:55 pm

· #60076
[ציטאט אראפגענומען]

נישט וועגן די געלט??, העי פשוט רש"י

גאלד » פרייטאג נאוועמבער 9, 2012 2:42 pm

· #60091
שטעל דיך פאר איינער קומט צו דיר פלוצלינג, ברענגט דיר א נייע לעקסעס קאר, א אויסגעצאלטע גרויסע נייע הויז, א טשעק פון 2 מילאן דאלאר, בתנאי אז די געזעגנסטעך היינט מיט דיין קליינע טאכטער אויף לעולם ועד, אז זי זאל חתונה האבן מיט א 40 יעריגער מענטש, דאס האט אליעזר געטאן
ווייטער יעקב האט נעבעך ביטער געוויינט פון ער איז אנגעקומען קיין חרן, מיט גארנישט, ווייל ער האט געוויסט אן געלט איז קיין חתונה ניט, ער האט זיך געמוזט פארשקלאפן פאר דעם קליפה לבן פאר 14 יאר,

חכם מחוכם » פרייטאג נאוועמבער 9, 2012 3:00 pm

· #60097
גאלד מאך נישט קיין טעות ער האט נישט אוועקגעגעבן זיין טאכטער פאר עפעס א "מה יעשה"ניק, ער האט אוועקגעגעבן זיין טאכטער פאר יצחק אבינו, מ'האט זיך זיכער געריסן אים צו באקומען, נו, אין דערזייט באקומט ער נאך אפאר דאלאר דערצו,

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 12:46 pm

· #60302
קען מען דא אויסשמועסן דעם ענין פון רבקה'ס עידזש?
עס איז אנגענומען אז זי איז אלט געווען 3 יאר.
אבער די תורה פארציילט אז זי האט אנגעטרונקען אלע קעמלען און מקיים געווען הכנסת אורחים, וואס דאס איז פיל מער ווי א געווענליכע 3 יעריגס.

נולד מאוחר » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 1:04 pm

· #60305
שמעקעדיג
קען מען דא אויסשמועסן דעם ענין פון רבקה'ס עידזש?
עס איז אנגענומען אז זי איז אלט געווען 3 יאר.
אבער די תורה פארציילט אז זי האט אנגעטרונקען אלע קעמלען און מקיים געווען הכנסת אורחים, וואס דאס איז פיל מער ווי א געווענליכע 3 יעריגס.

לויטן סדר עולם איז זי געווען פערצען יאר .
he.m.wikipedia.org/wiki/
%D7%A8%D7%91%D7%A7%D7%94

ער טענט עס שטימט מישט יפת מראה אויף א דריי יעריגסדא

גאלד » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 2:19 pm

· #61055
פאריגע וואך ביים ליינען איז מיר דורכגעלאפן א קשיא וואס עגבערט מיר,
מ'זעהט אז אליעזר האט זיך געמאכט א סימן אז דאס מיידל וואס וועט מיר און פאר מיינע קעמלען געבן צו טרינקן
דער איז א סימן אז זי איז א גומל חסד וואס פאסט זיך אריין אין די שטוב פון אברהם,
(לויט ווי רש"י איז מסביר)

איך פארשטיי נישט
אין פ' כי תצא זאגט די תורה אז מ'טאר נישט חתונה האבן מיט עמון ומואב,
על דבר אשר לא קדמו אתכם בלחם ומים,
פאר די עוולה איז זיי האבן נישט געאפפערט קיין וואסער פאר די אידישע פאלק וואס האט געוואנדערט אין מדבר,
זאגן חז"ל מפורש אז צוליב דעם איז א ראי' אז עמון ולא עמונית מאוב ולא מואבית,
דאס מיינט אז די נקיבות איז יא מותר לבוא בקהל,
ווייל פרויען קען מען נישט פארהאלטן פאר נישט אפפערן וואסער,
ווייל "כל כבודה בת מלך פנימה",
א פרוי האט נישט קיין ביזנעס זיך צו דרייען אויפן גאס אפפערן וואסער פאר מענער,
ממילא צוליב דעם מעג מען "יא" חתונה האבן מיט זיי,

איז דאך דאס א גראבע סתירה,
ביי אליעזר זעהט מען ווייל זי האט "יא" געגעבן וואסער
דאס איז גאר א מעלה פאר א שידוך צו חתונה האבן,
און ביי עמון ומואב איז פונקט קאפויער
דאס "נישט" געבן וואסער און זיצן באשיידן אין הויז
דאס איז גאר די אורזאך וואס מ'מעג חתונה האבן,

michel » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 4:39 pm

· #61116
not giving water for smebody that's very thirsty is a wrong doing for somebody that's on the street and sees your situation,
a women that does not belong on the street, is not her department to give water for people on the street
so they are not as bad as the men from "amoin imoiuv"

but of coarse it is no sign that hey are balas chesed
yitzchok would never marrie people from "amoin imoiuv" even they have an excuse not to bring water
but if you see a girl that does go out of her way to do chesed that a sign that she is the one to marrie yitzchok

outspoken » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 5:24 pm

· #61136
גאלד
פאריגע וואך ביים ליינען איז מיר דורכגעלאפן א קשיא וואס עגבערט מיר,
מ'זעהט אז אליעזר האט זיך געמאכט א סימן אז דאס מיידל וואס וועט מיר און פאר מיינע קעמלען געבן צו טרינקן
דער איז א סימן אז זי איז א גומל חסד וואס פאסט זיך אריין אין די שטוב פון אברהם,
(לויט ווי רש"י איז מסביר)

איך פארשטיי נישט
אין פ' כי תצא זאגט די תורה אז מ'טאר נישט חתונה האבן מיט עמון ומואב,
על דבר אשר לא קדמו אתכם בלחם ומים,
פאר די עוולה איז זיי האבן נישט געאפפערט קיין וואסער פאר די אידישע פאלק וואס האט געוואנדערט אין מדבר,
זאגן חז"ל מפורש אז צוליב דעם איז א ראי' אז עמון ולא עמונית מאוב ולא מואבית,
דאס מיינט אז די נקיבות איז יא מותר לבוא בקהל,
ווייל פרויען קען מען נישט פארהאלטן פאר נישט אפפערן וואסער,
ווייל "כל כבודה בת מלך פנימה",
א פרוי האט נישט קיין ביזנעס זיך צו דרייען אויפן גאס אפפערן וואסער פאר מענער,
ממילא צוליב דעם מעג מען "יא" חתונה האבן מיט זיי,

איז דאך דאס א גראבע סתירה,
ביי אליעזר זעהט מען ווייל זי האט "יא" געגעבן וואסער
דאס איז גאר א מעלה פאר א שידוך צו חתונה האבן,
און ביי עמון ומואב איז פונקט קאפויער
דאס "נישט" געבן וואסער און זיצן באשיידן אין הויז
דאס איז גאר די אורזאך וואס מ'מעג חתונה האבן,

געזען אמאל א תירוץ (כ'געדענק נישט ווי) אז די אידן אין מדבר האבן געהאט עסען (מן) און טרינקען (באר), נאר ס'געוען דעמאלטס א מנהג ארויסצוגיין מיט ברויט און וואסער אויפצונעמען א גאסט, וואס דאס האבן מענער געטון נישט פרויען, אבער ווען א מענטשט איז הונגעריק איז נישט קיין חילוק ציווישען א מאן און א פרוי ווער ס'זאל אים געבען עסען.

elter-zeide » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 11:33 pm

· #61267
די פארגלייכסט צוויי באזינדערע זאכען, איינס) דאס איז געווען איינגעפירט אין יענע צייטען אז מ'האט ארויסגעשיקט דע מיידלעך צי דע ברינעם שעפען וואסער, אזוי איז געווען ביי רבקה אויך ביי רחל אין אויך ביי יתרו'ס טעכטער, אליעזר איז דירעקט געגאנגען צי דע ברינעם אין דע צייט וואס מעשעפט וואסער אין געהאפט אז דארט וועט ער טרעפען וואס ער זיכט, אזוי איז געווען ביי יעקב דארט שטייט 'באר בשדה' אין אויך ביי משה (וישב על הבאר' עיין רש"י), ווייטער ביי עמון אין מואב וואס האבען נישט ארויס געברענגט ברויט אין וואסער, רעט זיך אז דע אידען זענען געווען אויפן וועג נישט ביי א ברינעם, י

outspoken » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 9:48 am

· #61342
פרשת תולדות

עשיו האט געטון ביי די טאג פון זיין בר מצוה די ערגסטע עברות ווי די גמרא זאגט אין מסכת בבא בתרא דף טז עמוד ב אמר רבי יוחנן, חמש עבירות עבר אותו רשע באותו היום: בא על נערה מאורסה, והרג את הנפש, וכפר בעיקר, וכפר בתחיית המתים, ושט את הבכורה, איז א ווינדער אז די תורה זאגט נאר ארויס בפירוש די קלענסטע עבירה פון די פינף.

outspoken » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:00 am

· #61349
ר' אהרן קוטלער ז''ל האט געזאט פשט, עשיו האט מבזה געווען די בכורה ווייל ער האט געגלייבט אין Evolution, אלעס אויף די וועלט איז א פורצאפאל און סא'יז נישט דא קיין שום רוחניות'דיגע ענין אז א בכור נעמט צוויי חלקים נאר פשוט ווייל ער איז געווענטליך שטערקער, פונקט ווי די חיות אין וואלד צוטיילען זיך מיט די רויב, מימלא איז ער ארויס אין וואלד אין געטון אלע מעשים ווי א חיה טורפות.

בענדזשאמין פרענקלין » מוצ"ש נאוועמבער 17, 2012 10:52 pm

· #62187
שמעקעדיג
קען מען דא אויסשמועסן דעם ענין פון רבקה'ס עידזש?
עס איז אנגענומען אז זי איז אלט געווען 3 יאר.
אבער די תורה פארציילט אז זי האט אנגעטרונקען אלע קעמלען און מקיים געווען הכנסת אורחים, וואס דאס איז פיל מער ווי א געווענליכע 3 יעריגס.

מה קנה יצחק לרבקה אשתו ביום נישואין הראשונה שלהם [anniversary gift] ?
וחשבתי לפי הנ"ל דמסתמא קנה לה doll set כנעני,

איחוד פעלד » מוצ"ש נאוועמבער 17, 2012 11:50 pm

· #62194
outspoken
ר' אהרן קוטלער ז''ל האט געזאט פשט, עשיו האט מבזה געווען די בכורה ווייל ער האט געגלייבט אין Evolution, אלעס אויף די וועלט איז א פורצאפאל און סא'יז נישט דא קיין שום רוחניות'דיגע ענין אז א בכור נעמט צוויי חלקים נאר פשוט ווייל ער איז געווענטליך שטערקער, פונקט ווי די חיות אין וואלד צוטיילען זיך מיט די רויב, מימלא איז ער ארויס אין וואלד אין געטון אלע מעשים ווי א חיה טורפות.

כ'פארשטיי נישט קיין איין ווארט.
1. אלעס איז פערצופאל
2. א בכור נעמט צוויי חלקים ווייל ער איז שטערקער
אזוי? כאב גארנישט געוויסט. אבער לאמיר שוין זאגען.
3. פונקט ווי די חיות פין וואלד צוטיילען זיך מיט די רויב.
דאס הייסט אז מען כאפט און מען רייסט איינער פין אנדערען אהן א חשבון פין צוטיילען אין חלקים.
4. ממילא איז ער ארויס אין וואלד אין זיך אויף געפירט ווי א חיה.
הייסטעס ווייל מען דארף כאפן ירושה אהן א חשבון ווי א חיה ממילא דארף מען טוהן אלע עבירות ווי א חיה.

האט עשיו געהאלטען אז מען נעמט צוויי חלקים? אויב יא פארוואס זאגסטו ער'ט מבזה געוועהן די בכורה. ער האט אויך געהאלטען פין בכורה יהיה מאיזה טעם שיהיה.
אויב האט ער נישט געהאלטען מהיכי תיתי ער זאל האלטען אז מען דארף זיך טיילען פונקט ווי די חיות אין וואלד? אפשר זאל ער האלטען אז ביידע דארפען נעמען שוה בשוה?

outspoken » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 12:48 pm

· #62297
פרשת תולדות

שטייט אין רש''י און אין מדרש ויגדל האיש וילך הלוך וגדל" א"ר חנין עד שהיו אומרים זבל פרדותיו של יצחק ולא כספו וזהבו של אבימלך,

ווי אזוי קען זיין אז יצחק האט געהאט פרדות וואס איז כלאי בהמות א סוס וחמור?

סאטמאר'ע רב ז''ל ענטפערט אז ס'שטייט שהיו אומרים די לצים אין די קאווע שטיבלעך האבן דאס געזאגט אבער ס'האט נישט געהאט קיין שום שייכות מיטן מציאות.
(פארשטייט זיך אז מ'מיינט נישט אונזער קאווע שטיבל וואס גיבט אפ די גרעסטע כבוד פאר גדולים אפילו פאר כ"ק אדמו"ר מ'מילק שעיק און זיין אינגערן ברודער כ"ק אדמו"ר מ'ספייסי פרענטש פרייס שליט"א)

ס'דערמאנט א מעשה, א איד און ווארשה האט פארלוירען ביי א די''ת האט ער געשריגען אויף זיין בעל דברים, איך וועל ארויס לאזען א שם רע אז דיין טאכטער האט חתונה געהאט מיט א גוי ר''ל, זאגט אים זיין בעל דברים , איך האב דאך אפילו נישט קיין טעכטער נאר זינען, האט ער אים געזאגט דאס זאלסטו זיך פארענטפערען פאר גאנץ ווארשא...

גאלד » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 1:09 pm

· #62301
וואסי די גאנצע געשעפט וואס רש"י פארעט זיך אזוי
אז יצחק האט זיך געשטעלט אין איין ווינקל און מתפלל געווען און רבקה ביי איין אנדערע ווינקל,
למאי נפק"מ פונקטליך ווי זיי זענען געשטאנען,
וואס איז עס אזוי נייטיג צו די סיפור הדברים, צו מ'שטייט דא צו מ'שטייט דארט,

העלא » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 1:53 pm

· #62309
שמעקעדיג דיין קשיא וועגן נידון על שם סופו ווערט שוין דערמאנט (איך מיין אין איינע פון די ספרי תלמידי בעש"ט)
די תירוץ איז אז בן סורר ומורה קומט פון א יפת תואר איז סורו רע משא"כ ישמעאל

outspoken » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 2:04 pm

· #62317
גאלד
וואסי די גאנצע געשעפט וואס רש"י פארעט זיך אזוי
אז יצחק האט זיך געשטעלט אין איין ווינקל און מתפלל געווען און רבקה ביי איין אנדערע ווינקל,
למאי נפק"מ פונקטליך ווי זיי זענען געשטאנען,
וואס איז עס אזוי נייטיג צו די סיפור הדברים, צו מ'שטייט דא צו מ'שטייט דארט,

רבותינו דרשו אודות פסוקים אלה, (הובאו דבריהם בפירוש רש"י), "זה עומד בזוית זו ומתפלל, וזו עומדת בזוית זו ומתפללת". וצריך להבין, מדוע שניהם התפללו כל אחד בזוית אחרת? מדוע לא התפללו שניהם יחד, במקום אחד, מעין מה שנאמר "ברוב עם הדרת מלך"?

למדנו מכאן, ששלום בית נפלא שרר בביתם של יצחק ורבקה. יצחק, לא פגע ולא העציב את רבקה אשתו על כך שהיא עקרה ואין לה בנים. ורבקה, לא העציבה את יצחק בעלה על כך. גם כשרצו להתפלל לה' בבכי בדמעות שליש ולשפוך שיח לפני ה' באנחה, לא עשו זאת אחד על יד השני, בכדי שלא לגרום צער זה לזו, אלא התרחקו כל אחד לזווית אחרת, בכדי שכל אחד לא ירגיש בעצבותו וצערו של השני ולא יפגע בשל כך. לכן כל אחד עמד בזוית אחרת.

זהו שלום בית אמיתי של בני זוג צדיקים, הנזהרים שלא לפגוע אחד בשני, גם כשהמצוקה שווה בשניהם יחד. לא אחת אנו שומעים בני זוג שאומרים 'מה בכך שהשני נפגע ממני? לא נורא, אחר כך אבקש את סליחתו'. עלינו לדעת, כי כל פגיעה בשני, אף שאחר כך מבקשים סליחה, תמיד תישאר צלקת בלב, שלעיתים נשארת לעולם. החכמה היא להיזהר בכבודו של השני, ומראש לא לפגוע בו.

<a class="postlink" href="http://www.ynet.co.il/Ext/App/TalkBack/CdaViewOpenTalkBack/0,11382,L-3980095,00.html">http://www.ynet.co.il/Ext/App/TalkBack/ ... 95,00.html</a>

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 3:15 pm

· #62345
זייער שיין!
אריין אין שלום בית אשכול.

גאלד » דאנערשטאג מאי 2, 2013 6:41 pm

· #111367
כאב א קשיא אויף די וואכעדיגע סדרה פרשת בהר:

מה ענין שמיטה אצל הר סיני?

איינער האט א תירוץ

הרב_שלום » מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 2:52 pm

· #162504
פארוואס האט שמעון און לוי אויסגערהארגעט גאנץ שכם
די וואך געפונען מיר אז שמעון און לוי האבן אויסגעהארגעט גאנץ שכם צוליב דעם וואס זייער קעניג האט מטמא געווען דינה, מיין שאלה איז זענען די מענטשען פון א שטאט אחריות אויף די עבירה פון זייער פירער

מ גפני » מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 3:34 pm

· #162518
elter-zeide
די פארגלייכסט צוויי באזינדערע זאכען, איינס) דאס איז געווען איינגעפירט אין יענע צייטען אז מ'האט ארויסגעשיקט דע מיידלעך צי דע ברינעם שעפען וואסער, אזוי איז געווען ביי רבקה אויך ביי רחל אין אויך ביי יתרו'ס טעכטער, אליעזר איז דירעקט געגאנגען צי דע ברינעם אין דע צייט וואס מעשעפט וואסער אין געהאפט אז דארט וועט ער טרעפען וואס ער זיכט, אזוי איז געווען ביי יעקב דארט שטייט 'באר בשדה' אין אויך ביי משה (וישב על הבאר' עיין רש"י), ווייטער ביי עמון אין מואב וואס האבען נישט ארויס געברענגט ברויט אין וואסער, רעט זיך אז דע אידען זענען געווען אויפן וועג נישט ביי א ברינעם, י

אגב ביי יתרו שטייט אז דארט איז נישט געווען די מנהג אז מיידלעך גייען צום ברונעם נאר אזוי ווי מ'האט אים מנדה געווען ווייל ער האט זיך אפגעשיידט פון ע"ז האט ער נישט געהאט קיין ברירה און זיי געשיקט צווישן די מענער פאסטוכער

אחד העם » מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 5:48 pm

· #162555
[ציטאט אראפגענומען]

ניין??? סדיר נישט מער שווער?? האסט נישט געכאפט זיין קשיא, ער פארשטייט אז א פאלק טוט עפעס נישט גוט בשטראפט מען דעם פאלק, אבער דא רעדט זיך פון א מענטש פונ'ם פאלק, על אף אפילו ער איז א פירער, הלמאי מען הארגעט דעם גאנצען פאלק.
נישט אז איך פארשטיי מצוות מחיית עמלק, וכבר נתבארו התמיהות על מצווה.כזו בק''ש, זה כמה פעמים

ונבנתה העיר » מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 6:09 pm

· #162559
עס איז דא א לאנגע רמב”ן אויף די שאלה (ועוד הרבה), ער זאגט טאקע 'ורבים ישאלו'.

אחד העם » מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 7:39 pm

· #162581
באמת.איז שווער נאך א שטארקא קשיא, די בני יעקב האבן דאך געהאט די געלעגנהייט אריינצוברענגען תחת כנפי השכינה גאנץ שכם, דער עולם איז שוין געווען אפג'מלה'ט, זיי וואלטען דאך געקענט מגייר זיין דעם גאנצען געגענט, האבן זיי דאס אויף פארקערט אויסגענוצט, צו שחט'ן און ראבעווען, פאנגען???
נאר אולי קען זיין אזוי, באמת דארף מען מקדים זיין נאך צוויי קשיות, א' דער פסוק זאגט וְנָתַנּוּ אֶת-בְּנֹתֵינוּ לָכֶם, וְאֶת-בְּנֹתֵיכֶם נִקַּח-לָנוּ; וְיָשַׁבְנוּ אִתְּכֶם, וְהָיִינוּ ''לְעַם אֶחָד'' וואו קומט דא אריין א שפראך פון ''פאלק'' כאילו עס איז יעצט א קאנפליקט צווישען צוויי פעלקער, און מען באהאנדעלט א שלום פלאן, והיינו לעם אחד, בסה''כ איז דא פארהאן א סכסוך צווישען צוויי פריוואטע משפחות?? ב' אנפאנג פון דעם גאנצען מעשה גייט דער שפראך בלשון יחיד,  אֲשֶׁר טִמֵּא, אֵת דִּינָה אֲחֹתָם, און שפעטער ווען די תורה זאגט פארוואס שמעון ולוי האבן אויסגעהארגעט שכם זאגט דער תורה אֲשֶׁר טִמְּאוּ, אֲחוֹתָם. וואס איז דער לשון רבים דא?
נאר ווייזט אויס, אז דער סכסוך איז נישט געווען אויף די פריוואטע עוולות וואס שכם איז באגאנגען אויף.משפחת יעקב, נאר זייער טענה איז געווען אז עטץ.האטס פארשוועכט דעם כבוד פון אונזער פאלק, דהיינו, אפילו.דער פגיעה איז פארגעקומען דורך א פריוואטער מענטש, אבער וויבאלד דער פגיעה איז פארגעקומען דורך דעם פירער פון דעם פאלק שכם, איז דאס געווען א פגיעה פון דען ''פאלק'' שכם צו דער ''פאלק'' פון יידן, און שכם האט געוואלט פארהאנדלען.מיט שלום געשפרעכן, פון והיינו לעם אחד, און מען זעט אויך דעם געדאנק אז דער פארהאנדלעריי איז נישט געווען קיין פריוואטע, ווייל שכם טראגט אן פאר די בני יעקב, והתחתנו אתנו, וואס רעדט ער פון זיין פאלק אויב דער סכסוך איז א פריוואטע צווישען אים און די בני יעקב, נאר איז מוכרח צו זאגען אז עס איז געווען א סכסוך איבער די פגיעה פון איין פאלק אויפ'ן צוויטען, און פאר דעם האט שמעון ולוי זיך.נישט באגנוגט מיט אביסעל כתובה (מוהר) ווי דער אלגעמיינער דין ביי א מאנס ווי מען גיבט אביסעלע מהר פארן טאטען וכו', און די סיבה פאר דעם אלעס איז אז די ריאקציע פאר א פגיעה פון א פאלק אויף.פאלק איז אנדערש ווי די ריאקציע פון א מענטש אויף א מענטש, אזוי זעט מען ביי די מעשה פון דוד ווי דער עמוני האט אפגעשניטען א האלבען.בארד פון דוד'ס שליח איז דוד ארויס מיט א מלחמה קעגן כמון, הגם דער עמוני האט עס נאר געטון ווייל ער האט מורא געהאט אז דער שליח איז א שפיאן, נאר דער ריאקציע אויף חילול כבוד העם איז מלחמה, און שמעון ולוי האבן דאז געזען ווי דער פאלק.האט מחלל.געווען דער כבוד פון זייער פאלק האבן זיי גענומען.דעם ריאקציע פון מלחמה.
נאך א פשט אז אולי איז דאס געווען א חלק פון כיבוש הארץ וואס כידוע האט זיך עס שוין אנגעהויבען בתקופת פון די אבות ואכמ''ל.
במהרה בימינו אמן, לעכט לעכט....
דער פורים תורה (נישט דער צוויטער פשט) האב איך גענומען פון דא &זיינע דיוקים אויף סכסוך צווישען יעקב און שמעון ולוי האט אפאר ריכטיגע פוינטס, ווי ער איז זיך מסביר דא, נאר מען האט שוין אנגעצינדען די.לעקטער האב איך עס נישט געקענט איבער זאגען