☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » וויאזוי זיך צוגרייטן צום האריקעין...

וויאזוי זיך צוגרייטן צום האריקעין...

18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2212

DotCom » מוצ"ש אקטאבער 27, 2012 8:42 pm

· #55888
וויאזוי זיך צוגרייטן צום האריקעין...
אנגעהויבן פון שפעט זונטאג נאכט ביז דינסטיג נאכמיטאג ווערט פארגעזאגט דורך די וועטער נביאים א מאנסטער שטורעם פאר די איסט קאוסט, דער 'פראנקענ-שטארם' וואס איז א געמישעכץ פון א האריקעין מיט נאך צוויי באזונדערע ווינטערדיגע שטורעמעס וועט זיך אראפלאזן אויף א ברייטן שטח פון 800 מייל פונעם איסט קאוסט, עס וועט אנברענגען שווערע ווינטן מיט הויכע רעגנ'ס און אין געוויסע ערטער איז שניי אויך מעגליך, כאטש ניו יארק אין ניו דזשערסי זענען נישט אין צענטער פונעם שטורעם איז אבער אויך ערוואטערט גאר שווערע ווינטן מעגליך ביז 75 מפ"ש און הויעכע רעגנ'ס.

כאטש אז עס איז קיינמאל כדאי צו פאניק'ן, איז אבער וויכטיג צו האבן א מינימום זאכן הענדי אינדערהיים אין פאל פון א בלעק-אוט, אז מען האט די זאכן אנגעגרייט ווערט מען שוין רואיגער, און אין פאל עס געשעהט טאקע א בלעקאוט פאר אפאר טעג וועט מען עס בעז"ה אסאך גרינגער אדורכשוויצן, איך וויל דא מאכן א ליסט און יעדער ווערט געבעטן מוסיף צו זיין מיט עצות און טיפ'ס.

אנגרייטן:
וואסער - א גאלאן א טאג פער מענטש.
עסן - געקענטע אדער געסיעלטע פראטעין, ווי טונא, סעלמאן, פינאט באטטער, מיעל מארט וועקיום פליישן, נישט פארגעסן א קען עפענער.
אייז/אייסבאקס - מען זאל האלטן די אייז אין פריזער ביז ווען מען דארף עס, ספעציעל איז עס וויכטיג אויב איינער האט מעדיצין וואס דארף זיך האלטן קיל.
פלעשלייט'ס און בעטערי'ס - ס'זענען דא קעמפינג פלעשלייטס, וואס ארבעטן אויף פראפעין געז, אויך זענען דא גלאו סטיק'ס וואס ארבעטן פאר 12-16 שעה מיט א סינגל בעטערי וואס איז א גוטע אלטערנאטיוו בפרט פאר א שטוב מיט קינדער.
לעכט און מעטשעס - בעסער איז יארצייט לעכט וואס איז מער סעיף.
ראדיא - צו קענען הערן עמערשענסי אפדעיט'ס אין פאל קאווע שטיבל ארבעט נישט, עס זאל זיין AM/FM און זאל זיין בעטערי פאוערד.
פוירסט עיד קיט - טיילענאל און בענדיזשעס מיט אלע מעדיצינען פאר די משפחה.
אנפילן די קאר מיט געז- ווי פריער איז בעסער ווייל שפעטער ווערן די ליינ'ס לאנג, אין פאל פון א בלעקאוט איז נישטא קיין געז סטעישאן'ס, און אין די טעג דערנאך קען געז זיין טייערער צוליב'ן מאנגל.
לענדליין טעלעפאן - וואס ארבעט אן עלעקטריק אדער מיט בעטערי.
א קליינעם גריל - מיט פראפעין געז (פאר די מענטשן וואס האבן עלעקטריק רענטש).
קעש - איז אלעמאל גוט צו האבן, אבער אין פאל ווען קרעדיט קארד'ס ארבעטן נישט איז עס קריטיש וויכטיג.

געדענקן:
אוועקצולייגן אלע בייק'ס און גאסן בענקלעך און אנדערע לויזע זאכן וואס קענען אוועקפליען מיט'ן ווינט.
גוט צומאכן פענסטער'ס און טירן, די בעיסמענט'ס וואס האבן פלאד פראבלעמען איז כדי צו פארהאקן מיט פלייוואד.
אויב האט איר אין משפחה אן עלנדער פערזאן, ובפרט אויב ער/זי איז דיסעיבלד, מאכט זיכער אז יענער האט די אלע אויבנדערמאנטע זאכן גרייט, אויך איז וויכטיג אפצושמועסן מיט יענעם ווי אפט איר גייט קומען טשעקן אויב אלעס איז בסדר, וויכטיג איז מען זאל אויסארבעטן מיט די דארטיגע שכנים אן עמערדזענסי עוועקועישן פלאן על כל צרה שלא תבא.


א גוטער עצה איז אוועקצולייגן אלע זאכן אויף זייער פלאץ, אסאך האבן זיך שוין איבערגעקוצקעט ביים זוכן די פלעשלייט.

שפעטער וועט מען צולייגן נאך וויכטיגע זאכן לזכות בציבור.

שמעקעדיג » מוצ"ש אקטאבער 27, 2012 10:07 pm

· #55902
DotCom
וואסער - א גאלאן א טאג פער מענטש.


דאס הייסט אז טאמער איז דא 10 מענטשן אין א האוזהאלד דארף מען האבן 10 גאלאן פער טאג?
דאס אליינס קען גורם זיין א פאניק...

איחוד פעלד » מוצ"ש אקטאבער 27, 2012 10:26 pm

· #55908
דאכט זיך אז די געז דא אין שטאט איז נישט אינטער א געפאר פין זיך אפשטעלען, ממילא איז די פראפעין נישט וויכטיג.

משה געציל » מוצ"ש אקטאבער 27, 2012 11:01 pm

· #55923
א שנעלער אויספרעג צווישן געשעפט אייגנטומער טוט צייגן אז די מדת הבטחון ביי אונזער עולם איז ב״ה פעלזן פעסט וכמסורה לנו מדור דור (פארוואס האסטו נישט געהאט קיין פלעשלייט אין קאנטרי ווען כמעט יאר יערליך געשעט א בלעק-אוט???) וועלן מיר זיך ח״ו נישט בייגן צו די א.ג. וועטער נביאים...

אבי גערעדט » מוצ"ש אקטאבער 27, 2012 11:39 pm

· #55929
וואל מארט
📎 IMG-20121027-WA0007.jpg

DotCom » מוצ"ש אקטאבער 27, 2012 11:40 pm

· #55930
שמעקעדיג
דאס הייסט אז טאמער איז דא 10 מענטשן אין א האוזהאלד דארף מען האבן 10 גאלאן פער טאג?
דאס אליינס קען גורם זיין א פאניק...

שטייצעך אז פאר קינדער איז א פערטל גאלאן גענוג, אויך קען מען אריינגיסן אין טעפ, גארבידש קען, אדער אין וואנע אויב האסטו צוויי.

איחוד פעלד
דאכט זיך אז די געז דא אין שטאט איז נישט אינטער א געפאר פין זיך אפשטעלען, ממילא איז די פראפעין נישט וויכטיג.

פאר די וואס האבן עלעקטריק רענדזשעס אזוי ווי מיר למשל.

DotCom » זונטאג אקטאבער 28, 2012 4:34 pm

· #56101
נישט פארגעסן צו מאכן לאנדרי פאר די קומענדיגע טעג.
א ווארימע שאוער איז אויך בעסער צו נעמען היינט נאכט.

געפילטע פיש » זונטאג אקטאבער 28, 2012 4:52 pm

· #56107
די מיינסט טאקע אז די געז ליינס וועלן ווערן אפגעהאקט?

שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 28, 2012 4:56 pm

· #56108
וואס זאגן זיי וועגן די ברידזשעס און טונעלס? גייט מען אפשפארן?
איך הער סתירות'דיגע באריכטן.
איינער זאגט זיכער פארשפארן,
דער צווייטער זאגט מען וועט נאר שפארן הכל לפי המצב.

ווי אזוי קען מען וויסן?

שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 28, 2012 4:57 pm

· #56109
געפילטע פיש
דו מיינסט טאקע אז די געז ליינס וועלן ווערן אפגעהאקט?


מען קען נישט וויסן. מען האט נאך נישט קיין עקספיריענס מיט אזא מאנסטערישע פרוי.
וואס זיי זענען אלס אומשטאנד אפצוטון בעת כעסם.

קלאר » זונטאג אקטאבער 28, 2012 7:23 pm

· #56197
מ'גרייט זיך אין ב''פ
📎 v5xpq.jpg

זר זהב » זונטאג אקטאבער 28, 2012 11:06 pm

· #56286

DotCom » מאנטאג אקטאבער 29, 2012 12:43 am

· #56336
נא גילוי!

זר זהב » מאנטאג אקטאבער 29, 2012 12:44 am

· #56337
כאבעס גענומען פון VIN NEWS

זר זהב » מאנטאג אקטאבער 29, 2012 12:49 am

· #56343
אינגעלייט גרייטן צו אייער שפייז פאר די קומענדיגע פאר טעג...

שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 29, 2012 12:51 am

· #56345
וואס איז פשט פון דעם קליפ? ווער מאכט די אייער פאר וועמען?

זר זהב » מאנטאג אקטאבער 29, 2012 12:52 am

· #56346
!no idea

אייגענארטיג » מאנטאג אקטאבער 29, 2012 6:17 pm

· #56665
נאמאר ציגרייטונגען יעצט איז די צייט צו עפענען די האריקען ארדער און אונהייבן צו עסן
מיין יונגעלע פרעגט מיר פריער טאטי פארוואס קויפסטו פלעש לייטס האס איך אים געזאגט אז אויב עס לעשט זיך אויס די לייטס זאל מיר האבן עפעס א לייט, זאגט ער מיר טאטי ווען לעשסטו שוין אויס די לייטס