☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » צייטונגען אויף סענדי שטורעם

צייטונגען אויף סענדי שטורעם

52 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2241
בלאט: 1 2

פיקציע » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 12:21 pm

· #56846
צייטונגען אויף סענדי שטורעם
די אשכול איז רעזערווירט פאר פאדערשטע זייטן פון צייטונגען און מאגעזינען וועלכע דעקן די האריקעין, אדער מאנסטער שטורעם סענדי.

לאס אנדזשעלעס טיימס
📎 LA Times.jpg

וואשינגטאן פאוסט
📎 Washington.jpg

ניו יארק טיימס - נ.י. עדישען
📎 times.jpeg

פיקציע » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 12:35 pm

· #56850
איזראלישע צייטונגען

מעריב
📎 Mariv.jpg

ידיעות אחרונות
📎 Yedi.jpg

ישראל היום
📎 Yisr.jpg

זר זהב » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 12:41 pm

· #56854

זר זהב » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 12:42 pm

· #56855

פיקציע » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 12:50 pm

· #56859
א דאנק אייך הרב בירגער פאר אייער געטרייע ארבעט לטובת המקום, אבער איך פארשטיי נישט פארוואס מ'האט צוזאם געקלעבט די אשכול פון צייטונגען אהער צו די הויפט Hurricane Sandy אשכול, לדעתי איז עס א זייטיגע זאך אזוי ווי די וויצן אשכול וואס באלאנגט נישט דא.
אזויפיל האט עס אויפגעטון אז איך האב פארלוירן אפעטיט צו ברענגען נאך צייטונגען.
📎 USAT.jpg

פיקציע » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 1:50 pm

· #56893
קאמפלימענטס צום גבאי'ן באריסטא פארן צוריק עפענען דיזן אשכול.
נאכאמאל א דאנק פאר אלע גבאים און אחראים וועלכע לייגען אריין אומגעהויערע ארבעט לטובת די הונדערטער שרייבער און טויזענטער ליינער.

(אויב זענען די נומערן איבערגעטריבן, זארג אייך נישט מיר האלט נישט ווייט פון דארט...)

פיקציע » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 1:57 pm

· #56899
דעילי ניוס

📎 DN copy.jpg

זיי דארף דאך זיין קלוגער פון יעדן

זר זהב » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 1:59 pm

· #56900
זיי האבן עס געגאנבעט פונעם פאוסט.

פיקציע » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 2:00 pm

· #56902
זר זהב
זיי האבן עס געגאנבעט פונעם פאוסט.

וואס מיינסט איר צו זאגן?

זר זהב » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 2:02 pm

· #56903
נעכטן אינמיטן טאג האב איך געזען אויפן פאוסט'ס וועב סייט די נייעס וועגן דעם קרעין. דער העדליין אין גרויס איז געווען "הארי-קרעין"

שעפטל » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 2:04 pm

· #56906
ווען אלעס וועט שוין זיין טריקן, יעדער צוריק אין זיין קרעמל, וועט דער איד און בלאט ברעכן די נייעס אז ס'איז געווען א שטורעם און לייגן אלע בילדער וואס האבן זיך נעכטן ארומגעדרייט אויף די טוויטער'לעך..

זר זהב » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 2:06 pm

· #56907
די צייטונג וועט האבן א 'סקופ' זיי גייען עס ברעכן א טאג פריער

פיקציע » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 2:15 pm

· #56911
די גוארדיען
📎 Guardian.jpg

זר זהב » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 2:22 pm

· #56922
זייער העדליין זאגט וואס זיי ווינטשן זיך... א קאטאסטראפע פאר די יו. עס..

זר זהב » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 2:30 pm

· #56928
סיאטעל טיימס

זר זהב » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 2:31 pm

· #56929
פיטסבורג גאזעטטע

פיקציע » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 2:32 pm

· #56930
וואל סטריט זשורנאל
📎 WSJ.jpg

זר זהב » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 2:34 pm

· #56932
אריזאנע רעפובליק

זר זהב » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 2:35 pm

· #56933
ביסמארק טריביון (נארט דאקאטע, ס'האט מסתם 6 ליינערס...)

פיקציע » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 2:37 pm

· #56935
ריטשמאנט טיימס דיספעטש - ווירדשיניע
האט א צורקולאציע פון כמעט 200 טויזענט
📎 Richmond times.jpg

פיקציע » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 2:42 pm

· #56936
האוסטאן קראניקעל - טעקסעס
📎 TX_HC.jpg

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 12:08 am

· #57134
שעפטל
ווען אלעס וועט שוין זיין טריקן, יעדער צוריק אין זיין קרעמל, וועט דער איד און בלאט ברעכן די נייעס אז ס'איז געווען א שטורעם און לייגן אלע בילדער וואס האבן זיך נעכטן ארומגעדרייט אויף די טוויטער'לעך..


זיי קעיטערן פאר די אידן וועלכע האבן נישט קיין 'פיוטער אדער קלוגע טעלעפאנען, און ווייסן נישט פון טוויטער און קאווע שטיבל צו זאגן...

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 12:09 am

· #57135
א זייטיגע שאלה - ווי איך זעה דא אומבאקאנטע צייטונגען פון איראן און פאקיסטאן און נאך, וואס איז פשט אז זיי שרייבן אין ענגליש? דאס איז דאך נישט זייער שפראך??

זר זהב » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 12:13 am

· #57137
יעדער וויכטיגער לאנד איבער דער גארער וועלט האט עט ליעסט איין מעידזשער צייטונג אין דער ענגלישער שפראך! אין יעדן לאנד זענען דא ענגליש רעדענדע און דיפלאמאטן... ענגליש איז אלוועלטליך.

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 12:17 am

· #57139
יישר כח זר.
דיינע ידיעות זענען געוואלדיג.

זר זהב » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 12:18 am

· #57140
איי עם האמבעלד. שקויעך.

פיקציע » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 10:58 am

· #57536
די צייטונג
📎 DZ.jpg

דיפלאמאט » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 11:02 am

· #57539
אלע קוקן ארויס מיט שפאנונג וואס דער איד מיטן בלאט וועלן אויפקומען...

איך בין ספעציעל געקומען אהער צו דעם "צייטונג איבער סענדי" אשכול, און איך רעפרעש דעם פעידזש יעדע פאר מינוט, און איך זע נישט מען זאל זיי דערמאנען.

זענען זיי נישט ארויסגעקומען היינט?

האבן זייערע אפיסעס אויך געליטן פונעם גרויזאמען שטורם און אירע נאכווייען?

אריק » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 11:31 am

· #57545
פיקציע
די צייטונג

וואו געפינט זיך דער "גאנץ שפיטאל"?...

יצמחפרקני » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 12:39 pm

· #57581
פיקציע
די צייטונג


מען קען ליינען די צייטונג אן-ליין!

www.ditzeitung.com

זר זהב » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 12:39 pm

· #57584
דער ניו יארק דעילי ניוז האט געדרוקט זייער צייטונגען מיט די הילף פון עטליכע קאנקורענטן! נאכער וואס זיי האבן געליטן מאסיווע שאדנ'ס.

<a class="postlink" href="http://www.huffingtonpost.com/2012/11/01/ny-daily-news-blackout-printing_n_2057851.html#slide=1706824">http://www.huffingtonpost.com/2012/11/0 ... de=1706824</a>

זר זהב » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 12:41 pm

· #57587
ס'עקלט מיר ווי אידישע צייטונגען באריכטן האריקעין "סענדי", כאילו ס'מאכט עפעס א דיפרענס א נאמען? ס'האט עפעס ניט קיין פשט און ס'סאונד קליינקעפיג! ווי א נארישער גוי. ס'א גרויל.

יצמחפרקני » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 12:43 pm

· #57588
[ציטאט אראפגענומען]


איז טאקע נישט געווען א שענער אדער וויכטיגער ווי די געלע טעקסיס פאר'ן המודיע צו לייגן אויף זייט 1

יצמחפרקני » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 12:44 pm

· #57589
זר זהב
ס'עקלט מיר ווי אידישע צייטונגען באריכטן האריקעין "סענדי", כאילו ס'מאכט עפעס א דיפרענס א נאמען? ס'האט עפעס ניט קיין פשט און ס'סאונד קליינקעפיג! ווי א נארישער גוי. ס'א גרויל.


און וואס איז מיט "סעפט. 11"
עטליכע האבן פראבירט אנהייב צו שרייבן כ"א אלול אבער עס האט זיך געענדיגט ווי קווינס ישיבה!

זר זהב » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 12:45 pm

· #57591
פארשטייסט נישט וואס מיר באדערט. נעווער מיינד

קליגער איד » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 12:56 pm

· #57606
ווער קען ארויפברענגען די בלאט ??

אוי טאטי » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 1:04 pm

· #57615
איך מיין עס איז נאכנישט אינדרויסן.

זר זהב » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 1:07 pm

· #57616
איינער ווייסט וואס ר'מנשה פילאפף שרייבט אין צייטונג, פארוואס איז דער שטורעם געקומען?

אריק » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 1:57 pm

· #57642
יצמחפרקני
זר זהב
ס'עקלט מיר ווי אידישע צייטונגען באריכטן האריקעין "סענדי", כאילו ס'מאכט עפעס א דיפרענס א נאמען? ס'האט עפעס ניט קיין פשט און ס'סאונד קליינקעפיג! ווי א נארישער גוי. ס'א גרויל.


און וואס איז מיט "סעפט. 11"
עטליכע האבן פראבירט אנהייב צו שרייבן כ"א אלול אבער עס האט זיך געענדיגט ווי קווינס ישיבה!

גראדע האט זיך קווינס ישיבה איינגעגעבען בעסער ווי כ"א אלול.

קרעקער » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 6:20 pm

· #57766
איינער ווייסט וואס ר'מנשה פילאפף שרייבט אין צייטונג, פארוואס איז דער שטורעם געקומען?

זעכער וועגען די ציונים

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 10:47 pm

· #57874
קליגער איד
ווער קען ארויפברענגען די בלאט ??
📎 IMG_20121101_224610.jpg

קלאר » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 11:18 pm

· #57884
דיפלאמאט
אלע קוקן ארויס מיט שפאנונג וואס דער איד מיטן בלאט וועלן אויפקומען...

איך בין ספעציעל געקומען אהער צו דעם "צייטונג איבער סענדי" אשכול, און איך רעפרעש דעם פעידזש יעדע פאר מינוט, און איך זע נישט מען זאל זיי דערמאנען.

זענען זיי נישט ארויסגעקומען היינט?

האבן זייערע אפיסעס אויך געליטן פונעם גרויזאמען שטורם און אירע נאכווייען?


די היימישע צייטונגען האבען געמאכט א פיינע זשאב
זיי האבען זייער ברייט אין גיט געדעקט די גאנצע האריקעין
דער איד לייגט אראפ א גיטע זשאב מיט אירע איבער 20 זייטן נייעס אין נאך איבער 30 זייטן בילדער
אבער דער בלאט האט געמאכט א ספעשל סופער זשאב
ווי ביי יעדע אזא נייעס האבען זיי געלייגט די האריקעין נייעס אין א באזונדערע ביילאגע (איך וואלט עס אוועקגעלייגט ביז די נעקסטע רעקארד ברעיקינג האריקעין)
א הערליכע ביילאגע פין 40 זייטן זייער שיין אין ברייט באשריבן
אין צוגאב צו די בילדער אפטיילונג וועלכע פארמאגט איבער 250 בילדער פין די האריקעין אויף 32 זייטן
א מעכטיגע ארבעט זייער שיין אין ברייט געדעקט
אין מיין גראסערי איז שוין נישטו קיין בלאט (פין וועלכע ער נעמט אריין די מערסטע וועכענטליך) אין דער איד איז שוין אויך נישטו צו סאך

sunbar » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 11:23 pm

· #57888
זר זהב
איינער ווייסט וואס ר'מנשה פילאפף שרייבט אין צייטונג, פארוואס איז דער שטורעם געקומען?


דאס איז די אמת"ע סיבה...

<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Tropical_cyclone">http://en.wikipedia.org/wiki/Tropical_cyclone</a>

זר זהב » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 1:09 pm

· #58005
NPR האט אויך נעכטן באריכטעט איבער די וויליאמסבורגע גאז סטאנציע.

היסטאריקער » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 1:31 pm

· #58018
ביידע צייטונגען האבן געמאכט אגיטע דזשאב לדעתי

זר זהב » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 1:38 pm

· #58020
לגבי בילדער ביניך עפעס נישט צופרידן פונעם 'איד', (קיינמאל). פארוואס איז עס אייביג פארוועטשט און בלורי? זייערע פיקטשערס זענען קיינמאל נישט עפעס צו קלאר. די בלאט דענקיך פלעגט האבן אלץ קלארע בילדער. ווען איך פלעג קויפן דעם נויז מיט'ן פאוסט איז דארט אויך געווען אזוי, דער פאוסט האט אלץ געהאט קלארע וועלטליכע-נייעס פיקטשערס, דער דעילי ניוז נישט. אפשר האט עס מיט'ן דרוק?

זר זהב » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 1:41 pm

· #58021
ווען ס'קומט צו עפעס מעידזשער נייעס איז דער איד גאר שוואך אין גרעפיקס. פארוואס איז די נייעס ארומגענומען מיט א שטארק רויטן קאליר בעקגראונד? ס'עפעס געשען א פייער דא?

שמעקעדיג » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 3:39 pm

· #58041
[ציטאט אראפגענומען]


[ציטאט אראפגענומען]

זר זהב » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 3:52 pm

· #58045
יאנקל ווייסט וואס ער רעדט!...

משולם שטיינפעלד » מאנטאג יולי 1, 2013 6:12 pm

· #129856
זר זהב
ביסמארק טריביון (נארט דאקאטע, ס'האט מסתם 6 ליינערס...)


זר האט שוין בשעת האריקעין סענדי געוואוסט צו פארציילן איבער די סנאודען סומאטוכע...
בלאט: 1 2