☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » הרב חיד"ו אסר'ט אייוואסקא?

הרב חיד"ו אסר'ט אייוואסקא?

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #17092

שעפטאל » מאנטאג יוני 10, 2024 1:50 am

· #564700
הרב חיד"ו אסר'ט אייוואסקא?
א אינטרעסאנטע תשובה פון הרב חיד"ו צו אסרן אייוואסקא.📎 השותים ויוצאים מדעתם-מארגענשטערן (1)_copy.pdf אין א פריוואטע גרופ פארום האט אן אנאנימע שרייבער אהער געשטעלט א פאראדיע דערויף. 📎 סימן השותים וחוזרים לדעתם_copy.pdf והאמת עד לעצמה
ומצוה לפרסם

טאמבל סאס » מאנטאג יוני 10, 2024 3:41 am

· #564704
Re: הרב חיד"ו אסר'ט אייוואסקא?
מיך דוכט זיך אז דער רבינו בחיי האט גערעדט פון קעמיסטריע בכלל. גארנישט שייכות מיט דער נושא.

יאסל ראקאווער » מאנטאג יוני 10, 2024 7:25 am

· #564713
Re: הרב חיד"ו אסר'ט אייוואסקא?
ווען א דיין שרייבט "ואין חולק בדבר" מיינט עס ער ווייסט ער איז wrong

האי פרושא » מאנטאג יוני 10, 2024 7:45 am

· #564715
Re: הרב חיד"ו אסר'ט אייוואסקא?

איינשטיינער » מאנטאג יוני 10, 2024 10:56 am

· #564730
Re: הרב חיד"ו אסר'ט אייוואסקא?
טאמבל סאס #
מיך דוכט זיך אז דער רבינו בחיי האט גערעדט פון קעמיסטריע בכלל. גארנישט שייכות מיט דער נושא.

https://medium.com/illumination/this-story-of-how-ayahuasca-was-discovered-will-blow-your-mind-d140195c518e

צקון לחש » מאנטאג יוני 10, 2024 11:37 am

· #564748
Re: הרב חיד"ו אסר'ט אייוואסקא?
די מידיע זאל נאר נישט לייגן א האנט אויפ'ן אויספיר פון דיין שליט"א: "חייב מלקות"
😱

מי אני » מאנטאג יוני 10, 2024 12:01 pm

· #564749
צווישן די שורות פון הרב חיד״ו שליט״א׳ס תשובה איז מיר פארגעקומען וואו ער איז מרמז צו עפעס. והיינו, ער איז בתו״ד מדמה אַן אַיאַהוּאַסקאַ טריפּ צו לשאול מן השד. ואולי איז דאס טאקע וויאזוי די אמונה במציאות השדים איז אפירגעקומען: מ׳האט זיי ״געזעהן״ בשעת א טריפּ וכדומה און זיי געגעבן א ממשיות׳דיגע קיום ומציאות דערנאך - א סארט רעאיפיקעישאן פאָלאָסי. איך פארשטיי אז מ׳קען זאגן אז אַן אַיאַהוּאַסקאַ/סייקעדעליק טריפּ איז א סארט שאילה מן השד, אבער נישט אז שאלה מן השד איז דייקא אַן אַיאַהוּאַסקאַ/סייקעדעליק טריפּ; אַן אַיאַהוּאַסקאַ/סייקעדעליק טריפּ איז א סאָפישענט קאנדישאן לשאילה מן השד, אבער ל״ד א נעסעסערי קאנדישאן דערצו. (ועיין כאן.)

עכ״פ דאס איז אַן אָפּדעיטעד ווערסיע פונעם (שמות ל לז-לח) והקטרת אשר תעשה במתכנתה לא תעשו לכם. ועיין כאן.

יין שרף » מאנטאג יוני 10, 2024 1:28 pm

· #564766
Re: הרב חיד"ו אסר'ט אייוואסקא?
זיין מדמה זיין מילתא למילתא הערט זיך ווי אינמיטן א טריפ..

בְּתוֹךְ עַמִּי » מאנטאג יוני 10, 2024 1:38 pm

· #564770
איך קען בכלל נישט רילעיטן צו סיי וועלכע סארט ׳קאמיוניקאציע מיט אנדערע דימענשאנעל ענטעטיס׳ כאטש איך האב שוין מער ווי איין מאל געטריפט מיטן טיי. פאר מיר און וויאזוי איך קוק עס אָן, איז די רפואה און בענעפיט פון אייוואסקע אבסעלוטלי און בלויז ׳סייקעלאדזשיקל׳.

כ׳קען הערן און גלייבן אז ס׳איז דעפענטלי דא א מציאות פון עס ניצן אויף עקסעס צו הייער ריעלמס, אבער דאס מוז לאו דוקא זיין די סיבה עס צו ניצן, און אפילו אויב א מלאך/שד/ספיריט באווייזט זיך יא צו איינעם במשך א טריפ, ביזטו נישט מחיוב צו אינטערעקטן אדער גלייבן וואס ס׳זאגט דיר.

דאכטסעך מיר אויב כ׳געדענק גוט ווערט ערגעץ אין חז״ל באהאנדלט דעם ענין פון וויאזוי צו ריעקטן אויב א בר מינן וכדו׳ באווייזט זיך אין חלום וכדו׳. ווער ס׳ווייסט זאל ביטע צו-ווייזן מקורות. א דאנק

אורות » מאנטאג יוני 10, 2024 1:43 pm

· #564771
Re: הרב חיד"ו אסר'ט אייוואסקא?
לפי די גמ' אז די סנהדרין דארפן קענען כישוף וכו' צו קענען דן זיין דערויף
דארפן ער קודם טרינקען און דערנאך ארויסגעבן זיין פסק הלכה

בְּתוֹךְ עַמִּי » מאנטאג יוני 10, 2024 1:45 pm

· #564772
@אנאנים אפשר קומסטו פארברענגען מיט מיר איבער א גלעזל טיי און ״נאכדעם״ העמיר רעדן און דיסקאסירן די נושא?? 😉

זאגסט ״באפאלן״? ניין! ח״ו... איך באפאל דיר נישט. איך פארשטיי דיר זייער גוט ווייל איך בין געווען פינקט אין דיינע שיך און געהאלטן ממש וויאזוי דו שרייבסט דא פאר נישט לאנג צוריק... אבער עקטשועל ״עקספיריענס״ מיטן טיי האט מיר געגעבן צו פארשטיין במה דברים אמורים... וכו׳

יעצט בנוגע דו שרייבסט ׳עדיקשאן׳... כ׳האב שוין געשריבן אין די עקספיריענס אשכול אז ס׳איז ״נישט״ עדיקטיוו ווייל דאס איז דער פאקט. אז ס׳איז ״נישט״.

שמן למאור » מאנטאג יוני 10, 2024 3:57 pm

· #564781
Re: הרב חיד"ו אסר'ט אייוואסקא?
קיינער גייט נישט רעדן וועגן די שואל?

דאס איז נאך די זיסטע פון אלעס.

🤣🤣🤣

כרם זית » מאנטאג יוני 10, 2024 4:44 pm

· #564785
Re: הרב חיד"ו אסר'ט אייוואסקא?
ר איטשע מאיר האט שוין יארן לאנג א מערכה קעגן אלטערנעטיווע מעדעצין און דראגס, עס איז מיר נישט קיין חידוש אז ער איז דער שואל.

צועקים וזועקים » מאנטאג יוני 10, 2024 4:53 pm

· #564786
Re: הרב חיד"ו אסר'ט אייוואסקא?
כרם זית #
ר איטשע מאיר האט שוין יארן לאנג א מערכה קעגן אלטערנעטיווע מעדעצין און דראגס, עס איז מיר נישט קיין חידוש אז ער איז דער שואל.
קעגן דראגס (די צמחים הטמאים) נישט קעגן מעדעצין.

אגב איך האב שוין געטראכט פון פרובירן אייוואסקע, אבער יעצט מיט די תשובה און בעיקר די שואל, גיי איך זיך אפהאלטן.

שמן למאור » מאנטאג יוני 10, 2024 5:19 pm

· #564797
Re: הרב חיד"ו אסר'ט אייוואסקא?
צועקים וזועקים #
קעגן דראגס (די צמחים הטמאים) נישט קעגן מעדעצין.

אי משום הא לא איריא, קענסט גיין נעמען שרומס, LSD, MDMA אדער אנדערע סארטן צמחים הכשרים.

די שאלה ותשובה איז אויסדריקליך נאר אויף אייוואסקא.

מסתמא וועגן נאר ביי דער סארט סייקאדעליק זענען מענטשן יצא מדעתם לשנה און הרג'ענען זייערע קינדער.

שעפטאל » מאנטאג יוני 10, 2024 5:23 pm

· #564798
Re: הרב חיד"ו אסר'ט אייוואסקא?
@שמן למאור מיטן בלעכענעם פנים. ניטאמאל קיין דריי פינטל'עך געבסטו אונז! 😛

שמן למאור » מאנטאג יוני 10, 2024 5:39 pm

· #564799
Re: הרב חיד"ו אסר'ט אייוואסקא?
שעפטאל #
@שמן למאור מיטן בלעכענעם פנים. ניטאמאל קיין דריי פינטל'עך געבסטו אונז! 😛
😂

שעפטאל, האסט זיי אלע אויסגע'הרג'עט אדער ס'דא איבערלעבער?

רוני » מאנטאג יוני 10, 2024 5:53 pm

· #564800
Re: הרב חיד"ו אסר'ט אייוואסקא?
כרם זית #
ר איטשע מאיר האט שוין יארן לאנג א מערכה קעגן אלטערנעטיווע מעדעצין און דראגס.

יא, א מחיה צו ליינען זיינע צעטלעך,
אין די רעכטע זייט שטייט וועגן עתיק שבאריך, און אין די לינקע זייט שטייט אזהרות חמורות קעגן די סמים הטמאים...

נחום הסופר » מאנטאג יוני 10, 2024 5:54 pm

· #564801
Re: הרב חיד"ו אסר'ט אייוואסקא?
שמן למאור #
די שאלה ותשובה איז אויסדריקליך נאר אויף אייוואסקא.

מסתמא וועגן נאר ביי דער סארט סייקאדעליק זענען מענטשן יצא מדעתם לשנה און הרג'ענען זייערע קינדער.

די צא מדעתם ורצח מיינט ער מסתם די שוידערליכע מעשה אין קרית גת

צועקים וזועקים » מאנטאג יוני 10, 2024 5:59 pm

· #564802
Re: הרב חיד"ו אסר'ט אייוואסקא?
יענער האט געטון אין די ענינים?

שעפטאל » מאנטאג יוני 10, 2024 6:14 pm

· #564804
Re: הרב חיד"ו אסר'ט אייוואסקא?
כ'ווייס נישט די מעשה אבער הרב ששתיא בן איוואסקא שרייבט שוין.

"והיה אחד שרצח את בנו"... ברצינות? מתי? מבין כמה אנשים ששתו? איזה הפרעות נפשיות היו לו לפני?"
--

@משנסתר: הרב ששתיא ענטפערט דיך אפ. כ'שטעל זיך פאר אז דו האסט נאכנישט געליינט. (טרם יקראו ואני אענה תרתי משמע...)

עסקן בדברים » מאנטאג יוני 10, 2024 6:57 pm

· #564805
Re: הרב חיד"ו אסר'ט אייוואסקא?
שעפטאל #

אין א פריוואטע גרופ פארום האט אן אנאנימע שרייבער אהער געשטעלט א פאראדיע דערויף. סימן השותים וחוזרים לדעתם_copy.pdf
איך נעם נישט קיין שטעלע אין די עצם השאלה, אבער די פאראדיע תשובה איז מורא׳דיג!

פארווע חסיד » מאנטאג יוני 10, 2024 11:51 pm

· #564812
Re: הרב חיד"ו אסר'ט אייוואסקא?
@שעפטאל @בְּתוֹךְ עַמִּי
וואסי טאקע די מעשה? איז דער רוצח טאטע ר"ל טאקע געווען פון ס"ד?
איז טאקע שוין געווען גירושין בעקבות השתיה?

בְּתוֹךְ עַמִּי » דינסטאג יוני 11, 2024 12:55 am

· #564817
איך בין נישט באקאנט מיט די מעשה הרציחה רח״ל און גירושין עפיזאדן האביך אויך נישט געהערט.

וואס איך קען דיר אבער יא זאגן איז, אז נאכן טרינקען צוזאמען מיט מיין ווייב האבן אונז צום ערשטן מאל עקספיריענסד און געוואר געווארן וואס א פארהייראטע לעבן מענט טו בי. אונז האבן ביידע צום ערשטן מאל (נאך אסאך יארן זיין חתונה געהאט) דערהערט א פרישע עומק און השגה אין: ״אהבה, אחוה, שלום וריעות״ וואס האט געלייגט אין שאטן אלע יארן ביז דאן...

תנחום » דינסטאג יוני 11, 2024 1:09 am

· #564818
Re: הרב חיד"ו אסר'ט אייוואסקא?
צועקים וזועקים #
כרם זית #
ר איטשע מאיר האט שוין יארן לאנג א מערכה קעגן אלטערנעטיווע מעדעצין און דראגס, עס איז מיר נישט קיין חידוש אז ער איז דער שואל.
קעגן דראגס (די צמחים הטמאים) נישט קעגן מעדעצין.

אגב איך האב שוין געטראכט פון פרובירן אייוואסקע, אבער יעצט מיט די תשובה און בעיקר די שואל, גיי איך זיך אפהאלטן.
צווישן ר' איטשע מאיר'ס תלמידים איז אנגענומען מיט א פשטות אז ער איז קעגן נעמען סייקעדליקס אף עני קיינד. ווי אויך ביי תלמידי הרב נ"ד קיוואק.

איינשטיינער » דינסטאג יוני 11, 2024 1:46 am

· #564821
Re: הרב חיד"ו אסר'ט אייוואסקא?
צועקים וזועקים #
יענער האט געטון אין די ענינים?
יא. MDMA

שמן למאור » דינסטאג יוני 11, 2024 4:09 pm

· #564858
Re: הרב חיד"ו אסר'ט אייוואסקא?
תנחום #
צועקים וזועקים #
כרם זית #
ר איטשע מאיר האט שוין יארן לאנג א מערכה קעגן אלטערנעטיווע מעדעצין און דראגס, עס איז מיר נישט קיין חידוש אז ער איז דער שואל.
קעגן דראגס (די צמחים הטמאים) נישט קעגן מעדעצין.

אגב איך האב שוין געטראכט פון פרובירן אייוואסקע, אבער יעצט מיט די תשובה און בעיקר די שואל, גיי איך זיך אפהאלטן.
צווישן ר' איטשע מאיר'ס תלמידים איז אנגענומען מיט א פשטות אז ער איז קעגן נעמען סייקעדליקס אף עני קיינד. ווי אויך ביי תלמידי הרב נ"ד קיוואק.
נאך א מזל, שטעל זיך פאר זיינע חסידים הייבן אן צו נעמען די זאכן... ער איז קעגן די זאכן פאר א סיבה, ער קען זיין עולם.

צקון לחש » דינסטאג יוני 11, 2024 4:30 pm

· #564860
Re: הרב חיד"ו אסר'ט אייוואסקא?
עסקן בדברים #
שעפטאל #

אין א פריוואטע גרופ פארום האט אן אנאנימע שרייבער אהער געשטעלט א פאראדיע דערויף. סימן השותים וחוזרים לדעתם_copy.pdf
איך נעם נישט קיין שטעלע אין די עצם השאלה, אבער די פאראדיע תשובה איז מורא׳דיג!
יאפ, דער האט טאלאנט
(ער וואלט זיך אפשר געדארפט איינהאלטן פון די לעצטע ווערטל, איך ווייס אז ס'איז שווער...)

טאמבל סאס » פרייטאג יוני 14, 2024 8:46 am

· #564895
Re: הרב חיד"ו אסר'ט אייוואסקא?
טאמבל סאס #
מיך דוכט זיך אז דער רבינו בחיי האט גערעדט פון קעמיסטריע בכלל. גארנישט שייכות מיט דער נושא.
דער רבינו בחיי אידאך הפלא ולעפעלע במלא כף המחתה. מ'דארף די רייד פרעימען אין א פיטום הקטורת לעדער באנד און עס אויסטיילן ביי די אייאוואסקע פארברענגען, געבענטשט דורכ'ן שאמאן אליינס.

שטעל דיך פאר איינער פון די היינטיגע מגידים זאל זיך אויפשטעלן און דרשענען אז די ארגסטע שבארגסטע זענען דיע וואס שטעלן זאכן צוזאם, די יעניגע וואס זענען עוסק אין אחדות און אין ברענגען שלום צווישן חסידותער און אראנדזשירטע פארפעלקער. די שש מזשרניקעס. מ'העטעך ווען יענעם פארשטיינערט חלילה.
אפשר דערפאר האט ער עס געמוזט זאגן אנאנעמיסלי און וועגן דעם טאקע הערשט אזא נעפל, אזא וואלק"ן 😂, ארום דער רביינו באכיע'ס איידענטיטי..

שמן למאור » פרייטאג יוני 14, 2024 8:52 am

· #564897
Re: הרב חיד"ו אסר'ט אייוואסקא?
איינשטיינער #
צועקים וזועקים #
יענער האט געטון אין די ענינים?
יא. MDMA
אייוואסקא איז דאך נישט MDMA? צוויי אנדערע סאבסטאנצן מיט גאנץ אנדערע ווירקונגען?

זעט אויס אויף דעם דארף מען שוין זיין א דיין וואס קען מדמה זיין מילתא למילתא.