אשכול אן א טיטל #9819
89 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9819
בלאט: 1 2
ס'איז קלאר ווי די טאג אז די רמב"ם איז אדער זיך מתעלם פון סיי וועלכע הלכה וואס איז פארבונדען מיט איבערגלויבענישן, אדער טרעפט ער אן אנדערע סיבה צו די הלכה, נישט דוקא שדים ורוחות, עין הרע, כישוף זוגות קמיעות, קטלנית, וכדומה.כאטש וואס לפלא אז די טראדיציאנאלע מפורשים לא ירדו לסוף דעתו, נעמט לדוגמא לועג לרש וואס שטייט אין גמרא באזונדער לגבי תפילין און באזונדער ביי ציצית, ציצית איז ער אינגאנצען משמיט, און תפילין דערמאנט ער ווי כאילו דאס טראגן תפילין אין בית הקברות איז א בזיון פאר די תפילין, משא"כ ביי ציצית איז נישט שייך דער טעם.
אנאנים: איך האב א קליינע הערה איבער דעם ענין פון מקפיד זיין אז א טאטע און א זון זאללן נישט עולה זיין איינער נאכ'ן אנדער'ן. דאס קענמען פארשטיין אפילו אויף א ראציאנאלן לעוול. דאס איז מעורר קנאה און אלס תוצאה, שנאה. ס'איז ווי איינער זאלל זאגן, סאבקאנשיעסלי...קוק, זיי נעמען זיך עליות, און פיהלן אזוי זיכער מיט זיך...! איך האב דאס געשפיהרט אויף מיר אליינס. ווען, ביי א משפחה שמחה, האט מיין איידעם מיר געקויפט אן עליה אין א יו"ט, נאכדעם וואס ער האט אליינס עולה געווען. דארט איז געווען אן עלטערער איד פון די גרופע אידן וועלכע זענען אייביג פרומער פון א צווייטן, און גרעסערע קנאים פון א יעדן. און נאכ'ן ערשטן שלום עליכם וועללן זיי דיר אויסרעכענן לכה"פ זעקס זאכן וואס דו טוסט נישט ריכטיג אין אידישקייט. איך האב געשפיהרט די שארפקייט און בייזקייט און אומ-פארגינערישקייט פון זיינע בליקן. כאילו איינער זאגט, ווער ביסטו. דיר אויך צו נעמען אן עליה...! איך בין נישט קיין איינגערעדטער מענטש. און איך לאך מיך אויס פון די אלע נארישע מעשיות פון עין הרע, מיט גיסן בליי אדער חלב, און די אלע פאנטאזיעס ארום דעם...!
איך ליין דעם אשכול מיט איין אטעם! אומגלויבליך וואס דער משזר האט דא אנגעדרייט זיך דרייענדיג אין ק"ש.
כהאב אסאך מוסיף צו זיין, נאר פון ווי נעמט מען צייט?
א הערה אויף רימון'ס ווערטער.
כהאב אסאך מוסיף צו זיין, נאר פון ווי נעמט מען צייט?
א הערה אויף רימון'ס ווערטער.
רימוןדער חתם סופר האט טאקע גהאט א איידעם מיטן נאמען משה, ר' משה טוביה לעמאן.בנוגע דעם חתם סופר, פארציילט מען, אז דער חת''ס האט געזאגט פאר'ן מהר''ם שיק אז ער וויל אים נעמען פאר אן איידעם. האט דער מהר''ם שיק זיך אנגערופן: דער רבי הייסט דאך משה! האט אים דער חת''ס שוין נישט געוואלט נעמען, ווייל ער האט מקפיד געווען, און דער מהר''ם שיק האט זיין גאנץ לעבן חרטה געהאט, זאגנדיג, אז דער רבי דער חת''ס האט אויך געוואוסט וויאזוי ער הייסט.
אלנפאלס, ס'איז צייט צו טוישן דעם נאמען פון דעם קאווע שטיבל צו שש'ס שטיבל.
[ציטאט אראפגענומען]
אזוי שטייט טאקע קלאר אין תוספות אין עטליכע ערטער, אז היינט דארף מען נישט חושש זיין פאר זוגות ווייל סשוין נישט שכיח אין אונזערע צייטן.
אגב, אויב נעמט מען אן זייערע ווערטער, איז שוין נישט קיין קשיא פארוואס מזעט שוין נישט קיין שדים היינט. די שאלה דארף ענדערש זיין, פארוואס מאיז נאך חושש צו אנדערע זאכן צוליב די שדים?
moshav zekeinimביי הראשנים אין די פארגעשריטענע לענדער (וואו עס האבן געוואוינט די ספרדים אדער כמו ספרדים) איז געווען שטארק איינגעפירט מפרש צו זיין יעדער אומראציאנאלער מאמר הכתוב אדער חז"ל אויפן אלעגירישן וועג. עס איז אבער פשוט אז דאס איז נישט געווען חז"ל'ס כוונה.
ווידער די ראשונים אין די צוריק געשטאנענע לענדער (וואו עס האבן בעיקר געוואוינט אשכנזים) זענען רובם ככולם געווען גאר גלייביג אין מיסטיק.
מיסטיק האט צוריק אנגעהויבן ווערן פאפולער ביי די ספרדים נאכן ערשיינונג פונעם זהר, און אין מיט א צוויי הונדערט יאר שפעטער איז פונעם ראציאנאלישן קלאסישן ספרדי געווארן דער פארוואגלטער ספרדי וואס טינקט זיך אין מיסטיק.
און יעצט זענען די אשכנזים געווען די וואס האבן אנגעהויבן צו זיין די אנטי מיסטיקער. אנגעהויבן האט זיך עס מיט טייל חכמי צפון איטאליע, און ממשיך געווען האט עס צו דייטשלאנד והגלילות.
דאס איז א באקאנטע כלל, וואס איז נישט אמת במבחן המציאות.
דער רמב"ן, רשב"א, ריטב"א און נאך אסאך, זענען געווען ספרדישע גדולים אין זעלבן לאנד ווי דער רמב"ם, און האבן זיך קאטעגאריש געדינגען אויף זיינע שיטות. די חרמות און טענות קעגן די שיטות פון רמב"ם זענען געווען אנגעפירט דורך חכמי ספרד.
ווידער דער מאירי ושאר חכמי פרובינצה, וואס געפינט זיך אין פראנקרייך און איז חלק פון די אשכנזישע טייל אידענטום, זענען געווען בדעה אחת מיטן רמב"ם וועגן מיסטיקה.
איטליה האט פארמאגט א געמיש פון מנהגי אשכנז וספרד, און זענן אייגענטליך געווען אפגעזונדערט מיט מנהגי איטליה, האבן טאקע פארמאגט די מאדנע פאנעמען פון גרויסע מקובלים און גרויסע ראציאנאלן אין די זעלבע צייטן. נאכמער, אסאך גרויסע פילאזאפן זענען גלייכצייטיג געווען גרויסע מקובלים, א שטייגער ווי יש"ר מקאנדיא.
[ציטאט אראפגענומען]
פעלן דען גמרות וואס דערציילן קלאר ווי תנאים ואמוראים האבן געזען שדים?
דו מיסט נישט גלייבן וואס זיי זאגן, אבער זאג נישט אז זיי האבן נישט געגלייבט על פי זייערע אויגן.
אויבערלענדער חכםאין דער אשכול האט ר' @אנאנים מרחיב געווען הדיבור וואו דער רמב"ם אלץ "פילוספוף" איז ככל הנראה חולק אויף די חכמי הש"ס וואס האבען געגלייבט אין דברים על טבעיים (superstitions). איך שלאג פאר אז מען זאל אנהייבען אן אשכול איבער די דינים וואס דער רמב"ם פסקנ'ט אנדרעש ווי אנדערע צוליב זיין שיטות אין עניני רפואה. עס איז דא א סאך זאכען וואס דער רמב"ם זאגט ע"פ השפעה פון זיין חכמת הרפואה [מימי הביניים].
לדוגמא בעלמא:
די גמרא זאגט אז מען זאל פוקד זיין די פרוי בשעת יציאה לדרך און דער רמב"ם זאגט אז עס איז א סכנה. קוק אין מגן אברהם סימן ר"מ, אז דער רמב"ם רעדט מבחינת רפואה און די גמרא רעדט מצד הדין. וכהנה רבות ואניח מקום לאחרים להתגדר בו מאפס הפנאי.
כגעדענק נאך א ראי' וואס הרב קאפח ברענגט ערגעץ ווי.
די גמרא זאגט אז פרויען און קינדער זאלן אויך טרינקען ד' כוסות ליל פסח. דער רמב"ם דערמאנט פרויען אבער נישט קינדער. טענה'ט הרב קאפח, אז די סיבה איז וויבאלד אין הלכות דעות שרייבט דער רמב"ם אז סנישט געזונט פאר קינדער צו טרינקען וויין.
נהורא נפישאס'איז קלאר ווי די טאג אז די רמב"ם איז אדער זיך מתעלם פון סיי וועלכע הלכה וואס איז פארבונדען מיט איבערגלויבענישן, אדער טרעפט ער אן אנדערע סיבה צו די הלכה, נישט דוקא שדים ורוחות, עין הרע, כישוף זוגות קמיעות, קטלנית, וכדומה.כאטש וואס לפלא אז די טראדיציאנאלע מפורשים לא ירדו לסוף דעתו, נעמט לדוגמא לועג לרש וואס שטייט אין גמרא באזונדער לגבי תפילין און באזונדער ביי ציצית, ציצית איז ער אינגאנצען משמיט, און תפילין דערמאנט ער ווי כאילו דאס טראגן תפילין אין בית הקברות איז א בזיון פאר די תפילין, משא"כ ביי ציצית איז נישט שייך דער טעם.
אין די לעצטע וועקער האט אנאנים טאקע גערעדט דערוועגן, און זיך באצויגען צי דעם אשכול. דאס האט מיר געמאכט אויפזוכן און טרעפן אזא אוצר בלום פון סחורה איבער שדים ורוחות.
[ציטאט אראפגענומען]
אין א ביכל פון יואל ניר (הוצאת ידיעות אחרונות אויב איך דענק גוט) אויף אריה דרעי, דערציילט ער ווי אריה דרעי ואשתו יפה זענען געווען רעכטע ספרדישע גלויביגע אין מיסטיציסם, און ר' עובדיה האט געלאכט דערפון. דאס האט געמאכט קאנפראטעישאנס עטליכע מאל, צי מיט באבא סאלי און הרב כדורי, צי סתם זאכן וואס דרעי האט געוואלט טון צוליב זיין גלויבן אין מיסטיציסם און ר' עובדיה האט עס נישט פארשטאנען.
לבסוף האט ר' עובדיה גוט אויסגענוצט זייער גלויביקייט אין דעם, און געטיילט ברכות און קללות איידער די בחירות, ביז מהאט אפילו געקלאגט קעגן דעם אין געריכט, כידוע לכל.
ארי נוהםmoshav zekeinimביי הראשנים אין די פארגעשריטענע לענדער (וואו עס האבן געוואוינט די ספרדים אדער כמו ספרדים) איז געווען שטארק איינגעפירט מפרש צו זיין יעדער אומראציאנאלער מאמר הכתוב אדער חז"ל אויפן אלעגירישן וועג. עס איז אבער פשוט אז דאס איז נישט געווען חז"ל'ס כוונה.
ווידער די ראשונים אין די צוריק געשטאנענע לענדער (וואו עס האבן בעיקר געוואוינט אשכנזים) זענען רובם ככולם געווען גאר גלייביג אין מיסטיק.
מיסטיק האט צוריק אנגעהויבן ווערן פאפולער ביי די ספרדים נאכן ערשיינונג פונעם זהר, און אין מיט א צוויי הונדערט יאר שפעטער איז פונעם ראציאנאלישן קלאסישן ספרדי געווארן דער פארוואגלטער ספרדי וואס טינקט זיך אין מיסטיק.
און יעצט זענען די אשכנזים געווען די וואס האבן אנגעהויבן צו זיין די אנטי מיסטיקער. אנגעהויבן האט זיך עס מיט טייל חכמי צפון איטאליע, און ממשיך געווען האט עס צו דייטשלאנד והגלילות.
דאס איז א באקאנטע כלל, וואס איז נישט אמת במבחן המציאות.
דער רמב"ן, רשב"א, ריטב"א און נאך אסאך, זענען געווען ספרדישע גדולים אין זעלבן לאנד ווי דער רמב"ם, און האבן זיך קאטעגאריש געדינגען אויף זיינע שיטות. די חרמות און טענות קעגן די שיטות פון רמב"ם זענען געווען אנגעפירט דורך חכמי ספרד.
ווידער דער מאירי ושאר חכמי פרובינצה, וואס געפינט זיך אין פראנקרייך און איז חלק פון די אשכנזישע טייל אידענטום, זענען געווען בדעה אחת מיטן רמב"ם וועגן מיסטיקה.
איטליה האט פארמאגט א געמיש פון מנהגי אשכנז וספרד, און זענן אייגענטליך געווען אפגעזונדערט מיט מנהגי איטליה, האבן טאקע פארמאגט די מאדנע פאנעמען פון גרויסע מקובלים און גרויסע ראציאנאלן אין די זעלבע צייטן. נאכמער, אסאך גרויסע פילאזאפן זענען גלייכצייטיג געווען גרויסע מקובלים, א שטייגער ווי יש"ר מקאנדיא.
אקעי, ווען איך זאג ספרדים באותן הימים מיין איך די מוסלעמענע שפאניע. די אלע ספרדישע אנטיראציאנאליסטן וואס דו האסט דערמאנט זענען געווען פון דעם קריסטליכן שפאניע.
דער ריטב"א איז טאקע געבוירן אין דרום שפאניע אבער איז אין זיינע צייטן שוין געווען קריסטליך, און ער האט געלערנט תורה אין צפון שפאניע. אעפ"כ האט ער גענומען א מיטעלער שטעלונג צווישן דעם רמב"ן און רמב"ם.
דאס מיינט אבער נישט אז צפון (דער קריסטליכער) שפאניע איז געווען פונקט אזוי אומוויסד ווי די דייטשע אידן, צפון שפאניע האט אויכעט ארויס געגעבן חכמים און פילאסאפן, אבער נישט קאלט ראציאנאליסטיש, מער געפיליש און פיוטיש, פון דארטן האסטו ר' יהודה הלוי.
וועגן פראבינציע, כאטש עס איז טאקע געווען נוצריש אלע יארן איז עס אבער געווען ווי אן אינזל פון ענלייטמענט. דארטן האסטו די ראציאנאליסטן ר' ידעיה הפניני און דער מאירי.
איך פארשטיי נישט וואס די זאגסט וועגן שפאניע. דער רמב"ם איז נאר געווען איין דור פארן רמב"ן. דער חילוק צווישען זייערע שיטות זענען הימעל אין ערד, און ביידע זענען געווען שפאניער.
אגב, דער רמב"ם האט אפגעפוצט פון שפאניע מחמת חמת המציקים האיסלמיים.
אגב, דער רמב"ם האט אפגעפוצט פון שפאניע מחמת חמת המציקים האיסלמיים.
דער רמב"ם איז געבוירן אין דרום שפאניע וואס איז בימיו געווען מוסלעמעניש. צוליב א גרופע צעווילדעוועטע בארבארן, קנאישע מוסלעמענער פון אונטער די הרי חושך, וואס האבן איינגענומען זיין געגנט איז ער אנטלאפן צו די רואיגע מוסלעמענע לענדער. ער איז אבער שטענדיג געווען אונטער די מוסלעמענע לענדער.
דער רמב"ן קומט פון צפון שפאניע, וואס פון שטענדיג אן געווען אונטער דעם קריסטליכן קאנטראל, דארט איז געווען אן אנדער וועלט. מען האט פארטראגן חכמה, אבער נישט אויף א ראציאנאלן שטייגער
דער רמב"ן קומט פון צפון שפאניע, וואס פון שטענדיג אן געווען אונטער דעם קריסטליכן קאנטראל, דארט איז געווען אן אנדער וועלט. מען האט פארטראגן חכמה, אבער נישט אויף א ראציאנאלן שטייגער
צוריק צו פראבינצה, צוזאמען מיט ר' ידעיה הפניני און דער מאירי, זענען אויך דארט געווען די גרעסטע בעלי מקובלים אין די פריערדיגע תקופה.
נעם דעם השגות הראב"ד, לויט אסאך שיטות א מקובל. אפגערעדט זיין זון ר' יצחק סגי נהור <a class="postlink" href="https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%99%D7%A6%D7%97%D7%A7_%D7%A1%D7%92%D7%99_%D7%A0%D7%94%D7%95%D7%A8">https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%99%D7 ... 7%95%D7%A8</a>.
רבי פרץ הכהן, דער רבי פון ר"ן און ריב"ש, איז געווען א פראווינצער און א בארימטע בעל מקובל <a class="postlink" href="https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A4%D7%A8%D7%A5_%D7%94%D7%9B%D7%94%D7%9F#.D7.A8.D7.91.D7.99_.D7.A4.D7.A8.D7.A5_.D7.9B.D7.9E.D7.A7.D7.95.D7.91.D7.9C">https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A4%D7 ... 7.91.D7.9C</a>
נאכמער, ר' שלמה מן ההר, דער לוחם נגד שיטות הרמב"ם און אנדרייער פונם חרם קעגן ספרי הרמב"ם, איז זעלבסט געווען א פראבינצער!
דיין חילוק צווישן קריסטליכע און אראבישע לענדער איז שוואך, ווייל רוב חכמי ספרד האבן געוואוינט אינטער קריסטליכע ממשלה, אבער זענען געווען ציטיילט בהשקפתם, אויב דער רמב"ם איז גערעכט אדער נישט.
אזוי אויך, גיי אדורך די גרעסטע חכמי מקובלים לאורך הדורות, נאך בעפאר תקופת האריז"ל. רוב זענען געווען חכמי ספרד און נישט חכמי אשכנז.

גערעכט אז פראבינציע האט געהאט ביידע. ראציאנליסטן און אנטי ראציאנאליסטן. איך מיין אבער אז אינם קריסטליכן שפאניע זענען כמעט אלע געווען אייניג קעגן ראציאנאליזם. אדרבא, צייג מיר א ראצאנליסט אין צפון שפאניע.
קבלה בעפאר די אריז"ל איז געווען בעיקר נפוץ אין די קריסטליכע לענדער, אדער אין די ווייטע שאאיטישע מוסלעמנע מקומות, בבל איז לכאורה געווען א טייל דערפון. די באקאנסטע מקובלים בימי הראשונים זענען געווען די חסידי אשכנז, ר' שמואל ור' יהודה החסיד והבעל הרוקח. דער רמב"ן און סגי נהור און ראבד זענען ע"פ רוב געגאנגען ע"פ משנת חכמי אשכנז. אבער אפילו שפעטער בימי דעליאן ור"י דמן עכו ווען קבלה האט גענומען אן אנדער ריכטונג איז עס אויך פארגעקומען אין די קריסטליכער שפאניע.
לויט די וואס זאגן אז דער רמב"ן און שפעטער ליאן האבן גענומען זייערע רעיונות מחכמי סתרים פון ארץ ישראל, בלייבט עס אבער פארט אונטער די קרינסטליכער רשות, ווייל ווער האט דען געוועלטיגט באותן הימים איבער ארץ ישראל אויב נישט די קריסטליכער קרייץ צוג.

נאכמאל, רוב מדינות ספרד ווי עס האבן געוואוינט גאוני ספרד איז געווען אינטער קריסטליכע הערשאפט, מימות רמב"ן ואילך, דוק ותשכח. דאס מיינט, אז די הבחנה צווישן אשכנזישע און ספרדישע אידן איז גאנץ שוואך, און די טענה איבער קריסטליכע און אראבישע לענדער איז נאך שוואכער.
דאס וואס דו זאגסט איבער מקובלי אשכנז ווי ר' יהודה החסיד וכו', איז נישט ריכטיג. כבין נאך נישט איבערצייגט אז ר' יהודה חסיד איז בכלל געווען א מקובל, ער איז געווען א גלויביגער און מיסטיזם בכלל - ווי חכמי התלמוד. אבער חוץ מזה איז מיין עיקר נקודה אויף די שפעטערדיגע תקופה, נאך וואס זוהר איז נתגלה געווארן. רוב מקובלים די פאר הונדערט יאר ביז תקופת האר"י זענען געווען חכמי ספרד!

איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס דו זאגסט, אבער לאמיר עס מאכן קורץ: אידן בימי הראשונים אונטער דעם איסלאמישן (סוני) רשות זענען געווען ראציאנאל, און אונטער דעם קריסטליכן, עפי"ר, אנטיראציאנאל, און אפילו קאבאליסטיש.
איך זיך נישט מחלק צו זיין צווישן בני ארצות ספרד און בני ארצות אשכנז, איך זיך מחלק צו זיין צווישן בני ארצות אסלם ובני ארצות נוצריות. דערפאר האב איך מתחילה געשריבן "אשכנזים און כמו אשכנזים" מיינענדיג צפון ספרד.

אהער מיט די ראשונים אונטער די סוני איסלאמישער רשות, פון נאך תקופת הרמב"ם!
אדרבא, לאמיר נאכקוקן איבער חכמי גרנדה, מאראקא, און מצרים.
בבל איז מער שאיטיש.
בבל איז מער שאיטיש.
איך האב נישט קיין פראבלעם מיט איינער וואס גלייבט נישט אין שדים, קמיעות וכו'. אדער איינער וואס גלייבט אז די וועלט איז רונדעכיג, 4 בילליאן יאר אלט וכו'. אבער פליז, פארדריי מיר נישט קיין דברי חז"ל. קענסט זאגן אז חז"ל האבן זיך טועה געווען, אדער קענסטו ווערן א full blown כופר, אבער קוועטש נישט אריין דיינע אמונות אין די בוקס. פארוואס זיך אנקלאמערן אין בוקס אין וועלכע דו גלייבסט נישט און נאכדעם דארפן פארדרייען זייערע ווערטער? בעסער טרעף זיך בוקס אין וועלכע דו גלייבסט יא. קענסט דאך פאר די זעלבע פרייז נעמען א בוק פון דארווין און אריינטייטשן דארט די גאנצע תורה, ס'דאך אין לדבר סוף.
און בנוגע די וואס האלטן אז עבודה זרה האט נישט קיין אמתע כח. פון וואו ווייסן זיי דאס? ווייל זיי גלייבן נישט אין קיין איבערנאטורילכע כחות. טא אויב אזוי פארוואס אין די אנדערע נסים פון תנ"ך גלייבן זיי יא? עד מתי אתם פוסחים על שתי הסעיפים?! מאך אפ איינמאל פאר אלעמאל צו די גלייבסט אין איבערנאטורליכע כוחות צו נישט, און לאז כלל ישראל צורוה.
face the fact. די מחברי התנ"ך האבן געגלייבט אז עבודה זרה האט א כח. אז דו ווילסט לייקענען אין נסים, כל הכבוד. אבער קום מיר נישט פארקויפן קיין אטעאיזם בשם די תנ"ך, אז איך וויל ווערן אן אטעאיסט האב איך בעסערע ספרים ווי די תנ"ך, כנלעדה"ק.

רביה"ק זי"ע: צוערשט וויל איך אז דו זאלסט זיך בארואיגן. איך האב פאר דיר א שטיקל בשורה טובה... דער מושב זקנים עקזיסטירט שוין, ב"ה נישט מער אויף קאווע שטיבל. וועגן א פשוט'ן טעם. ער האט געפרעדיגט אפענע דברי כפירה. און דאס פלאץ פאר כופרים איז נישט אויף קאווע שטיבל...נייערט אין עפעס א פינסטערע פארשווארצטע קאפע הויז ערגעץ וואו אין וויען אדער אין ווארשא אדער ווילנא...! אזוי אז דיין בלוט פרעשור קען בחסדי השי"ת אראפגיין. חוץ אויב דו האסט נאך עפעס א סיבה פאר דעם...אזוי אז דו מוזסט ניטאמאל נעמען קיין פיללן אקעיגן הויכע בלוט פרעשור...!
איך ווייס נישט פארוואס דו מיינסט אז איך מיין מושב זקינים, ער האלט דאך פונקט ווי מיר.
רביה''ק זי''עאיך האב נישט קיין פראבלעם מיט איינער וואס גלייבט נישט אין שדים, קמיעות וכו'. אדער איינער וואס גלייבט אז די וועלט איז רונדעכיג, 4 בילליאן יאר אלט וכו'. אבער פליז, פארדריי מיר נישט קיין דברי חז"ל. קענסט זאגן אז חז"ל האבן זיך טועה געווען, אדער קענסטו ווערן א full blown כופר, אבער קוועטש נישט אריין דיינע אמונות אין די בוקס. פארוואס זיך אנקלאמערן אין בוקס אין וועלכע דו גלייבסט נישט און פארדרייען זייערע ווערטער? בעסער טרעף זיך בוקס אין וועלכע דו גלייבסט יא. קענסט דאך פאר די זעלבע פרייז נעמען א בוק פון דארווין און אריינטייטשן דארט די גאנצע תורה, ס'דאך אין לדבר סוף.
און בנוגע די וואס האלטן אז עבודה זרה האט נישט קיין אמתע כח. פון וואו ווייסן זיי דאס? ווייל זיי גלייבן נישט אין קיין איבערנאטורילכע כחות. טא אויב אזוי פארוואס אין די אנדערע נסים פון תנ"ך גלייבן זיי יא? עד מתי אתם פוסחים על שתי הסעיפים?! מאך אפ איינמאל פאר אלעמאל צו די גלייבסט אין איבערנאטורליכע כוחות צו נישט, און לאז כלל ישראל צורוה.
face the fact. די מחברי התנ"ך האבן געגלייבט אז עבודה זרה האט א כח. אז דו ווילסט לייקענען אין נסים, כל הכבוד. אבער קום מיר נישט פארקויפן קיין אטעאיזם בשם די תנ"ך, אז איך וויל ווערן אן אטעאיסט האב איך בעסערע ספרים ווי די תנ"ך, כנלעדה"ק.
העי! אביסל דרך ארץ.
מוזט נישט מסכים זיין צו די שיטת הרמב"ם, רלב"ג, מאירי, רס"ג, רד"ק, רב שמואל בר חפני גאון, און נאך א לאנגע ליסטע פון גאונים און ראשונים וואס האבן געהאלטן אנדערש ווי דיין מיינונג אין כוונת המקרא/חז"ל, און דו מעגסט האלטן ווי די מער-אנגענומענע מהלך פון רוב ראשונים אין כוונת המקרא/חז"ל, אבער צי זאגן אז דאס הייסט "פארקויפן אטעאיזם בשם די תנ"ך" - איז חוצפה כלפי די גאונים וראשונים וואס האבן נישט געגלייבט אין איבערנאטורליכע כוחות, און האבן געהאלטן אז די תורה שרייבט אויך נישט אז ע"ז פארמאגט כוחות, אא"וו.
די פאקט אז ס'דא ראשונים וואס האלטן אזוי מאכט עס נאכנישט גערעכט, וערבך ערבא צריך.
ועוד. ממה נפשך, אויב גייסטו מיט'ן מהלך פונעם רמב"ם קענסטו אויפ'ן רמב"ם גופא זאגן אז ס'נישט כפשוטו, וכדלעיל.
וידוע דברי האברבנאל על דברי רבי יוחנן 'כל האומר דוד חטא אינו אלא טועה'. ודוק כי קצרתי מפני רגישות הענין.

און די אליין, ביסט יא כפשוטו? גלייבסט דען טאקע נישט אז עס אט עס דא זאכען וואס זענען למעלה מהשגתך? אלא מאי? פארלאזט דיך אויף אנדערע וואס זענען מסביר, אם כן מאי חזית?
והחיות רצוא ושוב.
והחיות רצוא ושוב.
כ'האב נישט קיין נערוון איבערצוקיין די גאנצע שמועס, און זאגן קלארער וואס איך מיין צו זאגן גיי איך נישט ווייל מ'גייט עס סייווי אויסמעקן.
אז דו ווילסט באמת פארשטיין וואס איך מיין צוזאגן, לערן גוט איבער מיינע הערות. הפך בה והפך בה דכולא בה.
אז דו ווילסט באמת פארשטיין וואס איך מיין צוזאגן, לערן גוט איבער מיינע הערות. הפך בה והפך בה דכולא בה.
רביה''ק זי''עכ'האב נישט קיין נערוון איבערצוקיין די גאנצע שמועס, און זאגן קלארער וואס איך מיין צו זאגן גיי איך נישט ווייל מ'גייט עס סייווי אויסמעקן.
אז דו ווילסט באמת פארשטיין וואס איך מיין צוזאגן, לערן גוט איבער מיינע הערות. הפך בה והפך בה דכולא בה.
רביה"ק י"ע: וואו. אזוי גרויס און הייליג זענען דיינע מאמרים אז דו גלייכסט זיי צו צו די מאמרי חז"ל אין די משנה...!
דאס דערמאנט מיך א מעשה. (וואס כ'האב געליינט אין זייער א זיס מעשה ביכל/ספר מיט'ן נאמען דער אידישער אוצר. וואס איז שוין היינט ליידער מער נישט בנמצא.) א מחבר פון א ספר איז אמאל אריינגעקומען צו א באוואוסטן רב א גרויסער גאון. ר'האט איהם געוויזן זיין חיבור. און געבעטן אן הסכמה. אינמיטן מעיין זיין אין דעם איד'ס ספר רופט זיך דער רב אן עטליכע מאל מיט די פאלגנדע ווערטער..."פלאי פלאים"...פרעגט דער איד מיט גרויס עניוות. רבי. אזוי גוט איז מיין ספר...?! האט איהם דער רב געענטפערט... דו פארשטייסט נישט. אין יענע צייטן האט מען ממציא געווען אז מ'קען מאכן פאפיר פון שמאטעס (מסתמא דורך דעם ריסייקלינג פראצעס.) דאס איז דאך א פלא. ביסטו געגאנגען און צוריק געמאכט שמאטעס פון פאפיר... איז דאך דאס פלאי פלאים...!
אז מ'רעדט שוין. אין יענעם זיסן ספר איז געשטאנען נאך א סאך ענליכע מעשיות. נאך איין מעשה'לע האביך מיך דערמאנט. א איד איז געקומען צו א רב בעטן אן הסכמה אויף א ספר וואס ער האט מחבר געווען. אריינקוקנדיג אין זיין ספר רופט זיך אן דער רב. ...איך האלט אז דו זאלסט מיטנעמען דעם ספר ווען דו גייסט ארויס אויפ'ן גאס ביינאכט פאר א שמירה... פרעגט דער איד...רבי. אזוי הייליג איז מיין ספר...?! האט איהם דער רב געענטפערט. דו פארשטייסט נישט. די גמרא זאגט דאך אז א תלמיד חכם זאלל נישט ארויסגיין אליינס אויפ'ן גאס ביינאכט מפני המזיקין. וועגן די שדים. אבער אז דו וועסט מיטנעמען דעם ספר וועללן שוין די מזיקים איינזעהן אז דו ביסט נישט קיין תלמיד חכם...!
רביה''ק זי''ע
און בנוגע די וואס האלטן אז עבודה זרה האט נישט קיין אמתע כח. פון וואו ווייסן זיי דאס? ווייל זיי גלייבן נישט אין קיין איבערנאטורילכע כחות. טא אויב אזוי פארוואס אין די אנדערע נסים פון תנ"ך גלייבן זיי יא? עד מתי אתם פוסחים על שתי הסעיפים?! מאך אפ איינמאל פאר אלעמאל צו די גלייבסט אין איבערנאטורליכע כוחות צו נישט, און לאז כלל ישראל צורוה.
face the fact. די מחברי התנ"ך האבן געגלייבט אז עבודה זרה האט א כח. אז דו ווילסט לייקענען אין נסים, כל הכבוד. אבער קום מיר נישט פארקויפן קיין אטעאיזם בשם די תנ"ך, אז איך וויל ווערן אן אטעאיסט האב איך בעסערע ספרים ווי די תנ"ך, כנלעדה"ק.
ווי באקאנט שטייט אין ע״ז נה. אז ע״ז האט א כח (מ׳קען דאס אויך פארטייטשן...).
בנוגע די אשכול, הרב סליפקין (א crusader פאר די ראציאנאלע מהלך אין די ראשונים, ווי באקאנט) האט געשריבן צוויי monographs, איינס אויף שדים און איינס אויף עין הרע. ער ציטירט אסאך פון די מ״מ און פונקטן ערווענט דא. זיין טעזע אין די ערשטע מאמר (דעם צווייטן האב איך נאך נישט געליינט) איז אז ס׳איז anachronistic צו באטראכטן די אמונות סגוליות פון יענע צייטן (עכ״פ בנוגע שדים, ודון מינה וכו׳) אלס ממש אבערגלויבן; אזויווי מיר באטראכטן דאס היינט צוטאגס (אויך ערווענט אין די אשכול).
Sent from my iPhone using Tapatalk
מי אניווי באקאנט שטייט אין ע״ז נה. אז ע״ז האט א כח (מ׳קען דאס אויך פארטייטשן...).
מוחמאד און יאשקע קען מען אויך פארטייטשן.
א טעלעוויזיע ריפארטער גייט באזוכן די פארשטופטע קאראוויי שבט אין ניי גיניע ווי מ'פירט זיך אומצוברענגען און אויפעסן די פלייש פון מכשפים און שדים. אן אינטערוויו מיט א קאראוויי וועלכע האט אויפגעגעסן די פלייש פון זיין בעסטע חבר, נאכדעם וואס איינער פון די בני השבט האט אויף זיין טויטן בעט באשולדיגט דעם יעניגן פאר'ן אים בא'כישופ'ן. און א קליפ פון די זעקס יעריגע צום טויט דערשראקענע אינגל, וועלכע איז פאראורטיילט געווארן צום טויט, נאכדעם וואס דער עולם האט אפגעמאכט אז ער איז פון די נישט גוטע.
<a class="postlink" href="https://youtu.be/qRXwwZWEYkU">https://youtu.be/qRXwwZWEYkU</a>
<a class="postlink" href="https://youtu.be/qRXwwZWEYkU">https://youtu.be/qRXwwZWEYkU</a>
הרב דר. חיים סאלאווייטשיק.
דאס איז וואס ר' אברהם ביבאגו שרייבט אין זיין דרך אמונה (מאמר א שער ב):
און אין מאמר ב שער א שרייבט ער:
דא הא'מיר צוגעברענגט דעם אור ה' דערין.
אמנם אם השדים הם נמצאים כמו שנתפרסם במאמרי רז"ל, או אם הם בלתי נמצאים כמו שיחשבו קצת מבעלי העיון, זה אינו עיקר ושורש לאמונה האלהית, כי המאמין לא יקרא כופר בהחלט כאשר יכחיש מציאותם, ולא גם כן תורני ומאמין כאשר יודה אותם, ואפילו כופר על מאמרי רז"ל הנמצאים במדרשות מפוזרים לא יקרא, כי לכולם ימצא המעיין נמשל ורמז אשר עוד ארמוז אל קצתם במקומות מזה החיבור, וממה שאבאר מהם יהיה פתח ומבוא (למה) [לאחרים] שלא יתבארו, וזה בשער הראשון מהמאמר השני.
און אין מאמר ב שער א שרייבט ער:
ער פארטייטשט דאס דארט לגבי דברים שמזיקות להשכל והשגה וכדומה בהדמיון.ואם כן אם היה שימצאו אלו השדים, יותר ראוי שנאמר כפי מאמר בן רשד שאינם גוף אבל כחות רוחניות מסכימות עם הנפש המדמה, כמו שהמלאכים נמצאים רוחניות מסכימות עם השכל. אבל זה יונח לרצון המאמינים, כי אינני רוצה להכחיש אותם ולעשות שאלות רבות במציאותם לבלתי אחלוק על המפורסם, אבל אומר שאין זאת האמונה הכרחית באמונת התורה, לא באמונת תורה שבכתב ולא באמונת תורה שבעל פה אשר הם תורה אחת
דא הא'מיר צוגעברענגט דעם אור ה' דערין.
ואם כן אם היה שימצאו אלו השדים, יותר ראוי שנאמר כפי מאמר בן רשד שאינם גוף אבל כחות רוחניות מסכימות עם הנפש המדמה, כמו שהמלאכים נמצאים רוחניות מסכימות עם השכל. אבל זה יונח לרצון המאמינים, כי אינני רוצה להכחיש אותם ולעשות שאלות רבות במציאותם לבלתי אחלוק על המפורסם, אבל אומר שאין זאת האמונה הכרחית באמונת התורה, לא באמונת תורה שבכתב ולא באמונת תורה שבעל פה אשר הם תורה אחת
אינטערסאנט, ווייל לכאורה וואס שטופט אים צו מצדד זיין אז זיי עקזיסטירן איז נאר צוליב דברי חז"ל, און אין חז"ל איז דאך מבואר אז "אוכלין ושותין כבני אדם פרין ורבין כבני אדם ומתים כבני אדם" און אויב זאגט מען אז די חלק איז נאר א "נמשל ורמז", קען מען דאך שוין מאכן זייער גאנצע עקזיסטענץ פאר א "נמשל ורמז".
יא יא. דארט אין מאמר ב שער א גייט ער אריין אין מער אַן אריכות מסביר צו זיין די מימרא בחגיגה אלס משל ורמז. און דאס איז טאקע די געדאנק: אז די משל ורמז דערפון איז אטע די משל ורמז פון ״שדים״ בכלל - עס איז איינס און דאס זעלבע ״משל ורמז״ פאר זייער עקזיסטענץ בכלליות און וואס דאס אין עסענס איז.
[ציטאט אראפגענומען]
ומענין לענין באותו ענין איז מערקווידיג צוצוצייכענען צו וואס דער ר״ן שרייבט אין זיינע דרשות (דרוש יא) בנוגע ווען סנהדרין האט געמאכט א טעות: ואני סובר עוד שאי אפשר שימשך ממה שיכריעו הסנהדרין הפסד בנפש כלל, גם כי יאכילו דבר האיסור ושיאמרו בו שהוא מותר. לפי שהתקון אשר ימשך בנפש מצד ההכרעה למצות החכמים מורי התורה הוא הדבר היותר אהוב אצלו, כאמרו הנה שמוע מזבח טוב, ותקון ההוא יסיר הרוע אשר הוא מעותד להתילד בנפש מצד אכילת הדבר האסור ההוא, וכיוצא בדבר זה בעצמו יקרה בגוף, כי המאכל המזיק כשיאכלהו האוכל על דעת שמועיל אליו, הנה מחשבתו תפעל באוכל ההוא ויסור ממנו היזקו אם לא שיהיה מופלג. כן הענין כשימשך האדם אחר מצות הסנהדרין, גם כי ישיגו ויכירו בדבר האסור שהוא מותר, המשכו אחר עצתם והיותו נמשך אחריהם יסיר מנפשו כל אותו רוע שהיה ראוי שיתילד מצד אכילת הדבר האסור ההוא, ולכן צותה התורה ואמרה לא תסור מן הדבר וגו'.
הרב דר. מלך שפירא שרייבט:
I don’t think that most people in the American haredi world really believe in demons. Yes, I know they study the talmudic passages that refer to demons, and will mention them as the reason for washing one’s hand three times in the morning, but based on conversations I have had with people in the haredi world (admittedly, most of them from the intellectual elite), I don’t think that they take it seriously. (When I say they don’t “believe” in demons, I mean real belief in the role of demons and how they affect humanity, as expressed in the Talmud and elsewhere.) It is almost like the emperor has no clothes, in that they don’t believe it but continue acting as if they do, afraid of what will happen if they are “outed”. (I have found a similar phenomenon with regard to Daas Torah. I have discussed this issue with many people in the haredi world, and have yet to find even one who accepts the version of Daas Torah advocated by so-called Haredi spokesmen and Yated Neeman)
בלאט: 1 2