☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט

די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט

66 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16928
בלאט: 1 2

עמרם » זונטאג מערץ 10, 2024 11:54 am

· #553990
די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
בעזרת השם יתברך

אלץ אן הקדמה צו דעם אשכול וויל איך בעטן אז די אלע וואס זוכן צו פארטיידיגן אט די פארדארבענע קולט, מיט איר פארשאלטענע גרינדער און פירער, זאלן ביטע גיין צו א צווייטע אשכול,
דעס איז אויסדרוקליך נאר ארויס צוברענגען די שאנדע פון אט די געמיינע געמיינדע,
ארויס צוברענגען, ווי א רשע און אכזר האט זיך מלבש געווען אין די תורה און אידישקייט צו בארעכטיגן זיינע שוידיליכע מעשים האכזרים

די שרעקליכע קולט ל''ט, האט ליידער אין איר התחלה אריינגענארט היימישע אידן, און זיי אריינגעווארפן אין א גרוב וואס איז זייער שווער ארויסצוקומען,
וויבאלד די מהלך דארט אז מ'ברעין וואשט די מוחות, אז אפי' אויב איינער כאפט יא אז ס'טויגט נישט, איז זייער שווער אוועק צו גיין, נאכדערצו אז מ'ווייסט אז נאך מ'גייט וועט די גאנצע פארדארבענע קולט מתפלל זיין אז דו זאלסט שטארבן

די שרעקליכע מעשים וואס מ'טוט דארט אפ איז שווער ארויף צו ברענגן, אבער ווען מ'הערט נאר פון סיי ווער ס'איז ארויס פון דארט, וואס דארט גייט פאר ווערט מען אויפגעשוידערט ביז גאר

די חלק השידוכים ווערט געפירט אונגאנצן דארך די פירער, וואס זענען מחליט ווער זאל חתונה האבן מיט וועמען, און ווען,
אזוי אויך צעטיילן זיי אמאל, ווען זיי האלטן אז ס'פעלט אויס, זיי קענען סתם אזוי צינעמען קינדער פון עלטערן אויב זיי האלטן אז די עלטערן וועלן נישט מחנך זיין פונקט ווי אזוי זיי ווילן

דאס אלעס איז א קליין חלק פון די אכזריות דארט,
די עיקר וואס דארף ווייטוהן פאר ערליכע אידן, איז דאס אז אלעס וואס זיי טוהן איז מכלומר'שט אין די נאמען פון אידישקייט,
זייער פארשאלטענע גרינדער, דער רשע מנובל און רוצח שלמה העלבראנץ ימ''ש האט אנגעהויבן ווי א חסידות, ביז ער האט ליידער מצליח געווען אריינצינארן זיינע נאכפאלגער, אז נאר ביי אים איז דא די עכטע אידישקייט, און אלעס אנדערש איז חזר טרייף עפ''ל
מיט די גאנצע רבי'שע טראגע האט ער אויפגעשטעלט זיין קולט, ווי מ'באקט איין פון קינד ווייז אהן אז נאר דאס איז די אמת רח''ל,
ליידער האט כלל ישראל נישט געכאפט גלייך, און ס'האט געקאסט א ביטערע פרייז ווי ער האט ליידער באקומען אביסל שטיצע און נאכפאלגערס פון אונזער געמיינדע

ס'איז א גרויסע בושה פאר קאווע שטיבל אז דא קענען זיך ארום דרייען פון זיינע נאכפאלגערס און פארטיידיגן זיינע גרויליגע מעשים, נאכדעם וואס ס'שוין הײנט באקאנט די אמת

מיר שרייען אויס די אמת: זיי האבן נישט קיין שום חלק אין כלל ישראל, זייערע מעשים זענען נישט אויסגעהאלטן לויט אונזער תורה,

עמרם » זונטאג מערץ 10, 2024 12:02 pm

· #553992
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
פאלגענד איז א תגובה וואס איך האב געשריבן אין די טרייעל אשכול וואס מ'האט געמעקט
עמרם #
@שמעקידיג, דו ביסט בעצם געריכט,
נאר ס'דארף פשוט ווערן קלאר געשטעלט פון וואס מ'רעדט, און נאכדעם קען מען אויסשמועסן די דעטאלן,

יעדער דארף וויסן אז דער איז געווען א רשע מרושע, האט געפייניגט אידישע קינדער, מיט שוידערליכע זאכן וואס א הארץ קען נישט סובל זיין
ער האט עובר געווען אויף די ארגסטע עבירות, סיי בין אדם למקום און סיי בין אדם לחבירו
הכלל, פון די ארגסטע וואס כלל ישראל האט נאר פארמאגט

בנוגע די אשכולות וואס רעדן ארום דעם רוצח ומנבול ימ''ש, ס'איז זייער ווייטיגליך צו ליינען דארט, אז אסאך האבן נעבעך געהאלטן אז ס'איז נישט אזוי געפערליך, און מ'האט נישט געוואלט גלייבן די אמת, וואס איז כהיום שוין באקאנט,
איך האב שוין אין די פארגאנגענהייט כמה פעמים אנגעקומען צו די אשכולות, און זיך נישט געקענט בארואיגן, ווי מ'איז מחפה אויף דעם רשע,

קהל'ס נער » זונטאג מערץ 10, 2024 12:20 pm

· #553995
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
דער הייליגער ר׳ מענדל אדמו״ר מאחים, איז אויכט אויפן וועג צו ווערן א קולט, געב עס אפאר יאר און זיי ציען זיך אויך אריבער גיין איראן אדער צפון קוריאה.

עסקן בדברים » זונטאג מערץ 10, 2024 12:32 pm

· #553998
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
עמרם #

ס'איז א גרויסע בושה פאר קאווע שטיבל אז דא קענען זיך ארום דרייען פון זיינע נאכפאלגערס און פארטיידיגן זיינע גרויליגע מעשים, נאכדעם וואס ס'שוין הײנט באקאנט די אמת

אדרבא, הוא הודה פון ק״ש אז מ׳ קען הערן פון און אדורכרעדן דעות פון מענטשן פון אלע קרייזן, אפילו עקסטרעמע און זייער אומריכטיגע. נאר אזוי קומט ארויס דער אמת

ישי שטיינמעץ » זונטאג מערץ 10, 2024 12:32 pm

· #553999
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
איך האב געקענט דעם העלבראנץ. ער איז געווען א חולה נפש. אבער זייער א פיפיגער און א מאניפולעיטער. איך האב אים אמאל געטראפען במקרה . און ער האט פרובירט צו איבעררעדען צו זיינע שטותים ... . אבער ב"ה ס'איז עים נישט געלונגען .

די סיבה לכאורה איז געווען ווייל כ'האב מיר שוין געהאט אפגעבריט פון לערנען אין א ישיבה פון א עקסטרעמע פאריקטע חסידות וואס האט אויך געהאט א קראנקע רבי .... אזוי אז כ'האב שוין אביסל געקענט די טריקס. ממילא האט זיינע טריקס נישט געארבעט. כ'האב פארשטאנען וואס ער טרייט צו טוהן.

די מעשה איז געווען אז כ'בין איינמאל במקרה אנגעקומען צו דארט צו זייער פלאץ. איינער האט מיר געבעטען אים אהין צו דרייווען און ווארטען אויף אים ביז ביז ער ערלעידיגט וואס ער דארף און אים צוריק דרייווען. אזוי ווארטענדיג דארט. פרעגט ער מיר צו כ'וויל א ברכה פון דעם העלבראנץ. איך האב נאך נישט געוויסט וואס ער איז. און איך האב געטראכט א ברכה ... פאר וואס נישט .... למעשה בין איך אריין צו אים און פאר סאם ריזען האט ער דיסיידעט צו מיר צו דרייען א קאפ.... צוויי שעה האט ער דעמאלץ גערעדט מיט מיר.... ס'גראדע געווען זייער אינטערעסאנט.... אבער ער האט אסאך געבלאזען פון זיך. מלא גאות און שחצנות... ער האט מיר פארציילט ווי גרויס ער איז וכו' ...

עניוועי למעשה האט ער מיר געזאגט וועגען עפעס א געוויסע זאך וואס ער קען מיר אויסלערנען.... און אז טאמער איך וויל קען ער מאכען מיט מיר א חברותא .... איך בין געווען נייגעריג צו פארשטיין יענע זאך וואס ער האט מיר געזאגט אז ער גייט מיר אויסלערנען און איך האב מסכים געווען צו מאכען א חברותא ...

און אזוי איז עס געווען. איך ביך געקומען פון צייט צו צייט און געזיצען מיט אים "שעות" ! אפשר 6 צו 7 שעה אין א ציה !! (די גאנצע זמן מנחה איז אדורך אינמיטען.... דהיינו ער האט נישט געדאווענט מנחה... און איך אויך נישט ...)

למעשה האב איך אנגעהויבען זעהן אז ער האט מיר גענומען אויף א רייד .... ער האט מיר גארנישט אויסגעלערענט נאר געניצט די צייט צו מיר פרובירען ברעינוואשען ווי גרויס ער איז און נאך אזאלכע שטותים.

למעשה ווי אויבען געשריבען האט עס נישט געארבעט. איך האב פארשטאנען וואס ער טוט און ממילא האט זיינע טריקס נישט געקענט ארבעטען. כ'האב נאך אלץ אביסל געהאפט אז ער וועט מיר אויסלערנען וואס ער האט געזאגט אז ער גייט מיר אויסלערנען. אבער כ'האב שוין אנגעהויבען זעהן אז ער דרייט סתם א קאפ...

למעשה ער האט אויך אנגעהויבען צו פארלירען די געדולד.... ער האט געזעהן אז איך בין שטארקער פון עים און אז ער קען מיר נישט קידנעפען ... צום סוף האט ער זיך שוין נישט געוואלט טרעפען מיט מיר נאר בתנאי אז איך קום קודם צו 10 שיעורים פון אמונת חכמים .... דא איז ער שוין געווען א תובע בפה.... דא האב איך שוין קלאר געחאפט וואס זיין ציל איז. האב איך אים געשיקט לעזאזל .... און כ'בין מער נישט געגאנגען צו עים.

כ'געדענק אנהייב ווען כ'האב מיר געטראפען מיט עים האט ער מיר פארציילט באבעמעשיות וויזוי ער האט זיך געטראפען מיט ל"ו צדיקים. און מיט אליהו הנביא .... און איך האב מיר געקוילערט פאר געלעכטער .... ער האט זיך גערעגט ... ער האט געזאגט אז טאמער איך וועל לאכען וועט ער מיר מער נישט פארציילען וועגען דעם.... און איך האב וייטער געלאכט... און ער האט טאקע געסטאפט פארציילען פון זיינע מיטינגס מיט אליהו הנביא ...

כ'דענק אז ער האט מיר געזאגט אז נאר זיין קהילה האלט עכט די תורה... אלע אנדערע זענען פשוט עמעראצים און פראקטיצירען פאלטשע אידישקייט ...

בקיצור דער איז א ערענסטע חולה נפש געווען. ס'געווען א גרויס רחמנות אויף דעי וואס האבען געקויפט זיינע לאקשען.נאכדעם האב איך זיך נאכגעפרעגט וועגען אים און איך בין געוואר געווארען אז דער איז א מאסען מערדער ער האט אנגעווערטשאפט געפערליכע צער און הארץ וויי פאר מענטשען און פאר משפחות. ס'נישט צום גלייבען וואסערע חורבן דער האט גורם געווען פאר די משפחות וואס ער האט געקידנעפט זייערע קינדער און זיי אפגעהאקט פון די עלטערן . משוגענע זאכען וואס דער האט געטוהן. וואס ער האט געטוהן בתוך זיין קהילה ווייס איך נישט צו סאך... ווייל כ'האב נישט געקענט זיין קהילה. כ'האב זיך נאר געטראפען מיט עים און נאכדעם אוועקגעפארען ..

זאל דער באשעפער היילען אלע געליטענע מיט זייערע משפחות.

Visionary » זונטאג מערץ 10, 2024 12:45 pm

· #554004
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
געדענק איך ווען איך בין געווען א כתה ה' אינגל האט מען געזאגט תהלים אין חדר פאר העלבראנץ וועגן די מעשה פון שי' פימא, אבער איך האב געהערט פון מיין טאטע אז דער העלבראנץ איז א רשע האב איך נישט געוואלט מיט זאגן תהלים פאר אים. איך האב גע'כאפט פון מיין רבי... היינט איך שוין כמעט איעדער אויף דער זעלבער בלאט.

מילך טראק » זונטאג מערץ 10, 2024 12:53 pm

· #554006
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
ממעג מען זיין אויפריכטיג דא? אדער דא איז געמאכט צו זיך אויסגעבן די ווייטאג צו סמאכט סענטס צו נישט?

אוד מוצל מאש » זונטאג מערץ 10, 2024 1:46 pm

· #554023
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
קודם כל א דאנק פארן עפענען די אשכול. איך האב שוין גענומען א לאנגע ברעיק פון שרייבן ווייל סאיז שווער צו זעהן ווי די דעמעטזעש פון לב טהור גייט אהן אויף די העכסטע פארנעם און סאיז נאכאלץ דא אנשי שלומינו וואס פארדייטיגען די לב טהור פירערס ווען איך האב דאס אלעס איבער גלעבט אויף די אייגענע בלוט יארן לאנג אזוי ווי איך האב שוין געשריבן אין דיטעיל אין אנדערע אשכול.
צום פוינט וויל איך ארויס ברענגן הגם איך בין נישט קיין גרויסע צדיק היינט איך טריי זיך צו האלטן אידישלעך וויפיל איך האב כח. אבער דעיס אז שלמה האט גענוצט דעם באשעפער פאר תירוץ צו פארפילן זיין תאוות השררה אין תאוות זנות/משכב זכור וואס ער האט אפגעטיען דארט אן א דעילי בעיסעס מיט 10 און 12 יעריגע אינגלעך. דאס איז די חלק וואס באדערט אונז מער ווי די מאלאסטעישן און די אביוז עקט. ווייל אונז האבן געהאלטן קודש קדשים פון איהם און ער האט אריין געמישט די תורה און די תיקונים וואס ער דארף מתקן זיין. אט דאס איז די שווערסטע חלק הרוחני וואס מען דארף איבער קומען טאג טעגליך.
אויך איז דא די פיסיקעל אביוז וואס איז אנגעגאנגן און גייט נאך אן אויפן העכסטען פארנעם כדי צו דערנידיגען די מענטשען דארט און אזוי זיי קענען האלטן אינטער זייער קאונטרול.
איך האלט אז ווען נישט אנשי שלומינו העלפן און שטיצן לב טהור אויף סיי וועלעכע אופן וואלט דאס גאנצע זאך שוין געקענט זיין אן עבר.

ישי שטיינמעץ » זונטאג מערץ 10, 2024 1:48 pm

· #554024
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
ביי דע וועי אז מען רעדט שוין. איך בין בכלל נישט זיכער אז דער העלבראנץ איז טאקע געשטארבען.
לויט ווי איך קען אים איז זייער מעגליך אז ער האט פשוט באשלאסען אז ס'לוינט זיך אפיציעל צו שטארבען... כדי צו פטור ווערען פון די לעגאלע רדיפות...
די גאנצע שטארבעראציע און דערטראנקען ווערען האט געסאונט ווי א פורים שפיל ....

ער האט עס געטוהן אין מעקסיקאו און מסתם באצאלט א שיינע מטבע פאר די אינסטאנצען אז זיי זאלען מיטשפילען ... אין מעקסיקאו קען מען טוהן אזאלכע זאכען פאר אביסעל שוחד ...

כ'ווייס נישט למעשה וואס די אמת איז ... אבער כ'וועל נישט זיין שאקט טאמער ס'וועט איין טאג ארויס קומען אז דער יונגאטש לעבט ....

סוף טוב הכל טוב » זונטאג מערץ 10, 2024 1:56 pm

· #554025
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
עמרם #
בעזרת השם יתברך

...
מיר שרייען אויס די אמת: זיי האבן נישט קיין שום חלק אין כלל ישראל, זייערע מעשים זענען נישט אויסגעהאלטן לויט אונזער תורה,
אלעס פיין און וואויל און גערעכט, אבער וואס מיינט האבן אדער נישט האבן א חלק אין כלל ישראל?

שמן למאור » זונטאג מערץ 10, 2024 2:08 pm

· #554030
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
אוד מוצל, איך קען זיך נאר אביסל פראבירן פארצושטעלן ווי שווער עס איז זיך צו האלטן אידיש נאכן זען און מיטהאלטן ווי א געמיינע אינג ניצט אויס "אידישקייט" און די "באשעפער" זיך צו ערפילן זיינע תאוות. מען באקומט זיכער אן אפשיי און עקל צו סיי וועלכע זאך וואס האט נאר שייכות צו אידישקייט. דאס אז דו האלסט זיך נאך עטוואס ערליך און די פראבירסט זיך צו פירן אידישלעך ווי מער שייך איז א געוואלדיגע זאך! כ'ווייס נישט צו איך וואלט געוואלט אפילו הערן פון אידישקייט אויב וואלט איך דורכגעגאנגען אזעלכע זאכן.

כ'מיין אז היות דו ביסט שוין אינדרויסן איז עס אביסל איבריג ארויסצוברענגען אז אידישקייט איז בכלל נישט דאס. ס'איז דא הונדרעטע טויזנטע ערליכע וואוילע אידן איבער די וועלט וואס מיינען טאקע גוטס און ערליכקייט מיט אן אמת, און זיכן עס נישט אויסצוניצן צו שעדיגן א צווייטן. הגם, שלעכטע מענטשן זענען דא איבעראל, און מען דארף אלעמאל האלטן די אויגן אפן, דאך איז ס'רוב פון ערליכע אידן פיינע ערליכע מענטשן וואס ווילן זיין גוט.

דאס וואס דו ביסט ליידער אריבער האט גארנישט מיט דיר, ביזט זירא שילדיג אין וואס דער רשע האט אייך אדורכגעלייגט. וואס איז געווען איז געווען, דער רשע פלאקערט שוין אין גיהנם, דער עיקר אז דו קענסט גיין ווייטער און זיך שטעלן אויף די פיס. דאס אז דו ביסט בכלל ארויס פון דארטן איז אויך א געוואלדיגע דערגרייכונג, ס'נישט פשוט זיך ארויסצוזען פון א שרעקעוודיגע קולט, ווייניג זענען זוכה דערצו. עס ווייזט אז דיין רצון, שטארקייט, אמת, און ישרות איז שטערקער ווי די שקר, פחד, גילט און שררה וואס די נידריגע עלעמענטן האבן געוואלט ארויפצווינגען אויף דיין אומשילדיג לעבן.

כלל ישראל איז מיט דיר, האלט זיך שטארק!

און זאל די אלע פרעפלערייען וואס די נעבעכדיגע איבערגעבליבענע קולט מיטגלידער זאגן אויף דיר, זיך אויסדרייען ווי די פיילן וואס די מצרים האבן געשאסן אויף די אידן, און טיף אריינשניידן אין זייער שכל, און זיי זאלן זיך אלע קענען בקרוב ארויסזען פון דארט שלום בגופן ובשכלם. און די פירערס די רשעים זאלן האבן א גרויסע מפלה.

אוד מוצל מאש » זונטאג מערץ 10, 2024 2:21 pm

· #554034
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
זייער שטארק ארויסגעברענגט :לייק :דאבללייק:

רימון » זונטאג מערץ 10, 2024 2:26 pm

· #554037
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
@עמרם אביסל קאנטעקסט, רוב ותיקי חברינו ווייסן אז חכמת שלמה האט גארנישט מיט לב טהור און ער שפילט סתם א געים און ער האט שוין געשפילט אנדערע כאראקטערן אין דער פארגאנגענהייט והדברים עתיקים, סאומהאו האט ער ציטירט צו אינפארמאציע איבער די געריכטן און פאר זיין thrill שפילט ער ווי א קהילה מיטגלידער. דער עולם דא האט הנאה אז ער ברענגט אינפארמאציע און זענען גרייט צו צאלן די פרייז פון מיטגיין מיט זיין האוקס אבער פליז נעם נישט זיין שטיצע פאר לב טהור זייער ערנסט.

מענדל בייליס » זונטאג מערץ 10, 2024 2:39 pm

· #554044
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
רימון #
@עמרם אביסל קאנטעקסט, רוב ותיקי חברינו ווייסן אז חכמת שלמה האט גארנישט מיט לב טהור און ער שפילט סתם א געים און ער האט שוין געשפילט אנדערע כאראקטערן אין דער פארגאנגענהייט והדברים עתיקים, סאומהאו האט ער ציטירט צו אינפארמאציע איבער די געריכטן און פאר זיין thrill שפילט ער ווי א קהילה מיטגלידער. דער עולם דא האט הנאה אז ער ברענגט אינפארמאציע און זענען גרייט צו צאלן די פרייז פון מיטגיין מיט זיין האוקס אבער פליז נעם נישט זיין שטיצע פאר לב טהור זייער ערנסט.
איז שוין אמאל קלאר אויפגעוויזן געווארן אז דער זעלבער שטייט אויך אונטער אנדערע 'אינסיידער' ניקס? קען זיין איך בין תמימות'דיג, אבער פארוואס קען נישט זיין א צד ספק אז איינע פון די פירערס פון לב טהור האט געעפנט דא א ניק, זיי פלעגן אייביג פרובירן צו מאכן פראפאגאנדע פאר די דרויסנדיגע וועלט. און בכלל, וועלכער נארמאלער מענטש אן קיין שום פארבינדונג צו לב טהור זאל זיך אריינלייגן אין די נושא אויף אזא שטארקע פארנעם און שרייבן לאנגע דעטאלירטע תגובות בלויז ארומצושפילן מיט מענטשן.

שמן למאור » זונטאג מערץ 10, 2024 3:27 pm

· #554063
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
בעפאר חכמת שלמה איז געווען איינער ממש בדומה לו מיט די וועג פון שרייבן און שיטות וואס האט געהייסן שמואל פרומו. ער האט אויך געברענגט אפדעיטס פון לב טהור כאילו ער איז א מיטגליד וואס געפינט זיך דארטן. ער האט למעשה מודה געווען שפעטער אז ער שפילט בלויז ארום. ער האט למעשה געטראלט צו שטארק און מען האט אים פארשפארט, און גלייך דערנאך האט זיך געעפנט די ניק חכמת שלמה. ס'איז דא גאנץ שטארקע אנדייטונגען אז ס'איז איינס און דער זעלבער.

דא האט איר די לינק ווי ארי נוהם האט שוין דערשנאפט אז חכמת שלמה איז דער זעלביגער ווי שמואל פרימו

https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=369099#p369099

און דא האט איר די תגובה ווי נאר וואס שמואל פרימו האט גענומען דער עולם אויף א רייד, און געשריבן א לאנגע תגובה פאר אנאנים, (זע פריער אין די אשכול, ס'איז גאנץ אינטערסאנט..) האט ער זיך מודה געווען אז ער שפילט סתם מיטן עולם.

https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=342614#p342614

היימלינד » זונטאג מערץ 10, 2024 3:30 pm

· #554066
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
איך געדענק דעמאלטס ווען העלבראנץ איז געשטארבען האט ער געשפילט ווי כאילו ער ברענג לייוו ריפארטס פון די לויה

איך אויך » זונטאג מערץ 10, 2024 3:59 pm

· #554076
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
די מערסטע קאמיש איז ווי אפשר א טוץ נייע פרישע ניקלעך מיט רויטע בעקעלעך שפרינגן מיט קעלבערנע התפעלות פון דעם קראנקן טראלל'ס באריכטן. לדעתי זענען רובם, אויב נישט כולם זיינע אייגענע ניקס.

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 10, 2024 5:33 pm

· #554109
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
ווער דא אין שטיבל האט פארטיידיגט די קהלה?
האב איך עפעס פארזעהן?

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 10, 2024 6:25 pm

· #554124
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
מילך טראק #
ממעג מען זיין אויפריכטיג דא? אדער דא איז געמאכט צו זיך אויסגעבן די ווייטאג צו סמאכט סענטס צו נישט?
מילך טראק: דו קענסט זאגן אפן וואס דו האלטסט פון שלמה העלבראנס און זיין קולט. סיי אז ער איז געווען דער גרעסטער צדיק...לאל. און סיי אז ער איז געווען דער גרעסטער רשע....מער נאנט צו די מציאות.

איך האב איהם געקענט פערזענליך. כ'בין אפילו געגאנגען איהם באזוכן אין אוטיסוויל אין טורמע. וואו ער איז געזיצן פאר קידנעפינג פון שי פימא. איך בין אפילו געווען א סאך מאל ביי זיין טרייעל אין דאונטאון ברוקלין.

איך האב געוואלט דערגיין דעם אמת. אויב ס'איז אמת וואס מ'זאגט וועגן איהם. מענטשן האבן פארציילט גוזמאות'דיגע מעשיות. אז ער לייגט איבער מענטשן און ער שלאגט זיי מלקות סיי מענער און סיי פרויען. און אז ער שטאפט מעדיצינען פאר זיינע מענטשן.

האב איך גערעדט צו א מענטש וועלכער איז געווען זייער נאנט מיט איהם. איך האב איהם געפרעגט. זאגט ער מיר...אלעס וואס מ'פארציילט אויף איהם איז אמת.

מרדכי מרדכי » זונטאג מערץ 10, 2024 6:48 pm

· #554132
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
Visionary #
געדענק איך ווען איך בין געווען א כתה ה' אינגל האט מען געזאגט תהלים אין חדר פאר העלבראנץ וועגן די מעשה פון שי' פימא, אבער איך האב געהערט פון מיין טאטע אז דער העלבראנץ איז א רשע האב איך נישט געוואלט מיט זאגן תהלים פאר אים. איך האב גע'כאפט פון מיין רבי... היינט איך שוין כמעט איעדער אויף דער זעלבער בלאט.
ווען די מעשה מיט שי פימה געשעהט ווען אין מדינת ישראל וואלט עס געווען א פרשת יוסעלע שוכמאכער נומער 2.

ששון ושמחה » זונטאג מערץ 10, 2024 7:15 pm

· #554143
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
אמאל איז זיכער דא געוועהן עכטע לב טהור'ניקעס. ס'איז געוועהן באשטעטיגט דורך "ישראל מאיר" אין זיין אינטערוויו מיט @אנאנים אין די וועקער.
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=13672

אפרים » זונטאג מערץ 10, 2024 7:50 pm

· #554156
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
היינט צוטאגס וואוינען די קהלת לב טהור חברה אין א Warehouse וואס איז בעסקלי איין גרויסע צימער/זאל וואס צוטיילט זיך צו ארום 40 דירות דוירך פלעסטיג פירהאנגען. א יעדע משפחה האט א צימער וואס איז ארום 10×15 פיס גרויס. מיט 4 פאבליק טוילעט אין די האל פאר אלע משפחות צוזאמען וואס איינהאלטן ארום 280 נפשות. מקען זיך נישט רירן דארטן. עס איז נישט דא קיין איין עירקאנדישן די ליפט איז דערשטיקט אזוי ווי אין די באנען צום גאז-קאמרען.
9:30pm לעשט מען אויס די לייטס די עולם מיזן זיך אריין פאקן אין בעט.
כהאב א חבר וואס איז ארויס פון דארטן איבערלאזנדיג א ווייב מיט 3 קינדער זיינע קינדער האבן גיוויינט צו עהם אז זיי שלאפן אלע 3 צוזאמען אויף 1 קליינע מאטראץ אויפן פלאר. האט ער אראפ געשיקט א דעליווערי מיט נייע בעטן האבן זיי עהם גיקאללט זאגן אז זיי האבן נישט קיין פלאץ ווי צו לייגן 3 בעטן🥺
שבת ביינאכט איז זמן שינה פאר די גאנצע קהילה 10:30 וואס דעמאלסט הייבן אן אלע צוזאמען מקיים זיין "די מצווה" עס גייט א רויעך כאטש פון דעם האבן זיי אביסל פאן...

די משפחות פון די הנהלה וואס באשטייט פון נאך ארום 60 נפשות וואוינען אין געדינגנע דירות ארום די Warehouse
די איינציגסטע עירקאנדישן אין די קהילה געפינט זיך אין די דירה פון רויזנער די היינטיגע ראש הכת.

אלעס וואס איך שרייב דא איז בלי גיזמאות איך האב ביי מיר פראוו פיקטשערס ווידאוס רעקארדינגס.

מילך טראק » זונטאג מערץ 10, 2024 8:04 pm

· #554161
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט

סוף טוב הכל טוב » זונטאג מערץ 10, 2024 8:55 pm

· #554174
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
אפרים #

מאחורי אלערט!

Visionary » זונטאג מערץ 10, 2024 9:10 pm

· #554176

ווי און וועלכע לאנד וואוינען זיי היינט?

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 10, 2024 9:14 pm

· #554178
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
מרדכי מרדכי #
Visionary #
געדענק איך ווען איך בין געווען א כתה ה' אינגל האט מען געזאגט תהלים אין חדר פאר העלבראנץ וועגן די מעשה פון שי' פימא, אבער איך האב געהערט פון מיין טאטע אז דער העלבראנץ איז א רשע האב איך נישט געוואלט מיט זאגן תהלים פאר אים. איך האב גע'כאפט פון מיין רבי... היינט איך שוין כמעט איעדער אויף דער זעלבער בלאט.
ווען די מעשה מיט שי פימה געשעהט ווען אין מדינת ישראל וואלט עס געווען א פרשת יוסעלע שוכמאכער נומער 2.
און ביי די מעשה פון יוסאלע שוכמכר זענען די ערליכע אידן (ליידער) נישט געווען גערעכט.

מ'טאר נישט קידנעפן א קינד און איהם אוועקנעמען פון זיינע עלטערן פאר סיי וועלכע ריינע און הייליגע צוועקן. ווייל ס'ענדיגט זיך נישט גוט. אויסער וואס די עצם זאך איז א הימלשרייענדע עוולה. מ'בארויבט א קינד מיט א זאך וואס מ'קען קיינמאל נישט צוריקגעבן.

אמת זיין זיידע ר' נחמן שטארקעס/שטראקעס איז געווען א צדיק א בעל מסירות נפש. נאר ער האט נישט ריכטיג געהאנדלט.

אינגערמאנטשיקל » מאנטאג מערץ 11, 2024 12:07 am

· #554240
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
שמן למאור #
בעפאר חכמת שלמה איז געווען איינער ממש בדומה לו מיט די וועג פון שרייבן און שיטות וואס האט געהייסן שמואל פרומו. ער האט אויך געברענגט אפדעיטס פון לב טהור כאילו ער איז א מיטגליד וואס געפינט זיך דארטן. ער האט למעשה מודה געווען שפעטער אז ער שפילט בלויז ארום. ער האט למעשה געטראלט צו שטארק און מען האט אים פארשפארט, און גלייך דערנאך האט זיך געעפנט די ניק חכמת שלמה. ס'איז דא גאנץ שטארקע אנדייטונגען אז ס'איז איינס און דער זעלבער.

דא האט איר די לינק ווי ארי נוהם האט שוין דערשנאפט אז חכמת שלמה איז דער זעלביגער ווי שמואל פרימו

https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=369099#p369099

און דא האט איר די תגובה ווי נאר וואס שמואל פרימו האט גענומען דער עולם אויף א רייד, און געשריבן א לאנגע תגובה פאר אנאנים, (זע פריער אין די אשכול, ס'איז גאנץ אינטערסאנט..) האט ער זיך מודה געווען אז ער שפילט סתם מיטן עולם.

https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=342614#p342614
ער האט אליינס קאנפירמט אז ער איז שמואל פרימו.

https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=477865#p477865

איך אויך » מאנטאג מערץ 11, 2024 12:22 am

· #554248
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט

אינגערמאנטשיקל » מאנטאג מערץ 11, 2024 12:33 am

· #554255
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
איך אויך #
אז ער יאגט זיך כסדר?

איך אויך » מאנטאג מערץ 11, 2024 12:34 am

· #554256
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
יא יא.

שמן למאור » מאנטאג מערץ 11, 2024 12:38 am

· #554258
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
ער לערנט פאר שיעורים און רעדט פאר בחורים... ער רעדט כאילו ער איז דארטן ביי זיי, הגם ער האט דאך שוין מודה געווען אז ער איז נישט.

וואס זאל איך זאגן, כ'פארשטיי נישט די תאוה פון נעמען מענטשן אויף א רייד, אבער זעט אויס אז עס זעטיגט א געוויסע מאדנע טיפ מענטש.

אינגערמאנטשיקל » מאנטאג מערץ 11, 2024 12:55 am

· #554272
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
שמן למאור #
ער לערנט פאר שיעורים און רעדט פאר בחורים... ער רעדט כאילו ער איז דארטן ביי זיי, הגם ער האט דאך שוין מודה געווען אז ער איז נישט.

וואס זאל איך זאגן, כ'פארשטיי נישט די תאוה פון נעמען מענטשן אויף א רייד, אבער זעט אויס אז עס זעטיגט א געוויסע מאדנע טיפ מענטש.
וואו האט ער מודה געווען אז ער איז נישט דארט?

שמן למאור » מאנטאג מערץ 11, 2024 1:07 am

· #554282
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
האב איך דאך שוין צוגעלינקט פריער.

https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=342614#p342614

חכמת שלמה » מאנטאג מערץ 11, 2024 4:24 am

· #554310
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
אפרים #
היינט צוטאגס וואוינען די קהלת לב טהור חברה אין א Warehouse וואס איז בעסקלי איין גרויסע צימער/זאל וואס צוטיילט זיך צו ארום 40 דירות דוירך פלעסטיג פירהאנגען. א יעדע משפחה האט א צימער וואס איז ארום 10×15 פיס גרויס. מיט 4 פאבליק טוילעט אין די האל פאר אלע משפחות צוזאמען וואס איינהאלטן ארום 280 נפשות. מקען זיך נישט רירן דארטן. עס איז נישט דא קיין איין עירקאנדישן די ליפט איז דערשטיקט אזוי ווי אין די באנען צום גאז-קאמרען.
9:30pm לעשט מען אויס די לייטס די עולם מיזן זיך אריין פאקן אין בעט.
כהאב א חבר וואס איז ארויס פון דארטן איבערלאזנדיג א ווייב מיט 3 קינדער זיינע קינדער האבן גיוויינט צו עהם אז זיי שלאפן אלע 3 צוזאמען אויף 1 קליינע מאטראץ אויפן פלאר. האט ער אראפ געשיקט א דעליווערי מיט נייע בעטן האבן זיי עהם גיקאללט זאגן אז זיי האבן נישט קיין פלאץ ווי צו לייגן 3 בעטן🥺
שבת ביינאכט איז זמן שינה פאר די גאנצע קהילה 10:30 וואס דעמאלסט הייבן אן אלע צוזאמען מקיים זיין "די מצווה" עס גייט א רויעך כאטש פון דעם האבן זיי אביסל פאן...

די משפחות פון די הנהלה וואס באשטייט פון נאך ארום 60 נפשות וואוינען אין געדינגנע דירות ארום די Warehouse
די איינציגסטע עירקאנדישן אין די קהילה געפינט זיך אין די דירה פון רויזנער די היינטיגע ראש הכת.

אלעס וואס איך שרייב דא איז בלי גיזמאות איך האב ביי מיר פראוו פיקטשערס ווידאוס רעקארדינגס.
יא, דו האסט מער ווייניגער די ריכטיגע אינפארמעישן איבער אונזער מצב. אזוי קוקט עס נעבעך אויס, אבער...

האבן מיר דען אויסגעקליבן אזוי צו וואוינען? - אין קאנאדע האבן מיר געהאט שיינע הייזער, מיר האבן אלע געוואוינט געשמאק, באקוועם. אפילו יעצט, ווען מיר וואוינען ליידער אזוי ווי מיר וואוינען, טוען מיר אלע מעגליכקייטן צוריקצושטעלן דער מצב אויף מער א נארמאלער פארנעם. אויב דו ווייסט יא וואס עס טוט זיך ביי אונז (און מסתמא ביסטו שוין געווען ביי אונז א באזוך), ווייסטו דאך אוודאי אויך איבער די פריוואטע דירות וואס מיר האלטן אינמיטן בויען, וואו מיר וועלן קענען לעבן גאנץ באקוועם. די שאלה איז נאר וויפיל געלט עס וועט זיין דערפאר. איינע פון אונזערע יונגעלייט פארמאגט א שווער, וועלכער האט אים געשיקט געלט פאר דעם צוועק, און זיין דירה בויט זיך טאקע צוביסלעך. איך וועל נישט זאגן אז די נייע דירות קומען צו, אזוי ווי מען וואוינט ביי אייך אין ניו-יארק, אבער עס וועט זיין דראסטיש באקוועמער און געשמאקער. אונזער האפענונג איז, צוריקצוגיין אזוי ווי אין די צייטן פון קאנאדע, אז יעדער וועט קענען פארמאגן א שיינע ברייטע באקוועמע דירה, אזוי ווי א איד דארף צו וואוינען.

שמן למאור » מאנטאג מערץ 11, 2024 8:39 am

· #554317
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
זיי קענען זיך אלע אויפהייבן און צוריקומען היינט קיין קאנאדע. לויט ווי איך האב לעצטנס געהערט וואוינען אסאך אידן אין קאנאדע אין פיל בעסערע אומשטאנדן, און די רעגירונג הייסט זיי נישט זיך שמד'ן.

מרדכי מרדכי » מאנטאג מערץ 11, 2024 10:40 am

· #554338
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
שמן למאור #
זיי קענען זיך אלע אויפהייבן און צוריקומען היינט קיין קאנאדע. לויט ווי איך האב לעצטנס געהערט וואוינען אסאך אידן אין קאנאדע אין פיל בעסערע אומשטאנדן, און די רעגירונג הייסט זיי נישט זיך שמד'ן.
אבער אין קאמאדע מעגן זיי עסן פלייש און נאך זאכן וואס איז געאסרט ביי די לב טהור באהערדע

מילך טראק » מאנטאג מערץ 11, 2024 10:50 am

· #554339
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
חכמת שלמה #
יא, דו האסט מער ווייניגער די ריכטיגע אינפארמעישן איבער אונזער מצב. אזוי קוקט עס נעבעך אויס, אבער...

האבן מיר דען אויסגעקליבן אזוי צו וואוינען? - אין קאנאדע האבן מיר געהאט שיינע הייזער, מיר האבן אלע געוואוינט געשמאק, באקוועם. אפילו יעצט, ווען מיר וואוינען ליידער אזוי ווי מיר וואוינען, טוען מיר אלע מעגליכקייטן צוריקצושטעלן דער מצב אויף מער א נארמאלער פארנעם. אויב דו ווייסט יא וואס עס טוט זיך ביי אונז (און מסתמא ביסטו שוין געווען ביי אונז א באזוך), ווייסטו דאך אוודאי אויך איבער די פריוואטע דירות וואס מיר האלטן אינמיטן בויען, וואו מיר וועלן קענען לעבן גאנץ באקוועם. די שאלה איז נאר וויפיל געלט עס וועט זיין דערפאר. איינע פון אונזערע יונגעלייט פארמאגט א שווער, וועלכער האט אים געשיקט געלט פאר דעם צוועק, און זיין דירה בויט זיך טאקע צוביסלעך. איך וועל נישט זאגן אז די נייע דירות קומען צו, אזוי ווי מען וואוינט ביי אייך אין ניו-יארק, אבער עס וועט זיין דראסטיש באקוועמער און געשמאקער. אונזער האפענונג איז, צוריקצוגיין אזוי ווי אין די צייטן פון קאנאדע, אז יעדער וועט קענען פארמאגן א שיינע ברייטע באקוועמע דירה, אזוי ווי א איד דארף צו וואוינען.
פארוואס זאל זיך אזא שיינע קהילה נישט קענען אליין אויסהאלטן נאר דארפן ארויפאלן אלעס א לאסט אויפן ציבור ?

יאסל ראקאווער » מאנטאג מערץ 11, 2024 11:25 am

· #554342
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
ווען איך בין סינגל גיי איך ווען אהין פאר א זעקס חדשים טריפ. דאס איז נקסט לעוועל!! מיט א שליסל אין טאש אפצופיצען ווען איך וויל, פארשטייט זיך.

שמן למאור » מאנטאג מערץ 11, 2024 11:56 am

· #554345
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
איך ווייס נישט צו מען וועט דיר לאזן דארטן זיין סינגל פאר אזוי לאנג.

אוד מוצל מאש » מאנטאג מערץ 11, 2024 12:13 pm

· #554346
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
מען וואלט דיך שוין צוויי מאהל חתונה געמאכט און אפגעגעט אין די 6 חדשים... 😂
קודם וואלסטו באקומען א 12 יעריגע מיידל, נאכדעם א 35 יעריגע פרוי וואס האט שוין געהאט 13 קינדער און די הנהלה האט איר אפגעגעט יעצט איז געקומען דיין רייע איר צו האבן פאר אביסעל...

kolal1 » מאנטאג מערץ 11, 2024 5:41 pm

· #554410
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
אפרים #
היינט צוטאגס וואוינען די קהלת לב טהור חברה אין א Warehouse וואס איז בעסקלי איין גרויסע צימער/זאל וואס צוטיילט זיך צו ארום 40 דירות דוירך פלעסטיג פירהאנגען. א יעדע משפחה האט א צימער וואס איז ארום 10×15 פיס גרויס. מיט 4 פאבליק טוילעט אין די האל פאר אלע משפחות צוזאמען וואס איינהאלטן ארום 280 נפשות. מקען זיך נישט רירן דארטן. עס איז נישט דא קיין איין עירקאנדישן די ליפט איז דערשטיקט אזוי ווי אין די באנען צום גאז-קאמרען.
9:30pm לעשט מען אויס די לייטס די עולם מיזן זיך אריין פאקן אין בעט.
כהאב א חבר וואס איז ארויס פון דארטן איבערלאזנדיג א ווייב מיט 3 קינדער זיינע קינדער האבן גיוויינט צו עהם אז זיי שלאפן אלע 3 צוזאמען אויף 1 קליינע מאטראץ אויפן פלאר. האט ער אראפ געשיקט א דעליווערי מיט נייע בעטן האבן זיי עהם גיקאללט זאגן אז זיי האבן נישט קיין פלאץ ווי צו לייגן 3 בעטן🥺
שבת ביינאכט איז זמן שינה פאר די גאנצע קהילה 10:30 וואס דעמאלסט הייבן אן אלע צוזאמען מקיים זיין "די מצווה" עס גייט א רויעך כאטש פון דעם האבן זיי אביסל פאן...

די משפחות פון די הנהלה וואס באשטייט פון נאך ארום 60 נפשות וואוינען אין געדינגנע דירות ארום די Warehouse
די איינציגסטע עירקאנדישן אין די קהילה געפינט זיך אין די דירה פון רויזנער די היינטיגע ראש הכת.

אלעס וואס איך שרייב דא איז בלי גיזמאות איך האב ביי מיר פראוו פיקטשערס ווידאוס רעקארדינגס.
ווי ביסטו ארויסגעוואקסן
קום אריין מיט נאך דיטעילס פון דארט
ברענג די פיקטשערס וידיאויס רעקארדינגס

קליינע צדיק » מאנטאג מערץ 11, 2024 5:54 pm

· #554413
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
די משגיח (ראשי הקולט) גייען ארום פרייטאג צונאכטס מאכן זיכער דער עולם טוט וואס מ'דארף?
😉
ה"י

רוני » מאנטאג מערץ 11, 2024 6:03 pm

· #554416
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
זעהנדיג די קעפל פון דעם אשכול 'ל"ט קולט' האט מיר דאס גלייך געקלונגען 'ליל טבילה קולט', איך זעה אז איך האב מיר נישט אזוי טועה געווען...

חכמת שלמה » דינסטאג מערץ 12, 2024 1:15 am

· #554485
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
איך וויל נאר צוגעבן, די מצב ווי אזוי מען וואוינט, האט ער גאנץ גוט אראפגעשטעלט, געבנדיג די ריכטיגע אינספיראציע ווי אזוי עס שפירט זיך דארט, אבער דער מצב וואס ער לייגט אראפ, ווי אזוי דער גאנצער עולם טוט צוזאמען די מצוה פרייטאג-צו-נאכטס, איז סתם מגוזמ'דיג און נישט ריכטיג אראפגעשטעלט. ער מאכט עס כאילו דער גאנצער עולם געפינט זיך צוזאמען אין איין זאל, און יעדער טוט עס אויף איינמאל וכו'... ס'איז בכלל נישט אזוי... יעדער פארשטייט אז דער חלק איז היבש מגוזמ'דיג און בכלל נישט ריכטיג.

אמת, מען לעבט דארט נישט געשמאק און נישט אזוי ווי מיר האפן אליין צו וואוינען. מיר געפינען זיך אין דער דרוקעריי קוים א קורצע צייט, מיר זענען נישט אזוי לאנג דאהי און מיר פראבירן זיך אויפצוסעטן נארמאלער. עס האלטן זיך יעצט אינמיטן בויען דירות פארן עולם, וואו מען וועט לעבן מער היגיעניש. דערווייל וואוינען מיר אזוי צייטווייליג.

דער אופן ווי אזוי מיר לעבן, איז נישט בשיטה! - ס'איז פשוט ווייל קיין אנדערע אויסוועג איז נישט פארהאנען. והראיה, האט שוין איינער אמאל באזוכט ביים רבינ'ס קבר? - דער רבי ליגט דא אויף אן אופן, וואס קיין איין נארמאלער מענטש וואלט נישט צוגעלאזט אז זיין טאטע זאל אזוי ליגן. עס איז קוים דא א סימן פון א קבר און ער ליגט עטוואס בבזיון נורא ואיום. חסידים פון א רבי וואלטן עס קיינמאל נישט צוגעלאזט. נו, וואס איז פשט? - ווילן מיר דען נישט איבערמאכן דעם קבר, בית-החיים? - אוודאי ווילן מיר און אוודאי שטרעבן מיר דערצו! - מיר האפן אז דאס זאל ערמעגליכט ווערן בקרוב און מיר טוען פעולות דערצו.

איר דארפט פארשטיין. די רחמנות דאהי אויפן עולם איז שטארק און נעבעכדיג. עס איז נישט קיין שיטה, עס איז א ווייטאגליכער מציאות וואס מיר פראבירן צו פארריכטן. עס איז נישט קיין זאך וואס מען דארף אונז באשולדיגן דערוועגן.

לאמיר האפן צום באשעפער פון אויבן, אז ער זאל זיך מרחם זיין אויף אונז, און מיר זאלן טאקע קענען וואוינען אין גאלדענע פאלאצן, אזוי ווי עס פאסט פאר בני-מלכים, זרע אברהם יצחק ויעקב.

בגתן » מיטוואך מערץ 13, 2024 1:16 pm

· #554739
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
ווער איז היינט דער מנהיג און דער קאפ פון לב טהור?

סוף טוב הכל טוב » מיטוואך מערץ 13, 2024 9:55 pm

· #554829
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
אפרים #
היינט צוטאגס וואוינען די קהלת לב טהור חברה אין א Warehouse וואס איז בעסקלי איין גרויסע צימער/זאל וואס צוטיילט זיך צו ארום 40 דירות דוירך פלעסטיג פירהאנגען. א יעדע משפחה האט א צימער וואס איז ארום 10×15 פיס גרויס. מיט 4 פאבליק טוילעט אין די האל פאר אלע משפחות צוזאמען וואס איינהאלטן ארום 280 נפשות. מקען זיך נישט רירן דארטן. עס איז נישט דא קיין איין עירקאנדישן די ליפט איז דערשטיקט אזוי ווי אין די באנען צום גאז-קאמרען.
9:30pm לעשט מען אויס די לייטס די עולם מיזן זיך אריין פאקן אין בעט.
כהאב א חבר וואס איז ארויס פון דארטן איבערלאזנדיג א ווייב מיט 3 קינדער זיינע קינדער האבן גיוויינט צו עהם אז זיי שלאפן אלע 3 צוזאמען אויף 1 קליינע מאטראץ אויפן פלאר. האט ער אראפ געשיקט א דעליווערי מיט נייע בעטן האבן זיי עהם גיקאללט זאגן אז זיי האבן נישט קיין פלאץ ווי צו לייגן 3 בעטן🥺
שבת ביינאכט איז זמן שינה פאר די גאנצע קהילה 10:30 וואס דעמאלסט הייבן אן אלע צוזאמען מקיים זיין "די מצווה" עס גייט א רויעך כאטש פון דעם האבן זיי אביסל פאן...

די משפחות פון די הנהלה וואס באשטייט פון נאך ארום 60 נפשות וואוינען אין געדינגנע דירות ארום די Warehouse
די איינציגסטע עירקאנדישן אין די קהילה געפינט זיך אין די דירה פון רויזנער די היינטיגע ראש הכת.

אלעס וואס איך שרייב דא איז בלי גיזמאות איך האב ביי מיר פראוו פיקטשערס ווידאוס רעקארדינגס.
ווען שטייט מען אויף?
וויאזוי גיבט מען אכטונג אויף צניעות צווישן מענער און פרויען אין אזא נאנטע ווערטשאפט?
וויפיל פארהייראטע זענען פאראן?
זענען אויך דא אומפארהייראטע בחורים אדער עלטערע מיילדעך?

חכמת שלמה » מיטוואך מערץ 13, 2024 10:40 pm

· #554837
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
די בחורים שלאפן באזינדער און עס איז דא א משגיח איבער זיי.
איך וועל נישט לייקענען, אז די אומשטענדן וואו מיר וואוינען זענען נישט די בעסטע, און ממילא קומט אויס אז מען דארף בעסער אכטונג געבן אויף צניעות, א זאך וואס מיר ווענדן אן אלע כוחות דערוועגן. טאקע די פאקט טרייבט אונז מער, אז מיר זאלן פארענדיגן אונזערע נייע דירות, וואס וועט ערמעגליכן די צניעות פונעם עולם אויף א העכערע סטאנדארט.
אצינד זענען פארהאן צווישן זעכציג און זיבעציג משפחות.
אוודאי זענען פארהאן אומפארהייראטע, סיי בחורים און סיי מיידלעך.

היום » מיטוואך מערץ 13, 2024 10:56 pm

· #554842
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
חכמת שלמה #
אצינד זענען פארהאן צווישן זעכציג און זיבעציג משפחות.

צווישן זעכציג און זיבעציג איז ביי מיר פונקט 10...

Visionary » דאנערשטאג מערץ 14, 2024 4:45 pm

· #554937
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
ווי איז לב טוהר כהיום? גוטאמאלא?

סוף טוב הכל טוב » דאנערשטאג מערץ 14, 2024 5:07 pm

· #554942
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
חכמת שלמה #
די בחורים שלאפן באזינדער און עס איז דא א משגיח איבער זיי.
איך וועל נישט לייקענען, אז די אומשטענדן וואו מיר וואוינען זענען נישט די בעסטע, און ממילא קומט אויס אז מען דארף בעסער אכטונג געבן אויף צניעות, א זאך וואס מיר ווענדן אן אלע כוחות דערוועגן. טאקע די פאקט טרייבט אונז מער, אז מיר זאלן פארענדיגן אונזערע נייע דירות, וואס וועט ערמעגליכן די צניעות פונעם עולם אויף א העכערע סטאנדארט.
אצינד זענען פארהאן צווישן זעכציג און זיבעציג משפחות.
אוודאי זענען פארהאן אומפארהייראטע, סיי בחורים און סיי מיידלעך.
וואו איז די מקוה טהרה?
און וואס איז דער מנהג בנוגע מענער גיין אין מקוה, יעדן טאג?
בלאט: 1 2