לקט ציטוטים
מורינו ורבנודאלכל מאן דבעי. איך בין נאך דא צען מינוט, נאכדעם דארף איך שוין גיין.
מורינו ורבנודאאיך האב אסאך צו זאגן, ועוד חזון למועד. יעצט יאג איך זיך.
מורינו ורבנודאאיך קען נישט מאריך זיין יעצט, מ'דארף גיין צו מלוה-מלכה.
מורינו ורבנודאאיך דארף שוין גיין צו מנחה-מעריב, און מסתמא פארן טאג
חכמת שלמהדאאיך לויף יעצט צוריק
חכמת שלמהדאאקעי, איך מוז יעצט גיין פארלערנען א שיעור ... אבער יעצט מוז איך שוין גיין
שמואל פרימודאאיך קען נישט צופיל מאריך זיין יעצט ... יעצט מוז איך גיין
שמואל פרימודאנו, באלד איז חצות... דארף מען גיין תיקונ'ען.
שמואל פרימודאאיך דארף יעצט לויפן, מיר וועלן ממשיך זיין שפעטער.
שמואל פרימודאאקעי, איך דארף גיין נאך פינף מינוט - דער רבי לאזט מיר רופן.
שמואל פרימודאאיך וויל נאך כאפן א טבילה, סא איידער איך גיי
שמואל פרימודאאקעי, דער רבי לאזט מיר רופן... איך קען דא זיין נאך פופצן מינוט, און דאן שפעטער ביינאכט.
שמואל פרימודאלעולם האב איך נישט די צייט צו ענטפערן ... צייט איז דא ווייניג ... טראצדעם וואס איך האב נישט צופיל צייט ... איך בין שטארק פארנומען
שמואל פרימודאאיך קען נישט צי לאנג שרייבן, אין צוואנציג מינוט איז חצות, איך דארף לויפן אין שוהל
קאמענטארן זענען איבעריג.
אויב ס’איז דא א פארלאנג, קען מען אריינגיין אביטל טיפער אין די מח פון א מענטש וועלכע לייגט אריין שעות ע"י שעות בלויז צו קענען דמיונ’ן אז איינער רעדט זיך דורך מיט איהם וכו’ וכו’.
און דאס געבט איהם אויך די דראנג צו שטעלן די טאן אז ער יאגט זיך און ער דארף שוין גיין. און אז ער איז דא נאר פאר נאך אפאר מינוט און יעדער זאל אריינכאפן ווייל עכט האט ער נישט קיין צייט.
(בדרך אפשר ס’איז געווען דא נאך איין לץ וועלכע האט מכלומפרשט געפרעגט עפעס און אפילו געשריבען ברבים א נאמען פארוועם ער פרעגט, די זעלביגער דרייט דעם עולם די ביצים ווייל ער האט א שטארקע פילטער אויף זיין טעלעפאון ממש ווי שמואל האט געדרייעט בשעת די פריערדיגע עונות אין שטיסל און כידוע האט חכמת אויך א שטארקע פילטער און בעהט זאכען וואס זענען איהם געבלאקט)
סאיז דא אסאך וואס צו שרייבן בעניין זה.