☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה

הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה

337 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #708
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

גר ותושב » זונטאג יולי 17, 2016 8:32 pm

· #342589
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
איך מיין אז ביליג איז זייער גערעכט די האסט אויסגערעכנט א סאך חסרונות פון אנדערע רביים וואס זענען אומפארשטענדליך אבער יעדער פון זיי מיט אפאר אנדערע זאכן און נישט אזוי שטארק עקסטרים און יעדער פון זיי האט סוף כל סוף א תשובה בצידו פון זכות אבות מגן עליו מה שאין כן דיין פירער האט איז א כל בו ער האט אלע דערמאנטע חסרונות און אויף די מערסטע עקסטרימע אופן אבער ער האט נישט קיין זכות אבות.

גר ותושב » זונטאג יולי 17, 2016 8:38 pm

· #342590
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
און וואס איז מיטן לבוש פון די מענער?
און בעצם וואס איז די מקור פון זיך פירן ווי אמאל?
און ווי ענדיגט זיך עס איז דא לעקטער ביי עינק?

Big Boss » זונטאג יולי 17, 2016 8:56 pm

· #342592
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
Put up your information if someone wants to donate. Perhaps you should open a go fund me for the property you guys want to get.


Although I personally have a very different view on Judaism, you have the right to practice any religion the way you perceive it.


You guys definitely shouldn't be living under such harsh circumstances.


Each and everyone of you deserves the Basic Essentials of life. I am sure a lot of people here even if they disagree they would still want to see the quality of life improved.


If you could put a solid plan forward. I am sure you would  get some help. 



Sent from my SM-G935V using Tapatalk

ביליג » זונטאג יולי 17, 2016 9:02 pm

· #342593
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
קיינער האלט נישט אז די מענטשן זענען מחייב מיתה.
סך הכל האט מען טענות אויף דעם מנהיג און זיינע דרכים.

בת קול » זונטאג יולי 17, 2016 9:03 pm

· #342594
שמילו, עס קען טאקע זיין אז א פרעגער פרעגט שאלות מיט ווייניגער כבוד וואס עס פאסט דיר, די שאלות זענען אבער לעגעטימע, און די וויטערדיגע ליינער בלייבן מיט שאלות, וואס דו לאזט אומגעענטפערט.
איך בין זיכער אז ענק טוען נישט זאכן אן קיין הסבר, איז וואס שטערט דיר צו ענטפערן די סיבות, נישט קיין חילוק ווער און פארוואס מען פרעגט?

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יולי 17, 2016 9:33 pm

· #342598
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
נישט בלויע בלוט איז דער ענין. הרב טווערסקי איז ממשיך א קייט אין וואס זיין חסידים זענען געבוירען. איך קוק עס אן ווי נאנסענס און פארקרומט, אבער אזוי לעבען זיי. דער רבי'ס זענען פלעינער מענטשען וואס קלערען אז אזוי זענען זיי עפעס ממשיך, געמישט מיט א שטיקעל מדות פראבלעם.
דיין רבי איז א תלמיד פון קיינעם, און זיין גאנג צייגט נאר אויף אינערליכע שלעכטס. ער האט נישט וואס אנצוהאלטען, ער האט נישט קיין רעכט זיך עפעס איינצורעדען אז אזוי מוז זיין. נאר זיין מדות פראבלעם.

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

גרויסע מענטשעלע » זונטאג יולי 17, 2016 10:16 pm

· #342601
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
נאך 5 מינוט די רבי לאזט מיך ריפען [FACE WITH TEARS OF JOY]

שמעקעדיג » זונטאג יולי 17, 2016 10:39 pm

· #342604
שמואל פרימו
אקעי, איך דארף גיין נאך פינף מינוט - דער רבי לאזט מיר רופן.

האסט פארגעסן שרייבן תמ"ל.
הגם ווארשיינליך בשוגג, קומט זיך דיר ה' פעמים מלקות. אז דו וועסט עס מקבל זיין באהבה, וועסטו האבן די זכי' און אפקומען נאך אויף דער וועלט.

שמואל פרימו » זונטאג יולי 17, 2016 10:47 pm

· #342606
שמעקעדיג, דו רעדסט? - דו ווייסט דאך יא, דו שעמסט זיך נישט צו טון דאס זעלבע פאר א צווייטע חסידות? - קענסט מיר זאגן וואס זיי זענען אנדערש פון דיין חסידות? דו, שעמסט זיך נישט אזוי צו רעדן?

איך וואלט ערווארטעט אז דו זאלסט צוריקציען פון דיין לצנות און איבערבעטן א גאנצע קהילה בישראל.

ביליג » זונטאג יולי 17, 2016 11:01 pm

· #342608
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
לב טהור איז נישט קיין חסידות. פינטל.
עס איז א קולט!
אפשר וויסטו נישט וואס מיינט א קולט אדער ווייס איך נישט וואס מיינט א חסידות.

שמואל פרימו » זונטאג יולי 17, 2016 11:03 pm

· #342609
אויב אזוי איז ניקלשבורג מיט סקווירא אויך א קולט.

יהושע חיים » זונטאג יולי 17, 2016 11:05 pm

· #342611
אויב איך מעג פרעגן דער טעם פון נישט עסען אייער און בשר עוף? אויב עס איז אמת
איז עס אלס געזינטהייט אדער מיט כשרות העופות בנוגע למסורת העופות?

שמואל פרימו » זונטאג יולי 17, 2016 11:06 pm

· #342612
כשרות.

יהושע חיים » זונטאג יולי 17, 2016 11:07 pm

· #342613
בנוגע למסורת העופות?

שמואל פרימו » זונטאג יולי 17, 2016 11:16 pm

· #342614
אקעי חברה, גענוג איז גענוג... ס'איז זייער געשמאק געווען אבער אלעס האט א שיעור... איך האב מער נישט קיין צייט און נערוון צו שפילן מיט ענק. דעריבער רוף איך אויס

קאלערוואר...

לא דובים ולא יער... קיינמאל ניט געווען אין גואמאלא און איך האב נישט קיין שייכות מיט דעם ארט. סך-הכל האב איך א חבר פון ישיבה וואס איז אהין אנגעקומען, איך רעד מיט אים מזמן לזמן און ער גיבט מיר אביסל איבער וואס טוט זיך דארט.

איך האב געהאט א מטרה מיט די גאנצע מעשה, איך האב אבער נישט קיין כח יעצט זיך קלארצושטעלן, א גוטע נאכט.

zurich » זונטאג יולי 17, 2016 11:19 pm

· #342615
אוי גייסטו כאפן

דער דאס » זונטאג יולי 17, 2016 11:20 pm

· #342617
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט...

ביליג » זונטאג יולי 17, 2016 11:22 pm

· #342618
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
אכן נודע הדבר @אנאנים איז גערעכט

גרויסע מענטשעלע » זונטאג יולי 17, 2016 11:24 pm

· #342620
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
@שמואל נעקסט טיים מאכט די שפיל בעסער סזאל דיר ברענגען לייקס נישט שונאים

ביליג » זונטאג יולי 17, 2016 11:24 pm

· #342621
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
[ציטאט אראפגענומען]

zurich » זונטאג יולי 17, 2016 11:25 pm

· #342622
וואס איז טאקע די מטרה?

zurich » זונטאג יולי 17, 2016 11:26 pm

· #342623
שמואל דיין מטרה איז געווען פאר פאן ותו לא!

יהושע חיים » זונטאג יולי 17, 2016 11:27 pm

· #342624
אזוי ווי מען די האסט זיך געבראכן ווייסט מען שוין אז אטאקעס האט נישט מיט דיר אבער מעגסט נאכאלס פרעגן א דער חבר (אויב דאס איז יא דא!!!) געוויסע פראגעס וואס אינז ווילען וויסן עס איז מיר אלס געווען אינטערסאנט וואס זיי זאגן (און עס מוז נישט זיין דוקא וואס זיי זאגן נאר וואס זיי וואלטן געקענט זאגן)

שמואל פרימו » זונטאג יולי 17, 2016 11:28 pm

· #342625
אדרבה! - ווער עס האט א פראגע, וועל איך זיך אנשטרענגען אים צו פרעגן.

ביליג » זונטאג יולי 17, 2016 11:30 pm

· #342626
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
או כ'האב עובר געווען אויף די עבירה פון "כפול"
והוא רחום יכפר עון

טמיר » זונטאג יולי 17, 2016 11:45 pm

· #342628
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
שמואל, ביזט א חיה רעה. נעמסט איינע פון די לעבעדיגסטע אשכולות אין ק"ש און גיבסט עס סתם א האק אפ פאר גארנישט און פאר נישט! קאם אן, חזור בך! קענסט נאך פארמעקן שנעל

ווייל אזוי » זונטאג יולי 17, 2016 11:49 pm

· #342630
אריין אין שמייכל

שמואל פרימו » זונטאג יולי 17, 2016 11:59 pm

· #342632
תמ"ל המ"ע היט"ב אב"י (ארז בן יוכבד).

matovu » מאנטאג יולי 18, 2016 12:05 am

· #342633
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
מען דארף טוישען די קעפעל פינעם אשכול.

יוש איז דאס געוועהן Fun

Sent from my SM-G925V using Tapatalk 2

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 18, 2016 12:08 am

· #342634
ביליג
[ציטאט אראפגענומען]

ביליג: אנאנים איז גערעכט.נאר יעצט קען דער פארריקטער פארשוין (מלשון פרשנדתא) הנקרא שמואל פרימו שוין נישט צוריקדרייען דאס רעדל און זאגן אדער שרייען...קאלארוואר...מ'גלייבט איהם שוין נישט. ער איז גענוג משוגע צו זיין א ריכטיגער מעמבער אין קהילת לב טמא. ר'האט דאך נאכגעברענגט הויעכע תורה'ס פון זיין רעבע, דער קולט פיהרער.

דער דאס » מאנטאג יולי 18, 2016 12:10 am

· #342635
וואס וועט זיין מיט תיקון חצות?

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 18, 2016 12:12 am

· #342636
שמואל פרימו
תמ"ל המ"ע היט"ב אב"י (ארז בן יוכבד).

שמואל פרימו: דפצ"י גממא"צ. דדדא"ק. ווהדאא"א...אכיה"ר... 😂 🙄
יהושע בן מרים...לרפו"ש...!

שמואל פרימו » מאנטאג יולי 18, 2016 12:15 am

· #342637
נאך אביסל איז טאקע תיקון חצות...

שמואל פרימו » מאנטאג יולי 18, 2016 12:16 am

· #342638
תמ"ל המ"ע היט"ב אב"י

קוקט אויס אז דער עולם האט נישט געכאפט (שש האט מסתמא גלייך געכאפט):
ת'ורתו מגן לנו, הוא מאירת עינינו, הוא ימליץ טוב בעדינו וכו'.

שמואל פרימו » מאנטאג יולי 18, 2016 12:38 am

· #342641
נו, באלד איז חצות... דארף מען גיין תיקונ'ען.

גר ותושב » מאנטאג יולי 18, 2016 2:40 am

· #342646
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
אום פארענטפערטע קשיות.
ואס איז שמואלס מטרה געוועין?
לבסוף מאי קסבר?
און ווער איז דער ניק ?
(1 נייע הודעה)
שמואל דער רבי האט גיבעטין צו וייטער שרייבן

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יולי 18, 2016 6:09 am

· #342648
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
אין דער וויזניצער אשכול אינ'ם פריערדיגען גלגול דיינער ביסטו אויך געווען, כלשון הרב שטיסל, א חונה פה קר"י נ.י. סתם צו דרייען א קאפ?

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

איך אויך » מאנטאג יולי 18, 2016 7:48 am

· #342649
-

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יולי 18, 2016 9:35 am

· #342651
לדעתי, דער שמואל האט אנגעהויבען אלס א לץ, מיט רמזים אין זיין ווערטער צו זיין ליצנות. אבער א שטיקעל אמת האט דארט געשטעקט. אפילו יעצט, וועט ער קען בייז ווארט נישט זאגען אויף ר' ארז'ן. דאס שטעכעריי און מוסעריי האט ער שוין ערנסט געמיינט. ביז ער האט געכאפט אז ער איז שוין טיף אין לאך, און ער וועט קיין שידוך שוין נישט טרעפען. האט ער זיך שנעל צוריק געדרייט.

ער איז אבער נאך אין געפאר פון ווערען אריינגעכאפט

קאמענטירער » מאנטאג יולי 18, 2016 10:28 am

· #342654
שמואל פרימו
אקעי חברה, גענוג איז גענוג... ס'איז זייער געשמאק געווען אבער אלעס האט א שיעור... איך האב מער נישט קיין צייט און נערוון צו שפילן מיט ענק. דעריבער רוף איך אויס

קאלערוואר...

לא דובים ולא יער... קיינמאל ניט געווען אין גואמאלא און איך האב נישט קיין שייכות מיט דעם ארט. סך-הכל האב איך א חבר פון ישיבה וואס איז אהין אנגעקומען, איך רעד מיט אים מזמן לזמן און ער גיבט מיר אביסל איבער וואס טוט זיך דארט.

איך האב געהאט א מטרה מיט די גאנצע מעשה, איך האב אבער נישט קיין כח יעצט זיך קלארצושטעלן, א גוטע נאכט.

@שמואל פרימו
איך האב געהאט א פילינג כאילו איך ליין א מעשה פון יאיר וויינשטאק וואס איך ווייס די ענדע פון די מעשה, כהאב נאר געווארט צו זען וויאזוי די צענע גייט פאלען.
יעצט בלייבט נאר איבער פאר דיר צוויי זאכען איינס זאלסט אויסמעקן דיין געקאטשקע אינעם בעלזען אשכול און צווייטענס זיי מסביר א מטרה און א נוצען פון די שפיל,

גאנצל » מאנטאג יולי 18, 2016 12:54 pm

· #342667
@שמואל פרימו

יעצט לאמיר הערן די אמת
















פארוואס ביסטו טאקע נישט קיין לב טהור איד................

שבת אחים » מאנטאג יולי 18, 2016 2:42 pm

· #342684
פאר די זעלבע סיבה פארוואס דו ביסט נישט קיין קלויזענבורגער אדער א זאלי

גאנצל » מאנטאג יולי 18, 2016 3:18 pm

· #342686
שמואלא האט אים אזוי שיין באשריבן ווי גוט ס'איז דארט אז איך האב שוין אליין שיעור געטראכט פון אהינגיין פרעג איך אים בדרך צחות

שבת דו ביסט נאך צו תמימיש

שבת אחים » מאנטאג יולי 18, 2016 4:26 pm

· #342694
גאנצל
שמואלא האט אים אזוי שיין באשריבן ווי גוט ס'איז דארט אז איך האב שוין אליין שיעור געטראכט פון אהינגיין פרעג איך אים בדרך צחות

שבת דו ביסט נאך צו תמימיש



פארענטפערסטוך אזוי שיין!. איי געיס א תמים בלייבט א תמים, אזויווי ס׳שטייט טאקע אין פסוק תמים תהי אם ה׳ אלוקיכם טייטש דער הייליגער קאצקער...

בן אדם » מאנטאג יולי 18, 2016 5:09 pm

· #342708
.

Kool man » מאנטאג יולי 18, 2016 7:04 pm

· #342722
ביז יעצט האב איך זיך געקענט איינהאלטען און שטיין אין די זייט, זייטס נישט ברוגז, מיין מיינונג איז איז אז שמואל פרימו איז ארז אלבראנץ אליין, ער האט פארלוירען די געדולד אדער פילט ער ווי מ'קארנערט אים, ס'איז שוין עכט פערזענליך, דעריבער וויל ער אויפהערען די געשרייבעכץ, מ'זעט פון זיין שרייבעכץ אז ס'איז איינער וואס איז זייער נאנט צו אים, און דארט האט קיינער נישט קיין עקסעס צו אינטערנעט חוץ ער מיט זיין רעכטע האנט מר. גאלדמאן (א ספרדי'שער וועם דער קולט פירער האט געטוישט זיין נאמען צו אשכנז'ישע פונקט ווי ער האט געטון צו די אנדערע), אויב מ'כאפט דארט איינעם אויף אינטערנעט באקומט ער מלקות מיט געבראטענע נעגל, לאנגע תעניתים, גלגול שלג אדער איינטונקן אין א קאלטע קוואל פאר א לאנגע צייט ווי ס'איז דארט איינגעפירט די עינויים קשים ומשונים רח"ל.

הלואי די קאלערוואר פלאצט שוין אויס, און זיינע שעפסען טראגען זיך אפ פון דעם סאדיסט און גראבער אינג, און הייבען אן דינען דעם אייבערשטען און נישט מעבירים מזרעם למולך פאר דעם באנדיט..

איך אויך » מאנטאג יולי 18, 2016 7:08 pm

· #342723
איך האלט אויך אזוי.

סמבטיון » מאנטאג יולי 18, 2016 7:38 pm

· #342730
איך בין אויך זייער נוטה אז דער שמואל איז נישט מער ווי דער תמ"ל אליינס, מכח כמה טעמים, 1, איך גלייב נישט אז איינער האט דארט אינטערנעט, חוץ ער אליין וואס קיינער קאנטראלירט אים נישט, 2. ער האט גראדע גענטפערט אויף זייער אסאך שאלות, כאטש וואס זיינע שרעקליכע מעשים ווערט נישט בארעכטיגט, דאך זעט עס נישט אויס ווי א בחור פון ק"י האט דא געשריבן, 3, ווי איינער האט שוין דא געזאגט, האט ער מסתמא געפילט ווי מעקארנערט אים, האט ער געגעבן א שעכט אפ דעם גאנצן אשכול,

קאצקע ציקער » מאנטאג יולי 18, 2016 8:02 pm

· #342731
הייסט אזוי גיט האט ער עס געמאכט... טויגט ער דאך יא...

רעדסט נישט קיין שטותים ער איז נישט ארז!

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יולי 18, 2016 8:10 pm

· #342733
דאס איז נישט מסתבר. שמואל פרימו קען א פיינעם אידיש, ארז'ן קען נישט.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7