יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
313 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16902
יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
לאור די פטירה פון הרבנית מסקווירא ע"ה און דער נייער איינפיר צו זיצן שבעה אין פובליק מיט פארענטשעס איז צו ערווארטן אז דאס וועט ווערן די נייע נורמע ביי אלע חסידות'ן אזוי ווי עס איז טאקע יעצט אויך געווען ביי ביידע ברידער אין וויזניץ.
אשר ע"כ איז צייט צו טראכטן וויאזוי גייט אויסקוקן אין סאטמאר?
שוב יום אחד לפני מיתתך, מיינט דאך "היינט" ווייל קיינער ווייסט נישט ווען זיין צייט וועט קומען.
יעצט וויאזוי גייט אויסקוקן א נחום אבלים ביי איינע פון די צוויי ברידער אויף די פטירה פונעם צווייטן,
עס וועט זיין גרויסע פארענטשעס מיט הונדערטער מנחמים פון "אלע שיכטן און קרייזן", וואס גייט מען דארטן זאגן???
דער ברידער איז געווען א... די בושות וועלן דאך זיין עד לב השמים...
מען וועט דארטן שרייען אתה יצרת???... אדער גאר זינגען וכל קרני רשעים???... פלניא גזלנא???... צו אפשר אל אחיך אל עשו???...
אפשר וועט מען פליען קיין פאלם ספרינגס אדער פלארידא און זיך באהאלטן אין א מייזען לאך.
די סאטמארע רבנים וועלן שוין אויסארבעטן עפעס א היתר נישט צו זיצן שבעה, ס'נישט אזוי שווער, יעצט שרייבענדיג פאלט מיר איין איינס.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
מ'גייט זיי נישט זאגן ביז עס וועט זיין א שמועה רחוקה
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
א רגע!
כ'האלט נאכנישט ביי שבעה, וואס טוט זיך מיט די לויה?
וועט מהרז"ל זיך באטייליגן ביי מהר"א'ס לויה?
וועלן גבאי מהרז"ל אריינלאזן מהר"א צו מהרז"ל'ס לויה?
וואס טוט זיך מיט הספדים/בקשת מחילה?
כ'גלייב אז ביידע ברודער זענען גרייט נפטר צו ווערן איידער דער ברודער שטארבט...
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
אויב וועלן זיי לעבן ביז די ניינציג וועט עס זיין ״אן אנדערע מהלך אין עבודת השם״, העכער די ניינציג איז עס שוין ״העכערע זאכן וורס פארשטיימע אונז?!״
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
דאס איז אמאל זיכער אז פונקט ווי דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן דרייט זיך שטענדיג ארום מיט א טאשקע וועלכע אנטהאלט די נוקלעארע קאודס. און א פונקטליך פארגעשריבענע בוך מיט גענויע פלענער וויאזוי צו רעאגירן אין פאל אז רוסלאנד/כינע אטאקירט אמעריקע ח"ו. די זעלבע זאך (קל וחומר בן בנו של ק"ו) דרייען זיך ביידע סאטמארע רבי'ס (גבאים) ארום מיט א פונקטליך פארגעשריבענעם פלאן וויאזוי צו האנדלן אין פאל וואס דער ברודער געזעגנט זיך אפ. מ'דארף פשוט לייגן א האנט דערויף און עס דערווישן...
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
יא יא אבער יעצט דארפן די פלענער זיך טוישן, ווייל ביז היינט האט מען געקענט טראכטן אז מען וועט זיצן אינדערהיים אינטער פארמאכטע טירן און בלויז אריינלאזן מקורבים.
עד שבא סקווירא און וויזניץ און מען זיצט אין פובליק מיט פארענטשעס.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
מיין מקובל זאגט מיך
זיי וועלן נאך שלום מאכן בחייהם
וכבוד תהיה להם
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
וואסער #

ביז היינט וואלט אבער די לויה פארט געווען פובליק.. וואס זענען די לויה פלענער?
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
וואסער #
יא יא אבער יעצט דארפן די פלענער זיך טוישן, ווייל ביז היינט האט מען געקענט טראכטן אז מען וועט זיצן אינדערהיים אינטער פארמאכטע טירן און בלויז אריינלאזן מקורבים.
עד שבא סקווירא און וויזניץ און מען זיצט אין פובליק מיט פארענטשעס.
זייט ווען מאכט סאטמאר נאך וויזניץ אדער סקווירא? כ'רעד נישט פון מהרא
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
סדר המעמד "שבעה" ימי המלוכה.
יעדן טאג וועט די רבי (וועלעכע?) זיצן אין אנדערע שטאט.
די ציבור וועט קענען דורך גיין וואונטשן המקום ינחם פון דרום צו צפון. ס'וועט זיין א סדר לויט די אלף בית פון די לעצטע נעמען.
אריה לייב גלאנץ וועט אויסרופן די כבודים און די שענערע סכומים לטובת די מוסדות.
די אהבת קדומים אידן וועלן האבן דיזעגנירטע פלעצער, הזמנות זענען געווארן ארויסגעשיקט.
די נגידים וועלן באקומען א VIP קארטל ווי אויך א שטיקל פון די רביס קריעה בעקטישע.
כמעט פארגעסן, די מעיאר איז אויפן וועג, מען בעט מען זאל נישט מאכן קיין צווישן רופן.
די גאנצע שבעה מעמד איז מייסטערהאפטיג ארענדשירט געווארן דורך YF PRODUCTION.
ביטע אויספאלגן די אנווייזונגען פון די עסקנים אז די שבעה זאל קענען געקרוינט ווערן מיט גרויס סוקסעס
שא. הערשל פריעדמאן זינגט חרוזים אין איז מעלה די נשמה
די יושב ראש מאיר מרדכי האקט איבער, די רבי גייט ארויס אויף הפסקה.
דערווייל קען מען גיין קוקן ביים צד שכנגד ווער ס'האט מער מענטשן.
ת.נ.צ.ב.ה.
נ.ב. די ווייבער שוהל וועט זיין אפען.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
יין שרף #
מ'גייט זיי נישט זאגן ביז עס וועט זיין א שמועה רחוקה
איי דער רבי ווייסט דאך ברוח הקודש? טוט זיך שוין אין די חסידישע פוסקים לגבי היתר עגונות צו וואוסן ברוח הקודש האט א חלות וואוסן ע"פ הלכה....
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
כבר היה לעולמים, ר’ אביש מספינקא איז געזעצן אין קאר ביי די ברודער ר’ בעריש’ס לויה, און דערנאך געזעצן שבעה בשתיקה
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
כבר היה לעולמים ממען וועט פשוט רעדן פון אנדערע זאכן חוץ פון ברידער
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
יין שרף #
מ'גייט זיי נישט זאגן ביז עס וועט זיין א שמועה רחוקה
אזויווי ר׳ מענדעלע בעל השוואנץ, האט נאר געהערט א מינוט פארן קריעה טיש אז זיין שוועסטער איז אוועק…..
וכך היה המעשה
די גבאים האבן אנגעגרייט פארענטשעס, מען האט געהאנגען פלאקאטן, די שקעה חמה קאר האט געגראגערט אין אויער אקיצור די שטאט האט גערידערט, ר׳ מענדל פרעגט די גבאים וואס גייט פאר? זאגן זיי עים מארגן צופרי וועסטו אויסגעפינען, דערווייל שעפעלע גיי ווייטער אן מיט דיין סדר היום, ויהי ערב ויהי בוקר און די גבאים ברענגן אריין ר׳ מענדל צום קריאה טיש, פרעגט זיי ר׳ מענדל מה יום מיומיים וואס עפעס א טיש אין א פלעינע טאג, האבן די גבאים עים מבשר געוועהן די בשורה רעה אז זיין שוועסטער איז אוועק און פון גרויס צער האט ר׳ מענדל געגעבען א צורייס דעם בעקיטשע
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
לצים זאגן אז סאי'ז אין פלאן צו בויען א "היכל ניחום אבלים " ביי די נייע געבויטע שולן
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
שפילער #
כבר היה לעולמים ממען וועט פשוט רעדן פון אנדערע זאכן חוץ פון ברידער
בדיוק, מען מאכט עס מער קאמפליצירט ווי ס׳איז.
איך בין געוועהן ביי א שמחה ווי דער בעל השמחה איז געוועהן צוקריגט מיט זיין טאטע, דער שמחה איז געפארען אן קיין דראמא, סה״כ האבן זיי צוויי זיך נישט אנגעקוקט.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
אבער דא רעדט מען פון אדמורי"ם ברודערס וואס גייען נישט צו די שמחות.
היינט נאכט מאכט טאקע מהר"א חתונה אין וומ"ס.
סקווירא רבי איז געווען ביים חופה.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
האניג #
כבר היה לעולמים, ר’ אביש מספינקא איז געזעצן אין קאר ביי די ברודער ר’ בעריש’ס לויה, און דערנאך געזעצן שבעה בשתיקה
דאס איז געווען א היציגע מחלוקה, רבי אביש האט נישט געוואלט לייגן זיין ברודער רבי בעריש לעבן זיין טאטע. גאנץ וומ"ס איז געפארן אויף רעדער יענע חול המועד סוכות און שמחת תורה.
די היינטיגע ווישניץ מאנסי רבי וואס איז געווען א שוואגער מיט ר' בעריש איז געווען די פארמיטלער צווישן די בני רבי בעריש און רבי אביש.
למעשה האבן די בני רבי בעריש אויסגעפירט דעמאלסט און רבי בעריש ליגט יא לעבן זיין טאטע.
איך האלט אבער אז ווען די בני רבי בעריש וואלטן זיך דעמאלסט אויפגעפירט מיט אביסל קלאס וואלטן מען זיי היינט צוטאגס מער רעספעקטירט אין די וועלט.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
יין שרף #
מ'גייט זיי נישט זאגן ביז עס וועט זיין א שמועה רחוקה
Hello די חברה ווייסען וואס טוט זיך ביים ברודער נאך פאר דו הערסט דערפון. זיי האבן ערשט האנטיגע קלארע און קראנטע אינפארמאציע, א טאג בעפאר אונז קליינע מענטשעלעך הויבן אן הערן אז עפעס טוט זיך בכל.
אזוי ווי דער וויזניצער רבי האט געזאגט פאר די חסידי גור, אויב וועט עס אזוי מצער זיין דעם רבי'ן דאן זאגט אים נישט!
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
אדער קען זיין אז מ’וועט מאכן א ”קאלארוואר’ ברעיק אוט, אז די גאנצע מחלוקה איז נאר געווען כדי ס’זאל זיך בויען צוויי מעכטיגע אימפעריעס (aka לשם שמים)
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
שעפטאל #
מיין מקובל זאגט מיך
זיי וועלן נאך שלום מאכן בחייהם
וכבוד תהיה להם
שעפטאל: מיין מקובל האט פאראויסגעזאגט אז די פעדעראלע רעגירונג וועט נישט קענען אנרירן מיין רבי'ן. ער האט געזאגט אז ער "זעהט" אז זיי וועלן נישט קענען צורירן צו איהם. און ער איז דאך (ליידער) געגאנגען) יושב'ן...!
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
לאכעדיג #
האניג #
כבר היה לעולמים, ר’ אביש מספינקא איז געזעצן אין קאר ביי די ברודער ר’ בעריש’ס לויה, און דערנאך געזעצן שבעה בשתיקה
דאס איז געווען א היציגע מחלוקה, רבי אביש האט נישט געוואלט לייגן זיין ברודער רבי בעריש לעבן זיין טאטע. גאנץ וומ"ס איז געפארן אויף רעדער יענע חול המועד סוכות און שמחת תורה.
די היינטיגע ווישניץ מאנסי רבי וואס איז געווען א שוואגער מיט ר' בעריש איז געווען די פארמיטלער צווישן די בני רבי בעריש און רבי אביש.
למעשה האבן די בני רבי בעריש אויסגעפירט דעמאלסט און רבי בעריש ליגט יא לעבן זיין טאטע.
איך האלט אבער אז ווען די בני רבי בעריש וואלטן זיך דעמאלסט אויפגעפירט מיט אביסל קלאס וואלטן מען זיי היינט צוטאגס מער רעספעקטירט אין די וועלט.
וואס פארשטיי מיר אונז (פשוטי עם) צו רעבישע מחלוקות.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
גארנישט. אבער ווען זיי דארפן אונזער געלט דעמאלסט ווילן זיי יא אז אונז זאלן פארשטיין פארוואס זיי דארפן עס כאטשיג דאס פארשטיי מיר אונז אויך נישט.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
איך פארשטיי נישט די פראבלעם, נישט קיין חילוק ווער עס גייט אוועק פריער גייט די ברידער קומען צו די לויה, ער גייט שטיין מיט די מייק אין די האנט פאר צען מינוט אין נישט קענען כאפן די אטעם, נאך צען מינוט גייט ער געבן א שריי אויס ״איך האב אזוי שטארק געוואלט קומען צו דיר אבער וואס זאל איך טוהן מ׳האט מיך נישט אריין געלאזט״ אהאהאהעהעהעהככאפ כפ טאך דךלך אהאה, און צען טויזנט מענטשן גייען אויס שיסן מיט וויינען.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
אדער ווי לאנגזאם זאגט, אויספלאצן און א ביטערע געלעכטער.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
עס דערמאנט מיר די בילד פון די לויה פונעם ברך משה ווי אלע זוהן שטייען צוזאמען ארום די שטענדער און משה גבאי שטייט דארט בראש.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
זוויעלער רבי פון ירושלים איז לעצטנס געזעצן שבעה אויף זיין ברודער, דער אנדערער זוויעלער רבי פון ירושלים מיט וועם ער איז געווען צוקריגט, און ס'איז געווען א פארמאכטע שבעה
מ'קען זיך א עצה געבן מיט'ן פראבלעם
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נחום הסופר #

נאר איין טאג איז ער געווען אפען צו די פאבליק אין ביהמ"ד און אויך נאר אויף א קליינע פארנעם פאר די אייגענע עולם נישט קיין רבי'ס ורבנים
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
לאכעדיג #
עס דערמאנט מיר די בילד פון די לויה פונעם ברך משה ווי אלע זוהן שטייען צוזאמען ארום די שטענדער און משה גבאי שטייט דארט בראש.
נישט אלע ר זלמן איז נישט געשטאנען אויבן
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
לאכעדיג #
האניג #
כבר היה לעולמים, ר’ אביש מספינקא איז געזעצן אין קאר ביי די ברודער ר’ בעריש’ס לויה, און דערנאך געזעצן שבעה בשתיקה
דאס איז געווען א היציגע מחלוקה, רבי אביש האט נישט געוואלט לייגן זיין ברודער רבי בעריש לעבן זיין טאטע. גאנץ וומ"ס איז געפארן אויף רעדער יענע חול המועד סוכות און שמחת תורה.
די היינטיגע ווישניץ מאנסי רבי וואס איז געווען א שוואגער מיט ר' בעריש איז געווען די פארמיטלער צווישן די בני רבי בעריש און רבי אביש.
למעשה האבן די בני רבי בעריש אויסגעפירט דעמאלסט און רבי בעריש ליגט יא לעבן זיין טאטע.
איך האלט אבער אז ווען די בני רבי בעריש וואלטן זיך דעמאלסט אויפגעפירט מיט אביסל קלאס וואלטן מען זיי היינט צוטאגס מער רעספעקטירט אין די וועלט.
איך געדענק גוט די פרשה, רבי בעריש האט געזאגט פאר זיינע קינדער אז ער איז גרייט צו ליגען אין פריזער ווילאנג עס נעמט אבער ער וויל ליגען לעבען טאטען, ער איז די עלטצע אבער רבי אביש האט אלעס גענומען/באקומען ואכמ"ל, צום סוף האט זיך ר"א געבראכען בתנאי אז מען לאזט עפעס א קליינע ספעיס צווישען איהם מיט די טאטע, די חשבון איז געווען אז די טאטעס מציבה איז ברייטער ווי די גוף ממילא דאס בנוסף צו די קליינע ספעיס וועט זיין גענוג איהם צו אריין קוועטשען בבוא היום, למעשה האבען בני ואנשי ר"ב פארשטאנען די חשבון, האבען זיי אריין געגראבען זייטוועס און ער ליגט טאקע לעבען די טאטע כרצונו.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
מר. קלונימוס #
וואסער #
יא יא אבער יעצט דארפן די פלענער זיך טוישן, ווייל ביז היינט האט מען געקענט טראכטן אז מען וועט זיצן אינדערהיים אינטער פארמאכטע טירן און בלויז אריינלאזן מקורבים.
עד שבא סקווירא און וויזניץ און מען זיצט אין פובליק מיט פארענטשעס.
זייט ווען מאכט סאטמאר נאך וויזניץ אדער סקווירא? כ'רעד נישט פון מהרא
וואס ווען זיין אויב מהרזל גייט קודם?
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
אויב מהרא גייט האבן אריכות ימים, וועט ער נאך די 85 בדרך הטבע זיין שוואך, נאר אריינקומען צו תפילות גרויסע מעמדחם וכו' זיין אין שפיטאל 3 מאל א יאר, קען דאך זיין ברודער שלום מאכן, און מ'וועט זאגן אז מהר"א איז באמת א וויאוילע מענטש זיין קינדער האבן אים פארפירט, צו גבאים, רעבעצין, אזויווי די ב"מ שונאים האבן די לעצטע 5 יאר געזאגט אז די ב"מ איז בעצם א צדיק נאר זיין זין איז די וואס האט אים אנגהעצט
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
מאנרא יונגערמאן #
לאכעדיג #
עס דערמאנט מיר די בילד פון די לויה פונעם ברך משה ווי אלע זוהן שטייען צוזאמען ארום די שטענדער און משה גבאי שטייט דארט בראש.
נישט אלע ר זלמן איז נישט געשטאנען אויבן
ביז זיין הספד איז מהר"יי געשטאנען אויף זיין מקום קבוע אויף מזרח וואנט. אבער נאך זיין הספד איז ער שוין יא געבליבן ביים עמוד צוזאמען מיט די ברודער.
ווארשיינליך האסטו געזען א בילד אין בלאט ווי מען זעהט נישט מהר"יי נעבן די ברודערס, דאס איז ביפאר זיין הספד.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
מיין פילונג זאגט אז סאטמאר גייט יא זיצן אינדערהיים (ביידע).
אבער בכלל, וויפיל מיינסטו רעדט מען פון די נפטר ביי ניחום אבלים? מ'רעדט פון אלס און פון אלעמען. נאך דערצו ביי א ברודער (אפילו נישט רעביש און אפילו נישט צוקריגט)
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
היימלינד #
איך געדענק גוט די פרשה, רבי בעריש האט געזאגט פאר זיינע קינדער אז ער איז גרייט צו ליגען אין פריזער ווילאנג עס נעמט אבער ער וויל ליגען לעבען טאטען, ער איז די עלטצע.
רבי בעריש האט זיך אליין געקויפט א חלקה און די דעעשע בית החיים אין ניו דזשערסי וואס איז סמוך ונראה צום ציון פון זיין טאטע רבי הערשעלע ספינקער. ער האט א גאנץ לעבן געפלאנט דארטן צו ליגן, ער האט אפילו א אייניקל וואס איז אוועק בחייו און ליגט טאקע דארטן אין דעעש. ער האט אויפגעגעבן צו ליגן נעבן זיין טאטע וואוסענדיג אז די ספינקא בית החיים ליגט ביי זיין ברודער רבי אביש -מיט וועם ער פארטראגט זיך נישט- אין די האנט.
רבי בעריש האט זיך זייער געמוטשעט די לעצטע יארן פון זיין לעבן מיט יענע מעשה, די לעצטע יאר זיינע איז זיין רביצין אוועק אין א שווערע עקסידענט, און דעמאלטס האט זיך אלעס געגעבן א דריי, די בני רבי בעריש זענען שוין אונטערגעוואקסן און זיי האבן אפגעמאכט אז די גאנצע דעעשע מהלך איז קיין אפציע, סאיז א טעות מעיקרא און זיי גייען לייגן זייער מאמע אין ספינקא. רבי אביש איז גאנץ קנאפע אנגעגיינגען וואס טוט זיך אין ווייבער שוהל האט ער מסכים געווען מען זאל איר לייגן דארטן אבער ער האט געמיינט אז די פלאן איז נאך אלץ אז רבי בעריש גופא גייט ליגן אין דעעש נישט וואוסענדיג אז בני רבי בעריש האבן שוין געטוישט פלענער אין זיי ווילן יא אז זייער טאטע זאל ליגן אין ספינקא.
למעשה א יאר שפעטער איז רבי בעריש אוועק, און זיינע קינדער האבן אנגערופן רבי אביש אז זייער טאטע גייט ליגן אין ספינקא כאטשיג רבי אביש האט געמיינט אז ער גייט ליגן אין דעעש.
דא האט אויסגעבראכן די מחלוקה ווען רבי אביש האט געשטעלט א ווידערשטאנד און נישט געוואלט לייגן זיין ברודער אין זיין בית החיים.
צום סוף האבן די בני רבי בעריש אויסגעפירט ווייל זיי האבן גענוצט די מתו מוטל לפניו מעטאד אנצוזייען פאניק און אנגס איבער די גאנצע שטאט ביז רבי אביש האט זיך געבראכן.
אגב די מצבה שטעלן אויף רבי בעריש איז אויך געווען א עקסטערע פרשה נאכדעם וואס רבי אביש האט נישט געוואלט אז ער זאל האבן די זעלבע מצבה ווי זייער טאטע, למעשה האבן דארטן בני רבי בעריש אויך אויסגעפירט ווייל זי האבן געסטראשעט אז זיי גייען נישט לייגן דארטן קיין מצבה, און ער האט טאקע נישט געהאט קיין מצבה דארטן פאר גאר א לאנגע צייט כאטשיג אין ספינקא לייגט מען די מצבה נאך די שבעה אדער שפעטענס ביי די שלושים.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
הערט זיך ווי גאנץ א אינטרעסאנטע מחלוקת. איינער האט מער דעטאלן איבער דעי ספינקא מחלוקה בכלליות?
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
ס'איז בערך אזא מחלוקה ווי אין וויזניץ ב"ב, די מאמע זייערע די רביצין פון רבי הערשעלע ספינקער האט בעסער ליב געהאט די צווייטע זון רבי אביש איז ער געווארן רבי. און ער האט באקומען די שוהל אויף קיעפ סטריט און די בית החיים.
רבי בעריש האט זיך געעפנט א אייגענע חסידות און ער האט באקומען די חדר בילדינג אויף בעדפאר וואס זיינע קינדער האבן פארקויפט פאר סאטמאר מהר"א ווי אויך האט ער באקומען די קעמפ און וואדריטש.
תולדות אברהם יצחק וואס איז דעמאלטס געווארן רבי און האט באקומען אסאך סימפאטיע פון די וועלט, ער האט שטארק עפראטשט רבי בעריש ער זאל נעמען די זעלבע מהלך ווי אים.
למעשה היינטצוטאס איז תולדות אברהם יצחק היינט גאנץ א שיינע חסידות און פון רבי בעריש איז ליידער גארנישט געבליבן.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
וואו איז דער ציבור געגאנגען? מ'האט זיך צושפרייט לארבע רוחות (ר' אביש, ר' בעריש, קראלי, ר' אייזיק)?

די חדר איז געווען זיינס ער האט עס געעפענט, דארט האט ער אנגעהויבען זיין ביהמ"ד אויכעט
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נחום הסופר #
וואו איז דער ציבור געגאנגען? מ'האט זיך צושפרייט לארבע רוחות (ר' אביש, ר' בעריש, קראלי, ר' אייזיק)?
פינף און ניינציג פראצענט חסידים פון רבי הערשעלע זענען געבליבן מיט רבי אביש פשוט ווייל ער איז געבליבן אין בית המדרש און זיי האבן נישט געוואלט נעמען די וואנדער שטעקן.
די איבריגע פינף פראצענט האבן זיך צעטיילט צווישן רבי בעריש און רבי אייזיק און ווען די חסידות פון רבי בעריש איז צופאלן זענען זיינע מענטשען אויך אריבער צו רבי אייזיק.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נחום הסופר #
וואו איז דער ציבור געגאנגען? מ'האט זיך צושפרייט לארבע רוחות (ר' אביש, ר' בעריש, קראלי, ר' אייזיק)?
בהמשך הזמן יא
ס'איז דא א פיפטע ברודער אויך
גלייך אנהויב איז רבי אייזיק נאך געווען צוזאמען אין טאטענס ביהמ"ד דאכט זיך מיר אז שמחת תורה איז געווען די ערשטע מאל וואס ער איז געגאנגען אליין - בערך 2 חדשים פון די פטירה
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
לאכעדיג #
נחום הסופר #
וואו איז דער ציבור געגאנגען? מ'האט זיך צושפרייט לארבע רוחות (ר' אביש, ר' בעריש, קראלי, ר' אייזיק)?
פינף און ניינציג פראצענט חסידים פון רבי הערשעלע זענען געבליבן מיט רבי אביש פשוט ווייל ער איז געבליבן אין בית המדרש און זיי האבן נישט געוואלט נעמען די וואנדער שטעקן.
די איבריגע פינף פראצענט האבן זיך צעטיילט צווישן רבי בעריש און רבי אייזיק און ווען די חסידות פון רבי בעריש איז צופאלן זענען זיינע מענטשען אויך אריבער צו רבי אייזיק.
רבי בעריש איז קיינמאל נישט געווען עקסטער גרויס, פון די ארומיגע משפחה האט ער יא געהאט אסאך שטיצע
קראלע האט זיך אליין געבויעט
רבי אייזיק האט אויך אסאך אייגענע
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
קראלי רבי האט געעפנט א בית המדרש אפאר יאר נאך רבי הערשעלע איז אוועק ווי סאטמאר אידן האבן געהאט נאך א וויקל דערביי זיך רופנדיג קראלי רב.
יארן שפעטער האט ער עס געטוישט צו א חסידות, ווי אויך איז ער געווארן קראלי "רבי"
היינט פירט ער שוין אפילו טיש.
ער האט שטארק מצליח געווען ווען די סאטמארע מחלוקה האט אויסגעבראכן און חסידי מהר"א אין וומ"ס האבן געזוכט אן ערי מקלט האבן זיי זיך פלאצירט ביי אים אין בית המדרש.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
היימלינד #
רבי בעריש איז קיינמאל נישט געווען עקסטער גרויס.
די ערשטע תקופה זיינע האט רבי בעריש יא געהאט א גרויסע עולם אבער ער האט געליטן פון דעפרעסיע און דאס האט יעדעם פארטריבן פון אים.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
היימלינד #
רבי אייזיק האט אויך אסאך אייגענע
רבי אייזיק האט חתונה געמאכט אין די ארמארי...
ביי זיין שושן פורים טיש האט ער יעדע יאר פעלדמאן און לאנגזאם, דעמאלסט האט ער די גרעסערע עולם אין וומ"ס, און פון יענע טיש ווערן זיינע בילדער שיין געדעקט איבעראל...
ער איז ארומגענומען מיט משפחת שפיטצער וואס פארשטייען גאנץ גוט צו פראפאגאנדע אבער נישט מיט א ציהל אויף ווייטער...
(אגב, משפחת שפיטצער איז קודם געווען ביי רבי בעריש ווי אויך האבן זיי געוואלט זיין די גבאים פון מהרי"י אבער אן ערפאלג)
און די ערשטע יארן פון די סאטמארער מחלוקה איז רבי אייזיק געווען פון די שטארקע שטיצערס פון מהרי"י.
ווי אויך האט רבי אייזיק א זון רבי משה יעקב א ברסלבער, וואס האט אסאך אנהענגערס אויף סאשעל מידיע וכו'.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
כ'האב נישט געזאגט אז ער איז ריזיג גרויס
ער האט אבער א שיינע מספר צוגעקומענע, די שפיטצער פארשטייען צו PR די ישיבות האבען אויכעט געברענגט פלייש, ואידך זיל גמור
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
היימלינד #
כ'האב נישט געזאגט אז ער איז ריזיג גרויס
ער האט אבער א שיינע מספר צוגעקומענע, די שפיטצער פארשטייען צו PR די ישיבות האבען אויכעט געברענגט פלייש.
אין וומ"ס האט ער טאקע פינף צוגעקומענע חסידים.
און קרית יואל האט ער מער מבקשים, די בני יואלע חברה וואס זוכן א רבי קומען צו אים
די ישיבה איז א מסכת פאר זיך, עס האט גארנישט מיט רבי אייזיק ס'איז שפיטצער ישיבה, סך הכל טוט שפיטצער א טובה פאר רבי אייזיק אין ער שיקט אים זיינע בחורים אז זיי זאלן אנפילן זיינע פאר שטאק פארענטשעס ביי זיינע חתונות.
אגב לויט נוסח שפיטצער וואס יעדע זאך איז נאר פאר א שטיק צייט העמיר זען ווילאנג די ישיבה וועט אנהאלטן.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
ר בעריש עלסטע זון האט א ביהמד
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
מר. קלונימוס #
ר בעריש עלסטע זון האט א ביהמד
די צווייטע און די דריטע זון האבן אויך.
אבער זיי האבן נישט קיין חסידים און זיי זענען א ליצנות אין די גאס.
איינער פון די קינדער פון רבי בעריש דער זאבילטובער האט זיך גראדע יא געמאכט א שטיקל קרעמל אין בלומינגראוו און צו שנארען פארשטייט ער גאר גוט...