☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר

יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר

313 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16902
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

לאכעדיג » דינסטאג פעברואר 27, 2024 5:24 pm

· #551760
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
הרב אביש וואוינט העכערן ביהמ"ד אבער ס'איז דא נאך א שיינע פאר דירות העכער און ארום די ביהמ"ד וואס באלאנגט פאר ספינקא, איך ווייס נישט פונקטליך וויפיל.

סבא דבהתא » דינסטאג פעברואר 27, 2024 5:54 pm

· #551766
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
חב''ד הויזן #
לאכעדיג #
מילך טראק #
אזא שיינע מחלוקה'לע נאר א שאד נאר אזא קליינע קהילה

איך געדענק נישט פון וועם ס'קומט
קליינע קהילה אבער גרויסע געלטער,
פראפערטיס וואס זענען ווערד מיליאנען.
הוא הדין ביי די מחלוקת אין סאמבור וומ"ס. נאך א שענערע מחלוקת און נאך א קלענערע קהילה מיט נאכמער מיליאנען....
מיש נישט אריין סמבור, דארטן איז געווען ענינים נשגבים וואס לאו כל מוחא סביל דא, למעשה איז ארויסגעוואקסן פון דעם א שיינע קהילה קדושה בישראל ויקרא שמו ברעזוב

קליינע צדיק » דינסטאג פעברואר 27, 2024 5:57 pm

· #551767
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
פונקט אזוי ווי רוב רבי'שע באזוכן שמועסן
מ'וועט ארום חוש'ן, רעדן יוחס, היסטאריע וכדו'

נחום הסופר » דינסטאג פעברואר 27, 2024 7:31 pm

· #551778
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
כ'בין איינמאל אריינגעפאלן שמחת תורה ביי די הקפות ביי רבי בעריש ספינקער זצ"ל, ער האט נעבעך אויסגעזען ווי א מלך אביון, א קליינע עולם, שוין נישט געווען געזונט אויך נישט, די בארד געווען ארויסגעפאלן אביסל. יהא זכרו ברוך.

לאכעדיג » דינסטאג פעברואר 27, 2024 9:39 pm

· #551810
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
היימלינד #
לאכעדיג #
מר. קלונימוס #
ר בעריש עלסטע זון האט א ביהמד
אבער ער האט נישט קיין חסידים און ער איז א ליצנות אין די גאס.

איינער פון די קינדער פון רבי בעריש דער זאבילטובער האט זיך גראדע יא געמאכט א שטיקל קרעמל אין בלומינגראוו און צו שנארען פארשטייט ער גאר גוט...
ליצנות? איי דאנט טינק סאו
א רעבעלע ווי אסאך אנדערע אין וומסב"ג.
זאבילטוב איז אפשר יא אביסעל א קלאון אבער אויך נישט געפערליך
וועלעכע נאך אדמו"ר אין וומ"ס טראגט אזא פנים ווי הרב יוסף מאיר ספינקער??

און וואס דארף די זאבילטובער טאן צו זיין געפערליך??
אנטאן א גאטשע אויפן קאפ??

ליידער איז נישט געבליבן קיין ערנסטע המשכה פון רבי בעריש.

מילך טראק » דינסטאג פעברואר 27, 2024 11:56 pm

· #551843
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
בכלל פון ר'הערשעלע איז געבליבן א ערנסטע המשכה?

לאכעדיג » מיטוואך פעברואר 28, 2024 12:01 am

· #551846
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
יא.
רבי אביש טראגט זיך זייער גוט ביי זיינע 60 מענטשן ווי אויך ביי ראשי ישיבות מיט וועם ער טוט אויף גאנץ אסאך פאר בחורים.

רבי אייזיק טראגט זיך זייער גוט ביי זיינע 20 מענטשן ווי אויך ביי א שיינע פאר בני יואלע אידן אין מאנרא.

און קראלי רבי טראגט זיך אויך זייער גוט ביי אסאך סאטמארע בעלי בתים וואס זענען זיינע ידידים און מעריצים.

שמעקעדיג » מיטוואך פעברואר 28, 2024 12:30 am

· #551854
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
היימלינד #
איך געדענק גוט די פרשה, רבי בעריש האט געזאגט פאר זיינע קינדער אז ער איז גרייט צו ליגן אין פריזער ווילאנג עס נעמט אבער ער וויל ליגען לעבן טאטן, ער איז די עלטסטע אבער רבי אביש האט אלעס גענומען/באקומען ואכמ"ל, צום סוף האט זיך ר"א געבראכן בתנאי אז מען לאזט עפעס א קליינע ספעיס צווישן איהם מיט די טאטע, די חשבון איז געווען אז די טאטעס מציבה איז ברייטער ווי די גוף ממילא דאס בנוסף צו די קליינע ספעיס וועט זיין גענוג איהם צו אריין קוועטשן בבוא היום, למעשה האבן בני ואנשי ר"ב פארשטאנען דעם חשבון, האבן זיי אריין געגראבן זייטוועס און ער ליגט טאקע לעבן די טאטע כרצונו.

וואס האט ר' אביש געהאט אקעגן ר' בעריש?

לאכעדיג » מיטוואך פעברואר 28, 2024 12:35 am

· #551856
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
https://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=551649#p551649

וואס האט א יעדע רבי אקעגן זיין ברודער, נעפיו אדער קאזין???

ספינקא, סאטמאר, באבוב, קלויזענבורג, סאדיגורה, וויזניץ ב"ב, קרעטשניף סיגעט, תולדות אהרן, גור, און אזוי ווייטער.

מיר מיינען נישט קיין כבוד און מיר מיינען נישט קיין געלט...

מילך טראק » מיטוואך פעברואר 28, 2024 12:41 am

· #551858
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
לאכעדיג #
יא.
רבי אביש טראגט זיך זייער גוט ביי זיינע 60 מענטשן ווי אויך ביי ראשי ישיבות מיט וועם ער טוט אויף גאנץ אסאך פאר בחורים.

רבי אייזיק טראגט זיך זייער גוט ביי זיינע 20 מענטשן ווי אויך ביי א שיינע פאר בני יואלע אידן אין מאנרא.

און קראלי רבי טראגט זיך אויך זייער גוט ביי אסאך סאטמארע בעלי בתים וואס זענען זיינע ידידים און מעריצים.
ער איז האלב קעגען זיין טאטע?
איז ר' יוסף מאיר נישט האלב פון זיין טאטע?

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 28, 2024 12:42 am

· #551859
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
קליינע צדיק #
פונקט אזוי ווי רוב רבי'שע באזוכן שמועסן
מ'וועט ארום חוש'ן, רעדן יוחס, היסטאריע וכדו'
דעם יחוס ווייס מיר שוין. וואס נאך...?!

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 28, 2024 12:44 am

· #551860
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
לאכעדיג #
https://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=551649#p551649

וואס האט א יעדע רבי אקעגן זיין ברודער, נעפיו אדער קאזין???

ספינקא, סאטמאר, באבוב, קלויזענבורג, סאדיגורה, וויזניץ ב"ב, קרעטשניף סיגעט, תולדות אהרן, גור, און אזוי ווייטער.

מיר מיינען נישט קיין כבוד און מיר מיינען נישט קיין געלט...
דאס איז א גזירה שוה. אזוי ווי זיי מיינען נישט קיין כבוד אזוי מיינען זיי נישט קיין געלט...!

לאכעדיג » מיטוואך פעברואר 28, 2024 12:45 am

· #551861
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
מילך טראק #
ער איז האלב קעגען זיין טאטע?
איז ר' יוסף מאיר נישט האלב פון זיין טאטע?
אין Size יא.

מילך טראק » מיטוואך פעברואר 28, 2024 12:48 am

· #551864
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
איך ווייס נישט וועלכע מעשה אבער אפאר פונט האט ער זיכער פארלוירען, אוואו

נחום הסופר » מיטוואך פעברואר 28, 2024 6:51 pm

· #551952
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
פונקט איז ארומגעפארן בילדער פון ר' יוסף מאיר ספינקער, בן ר' בעריש, ביי א טיש, אפשר פורים קטן, ער זיצט מיט א פארהעלטנמעסיג שיינע ציבור, עכ"פ לכאורה נישט ווייניגער ווי זיין פאטער האט געהאט. ער איז אויך גאנץ א שיינער בעל צורה.

לאכעדיג » מיטוואך פעברואר 28, 2024 8:53 pm

· #551974
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נחום הסופר #
פונקט איז ארומגעפארן בילדער פון ר' יוסף מאיר ספינקער, בן ר' בעריש, ביי א טיש, אפשר פורים קטן, ער זיצט מיט א פארהעלטנמעסיג שיינע ציבור, עכ"פ לכאורה נישט ווייניגער ווי זיין פאטער האט געהאט. ער איז אויך גאנץ א שיינער בעל צורה.
גאנצע "זיבן" אידן מיינט ביי דיר
א "פארהעלטנמעסיג שיינע ציבור??
און דאס איז שוין נאכדעם וואס ס'איז געווען אדוועטייזט
אין די דבר יום ביומו און אין די גוט מארגן.

איך האב גראדע אויך געזעהן דעם בילד, זייער ווייטאגליך.

אגב די לעצטע פאר יאר האט מען נישט געהערט פון אים, איך האב געמיינט אז ער איז פארשווינדן געווארן פונעם האריזאנט.

לעצטענס איז ער ארויסגעקומען פון זיין באהעלטעניש,
ער איז געווען ביי די סקווירא ניחום אבלים צוזאמען מיט מהרי"י,
ער האט באזוכט ביי מהרי"ד מלעלוב אין וויליאמסבורג
און פון די זאבילטובע חתונה איז אויך דא בילדער פון אים.

און ס'איז געווען מערקוועדיג אז ביי די אלע דריי פלעצער האט ער נישט געוואלט אויסטאן די פעלץ זיינע..

mechel » מיטוואך פעברואר 28, 2024 9:20 pm

· #551980
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
Happens to be, אז קראלי רב האלט אז די בעדפארד בילדינג איז ער געווען דער וואס האט באקומען די געלט פין רייזמאן, אין בעריש דארף זיך צוטיילן מיט אים, ער האט מוחה געווען במעמד שלשתן, ער האט נאר נישט געוואלט מאכן א שטינט אויפן גאס

לאכעדיג » מיטוואך פעברואר 28, 2024 9:34 pm

· #551986
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
mechel #
Happens to be, אז קראלי רב האלט אז די בעדפארד בילדינג איז ער געווען דער וואס האט באקומען די געלט פין רייזמאן, אין בעריש דארף זיך צוטיילן מיט אים, ער האט מוחה געווען במעמד שלשתן, ער האט נאר נישט געוואלט מאכן א שטינט אויפן גאס
בקיצור, מען האט קיינמאל נישט צוטיילט די ירושה פון רבי הערשעלע ספינקער. נישט די קהלישע זאכן און נישט זיינע פריוואטע זאכן.

רבי בעריש האט געכאפט די חדר בילדינג אויף בעדפארד און די קעמפ אין וואדריטש, רבי אביש האט געכאפט די ביהמ"ד אויף קיעפ סטריט, די דירות העכער און ארום די ביהמ"ד, די בית החיים און די חפצים, רבי נטע האט געכאפט די בילדינג אין בארא פארק.
רבי אייזיק און רבי נפתלי האבן גארנישט באקומען.

מילך טראק » מיטוואך פעברואר 28, 2024 11:01 pm

· #552001
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
ר נפתלי האט אליין אפגעקויפט ביידע בנינים סיי די שול און סיי די תלמוד תורה?

מילך טראק » מיטוואך פעברואר 28, 2024 11:02 pm

· #552002
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
לאכעדיג #
נחום הסופר #
פונקט איז ארומגעפארן בילדער פון ר' יוסף מאיר ספינקער, בן ר' בעריש, ביי א טיש, אפשר פורים קטן, ער זיצט מיט א פארהעלטנמעסיג שיינע ציבור, עכ"פ לכאורה נישט ווייניגער ווי זיין פאטער האט געהאט. ער איז אויך גאנץ א שיינער בעל צורה.
גאנצע "זיבן" אידן מיינט ביי דיר
א "פארהעלטנמעסיג שיינע ציבור??
און דאס איז שוין נאכדעם וואס ס'איז געווען אדוועטייזט
אין די דבר יום ביומו און אין די גוט מארגן.

איך האב גראדע אויך געזעהן דעם בילד, זייער ווייטאגליך.

אגב די לעצטע פאר יאר האט מען נישט געהערט פון אים, איך האב געמיינט אז ער איז פארשווינדן געווארן פונעם האריזאנט.

לעצטענס איז ער ארויסגעקומען פון זיין באהעלטעניש,
ער איז געווען ביי די סקווירא ניחום אבלים צוזאמען מיט מהרי"י,
ער האט באזוכט ביי מהרי"ד מלעלוב אין וויליאמסבורג
און פון די זאבילטובע חתונה איז אויך דא בילדער פון אים.

און ס'איז געווען מערקוועדיג אז ביי די אלע דריי פלעצער האט ער נישט געוואלט אויסטאן די פעלץ זיינע..
גראדע געווען מער ווי זיבן אידן

מילך טראק » מיטוואך פעברואר 28, 2024 11:04 pm

· #552003
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
אגב מקען טוישן די קעפל פון סאטמאר צו ספינקא

מחצה''ק » מיטוואך פעברואר 28, 2024 11:41 pm

· #552006
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
לאכעדיג #
יא.
רבי אביש טראגט זיך זייער גוט ביי זיינע 60 מענטשן ווי אויך ביי ראשי ישיבות מיט וועם ער טוט אויף גאנץ אסאך פאר בחורים.

רבי אייזיק טראגט זיך זייער גוט ביי זיינע 20 מענטשן ווי אויך ביי א שיינע פאר בני יואלע אידן אין מאנרא.

און קראלי רבי טראגט זיך אויך זייער גוט ביי אסאך סאטמארע בעלי בתים וואס זענען זיינע ידידים און מעריצים.
ר' אביש איז א קאנטראל פריק
אין ביי די ראשי ישיבה איז ער א פגע רע
ער טרייט זיי צי באצווינגען

מילך טראק » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 12:02 am

· #552008
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
מחצה''ק #
לאכעדיג #
יא.
רבי אביש טראגט זיך זייער גוט ביי זיינע 60 מענטשן ווי אויך ביי ראשי ישיבות מיט וועם ער טוט אויף גאנץ אסאך פאר בחורים.

רבי אייזיק טראגט זיך זייער גוט ביי זיינע 20 מענטשן ווי אויך ביי א שיינע פאר בני יואלע אידן אין מאנרא.

און קראלי רבי טראגט זיך אויך זייער גוט ביי אסאך סאטמארע בעלי בתים וואס זענען זיינע ידידים און מעריצים.
ר' אביש איז א קאנטראל פריק
אין ביי די ראשי ישיבה איז ער א פגע רע
ער טרייט זיי צי באצווינגען
אגב זיין טאטע איז אויך געווען א שטיקל קאנטראל פריק

לאכעדיג » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 12:46 am

· #552011
Re: רבי הערשעלע (קראלער) ספינקער ז"ל
מילך טראק #
אגב זיין טאטע איז אויך געווען א שטיקל קאנטראל פריק
100%.

איי רבי הערשעלע מיט די הענט אין די הייעך כלפי מעלה, די ווארימע כל מקדש מיט די אייגענארטיגע תנועות זיינע און די לאנגע שלוש סעודות תורות -אבות הקדושים, לאמיר זיך אויסשמועסן, די תמימות פון אמאל- מיט בכיות נוראות.
עס בענקט זיך.

אבער לאמיר אביסל צוטירן מילך טראקס ווערטער אז ער איז געווען א שטיקל קאנטראל פריק.

פאר די סאטמארע אידן איז רבי הערשעלע געווען זייער גוט ווייל ווען זיי פלעגן אריינקומען צו אים פאר א קוויטל פלעגט ער זיי אויסהערן און שמייכלען צו זיי, און אין יענע צייטן וואס ס'איז נאכנישט געווען קיין טעראפיסטן איז ער געווען די בעסטע אפציע אין וויליאמסבורג. (אין בארא פארק איז געווען די טעראפיסט רבי שלמהלע באבובער.)

ווידעראום פאר זיינע אייגענע מענטשן איז ער טאקע געווען א ריכטיגער קאנטראלער מיט אלע מפרשים און זיין חסידות איז געווען א עכטע קולט כאטשיג וואס אין יענע צייטן האט מען נאכנישט געוויסט וואס די ווארט מיינט...

זיינע חסידים האבן נישט געמעגט פארמאגן קיין אייגענע דעת, אלעס האט מען אים געמוזט פרעגן און מען האט נאר געמעגט טאן וואס ער הייסט, און אויב איינער האט זיך געוואגט אים נישט צו פאלגן האט ער אים דערווייטערט מיטן אויסרייד אז ער קען אים מער נישט באגלייטן.. לשונו כידוע.

זיינע חסידים האבן געמוזט קומען צום טיש יעדע שבת און ער פלעגט שטענדיג שטיין ביי די פענסטער פון זיין הויז וואס איז געווען העכער די ביהמ"ד און קוקן ווען יעדער קומט און גייט אזוי ווי א משגיח אין ישיבה...

נאר זיינע קינדער און איידעמער האבן געמעגט צו גיין צום עמוד שבתים אין ימים טובים און ער פלעגט אליין הייסן פאר די גבאי פארוועם צו געבן אן עליה...

ווי אויך האבן נאר זיינע קינדער געמעגט קעיר נעמען פון די ביהמ"ד, מקוה און די קאך. כידוע פאר ווער ס'איז נאר אמאל אריין דארטן אין יענע צייטן...

אויב ביים דאווענען האט איינער גערעדט אדער א קינד האט געמאכט א גערודער פלעגט ער קענען אפשטעלן די בעל תפילה אדער די בעל קורא פאר א לאנגע צייט...

ס'האט זיך דארטן געגאסן צמצום מיט א שפע, און רבי הערשעלעס נערווען פלעגן קענען ווערן זייער אנגעשטרענגט אויב עפעס איז נישט געגיינגען לויט זיין פלאן אדער עפעס האט נישט געשטימט מיט זיינע פרינציפן...

ער פלעגט זיך קענען איינשפארן אין זיין הויז און נישט אראפקומען אין ביהמ"ד פאר וואכן לאנג פון דעפרעסיע.

"זכותו יגן עלינו" (שרייט טאטע... רבי אייזיק...)

זיין זוהן רבי אביש גייט אין זיינע דרכים און פירט די ביהמ"ד און זיינע מענטשן אויף די זעלבע שטייגער ווי זיין טאטע כידוע.

די חילוק פון רבי הערשעלע און זיין זוהן רבי אביש איז,
די טאטע איז כאטשיג געווען א תלמוד חכם און א ערליכע איד,
די זוהן פארמאגט דאס אויך נישט...

טמיר » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 1:26 am

· #552018
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
פארוואס איז טאקע נאר דא א חיוב צי זיצן שבעה אויף א ברודער, אבער נישט צי גיין ווען ער מאכט חתונה?

לאכעדיג » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 1:31 am

· #552019
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
טמיר #
פארוואס איז טאקע נאר דא א חיוב צי זיצן שבעה אויף א ברודער, אבער נישט צי גיין ווען ער מאכט חתונה?
ס'איז יא דא א חיוב פון מענטשלעכקייט צו גיין, אבער די רביס האבן זיך אויף דעם באווארענט און מען האט אונז אויסגעלערנט פון קינד ווייז אן אז די רבי איז קיין מענטש נישט, נאר ער איז א מלאך אלוקים.

יחי אדונינו...!

אבער די תירוץ אויף דיין קשיא איז לכאורה ווייל שבעה קען מען זיצן ביי זיך אינדערהיים און צו חתונות דארף מען גיין צו יענעם...

ווען די אדמורי"ם וואלטן געדארפט זיצן שבעה ביי זייער צד שכנגד וואלטן זיי שוין געטראפן א היתר נישט צו דארפן זיצן שבעה.

פון אונזערע » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 1:57 am

· #552022
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
איינער פארציילט מיר א מעשה רב פון רבי אביששש זאל געזונט ווערן אז ער איז ארויף צו אים פורים נאך געלט אין ער גלייבט נישט וואס ער זעהט די צדיק זיצט אויף די געלט! אין ווען ער האט געוואלט געבן פאר איינעם האט ער בכבודו ובעצמו זיך אינטערגעהויבן אין ארויסגענומען די געלט מתחת המחילה הקדושה....!!
איך ווייס נישט פארוואס אבער מיר האט מוראדיג געכאפט די מעשה אין איך שפיר אז סאיז א מצוה לפרסם...

לאכעדיג » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 2:04 am

· #552023
Re: רבי הערשעלע (קראלער) ספינקער ז"ל
אזוי ווי די משפחת טייטלבוים, הגר, טווערסקי, האלבערשטאם האבן זייער שטארק ליב די דאללער האט עס די הורוויץ פאמיליע אויך זייער שטארק ליב.

יעדער האט ליב געלט אבער די רעבישע האבן ליב יענעמס...

סאטמאר רב האט געזאגט פאר אלע אונגארישע בנש"ק'ליך נאכן קריג אז זיי זאלן גיין ארבעטן אבער פאר רבי הערשעלע האט ער גארנישט געזאגט ווייל ער האט גענוג געהאט צוטאן מיט זיין טאטע רבי אבישל קראלער אינדערהיים האט ער אין די בראשית יארן אין אמעריקע נישט געוואלט רעדן צו זיין זוהן רבי הערשעלע.

און רבי הערשעלע איז טאקע נישט געגיינגען ארבעטן און די קינדער און אייניקלעך אויך נישט און זיי האבן זיך ערווארבן א רעפוטאציע פון געלונגענע שנארערס.

לאכעדיג » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 2:16 am

· #552025
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
פון אונזערע #
איינער פארציילט מיר א מעשה רב פון רבי אביששש זאל געזונט ווערן אז ער איז ארויף צו אים פורים נאך געלט אין ער גלייבט נישט וואס ער זעהט די צדיק זיצט אויף די געלט! אין ווען ער האט געוואלט געבן פאר איינעם האט ער בכבודו ובעצמו זיך אינטערגעהויבן אין ארויסגענומען די געלט מתחת המחילה הקדושה....!!
איך ווייס נישט פארוואס אבער מיר האט מוראדיג געכאפט די מעשה אין איך שפיר אז סאיז א מצוה לפרסם...
ס'איז זיכער העכערע זאכן און הייליגע ענינים ווי אויך איז א סגולה צו פארציילן די מעשה חנוכה ביי די קאצקע צוקער טיש.

(פאר ווער ס'ווייסט נישט, אין ספינקא עסט מען חנוכה נאך ליכט צינדען קאצקע צוקער. העכערע זאכן...)

און רבי נפתלי קראלער ווארפט חנוכה אין די בראנקס פעניס און דיימס. אויך העכערע זאכן...

לאכעדיג » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 2:28 am

· #552026
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
שעפטאל #
מיין מקובל זאגט מיך
זיי וועלן נאך שלום מאכן בחייהם
וכבוד תהיה להם
וויפיל האסטו באצאלט פארן מקובל??...

נחום הסופר » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 10:00 am

· #552038
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
לאכעדיג #
וויפיל האסטו באצאלט פארן מקובל??...

אל תקרי מקובל אלא מקבל.

אזוי ווי יענער גביר קמצן וואס האט געבעטן דעם רבי'ן אז ער וויל לערנען מיט אים קבלה, האט אים דער רבי געזאגט קומזשע קודם וועל איך דיר אויסלערנען נתינה...

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 11:09 am

· #552047
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
ואיכא דאמרי: "מקוגל"...
ביי אונז אין ישיבה (איינס פון די ישיבות וואו כ'האב געלערנט) איז געווען א בחור וואס האט זיך (און אנדערע) געוואלט איינרעדן אז ער לערנט קבלה, האט מען איהם געגעבן א נאמען בעל "מקוגל", מלשון קוגל...!

חב''ד הויזן » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 12:02 pm

· #552053
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
סבא דבהתא #
מיש נישט אריין סמבור, דארטן איז געווען ענינים נשגבים וואס לאו כל מוחא סביל דא, למעשה איז ארויסגעוואקסן פון דעם א שיינע קהילה קדושה בישראל ויקרא שמו ברעזוב

ווער איז ברעזוב? א מאליק?

איין זון האט זיך געעפנט א שול 'אליק' און די טאטע די סאמבור רבי דאווענט דארט 🙄
א צווייטע זון האט זיך געעפנט א פרעמישלאנע שול און נאך א זון איז קאארדינעטאר ביי הצלה. די עלטסטער רופט זיך רב הצעיר דסאמבור 🙄 ער איז א שטיף איידעם ביים געוועזענעם ירושלימע רב ר' יצחק טובי'.

די טאטע האט אפאר צובראכענע באנגעלאוס קעגן איבער איחוד קאנטרי וואס ער רופט מיט די ברענד נעים 'מאליק'ס קאנטרי'. (חוץ זיינע מיליאנען אין ריעל עסטעיט).

לאכעדיג » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 6:22 pm

· #552139
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
אז מען רעדט שוין איז פאסיג צו דערמאנען ווען די ברך משה איז געגיינגען מנחם אבל זיין די מומע אלטא פיגא נאך די פטירה פון סאטמאר רב.

אוי איז געווען דארטן פרייליך...

האניג » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 6:44 pm

· #552141
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
שיינע אשכול דאס...

איך האב אסאך מיטגעהאלטן די ספינקא פאליטיק, שיינע מחלוקה געווען

לאכעדיג » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 6:50 pm

· #552143
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
האניג #
שיינע אשכול דאס...

איך האב אסאך מיטגעהאלטן די ספינקא פאליטיק, שיינע מחלוקה געווען
פארצייל אונז. לאמיר הערן וואס האסטו מיטגעהאלטן?

לאכעדיג » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 6:52 pm

· #552145
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
האניג #
שיינע מחלוקה געווען
געווען? מער נישט?
מען האט נאכנישט צוטיילט די ירושה.

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 7:57 pm

· #552154
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
די גאנצע ספינקא (הקדושה והטהורה) מחלוקת/ירושה איז מופרך מעיקרא. מכח כמה טעמים נשגבים ונסתרים שאין כדאי לגלותם...!

והמבין יבין...!

לאכעדיג » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 8:03 pm

· #552157
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
berlbalaguleh #
די גאנצע ספינקא (הקדושה והטהורה) מחלוקת/ירושה איז מופרך מעיקרא. מכח כמה טעמים נשגבים ונסתרים שאין כדאי לגלותם...!
פארוואס?

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 8:11 pm

· #552158
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
מ'האמיר געשמועסט ..."טעמים נשגבים ונסתרים"...! אבער דאך...

ווייל הרה"ק מ'ספינקא זצ"ל מוהר"ר שמואל צבי איז נאר געוען א בן אחר בת פון דעם ערשטן ספינקא רבי'ן דער אמרי יוסף. די אנדערע גזע פון די משפחה מיט'ן נאמען ווייס. זיי זענען בן אחר בן, נאר די פראפאגאנדע מאשין וועלכע האט גוט פונקציאנירט פאר א סאך יארן ביז'ן אויפקום פון די אינטערנעט, רחמנא ליצלן מהאי דעתא, האט זיי געפסל'ט, ווייל אזוי האט הרב סענדער דייטש זכותו יגון עלינו אפגעמאכט...!

ס'נישט אז דארט איז נישט דא קיין מחלוקת. דארט האט זיך געטון, און ס'טוצעך נאכאלץ, לעבעדיג.

חב''ד הויזן » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 8:24 pm

· #552162
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
אה, כ'האב געמיינט אז ספינקא איז א אומזיסטע נאמען וואס די גאווערמענט טיילט פאר נידריגע פארדינער בנשקלעך....

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 8:40 pm

· #552166
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
דו ווייסט דאך די באקאנטע מעשה: ס'איז אמאל געפארן א באס מיט ספינקא רבי'ס. אונטער זיי איז געפארן א ווען מיט ספינקא'ער גבאים. און נאך זיי איז געפארן א מאטארסייקל מיט ספינק'ער חסידים...!

זאקן » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 8:41 pm

· #552167
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
מ׳זאגט נאך אז ווען איינער וויל עפענען א בית המדרש, אין ער זוכט א נאמען פאר זיין בית המדרש, נעמט ער א מעפ מיט א דייס אין וועלכע פלאץ די דייס פאלט אראפ יענע נאמען באקומט מען, אויב עס פאלט אראפ אין וואסער הייסט מען ספינקא.

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 8:48 pm

· #552168
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
לאמיר זעהן אויב אלע ידענים (דא) ווייסן וויאזוי מ'האט גערופן ספינקא אינדערהעים...וויאזוי מ'האט עס געשריבן/געספעללט. און וויאזוי ס'האט געהייסן אויף גוי'איש/אונגאריש?

סקעפטיקער » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 8:52 pm

· #552169
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 9:01 pm

· #552170
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
סקעפטיקער: דו (ס'הייסט וויקיפעדיע) ביסט גערעכט מיט די גוי'אישע...נאר א ביסל מער פונקטליך...Szaploncza...נאר נישט מיט די אידישע (וועיג) מ'האט עס גערופן און געשריבן אין ספרים סאפינקא. מיט א קמ"ץ רפה. די אלטע אידן פון ספינקא אויב זיי לעבן נאך האבן עס ארויסגעזאגט במילואו...סא-פינקא...!

יצחק אייזיק » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 9:05 pm

· #552171
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
berlbalaguleh #
ווייל הרה"ק מ'ספינקא זצ"ל מוהר"ר שמואל צבי איז נאר געוען א בן אחר בת פון דעם ערשטן ספינקא רבי'ן דער אמרי יוסף. די אנדערע גזע פון די משפחה מיט'ן נאמען ווייס, זיי זענען בן אחר בן.

בן אחר בת פון חקל יצחק, נישט פון אמרי יוסף.
חוץ מזה וואס ער איז ממש אויפגעוואקסן ביי די חקל יצחק און לכאורה אים געקענט נאך מער ווי זיין טאטע

מנחם מנדל » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 10:00 pm

· #552179
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
לאכעדיג #
היימלינד #
איך געדענק גוט די פרשה, רבי בעריש האט געזאגט פאר זיינע קינדער אז ער איז גרייט צו ליגען אין פריזער ווילאנג עס נעמט אבער ער וויל ליגען לעבען טאטען, ער איז די עלטצע.
דא האט אויסגעבראכן די מחלוקה ווען רבי אביש האט געשטעלט א ווידערשטאנד און נישט געוואלט לייגן זיין ברודער אין זיין בית החיים.

די מחלוקה איז נישט געוועהן דאס לייגן אין בית החיים. די מחלוקה איז געוועהן וועלכע זייט פונעם טאטן אים צו לייגן, און אזוי אויכעט איבער די סייז מציבה.
ר' אביש האט געהאלטן אז עס פאסט נישט אים צו לייגן די רעכטע זייט און מיט די זעלבע גרויסע מציבה, און אסאך תלמידי וחסידי ספינקא האבן אויך אזוי געהאלטען צוליב די שווערע רילעישאנשיפ וואס ר' בעריש האט געהאט מיטן טאטן.. ואכמ"ל.. וד"ל.. זאל ער רוען און לעכטיגע גן עדן.

דאן זענען די בני ר' בעריש ארויס און א גאר שמוציגע קאמפיין און סטראשערייען, און ממש געצווינגען דעם חלקה און טאקע דאס איז די סיבה פארוואס די בני בעריש זענן היינט אזוי סוקסעספול יאריך ימים על ממלכתותם..

חב''ד הויזן » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 10:15 pm

· #552181
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
חחחח... די גאנצע מחלוקה איז געווען רעכטע זייט צו לינקע זייט... און די גאנצע יהדות החרדית האט זיך געשטעלט און געשימפט אז ר' בעריש זאל ליגן אויף די רעכטע זייט, אט אזוי...
און מ'האט אויפגעהאלטן די קבורה צוליב די מציבה וואס מ'גייט לייגן אין א חודש ארום....
און וואספארא שמוציגע קאמפיין האבן בני ר' בעריש געפירט? קום אריין מיט דעטאלן.

ס'איז סתם אזוי אינטרעסאנט אז א חסידות וואס איז אכציג פראצענט שלימזלדיג זאל חוזק מאכן פון דער וואס איז ניינציג פראצענט שלימזלדיג...

מנחם מנדל » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 10:22 pm

· #552182
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
די בני בעריש האבן אויפגעהאלטן די קבורה ווייל זיי האבן נאר מסכים געווען אויף די חלקה אויף די רעכטע זייט,
און יא די נוסח המציבה איז אויכעט געווען א שטארקע פאקטאר אין די מחלוקה.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7