יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
313 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16902
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
וויאזוי ווייסטו אז ער האט יא געזעהן?
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
אקעי, ספינקא אהער ספינקא אהין, אבער ביזן מזלזל זיין אינעם העיליגן ריבניצער! רבי בערעלינו איך בעט דיר טריי נישט צו זיין 'קיהל' דא פאר אפאר שוטים ווייל דו מאכסט דיך נאר נאריש.
איך ווייס ערשט האנטיג פון די בעסטע מקורות וואס איז שייך צענדליגע און הונדערטער אפענע רוח הקודש מעשיות, וואס האט זיך געוואלגערט דארטן מדי יום ביומו ממש.
און יא, ער האט גאנץ קלאר געזאגט פאר מענטשן זייערע עבירות און טאקע פונקטליך ביום פלוני ובמקום פלוני ווען עס האט אויסגעפעלט.

לאכעדיג #
צפת #
דער אשכול האט אנגעצינדן מיין נייגער איבער די ספינקא מחלוקת.
קען איינער אריינקומען קלאר איבער די פערסענעלטי פון אלע ספינקער קינדער, און ווי אזוי זיי האבן אויסגעקוקט בחייו פון זייער טאטע?
וואספארא כאראקטער איז ר' בעריש געווען? - עובד, פיקח, ארבעטער? - וואס האט ער געטון?
וכן ר' אביש, אייזיק, נפתלי וכדו'?
ווער האט געהייסן דער געלונגענער, חשוב'סטער, וכו'?
נאך שבת וועל איך אי"ה שרייבן א שיינע באשרייבונג איבער די קינדער פון רבי הערשעלע.
עס איז גאנץ אינטערעסאנט ווי אויך היפש קאמיש...
איך ווארט.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
היינט גייט אלעס מיט בילדער, פאר די וואס זענען נישט אזוי באקאנט, ביטע ברענגט בילדער פון די ספינקא קינדער - איינקליך רבי'ס

whatever #

רבי הערשעלע איז דאך געווען אקעגן (אלעס...) בילדער.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
לאכעדיג #
צפת #
דער אשכול האט אנגעצינדן מיין נייגער איבער די ספינקא מחלוקת.
קען איינער אריינקומען קלאר איבער די פערסענעלטי פון אלע ספינקער קינדער, און ווי אזוי זיי האבן אויסגעקוקט בחייו פון זייער טאטע?
וואספארא כאראקטער איז ר' בעריש געווען? - עובד, פיקח, ארבעטער? - וואס האט ער געטון?
וכן ר' אביש, אייזיק, נפתלי וכדו'?
ווער האט געהייסן דער געלונגענער, חשוב'סטער, וכו'?
נאך שבת וועל איך אי"ה שרייבן א שיינע באשרייבונג איבער די קינדער פון רבי הערשעלע.
עס איז גאנץ אינטערעסאנט ווי אויך היפש קאמיש...
מיר ווארטן.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
מנחם מנדל #
מיר ווארטן.
בקרוב אי"ה.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
אנדערש ווי זיינע ברודער איז ר' אביש איז זייער א פארמאכטע חסידות , איז ר' הערשלע אויך אזוי געווען?

מילך טראק #

יא.

אבער איך גלייב אז די שול איז יא געווען אפען פאר די פאבליק

און היינט? מען קען נאר אריינקומען מיט א קאוד?
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נישט ממש אבער ממאכט דיר פילן אומבאקוועם
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
מילך טראק #
אנדערש ווי זיינע ברודער איז ר' אביש איז זייער א פארמאכטע חסידות , איז ר' הערשלע אויך אזוי געווען?
ר' הערשעלע האט געהאט וואס צו פארקויפן, פארשטייסט?... דא איז בעסער אז מ'ווייסט נישט און מ'זעט נישט.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
איך ווייס נישט צו סהאט מיט דעים, דאס האט מער מיט די קולט סטייל חסידות
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
מיר האבן נאכאלס נישט זוכה געווען צו א באשרייבונג איבער די ספינקע קינדער...
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
לאכעדיג #
חב''ד הויזן #
וואס איז א חילוק פון א ערליכע איד און א צדיק אמת?
גוט מדייק געווען...
און די חסידישע קאמיונעטי מיינט א ערליכע איד איינער וואס מען מעג נאך רעדן פון זיינע שוואכקייטן און א צדיק אמת מיינט איינער וואס מען טאר שוין נישט רעדן פון זיינע שוואכקייטן...
בעסער געזאגט, א ערליכער איד מיינט איינער וואס האט נאך שוואכקייטן, מ'קען עם כאפן ביי עולות
א צדיק אמת קען מען נישט כאפן ביי קיין עוולות

כספי #

דאס איז דיין פשט, און מיין פשט איז אזוי ווי איך האב געשריבן.

דיינס קוצט אויך פון מיינס, דארט האט זיך עס אנגעפאנגען
רבי הערשעלע ספינקערס קינדער
די ספינקא בנים, אדער אזוי ווי מען האט זיי גערופן אין וומ"ס בלשון חיבה רבי הערשעלעס קינדער.
ווי הייבט מען אן??
1) רבי בעריש איז געווען א בעל באטישע בחור,
2) רבי אביש איז געווען דער געטרייער עסקן אלץ בחור,
3) רבי אייזיק האט געלערנט פלייסיג אלץ בחור,
4) רבי נטע האט געטרייט נאכצומאכן רבי בעריש אלץ בחור,
5) רבי נפתלי איז געווען די מפואר בחור.
רבי הערשעלע האט אויפגעשטעלט זייער א פארפרומטע און חאניאקישע שטוב, די היים טעלעפאן האט נאר געמעגט זיין שווארץ, אין זיין הויז האט נישט געמעגט זיין קיין טעיפ ריקאדער, ער האט נישט געלאזט גיין שווימען, און זיינע קינדער האבן געהאט גאר לאנגע פיאות, וכו' וכו'.
פון די אנדערע זייט האט ער קיינמאל נישט געהייסן אדער געזאגט פאר זיינע קינדער וואס צו טאן און וויאזוי זיך אויפצופירן. זיי האבן נישט געמוזט גיין אין חדר, און זיי האבן נישט געדארפט אראפקומען אין ביהמ"ד דאווענען אפילו אלץ בחור, וכו'.
רבי הערשעלע פלעגט נישט פארברענגען מיט זיינע קינדער, ער איז געווען זייער א פארמאכטע מענטש אין זיין הויז, ער האט געלאזט זיין רביצין פירן די ווירטשאפט, און זי האט עס טאקע געפירט מיט א שטייפע האנט.
צוריק צו די קינדער, זיי זענען אונטערגעוואקסן און זיי האבן זיך אויסגעשטעלט ווי פאלגאנד.
רבי בעריש האט געהאט א ברייטע נאטור, ער איז געווען א געלונגענע מענטש מיט אסאך פעיגקייטן, ער ליב געהאט שיינע זאכן, ער האט ליב געהאט פראקטישקייט און אפענקייט וכו'. פון די אנדערע זייט האט ער נישט ליב געהאט די אלע פרומקייטן אין משוגעתן פון זיין טאטע, ער האט געפירט די ספינקא חדר נישט אויף זיין טאטעס חאניאקישע דרך, ער האט נישט געקענט דערליידן זיין טאטעס צמצום, און דעריבער האט עס אויסגעזען ווי ער איז קעגענזייטיג מיט זיין טאטע און פארדעם האבן רבי הערשעלעס מענטשן אים נישט מחשיב געווען נאר מרחק געווען און אטאמאטיש האט ער נישט איבערגענומען די ביהמ"ד נאך רבי הערשעלע איז אוועק נאר ער איז געגיינגען מאכן שבת פאר זיך.
רבי אביש האט אלע יארן מיטגעשפילט און מיט געטאנצען מיט זיין טאטע, מיטגעפארן מיט אלע חאניאקישע משוגעתן עד הסוף. ער איז געווען שטארק געטריי צו זיין טאטע, וואס רבי הערשעלע האט אים געבעטן האט ער אויסגעפירט אן קיין פראגעס. ער האט אויך זיכער געמאכט אז אלעס קלאפט אין זיין טאטעס ביהמ"ד, און אין די מקוה, וכו'. ווי אויך האט ער זיך זייער גוט געלעקט צו זיין טאטעס מענטשן און געבויט א נאנטע קשר מיט זיי. און וויבאלד ער איז געווען די עלסטע זוהן וואס איז אזוי נאנט געווען מיט זיין טאטע און מיט די מענטשן איז ער געבליבן מיטן בענקל נאך זיין טאטעס פטירה.
רבי אייזיק האט פלייסיג געלערנט, ער איז אויך געווען א שטארקע חאניאק, ער איז געווען א שטיקל דיין ביים טאטען אין ביהמ"ד, ער האט געהאט א שפראך מיט די עלטערע דור. רבי הערשעלע האט אים געשטעלט צו זיין ממונה אויף די קאך, די טישן און אויף די סוכה. ער איז נישט געווען קיין סאשעל מענטש ממילא האט ער נישט אנגעבינדען קיין קשר מיט זיין טאטעס מענטשן און דעריבער אפילו זיין טאטע האט געלאזט צוואה אז ער זאל פירן די ביהמ"ד צוזאמען מיט רבי אביש נאך זיין פטירה איז ער אטאמאטיש ארויסגעפאלן און איז אויך געגיינגען מאכן שבת פאר זיך.
רבי נטע איז געווען א קאפי פון רבי בעריש, די צוויי ברודערס זענען זייער נאנט געווען און פאר רבי הערשעלע האט עס זייער שטארק געבאדערט צוזענדיג ווי רבי בעריש קלערט אויף רבי נטע אז ער זאל נישט זיין אזוי חאניאקיש, ער האט חתונה געהאט קיין בארא פארק וואס איז אין יענע צייטן איז עס געווען א בושה פאר רבי הערשעלע. און וויבאלד ער האט געוואוינט אין בארא פארק האט ער נישט געהאט קיין שטארקע שייכות אלע יארן מיט זיין טאטע און מיט זיינע חסידים. ער האט זיך געעפענט א ספינקא ביהמ"ד אין בארא פארק וואס איז נישט געווען בניחותא פון רבי הערשעלע.
רבי נפתלי איז גוט געווען אלע יארן מיט רבי אביש, ער איז געווען א וואויל אינגעל אזוי ווי מען רופט עס, ער האט קיינעם נישט געבאדערט, גארנישט צוגעגעבן און גארנישט אראפגענומען, זיך אייביג צוגעשטעלט צו אלעס און יעדעם צופרידנגעשטעלט.
רבי הערשעלע האט נישט אריינגעלייגט אין זיינע קינדער קיין טראפ סעלף עסטים, דעריבער האבן זיי קיינמאל נישט געקענט פירן א קהילה ווי א ריכטיגער מנהיג און ווי אויך האבן זיי קיינמאל נישט געקענט אליין מאכן קיין החלטות.
דעריבער איז אזוי.
רבי בעריש און רבי נטע, וויבאלד זיי האבן קיינמאל נישט געקענט הערן וואס א צווייטער האט צו זאגן, אפילו זייערע נאנטע מענטשן, זענען זיי געבליבן אן גארנישט, און וואס זיי האבן שוין יא געטרייט אנצוהאלטן איז אויך צופאלן.
רבי אביש איז א ראבאט, ער טוט אלעס וואס זיין טאטע האט געטאן, ער האלט שטארק אן זיינע מענטשן וואס גלייכן אים זייער וואוסענדיג אז ער טוט אלעס אזוי ווי רבי הערשעלע זייערע פריעדיגע רבי האט געוואלט און געטאן.
רבי אייזיק האט משפחת שפיטצער וואס האבן אים געהאלפן ווערן א רבי, און מיט זיינע קאלירן און אייגענארטיגקייטן האט ער זיך ערווארבן אן אייגענע קהילה און פראבירט צו צופרידנשטעלן זיינע מענטשן.
רבי נפתלי האט א ביזנעס וואס הייסט קראלי און ער פירט עס גאנץ גוט א דאנק די סאטמאר מהר"א בעלי בתים וואס האבן אים אויסגעלערנט וויאזוי עס צו פירן און ער האט זיך געלאזט אויסלערנען פון זיי.
די גאלדענע קייט זאל זיך ווייטער ציען מעתה ועד עולם!
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
די ניחום אבלים אין סיגעיט וועט לכאורה אויך זײַן גאר אינטערעסאנט.
אזויפיל רבנים און רביס בני המשפחה אונטער איין דאך,
יעדער אויף זיין שניט.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
לאכעדיג #
כספי #
בעסער געזאגט, א ערליכער איד מיינט איינער וואס האט נאך שוואכקייטן, מ'קען עם כאפן ביי עולות
א צדיק אמת קען מען נישט כאפן ביי קיין עוולות
דאס איז דיין פשט, און מיין פשט איז אזוי ווי איך האב געשריבן.
עוד אפשר לומר:
מיין רבי = צדיק אמת.
א רב וואס איז זיך מכניע צו מיין רבי = ערליכער יוד
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
ביידע סאטמארע רביס זענען יעצט געזעצן צוזאמען ביי די לויה אין סיגעיט.
מהרי"י האט שיין אויסגעהערט די הספד פון מהרא.
מהר"א איז נאכנישט דארט געווען ביי די הספד פון מהרי"י ווי אפגעשמועסט פון פארדעם.

וואס פונקטליך דארף מען אפשמועסען? מהר"א קומט ווען ער וויל, און מהרי"י קומט ווען ער וויל
ושלום על ישראל!
די דמיונות וואס מענטשען טרעפן אויס

📎 IMG_20240304_151906.jpg
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
אוהב ספרים #
וואס פונקטליך דארף מען אפשמועסען? מהר"א קומט ווען ער וויל, און מהרי"י קומט ווען ער וויל
ושלום על ישראל!
די דמיונות וואס מענטשען טרעפן אויס
יעדע דעטאל געווען אפגעשמועסט אויפן האר.

📎 Screenshot_20240304-151402~2.png
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
מר. קלונימוס #
אוהב ספרים #
וואס פונקטליך דארף מען אפשמועסען? מהר"א קומט ווען ער וויל, און מהרי"י קומט ווען ער וויל
ושלום על ישראל!
די דמיונות וואס מענטשען טרעפן אויס
יעדע דעטאל געווען אפגעשמועסט אויפן האר.
ווי פונקטליך? אויף קרישקעס? וואטסאפ?
נעכטען האט מען מפיץ געווען אז מהר"א גייט מספיד זיין אין דזשערסי אויפן בית החיים, אויף אייוועלט האט מען אויכעט געשריבען אזוי היינט, און באבקעס, געהעריג געווען מספיד געווען ביי די לויה בבית מדרשו

אפגעשמועסט אז מהריי וועט מספיד זיין פון די ערשטע דערנאך וועט מהר''א אנקומען

ניין מ'האט זיך באנוצט מיט USPS די אנפירער פון די לויה האבן זיך געשריבן בריוון מיט די גבאים פון ביידע אדמו'רים. ס'איז א טייערע expedited סטעמפ וואס קומט אן אונטער א טאג.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
מר. קלונימוס #
אפגעשמועסט אז מהריי וועט מספיד זיין פון די ערשטע דערנאך וועט מהר''א אנקומען
מהר"א קען נישט הערען זיין ברודער און מהרי"י יא?
מהר"א שפילט דאך אלץ די שטארקער וואס פייפט אויף יעדעם?!

היימלינד #

''שפילט''

אפגעשמועסט מיט וועם?
פון ווי נעמסטו די אינפארמאציע? פארוואס איז די גאנצע שמועסעריי ארויסגערינען הערשט לאחר המעשה?

דאס איז ארומגעפארן נעכטן פארנאכטס:
כפי התוכנית כעת האדמו"ר מהרי"י מסאטמאר יספיד הראשון ואח"כ יגיע האדמו"ר מהר"א מסאטמאר וישמיעו דברי הספד, זה לאחר שהמסתובבים בבית מהר"א מסאטמאר לא רוצים שההספד של האדמו"ר מהרז"ל מסאטמאר יהא בנוכחותו של האדמו"ר מהר"א, ממילא יגיע מהר"א לאחר ההספד של מהרז"ל ויספיד בנוכחות אחיו האדמו"ר מהרז"ל.
ימים ידברו...
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
און דאס איז געשטאנען היינט אויף אייוועלט, ולכן?
📎 מרבה לשבוע.JPG
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
ווען ס'געשענט איינמאל קענסטו זאגן אלע דיינע הערות.
אבער אז ס'איז שוין די צווייטע לויה וואס ס'געשענט די זעלבע זאך מאכט יא טראכטן די סברא אז ס'איז געווען אפגעשמועסט
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
היימלינד #
מהר"א שפילט דאך אלץ די שטארקער וואס פייפט אויף יעדעם?!
פארדעם איז ער נישט אריינגעגאנגען יענע שמחת תורה הידוע אין ראדני...

אינו דומה פעטש ומכות שיש בו כדאי להמית לאויסהערען א הספד
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
ואף אל פי כן זעסטו אז מהר"א איז נישט געווען ביי ביידע.

this is exactly what I asked, he cant act like a big boy ?
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
איך אויך #
אקעי, ספינקא אהער ספינקא אהין, אבער ביזן מזלזל זיין אינעם העיליגן ריבניצער! רבי בערעלינו איך בעט דיר טריי נישט צו זיין 'קיהל' דא פאר אפאר שוטים ווייל דו מאכסט דיך נאר נאריש.
איך ווייס ערשט האנטיג פון די בעסטע מקורות וואס איז שייך צענדליגע און הונדערטער אפענע רוח הקודש מעשיות, וואס האט זיך געוואלגערט דארטן מדי יום ביומו ממש.
און יא, ער האט גאנץ קלאר געזאגט פאר מענטשן זייערע עבירות און טאקע פונקטליך ביום פלוני ובמקום פלוני ווען עס האט אויסגעפעלט.
דאס וואס איך האב געזאגט האט גארנישט צו טון מיט מזלזל זיין אינ'ם ריבניצער רבי. דאס מאכט איהם נאכנישט קלענער. נאר מענטשן זאגן אז ער האט געהאט אפענע רוח הקודש האביך געזאגט אז ביי די מעשה וואס איך האב מיטגעהאלטן וואלט מען געדארפט צו הערן אז ווען דער זעלבער מענטש (איך בין נאנט באקאנט מיט די פאקטן) איז געקומען צו דעם ריבניצער רבי, וואלט מען געדארפט צו הערן אז די רבי האט איהם געזאגט א פאר ווערטער וועגן די זאך. אזוי ווי אונז האמיר געליינט אין די מעשה ביכלעך אז ביי צדיקין וועלכע האבן געהאט רוח הקודש און אזא מענטש איז געקומען צו זיי האבן זיי איהם געזאגט עפעס וועגן דעים.
ווען איך וואלט געווען יענער מענטש. (דער ב"ע) וואלט איך מורא געהאט צו באווייזן מיין פנים פאר דעם צדיק.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
[ציטאט אראפגענומען]
א לעבעדיגע מוסר ספר
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
איך אויך #
אקעי, ספינקא אהער ספינקא אהין, אבער ביזן מזלזל זיין אינעם העיליגן ריבניצער! רבי בערעלינו איך בעט דיר טריי נישט צו זיין 'קיהל' דא פאר אפאר שוטים ווייל דו מאכסט דיך נאר נאריש.
איך ווייס ערשט האנטיג פון די בעסטע מקורות וואס איז שייך צענדליגע און הונדערטער אפענע רוח הקודש מעשיות, וואס האט זיך געוואלגערט דארטן מדי יום ביומו ממש.
און יא, ער האט גאנץ קלאר געזאגט פאר מענטשן זייערע עבירות און טאקע פונקטליך ביום פלוני ובמקום פלוני ווען עס האט אויסגעפעלט.
נו, אדרבה: פארצייל מיר א פאר מעשיות. אפשר וועל איך אנהייבן צו גלייבן.
די איבעריגע חלקים פון די מעשה האב איך שוין ארויסגעברענגט. און ס'איז קלאר. מ'דארף נישט איבערחזר'ן.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
כספי #
לאכעדיג #
חב''ד הויזן #
וואס איז א חילוק פון א ערליכע איד און א צדיק אמת?
גוט מדייק געווען...
און די חסידישע קאמיונעטי מיינט א ערליכע איד איינער וואס מען מעג נאך רעדן פון זיינע שוואכקייטן און א צדיק אמת מיינט איינער וואס מען טאר שוין נישט רעדן פון זיינע שוואכקייטן...
בעסער געזאגט, א ערליכער איד מיינט איינער וואס האט נאך שוואכקייטן, מ'קען עם כאפן ביי עולות
א צדיק אמת קען מען נישט כאפן ביי קיין עוולות
און ווען מ'כאפט טאר מען נישט פרעגן קיין קשיות.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
הערטס אויף צו פארדרייען די ספינקא אשכול ווילסט רעדן פון סאטמאר עפען דיר א נייע אשכול ...
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
לאכעדיג #
ביידע סאטמארע רביס זענען יעצט געזעצן צוזאמען ביי די לויה אין סיגעיט.
מהרי"י האט שיין אויסגעהערט די הספד פון מהרא.
מהר"א איז נאכנישט דארט געווען ביי די הספד פון מהרי"י ווי אפגעשמועסט פון פארדעם.
מהר"א איז א מחותן, מהרי"י ?
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
מהרז"ל איז א מחותן מיט אים ביי די אייניקלעך (לכה"פ איין מאל).
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
זיך משדך געווען 11 מאל מיט איינקליך פין כ"ק מרן אדמו"ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ"ל
1 בנו רבי שמעון זאב חתן אדמו"ר מהר"א
2 רבי דוד דוב דושינסקיא בן לחתנו האדמו"ר מדושינסקיא - חתן האדמו"ר מהר"א
3 רבי משה מייזליש בן לבנו אב"ד לימנוב חתן רבי העניך אשכנזי - חתן האדמו"ר מהר"א
4 רבי דוד ט"ב בן רבי חיים צבי בן האדמו"ר מהר"א - חתן חתנו רבי אברהם יודא לעוו
5 רבי מאיר אליעזר מייזליש בן לבנו רבי שמעון זאב [חתן האדמו"ר מהר"א] - חתן רבי אהרן שמואל דושיסקיא בן לחתנו האדמו"ר מדושנסקיא
6 רבי נפתלי צבי מייזליש בן לבנו רבי פנחס מרדכי - חתן רבי חיים יהושע האלבערשטאם מאנסי
7 רבי שמעון זאב מייזליש בן לבנו רבי דוד דוב - חתן [אחיו] רבי דוד מייזליש מאנטריעל
8 רבי יעקב יוסף מייזליש בן רבי זלמן לייב בן רבי בעריש מייזליש ב"פ - חתן חתנו רבי אברהם יודא לעוו
9 רבי חיים צבי ראזענבערגער בן רבי יצחק ראזענבערגער חתן האדמו"ר מהרי"י - חתן חתנו רבי אנשיל שעהר מקלעסען
10 רבי יעקב שרגא מייזליש בן לבנו רבי פנחס מרדכי - חתן רבי יעקב בער ט"ב בן האדמו"ר מהרי"י
11 רבי שמעון מייזליש בן לבנו רבי פנחס מרדכי - חתן רבי אלטר גלאנץ חתן האדמו"ר מהרי"י
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
[ציטאט אראפגענומען]
מהר״א האט זיך אויסגענומען מיט די מארגני הלווי׳ פון הגה״צ רבי יקותיאל יהודה מייזליש זצ״ל גאב״ד סיגעיט - אז ער קומט בלויז אויב ער קען מספיד זיין נאך זיין ברודער האדמו״ר מסאטמאר און נישט בעפאר.
דער קטן האט געווארט אינדרויסן צוואנציג מינוט ביז סאטמארער רבי שליט״א האט געענדיגט רעדן און בלויז דאן איז ער אריינגעקומען… ווען א זעקס און זיבעציג׳ער איד, פירט זיך אויף ווי א זיבעצנ׳יעריגער בחור.
Kollel niyes
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
כיתה א' האלוא מיין טאטע האט א בליטעדיגע פאסיג, מיין טאטע האט מער א בליטעדיגע פאסיג וחוזר חלילה
כיתה ת' דיין רבי ריז א בעבי ער האט געווארט אינדרויסען, אונא דיין רבי איז מער א בעבי
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
אוהב ספרים #
וואס פונקטליך דארף מען אפשמועסען? מהר"א קומט ווען ער וויל, און מהרי"י קומט ווען ער וויל
ושלום על ישראל!
די דמיונות וואס מענטשען טרעפן אויס
ס'איז נישט אזוי פשוט: איך געדענק נאך בימי ה'ברך משה זי"ע. איך בין געווען ביי א קבלת פנים וואו ביידע צדדים זענען געווען "מחותנים". סיי דער בירך וסייעתו. און מהר"א שליט"א.
איך בין פונקט געווען אויף די סטעפס (פונ'ם האלל). דער מהר"א איז שוין געווען פעסט אין זאל. ווען דער בירך איז אנגעקומען. משה גבאי האט זיך אפגעשטעלט. אראפגעשיקט א שליח צו זעהן אויב דער מהר"א איז דארט. ווען דער ענטפער איז געווען אז יא האט ער זיך אויסגעדרייט (צוזאמען מיט'ן רבי'ן) און ארויסגעגאנגען.