☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר

יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר

313 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16902
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

היימלינד » דינסטאג פעברואר 27, 2024 1:27 pm

· #551671
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
לאכעדיג #
מר. קלונימוס #
ר בעריש עלסטע זון האט א ביהמד
די צווייטע און די דריטע זון האבן אויך.

אבער זיי האבן נישט קיין חסידים און זיי זענען א ליצנות אין די גאס.

איינער פון די קינדער פון רבי בעריש דער זאבילטובער האט זיך גראדע יא געמאכט א שטיקל קרעמל אין בלומינגראוו און צו שנארען פארשטייט ער גאר גוט...
ליצנות? איי דאנט טינק סאו
א רעבעלע ווי אסאך אנדערע, סיי וומסב"ג און סיי מאנסי
זאבילטוב איז אפשר יא אביסעל א קלאון אבער אויך נישט געפערליך

היימלינד » דינסטאג פעברואר 27, 2024 1:30 pm

· #551672
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
לאכעדיג #
די ישיבה איז א מסכת פאר זיך, עס האט גארנישט מיט רבי אייזיק ס'איז שפיטצער ישיבה, סך הכל טוט שפיטצער א טובה פאר רבי אייזיק אין ער שיקט אים זיינע בחורים אז זיי זאלן אנפילן זיינע פאר שטאק פארענטשעס ביי זיינע חתונות.

לויט דיין חשבון האבן אסאך רבי'ס נישט קיין "אייגענע" ישיבה... אפשר איז די ביהמ"ד אין קר"י אויך נישט רבי אייזיק'ס?

ענד אף די דעי הייסט עס ספינקא און ער קאלעקט אויף די נאמען, און די בחורים זענען פארט פון זיין קאמפעני.

לאכעדיג » דינסטאג פעברואר 27, 2024 1:38 pm

· #551674
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
[ציטאט אראפגענומען]
איך האב קיינמאל נישט געהערט די פרט און ס'איז לכאורה נישט אמת.

לאכעדיג » דינסטאג פעברואר 27, 2024 1:41 pm

· #551676
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
היימלינד #
לויט דיין חשבון האבען אסאך רבי'ס נישט קיין "אייגענע" ישיבה...

ענד אף די דעי הייסט עס ספינקא און ער קאלעקט אויף די נאמען, און די בחורים זענעפ פארט פון זיין קאמפעני
די בחורים זענען סאטמארע בחורים וואס האבן געזוכט א ישיבה, שפיצטער נעמט יעדעם אריין זענען זיי דארטן געגיינגען.
זיי האבן מיט רבי אייזיק גארנישט איינגעשטויסן.

מילך טראק » דינסטאג פעברואר 27, 2024 1:54 pm

· #551678
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
לאכעדיג #
היימלינד #
לויט דיין חשבון האבען אסאך רבי'ס נישט קיין "אייגענע" ישיבה...

ענד אף די דעי הייסט עס ספינקא און ער קאלעקט אויף די נאמען, און די בחורים זענעפ פארט פון זיין קאמפעני
די בחורים זענען סאטמארע בחורים וואס האבן געזוכט א ישיבה, שפיצטער נעמט יעדעם אריין זענען זיי דארטן געגיינגען.
זיי האבן מיט רבי אייזיק גארנישט איינגעשטויסן.
רוב ספינקא חסידים זענען סאטמארער מיין איך

מילך טראק » דינסטאג פעברואר 27, 2024 1:56 pm

· #551679
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
אגב 80 פארצענט סאטמאר קומען נישט פון סאטמאר אין ראמעניע אדער סיגוט, סך הכל מענטשן וואס האבן געזוכט א תלמוד תורה ווי צי שיקן די קינדער

מילך טראק » דינסטאג פעברואר 27, 2024 1:58 pm

· #551680
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
לאכעדיג #
היימלינד #
איך געדענק גוט די פרשה, רבי בעריש האט געזאגט פאר זיינע קינדער אז ער איז גרייט צו ליגען אין פריזער ווילאנג עס נעמט אבער ער וויל ליגען לעבען טאטען, ער איז די עלטצע.
.

דא האט די מחלוקת אויסגעבראכן און צום סוף האבן די בני רבי בעריש אויסגעפירט ווייל זיי האבן גענוצט די מתו מוטל לפניו מעטאד אנצוזייעען פאניק און אנגס איבער די גאנצע שטאט ביז רבי אביש האט זיך געבראכן.

.
לויט די מעשה איז עס זייער שיין פון ר' אביש

מילך טראק » דינסטאג פעברואר 27, 2024 2:03 pm

· #551683
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
לאכעדיג #
ס'איז בערך אזא מחלוקה ווי אין וויזניץ ב"ב, די מאמע זייערע די רביצין פון רבי הערשעלע ספינקער האט בעסער ליב געהאט די צווייטע זון רבי אביש איז ער געווארן רבי. און ער האט באקומען די שוהל אויף קיעפ סטריט און די בית החיים.

רבי בעריש האט זיך געעפנט א אייגענע חסידות און ער האט באקומען די חדר בילדינג אויף בעדפאר וואס זיינע קינדער האבן פארקויפט פאר סאטמאר מהר"א ווי אויך האט ער באקומען די קעמפ און וואדריטש.

תולדות אברהם יצחק וואס איז דעמאלטס געווארן רבי און האט באקומען אסאך סימפאטיע פון די וועלט, ער האט שטארק עפראטשט רבי בעריש ער זאל נעמען די זעלבע מהלך ווי אים.

למעשה היינטצוטאס איז תולדות אברהם יצחק היינט גאנץ א שיינע חסידות און פון רבי בעריש איז ליידער גארנישט געבליבן.
געהערט אז ר' בעריש איז געווען זייער געלונגען, איין זאך אז ווען עס איז געווען דיפערענצען אין מיינונג צווישן אים און זיין טאטע, האט ער זיך נישט גערעכט מיט זיין טאטע און דאס האט אים שוואך געמאכט

לאכעדיג » דינסטאג פעברואר 27, 2024 2:03 pm

· #551684
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
מילך טראק #
אגב 80 פארצענט סאטמאר קומען נישט פון סאטמאר אין ראמעניע אדער סיגוט, סך הכל מענטשן וואס האבן געזוכט א תלמוד תורה ווי צי שיקן די קינדער
אבער היינטצוטאס באלאנגען זיי אין די קהילה.

סבא דבהתא » דינסטאג פעברואר 27, 2024 2:05 pm

· #551685
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
מילך טראק #
אגב 80 פארצענט סאטמאר קומען נישט פון סאטמאר אין ראמעניע אדער סיגוט, סך הכל מענטשן וואס האבן געזוכט א תלמוד תורה ווי צי שיקן די קינדער
שטויות! 80% פונקט פארקערט! כרעד נישט אז זיי האבן געוואוינט אין סאטמאר אבער זיי זענען געווען סאטמאר-סיגוטער חסידים די איבעריגע 20 זענען די מונקאטשע אדער סתם וואס האבן זיך מדבק געווען נאכן קריג

ביודעי ובמכירי קאמינא

לאכעדיג » דינסטאג פעברואר 27, 2024 2:06 pm

· #551687
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
מילך טראק #
לויט די מעשה איז עס זייער שיין פון ר' אביש
פארוואס פונקטליך??

ווי אויס געשמועסט האט ער עס נישט געטאן מרצונו הטוב נאר צוליב גרויס דרוק וואס ער האט באקומען.

לאכעדיג » דינסטאג פעברואר 27, 2024 2:09 pm

· #551689
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
מילך טראק #
רוב ספינקא חסידים זענען סאטמארער מיין איך
רבי אביש האט 60 חסידים און רבי אייזיק האט 20 חסידים.

זיי זענען אויך סאטמאר געשטימט.

לאכעדיג » דינסטאג פעברואר 27, 2024 2:14 pm

· #551692
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
[ציטאט אראפגענומען]
רבי בעריש האט באקומען/גענומען די חדר בילדינג און די קעמפ ווי שוין אויסגעשמועסט.

berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 27, 2024 2:15 pm

· #551693
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
לאכעדיג #
מילך טראק #
רוב ספינקא חסידים זענען סאטמארער מיין איך
רבי אביש האט 60 חסידים און רבי אייזיק האט 20 חסידים.

זיי זענען אויך סאטמאר געשטימט.
נאר איך מיין אז מילך טראק איז גערעכט.

אויב דאס וואלט נישט געווען דער פאל טראכטסטו אז ספינקא (ווילי) וואלט געווען וואו זיי זענען. דו וואלסט געזעהן גראפיטי איבער אלע גאסן. און די געוויינליכע טריעטמענט פון אן אנדער רבי און חסידות. די מלאכה וואס דער "אומאפהענגיקער ארגאן פון יהדות החרדית" קען זייער גוט.

לאכעדיג » דינסטאג פעברואר 27, 2024 2:17 pm

· #551694
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
[ציטאט אראפגענומען]
זיי באלאנגען אין ספינקא, זיי דאווענען און זיי קוויטלען זיך דארט.
אלע קהלישע סערוויסעס וואס ספינקא שטעלט נישט צו נעמען זיי פון סאטמאר.

לאכעדיג » דינסטאג פעברואר 27, 2024 2:19 pm

· #551695
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
berlbalaguleh #
אויב דאס וואלט נישט געווען דער פאל טראכטסטו אז ספינקא (ווילי) וואלט געווען וואו זיי זענען. דו וואלסט געזעהן גראפיטי איבער אלע גאסן. און די געוויינליכע טריעטמענט פון אן אנדער רבי און חסידות. די מלאכה וואס דער "אומאפהענגיקער ארגאן פון יהדות החרדית" קען זייער גוט.
ווען נישט סאטמער רב וואלט נישט געווען אידישקייט אין אמעריקע...

berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 27, 2024 2:24 pm

· #551696
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
דו ווילסט אז איך זאל שרייבן וואס קומט נאכדעים...א ווארט פון 3 אותיות...למ"ד אל"ף למ"ד...! ס'זעהט אויס אז דער צעהלימער רב איז געווען אויף די לבנה אין יענע צייט...!

לאכעדיג » דינסטאג פעברואר 27, 2024 2:33 pm

· #551698
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
צעהלים רב האט אמאל געזאגט פאר סאטמאר רב, איך שטעל צו כשרות וכו' און די שטעלסט צו די מענטשן.

אפטימיסטיש » דינסטאג פעברואר 27, 2024 2:39 pm

· #551701
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
[ציטאט אראפגענומען]

זלמן לייב איז דער אייגנטומער פון chai urgent care

לאכעדיג » דינסטאג פעברואר 27, 2024 2:49 pm

· #551703
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
און הרב משה יעקב בארשא איז די אייגנטומער פון זיין שוויץ אין עירמאנט.

לאכעדיג » דינסטאג פעברואר 27, 2024 2:52 pm

· #551704
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
אגב דאס שרייבן די ווארט "הרב" פאר א נאמען איז פשוט קלאר צו מאכן אז מען רעדט פון א "זכור".

berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 27, 2024 2:52 pm

· #551705
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
לאכעדיג #
און הרב משה יעקב בארשא איז די אייגנטומער פון זיין שוויץ אין עירמאנט.
און אונז דארפן גיין צו זיי אלע און געבן קוויטלעך און קישן די הענט....!

סבא דבהתא » דינסטאג פעברואר 27, 2024 3:03 pm

· #551708
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
לאכעדיג #
berlbalaguleh #
אויב דאס וואלט נישט געווען דער פאל טראכטסטו אז ספינקא (ווילי) וואלט געווען וואו זיי זענען. דו וואלסט געזעהן גראפיטי איבער אלע גאסן. און די געוויינליכע טריעטמענט פון אן אנדער רבי און חסידות. די מלאכה וואס דער "אומאפהענגיקער ארגאן פון יהדות החרדית" קען זייער גוט.
ווען נישט סאטמער רב וואלט נישט געווען אידישקייט אין אמעריקע...
שאלה וואס מיינט אידישקייט?
אויב מיינסטו שטריימל, בעקיטשע, רעזשוואלקע, אראפגעלאזטע פיאות דאן ביזטו גערעכט
אויב מיינסטו שומרי תורה ומצות וואלט געווען אן אים אויכעט, נאר מ’וואלט געווען ציונים/אפיקורסים ר”ל

איך אויך » דינסטאג פעברואר 27, 2024 3:26 pm

· #551711
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
ממש אזוי?

מילך טראק » דינסטאג פעברואר 27, 2024 3:30 pm

· #551712
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
מילך טראק #
לאכעדיג #
היימלינד #
איך געדענק גוט די פרשה, רבי בעריש האט געזאגט פאר זיינע קינדער אז ער איז גרייט צו ליגען אין פריזער ווילאנג עס נעמט אבער ער וויל ליגען לעבען טאטען, ער איז די עלטצע.
.

דא האט די מחלוקת אויסגעבראכן און צום סוף האבן די בני רבי בעריש אויסגעפירט ווייל זיי האבן גענוצט די מתו מוטל לפניו מעטאד אנצוזייעען פאניק און אנגס איבער די גאנצע שטאט ביז רבי אביש האט זיך געבראכן.

.
לויט די מעשה איז עס זייער שיין פון ר' אביש
איך טראכט אויב ביי א אנדערע חסידות וואלט דאס אויך פאסירט,

מילך טראק » דינסטאג פעברואר 27, 2024 3:32 pm

· #551713
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
סבא דבהתא #
לאכעדיג #
berlbalaguleh #
אויב דאס וואלט נישט געווען דער פאל טראכטסטו אז ספינקא (ווילי) וואלט געווען וואו זיי זענען. דו וואלסט געזעהן גראפיטי איבער אלע גאסן. און די געוויינליכע טריעטמענט פון אן אנדער רבי און חסידות. די מלאכה וואס דער "אומאפהענגיקער ארגאן פון יהדות החרדית" קען זייער גוט.
ווען נישט סאטמער רב וואלט נישט געווען אידישקייט אין אמעריקע...
שאלה וואס מיינט אידישקייט?
אויב מיינסטו שטריימל, בעקיטשע, רעזשוואלקע, אראפגעלאזטע פיאות דאן ביזטו גערעכט
אויב מיינסטו שומרי תורה ומצות וואלט געווען אן אים אויכעט, נאר מ’וואלט געווען ציונים/אפיקורסים ר”ל
שווער צו זאגן אז לייקוואוד האט זיך געבויט דורך סאטמאר רב

מילך טראק » דינסטאג פעברואר 27, 2024 3:33 pm

· #551714
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
לאכעדיג #
[ציטאט אראפגענומען]
רבי בעריש האט באקומען/גענומען די חדר בילדינג און די קעמפ ווי שוין אויסגעשמועסט.
איך מיין אז די חדר האט ער אויפגעמאכט אויף זיין אייגענעם האנט

מילך טראק » דינסטאג פעברואר 27, 2024 3:43 pm

· #551718
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
סבא דבהתא #
מילך טראק #
אגב 80 פארצענט סאטמאר קומען נישט פון סאטמאר אין ראמעניע אדער סיגוט, סך הכל מענטשן וואס האבן געזוכט א תלמוד תורה ווי צי שיקן די קינדער
שטויות! 80% פונקט פארקערט! כרעד נישט אז זיי האבן געוואוינט אין סאטמאר אבער זיי זענען געווען סאטמאר-סיגוטער חסידים די איבעריגע 20 זענען די מונקאטשע אדער סתם וואס האבן זיך מדבק געווען נאכן קריג

ביודעי ובמכירי קאמינא
מ'האט געהאלטן פון סאטמאר רב אבער מ'האט נישט ספעציעלע באלאנגט צו סאטמאר מער ווי מונקאטש, בעלזא, צאנז וכו'

פונקט ווי נאכן קריג, זענען מענטשן געגאנגען צו טאהש, סקולען, ריבניץ (נאך זיין פטירה), ר יעקב מאיר שעכטער, פשעווארסק, וכדומה

לאכעדיג » דינסטאג פעברואר 27, 2024 3:49 pm

· #551722
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
אגב די הייליגע מאכל "יאפטשיק" האט רבי בעריש ערפינדען.
ער פלעגט עס טיילן שבת אינדערפרי ביי קידוש
ווילענדיג אז מען זאל קומען דאווענען ביי אים.
ער פלעגט עס רופן "חידקא קוגעל".

די איינפאל פון לייגן "קעטשאפ" אין די טשולענט קומט פון זיין ברודער רבי אייזיק וואס כידוע איז ער געווען די קעכער אלע יארן ביי זיין טאטע. (אויך די דיין... כמעט פארגעסן...)
אנדערע זאגן אז די איידיע קומט גאר פון רבי מרדכי טאהשער.

היימלינד » דינסטאג פעברואר 27, 2024 3:54 pm

· #551724
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
לאכעדיג #
אגב די הייליגע מאכל "יאפטשיק" האט רבי בעריש ערפינדען.
ער פלעגט עס טיילן שבת אינדערפרי ביי קידוש
ווילענדיג אז מען זאל קומען דאווענען ביי אים.
ער פלעגט עס רופן "חיטקא קוגעל". סעודת רבי חידקא, די מאן דאמר אין די גמרא וואס האלט אז שבת דארף מען עסען 4 סעדות

די איינפאל פון לייגן "קעטשאפ" אין די טשולענט קומט פון זיין ברודער רבי אייזיק וואס כידוע איז ער געווען קעכער אלע יארן ביי זיין טאטע.
אנדערע זאגן אז די איידיע קומט גאר פון רבי מרדכי טאהשער. זיי זענען שוואגערס חתני רבי יחזראל מערץ

לאכעדיג » דינסטאג פעברואר 27, 2024 3:56 pm

· #551725
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
מילך טראק #
איך מיין אז די חדר האט ער אויפגעמאכט אויף זיין אייגענעם האנט
אין ער האט עס אויך פארמאכט אויף די אייגענע האנט,

ער איז אוועק א גרויסע בעל חוב, ער איז געבליבן שולדיג אסאך געלט פאר זיינע איינגעשטעלטע.
אבער זיין פעלץ איז געווארן באצאלט. נעבעך.

מילך טראק » דינסטאג פעברואר 27, 2024 4:05 pm

· #551726
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
היימלינד #
לאכעדיג #
אגב די הייליגע מאכל "יאפטשיק" האט רבי בעריש ערפינדען.
ער פלעגט עס טיילן שבת אינדערפרי ביי קידוש
ווילענדיג אז מען זאל קומען דאווענען ביי אים.
ער פלעגט עס רופן "חיטקא קוגעל". סעודת רבי חידקא, די מאן דאמר אין די גמרא וואס האלט אז שבת דארף מען עסען 4 סעדות

די איינפאל פון לייגן "קעטשאפ" אין די טשולענט קומט פון זיין ברודער רבי אייזיק וואס כידוע איז ער געווען קעכער אלע יארן ביי זיין טאטע.
אנדערע זאגן אז די איידיע קומט גאר פון רבי מרדכי טאהשער. זיי זענען שוואגערס חתני רבי יחזראל מערץ
איך גלייב נישט אז רב חידקא פון די גמרא האט געגעסן יאפטשיק

מילך טראק » דינסטאג פעברואר 27, 2024 4:06 pm

· #551728
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
לאכעדיג #
מילך טראק #
איך מיין אז די חדר האט ער אויפגעמאכט אויף זיין אייגענעם האנט
אין ער האט עס אויך פארמאכט אויף די אייגענע האנט,

ער איז אוועק א גרויסע בעל חוב, ער איז געבליבן שולדיג אסאך געלט פאר זיינע איינגעשטעלטע.
אבער זיין פעלץ איז געווארן באצאלט. נעבעך.
אמת, וואס איך מיין ארויסצוברענגען אז דאס האבן זיינע ברודער נישט אוועק געגעבן דאס האט אליינס געעפענט.

מילך טראק » דינסטאג פעברואר 27, 2024 4:10 pm

· #551730
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
אשכול געעפענט געווארן וועגן סאטמער ניחום אבלים און אריבער צו ספינקא, נישטא נאך ערגעץ ווי אײנע פון די צוויי רבי'שע צוקריגטע ברודער זענען אוועק?

לאכעדיג » דינסטאג פעברואר 27, 2024 4:12 pm

· #551731
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
מילך טראק #
אמת, וואס איך מיין ארויסצוברענגען אז דאס האבן זיינע ברודער נישט אוועק געגעבן דאס האט אליינס געעפענט.
ריכטיג. אבער די געלט פאר די חדר האבן מענטשן געגעבן פאר רבי הערשעלע ספינקערס וועגן נישט פאר רבי בעריש אין לגבי ירושה האט עס א דין ווי אלע אנדערע נכסים וואס האט באלאנגט צו ספינקא און מען דארף עס צוטיילן אויף גלייך.

מילך טראק » דינסטאג פעברואר 27, 2024 4:14 pm

· #551732
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
מ'קען דן זיין אויף וואס ארויף מ'האט אים געגעבן די געלט

לאכעדיג » דינסטאג פעברואר 27, 2024 4:18 pm

· #551734
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
מילך טראק #
מ'קען דן זיין אויף וואס ארויף מ'האט אים געגעבן די געלט
ברויך מען גיין צו דין תורה.

דאס איז זיכער אז ער האט נישט גערופן די חדר בית בעריש נאר ספינקא ווען זיין טאטע האט נאך געלעבט.
ס'איז זיינס וויבאלד ער האט אליין געשנארערט דערפאר און זיין טאטעס נאמען??

היימלינד » דינסטאג פעברואר 27, 2024 4:21 pm

· #551735
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
מילך טראק #


איך גלייב נישט אז רב חידקא פון די גמרא האט געגעסן יאפטשיק
איך האב ס"ה פאראכטען וואס ער האט געשריבען "חיטקא"
רבי חידקא האט געהאלטען אז מען דארף עסען א "סעודה" די מנהג פון קוגעל אדער מזונות איז א זכר צו דעם

לאכעדיג » דינסטאג פעברואר 27, 2024 4:26 pm

· #551736
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
און די מנהג פון רבי הערשעלע ספינקער צו מאכן יעדע וואך שבת א קידוש נאכן דאווענען קומט פון דעם וואס דאס האט געברענגט מענטשן און אזוי האט ער געהאט מנין..

שפעטער האט ער שוין געהאט אייגענע מענטשן אבער די קידוש איז נאך אלץ געבליבן און ס'איז פארשטייט זיך פארוואנדעלט געווארן אין א מנהג אין וואס זיינע ממשיכי דרכו האלטן אן ביזן היינטיגן טאג.

מילך טראק » דינסטאג פעברואר 27, 2024 4:26 pm

· #551737
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
לאכעדיג #
מילך טראק #
מ'קען דן זיין אויף וואס ארויף מ'האט אים געגעבן די געלט

ברויך מען גיין צו דין תורה.

דאס איז זיכער אז ער האט נישט גערופן די חדר בית בעריש נאר ספינקא ווען זיין טאטע האט נאך געלעבט.
ס'איז זיינס וויבאלד ער האט אליין געשנארערט דערפאר און זיין טאטעס נאמען??

למשל ווען איינע פון סקולענע רבי'ס קינדער עפענען א סקולענער חדר אין בארא פארק ווען ער האט נאך געלעבט, וואלסטו פארשטאנען אז נאך די 120 איז דא א צד אז דאס זאל גיין פאר אים אפילו דאס הייסט א סקולענער חדר,

איך מיין אז דאס איז געווען מיט אלכסנדר און די ראש ישיבה האט טאקע די ישיבה.

לאכעדיג » דינסטאג פעברואר 27, 2024 4:30 pm

· #551738
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
איך בין נישט קיין דיין און איך קען נישט פסקענען

איך שרייב נאר פארוואס רבי אביש צוטיילט נישט זיין חלק וואס ער האט באקומען/גענומען פון די ירושה ווייל ער זאגט אז מען דארף צוטיילן אלעס, אויך די חלק וואס רבי בעריש האט באקומען/גענומען.

מילך טראק » דינסטאג פעברואר 27, 2024 4:38 pm

· #551741
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
אזא שיינע מחלוקה'לע נאר א שאד נאר אזא קליינע קהילה

איך געדענק נישט פון וועם ס'קומט

איך אויך » דינסטאג פעברואר 27, 2024 4:48 pm

· #551746
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
יארמער רב כמובן, ביי די קראסנע/כוונת הלב געראטשקע.

לאכעדיג » דינסטאג פעברואר 27, 2024 4:49 pm

· #551747
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
מילך טראק #
אזא שיינע מחלוקה'לע נאר א שאד נאר אזא קליינע קהילה

איך געדענק נישט פון וועם ס'קומט
קליינע קהילה אבער גרויסע געלטער,
פראפערטיס וואס זענען ווערד מיליאנען.

חב''ד הויזן » דינסטאג פעברואר 27, 2024 4:56 pm

· #551749
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
לאכעדיג #
מילך טראק #
אזא שיינע מחלוקה'לע נאר א שאד נאר אזא קליינע קהילה

איך געדענק נישט פון וועם ס'קומט
קליינע קהילה אבער גרויסע געלטער,
פראפערטיס וואס זענען ווערד מיליאנען.
הוא הדין ביי די מחלוקת אין סאמבור וומ"ס. נאך א שענערע מחלוקת און נאך א קלענערע קהילה מיט נאכמער מיליאנען....

איך אויך » דינסטאג פעברואר 27, 2024 5:06 pm

· #551753
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
פארצייל וואס גייט פאר דארט.

berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 27, 2024 5:08 pm

· #551754
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
לאכעדיג #
מילך טראק #
אזא שיינע מחלוקה'לע נאר א שאד נאר אזא קליינע קהילה

איך געדענק נישט פון וועם ס'קומט
קליינע קהילה אבער גרויסע געלטער,
פראפערטיס וואס זענען ווערד מיליאנען.
דארט איז עס יחידים וואס האבן די פראפערטיס. נישט די מוסדות.

איך האב אן אנדער טענה צו זיי (דארט אין יענע שיינע קהילה). ס'זענען דא אידן אין די קהילה וואס זיצן אויף שווערע מיליאנען און זיי לאזן זייער רב וואוינען אין א חורבה. זיי טענה'ן אז זיי שעצן זייער שטארק זייער מרא דאתרא...נו...?!

מילך טראק » דינסטאג פעברואר 27, 2024 5:10 pm

· #551755
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
לאכעדיג #
מילך טראק #
אזא שיינע מחלוקה'לע נאר א שאד נאר אזא קליינע קהילה

איך געדענק נישט פון וועם ס'קומט
קליינע קהילה אבער גרויסע געלטער,
פראפערטיס וואס זענען ווערד מיליאנען.
די שוהל, תלמוד תורה, קעמפ, נאך עפעס?

לאכעדיג » דינסטאג פעברואר 27, 2024 5:11 pm

· #551757
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
מילך טראק #
לאכעדיג #
מילך טראק #
אזא שיינע מחלוקה'לע נאר א שאד נאר אזא קליינע קהילה

איך געדענק נישט פון וועם ס'קומט
קליינע קהילה אבער גרויסע געלטער,
פראפערטיס וואס זענען ווערד מיליאנען.
די שוהל, תלמוד תורה, קעמפ, נאך עפעס?
יא. די בית החיים און די דירות העכער די בית המדרש.

מילך טראק » דינסטאג פעברואר 27, 2024 5:22 pm

· #551758
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
לאכעדיג #
מילך טראק #
לאכעדיג #
מילך טראק #
אזא שיינע מחלוקה'לע נאר א שאד נאר אזא קליינע קהילה

איך געדענק נישט פון וועם ס'קומט
קליינע קהילה אבער גרויסע געלטער,
פראפערטיס וואס זענען ווערד מיליאנען.


די שוהל, תלמוד תורה, קעמפ, נאך עפעס?
יא. די בית החיים און די דירות העכער די בית המדרש.
נישט ר אביש וואוינט דארט?
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7