☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר

יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר

313 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16902
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

חב''ד הויזן » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 10:31 pm

· #552185
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
פארדריי נישט היסטאריע

מנחם מנדל » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 10:38 pm

· #552186
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
חב''ד הויזן #
חחחח... די גאנצע מחלוקה איז געווען רעכטע זייט צו לינקע זייט... און די גאנצע יהדות החרדית האט זיך געשטעלט און געשימפט אז ר' בעריש זאל ליגן אויף די רעכטע זייט, אט אזוי...
און מ'האט אויפגעהאלטן די קבורה צוליב די מציבה וואס מ'גייט לייגן אין א חודש ארום....
און וואספארא שמוציגע קאמפיין האבן בני ר' בעריש געפירט? קום אריין מיט דעטאלן.

ס'איז סתם אזוי אינטרעסאנט אז א חסידות וואס איז אכציג פראצענט שלימזלדיג זאל חוזק מאכן פון דער וואס איז ניינציג פראצענט שלימזלדיג...

מאכט צו די אויגן און שטעלט אייך פאר אז די אהרונים זענען בעל הבית אויפן בית החיים און ר' זלמן מאכט צו די אויגן... וואלטן די אהרונים געלאזט לייגן די זעלבע מציבה פון רביה"ק בעל ברך משה? דאס זעלבע איז ווען די זאליס זאלן האבן די בית החיים פארקערט.

טא וואס איז ספינקא אנדערש?

חב''ד הויזן » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 10:56 pm

· #552189
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
איך האב נישט גערעדט יעצט ווער ס'איז גערעכט, איך רעדט פון דעם וואס דו ווילסט פארדרייען היסטאריע אז די גאנצע מערכה איז געווען איבער וועלכע זייט ער זאל ליגן אדער אז מ'האט אויפגעהאלטן די קבורה צוליב די מציבה וואס מ'גייט לייגן אין עטליכע וואכן.

און יענע מחלוקה איז געווען אנדערש ווי די סאטמארע מחלוקה ווי ביידע האבן פיין געשלאגן, דארט האט ר' אביש געלאזט זיין עלטערע ברודער קראנק און אויסגעשפילט, און ווען ער האט נישט געלאזט לייגן נעבן זיין טאטן טראץ וואס ס'איז נאך דא א פלאץ פאר אים די אנדערע זייט האט עס אויפגעברויזט די גאנצע אידישע וועלט.

מנחם מנדל » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 11:03 pm

· #552191
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
דו האלטסט אז ר' אביש האט ממש נישט געלאזט ר' בעריש ליגן אין בית החיים דאס איז געוועהן די גאנצע מחלוקה? עס לייגט זיך ממש נישט אויפן שכל, עס איז געוועהן איבער די פונקטליכע פלאץ און איבער די נוסח און און סייז פינעם מציבה, און דאס איז די גאנצע וואס איך האב געזאגט. איך נעם נישט קיין צדדים, ביידע זענען זיך גוט ווערד די געלט.

אגב בלייבן מיט א חדר וואס זיינע קינדער האבן שפעטער פארקויפט פאר 11 מעלאנעס, און א גרויסע קעמפ וואס זיינע קינדער לעבן פון עס ארויסרענטן יעדע יאר הייסט בלייבן אויסגעשפילט?

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 1, 2024 2:07 am

· #552215
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
יצחק אייזיק #
berlbalaguleh #
ווייל הרה"ק מ'ספינקא זצ"ל מוהר"ר שמואל צבי איז נאר געוען א בן אחר בת פון דעם ערשטן ספינקא רבי'ן דער אמרי יוסף. די אנדערע גזע פון די משפחה מיט'ן נאמען ווייס, זיי זענען בן אחר בן.
אלעס איז אמת: און אלעס איז יציב. אבער דאך נישט קיין בן אחר בן. אפילו פון חקל יצחק.

מ'קען נאך שפינען דעם ייחוס פון די משפחה ווייטער. למשל, וואס טוט זיך מיט די כהנא'ס וועלכע האלטן זיך (און די סאטמאר'ע פראפאגאנדע מאשין האלט זיי אויך) פאר ספינק'ער אייניקלעך. כדי לנגח די עכטע (רעכטע) אייניקלעך פו'ם אמרי יוסף?
בן אחר בת פון חקל יצחק, נישט פון אמרי יוסף.
חוץ מזה וואס ער איז ממש אויפגעוואקסן ביי די חקל יצחק און לכאורה אים געקענט נאך מער ווי זיין טאטע

לאכעדיג » פרייטאג מערץ 1, 2024 2:13 am

· #552216
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
מנחם מנדל #
דו האלטסט אז ר' אביש האט ממש נישט געלאזט ר' בעריש ליגן אין בית החיים דאס איז געוועהן די גאנצע מחלוקה? עס לייגט זיך ממש נישט אויפן שכל, עס איז געוועהן איבער די פונקטליכע פלאץ און איבער די נוסח און און סייז פינעם מציבה, און דאס איז די גאנצע וואס איך האב געזאגט. איך נעם נישט קיין צדדים, ביידע זענען זיך גוט ווערד די געלט.
די ערשטע מערכה פון רבי אביש נאך זיין ברודער רבי בעריש איז אוועק איז געווען אז מען זאל אים לייגן אין דעעש אזוי ווי ס'האט געהייסן אלע יארן.

נאכדעם וואס רבי אביש האט זיך געבראכן פון טעראר פון די בני רבי בעריש און מסכים געווען אז מען זאל אים יא לייגן אין זיין בית החיים האט ער טאקע אנגעהויבן מיט א נייע מערכה וועלכע זייט פון רבי הערשעלע מען זאל אים לייגן, און דאס האבן די בני רבי בעריש אויך אויסגעפירט א דאנק טעראר.

די מערכה איבער די סייז און די נוסח המצבה האט זיך ערשט אנגעהויבן אין די שבעה.

די בני רבי בעריש זענען נישט דעמאלסט געווארן א ליצנות ווייל זיי זענען שוין געווען א ליצנות ווען זייער זיידע רבי הערשעלע האט נאך געלעבט.

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 1, 2024 2:22 am

· #552217
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
איך ווייס נישט וואס די גאנצע סומאטאכע איז דא בכלל: ר' בעריש איז דאך געווען דער עלצטער זוהן פון ר' הערשעלע?!

איך האב מיך נאך "געריסן" (געווערטלט) מיט איהם בשנים קדמוניות...!

לאכעדיג » פרייטאג מערץ 1, 2024 2:25 am

· #552218
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
מנחם מנדל #
דו האלטסט אז ר' אביש האט ממש נישט געלאזט ר' בעריש ליגן אין בית החיים דאס איז געוועהן די גאנצע מחלוקה? עס לייגט זיך ממש נישט אויפן שכל,
די ווארט "שכל" קומט בכלל נישט אריין ווען מען רעדט פון די חברה.

כידוע פארמאגן די ספינקא קינדער ווי אויך זיינע חסידים גאר פלאטשיגע קעפ און גאר קליינע מוחות און נאר א דאנק דעם האבן זיי זיך געקענט ווייקן ביי אזא צדיק... ווי רבי הערשעלע...

רבי הערשעלעס בית המדרש אויף קיעפ סטריט איז אלע יארן געווען א קינדערגארטן, חסידים פלעגן אויסזאגן רבי הערשעלע אז איינער האט זיי געטשעפעט וכו'...

און יא, די גאנצע רבי בעריש און רבי אביש מחלוקה האט מיט קיין "שכל" גארנישט איינגעשטויסן.

דעריבער איז דיין קשיא קיין קשיא.

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 1, 2024 2:30 am

· #552219
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
לאכעדיג: א ביסל צו שארף. דאס קענמען נישט אוועקנעמען . ר' הערשעלע איז געווען א צדיק אמת...!

לאכעדיג » פרייטאג מערץ 1, 2024 2:32 am

· #552220
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
berlbalaguleh #
לאכעדיג: א ביסל צו שארף. דאס קענמען נישט אוועקנעמען . ר' הערשעלע איז געווען א צדיק אמת...!
מיט וואס?? ביטע צוטיר דיינע ווערטער.

ריכטיג אז ער איז געווען א ערליכע איד און א שטיקל תלמיד חכם אבער א צדיק אמת???

אין יענע דוד יעדע רבי וואס האט געהאט א ווייסע בעקטישע האט מען גערופן א צדיק אמת...

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 1, 2024 2:37 am

· #552221
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
ער האט מחזק געווען א סאך צובראכענע אידן: איך קען (לכה"פ) 2 קעיסעס וואו ער האט שטארק ארויסגעהאלפן און מחזק געווען צובראכענע אידן. ניין נישט דוקא מיט געלט. און דערהאלטן ביי אידישקייט עטליכע אנדערע אידן.

די קינדער: דאס איז שוין אן אנדערע מייסע...!

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 1, 2024 2:40 am

· #552222
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
ויסעו מ'סאטמאר ויחנו ב'ספינקא...!

לאכעדיג » פרייטאג מערץ 1, 2024 2:41 am

· #552223
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
berlbalaguleh #
ער האט מחזק געווען א סאך צובראכענע אידן: איך קען (לכה"פ) 2 קעיסעס וואו ער האט שטארק ארויסגעהאלפן און מחזק געווען צובראכענע אידן. ניין נישט דוקא מיט געלט. און דערהאלטן ביי אידישקייט עטליכע אנדערע אידן.
א יעדע טעראפיסט וואס טוט אין קעסיס און איז מחזק צעבראכענע אידן איז א צדיק אמת???

יעצט ענטפער אז טעראפיסטן נעמען געלט און ער האט נישט גענומען.

אזוי גאר?? די אלע בנינים און נכסים זיינע וואס מען שלאגט זיך נאך ביז היינט דערויף קומט פון ווי?? ער האט אמאל געארבעט פאר א דאללער??

צפת » פרייטאג מערץ 1, 2024 7:20 am

· #552229
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
דער אשכול האט אנגעצינדן מיין נייגער איבער די ספינקא מחלוקת.

קען איינער אריינקומען קלאר איבער די פערסענעלטי פון אלע ספינקער קינדער, און ווי אזוי זיי האבן אויסגעקוקט בחייו פון זייער טאטע?

וואספארא כאראקטער איז ר' בעריש געווען? - עובד, פיקח, ארבעטער? - וואס האט ער געטון?

וכן ר' אביש, אייזיק, נפתלי וכדו'?

ווער האט געהייסן דער געלונגענער, חשוב'סטער, וכו'?

מילך טראק » פרייטאג מערץ 1, 2024 8:34 am

· #552233
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
מנחם מנדל #

.

דאן זענען די בני ר' בעריש ארויס און א גאר שמוציגע קאמפיין און סטראשערייען, און ממש געצווינגען דעם חלקה און טאקע דאס איז די סיבה פארוואס די בני בעריש זענן היינט אזוי סוקסעספול יאריך ימים על ממלכתותם..
וואס האט איינס מיטן צווייטען?

מילך טראק » פרייטאג מערץ 1, 2024 8:38 am

· #552234
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
חב''ד הויזן #
אה, כ'האב געמיינט אז ספינקא איז א אומזיסטע נאמען וואס די גאווערמענט טיילט פאר נידריגע פארדינער בנשקלעך....
אמאל געווען די דשואק ספינקס אזויווי היינט וויזניץ

מילך טראק » פרייטאג מערץ 1, 2024 8:43 am

· #552235
Re: רבי הערשעלע (קראלער) ספינקער ז"ל
לאכעדיג #
מילך טראק #
אגב זיין טאטע איז אויך געווען א שטיקל קאנטראל פריק



ווידעראום פאר זיינע אייגענע מענטשן איז ער טאקע געווען א ריכטיגער קאנטראלער מיט אלע מפרשים און זיין חסידות איז געווען א עכטע קולט כאטשיג וואס אין יענע צייטן האט מען נאכנישט געוויסט וואס די ווארט מיינט...

זיינע חסידים האבן נישט געמעגט פארמאגן קיין אייגענע דעת, אלעס האט מען אים געמוזט פרעגן און מען האט נאר געמעגט טאן וואס ער הייסט, און אויב איינער האט זיך געוואגט אים נישט צו פאלגן האט ער אים דערווייטערט מיטן אויסרייד אז ער קען אים מער נישט באגלייטן.. לשונו כידוע.


ער האט זיך אויך אריינגעמישט אין בעדרום?
ער האט אויך אזוי שטארק קאנטראלירט די נשי ספינקא?

מנחם מנדל » פרייטאג מערץ 1, 2024 10:00 am

· #552243
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
לאכעדיג #
מנחם מנדל #
דו האלטסט אז ר' אביש האט ממש נישט געלאזט ר' בעריש ליגן אין בית החיים דאס איז געוועהן די גאנצע מחלוקה? עס לייגט זיך ממש נישט אויפן שכל,
די ווארט "שכל" קומט בכלל נישט אריין ווען מען רעדט פון די חברה.

כידוע פארמאגן די ספינקא קינדער ווי אויך זיינע חסידים גאר פלאטשיגע קעפ און גאר קליינע מוחות און נאר א דאנק דעם האבן זיי זיך געקענט ווייקן ביי אזא צדיק... ווי רבי הערשעלע...

רבי הערשעלעס בית המדרש אויף קיעפ סטריט איז אלע יארן געווען א קינדערגארטן, חסידים פלעגן אויסזאגן רבי הערשעלע אז איינער האט זיי געטשעפעט וכו'...

און יא, די גאנצע רבי בעריש און רבי אביש מחלוקה האט מיט קיין "שכל" גארנישט איינגעשטויסן.

דעריבער איז דיין קשיא קיין קשיא.
מעגסט רעדן מיט מער רעספעקט צו א צדיק קדוש ופרוש א איד וואס האט געלעבט אַ העכער לעבן.

מילך טראק » פרייטאג מערץ 1, 2024 10:33 am

· #552245
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
מנחם מנדל #
[
מעגסט רעדן מיט מער רעספעקט צו א צדיק קדוש ופרוש א איד וואס האט געלעבט אַ העכער לעבן.
ער דארף זאגן ליגנט?

מילך טראק » פרייטאג מערץ 1, 2024 10:44 am

· #552249
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
ס'גועווען רבי'ס נאכן קריג וואס האבן באוויזען מופתים , די ספינקא טענהענן אז ר הערשלע איז געווען אין די קאטעגאריע,

חב''ד הויזן » פרייטאג מערץ 1, 2024 10:45 am

· #552250
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
לאכעדיג #
berlbalaguleh #
לאכעדיג: א ביסל צו שארף. דאס קענמען נישט אוועקנעמען . ר' הערשעלע איז געווען א צדיק אמת...!
מיט וואס?? ביטע צוטיר דיינע ווערטער.

ריכטיג אז ער איז געווען א ערליכע איד און א שטיקל תלמיד חכם אבער א צדיק אמת???

אין יענע דוד יעדע רבי וואס האט געהאט א ווייסע בעקטישע האט מען גערופן א צדיק אמת...
וואס איז א חילוק פון א ערליכע איד און א צדיק אמת?

חב''ד הויזן » פרייטאג מערץ 1, 2024 10:48 am

· #552253
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
מילך טראק #
ס'גועווען רבי'ס נאכן קריג וואס האבן באוויזען מופתים , די ספינקא טענהענן אז ר הערשלע איז געווען אין די קאטעגאריע,
וואס הייסט זיי טענהן? ער איז געווען אין אמעריקע פאר פיפציג יאר, ער האט באוויזן מופתים אדער נישט? דאס איז דארף דאך זיין א יא אדער ניין.

מילך טראק » פרייטאג מערץ 1, 2024 10:52 am

· #552256
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
חב''ד הויזן #
[

וואס הייסט זיי טענהן? ער איז געווען אין אמעריקע פאר פיפציג יאר, ער האט באוויזן מופתים אדער נישט? דאס איז דארף דאך זיין א יא אדער ניין.
איך ווייס נישט איך פרעג, אויף סאטמאר רבי דערציילט מען מופתים, אויפן ריבניצער, דאכך זי אויף ר יענקלע אויך

ברוך שפינוזה » פרייטאג מערץ 1, 2024 10:54 am

· #552257
מיום שחרב בית המקדש (וגם לפני זה) ניתנה נבואה לשוטים

חב''ד הויזן » פרייטאג מערץ 1, 2024 11:48 am

· #552264
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
מילך טראק #
איך ווייס נישט איך פרעג, אויף סאטמאר רבי דערציילט מען מופתים, אויפן ריבניצער, דאכך זי אויף ר יענקלע אויך
אה, האסט אויסגעלאזט די פראגע צייכן.

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 1, 2024 12:28 pm

· #552276
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
דער ריבניצער רבי איז געווען א צדיק. אויף דעם איז לית מאן דפליג. נאר קיין רוה"ק האט ער נישט געהאט. מפני מעשה שהיה.

איך בין (אפשר) בבחינת הציץ ונפגע. איך האב מיטגעהאלטן א מעשה ווי א איד א "בעל עבירה" ל"ע איז געקומען זיך קוויטלען ביים ריבניצער רבי. און די רבי האט איהם נישט געזאגט קיין ווארט איבער זיינע עבירות.

נאר אפשר איז ער (און זיין שותפ'טע) געווען נובהרדוק'ער. זיי האבן דירעקט געמאכט אז מען זאל זיי חושד זיין אין טון עבירות כדי זיי זאללן ליידן בזוינות. און די רבי האט דאס געוויסט ברוח קדשו.

נאר דאס אז די רבי האט געהאט רוח הקודש ווייל ער האט געוויסט אויב איינער איז נישט געווען אין מקוה. ווען ער זאל מיך פרעגן וואלט דער אנטפער אויך געווען ...ניין. איך בין נישט געווען אין וואסער...!

אפטימיסטיש » פרייטאג מערץ 1, 2024 1:25 pm

· #552290
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
@אנאנים ביטע אפטיילן די גאנצע ספינקע סאמעטוכע פון דעם אשכול. כ'מיין ספינקא איז ווערד א באזונדערע אשכול פאר זיך

לאכעדיג » פרייטאג מערץ 1, 2024 1:34 pm

· #552293
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
מנחם מנדל #
מעגסט רעדן מיט מער רעספעקט צו א צדיק קדוש ופרוש א איד וואס האט געלעבט אַ העכער לעבן.
די אלע טיטלען אויף רבי הערשעלע קען איך אליין זעהן אויף זיין מצבה...

און נאכאמאל ער איז טאקע געווען א ערליכע איד אבער זיין שווערע נאטור האט פארביטערט זיינע ארומיגע...

אגב, איך גלייך זייער דיין מוסר רייד...

ווי גייסטו זאגן שלוש סעודות תורה די וואך???

לאכעדיג » פרייטאג מערץ 1, 2024 1:41 pm

· #552294
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
חב''ד הויזן #
וואס איז א חילוק פון א ערליכע איד און א צדיק אמת?
גוט מדייק געווען...

און די חסידישע קאמיונעטי מיינט א ערליכע איד איינער וואס מען מעג נאך רעדן פון זיינע שוואכקייטן און א צדיק אמת מיינט איינער וואס מען טאר שוין נישט רעדן פון זיינע שוואכקייטן...

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 1, 2024 2:20 pm

· #552301
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
לאכעדיג #
berlbalaguleh #
ער האט מחזק געווען א סאך צובראכענע אידן: איך קען (לכה"פ) 2 קעיסעס וואו ער האט שטארק ארויסגעהאלפן און מחזק געווען צובראכענע אידן. ניין נישט דוקא מיט געלט. און דערהאלטן ביי אידישקייט עטליכע אנדערע אידן.
א יעדע טעראפיסט וואס טוט אין קעסיס און איז מחזק צעבראכענע אידן איז א צדיק אמת???

יעצט ענטפער אז טעראפיסטן נעמען געלט און ער האט נישט גענומען.

אזוי גאר?? די אלע בנינים און נכסים זיינע וואס מען שלאגט זיך נאך ביז היינט דערויף קומט פון ווי?? ער האט אמאל געארבעט פאר א דאללער??
לאכעדיג: דאס איז פונקט וואס איך האב דיר געוואלט זאגן. א טעראפיסט לאזט זיך באצאלן גרויסע גלעטער. נאכדעים איז ער/זי ווילליג אויסצוהערן דיין פראבלעים און (אפשר) געבן עצות...נאו. פעי, נאו פלעי. משא"כ א רבי צו וועים מ'קומט זיך אויסרעדן דאס הארץ. און די רבי הערט אויס און געט אן עצה. נאכדעים. דער איד וועלכער איז אויך א גביר, אלס הכרת הטוב וויל ער מנדב זיין פאר'ן רבי'ן און פאר די מוסדות. איז דאס א שיינע זאך. נאר קיינער צווינגט איהם נישט. ס'איז נישט מוסכם מתחילה אז ער וועט אדער זאלל באצאללן.

ועוד: וואס האסטו געוואלט? אז די רבי זאל ארויסגיין דרייוון א טעקסי אדער פאררעכטן שיך?!

לאכעדיג » פרייטאג מערץ 1, 2024 2:21 pm

· #552303
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
צפת #
דער אשכול האט אנגעצינדן מיין נייגער איבער די ספינקא מחלוקת.

קען איינער אריינקומען קלאר איבער די פערסענעלטי פון אלע ספינקער קינדער, און ווי אזוי זיי האבן אויסגעקוקט בחייו פון זייער טאטע?

וואספארא כאראקטער איז ר' בעריש געווען? - עובד, פיקח, ארבעטער? - וואס האט ער געטון?

וכן ר' אביש, אייזיק, נפתלי וכדו'?

ווער האט געהייסן דער געלונגענער, חשוב'סטער, וכו'?
נאך שבת וועל איך אי"ה שרייבן א שיינע באשרייבונג איבער די קינדער פון רבי הערשעלע.

עס איז גאנץ אינטערעסאנט ווי אויך היפש קאמיש...

לאכעדיג » פרייטאג מערץ 1, 2024 2:24 pm

· #552304
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
berlbalaguleh #
לאכעדיג: דאס איז פונקט וואס איך האב דיר געוואלט זאגן. א טעראפיסט לאזט זיך באצאלן גרויסע גלעטער. נאכדעים איז ער/זי ווילליג אויסצוהערן דיין פראבלעים און (אפשר) געבן עצות...נאו. פעי, נאו פלעי. משא"כ א רבי צו וועים מ'קומט זיך אויסרעדן דאס הארץ. און די רבי הערט אויס און געט אן עצה. נאכדעים. דער איד וועלכער איז אויך א גביר, אלס הכרת הטוב וויל ער מנדב זיין פאר'ן רבי'ן און פאר די מוסדות. איז דאס א שיינע זאך. נאר קיינער צווינגט איהם נישט. ס'איז נישט מוסכם מתחילה אז ער וועט אדער זאלל באצאללן.

ועוד: וואס האסטו געוואלט? אז די רבי זאל ארויסגיין דרייוון א טעקסי אדער פאררעכטן שיך?!
רבי הערשעלע האט געהאט א ביזנעס וואס האט געהייסן ספינקא (לשם שמים. שטייצעך...), ער האט פונקטליך געוויסט וואס זיינע קאסטומערס דארפן און ער האט זיך שיין צוגעשטעלט צו זיי...

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 1, 2024 2:26 pm

· #552305
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נו, איז דערפאר האט ער מצליח געווען...!

נ.ב.: יעצט איז ארויסגעקומען דער סוד. בערל בעל עגלה איז א (שטיקל) ספינק'ער חסיד...!

לאכעדיג » פרייטאג מערץ 1, 2024 2:29 pm

· #552306
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
berlbalaguleh #
נו, איז דערפאר האט ער מצליח געווען...!
100%.

אבער יעדע בעל הבית וואס זיין ביזנעס האט מצליח געווען איז א צדיק אמת??

לאכעדיג » פרייטאג מערץ 1, 2024 2:30 pm

· #552307
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
berlbalaguleh #
יעצט איז ארויסגעקומען דער סוד. בערל בעל עגלה איז א (שטיקל) ספינק'ער חסיד...!
וועלעכע שטיקל??

מילך טראק » פרייטאג מערץ 1, 2024 2:31 pm

· #552308
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
berlbalaguleh #
דער ריבניצער רבי איז געווען א צדיק. אויף דעם איז לית מאן דפליג. נאר קיין רוה"ק האט ער נישט געהאט. מפני מעשה שהיה.

איך בין (אפשר) בבחינת הציץ ונפגע. איך האב מיטגעהאלטן א מעשה ווי א איד א "בעל עבירה" ל"ע איז געקומען זיך קוויטלען ביים ריבניצער רבי. און די רבי האט איהם נישט געזאגט קיין ווארט איבער זיינע עבירות.

נאר אפשר איז ער (און זיין שותפ'טע) געווען נובהרדוק'ער. זיי האבן דירעקט געמאכט אז מען זאל זיי חושד זיין אין טון עבירות כדי זיי זאללן ליידן בזוינות. און די רבי האט דאס געוויסט ברוח קדשו.

נאר דאס אז די רבי האט געהאט רוח הקודש ווייל ער האט געוויסט אויב איינער איז נישט געווען אין מקוה. ווען ער זאל מיך פרעגן וואלט דער אנטפער אויך געווען ...ניין. איך בין נישט געווען אין וואסער...!
איך מיין אז אפילו איינער האט רוח הקודש מיינט נישט אז ער ווייסט אלעס

לאכעדיג » פרייטאג מערץ 1, 2024 2:38 pm

· #552309
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
אגב, וואס מיינט רוח הקודש??

נישט וואס די חסידישע ספרים זאגן אז ס'מיינט.

איך וויל וויסן לויט אונזערע היינטיגע השגות (פוי. מ'דארף לעבן מיטן אמאל...) וואס ס'מיינט...

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 1, 2024 2:48 pm

· #552314
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
מילך טראק #
berlbalaguleh #
דער ריבניצער רבי איז געווען א צדיק. אויף דעם איז לית מאן דפליג. נאר קיין רוה"ק האט ער נישט געהאט. מפני מעשה שהיה.

איך בין (אפשר) בבחינת הציץ ונפגע. איך האב מיטגעהאלטן א מעשה ווי א איד א "בעל עבירה" ל"ע איז געקומען זיך קוויטלען ביים ריבניצער רבי. און די רבי האט איהם נישט געזאגט קיין ווארט איבער זיינע עבירות.

נאר אפשר איז ער (און זיין שותפ'טע) געווען נובהרדוק'ער. זיי האבן דירעקט געמאכט אז מען זאל זיי חושד זיין אין טון עבירות כדי זיי זאללן ליידן בזוינות. און די רבי האט דאס געוויסט ברוח קדשו.

נאר דאס אז די רבי האט געהאט רוח הקודש ווייל ער האט געוויסט אויב איינער איז נישט געווען אין מקוה. ווען ער זאל מיך פרעגן וואלט דער אנטפער אויך געווען ...ניין. איך בין נישט געווען אין וואסער...!
איך מיין אז אפילו איינער האט רוח הקודש מיינט נישט אז ער ווייסט אלעס
ביי די פריער'דיגע צדיקים ווי ר' מאיר מ'פרימישלאן אדער ר' מרדכי'לע מ'נדבורנה. זיי האבן תיכף דערקענט (לכה"פ אזוי ווייס מיר פון די מעשה ביכלעך) אויב א איד איז געווען א בעל עבירה, (ח"ו).

מילך טראק » פרייטאג מערץ 1, 2024 2:56 pm

· #552316
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
ס'געווען א מעשה אז מ'האט אמאל מזכיר געווען א מסור א גרויסע בעל עבירה, און דער רבי האט געזאגט ער שיינט ווייל ער האט געצינדן חנוכה ליכט. עפעס אזוי גייט די מעשה.

Antibacterial » פרייטאג מערץ 1, 2024 2:57 pm

· #552317
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
berlbalaguleh #
דער ריבניצער רבי איז געווען א צדיק. אויף דעם איז לית מאן דפליג. נאר קיין רוה"ק האט ער נישט געהאט. מפני מעשה שהיה.

איך בין (אפשר) בבחינת הציץ ונפגע. איך האב מיטגעהאלטן א מעשה ווי א איד א "בעל עבירה" ל"ע איז געקומען זיך קוויטלען ביים ריבניצער רבי. און די רבי האט איהם נישט געזאגט קיין ווארט איבער זיינע עבירות.

נאר דאס אז די רבי האט געהאט רוח הקודש ווייל ער האט געוויסט אויב איינער איז נישט געווען אין מקוה. ווען ער זאל מיך פרעגן וואלט דער ענטפער אויך געווען ...ניין. איך בין נישט געווען אין וואסער...!

זאג נאר, דו ביסט ממש פאררוקט געווארן??? אויף דער אמעריקאנער ערד האט נאך נישט אראפ געטרעטן אזא איש מופת ובעל רוח הקודש ווי דער קודש הקדשים דער הייליגער ריבניצער!!

אידן וואס האבן זיך געדרייעט דארט האבן געזעהן רוח הקודש יעדן איינציגן טאג. ער איז געווען א יודע מחשבות, א בעל מופת וואס האט נישט געהאט זיינס גלייכן, און רוח הקודש הופיע בכל רגע ורגע! צו זאגן אויף אים אז ער איז נישט געווען א בעל רוח הקודש מוז מען זיין אדער א גרויסער שוטה, אדער א שונא הדת און קען מען נישט טראכטן גראד, אדער איז עס פשוט מחסרון ידיעה!

דאס אז געוויסע זאכן זענען געווען באהאלטן פון אים איז נישט קיין פלא, ווייל פון אלע נביאים הקדושים אריינגערעכנט ירמיהו זכריה או אפי' משה רבינו איז געווען זאכן וואס דער אויבערשטער האט זיי נישט מגלה געווען.

ברוך שפינוזה » פרייטאג מערץ 1, 2024 3:02 pm

· #552318
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
Antibacterial #
אידן וואס האבן זיך געדרייעט דארט האבן געזעהן רוח הקודש יעדן איינציגען טאג. ער איז געווען א יודע מחשבות, א בעל מופת וואס האט נישט געהאט זיינס גלייכען, און רוח הקודש הופיע בכל רגע ורגע!
נאך גוט אז דו האסט נישט אנגעפאנגען מיט "יעדער איד וואס האט זיך געדרייט" ווייל מיין טאטע און זיין ברודער זענען געוועהן גאנץ נאנט מיט איהם און זיי האבן עס נישט געזעהן.

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 1, 2024 3:04 pm

· #552319
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
אנטי באקטעריאל: ביטע נעם עס נישט אזוי פערזענליך. איך האב אויך געהאלטן אז דער ריבניצער רבי איז געווען אן איש צדיק וקדוש. און זיינע ברכות זענען מקויים געווארן. ווייל ער איז געווען א בעל מסירות נפש (ממש) פאר אידישקייט אונטער די קאמוניסטישע רשעים. נאר א סאך פון די רוח הקודש מעשיות זענען דמיונות (גוטע. אבער דאך דמיונות). אלעס וואס איך האב געזאגט אז איך בין בבחינת "הציץ ונפגע". אויב דו ווייסט וואס דאס מיינט. ס'זעהט אויס אז נישט.

לאכעדיג » פרייטאג מערץ 1, 2024 3:11 pm

· #552320
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
די אשכול פארט גאנץ גוט.

פון סאטמארע ניחום אבלים צו ספינקא פאליטיק און יעצט איז עס פארוואנדלט געווארן אין א מחנים ביכל.

די עולם זאל אריינקומען מיט סיפורי צדיקים.
-רוח הקודש, קפיצת הדרך, מרגיש געווען, זיך געבייזערט- וכו'...

Antibacterial » פרייטאג מערץ 1, 2024 3:12 pm

· #552321
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
berlbalaguleh #
אנטי באקטעריאל: ביטע נעם עס נישט אזוי פערזענליך. איך האב אויך געהאלטן אז דער ריבניצער רבי איז געווען אן איש צדיק וקדוש. און זיינע ברכות זענען מקויים געווארן. ווייל ער איז געווען א בעל מסירות נפש (ממש) פאר אידישקייט אונטער די קאמוניסטישע רשעים. נאר א סאך פון די רוח הקודש מעשיות זענען דמיונות (גוטע. אבער דאך דמיונות). אלעס וואס איך האב געזאגט אז איך בין בבחינת "הציץ ונפגע". אויב דו ווייסט וואס דאס מיינט. ס'זעהט אויס אז נישט.
פאלטשע מעשיות פארקויפן זיך אויף יעדן איינעם, מען דארף טאקע נישט קויפן אלעס. אגב וואו קומט דא אריין הציץ ונפגע? אויף וואס האט איר געקוקט, און מיט וואס זענט איר נפגע געווארן?

Antibacterial » פרייטאג מערץ 1, 2024 3:14 pm

· #552322
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
ברוך שפינוזה #
Antibacterial #
אידן וואס האבן זיך געדרייעט דארט האבן געזעהן רוח הקודש יעדן איינציגען טאג. ער איז געווען א יודע מחשבות, א בעל מופת וואס האט נישט געהאט זיינס גלייכען, און רוח הקודש הופיע בכל רגע ורגע!
נאך גוט אז דו האסט נישט אנגעפאנגען מיט "יעדער איד וואס האט זיך געדרייט" ווייל מיין טאטע און זיין ברודער זענען געוועהן גאנץ נאנט מיט איהם און זיי האבן עס נישט געזעהן.
איר זענט טאקע א שונא דת! נאכנישט עס גייט אין איינקלאנג מיט מיינע דריי כללים!

ברוך שפינוזה » פרייטאג מערץ 1, 2024 3:26 pm

· #552323
מיין טאטע האסטו גערופן א שונא הדת? אפשר דת הנצרות.

Antibacterial » פרייטאג מערץ 1, 2024 3:52 pm

· #552325
Re:
ברוך שפינוזה #
מיין טאטע האסטו גערופן א שונא הדת? אפשר דת הנצרות.
איז נישט ברוך'ס טאטע געווען פון די אנוסים?

אמאהלגעקעננט » פרייטאג מערץ 1, 2024 4:19 pm

· #552331
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
פון אונזערע #
איינער פארציילט מיר א מעשה רב פון רבי אביששש זאל געזונט ווערן אז ער איז ארויף צו אים פורים נאך געלט אין ער גלייבט נישט וואס ער זעהט די צדיק זיצט אויף די געלט! אין ווען ער האט געוואלט געבן פאר איינעם האט ער בכבודו ובעצמו זיך אינטערגעהויבן אין ארויסגענומען די געלט מתחת המחילה הקדושה....!!
איך ווייס נישט פארוואס אבער מיר האט מוראדיג געכאפט די מעשה אין איך שפיר אז סאיז א מצוה לפרסם...
שתחתור חתירה מתחת כסא כבודך

berlbalaguleh » מוצ"ש מערץ 2, 2024 9:58 pm

· #552360
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
Antibacterial #
berlbalaguleh #
אנטי באקטעריאל: ביטע נעם עס נישט אזוי פערזענליך. איך האב אויך געהאלטן אז דער ריבניצער רבי איז געווען אן איש צדיק וקדוש. און זיינע ברכות זענען מקויים געווארן. ווייל ער איז געווען א בעל מסירות נפש (ממש) פאר אידישקייט אונטער די קאמוניסטישע רשעים. נאר א סאך פון די רוח הקודש מעשיות זענען דמיונות (גוטע. אבער דאך דמיונות). אלעס וואס איך האב געזאגט אז איך בין בבחינת "הציץ ונפגע". אויב דו ווייסט וואס דאס מיינט. ס'זעהט אויס אז נישט.
פאלטשע מעשיות פארקויפן זיך אויף יעדן איינעם, מען דארף טאקע נישט קויפן אלעס. אגב וואו קומט דא אריין הציץ ונפגע? אויף וואס האט איר געקוקט, און מיט וואס זענט איר נפגע געווארן?
אנטי באקטעריאל: ביטע ליין איבער די מעשה וואס איך האב געברענגט. אז א איד א בעל עבירה (ל"ע) איז געקומען זיך קוויטלען ביי דעם ריבניצער רבי'ן. און די רבי האט נישט מרגיש געווען ברוח קדשו וואס דער איד האט געטון.

איך וויל נישט שרייבן מער פרטים וועגן גילוי (פון אלע צדדים). נאר איך האב מיך אליין געשלאגן מיט די דיעה (אינטראספעקשן) אויב דאס וואס איך זעה (כמעט מעשים בכל יום) איז טאקע די מציאות. אזוי אז מ'זאל נישט קומען מיר זאגן אז איך האב דמיונות.

נאר דאס אז דער איד איז געווען ביים ריבניצער רבי'ן ווייס איך זיכער. ווייל איך האב מיך שטארק נאכגעפרעגט.

צוויי » מוצ"ש מערץ 2, 2024 11:47 pm

· #552384
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
דער ריבניצער האט פארציילט יעדע נאכט אלעס וואס ער האט געזעהן ברוח קדשו במשכ'ן טאג?
וויאזוי ווייסטו אז ער האט נישט מרגיש געווען ברוח קדשו וואס דער איד האט געטוהן?
האסט געווארט אז ער זאל אים אראפלאזן צוויי קלינגעדיגע פעטש?
דער צדיק האט זיך זיינע הייליגע חשבונות ווען יא צו רעאגירן און ווען נישט, ווען צו טוהן עפעס מיט א בעל עבירה און ווען נישט.
און יא, א צדיק איז נישט די באשעפער אליינס, און דער רבוש"ע האט נאך אלס די יכולת צו באהאלטן ווען ער וויל זאכן וואס ער וויל נישט די צדיק זאל מרגיש זיין פאר חשבונות שמים.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7