☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » דער 'טיטאניק מאווי' ליבע געדענקמאל

דער 'טיטאניק מאווי' ליבע געדענקמאל

33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15867

שמן למאור » מאנטאג יאנואר 23, 2023 1:27 pm

· #516111
דער 'טיטאניק מאווי' ליבע געדענקמאל
עס איז ראטזאם צו קוקן די פילם 'טיטאניק' פארן ליינען:

איך האב שוין געלאזט הערן מיין מיינונג אפאר מאל אין די קאמערלעך פונעם שטיבל אז לדעתי איז די בעסטע מאווי פונעם יאר הונדרעט דעם וועלט בארימטן מאווי 'טיטאניק'.
קיין הסברים האב איך נישט געהאט אנגעגעבן, און געוויסע האבן מיט אנגעפרעגט פשט פארוואס איך האב אזוי שטארק ליב דעם ספעציפישן מאווי. אוודאי איז די יצירה מורא'דיג פיין, די גאנצע אראפלייגן ווי די טיטאניק שיף זינגט, מיט די בהלה וואס האט זיך דארטן אפגעטון, גיבט א שטארקע בליק אויף וואס עס האט זיך אפגעטון אין יענע מינוטן. אבער כמובן איז די בעסטע און עיקר חלק פון די מאווי די (פיקטיווע) רומאנטישע און ליבע חלק פון די מעשה.

אויפגעוואקסן בין איך אין איינע פון די גרויסע היימישע שטעט אין די טרי-סטעיט ראיאן. אזוי ווי אלע מיינע חברים און שכנים האב איך געלעבט מיין טאג אין די חרדישן באבל, טאקע אין אמעריקע אבער פאקטיש אויף גאר אן אנדערע פלאנעט. מיר האבן טאקע געטרויטן אויף אמעריקאנע ערד, אבער אונזערע קעפעלעך זענען געווען ווייט ווייט אוועק פון די אמעריקאנע גאס און קולטור.

זאכן וואס זענען שוין צענדליגע יארן דברים פשוטים פאר יעדע נאר אין מארק, זענען נאך געווען גאר פרעמד אין אונזערע ראיאנען. טייל מאל זענען מיר געווען מיט אזא פיפציג זעכציג יאר אונטערשטעליג פון זיי. אין די גרויסע וועלט האלטן שוין געוויסע ביים מעטעוואורס, און ביי אונז האט מען זיך קוים ערלויבט א פעקס מאשינקע.

איינע פון די זאכן וואס איז ביי אונז געווען א מאדנע אומדערהערטע זאך, איז געווען דאס געדאנק פון ליבע, און ווען איך רעד דא פון ליבע מיין איך בעיקר אהבה שבין איש לאשתו. עפעס פלעגן מיר צומאל הערן ווי דער מברך פון ברכה אחריתא זאגט עפעס זייער מאדנע ווערטער. עפעס אזא מושג פון אהבה ואחוה שלום ורעות, כאילו א חתן וכלה - מאן און ווייב דארפן זיך 'ליב האבן'. מיר האבן עס אייביג אנגעקוקט ווי עפעס אזא אלטע מושג, נאך פון די צייטן ווען עס פלעגן זיך באווייזן נגעים אויף די ווענט פון הייזער. עפעס היינטיגע צייטן איז שוין נישטא די אלע אמאליגע מאדנע ערשיינונגען.

ווען האבן מיר געזען ווי טאטי און מאמי האבן זיך ליב? האבן זיי זיך אמאל ארומגעהאלזט פארנט פון אונז? האבן אונז אמאל געזען ווי טאטי גיבט א קוש פאר מאמי? האבן מיר אפילו איין מאל בטעות געהערט ווי מאמי זאגט פאר טאטי, 'איך האב דיר ליב'? ליבע האט אטאמאטיש געמיינט תאווה, שלעכטיגקייט, השחתה. די זאכן האבן נישט קיין פלאץ אין קיין אידישע שטוב.

איינע פון די סודות פון די בריאה, איז דער ענין פון אהבה. קיינער פארשטייט נישט פון וואו עס קומט אדער פארוואס עס איז. דאך איז עס פון די וויכטיגסטע זאכן וואס עס דרייווט די גאנצע יקום. אלעס טוט מען פאר די קינדער וואס מען האט בטבע אן אריינגעבאקענע אהבה צו זיי, חיות היטן בטבע אויף זייערע קינדער און אזוי ציען זיי ווייטער זייערע דורות, און נאר מיט די טבע פון אהבה לעבן מענטשן אינאיינעם און בויען שיינע משפחות. די גאנצע המשך היקום איז אנגעוואנדן אויף די מושג פון אהבה.

אומצאליגע בחורים און אינגעלייט דרייען זיך ארום מיט טיפע סודות אין הארצן, ליבא לפומא לא גליא וואס עס רוישט זיי אין הארץ. צו זאל עס זיין א שכן, א קוזין, און צומאל א חבר אין ישיבה וואס מען האט -וואס מען רופט שוין היינט- א 'קראש' אויף יענעם. אמאל איז עס אויף עטליכע מענטשן, און אמאל איז עס ספיציפיש נאר אויף איינעם. מען הערט ממש נישט אויף צו טראכטן פון יענעם אגאנצן טאג, מען קען פארדרייען די גאנצע סדר היום נאר צו קענען שטיין אויף א פלאץ ווי יענער וועט 'מעגליך' אדורכגיין. ווען עס איז צווישן צוויי בחורים אין ישיבה וועט ער פראבירן ווען ער קען נאר צו רעדן -אויף עפעס אן אויפן, מיט יענעם. און געווענליך פאמפט די הארץ גאר שטארק ווען מען רעדט מיטן אהוב. (און אונזער סעסייעטי, אויב איז די אהבה אויף א מיידל, איז די נענטסע זאך וואס ער קען טון איז דאך נאר קוקן, כאפן א שמועס איז דאך מאן דכר שמיה)
און די זעלבע גייט פאר אין די עזרת נשים, צומאל קראשן זיי מיידלעך און צומאל מענער.

ווען די רבמ"ם האט געוואלט ארויסברענגען ווי שטארק מען דארף ליב האבן די אייבישטער מקיים צו זיין די מצוה פון ואהבת את ה' אלוקיך וגו', האט ער נישט געקענט טרעפן קיין בעסערע משל ווי דאס צוגלייכן צו אהבת אישה, וכלשונו:
וכיצד היא האהבה הראויה, הוא שיאהב את ה' אהבה גדולה יתירה עזה מאוד, עד שתהא נפשו קשורה באהבת ה' ונמצא שוגה בה תמיד, כאלו חולה חולי האהבה שאין דעתו פנויה מאהבת אותה אשה והוא שוגה בה תמיד בין בשבתו בין בקומו בין בשעה שהוא אוכל ושותה, יתר מזה תהיה אהבת ה' בלב אוהביו שוגים בה תמיד, כמו שצונו בכל לבבך ובכל נפשך והוא ששלמה אמר דרך משל כי חולת אהבה אני, וכל שיר השירים משל הוא לענין זה.
דאס איז עפעס וואס עס איז פון די יסודות הבריאה, נישטא וואס זיך צו שעמען דערמיט, און פאקטיש האט עס כמעט יעדער ביי געוויסע תקופות אין לעבן. ביי טייל וועפט עס אויס, און ביי טייל בלייבט עס שטארק פאר לאנגע יארן. קיין הסבר פארוואס 'דער' איז מושך דוקה צו 'יענעם', האט נישט אייביג קיין הסבר, נישט אלעמאל האט עס צוטון דוקה מיט שיינקייט, אויב עפעס האט עס אסאך מער צוטון מיט די קירוב הלבבות און די קירוב הדעת וואס עס איז דא אין זיין אינערליכע נפש וואס דאס ציהט אים צי צו יענעם.

טייל מאל ווערט דערפון א געראטענע פריינטשאפט, געוויסע מאל האט די חבר צוריק אן אהבה אויף אים, עס קראשט זיך פון ביידע זייטן, עס ווערט א מורא'דיגע גוטע חברותא'שאפט וואס קען אנהאלטן פאר לאנגע יארן. עס איז ממש איבריג אויסצושמועסן די תועלת פון אזא פריינטשאפט ווי מען האט זיך באמת ליב, און מען האט אייביג א גוטע חבר צו דער זייט.
אבער גאר אסאך מאל מאכט זיך אז מען האט ליב איינעם, אבער יענער איז נישט אינטערסירט אין דיר, אדער אמאל שעמט מען זיך צו נעמען די געפילן צום נעקסטן שטאפל און עס עפענען צו א געהעריגע קירוב הלבבות, מען האט נישט די דרייסטקייט זיך אויפצושטעלן פאר די געפילן, מען וועט ענדערש פראבירן צו דערשטיקן די געפילן און פטור ווערן דערפון. דאס קען גורם זיין צו אן עפענונג פון א גענצליך נייע פארבארגענע אפטיילונג אין די הארץ, א נייע שטיבל פון אהבה הנסתרת וואס וועט אים מעגליך באגלייטן און נאכלויפן זיין גאנצע לעבן. אפגערעדט ווען מען רעדט פון אהבת נשים, וואס איז ביי אונז סאנאנים מיט תאווה און שלעכטס, איז אויב כאפט זיך אריין אזא אהבה, קען עס בלייבן קלעבן אסאך יארן נאך די חתונה, און עס איז נישט פון די גרינגסטע זאכן פטור צו ווערן דערפון.

איך האב אלס בחור כסדר געהאט כלערליי קראשעס מכל מינים שונים, איך האב פארשטייט זיך נישט גערעדט צו קיינעם דערוועגן און איך האב עס אנגעקוקט אלס פשוטע שמיציגע תאוות, מען דארף פשוט ארבעטן אויף זיך און וויינען שובבים אויף תשובה ותיקון המעשים. עס איז אלעס א נסיון וואס מען דארף זיך שטארקן און עס ארובערגיין.

ווען איך האב געקוקט די באקאנטע 'שטיסל סעריע'
צום ערשטן מאל, האט מיר די גאדאנק אויפגעבליצט אין קאפ. די גאנצע סעריע איז דאך בעיקר געבויט אויף דעם ווי דער בחור 'עקיבא' זיכט זיין ליבע, און ער גייט נאך דעם אן קיין אפהאלט. ער נעמט אראפ אלע פארמאלע געזעלשאפטליכע נארמעס, און היות ער איז אביסל אינטערסאנט, שעמט ער זיך נישט צו טון דאס אומדערהערטע, און ער גייט זוכן 'א מיידל וואס ער האט ליב'!!! אמאל איז עס אן עלטערע גרושה, אמאל איז עס א פרוי מיט גייסטישע פראבלעמען און אמאל איז עס זיין אייגענע קוזינע. זיין אייגענע טאטע פארשטייט נישט וואס גייט פאר מיט אים, אסאך מאל פארשטייט מען נישט ווי קומט דעם קאץ איבערן וואסער, פארוואס האט ער זיך פונקט פארליבט אין אזא סארט מיידל? די שדכן האט דאך מציע געווען אסאך 'בעסערע' אפציעס..? אבער ווי מאדנע די גאנצע וועלט וועט עס אנקוקן, לאזט ער זיך נישט פון די קולטור, ער טוט זיך אויס די מאסקע, און גייט נאך דעם אהבה וואס ציעט אים. יעצט איך ווייס אז טיווי שויס זענען פרי דמיונם פון גוטע שרייבערס, און די מעשה האט נישט קיין אחיזה אין די מציאות, אבער דאך איז די עצם סיפור גאר ריכטיג, עס ברענגט ארויס די באהאלטענע עקיבא'לע וואס ליגט אונז אלע טיף אין הארצן.

ווען מיר האלטן ביי פרק 'האיש מקדש', ברענגט די שדכן א 'גוטע' שידוך וואס 'קלאפט' פון אלע זייטן, די מחותנים זאלן ביידע זיין די זעלבע סארט, די נעמען זאלן שטימען וכדומה וכדומה, אבער די וויכטיגסע זאך קענען זיי ניטאמאל געהעריג מסדר זיין, זיי האבן נישט קיין שום וועג צוזאמצושטעלט א בחור און א מיידל וואס גייען זיך ליב האבן. ס'איז פשוט נישט מעגליך פאר קיין מענטש אויפן וועלט צו זאגן מבינות אויף א צווייטנס ליבע. און טאקע ביי אונז איז עס נישט אזוי ווייט קיין פראבלעם, ווייל ווער האט דען אמאל געזאגט אז א מאן אין ווייב דארפן זיך ליבן? סך הכל לעבט מען צוזאמען 60 יאר, מען מאכט די בעסטע דערפון, און דער עיקר איז אז מען געבוירט ווי מער בעיביס און מען פארגרעסערט כלל ישראל.

וואס זאל אבער טון דער בחור אדער אינגערמאן וואס זיינע נאטורליכע חושים האבן אריינגעבויטע נאטירליכע אהבה אין זיך? און צומאל האט ער גאר פריערדיגע אריינגעבויעטע אהבות צו געוויסע פארהוילענע פערזוינען? ער מוז זיך ארומטראגן מיט זיין סוד אגאנצן לעבן, ער וועט שוין אריינגיין אין קבר מיטן סוד פון די בריאה, קיינער אויפן כדור העולם וועט קיינמאל נישט וויסן וואס עס האט געפייניגט פאר אומצאליגע טעג אדער יארן דער הארץ אין מוח פון דעם אומשילדיגן נפש'ל, א סוד וואס וועט שוין אראפגיין אין די טיפענישן פון די אפגרינדן אינאיינעם מיט די אומצאליגע מיליאנען געשיכטעס וואס זענען שוין לאנג פארגעסן געווארן אדער האבן קיינמאל נישט געהאט די זכיה דערציילט צו ווערן.

די מאווי 'טיטאניק' שפילט זיך אפ אונעם ווייטן אמאל, מען באגלייט א מיידל ראוז וואס איז אויפגעוואוקסן ביי א רייכע פאמיליע, זי מוז זיך אויפירן מיט כלערליי נימוסים וואס מאכן שווער די לעבן, אלעס כדי צו קענען האבן די 'זכיה' צו זיין פון די עליטע. אין די צייט וואס קינדער און איר עלטער האקן א לעבן אן קיין פרעשור, מוז זי זיך אנטון פארמאל און לעבן צו די אלע 'העכערע' קאודס וואס איר געזעלשאפט פארלאנגט פון איר. מען איז איר 'משדך' קעגן איר רצון צו א צווייטע עושר... אלעס זעט אפשר אויס גלאנציג פון אינדרויסן, אבער דאס אומגליקליכע מיידל איז גאר צובראכן, עד כדי כך אז זי וויל זיך פשוט נעמען דאס לעבן. ביז דשזעק קומט אריין אונעם בילד און זיי פאלן אריין און עכטע ליבע, עס גייט זיי אונגאנצן נישט אן די סטייל פון לעבנס פון וואו זיי ביידע קומען איז כרחוק מזרח ממערב, מען קוקט נישט אויף ארומיגע נערישקייטן ווען עס קומט צו עכטע אהבה. זי איז גרייט זיך מוסר נפש צו זיין אים צו ראטעווען, און שפרינג ארויס פונען רעטונג שיפל, אבי צו זיין מיט איר לאווער. ענדערש שטארבן מיט אים, ווי
איידער לעבן אן אים.

איך האב זייער שטארק רילעיטעט צו ראוז. אין די צייט וואס די גויאשע וועלט האט זיך היבש געריקט אויף פאראויס, און אפילו רייכע קינדער קענען שוין היינט טון וואס זיי ווילן, זענען מיר אבער געבליבן סטאק דארטן ווי זיי האבן געהאלטן פאר 100 יאר צוריק. אין די אלגעמיינע וועלט האלט מען זיך נישט היינט צוריק פון ארויסצוגעבן די געפילן, אז מען האט איינעם ליב לאזט מען יענעם וויסן. אז מען וויל לעבן א געוויסע וועג פרעגט מען נישט קיין רשות פון קיינעם, מען טוט וואס מען האט צו טון, און אז עס געפעלט נישט פאר די ארומיגע איז עס זייער פראבלעם; גאר אנדערש איז עס אבער ביי אונזער געזעלשאפט, מען מוז זיך ארומדרייען מיט סודות אנגעפילט אינעם בויך, אויב וועסטו זאגן וואס דו טראכסט וועט עס מעגליך האבן שווערע געזעלשאפטליכע קאנסוקווענסן. דעריבער וועלן רוב מענשטן אויס צו מאכן א שווייג, מען בויט זיך אויף א קאמערל און עס ווערט פולער און פולער ביז עס ווערט פארגעסן לנצח.

טייל האבן נישט ליב די סוף פונעם מאווי ווי דזשעק גייט למעשה אויס פאר קעלט, זיי האלטן אז עס וואלט געדארפט האבן א פרייליכע ענדע ווי זיי לעבן זיך פרייליך זייער גאנצע לעבן. אבער איך האלט אז דוקה דאס איז וואס מאכט די מעשה אזוי גוט. געדענקט, די גאנצע סיפור ווערט דאך דערציילט דורך א ניינציג יעריגע באבע וואס פארטרויעט די עולם מיט איר באהאלטענע איבערלעבעניש וואס ליגט איר שוין אין די קישקעס פאר איבער א יובל יארן. זי האט שוין געטראפן א פרישע מאן, אויפגעשטעלט דורות, און כמעט וואס זי גייט שוין אריין אין קבר מיט איר אייביגע פארבארגענע סוד, ווען נישט עס מאכט זיך פינקט די מעשה אז מען אנדעקט איר מאלעריי, וואלט די מעשה ווארשיינליך אראפ אין די טיפע אפגרינדן צוזאמען מיט די טיטאניק שיף, און וואלט געטראפן איר פלאץ נעבן די אומצאליגע געשיכטעס וואס זענען קיינמאל פארציילט געווארן.

די מעשה ברענגט ארויס די ווארהייט. נישט אלעמאל קומט מען אן צו זיין צוזאמען מיטן באליבטער, צומאל מחמת איזה סיבה שלא תהיה מוז מען בלייבן מיט די סודות אין הארצן, און בלויז ביינאכט ווען קיינער זעט נישט, קען מען חלומען און דמיונ'ן פון די מחשבות וואס פייניגען און באפרידיגן דיר אונאיינעם אויף איינמאל.

די מאווי קוק איך אן אזוי ווי א געדענקמאל פאר די אלע פארגעסענע משחבות, מענטשן, הערצער, נפשות, און אהבות וואס האבן קיינמאל נישט געהאט די זכיה ארויסצוקומען לאור עולם. עס דינט ווי א גרויסע קבר אחים, א ריזיגע מאניומענט וואס פארציילט די שטילע באהאלטענע סיפור פון אונזערע ברודערלעך, מענטשן, אחינו בני ישראל, וואס זייערע סודות זענען זיי געבליבן שטעקן אין בויך ביז זייער לעצטע אטעם, און די פילם איז ווי די שיך ביי די ברעג פונעם דונא טייך, וואס ווייסט צו אנדייטן אז עפעס גאר טיף, מיסטריעז, און ווייטאגליך ליגט דא באהאלטן ווייט פארהוילן פון די מענטשליכן אויג.

Tachlis » מאנטאג יאנואר 23, 2023 10:59 pm

· #516145
די ענדע פון די מעשה אז דזשעק איז אויסגעגאנגען פאר קעלט אין וואסער האט מיר אזוי געבאדערט אז איך האב חרטה געהאט פארן קוקן דעם מאווי, טאקע ווייל זיי האבן אזוי גוט ארויסגעברענגט דאס וואס זיי האבן זיך באמת ליב געהאט האט מיר געמאכט וויינען א גאנצע נאכט, איך האב נישט אויסגעהאלטן דעיס ווערן אזוי טראגיש אפגעטיילט פון איינעם וואס מען האט אזוי ליב איך האלט אז איינער וואס האט שוין עקספעריענסט עכטע ליבע וועט אים דעיס ממש צורייסן.

איך לעב גראדע גאנץ אפן מיט די "ליבע" פאקט, נישט אזוי ווייט פאר מיר נאר ווייל איך האב אזוי ליב מיין ווייב וויל איך איר מאכן צופרידן און ווען איך קען איר מאכן צופרידן מאכט מיר עס צופרידן,
די אפנקייט זעט אנפאנג אויס מאדנע פאר אונז וואס ביי אונז איז עס נישט אנגענומען אבער נאך א וויילע געוואוינט מען זיך צו און מהאט זיך עכט ליב אז עס איז שוין נישט דא קיין פלאץ ליב צו האבן קיינעם אנדערש.

צקון לחש » דינסטאג יאנואר 24, 2023 12:42 am

· #516159
@שמן למאור ביסט א רוח שאינה מצויה!

שמן למאור » דינסטאג יאנואר 24, 2023 2:01 am

· #516166
[ציטאט אראפגענומען]
די ציל פון די אשכול איז לאו דוקה געווען צו שטיפן אז דער ריכטיגער מהלך איז אייביג נאכצוגיין די אהבה עד הסוף. עס איז מער אזעלכע דברי זכרון און אנערקענונג, איך האב פשוט געוואלט ארויפברענגען און לייגן די טאפיק אינטערן ספאטלייט אז ס'דא אזא מציאות, און מען קען עס נישט איגנארירן כאילו עס עגזעסטירט נישט. עס שרייט און ווייטאגט אסאך נפשות, און אפילו עס קומט אזוי, ברויך עס נאכאלטס האבן די ריכטיגע אנערקענונג.

בנוגע צו קיווע איז גערעכט צו שלום איז טאקע א לענגערע טיפערע נושא, און ביי יעדע פאל איז דא עקסטער וואס דן צו זיין דערין, עס איז לאו דוקה דא א כלליות'דיגער מהלך דערביי. אוודאי א בחור וואס דערזעט זיך ווי ער לויפט נאך אהבות ביי די דרייסיג און עס ווערט גארנישט פון אים, דארף טון צו דער זאך און נעמען א געהעריגע שידוך. איך האב נישט אהערגעברענגט עקיבא'ן אים צו צייגן אלץ אונזער ראול מאדעל.. שיין וועלן מיר אויסקוקן..., איך האב אים צוגעברענגט צו צייגן די עצם מושג פון אהבה וואס ווערט גאר שטארק און שארף אויסגעשפילט דורך אים. אבער פון די אנדערע זייט צו זאגן אז מען דארף גענצליך פארקוקן אויף די אהבה איז אויך גענצליך אומריכטיג. פארשטייט זיך אז מיט די צייט וועפט עס אויס, אבער אפילו נאכן אויסוועפן שטייט מען אסאך בעסער ווי די אלגעמיינע מהלך ביי אונז ווי עס וועפט שוין פון די ערשטע מינוט.

אונזער שידוכים סיסטעם האלט זיך נאר וויבאלט די סטראקטור איז געבויט אז מען גט זיך נישט נאר ווען עס איז עק וועלט. ווען נישט דעם פאקטאר, ווען גיטין וואלט געווען אזא אנגענומענע זאך ווי אין די אלגעמיינע וועלט, ווען עס וואלט נישט געווען קיין פראבלעם צו זיין א גרוש, וואלטן די נומערן פון גיטין געווען ביזן דאך. עס איז לאו דוקה א סתירה צו לאזן די יוגנט זיך וועלן כאוות נפשם, און דערנאך ווייטער האבן די סיסטעם ווי אויפשטעלן א שטוב איז א מוז. מען קען אן קיין פראבלעם זוכה זיין צו שתי שלחנות...

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יאנואר 24, 2023 8:40 am

· #516173
[ציטאט אראפגענומען]
האסט זייער גוט געזאגט, ששש... אזעלכע שטותים צו רעדן. מיט וויפיל פרויען האסטו שוין פרובירט זיך צאמצופארן און ס'נישט געלונגען? מיט מענער קומסטו זיך יא אויס? איך קען איבערגענוג זיסע, צופרידענע, געלונגענע קאפלס, און יא, "אפילו" ביי חסידים.

קהל'ס נער » דינסטאג יאנואר 24, 2023 8:43 am

· #516174
[ציטאט אראפגענומען]
רוב דורכגעפאלנע גיטין איז ווייל מען נעם א זכר און א נקבה און מען שפארט זיי איין אין א צימער אין מע איז זיי מודיע אז זיי זענען חתונה געהאט, זיי האבן קיינמאל נישט באמת חתונה געהאט, חוץ פון א צערעמאניע ווי מען שפענדעט קרוב למאה אלף, זענען זיי נישט געווארען מער פארעל ווי עני אנדערע יונגעל אדער מיידל בשוק, מען הייבט אויף א גארטל מען לייגט א רינגל און מזל טוב א קאפל, אה ליבע? Who cares? איך פארשטיי נישט בכלל פארוואס מען וואונדערט זיך פארוואס סדא אזויפיל גיטין, איך ווינדער מיך וויאזוי קען זיין אז סאיז נישטא מער גיטין.

שמן למאור » דינסטאג יאנואר 24, 2023 10:14 am

· #516177
[ציטאט אראפגענומען]
קודם כל האבן זיי די פאר טעג, וואכן, חדשים, צו גאר יארן וואס מען האט א מעין עולם הבא, נאך פאר עס וועפט אויס, פארוואס מאכסטו דאס אוועק כאילו דאס איז גארנישט? אין די אלגעמיינע וועלט ווי זיך שיידן איז קיין פראבלעם נישט, איז פארשטייט זיך דא גאר א הויעכע ראטא פון גיטין, מען הייבט זיך אויף פון איינס און מען גייט צו א צווייטן, דאס מיינט נישט אז די ערשטע צען יאר איז געווען שלעכט, מען ריקט זיך פשוט ווייטער. רוב גויאישע קאפלס וואס שיידן זיך בלייבן זייער גוט מיט זייערע עקס, זיי האבן נישט קיין שווער הארץ, און רוב מאל האבן זיי זיך נאכאלס ליב, ס'נאר פשוט אז מען גייט ווייטער אין לעבן, מען מוז נישט בלייבן סטאק וועגן פאר אפאר יאר האט זיך געלוינט צו האבן דעם פארטנער. ביי אונז, אויב גט מען זיך, וויל מען מער נישט אנקוקן די עקס, עס קומט געווענליך נאך יארן פון אנעסעניש.

זאת ועוד, אוודאי וועפן גוטע זאכן אויס, גארנישט אויפן וועלט בלייבט נישט מיט די זעלבע גלאנץ ווי ביים אנפאנג, אבער דאס מיינט נישט אז נאכן וועפן בלייבן די צוויי באליבטע פונקט אזוי ווי אסאך היימישע קאפלס ווי מען האט זיך בכלל נישט ליב, סך הכל איז אביסל אראפ פון די גלאנץ, נו, מען האט זיך נאכאלטס ליב, און מען קען ווייטער בויען א אמת'ע גוטע קשר, דאס איז אסאך בעסער ווי סתם צאמפארן יענקל מיט גיטי, וואס ווען זיי לערנען ווען צוזאמען אין פאבליק סקול וואלטן זיי זיך ניטאמאל אנגעקוקט, זיי האבן ניטאמאל די שאנס זיך ליב צו האבן געהעריג, און שפעטער וועלן זיי נאך טענה'ן אז אינ'אמת'ן אריין איז א מאן מיט א ווייב בכלל נישט קיין פאר...
[ציטאט אראפגענומען]
דאס קען מעגליך זיין אמת, פאר די לאנג ראן סטרוקטור פון פאמיליע לעבן איז עס זיכער ריכטיג, דאס האט אבער גארנישט ציטון מיט די נושא דא פון וויאזוי די קאפלס ווערן מתחילה צאמגעפארט. עס זענען דא אין יעדע סעסייעטי בערך 5 פראצענט שווערע מענטשן וואס וואלטן זיך גע'גט ריגארדלעס, די שאלה איז נאר איבער די איבריגע 95 פראצענט. אנשטאט צאמשמעלצן רעכל מיט מעכל, און שפרינצע מיט זעליג, און אלע פיר זענען אומצעפרידן, וואלט מען געקענט לאזן מעכל פאלן אין ליבע מיט שפרינצע, און זעליג וועט פאלן אין ליבע מיט רעכל, און אלע פיר וועלן זיין צופרידן. יא אפילו נאך עס וועפט אויס שטייט זייער רילעישנשיפ אויף אסאך א העכערע ניווא. וואס זאל מען אבער טון אז די שדכן האט צאמגעפארט רעכל צו מעכל ווייל זייערע נעמען גראמט...

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג יאנואר 24, 2023 10:16 am

· #516178
Re: דער 'טיטאניק מאווי' ליבע געדענקמאל
[ציטאט אראפגענומען]
אילאן מאסק גייט נישט זיין דער ערשטער וואס גייט קאלאניזירן מארס @אנאנים האט עם שוין אויסגעכאפט! [emoji6] זעהט אויס רוב מענטשן זענען טאקע צופרידן דארט

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

שמן למאור » דינסטאג יאנואר 24, 2023 10:44 am

· #516181
[ציטאט אראפגענומען]
א געלונגענע קאפל איז צוויי צופרידענע מענטשן וואס קומען זיך דורך, "און האבן זיך ליב". סתם וואוינען צוזאמען אין איין הויז און זיך 'דורכקומען' איז א דורכפאל פון א מערידזש. אהבה איז טאקע עפעס וואס מען קען אויפבויען, מען קען כמעט אייביג ארבייטן מיט וואס מען האט, אבער עס איז א חילוק פון הימל ביז ערד פון וואו מען הייבט אן. כ'האב שוין מאריך געווען דערין אין מיין אשכול איבער שידוכים, קענסט עס גיין איבערליינען..

איך האלט נישט אז רוב גיטין קומען פון אבי צאמגעשטעלטע קאפלס, אויב וואלט מען זיך גע'גט ביי אונז ווען מען איז נישט צופרידן, ווען מען האט זיך נישט ליב, און ווען מען לעבט נישט גוט אינאיינעם, וואלט דאס טאקע געווען א גרויסע פאקטאר, אבער ווי געשמועסט איז דאס זייער נישט אנגענומען ביי אונז. גיטין געשען ביי די 5 פראצענט (כאפ מיך נישט ביים נומער) וואס זענען טאקע שווערע מענטשן און זיי וואלטן זיך מילא גע'גט, עס איז מסתמה דא נאך א פראצענט וואס די צאמשטעל איז אזוי רענדאם און שלעכט אז מען קען אפילו נישט ארבעטן דערמיט און עס ענדיגט זיך מיט א גט.

אודאי זיכן עלטערן די בעסטע פאר זייערע קינדער, אבער ס'דא זאכן וואס די עלטערן קענען נישט וויסן, זיי קענען בשום אויפן נישט פארשטיין פארוואס דו חבר'סט זיך דוקא מיט דער און יענער, און נישט מיט א צווייטן. דער אמת איז אז דו אליינס ווייסט אויך נישט די סיבה, די טבע העולם איז אז געוויסע מענטשן פארשטייען זיך בעסער מיט געוויסע מענטשן און ווייניגער מיט אנדערע מענטשן. נאר די מענטש אליין קען וויסן אויב די זאך איז גוט פאר אים, אויב עס איז א גוטע פאר, אויב עס איז דא א משיכת הלב, אויב מען פארשטייט זיך גוט איינע מיט די אנדערע, און צי דאס איז א געראטענע שידוך. די עלטערן קענען טאקע זען אז די הייעך איז גוט, די געלט איז דא, די יוחס איז דא, וכ' וכ' אבער זיי קענען קיינמאל נישט זען די וויכטיגסטע זאך, און דאס איז.., צי האבן זיי זיך ליב? (איך ווייס אז ביי געוויסע פרעגט מען שוין היינט די חתן פארן שידוך שליסן.. נו? האסט איר ליב? און די חתן ענטפערט יא. אבער רוב מאל ווייסט ער ניטאמאל וואס ליבע מיינט. ער מיינט אז מען פרעגט אים מבינות אויף עפעס א שיינע מאלעריי צו ער האט עס ליב. מהיכא תיתי, פארוואס נישט... יא, ער האט עס ליב..., און די אמת איז, פון וואו זאל ער וויסן צי ער האט איר ליב? ער האט איר סך הכל געזען צוויי מאל און גערעדט מיט איר פאר קוים צוויי דריי שעה)

אויב עפעס, איז די תוצאה פון אבי צאמגעשטעלטע שידוכים אז קאפלס לעבן זיך צאם א לעבן אן קיין ליבע, מען פראבירט צו זיין צופרידן און מאכן די בעסטע דערפון, אבער מען האט אסאך א שווערערע לעבן ווי מען וואלט געקענט האבן. טייל ליידן מער, טייל ווייניגער, אבער הצד השוה שבהן אז מען האט נישט די בעסטע עקספיריענס. די 60/70 יאר פון מערידזש לייף איז אסאך שווערער ווי עס וואלט געקענט זיין ווען ער נעמט זיך א געהעריגע גוטע צוגאפאסטע פארל. און אויף דעם איז שוין איינמאל דא א גרויסע חילוק צווישן אידן, גויים, פרייע, פרומע, מאדערן חרדים, ליטאים, און חסידים.

שמן למאור » דינסטאג יאנואר 24, 2023 12:20 pm

· #516184
@אנאנים, דיין טעות איז אז דו קוקסט עס אן ווי א סתירה, אדער רומאנס אדער סטרוקטור לעבן. עס איז בכלל נישט אזוי, פשוט במציאות איז עס נישט אזוי. עס זענען דא גענוג און נאך קאפלס וואס האבן ביידע.

די אלגעמיינע וועלט האט פארמיאוסט סטרוקטור לעבן בכלל, עס איז אין סטייל נישט צו האבן קיין קינדער און נישט צו ציען קיין דורות. דאס האט מיט דעם אז זיי האבן (בטעות) געמיינט אזוי ווי דיר אז כדי צוציקומען צו דעם רומאנס דארף מען אויפגעבן אויף די פאמיליע לעבן. זיי האבן אויסגעוועלט רומאנס, דו וועלסט אויס סטרוקטור, און ענק פארקוקן ביידע אויף די שלימות פון ביידע אונאיינעם. אין פאקט איז עס אבער נישט ריכטי"ג. די באשעפער האט באשאפן א מאן און ווייב, און זיי געהייסן אויף דער זעלבער צייט צו פירן א פאמיליע לעבן, פרו ורבו ומלאו את הארץ, אבער צו דער זעלבער צייט דארף אויך צו זיין דעם ודבק באשתו און דעם אהבה ואחוה ושלום ורעות.

כרם זית » דינסטאג יאנואר 24, 2023 3:24 pm

· #516189
Re: דער 'טיטאניק מאווי' ליבע געדענקמאל

שמן למאור » דינסטאג יאנואר 24, 2023 5:34 pm

· #516194
[ציטאט אראפגענומען]
דארף מען טאקע זוכן ביידע...

עס איז דא א באקאנטע ווערטל. א טיטשער האט אמאל געפרעגט א סטודענט, אויב מען גיבט דיר אן אויסווייל פון מזל אדער שכל, וואס וואלסטו גענומען?
האט די סטודענט געענטפערט, מזל!
האט דער טיטשער געזאגט " איך וואלט אויסגעקליבן שכל" האט די סטודענט געענטפערט, "יא יא, יעדער נעמט וואס עס פעלט אים"...

לענינינו, איך דארף דא נישט קומען באשרייבן סטרוקטור לעבן, מיר זענען שוין סייווי אין א שטארקע געזעלשאפט מיט א פעסטע משפחה לעבן סטרוקטור. מיר דארפן נישט זוכן סטרוקטור, מיר זענען אריינגעבוירן דערין. איך האב נישט געזאגט אז מען זאל אויפגעבן דאס וואס מען האט, איך האב בלויז באשריבן דאס וואס עס פעלט אונז...

צוזאמגעדרייט » דינסטאג יאנואר 24, 2023 5:40 pm

· #516195
Re: דער 'טיטאניק מאווי' ליבע געדענקמאל
צום פונקט!

@שמן למאור

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יאנואר 24, 2023 6:22 pm

· #516199
@שמן למאור: ס'געפעלט מיר ווי דו האסט געלאזט ריכטיג פארדרייען דעם שמועס, כאילו די גאנצע מדובר איז ראמאנס קעגן סטרוקטור. חסידים זענען פאר סטרוקטור, די סעקולארע וועלט איז פאר ראמאנס, און די ליטוואקעס און מאדערנע האבן נאכנישט גענומען קיין צד, קאט די קרעפ. מיין שוועסטער (וואס איז טיעף אין די וויזויהייסטעס) איז לעצטנס ענגעידשד געווארן מיט א בחור וואס מ'האט שוין אנגעטראגן מיט א יאר צוריק, די נארישע סיבה פארוואס ס'איז דעמאלטס אראפ פון טיש געדענק איך שוין נישט, אבער די סיבה פארוואס יעצט איז עס יא געווארן איז ווייל דאס מיידל חלומ'ט שוין נעבעך אזוי לאנג פון די ווייסע קלייד... זי גייט פשוט אויס פאר לעכצעניש פאר'ן ווייסן קלייד און זי קען שוין מער נישט ווארטן... (שמעקט עפעס פון ראמאנס?) אפשר מיט סטרוקטור מיינט מען די סטרוקטור פונעם ווייסן קלייד? אויב אזוי האב איך גארנישט געזאגט...

תרמב » מיטוואך יאנואר 25, 2023 12:29 am

· #516213
שמן למאור דו זאגסט זייער גוט, אבער איך האב איין נקודה צו אנמערקן, די פראבלעם מיט די אלע מאוויס איז אז ס'איז צו גוט אז ס'זאל זיין אמת, די מעשיות געשעהן קיינמאל נישט די לעבן איז נישט אזוי גלאנציג אדער אזוי שלעכט ווי מ'זעהט עס אויפן סקרין, מ'קען מיינען אז די גויים האבן מוראדיגע לאוו סטאריס ווי זיי זענען נאכגעגאנגען בחירת ליבם און אלעס איז געווען גלאנציג, זעי ליווד העפילי עווער עפטער, ווען אין פאקט מאכט זיך אלס פול מיט שווערעקייטן ביי יעדן, מ'האט א קראש אויף איינעם און די הארץ ווערט צובראכן ווייל יענער גייט מיט א צווייטן, ס'איז דא ביי זיי אויך אסאך הארץ וויי, איך פארשטיי אז דו מיינסט נישט דווקא די מעשה פון טיטאניק און קיווע שטיסל, דו מיינסט נאר די פוינט, אבער ס'איז דאך ווערט ארויסצוברענגען די נקודה אז די זאכן וואס געשעהן אין די מאווי'ס געשעהן נישט אין ריעל לייף.

צוזאמגעדרייט » מיטוואך יאנואר 25, 2023 12:40 am

· #516214
Re: דער 'טיטאניק מאווי' ליבע געדענקמאל
תרמב
מ'קען מיינען אז די גויים האבן מוראדיגע לאוו סטאריס .
זיי האבן מער שאנסן ווי סתם א שיעור ג' בחור.

תרמב
מ'האט א קראש אויף איינעם און די הארץ ווערט צובראכן ווייל יענער גייט מיט א צווייטן, ס'איז דא ביי זיי אויך אסאך הארץ וויי
מ'קען עס אנקוקן ווי א חלק פון די שיינע בילד. פאשטייצעך בשעת מעשה איז עס פיינפול, אבער אויב צום סוף ארבעט זיך עס אויס, איז דאס א חלק פון די מעשה.

און אויב נישט, זאגט מען -לייף איז נאַט עי פיקניק- (און מען זוכט זיך א פרישע קראש)

דוד שריפטליך » דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 12:32 am

· #516261
זייער א באלערנדע ארטיקל איך אפילו איך בין אויפגעוואקסן ביי די חרדים וואו אהבה איז עפעס א זאך וואס דער עולם איז נישט גורס על כל פנים איך פון מיר אויס האב קיינמאל נישט מסכים געווען מיט די אידילאגיע איך וויל נאר צולייגן פון א מוזיקאלישע שטאנדפונקט אז די ליבע פיקציה פון די טיטאניק מאווי ענדיגט זיך מיט א ניגון וואס הייסט מיין הארץ גייט מיט..... און די ניגון האט אויך א ווערסיע פון גד אלבז מיט עברית גראמען וואס איז אויף זיין אלבוים רמזים

דוד שריפטליך » דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 12:38 am

· #516262
רביה''ק זי''ע
@שמן למאור: ס'געפעלט מיר ווי דו האסט געלאזט ריכטיג פארדרייען דעם שמועס, כאילו די גאנצע מדובר איז ראמאנס קעגן סטרוקטור. חסידים זענען פאר סטרוקטור, די סעקולארע וועלט איז פאר ראמאנס, און די ליטוואקעס און מאדערנע האבן נאכנישט גענומען קיין צד, קאט די קרעפ. מיין שוועסטער (וואס איז טיעף אין די וויזויהייסטעס) איז לעצטנס ענגעידשד געווארן מיט א בחור וואס מ'האט שוין אנגעטראגן מיט א יאר צוריק, די נארישע סיבה פארוואס ס'איז דעמאלטס אראפ פון טיש געדענק איך שוין נישט, אבער די סיבה פארוואס יעצט איז עס יא געווארן איז ווייל דאס מיידל חלומ'ט שוין נעבעך אזוי לאנג פון די ווייסע קלייד... זי גייט פשוט אויס פאר לעכצעניש פאר'ן ווייסן קלייד און זי קען שוין מער נישט ווארטן... (שמעקט עפעס פון ראמאנס?) אפשר מיט סטרוקטור מיינט מען די סטרוקטור פונעם ווייסן קלייד? אויב אזוי האב איך גארנישט געזאגט...
איך האב געוואלט צולייגן אז עפעס א רעדנער ביי קרבתנו גאלד האט פרובירט צו מסביר זיין פאר עלטערן אז זיי זאלן פארשטיין אז אפילו א גוטע ערליכע בחור קען אויך אפזאגן א שידוך ווייל ער וויל א שיינע מיידל.....
און עס מאכט אים נישט אויס ערליך

דוד שריפטליך » דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 12:42 am

· #516263
[ציטאט אראפגענומען]
איך ווייס פון פארפעלקער וואס האבן געוואלט ראמאנסירן אנדערש ווי די שוויגער קולטור און עס האט זיך געענדיגט מיט א גט.....

יאסל ראקאווער » דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 7:20 am

· #516271
ס'איז באמת שווער זיך צו טענה'ן אויב בהמה פלייש איז בעסער ווי ברויט מיט איינעם וואס האט א גאנץ לעבן געגעסן זיין פראטין דורך יאגערט. ס'איז נישט קיין שום ספק בעולם אז @אנאנים האט נישט קיין ליבע און זיין לעבן געשפירט. ווער עס ווייסט וואס דאס איז, רעדט נישט אזוי. (אמאל איינער קרעכט אינטער אז ער זעט אויך שיינקייט און א לעבן אן קיין ליבע און ראמאנס, מילא. אבער דער איד לייקענט און מציאות הבורא -כביכול- מיט אַ געוואלדיג פרעכקייט)

ס'איז ווי איינער וואס האט אין זיין לעבן נישט געזען קיין קאלירן זיך טענה'נען מיט אים אויב ס'איז בעסער נאר זען אלעס שווארץ און ווייס (נישט מעטעפאריש גערעדט).

דאס קומט פון די mind synthesizing happiness. דער איד רעדט אויפ'ריכטיג'. ער איז טאקע א נעבעך פאר נישט וויסען וואס קאלירן איז. זיין מוח זאגט אים אז א נעבעכדיגע loveless חתונה איז טאקע בעסער.

מי ימצא » דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 10:55 am

· #516276
דוד שריפטליך
איך ווייס פון פארפעלקער וואס האבן געוואלט ראמאנסירן אנדערש ווי די שוויגער קולטור און עס האט זיך געענדיגט מיט א גט.....
און איך ווייס פון קלוגערע פארפעלקער, וואס האבן אפגעלאזט די שוויגער קולטור, כדי צו קענען לעבן א נארמאלע לעבן.

צוזאמגעדרייט » דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 11:15 am

· #516278
Re: דער 'טיטאניק מאווי' ליבע געדענקמאל
דוד שריפטליך
עס האט זיך געענדיגט מיט א גט.....
וואס ווערסטו אזוי דערשראקן פונעם ווארט "גט"?

yesiknow » פרייטאג יאנואר 27, 2023 7:12 am

· #516336
יוסל רעדט לגופו של ענין , אשר ברא חתן וכלה גילה רינה דיצה אהבה ואחווה ושלום ורעות על משכבי בלילות בקשתי את שאהבה נפשי ישקני מנשיקות פיהו כי טובים דודיך ...

לשיטתך @אנאנים איז דאס נאר א דמיון א בייזע חלום הוילע דמיונות גארנישט מיט די מציאות , כדי דיך צופארענטפערען האט יוסל דיך דן געוועהן לכף זכות אז די ווייסט פשוט נישט ממילא רעדסטו אזוי.

האסט שוין אמאל געפילט א טעם אין א נשמת שבת? איז עס א דמיון?

דיין כנגדו האט דיך שוין אמאל געטקסט ראמאנטישע ענינים אין מיטען ארבייט, דיין עזר מאכט דיך פילען דעט יו אר ספעשעל אין ווערי האט...
אין אתה יודע מה אתה מפסיד , אשר ברא קען זיין אז גאט האט דאס באשאפען נאר פאר גוים זיכער נישט פאר חסידים גיי לערן מיט א גוי ברטנורא

צוזאמגעדרייט » פרייטאג יאנואר 27, 2023 10:03 am

· #516340
Re: דער 'טיטאניק מאווי' ליבע געדענקמאל
yesiknow
האסט שוין אמאל געפילט א טעם אין א נשמת שבת? איז עס א דמיון?
מן הסתם א דמיון.

yesiknow » פרייטאג יאנואר 27, 2023 10:19 am

· #516341
[ציטאט אראפגענומען]
אהבה זה ממש ההיפך זה מעורר המוחין זה מביא לגדלות המוחין אוהבה כגופו זה לא ענין שכתוב בספרי חסידות , אז מען רעדט שוין קענסטו מיר מסביר זיין וואס איז אהבת השם איז דאס א אנדערע מין אהבה פון וואס מיר פילען כאילו אזא רוחנית דיג אהבה ?

איז בכלל דא עטליכע סארט אהבות?

הקטן » מוצ"ש יאנואר 28, 2023 11:57 pm

· #516370
yesiknow
דיין כנגדו האט דיך שוין אמאל געטקסט ראמאנטישע ענינים אין מיטען ארבייט, דיין עזר מאכט דיך פילען דעט יו אר ספעשעל אין ווערי האט...
איך בין נייגעריג אויב די וואס טעקסטען "ראמאנטישע ענינים" טרעפט זיך ווייניגער זיי זאלן טשידען מיט פרעמדע וואו די וואס טקעסטען נישט?

מיין פילינג איז, א גרויס חלק פין אזאלכע ראמאטינשע טעקסט האט אזויפיל מיט עכטע אהבה וואו זינגען "איי לאוו יא האשעם" ביי א קום-זיטץ מיט פארגלייזטע אויגן
אדער זיך שאקלען ביים רבינס טיש אויף יה אכסוף - אן קיין שום קאמיטמענט

yesiknow
איז בכלל דא עטליכע סארט אהבות?
איך מיין אז יא
די חילוק פין איין סארט אהבה צי די אנדערע איז מער וואו נאר quality and quantity

קידוש » זונטאג יאנואר 29, 2023 8:46 am

· #516377
צ'ק.
טיטאניק איז די ערשטע מאווי וואס כ'האב געוואטשט,
איך האב באמת פארגאסען טרערען בשעת'ן וואטשען,
מיין הארץ האט מיך געריסען איבער די ליבע אין ראמענס וואס איז געווארען צוגעגנבט פון מיר אין די ערשטע יארען פאר/ נאכען חתונה בלא ידיעה,
עס איז א מעסטערפיעס

אדרבה איינער קען רעקאמענדעם אן ענדליכע מאווי

מי אני » מאנטאג יאנואר 30, 2023 12:28 pm

· #516441
📎 1D0FAD02-9CEB-4FFE-8622-A07609A1BF3E.jpeg מישעל דע מאַנטעין. ער איז דאך אבער געווען א פילאזאף. ולכן, הגם ער האט חתונה געהאט, איז דאך ידוע מש״כ ניטשע אודות הייראטן…

ובכלל, עיין מכאן ולהלן. וג״כ מכאן ולהלן. וג״כ מכאן ולהלן.

שמן למאור » מיטוואך פעברואר 1, 2023 1:58 pm

· #516514

yesiknow » מיטוואך פעברואר 8, 2023 11:17 pm

· #516764
קידוש
צ'ק.
טיטאניק איז די ערשטע מאווי וואס כ'האב געוואטשט,
איך האב באמת פארגאסען טרערען בשעת'ן וואטשען,
מיין הארץ האט מיך געריסען איבער די ליבע אין ראמענס וואס איז געווארען צוגעגנבט פון מיר אין די ערשטע יארען פאר/ נאכען חתונה בלא ידיעה,
עס איז א מעסטערפיעס

אדרבה איינער קען רעקאמענדעם אן ענדליכע מאווי
ווער האט עס צוגעגנבעט פון דיר שעפעלע?

וואספארא ראמאנס איז דא פאר די חתונה? מיט וועהם געב צו פארשטיין?

Visionary » דאנערשטאג פעברואר 9, 2023 9:09 am

· #516778
yesiknow
קידוש
צ'ק.
טיטאניק איז די ערשטע מאווי וואס כ'האב געוואטשט,
איך האב באמת פארגאסען טרערען בשעת'ן וואטשען,
מיין הארץ האט מיך געריסען איבער די ליבע אין ראמענס וואס איז געווארען צוגעגנבט פון מיר אין די ערשטע יארען פאר/ נאכען חתונה בלא ידיעה,
עס איז א מעסטערפיעס

אדרבה איינער קען רעקאמענדעם אן ענדליכע מאווי
ווער האט עס צוגעגנבעט פון דיר שעפעלע?

וואספארא ראמאנס איז דא פאר די חתונה? מיט וועהם געב צו פארשטיין?
איך מיין אז מען מישט דא אויס ליבשאפט מיט ראמענס. די מאדערענע וועלט לערנט אפ ליבשאפט "לאוו עט פורסט סייט", אבער דאס איז קאנדישאנאל לאוו וואס איז געבויעט אויף ראמענס פורסט. אנקאנדישענעל לאוו איז א זאך וואס קומט מיט ארבייטן און אויף בויען אן עכטע ליבשאפט מיט א טיעפקייט וואס א"א לתאר ולשאר אויף פאפיר די קוואלעטי פון די לאוו ענד ראמענס ווען מען קומט אן צו די לעוועל. די ראמאנס און הנאה וואס קומט ווען מען האט אויף געבויעט אן עכטע ליבשאפט דאס האט מען דיר נישט צו גענומען, עס איז אין דיין הענט עס אויפצובויען. אוודאי דארף די פארפאלק שטימן און זיין אן די סעם פעישז, אבער אויב איז מען אויף די סעים פעיזש דעמאלסט קען מען ריעטשען גאר הויעכע הייטס פון ריעל לאוו, ראמענס, אינטעמעסי, און הנאה האבן אפילו ע"פ דרך התורה.

yesiknow » דאנערשטאג פעברואר 9, 2023 9:14 am

· #516779
אפילו עפ דרך התורה?
זהו התורה בעצמו אולי רק עפ התורה
ישקני מנשיקות פיהו על משכבי בלילות וכו'

די זאגסט מוראדיגע ווערטער איך האף אז די האסט זוכה געוועהן צו לעבען אזוי, בי וועל.

שמן למאור » דינסטאג אפריל 25, 2023 10:18 am

· #522643
איינער קומט אריין אויף אייוועלט מיט א לענגערע באריכט איבער זיין קראש מעשה...