☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » טעכנאלאגישע פראגעס און הילף

טעכנאלאגישע פראגעס און הילף

580 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1578
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12

אךשמח » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 2:52 pm

· #37909
טעכנאלאגישע פראגעס און הילף
נישט אויף יעדע קורצע פראגע לוינט צו מאכן אן אשכול, דעריבער עפן איך דעם אשכול וואו איך וועל פארלייגן פראגעס און קורצע עצות וואס איך זוך.

היינט האב איך געליינט אינעם 'פאפולער פאטאגראפיע' איבער די פארשידענע 'קלאוד' קאמפאניס און די מעלות און חסרונות צווישן זיי.

וואס איז מיר אבער אינטערעסאנט צו פארשטיין, וואס איז די גרויסע מעלה פון האלטן מיינע פיילס אינעם 'וואלקן' ווען די פרייז פאר הונדערט גיג איז ביילייפיג פופציג דאלער פער יאר, ווען איך קען פאר דעם פרייז זיך איינהאנדלען א טעראבייט און נישט דארפן צאלן א יערליכן אפצאל?

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 2:58 pm

· #37913
די מעלות זענען אז עס בלייבט געסעיווט זיכערערהייט אן א שרעק אז עס וועט זיך פארמעקן אדער פארלירן - וואס מאכט זיך מיט א פארטעבל דרייוו
און אויך אז דו קענסט עקסעסן דיינע פיילס פון סיי וועלכע קאמפיוטער מיט אינטערנעט איבערן גאנצן כדור העולם.

יעדער דארף אפשאצן פאר זיך אויב עס לוינט אים צו צאלן געלט פאר די אויבנדערמאנטע מעלות.

אךשמח » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 3:25 pm

· #37937
זייער שוואכע מעלות קעגן דעם ריזיגן פרייז דערפאר.

יידל » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 3:28 pm

· #37939
האלטן פיילס און די וואלקן לוינט זיך פאר איינעם וואס האט ריזיגע פיילס (למשל א ווידעא עדיטאר וואס האט הונדערטע ווידעא פיילס אויף וואס ער ארבעט) און ער וויל קענען ארבעטן פון ווי אימער אן דארפן מיטשלעפן זיינע הארדרייווס. ס'שפארט אים סיי טירחא און סיי די ריזיקע דאס צו פארלירן אויפן וועג. פאר איינעם וואס קען האלטן אלע זיינע פיילס און איין אדער צוויי הארדרייווס און דארף נישט מיטנעמען די הארדרייווס ווי ער פארט (אדער אויב ער ארבעט אלץ פון איין פלאץ) לוינט זיך טאקע נישט די וואלקן.

אךשמח » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 3:46 pm

· #37951
די פארשידענע קאמפאניס
<!-- w --><a class="postlink" href="http://www.howtogeek.com/121957/the-best-websites-for-backing-up-and-sharing-your-data-in-the-cloud-for-free/">www.howtogeek.com/121957/the-best-websi ... -for-free/</a><!-- w -->

אךשמח » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 11:11 pm

· #47277
די עפל'יסטן זענען אויפגעלייגט ביז גאר. די נייע iOS6 איז היינט ארויפגעשווימען אויף אלע אייפאונס, און טראץ וואס איך וועל נישט אוועקמאכן די געציילטע מעלות וואס עס געט צו (עפל זאגט אז עס האט איבער צוויי הונדערט נייע פיטשורס) האב איך דערמיט מער קאפוויי ווי פאר דעם. איך וועל זיי אהערברענגען, מיט האפענונג אז מען וועט מיר ארויסהעלפן.

די געוואלדיגע מעלה וואס אנאנים האט צוגעברענגט אז ענדליך קען מען שוין ארויפלייגן בילדער אויפן שטיבל, ארבעט נישט. מסתם ווייל עפל דיקטאטירט פונקטליך וויפיל מב א פיק זאל זיין (געווענליך צוויי דריי מב). קען מען עפעס טון דערוועגן?

עמבעדדעד יוטוב קליפס ארבעטן מער נישט אויפן נייעם אפדעיט. יא, זיי האבן אוועקגענומען די יוטוב עפפ פונעם סיסטעם אבער איך האב שוין דאונלאודעד די פרישע עפפ וואס גוגל האט צוגעשטעלט.

ווייפיי שפרינגט אראפ און ארויף זינט איך האב אפדעיטעד.

געפילטע פיש » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:15 am

· #47294
צרת רבים חצי נחמה, ביזט נישט דער איינציגסטער וואס רעדט זיך אפ.
אפשר זאלסטו איינטונקען דיין עפל אין האניג לסימנא טבא.

שמעקעדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:17 am

· #47297
געפילטע, דו ביסט אזוי זיס.......
אפשר זאל ער עס גאר איינטינקען אין דיר, דו ביסט דאך מתוק מדבש ונופת צופים, נאך מער ווי האניג...

אךשמח » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:57 am

· #47309
געפילטע פיש
צרת רבים חצי נחמה, ביזט נישט דער איינציגסטער וואס רעדט זיך אפ.
אפשר זאלסטו איינטונקען דיין עפל אין האניג לסימנא טבא.

דו מיינסט דאס?

אךשמח » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 9:46 am

· #47349
געפילטע פיש
צרת רבים חצי נחמה, ביזט נישט דער איינציגסטער וואס רעדט זיך אפ.


דאס האסטו געמיינט?

געפילטע פיש » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 10:09 am

· #47362
אךשמח

יא
אךשמח

יא, און אויך דאס (טשעק ארויס די קאמענטס), דאס, און דאס.

צוקער » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 5:20 pm

· #47874
EMERGENCY HELP WANTED!
I got a problem yesterday, I cant post Yiddish on the web, including emails,furoms,etc. does anyone know about this bug please let me know, I am down the drain!
Thanks in advance!

משה רוקח » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:49 am

· #48068
Offline you could write in Yiddish or is it only online?

אךשמח » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 5:49 pm

· #48234
עס איז געווען א פראגע פון צייט ביז איך וועל איינטוישן מיין אייפאון און צוריק צום ענדרויד פאון, אבער איך האב זיך נישט געיאגט. נאך אלעם איז דער אייפאון טאקע נישט קיין ענדרויד אבער פארט נישט אוועקצומאכן, בפרט ווען א גוטע קאמערא איז מיר גאר וויכטיג און דער אייפאון קאמערא האט דערווייל נישט קיין ערזאץ.

היינט איז געקומען דער באשלוס אז גענוג איז גענוג. די גוגל מעפס איז מיר גאר וויכטיג און אז זיי האבן צוליב זייערע אינטערעסן מיר צוגענומען אזא וויטיגע עפפ איז געווען איין טרעפל אוועק פון זיי, און העיקר אז זינט דעם נארישן אפדעיט פאריגע וואך טוט דער אייפאון גאר מאדנע זיך אויפפירן ווען עס לאזט מיר גאר אפט נישט סקראלן פון אויבן אראפ און פארקערט.

איך האב נאך געקלערט צו אויסווארטן דעם געלעקסי נאוט צוויי אדער די על דזשי אפטימום דזשי וואס מען זאגט דערויף גרויסע זאכן אבער איצטער אז איך זע דעם געלעקסי שלש פאר הונדערט פופציג רייניש וועל איך עס באלד באשטעלן. (זאת ועוד אז איך קען צוריקבאקומען א שיינע מטבע פאר מיין אייפאון, ווי שוין געשריבן אויף א צווייט מקום).

אצינד ברויך איך אייער הילף. איך האב גאנץ אסאך אינפא אויף מיין אייפאון, און וויל וויסן גענוי ווי אזוי מען פירט עס אריבער צום נייעם געלעקסי. רוב זאכן גלייב איך וועט זיין גאר גרינג אבער איך בין נישט קלאר ווי אזוי צו אריבערפירן די ביכער און פי די עףס וואס ליגן מיר אין אייבוקס. ווייסט איינער ווי מען מאכט דאס?

צוקער » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 5:57 pm

· #48239
משה רוקח
Offline you could write in Yiddish or is it only online?

Only online. I guess its just a flu, I will restart my computer.

שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 10:44 pm

· #48327
אךשמח
איך האב גאנץ אסאך אינפא אויף מיין אייפאון, און וויל וויסן גענוי ווי אזוי מען פירט עס אריבער צום נייעם געלעקסי. רוב זאכן גלייב איך וועט זיין גאר גרינג אבער איך בין נישט קלאר ווי אזוי צו אריבערפירן די ביכער און פי די עףס וואס ליגן מיר אין אייבוקס. ווייסט איינער ווי מען מאכט דאס?


איך האב פרובירט גוגלען פאר דיר, עס איז דא אסאך וועגן.
דאס איז ארויפגעקומען פון די ערשטע און קוקט אויס צו זיין הילפבאר:
<a class="postlink" href="http://www.talkandroid.com/guides/beginner/iphone-to-android-making-the-transition">http://www.talkandroid.com/guides/begin ... transition</a>

הצלחה רבה!

אוי טאטי » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 11:50 am

· #48426
צוקער
I got a problem yesterday, I cant post Yiddish on the web, including emails,furoms,etc. does anyone know about this bug please let me know, I am down the drain!
Thanks in advance!

ב׳ה! דער אויבערשטער האט אונז נישט פארלאזט אונז האמער צירוק הרב צוקער מיט אונז!,
ס׳וואלט געווען ראטזאם ווען דו לאזט אונז וויסן וויאזוי האסט געסאלווד דעם פראבלעם. שכח.

צוקער » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 11:52 am

· #48428
צוקער
משה רוקח
Offline you could write in Yiddish or is it only online?

Only online. I guess its just a flu, I will restart my computer.

ס'לכאורה געווען א פשוטע פלו. כ'אב אויסגעלאשן מיין טוי איבערנאכט, ועד הנה עזרוני! חסדי ה' כי לא תמנו!

אךשמח » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 2:03 pm

· #48461
שמעקעדיג
אךשמח
איך האב גאנץ אסאך אינפא אויף מיין אייפאון, און וויל וויסן גענוי ווי אזוי מען פירט עס אריבער צום נייעם געלעקסי. רוב זאכן גלייב איך וועט זיין גאר גרינג אבער איך בין נישט קלאר ווי אזוי צו אריבערפירן די ביכער און פי די עףס וואס ליגן מיר אין אייבוקס. ווייסט איינער ווי מען מאכט דאס?


איך האב פרובירט גוגלען פאר דיר, עס איז דא אסאך וועגן.
דאס איז ארויפגעקומען פון די ערשטע און קוקט אויס צו זיין הילפבאר:
<a class="postlink" href="http://www.talkandroid.com/guides/beginner/iphone-to-android-making-the-transition">http://www.talkandroid.com/guides/begin ... transition</a>

הצלחה רבה!

א דאנק פאר דיין ארבעט, און איך וועל עס בקרוב נוצן.

איך האב געטון א ווילדע שריט און אריינגעגעבן מיין אייפאון 4s פאר עמעזאן טרעיד אין, און זיי וועלן מיר שיקן $365 עמעזאן גיפט קארד (איך רעכן אז איך וועל האבן דערפון בערך צוויי מאות, מיינוס וואס מיין אשת חיל וועט אויסגעבן $165 פאר אומנויטיגע זאכן...) און ביז א וואך דארף איך עס צוריקשיקן. פארוואס איך האב זיך אזוי געיאגט, ווייל איך גלייב אז עמעזאן וועט אראפלאזן די פרייז בקרוב. קען אבער זיין אז איך קען נאך צוריקציען.

נאכן אפמאכן צו נעמען דעם געלעקסי שלש, ווי שוין געשריבן, זענען דא וואס זאגן איך זאל נאך געבן געציילטע טעג פאר עטליכע נייע סעלפאונס וואס דארפן בקרוב ממש ערשיינען לאור עולם. גיי ווייס...

נולד מאוחר » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 12:23 am

· #51412
ווען איך וויל סקענען מערערע פאפירן און סזאל ווערן איין גרויסע פייל ווי אזוי טוט מען דאס?
ווען איך סקען מיט ווינדאוס סקען קומט אויס יעדער באזונדער ,אז איך וויל עס למשל אימעלן דארך איך עטעטשען יעדע פאפיר באזונדער.

ניץ איך א סאפווער וואס הייסט פעפערפארט, דאס סקענט אלעס צי איין גרויסע פדף pdf.
יעצט מיין נייע קוימפיטער וויל איך טאן די זעלבע ,טרעף איך מער נישט בחנם די סאפטווער.
וואס נאך קען איך פראבירן ?

געפילטע פיש » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 12:28 am

· #51416

נולד מאוחר » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 12:41 am

· #51425
געפילטע פיש

אדער האט גוגעל א מערכה קעגען מיר , אדער האבן זיי א דיעל מיט דיר.
איך סיורטש און טרעך נישט געפילטע טרעפט.
שכוח

געפילטע פיש » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 12:45 am

· #51431
מ'סתם צאלסטו נישט מעמבערשיפ פאר גוגל, איא?
ערענסט גערעדט, אסאך מאל קען א סטופיד ספעלינג מיסטעיק טשעינדזשען די ריזאלטס.

נולד מאוחר » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 1:09 am

· #51445
געפילטע פיש
מ'סתם צאלסטו נישט מעמבערשיפ פאר גוגל, איא?
ערענסט גערעדט, אסאך מאל קען א סטופיד ספעלינג מיסטעיק טשעינדזשען די ריזאלטס.

וואס ניצטו אויב מעג איך פרעגן?

געפילטע פיש » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 1:16 am

· #51448
פעיפערפארט איז זייער א ברייט באנוצטע פראגראם אין די ביזנעס וועלט, אני לכשעצמי דארף דאס נישט, איך סקען נישט קיין גרויסע מגילות אינדערהיים.
ס'איז אויך תלוי אין וואסערע סקענער דו נוצט, אסאך סקענערס מיט א אטאמאטיק פידער שטעלן אליינס צאם די גאנצע פייל פעיפערס אין איין פי די עף, אן די הילף פון טירד פארטי סאפטווער.

איחוד פעלד » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 8:21 am

· #51468
נולד מאוחר
ווען איך וויל סקענען מערערע פאפירן און סזאל ווערן איין גרויסע פייל ווי אזוי טוט מען דאס?
ווען איך סקען מיט ווינדאוס סקען קומט אויס יעדער באזונדער ,אז איך וויל עס למשל אימעלן דארך איך עטעטשען יעדע פאפיר באזונדער.

ניץ איך א סאפווער וואס הייסט פעפערפארט, דאס סקענט אלעס צי איין גרויסע פדף pdf.
יעצטמיין נייע קוימפיטער וויל איך טאן די זעלבע ,טרעף איך מער נישט בחנם די סאפטווער.
וואס נאך קען איך פראבירן ?

אויב די האסט א בראדער פרינטער איז דא פעיפערפארט אויף די סי די פונעם פרינטער.

נולד מאוחר » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 1:51 pm

· #51610
איחוד פעלד
נולד מאוחר
ווען איך וויל סקענען מערערע פאפירן און סזאל ווערן איין גרויסע פייל ווי אזוי טוט מען דאס?
ווען איך סקען מיט ווינדאוס סקען קומט אויס יעדער באזונדער ,אז איך וויל עס למשל אימעלן דארך איך עטעטשען יעדע פאפיר באזונדער.

ניץ איך א סאפווער וואס הייסט פעפערפארט, דאס סקענט אלעס צי איין גרויסע פדף pdf.
יעצטמיין נייע קוימפיטער וויל איך טאן די זעלבע ,טרעף איך מער נישט בחנם די סאפטווער.
וואס נאך קען איך פראבירן ?

אויב די האסט א בראדער פרינטער איז דא פעיפערפארט אויף די סי די פונעם פרינטער.

איך האב א בראדער אבער נישט די סידי, קען איך עס דאנלאדען פון בראדער אזויווי די סידי ?

געפילטע'ס גאגול ארבעט זוך נישט אויס.

געפילטע פיש » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 2:18 pm

· #51628
וואס הייסט? ס'אינסטאלט זיך נישט? ס'ארבעט נישט?

נולד מאוחר » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 2:51 pm

· #51651
געפילטע פיש
וואס הייסט? ס'אינסטאלט זיך נישט? ס'ארבעט נישט?

סנישט דא די פראדאקט וואס טוט וואס איך ברויך בחנם.
כהאב געטראפן אינסטאלט און מיין קמפיטער פון בראדער control center 3 כהאב עס קיינמאל נישט געניצט,
איחוד 'ס תגובה האט מיר געמאכט זוכען האב איך געטראפן פון בראדער. עס טוט די דזשאב.

נולד מאוחר » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 3:03 pm

· #62130
PDF Unstack
וועלכע פראגרעם איז דא צי למשל ארויס נעמען איין בלעטעל פןן א pdf פייל?
איז דא א פרייע פראגרעם אדער איך מיז טויפסיינען מיט acrobat?

בונם » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 2:22 am

· #62225
איז דא ווער עס האט עקספיריענס מיט קראומבוק?

שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 3:53 pm

· #63408
כ'האב אזא שאלה,
מיין טעלעפאן אין קאר טשארדזשד זיך 3 מאל אזוי לאנג ווי אינדערהיים.
איז דאס נארמאל? גיט א קאר ארויס א שוואכערע כח ווי א עלעקטראנישע אוטלעט?

שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 3:55 pm

· #63409
נאך א שאלה,
איך גיי אנליין צו מיין באנק אדער קרעדיט קארטלעך, און אסאך מאל וויל איך צוריקגיין א פעידזש, באקום איך דעם פאלגנדן אומפארשטענדליכן מעסעדזש.
איך ווער שוין משוגע דערפון.
מ'קען עפעס טון דערצו?
📎 Confirm Form.jpg

לעמיל » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 3:59 pm

· #63413
איך מיין אלטס סעיפטי לאזען זיי נישט צוריק גיין צו א פריעדיגע פעידש

שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 4:35 pm

· #63427
סעיפטי פון וואס? איך דארף מורא האבן פון מיין אייגענעם שאטן? איך בין דאך א רגע צוריק דארט געווען? און נאך אלץ אריינגעלאגט?
איך האב עפעס געטעשקט און איך מוז צוריקגיין. כ'זעה נישט ווי אזוי כ'קען צוריקגיין ווי נארמאלער מענטש, חוץ אנהייבן אלעס פון אל"ף.

איך אויך » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 4:40 pm

· #63436
סעיפטי מיינט אויב ביסטו אין אפיס זונטיג צופרי און פונקט דריקט דיר די שיריים פון די טשולנט, איז ווילאנג די ביסט דאס מסדר קען אריינקומען דיין ארבייטער גיבען א קוועטש אויף די בעק קנעפל און אריבערפירן 5 אלפים צו זיין באנק אקונט, ממילא בעטן זיי די לאג-אין אינפארמאציע נאכאמאל.

לעמיל » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 4:42 pm

· #63438
איך אויך
סעיפטי מיינט אויב ביסטו אין אפיס זונטיג צופרי און פונקט דריקט דיר די שיריים פון די טשולנט, איז ווילאנג די ביסט דאס מסדר קען אריינקומען דיין ארבייטער גיבען א קוועטש אויף די בעק קנעפל און אריבערפירן 5 אלפים צו זיין באנק אקונט, ממילא בעטן זיי די לאג-אין אינפארמאציע נאכאמאל.

ברוך שכיוותי

איך אויך » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 4:42 pm

· #63439
עצה טובה,נוטץ נישט די בעק קנעפל נאר די טעבס וואס געפינען זיך העכער אדער ביי די זייט פון די בלאט.

שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 5:48 pm

· #63447
ענק פארשטייען נישט.
זיי בעטן מיר נישט נאכאמאל צו אריינלאגן.
איך דארף פשוט צוריק אנהייבן פון אנהייב.

די עצה טובה פון "איך אויך" נוץ איך טאקע ווען איך קען, און ס'העלפט רוב מאל.

וואס איז וועגן די טשארדזשער? האט קיינער נישט קיין ענטפער פאר מיר?

sunbar » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 7:11 pm

· #63906
קען איינער מיר אפשר זאגן ווי אזוי איך קען מאכן פרינט סקרין אויף א לעפטאפ?

געפילטע פיש » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 8:07 pm

· #63934
מיט די פרינט סקרין קנעפל פונקט ווי א דעסקטאפ, אבער אסאך מאל איז די פרינט סקרין קנעפל באהאלטן אונטער א פאנקציע (FN) קנעפל, קוק גוט.
אויב נוצטו ווינדאוס 7 אדער 8 איז דא א טול וואס הייסט סניפינג טול.

sunbar » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 8:11 pm

· #63936
איך ווייס נישט פארוואס עס ארבעט נישט ביי מיר..

sunbar » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 8:21 pm

· #63939
אה, יעצט איז עס געגאנגען. ישר כח געפילטע.

אגב, מיין ווייב זאגט זי האט דיך פיינט...

געפילטע פיש » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 9:04 pm

· #63959
אוי ווי, וואס האב איך איר געטוהן? זי האט נישט ליב געהאט די בלומען כ'האב איר געברענגט פאריגע וואך?

נולד מאוחר » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 10:28 pm

· #63980
Touch screen desktops
זיכנדיג צו קויפן א דעסקטאפ קאמפיוטער האב איך מיך אנגעשטויסן אין טאטש סקרין מאניטערס.
וויל איך וויסן, איינער ווייסט צי ס'ארבעט גוט?

איחוד פעלד » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 10:35 pm

· #63981
גאנץ גוט. נישט זייער גוט.

שימעלע » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 11:15 pm

· #63999
שמעקעדיג
נאך א שאלה,
איך גיי אנליין צו מיין באנק אדער קרעדיט קארטלעך, און אסאך מאל וויל איך צוריקגיין א פעידזש, באקום איך דעם פאלגנדן אומפארשטענדליכן מעסעדזש.
איך ווער שוין משוגע דערפון.
מ'קען עפעס טון דערצו?

סגעשעט ביים צירוק גיין צי פעידש וואס די בוסט אנגעקומען נאכען אויפולן א פארום אדער אסאך מאל נאכען זיך איישרייבען. וויבאלד מקען נאר אנקומען דארעך סאבמיטן די פארום פרעגט דוך דיין בראזער צי דו ווילסט נאאמאל שיקען דעטע.
סהאט גארנישט מיט סעפטי ווייל אויב די האסט נישט ארויס געסיינט קען דיין ארבייטער סייווי טוהן וואס ער וויל.

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 11:18 pm

· #64001
געפילטע פיש
אוי ווי, וואס האב איך איר געטוהן? זי האט נישט ליב געהאט די בלומען כ'האב איר געברענגט פאריגע וואך?

זי האט עס גראדע יא געגליכן, אבער האט זיך אפגערעדט אז אנשטאט עס זאל שמעקן פון פיינע בלומען האט עס געשמעקט פון פיש, עררר.....

sunbar » פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 12:32 am

· #64040
געפילטע פיש
אוי ווי, וואס האב איך איר געטוהן? זי האט נישט ליב געהאט די בלומען כ'האב איר געברענגט פאריגע וואך?


ווען איך האב געגעסן מיט איר די סעודה דאס ערשטע מאל נאכן חתונה האט זי מיר געזאגט אז זי האט נישט ליב געפילטע פיש...

געפילטע פיש » פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 12:40 am

· #64046
כ'הער, דאס איז די חורבן פון עסען געמישט, מענער און פרויען צוזאמען.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12