☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » טעכנאלאגישע פראגעס און הילף

טעכנאלאגישע פראגעס און הילף

580 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1578
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12

gehlungen » פרייטאג יולי 19, 2013 2:13 pm

· #134847
שמעקעדיג
איז דאס אויף א סעל פאון?

Yes a Black Berry

שמעקעדיג » פרייטאג יולי 19, 2013 3:11 pm

· #134859
ווייסעך נישט, כ'בין נישט באקאנט אויף בלעקבערי.
אבער כדי נישט צו פארמישן יעדן, האב איך געטויש דעם קעפל פונעם אשכול.

בכלל, קען עס ווען אריינגיין אין "טעכנאלאגישע פראגעס און הילף" אשכול, וואו די ערשטע ווערטער פונעם פותח האשכול שם איז ווי פאלגענד: "נישט אויף יעדע קורצע פראגע לוינט צו מאכן אן אשכול".

שמעקעדיג » מוצ"ש יולי 20, 2013 11:24 pm

· #134899
איינער פון די מנהלים האט צאמגעמישט די יוצרות און געמאכט פון די 2 קוגלען איין גרויסע יאפטשיק, תיתי לו!

נולד מאוחר » פרייטאג יולי 26, 2013 2:46 pm

· #136558
און די נייע גוגל מעפס פעלט מיר 1 סירטש נערביי 2 וואטס הער? 3 כפלעג קענען שיקן אן עדרעס צי מיין פאן.
פעלט עס טאקע אדער כוויס נישט ווי ציקוקען?

געפילטע פיש » מוצ"ש יולי 27, 2013 10:07 pm

· #136593
קודם כל איז די נייע מעפ נאר א פריוויו, און האט נאכנישט אלע פיטשורס, אבער די זאכן וואס דו זוכסט איז גראדע יא דא.

1. יעדע סוירטש איז א סוירטש נערביי, אויב דו ביסט אריינגעזומט צו דיין הויז, און דו זוכסט סושי, וועסטו זען אלע סושי פלעצער אין דיין געגענט, אויב ווילסטו דוקא אריינלייגן אין די סוירטש באר, די אלטע "loc:" קיווארד ארבעט נאך, למשל זוך grocery stores loc: 11211.
2. יעדע קליק איז בעצם וואטס הער, אויבן אויפן לינקע זייט וועט ארויפקומען וואס יענע פלאץ איז.
3. ס'פעלט שוין נישט אויס, ווייל די אדרעס באר האלט זיך אין איין טוישן ווען דו רוקסט די מעפ, דארפסט נישט מער ווי קאפיען די URL פון די אדרעס באר און שיק עס.

וואס איך בענק זיך, און אנליין זע איך אז איך בין נישט אליין, איז די מאלטיפעל דעסטינעישען דירעקשאנס. לאמיר האפן אז זיי גייען עס צוריק לייגן בקרוב.

סאשי פיש » מוצ"ש יולי 27, 2013 11:25 pm

· #136601
געפילטע פיש
און דו זוכסט סושי, וועסטו זען אלע סושי פלעצער אין דיין געגענט, אויב ווילסטו דוקא

אבי איינער טראכט פון מיר...........

נולד מאוחר » זונטאג יולי 28, 2013 1:55 am

· #136668
געפילטע, קאפי איך די url, ווי אזוי שיק איך עס צי מיין סעלפאן?
אמאל פלעגט זיין די אפשען פון שיקען צי gps , mobil, car.

געפילטע פיש » זונטאג יולי 28, 2013 9:15 pm

· #136863
אויף דעם האב איך נישט קיין נייצע, אדער קענסטו צוריק גיין צו די אלטע מעפס, אדער פאר יעצט קענסטו עס שיקן מיט א טעקסט צו דיין פאון. (דו ווייסט ווי אזוי מ'שיקט א טעקס פון ג'ימעיל טשעט\גוגל טאלק, יא?)

נולד מאוחר » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 9:54 pm

· #137915
מיין נייע נעקסאס 7 טעבלעט קומט נישט מיט קיין קעמרע עפפ אינסטאלט אויך נישט מיט א עפפ ווי כקען זען מיין סעוועד דאקס.
כהאב געסעוועד אן אימעיל עטטשמענט, כקען עס נישט טרעפן.
סמאכט סענס האט נאך איינער די פראבלעם?

דעת תורה » פרייטאג אוגוסט 2, 2013 1:00 am

· #137959
זעהסט נישט א עפפ "דאונלאודס"?

קעמערע עפפ זאל פעלן מאכט נישט קיין סענס.

נולד מאוחר » פרייטאג אוגוסט 2, 2013 1:09 am

· #137960
כהאב יא א עפפ''דאנלאדס'' סאיז נאר אויב כדאנלאוד פון די וועב. אויב שיקסט מיר א אימעיל און כוויל סעיווען די עטעטשמענט סעוועט זיך עס נישט און דאנלאד פאלדער . דאס איז אויף מיין ענדרויד פאן אויך סאיז דא א download app דערנאך איז דא א file app דארט איז דא אלע פאלדערס.

גנדי » פרייטאג אוגוסט 2, 2013 1:12 am

· #137961
דעת תורה
זעהסט נישט א עפפ "דאונלאודס"?

קעמערע עפפ זאל פעלן מאכט נישט קיין סענס.


אפשר איז דאס א KDC טעבלעט?

מען האט דאס גע׳כשרט און ארויסגענומען די קאמערא.

דעת תורה » פרייטאג אוגוסט 2, 2013 1:13 am

· #137962
לכאורה ליגט די אטעטשמענט אין דעם ספעציפישן פייל רידער. א פיקטשער / ווידיא אין גאלערי, (אין גאלערי איז דא א אפטיילונג פאר דאונלאודס, ווי אויך פאר סקרין שאטס). א פדף אין אדאובי רידער א.א.וו.

נולד מאוחר » פרייטאג אוגוסט 2, 2013 1:35 am

· #137965

געפילטע פיש » פרייטאג אוגוסט 2, 2013 3:16 am

· #137975
Download ES file explorer or Astro, both are good file explorers.

ונבנתה העיר » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 3:10 am

· #142935
ערגעץ האט דער עולם זיך אפגערעדט אויף יו-טוב, איך גלייב אז די עקסטענשען קען העלפן.

<a class="postlink" href="http://smartvideo.ashishmishra.in/">http://smartvideo.ashishmishra.in/</a>

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 11:42 am

· #142996
פון מיין עקספיריענס אויף עטליכע קאמפיוטערס, איך וויל נישט ח"ו מורה היתר זיין, אבער פאקטן בלייבן פאקטן-
דער יוטוב פראבלעם קומט פון דעם K9 פילטער צו פילטערן יוטוב. איינמאל דו נעמסט אראפ דעם סעטינג, ארבעט אלעס צוריק כדבעי למהוי.

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 6:53 pm

· #143519
ווען איך גיי אין א בעסט-ביי געשעפט אדער אנדערע טעכנאלאגיע געשעפטן, ווי סטעיפלס און אפיס דיפאו, און איך וויל באטראכטן א קאמפיוטער, גיבן זיי מיר א לימיטעד אויסוואל פון פונקציעס וואס איך קען פרובירן. אויב אבער וויל איך באבערן אינעם "קאנטראל פאנעל" וכדומה, קומט ארויף א שארפן מעסעדזש אז איך בין נישט ערלויבט דא צו אריינשטעקן מיין נאז, נאר דער אדמיניסטראטאר קען דאס טון.

מיין שאלה איז, איך וויל עס טון אויף מיין אייגענעם קאמפיוטער. קיינער זאל נישט קענען טאטשן, נאר איך.
ווייסט איינער ווי אזוי מען מאכט דאס?

נייגעריגער » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 8:19 am

· #143722
ביי יוזער אקאונטס אין קאנטראל פענעל קענסטו קריעיטן א יוזער נאמען וואס זאל נישט זיין קיין אדמיניסטרעיטאר

סאשי פיש » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 1:06 pm

· #144626
איך וויל וויסען אויב איך געב א פייל פאר א מענטש אויף זיין הארד דרייוו אויב עס דא א וועג אז נאר ער זאל עס קענען נוצען אבער נישט איבערגעבען פאר א צווייטען, איך קען עס לאקען?

געפילטע פיש » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 6:26 pm

· #144734
איי דאונט טינק סאו.

נייגעריגער » זונטאג אוגוסט 25, 2013 8:07 am

· #144856
סאשי פיש
איך וויל וויסען אויב איך געב א פייל פאר א מענטש אויף זיין הארד דרייוו אויב עס דא א וועג אז נאר ער זאל עס קענען נוצען אבער נישט איבערגעבען פאר א צווייטען, איך קען עס לאקען?

איך נוץ דערפאר א פראגראם וואס הייסט encrypt on click, וואס לייגט ארויף א שלאס אויף סיי וועלכע פייל, דער פראבלעם איז נאר אז כדי אויפצושפארן דעם פייל דארף האבן דעם פראגראם אינסטאלירט!

סאשי פיש » זונטאג אוגוסט 25, 2013 10:32 am

· #144872
ישר כח! @נייגעריגער
אפאר קשיות האב איך נאך
ער גייט עס קענען עפענען/נוצען אן די פעסווארט? אויב געב איך עם די פעסווארט קען ער שוין טון וואס ער וויל דערמיט, ניין ?
איך האב נישט געהעריג פארשטאנען ער מוז אויך האבען די פראגרעם צו קענען עפענען די פייל?
אויב דו קענסט אביסעל מער מסביר ולמצוה גדולה יחשב!
די פראגרעם קאסט געלט? איין פלאץ זע איך אז יא און איין פלאץ אז נישט

נייגעריגער » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 7:27 am

· #145250
סאשי פיש
ישר כח! @נייגעריגער
אפאר קשיות האב איךנאך
ער גייט עס קענען עפענען/נוצען אן די פעסווארט? אויב געב איך עם די פעסווארט קען ער שוין טון וואס ער וויל דערמיט, ניין ?
איך האב נישט געהעריג פארשטאנען ער מוז אויך האבען די פראגרעם צו קענען עפענען די פייל?
אויב דו קענסט אביסעל מער מסביר ולמצוה גדולה יחשב!
די פראגרעם קאסט געלט? איין פלאץ זע איך אז יא און איין פלאץ אז נישט

דער פראגראם וואס איך נוץ קאסט נישט קיין געלט, קען זיין אז ס'איז דא אנדערע מיטן זעלבן נאמען וואס קאסט יא.

דער פראגראם טוט ענקריפטען [כמו קאנווערטען] סיי וועלכע פייל צו א פייל מיט אן אייגענע פייל עקסטענטשאן וואס עפענט זיך נאר מיט זייער פראגראם, און דאן פארלאנגט עס דער קאוד כדי עס צוריק צו קאנווערטען און ס'ווערט נארמאל צוריק אפען.

סאו, ער גייט עס נישט קענען נוצן אן דעם פעסווארד בכלל, און ווען ער עפענט עס איז עס אינגאנצן אפען.

שלום על ישראל » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 12:11 pm

· #146764
סאשי פיש
איך וויל וויסען אויב איך געב א פייל פאר א מענטש אויף זיין הארד דרייוו אויב עס דא א וועג אז נאר ער זאל עס קענען נוצען אבער נישט איבערגעבען פאר א צווייטען, איך קען עס לאקען?

עס זענען פארהאן פארשידענע מהלכים. וועליכער סארט פייל איז די מדוברת?

סאשי פיש » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 12:25 pm

· #146769
ווי למשל מוזיק, פיקטשערס, ווידיאס,
א דאנק פארען וועלן העלפען

נייגעריגער » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 12:27 pm

· #146770
שלום על ישראל
סאשי פיש
איך וויל וויסען אויב איך געב א פייל פאר א מענטש אויף זיין הארד דרייוו אויב עס דא א וועג אז נאר ער זאל עס קענען נוצען אבער נישט איבערגעבען פאר א צווייטען, איך קען עס לאקען?

עס זענען פארהאן פארשידענע מהלכים. וועליכער סארט פייל איז די מדוברת?

אדרבה דו האסט מהלכים? שרייב עס דא!
עס קען ביי מיר נוגע זיין "אלע" ערליי פייל'ס!

סאשי פיש » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 4:54 pm

· #152018
שלום על ישראל
סאשי פיש
איך וויל וויסען אויב איך געב א פייל פאר א מענטש אויף זיין הארד דרייוו אויב עס דא א וועג אז נאר ער זאל עס קענען נוצען אבער נישט איבערגעבען פאר א צווייטען, איך קען עס לאקען?

עס זענען פארהאן פארשידענע מהלכים. וועליכער סארט פייל איז די מדוברת?

@שלום על ישראל איך ווארט נאך.
א דאנק פון פאראויס!

נולד מאוחר » מוצ"ש סעפטעמבער 28, 2013 11:22 pm

· #152049
אז מיין קי בארד דריקט צוויי מאל געוויסע קנעפלעך, איז דאס סאפטווער אישא אדער הארדווער?
כרעד פון א לעפטאפ.

געפילטע פיש » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 4:39 am

· #152124
שטעק איין א USB קיבאורד און זע אויב ס'געשעהט.

שלום על ישראל » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 9:48 pm

· #152376
נייגעריגער
שלום על ישראל
סאשי פיש
איך וויל וויסען אויב איך געב א פייל פאר א מענטש אויף זיין הארד דרייוו אויב עס דא א וועג אז נאר ער זאל עס קענען נוצען אבער נישט איבערגעבען פאר א צווייטען, איך קען עס לאקען?

עס זענען פארהאן פארשידענע מהלכים. וועליכער סארט פייל איז די מדוברת?

אדרבה דו האסט מהלכים? שרייב עס דא!
עס קען ביי מיר נוגע זיין "אלע" ערליי פייל'ס!

עס זענען פארהאן פארשידענע מהלכים צו פארשפארן פיילס און פאלדערס מיט א פעסווארט. איך וועל זיך באציען צו די פרייע אפציעס וואס קאסטן אייך קיין פרוטה. איך וועל אננעמען אז מען רעדט פון ווינדאס.

7-Zip
א 3rd-party סאפרווער 7-זיפ איז מיין בעסטע אפציע

Windows Explorer - XP
[list]
[*]ניצינדיג Windows Explorer, טרעף די ערשטער פייל איר ווילט פאַרשליסן.[/*:m]
[*]רעכט-קליקט אויף די פייל און קלויבט Send To and Compressed (zipped) Folder. דאס וועט שאַפן אַ נייע קאַמפּרעסטע זיפ-פייל מיט די זעלבע נאָמען ווי דער פייל, אבער מיט די עקזטענשאן zip.
send_to_compressed[1].jpg[/*:m]
[*]רעכט-קליקט אן אנדערע פייל איר ווילט קאָמפּרעסן און קלויבט copy.[/*:m]
[*]רעכט-קליקט אויף די קאַמפּרעסטע פייל וואס איר האט פריער באשאפן און קלויבט paste. די קאַפּיד פייל וועט ווערן אריינגעלייגט אין די קאַמפּרעסטע פייל. איר קענט דאס טוען שפעטער וויפיעל מאל עס פעלט אויס.[/*:m]
[*]רעכט-קליקט אויף די קאַמפּרעסטע פייל און דריקט Explore.[/*:m]
[*]אין די File מעניו, קלויבט Add a Password.
add_a_password[1].jpg[/*:m]
[*]שרייבט א Password און באַשטעטיקט די Password.
enter_password[1].jpg[/*:m][/list:u]

מומחה » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 9:16 pm

· #152715
איך וויל דא קיינעם נישט פערזענליך טשעפען, אבער איינמאל מען נעמט ארויס (unzipped) א פייל פון די קאמפרעסד קאנטעינער (.zip .rar etc.) קען מען עס קאפיען אן קיין אפהאלט - די איינציגע וועג דערצו איז DRM

דעריבער איז די ענטפער דא נישט ווערד קיין קיבאורד קלאפעריי

געפילטע פיש » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 11:55 pm

· #152805
אזויווי מומחה זאגט, אפשר האסטו נישט פארשטאנען די שאלה, אבער סושי וויל א וועג "אויב איך געב א פייל פאר א מענטש אויף זיין הארד דרייוו אויב עס דא א וועג אז נאר ער זאל עס קענען נוצען אבער נישט איבערגעבען פאר א צווייטען", מיט אריינלייגן א א זיפ און יענעם געבן די פעסווארט האסטו גארנישט אויפגעטוהן.

איך טראכט יעצט, אויב יענער דארף עס נאר קענען זעהן איין מאל, קענסטו שערן דיין סקרין מיט עם ער זאל עס קענען זעהן, אבער קאפיען די פייל קען ער נישט. אבער א סקרין שאט קען ער נאכאלץ נעמען.

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 9:56 am

· #152896
די פאלגענדע איז נישט קיין הילף פראגע, נאר סתם נייגעריג.

ווען איך קויף אויף עמעזאן א SD קארטל פון 8 GB קומט עס אויס בערך 8 טאלער. נישט טייער, בפרט קאמפערד צו עטליכע יאר צוריק. טאמער וויל איך דאבעל די פלאץ, 16 GB, קאסט עס מיט 5 דאלער מער, בערך 13. ממש א שאד נישט צו נעמען מער. 32 GB, אויך נישט געפערליך, ארום 30 טאלער, קומט אויס א חילוק פון 17 דאלער.

יעצט שטעלט זיך מיין קשיא צו די פאון מאנופעקטשורערס, היתכן אז זיי זענען אזעלכע רויבערס, פאר א 8 GB פאון טשארדזשד מען למשל 199, און פאר 16 GB א הונדערטער מער, $299. הישמע כזאת?

געפילטע פיש » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 10:14 am

· #152903
כ'מיין אז די מעמארי אויף א פאון איז אביסל טייערער און בעסערע קוואליטעט ווי די SD קארטלעך. אויב האט די פאון א SD קארד סלאט לוינט זיך טאקע נישט צו קויפן די טייערערע.

סאשי פיש » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 10:44 am

· #152912
כגעפילטע, איך טראכט אז אפשר ווייל די פאון האט מער גיג דארף די פאון האבען בעסערע פראסירסערס וכו׳
וועגען דעם קאסט עס טייערער?

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 10:59 am

· #152916
נאופ, אלעס הבלים. פראסעסאר איז אלעס די זעלבע, ס'איז נאר די פלאץ א חילוק.
געפילטע, דו האסט אמאל געהערט פון אזא זאך ווי טייערערע מעמארי?
באמת אויף SD קאטלעך איז אויך דא בעסערע, איינע פון די ביליגערע קאמפאניס Trenscend האב איך זיך שוין מיאוס אפגעבריהט און פלוצים פארלוירן אלע בילדער דערויף, אויף א אופן וואס אפילו די קאמפאני אליין האט עס נישט געקענט רעקאווערן, און איך זעה אסאך רעוויאוס אויף עמעזאן די זעלבע. היינט גיי איך בעיקר מיט בעסערע און מער רעלייעבל קאמפאניס אפילו עס איז אביסל טייערער, ווי SanDisk, Sony וכדומה. ממילא קען זיין אז זיי נוצן א בעסערע קוואליטי. אבער אפילו אזוי, איז נאך אלץ נישט בארעכטיגט א חילוק פון $100 פאר 8 גיג. ס'איז א רויבעריי אין לשער.

פונקט ווי איך האב שוין געשריבן אין א אנדערע אשכול, אז גוגל פארקיפט זייער נעקסוס פאון אדער טאבלעט פאר 200-300 דאלער, פארוואס בעטן אנדערע 600-700 דאלער, ווי סעמסאנג און HTC און מאטאראלע א.א.וו. סתם רויבעריי.

געפילטע פיש » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 11:23 am

· #152924
אוודאי איז דא טייערערע און ביליגערע מעמארי, קוואלטעט, וויפיל ריד\רייטס ס'קען פארנעמען, ספיד, אלעס האט צו טוהן, אין SD קארדס אליין האסטו די classes פון קארדס וואס דאס האט צו טוהן מיט די קוואליטעט. כאפסט נישט אז אין א SD קארד פיט אריין בריווח 64 גיג אויך, אבער אין א פאון וואו יעדע מילימעטער איז געמאסטן, אריינשטופן טאפעלט מעמארי, זעלבע ספיד, נישט ווערן הייס, אין די זעלבע פיצי פלאץ קען זיין $100 זאל זיין בארעכטיגט, די $50 ביי די נעקסאס פאון ציווישן די 8 און 16 גיג איז זיכער בארעכטיגט.

די LG\גוגל נעקסאס פאון איז נישט ממש די זעלבע ווי די טאפ אוו די ליין סעמסאנגס און HTCס, די קעמרע איז היפש שוואכער, די בעטערי, און כ'מיין די פראסעסער אויך. ווי אויך האט ער נישט קיין רימאוועבעל מעמארי אדער בעטערי. אבער דאס איז זיכער אז די 700 דאלערדיגע פרייז איז ארויפגעטריבן כדי די קעריערס זאלן עס קענען פארקויפן פאר 200 מיט א צוויי יאר קאנטראקט. מיינסט טאקע זיי צאלן די 500 דאלער דיפרענס?

petergrifin » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 11:30 am

· #152927
גוגל דארף נישט מאכן א פראפיט פון די עצם טעבלעט זיי פארדינן געלט
פון פלעי סטאר משא'כ די אנדערע מעניופעקשערס מיזען מאכן א פראפיט

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 11:36 am

· #152930
געפילטע פיש
די LG\גוגל נעקסאס פאון איז נישט ממש די זעלבע ווי די טאפ אוו די ליין סעמסאנגס און HTCס, די קעמרע איז היפש שוואכער, די בעטערי, און כ'מיין די פראסעסער אויך. ווי אויך האט ער נישט קיין רימאוועבעל מעמארי אדער בעטערי.

אויף דעם מוז איך מחולק זיין. זיי זענען די טאפ אויף די ליין מיט כמעט יעדע קאמפאונענט, און ס'איז קלאר א פארגלייך צו די בעסטע אין די מארקעט.
ס'איז אפילו פאראן א רומער אז די נייע נעקסוס 5 פאון וועלכע ערשיינט בקרוב, גייט האבן א מעכטיגע קעמרע מיט א NIKON לענז.
און די לעצטיגע פאונס פון מאטאראלע און HTC פארמאגן אויך נישט קיין רעמאוועבל מעמארי און בעטערי.
גיב א קוק די גוגל נעקסוס 7, די נייעסטע טעבלעט. כמעט די בעסטע אויפן מארקעט. און אויך די ביליגסטע.

שלום על ישראל » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 11:47 am

· #152935
האב איך עס פארפאסט, אדער האט טאקע קיינער נאכנישט גערעדט דערוועגען?

די גוגל טאבלעטן (נישט עכט גוגל) לויפן אויף די גוגל-פארוואלטעטע אפערעיטונג סיסטעם, ענדרויד. ענדרויד איז אפען-סארס, ד.ה. אז א פאבריקאנט צאלט נישט פאר די OS, משא"כ ווינדוס וואס קאסט געלט צו קויפן אדער iOS וואס קאסט געלט צו דעוועלאפן.

געפילטע פיש » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 11:56 am

· #152943
petergrifin
גוגל דארף נישט מאכן א פראפיט פון די עצם טעבלעט זיי פארדינן געלט
פון פלעי סטאר משא'כ די אנדערע מעניופעקשערס מיזען מאכן א פראפיט

גוגל מאניפאקטשורט נישט אליינס, די נעקסעס 4 האט LG געמאכט, אנדערע זענען געווען געמאכט דורך סעמסאנג, HTC, אדער Asus.

שמעקעדיג
געפילטע פיש
די LG\גוגל נעקסאס פאון איז נישט ממש די זעלבע ווי די טאפ אוו די ליין סעמסאנגס און HTCס, די קעמרע איז היפש שוואכער, די בעטערי, און כ'מיין די פראסעסער אויך. ווי אויך האט ער נישט קיין רימאוועבעל מעמארי אדער בעטערי.

אויף דעם מוז איך מחולק זיין. זיי זענען די טאפ אויף די ליין מיט כמעט יעדע קאמפאונענט, און ס'איז קלאר א פארגלייך צו די בעסטע אין די מארקעט.
ס'איז אפילו פאראן א רומער אז די נייע נעקסוס 5 פאון וועלכע ערשיינט בקרוב, גייט האבן א מעכטיגע קעמרע מיט א NIKON לענז.
און די לעצטיגע פאונס פון מאטאראלע און HTC פארמאגן אויך נישט קיין רעמאוועבל מעמארי און בעטערי.
גיב א קוק די גוגל נעקסוס 7, די נייעסטע טעבלעט. כמעט די בעסטע אויפן מארקעט. און אויך די ביליגסטע.


כ'זאג נישט ס'איז א שוואכע פאון, איך האב עס גראדע געקויפט אויסצוטרייען, ס'איז א הערליך שיינע סאלידע פאון, פילט זיך ווי א חפצא ווען מ'האלט עס, אפשר מער ווי די HTC אויך, אבער... דאך האט עס אביסל א שטייטערע פראסעסער (1.9 ווס. 1.5), אביסל שוואכערע בעטערי (2100 vs 2300-2600 mAh), אביסל שוואכערע סקרין (1920x1080 vs 1280x768), אביסל שוואכערע קעמרע (8mp vs 13), און האט נישט קיין LTE. ממילא טאפ אוו די ליין איז עס נישט, כאטש ס'האט זיך געלוינט יעדע פעני פון די $250 וואס כ'האב געצאלט דערפאר.

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 12:05 pm

· #152947
נאך א מאדנע שאלה וואס איך האב. (אפשר באלאנגט עס אין זאכן וואס איך וויל וויסן - אדער רעגט מיך אויף...)

אסאך מאל ווען מען טוט א געוויסע פראצעדור אויפן קאמפיוטער, קומט עס באגלייט מיט א WIZARD, בפרט ווען מען אינסטולירט א פראגראם אדער א נייעם שטיקל הארדוועיר. דו דרוקסט ACCEPT אויף די טערמ'ס (נעוואדע וואדען) און נעקסט, נאכאמאל נעקסט, אפאר מאל דארף מען אבאכט געבן מען זאל די-סעלעקטן אפאר אפשענעל חזיר'יי וואס די קאמפאניס ווילן דיר אריינשמירן, ווי אומגעבעטענע טולבארס און טוישן האום פעידזשעס אויפן בראוזער וכו', נאכדעם זעהט מען שוין ענדליך די גרינע ליין הייבט זיך אן רוקן, "אינסטולינג.. פליז וועיט" בעטן זיי שיין, און אזוי ביז צום סוף. ווען אלעס איז פארטיג כשולחן הערוך, אנשטאט זאגן "קאנגראטולאציעס", וועט ער מיר הייסן דרוקן דעם פיינעל קנעפל, נאר אנשטאט "נעקסט" איז עס "פיניש".

קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס אויף דער וועלט איך דארף דריקן פיניש ווען עס איז שוין ממילא פארטיג? וואס איז דער ענין דערפון.

איך ווייס אז קיינער האט נישט קיין ענטפער, ס'איז א סארט טראדיציע, אבער דאך האב איך מקיים געווען דעם ישיחנה..
📎 Finish.jpg

שלום על ישראל » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 12:43 pm

· #152968
פארוואס דען נישט א מודעה אז עס איז פארטיג? שטעל דיך פאר אז נאכדעם וואס דו זעהסט שוין ענדליך די גרינע ליין הייבט זיך אן רוקן טוישטו צו אן אנדערע סאפטווער פראגראם (אנטשולדיגט: עפפ), און ווען דו קומסט צוריק זעהסטו ... גארנישט.

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 12:46 pm

· #152970
זאל ארויפקומען בלויז א מודעה.
Thanks, you have successfully installed the bla bla bla

סאשי פיש » מוצ"ש אקטאבער 5, 2013 10:02 pm

· #154167
איך האלט אין איין האבען פראפלעמען מיט מיין אינטערנעט,
איך האב א ווייערליס מאדים, איך האב געקאלט HP און זיי זען נישט קיין פראפלעם און ווען די אינטערנעט פראוויידער האט געמאכט שטאטער די אינטערנעט ארבעט עס א מחיה, און ווען זיי מאכען עס שנעלער האלט עס אין איין מאכען פראפלעמען?

petergrifin » דינסטאג אקטאבער 8, 2013 11:26 pm

· #155156
איך פלאן צי טוישען פון ספרינט צי װערײזן פשוט װעגן איך דארף סעלפאן סערװיס װאס ארבײט מאוסט אװ די טײם. עניװעי, מײן ״פראגע״ איז
איך װיל אן ענדרויד פאון – יעצט איז דא א חילוק אין ריסעפשען צװישען למשל די etc. s4 vs htc one vs droid max?

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 8, 2013 11:37 pm

· #155163
נישטא קיין גרויסע נפק"מ. אלע האבן פיינע רעסעפשאן, עקקארדינג צו מערערע רעוויואס.

סאשי פיש » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 1:38 pm

· #155828
סתם א פראגע פאר נייגעריגייט

די סעלפאון אנפאנג ווען עס איז ארויסגעקומען האט געקאסט טייער געלט יעדע מינוט צו רעדען מיט די צייט איז עס געווארען ביליגער און ביליגער ביז היינט קען מען האבען UNLIMITED רעדען פאר די זעלבע פרייז וואס מען צאלט פאר א היים טעלפאון,

משא"כ די אינטערנעט אויף סעלפאון ווערט טייערער און טייערער אמאל האט יעדער געהאט UNLIMITED מיט די צייט איז עס געווארען ווייניגער GB היינט מיין איך אז קיינער געט שוין נישט UNLIMITED אינטערנעט,

וואס איז פשט דערפון?

petergrifin » מוצ"ש אקטאבער 12, 2013 11:11 pm

· #155899
סאשי פיש


משא"כ די אינטערנעט אויף סעלפאון ווערט טייערער און טייערער אמאל האט יעדער געהאט UNLIMITED מיט די צייט איז עס געווארען ווייניגער GB
היינט מיין איך אז קיינער געט שוין נישט UNLIMITED אינטערנעט,

וואס איז פשט דערפון?


ספרינט געט נאך אלץ UNLIMITED דאטא אויף זײער 3g און 4g - lte נעטװארק. ס׳איז דא נאך װאס האבן UNLIMITED אבער יענץ איז
נאר ביז עטליכע Gb און אײנמאל די נוצט עס אויס ארבײט די אינטערנעט אויף א שװאכערע ספיד ביז די נײע חודש הײבט זיך אן
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12