☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » טעכנאלאגישע פראגעס און הילף

טעכנאלאגישע פראגעס און הילף

580 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1578
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12

געפילטע פיש » מיטוואך פעברואר 6, 2013 10:48 pm

· #85217
שוין 40 מינוט וואס דו טרייעסט, אן ערפאלג?

לעיקוואד » מיטוואך פעברואר 6, 2013 10:52 pm

· #85219
פון וואס איך האב פראבירט קומט מען נישט אן דארט דורך גוגל נאר דורך פעיסבאק'ס אינערליכער סירטש.

נולד מאוחר » דאנערשטאג פעברואר 7, 2013 1:41 am

· #85259
געפילטע פיש
שוין 40 מינוט וואס דו טרייעסט, אן ערפאלג?

לאל. מיר האט עס נישט געארבעט. ביי דע וועי, אז מגייט ארויף אויף פעיס בוק איז פערציג מינוט א דזשאק.

נולד מאוחר » דאנערשטאג פעברואר 7, 2013 1:50 am

· #85261
לעיקוואד
פון וואס איך האב פראבירט קומט מען נישט אן דארט דורך גוגל נאר דורך פעיסבאק'ס אינערליכער סירטש.

כ'האב געמיינט אז פייסבוק סירטש איז נאר פאר צי טרעפן מענטשען. זיי האבן א סירטש פאר ווערטער?

נולד מאוחר » מיטוואך פעברואר 20, 2013 12:21 am

· #88982
ווייסט איינער, קען איך אנשטעלן אז א געוויסע אימעל וואס איינער שיקט מיר זאל אטאמאטיש ווערן געפווארד צי מיין צוויטע איצעיל עדרעסס?
יך רעדט פון אימעילס וואס איין מעמטש שיקט מיר, נישט אלע מיינע אימעילס. סקומט צי gmail

געפילטע פיש » מיטוואך פעברואר 20, 2013 1:11 am

· #89024
יא, שטעל אן א פילטער.
Settings
Filters
Create a new filter
אין די from פיעלד לייג אריין די קאנטאקט פון וועם דו ווילסט ס'זאל ווערן געווארווערד
Create filter with this search
Forward it אדער Add forwarding address
טאמער דארפסטו אויפסעטן א פארווארדינג אדרעס טו עס, און נאכדעם קענסטו אנשטעלן אז ווען אומער יעדער אימעילט דיר זאל עס אוטאמאטיש פארווארדירן צום צווייטען אימייל אדרעס.

נולד מאוחר » מיטוואך פעברואר 20, 2013 2:16 am

· #89048
Wow סאיז א גרויסע העלפ פאר מיר, שכח. כ'גיי עס מארגן טרייען.

געפילטע פיש » מיטוואך פעברואר 20, 2013 2:33 am

· #89049
אנטשולדיגט, איך האב געמיינט צו זאגן אז "נאכדעם קענסטו אנשטעלן אז ווען אימער יענער אימעילט דיר", נישט יעדער. מיין קיבאורד האט א פארשטאפטע נאז.

ודי למבין » דינסטאג פעברואר 26, 2013 4:56 pm

· #90697
איך קען נישט זען פיקטשערס
עמערדשענסי, איך קען כמעט נישט זען קיין פיקטערס אויפן קאמפיוטער, כמעט אלע פיקטערס האבן רויטע עקס
איז דא עפעס וואס איך דארף טוישן אין די סעטינגס???

קאווע טרינקער » דינסטאג פעברואר 26, 2013 4:58 pm

· #90699
די פראגראם איז אפשר אויסגעמעקט געווארן.
אפשר א סיסטעם ריסטאר וועט העלפן

ודי למבין » דינסטאג פעברואר 26, 2013 5:02 pm

· #90700
ניין איך האב קיינמאל נישט געקענט זעהן

לעמיל » דינסטאג פעברואר 26, 2013 5:07 pm

· #90701
האסט א פילטער?

ודי למבין » דינסטאג פעברואר 26, 2013 5:08 pm

· #90702
יא, קיי 9

ודי למבין » דינסטאג פעברואר 26, 2013 6:13 pm

· #90725
אלעס געבלאקט אויסער ערלויבטע סייטס

ודי למבין » מיטוואך פעברואר 27, 2013 11:57 am

· #90940
איז דא א וועג ווי אזוי מען קען דאס אנשטעלן אויף קיי 9

שמעקעדיג » מיטוואך פעברואר 27, 2013 12:38 pm

· #90957
ודי למבין
איז דא א וועג ווי אזוי מען קען דאס אנשטעלן אויף קיי 9


[ציטאט אראפגענומען]

ודי למבין » מיטוואך פעברואר 27, 2013 12:39 pm

· #90958
אבער רבונו של עולם ווי אזוי טוט מען דאס?

קאווע טרינקער » מיטוואך פעברואר 27, 2013 12:42 pm

· #90959
רבונו של עולם האט נישט דא קיין ניק.

שמעקעדיג » מיטוואך פעברואר 27, 2013 12:43 pm

· #90960
ודי למבין
אבער רבונו של עולם ווי אזוי טוט מען דאס?

בעהט דעם וואס האט דיין פעסווארד זאל אריינגיין צו ADMIN סעטינגס, און אנשטעלן CUSTOM פילטערס, און אויסקלויבן וועלכע קאטעגאריע צו בלאקירן און וועלכע צו לאזן אפען.

שמעקעדיג » מיטוואך פעברואר 27, 2013 12:43 pm

· #90961
קאווע טרינקער
רבונו של עולם האט נישט דא קיין ניק.


פון וואו ווייסטו? ריכטיג גילוי! התגלות אלקות.
הנסתרות לה' אלקינו.

קאווע טרינקער » מיטוואך פעברואר 27, 2013 12:48 pm

· #90962

שמעקעדיג » מיטוואך פעברואר 27, 2013 6:33 pm

· #91131
נצחתני בני!

נולד מאוחר » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 9:06 pm

· #91591
גוגל קראם מאביל אפדעט
וואס איז פשט כהאב אפדעטעד מיין קראם בראזער אויף מיין פאן. און סאיז געווארען ווייניגער קלאר קאווע שטיבל?
ס'ווערט קלאר ווען איך זאם אריין.
אויך זענען געוויסע תגובת גרויס און געוויסע קליין די פאנט.

נולד מאוחר » דינסטאג אפריל 9, 2013 12:24 am

· #102731
וויאזוי קען די ערמאנט חברה בלאקן יעדע יוטאב קליפ פין זיין דאקיומענטרי?
אז איך לייג ארויף וויאזוי נעמט יענער אראפ?

געפילטע פיש » דינסטאג אפריל 9, 2013 12:36 am

· #102739
יענער קען אריינגעבן א קאמפליענט אז ס'איז פרייוועט אדער קאפירייט סחורה.

גנדי » דינסטאג אפריל 9, 2013 2:34 am

· #102800
נולד מאוחר
וויאזוי קען די ערמאנט חברה בלאקן יעדע יוטאב קליפ פין זיין דאקיומענטרי?
אז איך לייג ארויף וויאזוי נעמט יענער אראפ?


אםשר קענסט מיר ביטע דאס שיקן?

נולד מאוחר » דינסטאג אפריל 9, 2013 10:08 am

· #102827
דאטקאם האט עס ארויף געלייגט

נולד מאוחר » דינסטאג אפריל 9, 2013 9:16 pm

· #103066
געפילטע פיש
יענער קען אריינגעבן א קאמפליענט אז ס'איז פרייוועט אדער קאפירייט סחורה.

זיי עדריסערן עס אזוי שנעל?
אז איך לייג ארויף א קליפ פין דיר קענסטו זיי הייסען אראפנעמן? כווייס אקליפ אויף יואטאב ווי חסיד מאכט א חילל השם, קען ער עס אראפ נעמען?

געפילטע פיש » דינסטאג אפריל 9, 2013 10:06 pm

· #103087
ווען זיי באקומען א קאמפלעינט, קודם נעמען זיי עס אראפ, אבער די בעל הווידיאו קען זיך אקעגן שטעלן, און דעמאלס מישט זיך שוין א מענטש אריין און איז מכריע עם מי הצדק.

ענן כבד » מיטוואך אפריל 24, 2013 9:52 am

· #108294
כ'האב אריבערגערפירט א אנגעצינדענע לעפטאפ פון איין פלאץ צום צווייטען, כ'ווייס נישט וואס איז געשען אבער עפעס האב איך בטעות געדריקט און די גאנצע ווינדאויס האט זיך אויסגעשטרעקט זייטיג פון לינקס אויף רעכטס, דאס הייסט אז מ'וויל עס קענען זעהן דארף מען אויפהייבן די לעפטאפ און עס ארום דרייען מיטן רעכטן זייט אויף אראפ,נאך אזאנס קיינמאל נישט געהאט, ווייסט איינער וויאזוי מ'זעצט אים צירוק אויפן פלאץ? יש"כ למפרע

נייגעריגער » מיטוואך אפריל 24, 2013 10:02 am

· #108297
שיפט + עלט + די ערראוס, זענען די שארטקאטס אויף ווינדאוס 7 צו ראוטעיטן דער גאנצער סקרין!

שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 24, 2013 10:09 am

· #108301
וועלכע ווינדאוס נוצטו? מען דארף דאס קענען אנשטעלן ביי DISPLAY פראפערטיס, (געווענליך ווען דו רייט-קליק'סט אויף א ליידיגן שטח פון דיין דעסקטאפ, איז די לעצטע אפציע פנעם מעניו 'דיספלעי פראפערטיס').

===

נייגעריגער האקט. מי אנכי צו זאגן מיין דעה אנטקעגן דעם חכם ונבון. אבער דאך, שיק.

נייגעריגער » מיטוואך אפריל 24, 2013 10:28 am

· #108307
מי אנכי?! פרעגסטו!
געב א בליק:
📎 PicsArt_1366813275401.jpg
איינער וואס האט געשריבן איבער פיר טויזענט תגובות דא אינעם שטיבל, און פארמאגט שוין איבער צוויי טויזענט לייקס 👍

חכם ונבון! שרייבסטו!
יאפ! גוגל איז ב"ה מורא'דיג קלוג!
איך מקובל פון מיך בן מיך בן מיך.... אז אז מ'האט א הלכה שאלה פרעגט מען דעם גדול הדור, און אז מ'האט א טעכנישע פראגע פרעגט מען דעם גוגל הדור, וזה היה לי בעזרי!

געפילטע פיש » מיטוואך אפריל 24, 2013 10:29 am

· #108309
Ctrl+alt+up arrow
אלע דריי אויף איין מאל. אויב ס'העלפט נישט רייט קליק אויף דיין דעסקטאפ, און גיי אריין אין גרעפיק אפשענס, מאך זיכער אז די סעטינג פון rotation איז געסעט צו נארמאל.

שמעקעדיג און נייגעריגער האקן, מי אנוכי צו זאגן א דעה קעגן הרים וגבעות, אבער דאך, ך'שיק.

ענן כבד » מיטוואך אפריל 24, 2013 11:35 am

· #108334
א גרויסן דאנק נייגעריגער כ'האב מיך שיעור פארלוירן, ס'ארבעט א מחי יעצט
טענקס שמעקעדיג ענד געפילטע ווערי העלפפול

סאשי פיש » דינסטאג מאי 7, 2013 2:20 pm

· #112734
EMAIL
איז א קאמפיוטער מער צוריקגעשטאנען ווי א פאון
אז ביי א פאון קען מען זען צו א טעקסט איז אנגעקומען
ביי א אימעל איז אויך דא א פראגראם פאר דעם?

נייגעריגער » דינסטאג מאי 7, 2013 2:26 pm

· #112736
א קאמפיוטער איז נישט מער צוריקגעשטאנען! עס איז נאר מער קאמפליצירט, און במילא קען עס זיין בעסער ❗
וואו קוקסטו די אימעיל'ס?!

געפילטע פיש » דינסטאג מאי 7, 2013 3:03 pm

· #112747
אויב נוצטו אוטלוק איז דא א פאפ אפ נאטיפייער פון אוטלוק, אויב נוצטו אן אנליין סערוויס ווי גימעיל מוזטו אינסטאלירן א פראגראם, קענסט אינסטאלירן גימעיל נאטיפייער אדער גוגל טאלק, ביידע וועלן דיר געבן דעקסטאפ אלערטס ווען דו באקומס מעיל, אדער קענסטו אינסטאלירן Third party בראוזער עקסטענשען.

נייגעריגער » דינסטאג מאי 7, 2013 3:13 pm

· #112748
געפילטע פיש
אויב נוצטו אוטלוק איז דא א פאפ אפ נאטיפייער פון אוטלוק, אויב נוצטו אן אנליין סערוויס ווי גימעיל מוזטו אינסטאלירן א פראגראם, קענסט אינסטאלירן גימעיל נאטיפייער אדער גוגל טאלק, ביידע וועלן דיר געבן דעקסטאפ אלערטס ווען דו באקומס מעיל, אדער קענסטו אינסטאלירן Third party בראוזער עקסטענשען.

נישט אמת!
ביי דזימעיל איז עס סתם א סעטטינג, עי' בתמונה:
📎 gmail.JPG

געפילטע פיש » דינסטאג מאי 7, 2013 3:53 pm

· #112764
ביזט גערעכט, כ'האב פארגעסן פון די סעטינג, אבער דאס ארבעט נאר ווען די בראוזער לויפט, און די גי-מעיל פעידזש איז אפן.

סאשי פיש » דינסטאג מאי 7, 2013 4:47 pm

· #112781
Email
קודם א גרויסע דאנק פאר די עצות
אבער איך האב נישט דעס געמיינט צו פרעגען
איך האב געוואלט פרעגען צו איך קען זען צו וועמען איך שיק די אימעל האט עס באקומען אדער געליינט
איך ווייס ביי bbm איז עס דא

געפילטע פיש » דינסטאג מאי 7, 2013 5:58 pm

· #112804
ווען דו שיקסט פון אוטלוק קענסטו ריקוועסטן א דעליווערי ריסיט, און ווען יענער לייענט עס וועט עם ארויפקומען א מעסעדזש פרעגן אויב ער וויל שיקן די ריסיט. פאר גימעיל איז עס אוועיליבעל נאר פאר גוגל עפס (ביזנעס) קאסטאמערס, אבער ס'דא third party software וואס קען דאס טוהן, דא קענסטו טרעפן אפאר אפשענס.

נאך אן עצה איז דא, אויב דארף יענער עפענען א לינק אין די אימעיל, קענסטו זען ווער און וואו די לינק איז שוין געעפענט געווארן דורך פארקירצערען די לינק מיט Goo.gl.

סאשי פיש » דינסטאג מאי 7, 2013 8:32 pm

· #112852
EMAIL
שכוח געפילטע
איך האב דאנלאדעד BOOMRRANG עס ארבעט פיין
איין זאך עס עקספייערט ביז א חודש מען דארף עס קויפען נאכדעם

נייגעריגער » דינסטאג מאי 7, 2013 10:10 pm

· #112863
סאשי פיש
שכוח געפילטע
איך האב דאנלאדעד BOOMRRANG עס ארבעט פיין
איין זאך עס עקספייערט ביז א חודש מען דארף עס קויפען נאכדעם

כ'האב דיר געשיקט א פישי..., עיי"ש.

סאשי פיש » דאנערשטאג מאי 9, 2013 3:19 pm

· #113487
וואס איז פשט אז אסאך מאל ווען איך דאנלאד א פייל קומט ארויף
DO YOU WANT TO KEEP THE FILE IT CAN HARM YOUR COMPUTER
איז עס טאקע שעדליך ? וועלכע חלק עס קען זיין א וויירוס?
איך האב NORTON זיי זאגען גארנישט

נייגעריגער » דאנערשטאג מאי 9, 2013 3:27 pm

· #113492
כ'מיין אז עס מיינט צו זאגן אז די סארט פייל [כגון א פראגראם וכדו' ] קענען שעדיגן!

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 9, 2013 4:57 pm

· #113532
געווענליך איז עס א PDF, עס קען מאכן פראבלעמען פארן קאמפיוטער אויב ווייסטו נישט פון וועמען דאס איז, און דיין PDF ריעדער איז נישט אנגעשטעלט אויף SAFE READING.

געפילטע פיש » דאנערשטאג מאי 9, 2013 5:09 pm

· #113537
דיין בראוזער זאגט עס ווען אומער דו דאונלאודסט א פייל וואס האט די "מעגליכקייט" פון זיין א וויירוס, לדוגמא אן עקסעקיוטיבעל פייל (exe.) וואס רוב מאל איז עס נישט קיין וויירוס, אבער די סארט פייל האט די מעגליכקייט צו ענהאלטן א וויירוס. ממילא דארף מען אלעמאל זיין פארזיכטיג און נישט דאונלאודן אזעלכע פיילס פון אומבאוויסטע וועבסייטס.

-----
שמעקעדיג האקט, יא pdf קען אויך ענהאלטן א וויירוס, ספעציעל אויב איז דיין PDF רידער אן אלטע ווערסיע.

סאשי פיש » זונטאג מאי 12, 2013 2:49 am

· #114093
Wi-fi
וואס געשעט ווען איך נוץ איינעמס ווייפיי?
יענער זעט אז איינער ניצט עס?
קען ער זען וואס איך טו? און זען מיינע זאכען ווי למשל אימעל קאווע שטיבעל ? 

נייגעריגער » זונטאג מאי 12, 2013 7:15 am

· #114126
אויב די ווייפיי איז אן אפענער, "קען" איעדער - נישט נאר דער באלעבאס - מיטהאלטן פונקטליך וואס דו טוהסט און וואס דו שרייבסט. און אויב עס איז פארשפארט קען ער אויף א נארמאלע אופן נישט מיטטהאלטן וואס די טוסט.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12