טעכנאלאגישע פראגעס און הילף
580 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1578
איך וויל לייגן א פראפיל בילד, און סגייט עפעס נישט. סקומט מיר ארויף דעם מעסעזדש:
דער פערזענליכן אוואטאר מאס דארף זיין צווישן 0 און 94 KIB
קען מיר איינער פותר זיין וואס דאס מיינט?
palm pixi
brand new 8 weeks old. and from one minute to the next there is an empty green screen. no way to use the phone, only through the car bluetooth . what can i do? d
ווי אזוי קען מען דאונלאדן א Hebrew keybored אויף galaxy tab2?
וועלעכע קיבאורד האסטו?
כבין נישט זיכער צו איך פארשטיי דיין שאלה, כ׳האב א samesung galaxy tab 2
וואס typed נאר אין ענגליש, איך וויל שרייבן אין עברית.
גייט צו settings/language and input/keyboards andinput methods , און קוק וואס דיין דיפאולט קיבאורד איז? און אויכט קענט איר זעהן וועלעכע אנדערע קיבאורדס איר האט אינסטאלדט..
און דארט קענסטו אריין גיין אין די קיבוארד וואס דו ניצט און דיינלאודען עברית..
דאונלאוד "google keyboard" אין די play store. דערנאך קענסטו טון וואס
@chosen people עצה'ט דיר.
די סעמסאנג קיבאורד האט אויכט עברית.
איך זוך א וויי-פיי עקסטענדער. ווען איך זוך אנליין (צב"ש אויף עמעזאן) באקום איך א הויפן פון פראדוקטן (למשל
דאס און
דאס), מיט גאנץ פיינע רעוויואס.
אבער לויט ווי איך פארשטיי, איז דאס אלעס גוט נאר אויב איך האב מיין אייגענע אינטערנעט סערוויס אינדערהיים/אפיס, וואס טוט זיך אבער אויב איך בין אויף א פלאץ ווי עס געפינט זיך א האט-ספאט אינדרויסן, אבער מיין קאמפיוטער כאפט שוואך דעם קאנעקשאן, קוים איינס-צוויי בארס אויפן אייקאן, צי וועט אזוינס העלפן פאר מיר אויכעט?
אויב נישט, וואס איז די עצה פאר אזא סינעריא ווי מיר?
שקויעך לעמאפרייע
@געפילטע פיש און הו-עווער וועט זיך נעמען די מיה צו ענטפערן.
שמעקעדיגאיך זוך א וויי-פיי עקסטענדער. ווען איך זוך אנליין (צב"ש אויף עמעזאן) באקום איך א הויפן פון פראדוקטן (למשל
דאס און
דאס), מיט גאנץ פיינע רעוויואס.
אבער לויט ווי איך פארשטיי, איז דאס אלעס גוט נאר אויב איך האב מיין אייגענע אינטערנעט סערוויס אינדערהיים/אפיס, וואס טוט זיך אבער אויב איך בין אויף א פלאץ ווי עס געפינט זיך א האט-ספאט אינדרויסן, אבער מיין קאמפיוטער כאפט שוואך דעם קאנעקשאן, קוים איינס-צוויי בארס אויפן אייקאן, צי וועט אזוינס העלפן פאר מיר אויכעט?
אויב נישט, וואס איז די עצה פאר אזא סינעריא ווי מיר?
שקויעך לעמאפרייע
@געפילטע פיש און הו-עווער וועט זיך נעמען די מיה צו ענטפערן.
פששש האסטו א גוטע שכן. ווי נישט ווי מיין איך אז אונז ק"ש ליינערז דארפן איהם זיין דאנקבאר. וויל ווען נישט איהם איז נישט דא קיין שמעקעדיג
אפאר נקודות.
אויב ביי דיין קאמפיוטער כאפסטו נאר איינס צוויי בארס, אבער ביי דיין פענסטער, אדער אנדערע זייט הויז האסטו א בעסער קאנעקשאן, וועט דיר אזא ריפיטער העלפן צו פירן די קאנעקשאן ביז דיין קאמפיוטער.
אויב נעמסטו די ווייפיי פון א שכן, וואס לאזט דיר עס נוצן, איז אפשר בעסער עם צו קויפן א בעסערע N ראוטער, וואס גייט אויף א ווייטערע שטרעקע. אדער עם צוקויפן א
שטערקערע אנטענא פאר סאך ביליגער.
אויב האסטו
אלטע ראוטערס אינדערהיים, קענסטו נעמען געוויסע ראוטערס, ארויפלייגן אויף זיי
DD-WRT און האסט א פארטיגע שטארקע פלעקסיבעל ריפיטער.
נאך אן עצה איז דא צוצוטשעפענען א
Cantenna צו דיין קאמפיוטער, וואס מאכט אז דיין wifi אנטענא זאל אנשטאט זיין א Omnidirectional אנטענא, ס'זאל זיין א געצילטע אנטענא צו וואו דו ווילסט ס'זאל גרייכן, ד.ה. די ריכטונג פונעם שכנ'ס ראוטער.
אנאנים האקט, דארט רעדט מען טאקע פון dd-wrt.
i have a brother printer mfc-8710dw.
lately it prints with big black dots on the paper, i opened up the ink i see that it leaks from the ink box the powder. probably have to buy a new ink and i have to clean the drum.. but how do i clean the drum. and is it possible that it leaks from the ink? ...any help
פון די סימטאמען איז געדרינגען אז דיין דראם ענדיגט איר חיות, האנדעל איין א נייע דראם און אלעס וועט זיך אויסהיילן, אבער איידער די טיסט גיין האנדלען, באקיק דעים איצטיגן דראם עס איז דא א זייער דינע ווייער פארענט, דעי ווייער ווערט שמיציג מיט די צייט, עס האט א פלאסטיג ביים עק וואס איז געמאכט אריבער צי פירן דעים ווייער, אין דעי מענאווער רייניגט דעים ווייער און קען פאריכטן דעים פראבלעים.
איך פראביר צו לייגן א בילד אויף מיין אוועיטער דא אין ק"ש אין סע גייט מיר נישט, כהאב שוין פראבירט מיט בייזן אין גוטן, שוין געווען אויף ביז די פרי שעות אין געטרייט, כהאב שוין גענומען א דעי אפ, בלוט האט זיך שוין געגאסען, איך האלט פאר א הארטס אטאאק, איינער פליז זאג מיך סטעפ ביי סטעפ ווי אזוי מען טוט דאס, נעשט שרייבען "דראפבאקס" ווייל כהאב שוין געדראפט די באקס, איך ווייס נישט ווי אזוי מען נוצט דער אראפ געלאסטע פישקע פאר אלע גוטע יאר
האסט פראבירט
דא? אויב יא וואס איז די מעסעדזש וואס די באקומסט?
שקויח רבי איד. איינער האט מיך געהאלפן דורך אישי. כל ישראל ערבים
export music from an iPod
I am looking for a software to export all the music from my ipod into my computer.
I prefer free for sure...
@קליגער אינגערמאן <!-- w --><a class="postlink" href="http://www.getsharepod.com">www.getsharepod.com</a><!-- w -->
אליצפן@קליגער אינגערמאן <a class="postlink" href="http://www.getsharepod.com">http://www.getsharepod.com</a>
the one you posted isn't free. I searched around and I found this one <a class="postlink" href="http://www.syncios.com">http://www.syncios.com</a>
but thank you anyway
איך האב וויערלעס וועב אין די היים, מיין שכן האט מיר היינט געפרעגט טאמער מיין ווי-פיי הייסט נעטגיר האב איך עיהם געזאגט יא, בעט ער מיר בתחנונים איך זאל עיהם געבן די קאוד אדער אראף נעמען די קאוד, מ'זאל נישט דארפן א פעסווארד.
בעצם פארשטיי איך אז ס'איז זה נהנה וזה נהנה, (נאך דערצי איינער דערציילט מיר ער האט אמאל געזעהן דורכן פענצטער א בחור אראפ לייגן א כלי אין זיין פראנט יארד אין די בחור שפאצירט אוועק, איז ער געגאנגען קוקן וואס גייט פאר מורא האבן אז ס'איז אפשר א בלוט-בלבול אין מ'האט עיהם אונטער געשטופט א טויט קינד, למעשה איז עס געווען א איי-טוטש, ס'האט זיך געהאלטן אינמיטן דאוןלאדען די יוסף שפיל, גייט אדורך א האלבע שעה די בחור קומט צירוק נעמט די כלי אין גייט וויטער. נו, וועל איך שוין מאכן א איי-טוטש צוויי אויפן געשעפט אויך)
אבער היות איך בין נישט אזוי באקאנט וואלט איך געוואלט די יודעים זאלן מיר זאגן ווי איך קען גיין ראנג מיט עס לאזן אפען פאר די פאבליק,
מטעם הצניעות, נישט צו זיין פאבליק, איז דאס זיכער נישט אויסגעהאלטן.
כ'מיין אז ס'איז א "זה חסר", ווייל די מרעין בישין, ווירוס, קומען גרינגער אן צו אפענע ראטערס.
If you don't care about security and/or bandwidth, just leave it open.
give it a few days and you'll find a whole crew in front of your house 24/7
אפען זאלסטו זיכער נישט לאזן, ווייל דעמאלס ביזן אפען צום גאס, און דיינע וועב פעידזשעס פליען אין די לופט אין clear text, נאר אויב טראסטו דעם שכן, אז ער וועט נישט באבערן וואו מ'טאר נישט, קענסטו עם געבן דיין פעססווארט. זאלסט אבער וויסן אז אויב האסטו אפענע shares אויפן נעטווארק וועט עס יענער אויך קענען זעהן, אויב ווייסט ער ווי אזוי אנצוקומען דערצו.
כ'האב בטעות אפדעיטיד די טוויטער עפפ אויף מיין ענדרויד טרייבל, רבותי ס'איז ביטער ווי א גל, טוויטער זוכט דא צו פארטראבען מעמבערס ווייל אנדריש פשט זעה איך נישט, ממש א עקל, איך סקרול אראף אין די בלוט גייט ארויף, איך ווער צודרייט, איך גיי אויף טוויטער דיע טעג נאר אויפן קאמפיוטער,
א כלל, איז דא א וועג ווי איך קען צירוק באקומען די אלטע ווערסיע?
אפשר א ווינק פון באשעפער? ער געט דיר א וועג ארויס פון זיין א קנעכט צו סאשעל מידיע
@שטילע אינגערמאן,
און די פלעי סטאר, ווען די גייסט צו דעם עפפ, דארף צו זיין א אפשין פון uninstall updates
איך בין שוין היינט צוויי מאל געווארן אויסגעשפארט פון ספר הפנים ,זיי זאגן איינער האט געטוישט מיין פעסווערד. וואסי פשט? מיינט עס איך האב ספייווער אויף מיין קאמפיטער?
איך האב געזען אנלײן אז מען קען האבן פרײע טעלעפאן סערװיס דורך די אינטערנעט נוצענדיג גוגל װיואס. יא איך מײן voip.
אבער איך װיל עס קענען ניצען דורך עס קאנעקטען צו מײן ראטער נישט מײן קאמפיוטער. איך זעה אויף
עמעזאן אזאנס װאס איך זיך אבער סגײט מער נישט סופארטען גוגל װאויס פון May 15 2014.
סאיז דא אנדערע אפשענס אבער יענע קאסטן געלט טאקע פאר ביליג אבער סניצט נישט גוגל װויאס, אדער דארף מען עס קאנעקטען
דורך די קאמפיוטער. עני אײדיע׳ס פליז?
צוקערI got a problem yesterday, I cant post Yiddish on the web, including emails,furoms,etc. does anyone know about this bug please let me know, I am down the drain!
Thanks in advance!
I have a different problem can anybody help me my android samsung goes on wifi whenever it wants it makes me problems and eat up Battery can anybody help me how to stop this
go to settings/wifi/advanced and look if there is a check on Auto network switch
I don't have no setting and network switch I don't have all this how do I find
ברוך שאמרI don't have no setting and network switch I don't have all this how do I find
which version android do you have ?
ביי mobile networks נעם אוועק די טשעק פון connections optimizer.
וואס זאל איך קויפן, אן עפל אייפעד מיני מיט רעטינע דיספלעי, אדער א נעקסוס 7?
עס פעהלט נישט אויס קיין דקדוק הלכה, איך וועל זיין דאנקבאר פאר אייער מושכל ראשון.
וואס פלאנט איר צו טוהן מיט איר?
קוקען פרי-לאודעד וידיאו'ס און שאפן טעקסט דאקומענטן אריבערצופיהרן שפעטער צו ווארד.
האלטן וויל איך עס אין בוזעם טאש.
ונבנתה העירקוקען פרי-לאודעד וידיאו'ס און שאפן טעקסט דאקומענטן אריבערצופיהרן שפעטער צו ווארד.
האלטן וויל איך עס אין בוזעם טאש.
פרי לאודעד ווידיאוס וועט לכאורה זיין גרינגער אין ענדרויד, ביזט נישט צוגעבינדען צו iTunes און די פארמאטן וואס ס'קען פארטראגן, אין די נעקסעס טעבלעט וועסטו קענען שפילן סיי וועלכע ווידיאו פייל, אריבערלייגן סיי וויאזוי, צענדליגע cloud עפפס, וויי-פיי, בלו-טוט, USB, ועוד. די ווידיאוס וועלן אלע זיין 1080p און נידעריגער, ממילא וועט נישט אויסמאכן די קלארקייט פון די סקרינס, ווייל ביידע האבן א העכערע רעזעלוציע.
אין בוזעם טאש מיין איך ביידע וועלן פיט'ן, די אייפעד מיני איז אביסל דינער, די נעקסאס אביסל שמאלער און לייכטער, און די נעקסעס איז סאך ביליגער (כמעט האלב פרייז). ווארד פיילס וועסטו לכאורה קענען מאכן אויף ביידע, אבער צו עקספארטן האסט מ'סתמא מער אפציעס אויפן ענדרויד, ווי דערמאנט פריער לגבי ווידיאו'ס.
פארגעסן צו דערמאנען, די סקרין איז כמעט א אינטש גרעסער אויפן אייפעד, און ס'קומט אויך אין גרעסערע סטארעדזש פארמאטן. 64 GB ביים נעקסעס, ווערסוס 128 ביים אייפעד מיני.
שכוח, געפילטע, פאר די דיטעילד ריפארט.
(אן עי סייד נאוט, איך באמערק אן אינטערעסאנטער פסיכאלאגישער אפעקט, די העכערע פרייז פונקט פונעם אייפעד איז אין א געוויסע בחינה א שטופ יא צו קויפן ווי איידער פארקערט).
אודאי אזוי, און עפל ווייסט דאס אויך. זעט אויס אז גוגל האפט אז סוכ"ס וועט לאגיק זיגן, און אז מענטשען וועלן זיך רעכענען מיטן פסיכלאגישן עפעקט וואס מער געלט אין טאש וועט האבן.
ווען כפרינט פון מייקראסאפט עקסעס און כוויל פרינטען נאר אפאר בלעטער נישט די גאנצע ריפארט קען איך נאר פרינטען למשל פון פעדזש 2
ביז פעדזש 6 כקען נישט סעלעקטען אזוי ווי כקען אין ווארדס פעדזש 2,5,6,.
איז דא א וועג צי באקומען אין עקסעס פעידזש ריענדזש אפשען?
איז אמת אז dell לעפטאפס זענען שוואכע מעשיות? כ'האב מיר באשטעלט א נייע dell לעפטאפ אפאר טאג צוריק, און איצט זאגט מיר איינער אז ס'איז מיסט. 😞
אפטעמיסטאיז אמת אז dell לעפטאפס זענען שוואכע מעשיות? כ'האב מיר באשטעלט א נייע dell לעפטאפ אפאר טאג צוריק, און איצט זאגט מיר איינער אז ס'איז מיסט. 😞
נישט בחינם
@גד החוזה האט ליב געהאט מיסט,
כ'האב א דעלל, כ'בין זייער צופרידען
נישט מיסט ממש, אבער פון די שוואכערע סארט. בערך ווי HP און טאשיבא.
לענאווא און סאני (א פארגאנגענהייט) הייסן אביסל בעסער. אויך סעמסאנג.
אז דו קוקסט רעוויאוס אויף עמעזאן קענסטו זעהן אז דעלל האט אויף געוויסע מאדעלס שוואכערע רעיטינגס.
דעלל האט א ביזנעס ליין אויכעט (ד.ה. לעפטאפס צו ארבעטן) פאר מער געלט, יענע זענען שטארקער געבויעט און פארנעמט מער אביוז, און באקומט בעסערע קאסטומער סערוויס. אבער מען צאלט איבער אויף וואס מען באקומט לענ"ד.
מיין לעצטע דעלל לעפטאפ האט געהאלטן קרוב צו 5 יאר. ממש געווען א מחיה. אבער איך האב עס גע'בעבי'ט, און אכטונג געגעבן נישט צו אביוזן.
וואס מיינט "אביוזן"? וואס טאר איך נישט טוען דערמיט?
גראדע, דארף איך דעם לעפטאפ נאר פאר שרייבן און בראוזן, נישט פאר א גאנצע טאג ארבעט; בעיסיקלי א היים קאמפיוטער פאר מיין פרוי.
איך האב געהאט דעל'ס וואס האבן זיך געהאלטן יארן, און אזוי קענסטו האבן פון יעדע קאמפאני געוויסע מאדעלס וואס האלטן יארן, און געוויסע וואס האלטן נישט. אוודאי ווענדט זיך אויך אין וויאזוי מ'באהאנדעלט עס, וויפיל מאל ס'פאלט אראפ, און וויפיל מאל דו פארגינסט איר אביסל קאפי. כלל זה נקוט, נעם א לעפטאפ, לייען דורך די ריוויוס, געוונליך קען מען דארט זען וויאזוי ס'ביהעיווט.
געפילטע פישוויפיל מאל דו פארגינסט איר אביסל קאפי....
😛 😛 😂 😂
ובמקום שאין פיש איז קאווע שטיבל א ערזאץ...
וואס מיינט דאס ?
וואס דארף איך טאן?

איגנאר, מאך צו די פעידזש. ס'מיינט נישט גארנישט. סתם איינער וויל מאכן געלט אויף דיר.
א דאנק געפילטע