☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » טעכנאלאגישע פראגעס און הילף

טעכנאלאגישע פראגעס און הילף

580 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1578
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12

אודה השם » מיטוואך מערץ 5, 2014 5:33 pm

· #188930
איך דארף מאכן א שנעלע דיסיזאן ענדרויד אדער אייפון ביטע העלפט

אודה השם » מיטוואך מערץ 5, 2014 5:43 pm

· #188937
אויב איז עס שוין דיסקאסט ביטע לינק מיט דאנק פון פאראויס

פישלע העררינג » מיטוואך מערץ 5, 2014 5:45 pm

· #188939
אודה השם
איך דארף מאכן א שנעלע דיסיזאן ענדרויד אדער אייפון ביטע העלפט

אנדראויד ביזטו אין קאנטראל, אייפאון קאנטראלט דיך. ואידך פרושא הוא זיל גמור.

אודה השם » דאנערשטאג מערץ 6, 2014 10:16 am

· #189059
א שיינעם דאנק טייערע אידן

לעמיל » מאנטאג מערץ 17, 2014 1:35 pm

· #190921
האט נאך איינער דא פראבלעמען היינט מיט גוגל טאלק?

DotCom » מאנטאג מערץ 17, 2014 1:43 pm

· #190922
יא. עס איז דא א בלעקאוט אויף טשעט מיט נאך אנדערע סערוויסעס, ביי מיר ארבעט עס פון מיין סעל אבער נישט פון קאמפיוטער.

פליקער » מאנטאג מערץ 17, 2014 5:29 pm

· #190958
ענדרויד הענט אראפ

מיין כלל איז

ענדרויד פאר טאטעס
אייפאן פאר מאמעס

מצטמק ויפה » מאנטאג מערץ 17, 2014 5:34 pm

· #190959
Google Chrome האט היינט געהאט א אופדעיט, אויף ענדרויד, די ווערטער זענען געווארן זייער שפיצוג אז עס רייסט די אויגען, איז דא עפעס צו טוען?

נולד מאוחר » זונטאג אפריל 13, 2014 8:59 pm

· #196071

וואס מיינט דאס ?
נאר ביי די אשכול האב איך עס

געפילטע פיש » מאנטאג אפריל 14, 2014 3:17 pm

· #196184
דיין ווייב האט דיר געלאזט א וואויסמעיל און דו ביזט ביזי מיט ק"ש? קודם הער אויס איר גראסערי ליסט, ווייל דיין בעטערי גייט שוין באלד שלאפן.

נולד מאוחר » מאנטאג אפריל 14, 2014 3:20 pm

· #196185
לץ

משולם שטיינפעלד » דאנערשטאג אפריל 17, 2014 10:21 am

· #196250
עס איז נישט געפערליך, ער טשארדזשט זיין פאון צו האבן כח צו הערן די וואויס מעיל פונעם ווייב

פארוואס? » דאנערשטאג אפריל 17, 2014 10:14 pm

· #196317
ווייסט איינער אפשר, ווי אזוי איז די גרינגסטע וועג צו מאכן א מפתח/אינדעקס אויף ווארד?

קליגער אינגערמאן » פרייטאג אפריל 18, 2014 2:27 am

· #196330
פארוואס?
ווייסט איינער אפשר, ווי אזוי איז די גרינגסטע וועג צו מאכן א מפתח/אינדעקס אויף ווארד?

זיידעך אביסל מער מסביר.

נולד מאוחר » פרייטאג יוני 6, 2014 11:56 am

· #204570
ווען איך split א pdf אנליין www.splitpdf.com/, ווער קען זען די פדף?
זיי שרייבען "Does your file contain something personal or confidential?
Consider using a secure connection "

Chuchem » פרייטאג יוני 6, 2014 12:59 pm

· #204574
Why do dyou need to do that.
Open Adobe Acrobat, and from the drop down "document", select extract/insert pages, and you have created a new file.

נולד מאוחר » מאנטאג יוני 9, 2014 11:51 pm

· #205114
I dont have acrobat

נולד מאוחר » מאנטאג יוני 9, 2014 11:52 pm

· #205115
כדארף א אינטערנעט קארד פארן זימער. קען מען באקומען אן א קאנטרעקט?

ונבנתה העיר » מאנטאג יוני 9, 2014 11:54 pm

· #205116
talk n travel וכדומה.

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 10, 2014 4:05 pm

· #205280
אסאך מאל האב איך MP3 ניגונים וועלכע זענען ראנג געלעיבעלד, צו דער טייטל, צו די טרעק נומער, צי אנדערע פרטים.
אויף ווינדאוס איז עס א פעין אין די נעק, אריינגיין צו איטליכע פראפערטיס און גיין צו דיטעילס און טוישן.
איז נישט פאראן עפעס א פראגראם/עפפ עס צו טון גרינגערהייט אין סעקונדעס?

געפילטע פיש » דינסטאג יוני 10, 2014 4:12 pm

· #205285
נולד מאוחר
I dont have acrobat

אין קראום קענסטו אויך פרינטער וועלכע פעידזש\ס דו ווילסט צו PDF, אדער קענסטו נוצט די פיצי יוטיליטי, Cute PDF.

געפילטע פיש » דינסטאג יוני 10, 2014 4:14 pm

· #205287
שמעקעדיג
אסאך מאל האב איך MP3 ניגונים וועלכע זענען ראנג געלעיבעלד, צו דער טייטל, צו די טרעק נומער, צי אנדערע פרטים.
אויף ווינדאוס איז עס א פעין אין די נעק, אריינגיין צו איטליכע פראפערטיס און גיין צו דיטעילס און טוישן.
איז נישט פאראן עפעס א פראגראם/עפפ עס צו טון גרינגערהייט אין סעקונדעס?

lifehacker.com/5266613/six-best-mp3-tagging-tools
נישט אויספראבירט, אבער כ'גלייב אז עני פון די וועלן טוהן די דזשאב. געדענק, GIYF.

נולד מאוחר » דינסטאג יוני 10, 2014 10:04 pm

· #205394
געפילטע פיש
נולד מאוחר
I dont have acrobat

אין קראום קענסטו אויך פרינטער וועלכע פעידזש\ס דו ווילסט צו PDF, אדער קענסטו נוצט די פיצי יוטיליטי, Cute PDF.

די פראבלעם מיט קראם איז איך האב א פייל מיט צען פעידשזעס און כוויל האבן יעדע בלעטעל עקסטער. דארף איך צען מאל פרינטען.
סדא סאפטווערס וואס ספליטן מיט איין קנעפעל יעדע בלעטעל צי אן עקסטרע פייל. קען זיין acute טוט עס.

געפילטע פיש » דינסטאג יוני 10, 2014 10:34 pm

· #205396
דוכט זיך אז נישט.

קליגער אינגערמאן » דינסטאג יוני 10, 2014 11:54 pm

· #205408
געפילטע פיש
שמעקעדיג
אסאך מאל האב איך MP3 ניגונים וועלכע זענען ראנג געלעיבעלד, צו דער טייטל, צו די טרעק נומער, צי אנדערע פרטים.
אויף ווינדאוס איז עס א פעין אין די נעק, אריינגיין צו איטליכע פראפערטיס און גיין צו דיטעילס און טוישן.
איז נישט פאראן עפעס א פראגראם/עפפ עס צו טון גרינגערהייט אין סעקונדעס?

lifehacker.com/5266613/six-best-mp3-tagging-tools
נישט אויספראבירט, אבער כ'גלייב אז עני פון די וועלן טוהן די דזשאב. געדענק, GIYF.


Id3 איז גיט. אויך קענסטו ניצען איייטונס

כוכב » פרייטאג יוני 20, 2014 7:02 pm

· #207258
איך האב בטעות דיליט א וויכטיגע עפפ מיט וויכטיגע אינהאלט, וואס טוט מען?

קליגער אינגערמאן » מוצ"ש יוני 21, 2014 11:02 pm

· #207277
אביסל מער אינפא @כוכב. ענדרויד אדער אייאויעס ? וועלעכע עפֹפ ?

כוכב » מוצ"ש יוני 21, 2014 11:06 pm

· #207279
ענדרויד. א טעקסט עפפ מיטן נאמען גא סמארט. עפעס אזוי. סאיז גוט פאר מאלטיפל טעקסט.

שאולדיספריםפאקער » זונטאג יוני 22, 2014 12:05 am

· #207289
פראגע . איז דא א וועג אריין צו לייגן וואיס נאטס אדער מוזיק פיילס וואס איך באקום און דראפ באקס אדער אויף אימייל אריין צו דעים מוזיק פייל אויף א iphone ?

קליגער אינגערמאן » זונטאג יוני 22, 2014 2:47 am

· #207329
@כוכב א לינק צו יענעם עפפ ביטע.

האסט פראבירט צוריק צו אינסטאלען יענעם עפפ אין טשעקען אויב די אלטע דאטא קימט ציריק? אמאל ליגט די דאטא פינעם עפפ אין א באזינדערע פלאץ, אין אפילו די עפפ איז שוין פארמעקט קען נאך די דאטא זיין ארוינד..

נולד מאוחר » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 12:24 am

· #220988
כ'האב זוך אריבער געצויגען צי א נייע דירה. די אינטערנעט איז פין מיין פאן איז שטייט. וואס קען איך טאן?
איך האב א 4 G פלאן.

למדן » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 6:31 pm

· #223201
YouTube עפפ אויף מיין ענדרויד מאכט פראבלעמען כזה

📎 Screenshot_2014-09.jpg

שוין גיטרייט צו גוגלען ולא נושעתי, אולי וויל כ'ווייס נישט די פונקטליכע נאמען פון די משוגעת

קליגער אינגערמאן » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 1:28 am

· #223325
למדן
YouTube עפפ אויף מיין ענדרויד מאכט פראבלעמען כזה

📎 Screenshot_2014-09.jpg

שוין גיטרייט צו גוגלען ולא נושעתי, אולי וויל כ'ווייס נישט די פונקטליכע נאמען פון די משוגעת

אויך געהאט דעם פראבלעם.. כ'האב געקלערט די עפפ דעטא און ב"ה מ'זעמער ווייטער נחת..

רויטע וואנצעס » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 1:02 am

· #225611
איך זוך צו קויפן Walkie Talkies פאר א גרופע מענטשען אין די ביזנעס. מ'דארף נישט עפעס משוגא טייער, מ'גייט עס ניצן עפ"ר אין איין בילדינג. ס'איז דא אזוי סאך מינים מ'ווערט משוגא. בעסער אויב ס'קומט מיט א charger, ווי איידער batteries.

קליגער אינגערמאן » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 1:07 am

· #225612
<a class="postlink" href="http://abestradios.com">http://abestradios.com</a>

נולד מאוחר » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 3:31 pm

· #225677
סדא free עפפס

רויטע וואנצעס » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 4:20 pm

· #225685
נולד מאוחר
סדא free עפפס


טאקע? זאג.

געפילטע פיש » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 4:46 pm

· #225688

נולד מאוחר » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 6:42 pm

· #226021
אן עפפ וואס שפילעט נאר די קול פון יאטוב וועט ניצן היפש ווייניגער דעטא?

נולד מאוחר » מיטוואך אקטאבער 1, 2014 12:53 am

· #226699
איז דא א עפפ וואס קען מיר זאגן וויפיל צייט א טאג איך ניץ מיין פאון?

chusid » דינסטאג אקטאבער 28, 2014 10:26 pm

· #231271
ווי אזוי קען מען קאפי פעסטען אן א מייז?

ונבנתה העיר » דינסטאג אקטאבער 28, 2014 10:29 pm

· #231272
ctl c - ctl v

פארוואס? » דינסטאג אקטאבער 28, 2014 10:30 pm

· #231273
ונבנתה העיר
ctl c - ctl v

ווי אזוי סעלעקט מען?

מאטי » דינסטאג אקטאבער 28, 2014 10:32 pm

· #231275
Shift, then move arrow to desired area

געפילטע פיש » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 10:21 am

· #231319
נולד מאוחר
איז דא א עפפ וואס קען מיר זאגן וויפיל צייט א טאג איך ניץ מיין פאון?

ס'זענען דא אסאך עפפס וואס טוען עס, גוגל סוירטש פאר phone usage monitoring app.

chusid » פרייטאג אקטאבער 31, 2014 12:28 am

· #231881
ונבנתה העיר
ctl c - ctl v


איך ארבעט אויף א קראמבאאק און עס מאכט זיך נישט וויסענדיג ווען איך פאלא דיר

אפטעמיסט » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 6:08 pm

· #232275
וויפיל קאסט צו קויפן א domain name? איז דא א באשטימטע פרייז אדער ס'ווענד זיך וועלכער נאמען?

אפטעמיסט » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 6:16 pm

· #232280
שכויח פאר די לינק, אבער מען ענטפערט נישט מיין פראגע דארט. אפשר וועט מען דא ענטפערן?

(איך פרעג, ווייל ביים זוכן א domain name יעצט זע איך ס'איז אוועיליבעל, אבער ס'קאסט קרוב צו דריי אלפים. מאכט דאס סענס אדער איך פארשטיי נישט גוט?)

פאלענד ספרינג » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 6:48 pm

· #232286
אויב איז עס א גוטע נאמען, דאס הייסט, ווייניג אותיות אדער א גוטע ווארט, קען דער פרייז ארויפגיין צו מיליאנען.
איך האב געהאט א דאמעין וואס איך האב געוואלט קויפן און זיי האבן געוואלט דערפאר זעקס הונדערט טויזנט דאללער.

אפטעמיסט » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 6:53 pm

· #232287
ווער "זיי"? דער hoster אליין? כ'האב געמיינט אז אלע נעמען קאסטן בערך די זעלבע אויסער אויב האט עס שוין א צווייטער געקויפט און בעט דערפאר שווערע געלטער, א שטייגער ווי דעם משוגענער.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12