☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » טעכנאלאגישע פראגעס און הילף

טעכנאלאגישע פראגעס און הילף

580 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1578
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12

נולד מאוחר » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 10:18 pm

· #65833
ווייסט איינער אויב די טעבלעטס קומען מיט א usb port?
מ'קען איינשטעקן א usb?
נאכן פאסטן דו תגובה האב איך געטראכט וואס וואלט געפילטע געטאן און אדא מצב.
מסתמא lmgifu האב איך דאס געטאן און געטראפן אז סאיז דא א usbאדאפטער פאר ipad.

געפילטע פיש » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 11:10 pm

· #65839
אה, ומתלמידי יותר מכולם.

וואס וויסטו טוהן מיט די USB אדאפטירער?
ס'דא געוויסע אנדרויד טעבלעטס וואס קומען מיט א פול סייז USB port, אבער רעד דיך נישט איין אז יעדע זאך וואס דו שטעקסט איין אין דיין ווינדאוס קאמפיוטער וויסטו קענען ניצן מיט א טעבלעט, ס'ווענדט זיך ווי די חמר שטייט איין.

נולד מאוחר » דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 12:11 am

· #65852
איך וויל ניצן מיין usb העדסעט און מייק צי מאכן פאןקאלס אנליין. למשל googlevoice skype.

געפילטע פיש » דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 1:22 am

· #65864
איני יודע, (ניין, איך ווייס נישט אלעס...) אויב ווילסטו קענסטו שרייבן וועלכע מאדעל האדסעט און וואסערע טאבלעט און מיר וועלן פראבירן צו מאכן א בדיקה.

נולד מאוחר » דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 1:43 am

· #65866
סאיז נישט קיין ברענעדיגע אישו אויפן מיניט פאר מיר, איך וויל איבערלאזן דיין עקזפערטיז פאר ווען סוועט זיין מער וויכטיג.
ישר כח.
דאס קענסט מיר יא העלפן איך וויל קויפן א טעבלעט וועלכע רעקאמענסטו.
מיין פאן איז אויפן ענדרויד פלאטפארם.

געפילטע פיש » דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 8:57 am

· #65882
וואס גייסטו טוהן מיט די טעבלעט?

נולד מאוחר » פרייטאג נאוועמבער 30, 2012 1:22 am

· #66190
ממש די בעסיקס. בראזען די וועב, וויקיפידיע,יואטאב, נייעס, שאפינג, אימעלס.
פון אלעם אביסעל.

געפילטע פיש » פרייטאג נאוועמבער 30, 2012 1:33 am

· #66192
איז אזוי, אויב ווילסטו גיין מיט עפל און צאלן די פרייז, דמים תרתי משמע, מוזטו אריינטאנצען אין די עפל ענוויערמענט, איי-טונס, איי-קלאוד ענד דע האול שעבענג, אבער היות דו האסט שוין א ענדרויד פאון וועסטו זיך גאנץ גוט אויסקומען מיט אן ענדריוד טאבלעט, און פון דעם קענסטו טרעפן גענוג ביליגע וואס וועלן טוהן די דזשאב פאר וואס דו זוכסט.

ברוין » פרייטאג נאוועמבער 30, 2012 8:21 am

· #66211
אויב נעמסטו ענדרויד נעם נישט פון די נייערע ווערסיעס וואס האבן נישט קיין אדאובי פלעש פלעיער

נולד מאוחר » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 8:21 pm

· #71321
קען איך קאנעקטן צוויי מאניטערס צי איין קאמפיטער?
אויב יא האט דאס עפעס מער אן אויפטו ווי איך זאל עפענען צוויי פעדזשעס אויף איין גרויסע מאניטער?

קאווע טרינקער » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 8:32 pm

· #71323
נולד מאוחר
קען איך קאנעקטן צוויי מאניטערס צי איין קאמפיטער?
אויב יא האט דאס עפעס מער אן אויפטו ווי איך זאל עפענען צוויי פעדזשעס אויף איין גרויסע מאניטער?

אוודאי קען מען,
דארפסט איינרישען אן io קארד.
די אויפטוה איז, די קענסט האבן שניי אשכולים אפען גרויס

נולד מאוחר » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 10:42 pm

· #71357
קאווע טרינקער
נולד מאוחר
קען איך קאנעקטן צוויי מאניטערס צי איין קאמפיטער?
אויב יא האט דאס עפעס מער אן אויפטו ווי איך זאל עפענען צוויי פעדזשעס אויף איין גרויסע מאניטער?

אוודאי קען מען,
דארפסט איינרישען אן io קארד.
די אויפטוה איז, די קענסט האבן שניי אשכולים אפען גרויס

איז עס דא עפעס אן אויפטי פון צוויי באזונדרע מאניטערס vs איין גרויסע און מאכן די שני אשכולים האלב?

געפילטע פיש » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 11:20 pm

· #71365
ס'ווענדט זיך וואס דו טוסט אויפן קאמפיוטער, אסאך מענטשן נוצן צוויי מאניטארס צו האבן צוויי פראגראמס אפען, ווי למשל אי-מעיל אויף איינס, און קאווע שטיבל אויפן צווייטן, ס'גרינגער צו מאלטי-טאסקען אזוי.

נולד מאוחר » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 12:19 am

· #71370
געפילטע פיש
ס'ווענדט זיך וואס דו טוסט אויפן קאמפיוטער, אסאך מענטשן נוצן צוויי מאניטארס צו האבן צוויי פראגראמס אפען, ווי למשל אי-מעיל אויף איינס, און קאווע שטיבל אויפן צווייטן, ס'גרינגער צו מאלטי-טאסקען אזוי.

איך וויל עס פראבירן.
וועל איך טרעפן און קאנטראל פענאל דאס אויפסעטן?

קאווע אן io קארד איז נישט פאר מיין עדזש. סגייט אויפן מאדער בארד? (כ'האב נישט קיין אנונג וואס איך פרעג שא)
ס'איז א הארדווער?

קאווע טרינקער » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 12:36 pm

· #71441
יא, מלייגט דאס צו אויף די מאמע-ברעיט.
די צווייטע מאניטער דארף האבן אן אנדערע סארט ווייער, א ווייסע נישט קיין בלויע.

געפילטע פיש » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 12:46 pm

· #71446
ס'ווענד זיך וואסערע גרעפיקס קארטל דו האסט יעצט, דו דארפסט האבן א גרעפיקס קארד וואס סופפארט דואל (dual) מאניטארס.

נולד מאוחר » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 8:23 pm

· #71633

קאווע טרינקער » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 8:26 pm

· #71634
ניין נולד'ל
דו זעסט די 15 פיניגע פארט, דאס איז פאר א מאניטער
די אנדערע איז א סעריעל פארט. נישט פאר קיין מאניטער

נולד מאוחר » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 8:31 pm

· #71635
קאווע טרינקער
ניין נולד'ל
דו זעסט די 15 פיניגע פארט, דאס איז פאר א מאניטער
די אנדערע איז א סעריעל פארט. נישט פאר קיין מאניטער

נו האב איך נאר איין, דארף איך צי לייגן נאך איינס פאר נאך א מאניטער?
די 15 פארטיגע ניץ איך פאר מיין ערשטע מאניטער?

געפילטע ווי קען איך זען אויב מיין קאמפיוטער ען פארנעמען dual מאניטערס?

איחוד פעלד » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 8:41 pm

· #71639
דער בילד וואס די ווייזט צייגט אז די האסט נישט א קארטעל, נאר דיין מאניטער גייט אריין דירעקט אינעם מאמעברעט, קויף דיך א קארטעל פאר דיין קאמפיאטער, מאך זיכער עס קען דערהייבען צוויי מאניטארען, והכל על משכבותם יבואו בשלום.

נולד מאוחר » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 9:12 pm

· #71647
ווען איך גאגול זע איך ס'דא גרעפיק קארד, ווידיא קארד,און קאווע רעדט פון אן io קארד.
איז אלעס די זעלבע?

געפילטע פיש » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 9:26 pm

· #71652
איי אוי קארד איז א שם הכולל אלע מיני ציגעלייגעכצער קארטלעך, גרעפיקס און וידיאו איז די זעלבע. דו קענסט נישט צוקויפן א קארטל פאר נאך איין מאניטאר, דארפסט צוקויפן א קארטל וואס קען פארטראגן צוויי. מאך זיכער אז ס'איז קאמפאטיבעל סיי מיט דיין קאמפיוטער און סיי מיט דיינע מאניטארס. ד. ה. מאך א בדיקה אויב ס'איז VGA, DVI, און כדומה.

נולד מאוחר » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 10:31 pm

· #71670

אויב מיין קאמפיאטער סאפארט dual מאניטער און סשטימט vga in dvi איז דאס גענוג?
דארף טאטשן די מאדער מארד?

איחוד פעלד » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 10:59 pm

· #71674
דעס איז נישט גוט פארדיר, עס איז געמאכט פאר א ספעציעלע קארטעל.

<a class="postlink" href="http://www.amazon.com/s/ref=nb_sb_ss_i_0_11?url=search-alias%3Delectronics&field-keywords=video+card+pci+express&sprefix=video+card+%2Celectronics%2C596&rh=n%3A172282%2Ck%3Avideo+card+pci+express">http://www.amazon.com/s/ref=nb_sb_ss_i_ ... ci+express</a>

געווענליך ארבעטען צוויי מאניטארס אויף איין מאל, איך גאראנטי נישט.

נולד מאוחר » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 11:05 pm

· #71679
איחוד פעלד
דעס איז נישט גוט פארדיר, עס איז געמאכט פאר א ספעציעלע קארטעל.

<a class="postlink" href="http://www.amazon.com/s/ref=nb_sb_ss_i_0_11?url=search-alias%3Delectronics&field-keywords=video+card+pci+express&sprefix=video+card+%2Celectronics%2C596&rh=n%3A172282%2Ck%3Avideo+card+pci+express">http://www.amazon.com/s/ref=nb_sb_ss_i_ ... ci+express</a>

געווענליך ארבעטען צוויי מאניטארס אויף איין מאל, איך גאראנטי נישט.

סנישט קיין ביג דיעל צי באבערן מיט מיטער בארד? רעד נישט הלכה'דיג.

שמעקעדיג » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 12:52 am

· #71744
ס'איז יא. אויב ביסטו נישט באקאנט דערמיט, שטיי אוועק דערפון.
דאס איז דער יסוד פונעם קאמפיוטער. אויב הרג'עסטו דאס אפ, קענסטו גיין קויפן א נייע.

נולד מאוחר » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 1:33 am

· #71768
שמעקעדיג
ס'איז יא. אויב ביסטו נישט באקאנט דערמיט, שטיי אוועק דערפון.
דאס איז דער יסוד פונעם קאמפיוטער. אויב הרג'עסטו דאס אפ, קענסטו גיין קויפן א נייע.

אקעי' הגם מ'דארף אמאל לערנען.

געפילטע פיש » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 2:40 am

· #71786
שמעקעדיג
ס'איז יא. אויב ביסטו נישט באקאנט דערמיט, שטיי אוועק דערפון.
דאס איז דער יסוד פונעם קאמפיוטער. אויב הרג'עסטו דאס אפ, קענסטו גיין קויפן א נייע.

מ'רעדט דאך נישט פון נעמען א צווענגל מיט א זעג דערצו, טאמער טוט מען פארזיכטיג איז דאס נישט קיין גרויסע תורות.

נולד מאוחר » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 2:20 pm

· #71924
געפילטע פיש
שמעקעדיג
ס'איז יא. אויב ביסטו נישט באקאנט דערמיט, שטיי אוועק דערפון.
דאס איז דער יסוד פונעם קאמפיוטער. אויב הרג'עסטו דאס אפ, קענסטו גיין קויפן א נייע.

מ'רעדט דאך נישט פון נעמען א צווענגל מיט א זעג דערצו, טאמער טוט מען פארזיכטיג איז דאס נישט קיין גרויסע תורות.

א צווענגל מיט א זעג איי העוו נאו פראבלעם

נולד מאוחר » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 7:11 pm

· #72198
פרינטן אויף ענוועלויפס?
איך וויל מאכן א מעילינג און פריענטן די נעמען אויף די ענוועלויפס.
דראף איך שטיין און פידען יעדע ענוועלויפ באזינדער?
אדער מ'קען אריין לייגן ענוועלויפס און די טרעי ווי מלייגט געווענדליך די פאפיר?
כ'האב א בראדער mfc.

געפילטע פיש » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 7:17 pm

· #72199
א גוגל סוירטש מיט דיין מאדעל וועט דיר געבן פונקטליכע אינסטרוקציעס, אבער ס'דארף צו זיין כאטש איין טאץ (tray) ווי מ'קען פטאשמעלערן די שטיקלעך אז די קאנווערטן זאלן שיין פיטן.

נולד מאוחר » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 8:14 pm

· #72212
געטראפן שכוח

שמעקעדיג » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 10:56 pm

· #72245
אלטע בראדערס האבן א פראבלעם מיט פידן ענוועלאופס. HP איז בעסער דערין. גאר לעצטע בראדערס זענען אויך בעסער.
ביי די עלטערע מאדעלס דארף מען עפענען די back אז עס זאל ארויסקומען פון דארט (טייטש נולד מאחור כפשוטו..) און נישט אויבן וואו די געווענליכע פאפירן קומען ארויס.

נולד מאוחר » מאנטאג יאנואר 28, 2013 6:14 pm

· #83169
גוגל טאלק
ווייסט איינער אויב מקען טשעטן מיט גוגל טאלק צוויי מענטשן איינער צים צווייטן ביידע ניצנדיג די זעלבע gmail account?

שמעקעדיג » מאנטאג יאנואר 28, 2013 6:22 pm

· #83171
זיי מסביר דיין שאלה ביטע.

געפילטע פיש » מאנטאג יאנואר 28, 2013 6:29 pm

· #83174
נולד מאוחר
ווייסט איינער אויב מקען טשעטן מיט גוגל טאלק צוויי מענטשן איינער צים צווייטן ביידע ניצנדיג די זעלבע gmail account?

איך האב געטרייעט, ס'גייט נישט, גוגל לאזט נישט רעדן צו זיך אליין.
איך מעג פרעגן פאר וואס דאס פעלט אויס? קענסט נישט עפענען נאך א אקאונט פאר יענעם?

נולד מאוחר » מאנטאג יאנואר 28, 2013 9:10 pm

· #83238
געפילטע פיש
נולד מאוחר
ווייסט איינער אויב מקען טשעטן מיט גוגל טאלק צוויי מענטשן איינער צים צווייטן ביידע ניצנדיג די זעלבע gmail account?

איך האב געטרייעט, ס'גייט נישט, גוגל לאזט נישט רעדן צו זיך אליין.
איך מעג פרעגן פאר וואס דאס פעלט אויס? קענסט נישט עפענען נאך א אקאונט פאר יענעם?

למשל ביי מיין דזשאב ווי איך ארבעט ניצן אפאר ארבעטערס דע זעלבע אימעיל .
אז איך וויל טשעטן מיט מיין קאווערקער וועל איך דארפן אריין סיינען ארויס סיינען א גאנצע צייט אויב ניץ איך נאך א אימעיל אקאנט.
ביי דע וועי whatsapp לאזט יא רעדן צי זיך אליין.

ברסלבער » דינסטאג יאנואר 29, 2013 2:30 pm

· #83391
נולד מאוחר
למשל ביי מיין דזשאב ווי איך ארבעט ניצן אפאר ארבעטערס דע זעלבע אימעיל .
אז איך וויל טשעטן מיט מיין קאווערקער וועל איך דארפן אריין סיינען ארויס סיינען א גאנצע צייט אויב ניץ איך נאך א אימעיל אקאנט.
ביי דע וועי whatsapp לאזט יא רעדן צי זיך אליין.

נעבן די אפשען sign out איז דא נאך א אפשען add account וואס אויב דו דרוקס דאס קענסטו זיין אריינגעסיינט אין מערערע אקאנט'ס אויף איין מאל, אבער ווען דו סיינסט ארויס ווערן אלע אקאנט'ס ארויסגעסיינט.
אדער אין גוגל קראום קען מען עפענען א incognito ווינדאו, און דארט עפענען א צווייטע אקאנט, און ווען מען סיינט ארויס פון יענע בלייבט נאך יא די ערשטע אריינגעסיינט.

געפילטע פיש » דינסטאג יאנואר 29, 2013 3:34 pm

· #83410
ברסלבער

די ערשטע עצה ארבעט נישט גוגל טאלק, נאר אי-מייל, און לגבי אינקאגניטא, כמעט אלע בראוזערס האבן אזא אפשען, אין אינטערנעט עקספלארער גייעט מען צו Safety, און מ'קוועטשט אויף InPrivate Browsing, און אין פייערפיקס גייט מען צום פייערפיס קנעפל און מ'וועלט אויס Start Private Browsing.
אלטערנאטיוולי קענסטו דאונלאודען די גוגל טאלק קליינעט צו דיין קאמפיוטער און דאן קענסטו דארט אריין חתמנען מיט וועלכע קאנטע דו באגערסט.

נולד מאוחר » מיטוואך יאנואר 30, 2013 1:29 am

· #83539
געפילטע, ברסלבר, א דאנק פארן העלפן.

נייגעריגער » מיטוואך יאנואר 30, 2013 10:19 am

· #83570
נולד מאוחר

ביי דע וועי whatsapp לאזט יא רעדן צי זיך אליין.

זיי דיך ביטע בעסער מסביר:

וואס הייסט רעדן צו זיך אליין? מיינסטו אין די זעלבע פאון שיקן א מעסעדזש וואס זאל צוריק אנקומען צו דיר, איז קודם וואספארא תועלת קענסטו דערפון האבן? און א חוץ דעם האב'ך עס פראבירט און איך מיין אז ס'גייט נישט.

אלא מאי, רעדסטו פון צוויי אנדערע פאונס וואס זענען אויפן זעלבן פאון נאמבער, הלוואי זאל ווען זיין אזא זאך, איך האב עס שוין פראבירט ולא עלתה בידי, מ'קען אפעציעל [זעה דא וואטסעפפ וועבסייט] נישט וועריפיין איין נאמבער אויף צוויי דעווייסעס!

איז וואזשע דעם מיינסטו? תימה?

נולד מאוחר » מיטוואך יאנואר 30, 2013 9:31 pm

· #83790
איך שיק צי מיר אליין מעסעדזשעס . למשל איך דארף אראפשרייבען א קאנפערמעשן נומבער אדער טעלעפאן נומבער, און איך דארף עס נישט פאר שפעטערניץ יך נישט notepad. איך שיק עס צי מיר אליין מיט וואטס עפפ. ס'ארבעט.

נייגעריגער » מיטוואך יאנואר 30, 2013 9:47 pm

· #83799
זיי דיך פליז בעסער מסביר מיסטער "נולד מאוחר", ווען דו ווילסט עפעס שעהרען אדער סתם שיקן א מעסעדזש אויף וואטסעפפ קומט דיך ארויף א ליסטע פון אלע נומערן אין דיין קאנטעקט ליסט וואס האבן וואטסעפפ אויף זייער טעלעפאן. יעצט וויאזוי שיקסטו צו דיר אליינס? דו ביסט דאך נישט אין די ליסט אפילו אויב האסטו א מיי נאמבער קאנטעקט, איז וואס טוסטו?

נולד מאוחר » דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 1:12 am

· #83852
נייגעריגער
זיי דיך פליז בעסער מסביר מיסטער "נולד מאוחר", ווען דו ווילסט עפעס שעהרען אדער סתם שיקן א מעסעדזש אויף וואטסעפפ קומט דיך ארויף א ליסטע פון אלע נומערן אין דיין קאנטעקט ליסט וואס האבן וואטסעפפ אויף זייער טעלעפאן. יעצט וויאזוי שיקסטו צו דיר אליינס? דו ביסט דאך נישט אין די ליסט אפילו אויב האסטו א מיי נאמבער קאנטעקט, איז וואס טוסטו?

מיין סעל נומבער האב איך געסעוועד אלץ איינע פון מיינע קאנטעקטס און מיין פאן בואק, נישט מיין וואטס עפפ קאנטעקטס. ווען איך עפען עני פון מיין פאן באוק קאנטעקטס האב איך דעם אפשין פון קאלן אדער טעקססטן דעם קאנטעקט. ווען איך דרוק דעם טעקסט קנעפעל, געט ער מיר צווי אפשינס sms אדער וואטס עפפ. איך סעלעקט וואטס עפפ און שיק מיר אליין א מעסעדזש.
וואנס איך טו עס איימאל בלייבט שוין אלץ און מייין וואטס עפפ קאנוועסעשן ליסט, מייין אייגענע סעל נומבער אלץ איינס פון מיינע קאנווערסעשנס.

געפילטע פיש » דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 1:22 am

· #83855
און פארוואס קענסטו זיך נישט טעקסטען? וואס פעלט דיר אויס עס צו טוהן אין וואטס-עפפ?

נולד מאוחר » דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 1:31 am

· #83858
געפילטע פיש
און פארוואס קענסטו זיך נישט טעקסטען? וואס פעלט דיר אויס עס צו טוהן אין וואטס-עפפ?

ביזט גערעכט. איך ווייס נישט פארוואס אבער איך גלייך מער וואטס עפפ ווי סמס.

נולד מאוחר » דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 1:34 am

· #83860
נייגעריגער

אלא מאי, רעדסטו פון צוויי אנדערע פאונס וואס זענען אויפן זעלבן פאון נאמבער, הלוואי זאל ווען זיין אזא זאך, איך האב עס שוין פראבירט ולא עלתה בידי, מ'קען אפעציעל [זעה דא וואטסעפפ וועבסייט] נישט וועריפיין איין נאמבער אויף צוויי דעווייסעס!

דרך אגב אויב למשל די ווילסט ניצן וואטס עפפ פון דיין דעסקטאפ קענסטו ניצן אפי דיין האם נומבער פאר א צווייטע נומבער.

נייגעריגער » דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 5:51 am

· #83878
נולד מאוחר
איך שיק צי מיר אליין מעסעדזשעס . למשל איך דארף אראפשרייבען א קאנפערמעשן נומבער אדער טעלעפאן נומבער, און איך דארף עס נישט פאר שפעטערניץ יך נישט notepad. איך שיק עס צי מיר אליין מיט וואטס עפפ. ס'ארבעט.

געפילטע פיש
און פארוואס קענסטו זיך נישט טעקסטען? וואס פעלט דיר אויס עס צו טוהן אין וואטס-עפפ?

נאו איי גאט איט וועגן זיך אליין מעסעדזשען אין וואטסעפפ איי פארוואס טאקע דארף איך עס כ'קען דאך נוצן סמס אדער אימעיל?? איז קודם כל איז וואטסעפפ שנעלער און געשמאקער, און חוץ פון דעם האב'ך עס געוואלט וויסן לשם ידיעה און נישט אזוי שטארק לשם מעשה!

נולד מאוחר

דרך אגב אויב למשל די ווילסט ניצן וואטס עפפ פון דיין דעסקטאפ קענסטו ניצן אפי דיין האם נומבער פאר א צווייטע נומבער.

איך האב געמאכט מיין צווייטע פאון'ס וואטס עפפ אויף א גוגל נאמבער

נייגעריגער » דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 9:03 am

· #83886
צוויי טאלק אקאונטס אויפאמאל
געפילטע פיש
ברסלבער
נולד מאוחר
למשל ביי מיין דזשאב ווי איך ארבעט ניצן אפאר ארבעטערס דע זעלבע אימעיל .
אז איך וויל טשעטן מיט מיין קאווערקער וועל איך דארפן אריין סיינען ארויס סיינען א גאנצע צייט אויב ניץ איך נאך א אימעיל אקאנט.
ביי דע וועי whatsapp לאזט יא רעדן צי זיך אליין.

נעבן די אפשען sign out איז דא נאך א אפשען add account וואס אויב דו דרוקס דאס קענסטו זיין אריינגעסיינט אין מערערע אקאנט'ס אויף איין מאל, אבער ווען דו סיינסט ארויס ווערן אלע אקאנט'ס ארויסגעסיינט.
אדער אין גוגל קראום קען מען עפענען א incognito ווינדאו, און דארט עפענען א צווייטע אקאנט, און ווען מען סיינט ארויס פון יענע בלייבט נאך יא די ערשטע אריינגעסיינט.

די ערשטע עצה ארבעט נישט גוגל טאלק, נאר אי-מייל, און לגבי אינקאגניטא, כמעט אלע בראוזערס האבן אזא אפשען, אין אינטערנעט עקספלארער גייעט מען צו Safety, און מ'קוועטשט אויף InPrivate Browsing, און אין פייערפיקס גייט מען צום פייערפיס קנעפל און מ'וועלט אויס Start Private Browsing.
אלטערנאטיוולי קענסטו דאונלאודען די גוגל טאלק קליינעט צו דיין קאמפיוטער און דאן קענסטו דארט אריין חתמנען מיט וועלכע קאנטע דו באגערסט.

א מ'רעדט פון גוגל טאלק קען מען דאך גיין צום ספעציעל דעזיגנירטע ווינקל דערוועגן דא אין קאווע שטיבל, וואס דארט רעדט מען ארום איבער גוגל טאלק.

און אגב דארטן איז דא אפאר לעזונגען צום פראבלעם פון אריינסיינען צוויי אקאונטס בינאזאם, עי' שם ותמצא נחת...

נולד מאוחר » מיטוואך פעברואר 6, 2013 10:08 pm

· #85200
אז איך סירטש אויף גוגל א ווארט אדער סענטענס, וועט עס טרעפן אויב סשטייט אויף איינמס פעסבוק בלעטל?
געפילטע מיט דיין עצה פון site:facebook.com ארבעט עס?
אה כקען טרייען ,לאמיך.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12