☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » אלגעמיינע מאווי רעקאמענדאציע אשכול

אלגעמיינע מאווי רעקאמענדאציע אשכול

91 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15741
בלאט: 1 2

שמן למאור » מאנטאג דעצעמבער 26, 2022 9:45 pm

· #514554
אלגעמיינע מאווי רעקאמענדאציע אשכול
היות געוויסע זענען געווען אינטערסירט אין אזא אשכול, עפען איך דא אויף דעם שמועס פאר דעם צוועק.

די ציל איז דא צווייפאכיג, קודם איז דא די פלאץ פאר סיי ווער עס האט פראגעס איבער מאוויס, צו ער וויל פארשטיין געוויסע דעטאלן נאכן זען א מאווי, און בעיקר ווען איינער האלט פאר א מאווי און ער וויל הערן מער פרטים איבער דעם, און צו עס לוינט זיך בכלל צו ספענדן די צייט צו עס קוקן. מען קען אויסשמועסן וועלכע סארט מאוויס אינטערסירט דיר, און לפי זה אנפרעגן אויב די עולם האלט אז די סארט מאווי וואלט געווען געאייגנט פאר דיין טעיסט.

ובנוסף לזה וואלט דא געווען א גוטע פלאץ פאר איינער וואס האט סיי וועלכע אינהאלטסרייכע מאווי וואס ער האלט אז די עולם וואלט הנאה געהאט עס צו זען, אז ער זאל עס אהערברענגען פאר חברינו היקרים. עס ווערט געבעטן אז מען זאל שרייבן א קורצע דיסקריפציע איבער דעם מאווי, צו ס'איז עקשן, רומאנס, הומאר, צו גאר אלע דריי. אויך וואלט געווען כדי צו שרייבן אויב די מעשה איז א אמת'ע אדער רעאליסטישע מעשה.

עס מוז להדיא נישט זיין קיין מאווי וואס האט איינע פון די דריי תנאים! די עיקר אז מען האט געפילט אז מען האט הנאה געהאט פון קוקן די מאווי און עס איז נישט געווען סתם א באורינג צייט פארטרייבונג.

איך הייב שוין אהן מיט א מאווי, זאל עס זיין א גוטע התחלה.

די מאווי air force one איז גאר א פיינע מאווי, גאר שפאנענד און אינהאלטסרייך. די מעשה איז איבער א גרופע טעראריסטן וואס האבן געהיידזשעקט די פרעזידענטליכע פליגער בשעת די פרעזידענט איז געווען דערויף, און געמאכט זייער פארלאנגען אלס אויסטויש. האלט מיט ווי די פרעזידענט אליין קעמפט גאר העלדיש אנטקעגן די טעראריסטן, ביז צו די שטוינענדע ענדע. די מאווי איז א עקשן מאווי, נישטא בכלל קיין הומאר. די מעשה איז פארשטייט זיך פיקטיוו.
דא קענט איר עס אראפלאדענען
📎 Screenshot_20221226-214106_Google.jpg

רביה''ק זי''ע » מאנטאג דעצעמבער 26, 2022 11:09 pm

· #514557
א שטיק צייט צוריק האב איך געזעהן אויף אמאזאן פריים א פילם "Into the Wild" וואס שפילט אויף דאס לעבנסגעשיכטע פון קריס מקקענדלס, א בחור אן אויבערחכם וואס איז געווארן אנטוישט אין סאסייעטי און באשלאסן צו שטויסן אין אלעס און גיין לעבן אויף זיינע אייגענע באדינגונגען און ער האט ביטער שלעכט אפגעשניטן, בשעתו איז עס מיר געוועהן א גוטע מוסר השכל...

פארוואס האב איך מיך יעצט דערמאנט דערפון? ווייל א ווידיאו איבער דעם זעלבן געשיכטע איז היינט ארויפגעשווימען אין מיין יוטיוב פיעד.

מתבודד » מאנטאג דעצעמבער 26, 2022 11:20 pm

· #514560
רביה''ק זי''ע
א שטיק צייט צוריק האב איך געזעהן אויף אמאזאן פריים א פילם "Into the Wild" וואס שפילט אויף דאס לעבנסגעשיכטע פון קריס מקקענדלס, א בחור אן אויבערחכם וואס איז געווארן אנטוישט אין סאסייעטי און באשלאסן צו שטויסן אין אלעס און גיין לעבן אויף זיינע אייגענע באדינגונגען און ער האט ביטער שלעכט אפגעשניטן, בשעתו איז עס מיר געוועהן א גוטע מוסר השכל...
.
העי קום אריין מיט די דיטעילס. יוא נעווער נאו ס'קען נאך איין טאג ווערן א מאווי דערפון!

שאלתיאל » דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:28 pm

· #514579
.

כוואליעס » דינסטאג יאנואר 3, 2023 1:56 pm

· #514963
דא האט איר גאר א דראמאטישע אינטערעסאנטע מאבי
עס רעדט זיך וויאזוי א קינד האט איבערגעלעבט די צווייטע וועלט מלחמה אין געטו
עס נעמט כמעט צוויי שעה
נישט קענען שלאפאן ביינאכט גאראנטירט

https://youtu.be/3psO35Tdc1s

אלבערט איינשטיין » דינסטאג יאנואר 3, 2023 2:28 pm

· #514967
Re: אלגעמיינע מאווי רעקאמענדאציע אשכול
https://uploads.tapatalk-cdn.com/20230103/0cb21da3b820609a4831aca74012a9f9.jpg
גאר א קאמישע מאווי באזירט אויף פאליטיק און אביסל דארק הומאר.
די מאווי רעדט זיך פון א דיקטאטור פון א נישט געשטויגענע מוסלאמענישע לענדל אין אפריקע. עס איז אסאך באזירט אויף די מומאר קאדאפי פון ליביע און אביסל פון קים יאנג אן פון צפון קאריע.
אבער עס איז זייער קאמיש די רייכע שפראך פונעם דיקטאטור.

די מעשה לויפט ווי ער טרעפט זיך אין ניו יארק ווי אן ארימער היימלאזע פארשוין אין א יודישע ליבעראלע פרוי העלפט איר ארויס.

אגב אילן מאסק אין אן אינטעוויא וועגן זיינע ספעיס עקס ראקעטס האט ער גאזאגט אז די געדאנק פון רינדיכיגע ראקעטס האט ער גענומען פון דארטן. נאך וואס די דיקטאטור טעהנט זיך מיט א סייענטיסט צו רינדעכיגע צו שפיציגע ראקעטן דערשרעקט די שונא.
און ער זאגט אז ער האט געגליכן די מאווי…

שמן למאור » דינסטאג יאנואר 3, 2023 2:49 pm

· #514968
אלבערט איינשטיין
גאר א קאמישע מאווי באזירט אויף פאליטיק און אביסל דארק הומאר.
https://t.me/movievelt/161568

כוואליעס » דינסטאג יאנואר 3, 2023 6:50 pm

· #514981
אלגעמיינע מאווי רעקאמענדאציע אשכול
א גאר אינהאלטסרייכע מאבי ווייזט די גאנצע געשיכטע פון די טיטאנוק.
גאר דראמאטיש
פאלגנט איז נאר א פריוויא, אויב איינער קען שאפן די גאנצע וועט עס זיין א גרויסע תועלת פארן ציבור
https://youtu.be/jIhicnTgArM

כוואליעס » דינסטאג יאנואר 3, 2023 7:01 pm

· #514983
למעשה
בערל סאלאמאן שילדערט אין א גישמאקע מאבי זיין רייזע פון די גוישע וועלט צו די יודישע
https://youtu.be/59VVM668ydA

שמן למאור » דינסטאג יאנואר 3, 2023 7:28 pm

· #514984
כוואליעס
א גאר אינהאלטסרייכע מאבי ווייזט די גאנצע געשיכטע פון די טיטאנוק.
גאר דראמאטיש
פאלגנט איז נאר א פריוויא, אויב איינער קען שאפן די גאנצע וועט עס זיין א גרויסע תועלת פארן ציבור
https://youtu.be/jIhicnTgArM
שלום אליכם אייך.

זע דא, ווי מען האט עס צוגעברענגט.
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=503052#p503052

@כוואליעס ביסט טאקע ניי דא. אבער אונזער שטיבל האט אן אוצר מלא מיט כלערליי אינהאלסרייכע אשכולות פיל מיט אינפאמאציע, עס איז כדי זיך צו דרייען אביסל אין די ענדלאזע אוצרות איידער מען הייבט אן שרייבן ידיעות, עז איז א שאד איבערצו'חזר'ן אלעס.

כוואליעס » דינסטאג יאנואר 3, 2023 10:54 pm

· #515013
אנטלויף אקציע פון סאבובאר
https://youtu.be/m2Gtq4uTZrA

שמן למאור » זונטאג אפריל 16, 2023 12:47 am

· #521229
ביי די לעצטע עפיזאד פון די fbi טעלעוויזיע סעריע, האבן זיי עס צאמגעשטעלט מיט זייער פאראלעל טעלעוויזיע סעריעס fbi most wanted און fbi international אזוי אז ס'איז איין לאנגע מעשה איינגעטיילט אין דריי חלקים. יעדע חלק איז בערך 40 מינוט לאנג, אזוי אז צוזאמען איז עס די לענג פון א געהעריגע 2 שעה'איגן מאווי. די מעשה איז גאר גוט און שפאנענד. איך לייג אהער די סיזאן אין נומער פאר ווער עס וויל עס זען.
די ערשטע חלק איז fbi international season 2 episode 16
די צווייטע חלק איז fbi season 5 episode 17
די דריטע חלק איז fbi most wanted season 4 episode 16

דא האב איך זיי אלע ארויפגעשטעלט אויף טעלעגראם אין א סדר גרייט אראפצולאדענען.
https://t.me/kaveshtibelchat/704

צוזאמגעדרייט » מיטוואך מאי 3, 2023 12:55 am

· #523603
Re: אלגעמיינע מאווי רעקאמענדאציע אשכול
World war Z

א דראמאטישע מאווי וואס שילדערט אן אויסברוך פון "זאמבי'ס" און וויאזוי מען געבט זיך צום סוף אן עיצה. שטעט ווערן ממש חרוב און א כאאס הערשט איבער דאס גאנצע ערד קוגל.

א גרויסע טייל פונעם מעשה שפילט זיך אפ אין ירושלים (עס האט גארנישט מיט אידן ספעציפיש). עס איז מיר געווען זייער אינטערעסאנט וואזוי זיי שפילן אראפ די איזריעלי'ס.

קוקט און האט הנאה, טעלעגראם לינק.
https://t.me/movieveltnew/2911

שמן למאור » מיטוואך מאי 3, 2023 2:30 am

· #523608
ענליך צו דעם איז דער מאווי war of the worlds
א מעשה ווי די וועלט ווערט כמעט חרוב דורך מאדנע עלעקטראנישע עלעמענטן.

https://t.me/moviechillnew/3687

שמן למאור » זונטאג יוני 25, 2023 4:02 am

· #529584
נארוואס פארענדיגט די דריטע אין די סעריע פונעם מאווי back to the future. די ערשטע קען מען קוקן אליין, די צווייטע גייט שוין צוזאמען מיט די דריטע.
דא קען מען עס אראפלאדענען פון טעלעגראם
https://t.me/movieveltnew/10005?single

די מעשה איז נישט קיין מציאות'דיגע סארט, עס האט דמיונות וועגן טיים טרעוועל, דאך איז די פלאט גאנץ א גוטע. די סיפור איז וועגן א סייענטיסט וואס האט ערצייגט א טיים מאשין וואס קען פארן פאראויס און צוריק אין צייט. ער פארט מיט א יונגע סטודענט צו געוויסע תקופות, אבער זיי פאטשקענען קליינע דעטאלן וואס גייען האבן ווייטגרייכנדע תוצאות אויפן עתיד. (באוואוסט אלס דעם butterfly effect ) זיי מוזן צוריקגיין און פארעכטן זייערע טעותים אויף וואונדערליכע אופנים...

תרמב » דאנערשטאג יולי 6, 2023 10:39 am

· #530792
שכוח פאר די רעקאמאנדאציע, ס'איז גאר גוט!

שמן למאור » דאנערשטאג יולי 6, 2023 1:38 pm

· #530823
אפשר רעקאמענדירסטו אויך עפעס גוט? מען דארף ממש זיכן מיט לעכט עפעס אינטערסאנט...

@בענדזשאמין פרענקלין האט מיר אמאל געשריבן אז ער האט א ליסטע פון גוטע מאווי'ס, כ'ווארט נאכאלץ אומגעדילדיג...

תרמב » דאנערשטאג יולי 6, 2023 1:49 pm

· #530825
איך וואלט דיר רעקאמאנדירט, אבער איך טרעף נישט אליינס, איך זע וואס מ’זאגט אויף קאווע שטיבל און דאס קוק איך, די זעלבע איז מיט ביכער, איך ווייס אז א רעקאמאנדאציע פון קאווע שטיבל קען מען טראסטן געווענטליך.

גוטע קאמעדיע וואס איך האב געקוקט לעצטנס איז קופה ראשית פון כאן 11, ס’געהערט אבער נישט אהער ווייל ס’איז נישט קיין מאווי, ס’איז א טיווי סעריע, אבער א לאנגע מאווי איז אזוי לאנג ווי א גאנצע סעריע פון צען שטיקלעך פון צוואנציג מינוט.

נאך א גוטע איזרעילי זאך וואס איך האב געזעהן לעצטנס איז אזא געים וואס עס איז דא עטליכע מענטשן וואס זענען די זעלבע און איינער איז אנדערש און זיי דארפן כאפן ווער ס’איז די פרעמדער, למשל עטליכע בעלי תשובות און איין חוזר בשאלה, עטליכע געיס און איין סטרעיט, עטליכע קאופלס און איין נישט חתונה געהאטע, און אזוי ווייטער ס’איז גאנץ אינטערסאנט איך דארף זיך נאר דערמאנען די נאמען, ס’איז אויך נישט קיין מאווי, איך טריי נאר צו טראכטן וואס איך האב געוואטשט לעצטנס גוט.

חמלה גדולה » דאנערשטאג יולי 6, 2023 6:40 pm

· #530868

חתן בחור » דאנערשטאג יולי 6, 2023 10:49 pm

· #530900
שמן למאור
אפשר רעקאמענדירסטו אויך עפעס גוט? מען דארף ממש זיכן מיט לעכט עפעס אינטערסאנט...

@בענדזשאמין פרענקלין האט מיר אמאל געשריבן אז ער האט א ליסטע פון גוטע מאווי'ס, כ'ווארט נאכאלץ אומגעדילדיג...
The Count of Monte Cristo
Trailer

שטארק רעקאמענדירט. ס׳איז אן היסטארישע פיקטיווע מאווי מיט עכטע עלעמענטען. גאר שפאנענד.

עמק הבכא » פרייטאג יולי 7, 2023 1:33 am

· #530916
איך האב געזען לעצטנס א פילם Sleeping with the enemy

א גוטע טרילער פון די פריע 90’ס, דזשוליע ראבערטס שפילט די הויפט ראלע אלס א פרוי וועלכע וואוינט מיט אן אביוסיוו מאן, מער פרטים איז שוין ספוילערס. די חידוש דערפון איז אז ס’האט נישט בכלל קיין עקשאן אדער ווייעלענס און דאך האט מיר עס געהאלטן אן אן אטעם פון אנפאנג ביז’ן סוף, די מאס דראמא וואס ראבערטס קריעיט מיט בלויז אירע רעאקציעס און תנועות איז עפעס אויסערגעווענליך, שוין לאנג נישט אזוי הנאה געהאט פון א מאווי, פשוט גוט.

תרמב » פרייטאג יולי 7, 2023 10:01 am

· #530923
שמן למאור
אפשר רעקאמענדירסטו אויך עפעס גוט? מען דארף ממש זיכן מיט לעכט עפעס אינטערסאנט...

@בענדזשאמין פרענקלין האט מיר אמאל געשריבן אז ער האט א ליסטע פון גוטע מאווי'ס, כ'ווארט נאכאלץ אומגעדילדיג...
זאג מיר ’’פארעסט גאמפ’’ האסטו שוין געזעהן? איך גלייב אז איינער האט שוין געשריבן ערגעץ דערוועגן, ס’איז זייער א זיסע מאווי, און ס’איז זייער פאפולער, איך האב פונקט אריינגעבאמפט נעכטן נאכט אין א לאנגע טרעד אויף טוויטער איבער די מאווי, האב איך זיך דערמאנט דערפון.

https://twitter.com/ATRightMovies/status/1676891320802058240?s=20

שמן למאור » פרייטאג יולי 7, 2023 10:37 am

· #530926
ניין, נאכנישט געזען, עמער עס אויסטשעקן.

די אלע וואס שטעלן ארויף מאווי'ס ווערן אויך געבעטן -אויב ס'איז זיי נישט צו שווער, צו שרייבן א בערך'דיגע דעסקריפציע איבער די מעשה. נישט ארויסגעבן קיין ספוילערס, אבער יא אביסל שרייבן וועלכע סארט מעשה דאס איז וכ'

ייש"כ.

עמק הבכא » פרייטאג יולי 7, 2023 10:48 am

· #530928
פארעסט גאמפ איז פון די סאמע בעסטע וואס זענען נאר אמאל ערשינען. געוואלדיגע סקרינפלעי און נאך בעסערע דעליווערי, מלא וגדוש פון יעדן אספעקט. עס באגלייט א מענטש מיט עטוואס באגרעניצטע שכל אבער פול מיט פאזיטיווע ענערגיע וואס טרייבט אים צו א זעלטן קאלירפולע לעבן. פארמאגט פון יעדע סארט דזשאנער אביסל, ראמענס, דראמא, שלאכטפעלד עקשאן, עדווענטשאר, היסטאריע, און אפי’ סתם רואיגע פאמיליע מאמענטן. העכסט רעקאמענדירט פאר יונג און אלט.

תרמב » פרייטאג יולי 7, 2023 12:34 pm

· #530948
שמן למאור
ניין, נאכנישט געזען, עמער עס אויסטשעקן.

די אלע וואס שטעלן ארויף מאווי'ס ווערן אויך געבעטן -אויב ס'איז זיי נישט צו שווער, צו שרייבן א בערך'דיגע דעסקריפציע איבער די מעשה. נישט ארויסגעבן קיין ספוילערס, אבער יא אביסל שרייבן וועלכע סארט מעשה דאס איז וכ'

ייש"כ.
ווען מ’שרייבט א דעסקריפציע, אפילו א קורצע איז עס א ספוילער, און ס’שטערט פון הנאה האבן פון די מאווי, ווייל דו ווייסט שוין אביסל וואס די מעשה גייט זיין, מ’דארף קומען אן קיין שום הנחות קדומות צו קענען ארויסהאבן גוט און פארשטיין די מעשה.

צוזאמגעדרייט » זונטאג יולי 9, 2023 6:00 pm

· #531070
Re: אלגעמיינע מאווי רעקאמענדאציע אשכול
LAST KNIGHT

שוין לאנג נישט געקוקט אזא גוטס, עס האט מיר געהאלטן דעם אטעם.

לינק צו יו טוב, עס איז פריי פון אפצאל פאר premium subscribers.
https://youtu.be/JGYSnxwEsho

The film is set in a medieval European kingdom, where the emperor is trying to consolidate his power by taxing the people heavily. Bartok, the lord of a small province, refuses to pay the taxes, and is killed by the emperor's forces. Raiden, Bartok's most trusted knight, vows to avenge his master's death. He gathers a small band of warriors and launches a rebellion against the emperor.

עמק הבכא » דאנערשטאג יולי 13, 2023 2:22 pm

· #531398
promising young woman

רעדט זיך איבער א מאלעסטעישאן פרשה. גאר שפאנענד, זייער גוטע דיאלאגן, גוטע קעסט, און פול מיט אנפרעדיקטעבל טוויסטס. (זיך דערמאנט דערפון אין ליכט פון דעם אשכול).

די מאווי איז נאמינירט געווארן פאר עטליכע גרויסע אווארדס, צווישן זיי בעסטע פיקטשער, בעסטע עקטרעס, בעסטע סקרינפלעי און בעסטע דירעקטאר.

יעצט דא צו זען בחינם אויף עמעזאן פריים.

עמק הבכא » זונטאג יולי 16, 2023 2:50 pm

· #531573
don't look up

א סייענטיסט מיט זיין סטודענט טרעפן א קאמעט וועלכע באדראעט די וועלט'ס עקזיסטענץ, זיי דארפן זיך ספראווען מיט די וואשינגטאן קארופטירטע פאליטישע סיסטעם אין א פרואוו צו ראטעווען די וועלט פון גענצליכע פארניכטונג.

א נעטפליקס פראדוקציע מיט'ן אפיציעלן ציל אנצואווארעמען די מאסן איבער דעם געפאר פון קליימעט טשעינדזש. כאטש איך גלייך נישט געווענליך קיין פאליטיש מאטיווירטע פילמס, בפרט פון נעטפליקס וועלכע זענען נישט מצליח און פרובירן ניטאמאל צו באהאלטן זייערע אגענדעס, האב איך פון דעם שטארק הנאה געהאט, הויפטזעכטליך צוליב די גאר גוטע קעסט וואס זיי האבן צוזאמגעברענגט. און טאקע די בעסטע פון די בעסטע; לעאנארדא דעקעפריאו און דזשעניפער לאורענס אויף די הויפט ראלעס אלס סייענטיסטן, מעריל סטריעפ שפילט די אמעריקאנער פרעזידענט ווי נאר זי קען, קעיט בלענטשעט, יונה הילל, אריאנא גראנדע וועלכע האט ספעציעל פארפאסט א פראפאגאנדיסטישער ליד וואס זי פערפארמט דארט לייוו, און נאך. ווי אויך האבן אסאך גרויסע סעלעבריטיס וואלונטירט זיך צו באווייזן דאס פנים דארט מיטצושטיין מיט די הייליגע פראפאגאנדע.

נאר אמעריקאנער קעפ קען מען איבערצייגן דמיונות מיט אנדערע דמיונות. אלנפאלס, ס'איז גאר א גוטער פילם ווערד צו וואטשן.

חמלה גדולה » פרייטאג יולי 21, 2023 5:12 pm

· #531947
Midnight In Paris
https://www.youtube.com/watch?v=bLITM4EBgPA

don't watch if you're dumb and ignorant

טמיר » מאנטאג יולי 24, 2023 10:57 pm

· #532141
Re: אלגעמיינע מאווי רעקאמענדאציע אשכול
חמלה גדולה
Midnight In Paris
https://www.youtube.com/watch?v=bLITM4EBgPA

don't watch if you're dumb and ignorant
א דאנק פארן אויפמערקזאם מאכן.

גיימיר זיך שפארן א שעה א האלב

ברוך שפינוזה » דינסטאג יולי 25, 2023 9:08 pm

· #532239
חמלה גדולה
Midnight In Paris
https://www.youtube.com/watch?v=bLITM4EBgPA

don't watch if you're dumb and ignorant
איך פארשטיי נישט פשט פון דיעס אזהרה, איך בין ליידער dumb & ignorant און איך האב זייער שטארק ענדשויט, מקען פארשטיין די פלאט אן זיין אויסגעקאכט אין די נעמען פון די אלע ארטיסטס. די זיסטע טייל איז וואו דער דעטעקטיוו האט פארבלאנדשעט אינעם קעניג'ס פאלאץ 😂 😂 😂 לגבי דעם עצם נקודה האט מען שוין אמאל דא געשריבן.

חמלה גדולה » דינסטאג יולי 25, 2023 10:52 pm

· #532255
right. but you'll miss all their unique characters

ברוך שפינוזה » דינסטאג יולי 25, 2023 11:01 pm

· #532256
נו, אויף דעם שטייט דאך שוין You never know what you don't know 😃

yn.NY » מיטוואך אוגוסט 2, 2023 9:39 pm

· #532860
חמלה גדולה
Midnight In Paris
https://www.youtube.com/watch?v=bLITM4EBgPA

don't watch if you're dumb and ignorant
?
📎 Screenshot 2023-08-02 213821.png

עמק הבכא » פרייטאג אוגוסט 4, 2023 2:17 pm

· #532960
THE IMPOSSIBLE- בחינם אויף יוטוב

אן אמת’ע געשיכטע איבער אן אמעריקאנער פאמיליע וועלכע האט זיך אויפגעהאלטן אויף וואקאציע אין טיילאנד דורכאויס דעם שרעקליכן אינדיען אקעאן צונאמי אין 2004.

ברענגט ארויס צום מאקסימום די געפילן פון טויט און מאכן פארניכטונג וואס די נאטירליכע קאטאסטראפעס ברענגען מיט זיך. גאר הארציג און רירנד.

כספי » מאנטאג אוגוסט 7, 2023 3:34 am

· #533058
קען זיין מ'האט עס שוין דא געברענגט
סעריע בית הנייר א ספאנישע סעריע, אויף ענגליש הייסט עס Money Heist, אין ספאניש La Casa De Papel, איך פערזענליך האב מורא'דיג הנאה געהאט פון דעם, ממש משוגע צו ווערן, כ'האב עס שוין איבערגעקוקט אפאר מאל, שמעו ותחי...
איך האב עס געזען מיט א תרגום צו עברית (דא איז עס אין גוגל דרייב, די ערשטע צוויי סעריעס זענען איין מעשה, די לעצטע דריי (אויף די לינק איז נאר די די ערשטע פון די דריי) זענען א צווייטע מעשה - המשך צו די ערשטע)

שטאפענע קאפעליטש » דינסטאג אוגוסט 8, 2023 2:09 am

· #533118
The wizard of lies
אפגעשפילט די גאנצע מעשה פון בערני מעדאף.
זייער רעקאמענדעד

Man City » פרייטאג אוגוסט 11, 2023 6:16 am

· #533296
Can someone pls bring the documentairy from jews in antwerp on drive
Its called shoalom allemaal

חמלה גדולה » זונטאג אוגוסט 13, 2023 5:06 pm

· #533404

תרמב » מאנטאג אוגוסט 28, 2023 2:36 am

· #534562
כספי
קען זיין מ'האט עס שוין דא געברענגט
סעריע בית הנייר א ספאנישע סעריע, אויף ענגליש הייסט עס Money Heist, אין ספאניש La Casa De Papel, איך פערזענליך האב מורא'דיג הנאה געהאט פון דעם, ממש משוגע צו ווערן, כ'האב עס שוין איבערגעקוקט אפאר מאל, שמעו ותחי...
איך האב עס געזען מיט א תרגום צו עברית (דא איז עס אין גוגל דרייב, די ערשטע צוויי סעריעס זענען איין מעשה, די לעצטע דריי (אויף די לינק איז נאר די די ערשטע פון די דריי) זענען א צווייטע מעשה - המשך צו די ערשטע)
איך מוז דיר באדאנקען פאר דיין רעקאמאנדאציע, די סעריע איז עפעס מוראדיג גוט, איך בין געפאלן אין ליבע מיט עטליכע אקטיארן און געווארן עדיקטעד צו די סעריע, און עס אפגעענדיגט אין א וואך צוויי, אלע זעקס סיעזאנס.

איך וואלט געזאגט אז די ערשטע צוויי סעזאנען זענען די זאך, נעקסט לעוול גוט, די קומענדיגע פאר האבן זיי שוין פרובירט אריינצוגיין אין די שיך פון די ערשטע צוויי און ס'איז נישט אזוי גוט געלונגען, למשל זיי האבן געהרגעט א מעין אקטיאר סוף פון די צווייטע סעזאן, נישט פלאנענדיג צו מאכן נאך סיעזאנס, אבער ווען זיי האבן געזעהן אז דער עולם גלייכט עס האבן זיי געמאכט נאך, האבן זיי געמוזט מאכן אסאך פלעש בעקס פון די סטארי צו קענען צוריק ברענגען יענעם אקטיאר (בערלין), אבער ס'האט מיר גוט נערווירט.

איינע פון די סיבות פארוואס איך האב עס געגליכן צו קוקן איז געווען ווייל ס'איז ספאניש און איך האלט זיך אינמיטן לערנען די שפראך, האב איך עס געקוקט מיט סובטייטלס אין עברית, אזוי האב איך זיך אויסגעלערנט די מיעסע ווערטער אין ספאניש, וואס דאולינגאו לערנט נישט אויס... מיערדא... לא פוטא... קאכאנעס...

אגב די ניגון וואס זיי זינגען דארט אסאך, בעלא טשאו, די ניגון וואס די איטאליענישע פארטיזאנער ביי די צווייטע וועלט מלחמה פלעגן זינגען, איז א ניגון וואס מ'קען הערן ביי היימישע חתונות.

איך וואלט נישט גערוטן צו קוקן דעם סעריע ווייל מ'קען ווערן עדיקטעד דערצו און ס'איז לאנג... סאו ס'פרעסט אסאך צייט...

כספי » מאנטאג אוגוסט 28, 2023 8:11 am

· #534573
תרמב

יישר יישר, יא ס'איז א מורא'דיגע גוטע סעריע, עפעס שלא מעלמא הדין

טאקע די ערשטע צוויי זענען אסאך אסאך בעסער, אבער די אנדערע דריי זענען אויך גאר גאר גוט, מיך האט אויך נערווירט דער בערלין (די ערשטע מאל כ'האב עס געזען, האב איך אסאך געסקיפט פון זיינע פלעשבעקס...)

ס'געבט די רושם ווי זיי האבן גענומען צוויי באזונדערע טיעמס, איין טיעם האט געדארפט אויספלאנירן וואס די לאו אינפארסמענט גייט טון ביי יעדע סטעפ, און אויף דעם האט די צווייטע טיעם אויספלאנירט וואס צו טון, דאס הייסט אסאך פון די סארט סעריעס קענסטו זען ווי די לאו אינפארסמענט פאלט אריין אין א לאך, דא אבער ווען די לאו אינפארסמענט כוחות גייען א מאוו, ביזטו זיכער אז דאס איז עס זיי האבן געווינען, אבער דער פראפעסאר איבעראשט יעדע מאל פון דאס ניי

דאס איז אויסער וואס די אקטיארן טוען א מאסיוון דזשאב, און טאקע מ'פאלט אריין אין ליבע, אגב לפי ידיעתי איז עס גאר א באוואוסטע סעריע ביי די גוי'שע גאס, איינע פון די טאפ סעריעס

די ניגון האב איך טאקע אויך געהערט אין אנדערע פלעצער, כ'האב נישט געוואוסט די מקור פון דעם, ביי די מאווי Rise Roar Revolt פון די אינדיאנער אויפשטענדלער קעגן די ענגלענדער זינגען זיי דאכט זיך אויך דעם ניגון

נעקסט לעוועל » דינסטאג אוגוסט 29, 2023 5:24 am

· #534731
רעבויסעם, איך בין אין אביסל טראבל, איך האלט נאך א היי לעוועל TV סעריעס, און איך קען נישט טרעפן עפעס ענליך וואס זאל קענען קאמפיטן מיט דעם...

איך בין אויף יאגד פאר א נייע TV סעריעס, איך האב געוואטש Nikita און Blacklist, איך זיך עפעס ענליך צו דעם.
רעאליסטיש - עס קען געשען און ריעל לייף, נישט קין זאמביעס אדער אנדערע וועלט באשעפענישן, אדער אומעגליכע אקטן פאר נארמאלע ברואים
היי לעוועל עקט - פאר ווער עס האט געוואטש Blacklist ווייסט וואס איך מיין, יעדע ווארט און בלינק מיט די אויגן האט א מיינונג
האלט געשפאנט - איך גלייך נישט די פאמיליע דשאנער, ווי האלב פון די עפיסאד איז ביזי מיט א פאמיליע מיט די קעץ עסן נאכמאל, איך דארף סזאל האבן היי לעוועל עקשן און טריל

עני רעקאמעדאציע?

החוקר » דינסטאג אוגוסט 29, 2023 7:48 am

· #534735
Re: אלגעמיינע מאווי רעקאמענדאציע אשכול
@נעקסט לעוועל האסט שוין געזען איינע פון די פאלגענדע?
Blindspot
Quantico
Person of Interest
Burn Notice

אלע צוזאמען » דינסטאג אוגוסט 29, 2023 8:57 am

· #534739
החוקר
@נעקסט לעוועל האסט שוין געזען איינע פון די פאלגענדע?
Blindspot
Quantico
Person of Interest
Burn Notice
איך האב געזעהן Person of Interest, כ'האב עס זייער געגליכן, ס'איז זייער ריין ווייל די מעין עקטאר איז א פרומע קריסט.

כספי » דינסטאג אוגוסט 29, 2023 9:46 am

· #534741
החוקר
@נעקסט לעוועל האסט שוין געזען איינע פון די פאלגענדע?
Blindspot
Quantico
ג"א מצטרף צוויי זייער גוטע סעריעס

(Quantico האב איך נאר געזען די ערשטע סעזאן און אנפאנג פון די צווייטע, הלואי איך קען זען די אנדערע, Blindspot
בין איך געבליבן סטאק אינמיטן די פערדע סעזאן הלואי כנ"ל)

נעקסט לעוועל » דינסטאג אוגוסט 29, 2023 8:17 pm

· #534795
Re: אלגעמיינע מאווי רעקאמענדאציע אשכול
אלע צוזאמען
החוקר
@נעקסט לעוועל האסט שוין געזען איינע פון די פאלגענדע?
Blindspot
Quantico
Person of Interest
Burn Notice
איך האב געזעהן Person of Interest, כ'האב עס זייער געגליכן, ס'איז זייער ריין ווייל די מעין עקטאר איז א פרומע קריסט.
המממ
דעיס איז אביסל א מיינוס…
ווינישווי דארף מען דאך אביסל ספייס און די זייט אויך …

טליתנאה » דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 8:06 pm

· #535062
נעקסט לעוועל
רעבויסעם, איך בין אין אביסל טראבל, איך האלט נאך א היי לעוועל TV סעריעס, און איך קען נישט טרעפן עפעס ענליך וואס זאל קענען קאמפיטן מיט דעם...

איך בין אויף יאגד פאר א נייע TV סעריעס, איך האב געוואטש Nikita און Blacklist, איך זיך עפעס ענליך צו דעם.
רעאליסטיש - עס קען געשען און ריעל לייף, נישט קין זאמביעס אדער אנדערע וועלט באשעפענישן, אדער אומעגליכע אקטן פאר נארמאלע ברואים
היי לעוועל עקט - פאר ווער עס האט געוואטש Blacklist ווייסט וואס איך מיין, יעדע ווארט און בלינק מיט די אויגן האט א מיינונג
האלט געשפאנט - איך גלייך נישט די פאמיליע דשאנער, ווי האלב פון די עפיסאד איז ביזי מיט א פאמיליע מיט די קעץ עסן נאכמאל, איך דארף סזאל האבן היי לעוועל עקשן און טריל

עני רעקאמעדאציע?
Homeland.
Based on the Israeli show
חטופים

פונדאַמענטאַל » דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 8:14 pm

· #535066
Re: אלגעמיינע מאווי רעקאמענדאציע אשכול
נעקסט לעוועל
רעבויסעם, איך בין אין אביסל טראבל, איך האלט נאך א היי לעוועל TV סעריעס, און איך קען נישט טרעפן עפעס ענליך וואס זאל קענען קאמפיטן מיט דעם...

איך בין אויף יאגד פאר א נייע TV סעריעס, איך האב געוואטש Nikita און Blacklist, איך זיך עפעס ענליך צו דעם.
רעאליסטיש - עס קען געשען און ריעל לייף, נישט קין זאמביעס אדער אנדערע וועלט באשעפענישן, אדער אומעגליכע אקטן פאר נארמאלע ברואים
היי לעוועל עקט - פאר ווער עס האט געוואטש Blacklist ווייסט וואס איך מיין, יעדע ווארט און בלינק מיט די אויגן האט א מיינונג
האלט געשפאנט - איך גלייך נישט די פאמיליע דשאנער, ווי האלב פון די עפיסאד איז ביזי מיט א פאמיליע מיט די קעץ עסן נאכמאל, איך דארף סזאל האבן היי לעוועל עקשן און טריל

עני רעקאמעדאציע?
Tom Clancy's Jack Ryan

Sent from my M2101K7BG using Tapatalk

עמק הבכא » זונטאג סעפטעמבער 3, 2023 12:09 pm

· #535217
Gangs of New York

גייט צוריק צו די צייטן פון די ציווילע קריג ווען ניו יארק איז געפארן אויף רעדער בעת וואס מערדערישע באנדעס פארמעסטן זיך פאר קאנטראל. א פיקטיווע געשיכטע באזירט אויף אמת'ע היסטארישע געשעענישן און פיגורן. זייער רייך פון יעדן אספעקט, סעט, קאסטיום, מוזיק, עקטינג. גלייכצייטיג גאר שטארק ברוטאל. דניאל דעי-לואיס איז נאמינירט געווארן פאר'ן אסקער פאר זיין ראלע אלס 'ביל דער בוטשער', לייכט באזירט אויף א ווירקליכן פערזאן מיט דעם נאמען.

כספי » מאנטאג סעפטעמבער 4, 2023 7:20 am

· #535297
נעקסט לעוועל
רעבויסעם, איך בין אין אביסל טראבל, איך האלט נאך א היי לעוועל TV סעריעס, און איך קען נישט טרעפן עפעס ענליך וואס זאל קענען קאמפיטן מיט דעם...

איך בין אויף יאגד פאר א נייע TV סעריעס, איך האב געוואטש Nikita און Blacklist, איך זיך עפעס ענליך צו דעם.
רעאליסטיש - עס קען געשען און ריעל לייף, נישט קין זאמביעס אדער אנדערע וועלט באשעפענישן, אדער אומעגליכע אקטן פאר נארמאלע ברואים
היי לעוועל עקט - פאר ווער עס האט געוואטש Blacklist ווייסט וואס איך מיין, יעדע ווארט און בלינק מיט די אויגן האט א מיינונג
האלט געשפאנט - איך גלייך נישט די פאמיליע דשאנער, ווי האלב פון די עפיסאד איז ביזי מיט א פאמיליע מיט די קעץ עסן נאכמאל, איך דארף סזאל האבן היי לעוועל עקשן און טריל

עני רעקאמעדאציע?
איך קוק יעצט Agents of S.H.I.E.L.D, ס'איז גאנץ פיין, אבער ס'האט א טאט"ש פון עלייענס (איך האב אויך נישט ליב די סארט, אבער דא איז עס גאר א שוואכע טאט"ש, כאטשיג די גאנצע שיעל"ד ארג. איז כלומר'שט אוועקגעשטעלט צו אוועקשטעלן סופער-היראס, אבער ס'איז כמעט נישט דא בפועל עלייענס, עכ"פ פון וויפיל איך האב געזען)
בלאט: 1 2