☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » וואס איז אייער בעסטע פילם?

וואס איז אייער בעסטע פילם?

232 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #369
בלאט: 1 2 3 4 5

נולד מאוחר » מאנטאג יאנואר 18, 2016 9:28 pm

· #317997
Re: וואס איז אייער בעסטע פילם?
וואס גייט דאס אן פאר נעטפליקס?
דו בוסט דאך זייער קאסטומער, דו גנבסט נישט פון זיי.

ונבנתה העיר » פרייטאג יאנואר 22, 2016 12:40 am

· #318479

ונבנתה העיר » מיטוואך יאנואר 24, 2018 3:08 pm

· #394163
קאמפיאטער
אפשר שוין גערעד דא ערגץ.

וויאזוי הייסט די מאווי פין די ארעסטאנט (צוויי..? ) וואס איז אנטלאפען פין די אינזעל תפיסה? ווייסט איינער וואס איך מיין?

איז עס עוועילעבעל פאר א דאוינלאויעד? אדער קען איינער מיר עס מזכה זיין?

3 Alcatraz inmates survived 1962 escape, swam to land, letter suggests
<a class="postlink" href="http://www.foxnews.com/us/2018/01/24/3-alcatraz-inmates-survived-1962-escape-swim-to-land-letter-suggests.html">http://www.foxnews.com/us/2018/01/24/3- ... gests.html</a>

איש חזון » מיטוואך נאוועמבער 7, 2018 5:03 pm

· #416257
chaims
TWELVE ANGRY MEN

לשבחו יאמר אז עס האט בלויז מענער (אויסער די ערשטע מינוט וואס מען זעהט א ריכטערין)
און עס איז [דאך...] זייער אינטערסאנט

סקרן » מיטוואך נאוועמבער 7, 2018 7:44 pm

· #416263
Re: וואס איז אייער בעסטע פילם?
איש חזון
chaims
TWELVE ANGRY MEN

לשבחו יאמר אז עס האט בלויז מענער (אויסער די ערשטע מינוט וואס מען זעהט א ריכטערין)
און עס איז [דאך...] זייער אינטערסאנט
איך וואלט געזאגט אז דאס וואס סאיז אין איין צימער און נאר בלעק און ווייט אזוי אלט און נאכאלץ א העכסט אינטרעסאנט און אנציענדיג דאס איז די מעלה אויך די נקודה וואס ווערט ארויסגעברענגט נאר מענער איז אויך א מעלה אזוי קען מען עס ווייזן פאר די קינדער

Sent from my SM-G935V using Tapatalk

וואלווי » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2018 12:34 pm

· #416288
איש חזון
chaims
TWELVE ANGRY MEN

לשבחו יאמר אז עס האט בלויז מענער (אויסער די ערשטע מינוט וואס מען זעהט א ריכטערין)
און עס איז [דאך...] זייער אינטערסאנט


לשבחו?

מתוך שבחו אתה בא לגנותו...

פאליטיקאנט » זונטאג אפריל 26, 2020 5:23 am

· #446730
Re: וואס איז אייער בעסטע פילם?
Inception (2010)
כאטש וואס איך האב נישט ליב סייענס פיקשן דאך איז עס פון מיינער בעסטע פילמען אלץ די טיפקייט פון די מעשה.
( און בכלל האב איך ליב נאלען'ס מהלך)



Shutter Island (2010)
אויכעט אלס די מיסטעריע מיט וואס מ'פארבלייבט (מיסטעריע / פסיכאלאגישע ת'רילער)

סאנטיאגא » מאנטאג אפריל 27, 2020 3:37 pm

· #446831
נישט געזעהן קיין סאך פילמס, דאקומענטריס איז מיר די באליבסטע דזשאנער אין פילם.

די בעסטע סעריע? Desperate Housewives

ווי אויך Nikita און Leverage

I don’t know » זונטאג מאי 17, 2020 8:56 pm

· #448815
Re: וואס איז אייער בעסטע פילם?
“Forrest Gump” was next level for me and my wife we laughed we cried! I go crazy for Tom Hanks I thought that’s really him that’s how good he act’s


Sent from my iPhone using Tapatalk

שמן למאור » זונטאג יוני 26, 2022 10:07 pm

· #503052
שוין אפאר וואכן צירוק האב איך געזען צום ערשטן מאל דעם מייסטערהאפטיגן מאווי, טיטאניק, פון יאר 1997, מאנכע שרייבן שוין פאר יארן צירוק אז דאס איז זייערע בעסטע פילם, קוק נאר אויף די ערשטע בלאט פון דעם אשכול,
און איך נאכן דאס וואטשן מוז איך אויך זאגן אז אזא פילם האב איך נאך אין מיין לעבן נישט געזען, עס איז טאקע איבער דריי שעה לאנג, אבער עס גיבט א עכטע לעבעדיגע געפיל פון וואס עס האט זיך אפגעטון בשעת די טיטאניק שיף האט געזינקן,
און עס האט אויך א (פיקטיווע) רימאנטישע מעשה, וואס ברענגט שטארק ארויס וואס עס מיינט עכטע ליבע,

עס איז שטארק רעקעמאנדירט, און אויב איז דא איינער וואס האט עס נאכנישט געזען דא, זאל עס שוין גיין קוקן,

דא איז עס אויף די מאווי וועלט טעלעגראם טשענעל,

https://t.me/movievelt/125714

צקון לחש » מאנטאג יוני 27, 2022 9:23 am

· #503080
עצי שטים
Titanic
גם אני בחלומי, עס געזעהן קוים לעצטנס און באוויינט די טעג וואס איך האב נישט געוויסט פון דעם אור...
איך מיין גראדע אז די ראמאנס געשיכטע איז די עיקר פון די מאווי -
My heart will go on and on!!

שמן למאור » מאנטאג יוני 27, 2022 12:58 pm

· #503092
עצי שטים
שוין אפאר וואכן צירוק האב איך געזען צום ערשטן מאל דעם מייסטערהאפטיגן מאווי, טיטאניק, פון יאר 1997, מאנכע שרייבן שוין פאר יארן צירוק אז דאס איז זייערע בעסטע פילם, קוק נאר אויף די ערשטע בלאט פון דעם אשכול,
און איך נאכן דאס וואטשן מוז איך אויך זאגן אז אזא פילם האב איך נאך אין מיין לעבן נישט געזען, עס איז טאקע איבער דריי שעה לאנג, אבער עס גיבט א עכטע לעבעדיגע געפיל פון וואס עס האט זיך אפגעטון בשעת די טיטאניק שיף האט געזינקן,
און עס האט אויך א (פיקטיווע) רימאנטישע מעשה, וואס ברענגט שטארק ארויס וואס עס מיינט עכטע ליבע,

עס איז שטארק רעקעמאנדירט, און אויב איז דא איינער וואס האט עס נאכנישט געזען דא, זאל עס שוין גיין קוקן,

דא איז עס אויף די מאווי וועלט טעלעגראם טשענעל,

https://t.me/movievelt/125714
איינער האט מיר געבעטן אין אישי אויסצוקלארן, אז די מאווי האט א נאוד סיען (אזוי ווי רוב מאוויס) איז טאמער זענט איר מקפיד דערויף, דאן איז דאס נישט פאר אייך,

וואס איך האב געוואלט זאגן דא איז, אז איינער וואס קוקט ממילא, זאל כאטש קוקן עפעס וואס איז מלא וגדיש מיט תוכן, ווי איידער עפעס וואס מען וועט פילן נאכדעם אז עס איז געווען סתם א שאד די צייט
(א זאך וואס מאכט זיך גאנץ אפט צו מיר, אפילו שוין נאכן זיכער מאכן פארדעם צו קוקן רעוויוס וכדומה)

פרנס החודש » מאנטאג יוני 27, 2022 4:26 pm

· #503108
Re: וואס איז אייער בעסטע פילם?
Once upon a time in America
And all the other films by producer Sergio Leon:
Duck you sucker
The good the bad and the ugly
Once upon a time in the west
און פארשטייט זיך The Godfather

אויך ווייס איך דאס יעדע מאווי וואס Ennio Morricone קאמפאזירט די מוזיק איז ווערט צו זען
Combat TV series

פרנס החודש » מאנטאג יוני 27, 2022 4:28 pm

· #503109
Re: וואס איז אייער בעסטע פילם?
The seventh seal

מתבודד » זונטאג דעצעמבער 11, 2022 9:07 pm

· #513647
לעצטנס זיך אנגעשטוסן אין א טערקישער TV show פון וואס מיר האבן זייער הנאה געהאט.
yeter רעדט זיך איבער א פרוי וואס איז געפאלן אין ליבע און געהייראט א הויכגעשעצטע כירורג, אבער אין די זעלבע צייט א ביטערע נארסיסיסט וואס מאכט איר חרוב דאס לעבן, זי פרובירט זיך ארויסצוזען פון די מעריזש דורך די הילף פון יוגנט פריינט, אבער אלע פלענער ווערן צושטערט דורך זיינע פסיכאלאגישע מאניפולאציעס...

אויף סדרות איז עס דא מיט עברית סובטייטלס. (אין עברית: נישואים אפלים)

די שאו גיט אן ארומנעמנדער אריינבליק אין א גענצליכער פרעמדער קולטור און לאנד - איינס פון די סיבות פארוואס מיר האבן אזוי הנאה געהאט דערפון.
די שאו איז זייער רואיג און סאליד אן קיין גראפישע ווילדע אדער געשלעכטליכע סצענעס.

פארווע חסיד » מיטוואך פעברואר 8, 2023 4:35 pm

· #516751
קען מיר איינער זאגן מער איבער İstanbullu Gelin (הכלה מאיסטנבול)?

Cheim » זונטאג אפריל 2, 2023 8:03 pm

· #520410
Re: וואס איז אייער בעסטע פילם?
איך וואלט שטארק רעקאמענדירט די באקאנטע shutter island ממש א לייף טשענגער
נישט נאכקוקן קיין וויקיפעדיע פארן וואטשן

Sent from my Pixel using Tapatalk

טראפעלע » זונטאג אפריל 2, 2023 8:18 pm

· #520419
Cheim
איך וואלט שטארק רעקאמענדירט די באקאנטע shutter island ממש א לייף טשענגער
נישט נאכקוקן קיין וויקיפעדיע פארן וואטשן

Sent from my Pixel using Tapatalk
שכוח פאר די רעקאמענדאציע
פארוואס נישט קוקן אויף וויקיפעדיע פארדעם? ספוילערס?

Cheim » זונטאג אפריל 2, 2023 8:21 pm

· #520420
Re: וואס איז אייער בעסטע פילם?
טראפעלע
Cheim
איך וואלט שטארק רעקאמענדירט די באקאנטע shutter island ממש א לייף טשענגער
נישט נאכקוקן קיין וויקיפעדיע פארן וואטשן

Sent from my Pixel using Tapatalk
שכוח פאר די רעקאמענדאציע
פארוואס נישט קוקן אויף וויקיפעדיע פארדעם? ספוילערס?
בעסער ווען מען האט נישט קיין איינונג וואס דא גייט פאר....

Sent from my Pixel using Tapatalk

שערי יושר » דינסטאג אפריל 4, 2023 4:44 am

· #520657
Re: וואס איז אייער בעסטע פילם?
Cheim
איך וואלט שטארק רעקאמענדירט די באקאנטע shutter island ממש א לייף טשענגער
נישט נאכקוקן קיין וויקיפעדיע פארן וואטשן

Sent from my Pixel using Tapatalk
כאב עס געזעהן און כבין אוועק זייער צעמישט, וואס איז די פוינט פון די מאווי?

Sent from my SM-G996U1 using Tapatalk

פאליטיקאנט » דינסטאג אפריל 4, 2023 5:03 am

· #520660
Re: וואס איז אייער בעסטע פילם?
שערי יושר
Cheim
איך וואלט שטארק רעקאמענדירט די באקאנטע shutter island ממש א לייף טשענגער
נישט נאכקוקן קיין וויקיפעדיע פארן וואטשן

Sent from my Pixel using Tapatalk
כאב עס געזעהן און כבין אוועק זייער צעמישט, וואס איז די פוינט פון די מאווי?

Sent from my SM-G996U1 using Tapatalk
דאס איז די פאינט!
עס הייסט א "psychological thriller".

Cheim » מיטוואך אפריל 5, 2023 12:05 pm

· #520814
Re: וואס איז אייער בעסטע פילם?
א שטיקל הסברה לגבי די סוף....
https://youtu.be/1SiNL_02StY

אגב די פלאן פון די מאווי איז געווען אז יעדער גייט עס איבערקוקן צוויי מאל
https://www.reddit.com/r/movies/comments/mgq6lf/shutter_island_2010_was_made_to_be_watched_twice/?utm_source=share&utm_medium=android_app&utm_name=androidcss&utm_term=1&utm_content=share_button

Sent from my Pixel using Tapatalk

נעקסט לעוועל » זונטאג אפריל 9, 2023 5:59 pm

· #520928
Re: וואס איז אייער בעסטע פילם?
איינער מיט עפעס א אלטערנאטיווע פאר בלעקליסט?
גוגל סוירטשעס האט מיר נישט צופיל געהאלפן, אלעס לויפט אויף די זעלבע שניט, איך דארף עפעס פריש, עפעס וואס העט מיר אראפ שמידן פאר עטליכע חדשים…

סאנטיאגא » זונטאג אפריל 9, 2023 6:37 pm

· #520930
נעקסט לעוועל
איינער מיט עפעס א אלטערנאטיווע פאר בלעקליסט?
גוגל סוירטשעס האט מיר נישט צופיל געהאלפן, אלעס לויפט אויף די זעלבע שניט, איך דארף עפעס פריש, עפעס וואס העט מיר אראפ שמידן פאר עטליכע חדשים…
דאס איז א טיווי שאו נישט קיין פילם. פרעג דא

שמן למאור » מאנטאג אפריל 10, 2023 12:56 am

· #520972
Cheim
איך וואלט שטארק רעקאמענדירט די באקאנטע shutter island ממש א לייף טשענגער
נישט נאכקוקן קיין וויקיפעדיע פארן וואטשן
שכח פארן רעקאמענדירן, כ'האב עס נארוואס פארענדיגט. אוי פארדרייט עס דעם קאפ. עס האט מיר געהאלטן געשפאנט ביז צום סאמען ענדע!

שערי יושר » מאנטאג אפריל 10, 2023 1:08 am

· #520986
Re: וואס איז אייער בעסטע פילם?
שמן למאור
Cheim
איך וואלט שטארק רעקאמענדירט די באקאנטע shutter island ממש א לייף טשענגער
נישט נאכקוקן קיין וויקיפעדיע פארן וואטשן
שכח פארן רעקאמענדירן, כ'האב עס נארוואס פארענדיגט. אוי פארדרייט עס דעם קאפ. עס האט מיר געהאלטן געשפאנט ביז צום סאמען ענדע!
נו וואס איז די סוף איז האט מען עם טאקע פארדרייט א קאפ אדער איז טאקע דער דאקטער?

Sent from my SM-G996U1 using Tapatalk

Cheim » מיטוואך מאי 24, 2023 5:47 pm

· #526011
Re: וואס איז אייער בעסטע פילם?
די סוף איז אז ער איז משוגע געווארן אין פראדוצירט א מעשה כדי זיך אליינס צו פארענטפערן....
קוק איבער א צווייטע מאל נאכ'ן כאפן די טוויסט

Sent from my Pixel using Tapatalk

Media » מיטוואך סעפטעמבער 6, 2023 12:12 am

· #535417
RED 2010 איז זייער געשמאק צו וואטשן... ווי אויך די צווייטע RED 2 2013

גוטע אקטיארן, און אייזענע קאמעדי!

פרנס החודש » מאנטאג פעברואר 12, 2024 12:32 am

· #549244
Re: וואס איז אייער בעסטע פילם?
1923Das Alte Gesetz

פרנס החודש » מאנטאג פעברואר 12, 2024 12:35 am

· #549245
Re: וואס איז אייער בעסטע פילם?
פרנס החודש #
1923Das Alte Gesetz
איך וואלט זייער געוואלט הערן וואס דער עולם זאגט דערצו
מען קען עס זען אויף יו טוב. עס האט פראצויזיש און דייטשע אונטערטיטלען עס ברויך נישט זיין שווער צו פארשטיין… מען קען גאר טענה׳ען אז עס איז אויף אידיש. עס איז א שטילע פילם אזויווי אלע גאר אלטע פילמען.

חכם עתיק » מאנטאג פעברואר 12, 2024 3:47 pm

· #549319
Re: וואס איז אייער בעסטע פילם?
איז דא ערגעץ ווי מען קען זעהן די ענטעבי פילם אויפן געוועב?

שפילער » מאנטאג פעברואר 12, 2024 9:46 pm

· #549384
Re: וואס איז אייער בעסטע פילם?
חכם עתיק #
איז דא ערגעץ ווי מען קען זעהן די ענטעבי פילם אויפן געוועב?
Telegram
בלאט: 1 2 3 4 5