א פילם קלוב פאר תוכנ'דיג און ארטיסטישע מאוויס
129 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14560
א פילם קלוב פאר תוכנ'דיג און ארטיסטישע מאוויס
איך וויל ווידמען די אשכול פאר פילמען וואס זענען ווי ערווענט אין די קעפל "ארטיסטיש און תוכנדיג". תוכנדיג איז גרינג מגדיר צו זיין, תוכן מיינט אז ווען מען ענדיגט וואטשן גייט מען אוועק מיט א נייע דערעהער און לעבן, א נייע בליק אדער פערספעקטיוו אויפ אן הינזיכט פונעם לעבן.
ארט איז שווער מגדיר זיין וואס גייט אלס ארייו אין ארטיסטישע פילמען, ווייל אין א געוויסע זון האט א יעדע קאמערציאלע פילם א געוויסע ארט צו זיך. לאמיר אנפאנגן א מינוט פריער וואס איז די דעפיניציע פון ארט ?
גוגל ווערטער בוך זאגט:
The expression or application of human creative skill and imagination, typically in a visual form such as painting or sculpture, producing works to be appreciated primarily for their beauty or emotional power.
און אידישע איבערזעצונג:
"דער אויסדרוק אדער אפליקאציע פון מענטשליכע שעפערישע סקיללס און פאנטאזיע, געווענליך אין א וויזשאוואל פארעם ווי מעלעריי אדער סקולפטור, וואס פראדוצירן ווערק צו זיין אפריעשיעטעד פאר זייער שיינקייט אדער עמאציאנעל מאכט".
באמת קען מען זאגן אז ארט איז כולל קאמעדי און אקציע פילמן, נעמליך, קאמעדי איז אויך אן אויסדריק אדער אפליקאציע פון מענטשליכע קריעטיוויטי און דמיון, וואס ווערט אפריעשיעטעד פאר איר עמאציענאל מאכט (פון לאכעריי). די זעלבע קען מען זאגן אויף אלגעמיינע אקציע און דראמא פילמן , עס איז אן אויסדריק אדער אפליקאציע פון מענטשליכע קריעטיוויטי און דמיון, וואס ווערט אפריעשיעטעד פאר איר עמאציענאל מאכט (פון thrill, suspense, and drama) און עס איז לכאורה ריכטיג. אבער איך וויל ווידמעןן די אשכול און פילם קלאב פאר אביסעל א טיפערע ארט, נישט מאוויס וואס איר גאנצע קריעטוויטי איז מיך אנצוצוען (drama) אדער מיך מאכן גוט לאכן (comedy) אדער שפילן מיט מיין נייגונוג פאר ראמאנס איך רעד פון טיפערער סארט ארט וואס האט אן אנדערע סארט אימפעקט אויפן מענטש.
ואחרי בינותי וויל איך עס מגדיר זיין אזוי עס ברויך האבן איינע פון די דריי קאמפאנענטס
מען ווערט טיף באיינדרוקט פון איר:
א. פון איר עמאציאנעלע מאכט. (וואס געווענליכע דורכשניטליכע קאמעדיע, ראמאנס, און דראמא, האבן נישט אין זיך)
ב. פון איר שיינקייט, הערליכקייט, און יצירה.
ג. פון א געוויסע טאלאנט ווי מוזיק אדער עקטן וכדו' .
ואיך וואלט מציע געווען אז מען זאל ארויפלייגן יעדע מוצאי שבת א מאווי, יעדער פון די חברים דא איז מכובד ווען ער שטויסט זיך אן מיט אזא פילם וואס קומט נאך טייל פון אויבן דערמאנטע פרטים צו עס ארויפלייגן מוצאי שבת וכל הקודם זכה. און דער נעקסטער זאל ווארטן פאר די קומענדיגע מוצאי שבת. איך וויל פרעגען דעם עולם צו דער עולם איז in ?? צווייטע, שאלה, צו איז איין מאווי א וואך צו ווייניג, אדער צו סאך?
וסימן זה נתון בידכם אויב איז די פילם אזאנס וואס באאיינדרוקט אייך אזוי שטארק אז איר טראכט נאך פון איר א פאר טאג נאכדעם און איר רעקאמענדירט עס פאר חברים לדעה, איז עס א מאווי וואס באלאנגט דא.
נאך איין נקודה עס מוז זיין א מאווי, וואס איז נישט צו לאנגוויליג (אפילו עס איז זייער ארטיסטיש), און האבן א סקאר העכער פון 6.5 אויף IMBD. מען ברויך ארויפליין א פיקטשער פון די מאווי, א קורצע איבערזיכט (50-100 ווערטער) אן קיין ספוילערס און אפשר פארוואס מען איז איבערצייגט אז עס איז ווערט די צייט.
כ'בין זיכער א בעלן אויף אזא קלאָב, אבער אויב שטעלט מען זיך אויף "בעאיינדרוקט" איז דאס זייער סוביעקטיװ. יעדעם כאַפּט עפּעס אַנדערש.
געװענלעך װער איך צום מערסטנס באַאיינדרוקט פון א פילם מיט א גוטע דיאַלאָג. און אויב דער שמועס האט אַן אינטערעסאַנטער תוכן איז נישט עכט קיין נ"מ אונטער װאָסערע קאַטעגאָריע ס'גייט אריין. אפי' עֶקשן אדער װעסטערן קענען זיין תוכנדיג; כאָטש מסתמא זעלטענער.
די סקאר אויף IMBD איז נישט קיין גוטע װעג צו מעסטן, לפי דעתי העניה
נאָך א פראַגע, צו זאָל מען זיך פאַרלייגן בלויז אויף געװיסע שפּראַכן? אדער אויב פארמאָגט עס ענגלישע אונטערקעפּלעך איז עס שוין מותר לבוא בקהל...
נאך איין הערה, לדעתי זאָל בעפאָרצוגט װערן א פילם װאס מ'קען זעהן אומזיסט. נישט יעדער האט צוטריט צום פליקנדער נעץ אדער אנדערע זייטלעך װאו מ'דארף א סובסקריבשן וכדו'
נו, ווען פאנגט זיך עס אן ?
Movie Club
ואיך וואלט מציע געווען אז מען זאל ארויפלייגן יעדע מוצאי שבת א מאווי, יעדער פון די חברים דא איז מכובד ווען ער שטויסט זיך אן מיט אזא פילם וואס קומט נאך טייל פון אויבן דערמאנטע פרטים צו עס ארויפלייגן מוצאי שבת וכל הקודם זכה. און דער נעקסטער זאל ווארטן פאר די קומענדיגע מוצאי שבת. איך וויל פרעגען דעם עולם צו דער עולם איז in ?? צווייטע, שאלה, צו איז איין מאווי א וואך צו ווייניג, אדער צו סאך?
נו, ס'איז מוצ"ש, כ'װיל זיין דער נחשון מיט עטלעכע פילמען אין געדאנק, בינעך אבער נישט אזוי זיכער אויב ס'גענוג ארטיסטיש פאַרן קלאָב...
כ'בין in,
איין מאווי א וואך איז לדעתי נישט צו סאך, אין א געװענלעכע װאָך. פאַר מיר פּערזענלעך איז צװיי, דזשאָסט דע רייט אַמאַונט...
העמער װאַרטן צו הערן װאס דער איבריגער עולם האלט
כהאב ליב די איידיע, I am in
@נייגעריגער ווארט נישט אויף מר
@Movie Club לייג ארויף אן איבערזוכט און א בילד פונעם וואכעדיגן מאווי.
נײגעריגערMovie Club
ואיך וואלט מציע געווען אז מען זאל ארויפלייגן יעדע מוצאי שבת א מאווי, יעדער פון די חברים דא איז מכובד ווען ער שטויסט זיך אן מיט אזא פילם וואס קומט נאך טייל פון אויבן דערמאנטע פרטים צו עס ארויפלייגן מוצאי שבת וכל הקודם זכה. און דער נעקסטער זאל ווארטן פאר די קומענדיגע מוצאי שבת. איך וויל פרעגען דעם עולם צו דער עולם איז in ?? צווייטע, שאלה, צו איז איין מאווי א וואך צו ווייניג, אדער צו סאך?
נו, ס'איז מוצ"ש, כ'װיל זיין דער נחשון מיט עטלעכע פילמען אין געדאנק, בינעך אבער נישט אזוי זיכער אויב ס'גענוג ארטיסטיש פאַרן קלאָב...
כ'בין in,
איין מאווי א וואך איז לדעתי נישט צו סאך, אין א געװענלעכע װאָך. פאַר מיר פּערזענלעך איז צװיי, דזשאָסט דע רייט אַמאַונט...
העמער װאַרטן צו הערן װאס דער איבריגער עולם האלט
נייגעריגער, Go ahead and post your movie. דארפסט נישט זיין "
זיכער "אז עס איז גענוג ארטיסטיש, ווי לאנג די ביזט מסופק אז עס קען אריינפאלן אין די קאטעגאריע איז עס גענוג גוט...
נו גוט...
די ערשטע הצעה:
Madrid, 1987 (2011)
שפּראַך: שפּאַניש
לאַנד: שפּאַניע
דראַמע
מ'זעהט אומצענזורירטע אנטבלויזטע גופים
https://tubitv.com/movies/417676/madrid-1987?start=true
6,3 אויף IMBD
https://www.imdb.com/title/tt1760980/?ref_=vp_back
געשריבן און דירעקטירט דורך David Trueba https://en.wikipedia.org/wiki/David_Trueba
שטאַרקע געדאַנקען איבער דזשורנאַליזם און געזעלשאַפט. געװיסע נקודות האבן מיר זיכער געמאכט שטארק טראכטן איבערן אל תשליכנו און נאך עקזיסטענציאָנעלע פראַגן. כ'בין נייגעריג װאָס אנדערע אידן דא האבן צו זאגן דערויף.
א זאַץ װאָס איז מיר געפעלן:
Meeting people you admire is the first step towards not admiring them any more
איך וויל בעטן, אז מען זאל דאס ארויפלייגן אויף גוגל דרייוו, פאר די הייליגע געבלאקטע אזוי ווי מיר, אז מיר זאלן אויך קענען נהנה זיין דערפון.
יישר כח.
אז דו ווילסט עס זעהן קענסטו אראפ נעמען די פילטער אינגאנצן, ס'יז ריין חזעריי למהדרין מן המהדרין, ווי בין איך דא, אין פאליש???
איך וויל האבן א פילטער און זיין געבלאקט פון שמוץ, אבער ס'איז דא זאכן וואס איך וויל זען און מיין פילטער לאזט עס נישט דורך. דאס זענען איינע פון די זאכן.
איך קען פארשטיין סמבטיון'ס ווייטאג און פארוואס ער שפירט אז די פילם איז חזריי למהדרין מן המהדרין, די מאווי קען כמעט אריין גיין אין די עראטיק קאטעגאריע. אפשר איז כדי צו זיין מער פארזיכטיג און סענסעטיוו צו די פרומערע עולם דא און נישט ארויפלייגן אזעלעכע סארט פילמ'ן וואס איז עראטיק אדער קרוב צו דעם.
האבענדיג דעס געזאגט, וועל איך אויסדריקן מיינע געפילן וועגן די מאווי, די בעסטע סצענע איז געווען ווי ער ווייזט איר א מאווי און דמיון און פארציילט איר די מעשה מיט די קינד וואס האט נישט געוואלט ארויסגיין פון זיין בעט, עס איז נאר א שאד אז ער האט נישט גענדיגט די מעשה, און אז איינער קען זאגן א פירוש וואס ער האט געוואלט זאגן מיט די מעשה וואלט איך געקענט באשטיין צו הערן.
עס איז איז דא אסאך גוטע ליינס, די סקריפט איז גאר גוט, אייינס וואס איז מיר געפאלען איז "The Spanish drink to loosen up , the British drink to kill themselves" נאך איינס" Life is the "perfect way to sabotage a dream. בכלל ווי ער לייגט אראפ Old Age VS young age איז מייסטערהאפטיג מיט אסאך גוטע ליינס, אבער אלעס זייער דיפרעססינג. איך בין זיכער אז עס איז דא מער א פאזעטיוו וועג ווי אזוי צו קוקן אויפ Old age, לייפ איז נאט עבאוט סעקס, די זעלבע ווי עס איז נאט אבאוט פלייש און וויין.
בנוגע די message פון די מאווי בין איך אביסעל נבוך וואס איז די Bottom line, עס קוקט מיר אויס ווי ער האט איר פרובירט מסביר זיין אז געשלעכט איז נישט קיין גרויסע זאך , און פאר אים מיינט עס אסאך, און פאר איר איז עס סך הכל געבן איר גוף, קוקט אז זי האט עס אפגעקויפט. פון די אנדערע זייט פארשטיי איך נישט וואס איז די געשמאק פון האבן סעקס מיט איינער וואס וויל דיך עכט נישט.
בענדזשאמין פרענקליןפון די אנדערע זייט פארשטיי איך נישט וואס איז די געשמאק פון האבן סעקס מיט איינער וואס וויל דיך עכט נישט.
ווען דו וועסט עלטער ווערן וועסטו פארשטיין
ישעיהווען דו וועסט עלטער ווערן וועסטו פארשטיין
בענדזשאמין פרענקלין וועל איך אויסדריקן מיינע געפילן וועגן די מאווי, די בעסטע סצענע איז געווען ווי ער ווייזט איר א מאווי און דמיון און פארציילט איר די מעשה מיט די קינד וואס האט נישט געוואלט ארויסגיין פון זיין בעט, עס איז נאר א שאד אז ער האט נישט גענדיגט די מעשה, און אז איינער קען זאגן א פירוש וואס ער האט געוואלט זאגן מיט די מעשה וואלט איך געקענט באשטיין צו הערן.
עס איז איז דא אסאך גוטע ליינס, די סקריפט איז גאר גוט, אייינס וואס איז מיר געפאלען איז "The Spanish drink to loosen up , the British drink to kill themselves" נאך איינס" Life is the "perfect way to sabotage a dream. בכלל ווי ער לייגט אראפ Old Age VS young age איז מייסטערהאפטיג מיט אסאך גוטע ליינס, אבער אלעס זייער דיפרעססינג. איך בין זיכער אז עס איז דא מער א פאזעטיוו וועג ווי אזוי צו קוקן אויפ Old age, לייפ איז נאט עבאוט סעקס, די זעלבע ווי עס איז נאט אבאוט פלייש און וויין.
בנוגע די message פון די מאווי בין איך אביסעל נבוך וואס איז די Bottom line, עס קוקט מיר אויס ווי ער האט איר פרובירט מסביר זיין אז געשלעכט איז נישט קיין גרויסע זאך , און פאר אים מיינט עס אסאך, און פאר איר איז עס סך הכל געבן איר גוף, קוקט אז זי האט עס אפגעקויפט. פון די אנדערע זייט פארשטיי איך נישט וואס איז די געשמאק פון האבן סעקס מיט איינער וואס וויל דיך עכט נישט.
א שיינעם דאנק מר הונדערטער פאר אייער תוכנפולע איבערזיכט! כ'װיל װארטן מיט מיינע צװיי צענט ביז אנדערע װעלן מגיב זיין
אבער אויף אייער ערשטע נקודה
בענדזשאמין פרענקליןאיך קען פארשטיין סמבטיון'ס ווייטאג און פארוואס ער שפירט אז די פילם איז חזריי למהדרין מן המהדרין, די מאווי קען כמעט אריין גיין אין די עראטיק קאטעגאריע. אפשר איז כדי צו זיין מער פארזיכטיג און סענסעטיוו צו די פרומערע עולם דא און נישט ארויפלייגן אזעלעכע סארט פילמ'ן וואס איז עראטיק אדער קרוב צו דעם.
פילעך אביסל אומבאַקװעם. כ'בין א שטאַרקע מתנגד פון צענזור בכלל, און נאָכמער װען מ'רעדט פון אַרט - װאס ביי דעפינישן איז צענזורירטע אדער קאנטראלירטע קונסט א דבר והפיכו לפענ"ד
כ'קען אבער אויך זעהן די װערט פון נישט אויסשליסן דעם פרומערן עולם. אלזא אויב נאך קלאָב-מיטגלידער װעלן זיך זייטיגן מיט א פרישע תקנה פון "נישט עראָטיקע", בין איך מבטל דעתי און כ'װעל זיך צושטעלן
איך האב אנגעהויבן צו קוקן, און אויפגעהערט נאך א מינוט. פאר מיר איז סאבטייטלס נישט גענוג, עס נעמט אוועק די גאצע טעם און געשמאק. לענ"ד זאל מען זיך האלטן צו ענגליש.
די עצם געדאנק פונעם קלאב איז גאר גוט.
קודם א דאנק מר.
@נייגעריגער פארן ארויפשטעלן די ערשטע מאווי. אפאר נקודות:
א. איך עגרי אז אויב מען קען, זאל מען אוועקשטיין פון עראטיקע, אפילו נאר צו האבן מער מעמבערס אין די קלוב איז עס כדאי. סאיז נישט אז עס פעלט ארטיסטישע מאוויס וואס זענען נישט אין די עראטיקע זשאנרא.
ב.
@יעקב מעקסוועל, עס לוינט זיך אנפאנגן צו צוגעווינען צו זען און הנאה האבן פון מאוויס מיט סובטייטלס. איך קען זאגן אז טייל פון מיין 10 בעסטע מאווי ליסט איז דא א שיינע פאר מיט סובטייטלס, איך האב אויך אמאל געהאט די געוווינהייט פון נישט קענען הנאה האבן פון מאוויס מיט סובטייטלס, ביז איך בין געקומען צו די החלטה אז עס איז סך הכל א מענטעל בלאקעדזש וואס איז גרינג איבערצוקומען (און עס לוינט זיך).
ג.
@בענדזשאמין פרענקלין איך מיין די כוונה מיט די מעשה איז א משל פאר זייער זיין איינגעשפארט אין בית הכסא, וואס קודם וויל מען נישט דארט זיין און מען טוט אלעס ארויסצגיין פון דארט (ווי די עלטערן האבן געטוען אלעס דאס קינד זאל שוין ארויסגיין פון זיין בעט) און נאך א שטיק צייט געוווינט מען זיך צו און מען וויל שוין נישט ארויסגיין, אוי ווי די ווארעם וואס עסט זיך אריין אין די חריין, און ווען דער בעל הבית קומט אן און עפענט די טיר ווערן זיי כמעט דיסעפונטעט (אזוי ווי די עלטערן אנשטאט צו זיין פרייליך אז די קינד איז ארויס פון זיין בעט זענען זיין געווארן אנטוישט), כנלענ"ד.
עטלעכע הגהות, כפי מסת הפּנאי:
בענדזשאמין פרענקליןדי בעסטע סצענע איז געווען ווי ער ווייזט איר א מאווי אין דמיון און פארציילט איר די מעשה מיט די קינד וואס האט נישט געוואלט ארויסגיין פון זיין בעט, עס איז נאר א שאד אז ער האט נישט גענדיגט די מעשה, און אז איינער קען זאגן א פירוש וואס ער האט געוואלט זאגן מיט די מעשה וואלט איך געקענט באשטיין צו הערן.
דאַכט זיך אז דאס נישט ענדיגן איז בכװנה, אזוי װי זייער ערפארונג האט זיך פּלוצלונג געענדיגט אומגעראָכטן.
דער פּירוש האב איך געטראכט ענליך צו מר MovieClub, אז מ'געװאוינט זיך אזוי צו צו אלעם בייזן אזש מ'קען שוין בעצם נישט פארנעמען די ישועה װען ס'קומט שוין ענדליך אָהן. (ע"ע חרדיזם...)
בענדזשאמין פרענקלין
בנוגע די message פון די מאווי בין איך אביסעל נבוך וואס איז די Bottom line
כ'בין נישט זיכער אויב ס'האט א קלאָרע מוסר השכל, אויב עפּעס ברענגט עס ארויס װי אומאויסגערעכנט ס'לעבן איז, און באמת קען אפשר זיין דער ס"ה אז ס'נישטאָ קיין ס"ה. "נאַטינג ריעלי מעטערס"...
בענדזשאמין פרענקלין
פון די אנדערע זייט פארשטיי איך נישט וואס איז די געשמאק פון האבן סעקס מיט איינער וואס וויל דיך עכט נישט.
מ'קען זאגן אז ס'נישט ממש זי װיל עכט נישט. װען זי װיל װען באמת נישט, װאלט זי נישט געגאנגען צום הייזל מעיקרא. זי איז עם זייער מעריץ, און למעשה סוכ"ס איז זי די װאס באַשלוסט זיך איבערצוגעבן - אפשר טאַקע װיבאַלד ער האט שוין אויפגעגעבן און יעצט איז עס אינגאנצן איהר החלטה?
(פון די אנדערע זייט איז ער אביסל צו צודריגנלעך, כ'בין מודה אז כ'האב זיך געפילט אביסל אומבאקװעם. אין א ריעל-לייף סיטואַציע איז עס מסתמא נישט אין ארדענונג; די פּאַוער אומבאַלאַנס וכדו')
זייער אסאך גוטע ליינס אינעם פילם, אט איז נאכאיינס:
איך רעד נאר װעגן זיך, אפי' װען כ'רעד װעגן אנדערע איז עס אויך װעגן זיך א שטארקע אמת, די בעסטע שרייב ארבעט איז װען ס'איז פּערזענלעך
איך בעט נאכאמאל, אויב איינער קען דאס ארויפשטעלן פאר די צענזורירטע, א לינק.
תודה.
ס'טוט מיר באַנג אז כ'קען אייך נישט העלפן, אפשר פרעגט אין "אחיעזר", אדער "טעכנאלאגיע" אויב איר ברויכט הילף װי אזוי אויסקרויזן א פילטער
אויך װיל איך צולייגן אז אױך די עקטינג איז עפּעס געװאלדיג אינעם פילם
ס'שוין נאכאמאל מוצ"ש, האפנטלעך װעט עמיצער זיך נעמען די מיה די װאָך. כ'װיל נישט זיין דער איינציגסטער מציע. מע פארלירט אויסװאַל און קאָליר לדעתי, אויב דער זעלבער פּאַרשוין איז כסדר דער פאָרשלאָגער.
װער רופט זיך אָהן װאַרעם?
אז עס איז נישט דא קיין צווייטער, איז ענדערש אז די זעלבער פון לעצטע וואך זאל ארויפלייגן נאך איינס, ווי איידער מ’זאל גארנישט ארויפלייגן.
CLOUDS
איך וועל פארשלאגן א פילם וואס איך האב געזעהן א צייט צוריק עס הייסט Clouds. עס איז איבער די אמת'ע געשיכטע פון א אינגער מוזיקאנט (שפילער, זינגער, קאמפעזירער) וואס סטראגעלט מיט Cancer און די מיינוג פון לעבן. איך מיין אז די פילם איז גאר תוכנ'דיג, עס האט געהאט א משונה'דיע אימפעקט אויף מיר, עס איז פון די פילמס וואס וועט אייך בלייבן אין די ביינער פאר א לאנגע צייט. חוץ מזה איז די עקטן נעקסט לעוועל, איך וואלט די מאווי באווארפען מיט 7 אסקארס.
גרייט אייך צו א באקס טישוס און אן אימאשענעל רייד.
Re: א פילם קלוב פאר תוכנ'דיג און ארטיסטישע מאוויס
,עס קליקט זיך נישט אפשר שיקסטו די לינק עקסטער?
Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk
קנדה,עס קליקט זיך נישט אפשר שיקסטו די לינק עקסטער?
Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk
https://123moviesfree.net/movie/clouds- ... ching.html
געב א קליק אויפ די פלעי אייקאן, עס וועט זיך אויף עפענען א נייע ווינדאו, פארמאך גלייך די נייע ווינדאו, און קליק נאכאמאל אויף די פלעי צייכן און צום צווייטן מאל וועט עס ארבעטן. א בחינה ווי דער בעל תפילה וואס מען דארף אים צושיקן צוויי מאל איידער ער בעט זיך איבער און גייט צו.
אין די װירטואַלע סאציאלע װעלט איז די פילם באַקאַנט פאר די בכיות װאס סע האט גורם געװען אויף טיק-טאַק...
Official Trailer
https://www.youtube.com/watch?v=OWEgUhWU4g4
די ענדע סצענע: https://www.youtube.com/watch?v=HM9TLvS9lx4
די פולע ניגון אויף װאס די נאמען איז באזירט: https://www.youtube.com/watch?v=Ed3wIH1leLc
װען די פילם איז ארויסגעקומען איז דער ליד פאר א װיילע געװען נומער 1 אויף איי-טונ'ס, (צום צװייטן מאָל), זיבן יאָר נאכן מחבר'ס טויט
7,5 אויף IMDb
https://www.imdb.com/title/tt6473066/?ref_=ev_nom
די פילם איז אייזן שטארק, עס האט מיר געקאסט אפאר טרערן פאר א גוטע צוועק. האט זיך געלוינט די אשכול פאר דעם אליין.
עס איז דא דערין פריינדשאפט און ליבע פון אן אנדערע וועלט, א ריינקייט וואס מען זעט נישט ווען מען מיינט די מינוט איז נישט וויכטיג, אן אפנקייט וואס איז שווער צו האבן ווען מען מיינט עס איז נאך דא אסאך צייט.
הלוואי זאל מיר עס בלייבן אין די ביינער פאר אזוי לאנג ווי איך האב.
You don't have to find out you are dying to start living
אבשלום בן מעכהאיך וויל האבן א פילטער און זיין געבלאקט פון שמוץ, אבער ס'איז דא זאכן וואס איך וויל זען און מיין פילטער לאזט עס נישט דורך. דאס זענען איינע פון די זאכן.
אבשלום בן מעכה: מ'קען נישט אייביג האבן צוויי פארקערטע זאכן אין איין, און די זעלבע צייט. אדער ווילסטו האבן א גוטן פילטער וואס זאלל דיך פראטעקטן פון שמוץ. דאמאלס קענסטו נישט קוקן א פילם וואס האט אפן חזר'ישע סצענעס און בילדער. מעג עס זיין ווי אינטרעסאנט. ווידער אויב דו ווילסט עס דווקא זעהן און נאך אזעלכע און ענליכע זאכן וועלכע זענען מלובש אין אינטרעסאנטקייט. דאמאלס דארפסטו נישט קיין פילטער...!
איך האב געהאט אן ענליכן ארגומענט מיט מיינעם א באקאנטן. (מיין באס רבי.) איך פלעג צו קויפן אזעלכע פיינע און ערליכע מאגאזינען ווי משפחה. און אנדערע. ער איז אבער געווען א הייליגער איד. ער האט מיר געזאגט אז ביי איהם אין שטוב קומט נישט אריין קיין שום צייטונגען אדער מאגאזינען. ער האט אבער אייביג געכאפט א בליק אריין אין די סחורה וואס איך האב געקויפט. האביך איהם איינמאל געפרעגט..."מה נפשך. אויב דו האלטסט אז מ'טאר עס נישט ליינען דאמאלס וואס גנב'עסט דו אייביג א בליק אריין. אויב מ'מעג יא. גיי ארויס און קויף"...!
די פילם איז איום ונורא, אילו לא בא אשכול זו אלא בשביל פילם זו דיינו, עס איז בעסער ווי זיבן יאר מוסר. א לענגערע תגובה וועט נאכקומען אי״ה ווען די צייט וועט ערלויבן.
צוליב די שרעקליכע טראגעדיע וועט מען די וואך נישט ארויסלייגן קיין מאווי, דאס איז אונזער וועג ווי אזוי מיר נידערן די פאן-flag אויף האלב.
berlbalagulehאבשלום בן מעכהאיך וויל האבן א פילטער און זיין געבלאקט פון שמוץ, אבער ס'איז דא זאכן וואס איך וויל זען און מיין פילטער לאזט עס נישט דורך. דאס זענען איינע פון די זאכן.
אבשלום בן מעכה: מ'קען נישט אייביג האבן צוויי פארקערטע זאכן אין איין, און די זעלבע צייט. אדער ווילסטו האבן א גוטן פילטער וואס זאלל דיך פראטעקטן פון שמוץ. דאמאלס קענסטו נישט קוקן א פילם וואס האט אפן חזר'ישע סצענעס און בילדער. מעג עס זיין ווי אינטרעסאנט. ווידער אויב דו ווילסט עס דווקא זעהן און נאך אזעלכע און ענליכע זאכן וועלכע זענען מלובש אין אינטרעסאנטקייט. דאמאלס דארפסטו נישט קיין פילטער...!
איך האב געהאט אן ענליכן ארגומענט מיט מיינעם א באקאנטן. (מיין באס רבי.) איך פלעג צו קויפן אזעלכע פיינע און ערליכע מאגאזינען ווי משפחה. און אנדערע. ער איז אבער געווען א הייליגער איד. ער האט מיר געזאגט אז ביי איהם אין שטוב קומט נישט אריין קיין שום צייטונגען אדער מאגאזינען. ער האט אבער אייביג געכאפט א בליק אריין אין די סחורה וואס איך האב געקויפט. האביך איהם איינמאל געפרעגט..."מה נפשך. אויב דו האלטסט אז מ'טאר עס נישט ליינען דאמאלס וואס גנב'עסט דו אייביג א בליק אריין. אויב מ'מעג יא. גיי ארויס און קויף"...!
הער מיר אויף צו דזשאדזשן און אויפקלערן. איך דארף די ווידאו. קענסט עס מיר דראפבאקסן אדער גוגל-דרייוון? - אדער נישט. זאג מיר נישט וואס איך דארף טון פאר מיין רוחניות אדער נישט. פארשטאנען?
ניין. כ'האב נישט פארשטאנען. און כ'וויל נישט פארשטיין. ס'איז דא א מאמר החכם..."אי אפשר לאחוז את החבל בשתי ראשיו"...! קיינער הייסט דיר נישט וואס צו טון. אבער פאפ דיך
נישט אליין...!
אזוי ווי כ'האב געזאגט פריער. דו קענסט נישט האבן א פילטער און עס אויסקרויזן ווען פאר דיר איז גוט. דאמאלס האסטו א פנים ווי א כעלעמער. דו נארסט דיך אליין...!
איך בין נישט א ל"ו צדיק. איך האב נישט קיין פילטער. אבער איך וועלל קיינמאל נישט קוקן א קליפ וואס האט אפן חזיר'ישע סצענעס. מעג עס זיין ווי אינטרעסאנט. איך האב בכלל נישט קיין יצר הרע צו דעם...!
נאך מער. צומאל ליגט א וויירוס באהאלטן אין דעם. און ווען דו מאכסט עס אויף הרג'עט עס אוועק דיין קאמפיוטער. און ווען דו גייסט עס אויסקלינען זעהט א יעדער וואס דו האסט געקוקט. אדער געוואלט קוקן. אוי לאותה בושה...!
יא. ווען איינער האט א קינד אין שטוב מוז ער האבן א פילטער... ווייל דאס שלעכטס קומט פון זיך אליין ארויף. מ'דארף עס נישט גיין זוכן. און א קינד האט נישט דעם שכל און אחריות דאס אפצו ווישן. אבער א דערוואקסענער, נארמאלער מענטש האט בכלל נישט קיין תאוה צו די שמוציגע זאכן. מ'נוצט דעם אינטערנעט און יו טוב פאר נוצליכע אינפארמאציע...!
berlbalagulehניין. כ'האב נישט פארשטאנען. און כ'וויל נישט פארשטיין. ס'איז דא א מאמר החכם..."אי אפשר לאחוז את החבל בשתי ראשיו"...! קיינער הייסט דיר נישט וואס צו טון. אבער פאפ דיך
נישט אליין...!
דו קומסט מיר פאר ווי דער אלטע שוויגער וואס גיבט פארצייטישע אומגעבעטענע עצות פאר דער יונגער איידעם.
דו ביסט שוין אן אלטער ק.... ארויס פון דער עידזש, דיין תאוה האסטו שוין פארלוירן, און דו האסט זעט אויס שוין אפילו פארגעסן ווי אזוי ס'שפירט אין די יונגע יארן. די דיסקאשן איז נישט פאר דיך, אזוי ווי יענער זאגט "נישט פאר קיין ערוואקסענע"... איך ווייס נישט צו די האסט נאך בכלל לייסנס דערפאר... וד"ל...האסט שוין פארגעסן ווי אזוי דו האסט געהאצקעט אין די יונגע יארן... דעמאלס איז נאכנישט געווען די אלע טעכנעלאגיע, וואס? - קום מיר נישט אויפשטיין און אראפקוקן פון אויבן אויף מיר, און זאגן "איך וואלט נישט געקוקט, איך וואלט יא געקוקט"...
און אפילו אויב דו וואלסט געווען א יונגערמאן, מיט מיינע באדערפענישן און פילינגס און אלעס... ווער ביסטו מיר צו זאגן?! - דו ווילסט זיין שטארק און נישט קוקן, דעמאלס קוק נישט. איך וויל יא! - איך וויל זיך פאפן! - לעב און לאז לעבן! האסטו געהערט א מעשה?!
איך בעט א טובה, קענסטו עס טון איז גוט, און אז נישט, דאן טוה נישט. קום מיר נישט זאגן מוסר מיט הדרכה, וואס איך דארף טון. פאר דעם זענען מיר אוועק פון אייוועלט. איך וויל לעבן מיין לעבן ווי אזוי איך וויל, טייל מיר נישט איין וואס צו טון, ביסט נישט גאט'ס פאליציי.
אויב איר פארשטייט נישט, דאן טוט אייך אן די ברילן, מאכט דעם פעידזש אביסל גרעסער, אז איר זאלט קענען לעיזן וואס איך האב אייך אקאראשט געשריבן, אפשר וועט איר פארשטיין.
בקיצור, קען איינער דא דראפשאכטלען יענעם ווידאו?
איך בין זיכער אז איינער וואס טוט מיר דער טובה, וועט אים דער אויבערשטער צוריקצאלן כפל כפלים, און דער שכר דערויף איז זיכער גאר גרויס און הויך. איך זאג אים צו "עמי במחיצתי"!
זאג נאר , ראצערל, אביסעל רעספעקט פאר ר' בערלן וואלט נישט געשאט, חוץ פון דיינע חאזרישע פאנטאזיעס האסטו גארנישט צוגעגעבן צו דעם מקום, מה שאין כן ר' בערל וואס איז פון אונזענע לייבן נאך פאר קאווע שטיבעל איז געווארן די קלאב פון די אלע לינקע אויפגעקלערטע שקצים.
א דאנק
וואס האסטו געזאגט אויף מיר? - דו האסט געזען די לעצטע אשכולות וואס איך האב געעפנט?
Re: א פילם קלוב פאר תוכנ'דיג און ארטיסטישע מאוויס
שוין, רבותי די עולם איז צוטראגן און מ'כאפט נישט וואס מ'שרייבט. לאמיר זיך שנעל בארואיגן און געגאנגען ווייטער.
@Movie Club כ'מיין זאלסט יא ארויפברענגען א גוטע מאווי, זאל די עולם זיך אויסגעבן.
כ'װעל זיך ערלויבן צו מאכן א פּשרה: כ'רעספּעקטיר דעם פּותח'ס מהלך פון קלאגן מיטן נישט ארויסלייגן קיין מאווי די װאך, כ'קען אבער מער זעהן פאליטיקאנט'ס מיינונג.
ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר
יעקב מעקסוועלדי פילם איז אייזן שטארק, עס האט מיר געקאסט אפאר טרערן פאר א גוטע צוועק. האט זיך געלוינט די אשכול פאר דעם אליין.
עס איז דא דערין פריינדשאפט און ליבע פון אן אנדערע וועלט, א ריינקייט וואס מען זעט נישט ווען מען מיינט די מינוט איז נישט וויכטיג, אן אפנקייט וואס איז שווער צו האבן ווען מען מיינט עס איז נאך דא אסאך צייט.
הלוואי זאל מיר עס בלייבן אין די ביינער פאר אזוי לאנג ווי איך האב.
You don't have to find out you are dying to start living
די ווערטער וואס איך האב געמאכט באלד, איז די פונקטליכע דעסקריפציע פאר דאס ליד זעלבסט (לצד די פילם).
דא איז א לינק צו יוטוב ווי דער מחבר ז"ל זינגט עס.
עס גייט מיר נישט ארויס פון קאפ...
יישר כח
מען קען מסיח דעת זיין פון די טראגעדיע דורך מיטהאלטן דעם שיינעם מחלוקת ציווישן בערל בעל עגלה און אבשלום בן מעכה, גאנץ זיס מיטצוהאלטן.
סמבטיוןזאג נאר , ראצערל, אביסעל רעספעקט פאר ר' בערלן וואלט נישט געשאט, חוץ פון דיינע חאזרישע פאנטאזיעס האסטו גארנישט צוגעגעבן צו דעם מקום, מה שאין כן ר' בערל וואס איז פון אונזענע לייבן נאך פאר קאווע שטיבעל איז געווארן די קלאב פון די אלע לינקע אויפגעקלערטע שקצים.
א דאנק
סמבטיון: דער אבשלום בן מעכה דערמאנט מיך פון יענעם וואוילן איד וואס האט געגעסן א פעט שטיקל חזיר. און נאכדעם האט ער געזאגט.""ב"ה געווען א פיינע סעודה"...!
אבשלום בן מעכהוואס האסטו געזאגט אויף מיר? - דו האסט געזען די לעצטע אשכולות וואס איך האב געעפנט?
מיטן פולסטן רעספעקט, שרייבן אשכולות מאכט נאכנישט דעם עולם קלעבן צו דיר.
טיילן אביסל מער לייקס, איבערהויפט ווען איינער שרייבט דיר א גוט ווארט, וועט ברענגען געוואונטשענע רעזולטאטן.
מפיל קינד: ס'גנב'עט זיך מיר אריין א חשד אז אבשלום בן מעכה איז איינער פון די ניקס פון מנשה לוסטיג. אזוי זעהט מיר אויס פון דעם סטיל פון זיין שרייבן. און די פערזענליכע באליידיגונגען מיט וועלכע ער ווארפט זיך...!
מזל טוב, איך בין מנשה לוסטיג.
וואס איז, איך האב דיר אביסל געקיצלט אין נאז?
אוקעי, קען מען מאכן ריגעלע ריגעלע רוגז?! 😂
אלע צוזאמען: איך בין בכלל נישט ברויגז. נאר דער יונג (וואס רופטציך אבשלום בן מעכה ) איז מיר נישט געפעללן פון די ערשטע מינוט. זיין ערשטע תגובה איז אויך געווען לקנטר.
אפילו מ'זעהט נישט זיין פרצוף קענמען דערקענען זיין געמיינקייט פון דעם סטיל וויאזוי ער שרייבט...!
איך ווייס אז ס׳נישט מוצאי שבת, אבער דאס וואס איך וויל דערמאנען איז אייגנטליך נישט קיין מאווי, נאר א טיווי שאוי, (ס׳איז אן אמעריקאנער דראמא פון 2011) און די סיבה פארוואס איך טייל עס מיט דא איז ווייל ס׳האט מיר שטארק באאינדרוקט די מוסר השכל דערפון, און איך האלט אז ס׳האט וויכטיגע לעבנס-ווירדן איינצופלאנצן אין קינדער. אמאל ווען איך האב מורא געהאט די מוסד פון מיינע קינדער וועט זיי ארויסווארפן אויב זיי געפינען אויס, וואלט איך אוודאי נאר עס דערציילט פאר מיינע קינדער אויף א קלוגן אופן ווי א מעשה פון סיפורי מעשיות פון ר׳ נחמן, אבער אויב איינער דא האט א קינד וואס איז יא מער ברייט, קען די סעריע זיין גאר אינטערעסאנט. שפאנענד און באלערנד און א וועלט פון פאנטאזיע וואס פילט זיך ווי עכט. ס׳הייסט once upon a time און אויב ווילט איר פארברענגען quality time מיט אייער קינד, קען דאס זיין א גוטע אונטערהאלטונג ווייל ס׳נישט לאנגוויליג פאר ערוואקסענע און זייער ענדשויעבל פאר קינדער
berlbalagulehאלע צוזאמען: איך בין בכלל נישט ברויגז. נאר דער יונג (וואס רופטציך אבשלום בן מעכה ) איז מיר נישט געפעללן פון די ערשטע מינוט. זיין ערשטע תגובה איז אויך געווען לקנטר.
אפילו מ'זעהט נישט זיין פרצוף קענמען דערקענען זיין געמיינקייט פון דעם סטיל וויאזוי ער שרייבט...!
איך בין אויך נישט ברוגז - דו האסט א פראבלעם מיט מיר, נישט איך מיט דיר.
ווילסט עפעס הערן? - זעהענדיג אז דער עולם וויל מאכן פארגעסן דעם ארגומענט, בין איך שטיל געבליבן, וואס עפעס אנהאלטן קריגערייען, אבער אויב דו ציהסט ווייטער דעם שמועס, בין איך אויך דא מיט ביידע ארבל ארויפגעשארט. איך וועל זיך יעצט אפשטעלן דא, אבער מיין נישט אז איך שטעק איין מיין קאפ אין די פאנטאפל. א פייט גייט אויף ביידע וועגן, אויב דו ווילסט דאס, וועסטו באקומען דאס. אויב דו ווילסט זיך דא אפשטעלן, בכבוד גדול.
און פאר איך פארגעס... אויב דו ביסט נפגע געווארן פון די תגובה וואס איך האב געשיקט (בערך צוועלף תגובות ארויף), בעט איך דיר איבער. איך האב נישט געהאלטן אז דו וועסט אזוי שטארק נפגע ווערן. והיה שלום.
אבשלום בן מעכה:צוערשט ווילל איך דיר באדאנקען פאר דיין בעטן מחילה. אבער דו האסט א מאדנע וועג פון מאכן און אויסרופן שלום. אין די זעלבע צייט סטראשעסט דו אויך ווייטער מיט מלחמה.
אויב דו וועסט נאכקוקן מיין רעקארד (וואס א סאך דערפון איז געגאנגען אין אישי) וועסטו זעהן אז איך בין אויך נישט קיין מפיל קינד (נישט דער ניק) ווען ס'קומט צו פיהרן מלחמה. איך ענדזשוי , ב"ה א גוטן, זאפטיגן פייט פונקט אזוי ווי א צווייטער. אדער ווי חיים גראדע זאגט..."ווי א זשאבע אין די בלאטע"...!
נאר אונז זעמיר נישט געקומען אהער צו פיהרן מלחמות. אויך, איך האב מיך דערמאנט אין סאמע ברען פון די מלחמה/מלחמות דעם מאמר חז"ל וואס זאגט..."כל הבולם פיו בשעת מריבה"...! די גרויסקייט פון דעם...! דער פייט איז געגאנגען אזוי ווייט אז מיין בעל פלוגתא האט פארלוירן זיין ..."נערוו"... און ר'האט אנגעהויבן צו רעדן שטותים. און נישט צו דער זאך. האביך אפגעלאזט...!
בכל אופן. איך ווילל מיך בעז"ה ווייטער קאנצענטרירן אויף דעם תכלית פון קאווע שטיבל. אויסצודריקן מיין מיינונג אדער רעאגירן צו עניינים העומדים על הפרק. און אזוי ווי דו זאגסט..."והיה שלום"...!
דער אשכול איז פײן פאַרפאָרן, נו אבי מ'האט שוין געמאכט שלום 😃 דאס איז דער עיקר 👍
פאַר די װאָכעדיגע פילם בין איך מציע: (2004) The Final Cut
6,2 אויף imdb
https://www.imdb.com/title/tt0364343/
science fiction, thriller
זעהט דאָ אומזיסט (מיט עדס)
https://tubitv.com/movies/316457/the-fi ... start=true
ראַבין װיליאַמס דאַרף מען האָפנטלעך נישט פאָרשטעלן פאַרן עולם, ער שפּילט די הויפּט ראָלע אין א װעלט װאו ס'פארהאן די טעכנאָלאָגיע צו רעקאָרדירן אלעס װאס דער אויג זעהט. [צומאָל גליטשט עס און װייזט די געדאַנקען...]. א טראָסבאַרער מומחה נעמט דאָס נאָכן טויט, און שניידט דאס צו און איז דאס אזוי מגיה אז דער נפטר זאָל געדענקט װערן אין בעסטן ליכט לתּפארת המשפּחה הנשארים.
(בבחי' אחרי-מות, קדושים אמור).
דער פילם האט מיר געמאַכט טראכטן איבער װי װייט אונדזער קליין תּבל'ע האט זיך גערוקט - זאָגאַר בלויז פון װען מ'האט פּראָדוצירט דעם פילם ביז היינט, אָפּגערעדט - אין מיינע ביסל לעבנס-יאָרן, אין תּחום פון פּריװאַטקייט, ס'בליק אויף געװיסע פּראָמינענטע מענטשן (לעבעדיגע װי געשטארבענע); און בכלל װאס סע מיינט א זכרון. די אידענטיטעט װאס מענטשן שטעלן אהער לפנים אין פארגלייך צום אמתן תוכן, איז בלויז אנטפּלעקט פאר א באשיינפּערלעכן יודע מחשבות.
כ'פּרוביר שרייבן מיין איבערזיכט אָהן געבן ספּוילערס 😂, כ'האָף אז כ'טוה א גוטע ארבעט און כ'האף איר װעט הנאה האבן.
ישר ככחם נייגעריגער, וואס וואלט מען געטוען אן דיר?
סאיז כדאי צו-צולייגן א בילד ווען מען שטעלט ארויף די מאווי ישר ככחם.
א דאנק פארן ברענגען נייגעריגער.
עס האט נישט גערעדט צו מיר, נישט קלאר וואס מען וויל און וואס די ציל איז, איך האב אויך נישט געגליכן די ענדע. די עצם געדאנק איז יא גאנץ פיין.