☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אין וועלכע עפאכע וואלט איר געוואלט לעבן?

אין וועלכע עפאכע וואלט איר געוואלט לעבן?

46 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14177

מנחם ציון » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2020 3:17 pm

· #458467
אין וועלכע עפאכע וואלט איר געוואלט לעבן?
איך דריי מיך אסאך ארום מיט דער געפיהל פון “אויב איך קען ווען איבער שפילן מיין לעבן אין סיי וועלכע תקופה וועלכע וואלט איך געוואלט אויסוועלן?”

אזוי סקראלן'דיג דא ארויף און אראפ, האב איך מיר אנגעשטויסן און דער אלי וויזעל אשכול, ליינענדיג אזוי ר' בערל'ס תגובה, האב איך ווידער אנגעהויבן קלערן דערין, נעמליך ווי מאדנע עס הערט זיך קריג איך זיך מיט ר' בערל…

איך האב עפעס אן אבסעסיע מיט דער דור פון בעפאר די קריג, און איך וואלט זיכער אויסגעוועלט מיין פלאץ אין א צווייטע לעבן, אין אייראפע, צווישן די וועלטס קריגן. און ווי מאדנע עס הערט זיך וואלט איך אפי' געוואלט דורכלעבן די קריג.....
איך בין שוין גענוג פארשריגן געווארן פון מיינע חבירים ביים אויפברענגן דעם אבסורדאלער געדאנק, אבער וואזשע זאל איך טוהן, איך שפיר אזוי....
דאס אידיש לעבן פון דאן איז דאך געווען עפעס מלא חן -כפי די שילדערונגען און די ביכער-. טראץ די שרעקליכע ארעמקייט אין מיינסטענס אידישע שטעט, אבער עפעס אן הימלישער חן רוהט אויף יענע תקופה אין מיינע אויגן, סיי פון א פרומער אידישער שטאנדפונקט, ווי אויך פון א סעקולערער שטאנדפונקט.
עס האבן זיך דאן געיאוועט טאלאנטפולע פאעטן, שרייבער, אקטיארן, און נאך, אזוי אז נישט קיין אונטערשייד אין וועלכע גייסט איך וואלט נאר אויפגעוואקסן, וואלט מען געהאט אויף וועם ארויף צוקוקן.

ווער רעדט נאך וועגן דעם חורבן זעלבסט, עס איז נישט מעגליך צו באשרייבן אלע געפילן און ניואנסן וואס אן איבערלעבער האט געהאט דורכאויס די מלחמה. די איינציגסטע וועג דאס צו וויסן איז דורך דאס מיטלעבן, חייב אדם לראות את עצמו וכו' איז א טייל פון דער חיוב פסח ביינאכט און פאר גוטע סיבות, איך וואלט געוואלט זיין א טייל פון די קריג איבערגאנג (פארשטייט זיך מיט רחמים….) זעהן, פילן, און מיט לעבן דעם חורבן אויף די אייגענע מאס.

ווי אויך וואלט איך געוואלט מיטלעבן מיט דער געבורט פון פארשידענע טערמינאלגיעס, ווי צום ביישפיל, ווען זענען אויפגעקומען די ווערטער טויט מארש, גאז קאמערן, סעלעקציע, זענען זיי טערמינען וואס מען האט עס אזוי גערופן בשעת מעשה? אדער זענען היסטאריקער אויפגעקומען דערמיט נאכ'ן קריג? (געטא, קאנצענטראציע לאגערן, און אנדערע, טרעפט מען שוין געשריבן אין טאג בוכער פון אידן אין די געטאס, אבער די אויבן דערמאנטע ווערטער בין איך נייגעריג צו אידן האבן עס אזוי גירופן בשעת מעשה)

סא…. ווען וואלט איר געוואלט לעבן?

קאצקע ציקער » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2020 5:03 pm

· #458471
פוילן אדער אונגערן?

מנחם ציון » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2020 5:11 pm

· #458472
גוטע קשיא
מיין נטי' איז קיין פוילן און ליטא זיי האבן עפעס א געוויסע שארפקייט און אויטענטישקייט אבער אפי' אונגארן אויב ס'איז נישט די פארקוועטשטע אידישקייט וואלט איך הנאה געהאט
שטערט מיר נישט צו זיין פרום אבער נישט די שגעונות פון וועלכע מיר ליידן נאך היינט

real fake news » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2020 6:22 pm

· #458476
פאר קיין געלט וואלט איך נישט געוואלט זיין אין א וועלט אהן אינטערנעט.

גראף » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2020 7:10 pm

· #458477
Re: אין וועלכע עפאכע וואלט איר געוואלט לעבן?
איך טראכט אז די גאלדענע תקופה פון שפאניע מיט די גאונים און דוכטער. ווער רעדט נאך פון די רייכטום יענע צייט.
אבער למעשה מיינעך אז איך וויל בעסער טוילעט פעיפער סאו איך בין צופרידן איצטער.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

קאצקע ציקער » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2020 7:56 pm

· #458478
איך קלויב די צייטן פון גלייך נאכן קריג איך וואלט געוואלט קענען די גדולי ישראל נאכן קריג איך וויל פארשטיין וואס מיינט אז יעדער האט געוויינט ביים רבי'נס כל נדרי דרשה

הוגה » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2020 8:44 pm

· #458482
הונדערט פראצענט גערעכט!

איך טראכט צו מיך א סאך מאל וואס פאר א צילייגער איך בין. אין מיין קאפ רעד איך מיך איין אז איך בין א שטארקע כאראקטער און איך האב פון גארנישט מורא. נישט פון שטארבן, נישט פון קענסער, נישט פון יושב'ן אין חד גדיא וכו'. דערנאך טרעף איך זיך אנגעצויגן צוליב די פרעשור ביים ארבייט אדער דיפרעסט ווייל מ'קען נישט גיין אויף וועקעישאן און ס'קאסט מיך א ביטערע געלעכטער. אויך מיר א גיבור.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2020 8:46 pm

· #458483
נאסטאלגיע איז פון די מערסט קאמפליצירטע געפילן פונעם מענטשליכען ערפארונג, ס'איז א מענטשליכע איסטינקט צו בענקען צום "גליקליכן" אמאל, די דשאוק איז נאר אז ווען דו וואלסט געלעבט אין יענעם "אמאל" וואלסטו געהאט פונקט די זעלבע נאסטאלגישע געפילן פאר א נאך פריערן "גליקליכן אמאל", ואין לדבר סוף. איך קוק עס אן פון די פארקערטע ריכטונג, ווען איך וואלט ווען געלעבט אין יאר ו'תש"פ וואלט איך דאך אוודאי געוואלט לעבן אין ה'תש"פ, איז ווי גליקליך בין איך אז איך לעב טאקע אינעם "גליקליכן אמאל" פון ה'תש"פ...

למעשה גערעדט, כאטש וואס אין ריאליטעט קען איך מיך נישט זעהן הנאה האבן פון דורכשוויצן זומערס אן עירקאנדישן, ארויסגיין אין בית הכסא וואס איז נישט מער ווי א גרוב אין דער ערד און פאר די נעקסטע שעה צייט קען מען שמעקן אז איך קום פון דארט, שלאפן מיט ראטן און פיל-פיסיגע קריכעדיגע, דאך האב איך א געפערליכע פעטיש פאר'ן מיטלאלטער. די ווייקינגס, Rollo the walker, וויליאם דער ממזר, די הייליגע רוימישע אימפעריע, די האבסבורגס, די פראנקן, ווען דער פויפסט האט נאך געמיינט עפעס, קריסטאפער קאלאמבוס, די פייטנים און מקובלי אשכנז, רבי יהודה החסיד, דער מהרי"ל, די קעניגן און פירשטן מיט זייערע פאלאצן, שלעסער, און מלחמות, כ'מיין דמיונ'ען קאסט דאך נישט קיין געלט.

און אז מ'רעדט שוין פונעם מיטלאלטער איז מיר פונקט נעכטן אויסגעקומען צו וואטשן א יוטיוב ווי א גרופע היסטאריקער שפילן איבער היסטאריע פונעם דרייצענטן יארהונדערט. אין יענע צייטן איז פראנקרייך געווען די צענטער פון ארכיטעקטור אין מערב אייראפע, און ווען די ענגלענדער האבן געוואלט בויען פאלאצן און שלעסער אין זייער היימלאנד זענען זיי געפארן קיין פראנקרייך זיך לערנען די פאך פון די פראנצויזן. יעצט האבן אפאר ענגלישע היסטאריקער נאכגעמאכט זייערע אור-עלטערנ'ס רייזע און געפארן (געפלויגן) קיין Guédelon, פראנקרייך מיטצוהאלטן ווי פראנצויזישע היסטאריקער בויען אויף א שלאס אויפ'ן שטייגער פונעם דרייצענטן יארהונדערט, ס'איז נישט נארמאל אינטערעסאנט.

כרם זית » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2020 8:47 pm

· #458484
real fake news
פאר קיין געלט וואלט איך נישט געוואלט זיין אין א וועלט אהן אינטערנעט.

כִּי בְּרֹב חָכְמָה רָב כָּעַס. וְיוֹסִיף דַּעַת יוֹסִיף מַכְאוֹב.

הוגה » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2020 8:48 pm

· #458485
און יעצט צום פותח האשכול.

איך וואלט געוואלט לעבן אין די צייטן פון די ערשטע מענטשן. פארוואס? צוליב אלע סיבות וואס דו גיבסט אויבן. דעמאלטס האט זיך נישט נאר אנטוויקלט טירמענאלידזשי, נאר אלע קאמיוניקאציע מיטלן, די ערשטע ווערטער און אותיות, געשריבנע און גערעדט, האבן זיך דאן אנטוויקלט. און נישט נאר דאס נאר די גאצע מציאות האט זיך דאן אנטוויקלט. ס'הייסט נישט נאר די מישוג פון הויז נאר אויך די עצם הויז זעלבסט. וכן בכל התחומים.

כרם זית » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2020 8:53 pm

· #458486
קודם כל עטץ אלע גלייבסט רח''ל נישט אינעם יאפאנעזישע גלויבונג פון גילגולים? כמיין אינז זעמיר אלע געווען סיי אמאל, און סיי היינט?!

ערנסט גערעד: איך וואלט געוואלט זיין אין די תקופה פון די גאונים. שוין נאכן מסדר זיין די מצות התורה ווי די חכמים האבן מקבל געווען. נאך פארן ווערן איבערגענומען פון אייגענע צרפתישע סברות, און דרויסענדיגע מיסטיקע. און פאר רביה''ק זי''ע: פארן ווערן איבערגענומען פון די פילוספיה הארורה.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2020 9:07 pm

· #458487
כרם זית
קודם כל עטץ אלע גלייבסט רח''ל נישט אינעם יאפאנעזישע גלויבונג פון גילגולים?
חס ושלום! רבי סעדיה גאון האקט דאך שוין אויף דעם נארישן גלויבונג. (ער רופט עס דעה יוונית, אפשר ווען ער וואלט געוואוסט אז די יאפענעזער גלייבן אויך דערין וואלט ער נישט געווען אזוי שארף דערקעגן...)

@הוגה מיינט אז מיט'ן זאגן אז ער וואלט געוואלט זיין פון די ערשטע מענטשן האט ער זיך ארויסגעדרייט פון מיין "אין לדבר סוף ארגומענט", ווען ער וואלט געווען פון די ערשטע מענטשן וואלט ער זיך צוריקגעבענקט צו די צייטן וואס אונז פלעגט נאך זיין עיפס...

מנחם ציון » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2020 9:12 pm

· #458489
[ציטאט אראפגענומען]

דאס איז דער טיפישער רעאקציע פון אלע וואס הערן וואס איך וואלט געוואלט
אבער זיך אביסל מער מסביר זיין איך וואלט געוואלט לעבן אין יענע תקופה מיט אלעס וואס דאס ברענגט מיט זיך מיט איז עס געווען אן ערע מיט שלוה און שפע איי וואלד 'ליוו' וויט איט
ס'איז דאך אבער נישט געווען קיין בא'טעמ'טע תקופה איז טאף ברויך מען עס אננעמען אויף אזא אופן אויך
אין אנדערע ווערטער איך וואלט געוואלט זיין א תר"נ-ס איד וכל אשר יש בה
( אגב איז בכלל נישט אויסגעשלאסן צו זאגן אז דער תקופה איז געפארמט געווארן דייקא צוליב די אומשטענדן וואס כלל ישראל איז דאן אריבער ממילא די גאנצע חן וואס עס טראגט איז דייקא צוליב צרות ודו"ק)

מנחם ציון » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2020 9:18 pm

· #458490
רביה''ק זי''ע
נאסטאלגיע איז פון די מערסט קאמפליצירטע געפילן פונעם מענטשליכען ערפארונג, ס'איז א מענטשליכע איסטינקט צו בענקען צום "גליקליכן" אמאל, די דשאוק איז נאר אז ווען דו וואלסט געלעבט אין יענעם "אמאל" וואלסטו געהאט פונקט די זעלבע נאסטאלגישע געפילן פאר א נאך פריערן "גליקליכן אמאל", ואין לדבר סוף. איך קוק עס אן פון די פארקערטע ריכטונג, ווען איך וואלט ווען געלעבט אין יאר ו'תש"פ וואלט איך דאך אוודאי געוואלט לעבן אין ה'תש"פ, איז ווי גליקליך בין איך אז איך לעב טאקע אינעם "גליקליכן אמאל" פון ה'תש"פ...

למעשה גערעדט, כאטש וואס אין ריאליטעט קען איך מיך נישט זעהן הנאה האבן פון דורכשוויצן זומערס אן עירקאנדישן, ארויסגיין אין בית הכסא וואס איז נישט מער ווי א גרוב אין דער ערד און פאר די נעקסטע שעה צייט קען מען שמעקן אז איך קום פון דארט, שלאפן מיט ראטן און פיל-פיסיגע קריכעדיגע, דאך האב איך א געפערליכע פעטיש פאר'ן מיטלאלטער, כ'מיין דמיונ'ען קאסט דאך נישט קיין געלט. און אז מ'רעדט שוין פונעם מיטלאלטער איז מיר פונקט נעכטן אויסגעקומען צו וואטשן א יוטיוב ווי א גרופע היסטאריקער שפילן איבער היסטאריע פונעם דרייצענטן יארהונדערט. אין יענע צייטן איז פראנקרייך געווען די צענטער פון ארכיטעקטור אין מזרח אייראפע, און ווען די ענגלענדער האבן געוואלט בויען פאלאצן און שלעסער אין זייער היימלאנד זענען זיי געפארן קיין פראנקרייך זיך לערנען די פאך פון די פראנצויזן. יעצט האבן אפאר ענגלישע היסטאריקער נאכגעמאכט זייערע אור-עלטערנ'ס רייזע און געפארן (געפלויגן) קיין Guédelon, פראנקרייך מיטצוהאלטן ווי פראנצויזישע היסטאריקער בויען אויף א שלאס אויפ'ן שטייגער פונעם דרייצענטן יארהונדערט, ס'איז נישט נארמאל אינטערעסאנט.

דיין תגובה איז בעיקר שטארק געבויעט אויף ארויסברענגען די מעלות פון היינט קעגן אמאל
אויף דעם בין איך אויך מודה און ווער קריגט זיך בכלל דערין אבער ס'וועט יעדער מודה זיין אז דער אמאל מיט אירע אלע פראבלעמען איז נישט קיין פינטל קעגן די היינטיגע פראבלעמען
און לגבי נאסטאלגיע, קיין צווייפל אז דער גאנצער געדאנק מיינער איז געבויעט אויף נאסטאלגיע די שאלה איז נאר ווי ווייט עס פירט אונז צוריק מיר טראגט עס סך הכל א הונדערטער צוריק אנדערע טויזענט יאר
איז דא עמיצער וואס וויל לעבן און טויזנט יאר ארום?

כרם זית » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2020 9:22 pm

· #458491
רביה''ק זי''ע
כרם זית
קודם כל עטץ אלע גלייבסט רח''ל נישט אינעם יאפאנעזישע גלויבונג פון גילגולים?
חס ושלום! רבי סעדיה גאון האקט דאך שוין אויף דעם נארישן גלויבונג. (ער רופט עס דעה יוונית, אפשר ווען ער וואלט געוואוסט אז די יאפענעזער גלייבן אויך דערין וואלט ער נישט געווען אזוי שארף דערקעגן...)

גראדע האב איך אמאל געליינט אז כהיום ווייסט מען מיט א קלארקייט ערשיינונגען וועלכע שטימען זייער שטארק מיט די פאקט פון גלגול. וואס עס באדערט מיר אבער פון די אלע (בתוכם מיינע חדר רביס) וועלכע ניצן די מושג גולגול אויף פארענטפערן קשיות אין אמונה (ווי צדיק ורע לו וכדו') איז: לאמיר שוין זאגן אז עס איז אן אמת'ע מציאות איז דאס אבער נישט די תירץ אויף קיין קשיות, וויבאלד די גמרא ברענגט קיינמאל נישט אראפ די מושג מיז זיין אז זיי האבן געהאט אנדערע ביאורים אויף די שווערע קשיות, ודוק.

מנחם ציון » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2020 9:23 pm

· #458492
און אז מען רעדט שוין, די תקופה פאר די קריג איז שוין געווען גענוג א פארגעשריטענע און אסאך באקוועמליכקייטן וואס מיר האבן היינט איז שוין געווען דאן
גרויסע שטעט האבן שוין געהאט וואסער לייטונג, עלעקטריציטעט, אויטאס, באנען, און וואס נישט
ספעציפיש וועגן עיר קאנדישנס, פון די עלטערע אידן מיט וועם איך האב גערעדט איז פארשטאנדיג אז די וועטערס זענען ווייט נישט געווען אזוי הייס ווי היינט און דאהי

מנחם ציון » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2020 9:25 pm

· #458493
כרם זית
רביה''ק זי''ע
כרם זית
קודם כל עטץ אלע גלייבסט רח''ל נישט אינעם יאפאנעזישע גלויבונג פון גילגולים?
חס ושלום! רבי סעדיה גאון האקט דאך שוין אויף דעם נארישן גלויבונג. (ער רופט עס דעה יוונית, אפשר ווען ער וואלט געוואוסט אז די יאפענעזער גלייבן אויך דערין וואלט ער נישט געווען אזוי שארף דערקעגן...)

גראדע האב איך אמאל געליינט אז כהיום ווייסט מען מיט א קלארקייט ערשיינונגען וועלכע שטימען זייער שטארק מיט די פאקט פון גלגול. וואס עס באדערט מיר אבער פון די אלע (בתוכם מיינע חדר רביס) וועלכע ניצן די מושג גולגול אויף פארענטפערן קשיות אין אמונה (ווי צדיק ורע לו וכדו') איז: לאמיר שוין זאגן אז עס איז אן אמת'ע מציאות איז דאס אבער נישט די תירץ אויף קיין קשיות, וויבאלד די גמרא ברענגט קיינמאל נישט אראפ די מושג מיז זיין אז זיי האבן געהאט אנדערע ביאורים אויף די שווערע קשיות, ודוק.

אויב עפעס איז משמע פארקערט פון גמרא בבא מציעא קז ועיין די באקאנטע רש"ש וואס האט געפירט צום בעלזא התנגדות צו לימוד הרש"ש

רביה''ק זי''ע » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2020 9:40 pm

· #458496
דער רש"ש דארט פרעגט נישט אפ די ענין פון גילגול, ער זאגט נאר אז ס'איז א "קצת קשיא" וואס מ'דארף פארענטפערן, בכלל האט מיר א בעלזער ידען אמאל געזאגט אז די התנגדות איז נישט געווען וועגן דעם, די אנגעבליכע טעם איז ווייל ער איז נישט געווען אויפ'ן זעלבן לעוועל פון אלע אנדערע מחברים וואס מ'האט זייערע הערות און פירושים אריינגעדרוקט אינעם ווילנא ש"ס, ער איז געווען א באלעבאס וואס האט געקענט אביסל לערנען און ער האט באצאלט אז מ'זאל אריינלייגן זיינע הערות (אדער עפעס אזוי).

צוריק צום נושא האשכול, די פוינט איז אז נאסטאלגיע וועט דיך אלץ טראגן צו א תקופה פריער פון דיר, דו וועסט אלץ בענקען צו א צייט וואו דו ביזט נישט, וואו דו וועסט נאר זיין וועסט בענקען צו אן אנדערע פלאץ, איז שוין בעסער צו בלייבן און בענקען אויף וואו דו ביזט. שטעל זיך פאר א מינוט אז דו קענסט צוריקגיין צום יאר תר"פ כאוות נפשך הטהור, דו גייסט קיין בעלזא, דו עסט נאכטמאל מיט די שלעפערס דארט המכונים "יושבים", ס'גייט נישט דורך קיין פאר טעג און דו פאנגסט זיך אן בענקען צום גלאררייכן אמאל פון תק"פ, ביזטו צוריק וואו דו האסט אנגעפאנגען, וואס האסטו אויפגעטון?

דוראק » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2020 10:15 pm

· #458501
עס איז גאַנץ נאַטירליך אַז מענטשן ראָמאַנטיזירן דעם אַמאָל וואָס זיי קענען נאָר פון דערציילונגען.

איך גלויב ניט אַז בשעת מעשה האָט אימיצער געפילט אַז ער לעבט אַדורך אַ ספּעציעלע תקופה, פּונקט ווי דו פילסט ניט איצט אַז דו לעבסט אין עפּעס אַ ספּעציעלער תקופה.

ווילסט הערן וואָס אַ בן התקופה האָט געטראַכט וועגן יענער צײט? הער ר' יו״ט ערליכס לידל „שוואַרצע וואָלקנס” אין חבלי משיח.

מיר איז עס קיין ספק ניט: פון יענעם אָרט וואו איך און מײן משפחה שטאַמען, איז יענע תקופה געווען פון די ערגסטע צו לעבן.

ונבנתה העיר » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2020 10:23 pm

· #458502
רביה''ק זי''ע
נאסטאלגיע איז פון די מערסט קאמפליצירטע געפילן פונעם מענטשליכען ערפארונג, ס'איז א מענטשליכע איסטינקט צו בענקען צום "גליקליכן" אמאל, די דשאוק איז נאר אז ווען דו וואלסט געלעבט אין יענעם "אמאל" וואלסטו געהאט פונקט די זעלבע נאסטאלגישע געפילן פאר א נאך פריערן "גליקליכן אמאל", ואין לדבר סוף. איך קוק עס אן פון די פארקערטע ריכטונג, ווען איך וואלט ווען געלעבט אין יאר ו'תש"פ וואלט איך דאך אוודאי געוואלט לעבן אין ה'תש"פ, איז ווי גליקליך בין איך אז איך לעב טאקע אינעם "גליקליכן אמאל" פון ה'תש"פ...

למעשה גערעדט, כאטש וואס אין ריאליטעט קען איך מיך נישט זעהן הנאה האבן פון דורכשוויצן זומערס אן עירקאנדישן, ארויסגיין אין בית הכסא וואס איז נישט מער ווי א גרוב אין דער ערד און פאר די נעקסטע שעה צייט קען מען שמעקן אז איך קום פון דארט, שלאפן מיט ראטן און פיל-פיסיגע קריכעדיגע, דאך האב איך א געפערליכע פעטיש פאר'ן מיטלאלטער, כ'מיין דמיונ'ען קאסט דאך נישט קיין געלט. און אז מ'רעדט שוין פונעם מיטלאלטער איז מיר פונקט נעכטן אויסגעקומען צו וואטשן א יוטיוב ווי א גרופע היסטאריקער שפילן איבער היסטאריע פונעם דרייצענטן יארהונדערט. אין יענע צייטן איז פראנקרייך געווען די צענטער פון ארכיטעקטור אין מזרח אייראפע, און ווען די ענגלענדער האבן געוואלט בויען פאלאצן און שלעסער אין זייער היימלאנד זענען זיי געפארן קיין פראנקרייך זיך לערנען די פאך פון די פראנצויזן. יעצט האבן אפאר ענגלישע היסטאריקער נאכגעמאכט זייערע אור-עלטערנ'ס רייזע און געפארן (געפלויגן) קיין Guédelon, פראנקרייך מיטצוהאלטן ווי פראנצויזישע היסטאריקער בויען אויף א שלאס אויפ'ן שטייגער פונעם דרייצענטן יארהונדערט, ס'איז נישט נארמאל אינטערעסאנט.

פי כפיו. כאטש כ'וואלט געקענט באשטיין מיטצולעבן פארשידענע תקופות, אינקלאודינג די צווייטע וועלט מלחמה כדברי מנחם, איז דער מיטל-אלטער דער שפיץ. אה, די דארק עידזשעס.

לגבי די סוגיא פון נאסטאלגיע, און אירע לעכער, פרוביר איך אמאל א טראכט-עקספערימענט.

כ'נעם א זאך וואס וועט לכאורה נעלם ווערן אינעם עתיד, און כ'פרוביר צי כ'קען שפירען דעם נאסטאלגישן זיסקייט, אינעם הוה.

אז ס'כאפט דיר אמאל א בענקעניש נאכ'ן פערד און וואגן, לייג זיך אריין אין די עבודה פון דרייוון. אין רביה"ק'ס ו'תש"פ וועט דרייוון שוין זיכער זיין עקסטינקט, אלעס וועט זיין אטאמאטיש, און ס'וועט זיך טון א בענקעניש נאכ'ן דרייוון.

קענסטו יעצט שפירן דעם זיסקייט אין דרייוון?

א חסיד פון ווילנא » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2020 10:41 pm

· #458504
Re: אין וועלכע עפאכע וואלט איר געוואלט לעבן?
רביה''ק זי''ע
דער רש"ש דארט פרעגט נישט אפ די ענין פון גילגול, ער זאגט נאר אז ס'איז א "קצת קשיא" וואס מ'דארף פארענטפערן, בכלל האט מיר א בעלזער ידען אמאל געזאגט אז די התנגדות איז נישט געווען וועגן דעם, די אנגעבליכע טעם איז ווייל ער איז נישט געווען אויפ'ן זעלבן לעוועל פון אלע אנדערע מחברים וואס מ'האט זייערע הערות און פירושים אריינגעדרוקט אינעם ווילנא ש"ס, ער איז געווען א באלעבאס וואס האט געקענט אביסל לערנען און ער האט באצאלט אז מ'זאל אריינלייגן זיינע הערות (אדער עפעס אזוי).

צוריק צום נושא האשכול, די פוינט איז אז נאסטאלגיע וועט דיך אלץ טראגן צו א תקופה פריער פון דיר, דו וועסט אלץ בענקען צו א צייט וואו דו ביזט נישט, וואו דו וועסט נאר זיין וועסט בענקען צו אן אנדערע פלאץ, איז שוין בעסער צו בלייבן און בענקען אויף וואו דו ביזט. שטעל זיך פאר א מינוט אז דו קענסט צוריקגיין צום יאר תר"פ כאוות נפשך הטהור, דו גייסט קיין בעלזא, דו עסט נאכטמאל מיט די שלעפערס דארט המכונים "יושבים", ס'גייט נישט דורך קיין פאר טעג און דו פאנגסט זיך אן בענקען צום גלאררייכן אמאל פון תק"פ, ביזטו צוריק וואו דו האסט אנגעפאנגען, וואס האסטו אויפגעטון?
מ׳ זאגט אז דער רש"ש איז געווען א איידעם ביי די אלמנה ראם די מאמע פון האלמנה והאחים ראם פון דפוס ווילנא
ער איז טאקע געווען א בעה"ב אבער א גאון עולם, זיינע הגהות זענן מאיר עיני הלומדים, אויך געווען א גרויסער מתנגד (פון דאס שטאמט די בעלזע התנגדות)
אגב סאטמארער רבי זצ"ל אין דברי יואל פארענטפערט דעם רש"ש׳ס קשיא
לענין וועלעכער דור געוואלט זיין, איך מיין אז אין די צייטן פון שלמה המלך איז געווען די בעסטע פאר אידן ברוחניות ובגשמיות

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

א חסיד פון ווילנא » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2020 10:43 pm

· #458506
Re: אין וועלכע עפאכע וואלט איר געוואלט לעבן?
רביה''ק זי''ע
כרם זית
קודם כל עטץ אלע גלייבסט רח''ל נישט אינעם יאפאנעזישע גלויבונג פון גילגולים?
חס ושלום! רבי סעדיה גאון האקט דאך שוין אויף דעם נארישן גלויבונג. (ער רופט עס דעה יוונית, אפשר ווען ער וואלט געוואוסט אז די יאפענעזער גלייבן אויך דערין וואלט ער נישט געווען אזוי שארף דערקעגן...)

@הוגה מיינט אז מיט'ן זאגן אז ער וואלט געוואלט זיין פון די ערשטע מענטשן האט ער זיך ארויסגעדרייט פון מיין "אין לדבר סוף ארגומענט", ווען ער וואלט געווען פון די ערשטע מענטשן וואלט ער זיך צוריקגעבענקט צו די צייטן וואס אונז פלעגט נאך זיין עיפס...
ווי איז דער מקור פון דעים ר׳ סעדי׳ גאון?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

א חסיד פון ווילנא » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2020 6:30 am

· #458532
Re: אין וועלכע עפאכע וואלט איר געוואלט לעבן?
איך וואלט געוואלט מיטהאלטן די "געזונטע יארן" אין סאטמאר, ביים רבי׳ן זצ"ל, תשי׳ס און תש"כ׳ס, די למ"ד יארן האב איך ב"ה מיטגעהאלטן
יעצט וויל איך בלייבן דא ביז די 120 יאר

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2020 8:39 am

· #458535
פאר עפעס א סבה האב איך בענקשאפט נאך די יארן גלייך פאר ת"ח ות"ט, אבער דאס קען זיין ווייל נאך ת"ח ות"ט האט מען גערעדט מיט נאסטאלגיע אויף יענער יארן, פונקט ווי מ'רעדט היינט אויף די תקופה פאר די קריג.

יעדער תקופה איז באקוועם מיט איר באגריפן, און עס איז שווער צו לעבן מיט אנדערע. אין די יארן גלייך נאך די קריג, האט יעדער עמך איד געטראכט פון בויען, אויפטון און עפעס אוועק שטעלן. דאס קען זיין ווייל די זעלבע נאטור האט געהאלפן אט די סארט מענטשן איבערלעבן די קריג, אדער ווייל די תוקפה האט עס געפאדערט, איך ווייס נישט. למעשה האבן זיי געלעבט מיט א תחושה אז וואס מ'טוט איז געטון. נישט ווי היינט ווי אלס גייט בעצלתיים. אפשר וואלט איך צוליעב דעם געוואלט לעבן אין די י' יארן. אז סאטמאר האט דעמאלס געבליט איז מיר נישט אזוי אינטרעסאנט, אנטשולדיגט.

א חסיד פון ווילנא » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2020 10:45 am

· #458540
Re: אין וועלכע עפאכע וואלט איר געוואלט לעבן?
ליטוואק פון בודאפעסט

סאטמאר האט געבליט? איך ווייס נישט דערפון, נישט וועגין דעם וויל איך, אלס סאטמארער וואלט איך געוואלט מיטהאלטן די עבודה פון מיין רבי׳ן
אוודאי אינטערסירט דיך נישט, פונקט ווי מיר אינטעסירט נישט לעיקוואד, פאנעוויזש וכדומה

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

יעקב מעקסוועל » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2020 3:22 pm

· #458553
איך בין אפטימיסטיש, די שענסטע צייטן איז נאך נישט געווען.

שלום וועט זיך פארמערן, רפואות וועלן זיך פארבעסערן, און הונגער וועט זיך פארמינערן. חכמה וועט זיין גרייט פאר ווער עס וויל, און פרייהייט און יוסטיץ וועלן זיך פארשפרייטן אין די וועלט.

איך וויל לעבן אין די עתיד, און צו דארט שפאן איך מיט פרייליכע טריט.

---

אויב דארף איך גיין צום עבר, וויל איך גיין צו איין פלאץ, אטענס 2,400 יאר צוריק. א זעלטענע שפע פון חכמה איז ארויסגעקומען פון אזא קליינע פלאץ אין אזא קליינע תקופה. מיטהאלטן א דיאלאג אונטער די פרייע הימל, הערן טעאריעס וואס ווערן געמאכט לעבעדיג און וועלן האלטן פאר טויזנטע יארן. אה! גם זה הבל.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2020 3:38 pm

· #458554
מיר אינטרעסירט אויך נישט פאנאוויעז אדער לעיקוואד, אין סיי וועלכע תקופה.
איך וואלט אבער געוואלט זען דער בעל התניא זאגן א מאמר, אע"ג אז איך בין נישט קיין חסיד. איך וואלט געוואלט מיטהאלטן א שיעור פון דער אריז"ל מיט זיין תלמידים, אע"ג אז איך בין נישט קיין מקובל.

אבער א תקופה צו לעבן זעט מיר אויס פאר ת"ח ות"ט א גאלדענע. ווען אשכנז האט געבליט און די מאכט איז געווען אין די הענט פון אזעלכע ווי דער סמ"ע און דער רבי ר' הערשל ועוד.

מי אני » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2020 3:44 pm

· #458555
Re: אין וועלכע עפאכע וואלט איר געוואלט לעבן?
יעקב מעקסוועל
איך בין אפטימיסטיש, די שענסטע צייטן איז נאך נישט געווען.

שלום וועט זיך פארמערן, רפואות וועלן זיך פארבעסערן, און הונגער וועט זיך פארמינערן. חכמה וועט זיין גרייט פאר ווער עס וויל, און פרייהייט און יוסטיץ וועלן זיך פארשפרייטן אין די וועלט.

איך וויל לעבן אין די עתיד, און צו דארט שפאן איך מיט פרייליכע טריט.
די אפטימיזם איז אויך אז מ׳נעמט אן אז דאס גרויסע פילטער איז אינעם עבר ווי איידער אינעם (עכ״פ נאנטן) צוקונפט.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2020 3:57 pm

· #458558
יעקב מעקסוועל
איך בין אפטימיסטיש, די שענסטע צייטן איז נאך נישט געווען.

שלום וועט זיך פארמערן, רפואות וועלן זיך פארבעסערן, און הונגער וועט זיך פארמינערן. חכמה וועט זיין גרייט פאר ווער עס וויל, און פרייהייט און יוסטיץ וועלן זיך פארשפרייטן אין די וועלט.

איך וויל לעבן אין די עתיד, און צו דארט שפאן איך מיט פרייליכע טריט.

לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל,
לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל.

אז משיח וועט צו אידן קומען,
וועט דער יצר הרע פון אלעמען ווערן צוגענומען.

און יראת שמים וועט זיך גיסן, גאר אן א מאס,
אוי, געוואלד ווי דערלעבט מען דאס.

לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל,
לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל.

דער בורא עולם וועט געבן,
און מיר וועלן דאס דערלעבן.

עס וועט דאך זיין שיין און פיין,
און מיר וועלן אלע הערליך זיין.

לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל,
לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל.

די גאנצע וועלט וועט זיין, פול מיט ישיבות,
גרויסע מרכזים, און קלענערע סביבות.

און תורה וועט זאך לערנען גאר אן א מאס,
אוי, געוואלד ווי דערלעבט מען דאס.

לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל,
לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל.

דער בורא עולם וועט געבן,
און מיר וועלן דאס דערלעבן.

עס וועט דאך זיין שיין און פיין,
און מיר וועלן אלע לומדים זיין

לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל,
לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל.

אלע ישיבות וועלן זיין, מוסר שטיבלאך,
און מוסר וועט זיך לערנען, ווארעם און ליבלאך.

און בעלי מוסר וועלן זיין, גאר אן א מאס,
אוי, געוואלד ווי דערלעבט מען דאס.

לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל,
לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל.

דער בורא עולם וועט געבן,
און מיר וועלן דאס דערלעבן.

עס וועט דאך זיין שיין און פיין,
און מיר וועלן אלע הערליך זיין.

לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל,
לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל.

די גאנצע וועלט וועט לעבן, מיט בטחון אן השתדלות,
מען וועט זיך מער נישט בוקן צו די האמער מיט די קאבאדלעס.

און געטלעכקייט וועט דאך זיין, גאר אן א מאס,
אוי, געוואלד ווי דערלעבט מען דאס.

לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל,
לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל.

דער בורא עולם וועט געבן,
און מיר וועלן דאס אין גיכן דערלעבן.

עס וועט דאך זיין, זיס און פיין,
און מיר וועלן אלע גליקלעך זיין.

לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל,
לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל.

(קרעדיט: נאוואהרדאק)

מנחם ציון » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2020 4:01 pm

· #458559
ובאותו הזמן לא יהיה שם לא רעב ולא מלחמה ולא קנאה ותחרות שהטובה תהיה מושפעת הרבה וכל המעדנים מצויין כעפר ולא יהיה עסק כל העולם אלא לדעת את ה' בלבד ולפיכך יהיו ישראל חכמים גדולים ויודעים דברים הסתומים וישיגו דעת בוראם כפי כח האדם שנאמר כי מלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים.

(רמב"ם הלכות מלכים ומלחמות יב ה)

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2020 4:04 pm

· #458560
מנחם ציון
ובאותו הזמן לא יהיה שם לא רעב ולא מלחמה ולא קנאה ותחרות שהטובה תהיה מושפעת הרבה וכל המעדנים מצויין כעפר ולא יהיה עסק כל העולם אלא לדעת את ה' בלבד ולפיכך יהיו ישראל חכמים גדולים ויודעים דברים הסתומים וישיגו דעת בוראם כפי כח האדם שנאמר כי מלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים.

(רמב"ם הלכות מלכים ומלחמות יב ה)

ווילסט זאגן אז 'לדעת את ה' איז א סתירה צו מוסר?

עכ"פ, דא זעט מען אז אין נאוואהרדאק האט מען אויך געהאלטן ענליך צו דער רמב"ם

דוראק » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2020 4:06 pm

· #458561
יעמאָלט ווען משיח וועט קומען במהרה בימינו אמן וועט מען ערשט ביינקען נאָך די גלות טעג. יעמאָלט וועט ערשט פאַרדריסן פאַרוואָס מ'האָט ניט געטאָן אין עבודה. מען וועט ערשט דערהערן דעם גרויסן ווייטאָג פון העדר העבודה. איצטער אין די ימי הגלות, איז די ימי העבודה צו מכין זײן זיך צו ביאת המשיח במהרה בימינו אמן.

מנחם ציון » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2020 4:33 pm

· #458565
ליטוואק פון בודאפעסט
מנחם ציון
ובאותו הזמן לא יהיה שם לא רעב ולא מלחמה ולא קנאה ותחרות שהטובה תהיה מושפעת הרבה וכל המעדנים מצויין כעפר ולא יהיה עסק כל העולם אלא לדעת את ה' בלבד ולפיכך יהיו ישראל חכמים גדולים ויודעים דברים הסתומים וישיגו דעת בוראם כפי כח האדם שנאמר כי מלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים.

(רמב"ם הלכות מלכים ומלחמות יב ה)

ווילסט זאגן אז 'לדעת את ה' איז א סתירה צו מוסר?

עכ"פ, דא זעט מען אז אין נאוואהרדאק האט מען אויך געהאלטן ענליך צו דער רמב"ם

ניין איך האב געוואלט זאגן אז @יעקב מעקסוועל'ס תגובה איז א תמצית פון רמב"ם

ביבער » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2020 6:55 pm

· #458570
אין מיין פריערדיגן לעבן בין איך געווען טובי' דער מילכיגער. נישט טאפאל נאר דער היימישער מיטן ווייסן בארד פונעם אידישן מאווי. און איך וואלט עניטיים צוריקגעגאנגען אהין.
דער מאווי האט מיר גאנץ גוט אראפגעשפילט, זיי האבן אבער ארויסגעלאזט די חלק אז איך בין געווען א דבקותדיגער חבדסקער וואס האט געהאקט אייז פארן זינגען די ד' בבות.
די צער גידול בנים איז קיין מילך מיט האניג נישט געווען אבער יעצט קוקנדיג צוריק האב איך הנאה פון זיי. ווי מזאגט ביינונז בדיעבד איז עס לכתחלה גוט געווען.

ברוך שפינוזה » דינסטאג פעברואר 20, 2024 7:43 pm

· #550712

כספי » מיטוואך פעברואר 21, 2024 10:59 pm

· #550915
Re:
רביה''ק זי''ע #
כרם זית
קודם כל עטץ אלע גלייבסט רח''ל נישט אינעם יאפאנעזישע גלויבונג פון גילגולים?
חס ושלום! רבי סעדיה גאון האקט דאך שוין אויף דעם נארישן גלויבונג. (ער רופט עס דעה יוונית, אפשר ווען ער וואלט געוואוסט אז די יאפענעזער גלייבן אויך דערין וואלט ער נישט געווען אזוי שארף דערקעגן...)

@הוגה מיינט אז מיט'ן זאגן אז ער וואלט געוואלט זיין פון די ערשטע מענטשן האט ער זיך ארויסגעדרייט פון מיין "אין לדבר סוף ארגומענט", ווען ער וואלט געווען פון די ערשטע מענטשן וואלט ער זיך צוריקגעבענקט צו די צייטן וואס אונז פלעגט נאך זיין עיפס...
היינט איז שוין רביה"ק זי"ע פון די גרויסע חסידים פון די יוני'שע שפאנישע גלויבונג...

מעיקלער » פרייטאג פעברואר 23, 2024 5:16 am

· #551037
Re: אין וועלכע עפאכע וואלט איר געוואלט לעבן?
איך וואלט געוואלט צוריקגיין צי די דורות הראשונים פשוט איינמאל פאר אלעמאל מברר צי זיין אויב זענען זיי געווען מלאכים אדער מענטשן
אזוי וועל איך קענען וויסן צי מיר זענען מענטשן אדער חמורים

ברוך שפינוזה » פרייטאג פעברואר 23, 2024 2:26 pm

· #551076
Re: אין וועלכע עפאכע וואלט איר געוואלט לעבן?
מעיקלער #
איך וואלט געוואלט צוריקגיין צי די דורות הראשונים פשוט איינמאל פאר אלעמאל מברר צי זיין אויב זענען זיי געווען מלאכים אדער מענטשן
אזוי וועל איך קענען וויסן צי מיר זענען מענטשן אדער חמורים
איך קען דיר זאגן שוין יעצט, די ראשונים זענען נישט געוועהן קיין מלאכים, מיר זענען נישט קיין חמורים, אויב עפעס פארקערט. סך הכל האט עס איין מענטש געזאגט אויף זיין רבי און פון דארט און ווייטער איז עס געווארן תורה מסיני.

אפטימיסטיש » פרייטאג פעברואר 23, 2024 3:34 pm

· #551091
Re: אין וועלכע עפאכע וואלט איר געוואלט לעבן?
איך וואלט געוואלט לעבן הונדערט יאר ארום, ווי איידער הונדערט יאר צוריק.

נעמענדיג אין באטראכט די פאזיטיווע ריכטונג אין וועלכע די וועלט רוקט זיך דורכאויס די לעצטע 100 יאר, איז צום שפעקולירן אז אין 100 יאר פון יעצט וועט די וועלט זיין אין א פיל בעסערע פאזיציע, דעריבער קלויב איך אויס די צוקונפט איבער די פארגאנגענהייט

צוקוועטשטע איילבירטן » זונטאג אפריל 7, 2024 10:49 pm

· #558101
Re: אין וועלכע עפאכע וואלט איר געוואלט לעבן?
איך וואלט געוואלט צוריק גיין צו די תקופה פון אמעריקן רעוועלושען אבער נישט וואינענידעג אין קאנאדע נאר טאקע וואו דער רעוועלוציע איז פארגקומען למשל אנטייל נעמען אין די באסטן טי פארטי. זיין פון לאפאיעטע'ס ארמייען. מיטהאלטן די דעם געווינס אין יארק קעגן די בריטישע ים פלאטעס. מיט לויפן מיט פאול ריווער ווען ער האט איינגעמאלדן פאר די אמעריקאנער אז די בריטישע גרייטן זיך פאר אן אפענסיוו. וכו וכו'

הכנה דרבה » זונטאג אפריל 7, 2024 11:32 pm

· #558117
דערמאנסט מיר פון די טשארלי בראון סעריע וואו ער לעבט מיט אמעריקאנע היסטארישע קאפיטלען מיט די זיסע איקאנישע פינאטס המואר.

צוקוועטשטע איילבירטן » זונטאג אפריל 7, 2024 11:45 pm

· #558124
Re: אין וועלכע עפאכע וואלט איר געוואלט לעבן?
גראדע אין די זייעניסט רעוועלושען וואלט איך ווען אויך געוואלט צוריקגיין. איי ווען כ'קען ווען זיין א חלק פון די קיבוצים. זאבוטינצקי'ס חברה, אדער פון מנחם בגין'ס חדר. דעם חיים נחמן ביאליק וואלט איך ווען געוואלט קענען.

ראדני » זונטאג אפריל 7, 2024 11:51 pm

· #558127
Re: אין וועלכע עפאכע וואלט איר געוואלט לעבן?
איך וואלט געוואלט לעבן פאר פערציג יאר צוריק ווען מען האט זיך געשלאגען אין די וויליאמסבורגע גאסען, די קליינע טעראריסט׳ל אין מיך בענקט נאך יענע צייטן.

שמעקעדיג » מאנטאג אפריל 8, 2024 1:07 am

· #558165
Re: אין וועלכע עפאכע וואלט איר געוואלט לעבן?
אפטימיסטיש #
איך וואלט געוואלט לעבן הונדערט יאר ארום, ווי איידער הונדערט יאר צוריק.

נעמענדיג אין באטראכט די פאזיטיווע ריכטונג אין וועלכע די וועלט רוקט זיך דורכאויס די לעצטע 100 יאר, איז צום שפעקולירן אז אין 100 יאר פון יעצט וועט די וועלט זיין אין א פיל בעסערע פאזיציע, דעריבער קלויב איך אויס די צוקונפט איבער די פארגאנגענהייט
איך בין נישט מקנא די מענטאל העלט פראבלעמען וואס גייען זיין דעמאלס...

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 8, 2024 9:31 pm

· #558380
Re: אין וועלכע עפאכע וואלט איר געוואלט לעבן?
ס'גייט זיין טעראפי פאר א יעדע זאך: ס'וועט זיין א שיך-בענדל טעראפיסט. אויך א ציין פוצן און א הויזן-פאסיק טעראפיסט.

עמקות התם » דינסטאג אפריל 9, 2024 3:44 am

· #558423
Re: אין וועלכע עפאכע וואלט איר געוואלט לעבן?
ברוך שפינוזה #
מעיקלער #
איך וואלט געוואלט צוריקגיין צי די דורות הראשונים פשוט איינמאל פאר אלעמאל מברר צי זיין אויב זענען זיי געווען מלאכים אדער מענטשן
אזוי וועל איך קענען וויסן צי מיר זענען מענטשן אדער חמורים
איך קען דיר זאגן שוין יעצט, די ראשונים זענען נישט געוועהן קיין מלאכים, מיר זענען נישט קיין חמורים, אויב עפעס פארקערט. סך הכל האט עס איין מענטש געזאגט אויף זיין רבי און פון דארט און ווייטער איז עס געווארן תורה מסיני.
אמר רבי זירא אמר רבא בר זימונא אם ראשונים בני מלאכים אנו בני אנשים, ואם ראשונים בני אנשים אנו כחמורים ולא כחמורו של רבי חנינא בן דוסא ושל רבי פנחס בן יאיר אלא כשאר חמורים". תלמוד בבלי מסכת שבת דף קיב, ב.

תלמוד בבלי מסכת יומא דף ט/ב: "אמר רבי יוחנן טובה צפורנן של ראשונים, מכריסו של אחרונים".

ספר בניהו בן יהוידע על יומא דף ט/ב: "טובה צפרנן של ראשנים מכריסן של אחרונים. נראה לי בס"ד נקיט הדמיון בצפורן וכרס כי האדם כשאוכל בידו כל המאכל יורד לכרס אך ישאר מעט תחת הצפורן לזה אמר טובה צפרנן וכו' רצונו לומר לא יבא שיעור חכמה של אחרונים אפילו כשיעור מעט המאכל הטמון תחת הצפורן לגבי מאכל שיש בכרס".

רש"י על בראשית פרק כד פסוק מב: "אמר רבי אחא יפה שיחתן של עבדי אבות לפני המקום מתורתן של בנים שהרי פרשה של אליעזר כפולה בתורה והרבה גופי תורה לא נתנו אלא ברמיזה".

זהר חדש מדרש רות מאמר מי הוא אליהו: "רבי נתן שאל ליה לרבי יוסי חנינא יומא חד, וא"ל, אליהו הוה ליה ברא, או לאו. א"ל, מילתא אחרא הוה ביה, וכתיב, אל תגעו במשיחי ובנביאי אל תרעו. מאי אל תרעו - אל תעשו עצמיכם רעים וחבירם לנביאי. והקב"ה בחר בהם, והבדילם מישראל לעבודתו, והכניסם בהיכלו. ק"ו, מי שהוא מלאך בשמים, אתה שואל עליו".

רמב"ן על בראשית פרק יב פסוק ו: "ויעבר אברם בארץ עד מקום שכם אומר לך כלל תבין אותו בכל הפרשיות הבאות בענין אברהם יצחק ויעקב, והוא ענין גדול, הזכירוהו רבותינו בדרך קצרה, ואמרו (תנחומא ט) כל מה שאירע לאבות סימן לבנים, ולכן יאריכו הכתובים בספור המסעות וחפירת הבארות ושאר המקרים, ויחשוב החושב בהם כאלו הם דברים מיותרים אין בהם תועלת, וכולם באים ללמד על העתיד, כי כאשר יבוא המקרה לנביא משלשת האבות יתבונן ממנו הדבר הנגזר לבא לזרעו".

תלמוד בבלי מסכת סנהדרין דף קב/ב: " רב אשי אוקי אשלשה מלכים אמר למחר נפתח בחברין. אתא מנשה איתחזי ליה בחלמיה אמר חברך וחבירי דאבוך קרית לן היכא בעית למישרא המוציא אמר ליה לא ידענא אמר ליה מהיכא דבעית למישרא המוציא לא גמירת וחברך קרית לן אמר ליה אגמריה לי ולמחר דרישנא ליה משמך בפירקא אמר ליה מהיכא דקרים בישולא אמר ליה מאחר דחכימתו כולי האי מאי טעמא קא פלחיתו לעבודת כוכבים אמר ליה אי הות התם הות נקיטנא בשיפולי גלימא ורהטת אבתראי".