☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » באשעפער באווייז זיך צו מיר

באשעפער באווייז זיך צו מיר

57 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15703
בלאט: 1 2

שמן למאור » פרייטאג דעצעמבער 9, 2022 12:17 am

· #513565
באשעפער באווייז זיך צו מיר
אוי גאטעניו לאמיר זיך אויסשמועסן,
מיין הארץ מיט געפילן טוט איבערפליסן,

אוי באשעפער פארוואס פארווען פארוואו,
ואנכי הסתר אסתיר פני ביום ההוא,

מיין תנ"ך פול מיט נסים גלויים,
צען מכות געשטראפט די מצרים.

די אידן מיט די פינגער געוויזן ביים ים,
זה קלי מיט די אייגענע אויגן געזען צוזאם.

אז זיי האבן אליין ביים בארג געזען גאט,
אודאי קומט א נעשה ונשמע אויף יעדע געבאט.

אליהו הנביא א פייער פון הימל געבראכט,
די נביאי הבעל האט מען אויסגעלאכט.

צען ניסים אין די בית המקדש אלע טעג,
ווי קען מען בכלל פארקריכן פונעם ריכטיגן וועג.

שפעטער אין דער גלות דעם הייליגן בעל שם טוב,
מופתים גלוים להטות לבבינו אליו.

מיט אלעקסיי איבער פעלדער געפלויגן,
מען האט געזען די באשעפער מיט די אייגענע אויגן.

היינט אין די פינסטערע אמעריקע איך שטיי,
אפיקורסים פון אלע זייטן וואו איך גיב מיך א דריי.

יעדער כופר תנו לנו מופת ער שרייט,
אז ער עקזעסטירט זאל ער זיך באווייזן שיינערהייט.

דו גלייבסט אין די אלע מעשיות שפעטן זיי,
פארוואס קען ער זיך נישט היינט באווייזן פונדאסניי.

זאל איינער יעצט פון א שטעקן מאכן א שלאנג,
וועלן מיר אלע גלייך לויפן צו גאט מיט געזאנג.

אלע רעליגיעס מיט א זיכערן ניגון,
נאר ביי זיי די אמת טוט ליגן.

קום נאר אראפ ניטאמאל פאר אפאר טעג,
און קלאר אונז אויס וואס איז די ריכטיגע וועג.

די טענה אז עס וועט שאדן פאר די בחירה,
איז גארנישט מער ווי א חוכא ואיטלולא.

פארוואס איז אויף דעם נישט געווען קיין חשדות אמאל,
די ניסים גארנישט אפעקטירט די נסיונות אין צאל.

א פסל מיכה דארטן ביים שפאלט,
אן עגל פון גאלד נאכן מעמד הר סיני באלד.

צו שלמה המלך זיך באוויזן נישט איינמאל נאר צוויי,
און דאך צו ע"ז האט ער זיך געגעבן א דריי.

אין די סאמע ברען פון די בעל שם'סקע מופתים,
זיך געגרינדערט רעפארם, השכלה, מיט ציוניזם.

קענסט היינט אראפקומען און זיך באווייזן,
עס וועט נאכאלץ איבערבלייבן א מקום צו גרייזן.

דאך אסאך קלארקייט וועט עס צוגעבן,
אוי טאטע איך טו יעדן טאג אויף דעם שטרעבן.

אוי גאטעניו ביטע באווייז זיך שוין צו מיר,
איך וויל קענען ריכטיג גלויבן אין דיר.

מתבודד » פרייטאג דעצעמבער 9, 2022 12:35 am

· #513568
כ'האף די פארשטייסט אז דיינע אייניקלעך גייען כולל זיין אין זייערע פאעזיעס די נסים פון די זיידע שמן למאור'ס צייטן... טאקע אויך געווען דעמאלט כופרים, אבער דאך...
די הסתר פנים קען נאך ווערן סאך מער מוסתר.
(טאקע עניני דיומא פון שמן למאור מיט נסים לאבותינו בימים ההם ובזמן הזה)

טמיר » פרייטאג דעצעמבער 9, 2022 1:00 am

· #513570
Re: באשעפער באווייז זיך צו מיר
מתבודד
כ'האף די פארשטייסט אז דיינע אייניקלעך גייען כולל זיין אין זייערע פאעזיעס די נסים פון די זיידע שמן למאור'ס צייטן... טאקע אויך געווען דעמאלט כופרים, אבער דאך...
די הסתר פנים קען נאך ווערן סאך מער מוסתר.
(טאקע עניני דיומא פון שמן למאור מיט נסים לאבותינו בימים ההם ובזמן הזה)
דאס גופא האט מסתם שמן מכוון געווען, בדרך ממה נפשך

דער גאלדענער אדלער » פרייטאג דעצעמבער 9, 2022 1:38 am

· #513576
Wow הערליך!! צוזאם געפלאכטן טויזענטער יארן מיט אזא גאונות!

שמעקעדיג » פרייטאג דעצעמבער 9, 2022 2:16 am

· #513577
שפתים קישאק! די הארץ וויינט מיט דיר...

שמעקעדיג » פרייטאג דעצעמבער 9, 2022 2:29 am

· #513578
דא האט מען אמאל גערעדט פון דעם (בדרך צחות)
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=4&t=12628

דא האב איך אביסל געשריבן דערוועגן, אזא 9 יאר צוריק...
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=13&t=5371

מי אני » פרייטאג דעצעמבער 9, 2022 7:11 am

· #513580
‏ 👍

דא האב איך צוגעברענגט וואס הרב דר. מיכאל אברהם שרייבט אין אט דעם געדאנק. ער ברענגט ארויס אז די געדאנק בטעאלאגיע פון נישט האבן קיינע נסים היינט-צוטאג איז מכח דעם ווייל די מענטשהייט דארף שוין צו זיין כהיום מער מעטשור ומבוגר, לעומת ימי התנ״ך, צו מאכן זיינע אייגענע החלטות עפ״י שכלו לגמרי. ווי ער שרייבט:
בימי קדם, ואצל רבים גם כיום, התחושה היתה שכדי להיות אדם מאמין עלינו לדחות את הטבעי, ובודאי את ההבנה השיטתית שלו. תיאוריה מדעית (כמו המפץ הגדול או האבולוציה, או הפסיכולוגיה, או חקר המקרא והתלמוד) נראית לרבים כמאיימת על האמונה ועל ההנחה שאלוקים הוא שמסובב את הגלגל. אבל זו חשיבה ילדותית. בחשיבה המודרנית אנחנו יכולים, ולכן גם מצפים מאיתנו, להבין שההיפך הוא הנכון: חוקי הטבע מגלים את יד ה’ ואת היותו של העולם מנוהל ותכליתי. חקר הטבע מגלה את האלוקות ולא מסתיר אותה. התבגרנו, ואנחנו נדרשים לחשיבה מבוגרת יותר. אלוקים לא ייתן לנו יד ויוליך אותנו בעולם הכאוטי שלו. הוא ברא חוקים, הוא קבע נורמות וערכים, ומי שיתנהל על פיהם ובמסגרתם, יגלה את האלוקים בצורה מבוגרת יותר. ככל שהוא נדרש יותר להופיע, משמעות הדבר היא שאנחנו עדיין תלותיים, עדיין לא התבגרנו. כדי שנתנהג יפה המורה צריך להיות בכיתה.

הציפייה להתגלות ניסית של הקב”ה היא ציפייה שנובעת מחשיבה שכבר אבד עליה הכלח, ואם לא – עלינו לאבד אותה במו ידינו, ומהר. כיום אנחנו נדרשים לחשיבה מבוגרת יותר, שמבינה שאם יש חוקים יש מחוקק, ושהחוקים הם הם הביטוי של המחוקק בעולמנו. אדם מבוגר לא צריך ניסים כדי להבין שהוא עומד מול האלוקים. כמו שאדם מבוגר יכול להבין שההפשטות המדעיות מתארות מציאות, על אף שאף אחד לא ראה אותן באופן ישיר.

הקב”ה צמצם את עצמו כדי להשאיר לנו מקום. כדי שלא נישען רק על אבינו שבשמים, כמאמר הסטיקר המעוות ומרפה הידיים הזה. הורה טוב אמור לתת לילד שלו, לפחות כאשר הוא מתבגר, לפתח עצמאות, ולהשתחרר בהדרגה מהתלות הילדותית בו. ישעיהו לייבוביץ כתב לא פעם שניסים לא החזירו אף אחד בתשובה. הדוגמה הבולטת ביותר שהוא מביא היא שמייד אחרי מעמד הר סיני נפלנו לחטא העגל. זוהי תוצאה של אמונה ילדותית. ילדים שמאמינים ועובדים רק בגלל המשמעת ומכוח הנוכחות של המורה, חוטאים מייד כשהוא לא נמצא.

זוהי משמעות התהליך ההיסטורי של ‘הסתר הפנים’. זה אינו הסתר אלא גילוי גדול. הקב”ה לא רוצה שנפתח תלות, אלא שנעמוד על רגלינו שלנו. הוא רואה בנו בוגרים יותר מאשר בדורות הקודמים, ומאנשים בוגרים הוא מצפה לא להיזקק לניסים וחריגות מהטבע.
ע״ש באריכות. (כמובן אז דאס גייט נישט אין איינקלאנג מיט ״ירידת הדורות״. וכמובן ג״כ אז דאס אלעס גייט מיט א מובן הפשוט אין ״נסים״ הכתובים. אין די אשכול הא׳מיר אין עטליכע פלעצער אָנגערירט אז להרמב״ם וכת הראציאנאלי דיליה איז ניטאמאל דאס אויך נישט אזוי פשוט.)

ועכ״כ גייט דאס אז הרב אברהם שרייבט דארט לגבי ימות המשיח:
יהודים רבים מצפים לחזרת הקשר לקדמותו, שיתגלה ויזריח עלינו את אורו, ושהוא ישוב להתקשר איתנו וכמובן גם יחזיר לנו את הנבואה. אבל כבר אמרו חז”ל “אין בין עוה”ז לימות המשיח אלא שעבוד מלכויות בלבד”, ו”עולם כמנהגו נוהג”. אם כן, למרבה הפלא נראה שגם בימות המשיח האוטופיים להם כולנו מצפים, לא צפוי שינוי במישור הקשר עם הקב”ה. הניתוק או ההסתר בו אנחנו מצויים, כנראה אינו רע כל כך ונראה שזה לא אמור להשתנות.

חדשים » פרייטאג דעצעמבער 9, 2022 9:13 am

· #513581
אין אזא הסתר פנים, און דיינע געפילן טוען נאך פליסן און ווילן זעהן גאט, דאס איז די גרעסטע נס וואס גאט מאכט. דאס פאקט איין אלע נסים פון אמאל. איין באשעפער ווייסט וויאזוי דאס איז מעגליך.

אפשר גאר, איז דאס דיין גאט...

ובקשתם משם את ה אלוהיך איז שוין מקוים געווארן. יעצט קומט די ומצאת.

צקון לחש » פרייטאג דעצעמבער 9, 2022 9:16 am

· #513582
@שמן דו הערסט נישט גענוג ר' מיילך בידערמאן...

פרייוויליג » פרייטאג דעצעמבער 9, 2022 9:32 am

· #513583
WOW הערליכן ארט!

כפתור » פרייטאג דעצעמבער 9, 2022 3:25 pm

· #513591
די זאגסט ס'איז נישטא ניסים גלויים, אלע צדקה כוללים שרייען אז זיי זעען ניסים גלויים יעדען טאג. וואס גייט דא פאר?

שמן למאור » פרייטאג דעצעמבער 9, 2022 3:49 pm

· #513592
כפתור
די זאגסט ס'איז נישטא ניסים גלויים, אלע צדקה כוללים שרייען אז זיי זעען ניסים גלויים יעדען טאג. וואס גייט דא פאר?
איך האף אז קריעת ים סוף איז נישט געווען אויף אזא שטייגער ווי זייער ניסים גלויים...

איך האף אייגנטליך אז די מופתים פון די תלמידי בעש"ט איז אויך געווען אויף א צווייטע לעוועל...

שיין וועלן מיר אויסקוקן אויב ביים מעמד הר סיני איז געווען אזא גילוי אלוקים ווי ביי די תהילים כולל מעשיות, אויב אזוי זענען דאך די כופרים נאך גערעכט אויך...

מאטי » מוצ"ש דעצעמבער 10, 2022 7:02 pm

· #513594
די וואס האבן געעפנט שראדינגער'ס קעסטל קענען מער נישט זיין אין א סופער פאזיציע.

אין א וועלט פון סייענס/טבע ווי cause and effect דאמינירט דאס געוויסן צו א פוינט אז ניסים איז א laughable איידיע, ליגט דער נס אין אן אפענעם קעסטל ווי אבזערוואציע האט שוין עפעקטירט אויף רעאליטעט.

שמן למאור » מוצ"ש דעצעמבער 10, 2022 8:19 pm

· #513600
מאטי
די וואס האבן געעפנט שראדינגער'ס קעסטל קענען מער נישט זיין אין א סופער פאזיציע.

אין א וועלט פון סייענס/טבע ווי cause and effect דאמינירט דאס געוויסן צו א פוינט אז ניסים איז א laughable איידיע, ליגט דער נס אין אן אפענעם קעסטל ווי אבזערווציע האט שוין עפעקטירט אויף רעאליטעט.
עס גייט מיר נישט אריין אין קאפ וואס דו שרייבסט דא.
די וואס האבן געעפנט די קעסטל און געטראפן די קאץ טויט, האבן געמאכט א פאקטישע אבזערוואציע געבויט אויף זייער בליק. און דאס האט (לפי דעם טעאריע) אפעקטירט די תוצאות.

אבער ס'נישטא קיין פאקטישע אבזערוואציעס אז ניסים קענען נישט פאסירן. ס'נישטא קיין פאקטישע אבזערוואציע אז ס'נישטא קיין גאט. די קעסטל איז בכלל נישט אפן, סך הכל קוקט מען אויף די לעק פון עווידענס. מען האט א פארמאכטע קעסטל וואס לפי די שטארקע גלויבונג פון די אטעאיסטן איז די קעצל טויט.. נו גאט קען אין א רגע צושטעלן די ריכטיגע עווידענס אז די אבזערוואציע זאל זיך טוישן. אדרבה.. זאל ער אונז עפענען די קעסטל.

בערך אזוי ווי די אבזערווירער וואס האבן געעפנט די קעסטל און געטראפן א טויטע קאץ כאפן זיך אז זייערע גלעזער האט זיי פשוט פאר'נער'ט און אויב טוט מען אהן גוטע גלעזער זעט מען אז עס לעבט יא. פארוואס איז דאס אזוי רחוק מן המציאות אז א כל יכול זאל דאס נישט קענען טון?

היסטאריע » מוצ"ש דעצעמבער 10, 2022 8:34 pm

· #513602
דער פאעזיע איז גאר שטארק.
עס שפילט מיט דער געפילען וועגן נסים, צו עס איז יא אמאל געוועהן, צו נישט, מיט דער תירוץ אינדערמיט.
משוגע שטארק. א++++++

מאטי » זונטאג דעצעמבער 11, 2022 11:01 am

· #513615
שמן למאור
מאטי
די וואס האבן געעפנט שראדינגער'ס קעסטל קענען מער נישט זיין אין א סופער פאזיציע.

אין א וועלט פון סייענס/טבע ווי cause and effect דאמינירט דאס געוויסן צו א פוינט אז ניסים איז א laughable איידיע, ליגט דער נס אין אן אפענעם קעסטל ווי אבזערווציע האט שוין עפעקטירט אויף רעאליטעט.
עס גייט מיר נישט אריין אין קאפ וואס דו שרייבסט דא.
די וואס האבן געעפנט די קעסטל און געטראפן די קאץ טויט, האבן געמאכט א פאקטישע אבזערוואציע געבויט אויף זייער בליק. און דאס האט (לפי דעם טעאריע) אפעקטירט די תוצאות.

אבער ס'נישטא קיין פאקטישע אבזערוואציעס אז ניסים קענען נישט פאסירן. ס'נישטא קיין פאקטישע אבזערוואציע אז ס'נישטא קיין גאט. די קעסטל איז בכלל נישט אפן, סך הכל קוקט מען אויף די לעק פון עווידענס. מען האט א פארמאכטע קעסטל וואס לפי די שטארקע גלויבונג פון די אטעאיסטן איז די קעצל טויט.. נו גאט קען אין א רגע צושטעלן די ריכטיגע עווידענס אז די אבזערוואציע זאל זיך טוישן. אדרבה.. זאל ער אונז עפענען די קעסטל.

בערך אזוי ווי די אבזערווירער וואס האבן געעפנט די קעסטל און געטראפן א טויטע קאץ כאפן זיך אז זייערע גלעזער האט זיי פשוט פאר'נער'ט און אויב טוט מען אהן גוטע גלעזער זעט מען אז עס לעבט יא. פארוואס איז דאס אזוי רחוק מן המציאות אז א כל יכול זאל דאס נישט קענען טון?
דאס וואס ליגט אין קעסטל איז לאו דוקא דער נס בעצמו, נאר די גייסט/געוויסן state of mind פון וויאזוי די יקום ארבעט. אויב איז ניסים פארן מענטש באמת עפעס וואס לייגט זיך אויפן שכל - כאטש נישט זייער שכיח - ווי למשל, געווינען א לאטעריע, דאן איז דער קעסטל א פארמאכטער. אויב איז דער מענטש אדער די קאנצענזוס פון די גאנצע מענטשהייט גענוג סאפיסטיקירט צו כאפןַ/לעבן מיטן געדאנק אז די מעכאניזם פון די אוניווערס האט א סייענטיפישער הסבר אויףַ יעדן cause and effect, דאן איז דער קעסטל אן אפענער.

שמן למאור » זונטאג דעצעמבער 11, 2022 11:29 am

· #513616
נאר בעסער צו פארשטיין וואס דו זאגסט.
דו קוקסט אויף די מענטשהייט בכלליות אדער אויף אינדיווידואלן?

איך בין דאך יא א מאמין, סאו ביי מיר איז די געדאנק פון ניסים נישט laughable, נו. איך זיך נישט אז גאט זאל זיך באווייזן אין טיימס סקווער, פאר מיר איז פונקט גענוג אז ער באווייזט זיך ביי אונז אין ביהמ"ד פאר אונז אידן וואס האבן בלויז ספיקות, אבער די געדאנק פון נסים בכלליות איז נישט אפגעפרעגט.

ועוד, אויב קוקט מען יא אויף די קאצענזוס פון די גאנצע מענטשהייט, און היינט איז עס ביי רוב עולם יא אפגעפרעגט, דאן ווערט מיר שווער אזוי. אמאל איז דאך יא געווען א מצב אז ניסים האבן געקענט פאסירן, אויב אזוי פארוואס האט נישט גאט זיכער געמאכט זיך צו באווייזן גענוג אפט אז עס זאל נישט ווער קיין מצב אז רוב קאנצענזוס קוקן עס אהן אוממעגליך. פארוואס האט ער געלאזט די קעסטל זיך עפענען? כל זה אכניס בשאלתי...

שמן למאור » זונטאג דעצעמבער 11, 2022 11:34 am

· #513617
און בכלל איז מיר שווער אויף דיין גאנצע הסבר, אויב איז די באשעפער א כל יכול, דאן קען ער נישט פארמאכן אן אפענע קעסטל אויך? איז אים שווערער צו פארמאכן א קעסטל ווי שפאלטן א ים סוף? וואס גייט אים אהן וואס די וועלט טראכט... איך רעד אפילו נישט פון דעם אז ער קען דאך טאקע באמת טוישן די מצב פונעם קעצל. דהיינו אפילו איינער עפנט די קעסטל און טרעפט א טויטע קאץ, קען דאך גאט מחיה מתים זיין די קעצל. דאס הייסט אז ער קען באמת טוישן די מציאות שוין נאכדעם וואס די קעסטל איז אפן, ער קען טוישן די ריאליטעט. כל שכן אז ער קען פשוט אויסקלארן אונזער state of mind וואס איז פשוט געבויט אויף א טעות. זאל ער זיך נאר באווייזן און מיר וועלן אלע גראד איינזען אז די קעסטל איז טאקע אפן נאר גאר אויפן פארקערטע ריכטונג... אז ער קען גאר יא אלעס טון.

היסטאריע » זונטאג דעצעמבער 11, 2022 2:11 pm

· #513625
איך פארשטיי נישט וואס דו ביסט מציע.
דו שלאגסט פאר אז דער אויבערשטער זאל דיר מאכן א נס?
ער האלט נישט דערביי.
דו ווילסט אז ער זאל מאכן דו זאלסט גלייבן?
ער וויל נישט. ער זאגט גלייב נאר אויב דו ווילסט. און איך וויל דא זאלסט וועלען.

דער פאעזיע רעדט נאר כלפי דער אנגענומענער אויסרייד, אז היינט זענען נישט דא קיין נסים ווייל דעמאלטס וועט בטל ווערען די בחירה.
אבער דער תירוץ איז נישט דער אמת.
דער אמת איז, סיי דעמאלס, סיי היינט זענען דא נסים.

די אידן דעמאלס האבן געזעהן די נסים און געגלייבט. אבער נישט אלע. עס איז געוועהן דעמאלס אזעלכע וואס האבן נישט. און אזוי איז היינט.

עס איז דא א פיוט ערגעץ איה נסיך וואס גייט אויך דער מהלך.

פרייוויליג » זונטאג דעצעמבער 11, 2022 10:25 pm

· #513653
אוי מיין קינד לאמיר זיך אויסשמועסן,
לאמיך דיין הארץ מיט געפילן איבערפליסן,

אוי מיין טייער קינד איך שפיר דיין קרעכטץ, איך הער דיין אוי,
אבער כי לא אראנו האדם וחי,

מיין תנ"ך איז טאקע פיל מיט נסים גלויים,
צען מכות האב איך געשטראפט די מצרים,

די אידן צו מיך געשריגן אצבע אלקים הוא,
מיט די אייגענע אויגן מיר געזען, זיי האבן נישט געפרעגט וואו,

שפעטער אין דעם גלות פון ישראל בעל שם טוב,
אפילו עס איז געווען א קליין ביסל אידן קעגן דעם רוב,

האבן זיי מיך געזען מיט די אייגענע אויגן,
זיי האבן נישט געדארפט צו קומען צו אלעקסיי-מעשיות איבער פעלדער
וואס זענען נישט געשטויגן און געפלויגן,

אפילו אין די פינסטערע אמעריקע וואו דו ביסט,
ווען אפיקורסים שרייען אז גלייבן אין זיי דו מוזט,

לא אעשה אות ומופת בכל דור לעיני כל כופר ורשע,
איך דארף נישט דיבאנקן יעדן יוטוב דרשה,

יעדן טאג אין דיין לעבן באווייז איך מיך פונדאסניי,
איך ווייז דאס פאר דיך איך ווייז עס אויך פאר זיי,

ווער דארף מעשיות פון א שטעקן וואס איז געווארן א שלאנג,
ווען פון דיין פאון, א שטיק פלעסטיק, שפייט ארויס מוזיק אין געזאנג,

איך בין מיט דיך איבעראל נישט נאר אפאר טעג,
בעט מיך, וועל איך דיך ווייזן די ריכטיגן וועג.

מענטשן היינט פארשטיי איך זענען שוין מער ערוואקסן,
זיי זענען שוין נישט קינדער וואס מאכן פאקסן,

ווי @מי אני האט ציטירט דר. מיכאל אברהם,
ליין זיין תגובה, דאס ברענט אויס אלע חטאים,

נסים זענען נישט מעלה ומוריד,
איך האב עס געוויזן ווען די וועלט איז געווען יונג אינעם מוליד,

בזמן בית ראשון האבן אידן אויך געזינדיגט, אין זייער ג-ט, דער בעל הבירה,
אפילו ווען איך האב געוויזן נסים איז נאכאלס פארבליבן א בחירה,

דיין אייגענע קשיות, דיין אייגענע תגובה,
זאגט דאך אלעס, שאלת חכם חצי תשובה,

א פסל מיכה דארטן ביים שפאלט,
אן עגל פון גאלד נאכן מעמד הר סיני באלד,

צו שלמה המלך האביך זיך באוויזן נישט איינמאל נאר צוויי,
און דאך צו ע"ז האבן זיי זיך געגעבן א דריי,

אפילו איך טו מיך צו דיך אלץ באווייזן,
דאך זעסטו אז מיין אנוועזעהייט האט דיך געגעבן א מקום צו גרייזן,

פארוואס צו אברהם אבינו האב איך מיך די ערשטע אנטפלעקט,
ווייל ער האט מיך געזוכט, האט ער מיך די ערשטע אנדעקט,

אויב פארלאזטו מיך, וועל איך דיך שיקן צו שרייען אל האלהים אשר בחרתם,
אט די זעלבע ג-ט המה יושיעו לכם בעת צרתכם,

אז דו וועסט מיך זוכן,
וועסטו מיך טרעפן, איך בין דא, די זעלבע נאמען אין וועמען די כהנים טוען דוכן.

שמן למאור » מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 2:54 am

· #513668
אוי גאטעניו איך האף אז איך בין דיך נישט מטריח,
אזוי שנעל געשיקט אן אנטווארט דורך א פרייוויליגן שליח.

פארן זיך וויסנדיג מאכן פון מיר איך פריי מיך,
אבער זיך ווייטער אויסשמועסן איך וויל פארשטייט זיך.

מיינע געפילן זיי טוען ווייטער רוישיג פליסן,
איך פיל נישט ווי פון קיין רוה זיי טוען געניסן.

די מעלה פון יודע מחשבות איז דאך ביי דיר פארהאנען,
פארוואס מיין טענה האסטו נישט ריכטיג פארשטאנען.

אמאל מיט ניסים נישט געווען קיין פראבלעם,
פארוואס זיך אפשטעלן, וואס האבן אונז פון דעם.

לא אעשה אות ומופת שרייסטו מיט פאטאס,
דו ווילסט מער כופרים? דאס איז די פרייז.

די טענה אז דו באווייזט זיך היינט האב איך אסאך געהערט,
אבער ליידער פאר מיר איז עס נאכנישט באשערט.

איך דארף יעצט באשליסן איינס פון צוויי,
אדער ביסטו דא, אדער דמיונ'ען זיי.

פון אפאר קא-אינצידענטן באשלאסן א נס,
אזא גלויביגער איך בין נישט, איי געס.

מיט פאלשע מופתים פון א פלעסטיק פאון ער דרייט א קאפ,
אז עס האט א גלאטן הסבר דאן פארשטייען מיר יעדן טראפ.

באלד וועט ער נאך פון בעקסי ארויסדרינגען א גאט,
ווען באמת אין ווארהייט א גלאטע חילוק עס האט.

דר. מיכאל אן אפאלאגיסט טאקע א שיינע,
אבער זיינע תירוצים קלעבן נישט אויפן הערצעלע מיינע.

קינדעריש זענען אונז שוין טאקע היינט מער נישט,
מיר גייען שוין מיט שכל און לאגיק מיר ווערן נישט צעמישט.

טאקע וועגן דעם די אפיקורסים זיי וואקסן גאר געשווינד,
אויב איז ער נישט צום געפינען דאן פארוואס גלייבן ווי א קינד.

אודאי אמאל די ניסים נישט געטוישט די בחירה,
די ציל איז דאך טאקע נאר צו ווייזן אז יש מנהיג לבירה.

עס דארף טאקע נישט אויף די מעשים זיין מעלה ומוריד.
נאר געבן די קלארקייט אזוי ווי אין די וועלט ביים מוליד.

איך בעט דיך נישט זיך צו באווייזן, כדי מיינע תאוות צו אנולירן,
איך וויל בלויז באמת גלייבן אין דיר, איך וויל שטארק פראבירן.

פארוואס טאקע זיך נאר דאן צו אברהם אנטפלעקט,
איך זוך דיך אויך, כ'האב דיר נאכנישט אנטדעקט.

איך ווייס פון דעם כי לא יראני האדם וחי,
אבער דאך ביים בארג און ביים ים יא געווען בערך אזוי.

טאטע וואס בעט איך שוין פון דיר,
ביטע דיין ליכטיגקייט באווייז שוין צו מיר.

שאלתיאל » מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 12:33 pm

· #513685
ד"ר מיכאל איז אלעס חוץ אַן אפלאגיסט

שמן למאור » מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 12:42 pm

· #513686
שאלתיאל
ד"ר מיכאל איז אלעס חוץ אַן אפלאגיסט
דו דארפסט פשוט וויסן וואס אפאלאגעטיע מיינט.

פרייוויליג » מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 6:21 pm

· #513702
מיין טייער קינד שמן,
מיט דיינע קשיות דארפסט זיך נישט שעמען, ס'נישטא פאר וועמען,

אך הפעם הזה איך וועל דיך נאך געבן איין ווארט,
און נאכדעם קענסטו מיך ווייטער געפינען אין יעדן ארט,

דו זאגסט אז דו האסט מיך געזוכט, פשפש ולא מצא,
ווען האסטו די לעצטע מאל געשמועסט מיט מיך, אן דעם איז מען נישט יצא,

מיך קען מען נישט זען, מיך קען מען נישט הערן,
איך בין אן עקספיריענס וואס מען שפירט דורך טרערן,

מיט א קלארע קאנשעסנעס, מיט טיפע התרגשות,
עס דארף זיין ארגינעל, מ'קען נישט זיין obnoxious,

אברהם האט אמת'דיג געוויינט,
ער האט נישט נאר געמיינט,

דו וואלסט נישט געוואלט דינען א ג-ט וואס מען קען זען,
דאס וואלט געווען אומדערטרעגליך, געוואלדיגע pain,

מיך קען מען נישט דורך די 5 חושים דיטעקטן,
ווען דו וועסט מיך טרעפן, וועט דיך עס אינגאנצן עפעקטן,

מיך צו בעטן איצט צו מאכן א נס א גרויסן,
איז אזוי ווי בעטן דיין דאקטער ער זאל דיך פראוון זיין דעגרי
ער וועט דיך זאגן ווארט מיך אינדרויסן,

אויב בענקסי מאכט פאר דיך מער סענס,
דאן ברויכסטו טוישן דיין לענס,

דו רעדסט פון לאגיק, שכל, און פארשטאנד,
זייט וויסן דו טאפסט נאך א וואנט,

מיכל די סייענטיס, האט אמאל הויך פראקלעמירט,
אז ער האט געפינען די קלענסטער פיש אין דער וועלט
ער האט יעדעם אלעמירט,

האט זיך אבער ארויסגעשטעלט אז די לעכער אין זיין נעץ,
איז געווען א געוויסע סייז, ער איז דאך סתם א לץ,

זיכער ווייסט ער נישט אז פישלעך קלענער פון זיין לעכל,
האבן געקענט דורכשווימען די נץ פון מיכל,

דיין גאנצע פרעסעפשען, באשטייט דורך אותיות, ווי קי"ף, ני"ן, רי"ש,
אלעס וואס דו פארשטייסט איז דורך א קליינעם פעקל פלייש,
צוזאם געשטעלט דורך מים רוח עפר ואש,

עס איז גוט אז דו האסט אראפגעשריבן דיינע געדאנקן,
עס וועט זיין פאר דיך פון דיינע בעסטע געשאנקן,
ווען דו וועסט צוריק קוקען אויף זיי, ווען דיין קאנשענסנעס וועט אמאל אויפצאנקן,

See you on the other side

רביה''ק זי''ע » מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 6:39 pm

· #513705
שמן למאור
אוי גאטעניו ביטע באווייז זיך שוין צו מיר,
איך וויל קענען ריכטיג גלויבן אין דיר.
אטע דאס איז טאקע די חילוק צווישן אמאל און היינט, אברהם אבינו האט נישט געוואלט גלייבן אין גאט, ער האט פשוט געוואלט וואוסן דעם אמת, אפגעזעהן וואס דער אמת איז, און אז גאט האט געזעהן אז די ראיות וואס אברהם זעהט זענען אז ס'נישט דא קיין גאט האט זיך גאט געדארפט באווייזן צו איהם ווייל ס'פשוט נישט fair אז איינער וואס זוכט דעם אמת זאל צוקומען צו שקר. דו ווידער האסט דאך דעם אמת אין בוידעם, דו האסט פשוט א משוגעת אין קאפ אז דו ווילסט "ריכטיג גלייבן" אפגעזעהן צו ס'איז אמת אדער נישט, גלייבן וועסטו סייווי מיט אדער אן ראיות, איז צו וואס דארף זיך גאט באווייזן צו דיר? דו גלייבסט דאך סייווי... איי דו ווילסט "ריכטיג גלייבן", obviously האלט גאט אז דאס הייסט יא "ריכטיג גלייבן".

שמן למאור » מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 8:12 pm

· #513715
רביה''ק זי''ע

אוי דו לץ איינער.. ביסט געפערליך...

קודם כל, פון די מרדש איז משמע אז אברהם אבינו איז צוגעקומען צו גלייבן אין גאט דורכ'ן זוכן די אמת, און איינמאל ער האט עס אנערקענט האט זיך גאט באוויזן צו אים. נישט וויאזוי דו לייגסט עס אראפ, אז דורך זיין חקירה איז ער גאר צוגעקומען אז ס'איז נישטא קיין גאט.

והשנית, איך זיך נישט צו גלייבן לשם גלייבן. איך וויל גלייבן על צד ער עגזיסטירט טאקע. נאר כדי צו גלייבן ריכטיג, מוז זיך עס קודם לייגן אויפן שכל, אויב נישט דאן בלייבט מען מיט ספיקות, אדער גאר כפירה. איך שמועס דא אויס אין די פאזיע איינע פון די טשעלענדזשעס וואס עס קומט מיטן גלויבן, נעמליך אז גאט איז גאר באהאלטן און מען זעט אים נישט, אבער צו די זעלבע צייט ווערט מען געפיטערט מיט אלע מינע מעשיות אז אמאל "לאנג צוריק" האט ער זיך באוויזן און געפראוועט ניסים אהן קיין פראבלעם... וואס זאל איך דיר זאגן, עס סאונד פישי...

איך זיך נאכאלץ גוטע תירוצים מיט הסברים, ווייל על צד מיין טאטע איז יא גערעכט מיט די גאנצע רעליגיע וואס ער האט מיר געלערנט, דאן בין איך טאוסט אויב גלייב איך נישט דערין... סאו איך זיך דאך צו זען אויב אפשר האט זיין מהלך האפט... דערווייל אהן ערפאלג.

ועוד, אפילו איך בלייב יא גלויביג, איז די טענה נאכאלץ וואליד. ווייל איך קען גענוג וואס האבן יא ליידער אפגעלאזט די אמונה אונגאנצן, צוליב די אדער ענדליכע טענות. און אויב וואלט זיך נאר גאט באוויזן צו זיי, וואלטן זיי אודאי יא געגלויבט.

מי אני » מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 8:27 pm

· #513716
וכמאמרו של בּערטראנד ראָסעל: 📎 11.jpg https://www.nytimes.com/2002/05/11/arts/so-god-s-really-in-the-details.html

ועיין באשכול זו ובמה שכתבתי כאן וכאן (וג"כ מה שהבאתי כאן).

רביה''ק זי''ע » מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 9:09 pm

· #513720
שמן למאור
ועוד, אפילו איך בלייב יא גלויביג, איז די טענה נאכאלץ וואליד. ווייל איך קען גענוג וואס האבן יא ליידער אפגעלאזט די אמונה אונגאנצן, צוליב די אדער ענדליכע טענות. און אויב וואלט זיך נאר גאט באוויזן צו זיי, וואלטן זיי אודאי יא געגלויבט.
אטע דאס זאג איך טאקע, די היינטיגע כופרים זענען נישט קיין עכטע כופרים, ווען ס'קומט איין דיננער פון הימל טוען זיי אלע זיך אן קאפלעך און שרייען שמע ישראל און שפרינגען פאר פרייד אז יעצט האבן זיי שוין א תירוץ צו ערפילן זייער הארצן וואונטש צו גלייבן אין גאט, מ'האט א מופת פונעם ריבניצער און מ'קלאפט זיך שוין אין בייכל שישו מעי און אתה בחרתנו מכל העמים, אזעלכע מענטשן לאזט גאט זיך פרייען מיט זייער ענגן פיר-עקעדיגן קאמפארט זאון, זיי דארף ער נישט האבן. אמאל איז אנדערש געוועהן, אמאליגע מענטש האט זיך אפילו גאט געקענט באווייזן צו זיי און זיי האבן נאכאלץ ווייטער געזוכט דעם אמת, אקעי, הוי״ה האט אונז ארויסגענומען פון מצרים אבער אפשר איז דא עפעס אן אמת אין א גאלדענע קאלב אויך? הוי״ה איז גרויס און מעכטיג מ'קען דאך אבער נישט אוועקמאכן בעל און מולך פאר מ'פארשט נאך וואס זיי האבן צו פארקויפן. די אורים ותומים האט טאקע פאראויסגעזאגט עתידות, ס'האט אבער נישט אפגעהאלטן שאול המלך פון גיין הערן נאך א דעה ביים מכשפה פון עין-דור. ולא קם נביא בישראל כמשה אבער אפשר באומות העולם קם? חז"ל זענען טאקע הייליג און טייער האט אבער דער רמב"ם געגאנגען נאשן חכמה ביי אריסטו אויך. בקיצור, מ'האט זיך אלץ ארומגעדרייט מיט אפענע אויגן און אנגעשפיצטע אויערן זיך צו דערגרונטעווען צו נאך א טיפערע סוד אינעם בריאה, נאך א טיפערע אמת, מיט אזעלכע מענטשן איז גאט אינטערעסירט צו האנדלען.

שמן למאור » מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 9:49 pm

· #513723
רבינו, ביסט אוט אוו יור מיינד!? וועלכע כופר קענסטו וואס גייט שפרינגען הקפות ווען ער הערט א ריבניצער געשיכטעלע?

היינט איז דען נישטא קיין טיפע אמת זוכערס? דו לויפסט דאך ארום פון איין יאגא ספיריט טיילער צום צווייטן... ביז ענדליך רעדן שוין די שראום שטימעס צו דיר...
נו.. האט זיך גאט שוין אויך באוויזן צו דיר?

רביה''ק זי''ע » דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 6:00 am

· #513740
רבי'לע, איך קען די אלע כופרים, יאוגא גורוס, און ספיריטואלע היילערס, די אלע זענען פונקט אזוי סטאק אין א נאראטיוו ווי די רעשט. איך זאג נישט, זייערע נאראטיווס זענען פיל געשמאקער ווי די חרדישע און איך וואלט עניטיים אויסגעוועלט זייער ריבוע ווי די אלע חברה דא אבער ווער זאגט אז מ'דארף בכלל לעבן אין א ריבוע? און וואס אנבאלאנגט גאט'ס זיך באווייזן צו מיר, געדענק אז לויט'ן מדרש רבה האט זיך גאט דאס ערשטע מאל באוויזן צו אברהם אבינו ביי די 48, משה רבינו האט באגעגנט הוי״ה הערשט ביי די 80 יאר, ווען Lord Krishna האט זיך באוויזן צו Arjuna איז ער שוין געוועהן א זקן מופלג פון 89 יאר!! ווער ווייסט צו איך גיי בכלל אנקומען צו דעם עלטער 😃

היסטאריע » דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 7:52 am

· #513743
חדשים
אין אזא הסתר פנים, און דיינע געפילן טוען נאך פליסן און ווילן זעהן גאט, דאס איז די גרעסטע נס וואס גאט מאכט. דאס פאקט איין אלע נסים פון אמאל. איין באשעפער ווייסט וויאזוי דאס איז מעגליך.

אפשר גאר, איז דאס דיין גאט...

ובקשתם משם את ה' אלקיך איז שוין מקוים געווארן. יעצט קומט די ומצאת.
דער פלא גייט ווייטער און ווייטער. הניח אמונתו על קרן הצבי.

פרייוויליג » דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 8:56 am

· #513745
רביה''ק זי''ע
רבי'לע, איך קען די אלע כופרים, יאוגא גורוס, און ספיריטואלע היילערס, די אלע זענען פונקט אזוי סטאק אין א נאראטיוו ווי די רעשט. איך זאג נישט, זייערע נאראטיווס זענען פיל געשמאקער ווי די חרדישע און איך וואלט עניטיים אויסגעוועלט זייער ריבוע ווי די אלע חברה דא אבער ווער זאגט אז מ'דארף בכלל לעבן אין א ריבוע? און וואס אנבאלאנגט גאט'ס זיך באווייזן צו מיר, געדענק אז לויט'ן מדרש רבה האט זיך גאט דאס ערשטע מאל באוויזן צו אברהם אבינו ביי די 48, משה רבינו האט באגעגנט יהו"ה הערשט ביי די 80 יאר, ווען Lord Krishna האט זיך באוויזן צו Arjuna איז ער שוין געוועהן א זקן מופלג פון 89 יאר!! ווער ווייסט צו איך גיי בכלל אנקומען צו דעם עלטער 😃
וואס פעלט אויס ארויסצושרייבן השם׳ס נאמען, אפילו עס האט 2 שטרעכלעך. וואס איז שלעכט מיט אנדערע נעמען?

שמן למאור » דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 10:03 am

· #513750
ער וויל זיכער מאכן אז מען גייט נישט מעקן זיין תגובה...

שמן למאור » דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 10:15 am

· #513752
רביה''ק זי''ע
רבי'לע, איך קען די אלע כופרים, יאוגא גורוס, און ספיריטואלע היילערס, די אלע זענען פונקט אזוי סטאק אין א נאראטיוו ווי די רעשט. איך זאג נישט, זייערע נאראטיווס זענען פיל געשמאקער ווי די חרדישע און איך וואלט עניטיים אויסגעוועלט זייער ריבוע ווי די אלע חברה דא אבער ווער זאגט אז מ'דארף בכלל לעבן אין א ריבוע? און וואס אנבאלאנגט גאט'ס זיך באווייזן צו מיר, געדענק אז לויט'ן מדרש רבה האט זיך גאט דאס ערשטע מאל באוויזן צו אברהם אבינו ביי די 48, משה רבינו האט באגעגנט יהו"ה הערשט ביי די 80 יאר, ווען Lord Krishna האט זיך באוויזן צו Arjuna איז ער שוין געוועהן א זקן מופלג פון 89 יאר!! ווער ווייסט צו איך גיי בכלל אנקומען צו דעם עלטער 😃
אוי וויי! דו וועסט מעגליך ערשט געוואר ווערן פונעם אמת נאך דיין שטארבן... אבער די ווייסט דאך אז אלע רעליגיעס פארלאנגען איינצוזען גאט ווען מען לעבט נאך, נאכן טויט איז שוין אייביג צו שפעט...
ס'איז עפעס א מאדנע געזעץ וואס אלע רעליגיעס האבן אין קאמען. קיין שום רעליגיע לאזט דיר נישט קודם שטארבן און קלאר זען גאט, און בלויז דערנאך גלייבן אין אים. עס גייט נישט אזוי! פרעג מיך נישט פארוואס...

היסטאריע » דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 3:44 pm

· #513774
דער פשט איז, אז די רעליגיע טוט דיר א טובה, און גיבט דיר א שארטקאט, זאלסט נישט דארפען פראווען מעדיטאציע צו תעניתים וכו', דו קענסט שוין פין געבורט האבן דער זעלביגע וואס אברהם האט ערשט באקומען ביי די 48.

שמן למאור » פרייטאג דעצעמבער 30, 2022 1:05 am

· #514700
📎 IMG_20221230_010451_804.jpg

מי ימצא » פרייטאג דעצעמבער 30, 2022 1:09 am

· #514701
שמן למאור
📎 IMG_20221230_010451_804.jpgIMG_20221230_010451_804.jpg
איך קען עס נישט לייקן.
אבער זיסלעך איז עס.

שמן למאור » פרייטאג דעצעמבער 30, 2022 1:37 am

· #514702
מי ימצא
שמן למאור
📎 IMG_20221230_010451_804.jpgIMG_20221230_010451_804.jpg
איך קען עס נישט לייקן.
אבער זיסלעך איז עס.
וואס איז? דיין לייק קנעפל איז צעבראכן?

מי ימצא » פרייטאג דעצעמבער 30, 2022 1:47 am

· #514704
שמן למאור
מי ימצא
שמן למאור
📎 IMG_20221230_010451_804.jpgIMG_20221230_010451_804.jpg
איך קען עס נישט לייקן.
אבער זיסלעך איז עס.
וואס איז? דיין לייק קנעפל איז צעבראכן?
סאיז צו שארף.
נישט אלעס וואס מען טראכט, מעג מען שרייבן.
אדרבה איך פארגין דיר וויפיל לייקס דו ברויכסט.

צוזאמגעדרייט » פרייטאג דעצעמבער 30, 2022 3:04 am

· #514706
Re: באשעפער באווייז זיך צו מיר
מי ימצא
נישט אלעס וואס מען טראכט, מעג מען שרייבן.
פארוואס נישט? אויב מען מעג עס טראכטן, פארוואס זאל מען דאס נישט מעגן שרייבן?

קאצקע ציקער » פרייטאג דעצעמבער 30, 2022 10:20 am

· #514711
שמן למאור
רביה''ק זי''ע
רבי'לע, איך קען די אלע כופרים, יאוגא גורוס, און ספיריטואלע היילערס, די אלע זענען פונקט אזוי סטאק אין א נאראטיוו ווי די רעשט. איך זאג נישט, זייערע נאראטיווס זענען פיל געשמאקער ווי די חרדישע און איך וואלט עניטיים אויסגעוועלט זייער ריבוע ווי די אלע חברה דא אבער ווער זאגט אז מ'דארף בכלל לעבן אין א ריבוע? און וואס אנבאלאנגט גאט'ס זיך באווייזן צו מיר, געדענק אז לויט'ן מדרש רבה האט זיך גאט דאס ערשטע מאל באוויזן צו אברהם אבינו ביי די 48, משה רבינו האט באגעגנט יהו"ה הערשט ביי די 80 יאר, ווען Lord Krishna האט זיך באוויזן צו Arjuna איז ער שוין געוועהן א זקן מופלג פון 89 יאר!! ווער ווייסט צו איך גיי בכלל אנקומען צו דעם עלטער 😃
אוי וויי! דו וועסט מעגליך ערשט געוואר ווערן פונעם אמת נאך דיין שטארבן... אבער די ווייסט דאך אז אלע רעליגיעס פארלאנגען איינצוזען גאט ווען מען לעבט נאך, נאכן טויט איז שוין אייביג צו שפעט...
ס'איז עפעס א מאדנע געזעץ וואס אלע רעליגיעס האבן אין קאמען. קיין שום רעליגיע לאזט דיר נישט קודם שטארבן און קלאר זען גאט, און בלויז דערנאך גלייבן אין אים. עס גייט נישט אזוי! פרעג מיך נישט פארוואס...
זייער סימפל ווייל דעמאלטס איז נישט קיין שום חידוש אז דו גלייבסט אין גאט דו זעהסט דאך עים קלאר די קונץ איז ווען זאכן זענען פארנעפעלט און דעמאלטס גלייבסטו

רביה''ק זי''ע » פרייטאג דעצעמבער 30, 2022 10:23 am

· #514712
שמן למאור
📎 IMG_20221230_010451_804.jpgIMG_20221230_010451_804.jpg
נאריש אבער זיס, פארוואס דאן האב איך געלייקט? להוציא מלבן של... יא, מ'מעג דאס טראכטן און מ'מעג עס זאגן. 😃

רביה''ק זי''ע » פרייטאג דעצעמבער 30, 2022 10:46 am

· #514714
קאצקע ציקער
שמן למאור
אוי וויי! דו וועסט מעגליך ערשט געוואר ווערן פונעם אמת נאך דיין שטארבן... אבער די ווייסט דאך אז אלע רעליגיעס פארלאנגען איינצוזען גאט ווען מען לעבט נאך, נאכן טויט איז שוין אייביג צו שפעט...
ס'איז עפעס א מאדנע געזעץ וואס אלע רעליגיעס האבן אין קאמען. קיין שום רעליגיע לאזט דיר נישט קודם שטארבן און קלאר זען גאט, און בלויז דערנאך גלייבן אין אים. עס גייט נישט אזוי! פרעג מיך נישט פארוואס...
זייער סימפל ווייל דעמאלטס איז נישט קיין שום חידוש אז דו גלייבסט אין גאט דו זעהסט דאך עים קלאר די קונץ איז ווען זאכן זענען פארנעפעלט און דעמאלטס גלייבסטו
נעה, אפילו נאכ'ן זעהן איז נאכאלץ א קונץ.

קאצקע ציקער » פרייטאג דעצעמבער 30, 2022 12:07 pm

· #514715
רבינו תסביר

שמן למאור » פרייטאג דעצעמבער 30, 2022 12:34 pm

· #514716
קאצקע, איך האב דאך דאס שוין אלעס באווארנט אין די פאציע זעלבסט, דו דארפסט זיך מער מעמיק זיין דערין בכובד ראש...

די ווייסט אפשר פון א דור וואס אלע אידן האבן געזען גאט? די תורה פארציילט אונז ווי די אידן פון די דור המדבר האבן געזען גאט ביים ים סוף און געשריגן זה קלי ואנוהו! זיי האבן געזען מראות נבואה אשר לא ראה יחזקאל בן בוזי. זיי זענען אלע געשטאנען ביים בארג סיני און געהערט און געזען ווי גאט אליין רעדט צו זיי... און תוך כדי האבן זיי געמאכט א גאלדענע קאלב און געשריגן אלה אלהיך ישראל!!! יא אפילו נאכן זען גאט איז א קונץ צו גלייבן!

קאצקע ציקער » פרייטאג דעצעמבער 30, 2022 12:49 pm

· #514717
רעביניו סאיז א גרויסע חילוק יענע זעהן מיט די זעהן נאכן טויט דעמאלטס איז עס נישט שייך צו לייקענען די מציאות פאטשט אין פנים ועוד דעמאלטס איז מער נישט דא די ייצר הרע...

שמן למאור » פרייטאג דעצעמבער 30, 2022 12:53 pm

· #514718
קאצקע ציקער
רעביניו סאיז א גרויסע חילוק יענע זעהן מיט די זעהן נאכן טויט דעמאלטס איז עס נישט שייך צו לייקענען די מציאות פאטשט אין פנים ועוד דעמאלטס איז מער נישט דא די ייצר הרע...
נו... די טענה איז אז ער זאל זיך דא באווייזן, נישט דארטן..

רביה''ק זי''ע » פרייטאג דעצעמבער 30, 2022 12:56 pm

· #514719
קאצקע צוקער: דערמאנסט מיר די לאנגע שמועסן מיט מיין עלטער באבע ע"ה.

רביה"ק: העלאו באבי!
באבי: ווער ביזטו?
רביה"ק: וואס הייסטו ווער? יואלי! דיין עלטסטע אור-אייניקל!
באבי: אה טאקע יואלי, שוין כמעט פארגעסן, וועמענ'ס יואלי?
רביה"ק: מוישי'ס.
באבי: אה טאקע, מויש'ס, וועמענ'ס מוישי?
רביה"ק: חיים'ס.
באבי: אה יא, חיים'ס מוישי, און ווער ביזטו?
רביה"ק: יואלי
באבי: וועמענ'ס יואלי?
וכו' וכו'

קאצקע ציקער » פרייטאג דעצעמבער 30, 2022 12:58 pm

· #514720
רביה''ק זי''ע
קאצקע צוקער: דערמאנסט מיר די לאנגע שמועסן מיט מיין עלטער באבע ע"ה.

רביה"ק: העלאו באבי!
באבי: ווער ביזטו?
רביה"ק: וואס הייסטו ווער? יואלי! דיין עלטסטע אור-אייניקל!
באבי: אה טאקע יואלי, שוין כמעט פארגעסן, וועמענ'ס יואלי?
רביה"ק: מוישי'ס.
באבי: אה טאקע, מויש'ס, וועמענ'ס מוישי?
רביה"ק: חיים'ס.
באבי: אה יא, חיים'ס מוישי, און ווער ביזטו?
רביה"ק: יואלי
באבי: וועמענ'ס יואלי?
וכו' וכו'
🙄 און דו דערמאנסט מיר פון מיין עלטער זיידע

רביה''ק זי''ע » פרייטאג דעצעמבער 30, 2022 12:59 pm

· #514721
קאצקע תסביר
בלאט: 1 2