☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ווי אזוי קען מען זיך דערהאלטן?

ווי אזוי קען מען זיך דערהאלטן?

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12628

גדליה » מאנטאג אקטאבער 15, 2018 7:58 pm

· #414500
ווי אזוי קען מען זיך דערהאלטן?
צדיקים שרייבען שוין טויזענטע יארען פון די שרעקליכע חבלי משיח, אנדערע צדיקים זאגען אז די מלחמה וועט זיין ברוחניות. מזעהט בחוש אז ס'איז טאקע אזוי.
ווי מען גייט און וויא מען שטייט זעהט מען עהרליכע אידען דראפען זיך אויף די גראדע ווענט. דא פאלט איינע אוועק און ווערט א משומדת ר"ל, דארט געפינט זיך א זוהן פון א גרויסע רבי א הייליגע צדיק, נעבעך אוועקגעפאלען צו די קליפות.
איך שפיר ווי איך דראפעווע מיך און איך האלט ביים פאלען. איך וויל מזאל מיר זיך דא צאמנעמען און מטכס עצה זיין ווי דערהאלט מען זיך ביי אידישקייט אין די ביטערע נסיונות?
איך וויל אנהייבן מיט א קליינע סגולה, מזאל זאגען יעדען טאג די גאנצע פרשה פון הוצאת שם רע, ביז ופרשו השמלה וכו', צופרי און ביינאכט.

בענדזשאמין פרענקלין » מאנטאג אקטאבער 15, 2018 8:11 pm

· #414503
אן אנדערע אויסגעפריווטע מהלך איז אויפגעבען דאס געדראפעוועטאכטס, נעמען צוויי פלאש באמבעס, און זיך אויפרייסען און פלאמען ביי א סטענדער און פארענט פון ראדני אדער הופפער.

מיימון » מאנטאג אקטאבער 15, 2018 8:48 pm

· #414504
אן אנדערע, אביסל ענליכע שאלה: וויאזוי קען מען זיך דערהאלטן אין די לאנגע פינסטערע ווינטער נעכט. ריפרעשט קאווע שטיבל, גארנישט צוגעקומען (פון 3 שעה צוריק..) טוויטער, שוין אויסגעדראשן. געקוקט דא דארט, אלעס וועפט. אינדרויסן איז קאלט און טונקל. אינעווייניג איז אויסגעלאשן, נאר א דינטשיגער געשריי רייסט זיך ארויס פון די טיפענישן אריין אין חלל אריין..

קאצקע ציקער » מאנטאג אקטאבער 15, 2018 9:16 pm

· #414505
מיימון
אן אנדערע, אביסל ענליכע שאלה: וויאזוי קען מען זיך דערהאלטן אין די לאנגע פינסטערע ווינטער נעכט. ריפרעשט קאווע שטיבל, גארנישט צוגעקומען (פון 3 שעה צוריק..) טוויטער, שוין אויסגעדראשן. געקוקט דא דארט, אלעס וועפט. אינדרויסן איז קאלט און טונקל. אינעווייניג איז אויסגעלאשן, נאר א דינטשיגער געשריי רייסט זיך ארויס פון די טיפענישן אריין אין חלל אריין..


אפשר וועקט מען טאקע אויף קאווע שטיבל

כוכב » מאנטאג אקטאבער 15, 2018 9:38 pm

· #414507
אמר רבינו: יש לי עצה פשוטה וזה נהר המטהר מכל הכתמים שישמש אם הלייק קנעפל לכל עת מצוא ואש שלי תוקד עד ביאת משיח.

יין שרף » מאנטאג אקטאבער 15, 2018 9:46 pm

· #414508
בענדזשאמין פרענקלין
אן אנדערע אויסגעפריווטע מהלך איז אויפגעבען דאס געדראפעוועטאכטס, נעמען צוויי פלאש באמבעס, און זיך אויפרייסען און פלאמען ביי א סטענדער און פארענט פון ראדני אדער הופפער.

לזה כיון יואב הכ"מ ז"ל אין זיין ארטיקל 'לקדש שם שמים' צום וועקער (כמדומה לחודש ניסן תשע"ח).

גדליה » מאנטאג אקטאבער 15, 2018 9:54 pm

· #414509
בענדזשאמין פרענקלין
אן אנדערע אויסגעפריווטע מהלך איז אויפגעבען דאס געדראפעוועטאכטס, נעמען צוויי פלאש באמבעס, און זיך אויפרייסען און פלאמען ביי א סטענדער און פארענט פון ראדני אדער הופפער.

דאס איז פלאן ב'

גדליה » מאנטאג אקטאבער 15, 2018 10:19 pm

· #414513
יעצט האב איך געהערט נאך א סגולה ווי אזוי זיך צו דערהאלטען אין די ביטערע גלות: זיך אריבערציען קיין קאנאדא

יין שרף » מאנטאג אקטאבער 15, 2018 10:26 pm

· #414514
גדליה

איך וויל אנהייבן מיט א קליינע סגולה, מזאל זאגען יעדען טאג די גאנצע פרשה פון הוצאת שם רע, ביז ופרשו השמלה וכו', צופרי און ביינאכט.

א שווערע סגולה דאס. It's so confusing די אלע נערה'ס מיט א ה' און אן א ה', די קרי מיט די כתיב..

יין שרף » מאנטאג אקטאבער 15, 2018 10:27 pm

· #414515
די אמת איז, נישט גע'דאגה'ט. עס וועט זיך עפענען א "פרשת מוציא שם רע כולל" וואס וועט סגולה'נען די פרשה פאר א מינימאלע אפצאהל.. זיי וועלן זיכער זיך דערהאלטן אין די ביטערע גלות..

וואלווי » מאנטאג אקטאבער 15, 2018 11:11 pm

· #414518
גדליה
יעצט האב איך געהערט נאך א סגולה ווי אזוי זיך צו דערהאלטען אין די ביטערע גלות: זיך אריבערציען קיין קאנאדא


און פון דארט קיין גוואטאמאלא?

רויטע וואנצעס » דינסטאג אקטאבער 16, 2018 10:10 am

· #414527
מימות קיום העולם זענען אלעמאל געווען דראפערס וואס האבן זיך געדראפעוועט. די פראבלעם היינטיגע צייטן איז אז יעדער שמויגער שלא שמש כל צרכו האט זיך דערקלערט א דראפער, און ס'איז נישטא גענוג גראדע ווענט פאר אלע די דראפערס.

טאמבל סאס » דינסטאג אקטאבער 16, 2018 10:31 am

· #414528
ווי אויך איז דער פראבלעם אז עמיצער האט זיך דערקלערט אלץ באלעבאס אויף די ווענט, ער זאגט ווער ס'מעג זיך דראפען.

דאס איז וואס אמאל זיכער ווער זענען מיר איינצוטיילן ווער ס'מעג זיך דראפען. נאר אזויפיל, אויב מ'זאל זיי געבן וואס צוטוהן וועלן זיי נישט זוכן זיך צו דראפען פון אזויפיל 'ליידיג-גייען'...

וואלווי » דינסטאג אקטאבער 16, 2018 11:20 am

· #414530
רויטע וואנצעס
מימות קיום העולם זענען אלעמאל געווען דראפערס וואס האבן זיך געדראפעוועט. די פראבלעם היינטיגע צייטן איז אז יעדער שמויגער שלא שמש כל צרכו האט זיך דערקלערט א דראפער, און ס'איז נישטא גענוג גראדע ווענט פאר אלע די דראפערס.


Take it easy

איך קען איינער וואס בויט נייע ווענט.

און אלס פאר אומזוסט...

קאך_לעפל » דינסטאג אקטאבער 16, 2018 2:32 pm

· #414539
אין וועלכע הינזיכט קענט איר זיך נישט דערהאלטן?

טאטע זאכן? נעמט א קאלטער שויער!

דאס דחקות דרוקט? גייט ארבייטן!

אמונה? גלייב ווי א נאר!

דאס ווייב פייניקט? דערלאנגט איר א צוועלעווער!

נחת פון די קינדער? טראכט נישט דערפון! ווייל ס'איז ווירקליך נישטא קיין עצה.

צער גלות השכינה? (אה...ווארשיינליך האט איר דאס געמיינט....) רייסט איין!

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אקטאבער 16, 2018 6:12 pm

· #414545
Re: ווי אזוי קען מען זיך דערהאלטן?
עס איז דא א געציילטע פאר גוטע גוים אין די וועלט. רוב טויגען צו כפרות, האבען נישט קיין טעם און נישט קיין ריח. מ׳זאל זיי בעסער געבען פאר א צווייטען. אבער די גוים זענען פיין, איידעל, סאפיסטיקירט (אויב מ׳וויילט ריכטיג) און געשמירט. זיי גייען הוטען מיט אנשטעטיגע קליידער, און זיי קוקען נישט אראפ אויף דיר. די גוים באלאנגען אין סוכה און אויף די שבת טיש, און זיי קענען לייזען אסאך דראפעוועריי דאגות.

איינער פון זיי הייסט Johnny Walker און דער צווייטע איז Jack Daniels. בדוק ומנוסה אז זיי קענן אייך העלפען אין אייער געיעג צום שפיץ פון די גראדע וואנט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

שבת אחים » דינסטאג אקטאבער 16, 2018 7:17 pm

· #414549
רעאליסטיש גערעדט לעבן מיר היינט אין די מערסטע סאפיסטיקירטע, ציוויליזירטע, פארגעשריטנע וועלט וואס מ׳האט נאכנישט געזעהן זינט בריאת העולם ממש. די היינטיגע וועלט ווי שלעכט ס׳זאל נאר נישט זיין קומט נישט צו אין ווילדסטען חלום צו די אמאליגע ״שרעקליכע-וועלט״- אין אלע הינזיכטן ממש סיי ברוחניות און סיי בגשמיות... אמאל האבן זיך אסאך אסאך מעהר אידן גע׳שמדט און/אדער אפגעלאזט אידישקייט. אז מ׳האט נאר געוואלט אריינגיין אין די העכערע סאסייעטי האט מען זיך געמוזט אפשמדן. די פראצענט פון די היינטיגע וואס פאלן אוועק איז א ״טיפה מן הים״ קעגן די אמאליגע אסימילאציע.

אידשקייט האט נאך קיינמאל נישט בעפאר אזוי געבליעט און געוואקסן ווי היינט. ווי האט מען אמאל געהאט אזויפיל אידן יראים ושלימים ווי היינט? אזויפיל אידן תלמידי חכמים? די אמאליגע צדקה וחסד ארגאניזאציעס איז בכלל נישט קיין פארגלייך צו די היינטיגע גמ״ח ביי אידן- וואס איז נאך קיינמאל נישט געוועהן אויף אזא גרויסע-פארנעם. הונדערטער טויזנטער בחורים און אינגעלייט לומדים וואס זיצן אין כולל און ישיבה וואס תורתם אומנתם? דאס איז קיינמאל נישט געוועהן פארדעם.

היינט (אין די פארגעשריטנע לענדער) איז די בעסטע צייט צולעבן אויף די וועלט. און מיר האפן אז מארגן גייט זיין נאך בעסער און איבערמארגן נאך בעסער ביז משיח׳ס טאג...

בעסער האט דאך נישט קיין שיעור.

גענוג מיט די געדראפאוועכטץ, פאראנויע, סגולות, קליפות, שדים, רוחות, מזיקים, בליי-גיסן, האניג-לעקן, קנאבל אין די אויערן, עין-הרע אפשפרעכאץ, לשה״ר-כולל, פערציג מאל שיר השירים, גלות-זיפצערייען, טרעוועל-ליכט יעדען שני וחמישי, ספרדישע באבא׳ס, מקובלים, ר׳ ישעילע-אויף ספיד-דייל, די ריבניצער אויף ליין 2, פינף פינגערדיגע חמסא פונעם בן איש חי׳, א קמיע פונעם באבא סאלי, א לולב האלטער פונעם רבין זי״ע, א רזיאל המלאך אינטרן קישן, א גימטריא אנעם כולל...

אלעס איז בסדר גמור-פארטס ווייטער 😂

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אקטאבער 16, 2018 9:11 pm

· #414558
Re: ווי אזוי קען מען זיך דערהאלטן?
איר קענט אונז געבען א בליק אויף אידישקייט אין שנת תקפ"ב? עס איז דעמאלס געווען מער ׳יראים ושלמים׳ (ליין - מענטשען אין דער אנ"ש טלפון בוך) ווי היינט אדער ווייניגער? וויפיל מענטשען האבען געצויגען א חיונה פון ארגאניזאציעס און וויפיל פון ארנטליכע ארבעט? וויפיל אידען האבען געשמד׳ט אין יענער יארען?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

קל וחומר » דינסטאג אקטאבער 16, 2018 9:26 pm

· #414559
Re: ווי אזוי קען מען זיך דערהאלטן?
אונזער ניסיון כיום איז אט די גלות פון אונזער פעלאו ברידער, די וואס דארפן קאנטראלירן יענעמ'ס קאפל סייז אדער ווי אזוי יענעמ'ס ווייב גייט געקליידעט וכדו'. בו בזמן וואס זיין אידישקייט באשטייט פון אויסגעטריקענטע פייגן, פארטיי געשלעגן, מי בראש קאנפליקטן, ווער קען אויסזעהן פרומער, ווער קען בעסער קאנטראלירן דעם עמך איד, ווער קען ווייניגער אינזין האבן רבש"ע און מער טראכטן פון זיך.

און מיט דעם אלעם בלייבן דאס רוב פון אונז ערליך און געטריי צום רבון עלם.

דאס איז שוין איינמאל געדראפעט אויף גראדע ווענט.

דאכצעכמער » מיטוואך אקטאבער 17, 2018 8:59 pm

· #414618
ליטוואק פון בודאפעסט
איר קענט אונז געבען א בליק אויף אידישקייט אין שנת תקפ"ב? עס איז דעמאלס געווען מער ׳יראים ושלמים׳ (ליין - מענטשען אין דער אנ"ש טלפון בוך) ווי היינט אדער ווייניגער? וויפיל מענטשען האבען געצויגען א חיונה פון ארגאניזאציעס און וויפיל פון ארנטליכע ארבעט? וויפיל אידען האבען געשמד׳ט אין יענער יארען?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


Listen to rabbi miller don't remember now what lecture it was about but he said: I remember the k'doishim of kuvna waiting for the train to arive on shabbas to take them to the work

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אקטאבער 17, 2018 9:00 pm

· #414619
Re: ווי אזוי קען מען זיך דערהאלטן?
Rabbi Miller said that about 5582?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

דאכצעכמער » מיטוואך אקטאבער 17, 2018 9:08 pm

· #414620
ליטוואק פון בודאפעסט
Rabbi Miller said that about 5582?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


He said it in a answer to Holocaust soits more relevant for תרפב

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2018 5:26 am

· #414632
Re: ווי אזוי קען מען זיך דערהאלטן?
איך זעי איך דארף זיך מסביר זיין.

שבת האט געזאגט אז אונז זע׳מיר די שענסטע דור. דאס פאסט נאר פאר דער וואס זיין היסטארישען בליק הייבט זיך אן נאך די ערשטע וועלט׳ס קריג. יא, אין תרפ"ב אין ליטא\רוסלאנד האט נישט געטויגט. אין ליטוויש פולין און גרויס פולין איז געווען פיל בעסער. און הונדרעט יאר פאר דעם איז אויך געווען פיל בעסער, לגבי וויפיל געשמד׳טע זענען געווען וכדו׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

וואלווי » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2018 7:23 am

· #414634
ליטוואק פון בודאפעסט
איך זעי איך דארף זיך מסביר זיין.

שבת האט געזאגט אז אונז זע׳מיר די שענסטע דור. דאס פאסט נאר פאר דער וואס זיין היסטארישען בליק הייבט זיך אן נאך די ערשטע וועלט׳ס קריג. יא, אין תרפ"ב אין ליטא\רוסלאנד האט נישט געטויגט. אין ליטוויש פולין און גרויס פולין איז געווען פיל בעסער. און הונדרעט יאר פאר דעם איז אויך געווען פיל בעסער, לגבי וויפיל געשמד׳טע זענען געווען וכדו׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


מרן! קען זיין געמאלט אז אייער כבוד האט פארזעהן די שרעקליכע שמד פון בני תיירע צו חסידות א קנאפע דריי הונדערט יאהר אויף צירוק?

מארמאראשער » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2018 8:11 am

· #414636
Re: ווי אזוי קען מען זיך דערהאלטן?
אט אזוי קען מען זיך דערהאלטן

<a class="postlink" href="https://www.sqdc.ca/en-CA/">https://www.sqdc.ca/en-CA/</a>

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2018 8:19 am

· #414638
Re: ווי אזוי קען מען זיך דערהאלטן?
מיין כבוד וועט ענטפערען דיין כבוד, אז היינטיגע צייטען פאסירט דאס אויך, ממילא מאכט עס נישט אויס

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

וואלווי » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2018 8:23 am

· #414639
היינטיגע צייטן איז חוזר וניער, ווייל די חסידים ווערן אפגע'שמד פון די ליטאים אויך.

די אשכנטוזים פון די ספרדים, ואיפכא נמי מסתברי..

אונטער חכם » פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:27 am

· #414755
Re: ווי אזוי קען מען זיך דערהאלטן?
לעצטנס ווערן די מתנגדים חסידים.

גדולי ישראל יודעים הכל.

#מניפים את הדגל

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 24, 2018 4:46 am

· #415176
קל וחומר
אונזער ניסיון כיום איז אט די גלות פון אונזער פעלאו ברידער, די וואס דארפן קאנטראלירן יענעמ'ס קאפל סייז אדער ווי אזוי יענעמ'ס ווייב גייט געקליידעט וכדו'. בו בזמן וואס זיין אידישקייט באשטייט פון אויסגעטריקענטע פייגן, פארטיי געשלעגן, מי בראש קאנפליקטן, ווער קען אויסזעהן פרומער, ווער קען בעסער קאנטראלירן דעם עמך איד, ווער קען ווייניגער אינזין האבן רבש"ע און מער טראכטן פון זיך.

און מיט דעם אלעם בלייבן דאס רוב פון אונז ערליך און געטריי צום רבון עלם.

דאס איז שוין איינמאל געדראפעט אויף גראדע ווענט.

הייליג, הייליגע ווערטער!
👍

לבי ובשרי » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 12:25 am

· #415255
מאריכואנא שלאגט ווארצלען, רייסט ביימער און הייטערט די געמיטער אינעם ווייטן קאנאדא און אין טאהש קודש.