☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש

ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש

246 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1510
בלאט: 1 2 3 4 5

סעגאל » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 9:52 pm

· #480820
געהערט ער איז ליידער געשלאגן געווארען מיט קאראנע נאכען זיך שטארק היטען די לעצטע צוויי יאר.

שמעון וואלף » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 11:44 pm

· #480837
berlbalaguleh
שמעון וואלף: איין זאך איז זיכער אז ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א איז אויסגעשפראכן אקעגן די היינטיגע הנהגה. ווייל ער איז אנטי-עסטאבלישמענט בכלל. לשיטתו איז א יעדע ארגאניזירטע קבוצה קארופטירט. אויב זיי זענען נישט מתחילה, ווערן זיי אבער מיט די צייט. און ס'איז קרוב לאמת...!

ער איז אנטי-עסטאבלישמענט? טאמער איז דא א שטאט ווי ס'דא אן עסטאבלישט קהילה מיט א רב און א בית דין און א תלמוד תורה וואס ווערט געפירט דורך די קהילה, האט ער א פראבלעם דערמיט?
קוקט אויס די הייבסט אים נישט אן צו קענען אדער ווייסטי פשוט נישט וואס מיינט אנטי-עסטאבלישמענט

שמעון וואלף » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 11:45 pm

· #480839
סעגאל
געהערט ער איז ליידער געשלאגן געווארען מיט קאראנע נאכען זיך שטארק היטען די לעצטע צוויי יאר.

יצחק בן ברכה לרפו"ש בתושח"י

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 31, 2021 4:38 pm

· #480888
שמעון וואלף
berlbalaguleh
שמעון וואלף: איין זאך איז זיכער אז ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א איז אויסגעשפראכן אקעגן די היינטיגע הנהגה. ווייל ער איז אנטי-עסטאבלישמענט בכלל. לשיטתו איז א יעדע ארגאניזירטע קבוצה קארופטירט. אויב זיי זענען נישט מתחילה, ווערן זיי אבער מיט די צייט. און ס'איז קרוב לאמת...!

ער איז אנטי-עסטאבלישמענט? טאמער איז דא א שטאט ווי ס'דא אן עסטאבלישט קהילה מיט א רב און א בית דין און א תלמוד תורה וואס ווערט געפירט דורך די קהילה, האט ער א פראבלעם דערמיט?
קוקט אויס די הייבסט אים נישט אן צו קענען אדער ווייסטי פשוט נישט וואס מיינט אנטי-עסטאבלישמענט

שמעון וואלף: דו מאכסט מיך לאכן...! ווייל ס'זענען דא ווייניג (פרעמדע) מענשטן וואס קענען איהם אזוי גוט ווי איך. נאר אונז עמיר זיך נישט טענה'ן אהין און צוריק ווער ס'ווייסט יא אדער נישט וואס עסטאבלישמענט און אנטי-עסטאבלישמענט מיינט...!

נאר דו דערמאנסט מיך א קאמישע מעשה.... א יונגערמאן פון די סקווירא/ראחמיסטריווקא גזע איז אמאל אריין אין א באנק צוזאמען מיט זיין רביצין שתליט"א און געוואלט אויפמאכן אן אקאונט. פרעגט די באנק באאמטע די רביצין וואס איהר חתונה געהאט'ער נאמען איז. זאגט זי...טווערסקי. פרעגט זי וואס איז דיין מעידען נעים... זאגט זי טווערסקי. פרעגט זי . וואס איז דיין מאמע'ס מעידען נעים. זאגט זי, טווערסקי... האט די באאמטערין געזאגט, דו ווייסט נישט וואס א מעידען נעים איז. זאגט די רביצין. דו ווייסט נישט וואס א טווערסקי איז...!

שמעון וואלף » דינסטאג אוגוסט 31, 2021 11:49 pm

· #480934

צ"ל וועיסט

עניוועיז, טאמער ווילסטיך נישט טענה'ן איז נישט אבער איך האב הנאה אז כ'האב דיר געמאכט לאכן.

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 1, 2021 10:45 am

· #480955
שמעון וואלף: ברוך שכיוונתי. ווען מ'רעדט פון סקווירא/ראחמיסטריווקא, האביך געוואלט שרייבן..."וועיסט"...! אבער איך רעזערוויר דאס (העיליגע) לשון נאר פאר פה קדשו פונ'ם (העיליגן) רעבא...! כלשון קדשו..."איך וועיס נישט"...!

חיים'ס ישיבה » מיטוואך אקטאבער 6, 2021 5:07 pm

· #482696
אמירת הלל וסדר הושענות על פי נוסח מהרצ"א מדינוב זי"ע - הושענא רבה תשפ"ב - דברי כבושין לפני ההושענות
<a class="postlink" href="https://youtu.be/lnayXkCLLDc">https://youtu.be/lnayXkCLLDc</a>
<a class="postlink" href="https://www.kolhalashon.com/new/Media/PlayShiur.aspx?FileName=31683469&Video=True&Lang=Idish">https://www.kolhalashon.com/new/Media/P ... Lang=Idish</a>

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 6, 2021 8:36 pm

· #482709
דער אב"ד וואודרידזש שליט"א האט מיך אריינגעברענגט אין אזא התעוררות אז איך האב געמיינט אז איך שטיי יעצט אין זיין ביהמ"ד און הער די תפילות פון איהם אליין. אז איך האב נאכגעזאגט קדיש. כאילו איך וואלט יעצט דארט געווען אום הוש"ר...!

סעגאל » פרייטאג אקטאבער 8, 2021 8:54 am

· #482837
געזען אין די צעטלעך אז אויף די יאר עפענט ב"ה פין פריש אויף די ישיבה אין וואדרידש מיט אשל מלא.

שמעון וואלף » זונטאג אקטאבער 10, 2021 2:39 am

· #482889
סעגאל
געזען אין די צעטלעך אז אויף די יאר עפענט ב"ה פין פריש אויף די ישיבה אין וואדרידש מיט אשל מלא.

כמעט יעדע יאר זענען דא די צעטלעך

בְּתוֹךְ עַמִּי » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 11:27 am

· #509326
בענין לימודי חול - גזירות החינוך

משה שמואל » פרייטאג מערץ 24, 2023 4:02 pm

· #519609
.
📎 355BC375-C8E3-41C9-A0CC-2B165D4E9BE0.jpeg 📎 7C3C2DA2-7200-4DA0-98EA-17B8EEBD5D13.jpeg 📎 BABE0C07-D6CF-4BA6-B32D-1AA4CC6A1203.jpeg

משה שמואל » פרייטאג מערץ 24, 2023 4:03 pm

· #519610
.
📎 C4927719-FE47-450E-96E7-33247EEDE24A.jpeg 📎 AF6890EF-0B82-4F37-88B1-5D37A0E10047.jpeg 📎 322E9170-15F9-424E-A1BC-42B4FE832A3E.jpeg

משה שמואל » פרייטאג מערץ 24, 2023 4:07 pm

· #519611
מער בילדער אויף די פריערדיגע בלאט
📎 C0223105-AC1F-43A9-8533-9FF72D5DED85.jpeg 📎 FF545D7B-B13A-4AE2-A0BD-6B17FF07F185.jpeg 📎 19E40736-4C87-46D2-8041-92614E5636C4.jpeg

משה שמואל » דינסטאג אפריל 25, 2023 11:13 am

· #522657

מתבודד » דינסטאג אפריל 25, 2023 10:19 pm

· #522737
משה שמואל
@אנאנים, ביטע צאמשמעלצן. @משה שמואל האט נישט קיין כח צו לייגן אלע בילדער צוויי מאל...

אמאהלגעקעננט » מיטוואך אפריל 26, 2023 12:21 am

· #522758
ממרום שלח אש
ר יצחק איז א כבוד פאר די קרייז פון ווי ער שטאמט (סאטמאר), פאר חסידים, און פאר כלליות עם ישראל.

ער טרייבט איבער, ס'איז א שאד, אבער זיינע מאסיווע מעלות וועגן איבער, אז ס'זאל קענען זיין תכו אכל וקליפתו זרק.

מיר האבן נישט (צופיל) כדוגמתו אז מען זאל זיך קענען ערלויבן צו ווארפן מיט אים.

אדרבא, זאגט מיר טייערע אידן, ווער איין היינטיגן דור האט זיינע מעלות אן קיין קליפה, און איך וועל אים נאכטראגן די קליידער אין בית המרחץ.
א perfect הגדרה !

בונה של טוב » מיטוואך יולי 17, 2024 9:38 am

· #568242
Re:
יידל #
הרב קעפעטש איז דער מחבר פון "אויפן וואשינגטאן בריק".
דו מיינסט דעי ביכל? ווייל דא ווערט דערמאנט אז הירשסאהן איז דער מחבר

https://www.greenfieldjudaica.com/item.asp?item=66988

חוץ אויב מ׳רעדט דא פון גאר א צווייטע ביכל וואס האט די זעלבע טיטל

[NAMELESS] » מיטוואך יולי 17, 2024 12:35 pm

· #568247
Re: Re:
בונה של טוב #
יידל #
הרב קעפעטש איז דער מחבר פון "אויפן וואשינגטאן בריק".
דו מיינסט דעי ביכל? ווייל דא ווערט דערמאנט אז הירשסאהן איז דער מחבר

https://www.greenfieldjudaica.com/item.asp?item=66988

חוץ אויב מ׳רעדט דא פון גאר א צווייטע ביכל וואס האט די זעלבע טיטל
עס איז נישט דאס. די ביכל הייסט "טראך אויפן וואשינגטאן בריק"

די אנדערע האט געהייסן בלויז "אויפן וואשינגטאן בריק", פארפאסט דורך חיים יצחק אייזיק קעפעטש, אונטערן פען-נאמען "חנינא לאהמאן"

אשרי העם » דאנערשטאג יולי 18, 2024 12:27 pm

· #568293
Re: כ״ק גאב"ד וואודרידזש שליט״א

Nanach » פרייטאג יולי 19, 2024 5:58 am

· #568312
Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש
ווער האט חתונה געמאכט מיט וועם? וויאזוי איז וואדרידזש א זיידע און וויאזוי קאסאן?

אשרי העם » פרייטאג יולי 19, 2024 12:54 pm

· #568326
גאב"ד וואודרידזש
וואודריזש
פון די קו הקהלה:
די רב שליט״א וועט נאך די וואך שבת דארפן פארבלייבן אין שפיטאל אין מאנהעטן.
בו בזמן רישט מען איין ביתו נאוה קודש אז די רב זאל קענען אהיים קומען און צירוק קומען צו די כוחות בבחינת תתחדש כנשר נעוריכי.
די מצב הבריאות ביים רב שליט״א אין שפיטאל ווערט ב״ה בעסער מיום ליום.

באקומען א שיינע בריוו אין בליץ פאסט פון א ידיד לאור המצב:
ק/פ געשניטן אביסל
אה.. אה… שוין די צווייטע שבת אין א רייע וואס די רב וועט נישט זיין במעון קדשו, שוין 50 יאר וואס די רב האט נאכנישט מפסיק געוועזן א שבת קודש פון אפרעכטן די עבודת הקודש פאר תלמידיו וחסידיו ומתפללי ביהמ״ד תושבי עיר וואודריזש, אנגעהויבן מיטן זיסן שיר השירים, די התאספות ליל שבת בבית רבינו די דרוש ופלפול.. ספירי צדיקים זמירות…יה ריבון עלם…. שחרית באש קודש… סעודת רעווא דרעווין…. שוין 40 יאר בליעה״ר וואס די אור שיינט דא אין וואודריזש, אזש אז צוביסלעך איז דאס פלאץ אויסגעשטיגן אלס א שיינע חסידישע הויף, צו וואו עס קומען צו פארן פון איבעראל תלמידים וחסידים און סתם עמך אידן מיטהאלטן די דערהויבענע שבתים און ימים טובים בצל הקודש.

און אז מ'רעדט פון די שבתים ווינטער און זומער צוגלייך, איז איבריג ארויסצוברענגען וואס דאס באדייט פאר די געגענט, ווען עס קומען צופארן פילע אידן תלמידים וחסידים מיטצוהאלטן בצל הקודש, ווער רעדט נאך פון ימים טובים ווען די גאסן ארום די ביהמ"ד ווירבלען נישט ווייניגער ווי סיי וועלכע גרויסע אידישע שטאט, און די קבלת קהל מדי יום ביומו מיט א ווארעמע הארץ צו יעדן איד…..

אשרי העם » מיטוואך יולי 24, 2024 12:50 am

· #568647
Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש
https://drive.google.com/file/d/1FWbMw_hi9Lf3GzpIXCnvUkgROfG7hF2C/view?usp=drivesdk
📎 9751e614-05f1-45bf-aed7-02901df30bcf.jpeg 📎 b4bec9cb-2eac-4414-b2ef-6af3b9b9423d.jpeg 📎 a0057390-d58f-4223-ad85-9df8a8a8c9f4.jpeg

calculator » זונטאג יולי 28, 2024 12:36 pm

· #568902
Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש
זו תורה?
זעלבע רבי וואו אלע אנדערע (פיקטשערס, בעקיטשעס, ביקור גומלין) אלע יארן געהאקט אויף אלע רבי'ס. האט א פנים ווי ר' מאטיל זילבער אלע יארן געהאקט אויף אלע רבי'ס ביז ער האט געטראפן איין נער וואס איז געווען גרייט אים גרויס צו מאכן
נאכאמזל רבי שמעי גרינבוים איז שוין געגאנגען, איז אראפ אין היסטאריע אלס תלמוד חכם.

איך אויך » זונטאג יולי 28, 2024 1:29 pm

· #568905
Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש
אפיציעל בלעימט מען די אייניקלעך.

נ נח » זונטאג יולי 28, 2024 7:06 pm

· #568920
Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש
מתוך לשמה בא שלא לשמה

פארווע חסיד » זונטאג יולי 28, 2024 8:08 pm

· #568923
Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש
calculator #
זו תורה?
פוי, זעלבע עקעלדיגע רבי וואו אלע אנדערע (פיקטשערס, בעקיטשעס, ביקור גומלין) אלע יארן געהאקט אויף אלע רבי'ס. האט א פנים ווי ר' מאטיל זילבער אלע יארן געהאקט אויף אלע רבי'ס ביז ער האט געטראפן איין נער וואס איז געווען גרייט אים גרויס צו מאכן
נאכאמזל רבי שמעי גרינבוים איז שוין געגאנגען, איז אראפ אין היסטאריע אלס תלמוד חכם.
א משהו חילוק צווישן זיי.
קום צוריק ווען ר' מוטל טוט זיך אן א ווייסע בעקיטשע, אדער נאר א בלויע בעקיטשע, אפילו בלויז נאר ווייסע זאקן, דעמאלטס וועט דער משל זיין דומה לנמשל.

יום טוב ליפמאן צונז » זונטאג יולי 28, 2024 9:08 pm

· #568925
Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש
איך אויך #
אפיציעל בלעימט מען די אייניקלעך.
זיי דארפן מאכן פרנסה

[NAMELESS] » זונטאג יולי 28, 2024 11:16 pm

· #568930
Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש
פארווע חסיד #
א משהו חילוק צווישן זיי.
קום צוריק ווען ר' מוטל טוט זיך אן א ווייסע בעקיטשע, אדער נאר א בלויע בעקיטשע, אפילו בלויז נאר ווייסע זאקן, דעמאלטס וועט דער משל זיין דומה לנמשל.

ר' מוטל איז מער אויף די פוילישע-רוסישע דרך, וואו מ'גייט נישט [היינטיגע צייטן] קיין קאלירטע בעקיטשעס, ווייסע זאקן וכו' וכו'. אבער מיט אלעם אנדערש פראוועט ער געהעריג רבי'סטווע, והדברים ידועים ופשוטים.

פארווע חסיד » זונטאג יולי 28, 2024 11:34 pm

· #568932
Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש
מה שלדידך פשיטא לדידי מספקא. זיין רבי, דער סטוטשינער רב ז"ל, איז דאך יא געגאנגען מיט רבי'שע בגדי מלכות, עכ"פ מיט א קאלפיק.

אמאהלגעקעננט » זונטאג יולי 28, 2024 11:52 pm

· #568934
Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש
לולי דמסתפינא װאלט איך מציע געװען פאר די מתאוננים אז קרײנא דאיגרתא איהו להוי פריונקי אין גײ צי פרעגן װי ער זאגט אײביג ער איז גרײט יעדן צי ענפערן. נאר דא עקא אז ער איז נישט בײ די כוחות פאר די זאכן ער דארף נאך א רפוא״ש אכי״ר . אבער דערװײל פעלט נישט אױס צו לאזן פאלן װערטער והמ”י

אמאהלגעקעננט » מאנטאג יולי 29, 2024 12:10 am

· #568936
Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש
פארווע חסיד #
מה שלדידך פשיטא לדידי מספקא. זיין רבי, דער סטוטשינער רב ז"ל, איז דאך יא געגאנגען מיט רבי'שע בגדי מלכות, עכ"פ מיט א קאלפיק.
דעם גאנצן ר מאטל איז א חידה סתומה. זײן רביןס גאנצן מהות איז געװען א שטיק רבי־רביש אײניקל פין אמאל. ( איך האב זוכה געװען אלס בחורל און ארײגעפאלען דארט א של״ס דער טעם ליגט נאך אין די בײנער) ער פארקױפט דאס? ער פארמאגט דאס? איך האב געזען א clip פון דער אײניקל און גראדע מאכט ער א גוטן דזשאב!

[NAMELESS] » מאנטאג יולי 29, 2024 3:05 am

· #568941
Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש
די גאנצע שייכות פון ר' מאטל מיט סטוטשין, איז אז ווען ס'האט זיך געגרינדעט מיט א גרופע חסידי סטוטשין, וואס האבן דאן נישט געהאט קיין רבי'ן ממלא מקום.

כהיום יום, איז די גאנצע הלוך ילך דארטן, ווייט ווייט פון סטוטשין. ס'איז זייער קאלירפול, ר' מאטל האט אין זיך אסאך אייגנשאפטן, און קען משלב זיין חב"ד מיט ראפשיץ, ווילנא מיט קאפישניץ, אבער מיט ארגינעל סטוטשין האט עס ווייניג שייכות. אפשר זינגט מען נאך אפאר ניגונים פון סטוטשין, אבער בסך הכל איז עס אן אייגענע פאבריקאציע.

פארווע חסיד » מאנטאג יולי 29, 2024 10:03 am

· #568947
Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש
כ'בין נישט אזוי באקאנט אבער כפי ידיעתי מאכסטו א פיינע קוגל,
זיינע מאמרים און תורה שיעורים וכו' איז טאקע א געמיש פון חב"ד, ר' צדוק, ועוד. אבער די מנהגים / נוסח / תנועות / ניגונים/ אין בכלל די גאנצע הלוך ילך איז ברוב רובו סטוטשין-ראפשיץ

אמאהלגעקעננט » מאנטאג יולי 29, 2024 10:47 am

· #568948
Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש
גראדע געזען א קליפ פונעם סאטמארער נענועים ניגון דארט דאס האט מען געזינגען בײ ר יודעלע ?

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 29, 2024 11:03 am

· #568949
Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש
איז פאראן א אשכול פאר סטוטשין?
לאמיר לאזן די אשכול פאר וואודרידזש.

אשרי העם » מאנטאג יולי 29, 2024 1:36 pm

· #568955
Re: האדמו״ר מוואודריזש שליט״א
הרבי מאושפז שוב
נא להתפלל לרפואתו השלימה
מרן יצחק בן ברכה לרפו״ש
📎 8178ff5d-7174-4bc2-a0ef-6a4917f58f21.jpeg

מענדל » מאנטאג יולי 29, 2024 7:21 pm

· #568969
Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש
איך אויך #
אפיציעל בלעימט מען די אייניקלעך.
ווער בלעימט ??

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 5, 2024 12:59 am

· #569158
Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש
פארווע חסיד #
calculator #
זו תורה?
פוי, זעלבע עקעלדיגע רבי וואו אלע אנדערע (פיקטשערס, בעקיטשעס, ביקור גומלין) אלע יארן געהאקט אויף אלע רבי'ס. האט א פנים ווי ר' מאטיל זילבער אלע יארן געהאקט אויף אלע רבי'ס ביז ער האט געטראפן איין נער וואס איז געווען גרייט אים גרויס צו מאכן
נאכאמזל רבי שמעי גרינבוים איז שוין געגאנגען, איז אראפ אין היסטאריע אלס תלמוד חכם.
א משהו חילוק צווישן זיי.
קום צוריק ווען ר' מוטל טוט זיך אן א ווייסע בעקיטשע, אדער נאר א בלויע בעקיטשע, אפילו בלויז נאר ווייסע זאקן, דעמאלטס וועט דער משל זיין דומה לנמשל.
הצד השוה שבהם: ביידע זענען אנטי-עסטאבלישמענט רבי'ס.

נאר איך (און א סאך אנדערע מענטשן) טענה'ן אז אויב זיי וואלטן מער געגאנגען מיט'ן שטראם וואלטן זיי א סאך גרעסער געווען ביי די וועלט.

בְּתוֹךְ עַמִּי » מאנטאג אוגוסט 5, 2024 9:55 am

· #569166
Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש
berlbalaguleh #
נאר איך (און א סאך אנדערע מענטשן) טענה'ן אז אויב זיי וואלטן מער געגאנגען מיט'ן שטראם וואלטן זיי א סאך גרעסער געווען ביי די וועלט.

די ״וועלט״ האט שוין אסאך ״גרויסע״....
אונז דארפן די סארט אידן אזוי ווי זיי זענען.

אויב זיי גייען מיטן שטראם, דאן וואס איז זייער ספעציעלע יחוס??

אמאהלגעקעננט » מאנטאג אוגוסט 5, 2024 3:31 pm

· #569184
Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש
דער חילוק איז אז ר מאטל האט אױסגעפירט װאס ער האט געװאלט אין לעבן משא״כ װאודרידזשער רב האט געהאט א לעבנס Mission װאס בעיניו איז הצלת הדור און לא עלתה בידו איז ער געבליבן מיט גרױס frustration

אשרי העם » מאנטאג אוגוסט 5, 2024 10:53 pm

· #569209
וואודרידזש
#
#
וואודריזש
בחסדי השם קומט רבינו שליט"א צירוק צו די כוחות און די שבת איז שוין רבינו שליט"א געווען בכח אריינצוקומען אלע תפילות בבית המדרש,
און טראץ חולשת גופו הטהור זיך איבערגעשטערענגט און געפראוועט רעוא דרעוין של"ס כרגיל באש קודש.
בילד: ביים אריבערגיין וואונטשען א גוט וואך
אנ"ש זענען ווייטער מתפלל פאר א פולע ערהוילונג: כ"ק מרן יצחק בן ברכה לרפו"ש
https://www.ivelt.com/forum/download/file.php?id=656360
📎 IMG_3302.jpeg

אשרי העם » מאנטאג אוגוסט 5, 2024 10:55 pm

· #569210
וואודרידזש
ק/פ זונטאג דברים - ק״ק וואודריזש
שַׁבָּת הִיא מִלִּזְעֹק
רבינו שליט״א היינט ביי שחרית ביי זיין גאנץ יעריגע מנין כרגיל טראץ חולשת גופו הטהור, נאך עטליכע וואכן אפשניט וואס די רב איז נישט געווען בכח כמעט צו גיין אין ביהמ״ד,
אונטערשטע בילד: בחדרו הפרטי לפני תפילת שחרית
📎 IMG_3338.jpeg 📎 IMG_3339.jpeg

אחידוש » דינסטאג אוגוסט 6, 2024 12:12 am

· #569224
Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש
שיינע זילבענע שטעקן

נאך א שמויגער » דינסטאג אוגוסט 6, 2024 7:25 am

· #569228
Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש
איך פארשטיי נישט. ק״ש איז געווען פארמאכט א האלבע וואך און די מנהלים האבען נישט געקענט מאכען אביסל סדר דא? פארוואס איז נאכאלץ דא צוויי שנירלעך אויף איין רבי?

אשרי העם » מיטוואך אוגוסט 7, 2024 7:47 pm

· #569350
Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש
#
[quote=" post_id=5296321 time=1722568229 user_id=19814]
וואודריזש
היינט נאכמיטאג בשעת די זמני כניסה
האט באזוכט און מבקר חולה געווען ביים רב שליט״א,
הגה״צ אב״ד קראסנא שליט״א פון בארא פארק.
באזוך פון האדמו"ר מקאסאן שליט"א
📎 9a741401-ee8b-4e07-8be5-e304a70b7536.jpeg 📎 IMG_3395.jpeg 📎 IMG_3393.jpeg
בלאט: 1 2 3 4 5