☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש

ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש

246 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1510
בלאט: 1 2 3 4 5

יידל » מיטוואך מערץ 13, 2013 4:34 pm

· #96673
שוין כמה פעמים פרובירט. דערווייל לעב איך נאך.

מאראנצןזאפט » מיטוואך מערץ 13, 2013 4:58 pm

· #96691
העמיד תלמידים הרבה: רשכבה"ג בעל קול מבשר שליט"א איז א תלמיד מובהק, פרובריט אים צו דערמאנען ווען ס'לאזט זיך.
ער איז א גרויסער רחמנות!
שרייט אויף זיינע קאסעטן "איך האב נישט די טאבלעטן ארויסצונעמען.
געהאט א שטיקל חבורה אין בארא פארק, פון באבובער משכילים... גארנישט געווארן.
געקומען אויף א שבת, איך געדענקט אים זאגן: מיינע רבי'ס האבן נישט געזינגען קה אכסוף, ווער ס'וויל קען זינגען.
דאס איז וואס איך געדענק על אתר, בקיצור, אנטי איסטעבלאשמענט!

מאראנצןזאפט » מיטוואך מערץ 13, 2013 5:00 pm

· #96693
קעפעטש האט אויך א ספר וואס לערנט שרייבן, דאכט זיך מיר מיט'ן נאמען הכתב והמכתב.
?does anybody recall

מאראנצןזאפט » מיטוואך מערץ 13, 2013 5:02 pm

· #96694
אין זיין זונ'ס ספר דולה ומשקה האט ער א מאמר וועגן פלפול וחידוד. מישט הוידל מיט בוידל, כאילו רבי ישראל סאלאנטער מיט'ן ישמח משה רעדן פון דער זעלבער סארט פלפול אלס קישוטא כלה פאר די שכינה.

ידען » מיטוואך מערץ 13, 2013 6:29 pm

· #96741
מאראנצןזאפט
העמיד תלמידים הרבה: רשכבה"ג בעל קול מבשר שליט"א איז א תלמיד מובהק, פרובריט אים צו דערמאנען ווען ס'לאזט זיך.
ער איז א גרויסער רחמנות!
שרייט אויף זיינע קאסעטן "איך האב נישט די טאבלעטן ארויסצונעמען.
געהאט א שטיקל חבורה אין בארא פארק, פון באבובער משכילים... גארנישט געווארן.
געקומען אויף א שבת, איך געדענקט אים זאגן: מיינע רבי'ס האבן נישט געזינגען קה אכסוף, ווער ס'וויל קען זינגען.
דאס איז וואס איך געדענק על אתר, בקיצור, אנטי איסטעבלאשמענט!

באבוב משכילים?

מיט די סאטמארע משכילים איז ער שוין פערטיג?

ער קומט א סאך אין וויליאמסבורג. יעדע שטיקעל צייט איז דא צעטלעך אז ער איז דא.
איך מיין פורים האט ער דא געשיכורט.

ממרום שלח אש » מיטוואך מערץ 13, 2013 7:05 pm

· #96755
ר יצחק איז א כבוד פאר די קרייז פון ווי ער שטאמט (סאטמאר), פאר חסידים, און פאר כלליות עם ישראל.

ער טרייבט איבער, ס'איז א שאד, אבער זיינע מאסיווע מעלות וועגן איבער, אז ס'זאל קענען זיין תכו אכל וקליפתו זרק.

מיר האבן נישט (צופיל) כדוגמתו אז מען זאל זיך קענען ערלויבן צו ווארפן מיט אים.

אדרבא, זאגט מיר טייערע אידן, ווער איין היינטיגן דור האט זיינע מעלות אן קיין קליפה, און איך וועל אים נאכטראגן די קליידער אין בית המרחץ.

berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 13, 2013 8:42 pm

· #96812
ידען
מאראנצןזאפט
העמיד תלמידים הרבה: רשכבה"ג בעל קול מבשר שליט"א איז א תלמיד מובהק, פרובריט אים צו דערמאנען ווען ס'לאזט זיך.
ער איז א גרויסער רחמנות!
שרייט אויף זיינע קאסעטן "איך האב נישט די טאבלעטן ארויסצונעמען.
געהאט א שטיקל חבורה אין בארא פארק, פון באבובער משכילים... גארנישט געווארן.
געקומען אויף א שבת, איך געדענקט אים זאגן: מיינע רבי'ס האבן נישט געזינגען קה אכסוף, ווער ס'וויל קען זינגען.
דאס איז וואס איך געדענק על אתר, בקיצור, אנטי איסטעבלאשמענט!

באבוב משכילים?

מיט די סאטמארע משכילים איז ער שוין פערטיג?

ער קומט א סאך אין וויליאמסבורג. יעדע שטיקעל צייט איז דא צעטלעך אז ער איז דא.
איך מיין פורים האט ער דא געשיכורט.

אין סאטמאר איז נישטא קיין משכילים!!!

שיח ושיג » מיטוואך מערץ 13, 2013 11:33 pm

· #96871
מורי ורבותי איך זע ווי מ'רעדט דא איבער דעם איד וואס איך קען פון די נאנט זייער גוט, איך לערן מיט אים שוין לאנג בחברותא, וויל איך דא קלאר שטעלן אפאר ענינים. איך זאג אלס פאר יעדן איינעם וואס וויל אים אוועקמאכן, אז איך בין גרייט צו רעדן פון זיינע חסרונות אין איך קען זיי נאך בעסער מסביר זיין ווי סיי ווער, אבער קודם דארף מען רעדען פון זיינע מעלות. זיינע מעלות וועגן איבער זיינע חסרונות זייער אסאך, אין ווער ס'גרייט צו פארקוקען דערויף, קען נהנה זיין פון דעם איד אן א שיעור. ס'איז א מעין המתגבר אין תורה בכל מקצועות, פשט, רמז, דרוש, (סוד- ווייס איך נישט). ער האט ארויס ענינים באופן הפלא, ער איז מלא חיות, איך האב שוין מיטגעהאלטען ביי אים מערערע שבתים וימים טובים ווי שבועות אין סוכות ושמחת תורה, ס'איז א תענוג רוחני וגשמי. ס'איז א שאד זיך צו שטיין אין טענע'ן וועגן די אלע זאכן, ווער עס וויל באמת וויסן וואס ער איז קען הערן זיינע שיעורים אויף קול הלשון, דארט הערט מען נישט די אלע נארישקייטן.

קאווע טרינקער » מיטוואך מערץ 13, 2013 11:46 pm

· #96885
שלום וברכה שיח ושיג.
יהא בואך לברכה.

איר זענט גערעכט, מ'דארף ארויסברענגען זיינע מעלות. - פארשטיי, אז טאקע צוליב זיינע מעלות איז ער ווערד אן אשכול. ס'איז נישט דא קיין אשכול צו באשרייבן *** ***** **** **** שליט"א, צוליב דעם וואס יענער האב נאר חסרונות. אבער וויבאלט הרב י. לייבוביץ שיחי' פון אפסטעיט נ.י. איז באקאנט מיט זיין בקיאות בתורה ובהסטוריה ועוד, ע"כ איז ער זוכה מ'זאל רעדן פון אים. נו, אז מ'רעד שוין, שווימט ארויף אביסל פון זיין -לאמיר דאס רופן מיט א שיין לשון- אייגענארטיקייט.

אה, והעיקר כמעט שכחתי, כ'וואלט געוואלט דיר פרעגן, אלץ איינער וואס איז באקאנט מיט דעם שיח ושיג פון הרב לייבוביץ הנ"ל. וויאזוי איז טאקע דער צוגאנג פון דעם רב לגבי גדולי ישראל (גדולי, מיט א ויו חולם דגושה, פאר ווער ס'הערט אויף קול הלשון) וואס האבן נישט גענומען דעם שטעקן-דרך מיסודו פון ר' הלל קאלאמייער אראפ ביז "מורי ורבי מקראסנא"? טרעפט דער רב הנ"ל געוויסע מעלות און דברי שבח אין די אנדערע צדיקים ושרפי מעלה פון די א.ג. "אנדערע חדר"?

שיח ושיג » מיטוואך מערץ 13, 2013 11:50 pm

· #96888
ווער איז ער דען נישט צו זאגן דברי מעלה ושבח אויף די שרפי מעלה פון "די אנדערע חדר"? אוודאי זאגט ער דברי שבח! פערזענליך איז ער מחשיב אלעס אין יעדעם, ווי איך רעדט מיט אים כסדר די זאכן. מ'רעדט נאר פון וואס איז זעמיר ממשיך די קבלה, וואס איז אוועקגעשטעלט געווארן ממשיך צו זיין, ווי ס'איז מבואר באריכות....ווער עס פארשטייט די ענינים.

מורינו הרב » מיטוואך מערץ 13, 2013 11:58 pm

· #96898
סא תכלית, ווער איז א גרעסערע עילוי און בעל כשרון, ר' יצחק לעבאוויטש אדער ר' אהרן פון מאנרא?

שיח ושיג » מיטוואך מערץ 13, 2013 11:59 pm

· #96899
ער איז ארויסגעפארן וואוינען אין וואדרידזש צוזאמען מיט די ישיבה, ער וואלט קיינמאל נישט געפארן אליינס, יעצט אז ס'איז נישט דא קיין בחורים אין ישיבה, וואלט ער צוריקגעקומען אין שטאט, ס'איז נאר דא טעכנישע סיבות וואס ס'ארבעט זיך נישט אויס.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 12:02 am

· #96903
שיח ושיג
מ'רעדט נאר פון וואס איז זעמיר ממשיך די קבלה,

וואס קבלה? ווען קבלה?
ער גייט דען בדרך החתם סופר?
הרב לייבוביץ (נישט צו פארטוישן מיט מו"ר נחמה לייבוביץ זצ"ל) האט עפעס אן אייגינע קבלה וואס ער רופט "ממוזג" פון חתם סופר און בעש"ט. ולא זכיתי להבין.
שיח ושיג
טעכנישע סיבות וואס ס'ארבעט זיך נישט אויס

TAG איז גרייט צו העלפן אין אלע טעכנישע סיבות.

מורינו הרב » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 12:03 am

· #96905
מורינו הרב
סא תכלית, ווער איז א גרעסערע עילוי און בעל כשרון, ר' יצחק לעבאוויטש אדער ר' אהרן פון מאנרא?


איך דארף וויכטיג וויסן...

שיח ושיג » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 12:06 am

· #96910
718-906-6428 די פריוואטע נומער אויף קול הלשון
ער איז יעצט די נאכט געפארן אויף קרית יואל צום לוי' פון הרה"ג ר' שמואל זאנויל כהנא ז"ל

שיח ושיג » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 12:13 am

· #96912
הרב קאווע טרינקער, אם אתה רוצה להבין באמת, אתה יכול להבין, זה אינו קשה כ"כ, והוא בהישג יד, ואם אתה חולק עליו אחר ששמעת מהו אומר, הרשות אתך, ואני גם מחשיב שיטתך אם אתה בנוי ומיוסד על יסודות חזקים, הרב מוואודרידש אינו פוסק אחרון, אבל כדי לחלוק עליו, צריכין לידע הרבה.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 12:17 am

· #96915
שיח ושיג
הרב קאווע טרינקער, אם אתה רוצה להבין באמת, אתה יכול להבין, זה אינו קשה כ"כ, והוא בהישג יד, ואם אתה חולק עליו אחר ששמעת מהו אומר, הרשות אתך, ואני גם מחשיב שיטתך אם אתה בנוי ומיוסד על יסודות חזקים, הרב מוואודרידש אינו פוסק אחרון, אבל כדי לחלוק עליו, צריכין לידע הרבה.

ייש"כ על דברי חיזוק ועידוד.
עדיין אין אני יודע הרבה, על כן טרם בניתי שיטה לעצמי. אבל מן המעט שאני יודע, יודע אני ש"זה" לא.

שיח ושיג » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 12:22 am

· #96924
עדיין אין אני יודע הרבה, על כן טרם בניתי שיטה לעצמי. אבל מן המעט שאני יודע, יודע אני ש"זה" לא.

וידיעתך ש"זה" לא, פסל הגברא בעיניך שלא לשמוע ממנו כלום או לא?

איינגעמיירעט » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 12:26 am

· #96926
לאמיר דא צולייגען מיין קוועטש אונעם נושא,זייענדיגע א אפטע באזיכער ביי דעם פערסאנאליטי,אזוי ווי אויבן גערעדט זיין בקיאות און זיין היקף און הבנה עמוקה וישרה שטייגט ער איבער אלע תורה פערזענדליכקייטען בדורינו לענ״ד.
פון די אנדערע זייט איז ער נעבעך אנגעשטעקט מיט פארשידענע נפשיותדיגע מענטעליטעטע חולאים,ובתוכם גרויסע סעלפ עסטים אישוס,פארשידענע פחדים און פאביעס,וואס דאס אלעס האט עם נעבעך צוגעברענגט צו די מצב וואס ער געפינט זיך,אוודאי ווען אזא מאשין וואלט ווען היינט ארויסגעשפראצט וואלט מען עם שוין בקטנותא געשיקט צו אפאר געזונטע פסיכלאגען מען וואלט דיגניזערד מיט אלע מיחושים וואס ער איז אנגעשטעקט,און מן הסתם וואלט מען אזא איינעם געגעבן אביסעלע רעצעפטען צו קענען זיך אביסעלע אריינפאקעסען און זיין וועלטעל און נישט האבען דיע אלע אישוס מיט די מענטשהייט, נור היות ווען ער איז אויפגעוואקסען איז נאך געווען פריצייטאג ביי אונז דיע אלע עניינים ממילא האט מען דעמאלס נישט קער גענומען ליידט ער זיך נעבעך אפ פון זיין אייגענע קאמפלעקסן און מיחושים

שיח ושיג » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 12:29 am

· #96928
הרב איינגעמיירעט, איך גיי מיך נישט אריינלאזן אין א לענגערע אריכות אויף יעדעס ווארט וואס די האסט געשריבן צו עס איז אמת אדער נישט. די שאלה איז אבער, וואס מאכט עס אויס ביי דיר? די פילסט ווי די קענסט נהנה זיין פון דעם מענטש טראץ די אלע פראבלעמן וואס די האסט געשריבן?

משכיל » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 12:39 am

· #96931
ראה בספר בינת נבונים תשע"ב מכתב שכתב ר' יצחק לעב. לר' ברוך רבינוביץ ומה שהשיב לו.י

טעלעפאן » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 1:10 am

· #96944
פאר אינטערעסאנטקייט, וואסערע פירות האט זיין ישיבה אויפן ריכטיגן-בעסטן דרך ארויסגעגעבן?

משה געציל » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 1:10 am

· #96945
ווי ליה להאי שופרא מלא כשרון! ער איז נעבעך אריינגעפאלן אין א מצב וואס ציט אים צו עקסטרעמיזם אבער מיט אן אייגענארטיגן מהלך וואס איז אוממעגליך צו פרעדיקטירן. לדוגמא; עירוב אין ווילאמסבורג - ער רעגט זיך אויף די וואס פירן א קאמף דערמיט. געווענליך א מענטש וואס ציט צו עקסטרעמיזם רעכנט זיך צווישן די לוחמים. אבער נישט ר' יצחק. אים קען מען בשום אופן נישט פאראויסשאצן.

ווי אויך לעבט ער לדעתי אין עולם הדמיון. ער זעט זיך זיצן אין פרעשבורג על כסא הרבנות, און פירט מלחמות מיט די נעאלאגען. איי ער וואוינט דאך אין א פארשטיפטע ווינקל וואס במשך ווינטער זענען זיינע איינציגסטע צוהערער די פאר אידן וואס קומען א שבת צו טאבאק'ן?! די נעאלאגישע קהילה פון וואס ער רעדט, באשטייט בס"ה פון א רב מיט אפאר אלטע באטשיס וואס ווייסן ניטאמאל וואס נעאלאגיש און ארטאדקסיש באדייט?!

עס איז נישט משנה. זיין קאפ באטראכט די פאר טאבאק אורחים, ווי הונדערטער אידן וואס זענען זיך געקומען ווייקן בצילו. און די אנדערע קהילה זעט ער ווי א טעמפל וואס זייער איינציגסטער ציל איז צו פארכאפן זיינע טויזענטער אנהענגער אין די משכיל'ישע ווינט וואס בוזשעוועט דארטן.

טעפל » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 4:08 am

· #96977
משה געציל נאך דיין אנאליז שמעקט מיר יעצט אראפארען זעהן די זאך פון די נאנט..

שיח ושיג » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 7:36 pm

· #97198
די אמת איז אז מ'דארף טוישן די קעפל פונעם אשכול "ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א רב דקהל יראים וואודרידזש", ווי ער זאגט מיר אלס אז ער איז נישט רב אין וואדרידזש נאר אין זיין ביה"מ, אין אויך נישט "אב"ד" ווייל ער האט נישט קיין בית דין, נאר "רב הקהילה וביהמ"ד"

מורינו הרב » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 7:37 pm

· #97199
פשי, ר' יצחק לעבאוויטש דרייט זיך דא אין שטיבל? - היינט קען מען שוין גארנישט וויסן...

שיח ושיג » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 7:39 pm

· #97202
מורינו הרב
פשי, ר' יצחק לעבאוויטש דרייט זיך דא אין שטיבל? - היינט קען מען שוין גארנישט וויסן...

ער דרייט זיך נישט דא, אבער איך וועל אים איבערגעבן אלעס וואס מ'רעדט דא...

משה געציל » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 7:41 pm

· #97204
הארץ און גערן. קענסט אים איבער געבן אז משה געציל פון קאווע שטיבל האלט אז ער לעבט און עולם הדמיון.

שיח ושיג » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 7:43 pm

· #97206
משה געציל
הארץ און גערן. קענסט אים איבער געבן אז משה געציל פון קאווע שטיבל האלט אז ער לעבט און עולם הדמיון.

איך האב נישט געמיינט צו זאגן אז וועגן דעם טארסטו נישט רעדן אקעגן אים, אדרבה פונעם ריבוי הדעות וועט ארויסקומען א קלארקייט

איך אויך » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 7:43 pm

· #97207
געבט אויך איבער זיין ריאקציע.

מורינו הרב » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 7:45 pm

· #97209
פרינט אים ארויס דעם אשכול (אדער שיק אים א לינק - הא קנאוס), און זאל ער אפשרייבן א לענגס און א ברייטס מיט זיין מיינונג, און מען וועט עס מפרסם זיין דא.

שיח ושיג » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 7:46 pm

· #97210
מורינו הרב
פרינט אים ארויס דעם אשכול (אדער שיק אים א לינק - הא קנאוס), און זאל ער אפשרייבן א לענגס און א ברייטס מיט זיין מיינונג, און מען וועט עס מפרסם זיין דא.

איך קלער דערפון, א גוטער פלאן

אויס מענטש » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 11:13 pm

· #97273
משכיל
ראה בספר בינת נבונים תשע"ב מכתב שכתב ר' יצחק לעב. לר' ברוך רבינוביץ ומה שהשיב לו.י

קענסט ארויף לייגן א לינק

גנדי » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 11:36 pm

· #97283
reb yitschok lebovits(woodridge rabbi) goinng nuts

<a class="postlink" href="http://youtu.be/OLGYhabvLWs">http://youtu.be/OLGYhabvLWs</a>

I tried to embed the vide here, but didnt work, can anyone help

ונבנתה העיר » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 11:42 pm

· #97284

שיח ושיג » דינסטאג מערץ 19, 2013 10:53 am

· #98408
דברי הספד והערכה אויף הרה"ג ר' ישראל יצחק דאמב זצ"ל 718-906-6428 #4 #86

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 19, 2013 9:02 pm

· #98705
שיח ושיג
דברי הספד והערכה אויף הרה"ג ר' ישראל יצחק דאמב זצ"ל 718-906-6428 #4 #86

איך ווייס נישט וואס די דברי הערכה זענען געווען אבער איכ'ל געיבן מיין אייגענע הערכה פון דעים ביסל אינפארמעישן וואס כ'האב געהערט און געליינט. ס'איז אוועק א יוד וואס איז געווען א תלמיד פון גרויסע רעבעס (אין לערנען און חסידות) וואס האט געהאט א לויזע צונג און האט בארעדט און באשמוצט אלע רביים ואדמורי"ם בכלליות. און האט זיך אויסגעדרוקט אויף א זייער נישט שיינעם און איידעלען אופן. ער האט אללעס געפסל''ט און א יעדן געאסר'ט. און אליין האט ער פארקויפט און געהאנדלט מיט צלמים און כל מיני עבודה זרה. ער האט געגעבן צדקה אויך. ספעציעל פאר די נטורי קרתא צוועקן. אויפ'ן חיצוניות פון גוף האט ער נישט אויסגעזעהן ווי איינער וואס פאסט תעניתים משבת לשבת. ער האט געקענט זיין פריינטליך אויכעט אויף א פערזענליכן אופן און ר'איז (מסתמא) געווען א בעל מכניס אורח אויך..

שיח ושיג » מיטוואך מערץ 20, 2013 11:20 am

· #98842
ס'איז נישט דא דעס פלאץ צו רעדן פון הרב דאמב עס דארף זיין פאר דעם א באזונדערע אשכול, אבער כדי נישט צו נענש ווערן אויף הערן ווי מ'איז מבזה א יוד א ת"ח מופלג ויחיד מומחה בעניני יהדות מיז איך מוחה זיין. אז עס איז דא זאכן וואס די האלסט אנדערש ווי אים ווערט ער נישט פסול, אין מ'דארף אים נישט אזוי אראפרייסן. פרעג דיך נאך אביסל ווער ער איז געווען, אויסער די חלק הפאליטיק אין אוועקמאכן אנדערע.

berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 20, 2013 12:14 pm

· #98862
שיח ושיג
ס'איז נישט דא דעס פלאץ צו רעדן פון הרב דאמב עס דארף זיין פאר דעם א באזונדערע אשכול, אבער כדי נישט צו נענש ווערן אויף הערן ווי מ'איז מבזה א יוד א ת"ח מופלג ויחיד מומחה בעניני יהדות מיז איך מוחה זיין. אז עס איז דא זאכן וואס די האלסט אנדערש ווי אים ווערט ער נישט פסול, אין מ'דארף אים נישט אזוי אראפרייסן. פרעג דיך נאך אביסל ווער ער איז געווען, אויסער די חלק הפאליטיק אין אוועקמאכן אנדערע.

אויב דער חלק הפאליטיק רעכנט אריין באשמוצן און שעלטן אלע גדולי ישראל, דאן פאלן אוועק אלע אנדערע מעגליכע מעלות. פונקט אזוי ווי זיי בארימען זיך וואספארא מכניס אורח משה הירש איז געווען. וואספארא אפענע שטוב ער האט געהאט , וואו צענדליגע בעלי תשובות האבן זיך געדרייט א יעדן שבת. דאס אלעס פאלט אוועק אויב דער צענטראלער פערזענליכער התנהגות טויג נישט. קושן זיך מיט א מאסן מערדער און בארעכטיגן זיינע מעשים תעתועים וועגט איבער אלע מעלכע אנדערע מעלות וואס ר'האט אפשר געהאט.

שיח ושיג » פרייטאג אוגוסט 2, 2013 5:15 pm

· #138087
ארויסגעקומען א קונטרס "שנו מדותי" פון הרב יצחק לעבאוויטש, מלוקט פון שיעורים וואס ער האט געזאגט אויפן סאטמאר רב זצ"ל

ישמעאל הכהן » פרייטאג אוגוסט 2, 2013 5:23 pm

· #138088
מאכסט א טעות, זיין ספר איז אויפן סאקמאר רב

ידען » זונטאג אוגוסט 4, 2013 12:00 am

· #138129
ווארט פון הרה"ג וואדרידזשער רב לכבוד די יארצייט
סאטמאר רב האט איבער געלאזט א תורה שלימה פון תורות און שיחות און זיינע חסידים האבן געמאכט פון דעם שטותים מיט לאקשען
דער ליבאוויטשער האט איבער געלאזט שיחות, מאמרים, שטותים מיט לאקשען און זיינע חסידים האבן געמאכט פון דעם א תורה שלימה

ישבה בדד » זונטאג אוגוסט 4, 2013 10:56 am

· #138213
הרב לעבאוויטש זאל געזונט זיין האט ארויס געגעבען א ספר אז מען זאל וויסען אז דער סאקמערער רב איז ''''' יא ''''' געווען א פיינער 🙄 מענטש . נישט וויא זיינע אנהענגער'ס ווילען איהם אראפ לייגען וויא איין שלעכטער מיט שלעכטע מידות . איין אומפארגינער א בייזער איין גערעגטער איין טשעפענער .איין אריינזאגער . איין לץ וואס האט געמאכט ליצנות אויף יענעמנ'ס חשבון איין קרוגער וואס האט זיך געקריגט מיט יעדען . ח''ו אזוי צוא האלטען איז געקומען ר' יצחק אין ווייזט איבער אז דאס אלעס איז פאלטש . נאר עהר איז געווען איין פיינער רואיגער געלאסענער קיינעם נישט געטשעפעט ח''ו וכו' וכו'
ס'איז איין מאסט פאר יעדען סאקמערער חסיד דאס ציא האבען אין שטוב אין לערנען מיט זיינע הויז געזונט
יישר כח ר' יצחק פאר דיא וויכטיגע ארבעט וואס איהר האט געטהון 👍
כה לחי

ישבה בדד » זונטאג אוגוסט 4, 2013 10:59 am

· #138214
שיח ושיג
די אמת איז אז מ'דארף טוישן די קעפל פונעם אשכול "ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א רב דקהל יראים וואודרידזש", ווי ער זאגט מיר אלס אז ער איז נישט רב אין וואדרידזש נאר אין זיין ביה"מ, אין אויך נישט "אב"ד" ווייל ער האט נישט קיין בית דין, נאר "רב הקהילה וביהמ"ד"

איך האב נישט געוואסט אז א '''''''קהילה''''''' האט עהר יא
עהר איז זיס וויא צוקער אבער מען טאהר נישט צופיל עסין דערפון מען קען ח''ו ווערען דייעביטיס צוקער קראנק השם ירחם

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 24, 2015 12:43 pm

· #261305
זר זהב
ר' יצחק לעבאוויטש קומט פון פשוטע עלטערן, ער האט יחוס עצמו.
(ס'ווערט דערציילט אז צו ר' יצחק'ס פשוטע עלטערן איז איין שבת אנגעקומען א אפגעריסענער ארימאן
ער איז נישט געווען ארומגעוואשן, די עלטערן האבן אים אריינגענומען, אפגעוואשן און געגעבן צו עסן און אים
צוגעשטעלט א געלעגער. צופריה האבן זיי נישט געקענט אפגעפונען דעם ארימאן.
א יאר דערויף איז ר' יצחק געבוירן. דזשאוק)

ראה תגובתי באשכול החדש של "לכבוד שב"ק"...!

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אפריל 8, 2015 11:45 pm

· #265013
איין מאל, רעדענדיג מיט'ן וואודרידזשע רב שליט''א, האב איך דערמאנט אז איך האב געליינט דער ספר ההעתקות פונ'ם ירחמיאל דאמב און ער האט גלייך רע'אגירט 'יא, ס'שטייט אסאך שטותים דארט'.
ער האט ליב נאכצוזאגען פון 'מיין מחותן הרב לעזר דוד פעל (זצ''ל)' בשם ר' יידעלע דזיקאווער אז א באבע מעשה עיז נישט דער טייטש אז ס'איז נישט אמת, נאר א באבע האט עס געקענט דערציילען.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 9, 2015 12:55 am

· #265032
מורינו הרב
מורינו הרב
סא תכלית, ווער איז א גרעסערע עילוי און בעל כשרון, ר' יצחק לעבאוויטש אדער ר' אהרן פון מאנרא?


איך דארף וויכטיג וויסן...

ס'איז נישט קיין נפק"מ צי דו דארפסט וויכטיג וויסן אדער נישט.
די שאלה דארף צו זיין: ווער נוצט זיינע כשרונות בעסער...? לאמיר זעען וויפיל טויזנטער מענטשן שטופן זיך הערן ר' יצחק לעבאוויטש'ס שלוש סעודות תורה?
און וויפיל טויזנטער חסידים קומען אויף א יו"ט צו ר' יצחק לעבאוויטש קיין וואודרידזש...?

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 9, 2015 12:57 am

· #265033
מורינו הרב
פשי, ר' יצחק לעבאוויטש דרייט זיך דא אין שטיבל? - היינט קען מען שוין גארנישט וויסן...

ער אליינס דרייט זיך נישט דא. אבער ער האט א קרוב וואס דרייט זיך יא דא... 😂 🙄

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אפריל 9, 2015 7:02 am

· #265058
[ציטאט אראפגענומען]

פארוואס? ער איז נישט געווען קיין רב און נישט קיין רעבע, און לויט'ן תקנות השטיבעל דארף מען נישט. ווידער זיין ריזיגע תלמיד חכם'שאפט איז ווייט פון באשטעטיגט. זיין ספר ההעתקות ווייזט א גאר קליינער פארשטאנד אין וואס מיינט לערנען.

שמעון וואלף » דאנערשטאג אפריל 9, 2015 9:42 am

· #265067
berlbalaguleh
מורינו הרב
מורינו הרב
סא תכלית, ווער איז א גרעסערע עילוי און בעל כשרון, ר' יצחק לעבאוויטש אדער ר' אהרן פון מאנרא?


איך דארף וויכטיג וויסן...

ס'איז נישט קיין נפק"מ צי דו דארפסט וויכטיג וויסן אדער נישט.
די שאלה דארף צו זיין: ווער נוצט זיינע כשרונות בעסער...? לאמיר זעען וויפיל טויזנטער מענטשן שטופן זיך הערן ר' יצחק לעבאוויטש'ס שלוש סעודות תורה?
און וויפיל טויזנטער חסידים קומען אויף א יו"ט צו ר' יצחק לעבאוויטש קיין וואודרידזש...?


או כלך לדרך זו

ווער האט מער שונאים? ווער איז פארהאסט ביי האלב פון די קהילה וואס אינטער נארמאלע אומשטענדן וואלט ער געווען זייער מנהיג?

מיין פאינט איז אז ס'איז נישט שייך מדמה צו זיין די צוויי; זיי קומען פון גאר אן אנדערע בעקגראונד. ובכלל, ווער עס קען זיי ביידע פון די נאנט ווייסט אז די צוויי האבן גארנישט אין קאמאן, סא וואס איז בכלל די פארגלייך?
בלאט: 1 2 3 4 5