☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש

ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש

246 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1510
בלאט: 1 2 3 4 5

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אפריל 9, 2015 10:51 am

· #265081
דער וואס מעסט א ת''ח לויט וויפיל מענטשען פראווען שביעי של פסח ביי זיין טיש, האט נישט וואס צו זוכען ביים וואודרידזשע רב.
איך האב טאקע אמאל געהערט פון איהמ'ן 'אמאל האט מען גערעדט פון טיילונג, היינט פרעדיגט מען אז מ'ברויך זיך האלטען צוזאמען. ווען האבען זיך די חיובים געטוישט? ווען סאטמאר איז קליין דארף מען זיין קליין, און ווען זי איז גרויס דארף מען זיין גרויס?!'

קאסטנער » דאנערשטאג אפריל 9, 2015 11:00 am

· #265083
אה מיי!

היייסט עס אז סדא א חויב פין זיך האלטן אין איין טיילען?
פין זיין ווייב האט ער זיך שוין געטיילט?

זייגער » דאנערשטאג אפריל 9, 2015 1:41 pm

· #265137
[ציטאט אראפגענומען]


טרעף דיר בעסערע מענטשן צו זיין א קליינע חסיד פון.

שמעון וואלף » דאנערשטאג אפריל 9, 2015 6:11 pm

· #265235
שמעתי מר' יצחק

צאנזער רב האט געהייסן בחורים לייגן תפילין חוה"מ ווייל בחורים דארפן זיך פירן עפ"י שו"ע און נישט עוסק זיין אין חסידות. היינט מאכט מען פון דעם אליינס א חסידות, אז אין צאנז לייגן בחורים יא תפילין חוה"מ.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 9, 2015 6:42 pm

· #265238
[ציטאט אראפגענומען]

באנונז אינדערהעים האט מען נישט געהאלטן פון א רב וואס איז א בחור. וויאזוי וועט ער פסק'נען שאלות נשים...?

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אפריל 13, 2015 10:47 am

· #265605
מ'זאגט נאך פונ'ם בריסקער ראש ישיבה הרי"ד סאלאוויציק זצ"ל אז ער פלעגט הייסען חתנים וואס דארפען דרשנ'ען ביי זייער תנאים צו חתונה אז ס'לוינט זיך צו רעדען אויף סוגיות אין קדשים "ווייל דער משנה אליינס איז שוין א חידוש". מ'קען יעדעם אפנאר'ן מיט אביסל קענשאפט אין קדשים, אזוי ווי מיט דער אויסדרוק "געווען א רב אינדערהיים". אויף ק"ש אין אישי האב איך אמאל באקומען א מחאה וועגען איינער א רעבע אבער באקאנט אלס נישט אזא גרויסע תלמיד חכם "ער האט געפיהרט שווערע דיני תורות אינדערהיים". וואס מיינט עס? עי' ערך ר' ברוך בער בביאור המלים בענגליש I'll try וד"ל.

בענין הרב יצחק לעבאוויטש שליט"א, מ'דארף נאך אסאך אויסשמועס'ן וועגען איהם. א נער זעט נאר איין חלק פונ'ם מענטש און פססקנ'ט אלס אפ עפ"י דעם. אבער למעשה בהעמק הענין זאגט ער אסאך קלארע זאכען, און אסאך פון אונז וואס באמערקען אז עפעס טויג נישט אבער מ'האט נישט די ווערטער דאס אויסצודרוקען און ממילא מיינט מען אז ס'איז א טעות. ווען הרב יצחק שליט"א דרוקט עס אויס אין ווערטער, גיבט עס א וועג איינצושלינגען און מ'פיהלט אז מ'איז ערגעץ אנגעקומען.

איך האב נאר מעורר צו זיין אויף איהם ובפרט אויפ'ן קונטרס אנן בדידן ואינהו בדידהו, אז למעשה דרייט זיך דארט א גרויסע שקר. ער מאכט כאילו אינדערהיים איז נישט געווען אזא מציאות ווי א פארטיי.ער מאכט כאילו ס'איז אן אמעריקאנער זאך, און וויבאלד די אונגארישע אידען האבען געהאלטען אז מ'דארף איבערפלאנצען אונגאר'ן אין אמעריקא און נשיט ווערען אמעריקאניזירט, ממילא טויג נישט די אלע זאכען, כולל דער עניין פון פארטיי פון כאסידעס, און גרויסארטיגע אסיפות, וואס ער רופט אן אמעריקאנער בלאף.
דערווייל איז ער טועה מטעם צוויי זאכען. אין דער אלטערהיים האט געהערשט די זעלבע שטותים ווי דאהי. איך האב איהם אמאל געפרעגט "אז דיין ראיה איז דער חתם סופר אין תשובה ק"צ ט'צו וועמען האט ער געצילט זיין ווערטער? נישט די חסידים פון אמאל? איז וואס מאכט מען כאילו ס'איז א היינטיגע זאך?" ער האט מיר גע'ענטפערט "ווער ווייסט וועמען ער מיינט? אפשר מיינט ער חב"ד צו וואס". למעשה איז דאס גאנץ ווייט פון מסתבר אז א תשובה פונ'ם חתם סופר אין פרעשבורג צום ישמח משה אין איהעל זאל זיין געצילט צו חסידים אין דער ווייטער רוסלאנד. אויך לגבי דער סיטיפילד אסיפה. איך האב עס אנגעקוקט ווי דער חזעריי פון חסידים. 'לאמיר איבערנעמען גאסען, קערען וועלטען, זיך אריינשטופען אין דער נייעס און ווייזען וויפיל פלייש אונז האבען מיר'. דאס פאסט פאר אן איידעלע ליטוואק? אן אמעריקאנער איד מיט זיין שטילקייט און רואיגקייט? דאס פאסט נאר פאר איינער וואס איז אויפגעהאדעוועט מיט א פעסטע 'סדר הבאסעס', איינער וואס מ'האט אויסגעלערענט אז אנפילען פארענטשע'ס איז עבודת ה' (צו עבודת הרעבע), ווי קען מען דער מחלה ארויפלייגען אויף אמעריקאנער אידען כאילו דאס קומט פון מענטשען וואס עסן פיצה אנשטאט'ס שלישקע'ס?

איך פארשטיי אלע זיין טענות און ער רעדט גאנץ ריכטיג, אבער ס'איז פונקט אזוי גילטיג אויף בעלז פון אמאל ווי אויף סקווער פון היינט.

מפוזרי » מאנטאג אפריל 13, 2015 12:22 pm

· #265627
וואס זאגט טאקע ר' ברוך בער? איך האב נישט וד''ל געווען.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אפריל 13, 2015 12:37 pm

· #265628
ווען ר' ברוך בער איז צוריק געקומען פון זיין מסע קודש קיין אמעריקא, האט איהם אן אמעריקאנער בחור געפרעגט צו דער ראש ישיבה האט געלערנט עפעס ענגליש אין אמעריקא. ר' ברוך בער האט געזאגט יא, צוויי ווערטער: I'll try.
"און וואס מיינט עס ווייסט דער ראש ישיבה?"
"יא, ס'מיינט גארנישט מיט נישט".
ומכאן יקיש צו אסאך אזעלכע אויסדרקוען אויף אונזער דזשארגאן.

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 13, 2015 2:04 pm

· #265636
ליטוואק פון בודאפעסט: בענין דיין ריוויו אויף הרב יצחק לעבאוויטש שליט"א. דו האסט א פוינט מיט דעם פאקט אז "אינדערהעים" אין יוראפ איז געווען פונקט די זעלבע פאליטיק און חסידות פארטיי'אישקייט. נאך אפשר מער ווי היינט. אבער מצד השני. ר' יצחק לעבאוויטש איז א געוואלדיגער בקי בכל מקצועות התורה. און ער האלט זיך פאר אן היסטאריקער ממדריגה ראשונה אויך. איך האב פון איהם כמה פעמים געהערט אז אין אייראפע איז בכלל נישט בעסער געווען בענייני חסיד'ישע פאליטיק און מחלוקת. נאר לשיטתו קענמען ווערן אמעריקאניזירט. און פון דעם איז ער חושש. לפי שיטתו מיינט עס ווערן מאדערן. און נאכלאזן פון די חת"ס ותלמידיו'ס מסורה...!

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אפריל 13, 2015 8:28 pm

· #265747
יא יא. ביסט אוודאי גערעכט. אבער ער וויל פארט נישט גלויבען אז דער אמאליגע בעלז האט געסרח'ט פונקט ווי היינט.
און זיין פחד פון 'אמעריקאניזירט' האט גארנישט מיט סיטיפילד. דאס איז געווען ריין כאסידעס מיט קיין שום שייכות נישט מיט אמעריקא.

זייגער » מיטוואך אפריל 15, 2015 12:53 am

· #266154
ליטוואק פון בודאפעסט
יא יא. ביסט אוודאי גערעכט. אבער ער וויל פארט נישט גלויבען אז דער אמאליגע בעלז האט געסרח'ט פונקט ווי היינט.
און זיין פחד פון 'אמעריקאניזירט' האט גארנישט מיט סיטיפילד. דאס איז געווען ריין כאסידעס מיט קיין שום שייכות נישט מיט אמעריקא.


איך פארשטיי נישט דער תגובה.
Please elaborate

קפה נמס » מיטוואך אפריל 15, 2015 3:45 am

· #266183
@ליטוואק
ר' יצחק איז כסדר מסביר אז דאס צוזאמשטעלן די פארטייען מיט די מוסדות (אינסטיטוציעס כלשונו..) דאס איז די גרעסטע בראך.

דער חסיד אינדערהיים אין בעלז, וואס איז געווען גרייט זיך צו מוסר נפש זיין פאר זיין רבי'ן און זיין פארטיי, האט נישט געהאט קיין שום שעבודים צו זיין מקום אויסער דעם וואס ער האט געהאלטן אז זיין רבי איז צדיק הדור און דער גאנצע בריאה דארף אים דינען.
משא"כ, דער חסיד היינט וואס זיין קשר מיט זיין "חסידות" איז געבויט אויף דעם אז ער שיקט זיינע קינדער אין די מוסדות, און ער ניצט די סערוויסעס (גמ"ח, בוטשער, חברה קדישא) פון די קהילה.. און מ'רעדט זיך (און די קינדער) איין אז דאס איז חסידות און התקשרות און עבודת ה'...
ויש עוד להאריך בגודל השבר, והשעה מאוחר..

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אפריל 15, 2015 7:59 am

· #266201
@זייגער איך ווייס נישט פונקט וואס דו האסט נישט פארשטאנען. אז איהר האט געליינט דער קונטרס אנן בדידן ואינהו בדידהו (אגב, פארוואב שרייבט מען אזעלכע קונטרסים אין אידיש? ס'איז דען געצילט פאר עמהארצים? איז וומסב"ג א שטאט פון אמהארצים וואס א מ'שרייבט נישט אויף דזשארגאן פארשטייט מען נישט? תורה און מוסר וואלט מען געמעגט שרייבען און דרוקען אויף לשה"ק, לאז אידיש פאר צייטונגען און שמועס'ן), האט איהר געזען דער טענה אויף סיטיפילד איז אז דער מהלך פון מאכען א טאראראם און א פאמפ אויף צו לעזען א פראבלעם איז אן אמעריקאנער, דענומען פונ'ם אמעריקאנער סיסטע"ם. יעצט אסאך גדולים און קרייזען האבען נישט געזוכט איבערצופלאנצען די אמאליגע יוראפישע גאנג אין אמעריקא, ס'איז אלס חיצוניות און די אמעריקאנער קולטור איז נישט נידריגער ווי די יוראפישע, ממילא האט מען זיך באנוצט מיט אמעריקאנער זאכען צו בויען אידישקייט. ממילא ס'איז נישט קיין פראבלעם צו מאכען אסיפות אזעלכע. אבער לגבי אונגארישע אידען, וואס זייערע רבנים האבען געוואלט איינפלאצען דער אונגארישע געזעלשאפט אין אמעריקא, 'ללא שינוי כל שהוא', ממילא פאסט זיי נישט צו מאכען גרויסארטיגע אסיפות. אלו תמצית דבריו.
למעשה אבער, איז דאס פארקערט. דער ענין פון מאכען א גרויסע טראסק, פון פארמאכען גאסן און ארויסלייגען פלאקארטען אומעטאום, פון צוזאמען ברענגען דער גרעסטע צאל מענטשען וואס ס'איז מעגליך, איז גענצליך נישט ליטוויש\אמעריקאניש. דאס קומט פון די חסידישע קרייזען, וואס כל הגדול מחבירו במדה ובמנין, עדיף מחבירו. מ'זוכט אנצושטאפען פארענטשע'ס, מ'זוכט צו מאכען א פרסום פון יעדער זאך. די מושגים פון צניעות בהנהגה זענען גענצליך אויסגעמעקט געווארען. פון דארט קומט דער רעיון פון אסיפות און פאמפ, נישט פונ'ם אמעריקאנער גאס. הרב יצחק וויל איבערדרייען היסטאריע כאילו אין דער היים האט מען נישט גערעדט פון די שווארצע גאסן וואס פארן קיין בעלז אדער גער אדער ליובאוויטש אדער סיי וועלכע אנדערע פראוועריי פון א רעבע.

און הרב @קפה נמס ברוך הבא, אבער דיין פוינט איז נאר א חלק פונ'ם כלל, און אויך נישט אין גאנצ'ן אמת. דער מענטש וואס איז געפארען קיין בעלז אינדערהיים האט גארנישט געהאט מיט'ן רב פאר זיין עבודת ה'. ער האט אפשר געגלויבט אז דאווענען מיט'ן צדיק איז מסוגל אויף עפעס, אבער דער צדיק האט איהם גארנישט צוגעגעבען צו זיין עבודת ה', און ס'האט איהם נישט מדריך געווען אין זיין נסיונות. אז ער האט געגלויבט אין האקו"ס פאקו"ס און ער האט געקענט פרעגען ביים רב צו ער זאל מאכען א שידוגך צו וואס, קען ער פונקט טוהן היינט מיט זיין רבי, וואס נאכ'ן פסק פונ'ם ב"ד\קאורט\כל העולם כולו איז ער דער צדיק הדור והשאר בדאים. אוודאי איז דארט נישט געווען קיין מוסדות אזוי ווי היינט, נישט יאן אלגעמיינער אידענטום און נישט ביי חסידות, אבער דער געזעלשאפט וואס חסידות האט געגעבען איז אייביג געווען א וויכטיגע זאך. דער שטיבעל, די יארצייט סעודות, דער פארברענגען אינאיינעם, דער פאראכץ וכו' האט אלס צוגעגעבען צו דער מענטש,ס גוטע געפיהל, ווייט פון א חלק פון עבודת ה'.
אויכ'ט הרב יצחק זוכט ניטש צוריקצושטעלען חסידות אויפ'ן אריגינעלעם אופן כדוגמת די ערשטע דורות, אז א איד וואס זוכט מדרגות און השגות זאל האבען הדרכה פון א צדיק. ער גלייבט שטארק אין נשתכחה ("זיי זאגען ס'איז נישט נשתכחה, אדרבה ווייז אויף, לאמיר זען וואס איז געבליבען!" געהערט מפ"ק פונ'ם וואודרידזשע רב שליט"א) און דער תועלת פון חסידות איז נאר א פאר ווערטלעך און א גאנג אין הנהגה, נישט אין עבודת ה'.

שמעון וואלף » דינסטאג מאי 12, 2015 3:01 pm

· #274449
כ'האב געהערט אז די פארגאנגענע שבת האט ער געהאט הינדערטע מענטשן ביי זיין פרק שיעור אין וויליאמסבורג. מ'זאגט אז ס'איז ממש געווען געשטאפט דארט.

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 12, 2015 4:29 pm

· #274478
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: דו פארשטייסט פשט אין די ווערטער...? וועון איז ר' ישעי'לע קערעסטירער געווען אן עקסטערמינעיטער...? לפענ"ד איז פשט אזוי. אז הרה"צ ר' ישעי'לע פון קערעסטיר האט זיך ספעציאליזירט אין אוועקלייגן גוים, רשעים, שונאי ישראל וועלכע האבן געמאכט צרות פאר אידן. כידוע דער מאמר פון בעל דברי חיים מצאנז זי"ע אז ..."אין אונגארן איז דא א צדיק וועלכער קען אוועקלייגן הונדערט המן'ס א טאג"...!

איך אויך » דינסטאג מאי 12, 2015 4:49 pm

· #274493
ר' בערעלינו פארשטייסט טאקע נישט?

שמעון וואלף » דינסטאג מאי 12, 2015 5:01 pm

· #274501
בערל, ר' שעי'לע איז געבוירן תרי"ב, אין ווען די ד"ח איז נפטר געווארן איז ער געווען אינגאנצן 20 יאר אלט. האלטסט נאכאלץ אז ער זאל עס האבן געזאגט?

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 13, 2015 1:01 am

· #274629
שמעון וואלף
בערל, ר' שעי'לע איז געבוירן תרי"ב, אין ווען די ד"ח איז נפטר געווארן איז ער געווען אינגאנצן 20 יאר אלט. האלטסט נאכאלץ אז ער זאל עס האבן געזאגט?

שמעון וואלף: כ'ווייס נישט. אזוי האביך געליינט אין ספר ..."מי באר ישעיהו"...!
איך בין נישט אזא אפיקורס ווי ..."איך אויך"...ווען ער וואלט געלעבט אין די צייטן פון ר' יוחנן וואלט ער נישט נאר אפגעלאכט פון זיין רבי. נאר ער וואלט געשריבן אויף קאווע שטיבל א ליצנות'דיגע אשכול...!

איך אויך » מיטוואך מאי 13, 2015 6:18 am

· #274637
הא?

קרעקער » זונטאג אוגוסט 2, 2015 2:23 pm

· #293332
א הבטחה אויסציפלאצען אין געלעכטער אפאהר מאל אינמיטען ליינען

<a class="postlink" href="http://www.yiddishtribune.com/">http://www.yiddishtribune.com/</a>

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אוגוסט 3, 2015 1:06 pm

· #293561
איך האב עס ערשט יעצט געליינט. אביסל שייכות צו אמת, אבער א גאר קליינער בילד פון דער מענטש, און גוט פארדעקט די פראבלעמאטישע חלק. זיין התנגדות צו דער 'קעמפף אויף ציונות', זיין התנגדות צו א גרויסע חלק פונ'ם ליטווישע ציבור, זיין התנגדות צום סיטיפילד חגיגה, זיין חידושי תורה אין סתם סוגיות וואס ער רעדט אויסער דער דרוש און קנאות וכהנה וכהנה. זיי רופען דאס אן א 'באטע', בשעת ווען ער זאגט אליינס אז 'איך ווייס נישט וואס דאס ואורט מיינט'. מיט נאך אזעלכע גרייזען וואס ווייזען אז זיי וויסען נישט וואס טוט זיך מיט איהם.
ס'בענקט זיך טאקע נאך זיין נאנטשאפט, טפשר דארף מען זיך אריבערכאפען יעצט אין די זומער.

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 3, 2015 1:29 pm

· #293565
איך ווייס אויף זיכער אז משיח גייט שוין קומען גאר בקרוב. ניין, נישט פון ליינען די ארטיקל אין מאמענט פון צוויי וואכן צוריק. קיין שום בעל מקוגל האט עס מיר נישט מגלה געווען, אויך נישט דער רימנוב'ער רבי שליט"א, אויך נישט זיין רביצין.
נאר ס'זייער פשוט. אויב דער ליטוואק פון בודאפעסט איז א חסיד פון א רב אדער רבי מוז שוין משיח קומען אט אט...
איז ווען גייסטו קויפן א שטריימל...? ביי וועם... קרויס אדער גאר תפארת חתנים...?

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אוגוסט 3, 2015 1:37 pm

· #293569
זעט זיך אויס אז דו קענסט איהם אויך נישט. דרייען זיך ביי איהם איז גאר א ליטווישע זאך צו טוהן. איך פלאן נישט צו טוישען מיין לבוש אדער מיין גלויבונג, אבער דאס קען איך דיר זאגען אז איך בין געווען ביי איהם ביי א דרשה אין וומסב"ג אלס בחור און דערנאך בין איך צוגעגאנגען און אנדערע האבען מיר אנגעקוקט מאדנע און פרעמד, האט ער זיך אויסגעדרוקט 'ר' לפ"ב איז פון די יחידי סגולה אין דער עולם ה'שיביש' (עולם הישיבות) וואס האט אביסל שכל'. נו, ווי קען איך נישט זיין קיין חסיד?

שעפטל » דינסטאג אוגוסט 4, 2015 1:31 pm

· #293749
רבותי! שרייבסט ווי מער! יעדעס ווארט וואס איז דא געשריבן געווארן איז אריין אינעם טריביון...

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אוגוסט 4, 2015 1:49 pm

· #293756
Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש
דאס איז א סבה אויף יא צו אויף נישט?

שעפטל » דינסטאג אוגוסט 4, 2015 2:13 pm

· #293763
אודאי יא

יהושע חיים » דינסטאג אוגוסט 4, 2015 5:07 pm

· #293791
ער קען נישט דערליידן דער רעבעזכרונולעברכע אידן
און דאס איז ווייניגער ביי חסידי ק"י

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אוגוסט 4, 2015 5:43 pm

· #293795
Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש
ער גלייכט די ארונים גאנץ ווייניג אויך, אבער דאס איז אמת אז זיין עיקר ביקורת איז אויך דער צד הז''ל און בנ''י, אבער ס'זעט מיר אויס אז דער טעם איז טאקע ווייל ער איז נאנטער צו זיי.

ל.רוזן » מיטוואך אוגוסט 5, 2015 6:41 pm

· #293946
Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש
📎 uploadfromtaptalk1438814456721.jpg📎 uploadfromtaptalk1438814410171.jpg

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אוגוסט 5, 2015 8:24 pm

· #293970
Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש
ווי קען מען ליינען דער ארטיקל אין מאמענט וועגען ר' יצחק'ן? פארשטייט זיך אן צו דארפען קויפען דער מאגאזין? !

געוואלדיג » מיטוואך אוגוסט 5, 2015 9:35 pm

· #294002
אין דערהיים, נאך איין מינוט פחד אין גראסערי 😂

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אוגוסט 5, 2015 9:47 pm

· #294009
Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש
ט'קען עס איינער ארויפלייגען דא? ביטע?

שעפטל » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2015 2:46 pm

· #294173
אינטערסאנטע זאך אז ביידע האבן אן אינטערוויו מיט אים א וואך געריקט.

שטייט אינעם מאמענט אויך שטיקער קאווע??

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 9, 2015 9:03 am

· #294557
נא רבותי, ווער האט אדורכגעלייענט דעם ארטיקל אינעם מאמענט די וואך? איך האב געקוואלן פון יעדע שורה, בין איך דער איינציגסטער?

אין איין שורה, ער מאכט אוועק די היינטיגע אידישקייט, די רעביזכוסעלייני אידן, און דאס וואס מען פאוקעסט אזויפיל אויפן סור מרע ("וואס איז א נפק"מ וועלכע פילטער"... ), דער היינטיגער דור באשטייט פון הויכע הייליגע נשמות, א דור פון מבקשים, נאר עס פעלט פשוט דער אהבת תורה, און די ידיעה אז מען וויל מקיים זיין דעם רצון ה', איינמאל א בחור/יונגערמאן באקומט די ידיעה און דעם הרגש דערצו וועט ער נישט אזוי שנעל אוועקפאלן, וכו'.

עס איז כדאי צו ליינען פאר יעדן. בפרט פאר רבנים, מחנכים און עסקנים וועלכע זענען כסדר ביזי צו אסר'ן אלעס און פארביטערן דאס לעבן פון כלל ישראל אן געבן עפעס זיסקייט מצד שני.

מי יתן והי'.

יהושע חיים » זונטאג אוגוסט 9, 2015 9:25 am

· #294564
Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש
געהערט אז ער איז מוחה אויף די ארטיקלן
איינער האט ער געגעבן רשות אבער אהן קיין בילדער און זיי האבן נישט געפאלגט און דער אנדערע איז די גאנצע מעשה געווען אהן פרעגן

ווייסט איינער וועלכע קענפל קען מען דאס הערן?

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אוגוסט 9, 2015 9:39 am

· #294567
Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש
ווי פיהרט דער רבי זז''ג כ''ו אב היי יאר?

אויבערלענדער חכם » מאנטאג אוגוסט 10, 2015 4:41 pm

· #294799
האט איינער שוין דא דערמאנט אז די קצנלבויגן'ס האבען איהם געברענגט א פאר יאר צוריק צו ירושלים אויף א פראבע צו ווערען זייער רב? (אני הקטן עד ראייה לזה)

חקרן » מאנטאג אוגוסט 10, 2015 6:28 pm

· #294816
און וואס איז געווארן? - פארוואס איז ער זיי נישט געפאלן געווארן?

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אוגוסט 10, 2015 7:23 pm

· #294822
Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש
כ'מיין ס'איז פארקערט. ער האט נישט געוואלט.

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש פעברואר 27, 2016 10:13 pm

· #322788
Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש
אין המודיע די וואך
📎 uploadfromtaptalk1456629032222.jpg

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מערץ 24, 2017 1:06 pm

· #366713
Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש
פאר די אלע וואס ווילען שפירען א טעם וואודרידזש אין שבת, לייג איך דא דער רעצעפט פון דער קיוויאשאדער קוגעל וואס מ׳עסט ביי קידוש דארט.

לייג אריין קארנפלעקס אין א שיסל, לייג צו אביסל ווארעם וואסער אין מיש עס אויס, עס זאל ווערן א קלעבעדיגע געמישעכטס, לייג צו אביסל אויל, צוויי אייער, אביסל צוקער.

אין א רינדיכיגע שיסל שמיר אן ארום און ארום מיט אויל, לייגג אריין די געמישעכטס, דעק עס צו מיט זילבער פאפיר.

פול אן א טאפ האלב מיט וואסער, זעץ אריין די שיסל אין די טאפ מיט וואסער, אין לייג עס ארויף אויף די בלעך

מ'קען עס זיכער אויך מאכן מיט ברען פלעיקס, אבער די טעם וואס די האסט געשפירט זייענדיג אין וואודרידזש וועסטו נישט שפירן, ווייל עס איז נישט די זעלבע טעם ווי קארן פלעיקס.

די רעצעפט קומט נישט פון די וואודריזשער רעבעצין, נאר פון א פרוי וואס איז א טכטער פון איינער פון די אלטע נאנטע קיויאשדער משפחות אין זיי מאכן עס יעדע וואך, אין עס האט טאקע די זעלבע טעם ווי אין וואדריזדש

ויאכלו ענוים וישבעו.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

שמעון וואלף » פרייטאג מערץ 24, 2017 4:09 pm

· #366732
א שאד כ'האב עס נישט באמערקט פריער. די קאך איז שוין זויבער לכבוד שבת און איך וויל נישט מטריח זיין די רעבעצין יעצט ער"ש נאכמיטאג. אבער מ'עמיר עס אוועקלייגן פאר א קומענדיגע געלעגענהייט.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מערץ 24, 2017 4:26 pm

· #366734
Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש
די מעלה פון די רעצעפט איז אז מ׳קען עס מאכען הארט פאר שבת. אלס איז בעצם געקאכט און איבערנאכט ווערט עס א קוגעל.

עכ"פ דאס איז נישט דער עיקר פונ׳ם וואודרידזשע רב, נאר אן אינטרעסאנטע זייטיגע ענין.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איש את רעהו » פרייטאג מערץ 24, 2017 6:34 pm

· #366745
און וואס איז די עיקר פינעם רב ?

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש מערץ 25, 2017 10:46 pm

· #366750
קויף דעם ספר דולה ומשקה, און ספר שנו מדותי, אזוי וועסטו עטוואס וויסען.

שמעון וואלף » דאנערשטאג מאי 10, 2018 8:22 pm

· #402261
די רב זז"ג גייט דורך א מעדעצינישע פראצעדור אויפ'ן הארץ.
נא להתפלל לרפואת יצחק בן ברכה

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מאי 10, 2018 9:18 pm

· #402271
מאראנצןזאפט
קעפעטש האט אויך א ספר וואס לערנט שרייבן, דאכט זיך מיר מיט'ן נאמען הכתב והמכתב.
?does anybody recall

OMG, דו דעמאנסט מיר גוטע צייטן. שרייבן לערנט ער? איך האב מיך נישט געלערנט קיין ווארט שרייבן פון דעם בוך, נאר סאטמארע השקפה.

berlbalaguleh » פרייטאג מאי 11, 2018 7:16 pm

· #402336
ליטוואק פון בודאפעסט
קויף דעם ספר דולה ומשקה, און ספר שנו מדותי, אזוי וועסטו עטוואס וויסען.

ליטוואק פון בודאפעסט: ער וויל נישט וויסן. ער וויל נאר לקנטר...!

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש מאי 12, 2018 11:08 pm

· #402339
[ציטאט אראפגענומען]

עפעס נייעס? וואס איז געשען? וואס מאכט ער?

אישתישבי » זונטאג מאי 13, 2018 12:00 am

· #402345
לזכותו איז כדאי צו ברענגען א ווארט וואס ר' מנשה רייזמאן האט נאכגעזאגט משמו.

פארוואס ווארט מען ביז בהר בחוקתי אויסצוגלייכן די קריאה פין ארץ ישראל און חוץ לארץ?

ווייל אין א יאר וואס די קריאה ווערט שלא בסדר איז עס ווען פסח פאלט אויף שבת, ממילא איז דאך ספירה געווען ממחרת השבת כפשוטו, פעלט דאך עפעס וואס זאל ווייזען אז ממחרת השבת איז לאו דוקא, און עס מיינט יום טוב, שלא כדעת הצדוקים, פארדעם ליינט מען די פרשיות אנדרעש ביז שבועות, וואס די סיבה דערפון איז ווייל מען האלט יום טוב שני, וואס דאס ווייזט אויך אז מען גייט נאך די דעת החכמים, אפילו היינט ווייסט מען שוין קביעא דירחא, וויל מען דאס ווייזען ביז שבועות.
בלאט: 1 2 3 4 5