ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש
246 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1510
C/P: @ShiurChudosh:
Bh rabeiny shlita went thru successful with the surgery.
Hakudoish Burich He zol veiter helfen to full recovery Rabeini Yitzchok ben Brocho...
הודו לה'! זאל דער אויבערטשער העלפן מיר זאלן ווייטער זוכה זיין זיך מתבשם צו זיין לאורו הבהיר והזך..
ברוך השם
C/P @ShiurChudosh: Broiv chasdei hashem rabeiny shlita is recovering well and is makir toiva for all who were mispalel. Hashem yisburach zoll veiter helfen BT
אין א פייערדיגע טאנץ מיט אדמו"ר מסאטמאר וומ"ס
https://youtu.be/j2GJ3L-IJsUאז די רעדס שוין פין זיינע פייערדיגדע טענץ, דא האסטו איינע פין זיינע פייערדיגע טאנצן.
https://www.youtube.com/watch?v=ZHHUt5bRQQAהיינט נאכט וועט די וואודריזדשער רב רעדן אין קיוויאשד ביים יארצייט סעודה
הרה"ג וואודרידזשער רב שליט"א האט אנגעהויבן פארצולערנען משניות מסכת יומא, ברטנורא תוס' יו"ט ואחרונים.
מען קען עס הערן אויף #10 718-906-6428
📎 IMG-20200810-WA0325.jpg
חיים'ס ישיבההרה"ג וואודרידזשער רב שליט"א האט אנגעהויבן פארצולערנען משניות מסכת יומא, ברטנורא תוס' יו"ט ואחרונים.
מען קען עס הערן אויף #10 718-906-6428
יומא מיט א חולם נישט מלופים
ביים סעודת ל"ג בעומר האט די רב ארומגערעדט איבער די אש זרה אשר לא צוה אותם - די פייערלעך וואס מ'האט דאס נישט געזעהן ביי אונזערע רבי'ס אין חו"ל. אויך האט ער גערעדט וועגן די שמועות מבהילות וואס מ'הערט פון אתרא קדישא מירון און מעורר געווען אז ס'געווען איינגעפירט ס'זאל נאר זיין איין פייער מיט אן אחדות ווי ס'ידוע פון ר' אהרן קארלינער אז ר' שמעון לכל - כולל גאנץ כלל ישראל און היינט אז ס'מאכן זיך עגילות עגילות פעלט פון די שמירה וואס ר' שמעון איז משפיע, ואין כאן המקום להאריך בכל אלה ודוק היטב בזה.
שמעון וואלףחיים'ס ישיבההרה"ג וואודרידזשער רב שליט"א האט אנגעהויבן פארצולערנען משניות מסכת יומא, ברטנורא תוס' יו"ט ואחרונים.
מען קען עס הערן אויף #10 718-906-6428
יומא מיט א חולם נישט מלופים
מיין טאטע, ע"ה, וואס איז געווען א גרויסער תלמיד חכם, האט אויך מקפיד געווען ארויסצוזאגן אזוי. נישט ווי די וועלט זאגט עס. אויך אין פרקי אבות , וואו די משנה זאגט..."אין בור ירא חטא"... זאגט די וועלט עס ארויס מיט א חולם. האט ער אייביג מקפיד געווען עס צו זאגן מיט מיט א מלא-פו"ם. זאגנדיג אז בור (מיט א חולם) מיינט א גרוב. משא"כ מיט א מלאפו"ם מיינט א ליידיגער מענטש. (אומוויסנד)....!
אה.... פון דארט נעמסטו דיין אבסעסיע מיט דקדוק הלשון, ס’ליגט ביי דיר אין די זשינס......
תרמב: דו ביסט 100% גערעכט. איך שעם מיך נישט מיט דעם. פארקערט. איך בין שטאלץ מיט דעם פאקט. ער (מיין טאטע) האט נישט געקענט ליידן ווען מ'זאגט נישט ריכטיג איבער א פסוק אדער מאמר חז"ל. דאס נישט מקפיד זיין צו איבערזאגן פונקטליך ווייזט ארויס א זילזול אין חשיבות פון די תורה...!
דו האסט שוין געהערט וויאזוי מ'רעדט אין קאורט...?! מ'פאנפעט נישט. מ'רעדט קלאר. און אין א גוטע שפראך. ווען איינער (א לאיער פאר די פראסעקיושן אדער דיפענס) זאלל רעדן אונטער די נאז און נישט רעדן ענגליש לויט'ן גרעמער, וועט איהם דער דזשאדזש אנשרייען און אנזידלען. און ער האט שוין פארלוירן 50% פון די קעיס...! איז כש"כ ביי תורה...!
שמעון וואלףביים סעודת ל"ג בעומר האט די רב ארומגערעדט איבער די אש זרה אשר לא צוה אותם - די פייערלעך וואס מ'האט דאס נישט געזעהן ביי אונזערע רבי'ס אין חו"ל. אויך האט ער גערעדט וועגן די שמועות מבהילות וואס מ'הערט פון אתרא קדישא מירון און מעורר געווען אז ס'געווען איינגעפירט ס'זאל נאר זיין איין פייער מיט אן אחדות ווי ס'ידוע פון ר' אהרן קארלינער אז ר' שמעון לכל - כולל גאנץ כלל ישראל און היינט אז ס'מאכן זיך עגילות עגילות פעלט פון די שמירה וואס ר' שמעון איז משפיע, ואין כאן המקום להאריך בכל אלה ודוק היטב בזה.
כבודו במקומו מונח, אינטערסאנט ער האט קיינמאל נישט מוחה געווען קעגן די וואס אגאנץ יאר זיצט מען אין א דארף, אבער פורים לצורך פרנסה קומט מען אויף וומסב"ג מיט פאמפע און מ'פראוועט ברבים, און מ'אדווערטייזט איבעראל אז מ'זאל קומען מקיים זיין החזקת ת"ח, דאס האט מען יא געזען ביי אונזערע רבי'ס?
יא הונדערט פראצענט, אלע רביס און רעוועלעך זענען ארומגעפארן אין די שטעטלעך פראווענען שבתים און מאכן אביסל פרנסה פון די קוויטלעך, סאטמארע רב האט נישט געפראוועט אין קליינווארדיין? און אין הודונאנאש?
א חסיד פון ווילנאשמעון וואלףביים סעודת ל"ג בעומר האט די רב ארומגערעדט איבער די אש זרה אשר לא צוה אותם - די פייערלעך וואס מ'האט דאס נישט געזעהן ביי אונזערע רבי'ס אין חו"ל. אויך האט ער גערעדט וועגן די שמועות מבהילות וואס מ'הערט פון אתרא קדישא מירון און מעורר געווען אז ס'געווען איינגעפירט ס'זאל נאר זיין איין פייער מיט אן אחדות ווי ס'ידוע פון ר' אהרן קארלינער אז ר' שמעון לכל - כולל גאנץ כלל ישראל און היינט אז ס'מאכן זיך עגילות עגילות פעלט פון די שמירה וואס ר' שמעון איז משפיע, ואין כאן המקום להאריך בכל אלה ודוק היטב בזה.
כבודו במקומו מונח, אינטערסאנט ער האט קיינמאל נישט מוחה געווען קעגן די וואס אגאנץ יאר זיצט מען אין א דארף, אבער פורים לצורך פרנסה קומט מען אויף וומסב"ג מיט פאמפע און מ'פראוועט ברבים, און מ'אדווערטייזט איבעראל אז מ'זאל קומען מקיים זיין החזקת ת"ח, דאס האט מען יא געזען ביי אינזערע רב'׳ס?
איינער פארשטייט וואס דער וויל?
אודאי, ווער עס פארשטייט וואס דו ווילסט...
אז הרב לעבאוויטש רייסט אראפ יענעם אויף זאכן וואס ער וואלט אויך געטון ווען ער האט מיט וועם, והא ראי' פורים קומט ער פראווען ווי אלע רבי'ס פאר אפאר טאלער (ער מעג עס טון, ער דארף האבן פון ווי צו לעבן, אבער רייס נישט אראפ יענעם).
פארשטאנען? אויב נישט איז close discussion.
בענין פאנאטיזים
הרה"ג רבי יצחק לעבאוויטש בענין פאנאטיזים - לאור המאורעות נוראות בל"ג בעומר וערב שבועות
<a class="postlink" href="https://www.kolhalashon.com//New/Media/PlayShiur.aspx?FileName=31517146">https://www.kolhalashon.com//New/Media/ ... e=31517146</a>
אונז האבן אמאל ארויסגעדינגען דעם בית-המדרש אין וואדרידזש אויף א שבת התאחדות. איך האב דעמאלס געהאט די געלעגנהייט צו נוצן זיין צימער (אינעם אנדערן בנין) און אריינקוקן אין זיינע ספרים. ס'איז דא דארט מער בקיאות און אייגנארטיגע אויסגעבויטע זאכן, לויט ווי אזוי ער שטעלט צוזאמען און לערנט אפ א זאך, אבער ס'איז נישט מיט קיין עיון און מחשבה. ס'איז פארט אויף וואס א ברכה צו מאכן.
מוצאי שבת איז ר' יצחק אריבערגעקומען אויף א באזוך, מיר האבן אינאיינעם געשמועסט אין פארברענגט. איך האב קענען געלערנט ר' יצחק'ן אלס א בא'טעמ'טער מענטש, נישט אלס בייזער קנאי ווי אזוי מאנכע ווילן אים אפמאלן.
איך האב אים אויך שפעטער געטראפן אויף א שמחה, ווי מיר האבן עטוואס געשמועסט.
פארט, ווען עס איז געווען אמאל א מאורע ביי אונז, און די עסקנים האבן געוואלט רופן ר' יצחק צו רעדן, האב איך נישט געלאזט, מטעמים הכמוסים איתי.
ואין כאן המקום להאריך בזה...
מורינו ורבנואונז האבן אמאל ארויסגעדינגען דעם בית-המדרש אין וואדרידזש אויף א שבת התאחדות. איך האב דעמאלס געהאט די געלעגנהייט צו נוצן זיין צימער (אינעם אנדערן בנין) און אריינקוקן אין זיינע ספרים. ס'איז דא דארט מער בקיאות און אייגנארטיגע אויסגעבויטע זאכן, לויט ווי אזוי ער שטעלט צוזאמען און לערנט אפ א זאך, אבער ס'איז נישט מיט קיין עיון און מחשבה. ס'איז פארט אויף וואס א ברכה צו מאכן.
מוצאי שבת איז ר' יצחק אריבערגעקומען אויף א באזוך, מיר האבן אינאיינעם געשמועסט אין פארברענגט. איך האב קענען געלערנט ר' יצחק'ן אלס א בא'טעמ'טער מענטש, נישט אלס בייזער קנאי ווי אזוי מאנכע ווילן אים אפמאלן.
איך האב אים אויך שפעטער געטראפן אויף א שמחה, ווי מיר האבן עטוואס געשמועסט.
לאמיר רעדן נאר פון זיין בקיאות אליין. ער האט אדורכגעלערנט און ווייסט דעם תוכן פון א יעדען ספר אין זיין גרויסן אוצר הספרים.
ווען ער וואלט געווען א ביסל מער מעורב עם הבריות, וואלט ער פאררעכנט געווארן פאר איינעם פון די גדולי הדור. נאר ער זאגט זיך זיינס. און ס'אינטרעסירט איהם בכלל נישט וואס און וויאזוי דער עולם נעמט עס אויף...!
פארט, ווען עס איז געווען אמאל א מאורע ביי אונז, און די עסקנים האבן געוואלט רופן ר' יצחק צו רעדן, האב איך נישט געלאזט, מטעמים הכמוסים איתי.
מורינו ורבנופארט, ווען עס איז געווען אמאל א מאורע ביי אונז, און די עסקנים האבן געוואלט רופן ר' יצחק צו רעדן, האב איך נישט געלאזט, מטעמים הכמוסים אתי.
ווער איז אונז?
איך בין אמאל געווען אלץ בחור ביים וואודריטשע רב מיט א פאר חברים אויף שבת, ער איז געווען זייער צוגעלאזן, מ'האט אים געקענט פרעגן וואס מ'האט געוואלט און ער האט אריינגעהאקט אין אונז אלע זיינע שיטות, ער האט אונז פרובירט צו מחנך זיין כאילו, ביי מלוה מלכה האט ער זיך אנגערופן בתוך הדברים צו איינע פון די בחורים עטס זעטס נישט ווי איך מאך א אפערעישאן מיט ענקער קאפ......?
תרמבביי מלוה מלכה האט ער זיך אנגערופן בתוך הדברים צו איינע פון די בחורים עטס זעטס נישט ווי איך מאך א אפערעישאן מיט ענקער קאפ......?
😂 😂 😂 ווען וועט שוין איינער מאכן דעם העכסט וויכטיגן אפערעישאן אויף זיין קאפ?
אויך דארט געווען א מאל מיט א קבוצה בחורים אויף א שבת ער האט פארגעלערנט אוחה''ק פרייטאג צי נאכט'ס פארן סעודה אין א יונגערמאן האט אריינגעזאגט עפעס וועגן ר' חיים בריסק'ער האט עם ר' יצחק געשריגען טו דיך אויס דעם שטריימעל...
נאכדעם האט ער אינז דערציילט אז לכאורה פארוואס הייסט ר' חיים'ס ספרים חידושי רבינו חיים הלוי סוואלט דאך געדארפט הייסן פשטי רבינו חיים הלוי? סהאלטן דאך אז דאס איז פשוט פשט?
נאר פירט ער אויס אז דעס אז ר' חיים האט עס געזאגט איז שוין א חידוש....
נאכדעם זאגט ער אינז אז מען האט שוין גערעדט אויף די ליטאים יעצט קען מען שוין לערנען...
ער האט אינז ב'שגץ'ט אז אינז לערן מיר נישט ס'איז נישט די גיטע דרך הלימוד אינז גיימער נישט אין א גיטע ישיבה
האב מיר עם געפרעגט וועלכע ישיבה ס'יא גוט זאגט ער אינז איך קיק ענק אויס ווי עפעס א אינפארמעשן סענטער?
וואס הייסט וועלכע ישיבה ער האט דאך א ישיבה? (ביי זיך אין קאפ זיכער)
געווען אמאל ביי אים אין דארף אויף שבת האב איך געזען אויף א באדקע נעבן בית מדרש שטייט אויף א טיר היכל הישיבה (עפעס אזוי) איינער פין די איינוואנער האט געזאגט אז דאס האט ער אליינס געשריבן.
ער האט אמאל געזאגט אז ער איז אזוי ווי א באן, מ’קומט אריין אין ישיבה מ’גייט ארויס אבער ער דרייווט ווייטער די באן אפילו סאיז ליידיג, עפעס אזוי האב איך אמאל געהערט.
תרמבער האט אמאל געזאגט אז ער איז אזוי ווי א באן, מ’קומט אריין אין ישיבה מ’גייט ארויס אבער ער דרייווט ווייטער די באן אפילו סאיז ליידיג, עפעס אזוי האב איך אמאל געהערט.
ער זאגט ער איז ווי א באן אז די סדר פארט: דאווענען, קדושא רבא תורה שלוש סעודות תורה גייט אן תמידין כסודרן, יא מנין נישט מנין, ס'פארט פונקט ווי א באן הערט נישט אויף פארן טאמער ס'ליידיג.
נאך האב איך געהערט ער האט געזאגט פאר איינער וואס האט אים געריפן רעדן ביי אים אין ישיבה וואס די ישיבה איז נישט געווען אוועק געשטעלט לפי רוחו. האט ער געזאגט למה הדבר דומה צו איינער וואס איז אויף א באן וואס פארט קיין צפון און ער וויל אנקומען קיין דרום וועט ער שפאצירן אויפ'ן באן אין די פארקערטע ריכטונג אבער פארשטייט זיך אז ער וועט למעשה אנקומען קיין צפון. די זעלבע זאך די בחורים אין די ישיבה ווערן געפראגרעמט אויף א געוויסע דרך און טאמער ער וועט דרש'נן פאר זיי זיינע מיינונגן וועט עס נישט נישט טוישן זייער מהלך
קליפת ה'סיסטעם'
א מערקווירדיג צעטל בחדר הרב בכתב ידו - אויפגעהאנגען צווישן פילע אנדערע מודעות - להיות לזכרון תמיד...
📎 System.jpgמודעה רבה
לכל מבקשי ה' - תלמידים הי"ו
-------------------
עיקר מלחמת היהדות וקיום הדת במחנינו - הוא ללחום
נגד קליפה הטמאה - נקרא
"SYSTEM"
וכל המסתעף מזה וד"ל
---------
טומאה עמיקא • וטמירא • בכסוי נורא.
wow wow מ'דארף אים איינלאדענען אהער קיין קאווע שטיבל, ער וועט זיך פילן זייער היימיש דא.......
תרמבwow wow מ'דארף אים איינלאדענען אהער קיין קאווע שטיבל, ער וועט זיך פילן זייער היימיש דא.......
@מורינו ורבנותרמבwow wow מ'דארף אים איינלאדענען אהער קיין קאווע שטיבל, ער וועט זיך פילן זייער היימיש דא.......
תרמב: ווער ווייסט? אפשר איז ער שוין דא. לאמיר זעהן. אויב דו קענסט טרעפן ווער ער איז...?! ניין. נישט ער...! ס'נאר א ווערטל. נישט אויף למעשה. ווייל ס'איז אקעגן די תקנות ה'שטיבל זיך צו גריבלען און שפאקולירן אין איינעמ'ס אידענטיטעט...וק"ל...!
אפעס הערט מען אז די רב שליט''א האט ארומגערעדט ביי של''ס א קעגן די סאטמאר רבי זצ''ל פארן אסר'ן די כותל
הרה''ג ר' דוד ראזענבערג פון מחנה רב טוב האט געשריבן א שארפע בריוו פארן רב.
בחצרותאפעס הערט מען אז די רב שליט''א האט ארומגערעדט ביי של''ס א קעגן די סאטמאר רבי זצ''ל פארן אסר'ן די כותל
הרה''ג ר' דוד ראזענבערג פון מחנה רב טוב האט געשריבן א שארפע בריוו פארן רב.
אינטערסאנט צו הערן.. עפעס מער דעטאלן?
איך בין אמאל דארט געווען האט ער געזאגט בין הדברים אז די איסור איז נאר געווען פאר דעמאלטס, בכלל האלט ער אז ציונות גייט שוין נישט אן, סאיז אונטערגעאנגען נאך דעם וואס די מדינה האט זיך געעפענט, ער האט בתוך הדברים געזאגט אז ער האט א שיינע קונטרס’ל אין שאנק וואס איז שוין נישט נוגע היינטיגע צייטן וואס האט אויך שיינע עניינים איבער ישוב ארץ ישראל ס’הייסט על הגאולה......
בחצרותאפעס הערט מען אז די רב שליט''א האט ארומגערעדט ביי של''ס א קעגן די סאטמאר רבי זצ''ל פארן אסר'ן די כותל
הרה''ג ר' דוד ראזענבערג פון מחנה רב טוב האט געשריבן א שארפע בריוו פארן רב.
בחצרות: איך ווייס נישט. איך האב נישט קיין רעקארדינג. נאר אזויפיהל קען איך דיא זאגן אז ר יצחק לעבאוויטש שליט"א ווערט נישט נתפעל פאר 10 שארפע בריוון. און ער גייט נישט טוישן זיין מיינונג אדער . צוריקציען. כאטש ער איז געווען איינער פון די ערשטע תלמידים אין די סאטמאר'ע ת"ת און שפעטער אין די ישיבה.
אט דאס איז איינס פון זיינע מעלות. אדער חסרונות. ס'ווענדט זיך וויאזוי מ'קוקט עס אן. ווייל אויב ער וואלט מיטגעגאנגען מיט דעם שטראם, וואלט איהם די היינטיגע פראפאגאנדע געמאכט פאר דעם ..."גדול הדור"...! ער האט טאקע געצאלט א טייערן פרייז פאר ארויסזאגן זיין מיינונג (גערעכט אדער נישט) בלי שום כחל ושרק...!
תרמבאיך בין אמאל דארט געווען האט ער געזאגט בין הדברים אז די איסור איז נאר געווען פאר דעמאלטס, בכלל האלט ער אז ציונות גייט שוין נישט אן, סאיז אונטערגעאנגען נאך דעם וואס די מדינה האט זיך געעפענט, ער האט בתוך הדברים געזאגט אז ער האט א שיינע קונטרס’ל אין שאנק וואס איז שוין נישט נוגע היינטיגע צייטן וואס האט אויך שיינע עניינים איבער ישוב ארץ ישראל ס’הייסט על הגאולה......
תרמב: איך וועלל אויך גיין א ביסל אין זיינע דרכים. איך וועלל ארויסזאגן א מיינונג וועלכע איז נישט זייער פאפולער. אבער קרוב לאמת...!
אין די היינטיגע צייטן זענען רוב זאכן איבער ציונות מער נישט נוגע. ווייל ס'איז היינט שוין (כמעט) נישטא קיין ציונים. היינט באשטייט רוב רובם פון די איינוואוינערס אין ארץ ישראל פון ערליכע אידן שומרי תומ"צ. און (להבדיל) פון פרייע פורקי עול. א גרויסער טייל (בערך 1 1/2 מיליאן) רוסישע אימיגראנטן. וועלכע זענען עפ"י הלכה שוין נישט קין אידן. דער רוסישער חילוני בשעת ער איז מחלל שבת אדער עסט טריפות האט ער עפעס אינזין ציונות...?! ער איז סתם א גוי. א בעל תאוה'ניק.ממילא דארפן אינז ערליכע אידן אויך האנדלען אזוי. אונז האמיר נישט קיין שייכות מיט זיי. אזוי ווי זייער איצטיגער פיהרער אביגדור ליבערמאן, שר"י. וועלכער איז א יודע את ריבונו ומכוון למרוזד בו...!
זיין מכוון איז לכאורה געווען נישט אז די עולם איז פרום, נאר ער האט געהאלטן אז אפילו די פרייע זענען נישט קיין ציונים, סאיז נאר א לאנד פונקט ווי אלע לענדער און האט גארנישט מיט די ’’רעיון’’ הציוני.
תרמב: ער האט א נקודה. (לשיטתו)...!
Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש
אונטערסאנט אז בן גוריון אליין האט געהאלטען אז ציונות האט זיך געענדיגט (ערפילט איר ציל) מיטן גרינדונג פונעם מדינה, און ער האט זיך אנגעקוקט אלס א ״ישראלי״ נישט קיין ציוני.
רבי יצחק האלט ענדערש אז ציונות (דהיינו זייער גלאנץ). האט ״גע׳פגר׳ט״ כלשונו, נאכן מלחמת יום הכיפורים.
די ציל פון ציונות איז געווען צו גרינדן א לאנד פאר׳ן אידיש פאלק אין היסטארישן ארץ כנען, איינמאל די ציל איז שוין ערפילט געווארן און די קאפיטל פון ציונות האט זיך געשלאסן (אויסער פאר אפאר נערי הגבעות וואס פאנטאזירן איבער אייננעמען סוריא) איז אויפגעקומען א נייע ענין וואס רופט זיך פאטריאטיזם וואס היסטאריש האבן זיך חרדים נישט שטארק אויסגעצייכענט דערין (טראמפ׳ס צייטן איז געווען א שטיקל יוצא מן הכלל).
רביה''ק זי''עדי ציל פון ציונות איז געווען צו גרינדן א לאנד פאר׳ן אידיש פאלק אין היסטארישן ארץ כנען, איינמאל די ציל איז שוין ערפילט געווארן און די קאפיטל פון ציונות האט זיך געשלאסן (אויסער פאר אפאר נערי הגבעות וואס פאנטאזירן איבער אייננעמען סוריא) איז אויפגעקומען א נייע ענין וואס רופט זיך פאטריאטיזם וואס היסטאריש האבן זיך חרדים נישט שטארק אויסגעצייכענט דערין (טראמפ׳ס צייטן איז געווען א שטיקל יוצא מן הכלל).
ויש אומרים אז די נערי הגבאות ווערן נאר שטערקער, פאליטיש זיכער, און חרדים זענען היפש רעכט/פאטריאטיש היינט. טראמפ איז טאקע א יוצא מן הכלל, אבער פארט א מציאות וואס ווייזט אויף די חרד'ישע מיינדסעט.
(אז מ'רעדט שוין, דאס אז סאטמער האט זיך אויפגעמאכט א נייע יצר הרע און עבודה זרה פון ציונית איז קיינער נישט שולדיג, אפי' ציונים אמאל זענען געווען פיין לינק און די גאנצע מאוומענט איז געווען פריי למען פריי, גארנישט מיט שלש שבועות צוטון, זיי האבן געהאלטן פון כוחי ועוצם ידי פונקט ווי זיי האבן געהאלטן פון טרינקען וואסער פאר הבדלה און פון מחלל שבת זיין.)
דערהויבענע איד: ווייל אמאל, פאר די התייסדות המדינה, האט ציונות (נישט ציונית, אזוי ווי הרב ש.ב. מרגליות שרייבט, ווייל דאס מיינט א פרוי וואס איז א ציוני. ער מעג שוין קענען א ביסל דקדוק, דער גרויסער שרייבער און היסטאריקער וואס ער האלט זיך...!) געמיינט אראפווארפן פון זיך דעם עול התורה והמצוות. אזוי ווי אין די שטאט מונקאטש. דארט זענען די ציונים געווען זייער שטארק. זיי האבן געהאט בערך 2000 מעמבערס. דאס האט געמיינט אז א טאטע, אן ערליכער איד האט געהאט 2 אדער 3 פון זיינע קינדער זענען אפגעפארן און געווארן ציונים...! מ'קען זיך פארשטעלן וואספארא צער דער טאטע (און די מאמע) האבן געהאט. פון דעם רעדט מען (בדרך כלל) נישט.
דאס קען אפשר זיין דער טעם פארוואס דער מנחת אלעזר איז געווען אזוי שטארק אקעגן ציונות, ווייל ער האט עס געשפיהרט אין זיין אייגענע קהלה...!
לענינינו, היינט איז שוין נישט דא קיין ציונים. די פרייע חברה אין ארץ ישראל זענען סתם בעלי תאווה'ניקס און גויים גמורים... נאכדעם איז פארהאן (להבדיל) ערליכע אידן...!
@בערלגלה דאס איז וואס איך זאג, אז ס'געווען א פרייע גרופע וואס האבן זיך גערופן ציונים און נישט געהאלטן פון גארנישט מיינט נישט אז דאס איז געווען זייער שיטה און מיט דעם דארף מען זיך קריגן, והא ראי' אויב זיי וועלן אויפגעבן די רעיון הציוני גייען זיי נישט ווערן פרום, און ס'איז דא אפציעילע פרומע וואס זענען יא געגאנגען מיט זיי און ווייטער געהיטן תו"מ.
(איך ווייס נישט ווי אזוי די מונקאטשער זי"ע האט געהאקט אויף זיי, אלס "ציונים" אדער סתם יונגאטשעס און פרייע שקצים.) דער ויואל משה איז נאכנישט ארויסגעקומען אין אייראפע סאוי די גאנצע איסור און כפירה פון ציונות איז נאכנישט געווען - קייינער כמעט האלט נישט ווי סאטמער רב אז ס'איז טאקע דא שלש שבועות פאר אונז פשוט'ע מענטשן בזמן הזה, ס'איז כמעט אזוי ווי כ'וועל זאגן אז היות די אמאליגע ציונים זענען געווען קאמוניסטן-סאשעליסטן אז דארט שטעקט זייער שקצות און כפירה און כ'וועל זיין ביזי מיט דעם יומם ולילה צו עס זענען נאך געבליבן מענטשן וואס גלייבן אין מארקס אדער נישט.
דערהויבענע איד: נישט אינגאנצן. ווייל לשיטת סאטמאר רב איז דער עצם רעיון פון האבן א מדינה פאר ביאת המשיח אן עבירה. אפילו אויב די אנפיהרערס וואלטן געווען בלויז שומרי תומ"צ.
נאר אויף דעם מונקאטשער רב'ס שטארקע התנגדות צו א יעדן פארם פון ציונות (אפילו אגודה) האביך געזאגט א טעם בדרך אפשר. אז ווייל ער האט עס געשפיהרט ערשטהאנטיג אין זיין קהילה.
צו ווערן א ציוני (בימים ההם) האט נישט געמיינט דאווענען אן אנדער'ן נוסח. אדער זאגן א תפילה לשלום המדינה. נאר ס'האט געמיינט אינגאנצן אראפווארפן פון זיך דעם עול התורה והמצוות...!
געהערט לעצטנס פון רבי יצחק, אז פאר’ן סאטמארן רב איז נישט ניחא געווען דאס ווי אזוי קרית יואל האט זיך ארויסגעשטעלט שפעטער אלס א גרויסע שטאט און נישט דאס איז געווען די מטרה פונעם רבי’ן.
ער דערציילט בשם ר’ לייבוש לעפקאוויטש אז אין די לעצטערע יארן ווען מען האט ארומגענומען דעם רבי’ן ארום די גאסן פון קרית יואל האט זיך דער רבי אויסגעדרוקט: נע, נישט דאס האב איך געמיינט...
ער טענה’ט אז עקזיסטענץ פון קרית יואל היינט צוטאגס איז א מרידה במלכות שמים, און אין קר"י איז פונקט אזוי עובר אויפ’ן איסור פון זיך באקוועם מאכן אין גלות, בויען א ווילעדזש, זיך אויסשפרייטן ווייטער מיט שררה וכדומה. ווי לגבי מדינת ישראל. און "ווען הערצל וואלט ווען געוואוסט אז ער קען אין אמעריקא אין מאנרא אויסהאקן א וואלד און בויען א שטאט וואלט ער פונקט אזוי דא געקומען"...
אויף די פראגע וואס דאס איז אנדערש פון סקווירא זאגט ער, אז סקווירא איז מוגבל און זיי קענען זיך נישט עכט אויסשפרייטן צופיל, און די זעלבע זאגט ער האט ער געטון מיט וואודרידזש. ער האט פשוט געזוכט א פלאץ אינדרויסן פונעם ישוב און זיך אהינגעצויגן.
berlbalagulehתרמבאיך בין אמאל דארט געווען האט ער געזאגט בין הדברים אז די איסור איז נאר געווען פאר דעמאלטס, בכלל האלט ער אז ציונות גייט שוין נישט אן, סאיז אונטערגעאנגען נאך דעם וואס די מדינה האט זיך געעפענט, ער האט בתוך הדברים געזאגט אז ער האט א שיינע קונטרס’ל אין שאנק וואס איז שוין נישט נוגע היינטיגע צייטן וואס האט אויך שיינע עניינים איבער ישוב ארץ ישראל ס’הייסט על הגאולה......
תרמב: איך וועלל אויך גיין א ביסל אין זיינע דרכים. איך וועלל ארויסזאגן א מיינונג וועלכע איז נישט זייער פאפולער. אבער קרוב לאמת...!
אין די היינטיגע צייטן זענען רוב זאכן איבער ציונות מער נישט נוגע. ווייל ס'איז היינט שוין (כמעט) נישטא קיין ציונים. היינט באשטייט רוב רובם פון די איינוואוינערס אין ארץ ישראל פון ערליכע אידן שומרי תומ"צ. און (להבדיל) פון פרייע פורקי עול. א גרויסער טייל (בערך 1 1/2 מיליאן) רוסישע אימיגראנטן. וועלכע זענען עפ"י הלכה שוין נישט קין אידן. דער רוסישער חילוני בשעת ער איז מחלל שבת אדער עסט טריפות האט ער עפעס אינזין ציונות...?! ער איז סתם א גוי. א בעל תאוה'ניק.ממילא דארפן אינז ערליכע אידן אויך האנדלען אזוי. אונז האמיר נישט קיין שייכות מיט זיי. אזוי ווי זייער איצטיגער פיהרער אביגדור ליבערמאן, שר"י. וועלכער איז א יודע את ריבונו ומכוון למרוזד בו...!
יאפס. ר’ יצחק האלט אז מדינת ישראל כשלעצמה איז זייער פיין היינט צוטאגס, ס’איז שוין נאכן בירור און מ’האלט שוין ביי "קום בתולות ישראל"...
ער זאגט אז ווען נישט פארשידענע עיכובים וואלט ער זיך שוין לאנג אהינגעצויגן.
*
ער איז געזעסן מיט אפאר ערנסטע בחורים און גערעדט מיט זיי א לאנגע צייט. זאג איך אים נאכדעם, אז פונעם שמועס וואס כ’האב מיטגעהאלטן קוקט אויס אז די בחורים זענען ערנסטע עילויים, זייזענען בקי אין אזויפיל מקצועות התורה וכו’. זאגט ער מיר: יא יא, זיי זענען טאקע עילויים, אבער זיי זענען נעבעך נישט דאהי, איל"ו היה שם לא היה נגאל....
*
אויף זיין טיש אינדערהיים ליגן כסדר ארום 120 ספרים (כ’האב אפגעציילט). ס’איז א חידוש אז ער עקסעפט יעדע ספר פון יעדע מענטש, ער קוקט דורך ס’גאנצע מיט אן ערנסקייט און שרייבט צו הערות. דאס מיינט אז ער גייט נישט מיט’ן קאפ אין וואנט און ער פארמאגט א געוואלדיגע יד אין אלע מקצועות התורה ממש אפגעזען ווען דער מחבר פונעם ספר איז.
*
רעדנדיג צו בחורים איבער עשה לך רב, האבן אים די בחורים געפרעגט פון ווי מ’קען וויסן אויב ס’איז א פאסיגער רב אדער נישט. זאגט ער: א רב וואס קרעכצט א גאנצן צייט און יעדע זעכציג סעקונדעס זאגט ער רבי זכותו יגן עלינו, פון אזא איינעם זאלסטו שטיין ווייט כמטחוי קשת...
לבי ובשרי
ער טענה’ט אז עקזיסטענץ פון קרית יואל היינט צוטאגס איז א מרידה במלכות שמים, און אין קר"י איז פונקט אזוי עובר אויפ’ן איסור פון זיך באקוועם מאכן אין גלות, בויען א ווילעדזש, זיך אויסשפרייטן ווייטער מיט שררה וכדומה. ווי לגבי מדינת ישראל. און "ווען הערצל וואלט ווען געוואוסט אז ער קען אין אמעריקא אין מאנרא אויסהאקן א וואלד און בויען א שטאט וואלט ער פונקט אזוי דא געקומען"...
איך גלייב אז די ווערטער "מרידה במלכות שמים" איז א פליטת הקולמוס פון דיר און ר' יצחק האט דאס נישט געזאגט. נאכן הערן פון אים הינדרעטע דרשות און צענדליגע שעות פריוואטע שמועסן איז ביי מיר כמעט ברור אז ער האט דאס נישט געזאגט.
קארעקט מי איף איים ראונג
שמעון וואלף: איין זאך איז זיכער אז ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א איז אויסגעשפראכן אקעגן די היינטיגע הנהגה. ווייל ער איז אנטי-עסטאבלישמענט בכלל. לשיטתו איז א יעדע ארגאניזירטע קבוצה קארופטירט. אויב זיי זענען נישט מתחילה, ווערן זיי אבער מיט די צייט. און ס'איז קרוב לאמת...!