☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » חיים וואלדער באגייט זעלבסטמארד

חיים וואלדער באגייט זעלבסטמארד

380 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15023
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8

good news » מוצ"ש יאנואר 8, 2022 11:59 pm

· #491047
האלסט אז רבינו הק' זיעועכי"א האט מ"ז געווען אמאל אמאל?

petrishke » זונטאג יאנואר 9, 2022 12:00 am

· #491048
good news
האלסט אז רבינו הק' זיעועכי"א האט מ"ז געווען אמאל אמאל?

ס'האט נישט מיט האלטן, ווער קען דען זאגן נבואה אז נישט?

petrishke » זונטאג יאנואר 9, 2022 1:21 am

· #491054
פסק הלכה לחינוך הילדים
https://www.youtube.com/watch?v=2sdrhRxNJT4

יאסל ראקאווער » זונטאג יאנואר 9, 2022 8:48 am

· #491068
מאך זיכער
חיים וואלדער דידנט קילל הימסעלף?

פארט ארום א וואויסנאוט פון יונתן שווארץ ווי ער נעמט זיך אן פאר חיים וואלדער און זאגט אז עס איז א פאלשע אויפגעבלאזענע געשיכטע. ער דערציילט אז ער האט גערעדט מיט חיים יעדן טאג זינט די געשיכטע האט אויסגעבראכן. ער זאגט אז חיים וואלדער האט נישט מאלעסטעד קיינעם נאר ער האט אין ערגסטן פאל געזינדיגט מיט נשים נשואות בהסכמה. ער זאגט אז ער האט א רעקארדירונג ווי צוויי רבנים פלאנירן אויס די אקציע פון אויפמאכן א געשיכטע אויף וואלדער, ער זאגט אז די רעקארדירונג פון נעכטן איז געשניטן און ארומגעדרייט.

ער זאגט און זאגט און זאגט און ער פארגעסט צו זאגן אז ער איז א שותף געווען מיט וואלדער אין ביזנעס און ס'איז זיין אינטערעסע צו כשר'ן זיינע בוקס ווייל ער האט א גאנצע ווערהאוז פון עס דא אין ניו יארק און ער האט באצאלט פאר די אידישע exclusive distribution גרויס געלט.

היסטאריע » זונטאג יאנואר 9, 2022 9:12 am

· #491071
good news
האלסט אז רבינו הק' זיעועכי"א האט מ"ז געווען אמאל אמאל?

אויב נישט, מנא ידע?

קהל'ס נער » זונטאג יאנואר 9, 2022 11:13 am

· #491074
[ציטאט אראפגענומען]

דעיס זאגט גארנישט, ווייל די עדה האט שוין געהאט א פראבלעים מיט עים, אפילו נאך פאר די פרשה.

חוץ אויב מען וועט זאגן אז די עדה האט געהאט א ווייטע בליק 😂

היסטאריע » זונטאג יאנואר 9, 2022 11:22 am

· #491076
נאך א נקודה מיט דער "פראבלעם" פין חיים וואלדער.
קיינער זאל זיך נישט איינרעדן אז דא איז געוועהן א שיפט אין דער עולם החרדי, און מען הייבט אהן מרחק זיין מאלעסטירער, צו אין דעם פאל, עוברי עבירה, רעדטס ענק נישט איין.
חיים וואלדער, זעהט אויס, איז נישט געוועהן גענוג קלוג, אדער נישט געהאט דער ריכטיגער יועץ, וואס זאל אים זאגן וואס צו טוהן.
ער וואלט געוועהן ווייטער חי וקים, ווען ער טרעפט א בית דין וואס זאל זיין באקוועם פאר אים, און ער קומט אהין און זאגט חטאתי, וואס ווילען ענק איך זאל טוהן, און דער גאנצע מעשה גייט אונטער דער קארפעט, און עולם גולם כמנהגו נוהג.

דער סטופיד עצה פין זיך נעמען דאס לעבן, און לאזן דער רושם ווי איינער וואס האט נישט געהאט דער באלס צו פעיסען רעאליטעט, און מודה זיין צו זיך אליין אז ער איז מער קאמפליצירט ווי ער פארשטייט, האט צוגעברענגט אז עס איז א שאךמאט, סיי וועלכע רב קען אויף אים נישט טרעפען א לימוד זכות. און זיין עיקר חטא? נישט פאלגען רבנים, סיי וועלכע בית דין וואס ער האט געקענט קלויבן.
אונזער סיסטעם איז נאך אלץ קארופטירט, אזא מעשה קען געשעהן נאך אמאהל מארגן, אדער געשעהט יעצט אין אנדערע פלעצער, ואין פוצה פה.

petrishke » זונטאג יאנואר 9, 2022 11:46 am

· #491078
היסטאריע
נאך א נקודה מיט דער "פראבלעם" פין חיים וואלדער.
ער וואלט געוועהן ווייטער חי וקים, ווען ער טרעפט א בית דין וואס זאל זיין באקוועם פאר אים, און ער קומט אהין און זאגט חטאתי, וואס ווילען ענק איך זאל טוהן, און דער גאנצע מעשה גייט אונטער דער קארפעט, און עולם גולם כמנהגו נוהג.

מְכַסֶּה פְשָׁעָיו לֹא יַצְלִיחַ וּמוֹדֶה וְעֹזֵב יְרֻחָם. [משלי כח, יג]

"מכסה פשעיו". מי שמכסה פשעיו ומעלים אותם כשיחקרו אותם מהם לא יצליח כי זה יהיה סבה אל שישקר בפשעו או שישיגהו בושת כשימצא בהם הפך דבריו וכו' [רלב''ג]
מי שעוסק לכסות פשעיו, לא יצליח בכיסוי הזה כי תגלה רעתו בקהל ואז לא ירחמו עליו, אחר שראו שאינו מתחרט על רעתו, כי עוסק להעלימה מבני אדם וכו' [מלבי''ם]

על כל פנים, אויב איינער איז מודה און וויל זיין בעסער, ''ירוחם'', מ'וועט אויף עהם מוחל זיין

היסטאריע » זונטאג יאנואר 9, 2022 12:00 pm

· #491080
איך פארשטיי נישט אינגאנצען וואס שווארץ זאגט. וואס האט וואלדער יא געטוהן, און וואס איז דער אקציע?

זופ מיט מאנדלען » זונטאג יאנואר 9, 2022 1:34 pm

· #491088
היסטאריע
זופ מיט מאנדלען
נגינה איז איין זאך און שרייבווערק איז א צווייטע זאך. כל שכן וואלדערס ווערק וועלכע זענען געווען טיף אידעאלאגיש, סאיז ווי גיין הערן שובבים תורה פון א פעדאפיל.

איך בין זיכער אז די וואס זאגן שובבים תורה זענען אויך מוציא ז"ל. און דו ווייסט עס אויך. און מען הערט נאך אלץ אויס.

ניין. איך ווייס נישט צו די וואס זאגן שובבים תורה זענען אויך מוציא זרע, פינטל.

איך זאג נישט קיין שובבים תורה און איך בין נישט מוציא זרע לבטלה, סאיז דא מאנכע דא וואס שטעלן אוועק א מציאות אז הוצאת זרע לבטלה איז עפעס אן איסור וואס קייינער קען נישט ביישטיין, א גזירה שכל הציבור אינם יכולין לעמוד בו.

רעדנדיג פון מיין עקספיריענס קען איך זאגן מיט א פולן מויל אז זינט מיין חתונה האב איך קיין זרע נישט פארגאסן, סאיז דא א סברה צו זאגן אז רוב שובבים תורה זאגער האבן זיך אמאל געמוטשעט דערמיט, אבער צו זאגן אז זיי זענען זיכער מוציא זרע פינף מינוט פארן זאגן תורה איז א בלויזע מעטאד צו טרייסטן די אייגענע געוויסנביסן, מענטשן קענען נישט קוקן זייער דורכפאל אין די אויגן מאכן זיי א סאסייעטי פון דורכפאל.

ברוינשטיין » זונטאג יאנואר 9, 2022 1:52 pm

· #491090
העי יו, חתונה געהאטער, דריי צוריק דעם זייגער מיט א פאר מינוטן...

petrishke » זונטאג יאנואר 9, 2022 1:56 pm

· #491091
לייף איז פול מיט סורפרייזעס... איר וועט זיין שאקט וואס קען אלץ פאסירן, און איר האט זיך עס נישט גע'חלומ'ט אויף דעם און יענעם בר בי רב

תרמב » זונטאג יאנואר 9, 2022 3:20 pm

· #491110
good news
האלסט אז רבינו הק' זיעועכי"א האט מ"ז געווען אמאל אמאל?

וואס הייסט ער האט דאך געשטאמט פון אכצן דורות נוטרי ברית, איך גלייב נישט אז ער האט צובראכן די שלשלת.

good news » זונטאג יאנואר 9, 2022 3:32 pm

· #491111
לאמיר גיין א טריט ווייטער: לאמיר זאגן אז רבינו הק' האט געקענט אמאל מ"ז זיין - אין א שווערע מינוט. וואס געשעט, אויב דאס געשעט אין א דאנערשטאג - במזיד, און יענע וואך שלש-סעודות, דארף ער זאגן שובבי"ם תורה.

האלט איר אז ער האט דאס געזאגט, כאילו לא היה?- אדער האט ער נישט געזאגט יענע וואך, צו גערעדט אביסל מיט איינגעהאלטנקייט און נישט געזאגט אזויפיל מוסר?

וואס האלט איר האט דעמאלס פאסירט ביי די תורה?

און ווי אזוי קלערט איר האט רבינו הק' געשפירט אין אזעלכע מאמענטן, בשעת ער האט דאס געטון אבער ער דארף יעצט זאגן מוסר פאר מענטשן אין דעם ענין?

petrishke » זונטאג יאנואר 9, 2022 4:17 pm

· #491117

וואס איז די אונטערשייד אויב ער האט יא מ''ז געווען, צו ער האט פראסט און פשוט איינעם אריינגעפליקט און יענער האט זיך ביטערלעך מצער געווען?...
דעמאלטס ציעט מען אויך איין דעם פאסיק פון ברעטשענען?...
אדער גאר ביי ביידע נישט...

היסטאריע » זונטאג יאנואר 9, 2022 4:33 pm

· #491120
זופ מיט מאנדלען
היסטאריע
זופ מיט מאנדלען
נגינה איז איין זאך און שרייבווערק איז א צווייטע זאך. כל שכן וואלדערס ווערק וועלכע זענען געווען טיף אידעאלאגיש, סאיז ווי גיין הערן שובבים תורה פון א פעדאפיל.

איך בין זיכער אז די וואס זאגן שובבים תורה זענען אויך מוציא ז"ל. און דו ווייסט עס אויך. און מען הערט נאך אלץ אויס.

ניין. איך ווייס נישט צו די וואס זאגן שובבים תורה זענען אויך מוציא זרע, פינטל.

איך זאג נישט קיין שובבים תורה און איך בין נישט מוציא זרע לבטלה, סאיז דא מאנכע דא וואס שטעלן אוועק א מציאות אז הוצאת זרע לבטלה איז עפעס אן איסור וואס קייינער קען נישט ביישטיין, א גזירה שכל הציבור אינם יכולין לעמוד בו.

רעדנדיג פון מיין עקספיריענס קען איך זאגן מיט א פולן מויל אז זינט מיין חתונה האב איך קיין זרע נישט פארגאסן, סאיז דא א סברה צו זאגן אז רוב שובבים תורה זאגער האבן זיך אמאל געמוטשעט דערמיט, אבער צו זאגן אז זיי זענען זיכער מוציא זרע פינף מינוט פארן זאגן תורה איז א בלויזע מעטאד צו טרייסטן די אייגענע געוויסנביסן, מענטשן קענען נישט קוקן זייער דורכפאל אין די אויגן מאכן זיי א סאסייעטי פון דורכפאל.

פארוואס זאגסטו נישט אז די האסט נישט געטרונקען יין נסך זייט דיין חתונה? פארוואס פאלט דיר ביי אז עס איז א חידוש צו זאגן אז די ביסט נישט מוציא?
דער מענטש וואס האט נישט דער נסיון אויף אזוי ווייט, און זיין יצר הרע איז קאנטראלירט (כאטש גענוג ספרים זאגן פארקערט) ווייסט געווענליך נישט אז דער כלל מוטשעט זיך אזוי דערמיט.

ואם תמצא לומר, פונקט ווי דער רב קען זאגן ביי דרשות, אז איינער וואס האט אומגעפילטערטע אינטערנעט, ווערט זיכער נכשל, קען איך זאגן דער זעלבער לגבי זיין זרע לבטלה.

כלבאשבוע » זונטאג יאנואר 9, 2022 4:40 pm

· #491121
Rav Moshe Meiselman: Walder is a Rasha Merusha
https://youtu.be/cXHET1lEw78

ער קומט אריין שארף און קלאר!

petrishke » זונטאג יאנואר 9, 2022 5:32 pm

· #491127
היסטאריע
איך פארשטיי נישט אינגאנצען וואס שווארץ זאגט. וואס האט וואלדער יא געטוהן, און וואס איז דער אקציע?

יונתן שווארץ זאל בעסער צוריקציען פון זיינע רייד, ווייל ס'שמעקט זייער נישט גוט, דאס אז ער האט מיט עהם געהאט נאנטע שייכות, און איז געווען ''דער ערשטער'' עהם צו דעפענדן!

לכבוד שבת קודש » זונטאג יאנואר 9, 2022 6:27 pm

· #491134
כלבאשבוע
Rav Moshe Meiselman: Walder is a Rasha Merusha
https://youtu.be/cXHET1lEw78

ער קומט אריין שארף און קלאר!

ער זאגט אינמיטן, אויך מער צום סוף, אז אים האט מען אמאל חושד געווען מיט זאכן.

ווייסט איינער פון וואס ער רעדט?

כלבאשבוע » זונטאג יאנואר 9, 2022 6:49 pm

· #491137
לכבוד שבת קודש
כלבאשבוע
Rav Moshe Meiselman: Walder is a Rasha Merusha
https://youtu.be/cXHET1lEw78

ער קומט אריין שארף און קלאר!

ער זאגט אינמיטן, אויך מער צום סוף, אז אים האט מען אמאל חושד געווען מיט זאכן.

ווייסט איינער פון וואס ער רעדט?

עטליכע פון די וויקטעמס האבן שוין קאמפלעינט יארן צוריק

הרב שמואל אליהו: "היה אפשר לעצור את ולדר לפני חמש ועשר שנים"
https://www.makorrishon.co.il/news/440435/

היסטאריע » זונטאג יאנואר 9, 2022 10:25 pm

· #491179
לכבוד שבת קודש
כלבאשבוע
Rav Moshe Meiselman: Walder is a Rasha Merusha
https://youtu.be/cXHET1lEw78

ער קומט אריין שארף און קלאר!

ער זאגט אינמיטן, אויך מער צום סוף, אז אים האט מען אמאל חושד געווען מיט זאכן.

ווייסט איינער פון וואס ער רעדט?

ער איז אדורך א גט

good news » זונטאג יאנואר 9, 2022 11:14 pm

· #491183
נעבעך.

קהל'ס נער » מאנטאג יאנואר 10, 2022 12:16 am

· #491187
good news
נעבעך.

פארוואס נעבעך? ברוך ה'!
שטעל דיך פאר ער גט זיך נישט וואלט ער זיך ארום געריסן מיט זיין ווייב עד עצם היום הזה.
נעבעך דארף מען זאגן פאר די אלע וואס גט'ן זיך נישט, און רייסן זיך ארום מיטן ווייב ביזן טאג פונעם קבר.

זופ מיט מאנדלען » מאנטאג יאנואר 10, 2022 10:17 am

· #491208
היסטאריע
זופ מיט מאנדלען
היסטאריע
זופ מיט מאנדלען
נגינה איז איין זאך און שרייבווערק איז א צווייטע זאך. כל שכן וואלדערס ווערק וועלכע זענען געווען טיף אידעאלאגיש, סאיז ווי גיין הערן שובבים תורה פון א פעדאפיל.

איך בין זיכער אז די וואס זאגן שובבים תורה זענען אויך מוציא ז"ל. און דו ווייסט עס אויך. און מען הערט נאך אלץ אויס.

ניין. איך ווייס נישט צו די וואס זאגן שובבים תורה זענען אויך מוציא זרע, פינטל.

איך זאג נישט קיין שובבים תורה און איך בין נישט מוציא זרע לבטלה, סאיז דא מאנכע דא וואס שטעלן אוועק א מציאות אז הוצאת זרע לבטלה איז עפעס אן איסור וואס קייינער קען נישט ביישטיין, א גזירה שכל הציבור אינם יכולין לעמוד בו.

רעדנדיג פון מיין עקספיריענס קען איך זאגן מיט א פולן מויל אז זינט מיין חתונה האב איך קיין זרע נישט פארגאסן, סאיז דא א סברה צו זאגן אז רוב שובבים תורה זאגער האבן זיך אמאל געמוטשעט דערמיט, אבער צו זאגן אז זיי זענען זיכער מוציא זרע פינף מינוט פארן זאגן תורה איז א בלויזע מעטאד צו טרייסטן די אייגענע געוויסנביסן, מענטשן קענען נישט קוקן זייער דורכפאל אין די אויגן מאכן זיי א סאסייעטי פון דורכפאל.

פארוואס זאגסטו נישט אז די האסט נישט געטרונקען יין נסך זייט דיין חתונה? פארוואס פאלט דיר ביי אז עס איז א חידוש צו זאגן אז די ביסט נישט מוציא?
דער מענטש וואס האט נישט דער נסיון אויף אזוי ווייט, און זיין יצר הרע איז קאנטראלירט (כאטש גענוג ספרים זאגן פארקערט) ווייסט געווענליך נישט אז דער כלל מוטשעט זיך אזוי דערמיט.

ואם תמצא לומר, פונקט ווי דער רב קען זאגן ביי דרשות, אז איינער וואס האט אומגעפילטערטע אינטערנעט, ווערט זיכער נכשל, קען איך זאגן דער זעלבער לגבי זיין זרע לבטלה.

סאיז נישט קיין חידוש אז מען איז נישט מוציא זרע לבטלה, דער חידוש איז שרייבנדיג אויף קאווע שטיבל ווי מאנכע טענהן אז סאיז ממש א פארגעסענער איסור. אין א נארמאלע סאסייעטי זעה איך טאקע נישט דעם חידוש.

yesiknow » מאנטאג יאנואר 10, 2022 10:51 am

· #491209
נו פארוואס האט די רבי אזוי פארפירט שובבים? נאר פאר די עטליכע שותה הקאווע? דרך אגב תפלת זכה זאגסטו טאקע נישט?

זופ מיט מאנדלען » מאנטאג יאנואר 10, 2022 10:54 am

· #491210
דער רבי האט פארפירט בעיקר איבער די חטאת נעורים. ווי אויך מקרי לילה.

yesiknow » מאנטאג יאנואר 10, 2022 11:09 am

· #491216
זופ מיט מאנדלען
דער רבי האט פארפירט בעיקר איבער די חטאת נעורים. ווי אויך מקרי לילה.

סשייצעך אז די האסט מקרי לילה, קענסטו זאגען מיט א פילע מויל אס זייט די חתונה... נישט אז איך גלייב ממש .
דערמאנען אלטע עבירות ברענקט נייע עבירות, פון ווי נעמסטו אויף וועלכע סארט זל די רבי האט געוויינט, אני הקטן האלט ער האט געוויינט ווייל ער האט געוואסט וואס זיין עולם טיט במשך השבוע עטוואס מער פון דיר שאל זקניך ויאמרו לך

יואליש » מאנטאג יאנואר 10, 2022 11:36 am

· #491220
כלבאשבוע
Rav Moshe Meiselman: Walder is a Rasha Merusha
https://youtu.be/cXHET1lEw78

ער קומט אריין שארף און קלאר!

וויאזוי האט דער בוחן געזאגט אין חדר? מעג זיין בעסער.

http://www.rationalistjudaism.com/2022/ ... ref=fb&m=1

petrishke » מאנטאג יאנואר 10, 2022 1:44 pm

· #491234
כ'ווייס נישט אז ער האט געוויינט, ס'האט זיך אזוי געהערט...

כלבאשבוע » מאנטאג יאנואר 10, 2022 2:22 pm

· #491239
יואליש
כלבאשבוע
Rav Moshe Meiselman: Walder is a Rasha Merusha
https://youtu.be/cXHET1lEw78

ער קומט אריין שארף און קלאר!

וויאזוי האט דער בוחן געזאגט אין חדר? מעג זיין בעסער.

http://www.rationalistjudaism.com/2022/ ... ref=fb&m=1

@יואליש

כהאב געליינט סליפקיןס ארטיקל נעכטן, קודם כל פירט דאך שוין סליפקין א מערכה קעגן רב מיזלמן נאך משנים קדמוניות, עכ״ז איז ער אליין מודה אז ער האט געהאלטן אז רב מיזלמן איז דא זייער קלאר ארויסגעקומען נאר אנדערע האבן אים מעורר געווען (אויפגעקלערט בלע״ז) אז מיט געוויסע פונקטן איז ער ראנג

לפע״ד איז זייער קריטיק נישט אין פלאץ פאר א ראש ישיבה, נו אוודאי גייט ער פארקירעווען די מוסר השכל צו תורה וקדושה וכו׳, זיי שטעלן און פארלאנגן א סטענדערט וואס איז overkill בשעת ווען ער איז זייער קלאר אריינגעקומען לגופו של ענין

חוצמזה, איז רב מיזלמן ביזדערווייל דער איינציגער וואס האט נישט פארשוינט די נערישע און געפארפולע רעספאנס פון בית הרב איידלשטיין, אנדערש ווי רב אייזמאן, רב לופיאנסקי און רב בערקאוויטש וועלכער איז אויך שארף ארויסגעקומען קעגן וואלדער אבער האט זיך באצויגן צו רב איידלשטייןס ווערטער מיט זיידענע הענטשיך, האט רב מיזלמן נישט מורא צו זאגן דעם אמת אז כבודו של הרב אידלשטיין במקומו מונח אין די פרשה און אז ער איז ראנג

יואליש » מאנטאג יאנואר 10, 2022 2:54 pm

· #491246
די שיינקייט פון סליפקין'ס אודה ולא בוש מהלך איז טאקע דאס, צו אנערקענען אז מומחים אין טראומא און תורת הנפש זענען די וועלכע מוזן געבן די גושפנקא פאר א מהלך איידער מיר אפאלאדירן. רוב ווייטאגליכע דרשות קומט פון חסרון ידיעה. אפי' סליפקין אליין האט לכתחילה רעאגירט מיט די טעות פון עס אבזערווירן מיט א דעת בעל הבית, אן ערפארונג אין די פעלד פון טראומא. ס'פאדערט זיך א paradigm shift און דערווייל שפירט זיך די clash צווישן אלטע אינטואיציע מיט היינטיגע פארשטאנד כחיזרא בגבבא דעמרא דלאחורי נשר. איין טאג וועלן ראשי ישיבה אנערקענען אז פונקט ווי זיי האבן נישט קיין אייגענע דעת תורה אויף וויאזוי צו דיאגנאזירן און פארעכטן א קאר engine אזוי אויך האבן זיי נישט קיין מיינונג אין טראומא והמסתעף. א מעכאניק און א טעראפיסט זענען דא צו העלפן די ראשי ישיבות ווי מייזעלמאן און בלאגערס ווי סליפקין. זיי וועלן עווענטועל אנערקענען אז ס'איז נישט א פחיתות הכבוד פאר זייער פאזיציע צו ברויכן נעמען הילף ביי אן אוטו מעכאניקער אדער טראומא טעראפיסט, הגם זייער זשאב איז צו לאזן הערן מיינונגען איבער אלעמען. ס'איז אקיי צו קאנסאלטן עקספערטן.

זיכער זענען מיר באוויסטזיניג פון ווי מיר קומען און אז ס'פלעגט ערגער זיין. אבער בחדא מחתא ברויך מען, בבחינת בקשה על העתיד, וויסן ווי מיר צילן ענדגילטיג אל ראש הפסגה און beyond.

כלבאשבוע » מאנטאג יאנואר 10, 2022 6:27 pm

· #491262
כבוד רבינו @יואליש

ערלויבט מיר מחולק צו זיין מיט אייך, ביטע

שוין אפגעזען צו סליפקיןס אודה ולא בוש מהלך איז אין אמתן א נאבעלע אקט אדער א אונטער טירל מיטל וויאזוי צו קריטיקירן זיינס א בר פלוגתא אויף א עלעגאנטן אופן, איז לעכערליך אנצונעמען אז רב מיזלמןס דרשה איז געצילט צו ערקלערן וויאזוי די נפש פון א מאלעסטער ארבעט אדער אלץ א פראוו זיך אהערצושטעלן ווי א טעראפיסט אדער א פסיכאלאג וואס פארשטייט אין תורת הנפש

פארקערט, א חלק פון זיין דרשה איז געווידמעט צו ערקלערן אז ווען סקומט צו די סארט זאכן מוז מען זיך דורכשמועסן מיט מומחים אינעם פעלד און ער ברענגט עקזעמפלס פון זיין אייגענע עקספיריענס ווי ער אליין האט זיך נישט פארלאזט אויף זיין אייגענעם חוות דעת און קאנסאלטעד פראפעשענעלס ווען סהאט אויסגעפעלט

זיין דרשה איז קלאר געווידמעט בלויז צו ערקלערן פארוואס על פי תורה און הלכה איז חיים וואלדער א פרעכער רשע מרושע, פארוואס ממוז אים פארדאמען אן קיין שום רחמנות, און פארוואס סאיז נישט שייך דא קיין מלבין פני חבירו ברבים אדער די איסור פון לשון הרע

סליפקין ברענגט בעיקר צוויי טענות קעגן די דרשה, די ערשטע טענה איז אז רב מיזלמן באציט זיך צו וואלדערס שוואכע ישיבה בעקגראונד און כאילו אז ער מיינט מיט דעם צו זאגן אז איינער וואס איז א שטארקע בן תורה איז נישט חשוד אויף די זאכן, במחילת כבודכם דאס איז קלאר נישט וואס רב מיזלמן זאגט, ער דערמאנט זיין פויגעלדיגע היסטאריע אינעם קאנטעקסט אז וואלדער איז געווען א מעסטער מאניפולעטער אין זיך אהערשטעלן אלץ א בן תורה

רב מיזלמן באציעט זיך מיט דעם צום פאקט אז מענטשן זענען שאקירט וויאזוי קען זיין אז איינער וואס איז געווען אנגענומען אלץ בעל השקפה און הוגה דעות וואס האט פארגעשטעלט די אזויגערופענע ״דעת תורה״ פון די ליטווישע וועלט זאל ווערן אזוי אפגעפרעגט פון איין מינוט צום צווייטן

זאגט הרב מיזלמן אז ער איז סך הכל געווען א צייטונג שרייבער און א בוך שרייבער וואס האט אויפגעבויעט א נעץ פון שקרים ארום זיך כדי צו פארשטארקן זיין אימעדזש, ער ברענגט ארויס אז מענטשן זאלן נישט זיין אזוי נאיוו אנצונעמען אז וויבאלד איינער שרייבט אין א צייטונג איז ער שוין א רשכבה״ג

ער דערמאנט די מעשה פונעם חפץ חיים מיטן בריסקער רב וועגן צייטונג שרייבער און אז הרב שולזינגר איז שוין יארן צוריק ארויס בחרב וחנית קעגן וואלדער און זיינע ביכער זאגענדיג אז ער איז שוואכע סחורה און איז חשוד אויפן ערגסטן

זאת ועוד, אינעם דרשה זאגט הרב מיזלמן קלאר אז סקען זיך מאכן מאלעסטערס אפילו ביי אנגעזענע מענטשן, ער דערמאנט דעם כלל פון אין אפוטרופוס לעריות און אז נישט קיין חילוק ווער דער מדובר איז און ווי גרויס ער איז דארף מען חושש זיין צו קאמפלעינטס פון וויקטעמס, ספעציעל אויב יענער טרעט אויף גדרי הלכה

די צווייטע טענה וואס סליפקין ברענגט איז אז סאיז משמע פון די דרשה אז א מענטש דארף זיך מאכן גדרים ווייל אז נישט קען מען ווערן א מאלעסטער, טענהן די קריטיקירער אז סהאט נישט קיין שייכות, אוודאי דארף זיך א מענטש דערווייטערן פון פארבאטענע רילעשאנשיפס אבער זיין א מאלעסטער איז א שורשדיגע זאך און נישט יעדער וואס פאמפעט ארום וועט ווערן לכבוד דעם א מאלעסטער

נאכאמאל, כזעה באמת נישט פון ווי זיי נעמען ארויס פון זיינע ווערטער כאילו אז ער לייגט דא אראפ א יסוד אז יעדער איינער קען ממש ווערן א מאלעסטער, ער רעדט בכלליות פונעם ענין פון גדרים וסייגים און פירט אויס אז א מענטש קען נידערן גאר טיף טאמער מלאזט זיך דערקייקלען און מנעמט זיך נישט אין די הענט אריין

דער ענין פון זיך דערווייטערן מן הכיעור איז א ריכטיגע נקודה דא און סאיז לאו דוקא א פסיכאלאגישע אפשאצונג אויף די נפשיותדיגע געשטעל פון פאטענציאלע מאלעסטערס

אינטערשטע שורה, לפע״ד איז הרב מיזלמןס דרשה די שטארקסטע ביזדערוויל, סאיז ווי א געשמאקע לופטל מיט לויטער בהירות און קלארקייט פון א הלכהדיגע פערספעקטיוו און די הערות וואס סליפקין ברענגט קומט פון חברה וואס דראפעווען זיך אויף גראדע ווענט, זיי זוכן אים צו קריטיקירן און פארלאנגען פון אים א אומבאלאנצירטע סטאנדארט אדער ווייל זיי גלייכן אים נישט פערזענליך אדער ווייל זיי זענען שטארק פראסטרעיטעד פונעם מאנגל אין קלארע שטעלונגען פון די תורה וועלט

כלבאשבוע » מאנטאג יאנואר 10, 2022 8:09 pm

· #491271
רב @אנאנים

סאיז קענטליך אז פאר אייך און פאר אנדערע דא איז שווער אפצוטיילן דעם דרשן פונעם דרשה, כקען נישט רב מיזלמן פון פריער און כהאב דא לכאורה די בענעפיט אז כפארמאג נישט אויף אים קיין דעות קדומות

מקען זיך בדוחק מתווכח זיין אויפן סגנון אבער לגופו של ענין איז וואס ער זאגט אמת ויציב

דאס אז ער איז נישט געווען א פען פון וואלדער נאך פון פריערדיגע יארן נעמט נישט אוועק זיין רעכט צו זאגן יעצט וואס מדארף זאגן און סמאכט אוודאי נישט וואס ער זאגט ווייניגער אמת

זיין קריטיק אויף הרב איידלשטיין איז דאך אויך 100% בארעכטיגט, איר זאגט אז ער מיינט פאליטיק דערמיט, כווייס נישט, קען זיין, אבער וואס ער זאגט מוז געזאגט ווערן און ער איז דער ערשטער וואס זאגט עס הויעך

איר האט א פראבלעם מיט זיין שפראך, אקעי, ער איז א בריסקער אייניקל און מעגליך אז זיין שארפקייט קריכט אביסל איבער די ליניע אבער כזעה בכלל נישט קיין עוולה אין זיינע אויסדרוקן דא ביי די דרשה, סהערשט ליידער אזא בלבול המוחות אין די וואלדער פרשה אז ההכרח לא יגונה און ער ציט בכלל נישט איבער דעם שטריקל דא אין מיין אפיניען, כהאלט אז מען דארף אפילו שארפער רעדן

און צו ער מיינט דעם אייבערשטען צו נישט ווייס כנישט, אבער ביי מיר איז בגדר קידוש השם, דעפיניטלי א מניעה פון חילול השם, אז פיינעלי שטעלט זיך אויף א ראש ישיבה פונעם ליטווישן חדר און איז מגדיר קלאר מיט א אמת די הלכהדיגע שטאנדפונקט בנוגע דעם רשע וואלדער ומעשיו הרעים והנוראים

היסטאריע » מאנטאג יאנואר 10, 2022 8:43 pm

· #491274
יעצט איז צו ערווארטן אז א ענדליכע דרשה קומט אויף ב.מ.ל.

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 10, 2022 10:50 pm

· #491283
היסטאריע: דו דארפסט נישט מורא האבן. במ"ל וועט זיך נישט נעמען דאס לעבן. ער האט נאך היינט (און נעכטן) גרויס כבוד אין ---- ביהמ"ד וואו די רב/רבי איז איהם שטארק מכבד...!

ס'נאר דא איין שאלה. אויב דעם רב/רבי'ס אן אייניקל, א בחור'ל וועט גיין אין די מקוה אין די זעלבע צייט וואס דער צדיק במ"ל. אויב די רבי וועט דאס צו לאזן...!

petrishke » מוצ"ש יאנואר 15, 2022 10:08 pm

· #491707
ס'שטיל געווארן מיט דעם פרשה, און ווען ער זאל ווען מאכן א פשרה ביים בי''ד, וואלט ער זיך איינגעהאנדעלט א נייעם בלעטל אינעם ספר החיים.
אבער... דערווייל ווייקט ער זיך אינעם כף הקלע התחתון...

Lesser » מוצ"ש יאנואר 15, 2022 11:40 pm

· #491716
yesiknow
זופ מיט מאנדלען
דער רבי האט פארפירט בעיקר איבער די חטאת נעורים. ווי אויך מקרי לילה.

סשייצעך אז די האסט מקרי לילה, קענסטו זאגען מיט א פילע מויל אס זייט די חתונה... נישט אז איך גלייב ממש .
דערמאנען אלטע עבירות ברענקט נייע עבירות, פון ווי נעמסטו אויף וועלכע סארט זל די רבי האט געוויינט, אני הקטן האלט ער האט געוויינט ווייל ער האט געוואסט וואס זיין עולם טיט במשך השבוע עטוואס מער פון דיר שאל זקניך ויאמרו לך

איך בין א גאר אויפגעקלערטער יונגערמאן, אין איך האב קיינמאל, קיינמאל נישט מוציא זרע געוועהן, נישט אלץ בחור אדער יונגערמאן. איך האב שטארקע תאוות אבער אז מ'וויל קען מען, פארשטייט זיך אז די וואס היטן זיך פון ז"ל גייען אטאמאטיש זעהן מער מקרה לילה'ס/קרי.. איך בין דן לכף אז א גרויסע עולם היט זיך.

זופ מיט מאנדלען » זונטאג יאנואר 16, 2022 8:42 am

· #491744
yesiknow
זופ מיט מאנדלען
דער רבי האט פארפירט בעיקר איבער די חטאת נעורים. ווי אויך מקרי לילה.

סשטייצעך אז דו האסט מקרי לילה, קענסטו זאגען מיט א פילע מויל אז זייט די חתונה... נישט אז איך גלייב ממש.

דערמאנען אלטע עבירות ברענגט נייע עבירות, פון ווי נעמסטו אויף וועלכע סארט ז"ל די רבי האט געוויינט, אני הקטן האלט ער האט געוויינט ווייל ער האט געוואוסט וואס זיין עולם טוט במשך השבוע עטוואס מער פון דיר, שאל זקניך ויאמרו לך

ס'איז א שאד זיך צו טענה'ן מיט אייך, אייער וועג פון רעדן ווייזט אז אז אייער ארגומענט איז ליבערשט געהויבענע תחתונים ווי סיי וועלכע אידעלאגיע, אבער בלייבן שטיל האט אויך נישט קיין פשט.

די שובבים תורה וואס איז געווארן פארשפרייט פאריגע וואך [בשלח תשט"ז] ווערט בין הדברים דעפינירט דעם אפטייטש פון "חטא הידוע" און "פגם הברית" אין סאטמאר רב'ס דיקשאנערי.

דער רבי ברענגט צו א מעשה ווען דער אר"י הק' האט געוואלט גיבן זיין טאכטער פאר איינע פון זיינע תלמידים אבער האט צוריקגעצויגן דערנאך וואס ער האט געזען אז א נאכט בעפאר איז ער נכשל געווארן מיטן "חטא הידוע", אין די מקורות פונעם סיפור ווערט אראפגעברענגט די לשון הספר אז דער תלמיד איז "ראה קרי".

אנהייב פונעם תורה פארפירט ער אז מען זאל שטארק נזהר זיין אין שמירת המחשבה בייטאג כדי מען זאל חס ושלום נישט נכשל ווערן אין "פגם הברית" ביינאכט.

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 16, 2022 5:13 pm

· #491773
זופ מיט מאנדלען:איך וואלט (ממילא) נישט געוואלט זיין אן איידעם ביי אזא צדיק מיט אפענע און לעכטיגע אויגן ווי דער אר"י הק'. ער וואלט מיר אריינגעקוקט אין בעדרום. און דעם נעקסטן אינדערפריה וואלט ער מיר אויסגערעכנט אלע מיינע חטאים וואס איך בין באגאנגען די פריער'דיגע נאכט...!

היסטאריע » זונטאג יאנואר 16, 2022 7:28 pm

· #491776
ביסט גערעכט.
עס איז דא א מעשה אז ער האט מוסר געזאגט א תלמיד פארוואס ער האט נישט נאכגעגעבן זיין ווייב ווען זי האט געוואלט מקיים זיין דער מצוה.

לאנגע הויזן » דינסטאג יאנואר 18, 2022 2:13 pm

· #491956
חשיפת 'כיכר השבת': בצל ההתעוררות הציבורית בשבועות האחרונים על כל הנושא של הגנה על הילדים מפני פגיעות והשיח כיצד אמורים לטפל בפוגעים, 'כיכר השבת' חושף סרטון וידאו, מלפני כעשרים שנה, ובו פסק של מרן שר התורה הגאון רבי חיים קנייבסקי בנושא.

בסרטון, נשאל מרן הגר"ח קנייבסקי, על-ידי השואלים: "יש לי לצערי בן דוד באמריקה שמישהו פגע בילדים שלו. מה עליו לעשות? הוא רוצה לברר את העניין, והוא שואל האם הוא יכול לערב את המשטרה?".

הגר"ח קנייבסקי מבקש לחדד: "מה השאלה?".

והשואלים מסבירים: "מישהו פגע בילד בן 11, והוא שואל האם מותר לו לפנות למשטרה ולהתלונן שיש כאן 'מנוול'?".

הגר"ח קנייבסקי מכריע בנחרצות: "מסתמא מותר לו כדי להציל אחרים. כדי להציל אחרים זה אפשרי".

השואל, מוסיף ותוהה: "הוא לא צריך ללכת לפני כן לבית הדין?".

והגר"ח קנייבסקי משיב: "מסתבר. הסברא היא שמותר להציל אחרים".

דבריו הנחרצים של הגר"ח, שנאמרו, כאמור, כבר לפני שנים רבות, מעידים כי גדולי ישראל לא נוקטים בסלחנות כלפי הפוגעים, והיעד בטיפול בהם הוא להציל אחרים מידם, למנוע פגיעות נוספות - ולשם כך, אם צריך, גם תלונה במשטרה מותרת.

קידוש » דינסטאג יאנואר 18, 2022 3:04 pm

· #491961
Lesser
yesiknow
זופ מיט מאנדלען
דער רבי האט פארפירט בעיקר איבער די חטאת נעורים. ווי אויך מקרי לילה.

סשייצעך אז די האסט מקרי לילה, קענסטו זאגען מיט א פילע מויל אס זייט די חתונה... נישט אז איך גלייב ממש .
דערמאנען אלטע עבירות ברענקט נייע עבירות, פון ווי נעמסטו אויף וועלכע סארט זל די רבי האט געוויינט, אני הקטן האלט ער האט געוויינט ווייל ער האט געוואסט וואס זיין עולם טיט במשך השבוע עטוואס מער פון דיר שאל זקניך ויאמרו לך

איך בין א גאר אויפגעקלערטער יונגערמאן, אין איך האב קיינמאל, קיינמאל נישט מוציא זרע געוועהן, נישט אלץ בחור אדער יונגערמאן. איך האב שטארקע תאוות אבער אז מ'וויל קען מען, פארשטייט זיך אז די וואס היטן זיך פון ז"ל גייען אטאמאטיש זעהן מער מקרה לילה'ס/קרי.. איך בין דן לכף אז א גרויסע עולם היט זיך.

איך וועל מיך אויך שטעלען אויפען זייט פון @זופ מיט מאנדלען און @lesser
איינער וואס וויל זיך אפהאלטען פון ז"ל איז 100% מעגליך, צו גיין זאגען רוב חתונה געהאטע עולם פאלט דורך? שווער צו זאגען אזוי.

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 18, 2022 3:37 pm

· #491966
איך דערמאן נאר אז דער שמועס איז אוועקגעפארן פון דעם קעפל...!
נאכדעים וועט דער פארקאקטער לעפל גיין צום מנהל קאמפלעינען אז איך פארדריי די אשכולות...!

ששון ושמחה » דינסטאג יאנואר 18, 2022 7:27 pm

· #491992

📎 FDS.jpeg

petrishke » דינסטאג יאנואר 18, 2022 10:43 pm

· #492024
צו ווייניג תוארים

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יאנואר 18, 2022 11:50 pm

· #492030
ששון ושמחה

פעך!!

יואליש » מיטוואך יאנואר 19, 2022 6:54 am

· #492034
ששון ושמחה

"אשר הושיט ידיו לקרוב ולרחוק"

היסטאריע » מיטוואך יאנואר 19, 2022 7:41 am

· #492036
יואליש
ששון ושמחה

"אשר הושיט ידיו לקרוב ולרחוק"

אביסל שכל. אקעי עס וואלט געקענט זיין ערגער. הושיט אמתו. ונשתרבב לאמות הרבה.

אונטער חכם » מיטוואך יאנואר 19, 2022 9:30 am

· #492042
Re: חיים וואלדער באגייט זעלבסטמארד
מאך זיכער
עס זעט מיר אויס ווי ביי די ליטווישע אין בני ברק איז נאך דא דער מושג פון געהעריג איגנארירן אן ערד ציטערניש. ביי די חסידים אין אמעריקע וואלט דאס קיינמאל נישט געקענט פאסירן, נישט אזא שיינע מציבה.
הע?

כלבאשבוע » מיטוואך יאנואר 19, 2022 10:52 am

· #492053
📎 CA4B66C4-3361-4E15-AD5D-B80AAC8D52FD.jpeg

א קאמענטירער שרייבט דארט גוט;

האחד הוא איש של מילים.
‏והשני הוא איש של מעשים
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8