☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » חיים וואלדער באגייט זעלבסטמארד

חיים וואלדער באגייט זעלבסטמארד

380 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15023
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8

petrishke » דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 9:17 pm

· #490261
כלבאשבוע
הגאון רבי אהרן ירחי, חבר בבי״ד המיוחד וואס האט אויסגעהערט די עדות קעגן וואלדער איז זיך מתייחס צו די פרשה אין זיין שיעור די וואך

https://youtu.be/ziTNU_mZOjI

דברים כדרבונות

קהל'ס נער » דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 10:48 pm

· #490268

📎 IMG-20211230-WA0015.jpg

נפה » דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 10:53 pm

· #490269
וואס ער האט געשריבען ביי בערלאנד איז אויך נישט בלתי מעניין
📎 0AD748E6-197E-4665-9520-9E7338754748.jpeg

או אינו » פרייטאג דעצעמבער 31, 2021 1:24 am

· #490277
Re: חיים וואלדער באגייט זעלבסטמארד
berlbalaguleh
איך ווילל פרעגן ביי רפי פרלשטיין, פארוואס פונקט איצט (וועט זיין) א גל של התאבדות. דוקא יעצט ווען זייער גרעסטער ..."שונא"...לעבט דאך שוין נישט. ער קען שוין גארנישט טון. אפילו זיך רייצן מיט זיי. די מיידל וועלכע האט זיך (ל"ע) גענימען דאס לעבן האט געהאט נפשיות'ידגע פראבלעמען אויף וואס זי האט זיך (ליידער) נישט געקענט גובר זיין.

איך ווילל נאר דא אויפווייזן די אבסורד און אגענדא-געטריבענע. המשך יבוא...1
טראכט אליין!
די וויקטימס האבען פארלוירען די האפענונג אז יבא יומו אן קיין ספקות וועט יעדער ווייזען מיט די פינגער. איך האב נאכנישט קיין צד ווילאנג סוועט זיין א בי״ד של כג. אבל אין לי שום ספק שיש כהנה וכהנה בתו עמי.

לאנגע הויזן » פרייטאג דעצעמבער 31, 2021 9:03 am

· #490281
📎 IMG_20211231_090114_937.jpg

petrishke » מוצ"ש יאנואר 1, 2022 9:09 pm

· #490308
אז מ'קוקט זיך אום אויף אלע סאשל סייטס, איז דא איין סך הכל.
רוב כלל ישראל באשמוצט עהם, און בלויז [טייל] לאטוויקעס [ווילן] באשיצן.

אה, אויך יונתן שווארץ... חחח

ברוינשטיין » מוצ"ש יאנואר 1, 2022 9:12 pm

· #490310
איינס, צוויי, דריי! לאמיך טאקע אויך נאכטאנצן דער עולם, געוואלדיגע געדאנק.
מען דארף אלץ נאכטאנצן דער עולם.

איך נעם אויסדריקליך נישט קיין שטעלונג אויף קיין איין זייט, אבער נאכטאנצן די עולם קומט ביי מיר בכלל נישט אין באטראכט.

תוהו ובוהו » מוצ"ש יאנואר 1, 2022 10:26 pm

· #490323
📎 loading=
לבני משפחה אני אומר, עליכם לדעת כי היה לכם אב גדול זצ"ל

איז דאס א פסק? אויפדעם איז יא געווען גביית עדות כדין?

אונטער חכם » זונטאג יאנואר 2, 2022 1:50 am

· #490363
Re: חיים וואלדער באגייט זעלבסטמארד
אינטערעסאנט אין וומסב''ג קויפט עס דער עולם שטארק אפ, נאך מער ביי די פרומערע עולם, א גרויסער עולם ווארפט ארויס די ביכער, אבער זיי קוקן עס מער אן ווי א קנאותדיגע בין אדם למקומ'דיגע זאך, אזש איך האב געהערט א כולל יונגערמאן זיך וואונדערן פארוואס הארץ האט בכלל א פראבלעם דערמיט.

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 2, 2022 4:40 am

· #490368
היסטאריע
עס איז א דבר פשוט אז דער פראבלעם איז, אז דער באלאנס וואס דארף זיין, איינער איז א מאלעסטירער, דארף זיין א סיסטעם ווי עס ווערט אויפגעוויזן, און א סיסטעם ווי מען באשטראפט.
יעצט איז דא צוויי סארט מהלכים.

א. וואס גלייבן יעדן וואס זאגט מאלעסטארטי.
ב. וואס אפילו ווען עס ווערט אויפגעוויזן, אדער גלייבט מען נישט, אדער זאגט מען אז דער וויקטים איז שולדיג ועוד תירוצים.

ביידע זענען נישט גוט. דער באלאנס איז נישט איינגעפירט, און דאס מאכט ערגער פאר די וויקטימס אויך, ווייל טאמער איז דא א סיסטעם וואס יעדער איז באגלייבט, און מארדי קען באשמוצן וואלדער ווייל ער וויל ווייזן וויפיל געפיל ער האט, מאכט עס אז אסאך נעמען נישט אהן די טענות.

סוף סוף, האט קיינער נישט געקלאגט וואלדער אין געריכט פאר מאלעסטאציע, עס איז דא א אומאפיציעלע פארנעפלטע בית דין. פארוואס טאקע? צוליב אונזער סיסטעם.
איז טאמער איז חיים וואלדער בעצם אומשולדיג, איז אויך אונזער סיסטעם שולדיג אין זיין טויט.

היסטאריע: מארדי האט געטון וואס ער האט פארשטאנען אז ער דארף טון צי וועגן אידעאלאגיע צי וועגן ביזנעס. איז שוין א קליינע נפקא מינה...!

היסטאריע » זונטאג יאנואר 2, 2022 9:10 am

· #490372

אחר און אחדַ איז אויך א קליינע נפקא מינה

לאנגע הויזן » זונטאג יאנואר 2, 2022 10:19 am

· #490377
📎 IMG_20220102_101528.jpg

בת קול » זונטאג יאנואר 2, 2022 11:08 am

· #490381
וואלדער'ס אדוואקאט ציעט צוריק פון זיין דעפענס אויף וואלדער און אנטשולדיגט זיך פארן רופן ראבינאוויטש א מערדער ביים לוויה.
ער זאגט אז מען דארף הערן די קולות די וויקטימס ווייל עס איז אוממעגליך פאר חרדים זיך צו ווענדן צו די פאליציי אן ווערן געשעדיגט.
וויינראט איז געווען וואלדער'ס נאנטע חבר און האט געשריבן מיט אים א בוך "animals speak".
דא איז דעם ארטיקל, ווי אויך האט ער געשריבן א Facebook post איבער דעם. די ענגליש האט אסאך טיעותים. ליינט עס אין עברית.

אין אנדערע נייעס האט איינער פון די אנפירערס פון לא לשתק וואס ארבייט פאר וויקטימס פון סעקסועל אביוס וועלכע האט זיך געגרינדעט 6 יאר צוריק- מיטן נאמען רחלי ראשגאלד -גאטליעב איבערגעגעבן אז אין די ערשטע 2 וואכן פונעם גרינדונג זענען אנגעהויבן אריינקומען complaints איבער וואלדער, און אז שפרה הורוויץ איז 100% געווען זיינס א קרבן.

petrishke » זונטאג יאנואר 2, 2022 12:33 pm

· #490394
בת קול

שטארק שטארק
ווער ס'מודה איז א היראו!!!

ס'נישט קיין קונץ צוזיין א בעל גאווה און זיך האלטן ביים אלטן, ווייל דאס האט געברענגט דעם שאס אין קאפ פאר וואלדערן.

כלבאשבוע » זונטאג יאנואר 2, 2022 8:52 pm

· #490439
Rav Yitzchak Berkovits on Chaim Walder: ‘Narcissism at its Best’
https://vinnews.com/2022/01/02/watch-ra ... -its-best/

petrishke » זונטאג יאנואר 2, 2022 9:02 pm

· #490443
דער עולם וועקט זיך אויף, און הייבט און זידן פעך און שוועבל...

https://www.kipa.co.il/%D7%97%D7%93%D7% ... 1124384-0/

petrishke » זונטאג יאנואר 2, 2022 10:15 pm

· #490462
הוצאת פלדהיים באוויינט דעם מצב
https://www.youtube.com/watch?v=LIycjmihcLE

כניאק » זונטאג יאנואר 2, 2022 10:34 pm

· #490464
Re: חיים וואלדער באגייט זעלבסטמארד
petrishke
הוצאת פלדהיים באוויינט דעם מצב
https://www.youtube.com/watch?v=LIycjmihcLE
זעט אויס אז זיי האבן אים גוט געקענט, און האבן גלייך געוויסט אז אלעס איז אמת.

petrishke » דינסטאג יאנואר 4, 2022 5:23 pm

· #490660
איך עקל זיך שוין באמת צו ממשיך זיין אין דעם טעמע, אבער ווילאנג ס'נאך דא א היבשע צאל יודען וואס פארדאמען עס נישט עד הסוף, מוז איך ברענגן וואס איז פארהאנען מער און מער.

https://www.youtube.com/watch?v=LXZXg7q70nk

הרב אמנון יצחק שליט''א - ברענגט א פסק בי''ד אז מ'דארף דעם וואלדערן מפנה זיין פון קבר ארויס

כלבאשבוע » דאנערשטאג יאנואר 6, 2022 8:03 am

· #490860
📎 A4BBA4F1-EFC5-4F73-AD19-C3E819E902CF.jpeg

ששון ושמחה » דאנערשטאג יאנואר 6, 2022 8:49 am

· #490866

📎 IMG-20220106-WA0002.jpg

היסטאריע » דאנערשטאג יאנואר 6, 2022 11:08 am

· #490881
ביינינז איז מען אלץ געוואוינט צו זאגן, אז פאר די טובה פין קינד איז נישט גוט מפרסם צו זיין דער זאך. דא איז דא א צעטל פין ר' אהרן פעלדמאן פארקערט.

ווער איז גערעכט?

יואליש » דאנערשטאג יאנואר 6, 2022 2:14 pm

· #490899
היסטאריע
ביינינז איז מען אלץ געוואוינט צו זאגן, אז פאר די טובה פין קינד איז נישט גוט מפרסם צו זיין דער זאך. דא איז דא א צעטל פין ר' אהרן פעלדמאן פארקערט.

ווער איז גערעכט?

פעלדמאן זאגט וואס מענטאל העלטה עקספערטן זאגן. בייניז זאגט וואס איז suspiciously convenient פאר בייניז. דארף מען חוקר זיין ס'ענין.

כלבאשבוע » דאנערשטאג יאנואר 6, 2022 3:19 pm

· #490902
📎 IMG_8270.JPG

היסטאריע » דאנערשטאג יאנואר 6, 2022 3:33 pm

· #490904
ווען מען האט "אויסגעפונען" אז שלמה קאריבלאך איז געוועהן א מאלעסטירער האבן אסאך מאדערנע נישט געזינגען זיינע ניגונים פאר איין יאר. כדי צו ווייזן די קרבנות אז מען פילט מיט.
ביי אונז דא, זעה איך אז מען נעמט אראפ זיינע ביכער נישט צוליב מיטגעפיל וכו', נאר אלץ דער מענטש, מען טאר ביי אונז נישט ליינער בוכער פין א נואף וכו'. ווייל ער איז נישט געוועהן א ערליכער איד.
א קליינע חילוק אבער א גרויסע נפקא מינה.

לדעתי לדעתי וואלט איך געזאגט אז מען דארף ווייטער לייענען זיינע בוכער, א. זיי זענען נישט זיינע מעשות, ב. אפילו אויב יא איז עס גוט. נאר וואס דען? פעלדהיים זאל טוישן דער נאמען, ויקרא שמו בישראל חיים שטינקאוויטש אדער סיי וועלכע אנדערע נאמען.

און באמת, זעה איך נישט פארוואס סיי וועלכע מענטש קען נישט דרוקען זיינע בוכער נאכאמאל. צו וועמען באלאנגט דער קאפירייט?

ב.ד.ווַ . האט ער באמת געהייסן חיים וואלדער, אדער איז עס געוועהן א פענע נאמען.

זופ מיט מאנדלען » דאנערשטאג יאנואר 6, 2022 3:44 pm

· #490905
נגינה איז איין זאך און שרייבווערק איז א צווייטע זאך. כל שכן וואלדערס ווערק וועלכע זענען געווען טיף אידעאלאגיש, סאיז ווי גיין הערן שובבים תורה פון א פעדאפיל.

היסטאריע » דאנערשטאג יאנואר 6, 2022 3:54 pm

· #490907
זופ מיט מאנדלען
נגינה איז איין זאך און שרייבווערק איז א צווייטע זאך. כל שכן וואלדערס ווערק וועלכע זענען געווען טיף אידעאלאגיש, סאיז ווי גיין הערן שובבים תורה פון א פעדאפיל.

איך בין זיכער אז די וואס זאגן שובבים תורה זענען אויך מוציא ז"ל. און דו ווייסט עס אויך. און מען הערט נאך אלץ אויס.

אברך משי » דאנערשטאג יאנואר 6, 2022 4:29 pm

· #490912
איך מיין אז @היסטאריע איז שוין לאנג נישט אריינגעקומען אזוי קלאר. יעדעס ווארט א פערל!

Keep it up

petrishke » דאנערשטאג יאנואר 6, 2022 6:12 pm

· #490917
היסטאריע
ווען מען האט "אויסגעפונען" אז שלמה קאריבלאך איז געוועהן א מאלעסטירער וכו'.

זאלסט מיר מוחל זיין, אבער שלמה קארליבאך איז קיין מאלעסטער נישט געווען. ער האט אפען און גראד געליבט יעדן יומען ביאינג. ס'נישטא קיינער וואס האט געקלאגט אויף עהם אז ער האט באהאלטענערהייט געלייגט א האנט. און שלמה האט געהאלדזט אפילו א שטונקעדיגער פערזאן פונקט אזוי... הלוואי זאלסטו זוכה זיין צו זיין אונטער די שטויב פון זיינע פוס אין גן עדן!

יואליש » דאנערשטאג יאנואר 6, 2022 6:30 pm

· #490923
petrishke
היסטאריע
ווען מען האט "אויסגעפונען" אז שלמה קאריבלאך איז געוועהן א מאלעסטירער וכו'.

זאלסט מיר מוחל זיין, אבער שלמה קארליבאך איז קיין מאלעסטער נישט געווען. ער האט אפען און גראד געליבט יעדן יומען ביאינג. ס'נישטא קיינער וואס האט געקלאגט אויף עהם אז ער האט באהאלטענערהייט געלייגט א האנט. און שלמה האט געהאלדזט אפילו א שטונקעדיגער פערזאן פונקט אזוי... הלוואי זאלסטו זוכה זיין צו זיין אונטער די שטויב פון זיינע פוס אין גן עדן!

און חיים וואלדער האט זיך אפגעגעבן א גאנץ לעבן מיט בויען אידישע קינדער.

אויף וועלכע פלאנעט לעבסטו? שרייען און קאפן באשאפט נישט קיין מציאות. הער וואס זיין אייגענע טאכטער האט צו זאגן:

https://blogs.timesofisrael.com/my-sisters-i-hear-you/

תוהו ובוהו » דאנערשטאג יאנואר 6, 2022 6:43 pm

· #490925
petrishke
זאלסט מיר מוחל זיין, אבער שלמה קארליבאך איז קיין מאלעסטער נישט געווען.

נישט דו און נישט איך ווייסן דאס, ס'דא כמה וכמה פרויען וואס טענה'ן אז יא.
petrishke
ער האט אפען און גראד געליבט יעדן יומען ביאינג.

כ'מיין אז אין על זה שום חולק, אבער איינס האט [ליידער] נישט מיט די צווייטע (און אפשר גאר היא הנותנת..)
petrishke
ס'נישטא קיינער וואס האט געקלאגט אויף עהם אז ער האט באהאלטענערהייט געלייגט א האנט.

https://lilith.org/articles/rabbi-shlom ... adow-side/
http://jewishsurvivors.blogspot.com/200 ... hlomo.html
petrishke
הלוואי זאלסטו זוכה זיין צו זיין אונטער די שטויב פון זיינע פוס אין גן עדן!

אמן

petrishke » דאנערשטאג יאנואר 6, 2022 8:33 pm

· #490942
ראשית זיין טאכטער האט געהערט פון אנדערע זאגן איר טאטע האט עפעס אזוי געטון, און הערשט נאך ער איז נסתלק געווארן, אבער זי האט נישט געוואוסט פון דעם.
שנית, איך אליינס האב גערעדט מיט איינע פון די פרויען וואס האבן גע'טענה'ט אז שלמה האט איר מאלעסטעד, און נאך א שמועס פון צוואנציג מינוט, וואס איך האב איר געקוועטשט מיט קרייץ פראגעס, איז ארויסגעקומען, אז זי האט דעמאלטס נישט געטראכט אז ס'איז ראנג וואס ער האט געטון, אבער יעצט ווען זי הערט וועגן מאלעסטעישן זעט זיך איין אז ער האט איר דאס געטון.

און וואס האט ער געטון אין דעטאלן???
אה, ער האט איר זייער שטארק צוגעדרוקט צו זיך...
און וואס נאך? ער האט איר געקושט זייער שטארק...
און וואס נאך? וואס הייסט וואס נאך? ער האט מיר מאלעסטעד, ער האט מיך מאלעסטעד אז ער האט מיך אזוי שטארק געהאלדזט...

דאס איז וואס איז ארויסגעקומען פון דעם לאנגער שמועס. אבער שלמה איז א מאלעסטער. הלכה פסוקה ואין חולקין.

היסטאריע » דאנערשטאג יאנואר 6, 2022 9:00 pm

· #490946
איך ווייס נישט וואס די האסט גערעדט מיט זי, אבער זעהט אויס וואס די ביסט דיך אליין סותר.

ער האט זי גענוצט עד למעשה, קען זיין אויף א שטיקעל חסידישע בחורישע אופן, אבער גענוג מטיל מום זיין אין דיין קדשים.

עס איז דא א ווערטעל אז אין הימל האט מען גע'פסק'נט אז שלמה מוז מגולגל ווערען אין א מזוזה אויף א מיידל סקול, אלע מיידלעך קישן אים און ער קען נעבעך גארנישט צוריק טוהן.

יאסל ראקאווער » דאנערשטאג יאנואר 6, 2022 9:13 pm

· #490947
לאמיר נעמען א Moment of Silence פאר די פאמיליע פון די ארכי רשע חיים וואלדער וואס האט זיך גענומען דאס לעבן אן געבן closure פאר זיין ווייב, זיינע קינדער און זיינע נפגעים. סארא פחד און שרעק. דאס הארץ רייסט.

*אשתו של חיים ולדר.*
שווה קריאה:

וולדר - זה שם משפחה.
המבט שלי

הי אני האישה.
טרוטת עיניים ושמוטת נפש,
מרימה את הראש לראות היש בעולם שמש,
כזו אשר בכוחה לרפא את הרגש,
זה שנרמס והוטל בו רפש.

המונים מבקשים להגן על הנפגעים והנפגעות,
חרבם דוקרת את מי שלדעתם פגע בקורבנות,
ידם קלה על המקלדת ממלאים טורים ושורות,
הוא בגד, פגע, רצח – יש מלא עדויות.

ואני שואלת את עצמי - האם אזכה למעט הגנה?
מפני גורל אכזר שפגע בנו ללא אבחנה,
אנחנו שם ללא כל רצון או כוונה,
אבלים ופצועים, חושך גם בקצה המנהרה.

גם אם את הגרוע מכל עשה, האם הייתי שותפה?
האם אני לא, נפגעת הזקוקה להגנה?

האם כל מי שבא לביתי,
השפיל קומתו כדי לנגב את דמעתי,
לומר מילה טובה כדי שאולי ואצליח כנפגעת להרים את קומתי,
אין מקומו במרקם החברתי?

לא חטאתי לאיש, לא אני ולא ילדיי,
בהניפכם את החרב, הביטו בעיניי.

לא בשביל עצמי אני מבקשת, גם כך חרב עלי עולמי
אלא בשביל ילדיי ונכדיי, משפחתי וחבריי, נפגעים בעצמם ולא משנה על ידי מי.

לא עושה השוואות מי נפגע יותר, כל נפגע זכאי להגנה
אם אתם חומלים על נשים וילדים, שימרו עלי ועל המשפחה.

לא חטאנו לאיש, בסה"כ מחפשים נחמה.

ואתם המגינים, עצרו את הדהרה, הקדישו מחשבה, האם בכל הרפש אתם משיגים את המטרה?

בן נון » דאנערשטאג יאנואר 6, 2022 9:42 pm

· #490949
הארצרייסנד ממש ביז טרערן אבער זי זאל פארשטיין אז ווען מען באשייגצט איר מאן מיינט מען נישט איר איעדער פארשטייט אז זי איז א גאר א גרויסע וויקטעם מען באשייגצט עהם פונקט אזוי פאר די רושעות וואס ער האט געטאן צו איר

חסיד פון ליטא » דאנערשטאג יאנואר 6, 2022 10:00 pm

· #490951
וועם מ'מיינט מאכט נישט אויס, די תוצאה מאכט אויס, מיר האבן אן אחריות איר צו געבן נחמה יעדעס מאל וואס מיר באשמוצן איר מאן, טאמער נישט, זענען מיר חלילה דומה צו איר מאן.

petrishke » דאנערשטאג יאנואר 6, 2022 10:36 pm

· #490953

סמבטיון » דאנערשטאג יאנואר 6, 2022 10:59 pm

· #490956
סכאפט א פחד צו ליינען אירע ווערטער

שמעקעדיג » פרייטאג יאנואר 7, 2022 12:37 am

· #490963
petrishke
היסטאריע
ווען מען האט "אויסגעפונען" אז שלמה קאריבלאך איז געוועהן א מאלעסטירער וכו'.

זאלסט מיר מוחל זיין, אבער שלמה קארליבאך איז קיין מאלעסטער נישט געווען. ער האט אפען און גראד געליבט יעדן יומען ביאינג. ס'נישטא קיינער וואס האט געקלאגט אויף עהם אז ער האט באהאלטענערהייט געלייגט א האנט. און שלמה האט געהאלדזט אפילו א שטונקעדיגער פערזאן פונקט אזוי... הלוואי זאלסטו זוכה זיין צו זיין אונטער די שטויב פון זיינע פוס אין גן עדן!

איך בין נישט געווען זיכער דערין, אבער אז דו שרייבסט עס מיט באלד אותיות, ווי אזוי קען איך דען מחולק זיין.

זופ מיט מאנדלען » פרייטאג יאנואר 7, 2022 7:25 am

· #490968
היסטאריע
זופ מיט מאנדלען
נגינה איז איין זאך און שרייבווערק איז א צווייטע זאך. כל שכן וואלדערס ווערק וועלכע זענען געווען טיף אידעאלאגיש, סאיז ווי גיין הערן שובבים תורה פון א פעדאפיל.

איך בין זיכער אז די וואס זאגן שובבים תורה זענען אויך מוציא ז"ל. און דו ווייסט עס אויך. און מען הערט נאך אלץ אויס.

נקודה בלייבט נקודה, לאמיר אנכאפן א עבודת המידות שיעור פון א פעדאפיל. וואס דאס איז וואלדערס געשיכטע.

ברוינשטיין » פרייטאג יאנואר 7, 2022 7:30 am

· #490969
Re: חיים וואלדער באגייט זעלבסטמארד
עס איז אויך שטארק מעגליך אז דאס איז געווען א לעצטיגע קרענק פון אים, לויט דעם זענען זיינע אלטע ביכער זיכער גוט.

Sent from my SM-A125F using Tapatalk

זופ מיט מאנדלען » פרייטאג יאנואר 7, 2022 7:41 am

· #490970
די וואלסט געהערט א שלום בית שיעור פון א מעגליכער פעדאפיל?

לאור די איצטיגע אינפארמאציע איז וואלדער לכולי עלמא געווען א ריזן טייל פון זיין לעבן א מעגליכער פעדאפיל.

ברוינשטיין » פרייטאג יאנואר 7, 2022 7:46 am

· #490972
Re: חיים וואלדער באגייט זעלבסטמארד
עס איז פארהאן א חילוק פון חתן מדריך ביז א מעשה דערציילער, אויב ער שרייבט שיינע מעשיות מיט אינהאלטסרייכע סחורה איז נישט עק וועלט דאס צו ליינען, הגם איך קען פארשטיין פארוואס איינער זאל דאס נישט ווילן גיבן פאר זיינע קינדער, צוליב געפילן אדער ווייל עס איז מיסטאָמע דא גענוג פיינע זאכן פון בעסערע מענטשן, אדער ארויסציווייזן סאלידאריטעט פאר די געשלאגענע, אבער שווער צו זאגן אז דאס איז אן אפגעפרעגטע זאך לגמרי, ווייל אויב יא איז מען אויף געבראטענע צרות...

Sent from my SM-A125F using Tapatalk

זופ מיט מאנדלען » פרייטאג יאנואר 7, 2022 7:54 am

· #490973
חיים ולדר האט לאו דוקא געשריבן שיינע מעשיות, ער האט אויסגעדמיונט געשיכטעס פון אמתן לעבן און אריינגעלייגט השקפה דארט.

מרדכי מרדכי » פרייטאג יאנואר 7, 2022 8:22 am

· #490977
די בריוו פון זיין ווייב איז נישט אמת
אזוי האט געזאגט זיין שנור

צקון לחש » פרייטאג יאנואר 7, 2022 12:20 pm

· #491001
זופ מיט מאנדלען
חיים ולדר האט לאו דוקא געשריבן שיינע מעשיות, ער האט אויסגעדמיונט געשיכטעס פון אמתן לעבן און אריינגעלייגט השקפה דארט.

סתם למען הדיוק, קינדער פלעגן אמת'דיג אריינשיקן צו אים מעשיות אין א באשטימטע פאסט קעסטל.

תרמב » פרייטאג יאנואר 7, 2022 2:45 pm

· #491019
מרדכי מרדכי
די בריוו פון זיין ווייב איז נישט אמת
אזוי האט געזאגט זיין שנור

ס'מאכט נישט אויס אויף די נקודה דערפון, אויב זי האט עס געשריבן אדער א צווייטער וואס האט געוואלט ארויסברענגען אירע געפילן.

תרמב » פרייטאג יאנואר 7, 2022 2:52 pm

· #491022
אלי ביתאן אין מקור ראשון באשרייבט די צוגאנג פון די חרדישע וועלט צו די ולדר פרשה
https://www.makorrishon.co.il/news/443905/

היסטאריע » מוצ"ש יאנואר 8, 2022 7:46 pm

· #491029
ווי דער ווינט בלאזט. אין כאן לא תורה ולא חכמה.

דער גאלדענער אדלער » מוצ"ש יאנואר 8, 2022 8:41 pm

· #491031
היסטאריע
זופ מיט מאנדלען
נגינה איז איין זאך און שרייבווערק איז א צווייטע זאך. כל שכן וואלדערס ווערק וועלכע זענען געווען טיף אידעאלאגיש, סאיז ווי גיין הערן שובבים תורה פון א פעדאפיל.

איך בין זיכער אז די וואס זאגן שובבים תורה זענען אויך מוציא ז"ל. און דו ווייסט עס אויך. און מען הערט נאך אלץ אויס.

כ'האב אזוי געלאכט ווען כ'האב געליינט דעם תגובה, שוין לאנג נישט געזעהן אזא גוטס!
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8