☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » חיים וואלדער באגייט זעלבסטמארד

חיים וואלדער באגייט זעלבסטמארד

380 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15023
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8

לאנגע הויזן » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 2:23 pm

· #489532
חיים לייקענט אלעס און זיין צוואה.

ער בעט זיך אז מען זאל נישט אויפהערן ליינען זיינע ביכער.

📎 IMG_20211227_142101.jpg

בן נון » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 2:32 pm

· #489533
ברוינשטיין

וואס האט דיר יונַתַּן שלעכט געטאָן?

ער איז א טראלל וואס שטעקט אריין זיין נאז ווי ער קען נאר ער פייגערט פאר א העדליין מיט זיין נאמען,

וויאויך איז ער א באקאנטע גנב וואס וויינט אז מען טאר נישט קאפיען קיין טעיפס,

ששון ושמחה » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 2:35 pm

· #489534
יונתן שווארץ פארט קיין א''י מחזק זיין משפחת וואלדער
📎 IMG-20211227-WA0069.jpg

אינגערמאנטשיקל » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 2:51 pm

· #489535
מאך זיכער
חיים וואלדער דידנט קילל הימסעלף?

פארט ארום א וואויסנאוט פון יונתן שווארץ ווי ער נעמט זיך אן פאר חיים וואלדער און זאגט אז עס איז א פאלשע אויפגעבלאזענע געשיכטע. ער דערציילט אז ער האט גערעדט מיט חיים יעדן טאג זינט די געשיכטע האט אויסגעבראכן. ער זאגט אז חיים וואלדער האט נישט מאלעסטעד קיינעם נאר ער האט אין ערגסטן פאל געזינדיגט מיט נשים נשואות בהסכמה. ער זאגט אז ער האט א רעקארדירונג ווי צוויי רבנים פלאנירן אויס די אקציע פון אויפמאכן א געשיכטע אויף וואלדער, ער זאגט אז די רעקארדירונג פון נעכטן איז געשניטן און ארומגעדרייט.

זאל ער ארויסלייגן די רעקארדינג.

ער זאגט אויך אז קיינער פון די וויקטימס איז נישט דורכגעגאנגען א ליי-דעטעקטער. דאס איז א גראסע ליגנט.

petrishke » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 3:21 pm

· #489536
בן נון
ברוינשטיין
בן נון
כמיין אז אהרן ראבינאוויץ זאל זיך נעמען אויף יהונתן שווארץ
וואס האט דיר יונַתַּן שלעכט געטאָן?



ער איז א טראלל וואס שטעקט אריין זיין נאז ווי ער קען נאר ער פייגערט פאר א העדליין מיט זיין נאמען


וויאויך איז ער א באקאנטע גנב וואס וויינט אז מען טאר נישט קאפיען קיין טעיפס

זייט נישט איבעראשט וואס מ'וועט טרעפן אויף יונתן...
ער זאגט אז 'נאר' מיט חתונה'געהאטע האט ער מזנה געווען, און דאס איז 'דער' מחנך!

דער עולם האט שוין פארגעסן וואס דער ליובאוויטשער רבי זצוק''ל האט געזאגט ווען ער האט ארויסגעגעבן דעם ביכל 'הגאון' אראפרייסענדיג דעם דרך הבעש''ט, און האט פארשלייערט א מאסק אז א צווייטער האט עס ארויסגעגעבן.

דער רבי האט געזאגט אז ער [אויך נחמי' ווייבערמאן] וועלן צום סוף באצאלן א פרייז

לשם יחוד » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 3:22 pm

· #489537
יונתן שוורץ האט א ׳געפיל׳ אז וולדר איז אומשולדיג, איז וואס גייט ער טוהן צו געוואר ווערן? ער גייט רעדן צו וולדר!
ער האט גערעדט מיט אים יעדן טאג און וולדר אליינס האט אים געזאגט אז ער איז אומשולדיג…
איז אים אפילו בייגיפאלן צו רעדן מיט איינער פון די וויקטיםס?

א גאסט אויף א וייל » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 3:31 pm

· #489538
Something that never made sense to me was the fact that he molested boys and girls. Never heard of somebody molesting boys AND girls.. You either like boys or girls.

עסקן בדברים » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 3:42 pm

· #489542
סמבטיון
קען איינער ברענגן יונתןס ריקארדינג?
📎 WhatsApp Audio 2021-12-27 at 1.29.11 PM.ogg

בת קול » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 3:47 pm

· #489543
א גאסט אויף א וייל
Something that never made sense to me was the fact that he molested boys and girls. Never heard of somebody molesting boys AND girls.. You either like boys or girls.


דאס איז נישט ריכטיג. עס זענען דא פעדאפיילן וואס אביוזן ביידע.
א פעדאפייל איז נישט דווקא געי צו וואס.

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 3:52 pm

· #489545
גאסט אויף א וייל: איך גיי יעצט נישט אריין אין די עצם נושא. שולדיג אדער נישט...! נאר אויב דו פרעגסט בלשון אנגלי, אויב ס'איז דא אזא זאך ווי מאלעסטן באיס ענד גוירלס. זאג איך דיר אז יא...א מאלעסטער (נישט, ח"ו אין דעם פאל) וועט ,בד"כ גיין סיי פאר יונגלעך און סיי פאר מיידלעך. די אטראקציע איז קינדער...!

נ.ב.: אויב דו פארשטעיסט נישט קען איך עס דיר אראפשרייבן אויף אונגאריש...!

ברוינשטיין » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 5:00 pm

· #489557
בן נון

ער איז א טראלל וואס שטעקט אריין זיין נאז ווי ער קען נאר ער פייגערט פאר א העדליין מיט זיין נאמען

ווי אויך איז ער א באקאנטע גנב וואס וויינט אז מען טאר נישט קאפיען קיין טעיפס

אנטשולדיגט!
אויב זיינע רייד טוען דיר נישט באלעסטיגן,
מיינט נאכנישט אז ער איז א יענס'מענטש.

כמעט אלסווייסער » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 5:48 pm

· #489564
Re: חיים וואלדער באגייט זעלבסטמארד
*דברים שאמר רבינו מרן הגרי"ג אדלשטיין שליט"א על הסיפור הטראגי •*


הבא על אשת איש יש לו חלק לעולם הבא. המלבין פני חבירו ברבים אין לו חלק לעולם הבא. גם אם עפ"י דין יש "למיחש מיבעי", אין בכך שום היתר ורמז להיתר לשפוך דם ולרצוח יהודי. פשיטא שזה נקרא שרצחו אותו ופשיטא שאין לרוצח חלק לעולם הבא. ברור לגמרי שהלחץ הגדול שלחצו אותו הביא אותו לידי חולי הנפש והרג את עצמו באונס. זה נקרא רציחה.

כלבאשבוע » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 6:04 pm

· #489567
פון הרב אליהו:

"התורה מלמדת אותנו להתייחס למעשים של ולדר בתיעוב ובחומרה כאילו מדובר ברצח. 'כִּי כַּאֲשֶׁר יָקוּם אִישׁ עַל רֵעֵהוּ וּרְצָחוֹ נֶפֶשׁ כֵּן הַדָּבָר הַזֶּה'. מעשים כאלה מביאים חרון אף על ישראל, מביאים גזרות רעות, עוצרים את התפילות, וכך מזהירה התורה: "אַל תִּטַּמְּאוּ בְּכָל אֵלֶּה כִּי בְכָל אֵלֶּה נִטְמְאוּ הַגּוֹיִם אֲשֶׁר אֲנִי מְשַׁלֵּחַ מִפְּנֵיכֶם: וַתִּטְמָא הָאָרֶץ וָאֶפְקֹד עֲוֹנָהּ עָלֶיהָ וַתָּקִא הָאָרֶץ אֶת ישְׁבֶיהָ". (ויקרא פרק יח כד)''.

עוד הסביר רבה של צפת: ''על פי ההלכה מותר לנו להלקות אדם כזה ברבים (קידושין פא. שו"ע אה"ז קעח כ), לנדות אותו. (מו"ק יז.) לבזות אותו ברבים. (רמב"ם סנהדרין כד ה). להעביר אותו מלהיות שליח ציבור (מג"א נג ז.) לאסור עליו ללמד את ילדי ישראל (שו"ת שואל ומשיב מהד"ק חלק א, סימן קפה). ועוד הרבה דברים אחרים שלא נהוגים היום. (רמב"ם סנהדרין כד. שו"ע חו"מ ב.)''.

הרב אליהו קרא לעצור את ולדר, "אנחנו לא משתמשים בכל הדרכים הללו, אבל חייבים לעצור אותו. אם לא נזהיר את הציבור ממעשיו והוא ימשיך בהם, האשמה תהיה עלינו, חלילה. (נדה סא.). מכח החובה שמוטלת עלינו לעצור את המקרים הבאים, אנחנו פועלים להפסיק את התועבות שלו״.

נשלחו לוולדר שליחים כדי שיחזור בו וכך יימנע ''חילול השם'' מפרסום המעשים שביצע לכאורה. "קראנו לחיים ולדר כדי שיקבל על עצמו דרך תשובה. שלחנו אנשים לשכנע אותו שיחזור בו כדי שלא יהיה חילול השם גדול כשיתפרסמו כל המעשים הללו''.

הרב אליהו סיפר כי ''במקום לחזור בתשובה הוא בחר לאיים ולהכפיש אותנו באמצעות שליחיו, כמו שהם ניסו לאיים על הרה"ג יהודה סילמן שליט"א שפסק להוציא את ספריו מהבתים. חבל מאוד מאוד שהוא לא מכניע את עצמו ומקבל דרך התשובה''.

און נאכן זעלבסטמארד:

"שמענו בכאב על התאבדותו של חיים ולדר", אמר הרב אליהו. "חבל שהוא בחר בדרך הזו, הצענו לו שיתקן את מה שהוא קלקל. שיבקש סליחה מהנפגעות. שישנה את דרכו. שלא יפגעו עוד נשים".

לדברי הרב אליהו, ולדר "היה יכול ללמד לרבים דרך תשובה. חבל שהוא בחר בדרך של התאבדות. אנו מחזקים את הנפגעות הרבות בשעה קשה זו, חייהן קודמים לחייו".

petrishke » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 6:10 pm

· #489573
עסקן בדברים
סמבטיון
קען איינער ברענגן יונתןס ריקארדינג?

יונתן איז דאך באקאנט פאר זייער זייער א באגלייבטער מענטש
ישרות, און חכמה, איז זיין קרוין!
איז ווער ס'גלייבט עהם! זאל בודק זיין דעם באלי אויף זיין האלדז וואס הייסט 'מוח דחוק'

יעקב מענטש » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 6:23 pm

· #489575
petrishke
עסקן בדברים
סמבטיון
קען איינער ברענגן יונתןס ריקארדינג?

יונתן איז דאך באקאנט פאר זייער זייער א באגלייבטער מענטש
ישרות, און חכמה, איז זיין קרוין!
איז ווער ס'גלייבט עהם! זאל בודק זיין דעם באלי אויף זיין האלדז וואס הייסט 'מוח דחוק'

וואס פונקטליך וואס ער האט געזאגט גלייבסטו נישט? און פארוואס?


בין איך דער איינציגער וואס האט א פראבלעם מיטן מאכן די גאנצע מעשה נאציאנאלע נייעס?

אויב האט ער א פראבלעם בין אדם למקום אדער אפי' בין אדם לחבירו טאר ער נישט זיין מיין עלעקטרישאן? איז פארוואס טאר איך נישט ליינען זיינע ביכער? (דער בד"ץ האט געהאט א השקפה אישו מיט אים)

א מין רציחה וואס מ'טוט דא מיט א מענשט, אנביליעוועבל!

זייט ווען האט פראטעקטן וויקטימס מיט ארומשיקן טוויטער מעסעדזשס און הארגענען א מענטש מיט זיין משפחה לעולם? די וויקטמיס ווערן יעצט געהיילט? ס'איז ממש נישט דא קיין וועג אפצושטעלן אזא איינעם אויסער עס צו באשמירן אויפן גאס? יעדער איינער קען דא מעשיות פון מענשטען וואס מ'האט פיין מסדר געווען מיט א קרימינאלע רעקארד וכו' און מ'האט זיי אפגעשטעלט אן דעם וואס ער און די משפחה זאלן בלייבן לדיראון עולם!

סארי, באט דאס שמעקט מער מיט אינסייד פאליטיקס ווי מיט זנות

ששון ושמחה » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 6:44 pm

· #489577
.
📎 IMG-20211227-WA0103.jpg 📎 IMG-20211227-WA0104.jpg

מרדכי מרדכי » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 7:07 pm

· #489578
אויב וואס יונתן זאגט איז אמת ברויך ער זיך גוט אכטונג געבן ער איז צי פאוערפול מען וועט נאך אויפמאכן מעשיות אויף עם היל"ת

עסקן בדברים » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 7:38 pm

· #489588

מיסטעריע » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 9:01 pm

· #489596
petrishke
בן נון
ברוינשטיין
בן נון
כמיין אז אהרן ראבינאוויץ זאל זיך נעמען אויף יהונתן שווארץ
וואס האט דיר יונַתַּן שלעכט געטאָן?



ער איז א טראלל וואס שטעקט אריין זיין נאז ווי ער קען נאר ער פייגערט פאר א העדליין מיט זיין נאמען


וויאויך איז ער א באקאנטע גנב וואס וויינט אז מען טאר נישט קאפיען קיין טעיפס

זייט נישט איבעראשט וואס מ'וועט טרעפן אויף יונתן...
ער זאגט אז 'נאר' מיט חתונה'געהאטע האט ער מזנה געווען, און דאס איז 'דער' מחנך!

דער עולם האט שוין פארגעסן וואס דער ליובאוויטשער רבי זצוק''ל האט געזאגט ווען ער האט ארויסגעגעבן דעם ביכל 'הגאון' אראפרייסענדיג דעם דרך הבעש''ט, און האט פארשלייערט א מאסק אז א צווייטער האט עס ארויסגעגעבן.

דער רבי האט געזאגט אז ער [אויך נחמי' ווייבערמאן] וועלן צום סוף באצאלן א פרייז



כ'האב געזוכט און גענישטערט, אבער אהן ערפאלג, איך האב נישט געטראפן אין ערגעץ אז חיים וואלדער איז געווען דער שרייבער פון די ספר הגאון.

אויב קענסטו ארויפלייגן א לינק וועל איך דיר שטארק מכיר טוב זיין.

און לכאורה האט דער ליובאוויטשער רבי זצוק"ל שוין נישט געלעבט ווען די ספר איז ארויסגעקומען.

איך האב מורא דו ביזט דיך טועה מיט דוד צבי הילמאן מיט די חלק ב' פון די איגרות התניא נ"ע

יאסל ראקאווער » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 10:23 pm

· #489606
יהונתן שווארץ איז א רשע מרושע. דער איד וואלדער איז טויט. כלל ישראל נעמט איין א טיפע קראכץ אז מ'גייט מער נישט דארפן זיך טארערען מיט די מעשה נבלה. אבער, אים, יהונתן שווארץ, שטייט צו פארלירן אפאר הונדרעט טויזענט דאלער פון Kids Speak ביכער וואס ער האט אין אינווענטארי. גייט ער און ער באקט אויף מעשות מיט ריקארדינגס און נארישקייטן.

איך האב אסאך מער וואס צו זאגן וואס איז פארגעגאנגען מיט דעם שווארץ אינטער די קאליסען. וואסארא טעראר ער האט אנגעפירט פאר זיינע סעלפיש פאר גראצער. איין טאג וועט אלעס ארויסקומען.

איין זאך איז א נחת צו זעען, פיו הכשילו! ווייל דער בהמה שווארץ זאגט אז ער איז געווען in touch daily מיט ולדר. קומט אויס אז זיינע שייגעץ שטיק בלעיקמעיל איז געווען האנט און האנט מיט דעים איד ולדר.

או אינו » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 10:51 pm

· #489613
חיים וואלדער באגייט זעלבסטמארד
יאסל ראקאווער
יהונתן שווארץ איז א רשע מרושע. דער איד וואלדער איז טויט. כלל ישראל נעמט איין א טיפע קראכץ אז מ'גייט מער נישט דארפן זיך טארערען מיט די מעשה נבלה. אבער, אים, יהונתן שווארץ, שטייט צו פארלירן אפאר הונדרעט טויזענט דאלער פון Kids Speak ביכער וואס ער האט אין אינווענטארי. גייט ער און ער באקט אויף מעשות מיט ריקארדינגס און נארישקייטן.

איך האב אסאך מער וואס צו זאגן וואס איז פארגעגאנגען מיט דעם שווארץ אינטער די קאליסען. וואסארא טעראר ער האט אנגעפירט פאר זיינע סעלפיש פאר גראצער. איין טאג וועט אלעס ארויסקומען.

איין זאך איז א נחת צו זעען, פיו הכשילו! ווייל דער בהמה שווארץ זאגט אז ער איז געווען in touch daily מיט ולדר. קומט אויס אז זיינע שייגעץ שטיק בלעיקמעיל איז געווען האנט און האנט מיט דעים איד ולדר.
וואס די האסט צי זאגען איבער שווארץ איז ערשטהאנטיג ? ברויך ניט א ריספאנס אויב נישט!

היסטאריע » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 10:54 pm

· #489615
הנהלה אלערט
איך זעה נישט פארוואס עס זאל זיין אקעי צו שרייבן קעגן א יחיד. עס איז קעגן די תקנות.

קורקלענד » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 11:00 pm

· #489616
ס'קומט מיר צו לאכן. שווערע הונדערטער טויזנטער דאלער וואס שוואַרץ פארדינט אויף וואלדערס ביכער........ דערפאר ליגט וואלדערס ביכער אינגאנצן אין א פארשטויבטע ווינקל אין זיין געשעפט דארט וואו מען לייגט די סחורה וואס רירט זיך נישט.... וואלט עס ווען געגאנגען גוט אין זיין געשעפט וואלט עס געליגן אביסל מער פארנט.

מענטשן מאכן אויף קאנספיראציעס.

קורקלענד » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 11:02 pm

· #489617
היסטאריע
הנהלה אלערט
איך זעה נישט פארוואס עס זאל זיין אקעי צו שרייבן קעגן א יחיד. עס איז קעגן די תקנות.

שווארץ איז א פובליק פיגור. טאקע ניט ריכטיג אדער עטיק, אבער לכאורה איז עס אקעי מיט די תקנות.

טריי סטעיט » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 11:08 pm

· #489619
משוגע אינטערעסאנט אז די אלע וואס שפייען אייביג אין קאווע שטיבל פּעך און שוועבל אויף בי''ד ווי קארופטירט זיי זענען. זענען פלוצלינג גרויסע מאמינים אין עפעס א פארשטופטע בי''ד וואס רוב כלל ישראל ווייסט ניטאמאל אז זיי עקזיסטירן. און אפגעזען אז כמעט קיינער וואלט נישט אפי' געגעסן פון זייערס א הכשר. און אוודאי נישט געטרויט מיט א אייגן דעני ממון קאנפליקט. דאך זענען אט די אפיקורסים פלוצלינג אזוי פארגלייבט.

או אינו » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 11:18 pm

· #489624
Re: חיים וואלדער באגייט זעלבסטמארד
דאס איז אלס א קאפי פין די גויאישע גאס די מי טו מאוומענט. Me too האט אראפגעברעגט שטארקע לייט א קורצע תקופה צוריק. סאשיעל מידיי האט דערציילט/געשופר’ט געפסקנט/ אין געהארגעט

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 11:29 pm

· #489632
היסטאריע
הנהלה אלערט
איך זעה נישט פארוואס עס זאל זיין אקעי צו שרייבן קעגן א יחיד. עס איז קעגן די תקנות.

היסטאריע: פערזענליכע אטאקעס, אפילו אקעגן א יחיד איז נישט או.קעי. סיי עפ"י תורה. און אויך די תקנות פון קאווע שטיבל. א מיינונג קען א יעדער אויסדרוקן איבער סיי וואס . און סיי וועם. ווילאנג ס'ווערט געפיהרט מיט רעספעקט און דרך ארץ...!

petrishke » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 11:42 pm

· #489635
berlbalaguleh
היסטאריע
הנהלה אלערט
איך זעה נישט פארוואס עס זאל זיין אקעי צו שרייבן קעגן א יחיד. עס איז קעגן די תקנות.

היסטאריע: פערזענליכע אטאקעס, אפילו אקעגן א יחיד איז נישט או.קעי. סיי עפ"י תורה. און אויך די תקנות פון קאווע שטיבל. א מיינונג קען א יעדער אויסדרוקן איבער סיי וואס . און סיי וועם. ווילאנג ס'ווערט געפיהרט מיט רעספעקט און דרך ארץ...!

אויב יונתן שווארץ הייסט ביי דיר כדין יחיד, איז בעלזער רבי אויך א יחיד, און מ'מעג נישט.
אלא מאי? דו האסט א נגיעה צו יונתן אז מ'זאל נישט רעדן אויף עהם, און בעלזער רב האסטו הנאה צו לייענען. ממילא פוהל דיר אן די מויל וואסער, און שווייג

ששון ושמחה » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 12:40 am

· #489646
יאסל ראקאווער
יהונתן שווארץ איז א רשע מרושע. דער איד וואלדער איז טויט. כלל ישראל נעמט איין א טיפע קראכץ אז מ'גייט מער נישט דארפן זיך טארערען מיט די מעשה נבלה. אבער, אים, יהונתן שווארץ, שטייט צו פארלירן אפאר הונדרעט טויזענט דאלער פון Kids Speak ביכער וואס ער האט אין אינווענטארי. גייט ער און ער באקט אויף מעשות מיט ריקארדינגס און נארישקייטן.

איך האב אסאך מער וואס צו זאגן וואס איז פארגעגאנגען מיט דעם שווארץ אינטער די קאליסען. וואסארא טעראר ער האט אנגעפירט פאר זיינע סעלפיש פאר גראצער. איין טאג וועט אלעס ארויסקומען.

איין זאך איז א נחת צו זעען, פיו הכשילו! ווייל דער בהמה שווארץ זאגט אז ער איז געווען in touch daily מיט ולדר. קומט אויס אז זיינע שייגעץ שטיק בלעיקמעיל איז געווען האנט און האנט מיט דעים איד ולדר.

יונתן שווארץ אָונט די דיסטריבאשען פון מער פון 15 ביכער פון חיים וואלדער אין אידיש און ענגליש

יאסל ראקאווער » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 1:13 am

· #489648
איך נעם אן יהונתן שווארץ אלץ א פובליק פיגור פונקט ווי מארדי געץ און איך שפיר אז שרייבען וועגן אים אין שאטן פון זיינע פראוועקטיווע וואטסעפס אדרעסירט צום פובליק, איז אויקיי.

ער האט אנגעפירט א שטארקע בלעיקמעיל אפאראט קעגן וואלדער'ס וויקטימס. איך ווייס עס ערשט האנטיג. מ'האט געמיזט אריינמישן זיין רב עס אפצושטעלן.

איך בעט זיך שטארק ביי זיינע וויקטימס זיי זאלן לאזן די מעשה גיין פובליק יעצט אז עס איז הברר הדבר למפרע אז ער איז געווען בקשר מיט וואלדער יעדן טאג.

איך בין גראדע א ביזנעסמאן און איך האב נאכנישט באגעגנט א מענטש זאל פאר אפאר הונדרעט טויזענט דאלער פאלן אזוי נידריג. און זינלאז! ווייל זיין געלט איז פארפאלן. ס'איז נישט פראקטיש צו טראכטען זיינע וואוסנאוטס גייען העלפן. א מענטש דארף אמאל שלום מאכן מיט זיין מצב. נישט פאר אפאר דאלער איבערדרייען די שטאט מיט ליגענטס.

אויפמאכן גאנצע מעשות נאר ווייל ער וויל שטיפען זיינע ביכער בו בזמן ווען ער ווייסט אז די בלעיקמעיל פון אים אליין איז געגאנגען עד לב השמים און יעצט פארציילט ער גאר אז חיים וואלדער אליין איז געווען בקשר מיט אים און א טייל פון זיין בלעיקמעיל. א שרעק.

איך בין מלמד זכות אויף אים אז ער א חיים וואלדער וויקטים. אפשר האט וואלדער אים ממש פארדרייט די אויגן?
.

נפה » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 1:48 am

· #489649
וואפ איך פאנג אן צו צווייפלען אין וואלדערס שילד
📎 500FE58B-3D00-4FB5-B33A-43E088966B7D.jpeg
📎 1E4AAC59-36D2-47AD-B5B2-F7F26F56E0AB.jpeg
די שרייבערין האט עס מפרסם געווען ארויסצוברענגען וואלדערס גנות
📎 1E4AAC59-36D2-47AD-B5B2-F7F26F56E0AB.jpeg
📎 4EDE8FAF-C58A-4697-9429-0A48F0BC7CC3.jpeg

שושן פורים » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 4:14 am

· #489650
יעקב מענטש
petrishke
עסקן בדברים
סמבטיון
קען איינער ברענגן יונתןס ריקארדינג?

יונתן איז דאך באקאנט פאר זייער זייער א באגלייבטער מענטש
ישרות, און חכמה, איז זיין קרוין!
איז ווער ס'גלייבט עהם! זאל בודק זיין דעם באלי אויף זיין האלדז וואס הייסט 'מוח דחוק'

וואס פונקטליך וואס ער האט געזאגט גלייבסטו נישט? און פארוואס?


בין איך דער איינציגער וואס האט א פראבלעם מיטן מאכן די גאנצע מעשה נאציאנאלע נייעס?

אויב האט ער א פראבלעם בין אדם למקום אדער אפי' בין אדם לחבירו טאר ער נישט זיין מיין עלעקטרישאן? איז פארוואס טאר איך נישט ליינען זיינע ביכער? (דער בד"ץ האט געהאט א השקפה אישו מיט אים)

א מין רציחה וואס מ'טוט דא מיט א מענשט, אנביליעוועבל!

זייט ווען האט פראטעקטן וויקטימס מיט ארומשיקן טוויטער מעסעדזשס און הארגענען א מענטש מיט זיין משפחה לעולם? די וויקטמיס ווערן יעצט געהיילט? ס'איז ממש נישט דא קיין וועג אפצושטעלן אזא איינעם אויסער עס צו באשמירן אויפן גאס? יעדער איינער קען דא מעשיות פון מענשטען וואס מ'האט פיין מסדר געווען מיט א קרימינאלע רעקארד וכו' און מ'האט זיי אפגעשטעלט אן דעם וואס ער און די משפחה זאלן בלייבן לדיראון עולם!

סארי, באט דאס שמעקט מער מיט אינסייד פאליטיקס ווי מיט זנות



נקוט כלל זה

ווי מער ארויפגעקוקט דער מאלעסטער איז אלץ מער פילט זיך דער וויקטעם באקריוודעט, ס'הייסט נישט נאר האסט פארשוועכט מיין פריוואטקייט און מיר אפגעהארגעט לדורות מיט מיין פעקל צעמישעניש און גייסטישע פלאגן מיט וואס איך גיי מיר יעצט מוטשענען טאג טעגליך עד יום מותי, נאר דער מאכט זיך נאך א חיים טובים כאילו לא היה.

ווער רעדט נאך אויב עס איז עפעס א פאפולערע פערזאן, א רב, א סטאר, א נגיד, עסקן, קנאקער, דאן מוז דער געשעדיגטער וויקטים באטראכטן טאג טעגליך ווי זיין פערזענליכע שטן זיצט ברומו של עולם בשעת זיין קרבן וואלגערט זיך אין יסורים.

אויב עפעס קען ברענגן עטוואס קלאוזשער צום וויקטים איז אז דזשאסטיס וואז סערווד, די וועלט האט אנערקענט אז דער קראנקער האט איהם שרעקליך אביוזד און מען באשטראפט יענעם דערפאר, כאטש פילט ער עטוואס סימפאטיע אין זיין ענגן טונקעלן וועלטל.

מיר מאכן א מורא'דיגע טעות, רוב מאל אין די היימישע קרייזן ווען מען רעדט פון מאלעסטעישן לייגט מען עס אראפ כאילו עס איז עפעס א בין אדם למקום זאך, א גרויסע......ניין, גאר גרויסע עבירה, ווייסט וואס? סאך הארבער, א חוטא ומחטיא, אויפן זעלבן פארנעם ווי עמיצער וואס רעדט ל"ע צו אנדערע אידן צו חילול שבת אדער כפירה. מען גיבט עס נאך אזעלכע תורה'דיגע לשונות ווי אז "ער האט מטמא געווען אינגע קינדער", עס איז אזא הימל זאך מיט וואס דער מאלעסטער פארזינדיגט זיך גאר שטארק פאר די אייבישטער און ער נוצט נאך א אומשולדיג קינד פאר זיין גרויסע עבירה.

אוודאי איז דאס אלעס אמת, אבער מיר פארגעסן פון די עיקר, פונקט ווי א רוצח פארשטייט יעדער איינער אז די פראבלעם איז א בין אדם לחברו פראבלעם, וואס הארגעסטו מענטשן, וואס שטעכסטו מעסערס? האסט עפעס א רעכט צוצונעמען יענעמס לעבן? און די בין אדם למקום חלק קומט מיט אינעם פעקעדזש, ביי מאלעסטעישן און רעיפ איז עס נאך אסאך ערגער, נישט נאר האסטו צוגענומען יענעמס לעבן, האסט איהם נאך איבערגעלאזט עטוואס חיות אז ער זאל קענען שפירן די יסורים פאר לאנגע יארן, ווי עפעס א אלטע אידישע קללה לויטעט "עס זאל דיר ארויספאלן אלע ציין חוץ איינס זאל דיר איבערבלייבן פאר צאן ווייטאג".

ווען מען זאל דאס איינזעהן וועט זיך די גאנצע צוגאנג צו מאלעסטעישן טוישן, פונקט ווי ווען א רוצח זאל ווען אריינשטעכן א בלוטיג מעסער אין דיין קינד אדער אין א צווייטע קינד וואס דו קענסט וואלסטו געוואלט זעהן יענעם נעקר מן השורש, יעדע מינוט וואס יענער דרייט זיך פריי זעהסטו פאר א געפערליכע אומרעכט און עס מאכט דיר פון פריש איבערלעבן די טראומא, ווער רעדט נאך אויב יענער איז א ארויפגעקוקטע פערזאן וואס נאכדערצו אויב ער האט א נאכפאלגערשאפט, וואלסט געטאן אלעס אין די וועלט אז יעדער זאל וויסן וואספארא רוצח דער יעניגער איז און וואלסט ערווארטעט אז יעדער מיט א שטיקל הארץ זאל מיטשטיין מיט דיר אין דעם. די זעלבע דארף זיין און אפשר אפילו מער ביי מאלעסטעישן ווי נישט נאר דער קרבן'ס משפחה ליידט נאר דער קרבן אליינס וואלגערט זיך בפנינו.

נישט נאר דאס, נאר אויב לאזט מען אלעס עולם כמנהגו נוהג שיקט מען א קלארע מעסעדזש פאר די קראנקע מאלעסטירער, קומטס אריבער, די טיר איז ברייט אפן, פאטשקע וויפיל דו ווילסט, העכסטנס אויב מען וועט דיר פאקן ביי די מעשה וועט מען דיר שיקן שטילערהייט פאר טעראפי און מעט וועט זיכער מאכן אז דיין געזעלשאפטליכע שטאנד ווערט נישט צוגערירט, און וויפיל האסט אריינגעכאפט בעפאר איז הכל ריווח, און אפילו נאכדעם עטליכע יאר שפעטער האט שוין דער עולם פארגעסן און קענסט זיך נאכאמאל נעמען פאטשקענען און וועט מען וועט דיר פאקן נאכאמאל וועלן מענטשן זאגן, ווער, ער? כ'האב געמיינט ער האט שוין תשובה געטאן, און עודך אריבערגיין די זעלבע סייקל.

מען דארף א מאלעסטער עוקר מן השורש זיין און זיכער מאכן אז יעדער וואס הערט זיין נאמען פון היינט און ווייטער זאל גלייך פרעגן, ווער, דער מאלעסטער? נאר אזוי קען מען צושטעלן א ביסעלע קלאוזשער און היילונג פאר די אומשולדיגע וויקטימס, זאל ער כאטש זעהן אז דער וואס האט חרוב געמאכט זיין לעבן האט אינאיינוועגס חרוב געמאכט זיין אייגענע.

קאך_לעפל » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 7:57 am

· #489653
די גמרא ברענגט אין מסכת כתובות, אמר אבוה דשמואל: אשת ישראל שנאנסה - אסורה לבעלה, חיישינן שמא תחִלתה באונס וסופה ברצון – האט געזאגט דער טאטע פון שמואל, א אידיש ווייבל וואס איז באלעסטיגט געווארן מיט די געוואלד איז פארבאטן צו איר מאן, פארוואס? ווייל מיר פארדעכטיגן אז ערשט איז טאקע געווען מיט די געוואלד, אבער שפעטער שוין מיט איר גוטע ווילן.

אין פילע פעלער איז דאס ליידער אזוי. דאס ווייבל ציהט אונטער דאס מאן, אבער זי וויל נישט ערשט קיין געשלעכט, אבער ווען דאס מאן ברענט שוין ווי א פייער און ער טוט וואס ער טוט, ערשט וויל די פרוי טאקע נישט, אבער אין גאנג פון זאכן האט זי פארט עטוואס פארגעניגן. יארן יארן שפעטער באפאלט איר חרטה געפולן, און זי קומט ארויס מיט א געשיכטע אז דער מאן האט איר פארגעוואלדיגט...

דאס האט ווארשיינליך דא פאסירט...

ווען א מענטש קומט אן אין טורמע, צוליב אורזאכן וואס האבן צו טאן מיט זאכן אונטערן פאסיק, באקומט ער נאכאנאנד גע'הרג'טע שלעק פון די אנדערע אינטערנירטע! פארוואס? וואס ארט דאס אזוי פאר דער וואס האט בייזוויליג דערמארדעט זיין אייגענע מוטער אדער זייער קינדער גאר, און אויפגעגעסן זייער פלייש? קנאה! מ'פארגינט נישט יענעם אז ער האט געהאט וואס יענער האט נישט! גיב אים נאר איבער די אינפארמאציע פונעם זונה, וועט דאס אנגעבליכער פנחס-קנאות באלד אוועקגיין מיטן רויעך...

דאס האס וואס מענטשן פארמאגן אין אלגעמיין צו אזעלכע וועלכע האבן באלעסטיגט אנדערע, איז מערסטייל צוליב אומפארגינערישקייט! און דאס איז אויך די אורזאך פארוואס ווען מ'וויל איינעם אראפברענגען, באנוצט מיט זיך מיט צוויי הויפט העצע טעמעס: יענער מאכט מיליאנען, און אז ער דרייט זיך מיט ליסטע פון ווייבלעך אין די קעשענע... מיט די דאזיגע צוויי זאכן וועלן מענטשן גלייבן אלעס וואס דו ווילסט זיי נאר פארקויפן, מענטשן פאסמאקעווען זיך אין א טעמע וואס האט צו טאן מיט געשלעכט... פרעגט נאר רבי חיים וואלדער ז''ל.

די דאזיגע פרשה האט זיך אויסשליסליך נישט געדארפט אזוי מיאוס ענדיגן... ווען די א.ג עסקנים וואלטן עס ווען געמיינט ערנסט, וואלט דאס ווען צוגעגאנגען אויף א שטילער פארנעם. רבי חיים ז''ל האט געהאט א ווייב און קינדער, און פאמיליע און א סאך גוטע פריינד. וואס האבן זיי דען געטאן? ווי סאך גייט זיין פאמיליע ליידן צוליב דאס רשעות און אומפארגינערישקייט פון די דאזיגע רשעים? האבן זיי דען געמיינט ג-ט? א פייג! מען האט דאך געקענט ארבייטן אין דער שטיל? פארוואס האט מען געמוזט פובליצירן די אינפארמאציע אויף אזא ברייטער פארנעם? האלבע אמת און גאנצע ליגנטס, וואס אין רעזולטאט געווארן מער און מער אויפגעבלאזן פון טאג צו טאג? אזש רבי חיים ז''ל איז נעבאך מיד געווארן פון זיך צו פארענטפערן, און ער האט נישט געקענט צוקוקן צו די שאנדע וואס זיין פאמיליע גייט דורך, אזש ער האט זיך אריינגעיאגט א קויל אין קאפ אויפן קבר פון זיין פארשטארבענעם זון? פארוואס האט זיך דאס געדארפט אזוי טראגיש אויסלאזן?

ס'איז נישט קיין צווייפל אז די אלע משחיתים וועלכע האבן געהאט א טייל אין זיין פריצייטיגער מארד, וועלן דערגרייכט ווערן דורך די לאנגע הענט פון ג-ט! דער צארן פונעם מידת הדין וועט זיי באטרעפן, און דאס פארשטארבענער גייסט פון רבי חיים, וועט זיי פארפאלגן און נאכיאגן ביז צו די טיפסטע נארעס. גארנישט וועט זיי נישט באשיצן פון די שטראף פון ג-ט! דאס בלוט פון רבי חיים שרייט צו אונז פון דער ערד...

יאסל ראקאווער » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 8:20 am

· #489654
"דאס האס וואס מענטשן פארמאגן אין אלגעמיין צו אזעלכע וועלכע האבן באלעסטיגט אנדערע, איז מערסטייל צוליב אומפארגינערישקייט! "

ס'איז ממש א בושה און א חרפה אז איינער זאל זיך אויפשטעלן דא אין רעדן פון א רעיפיסט, נאך דערצי א טשיילד רעיפיסט און זאגן אז די מסירה נפש אידן וואס האבן אים אומגעברענגט זענען געווען פיל מיט קנאה. רח*ל מ'האי דעתה. פלאפערייען ממש.

אויך דאס וואס איר זאגט אז מ'דארף עס ווען ערלעדיגן דא שטיל, דערמאנט מיר וואס @לייבל שטילער שרייבט:
"אין די מאמענט שרייבט איינער וועגן די נייעס אז קיין איין אינשורענס קאמפעני וויל נישט דעקן די פלאץ נאך די שרעקליכע סטעמפיד פון פאריאר, בתוך הדברים שרייבט ער בערך אזוי "מיר ערליכע אידן ווייסן אז מירון דארף נישט קיין בעסערע אישורענס ווי ר' שמעון וואס איז די בעסטע אינשורענס" עפעס אזוי.
א געהעריגע דוגמא צו פלאפלעריי, ווייסט דען נישט די שרייבער וואס איז געשען פאריאר? אוודאי ווייסט ער נאר סקומט אזוי, צו פלאפלען נאן סענס פון די סארט אין די קאנטעקסט."

ס'איז סתם פלאפערייען. מ'קען נישט א serial rapist וואס האט סיסטעמאטיש טעראריזירט זיינע וויקטימס מסדר זיין שטילערהייט. ס'איז נישט שייך. ס'איז סתם פלאפערייען.

וואס יא?

ס'איז היינט אנגענומען אז א מאבד עצמו לדעת גיט מען נישט קיין קבירת חמור. ווי ס'גייט די אנגענומענע פסק איז אז א רגע פאר זיך נעמן דאס לעבן איז א מענטש אינגאנצן נישט ביים דעת מער מילא איז עס נישט לדעת. ס'איז נכנס בו רוח שטות.

פלעג איך זיך אלץ רעגן נו וויאזוי קען זיין פשט אין די הלכה פון מאבד עצמו לדעת אז ס'איז לויט דעם נישט שייך?

אבער היינט איז מיר אנגעקומען צו זעען א ריכטיגע מאבד עצמו לדעת. סטייטש פאר טוען די מעשה נבלה האט ער שוין דעקלערירט אז אויב ווערט יעדער געוואר גייט ער זיך שיסען בלי שום ספק. קומט אויס אז ער האט פלאנירט זיין suicide קלאר און לדעת. דארף מען אים טאקע גיבן א קבירת חמור.

דער ולדר האט געברענגט אויף זיך די בושה און ער האט אויף זיינע קינדער געברענגט די בושה. מ'דארף אים גיבן א קבירת חמור ווייל א חמור איז נושא בעול. יעדער דארף וויסען ס'איז זיין אייגענע פעקעלע.

כיוון שדרשו בזה, איז מיר שווער א אנדערע קשיא. ווי קען זיין אז א מענטש איז מתחייב געווארן מיתה בזמן הבית. ס'איז דא א טורם ס'הייסט suicide by cops. א מענטש קומט אנטקעגען א פאליסמאן מיט א פלאסטיק גאן אין זיין הענט אין די פאליסמאן שיסט אים מיט זיין עכטע אויפן פלאץַ. ווייל דער פאליסמאן ווייסט נישט אז ס'איז א פלאסטיק גאן.

וויאזוי קען זיין אז איינער וואס האט באקומען התראה מיט צוויי עדים איז נאכדעם מתחייב געווארן מיתה. וואס איז עס אנדערש פון מאבד עצמו לדעת וואס איז נכנס בו רוח שטות? זיצט א בית דין אין ירושלים און האט א מאשין גאן, להבדיל, און די גייסט ביסט מקושש עצים נאך באקומען אן התראה בעדות? וויאזוי האט בית דין געקענט הרג'נען פאר דעם. סאיז דאך ממש נכנס בו רוח שטות. ווי קען זיין אז נישט? ער איז עובר בעדים והתראה און ער ווייסט אז פאר די עבירה איז נעקסט סטאפ חנק? ס'איז ריכטיג suicide by Bethdin!

זופ מיט מאנדלען » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 8:31 am

· #489659
יונתן שווארץ הערט זיך מער קראנט, דאס אז מאנכע האבן מיט אים אלטע חשבונות מאכט עס נישט פאר קיין שקר, אדרבה פאר אזא אקטיוויסט ווי אים וואלט גוט געשטאנען זיך ארויסצושטעלן אנטקעגן וואלדער, כגלייב ער וואלט געקריגן מער לייקס פון זיין ענגע קרייז צוהערער. כל שכן ווען ער טענהט אז סאיז אונטערגעשטיצט מיט דאטא.

וואס יא? אם כדבריו דארף ער ארויסליקן דעם רעקארדירונג, ווילאנג ער טוט עס נישט מאכט ער ליצנות פון זיך אליינס.

נפה » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 9:00 am

· #489662
קאך_לעפל

די דאזיגע פרשה האט זיך אויסשליסליך נישט געדארפט אזוי מואוס ענדיגן... ווען די א.ג עסקנים וואלטן עס ווען געמיינט ערענסט, וואלט דאס ווען צוגעגאנגאנן אויף א שטילער פארנעם. רבי חיים ז''ל האט געהאט א ווייב און קינדער, און פאמיליע און א סאך גוטע פריינד. וואס האבן זיי דען געטאן? ווי סאך גייט זיין פאמיליע ליידן צוליב דאס רשעות און אומפארגינערישקייט פון די דאזיגע רשעים? האבן זיי דען געמיינט ג-ט? א פייג! מען האט דאך געקענט ארבייטן אין די שטיל? פארוואס האט מען געמוזט פאבליצירן די אינפארמאציע אויף אזא ברייטער פארנעם? האלבע אמת און גאנצע ליגנטס, וואס אין רעזולטאט געווארן מער און מער אויפגעבלאזן פון טאג צו טאג? אזש רבי חיים ז''ל איז נעבאך מיד געווארן פון זיך צו פארענטפערן, און ער האט נישט געקענט צוקוקן צו די שאנדע וואס זיין פארמיליע גייט דורך, אזש ער האט זיך אריינגעיאגט א קויל אין קאפ אויפן קבר פון זיין פארשטארבענעם זון? פארוואס האט זיך דאס געדארפט אזוי אויסלאזן?
ס'איז נישט קיין צווייפל אז די אלע משחיתים וועלכע האבן געהאט א טייל אין זיין פריצייטיגער מארד,
לויט וויי אזוי די וואס זענען אריינגעמישט אין די קעיס זאגן איז שוין געווען רבנים און עסקנים וואס האבן שוין געוויסט 20 יאר צוריק פון זיינע מעשים טובים און חוץ פון מאכן נא נא מיט די פינגער האבן זיי גארנישט געטון, און פארדעם איז דא די כח פון מידיא וואס דאס איז די איינציגסטע וועג אפצושטעלן אזא פארשוין.
ס׳איז נישט קיין צווייפל אז די אלע משחיתים וואס האבן יעצט א טייל אין אפשטילן קרבנות און ווייזן פאר די נעקסטע פוגע אז אויב ער גייט אנקומען צו מזרח נישט קיין חילוק וואס ער האט געטון גייט שטיין אויף אים אין די יתד זצ״ל,
וועלן דערגרייכט ווערן דורך די לאנגע הענט פון ג-ט! דער צארן פונעם מידת הדין וועט זיי באטרעפן, און דאס פארשטארבענער גייסט פון די נפגעים, וועט זיי פארפאלגן און נאכיאגן ביז צו די טיפסטע נארעס. גארנישט וועט זיי נישט באשוצן פון די שטראף פון ג-ט! דאס בלוט פון די קינדער שרייט צו אונז פון דער ערד...[/justify]

נפה » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 9:04 am

· #489663
זופ מיט מאנדלען
יונתן שווארץ הערט זיך מער קראנט, דאס אז מאנכע האבן מיט אים אלטע חשבונות מאכט עס נישט פאר קיין שקר, אדרבה פאר אזא אקטיוויסט ווי אים וואלט גוט געשטאנען זיך ארויסצושטעלן אנטקעגן וואלדער, כגלייב ער וואלט געקריגן מער לייקס פון זיין ענגע קרייז צוהערער. כל שכן ווען ער טענהט אז סאיז אונטערגעשטיצט מיט דאטא.

וואס יא? אם כדבריו דארף ער ארויסליקן דעם רעקארדירונג, ווילאנג ער טוט עס נישט מאכט ער ליצנות פון זיך אליינס.

איך האב פריער געהערט זיין מעסעדזש און במחילת כבודו האט אים וואלדער איינגערעדט שטותים און הבלים.
דאס וואס ער זאגט אז וואלדער האט גענומען א פוליגרף ביי די צווייט העכסטע פון שב״כ איז נישט אמת, ער האט גענומען ביי א פריוואטע קאמפעני וואס ער האט געצאלט וד״ל און עס האט געהאט פיל מיט לעכער און עס איז גראד מבורר געווארן אלץ שקר במילתא דעבידא לגלויי, ווי אויך האבן די מתלוננות גענומען א פוליגרף.

mevakesh » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 9:13 am

· #489666
נישט דא קיין סיבה צו צווינגען א מענטש צו באגיין זעלבסטמארד!
אויב א טעראפיסט רעיפט הערט מען אים אויף צו נוצן און פארטיג
וואס גייסטו צוריק נאכאמאל?
זארגסט דיך פאר אנדערע?
זיי קענען אויך אוועקגיין נאך ער טשעפעט זיי
פארוואס זאל מען אים ארויסשטעלן פון ביזנעס?
די ווילסט אים נישט אלס מחנך ? עס איז דיין רעכט אים נישט צו ניצן אבער צווינג אים נישט ארויס און נעם נישט אוועק די רעכט פון די ציבור נהנה צו זיין פון איהם

mevakesh » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 9:22 am

· #489671
[ציטאט אראפגענומען]

וואס פרובירסטו ארויסצוברענגען? וועגן דעם איז וואס?
אה גערעכט איך מיין נישט דווקא דאס נאר בכלל וואס איז מען פארנומען אויפצודעקן? יעדער קען זיך מסדר זיין נאך עס געשעהנט צו איהם מען דארף נישט אויפדעקן גארנישט
ווי אנדערע האבן שוין געשריבן עס איז בלויז קנאה אז ער קען טוען וואס איך וויל באמת

בת קול » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 9:29 am

· #489673
mevakesh
נישט דא קיין סיבה צו צווינגען א מענטש צו באגיין זעלבסטמארד!
אויב א טעראפיסט רעיפט הערט מען אים אויף צו נוצן און פארטיג
וואס גייסטו צוריק נאכאמאל?
זארגסט דיך פאר אנדערע?
זיי קענען אויך אוועקגיין נאך ער טשעפעט זיי
פארוואס זאל מען אים ארויסשטעלן פון ביזנעס?
די ווילסט אים נישט אלס מחנך ? עס איז דיין רעכט אים נישט צו ניצן אבער צווינג אים נישט ארויס און נעם נישט אוועק די רעכט פון די ציבור נהנה צו זיין פון איהם


דו רעדסט בכלל נישט צום זאך.
רוב פון זיינע וויקטימס זענען געווען vulnerable קינדער מיט פראבלעמען.
זייט ווען קען א קינד זיך אפשאקלען פון אזא מין predator?
די ערוואקסענע האט געווענטליך גענוג סטראשעס און manipulation טאקטיקן צו האלטן א קינד שטיל.

קורקלענד » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 9:30 am

· #489674
אויב קען מען זאגן אז זעלבסטמארד איז געווען זיין בחירה קען מען פונקט אזוי זאגן אז די אנגעבליכע וויקטים'ס זיינע האבן געמאכט די זייער בחירה צו ווערן מאלעסטעד.

ברוינשטיין » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 9:31 am

· #489675
קורקלענד
אויב קען מען זאגן אז זעלבסטמארד איז געווען זיין בחירה קען מען פונקט אזוי זאגן אז די אנגעבליכע וויקטים'ס זיינע האבן געמאכט די זייער בחירה צו ווערן מאלעסטעד.

אנטשולדיגט!?

mevakesh » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 9:31 am

· #489676
בת קול
mevakesh
נישט דא קיין סיבה צו צווינגען א מענטש צו באגיין זעלבסטמארד!
אויב א טעראפיסט רעיפט הערט מען אים אויף צו נוצן און פארטיג
וואס גייסטו צוריק נאכאמאל?
זארגסט דיך פאר אנדערע?
זיי קענען אויך אוועקגיין נאך ער טשעפעט זיי
פארוואס זאל מען אים ארויסשטעלן פון ביזנעס?
די ווילסט אים נישט אלס מחנך ? עס איז דיין רעכט אים נישט צו ניצן אבער צווינג אים נישט ארויס און נעם נישט אוועק די רעכט פון די ציבור נהנה צו זיין פון איהם


דו רעדסט בכלל נישט צום זאך.
רוב פון זיינע וויקטימס זענען געווען vulnerable קינדער מיט פראבלעמען.
זייט ווען קען א קינד זיך אפשאקלען פון אזא מין predator?
די ערוואקסענע האט געווענטליך גענוג סטראשעס און manipulation טאקטיקן צו האלטן א קינד שטיל.

רוב קינדער זענען גענוג שטארק איבערצוקומען א טשעפע דא דארט,
און אפילו אויב איינער איז נישט גענוג שטארק איז נאכנישט קיין סיבה פארדעם אונטערצוברענגען א מענטש.

בת קול » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 9:33 am

· #489678
השם ישמור וואס איז wrong מיט אונזער געזעלשאפט. אזוי dense צו זיין.

קורקלענד » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 9:49 am

· #489682
זענען דא סיי וועלכע וויקטים'ס וואס זענען ארויסגעקומען אין "עפענטליכקייט" זיך געמאלדן אז וואלדער האט זיי באקריוודעט? אדער איז עס נאכאלץ א סוד ווער די וויקטים'ס זענען?

איך רעד נישט פון וויקטים'ס וואס זענען געגאנגען צו פאליציי אדער בי''ד. איך פרעג אויב ס'זענען דא וואס האבן גערעדט מיט די פובליק?

mevakesh » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 9:54 am

· #489683
קורקלענד
זענען דא סיי וועלכע וויקטים'ס וואס זענען ארויסגעקומען אין "עפענטליכקייט" זיך געמאלדן אז וואלדער האט זיי באקריוודעט? אדער איז עס נאכאלץ א סוד ווער די וויקטים'ס זענען?

איך רעד נישט פון וויקטים'ס וואס זענען געגאנגען צו פאליציי אדער בי''ד. איך פרעג אויב ס'זענען דא וואס האבן גערעדט מיט די פובליק?

נע
אהרן רבינווויץ איז דא מיט אן אגענדע ער האט אלעס אויסגעזויגן פון די פינגער
אין הארץ דארף מען נישט עני פראאף ווען מען רעדט קעגן אן היימישער יוד
און די צווי רבנים וואס זענען ארויס קעגן איהם
הרב שמואל אליהו איז בכלל נישט קיין חרדישע רב און הרב סילמן איז אן אפגעפרעגטע דיין פרעגט אייך נאך

קאך_לעפל » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 10:01 am

· #489684
אטאקירן חברי ק"ש איז נישט ערלויבט, און מ'וועט אויסשפארן וועגן דעם
מנהל

קהל'ס נער » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 10:04 am

· #489689
אטאקירן חברי ק"ש איז נישט ערלויבט, און מ'וועט אויסשפארן וועגן דעם
מנהל

זבולון » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 10:14 am

· #489691
mevakesh
נישט דא קיין סיבה צו צווינגען א מענטש צו באגיין זעלבסטמארד!
אויב א טעראפיסט רעיפט הערט מען אים אויף צו נוצן און פארטיג
וואס גייסטו צוריק נאכאמאל?
זארגסט דיך פאר אנדערע?
זיי קענען אויך אוועקגיין נאך ער טשעפעט זיי
פארוואס זאל מען אים ארויסשטעלן פון ביזנעס?
די ווילסט אים נישט אלס מחנך ? עס איז דיין רעכט אים נישט צו ניצן אבער צווינג אים נישט ארויס און נעם נישט אוועק די רעכט פון די ציבור נהנה צו זיין פון איהם


אזא "שפיטאל אונטערן צובראכענעם בריק" סטייל?

mevakesh » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 10:18 am

· #489692
זבולון
mevakesh
נישט דא קיין סיבה צו צווינגען א מענטש צו באגיין זעלבסטמארד!
אויב א טעראפיסט רעיפט הערט מען אים אויף צו נוצן און פארטיג
וואס גייסטו צוריק נאכאמאל?
זארגסט דיך פאר אנדערע?
זיי קענען אויך אוועקגיין נאך ער טשעפעט זיי
פארוואס זאל מען אים ארויסשטעלן פון ביזנעס?
די ווילסט אים נישט אלס מחנך ? עס איז דיין רעכט אים נישט צו ניצן אבער צווינג אים נישט ארויס און נעם נישט אוועק די רעכט פון די ציבור נהנה צו זיין פון איהם


אזא "שפיטאל אונטערן צובראכענעם בריק" סטייל?

האסט א בעסערע עצה?
אונטערברענגען מענטשן?
מגלה זיין קלונג ברבים?
גורם זיין זעלבסטמארד?
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8