mevakeshכלבאשבועmevakeshאברך משיווער איז דער גאון ר' דוד לייבל וואס מהאט מפרסם געווען זיינע ווערטער?
גאון?
א רעפארמער וואס האט פרובירט צו מאכן כללים מיט לימודים חול
א רעפארמער?
ער האט אויפגעשטעלט כוללים פאר אידן אין א״י וואס גייען ארבעטן לפרנסתם
רח״ל! לאל
אלע ליטווישע גדולים זענען ארויסגעקומען קעגן איהם ווען ער האט עס געעפנט
חיים וואלדער באגייט זעלבסטמארד
380 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15023
טאמבל סאסאברך משימיינע צוויי גרייצער:
דער צייטונג שרייבער האט נישט וואס אויסצופויקן אין די גאסן זאכן וואס איז יש בהם כדי להמית. דער רב קען טרעפן בעסערע וועגן ווי אזוי צו ברענגן דעם נאשם צו בית-דין. און נישט יעדער געשעפטמאן איז א מאן-דאמר צו לופטערן זיינע שונד מיינונגען אויף איינעם וואס ס'דאכט זיך עם אז ער איז חייב מיתה. רבותי עס שטינקט! און מ'דארפמיר מאכן א באלדיגע חשבון-הנפש ווי אזוי זאכן וועלן אויסקוקן אין די זייער-נאנטע-צוקונפט אויב זיי וועלן פארן ווייטער אויף דעם ספיד. נקודה למחשבה.
לית דין ולית דיין
א נייע מעשה. די צייטונגס שרייבער איז שולדיג אין וואלדערס זיך הרגענען? און דארף נאך וויסן פון פאראויס אז ס'איז דעטערמינד אז וואלדער וועט דאס טוהן? פארוואס פארווערדסטו די עבירה פון איבוד עצמו לדעת וואס וואלדער זעלבסט איז באגאנגען ארויף אויפ'ן צייטונגס שרייבער אדער דער רב הב"ד?
אויב וואלדער האט נאר געקענט באגיין זיינע עבירות צוליב זיין פובליק אימעדזש, פארוואס איז נישט תורה'דיג דער פובליק אימעדזש אצינד צו פארשווארצן?
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
טאמבל סאס: ווייל ס'איז דא אזא זאך ווי ..."המלבין פני חבירו ברבים"...! דער רמב"ם זאגט... (אויב נישט זאג איך) "ונוהג בין בזמן הזה ובין בזמן הבית. בין בארץ ישראל. ובין (ובמדינת ישראל) בחוצה לארץ"...! ס'איז דא א תורה'דיגער וועג צו מסדר זיין. און ער זאלל אפגעבן דין וחשבון אויף די (אנגעבליכע) מעשים...!
הגאון רבי יצחק זילברשטיין האט געשיקט א בריוו צו משפחת וואלדער מנחם זיין.
ומניח בקדושה
"קינדער האבן דערציילט"
אנגעגעבענע בילד פון די זעלבסמארד סצענע.
אתמול באיצקוביץ' היה חזן שבתפילת העמידה לקח לו יותר מידי זמן, ולאחר שכל הציבור כבר גמר חיכו רק לו, עד שאחד המתפללים דפק על השולחן וצעק "להפסיק לחשוב על חיים וולדר", מיד עקר רגליו והתחיל קדיש
סמבטיוןאתמול באיצקוביץ' היה חזן שבתפילת העמידה לקח לו יותר מידי זמן, ולאחר שכל הציבור כבר גמר חיכו רק לו, עד שאחד המתפללים דפק על השולחן וצעק "להפסיק לחשוב על חיים וולדר", מיד עקר רגליו והתחיל קדיש
ער האט געטראכט פון וואלדער אדער פון וואס וואלדער פלעגט טראכטן...
Powerful Letter from Rabbi Ron Yitzchok Eisenman of Passaic about the Chaim Walder Case
<a class="postlink" href="https://vinnews.com/2021/12/29/powerful-letter-from-rabbi-ron-yitzchok-eisenman-of-passaic-about-the-chaim-walder-case/">https://vinnews.com/2021/12/29/powerful ... lder-case/</a>

כלבאשבועPowerful Letter from Rabbi Ron Yitzchok Eisenman of Passaic about the Chaim Walder Case
<a class="postlink" href="https://vinnews.com/2021/12/29/powerful-letter-from-rabbi-ron-yitzchok-eisenman-of-passaic-about-the-chaim-walder-case/">https://vinnews.com/2021/12/29/powerful ... lder-case/</a>
קליפ און קלאר, נישטא וואס מוסיף צוזיין
Re: חיים וואלדער באגייט זעלבסטמארד
ששון ושמחהשיטת הטליבן.
Sent from my SM-G930V using Tapatalk
Re: חיים וואלדער באגייט זעלבסטמארד
נפהפאר ווער עס ווייסט נישט........mevakeshקורקלענדזענען דא סיי וועלכע וויקטים'ס וואס זענען ארויסגעקומען אין "עפענטליכקייט" זיך געמאלדן אז וואלדער האט זיי באקריוודעט? אדער איז עס נאכאלץ א סוד ווער די וויקטים'ס זענען?
איך רעד נישט פון וויקטים'ס וואס זענען געגאנגען צו פאליציי אדער בי''ד. איך פרעג אויב ס'זענען דא וואס האבן גערעדט מיט די פובליק?
נע
אהרן רבינווויץ איז דא מיט אן אגענדע ער האט אלעס אויסגעזויגן פון די פינגער
אין הארץ דארף מען נישט עני פראאף ווען מען רעדט קעגן אן היימישער יוד
און די צווי רבנים וואס זענען ארויס קעגן איהם
הרב שמואל אליהו איז בכלל נישט קיין חרדישע רב און הרב סילמן איז אן אפגעפרעגטע דיין פרעגט אייך נאך
געמאלען וואסער.
מדינת ישראל איז א דעמאקראטישע לאנד פאר ווער עס ווייסט נישט, אויב איינער שרייבט אז איינער האט עפעס געטון און עס איז נישט אמת קען יענער תובע זיין אין בית המשפט, און פארדעם גייט יעדע תחקיר אדורך יעוץ משפטי, וואלדער האט אפי׳ נישט געשיקט קיין מכתב התראה לפני תביעת דיבה וואס דאס האט פארשטערקערט די חשדות אנטקעגן אים (סתם לדוגמה אריה דרעי האט יעצט תובע געווען בן כספית אויף 400,000 ש״ח פארן שרייבען אויף אים עבריין מורשע, און גור האט תובע געווען יוסי שטארק פארן שרייבען אויף טוויטער אז א גורע חסיד האט איינעם געשלאגן).
אהרן רבינוביץ האט זיך נישט גענומען אויף חיים וואלדער נאר ער האט שוין אויפגעדעקט אסאך מעשיות ווי למשל משי זהב וכדומה.
הרב שמואל אליהו איז טאקע נישט קיין חרדי ער איז א דתי לאומי, און ער איז זיך מטפל מיט די מיני קעיסעס שוין פאר יארן נאך פון עזרא שינברג.
הרב סילמן איז אפגעפרעגט ביי די המון עם אבער די סיבה פארוואס ער איז אפגעפרעגט איז צוליב זיין נגיעה צום ממסד די זעלבע ממסד וואס האט געשריבען אויף חיים וואלדער זצ״ל און דווקא ער איז יעצט ארויסגעקומען אנטקעגן אים דאס מיינט אז יש דברים בגו. (אגב וואו האסטו געוואלט אז מען זאל גובה עדות זיין ביי די עדה?)
Sent from my SM-G930V using Tapatalk
א וויכטיגע און אמת׳ע ווארט
פרנס החודשנפהפאר ווער עס ווייסט נישט........mevakeshקורקלענדזענען דא סיי וועלכע וויקטים'ס וואס זענען ארויסגעקומען אין "עפענטליכקייט" זיך געמאלדן אז וואלדער האט זיי באקריוודעט? אדער איז עס נאכאלץ א סוד ווער די וויקטים'ס זענען?
איך רעד נישט פון וויקטים'ס וואס זענען געגאנגען צו פאליציי אדער בי''ד. איך פרעג אויב ס'זענען דא וואס האבן גערעדט מיט די פובליק?
נע
אהרן רבינווויץ איז דא מיט אן אגענדע ער האט אלעס אויסגעזויגן פון די פינגער
אין הארץ דארף מען נישט עני פראאף ווען מען רעדט קעגן אן היימישער יוד
און די צווי רבנים וואס זענען ארויס קעגן איהם
הרב שמואל אליהו איז בכלל נישט קיין חרדישע רב און הרב סילמן איז אן אפגעפרעגטע דיין פרעגט אייך נאך
געמאלען וואסער.
מדינת ישראל איז א דעמאקראטישע לאנד פאר ווער עס ווייסט נישט, אויב איינער שרייבט אז איינער האט עפעס געטון און עס איז נישט אמת קען יענער תובע זיין אין בית המשפט, און פארדעם גייט יעדע תחקיר אדורך יעוץ משפטי, וואלדער האט אפי׳ נישט געשיקט קיין מכתב התראה לפני תביעת דיבה וואס דאס האט פארשטערקערט די חשדות אנטקעגן אים (סתם לדוגמה אריה דרעי האט יעצט תובע געווען בן כספית אויף 400,000 ש״ח פארן שרייבען אויף אים עבריין מורשע, און גור האט תובע געווען יוסי שטארק פארן שרייבען אויף טוויטער אז א גורע חסיד האט איינעם געשלאגן).
אהרן רבינוביץ האט זיך נישט גענומען אויף חיים וואלדער נאר ער האט שוין אויפגעדעקט אסאך מעשיות ווי למשל משי זהב וכדומה.
הרב שמואל אליהו איז טאקע נישט קיין חרדי ער איז א דתי לאומי, און ער איז זיך מטפל מיט די מיני קעיסעס שוין פאר יארן נאך פון עזרא שינברג.
הרב סילמן איז אפגעפרעגט ביי די המון עם אבער די סיבה פארוואס ער איז אפגעפרעגט איז צוליב זיין נגיעה צום ממסד די זעלבע ממסד וואס האט געשריבען אויף חיים וואלדער זצ״ל און דווקא ער איז יעצט ארויסגעקומען אנטקעגן אים דאס מיינט אז יש דברים בגו. (אגב וואו האסטו געוואלט אז מען זאל גובה עדות זיין ביי די עדה?)
Sent from my SM-G930V using Tapatalk
גאר גיט געזאגט!
וואלדער האט נישט געוואלט אויסקוקן ווי דער קלוזענבורגער רודאלף קאסטנער וועלכער האט געקלאגט מלכיאל גרינוואלד אין ישראל פארן שרייבן אז ער איז געווען א נאצי קאלאבאראטירער און די קלאגע האט צוריקגעפאטשט אין פנים ווען די געריכט האט באשטעטיגט די באשולדיגונג.
גראדע, רוב מאל ווען צייטונגן קומען ארויס מיט א באמבשעל באשולדיגונג, ווי דא ביי וואלדער, איז יותר ממה שקריתי לפניכם כתוב כאן. נאר וויבאלד נישט יעדער וויל מיטארבייטן, נישט יעדער וויל גיין אויף די רעקארד, און נישט יעדע דעטאל קען באשטעטיגט ווערן מיט א קלארקייט צוליב די צייט אפשניט און די סודות'פולע נאטור פון די דאזיגע פארברעכן, לאזן זיי דאס אלעס איבער אינעם עדיטור'ס צימער ביז זיי קענען לייגן די האנט אויף די באווייזן. "הארץ" ווייסט פיל מער איבער וואלדער ווי דאס וואס זיי האבן באריכטעט (דאס האב איך געהערט פון א כלי שני), און ס'איז רוב מאל אזוי. די אחריות פון אן עסטעבלישט צייטונג איז גרויס און די געזעץ האלט זיי פאראנטווארטליך אויב זיי באגייען ס'קלענסטע אומרעכט קעגן א ציווילע מענטש. דאס איינצוגסטע פארטיידיגונג אין א פארלומדונגס קלאגע איז אז ס'איז אמת. אויב א באשולדיגונג קען געוויזן געווערן אלס אמת און מיט באווייזן, דאן האט א צייטונג א רעכט צו שרייבן אלעס, אפגעזעהן ווי פיינפול דאס איז פאר חתן דנן. אבער אויב די צייטונג קען נישט צייגן די באווייזן אז ס'איז אמת, זענען זיי אפען פאר קלאגעס וואלעכע ענדיגן זיך מיט מיליאנען אין אנטשעדיגונג. דערפאר זיצן מחנות מיט אדוואקאטן און זיפן דורך יעדעס ווארט אין אזוינע סארט ארטיקלן אז ס'זאל זיין ראק סאליד. און אין די פראסעס לאזן זיי ארויס פיל סחורה וואס זיי ווייסן איז אמת אבער די באווייזן אויף וואס דער רעפארטער האט געקענט לייגן א האנט איז נישט סאליד.
אלס א דוגמא, ביי הארווי וויינשטיין, דער סעקיולער חיים וואלדער, האבן פיל מידיא קאנאלן געארבייט אויף די מעשה פאר א לאנגע צייט. ווי די הלכה אין זשורנאליזים איז, שיקט מען די באשולדיגונג ארטיקל צו דעם נידון און מ'גיט אים און זיינע קאמיוניקאציע פארטרעטער צוזאמען מיט לויערס א געלעגנהייט צו ענטפערן אויף יעדעס ווארט. וויינשטיין'ס אדוואקאטן, לייבן אין די אינדוסטרי, האבן געקעפט ציין אין נעגעל קעגן די מידיא קאנאלן און געסטראשעט מיט א מעכטיגע לאוסאוט. רוב קאנאלן האבן מורא געהאט און געווארט פאר הארטערע באווייזן עד שבא צוויי ניו יארק טיימס רעפארטערס וועלכע האבן געבראכן די מעשה נאך א לאנגע צייט ארבייטן דערויף. די מעשה איז געשילדערט אין זייער שפעטערדיגע בוך She Said.
איינער וואס זאגט אז אן עסטעבלישט מידיא קאנאל קען באריכטן אזא עקספלאסיוו סטארי אן זיפן די באווייזן און יעדעס ווארט בי"ג נפה איז לא מצה ידיו ורגליו אין מידיא, געזעץ און געזעלשאפט. ס'איז, ווי מ'רופט עס דא, בלויז פלאפערייען לשם מצוות פלאפערייען.
און דאס איז חוץ פון וואס איך ווייס אז אלע פעלער ווי מענטשן האבן גענומען שריט, פון אייכלער'ס ביז פעלדהיים ביז געוויסע חרידישע נייעס וועבסייטס און געוויסע רבנים, איז דאס געקומען נאכדעם וואס מ'האט זיי צוגעשטעלט אונטער די קוליסן א טוץ מיט האר אויפשטעלענדע באווייזן, וואס פארשטייט זיך איז נישט געמאכט צו דריקן אין א צייטונג אבער איז געניג פאר א הארץ צו צוגיין און פאר א מענטש צו זיין גאר באקוועם אז זיי טוהן די ריכטיגע זאך און וועלן זיך נישט פארפלאנטערן מיטן געזעץ.
Re: חיים וואלדער באגייט זעלבסטמארד
[ציטאט אראפגענומען]
איך ווייס נישט פונקטליך וויאזוי דו ברענגסט די מעשה פאר א ראי', וואלדער איז טויט, בעת קאומא לעבט און לאכט מיט חלומות פון א קאמבעק, און טראמפ איז געווען פרעזידענט פיר יאר.Re: חיים וואלדער באגייט זעלבסטמארד
כלבאשבועאיך זעה אז ער אגריט מיט די עדה אז מעשיות וואס קומען פון נישט ריינע מקורות טאר מען נישט ליינען אפי' די אינהאלט איז גוט...Powerful Letter from Rabbi Ron Yitzchok Eisenman of Passaic about the Chaim Walder Case
<a class="postlink" href="https://vinnews.com/2021/12/29/powerful-letter-from-rabbi-ron-yitzchok-eisenman-of-passaic-about-the-chaim-walder-case/">https://vinnews.com/2021/12/29/powerful ... lder-case/</a>
הערט אויס א פרישע קוגל, מסיפור לסיפור
<a class="postlink" href="https://www.facebook.com/watch/?v=465050768461972¬if_id=1640835258034781¬if_t=watch_follower_video&ref=notif">https://www.facebook.com/watch/?v=46505 ... &ref=notif</a>
<a class="postlink" href="https://www.facebook.com/watch/?v=465050768461972¬if_id=1640835258034781¬if_t=watch_follower_video&ref=notif">https://www.facebook.com/watch/?v=46505 ... &ref=notif</a>
Re: חיים וואלדער באגייט זעלבסטמארד
[ציטאט אראפגענומען]
נישט ריכטיג. דער עולם האלט נישט ביים מקבל זיין לשון הרע לי יהא אז עס זאל זיי ברור כשמלה וואלט דער היימישער עולם פארשריגען אזא מענטש מיט אן עזות דקדושה. נישט פין אומפארגינישקייט אין בלוט דורשטיגע גוים וואס האבן דערשטיקט יעדן וואס איז נאר געקומען אין בארורינג מיט א שמץ ניאוף (מיט די קאנסענט פין ביידע ) וואס בכי האי גוונא זאגט דער גוישע מאראל עס איז קיין פראבלעם.
אונטער חכם[ציטאט אראפגענומען]איך ווייס נישט פונקטליך וויאזוי דו ברענגסט די מעשה פאר א ראי', וואלדער איז טויט, בעת קאומא לעבט און לאכט מיט חלומות פון א קאמבעק, און טראמפ איז געווען פרעזידענט פיר יאר.
און איך האב נישט פארשטאנען פארוואס ער שרייבט אז קאומע’ס באשילדיגונגען זענען געווען פיל פיל שוואכער ווי וואלדער’ס, ווען ביי קאומע זענען געווען פרויען וואס זענען געהעריג ארויסגעקומען אין די עפענטליכקייט מיט זייער מעשה. משא”כ ביי וואלדער איז א וואלקן, די פובליק האט נישט קיין שום אינפארמאציע, ניטאמאל א נאמען.
נאכמער, אפי’ מיט די קלארע עדות’שאפטן פון די אלע פרויען ביי קאומע האט מען זיך אויך נישט גענומען צו אים גלייך, נאר מען האט שיין געווארט ביז די אטערני זשענערל האט ארויסגעגעבן איר ריפארט אז זי האט א שטארקע קעיס צו ברענגען אין געריכט.
די ריספאנד דא איז נאר אזוי (hopefully), ווייל מען האט דא גארנישט אויסער די צייטונגען און די בי’’ד רחוקה. ווען מען האט ווען די איקוויוועלענט פונעם ניו יארק אטערני זשענערל דא ביי די מעשה, וואלט די ריספאנד דא זיכער געווען אינגאנצן אנדערש.
גליקלעךאונטער חכם[ציטאט אראפגענומען]איך ווייס נישט פונקטליך וויאזוי דו ברענגסט די מעשה פאר א ראי', וואלדער איז טויט, בעת קאומא לעבט און לאכט מיט חלומות פון א קאמבעק, און טראמפ איז געווען פרעזידענט פיר יאר.
און איך האב נישט פארשטאנען פארוואס ער שרייבט אז קאומע’ס באשילדיגונגען זענען געווען פיל פיל שוואכער ווי וואלדער’ס, ווען ביי קאומע זענען געווען פרויען וואס זענען געהעריג ארויסגעקומען אין די עפענטליכקייט מיט זייער מעשה. משא”כ ביי וואלדער איז א וואלקן, די פובליק האט נישט קיין שום אינפארמאציע, ניטאמאל א נאמען.
נאכמער, אפי’ מיט די קלארע עדות’שאפטן פון די אלע פרויען ביי קאומע האט מען זיך אויך נישט גענומען צו אים גלייך, נאר מען האט שיין געווארט ביז די אטערני זשענערל האט ארויסגעגעבן איר ריפארט אז זי האט א שטארקע קעיס צו ברענגען אין געריכט.
די ריספאנד דא איז נאר אזוי (hopefully), ווייל מען האט דא גארנישט אויסער די צייטונגען און די בי’’ד רחוקה. ווען מען האט ווען די איקוויוועלענט פונעם ניו יארק אטערני זשענערל דא ביי די מעשה, וואלט די ריספאנד דא זיכער געווען אינגאנצן אנדערש.
שוואכער מיינט למשל harassment vs rape.
יישר כח, נישט געטראכט דערפון.
אבער די נקודות בלייבט די זעלבע.
אבער די נקודות בלייבט די זעלבע.
נישט ממש. אפילו ביי גוים קומט מען שנעלער ארויס מיט נעמען ביי harassment ווי ביי rape.
יואליש
איינער וואס זאגט אז אן עסטעבלישט מידיא קאנאל קען באריכטן אזא עקספלאסיוו סטארי אן זיפן די באווייזן און יעדעס ווארט בי"ג נפה איז לא מצה ידיו ורגליו אין מידיא, געזעץ און געזעלשאפט. ס'איז, ווי מ'רופט עס דא, בלויז פלאפערייען לשם מצוות פלאפערייען.
כ'האף אז דו מיינסט עס נישט ערנסט...
מיליאנען אמעריקאנער גלייבן ביז היינט אז Kyle Rittenhouse איז א White supremacist, און סופרים קאורט ריכטער Bret Kavanagh א Rapist..
ס'איז פאראן אן א שיעור מעשיות ווי די מידיע האט טראמפייטעד מיט מעשיות אויף מענטשן, און ס'האט זיך גענדיגט מיט פוסטע פאנטאזיעס.
זיי האבן זיכער געמאכט צו זאגן "Alleged", און די באן פארט ווייטער.
מעגליך אז די ישראל'שע Libel געזעצן זענען הארבער, און צייטונגען גיבן זיך מער אכטונג דארט, אבער די מידיע אין אמעריקע איז זיכער נישט אזוי.
אין ישראל איז דא א חוק לשון הרע. און ווער ס'איז עובר אויף דעם (דורך איבערצייגן אין קאורט) ווערט באשטראפט מיט הארבע געלט שטראפן. זאלל דאס זיין פריוואטע זשורנאליסטן אדער צייטונגען און אנדערע מידיא עסטאבלישמענטס. וואס עקזיסטירט נישט אין אמעריקע. פרידאם אף דהע פרעסס איז אזוי שטארק פארהייליגט דא אין אמעריקע אז מ'קען ארויסווארפן סיי וועלכע באשולדיגונג אויף א מענטש. און יענער קען גארנישט טון...אזוי ווי דער קאוואנאו קעיס האט געוויזן...!
מקור ראשון צייטונג אין מדינת ישראל
ידידיה מאיר אין די בשבע צייטונג אין מדינת ישראל
מאמר המערכת אין די משפחה צייטונג
האדמו"ר מבארדיטשוב מליץ יושר
<a class="postlink" href="https://twitter.com/barditshover/status/1475592112209080321">https://twitter.com/barditshover/status ... 2209080321</a>
האדמור ממכנובקא איז מנחם אבל די משפחה פון חיים וואלדער
צעירה נמצאה הלילה ללא רוח חיים בדירתה בירושלים. במשטרה מעריכים שהיא נטלה את חייה. חברתה הקרובה ציינה כי בימים האחרונים נערכו חיפושים אחריה: "היא לקחה את הסיפור של חיים ולדר קשה מאוד, היא נפגעה בעצמה" ( לירן תמרי)
באריכטן אין מדינת ישראל ווייסן צו פארציילן אז איינע פון די קרבנות פון חיים וואלדער איז היינט באגאנגן זעלבסמארד ה"י.
איך ווילל פרעגן ביי רפי פרלשטיין, פארוואס פונקט איצט (וועט זיין) א גל של התאבדות. דוקא יעצט ווען זייער גרעסטער ..."שונא"...לעבט דאך שוין נישט. ער קען שוין גארנישט טון. אפילו זיך רייצן מיט זיי. די מיידל וועלכע האט זיך (ל"ע) גענימען דאס לעבן האט געהאט נפשיות'ידגע פראבלעמען אויף וואס זי האט זיך (ליידער) נישט געקענט גובר זיין.
איך ווילל נאר דא אויפווייזן די אבסורד און אגענדא-געטריבענע. המשך יבוא...1

ריכטער קלאַרענס טאמעס, האט זיך נישט גענומען דאס לעבן!
ריכטער ברעט קאוואנאוו, האט זיך נישט גענומען דאס לעבן!
פרעזידענט טראמפ, האט זיך נישט גענומען דאס לעבן!
קאמיסאר יאשע ביידן, האט זיך נישט גענומען דאס לעבן!
חיים וואלדער הי''ד, האט זיך יא גענומען דאס לעבן!
פארוואס?

יואליש. "הארץ" ווייסט פיל מער איבער וואלדער ווי דאס וואס זיי האבן באריכטעט (דאס האב איך געהערט פון א כלי שני).
איך האב עס געהערט פון א כלי ראשון (אהרן ראבינוביץ).
קאך_לעפלריכטער קלאַרענס טאמעס, האט זיך נישט גענומען דאס לעבן!
ריכטער ברעט קאוואנאוו, האט זיך נישט גענומען דאס לעבן!
פרעזידענט טראמפ, האט זיך נישט גענומען דאס לעבן!
קאמיסאר יאשע ביידן, האט זיך נישט גענומען דאס לעבן!
חיים וואלדער הי''ד, האט זיך יא גענומען דאס לעבן!
פארוואס?
דיין פראגע שרייט זייער הויעך, איך וויל טאקע וויסן פשט.
וואס איז פשט?!
אבער אן סעלף העטינג.
berlbalagulehאיך ווילל פרעגן ביי רפי פרלשטיין, פארוואס פונקט איצט (וועט זיין) א גל של התאבדות. דוקא יעצט ווען זייער גרעסטער ..."שונא"...לעבט דאך שוין נישט. ער קען שוין גארנישט טון. אפילו זיך רייצן מיט זיי. די מיידל וועלכע האט זיך (ל"ע) גענימען דאס לעבן האט געהאט נפשיות'ידגע פראבלעמען אויף וואס זי האט זיך (ליידער) נישט געקענט גובר זיין.
איך ווילל נאר דא אויפווייזן די אבסורד און אגענדא-געטריבענע. המשך יבוא...1
דו ביסט אן עקספערט אין PTSD פון סעקסואלע טראומא אדער דו ביסט יעצט ווי אין כולל און פלאפעלסט איבער א צוברעקעלטע קאווע גלעזעל מיט מסקנות באזירט אויף א דריי מיטן גודל און י"ג מדות שהתורה נדרשת בהן?
יואליש'ל, איך, אין כולל?! יא. איך בין לעצטע וואך געווען אין ----כולל. טרינקען א גלעזל קאווע. איך מיין אז איך בין נאך געגאנגען מיט דיין זיידע אין כולל אין ווואשארהעלי, אוונגארן, אין פריערדיגן גלגול...!
לגבי אויסדרוקן סימפאטיע און פארשטענדעניש פאר די "וויקטימס"... זיכער טוה איך דאס, אבער מיט א גבול. איך געדענק ווען די אויפוואכונג צו "אביוז" האט זיך אנגעהויבן אין די שפעטע 80'ער יארן, אין קאליפארניע, און ס'האטציך שפעטער ארויסגעשטעלט אז די גאנצע זאך איז געווען א פאנטאזיע פון אפאר קראנקע מענטשן און אפאר פיפיגע לאיערס וואס האבן געזעהן (און זעהען נאכאלץ) א געלגענהייט אריינצורוקן כבוד און געלט.
דאס מיינט נישט אז ס'איז נישט דא קיין אביוז, זיכער אז יא. און ס'איז אייביג געווען. אבער ס'איז אויך דא א סאך פאלשע באשולדיגונגען אויף אומשולדיגע מענטשן וואס מ'האט חרוב געמאכט זייער לעבן און די לעבן פון זייערע משפחות, אלעס אין נאמען פון אננעמען זיך פאר די "וויקטימס"...!
אין ארץ ישראל איז געווען א גענעראל (א איד א שומתומ"צ) וועלכער האט זייער א סאך אויפגעטון פאר די מדינה (אם כבר בציונות עסקינן). און עפעס א שיקסע האט אויפגעמאכט אויף איהם א בלבול, און זי האט זיך גענומען א לאיער, און זיי האבן געהאקט אויף איהם אן אויפהער, און ס'זענען אפילו געקומען עטליכע עדות זאגן וואספארא אנשטענדיגער מענטש ער איז געווען. ס'האט אבער גארנישט געהאלפן, ער האט געמוזט ריטייערן פון מיליטער, נאך גרויסע בזיונות וואס די מידיא האט אים פארשעמט לעיני כל העולם...! שטארק ענליך צו דעם וואס איז געשעהן מיט חיים וולדר. איך זאג נישט אז ביידע קעיסעס זענען די זעלבע, נאר לגבי די פאלשע, פארשעמענדע פאבליסיטי וואס ביידע האבן געליטן, און קיינער האט נישט געפרעגט, אפשר איז די מעשה נישט אינגאצן אזוי ווי די "וויקטימס" לייגן עס אראפ...!

בערל, דו האסט געוויסט צו זאגן פארוואס די פרוי איז באגאנגן זעלבסטמארד און האסט געוויסט צו זאגן אז עפעס אנדערש צו זאגן איז אבסורד און אגענדע געטריבן, האסט דיינע מסקנות אונטערגעשטיצט מיט לומדישע חקירות.
אלזא, פרעג איך נאכאמאל, ביסטו אן עקספערט אין PTSD פון סעקסואלע טראומא אדער ביסט פשוט א למדן וואס ציעט מסקנות פון פראגעס על נוסח פלאפערייען?

עס איז א דבר פשוט אז דער פראבלעם איז, אז דער באלאנס וואס דארף זיין, איינער איז א מאלעסטירער, דארף זיין א סיסטעם ווי עס ווערט אויפגעוויזן, און א סיסטעם ווי מען באשטראפט.
יעצט איז דא צוויי סארט מהלכים.
א. וואס גלייבן יעדן וואס זאגט מאלעסטארטי.
ב. וואס אפילו ווען עס ווערט אויפגעוויזן, אדער גלייבט מען נישט, אדער זאגט מען אז דער וויקטים איז שולדיג ועוד תירוצים.
ביידע זענען נישט גוט. דער באלאנס איז נישט איינגעפירט, און דאס מאכט ערגער פאר די וויקטימס אויך, ווייל טאמער איז דא א סיסטעם וואס יעדער איז באגלייבט, און מארדי קען באשמוצן וואלדער ווייל ער וויל ווייזן וויפיל געפיל ער האט, מאכט עס אז אסאך נעמען נישט אהן די טענות.
סוף סוף, האט קיינער נישט געקלאגט וואלדער אין געריכט פאר מאלעסטאציע, עס איז דא א אומאפיציעלע פארנעפלטע בית דין. פארוואס טאקע? צוליב אונזער סיסטעם.
איז טאמער איז חיים וואלדער בעצם אומשולדיג, איז אויך אונזער סיסטעם שולדיג אין זיין טויט.

שולדיג איז ער עניוועי, ווייל ס'האט זיך נישט אנגעהויבן היינט, ער האט אסאך גארביטש אויפ'ן קאפ, און איז נאך געווען א מפורסם אויך, און נאך געהאלטן די שיטת החינוך ביי די לייצעס, האט ער געדארפט האבן מען שכל שטויב און זאפט אין מוח, ווי צייגן אז די וועג ארויס פון א צרה איז א שאס אין קאפ.
ס'איז מוכח למפרע אז דער איז א קראנקער זכר בגוף ובנפש, און נישט פון נעכטן.

.
אברך משימיינע צוויי גרייצער:
דער עולם איז אראפ פון די רעלסן, אונזער התנהגות, הנהגה, מנהיגים, און מונהגים פארן אין א שנעל-לויפנדע-באן-בארג-אראפ ווי א אקס מיט א רויטע שמאטע פאר זיין געזיכט, און זאכן ווערן ליידער געטאן מיט א ווילדע גאלאפ אן קיין ברעקל נארמאלקייט אדער ציוויליזירטקייט. אפגעזען וואס די אמת איז דא געוועסן.
קיינער זאגט נישט אז מ'מעג זיין א פעדאפיל. פינטל
יעדער איז מודה אז די תורה איז אונז מחייב מיט ובערת הרע מקרבך. פינטל
קיינער מאכט נישט אוועק די וויקטימס און זייער צרות יגון ואנחה. פינטל
יעדער פארשטייט שוין היינט אז אזעלכע סארט מעשים טארן נישט פארשוויגן ווערן. פינטל
קיינער וויל נישט אז ס'זאל ח"ו געשען צו זיינע קינדער. פינטל
ועוד ועוד ועוד פינטלעך וואס אונז זעמיר אלע אויף די זעלבע בלאט
אבער לא זו הדרך!!!! נישט אז א צייטונג שרייבער באגראבט א מענטש לעבעדיגערהייט, און אויך נישט אז א רב פויקט ארויס זיין מיינונג אויף זיין פייסבוק אקאונט, זאל ער זיין אפי' ר' חיים עוזר אליינס... לא זו הדרך!!!!
מ'האבמיר א תורה, די תורה זאגט אז א רודף אחר העריות מעג מען הארגענען, אבער נאר בשעת מעשה און נאר אויב מקען עם נישט אנדערש אפשטעלן, און אויב איינער הארגעט עם יא איז ער א ביליגע שופך דמים און איז חייב מיתה.
אין די תורה איז דא א מושג פון "קלון" אז מ'דארף וואטשען אויף די כבוד אפי' פון א ביליגע נואף
דאס וואס האט זיך אפגעשפילט אין די לעצטע טעג אין אונזער מחנה איז א התנהגות וואס פאסט זיך פאר א זשאנגל פון חיות אדער פאר א דריטע-וועלט-לאנד וואס הענגט מענטשן אין די גאסן! אין א ציווילזירטע וועלט מיט א נארמאלע הנהגה טאר דאס נישט געשען.
דער צייטונג שרייבער האט נישט וואס אויסצופויקן אין די גאסן זאכן וואס איז יש בהם כדי להמית. דער רב קען טרעפן בעסערע וועגן ווי אזוי צו ברענגן דעם נאשם צו בית-דין. און נישט יעדער געשעפטמאן איז א מאן-דאמר צו לופטערן זיינע שונד מיינונגען אויף איינעם וואס ס'דאכט זיך עם אז ער איז חייב מיתה. רבותי עס שטינקט! און מ'דארפמיר מאכן א באלדיגע חשבון-הנפש ווי אזוי זאכן וועלן אויסקוקן אין די זייער-נאנטע-צוקונפט אויב זיי וועלן פארן ווייטער אויף דעם ספיד. נקודה למחשבה.
לית דין ולית דיין
ניטאמאל א פערטל גרייצער איז דאס ווערט! אזוי ווייניג צו פארשטיין?
פאר הונדערטער יארן זענען פעדאפיילס געבוירען און געשטארבן ביים יודישען פאלק אָן א פיפסק פון זיי וועמען. זיי האבן גע׳מזיק׳ט און געטשעפעט קליינע קינדער אין חדר פאר דורות! קיין ווארט האט מען נישט געהערט. ווען איינער האט זיך דעוואגט צו זאגן א ווארט, האט מען אים תיכף שטיל געמאכט און באגראבן די פרשה. צענדליגע קרבנות האבן זיך גענומען דאס לעבן.
לא זו הדרך!!!!
וואס איז די דרך???
ווי זענען געווען די רבנים וואס האבן געקענט מאכ׳ן א בית דין ביז יעצט?
ווי זענען די עסקנים וואס קענען ערלעדיגן זאכן ביז יעצט?
ווי זענען די מוסדות געוועהן ביז יעצט?
איז א שאלה פארוואס א צייטונג שרייבער און א רב דארף דאס אויספויקען ברבים? נו ווער דען? יפה עשיתם. אלע זענען פארנומען זיך זארגן אויפ׳ן כבוד פונעם אלעדשעט פעדאפייל, בשעת די קרבנות ווערן צוביסלעך פארשוואונדען אונעם בעקגראונד, און די מעשות פארגעסן.
אם אין אני לי מי לי
Re: חיים וואלדער באגייט זעלבסטמארד
איך וויל מיטטיילן דא א סוגיא/הלכה בענינא דיומא, וואס איז וויכטיג צו וויסן - פאר די וואס נעמען אנטייל אין דעם שמוץ געשפרעך.
אין יבמות כד: פאנגט זיך אהן א סוגיא פון אפאר בלאט איבער די דין פון א "נטען".
נטען איז טייטש אזא איינער וואס איז אויף אים ארויס א "קול" אז ער באגאנגען אן עבירה.
מער ספעציפיש, געשלאפן מיט איינעם שלא כהלכה.
ס'איז א לענגערע נידון, און א פארצווייגטע סוגיא. וואס מיינט א קול, וואס זענען די דינים, און טעמי הדבר. עיי"ש היטב פאר קלארקייט דערין.
אלנפאלס, וואס איז נוגע פאר דעם שמועס איז אז ע"פ הלכה פסוקה, איז דא אזא מושג ווי א מענטש וואס איז אסור צו חתונה צו א פרוי צוליב דעם וואס ס'איז דא אויף אים א קול "אויפן גאס" אז ער איז מיט איר געשלאפן בשעת זי איז נאך געווען פארהייראט צו א צווייטן.
בעצם, ווי ס'איז משמע פון די ראשונים (כ'געדענק נישט אויף די מינוט) איז
נישט קיין חילוק צו דאס האט ווירקליך פאסירט אדער נישט. ווייל ווי די תלמוד געבט אהן איז די סיבה משום "הסר ממך עקשות פה" - משלי.
אבער ס'איז פארהאן דארט כמה מיני פעלער פון נטען ואון מ'דארף גוט לערנען די גמרא און ראשונים צו זעהן ווען דאס איז זעלבסט די סיבה און ווען די סיבה איז משום "יש דברים בגו"
צב"ש ביי נטען על אשת איש הייסט מען אים גט'ן אפילו אויב ער האט שוין חתונה געהאט, וואס איז פיל מער ערנסט, משא"כ ביי נטען על נכרית.
ווי אויך איז נכלל אין דעם שמועס די דין פון א רב א יחיד מומחה וואס אויב פירט ער אן א גט פרשה (חכם שאוסרה משום נדרה על בעלה) מעג ער נישט מיט איר חתונה האבן און לויט איין דעה אין גמרא דארף ער אפילו מוציא זיין.
דאס אלס איז באזירט אויפן יסוד אז א קול האט א (באדייטנדע) כח, און האט קאנסיקווענצן למחצה לשליש ולרביע. (מיין סיכום אין דעם סוגיא והרוצה לחלוק ילמוד)
ס'איז פארהאן פארצווייגטע נפקא מינה'ס וועלכע קול איז וואליד און וועלכע נישט.
צב"ש א קול וואס ווערט שנעל אפגעשטילט, א קול וואס א שונא לאזט ארויס, א קול מיט עדים, וכו'
נמצינו למדים הלכה למעשה, יעדע קול דארף גוט באטראכט ווערן פאר זיך אויף צו מסכם זיין איר כח להלכה, אבער אויף אזויפיל איז קלאר אז א קול אויף א מענטש מיינט עפעס און האט שטארקע קאנסיקווענצן, און אויב ווערט די קול נתאמת דורך פארשידענע וועגן, איז דאס פילפאכיג הארבער.
עד כדי כך אז ס'דא א דעה דארט (א תנא, לש' רש"י) אזא מאן דארף מוציא זיין; זיין אייגענע פרוי אויב עפעס שמעקט נישט גוט (מכוער הדבר) און אויב ס'דא א קול אין שטאט אז זי האט גע'טשיט.
איך זוך נישט, און רעד נישט אריין אין דעם געשפרעך, אבער פאר די אלע וואס שרייבן פרעכערהייט ארויס זייערע אנשאוינגען, נאכדערצו אונטערן לבוש פון יראת שמים און אידישע געזעץ - דעת תורה אינה דעת בעל הבית. ביטע טוט אייער היים ארבעט.
מַתְנִי׳ הַנִּטְעָן עַל הַשִּׁפְחָה וְנִשְׁתַּחְרְרָה אוֹ עַל הַגּוֹיָה וְנִתְגַּיְּירָה הֲרֵי זֶה לֹא יִכְנוֹס וְאִם כָּנַס אֵין מוֹצִיאִין מִיָּדוֹ הַנִּטְעָן עַל אֵשֶׁת אִישׁ וְהוֹצִיאוּהָ מִתַּחַת יָדוֹ אַף עַל פִּי שֶׁכָּנַס יוֹצִיא
MISHNA: One suspected by others of engaging in sexual relations with a Canaanite maidservant and she was later set free, or one suspected of relations with a gentile woman and she subsequently converted, may not marry that woman, since this will strengthen the suspicions against him. But if he did marry her, they, the judges of the court, do not remove her from him, i.e., they do not require him to divorce her. With regard to one who is suspected of illicit relations with a married woman and they, the judges of the court, removed her from her husband, i.e., required them to divorce due to this, even if the man suspected of the illicit relations subsequently married her, he must divorce her.
<a class="postlink" href="https://www.sefaria.org/Yevamot.24b.2">https://www.sefaria.org/Yevamot.24b.2</a>

הגאון רבי אהרן ירחי, חבר בבי״ד המיוחד וואס האט אויסגעהערט די עדות קעגן וואלדער איז זיך מתייחס צו די פרשה אין זיין שיעור די וואך
<a class="postlink" href="https://youtu.be/ziTNU_mZOjI">https://youtu.be/ziTNU_mZOjI</a>