☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

364 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14883
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8

היום » זונטאג יוני 23, 2024 2:09 am

· #565877
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
פעם שמעתי, אז דער בעל מצילי אש, הרב י. ווייס, האט שוין אמאל ארויסגעגעבן א גאנצע חיבור, ווי ער איז מבאר די איסורים חמורים פון די אלע היינטיגע זינגער מיט זייערע ניגונים...
נו, שוין, קען ער שוין צולייגן נאך א פאר בלעטער יעצט...

שמן למאור » זונטאג יוני 23, 2024 4:54 am

· #565886
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
היום #
נייע מוזיק ווידיאו פון שמילי אונגאר ''פייער''!
featuring די מאנסי פייער דיפארטמענט - טאקע דיע וואס די מצילי אש מערכה ווערט געפירט אנקעגן זיי אלץ מחללי שבתות און מאכן חרוב די חינוך פון די קינדער...
אינטרעסאנט אויב ס'העט זיך יעצט אנהייבן א העצעריי אויך קעגן שמילי,


די ווידיאו איז טאקע ריליסט געווארן אים שב"ק, אכ"פ לויט די ניו יארקע זייגער.

היום » זונטאג יוני 23, 2024 4:20 pm

· #565935
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
שמן למאור #
היום #
נייע מוזיק ווידיאו פון שמילי אונגאר ''פייער''!
featuring די מאנסי פייער דיפארטמענט - טאקע דיע וואס די מצילי אש מערכה ווערט געפירט אנקעגן זיי אלץ מחללי שבתות און מאכן חרוב די חינוך פון די קינדער...
אינטרעסאנט אויב ס'העט זיך יעצט אנהייבן א העצעריי אויך קעגן שמילי,


די ווידיאו איז טאקע ריליסט געווארן אים שב"ק, אכ"פ לויט די ניו יארקע זייגער.
השם ירחם!

ראשית, זיין אגענט - שלום וגשל - וואוינט אין ישראל.

חוץ מזה, וואס רוב היימישע מויזיק ווידיאוס קומען ארויס אזא צייט, ווייל מוצ''ש איז די צייט פון וואך וואס דער היימישער עולם קוקט די מערסטע ווידאוס, סיי אין ארץ ישראל אין סיי אין חוץ לארץ, ממילא שטעלט מען עס אהן עס זאל ארויף גיין מוצ''ש אר''י צייט.

מרדכי מרדכי » מאנטאג יוני 24, 2024 5:36 pm

· #566084
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
לא לחינם הלך הזרזיר אצל העורב
לא לחינם הלך החכם לביהמ"ד
קלויב איינער פון די 2.

דער וואס שניידט די גראז אום שבת ער האט ארויף געלייגט די ווידאו.

א פשוטע יוד » מאנטאג יוני 24, 2024 6:08 pm

· #566089
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
🙄
מרדכי מרדכי #
לא לחינם הלך הזרזיר אצל העורב
לא לחינם הלך החכם לביהמ"ד
קלויב איינער פון די 2.

דער וואס שניידט די גראז אום שבת ער האט ארויף געלייגט די ווידאו.
🙄

נעקסט לעוועל » מוצ"ש יוני 29, 2024 3:31 pm

· #566743
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
מאנסי פייער דעפט איז לאונטשינג דיספעטשינג אפערעשאנס מוצאי שבת

https://monseyscoop.com/breaking-monsey-fire-department-to-launch-new-dispatching-operations-on-motzei-shabbos/

היכי דמי » מיטוואך יולי 3, 2024 1:56 pm

· #567088
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
פראמענינטע רבני מאנסי זיצן מיט די נייע דיספעטשערס פון מאנסי פייער דעפארטמענט.

https://www.rocklanddaily.com/news/rabbanim-offer-guidance-for-new-yiddish-speaking-dispatchers-in-the-monsey-fire-department

פרי עץ הדר » מיטוואך יולי 3, 2024 6:23 pm

· #567124
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
עס איז א גרויס שמחה פאר יעדען רעכט דענקער מענטש אז נאך אזוי פיל יארען ענדליך איז דא א וועד הרבנים פאר די פייער דעפט אין מאנסי...
מזל טוב מאנסי איר האט שוין צוריק דער שבת קודש.....
מזל טוב הרב יחזקאל וויס אייער מישען איז אקאמפלישד.....
מזל טוב וויזניצער רבי איר האט יא מחזק געווען ברויערס זיי מעגען יא האבען א פייער דעפט ווייל זיי זענען א גוישער קאפאני מיט א וועד הרבנים א דעת תורה ענדליך...
נאר די הצלה טאר נישט לשיטת איירע הייליגע טאטע זי"ע ווייל אידעןטאר נישט נעמען א אייגענע גאולה...
נאר מצילי אש טאר נישט ווייל יחזקאלווייס איז א פורץ גדר און א יחיד א יחיד טאר נישט.... ער האט נישט א וועד הרבנים הבר א"מ האדער מיט הרב ה רוזב"ג מיט הרב שלמה דר"פ קענען בעסער הלכות שבת ווי דער פורץ גדר יחזקאל ווייס הא הא הא הא
אבער ברויערס איז יא אויסגעהאלטען נאך אזוי פיל יאר פון די ג' חמירות זענען זיי שוין תכלית השלימות ווייל זיי מעגען זיי זענען נישט אידיש זיי זענען מותר וואוו וואוו
נאר הרב יחזקאל ווייס איז א פורץ גדר א עם הארץ א מחוצף א יחיד
נאכאמאל מזל טוב הרב יחזקאל ווייס אייער מישיאן איז אקאמפלישיד און ביטע געט נישט אויף די מערכה.....
איר זענט דער שבת קודש דא אין שטאט. און אלע בזיונות און רשעות טעראר וועט ארויף גיין אויף אייער וואגשהאל
און די זעלבע צייט די שטאט מאנסי באקאנט זיך מיט י' ה' אין זעהן וואס מיינט א איש השלום וואס מיינט א זעלטענער חכם
און פירט זיך אויף מיט א שלעכטע נערישע מודות און הנהגות און לייגט דארס ארויף אויף זיין טאטען וואס ער האט געהאלטען אליינס אז ער איז א אוממענטש ביי די פ"ס מערכה ועוד

היכי דמי » מיטוואך יולי 3, 2024 6:38 pm

· #567126
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
וואס טוישט זיך לגבי חילול שבת?

עמרם » מיטוואך יולי 3, 2024 7:11 pm

· #567129
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
למעשה איז דארט געווען הגה''צ דומ''ץ קהל ויואל משה סאטמאר שליט''א
און הגה''צ אב''ד פאפא שליט''א
און נאך רבנים

איך גלייב נישט אז ר' יחזקאל ווייס איז די איינציגסטע רב (?) אין מאנסי וואס קען הל' שבת

פרי עץ הדר » מיטוואך יולי 3, 2024 9:00 pm

· #567142
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
כבוד ר' עמרם שי',
גייט פריוואט און פרעגט רבי שמעון כ"ץ מיט רבי פנחס חיים אויב איז רבי יחזקאל ווייס נישט גערעכט אין יעדע סטעפ?
יעדער חוץ וויזניץ מיט הרב חיים פייוול האלטן אקעגן אים, אבער רבי אברהם הערש, רבי טובי', רבי מנחם פישער, ועוד עשרות ווייסן די אמת, גרייט צו הערן, און זאגן די אמת, ליידער וויזניץ וואס איז אייביג געווען אמת'דיג זענען היינט ליידער די היפוך, ודי בזה.

נישט אומזינסט האט רבי יחזקאל די שטיצע פון די חשוב'סטע רבנים אין שטאט, רבי רפאל שאהר וואס ארבעט פאר וויזניץ און קויפט נישט לאקשן, רבי חיים פלאהר, די רבי פון סטאניסלאוו, און קהלות מהרא"ט מסאטמאר מיט זייער רבי'ן, און קהלות מהרח"י- מהרי"י מסאטמאר שטילערהייט און אפענערהייט,
עס איז באגריסענד אז ענדליך איז שוין דא עפעס א רבנישע אויטאריטעט וואס איז גרייט צו זיצן מיט די חברה, וואס האבן געוויזן די רוקן צו די תורה און צום שבת יארן ואין פוצה פה, ביז דער העלד רבי יחזקאל ווייס, וואס איז טויזענט מאל מער רב אין די ענינים ווי הרב א"מ האגער מיט הרב הלל מיט הרב שלמה, אלע דריי פיינע אינגעלייט גראדע, אבער יחזקאל קאכט דערין צענדליגער יארן...

איין זאך איז נישט מוחל צו זיין, און אידן דא אין שטאט וועלן דאס גוט געדענקען צו נעמען מסירת נפש מיט א אמת פון יחזקאל ווייס און זיך שלאגן דערמיט און איינרעדן יעדן אז מען מיינט כבוד אביו.... און כבוד הרבים.. אז ער איז א יחיד א פורץ גדר חלילה, וואס איז שקר וכזב די גאנצע איז נישט מער ווי א טענה פון אני ואפסי ואין עוד.

kolal1 » מיטוואך יולי 3, 2024 9:22 pm

· #567145
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
ווער זענען די נעמען וואס דו דערמאנסט, הרב אמ האגער הרב הלל הרב שלמה, די עולם וויל וויסן די גאנצע נאמען.

א פשוטע יוד » דאנערשטאג יולי 4, 2024 2:38 am

· #567160
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
פרי עץ הדר #
עס איז א גרויס שמחה פאר יעדן רעכט דענקיגער מענטש אז נאך אזוי פיל יארן ענדליך איז דא א וועד הרבנים פאר די פייער דעפט אין מאנסי...

א פיקטשער מיט רבנים מיינט א וועד?

היימלינד » דאנערשטאג יולי 4, 2024 11:35 am

· #567190
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
בקיצור וואס מען לערנט זיך ארויס פון די פרשה

אויב ביסטו א יחיד נישט פון די עסטעבלישמענט, טו נישט פארן ציבור, נישט קיין חילוק ווי ערנסט דו מיינסט עס, קיינער גייט דיר נישט עפרישיעטען! פארקערט מען גייט דיר שפייען אין פנים און נאכדעם אוועק נעמען אדער נאכמאכען דיין געדאנק און עס ריברענדען אז קיינער זאל דיר נישט געדענקען לטובה.

איינער געדענקט נאך ווי סאטמאר האט גע'רודפ'ט הערשל וועבער ווייל נישט זיי האבן געפענט הצלה?

איינער ווייסט בכלל היינט אז TAG האט געעפענט און געפירט פון אינטער די קוליסען גדר & משומר אין די ערשטע תקופה ווייל אין סאטמאר איז TAG נישט כשר ווייל ס'איז נישט "אונזערס" איי ווען יענער פירט עס די זעלבע נאר אינטער דיין נאמען איז עס יא גוט, קשיא.

איך האב אנגעכאפט 2 דוגמאות פון סאטמאר אבער עס לאו דווקא, זייער ווייניג מענטשען האבן דורך געשוויצט די טעראר פון די עסטעבלישמענט, אדער האט מען זיי באגראבען אדער האבן זיי געדארפט joinen די קאמפעניס.

אנלעס דו מיינסט עס אינגאנצען לשם שמים און ביזט גרייט צו כאפען פעטש און צום סוף וועט דיר קיינער נישט געדענקען דעמאלטס גיי בכחך זה והושע את ישראל.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8