קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
364 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14883
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
א בני יואל #
דאס איז די מעלה פין וואלאנטירען וואס גייען מיט אייגענע קארס אין עני ארגענעזאציע אן איינער זאל וויסען ווי אין ווען ער איז בשעת ער פליט מיט בליטשקעדיגע לעמפעלעך אין סירענעס מיט קולות וברקים אין פארטינקעלטע פענצטערס
אז יעדער זאל עס קענען פארלייקענען דערנאך
זייער גיט ארויסגעברענגט פארן המון עם
מילא הצלה דארף מען שלינגען אין שווייגען אבער אלע אנדערע פארוואס עפעס
בשעת ער גייט פארלעשען א פייער אדער אויפשפארען א טיר אדער פלאנדשען א טוילעט איז ער גרייט צי הרגענען יעדער וואס שטייט אין וועיג
קענסט אפשר זאגן אויף וואס די שרייבסט דא??? גראדע איז איינער פון די קארדינעטערס א הצלה מעמבער
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
א בני יואל #
שוין ווידער ברענגט מען ארויףֶ הצלה כאילו ביידע זענען די זעלבע
ערשטענס ר הערשל וועיבער האט נישט געמאכט א קאמפעטישען ער האט געהאט איין פראבלעים סנעמט ציפיעל צייט ביז הילף קימט אן אין פאר דעים איז ער זיך געגאנגען לערנען
אין יא אין יענע טעיג איז דא גענוג מעשיות וואס מענטשען האבען געטוהן צי ראטעווען אנדערע
סאיז באקאנט א מעשה מיט איינער וואס איז ארויסגעפאלען פיו א פענסטער אין א יוד האט זיך אריינגעזעצט אין זיין קאר אין אריבערגעטראגען דעים וויליומסבורג ברידזש קיין בית ישראל בשעת ער האט געביסען יענעמס פינגער אז ער זאל נישט אויסגיין
אין יא רבי הערשל האט געגעיבן הילף ביז די שטאטישע הילף איז אנגעקימען. נאך א שטיק צייט איז ער געגאנגען דעים נעקסטע שטאפל אין אנגעפאנגען אליין אריינציטראגען אין שפיטאל
דא רעדסטו פין א מענטש וואס די זאגסט ער וויל נאר אויפטיען
אבער קיק אריין אין דאס ערשטע פאסטער דא אין דעים אשכול
ער האט כמה וכמה פראבלעימען
אין דאס ערשטע איז אויב סאיז שוין עניוועיס דא א 90% יודישע פייער דיפארטמענט קען ער שוין אויך מאכען זיין אייגענע
דאס הייסט אויפטיען אדער דאס מיינט יענעם אינטערציברענגען
די זאג מיר
זיין פראבלעים מיט צייט קיקט אויס ווי סתם נאך א תירץ וואס דער המון עם זאל אפשר נעמען זיין זייט
גראדע פין מיין זייט זאל ער טוהן וואס עים שמעקט מיך גייט עס נישט מעלה אדער מוריד זיין
אבער צים עלעווטער מאל
ווי אזוי גייט ער באווייזען צי ארויסשטויסען א גאווערמענט פייער קאמפעני מיט זיין אייגענע
וואס איז זיין פלאן
מיט מאכען ווילדע שבת גראז שניידער מעשיות גייט עס נישט געשעהן
סא אלזא אלס א דרויסענדיגער קען איינער ענטפערן דע קשיא
וויאזי גייט ער דאס באווייזען
הרב בני יואל איך מיין איהר זאלט איבערקוקן אביסל די זאך, ר' יחזקאל האט סך הכל געזאגט היות די פייער דעפארטמענט איז 90 פראצענט יודן זאל עס זיין אויסגעהאלטן אז א היימישע פרומע יוד זאל קענען דארט זיין, דעס איז געווען נאך פאר די פלאן פון עפענען א אייגענע, עפעס האסטו דארט נישט גוט געליינט און פארשטאנען.
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
היכי דמי #
קודם כל, מאנכע שרייבן דא אז די מאנסי פייער דעפארטמענט האט באקומען א שנעלערע רעספאנס זינט זיי האבן קאנקורענט.
קודם כל, טראצדעם וואס איך גלייב דערין ווייל שכל זאגט אז עס איז קען זיין אמת, דאך ווייס איך נישט צו עס איז טאקע אמת. ביי אונז פארקויפט מען דאך אלע פאקטן אן קיין שום באווייז אדער דאטא. מיינסט עכט אז ווען מצילי אש שרייבט אז עס האט זיי גענומען צוויי מינוט איז עס טאקע צוויי מינוט? מיינסט אז ווען בוני עולם שרייבט אז זיי האבן אראפגעברענגט 5233 בעיביס איז עס א אמת'ע פונקטליכער ציפער? ניין, נאר ביי אונז קען מען פארקויפן וואס מען וויל און ע"פ רוב וועלן די מארקעטינג פירמעס פון אונזער געטרייע ארגאניזאציעס אויפמאכן אייגענע שטודיעס, אייגענע ציפערן, היימיש געמאכט בודשעטס, וכו.
אבער לאמיר זאגן אז עס איז אמת אז די מערכה האט פארשנעלערט די רעספאנס פון די פייער דעפארטמענט איז יעדער מודה אז דאס איז א גוטע זאך, און מיר זענען אלע דאנקבאר דערויף און עס איז גוטע אנטוויקלונג. (איך רוף עס דוקא אן מערכה און נישט קאמפעטישן, ווייל מצילי אש איז ווייט פון א קאנקורענט צו די פייער דעפארטמענט)
אבער די מערכה איז בכלל נישט גשמיות דא, עס איז בכלל נישט קיין רעדע דא ווילאנג די רעספאנס נעמט פאר די פייער דעפארטמענט פונקט ווי עס איז נישט קיין רעדע וועלכע קאלירן לייטס זיי האבן. אלזא איז לעכערליך צו גיבן רעכט פאר מצילי אש פאר די איינע סיבה אז זיי האבן פארבעסערט די פייער דעפארטמענט. יא עס איז א גוטע תוצאה פון א לעכערליכע קאמפיין וואס איז אוממעגליך צו מצליח זיין, מיר אלע פרייען זיך מיט די תוצאה (אויב איז עס טאקע אמת) אבער עס נעמט נישט אוועק די פאקט אז מצילי אש איז לעכערליך און האט כמעט נישט קיין שאנס צו מצליח זיין.
א) אזויווי געשריבן אויבן שוין עטליכע מאל. מאנסי פייער דעפארטמענט איז נישט קיין אידישע ארגאניזציע ווי חברים און שומרים. עס איז א שטאטישע ארגאניזאציע מיט אידישע וואלענטירן און נישט אידישע וואלענטירן צוגלייך. דאס אז מען האט אריינגעוועלט היימישע קאמישנערס איז נאר א טובה פאר אונזער כלל צו האבן היימישע אידן דארט אין די פירערשאפט וואס טוט פארבעסערן די קשרים צווישן זיי און די איינוואוינער. דאס מיינט אז יעדע קליינע טויש וואס מען וויל מאכן דארף עס דורכגיין די באורד און עס איז זייער שווער צו טוישן סיי וואס. אוודאי קען נישט קיין דרויסענדיגער מענטש קומען און איינטיילן וויאזוי זיך צו פירן. עס איז א בחינה ווי א קליינע רב זאל אריינגיין אין די וועסטשעסטער שפיטאל און איינטיילן וואס צו טוהן און וויאזוי זיך צו פירן מיט די אידישע פאציענטן.
ב) מאנסי פייער דעפארטמענט האט פארמאגט אידישע וואלענטירן זינט איר גרינדונג. אמאל איז געווען גאר פאפולער פאר איינער וואס וויל ווערן מאדערן צו קיל צו אריינגיין אין די פייער דעפארטמענט, און די ארגאניזאציע איז געווען פול מיט אידן. (ווען איך בין געווען א קינד איז געגאנגען די ווערטל אז ווען עס קומט אריין א קאלל שבת אינמיטן דאווענען אין ביהמ"ד דזשיקוב מעליץ בלייבט די בעל תפילה עלנד אליינס נאכדעם וואס אלע מתפללים לויפן צום קאלל...) שוין צענדליגער יארן וואס אידן פארן שבת אויף קאלס און דאס אז רבנים האבן קיינמאל נישט מוחה געווען איז א שטארקע באווייז אז עס איז נישט געווען קיין פראבלעם. מאנסי האט דורכאויס די יארן פארמאגט גענוג און נאך גרויסע צדיקים וגאונים וואס האבן זיך געלאזט הערן מיט זייער קול חוצב להבות אש, און פונקט דא איז יעדער שטיל געווען. ווי זענען געווען די גרויסע גאונים ווי רבי משה גרין זצ"ל, וויזניץ רבי זצ"ל, און די ליסטע ענדיגט זיך נישט. אלע יארן וואס מאנסי פייער דעפארטמענט איז אנגעגאנגען מיט א פולן שוואונג האט מען נישט געהערט אפילו א ווינק קעגן דעם ביז ויקם מלך חדש... רבי יחזקאל ווייס שליט"א.
ג) אפילו פון היינטיגע רבנים הערט מען נישט גארנישט דערוועגן. נישט פון די חסידישע חדר און נישט פון די ליטווישע חדר. מאנסי פארמאגט קע"ה אפאר הונדערט רבנים, אפילו איין בריוו איז נישטא צום געפונען אין שטיצע פון מצילי אש. א קושיא וואס האט נישט קיין ענטפער.
ד) אנדערש ווי הצלה און חברים אפערירט א פייער דעפארטמענט אונטער א דיסטריקט און א פריוואטע מענטש קען נישט סתם אזוי עפענען א פייער דעפארטמענט. די איינציגסטע אידישע פייער דעפארטמענט וואס איז דא אין ניו יארק איז אין קרית יואל און זיי האבן עס ערמעגליכט וויבאלד זיי זענען אין זייער אייגענע ווילידזש. אפילו אזוי איז עס נישט גרינג געווען פאר זיי. פארוואס איז נאך קיינעם נישט איינגעפאלן נאכצומאכן קרית יואל? פשוט ווייל עס איז ביטער שווער צו עפענען א פייער דעפארטמענט און עס מוז זיין אונטער די דיסטריקט אדער ווילידזש און קיין איין ווילידזש גייט נישט אפראווען צוויי פייער דעפארטמענטס פונקט אזויווי זיי גייען נישט אפראווען צוויי פאליציי דעפארטמענטס. און דאס איז די סיבה וואס עס איז כמעט אוממעגליך פאר מצילי אש צו מצליח זיין אין מאנסי. די איינציגסטע אידישע געגנט וואס קען לכאורה עפענען א פייער דעפארטמענט איז שיכון סקווירא ווייל זיי זענען אויך אן אייגענע ווילידש. איז וואס איז די סיבה זיי טוען עס נישט? איך שטעל זיך פאר אז מיט דעם וואס מען האט א ווילידזש איז עס נאך אלס נישט גרינג.
ה) די מערסטע וואס מצילי אש קען ווערן איז א סאליד סוקסעספולע רעספאנס גרופע ווי חברים און שומרים און קויפן טראקס דורך א יעריגע טשערעדי קאמפיין, פארמאגן הונדערטער וואלענטירן וואס גייען רעספאנדן צו פייער קאלס. (א בחינה ווי חברים און ערשטע הילף פון סקווירא). ער וועט זיין אביסל מער ווי חברים און וועט האבן די ספעציעלע געצייג און קליידער און זיי וועלן לויפן צו פייער קאלס. זיי קענען טאקע ראטעווען אסאך אידישע הייזער און פארמעגנס און האבן א שנעלערע רעספאנס, און ביי יעדע גרעסערע פייער גייען זיי דארפן צוקומען צו מאנסי פייער דעפארטמענט, און די פייער דעפארטמענט גייט סייווי קומען ווייל ווען מען אלארמירט די פאליציי פאר א פאליס רעפארט וועלן זיי סייווי אלארמירן די פייער דעפארטמענט. (פונקט אזויווי זיי רופן אי-עם-עס פאר אן עקסידענט אפילו הצלה איז דארט) און די פייער אלארמס אין די הייזער וועלן ווייטער זיין פארבינדן צו די פייער דעפארטמענט.
אלזא פארמאכן מאנסי פייער דעפארטמענט גייט ער סייווי נישט, ער מאכט זיי פשוט בעסער. ער זאל פשוט אויפהערן מיט די טעראר וואס זיי דרייען אן אין שטאט קעגן די אידישע בעלי מסירי נפש און אויב מיינט ער אלעס לשם שמים זאל ער אוועקשטיין פון טעראר און טוהן וואס ער האט צו טוהן.
דו האקסט אין די וועלט אריין
מצילי אש האט "שוין" מצליח געווען ס'דארף נישט מצליח זיין
זיי דארפן נאר ווערן גרעסער און מער סאפיסטיקירט וואס כ'גלייב ס'וועט געשען גרינג
די טעראר קענסטו זיין זיכער ווערט נישט געטון דורך רבי יחזקאל שליט"א, אויב ס'אמת איז עס אינדיווידועלע מענטשן וואס באדערט זיי די חילול שבת/צניעות אינמיטן שטאט
עכ"פ כאפ איך נישט וואס באדערט ענק אזוי די מצילי אש..... ס'איז אמעריקא ווי ס'איז א דעמאקראטיע און יעדער מעג צושטעלן סערוויס וואס זיי ווילן, און פונקט ווי היינט צוטאגס פארשטייט שוין יעדער אז שומרים קען נישט האבן טענות אויף שמירה און חברים אויף חביבים און הצלה אויף עזרת נשים קענטס עטס שוין אפלאזן ענקער מלחמת קודש קעגן מצילי אש....
סה"כ וועלן תושבי מאנסי פארדינען פון פארבעסטרע סערוויס און לויט געוויסע שיטות אויך שמירת שבת...
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
א בני יואל #
בשעת ער גייט פארלעשען א פייער - דאס איז ריכטיג
אדער אויפשפארען א טיר - וואס מיינט די ווערטער? חוזק?
אדער פלאנדזשען א טוילעט - און וואס מיינען די ווערטער אויסער ביליגע ליצנות נאכאמאל?
איז ער גרייט צו הרגענען יעדער וואס שטייט אין וועג - מיט וועלכע סארט מיתה? סקילה אדער חנק?
אז דו וועסט רעדן ווייניגער שטותים וועט מען קענען גלייבן אז דו האסט נישט קיין נגיעה דא, דערווייל זייט מיר געזונט.
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
שמעקעדיג #
א בני יואל #
בשעת ער גייט פארלעשען א פייער - דאס איז ריכטיג
נאר מצילי אש
אדער אויפשפארען א טיר - וואס מיינט די ווערטער? חוזק?
חבירים אדער חביבים
אדער פלאנדזשען א טוילעט - און וואס מיינען די ווערטער אויסער ביליגע ליצנות נאכאמאל?
חבירים אדער חביבים
איז ער גרייט צו הרגענען יעדער וואס שטייט אין וועג - מיט וועלכע סארט מיתה? סקילה אדער חנק?
וועלכע מיתה די ווילסט אנריפען דאס ווערן אראפגעקלאפט פין א קאר וואס פליעט אויפן סיידוואלק
אין קיינער קען נישט אנווייזען מיטן פינגער פינקטלעך ווער דאס איז ווייל סקען זיין מצילי אש- חבירים-חביבים - שומרים-ערשטע הילך-סתם א ליידאק - מאך דיי נישט ווי די ווילסט נישט פין וואס איך רעדט
ווייל אויב גייט יענער ארויפלייגען דעים קליפ פינעם סיידוואלק גייסטו דאך זאגען נע סאיז נישט מצילי אש סאיז הצלה נע סאיז חבירים נע סאיז חביבים נע סאיז שומרים -פארדעים דארף מען איינפירען נאר פליי קארס קענען פארען מיט לייטס אין סיירינס אז יעדער זאל וויסען וועלכע משוגענער מערדער סאיז געפארען אויפן סיידוואלק
אז דו וועסט רעדן ווייניגער שטותים וועט מען קענען גלייבן אז דו האסט נישט קיין נגיעה דא, דערווייל זייט מיר געזונט.
דערווייל האבען זיך דע אלע וואס נעמען זיך אן פאר מצילי אש נישט באוויזען צי פארענטפערין די ביליון דאלער קשיא ווי אזוי מצילי אש גייט איבערנעמען א גאווערמענט פייער עדזענסי
סא יא זיי געזונט די אויך
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
א בני יואל: וואס הייסט וויאזוי זיי גייען איבערנעמען. זיי אפלייען צו ווערן אן אפיציעלע וואלונטיר פייער דעפט. זיי נעמען רעגירונגס קאורסעס און א טעסט.
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
אזוי ווי מען נעמט איבער א טאון, ווילידזש, סיטי, סטעיט, וכו.
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
קיינער דארף נישט דא איבערווייזן וויאזוי, צייט וועט רעדן ווערטער, און יא, מיר זענען נישט קיין נביאים, קען זיין אז ס'וועט נישט געלונגען, און זייער מסתבר אז ס'וועט יא געלונגען.
דעמעגאגישע רייד און ליצנות מאכט מיך נישט טראכטן ענדערש אויף די זייט אז ס'וועט נישט געלונגען, ס'מאכט מיך טראכטן אז די ציל איז סתם חוזק מאכן אז די דעת הציבור זאל נישט זיין אויף זייער זייט, אפשר אזוי וועלן זיי אויפגעבן און ס'וועט נישט געלונגען...
ונזכה ונחיה ונראה,
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
א מענטש וואס ער איז עוסק בצרכי ציבור. סיי וואס. ער ווערט נישט נתפעל פון וואס מענטשן זאגן און לאכן. אדער קרומען מיט די נאז. אויב יא. זאל ער בעסער נישט אנהייבן.
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
berlbalaguleh #
א בני יואל: וואס הייסט וויאזוי זיי גייען איבערנעמען. זיי אפלייען צו ווערן אן אפיציעלע וואלונטיר פייער דעפט. זיי נעמען רעגירונגס קאורסעס און א טעסט.
סקיקט מיר ווי איר זענט אביסעלע צימישט
מיטן נעמען קאורסעס אין פּעסן א טעסט ווערט מען א לייסענסד פייער פייטער אבער מען דארף אויך ווערן אנגענימען ערגעטץ קודם
מיטן נעמען א סי די על קאורס אין פעסן א טעסט ווערט מען נישט אטאמאטיש א באס דרייווער פאר א חדר אדער
מיטן נעמען קאורסעס פאר אי עם טי אין פעסן א טעסט ווערט מען א לייסענסד אי עם טי אבער נאכנישט א הצלה מעמבער אדער א וואלאנטיר
מדארף אפּלייען ערגעטץ אין ווארטען צי ווערן אנגענימען אויב יענער וויל
בשלמה לויט דעים וואס חלומט אז הרב ווייס האט א פלאן צי ווערן א פייער עקסטיגניטשאר קאמפעני אין דעמאלטס אין מאנסי וועט ער קענען האבען א האפענונג אז טרופער פלוגמאן וועט בעיטן די באהערדע מזאל נישט אפשטעלין זיינע וואלאנטירען דעמאלטס וועט אים אפשר געלונגען אין ער וועט האבען א מעכטיגע פייער עקסטיגנישער קאמפעני
אבער לויט דעים וואס האלט אדער ער ווייסט וואס סאיז פארבונדען מיטן ווערן א עכטע טאטע פייערלעשער קאמפעני
אין ער ווייסט אויך אז סאיז פארבונדען מיטן דיסטרוקט
דתנן אינז האבען געלערינט אין א ברייתא
הלכות קריעיטינג ע פייער דיפארטמענט
אין איינס פין די סמנים דארט שרייבט ער סמיז באלאנגען פאר א ווילידש אז סזאל זיין לעגאל
אין אויך שטייט דארט אז סדארף ווערן אפּראוואד ביי די טאון בארד מעמבערס
מילא פרעיג איך שוין צים צוואנציגסטער מאל
וואספארא פלאן האט דער ווייס
אויב זיין פראבלעים איז מיט שבת קודש ווי אזוי גייט ער דאס קענען פארעכטען מיט אפאר פייער עקסטיגנישער
אויב זיין פראבלעים איז מיט צייט ווי אזוי גייט ער דאס פארעכטן מיט אפאר פייער עקסטיגנישער ביי א גרויסער פייער
אויב זיין פראבלעים איז מיט מיידלעך אין ברויערס גאראזש ווי אזוי גייט זיינע עקסטיגנישער וואלאנטירען פארמאכען ברויערס
אימא סיפא
ווי אויסגעשמועסט דא
צי ווערן א עכטע טאטע פייער דיפארטמענט מיז מען קענען אריינלויפן אין פייערס מיט א מאסק אויפן גיזוכט אין סארבעט נישט מיט קיין בארד
גייט אפשר רב ווייס פארטיילען התיירים צי שערן די בארד פאר זיין קאמפעני אדער גייט ווידער מסביר זיין פאר די שטאטישע באהערדע פארוואס זיי מעיגן יא אריינגיין אין פייערס מיט נישט אפּראווטע געזוכט מאסקעס
אדער גייט מען דינגען גוים
וועלכע פאריקטער גוי וויל זיך איינשטעלין דאס לעיבן ווען ער איז אין נישט ליגאלער פייער קאמפעני אין אויב פייגערט דער גוי אדער ווערט פארווינדעט קען ער באקימען ווידערגיטמאכונג געלטער פין ווייס׳ס זיינע אפשר אין נישט מער
פארקערט ווייס וועט נאך זיצען אויף א דעפעזישען אין פארלירען אין מן הסתם זיצען אויך
מילא דער יונגערמאן וואס זיין גאנצער ווילען צי דינען אלס א פייער לעשער איז נאר ווייל אין הצלה אדער חבירים האט מען אים נישט אנגענימען אין פארדעים איז ער גרייט צי טון אלעס אבי צי באקימען א וואלקי טאלקי אין פליען שבת
אבער דער גוי קען דאך גיין צי ברויערס אדער ספרינג וואלי. צי וואס דארף ער דעים באבארדעלטן יוד
ווער איך היינט געוואר אז חבירים האט אנגעזאגט אלע זייערע וואלאנטירען אז מען טאר נישט ווערן א מעמבער איז די נייע מצילי אש
אבער פארוואס ר יחזקאל איז דאך זייער שבת רבי אין ער איז זייער מורה דרך
קיקט מיר אויס ער איז אזוי רב דארט ווי סאכדעס אין קאנאדע
אלא מיה קימט אויס אז דער צדיק הדור האט סתם ציווילדעוועטע קאפּ דרייעניש
אין פארדעים הער איך נישט אויף צי פרעיגן וואס פינקטלעך איז זיין פיינעל פלאן מיט מצילי אש
אין דערווייל האט נאך קיינער נישט געקענט דאס פארענטפערין בלויז מיט הוילע שטותים אין לאקשען אין פארהויכטע דימיונות
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
כא כא כא
איך מיין דיר נישט אויסצולאכן...
דו זאגסט אז יענער איז צומישט, און איר ווילט אים מסביר זיין, כאילו יענער איז ר' יחזקאל, וואס ווילסט, גיי רוף אן ר' יחזקאל און איבערצייג אים אז ער זאל זיך ארויסלאזן דערפון אויב גייט דיך עס אזוי שטארק אן, דו שוינסט אים, אדער די האסט אן אגענדע דא?
א בלינדער וואלט געקענט זעהן אז ס'איז סאמטינג פישי מיט דיינע תגובות
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
זארג דיך נישט אזויפיל...לאז די זאך לויפן און די וועסט בעזהשי"ת באקומען ענטפערס אויף אלע תירוצים.
אסאך קשיות זענען שוין פארענטפערט געווארן זייט די מערכה האט זיך אנגעהויבן.
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
א בני יואל #
berlbalaguleh #
א בני יואל: וואס הייסט וויאזוי זיי גייען איבערנעמען. זיי אפלייען צו ווערן אן אפיציעלע וואלונטיר פייער דעפט. זיי נעמען רעגירונגס קאורסעס און א טעסט.
סקיקט מיר ווי איר זענט אביסעלע צימישט
מיטן נעמען קאורסעס אין פּעסן א טעסט ווערט מען א לייסענסד פייער פייטער אבער מען דארף אויך ווערן אנגענימען ערגעטץ קודם
מיטן נעמען א סי די על קאורס אין פעסן א טעסט ווערט מען נישט אטאמאטיש א באס דרייווער פאר א חדר אדער
מיטן נעמען קאורסעס פאר אי עם טי אין פעסן א טעסט ווערט מען א לייסענסד אי עם טי אבער נאכנישט א הצלה מעמבער אדער א וואלאנטיר
מדארף אפּלייען ערגעטץ אין ווארטען צי ווערן אנגענימען אויב יענער וויל
בשלמה לויט דעים וואס חלומט אז הרב ווייס האט א פלאן צי ווערן א פייער עקסטיגניטשאר קאמפעני אין דעמאלטס אין מאנסי וועט ער קענען האבען א האפענונג אז טרופער פלוגמאן וועט בעיטן די באהערדע מזאל נישט אפשטעלין זיינע וואלאנטירען דעמאלטס וועט אים אפשר געלונגען אין ער וועט האבען א מעכטיגע פייער עקסטיגנישער קאמפעני
אבער לויט דעים וואס האלט אדער ער ווייסט וואס סאיז פארבונדען מיטן ווערן א עכטע טאטע פייערלעשער קאמפעני
אין ער ווייסט אויך אז סאיז פארבונדען מיטן דיסטרוקט
דתנן אינז האבען געלערינט אין א ברייתא
הלכות קריעיטינג ע פייער דיפארטמענט
אין איינס פין די סמנים דארט שרייבט ער סמיז באלאנגען פאר א ווילידש אז סזאל זיין לעגאל
אין אויך שטייט דארט אז סדארף ווערן אפּראוואד ביי די טאון בארד מעמבערס
מילא פרעיג איך שוין צים צוואנציגסטער מאל
וואספארא פלאן האט דער ווייס
אויב זיין פראבלעים איז מיט שבת קודש ווי אזוי גייט ער דאס קענען פארעכטען מיט אפאר פייער עקסטיגנישער
אויב זיין פראבלעים איז מיט צייט ווי אזוי גייט ער דאס פארעכטן מיט אפאר פייער עקסטיגנישער ביי א גרויסער פייער
אויב זיין פראבלעים איז מיט מיידלעך אין ברויערס גאראזש ווי אזוי גייט זיינע עקסטיגנישער וואלאנטירען פארמאכען ברויערס
אימא סיפא
ווי אויסגעשמועסט דא
צי ווערן א עכטע טאטע פייער דיפארטמענט מיז מען קענען אריינלויפן אין פייערס מיט א מאסק אויפן גיזוכט אין סארבעט נישט מיט קיין בארד
גייט אפשר רב ווייס פארטיילען התיירים צי שערן די בארד פאר זיין קאמפעני אדער גייט ווידער מסביר זיין פאר די שטאטישע באהערדע פארוואס זיי מעיגן יא אריינגיין אין פייערס מיט נישט אפּראווטע געזוכט מאסקעס
אדער גייט מען דינגען גוים
וועלכע פאריקטער גוי וויל זיך איינשטעלין דאס לעיבן ווען ער איז אין נישט ליגאלער פייער קאמפעני אין אויב פייגערט דער גוי אדער ווערט פארווינדעט קען ער באקימען ווידערגיטמאכונג געלטער פין ווייס׳ס זיינע אפשר אין נישט מער
פארקערט ווייס וועט נאך זיצען אויף א דעפעזישען אין פארלירען אין מן הסתם זיצען אויך
מילא דער יונגערמאן וואס זיין גאנצער ווילען צי דינען אלס א פייער לעשער איז נאר ווייל אין הצלה אדער חבירים האט מען אים נישט אנגענימען אין פארדעים איז ער גרייט צי טון אלעס אבי צי באקימען א וואלקי טאלקי אין פליען שבת
אבער דער גוי קען דאך גיין צי ברויערס אדער ספרינג וואלי. צי וואס דארף ער דעים באבארדעלטן יוד
ווער איך היינט געוואר אז חבירים האט אנגעזאגט אלע זייערע וואלאנטירען אז מען טאר נישט ווערן א מעמבער איז די נייע מצילי אש
אבער פארוואס ר יחזקאל איז דאך זייער שבת רבי אין ער איז זייער מורה דרך
קיקט מיר אויס ער איז אזוי רב דארט ווי סאכדעס אין קאנאדע
אלא מיה קימט אויס אז דער צדיק הדור האט סתם ציווילדעוועטע קאפּ דרייעניש
אין פארדעים הער איך נישט אויף צי פרעיגן וואס פינקטלעך איז זיין פיינעל פלאן מיט מצילי אש
אין דערווייל האט נאך קיינער נישט געקענט דאס פארענטפערין בלויז מיט הוילע שטותים אין לאקשען אין פארהויכטע דימיונות
ביטע זאג אונז שוין וואס דיין אגענדע איז דא..... וועמען פארשלייערסטו אונטער דיין אומשולדיע ניק.....
עפעס אינערליך באדערט דיר וואס קיינער פארשטייט נישט......
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
מיך באדערט איין זאך
סאיז פארהאנען מענטשין אין כלל ישראל וואס זענען נאר אויף אינזער וועלט צי מאכען פרימער יעדעם אין אלעמאל איבערדרייען אלעס
אין פארדעים גיט מען א מוח שווענקינג פאר אלע אנדערע
איו דער עולם לאזט זיך איינרעדן ווען ס׳מאכט אפילו נישט קיין ברעקל סענס
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
שרייבסט דאך גאנצע מגילות אז ער גייט סייוויסיי נישט קענען זיין מער פרום אין די פראקטישע מציאות. איז פארוואס טאקע גייט דיר עס אן. לאז לויפן.....
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
ר' יחזקאל ווייס איז פרימער ווי יעדעם און ער האלט אז מ'דארף יא היטן שבת...
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
אונז האלט מיר אויך אז מ'דארף היטן שבת. די חילוקי דיעות זענען נאר אין די פראקטישע "קלייניקייטן"...!
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
berlbalaguleh #
אונז האלט מיר אויך אז מ'דארף היטן שבת. די חילוקי דיעות זענען נאר אין די פראקטישע "קלייניקייטן"...!
וועלכע קלייניקייטן?
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
מצילי אש האט אריינגעומען נאך 5 מעמבערס
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
מאטיס טעקסי האט ארייגענומען נאך פיר דרייווערס
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
א בני יואל #
מאטיס טעקסי האט ארייגענומען נאך פיר דרייווערס
די ביסט ממש צוקער זיס, אייביג געווען?
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
א בני יואל #
מאטיס טעקסי האט ארייגענומען נאך פיר דרייווערס
מנהל: ביטע אריבערפירן צו די אשכול פון מאטיס טעקסי.
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
היכי דמי #
וואס איז די חילול השם דא?
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
א פשוטע יוד #
היכי דמי #
וואס איז די חילול השם דא?
סארי, א טעות פון מיין זייט. איך האב געוואלט שרייבן א קידוש השם
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
היכי דמי #
א פשוטע יוד #
היכי דמי #
וואס איז די חילול השם דא?
סארי, א טעות פון מיין זייט. איך האב געוואלט שרייבן א קידוש השם
איך בין דארט געווען מהאט קיינעם נישט אטאקירט זאך הכל צילאזטע ליטווישע חברה, איינמאל סאיז געווען עקשן איז די עולם זיך צאמגעלויפן
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
אזוי ווי ס'פלעגט זיין אין ב"פ יעדעס יאר ל"ג בעומר ביי די גאס נעבן סטאלין ווי די בחורים וואס זענען בארד ל"ג בעומר פלעגן צידן פייערס און איבערקערן
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
נעכטן נאכט האב איך געזעהן דא די קליפס פון ל"ג בעומר אין מאנסי, אין די זעלבע צייט האב איך געזעהן אז ס'איז געווען עפעס א מחאה ביי שיינערס נעכטן נאכט. איך האב מיר דערמאנט א מעשה וואס ווערט דערציילט אויפן ברך משה מסאטמאר, אז א איד פון קרית יואל איז געקומען צו אים פארפירען עפעס וועגן די ענגלישע ביכער אין די מוסדות, האט ער אים געשיקט צו די מעיאר פון קרית יואל אז ער זאל עס מסדר זיין. האט דער אינגערמאן געזאגט אז דער מעיאר איז בכלל נישט ממונה אויף די מוסדות, האט דער רבי געענטפערט, אמת, ער איז נישט ממונה אויף די מוסדות אבער ער העלפט מענטשן זיך מסדר זיין מיט דזאבס...
לעינינו, לכאורה וואלט אזא ארגענעזאציע אין מאנסי מצליח געווען צו פארמיידן אסאך חילול שבת, חילול השם, עירוב, ציונית, וכו'.
נ. ב. איך האלט גראדע נישט ר' יחזקאל ווייס פאר אזא מענטש אבער אסאך פון זיינע נאכשלעפערס יא
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
היכי דמי #
פארוואס קומט יוסי געשטעטנער אהן אויף יעדע קאל? ער האט נישט קיין דזשאב?
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
"דאס" איז זיין דזאב!
וואס איז דיינס?
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
yesiknow #
"דאס" איז זיין דזאב!
וואס איז דיינס?
טשולדיגט נישט געוואוסט ער ארבעט פאר זיי
וואס איז זיין פאזיציע דארט?
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
לאז געמאכט #
yesiknow #
"דאס" איז זיין דזאב!
וואס איז דיינס?
טשולדיגט נישט געוואוסט ער ארבעט פאר זיי
וואס איז זיין פאזיציע דארט?
פ"ר פאר ברויער פייער דעפ.
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
לאז געמאכט #
yesiknow #
"דאס" איז זיין דזאב!
וואס איז דיינס?
טשולדיגט נישט געוואוסט ער ארבעט פאר זיי
וואס איז זיין פאזיציע דארט?
זייט ווען האט pr מיטן גיין אויף קאלס?
🤔🤔🤔Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
א פשוטע יוד #
א בני יואל #
נישנאש #
Samkoton #
גראבע שקר במילתא דעבידי לגלויי.
ברוער האט די שנעלסטע רעספאנס צייט פון יעדע דעפט אין די גאנצע קאונטי. ספעציעל די לעצטע צוויי יאר
זיי קומען אן צו mutual aid קאללס פאר ספרינג וועלי פייער דעפט נאך פאר ספרינג וועלי.
בעיני ראיתי 2 פייערס ווי מצילי אש איז געווען כמעט 10 מינוט פאר ברוער!!
קיקט אויס פארען אויפן סיידוואלק ארבעט טאקע בעסער
סאיז געווען א ווידיא ווי איינער פארט אויפן סיידוואלק, פון ווי נעמט עטץ אז סאיז געווען א מצילי אש קארדינעטער??? די ווידיא קען קיינער נישט ברענגען אבער אז סאיז געווען א קארדינעטער פון מצילי אש איז שוין זיכער, אפשר זאגסטו וועלכע קארדינעטער?????
איך האב די ווידיאו אבער איך זיך נישט צו לייגן א איד אין טראבל מיטן ארויסלייגן.
מ'זעהט קלאר די פלעיטס. ס'איז נישט קיין סוד פאר וועם די קאר באלאנגט.
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
וועגן די ספעציפישע מעשה קען איך נישט קיין דיטעילס
אבער למעשה איז דא א קאמפעני און מאנסי וואס איז מחלל שבת בפהרסיה מיז מען מוחה זיין אפילו אויב די ספעציפישע מעשה זענען זיי גערעכט
און וועגן שפעטקייט
איך אליין האב שוין גענוצט ביידע ביי קליינע פייערן
מצילי אש קומט אן צוויי אינגעלייט טשעקן וואס ס'גייט פאר און למעשה עס אויס
ברוער איז עס א גאנצע פראצעדור קודם קומט אן איין קאר און אנשטאט ארויסקומען זען וואס ס'גייט פאר בלייבט ער אינסייד ביז די טראקס קומען אן ווען די טראק קומט אן שמועסן זיי פאר שטיקל צייט נאכדעם גייען זיי אריין און ביז א האלבע שעה קענסטו זיכער נישט אריינגיין
בעסיקלי סיי מצד הרוחניות און סיי מצד הגשמיות לוינט זיך צו מצילי אש
די איינציגסטע מעלה וואס ברוער האט איז אז זיי האבן א גרינגע נומבער 911
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
דער פארשער #

די סיסטעם וואס דו לייגסט אראפ איז טיפיקל פאר אלע אפיציעלע פייער דעפארטמענטס חוץ די צוויי מצילי אש דעפארטמענטס, עס איז פאר די סעיפטי פון די פייערלעשערס. עס גייט זי זייער ווייניג אן אז דיין הויז ברענט אפ. ווען זיי הייבן אן לעשן געווענליך איז שוין די סטרוקטור פארברענט. די אידן ניצן די סיסטעם אזוי ווי הצלה. די מעמבער קומט אן שנעל מיט זיין אייגן קאר און רובא דרובא מאל קען מען אויסלעשן די פייער מיט א פייער עקסטינגווישער און אלעס ווערט געראטעוועט. ווייל אידן קערן יא פאר דיין הויז. בד'' וו, ווען מענטשן האבן ווען שכל און האבן פייער עקסטיווישערס אינדערהיים וואלטן זיי אסאך פייער געראטעוועט אן אפילו דארפן רופן די פייערלעשערס.
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
דער פארשער #
וועגן די ספעציפישע מעשה קען איך נישט קיין דיטעילס
אבער למעשה איז דא א קאמפעני און מאנסי וואס איז מחלל שבת בפהרסיה מיז מען מוחה זיין אפילו אויב די ספעציפישע מעשה זענען זיי גערעכט
און וועגן שפעטקייט
איך אליין האב שוין גענוצט ביידע ביי קליינע פייערן
מצילי אש קומט אן צוויי אינגעלייט טשעקן וואס ס'גייט פאר און למעשה עס אויס
ברוער איז עס א גאנצע פראצעדור קודם קומט אן איין קאר און אנשטאט ארויסקומען זען וואס ס'גייט פאר בלייבט ער אינסייד ביז די טראקס קומען אן ווען די טראק קומט אן שמועסן זיי פאר שטיקל צייט נאכדעם גייען זיי אריין און ביז א האלבע שעה קענסטו זיכער נישט אריינגיין
בעסיקלי סיי מצד הרוחניות און סיי מצד הגשמיות לוינט זיך צו מצילי אש
די איינציגסטע מעלה וואס ברוער האט איז אז זיי האבן א גרינגע נומבער 911
זאג נאר די ריפסט פייערלעשער יעדעס מאל וואס זי ברענט צי די פערפעל ?
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
📎 IMG-20240606-WA0056.jpg
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
📎 3c42cc2f5c9d490da48353d1f51fae88.jpg
איך זעה אז זיי האבן זיך געטראפן. איינער ווייסט וואסצזיי האבן גערעדט? האבן זיי גערעדט וועגן מצילי אש אין מאנסי?
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
אין מאנסי. היימישע פרויען און היימישע מענער אפערירן אינאיינעם אין די EMS.
איך ציטער צו טראכטן וואס קומט פאר אויף די אמבולאנס בעט...
פארוואס טוט דא גארנישט יחזקאל ווייס?
📎 447878695_984441237014643_385783322350053245_n.jpg
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
ווי פריער ערווענט. אמעריקע איז א פרייע לאנד און מען שטעלט קיינער נישט אפ פון טוהן סיי וועלכע עבירות אדער מצוות. ס'איז נישט הרב ווייס'ס פראבלעם אז ס'איז דא פייער לעשער אדער אנדערע ערשטע הילף וואס זענען נישט תורה'דיג. אבער פונקט אזויווי זיי און אנדערע האבן אלע א''ג רעכטן צו זיין מחללי שבת. אזוי אויך האט הרב ווייס די רעכט צו מאכן 'שבת' פאר זיך און אז זיין קאמיוניטי זאל זיך קענען פירן וויאזוי ס'פאסט פאר איהם. מ'קען הרב ווייס נישט צווינגען צו אקצעפטירן א געוויסע סטאטוס אויב וויל ער טוהן וואס ער האט צו טוהן אויף זיין אייגן באשיידן מהלך.
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
אזוי ווי קורקלענד זאגט, היימישע הצלה איז שוין לאנג דא אן אייגענע, על אף ס'איז אויך דא נעבעך פון די היימישע סחורה אין די אלגעמיינע. יעצט איז אויך די צייט צו באפעסטיגן אן אייגענע היימישע מצילי אש, על אף ס'איז אויך דא נעבעך פון די היימישע סחורה אין די אלגעמיינע.
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
קיינער קען קיינעם נישט צווינגען צי טיהן גארנישט ביז די בארירסט יענעם אין יענער זעהט איין די מציאות
למשל הצלה
די רגע איינער הייבט אן אליינס א אייגענע הצלה אדער ער טראכט נאר דערפין הייבן די אלטע הצלה לייט אן פארפירן היתכן משפילט זיך מיט יענעמס לעיבן סאיז דאך א סכנה כאטשיג מען האט א זאק מיט טענות אויף די הצלה סיסטעים
אבער וואס איז געשעהן מיט קאמפעטישען סאיז דאך זייער גיט
אההה דא פארשטייסטו שוין וויאזוי די ווילסט
זעלבע זאך מיט הגאון ר יחזקאל ווייס ער קען נישט קיינעם צווינגען אין קיינער קען נישט אים צווינגען
נאר דא שטעלט זיך אפאר טעקניקעל קשיות אין די זעלבע צייט וואס דערווייל איז נאר דא איין ענטפער ווארט אין די וועסט געוואר ווערין
אז די ווילסט קען איך איבערגיין די אלע טעקניקעל קשיות מיט דיר אבער איך ווייס נישט אויב ווילסט אדער די קענסט ענטפערין
די גרעסטע שאלה איז אויב די ביזט שוין געוועהן אינוואלווד אין א דעפעזישען פין א עקסידענט אדער א פייער אין די אינשארענס פרעיגט
Did you call 911
Or at what point did you call 911
אין דעמאלטס אויב איז נישטא קיין רעקארד פין אזא קאל קענסטו אויסגראדען א בענאנע אין קיין געלט וועסטו נישט באקימען אדער געווינען אזא קעיס
איך האב אמאל געריפען הצלה אויף א קעיס ווי א גוי איינער פין מיינע ארבעטערס איז געשעידיגט געווארען אין וויבאלד איך האב נישט געריפען דעים שטאטישע סיסטעים האבּ איך פארלוירן דעים קעיס אין מיין אינשארענס האט מיך אראפגעטראסקעט דערנאך
מילא וויל איך פארשטיין דעים חשבון דא
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
שקר וכזב, מיט די אינשורענס ביי א פייער. און הן מיט הצלה והכלל כלו יצא נישט נאר אז די מעשה מיטן גוי האט ווארשיינליך קיינמאל נישט פאסירט. האסט לכאורה קיינמאל קיין גוי נישט עמפלויט.
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
קורקלענד #
שקר וכזב, מיט די אינשורענס ביי א פייער. און הן מיט הצלה והכלל כלו יצא נישט נאר אז די מעשה מיטן גוי האט ווארשיינליך קיינמאל נישט פאסירט. האסט לכאורה קיינמאל קיין גוי נישט עמפלויט.
וואלסט אוודאי געוואלט די מעשה זאל נישט האבען געשעהן אין איך גראדע וואלט עויך געוואלט סזאל נישט געשעהן אבער איך בין נישט דא דיר פערזעינליך צי צווינגען מיר צי גלייבען אדער נישט
ממילא אינטערסירט מיך ניטאמאל צי דיר פּראווען
אבער סאיז א פאקט
איי עם סארי טא דיסאפוינט יאר אינטעליזענס
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
א בני יואל #
קיינער קען קיינעם נישט צווינגען צי טיהן גארנישט ביז די בארירסט יענעם אין יענער זעהט איין די מציאות
למשל הצלה
די רגע איינער הייבט אן אליינס א אייגענע הצלה אדער ער טראכט נאר דערפין הייבן די אלטע הצלה לייט אן פארפירן היתכן משפילט זיך מיט יענעמס לעיבן סאיז דאך א סכנה כאטשיג מען האט א זאק מיט טענות אויף די הצלה סיסטעים
אבער וואס איז געשעהן מיט קאמפעטישען סאיז דאך זייער גיט
אההה דא פארשטייסטו שוין וויאזוי די ווילסט
זעלבע זאך מיט הגאון ר יחזקאל ווייס ער קען נישט קיינעם צווינגען אין קיינער קען נישט אים צווינגען
נאר דא שטעלט זיך אפאר טעקניקעל קשיות אין די זעלבע צייט וואס דערווייל איז נאר דא איין ענטפער ווארט אין די וועסט געוואר ווערין
אז די ווילסט קען איך איבערגיין די אלע טעקניקעל קשיות מיט דיר אבער איך ווייס נישט אויב ווילסט אדער די קענסט ענטפערין
די גרעסטע שאלה איז אויב די ביזט שוין געוועהן אינוואלווד אין א דעפעזישען פין א עקסידענט אדער א פייער אין די אינשארענס פרעיגט
Did you call 911
Or at what point did you call 911
אין דעמאלטס אויב איז נישטא קיין רעקארד פין אזא קאל קענסטו אויסגראדען א בענאנע אין קיין געלט וועסטו נישט באקימען אדער געווינען אזא קעיס
איך האב אמאל געריפען הצלה אויף א קעיס ווי א גוי איינער פין מיינע ארבעטערס איז געשעידיגט געווארען אין וויבאלד איך האב נישט געריפען דעים שטאטישע סיסטעים האבּ איך פארלוירן דעים קעיס אין מיין אינשארענס האט מיך אראפגעטראסקעט דערנאך
מילא וויל איך פארשטיין דעים חשבון דא
ווען דו וואלסט דיך ווען עכט געזארגט אויף רבי יחזקאל ווייס, און אים אמת'דיג געוואלט ארויסהעלפן, און צוליב דעם ווילסטו פארשטיין זיינע חשבונות....
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
קורקלענד #
שקר וכזב, מיט די אינשורענס ביי א פייער. און הן מיט הצלה והכלל כלו יצא נישט נאר אז די מעשה מיטן גוי האט ווארשיינליך קיינמאל נישט פאסירט. האסט לכאורה קיינמאל קיין גוי נישט עמפלויט.
גראדג עס ווי ספיק האט א מאנסי משפחה א פראלעם מיט פייער אינשארענס צוליב רופן מצילי אש און זיי קענען נישט מאכן א קלעים ווייס עס איז נישט באריכטעט צו 911.
דיסקלעימער: איך האב עס נישט באשטעטיגט ערשטהאנטיג, אבער געהערט פון קראנטע מקורות.
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
צוויי #
א בני יואל #
קיינער קען קיינעם נישט צווינגען צי טיהן גארנישט ביז די בארירסט יענעם אין יענער זעהט איין די מציאות
למשל הצלה
די רגע איינער הייבט אן אליינס א אייגענע הצלה אדער ער טראכט נאר דערפין הייבן די אלטע הצלה לייט אן פארפירן היתכן משפילט זיך מיט יענעמס לעיבן סאיז דאך א סכנה כאטשיג מען האט א זאק מיט טענות אויף די הצלה סיסטעים
אבער וואס איז געשעהן מיט קאמפעטישען סאיז דאך זייער גיט
אההה דא פארשטייסטו שוין וויאזוי די ווילסט
זעלבע זאך מיט הגאון ר יחזקאל ווייס ער קען נישט קיינעם צווינגען אין קיינער קען נישט אים צווינגען
נאר דא שטעלט זיך אפאר טעקניקעל קשיות אין די זעלבע צייט וואס דערווייל איז נאר דא איין ענטפער ווארט אין די וועסט געוואר ווערין
אז די ווילסט קען איך איבערגיין די אלע טעקניקעל קשיות מיט דיר אבער איך ווייס נישט אויב ווילסט אדער די קענסט ענטפערין
די גרעסטע שאלה איז אויב די ביזט שוין געוועהן אינוואלווד אין א דעפעזישען פין א עקסידענט אדער א פייער אין די אינשארענס פרעיגט
Did you call 911
Or at what point did you call 911
אין דעמאלטס אויב איז נישטא קיין רעקארד פין אזא קאל קענסטו אויסגראדען א בענאנע אין קיין געלט וועסטו נישט באקימען אדער געווינען אזא קעיס
איך האב אמאל געריפען הצלה אויף א קעיס ווי א גוי איינער פין מיינע ארבעטערס איז געשעידיגט געווארען אין וויבאלד איך האב נישט געריפען דעים שטאטישע סיסטעים האבּ איך פארלוירן דעים קעיס אין מיין אינשארענס האט מיך אראפגעטראסקעט דערנאך
מילא וויל איך פארשטיין דעים חשבון דא
ווען דו וואלסט דיך ווען עכט געזארגט אויף רבי יחזקאל ווייס, און אים אמת'דיג געוואלט ארויסהעלפן, און צוליב דעם ווילסטו פארשטיין זיינע חשבונות....
ניין ס׳אינטערסירט מיך ווייס ענד קא ווי די פאריעריגע שניי
אבער פינקט אזוי ווי איך וויל פארשטיין ווי אזוי צי וואטערפראפען א שטייעדיגע שויער ביים דרעין אינטען אז סזאל נישט אריינרינען א שטאק אינטער דעים אין דערפאר נאכען עס שטודירעו בין איך געקימען צי די מסקנה אז מדארף אינסטאלירען דעים דרעין אין דערנאך שמירען אדער שפּריצען פייבּער גלעס איבעראל
אזוי אויך האבּ איך געוואלט אמאל פארשטיין ווי אזוי די 911 סיסטעים ארבעט אין לויט ווי אזוי איך ווייס קען ווייס דערווייל נישט אנקימען ווי ער חלומט אין טאקע דערפאר פרעיג איך
סתם ווייל איך וויל פארשטיין
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
כפי ידיעתי איז אין קיין שום אינשורענס פאליסי נישט דא קיין שום תנאי אז מ'מוז רופן '911', ס'איז מער ווייניגער א אנשרעק טאקטיק פון די עסטעבלישמענט פייער דעפט אז די אינשורענס וועט נישט באצאלן.
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
נייע מוזיק ווידיאו פון שמילי אונגאר ''פייער''!
featuring די מאנסי פייער דיפארטמענט - טאקע דיע וואס די מצילי אש מערכה ווערט געפירט אנקעגן זיי אלץ מחללי שבתות און מאכן חרוב די חינוך פון די קינדער...
אינטרעסאנט אויב ס'העט זיך יעצט אנהייבן א העצעריי אויך קעגן שמילי,