☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

364 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14883
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8

יצחק אייזיק » דאנערשטאג מאי 2, 2024 7:48 pm

· #560541
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
חכם עתיק #
היינט ביי א דרשה אין סאטמאר דרייצן האט הרב ווייס גערעדט ביים סוף אין ענגליש פאר א רעקארדינג.
קענסט עס אפשר ברענגען?

אסטיון » זונטאג מאי 5, 2024 7:32 am

· #560693
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

אייביג פרייליך » זונטאג מאי 5, 2024 10:44 am

· #560703
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
די מאנסי וויזניץ רבי גייט אין די דרכים פין זיין טאטע אין איז מוחה יעדע צווייטע וואך ביי שלש סעודות אויף עפעס אנדערש !

חכם עתיק » זונטאג מאי 5, 2024 11:50 am

· #560707
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
אסטיון #

וויפיל פאלטשע אינפא אין איין ארטיקל קענען די אזראעליס אריינפאקן

אסטיון » זונטאג מאי 5, 2024 12:06 pm

· #560710
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
חכם עתיק #
אסטיון #

וויפיל פאלטשע אינפא אין איין ארטיקל קענען די אזראעליס אריינפאקן
ער האט נישט מוחה געווען?

בעל דרשן » זונטאג מאי 5, 2024 12:11 pm

· #560711
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
איינער געבט בכלל א ניקל וואס די מאנסי רבי זאגט ? אויף הצלה זענען זיי אויך דערקעגן

נעמט אין אכט אז פליגמאן איז זיינס א חסיד איז דא נגיעות פארמישט אויך...

תניא בניחותא » זונטאג מאי 5, 2024 12:46 pm

· #560714
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
בעל דרשן #
איינער געבט בכלל א ניקל וואס די מאנסי רבי זאגט ? אויף הצלה זענען זיי אויך דערקעגן

נעמט אין אכט אז פליגמאן איז זיינס א חסיד איז דא נגיעות פארמישט אויך...
ער האט נישט מוחה געווען (ער ווייסט גאנץ גוט אז אפי’ אין וויזשניץ וועט זיך קיינער נישט ציקראצן וועגן זיינס א מחאה), ער האט געזאגט אז מ’זאל עס נישט שטיצן און נישט אריינגיין אין די ארגענעזאציע, זייער דיפלאמאטיש משום כבוד אלוקים הסתר דבר, נישט אראפגעריסן וכו’
ער איז סוכ”ס א מנהיג פון איינס די גרעסטע קהילות אין שטאט, ער מעג האלטן אז א יחיד (כבודו במקומו מונח) האט נישט וואס צי אנדרייען שטאטישע אנגעלעגענהייטן אן רבנים.

תניא בניחותא » זונטאג מאי 5, 2024 12:54 pm

· #560715
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
אייביג פרייליך #
די מאנסי וויזניץ רבי גייט אין די דרכים פין זיין טאטע אין איז מוחה יעדע צווייטע וואך ביי שלש סעודות אויף עפעס אנדערש !
ווייסעך וואס, ער איז דער לעצטער וואס זוכט מחאות, ער האט נישט געקענט אראפשלונגען די בושות וואס זיין טאטע פלעגט אנמאכן, נאר אלס א מנהיג אין שטאט נעמט ער א שטעלונג אז א יחיד יהי’ מי שיהי’ זאל נישט אנדרייען ארגענעזאציעס, ווערט נישט עקסיידעט ס’קומט נישט קיין זאפטיגע פאליטישע מחאות אזוי שנעל

עמרם » זונטאג מאי 5, 2024 2:43 pm

· #560726
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
📎 IMG_20240505_144246_982.jpg

קורקלענד » זונטאג מאי 5, 2024 2:52 pm

· #560727
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
בינעך נייגעריג צו ער האט גענומען די מיה צו הערן ביידע צדדים?

א פשוטע יוד » זונטאג מאי 5, 2024 6:05 pm

· #560764
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
תניא בניחותא #
בעל דרשן #
איינער געבט בכלל א ניקל וואס די מאנסי רבי זאגט ? אויף הצלה זענען זיי אויך דערקעגן

נעמט אין אכט אז פליגמאן איז זיינס א חסיד איז דא נגיעות פארמישט אויך...
ער האט נישט מוחה געווען (ער ווייסט גאנץ גוט אז אפי’ אין וויזשניץ וועט זיך קיינער נישט ציקראצן וועגן זיינס א מחאה), ער האט געזאגט אז מ’זאל עס נישט שטיצן און נישט אריינגיין אין די ארגענעזאציע, זייער דיפלאמאטיש משום כבוד אלוקים הסתר דבר, נישט אראפגעריסן וכו’
ער איז סוכ”ס א מנהיג פון איינס די גרעסטע קהילות אין שטאט, ער מעג האלטן אז א יחיד (כבודו במקומו מונח) האט נישט וואס צי אנדרייען שטאטישע אנגעלעגענהייטן אן רבנים.
פארוואס האט ער נישט געזאגט אז אין 7 זאל מען נישט גיין?

שלמה המלך » זונטאג מאי 5, 2024 6:16 pm

· #560766
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
סאררי כבוד וויזניצע רבי...
ביי מיר האסטו פארלוירען היצטערט!

שלמה המלך » זונטאג מאי 5, 2024 6:20 pm

· #560768
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
פרובירסט טאקע זייער שטארק אז דיין קהלה זאל זיך נארמאלעזירן - שיין
דער עולם דא שפייט בליט פון דיין פליגמאן אבער משום כבודך הרמה איז מען שטיל...
אבער אז די מאכסט יא אויף דיין מויל טויג עס שוין נישט...
רבי ישראל’יק - שתקיתיך יפה מדיביריך...
רעד נישט פון די גאנצע נושא אין שוין...

יצחק אייזיק » זונטאג מאי 5, 2024 7:08 pm

· #560781
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
איך קען נישט די גאנצע פייער דעפארטמענט מעשה בכלל נאר אביסל פון דא אבער ביז יעצט האט מען עס אוועקגעשטעלט ווי ס'איז געווען אן ארגענעזאציע פון מחללי שבת בשאט נפש עד שבא ר' יחזקאל ווייס און האט געראטעוועט די זאך. יעצט זעהט עפעס אויס ווי זיי האבן יא בעקינג פון וויזניץ (און אפשר נאך) און סך הכל איז דא צוויי צדדים

שמן למאור » זונטאג מאי 5, 2024 7:41 pm

· #560785
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
תניא בניחותא #
אייביג פרייליך #
די מאנסי וויזניץ רבי גייט אין די דרכים פין זיין טאטע אין איז מוחה יעדע צווייטע וואך ביי שלש סעודות אויף עפעס אנדערש !
ווייסעך וואס, ער איז דער לעצטער וואס זוכט מחאות, ער האט נישט געקענט אראפשלונגען די בושות וואס זיין טאטע פלעגט אנמאכן, נאר אלס א מנהיג אין שטאט נעמט ער א שטעלונג אז א יחיד יהי’ מי שיהי’ זאל נישט אנדרייען ארגענעזאציעס, ווערט נישט עקסיידעט ס’קומט נישט קיין זאפטיגע פאליטישע מחאות אזוי שנעל
זיי נאכנישט אזוי זיכער.

קענסט די אינגע ראצערס וואס קוקן צו ווי די אלטע נערוועזע זיידעס, מאכן אויף די פענסטער און שול, און דאן פארמאכן עס צוריק, און שווערן זיך אז זיי וועלן נישט זיין אזוי... עס גייט אדורך אפאר יאר און... ער קומט אויך צום טעם.

די זעלבע ביי דער וואס וועט קיינמאל נישט דארפן שישי, אויבן אן, א ברעטל וכ'. עס גייט דורך אפאר יאר, די בארד ווערט אים שוין גרוי, און פלוצלינג דארף ער שוין אויך דאס וואס זיין טאטע האט פארלאנגט בימים ההם בשעת ער האט זיך פארשטעקט פאר בושות.

א נייגעריגע קאטשקע » זונטאג מאי 5, 2024 10:03 pm

· #560821
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
ער ליגט ראשו ורובו אין דעם גאנצן עסק, ער האט נישט לאנג צוריק געשטעלט איינע פון זיינע דיינים צו זיין brewers דיין.

מיסטעריע » זונטאג מאי 5, 2024 10:31 pm

· #560826
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
די גאס שמועסט אז רבי אברהם הערש וואזנער איז דער פוסק פאר מצילי אש, בעסיקלי איז עס "נישט קיין יחיד אהן רבנים"

פרי עץ הדר » זונטאג מאי 5, 2024 10:51 pm

· #560836
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
כבוד הרבי מוויזניץ מאנסי שליט"א,

איך פארשטיי נישט וואס איז די כבוד אלקים הסתר דבר דא? איז די ברויערס פייער דעפט אויסגעהאלטן? קומט ארויס קלאר! און אויב נישט, האט איר שוין מוחה געווען אויף די זנות מיט חילול שבת יעדע שבת?
און זייט מסביר פארוואס טאר מען נישט מוחה זיין אויף אזא ענין חמור?

רעדט מיך נישט איין אז אייער טאטע זצ"ל וואלט מוחה געווען אויף דעם נייעם "מחלל שבת" הגאון רבי יחזקאל ווייס שליט"א וואס האט מסירת נפש אויף שבת שוין דרייסיג יאר, ווי איר ווייסט זייער גוט, און אויף די ברויערס שקצים וואס ליידער אויכעט אייערע תלמידים זענען פון די שקצים דארט וואלט ער גארנישט געזאגט?

איר קענט זאגן, מיין טאטע האט מוחה געווען יעדע וואך איך בין נישט אזוי פראפעשינעל, איך בין נישט קיין מוחה, אקעי וועט מען גיין זוכן נייע מוחים ווי הרב פלאהר אדער הרב שלעזינגער, עס איז דאך עוד ישראל רד עם קל וקדושיו הוא נאמן,

אבער איר זענט יא גאר מוחה! אבער נישט אויף ברויערס, נאר אויף הרב ווייס!! דאס איז שוין היפאקריטיזם בתפארתה! מיט די פולסטע רעספעקט פאר אייער שיינע קהלה מיט אייער שיינע שלום, שבת מיינט נאר א פייפער? נישט מער?
עס שיינט פון די בני ברק'ער אייער חכם קאזין וואס שרייט ער מיינט נעטוי אידישקייט....

טייערער רבי ישראליק, די שטאט האלט נישט אז מיר זענען מטורף! מיר זעהען יעדע וואך ליידער חילול שבת מיט זנות, עס האט זיך נישט אפגעשטעלט ליידער ליידער, זייט כאטש מוחה אז דאס איז נישט א דרך... און דעמאלס וועל איך וועלן וויסן וואס די עוולה איז פון ר' יחזקאל ווייס..

שכוח און אנטשולדיגט,
איך וויל אונטערשרייבן מיין נאמען איר זאלט נישט מיינען אז דאס איז א פאשקעוויל, אבער די פארוואלטונג לאזט נישט,
ועוד חזון למועד.

א נייגעריגע קאטשקע » זונטאג מאי 5, 2024 10:53 pm

· #560838
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
ר' אברהם הערש און נאך אויכעט

א נייגעריגע קאטשקע » זונטאג מאי 5, 2024 11:24 pm

· #560842
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
ס'קוקט מיר אויס אז אויב ר' ישראל האגער האט מוחה געווען יעצט קעגן מצילי אש איז פשט אז ער האלט אז די Brewer fire department איז מסודר און יעצט זיך אנשליסן אין די נייע מצילי אש פעלט נישט אויס,

געהערט האב איך אז brewers fire department האט שוין אריינגענומען גוים פאר שבת ווען ס'פעלט נישט אויס קיין יוד.

א נייגעריגע קאטשקע » זונטאג מאי 5, 2024 11:29 pm

· #560844
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
ממילא ווערט בטל ווייס'ןס טענות

א נייגעריגע קאטשקע » זונטאג מאי 5, 2024 11:32 pm

· #560845
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
ערענסטע רבנים האבן זיך לעצטענס אריינגעריקט ביי brewers
פרי עץ הדר זית שטיל אין ווארט ביז סוועט זיך אויסקאכן
זאכן געדויערן

בעל דרשן » זונטאג מאי 5, 2024 11:50 pm

· #560853
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
אויב נעמען זיי אריין א ערנסטע היימישע רב האט הרב ווייס זיכער אויפגעטיען כל הכבוד פאר הרב ווייס שליט"א

און רוב רבנים אין מאנסי זענען מיט מצילי אש פוק וחזי

שמן למאור » זונטאג מאי 5, 2024 11:51 pm

· #560855
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
פרי עץ הדר #
טייערער רבי ישראליק, די שטאט האלט נישט אז מיר זענען מטורף, מיר זעהען יעדע וואך ליידער חילול שבת מיט זנות, עס האט זיך נישט אפגעשטעלט ליידער ליידער, זייט כאטש מוחה אז דאס איז נישט א דרך ...

וואספארא זנות? מען שטעלט צו זונות אין די פייערהויז? איינער מיט זייער אדרעס?

וואט די העק רעדסטו פון?

א נייגעריגע קאטשקע » זונטאג מאי 5, 2024 11:56 pm

· #560856
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
קענסט נישט עפענען א נייע ארגעניזעישן פאר פייערס סתם אזוי
ביז דער ווייס סעט זיך אויף געהעריג קען עס זיין א גרויסע סכנה
מקען נישט גיין אזוי אין וואנט אריין
סנישט קיין פראקטישע לעזונג

א פשוטע יוד » מאנטאג מאי 6, 2024 5:04 am

· #560884
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
א נייגעריגע קאטשקע #
קענסט נישט עפענען א נייע ארגעניזעישן פאר פייערס סתם אזוי
ביז דער ווייס סעט זיך אויף געהעריג קען עס זיין א גרויסע סכנה
מקען נישט גיין אזוי אין וואנט אריין
סנישט קיין פראקטישע לעזונג
אה וועגן דעים האט ער געזאגט מען זאל נישט ווערן קיין מעמבערס און מזאל שטיין ווייט פון זיי????

א פשוטע יוד » מאנטאג מאי 6, 2024 5:05 am

· #560885
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
שמן למאור #
פרי עץ הדר #
טייערער רבי ישראליק, די שטאט האלט נישט אז מיר זענען מטורף, מיר זעהען יעדע וואך ליידער חילול שבת מיט זנות, עס האט זיך נישט אפגעשטעלט ליידער ליידער, זייט כאטש מוחה אז דאס איז נישט א דרך ...

וואספארא זנות? מען שטעלט צו זונות אין די פייערהויז? איינער מיט זייער אדרעס?

וואט די העק רעדסטו פון?
16 Grove

שמחהלע קאפשטיק » מאנטאג מאי 6, 2024 8:06 am

· #560888
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
Wow
אכשר דרא!
כ’זעה יעצט אז א היבש אסאך איי-וועלט אידעלעך דרייען זיך דא אין קאווע-שטיבל, והמכין יכין...
נאך אביסל וועלן די פרומאקעס עפענען א "אייגענע" קאווע שטיבל... בהשגחת הרבנים

קורקלענד » מאנטאג מאי 6, 2024 8:08 am

· #560890
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
א נייגעריגע קאטשקע #
קענסט נישט עפענען א נייע ארגעניזעישן פאר פייערס סתם אזוי
ביז דער ווייס סעט זיך אויף געהעריג קען עס זיין א גרויסע סכנה
מקען נישט גיין אזוי אין וואנט אריין
סנישט קיין פראקטישע לעזונג
אפשר קענסטו זיך מסביר זיין 'פארוואס' נישט? ס'זעהט אויס ווי דער דעת הקהל איז אנדערש.

בן ישי » מאנטאג מאי 6, 2024 9:42 am

· #560896
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
דרשת הרב יחזקאל ווייס חול המועד פסח סאטמאר מאנסי

https://customer.teleground.com//media/saved_files/34_05032024_02174204477300.wav

א פשוטע יוד » מאנטאג מאי 6, 2024 12:19 pm

· #560910
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
בן ישי #
דרשת הרב יחזקאל ווייס חול המועד פסח סאטמאר מאנסי

https://customer.teleground.com//media/saved_files/34_05032024_02174204477300.wav
דאנערשטאג אחרי

עמרם » דינסטאג מאי 7, 2024 12:53 pm

· #561144
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
מה כל הרעש אויף די וויזניצע רבי ???
ער האט בכלל נישט מוחה געווען אויף מצילי אש, און נאר ארויסגעברענגט אז זיינע אינגעלייט זאלן זיך נישט אנשליסן,
ער איז בארעכטיגט צו זאגן פאר זיינע אינגעלייט וואס ער וויל, און ער איז נישט מחויב לכבוד דעם מוחה צי זיין אויף ברויערס - וואס אגב לאזט ער אויך נישט ווערן דארט קיין מעמבער.

א גוט יאר » דינסטאג מאי 7, 2024 1:01 pm

· #561150
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
ס'דא א שיינע צאל וויזניצע אין ברויערס, בפשטות די מערהייט פון די אידן דארט.

היימלינד » דינסטאג מאי 7, 2024 1:05 pm

· #561151
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
וויזניצערס וואס פאלגן איהם?
וואס פארדרייסטו א קאפ?

א גוט יאר » דינסטאג מאי 7, 2024 1:34 pm

· #561159
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
היימלינד #
וויזניצע וואס פאלגן איהם?
וואס פארדרייסטו א קאפ?

ס'הייסט אז טרופער פליגמאן פאלגט אים, נישט אזוי?

kolal1 » דינסטאג מאי 7, 2024 4:35 pm

· #561202
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
זייט ווען איז פליגמאן א מעמבער? ער לויפט אויף קאלס?

פונקט פארקערט די מעשה,
נישט דא קיין איין וויזשניצע אין ברויערס און נישט אין מצילי אש (אפשר יעצט וועלן די וויזשניצע וואס האבן נישט ליב ר' ישראל גיין אין מצילי אש)
נאר אלס מנהיג פון די גרעסטע קהילה אין שטאט האט ער אריינגעלייגט טרופער פליגמאן פאר די קאמישענער כדי אוועקצושטעלן די זאך דארט וד"ל, און גראדע ארבעט עס גאנץ פיין,
פרעג דיך נאך וויפיל מיידלעך זענען אריינגעקומען לעצטע יאר אין ברויער,
נאר אויף זיין נוסח רעדט מען ווייניג וואס מען טוט, מען פראפאגאנדירט נישט.

קליינע צדיק » דינסטאג מאי 7, 2024 4:54 pm

· #561205
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
וואלט איך געקענט באשטיין מיטצוהאלטן א דיבעי"ט צווישן רבי יחזקאל ווייס און וויזניץ מאנסי רבי.....

פרי עץ הדר » דינסטאג מאי 7, 2024 5:23 pm

· #561206
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
kolal1 #
זייט ווען איז פליגמאן א מעמבער? ער לויפט אויף קאלס?

פונקט פארקערט די מעשה,
נישט דא קיין איין וויזשניצע אין ברויערס און נישט אין מצילי אש (אפשר יעצט וועלן די וויזשניצע וואס האבן נישט ליב ר' ישראל גיין אין מצילי אש)
נאר אלס מנהיג פון די גרעסטע קהילה אין שטאט האט ער אריינגעלייגט טרופער פליגמאן פאר די קאמישענער כדי אוועקצושטעלן די זאך דארט וד"ל, און גראדע ארבעט עס גאנץ פיין,
פרעג דיך נאך וויפיל מיידלעך זענען אריינגעקומען לעצטע יאר אין ברויער,
נאר אויף זיין נוסח רעדט מען ווייניג וואס מען טוט, מען פראפאגאנדירט נישט.

טייערער איד, איר זאגט עס ארבעט גאנץ פיין מיט פליגמאן, אודה ולא אבוש, איך ווייס נישט ווער איז דער פליגמאן אבער וואוינענדיג לעבן די פייער סטאנציע קען איך זאגן אזוי פיל, זייט איך וואוין אין דער געגענט האב איך געזעהן ווי די פייער דעפארטמענט איז געווארן פון א פייער דעפ. א קלאב האוז, ווי מען קומט זיך זייער אפט צוזאמען מענער מיט פרויען, איר זאגט איין פרוי, איך ווייס פון א געמישעכאטץ פון אינגעלייט מיט אינגע מוידען,
וואס ווען אמאל איז געווען רובן גוים, איז היינט כולו בני ישראל ליידער,
און די גראז שניידט מען דורך די זרע ישראל מיט קאפלעך אום שבת קודש בפרהסיא! זאל דאס איינער מיר לייקענען....

אויב עס איז דא א איד מיט די נאמען פליגמאן וואס האט השפעה זאל ער וויסן עס איז אויף זיינע פלייצעס די חלול שבת, חילול הקודש, די עבירות בפרהסיא....

און דער וויזניצער רבי, כבודו במקומו, מיט די ווערטער וואס ער האט געזאגט אז א יחיד האט געמאכט ווען עס איז דא איבער פערציג וואלונטירען פון פיל קהלות... דאס איז נישט א יחיד ווען כלל ישראל האט שוין באשטייערט א האלב מיליאן דאלער, דאס איז נישט א יחיד,
און ווייטער אז קיינער זאל נישט האבן א שייכות און נישט געזאגט די איין ווארט "די ברויערס קאמפני איז צריך תיקון" נישט מער, איז א שטארקע קשיא און עס שיינט אז די אחריות ליגט יא אויף אים....
און אויף די הארבע טענה וואס וויזניץ האט אויף הרב יחזקאל ווייס וואס איז געווען די איש הלכה אין די חברה הצלה זה שלשים שנה וואס איז מנוגד די דעת התורת מרדכי זצ"ל דאס איז זיכער א דעת יחיד, דער וויזניצער רבי זצ"ל האט רעכט צו זאגן זיין דעת תורה אבער איין זאך איז זיכער, בענין הזה הי' דעת יחיד ומיוחד וואס אלע גדולי הוראה האב נישט געהאלטן ווי אים וואס האבן יא געשטיצט די חברת הצלה בכל כוח ומוח....

אדרבה, ר' יחזקאל ווייס האט געראטעוועט די חברה הצלה צו טוהן ווי די ריכטיגע דעת תורה זאלן יא קענען הלכה, ואשרי לו וזכות הרבי תלוי בו.....

היום » מיטוואך מאי 8, 2024 3:19 pm

· #561305
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
געווען היינט א פייער און מאנסי - ספרינג וואלי ווי א דאך פון א הויז האט אפגעברענט, מיט ניסים איז א עלטערע פרוי גראטעוועט געווארן אינמיטן שלאף, ווען א שכן איז אריין איר אויף וועקן.

האב איך געהערט אז די נייע מצילי אש מעמבערס זענען געווען דארט ערשט, אבער האבן מורא געהאט צו צוגיין דארט אדער טיען עפעס.

town1 » מיטוואך מאי 8, 2024 10:25 pm

· #561369

איר זאגט זייער קלאר צו די זאך,

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 8, 2024 11:02 pm

· #561374
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
היום #
געווען היינט א פייער און מאנסי - ספרינג וואלי ווי א דאך פון א הויז האט אפגעברענט, מיט ניסים איז א עלטערע פרוי גראטעוועט געווארן אינמיטן שלאף, ווען א שכן איז אריין איר אויף וועקן.

האב איך געהערט אז די נייע מצילי אש מעמבערס זענען געווען דארט ערשט, אבער האבן מורא געהאט צו צוגיין דארט אדער טיען עפעס.

אויף אייוועלט זאגן זיי אז מצילי אש איז "נישט" געווען דארט קודם, מען האט זיי גערופן שעפעטר ווען עס איז שוין געווען צו שפעט.
וואס איז דער אמת? איך ווייס נישט.

היכי דמי » מיטוואך מאי 8, 2024 11:27 pm

· #561380

סארי, אבער עס איז מיר שווער צו גלייבן אז אידן מיט קאפלעך שניידן די גראז אום שב״ק. איך בין אייך דן לכף זכות אז איר האט עס געהערט פון א שכן וואס האט עס געהערט אין מקוה פון איינער וואס האט געהערט יחזקאל ווייס דרשה

א פשוטע יוד » דאנערשטאג מאי 9, 2024 1:30 am

· #561403
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
היכי דמי #
סארי, אבער עס איז מיר שווער צו גלייבן אז אידן מיט קאפלעך שניידן די גראז אום שב"ק.

פשרה. אידן אהן קאפלעך וואס רעדן אידיש.

היכי דמי » דאנערשטאג מאי 9, 2024 10:59 am

· #561427
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
א פשוטע יוד #
היכי דמי #
סארי, אבער עס איז מיר שווער צו גלייבן אז אידן מיט קאפלעך שניידן די גראז אום שב"ק.

פשרה. אידן אהן קאפלעך וואס רעדן אידיש.
סארי, איך גלייב אייך נישט. איך האלט קלאר אז דאס איז אן אויפגעמאכטע געשיכטע

היום » דאנערשטאג מאי 9, 2024 12:43 pm

· #561443
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
שמעקעדיג #
היום #
געווען היינט א פייער און מאנסי - ספרינג וואלי ווי א דאך פון א הויז האט אפגעברענט, מיט ניסים איז א עלטערע פרוי גראטעוועט געווארן אינמיטן שלאף, ווען א שכן איז אריין איר אויף וועקן.

האב איך געהערט אז די נייע מצילי אש מעמבערס זענען געווען דארט ערשט, אבער האבן מורא געהאט צו צוגיין דארט אדער טיען עפעס.

אויף אייוועלט זאגן זיי אז מצילי אש איז "נישט" געווען דארט קודם, מען האט זיי גערופן שעפעטר ווען עס איז שוין געווען צו שפעט.
וואס איז דער אמת? איך ווייס נישט.

געהערט היינט, אז זיי זענען ביידע געשטאנען דארט אינדרויסן, איינער קעגן צווייטן, ווי צוויי טיעמס ביי א קאלאוואר אין קעמפ…

(אדער להבדיל, ווי די פרא און אנטי ישראל פראטעסטן.)

קורקלענד » דאנערשטאג מאי 9, 2024 1:00 pm

· #561449
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
היכי דמי #
א פשוטע יוד #
היכי דמי #
סארי, אבער עס איז מיר שווער צו גלייבן אז אידן מיט קאפלעך שניידן די גראז אום שב"ק.

פשרה. אידן אהן קאפלעך וואס רעדן אידיש.
סארי, איך גלייב אייך נישט. איך האלט קלאר אז דאס איז אן אויפגעמאכטע געשיכטע
דער קען ח''ו נישט גלייבן אז דער מחלל שבת איז מחלל שבת. טראץ וואס ס'איז אפען לעיני כל. טשעק אינסטאגראם'ס אקאונט פון בּראויערס.... און כדי צו קענען לייקענען די מעשה און נישט דן זיין לכף חוב גייט מען שרייען אז הרב ווייס איז א גראבע ליגענער און דאס מעג מען און דארף מען יא גלויבן.

#היפיקריט

א בני יואל » דאנערשטאג מאי 9, 2024 5:52 pm

· #561492
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
יעצט געקוקט אויף זייער אינסטעגראם פין 2019 ביז יעצט איז נישט פארהאן קיינער מיט א גראז שניידער דארט בנימצע
אפשר דער ווייס איז א גראבע ליגענער
אדער אפשר א צווייטער סתם א מוציא שם רע אויף א יוד ווער ווייסט
אפשר פארמישטי זיך מיט איינער וואס וואשט א פייער טראק פעברערי דעים פערטן איז גראדע א פרייטיג. קיקט אויס וויי איינער פרשפרייט גראבע ליגיונות

kolal1 » דאנערשטאג מאי 9, 2024 5:55 pm

· #561493
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
קורקלענד #
היכי דמי #
א פשוטע יוד #
היכי דמי #
סארי, אבער עס איז מיר שווער צו גלייבן אז אידן מיט קאפלעך שניידן די גראז אום שב"ק.

פשרה. אידן אהן קאפלעך וואס רעדן אידיש.
סארי, איך גלייב אייך נישט. איך האלט קלאר אז דאס איז אן אויפגעמאכטע געשיכטע
דער קען ח''ו נישט גלייבן אז דער מחלל שבת איז מחלל שבת. טראץ וואס ס'איז אפען לעיני כל. טשעק אינסטאגראם'ס אקאונט פון בּראויערס.... און כדי צו קענען לייקענען די מעשה און נישט דן זיין לכף חוב גייט מען שרייען אז הרב ווייס איז א גראבע ליגענער און דאס מעג מען און דארף מען יא גלויבן.

#היפיקריט
וואס איז זייער אקאונט?

היכי דמי » דאנערשטאג מאי 9, 2024 7:54 pm

· #561510
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
קורקלענד #
היכי דמי #
א פשוטע יוד #
היכי דמי #
סארי, אבער עס איז מיר שווער צו גלייבן אז אידן מיט קאפלעך שניידן די גראז אום שב"ק.

פשרה. אידן אהן קאפלעך וואס רעדן אידיש.
סארי, איך גלייב אייך נישט. איך האלט קלאר אז דאס איז אן אויפגעמאכטע געשיכטע
דער קען ח''ו נישט גלייבן אז דער מחלל שבת איז מחלל שבת. טראץ וואס ס'איז אפען לעיני כל. טשעק אינסטאגראם'ס אקאונט פון בּראויערס.... און כדי צו קענען לייקענען די מעשה און נישט דן זיין לכף חוב גייט מען שרייען אז הרב ווייס איז א גראבע ליגענער און דאס מעג מען און דארף מען יא גלויבן.

#היפיקריט

איך האב נעכטן געזעהן די גבאי פון זלמן לייב אריין אין א קאר מיט א זונה.
גלייבסט מיר נישט? איך שיק דיר א לינק צו די גויטעס אינסטעגרעם קענסט דארט אליס זעהן.
סעריעסלי? איך קען זייער גוט מאנסי פייער דעפ, איך בין א מאנסיער.

איך זאג נישט אז זיי זיצן און לערנען א גאנצע טאג. אבער גיי מיר א גאנג. צו זאגן אז אידן שניידן דארט גראז שב״ק איז א בלבול פון סיקריקים.

קורקלענד » דאנערשטאג מאי 9, 2024 7:57 pm

· #561511
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
קודם שיק א לינק צו די גויטע'ס אינסטאגראם'ס אקאונט. נאכדעם וועט מען רעדן ווייטער.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8