☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

364 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14883
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8

היכי דמי » דינסטאג מאי 14, 2024 5:33 pm

· #562221
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
א פשוטע יוד #
היכי דמי #
א פשוטע יוד #
היכי דמי #

ביזט אזוי זיכער? וואס הייסט זיי דרייען זיך נישט צווישן היימישע אידן? עס איז פול מיט פרומע אידן דארט. מענער, פרויען, און בחורים. איינער פרומער און איינער שוואכער. אלע פון זיי וואוינען אין הימישע געגענטער. א חלק פון זיי פליען געהעריג צו קאלס שבת "פון היימישע געגענטער"
אז זיי דרייען זיך נישט צווישן היימישע אידן מיינט אז זיי רעספאנדן נישט צי קיין קאלס פון אידן איך וואוין אין מאנסי אלע יארן אלס קינד איז מיר אסאך מאל אויסגעקומען צי זעהן וויי א פייער פייטער מיט א הוילן קאפ רעדט א היימישע אידיש איך קום נישט יעצט זאגן אז דעיס איז די פראבלעם סאך הכל זאג איך דיר א פאר 15 יאר צירוק אלץ קינד האב איך געוואוסט אז סאיז דא פרייע אין די פייער דעפארטמענט משא"כ EMS נאך א זאך סזעט נישט אויס אז איהר קענט די סיסטעם דא אין EMS ביי די EMs איז נישט דא אזא זאך אז מגייט צי א קאל סאיז דא שיפטס ווען די זיצט אויפן אמבולאנס און דעמאלטץ נעמט יענער די קאלס סא קיינער פליעט נישט צי קיין קאלס פון "די היימישע געגנטער" נאך א זאך היות סדא שיפטס קומט אויס אז קיינער איז נישט מחלל שבת נאר אויב ער נעמט א שיפט שבת אין קיין איין שומר שבת נעמט נישט קיין שיפט משא"כ ביי די פייער דעפארטמענט לויפט יעדער אפילו ער האלט זיך פאר א שומר שבת, נ.ב. אויב סאיז נישט קלאר ארויסגעברענגט וועל פרובירן שפעטער עס בעסער מסביר זיין
איי געס דו ווייסט נישט וויאזוי עס ארבעט. עס איז דא שיפטס, און אויך רעספאנדערס. איך האב א חבר וואס איז דארט א וואלענטיר און ער האט א היתר פון זיין רב צו רעספאנדן שבת.
וועלכע EMS קאמפאני ??? און וועלכע רב געבט אים א היתר???
ספרינג הילל.
וועלכע רב ווייס איך נישט

היכי דמי » דינסטאג מאי 14, 2024 5:45 pm

· #562228

א פשוטע יוד » דינסטאג מאי 14, 2024 5:47 pm

· #562229

די האלטסט אז ער איז א מחלל שבת?

היכי דמי » דינסטאג מאי 14, 2024 8:25 pm

· #562247
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
א פשוטע יוד #
היכי דמי #
א פשוטע יוד #
היכי דמי #

איי געס דו ווייסט נישט וויאזוי עס ארבעט. עס איז דא שיפטס, און אויך רעספאנדערס. איך האב א חבר וואס איז דארט א וואלענטיר און ער האט א היתר פון זיין רב צו רעספאנדן שבת.
וועלכע EMS קאמפאני ??? און וועלכע רב געבט אים א היתר???
ספרינג הילל.
וועלכע רב ווייס איך נישט
די האלטסט אז ער איז א מחלל שבת?
ניין. ווער בין איך צו האלטן אז ער איז א מחלל שבת אויב זיין דיין איז אין מתיר?

היכי דמי » דינסטאג מאי 14, 2024 8:26 pm

· #562248
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
אין א צויייטע טייל פון שטאט, געפונט זיך א צווייטע אי-עם-עס פירמע. אויך אן ארגאניזאציע פול מיט היימישע מענער און ווייבלעך און חסידישע בחורים.

ווי איז יחזקאל ווייס דא?
📎 fbb7ee8b-5dc1-4844-81e5-a2b24fcb1929.jpeg

א פשוטע יוד » דינסטאג מאי 14, 2024 10:17 pm

· #562259
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
היכי דמי #
א פשוטע יוד #
היכי דמי #
א פשוטע יוד #

וועלכע EMS קאמפאני ??? און וועלכע רב געבט אים א היתר???
ספרינג הילל.
וועלכע רב ווייס איך נישט
די האלטסט אז ער איז א מחלל שבת?
ניין. ווער בין איך צו האלטן אז ער איז א מחלל שבת אויב זיין דיין איז אין מתיר?
אהא אבער יחזקאל ווייס דארף ברענגען גאנצע ליסטעס פון רבנים אברהם הערש וואזנער מיט נייטרא רב איז נישט גענוג אבער דיין חברס דיין וואס די ווייסט נישט ווער סאיז איז גענוג זייער קלאר

היכי דמי » מיטוואך מאי 15, 2024 12:54 am

· #562269
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
א פשוטע יוד #
היכי דמי #
א פשוטע יוד #
היכי דמי #

ספרינג הילל.
וועלכע רב ווייס איך נישט
די האלטסט אז ער איז א מחלל שבת?
ניין. ווער בין איך צו האלטן אז ער איז א מחלל שבת אויב זיין דיין איז אין מתיר?
אהא אבער יחזקאל ווייס דארף ברענגען גאנצע ליסטעס פון רבנים אברהם הערש וואזנער מיט נייטרא רב איז נישט גענוג אבער דיין חברס דיין וואס די ווייסט נישט ווער סאיז איז גענוג זייער קלאר
פארשטייסט טאקע נישט די חילוק? אדער מאכסט זיך.

מיין חבר האט א פריוואטע היתר און עס איז מיר בכלל נישט נוגע ווער די דיין איז? וואס וועט עס מיר העלפן אויב ווייס איך.
עס איז מיר באמת נישט קיין חילוק צו עס איז פאפא דיין, סאטמאר דיין, אדער א ליטווישע דיין פון פאמאנע, אדער א ליבאוויטשער פון סאפרען.

און מיין חבר איז מיר באגלייבט און אויב זאגט ער מיר אז ער האט א היתר גלייב איך אים. און אויב איז עס נישט אמת, איז עס זיין פראבלעם, נישט מיין. (אפילו ער זאגט מיר א דיין׳ס נאמען וועל איך דאך נישט וויסן צו ער זאגט מיר דעם אמת אדער סתם א ליגענט)

משא״כ יחזקאל ווייסט פירט א מאסיווע מערכה און דרייט איבער א שטאט. און ווי איך פארשטיי איז ער אליין ניטעמאל קיין דיין, דאן מעג איך פארלאנגן צו וויסן וועלכע תורה אוטאריטעטן שטיצן אים.

ספעציעל אין א שטאט ווי מאנסי וואס ביי יעדע פראבלעם זענען די רבנים אויף איין זייט און קומען צוזאמען ארויס מיט א פאראייניגונג און פונקט דא ווי די פראבלעם איז חילול שבת און תערובות אין שטאט, צוויי גאר הארבע זאכן און מען הערט נישט קיין שום הלכה פון קיינעם. די איינציגסטע וואס מען האט יא געהערט איז פון וויזניץ רבי קעגן דעם.

קורקלענד » מיטוואך מאי 15, 2024 1:00 am

· #562270
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
ער איז נישט קיין דיין? ווער איז די אפיציעלע דיין אויף הצלה, חברים, חביבים?

יין שרף » מיטוואך מאי 15, 2024 1:04 am

· #562271
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
קורקלענד #
ער איז נישט קיין דיין? ווער איז די אפיציעלע דיין אויף הצלה, חברים, חביבים?
הצלה? בעלזא דיין ר' בצלאל טובי' וועטענשטיין.
חברים? ר' חיים פייוול שנעבאלג.
חביבים? רב אינדיג אב"ד ריבאטיטש.

ר"י ווייס איז מגיד שיעור וואס גיבט איבער די הוראות פון בעלזא דיין פאר די חברי הצלה.

היכי דמי » מיטוואך מאי 15, 2024 1:14 am

· #562273
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
קורקלענד #
ער איז נישט קיין דיין? ווער איז די אפיציעלע דיין אויף הצלה, חברים, חביבים?
נע. ער איז א פשוטע מגי״ש פאר ביידע ארגאניזאציעס. יעדע ארגאניזאציע האט זיך זיין דיין.

סתם פאר אינטערסאנטקייט מענין לענין באותו ענין. חביבים אין מאנסי האט אנגעהויבן שבת סערוויסעס דורך גוים אפאר חדשים צוריק און חברים האט פארפירט אז עס איז חילול שבת און נישט אויסגעהאלטן. עטליכע וואכן צוריק האט חברים אדווערטייזט די אקוראט זעלבע סערוויס ווי חביבים.

ווי איז די חילול שבת איצט?

א פשוטע יוד » מיטוואך מאי 15, 2024 11:53 am

· #562308
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
יין שרף #
קורקלענד #
ער איז נישט קיין דיין? ווער איז די אפיציעלע דיין אויף הצלה, חברים, חביבים?
הצלה? בעלזא דיין ר' בצלאל טובי' וועטענשטיין.
חברים? ר' חיים פייוול שנעבאלג.
חביבים? רב אינדיג אב"ד ריבאטיטש.

ר"י ווייס איז מגיד שיעור וואס גיבט איבער די הוראות פון בעלזא דיין פאר די חברי הצלה.
ר יחזקאל איז די דיין פאר הלכות שבת אין חברים ר חיים פייוול איז די השקפה

א בני יואל » מיטוואך מאי 15, 2024 6:49 pm

· #562351
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
סגייט מיר נישט אריין אין קעפעלע דאס גאנצע וואס דער גאון ווייס פירט דארט אין מאנסי מיט זיין מערכה מיט די פייער טראקס
אפשר קען איינער אריינקימען מיט א קלארשאפט אין מסביר זיין
איז נישט דער פייער דיפארטמענט ברויער אינטער די שטאטישע הערשאפט וואס ענטפערט די 911 קאלס אין יענע געגענט
וואס פינקטלעך וויל דער יוד איינפירען מיט זיינע אייגענע פייער טראקס אין שבת
אז יונגעלייט זאלען קימען ציפליען מיט פייער עקסטיגנעשערס אין די וואכען ווייל ער האט א פראבלעים מיט אנדערע וואס זענען מחלל שבת
אפשר זאגט ער ווי אזוי פלאנט ער צי פארלעשן די פייערס וואס ברענען שבת ווען סאיז נישט פארהאן קיין שום וועיג אויסער מיט גיסען וואסער ארום דעים פייער לויט די הלכה
מילא פארשטיי איך נישט וואס ער פארפירט דארט
ער האט א פראבליעם מיט יודעלעך אדער אםגעפארענע יודעלעך וואס לויפן דארט מיט די פייערלעשער
נא
זאל ער נישט ריפען 911
זאל ער לייגען א גרויסער סיין אין פארענט פין זיין הויז בזה הלשון
אויב פלאקערט דאס הויז דא ביטע נישט ריפען ניין איינס איינס
איך פארשטיי נישט וואס ער וויל ער ווייסט ער געפינט זיך אין א שטאט וואס באלאנגט נישט צי א יוד אזוי ווי קרית יואל אדער ער כאפט נישט ווייל ער לעיבט אין זיינע ד אמות אין קיקט נישט ארויס פין זיין באבעל
ער ווילדעוועט ארום א גאווערמענט עסטעבלישמענט מיט וואלאנטירן
ער האט א ברירה ער קען לויפן פאר טשיף אדער טשער אין דעמאלטס קען ער ווערן בעל הבית דארט
אין זייט ווען אין פינקטלעך ווי אזוי פלאנט ער צי ווערן דער אפיציעלער פייער לעשער פין דעים גאנצען געגענט דארט אין ער גייט איבער נעמען די 911 סיסטעם
למשל
ווען א מעסיקאנער גייט קראכען אין שבת קודש אין א לעקטער שטאנג אין ער גייט ריפען גאון ווייס פייער דיפארטמענט גייט די דיספעטשער עים זאגען
סור פליז סטעי דער אנטול סעטערדעי איז אווער ענד די סאן איז נאט וויזעבעל עני מאר ענד דען ווי וויל סענד ע יונגערמאן ענד הו וויל לאק אינטא דע פראבליעם
אדער גייט ער ארויף לייגען א נייע טשערעדי היתחייבות פאר אלע תשבי מאנסי אז זאל קענען דינגען גוים
איך פארשטיי נישט וואס ער וויל דא
לויט ווי סקיקט אויס פארפירט סתם ווייל ער איז נישט די מענעדזער דארט
אדער אז ער איז נישט זייער רב דארט
אין ער מיט זיינע מיטהעלפער זענען גרייט צי פאבריצירען וועלכע מעשה די ווילסט נאר הערן אפילו אז א יוד מיטן קאפעל שניידט דע גראז דארט שבת אין טאמער איינער פרעיגט עס אפ
זאגט ער נאאא סאיז כמו גוזמא
אינטערשטע שורה
וואס וויל דער יוד
ביטע אויסקלארן אויב קען איינער

בן ישי » מיטוואך מאי 15, 2024 7:42 pm

· #562357
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
זיין פראבלעם איז געווען אז ווען איינער האט א פייער אום שבת מוז ער זיי רופן און ס'נישט געווען קיין אנדערע אפציעס, און עס איז אנגעקומען יודן וואס האבן מחלל שבת געווען בפרהסיא.

ער האט אנגעהויבן א מערכה אז די יודן דארטן זאלן זיין אונטער א דיין וואס נעמט פולקאמע אחריות און לערנט זיי אויס ווען זיי מעגן לויפן אויף שבת, וויפל מעגן גיין, און וואס יודן מעגן טוהן, און אוודאי נישט מחלל שבת זיין מיט רייכערן, נוצן די פאון וכו'.

אזויווי זיי האבן (פארשטענדליך) נישט געוואלט ארבעטן מיט עם, האט ער מחליט געווען צו עפענען א אייגענע, אזוי מוז מען נישט בעל כרחך זעהן און זיין א חלק מיט די חילול שבת.

זיי האבן לעצטענס אנגעהויבן גיין אויף שבת און זיי האבן אויך שבת גוים פאר אלע זאכן וואס א יוד מעג נישט, פונקט אזויווי ס'איז אויסגעארבעט אין קרית יואל.

זיי זאגן אז זיי האבן בערך 40 מעמבערס און בקרוב גייט קומען זייער ערשטע טראק, דערווייל מעגן זיי נישט אריינגיין ווען די פייער ווערט שוין א סטראקטשער פייער וויבאלד זיי האבן נישט קיין מאסקעס ווייל זיי גייען בערד, עס איז דא א קאמפעני מאסק וואס ארבעט יא מיט בערד און זיי ווארטן אז ס'זאל ווערן אפראווד ביי די סטעיט.

דערווייל זאגן זיי אז זיי האבן שוין געראטעוועט זייער סאך הייזער וויבאלד זיי האבן א זייער שנעלע ריספאנס טיים און זיי לעשן פאר די פייער ווערט גרויס.

מילך טראק » מיטוואך מאי 15, 2024 8:19 pm

· #562361
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
בעל דרשן #
איינער געבט בכלל א ניקל וואס די מאנסי רבי זאגט ? אויף הצלה זענען זיי אויך דערקעגן

נעמט אין אכט אז פליגמאן איז זיינס א חסיד איז דא נגיעות פארמישט אויך...
דער וואס גיט א דיים אויף וואס סאטמערער רבי האט געזאגט

היכי דמי » מיטוואך מאי 15, 2024 8:29 pm

· #562363
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
א פשוטע יוד #
ר' יחזקאל איז די דיין פאר הלכות שבת אין חברים ר' חיים פייוול איז די השקפה

לאל. דער מורה הוראה אויף השקפה און די מגי"ש אויף הלכה... לעבסט אין לאלא לענד?

היכי דמי » מיטוואך מאי 15, 2024 8:31 pm

· #562364
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
בן ישי #
זיין פראבלעם איז געווען אז ווען איינער האט א פייער אום שבת מוז ער זיי רופן און ס'נישט געווען קיין אנדערע אפציעס, און עס איז אנגעקומען יודן וואס האבן מחלל שבת געווען בפרהסיא.

ער האט אנגעהויבן א מערכה אז די יודן דארטן זאלן זיין אונטער א דיין וואס נעמט פולקאמע אחריות און לערנט זיי אויס ווען זיי מעגן לויפן אויף שבת, וויפל מעגן גיין, און וואס יודן מעגן טוהן, און אוודאי נישט מחלל שבת זיין מיט רייכערן, נוצן די פאון וכו'.

אזויווי זיי האבן (פארשטענדליך) נישט געוואלט ארבעטן מיט עם, האט ער מחליט געווען צו עפענען א אייגענע, אזוי מוז מען נישט בעל כרחך זעהן און זיין א חלק מיט די חילול שבת.

זיי האבן לעצטענס אנגעהויבן גיין אויף שבת און זיי האבן אויך שבת גוים פאר אלע זאכן וואס א יוד מעג נישט, פונקט אזויווי ס'איז אויסגעארבעט אין קרית יואל.

זיי זאגן אז זיי האבן בערך 40 מעמבערס און בקרוב גייט קומען זייער ערשטע טראק, דערווייל מעגן זיי נישט אריינגיין ווען די פייער ווערט שוין א סטראקטשער פייער וויבאלד זיי האבן נישט קיין מאסקעס ווייל זיי גייען בערד, עס איז דא א קאמפעני מאסק וואס ארבעט יא מיט בערד און זיי ווארטן אז ס'זאל ווערן אפראווד ביי די סטעיט.

דערווייל זאגן זיי אז זיי האבן שוין געראטעוועט זייער סאך הייזער וויבאלד זיי האבן א זייער שנעלע ריספאנס טיים און זיי לעשן פאר די פייער ווערט גרויס.

קומט לכאורה נאך א צדק קאמפיין צו ערלעידיגען די געזעץ פאר מאסקעס.

בן ישי » מיטוואך מאי 15, 2024 8:34 pm

· #562365
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
בן ישי #
דערווייל זאגן זיי אז זיי האבן שוין געראטעוועט זייער סאך הייזער וויבאלד זיי האבן א זייער שנעלע ריספאנס טיים און זיי לעשן פאר די פייער ווערט גרויס.

ווי די כלל גייט איז קאמפעטישען אייביג גוט פאר די קאסטומער.

זייט די מערכה האט די אלטע פייער דעפארטמענט זיך אסאך ארויפגעארבעט. די רעספאנס טיים איז סאך בעסער, זיי האבן באקומען אסאך נייע פליי קארס (סאך ווייניגער חילול שבת), שבת גוים וואס פארן ארום פעטראלן אויף די גאסן דורכאויס שבת, בקרוב קומט א פארגעשריטענע רעדיאו סיסטעם, און נאך.

א פשוטע יוד » מיטוואך מאי 15, 2024 9:47 pm

· #562369
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
היכי דמי #
א פשוטע יוד #
ר' יחזקאל איז די דיין פאר הלכות שבת אין חברים ר' חיים פייוול איז די השקפה

לאל. דער מורה הוראה אויף השקפה און די מגי"ש אויף הלכה... לעבסט אין לאלא לענד?

אקעי כ'וועל טרייען זיך בעסער ארויסברענגען.
ר' חיים פייוול איז רב אבער אלעס בנוגע שבת האט מיט ר' יחזקאל.
דעיס האב איך געהערט פון א חברים מעמבער.

א בני יואל » מיטוואך מאי 15, 2024 9:51 pm

· #562371
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
בן ישי #
זיין פראבלעם איז געווען אז ווען איינער האט א פייער אום שבת מוז ער זיי רופן און ס'נישט געווען קיין אנדערע אפציעס, און עס איז אנגעקומען יודן וואס האבן מחלל שבת געווען בפרהסיא.

וואספארא אנדערע אפציע האט בכלל א יוד ווען סאיז שבת און ס'פלאקערט? א יוד קען נישט און טאר נישט לעשן קיין פייערס שבת, נישט קיין חילוק וועלכע וועג זאלסט דרייען מיטן פינגער!

ער האט אנגעהויבן א מערכה אז די יודן דארטן זאלן זיין אונטער א דיין וואס נעמט פולקאמע אחריות און לערנט זיי אויס ווען זיי מעגן לויפן אויף שבת, וויפל מעגן גיין, און וואס יודן מעגן טוהן, און אוודאי נישט מחלל שבת זיין מיט רייכערן, נוצן די פאון וכו'.

אלעס גערעכט, אבער מאנסי איז נישט קיין שטאט וואס באלאנגט פאר איינעם אזוי ווי קרית יואל! וואס, און ווי אזוי, פלאנט ער זיי אפצושטעלן? און וואס גייט ער טוען אנדערש ווען א גוי רופט אין זיין הויז וואס פלאקערט אדער ווען דער גוי'ס קאר פלאקערט?
גייט ער זיצן אויף אלע מאנסיער יודען מיט טשערעטי קאמפיינס אלץ לכבוד שבת?

אזויווי זיי האבן (פארשטענדליך) נישט געוואלט ארבעטן מיט עם, האט ער מחליט געווען צו עפענען א אייגענע, אזוי מוז מען נישט בעל כרחך זעהן און זיין א חלק מיט די חילול שבת.

פיין און געוואלדיג! ווי אזוי פינקטלעך גייט דאס ווערן אפגעשטעלט?
למעשה מאסקעס אין פייער מיט א מענטש מיט א בארד ארבעט נאכנישט, און די סטעיט גייט דאס קיינמאל לכאורה נישט אפראווען. קוק אן קרית יואל ארבעט שוין דערויף יארן לאנג!

זיי האבן לעצטנס אנגעהויבן גיין אויף שבת און זיי האבן אויך שבת גוים פאר אלע זאכן וואס א יוד מעג נישט, פונקט אזויווי ס'איז אויסגעארבעט אין קרית יואל.

נאכאמאל, מאנסי איז נישט קרית יואל.

זיי זאגן אז זיי האבן בערך 40 מעמבערס און בקרוב גייט קומען זייער ערשטע טראק,

זיי קענען האבן 80 אויך, ווי לאנג זיי זענען נישט הונדערט פראצענט בארעכטיגט אריינצוגיין זענען זיי ווערט טויטע באנקעס, העכסטנס קענען זיי פארטיילן בעטעריס פאר סמאוק דיטעקטערס ביי די אינטערנעט אסיפה.

דערווייל מעגן זיי נישט אריינגיין ווען די פייער ווערט שוין א סטראקטשער פייער וויבאלד זיי האבן נישט קיין מאסקעס ווייל זיי גייען בערד, עס איז דא א קאמפעני מאסק וואס ארבעט יא מיט בערד און זיי ווארטן אז ס'זאל ווערן אפראווד ביי די סטעיט.

ס'איז א ארץ ישראל'דיגע קאמפעני און די סטראקטשער דארט איז בכלל נישט ווי אזוי מען בויעט אין מאנסי.

דערווייל זאגן זיי אז זיי האבן שוין געראטעוועט זייער סאך הייזער וויבאלד זיי האבן א זייער שנעלע ריספאנס טיים און זיי לעשן פאר די פייער ווערט גרויס.

און איך זאג אז פארדעם דארף מען נישט קיין פייערלעשער טראק, ס'איז גוט חברים מיט פייער עקסטיגנעשערס.

ממילא טראכט א מינוט, וואס פונקטלעך און ווי אזוי גייט הרב הצדיק הגאון הקדוש ווייס טון אפצושטעלן דעם גרוילהאפטיגן חילול שבת וואס גייט אן אין מאנסי העכער צוואנציג יאר?
חביבים האט נישט אפגעשטעלט חברים,
שומרים האט נישט אפגעשטעלט שמירה,
פליפּ פאונס האבען נישט אפגעשטעלט סמארטפאונס,
עזרת נשים האט נישט פארשפארט הצלה,
ממילא ביטע זייט מסביר וואס גייט ווייס קענען טון אז די ליידיגע שרצים פין מאנסי פייער דיפארטמענט זאלן ארויסלייגן זייערע טראקס פאר סעיל און פארקויפן זייער בילדינג?
און אויב קען ער נישט, דעמאלטס וואס איז די גאנצע מערכה דא?

א פשוטע יוד » מיטוואך מאי 15, 2024 10:58 pm

· #562377
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
פארוואס פרעגסטו נישט פארוואס מ'האט געפענט הצלה, EMS איז נאך אפען

א פשוטע יוד » מיטוואך מאי 15, 2024 11:00 pm

· #562379
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
שמירה איז געווען פאר שומרים????🤔🤔🤔🤔

א נייגעריגע קאטשקע » מיטוואך מאי 15, 2024 11:29 pm

· #562381
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
א יוד מעג לעשן א פייער אין רוב פעלער אויב סאיז א סכנה
אין רוב מאל איז א פייער א סכנה אפילו סאי'ז נאר דא רויך

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 15, 2024 11:32 pm

· #562382
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
הרב בני יואל, דו קריכסט אביסל אויף גראדע ווענט, עס שיינט אז דו האסט עפעס פערזענליך אקעגן דעם "גאון וצדיק" ווייס...

קודם כל לאמיר הערן אויב - אלס איד - טוט דיר וויי חילול שבת פון היימישע בחורים און יונגעלייט?
לאמיר לייגן אין א זייט די לעשן פייערס חלק, וואס על זה אנו דנים - וואס איז מיט זייער רייכערן, נוצן די פאון, שמועסן מיט פרויען בפומבי?

זאגסט אז מען קען גארנישט טון, איי קרית יואל? דארט איז אנדערש... ער ווייזט דיר אז מאנסי איז אויך אנדערש! אין פאקט איז דא א שיינע קבוצה פון אינגעלייט וואס האבן שוין אסאך אויפגעטון, פארוואס מאכסטו זיך אזוי תמ'עוואטע און פרעגסט כסדר איבער "וואס און ווי אזוי גייט ער אויפטון"? פשוט, אויב וועט מען רופן זיין מצילי אש נומער, און זיין פייער דעפארטמענט האט גויים לעת הצורך און מען פירט זיך גענוי לויט די הלכה, א שטייגער ווי אין קרית יואל, איז (לכה"פ א חלק) מישאן אקאמפלישט, ניין?

אבער לאמיר לאזן שבת אין דער זייט. אילו לו בא אלא בשביל די רעספאנס טיים, דיינו! די פייער דעפארטמענט אין מאנסי איז אלץ געווען טרויעריג-בארימט אלס אנקומען צום פייער ווי א שירעם נאכ'ן רעגן. מען האט זיי געקאלט אויף א קליין פייערל און כמעט אייביג זענען זיי אנגעקומען ווען דאס הויז האט שוין געפלאקערט, ארום 20 מינוט נאכ'ן רופן!

נישט אז איך באשולדיג זיי, זיי זענען נאר וואלונטירן, און זיי דארפן לויפן פון וואו-אימער זיי זענען מיט א נארישע בלויע לעמפל ביז די פייער הויז, זיך איבערטון קליידער/הוטן/בוטס, ווארטן אויף אלע מיטגלידער פונעם טראק זאלן זיין גרייט, און דאן ארויספארן מיט קולות וברקים, און ביז וואס ווען איז שוין געווען דערנאך, ליידער צאללאזע הייזער זענען געגאנגען לטמיון און חרוב געמאכט אלע האב און גוטס פון די איינוואוינער.

די מצילי אש האבן מחדש געווען א נייע מהלך. זיי לויפן ווי הצלה מעמבערס. א הצלה מעמבער קען נישט טון אלעס וואס א מעדיק טוט, האט נישט אלע טולס וואס א אמבולאנס/באס פארמאגט, און זיכער נישט וואס א שפיטאל האט. אבער ער איז א פירסט רעספאנדער און קען ארויסנעמען דעם פאציענט מכלל סכנה בעז"ה. און אט דאס האט מצילי אש באוויזן מיט זייער קליינע הייפעלע אידן מיט די פאר "פייער עקסטינגווישערס"! עס איז שוין נישט קיין סוד וויפיל הייזער און פארמעגנס זיי האבן שוין געראטעוועט. נאכדעם קען שוין די ברוער פייער קאמפעני קומען...

א פשוטע יוד » דאנערשטאג מאי 16, 2024 12:47 am

· #562387
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
📎 Screenshot_20240516_004441_Chrome.jpg

א בני יואל » דאנערשטאג מאי 16, 2024 9:17 am

· #562408
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
שמעקעדיג #

קודם חילול שבת באדערט מיך אויפן העכסטען פארנעם סעסט מיך אויף דעם דם התמצות
איך קען בכלל נישט הרב הגאון ווייס
אין אויך נישט פלוגמאן דער טראפער
לויט דעים קליפ וואס כהאב נעכטן געזעהן פין דעים טרופער פלוגמאן דערמאנט ער מיך פין א בחור אין ישיבה וואס פלעיגט ארום גיין מיט א שאפּינג בעג אין אינעוויניג איז געוועהן זיינע תפילין אין אויך א טשערי לייט
יעדעס מאל וואס ער האט גענומען א טעקסי פלעיגט ער ארויפלייגען די טשערי לייט אויפן פענסטער
אבער איך קען נישט דעים קדוש ווייס אין איך וואין נישט אין מאנסי אין נישט לעיבן מאנסי
אבער
לויט דעים ווייס מהלך קיקט פשוט אויס ווי ער האט א פערזעינליכע אגענדע אין איך פארשטיי נישט ווי אזוי א פריוואטער פייערלעשער וואלאנטיר קאמפעני קען ארויסלייגעו א שטאטישער אגענטור פין ביזנעס
אפשר מיטן באשמוצען אז זייערע יודען שניידען גראז מיטן קאפעל שבת נאכמיטאג אדער אנדערע לגיונות אין ווי אזוי רבי ווייס גייט דאס אפּשטעלן פינקטלעך
אין פארדעים פרעיג איך
אויב די FDNY גייט אויפנעמען פיפצען ליידיגייערס פין דאס יודיש פאלק אין זיי גייען מחלל שבת זיין אין רייכערען אין שניידען גראז אין שבת קודש אין איינער גייט עפענען זיין אייגענע פייערלעשער קאמפעני אינעם הארץ פין וויליאמסבורג גייט די FDNY אפשטעלן זייער סטאנציע ?
גייט ער זיי ארויסלייגען פין ביזנעס ?
אין ניין סקיקט אויס די ווייסט נישט פארוואס מהאט געגרינדעד מצילי אש אין קרית יואל אין מיט וואס זייער מהלך איז אנדערש
אדער די פארשטייסט נישט וואס א ידישער שטעטעל איז אנדערש ווי א נישט יודישער
די טעיפּ פורים אין שמייכעלסוויל קען דאס אביסעלע מסביר זיין
יעצט ביטע זיי מסביר קלאר ווי אזוי ווייס ענד קא גייט אפשטעלין די חילול שבת אין מאנסי פייער ענד קא…

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 16, 2024 9:41 am

· #562413
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
א בני יואל: איך בין מסכים מיט כמעט אלעס וואס דו זאגסט. נאר דער פאקט אז מצילי אש אין קרית יואל וואס ווערט געפיהרט 100% עפ"י הלכה האט עפעס צו טון מיט דעם פאקט אז ס'איז דא א מרא דאתרא מיט א ביד"צ.

משא"כ מאנסי איז א שטאט וואו ס'איז נישט דא א מרא דאתרא. ווייל ס'איז אן אנדער סעט-אפ. מאנסי איז אן אידנעפענדענט שטאט.

א גוט יאר » דאנערשטאג מאי 16, 2024 9:59 am

· #562414
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
א בני יואל #
ס'קוקט אויס דו ווייסט נישט פארוואס מהאט געגרינדעד מצילי אש אין קרית יואל אין מיט וואס זייער מהלך איז אנדערש
אדער דו פארשטייסט נישט וואס א ידישער שטעטעל איז אנדערש ווי א נישט יודישער

וואס מאכט אויס צו ס'א אידישע שטאט צו נישט?
הצלה אין מאנסי איז די זעלבע ווי הצלה אין קרית יואל, די זעלבע הלכות, שבת גוים וכו'
מיט וואס איז פייער דעפ. אנדערש?

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 16, 2024 10:10 am

· #562419
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
א גוט יאר: אויב איך פארשטיי גוט דיין (רעטארישע) קשיא. אזוי ווי איך האב געזאגט פריער אז דער חילוק פון קר"י און מאנסי און אנדערע שטעט איז אז קרית יואל איז א שטאט וואו ס'איז דא א מרא דאתרא. און אלעס ווערט געפיהרט לויט זיינע הוראות. משא"כ מאנסי איז אן אינדעפענדענט שטאט. וואו ס'איז נישט דא אן אפיציעלער רב וואס א יעדער מוז איהם פאלגן.

א גוט יאר » דאנערשטאג מאי 16, 2024 10:22 am

· #562420
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
berlbalaguleh #
א גוט יאר: אויב איך פארשטיי גוט דיין (רעטארישע) קשיא. אזוי ווי איך האב געזאגט פריער אז דער חילוק פון קר"י און מאנסי און אנדערע שטעט איז אז קרית יואל איז א שטאט וואו ס'איז דא א מרא דאתרא. און אלעס ווערט געפיהרט לויט זיינע הוראות. משא"כ מאנסי איז אן אינדעפענדענט שטאט. וואו ס'איז נישט דא אן אפיציעלער רב וואס א יעדער מוז איהם פאלגן.
גערעכט!
אבער פארוואס קען הצלה יא מצליח זיין אין מאנסי וו''ס פייער?

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 16, 2024 10:28 am

· #562421
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
ווי ס'זעהט אויס זענען די הצלה מעמבערס מער ערנסטע מענטשן. (איך קען נישט די מענטשן פון פייער דעפט.) און זיי ווילן טון אלעס כהלכה.

נאר איך טענה (כמו שאמרתי) אז ווען ס'וואלט געווען אן אמת'ער רצון ביי הרב ווייס שליט"א וואלט ער אויך געקענט אויספועל'ן ביי די ברוער פייער קא. אז אלעס זאל געפיהרט ווערן עפ"י הלכה

בן ישי » דאנערשטאג מאי 16, 2024 10:34 am

· #562422
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
א בני יואל #
איך קען נישט דעים קדוש ווייס אין איך וואין נישט אין מאנסי און נישט לעבן מאנסי
אבער
לויט דעים ווייס מהלך קיקט פשוט אויס ווי ער האט א פערזעינליכע אגענדע אין איך פארשטיי נישט ווי אזוי א פריוואטער פייערלעשער וואלאנטיר קאמפעני קען ארויסלייגעו א שטאטישער אגענטור פין ביזנעס
אפשר מיטן באשמוצען אז זייערע יודען שניידען גראז מיטן קאפעל שבת נאכמיטאג אדער אנדערע לגיונות אין ווי אזוי רבי ווייס גייט דאס אפּשטעלן פינקטלעך
אין פארדעים פרעיג איך
אויב די FDNY גייט אויפנעמען פיפצען ליידיגייערס פין דאס יודיש פאלק אין זיי גייען מחלל שבת זיין אין רייכערען אין שניידען גראז אין שבת קודש אין איינער גייט עפענען זיין אייגענע פייערלעשער קאמפעני אינעם הארץ פין וויליאמסבורג גייט די FDNY אפשטעלן זייער סטאנציע ?
גייט ער זיי ארויסלייגען פין ביזנעס ?
אין ניין סקיקט אויס די ווייסט נישט פארוואס מהאט געגרינדעד מצילי אש אין קרית יואל אין מיט וואס זייער מהלך איז אנדערש
אדער די פארשטייסט נישט וואס א ידישער שטעטעל איז אנדערש ווי א נישט יודישער
די טעיפּ פורים אין שמייכעלסוויל קען דאס אביסעלע מסביר זיין
יעצט ביטע זיי מסביר קלאר ווי אזוי ווייס ענד קא גייט אפשטעלין די חילול שבת אין מאנסי פייער ענד קא…

דיין איינציגסטע פראבלעם איז אז דו האלטסט אז ס'קען נישט מצליח זיין?

הצלה האט אויך יעדער איינער געלאכט ווען זיי האבן געעפנט און געווען זיכער אז ס'גייט זיך נישט קענען אויסארבעטען, און ניין הצלה האט נישט פארמאכט די שטאטישע EMS אבער מ'פארשטייט היינט נישט וויאזוי מ'קען לעבן אן דעם און יעדע נייע שטעטל איז פון די ערשטע זאכן וואס מ'מאכט זיכער אז די שטאט גרינדעט א חברה הצלה.

וואס זיין פינקטלעכע פלאן אויף די עתיד איז ווייס איך נישט (און איך ווייס נישט אויב ער איז אליינס זיכער) אבער ער מיז נישט פארמאכן די שטאטישע כדי צו מצליח זיין און ווי @שמעקעדיג האט שוין ארויסגעברענגט זענען זיי שוין יעצט אן א טראק און אן מאסקעס און אן עקספריענס שוין א שיינע סוקסעס מיט זייער שנעלע רעספאנס טיים וואס האט שוין אפגעראטעוועט אסאך הייזער.

א גוט יאר » דאנערשטאג מאי 16, 2024 10:35 am

· #562423
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
אוודאי האט ער א אמתע רצון!

ער באקומט נישט קיין געלט, ווער רעדט נאך פון כבוד...

ווער ס'קען אים באמת ווייסט ווי שטארק ער ברענט פאר שבת!

בן ישי » דאנערשטאג מאי 16, 2024 10:39 am

· #562424
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
berlbalaguleh #
ווי ס'זעהט אויס זענען די הצלה מעמבערס מער ערנסטע מענטשן. (איך קען נישט די מענטשן פון פייער דעפט.) און זיי ווילן טון אלעס כהלכה.

נאר איך טענה (כמו שאמרתי) אז ווען ס'וואלט געווען אן אמת'ער רצון ביי הרב ווייס שליט"א וואלט ער אויך געקענט אויספועל'ן ביי די ברוער פייער קא. אז אלעס זאל געפיהרט ווערן עפ"י הלכה
ווער ס'קען הרב ווייס ווייסט אז ער האט געהאט א אמת'ע רצון און האט קיינמאל נישט גע'חלום'ט פון עפענען א אייגענע, אבער זיי האבן נישט געוואלט מיטארבעטן מיט עם, נישט לגבי הלכה און נישט לגבי פראקטיק צו טוישן די אלטע אלטע מהלכים און מאכן אז מ'זאל האבן בעסערע רעספאנס טיים וכו'.

שמחהלע קאפשטיק » דאנערשטאג מאי 16, 2024 10:52 am

· #562426
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
די סיבה פארוואס ס’איז (געווען) א לענגערע ריספאונס טיים - ווייל רובא דרובא פייער מעמבערס וואוינען ארויס פון געגענט, היות מאנסי איז אינגאנצען איבערגענומען געווארן דורך’ן היימישען חסידישען ציבור, און דאס האבן זיי געוואלט מסדר זיין דורך’ן אריינברענגן נייע היימישע מעמבערס...
כך שמעתי מידידי החשוב הצדיק דער Fire Chief פון דער ברוער פייער דיפארטמענט...

היכי דמי » דאנערשטאג מאי 16, 2024 11:02 am

· #562428
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
בן ישי #
berlbalaguleh #
ווי ס'זעהט אויס זענען די הצלה מעמבערס מער ערנסטע מענטשן. (איך קען נישט די מענטשן פון פייער דעפט.) און זיי ווילן טון אלעס כהלכה.

נאר איך טענה (כמו שאמרתי) אז ווען ס'וואלט געווען אן אמת'ער רצון ביי הרב ווייס שליט"א וואלט ער אויך געקענט אויספועל'ן ביי די ברוער פייער קא. אז אלעס זאל געפיהרט ווערן עפ"י הלכה
ווער ס'קען הרב ווייס ווייסט אז ער האט געהאט א אמת'ע רצון און האט קיינמאל נישט גע'חלום'ט פון עפענען א אייגענע, אבער זיי האבן נישט געוואלט מיטארבעטן מיט עם, נישט לגבי הלכה און נישט לגבי פראקטיק צו טוישן די אלטע אלטע מהלכים און מאכן אז מ'זאל האבן בעסערע רעספאנס טיים וכו'.
עס איז א שטאטישע ארגאניזצאיע. עס איז נישט קיין חברים אראגאניזצאיע ווי א משפיע קען אריינקומען טוישן זאכן. עס איז א געהעריגע שטאטישע זאך ווי מען וואוט אריין קאמישענערס, אלעס איז לויט די בוך און געזעץ. דאס איז די סיבה פארוואס זיי קענען נישט מיטארבעטן מיט ווייס און אויך פארוואס ווייס גייט נישט מצליח זיין. ער וועט ווארשיינליך נישט ווערן אפראווד ביי די שטאט.

בן ישי » דאנערשטאג מאי 16, 2024 11:07 am

· #562429
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
שמחהלע קאפשטיק #
די סיבה פארוואס ס’איז (געווען) א לענגערע ריספאונס טיים - ווייל רובא דרובא פייער מעמבערס וואוינען ארויס פון געגענט, היות מאנסי איז אינגאנצען איבערגענומען געווארן דורך’ן היימישען חסידישען ציבור, און דאס האבן זיי געוואלט מסדר זיין דורך’ן אריינברענגן נייע היימישע מעמבערס...
כך שמעתי מידידי החשוב הצדיק דער Fire Chief פון דער ברוער פייער דיפארטמענט...

ס'איז דא גענוג וואס זענען אין געגנט, די פראבלעם איז אז זיי מוזן פארן צו די סטאנציע מיט א בלויע לייט, אנטוהן די קליידער, ווארטן ביז די טראק איז איז אנגעפילט... מצילי אש שיקט מעמבערס גלייך טוהן וואס מ'קען ווען ס'נאך קליין.

שמחהלע קאפשטיק » דאנערשטאג מאי 16, 2024 11:12 am

· #562431
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
גראדע האבן זיי לעצטענס עס געטוישט און זיי לאזן גיין נאך פריער אדער מיט די קאר... כך שמעתי

היכי דמי » דאנערשטאג מאי 16, 2024 11:41 am

· #562438
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
בן ישי #
ס'איז דא גענוג וואס זענען אין געגנט, די פראבלעם איז אז זיי מוזן פארן צו די סטאנציע מיט א בלויע לייט, אנטוהן די קליידער, ווארטן ביז די טראק איז איז אנגעפילט... מצילי אש שיקט מעמבערס גלייך טוהן וואס מ'קען ווען ס'נאך קליין.

מצילי אש זאגט אז זיי האבן 40 מעמבערס. (אויף די בילדער פון זייער טרענירונג זעט מען מערסטענס 10)
אבער לאמיר זאגן זיי האבן 40.
זיי פליען נישט מיט קיין לייטס און סירענעס - עט ליעסט נאכנישט איצט, און עס איז אומלעגאל פאר זיי.
און זיי זאגן אז זיי קומען אן צו א סצענע ביז צוויי-דריי מינוט.

זאג דו מיר, איז עס מעגליך אנצוקומען צו א סצענע אין מאנסי אין דריי מינוט אן לייטס פאר א גרופע פון 40 אינגעלייט.

הצלה וואס איז אן ארגאניזאציע מיט מסתם איבער צוויי הונדערט וואלונטירן און אויסגעשפרייט איבעראל, און זיי פליען מיט לייטס און עס נעמט מסתם צוויי-דריי מינוט פאר רעספאנס, אויסער אויב איינער איז ממש ביים פלאץ פון די קאלל ווען עס קומט אריין.

היכי דמי » דאנערשטאג מאי 16, 2024 11:44 am

· #562439
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
אויך לאמיר זיך נישט נער'ן. אפילו ער גייט זיך אויסארבעטן מיט א סוקסעס גייען זיי סייווי דארפן צוקומען צו מאנסי פייער דעפארטמענט ביי יעדע הויז פייער. איז גייען די בחורים און מיידלעך ווייטער פליען אין שבת, און שניידן די גראז שבת נאכמיטאג ווייל די טראקס דארפן קענען פארן, און כאפן בילדער פון די פייער און פאוסטן אויף אינסטערגרעם, און אויך סמאוקען ציגערעטלעך ווייל זיי ארבעטן שווער צו העלפן ווייס. אויב אזוי ווי שטעקט די סעלושען?

אבימלך » דאנערשטאג מאי 16, 2024 12:34 pm

· #562446
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
היכי דמי #
אויך לאמיר זיך נישט נער'ן. אפילו ער גייט זיך אויסארבעטן מיט א סוקסעס גייען זיי סייווי דארפן צוקומען צו מאנסי פייער דעפארטמענט ביי יעדע הויז פייער. איז גייען די בחורים און מיידלעך ווייטער פליען אין שבת, און שניידן די גראז שבת נאכמיטאג ווייל די טראקס דארפן קענען פארן, און כאפן בילדער פון די פייער און פאוסטן אויף אינסטערגרעם, און אויך סמאוקען ציגערעטלעך ווייל זיי ארבעטן שווער צו העלפן ווייס. אויב אזוי ווי שטעקט די סעלושען?
לויט ווי איך האב פארשטאנען, זיין פראבלעם איז געווען פונקט אזוי אינדערוואכן, אז מ'ניצט מחללי שבתות,
און יעצט וועט מען אין אסאך פעלער שוין בכלל נישט דארפן צוקומען צו זיי

(ויש לומר עוד כוונה, אז ער האט געוויסט אז ס'וועט זיי נישט פאסן און אזוי ציביסלעך ווייז וועלן זיי צירוק אנהייבן צו היטן שבת, אזוי ווי מ'זעהט לעצטענס אז זיי הייבן שוין אביסל אהן צו מאכן טוישונגען)

קורקלענד » דאנערשטאג מאי 16, 2024 12:41 pm

· #562448
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
היכי דמי #
אויך לאמיר זיך נישט נער'ן. אפילו ער גייט זיך אויסארבעטן מיט א סוקסעס גייען זיי סייווי דארפן צוקומען צו מאנסי פייער דעפארטמענט ביי יעדע הויז פייער. איז גייען די בחורים און מיידלעך ווייטער פליען אין שבת, און שניידן די גראז שבת נאכמיטאג ווייל די טראקס דארפן קענען פארן, און כאפן בילדער פון די פייער און פאוסטן אויף אינסטערגרעם, און אויך סמאוקען ציגערעטלעך ווייל זיי ארבעטן שווער צו העלפן ווייס. אויב אזוי ווי שטעקט די סעלושען?
וואס איז דיין פארשטאנד פון סוקסעס?

קורקלענד » דאנערשטאג מאי 16, 2024 12:43 pm

· #562449
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
היכי דמי #
מצילי אש זאגט אז זיי האבן 40 מעמבערס. (אויף די בילדער פון זייער טרענירונג זעט מען מערסטענס 10)
אבער לאמיר זאגן זיי האבן 40.
זיי פליען נישט מיט קיין לייטס און סירענעס - עט ליעסט נאכנישט איצט, און עס איז אומלעגאל פאר זיי.
און זיי זאגן אז זיי קומען אן צו א סצענע ביז צוויי-דריי מינוט.

זאג דו מיר, איז עס מעגליך אנצוקומען צו א סצענע אין מאנסי אין דריי מינוט אן לייטס פאר א גרופע פון 40 אינגעלייט.

הצלה וואס איז אן ארגאניזאציע מיט מסתם איבער צוויי הונדערט וואלונטירן און אויסגעשפרייט איבעראל, און זיי פליען מיט לייטס און עס נעמט מסתם צוויי-דריי מינוט פאר רעספאנס, אויסער אויב איינער איז ממש ביים פלאץ פון די קאלל ווען עס קומט אריין.

סתם נייגעריג, וואס זענען דיינע השגות אויף וויפיל לייטס און סיירן נעמט אוועק פון רעספאנס צייט?

א פשוטע יוד » דאנערשטאג מאי 16, 2024 12:48 pm

· #562450
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
היכי דמי #
מצילי אש זאגט אז זיי האבן 40 מעמבערס (אויף די בילדער פון זייער טרענירונג זעט מען מערסטענס 10)

זיי האבן איבער פערציג. 26 האבן שוין גענדיגט די קלאס.
בנוגע די רעספאנס צייט, הצלה רעספאנדט אין די גאנצע קאונטי, מצילי אש לעת עתה רעספאנדט בעיקר אין דיסטריקט 7 17 און אפשר 20 ממילא קענען זיי אנקומען שנעל.

קורקלענד » דאנערשטאג מאי 16, 2024 12:50 pm

· #562451
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
דא איז א בילד פון א יאר מיט האלב צוריק. איך מוטשע מיר צו זעהן פון וואנעט דו נעמט דער נאמבער צען?

http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=539085#p539085

אויך זעה איך איך די ערשטע בלעטער אז הרב ווייס האט זיך זייער שיין מסביר געווען דורכאויס.

קורקלענד » דאנערשטאג מאי 16, 2024 12:59 pm

· #562452
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
מאנכע האבן שאלות פארוואס די פייער דעפט און פארוואס נישט אלע אנדערע אמבולאנס סערוויסעס. די תירוץ איז זייער פשוט. אמבולאנס איז דא א היימישע ארגעניזאציע און דאס איז וואס די ציבור ניצט. און סיי וועלכע היימישע איד וויל טוהן אין די מצוה קען עס טוהן על טהרת הקודש (טאקע שווער אריינצוגיין, אבער מ'קען). מיט פייער דעפט האט די מאנסי קאמיוניטי נאר איין ברירה, זיך צו באנוצן מיט א געוויסע סארט אויף טערמינען וואס די קאמיוניטי וויל נישט. דעריבער פונקט ווי מיטן אמבולאנס ווילן זיי א אייגענע סערוויס צוגעשטעלט און באקוועם סיי פאר די קאמיוניטי צו נוצן ווי אויך צו קענען ביישטייערן בגוף ובנפש. די מציאות איז אז די אלטע פייער דעפט האט זיך אראגאנטלי מחמת מיליאן אנגעגעבענע סיבות נישט אפגעגעבן מיט די קאמיוניטי געברויכן. און די קאמיוניטי האט רעספאנדעד. קודם האבן זיי חוזק געמאכט. אראפגעריסן. געטרייט צו שטעלן פיסלעך. און ווען זיי האבן געזען אז ס'גייט נישט, זענען זיי געקומען שרייען אז זיי ווילן זיך צושטעלן. פלוצלינג ווילן זיי 'ארבעטן צוזאמען'. פארשטייט זיך אליינס אז ווען זיי האלטן שוין ביים 'ארבעטן צוזאמען' איז שוין מצילי אש'ס בּאַרגענינג קארטל זייער שטארק. און אצינד זעהט שוין נישט אויס ווי זיי גייען נאכגעבן.

היכי דמי איז דא מיט א אגענדע, דעריבער דארף איך איהם גארנישט מסביר זיין וואס די ציל פון יעדע מאוו איז, ווייל ער איז סייווי נישט אינטערעסירט.

היכי דמי » דאנערשטאג מאי 16, 2024 1:39 pm

· #562464
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
אבימלך #
היכי דמי #
אויך לאמיר זיך נישט נער'ן. אפילו ער גייט זיך אויסארבעטן מיט א סוקסעס גייען זיי סייווי דארפן צוקומען צו מאנסי פייער דעפארטמענט ביי יעדע הויז פייער. איז גייען די בחורים און מיידלעך ווייטער פליען אין שבת, און שניידן די גראז שבת נאכמיטאג ווייל די טראקס דארפן קענען פארן, און כאפן בילדער פון די פייער און פאוסטן אויף אינסטערגרעם, און אויך סמאוקען ציגערעטלעך ווייל זיי ארבעטן שווער צו העלפן ווייס. אויב אזוי ווי שטעקט די סעלושען?
לויט ווי איך האב פארשטאנען, זיין פראבלעם איז געווען פונקט אזוי אינדערוואכן, אז מ'ניצט מחללי שבתות,
און יעצט וועט מען אין אסאך פעלער שוין בכלל נישט דארפן צוקומען צו זיי

(ויש לומר עוד כוונה, אז ער האט געוויסט אז ס'וועט זיי נישט פאסן און אזוי ציביסלעך ווייז וועלן זיי צירוק אנהייבן צו היטן שבת, אזוי ווי מ'זעהט לעצטענס אז זיי הייבן שוין אביסל אהן צו מאכן טוישונגען)
ווער איז די זיי? וועלכע טוישונגען מאכן זיי?

איינער דארט וואס איז אפגעפארן און איז ליידער מחלל שבת וועט נישט איצט אויפהערן צוליב ווייס.
איינער וואס איז פרום וועט ווייטער בלייבן פרום בע"ה און ווייטער פארן שבת צו קאללס וואס ער מעג ע"פ הלכה.

און לאמיר אלע געדענקן - דאס איז נישט קיין אידישע ארגאניזאציע אזויווי פריער געשריבן. דאס איז א שטאטישע ארגאניזאציע וואס איז אונטער די דיסטריקט און האט פשוט אסאך אידישע וואלענטירן. עס איז דא גוישע וואלענטירן אויך. ווען דו זעהסט איינעם כאפן א בילד שבת ביי א קאלל קענסטו זיין זיכער אז עס איז א גוי.

היכי דמי » דאנערשטאג מאי 16, 2024 1:45 pm

· #562465
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
קורקלענד #
סתם נייגעריג, וואס זענען דיינע השגות אויף וויפיל לייטס און סיירן נעמט אוועק פון רעספאנס צייט?

אויב געפין איך זיך אין ראקלענד קאושער און עס קומט אריין א פייער אויף סוזען דרייוו, וועט עס מיר נעמען כאטש 6 מינוט לויט גוגל מעפס. איך גלייב לענגער מיט די מאנסי פארקער. מיט לייטס גלייב איך וועט עס מיר נעמען דריי-פיר מינוט. דאס איז בלויז איין משל וואס איך האב פונקט אנגעכאפט. מאנסי איז ריזיג גרויס מיט שווערע טראפיק אויף אלע מעין ראודס אינמיטן טאג.

היכי דמי » דאנערשטאג מאי 16, 2024 1:48 pm

· #562467
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
קורקלענד #
דא איז א בילד פון א יאר מיט האלב צוריק. איך מוטשע מיר צו זעהן פון וואנעט דו נעמט דער נאמבער צען?

http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=539085#p539085

אויך זעה איך איך די ערשטע בלעטער אז הרב ווייס האט זיך זייער שיין מסביר געווען דורכאויס.
איך האב עס גענומען פון א באריכט וואס זיי האבן נעכטן ארויסגעשיקט מיט בילדער פון א טרענירונג, איך האב איצט איבערגעקוקט און איך זע אז זיי שרייבן טאקע נאר א טייל וואלענטירן האבן עס גענומען. מיין טעות

קורקלענד » דאנערשטאג מאי 16, 2024 2:25 pm

· #562470
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
היכי דמי #
אויב געפין איך זיך אין ראקלענד קאושער און עס קומט אריין א פייער אויף סוזען דרייוו, וועט עס מיר נעמען כאטש 6 מינוט לויט גוגל מעפס. איך גלייב לענגער מיט די מאנסי פארקער. מיט לייטס גלייב איך וועט עס מיר נעמען דריי-פיר מינוט. דאס איז בלויז איין משל וואס איך האב פונקט אנגעכאפט. מאנסי איז ריזיג גרויס מיט שווערע טראפיק אויף אלע מעין ראודס אינמיטן טאג.

האסטו טשערי פיקד 'איין' פלאץ מיט מעגליך נאך אזאלכע 'פּאָר' פלעצער און 'ספעציפישע צייטן' אין טאג וואו לייטס מאכט א גרויסע נפקא מינה. וואס יעדער קען אליינס זעהן וואו שווער ס'קומט דיר אן צו איבערווייזן א פוינט....

ס'דא געגענטער וואו נייע וואלענטירן קענען נאך נישט נוצן קיין לייטס. מתחילה האב איך געטראכט אז אויב אזוי קומען זיי לכאורה אן נאך די קאלל. למעשה איז די מציאות אז יענע מעמבער'ס קומען געווענליך יא אין צייט.

א בני יואל » דאנערשטאג מאי 16, 2024 3:46 pm

· #562479
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
berlbalaguleh #
א בני יואל: איך בין מסכים מיט כמעט אלעס וואס דו זאגסט. נאר דער פאקט אז מצילי אש אין קרית יואל וואס ווערט געפיהרט 100% עפ"י הלכה האט עפעס צו טון מיט דעם פאקט אז ס'איז דא א מרא דאתרא מיט א ביד"צ.

משא"כ מאנסי איז א שטאט וואו ס'איז נישט דא א מרא דאתרא. ווייל ס'איז אן אנדער סעט-אפ. מאנסי איז אן אידנעפענדענט שטאט.
איך זעה די פראבירסט מיט אלע וועגען איך זאל צי דיר עגריען מיטן ספּינען א מרא דאתרא וויכוח
אבער ניין נישט דאס איז וואס איך וויל יעצט אריינקריכען דא
אבער דער פאקט אז גאנץ קרית יואל איז נישט פארהאנען קיין איין איינציגער גוי וואס פארמאגט א הויז דאס איז דער ערשטער חילוק
דער פאקט אז די איינציגסטע וועיג פאר זיי צי ריספאנדען אפילו אדורם 911 דיספעדש סיסטעים איז נאר ווייל וועלכע גוי גייט זיי ריפען שבת
אין טאקע פארדעים קענען זיי קאלעקטאן פאנדינג ווייל זיי זענען די איינציגסטע אין דעים געגענט אין זיי לוינט זיך צי אויפהאלטען גוים אויף שבת אין אפשר זענען זיי גאר אינוואלווד אין פאבליק סעפטי אויך
אין זיי זענען א אייגענער ווילידש זיי קענען דרייען מיט זייער אסאך וועגען מיט וואס זיי ווילען
דער פאקט אז יעדער איינער באזונדער איז א שומר תורה ומצות אפענערהייט איז אויך עפעס וואס איז אנדערש ווי מאנסי
דער פאקט אז אויסער הצלה איז כמעט נישט דא קיין אנדערע קארס אינעם שטעטעל שבת מאכט אויך א ריזיגער חילוק פין מאנסי
אין בעיקר איז דער מציאות אז יעדער דארט איז סאטמאר אויפן לעצטער נאמען נישט קיין נפקא מינה אויב ער הייסט ארויני זאלי בני יואל
איין מיינונג אין די יודישע הלכה חלק לגבי מחלל זיין שבת
ווי איך געדענק איז ניטאמאל פארהאנען איין שול וואס דאווענט מעריב מוצאי פאר די זעכציג אדער אפילו שפעיטער
ווערסעס מאנסי
הייב אן מיט וויזניטץ ווען דער לעצטער רבי האט געהאלטען אז הצלה טאר מען אויך נישט ריפען אין שבת
אין ענדיג מיט וויפיעל אנדערע חסידות זענען דא אין מאנסי וואס יעדער האלט זיין אייגענע זמנים

יעצט איבער הצלה
הער אויס א הצלה ראדיו שבת וויפיעל ווערטער אין ווי אזוי סווערט גענוצט ממש קיין איין עקסטרע ווארט וועסטו נישט הערן דארט
נישטא קיין 10-4 אים שבת כמעט
וויפיעל גוים קענען די הצלה נומבער
וויפיעל גוים האסטו שוין געהערט פין הצלה אז זיי זענען געריפען געווארען אים שבת אין להלכה מעגען זיי טאקע גיין אפילו סאיז נישט קיין יוד
אין טאקע רוב פלעצער זענען טאקע נישט די הצלה אנגעהאקט מיט די 911 דיספעטשינג סיסטעם
אחוץ אין קרית יואל ווי זיי ווייסען טאקע פינקטלעך ווי אזוי צי האנדלען אין אזא פאל
געדענק איך טאקע יארען צירוק א פוילישע גויטע האט געריפען שבת פין א פאבליק טעלעפאן פאר איר חברטע ביי קארנער ווען ביורען 911 אין הצלה איז טאקע אנגעקימען די שטאט האט זיך טאקע איבער געדרייט דעמאלטס
מילא פרעיג ווידער אויב קען איינער מסביר זיין דעים גאון ווייס פין מאנסי ווי אזוי ער גייט באוויזען אפצישטעלין די מחללי שבתים פין מאנסי ברויער פייער דיפארטמענט מיטן אריינלייגין פרישע יודעלעך אין ספק חילול שבת
למשה איז עס נישט פיקח נפש אזוי ווי הצלה
ווייל איין מאל סאיז קלאר אז קיינער איז נישט אין דעים הויז טאר קיין יוד מער נישט שפריצען אויפן פייער להלכה
אין אפשר נאר אויף די זייט אז עפעס אנדערש זאל זיך נישט אנכאפען אבער פארלעשן איז נישט דא קיין היתר בעולם
איך הייב אן טראכטען אז ווייס איז גאר א געריבענער עם הארץ וואס איז פינקט ווי אינזער פעטער עשו וואס האט געפרעגט זיידי
כיצד עשרין את המלח ואת התבן
דערווייל פארפירט ער א עולם מיט שקרים וכזבים געבאקענע מעשיות
אין זיין אויפטי איז
כדי אינטערציברענגען וועים ער קען עניוועיס נישט גייט מען מאכען פרישע ספק מחללי שבתים
אדרבה מיין עדווייס צי עם איז לויף פאר פייער בארד אדער פייער טשיף אדער א אנדערע נאמען וואס סהאט אין דערנאך פיקס דעים פראבלעים
נישט דריי איבער די גאנצע שטאט מיט שקרים אז א יוד מיט א קאפעל שנייד גראז אים שבת לעיני כל הקהל
מיט א פייער טראק וואס גייט אויסקיקען ווי דער טשיגאגא הכנסת ספר תורה טראק קען מען א שטאטישע פייער סטאנציע נישט פארמאכען
קיינער ווערט נישט איבערגענומען ווען מווערט אראפגעשטיפט פינעם ראוד פין א פארעלטערטע פייער טראק וואס אויבן שטייט בס״ד אין א יונגערמאן מיטן קאפעל אויפן שפיטץ קאפ דרייווט עס
אין סאיז אויך נישט קיין קידוש השם ווען א יונגערמאן קימט ארויס צים קאל שבת מיט די ווייסע זאקן אין קען גארנישט אויפטיען עניוועיס ווייל סאיז שבת
אין אלעס קימט צירוק צים אינטערשטע שורה
וואס וויל דער הייליגער יוד ווייס פין מאנסי
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8