איבער'ן אינטערנעט און דער מערכה דערקעגן
199 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1478
חברה, איר פארפירט דעם אשכול.
רמב"ם הלכות תשובה פרק שלישי
ווער איז אן אפיקורס?
שלשה הן הנקראים אפיקורסין:
האומר שאין שם נבואה כלל ואין שם מדע שמגיע מהבורא ללב בני האדם,
והמכחיש נבואתו של משה רבינו,
והאומר שאין הבורא יודע מעשה בני האדם.
ווער איז א כופר?
שלושה הן הכופרים בתורה:
האומר שאין התורה מעם ה', אפילו פסוק אחד, אפילו תיבה אחת, אם אמר משה אמרו מפי עצמו, הרי זה כופר בתורה,
וכן הכופר בפרושה והוא תורה שבעל פה, והמכחיש מגידיה, כגון צדוק ובייתוס,
והאומר שהבורא החליף מצוה זו במצוה אחרת, וכבר בטלה תורה זו אע"פ שהיא היתה מעם ה', כגון ההגרים.
איך האב נישט געזען שטיין אין רמב"ם אז איינער וואס דעקלערט זיך אן אפיקורס גייט אטאמאטיש אריין אינעם גדר, מ'רעדט נישט דא פון א אשה וואס זאגט טמאה אני לך.
אונזער פירש האב איך נישט געזען זאגן קיין איינער פון דעיע זאכן, און גלייבען אין די ביג בענג און עוועלאשאן מאכט נאך נישט קיין אפיקורס, ווי אזוי ווען ווי? קען מען אויסשמועסן אין א צווייטע אשכול אין תורה ומחשבה, יעצט אז מיר האבן עסטעבלישד אז ער איך נישט קיין כופר, קען מען צוריק גיין צום נושא פונעם אשכול?
סאבטאטאל פון זיין פוינט איז אז 1) אינטערנעט איז א פאקט, 2) די פראבלעם איז נישט שמוץ, נאר כפירה, 3) פילטערס וועט נישט העלפן פאר כפירה.
און די עצה דערצו איז אויסלערנען קינדער 1) די יסודות פון אמונה, אויסלערנען וואס די חכמי המחקר זאגן ווי למשל ביג בענג וכדו' און פארוואס ס'נישט קיין סתירה מיט בראשית ברא, 2) די שיינקייט און ווארעמקייט פון יידישקייט, אז ס'זאל נישט ציען א קינד אוועקצוגיין און זוכען עפעס בעסערס, און אין דעם גייט אריין מ'זאל זאפארט סטאפען מיט די איסורים יעדען טאג, אוועק נעמען די פרעשור פון מצוות, אריינלייגען שמחת התורה, שמחת החיים אינעם קוריקולום.
דאס זענען אלע שטארקע פוינטס, לאמיר רעדן דערוועגן, קריגט איר זיך מיט דעם? האלט איר אנדערש?
און וואס זענען די בענעפיטן פון נישט זיין אן אפיקורס/כופר?
ער האט אנגעפאנגען זיין בריוו זאגענדיג אז ער גלייבט נישט אין גארנישט, דאס מאכט אים פאר אן אפיקורס מיט א כופר צוזאמען, און קיינער קריגט זיך נישט מיט אים, אבער מען טאר אים נישט ענפערן, אז מען פארפירט דא דעם שמועס ווייטער איז עס אויטאמאטיש אים גענטפערט, ענדערש עפן דו אויף אשכול איבער אינטערנעט און אידישקייט און כוועל מיר פרייען אנטייל צו נעמען דארט.
געפילטע, אפי' אויב דו ביסט גערעכט, איז שוין די נושא אויסגעשמועסט דא אסאך מאל אין עטליכע אשכולות ווי אויבן דערמאנט, מ'קען דארט עס ווייטער צולייגן,
איך פארגין פשוט נישט פאר דעם כופר דעם עטענשאן דא אין קאווע שטיבל.
איך זעה נישט אז ער זאל זיך דא טענה'ען אין אמונה - אז מ'זאל איהם נישט טארן ענטפערן - בסך הכל האט ער פותח געווען זיין בריוו מיט מודיע זיין די מצב אין וועעלכע ער איז.
ער ברענגט ארויס גאר גוטע נקודות וואס איז גאר אנרילעיטעד צו זיין כפירה, נאר וויבאלד ער גלייבט נישט אין גארנישט (און ער איז נישט העפי דערמיט - ווי ווייט איך פארשטיי) און ער האלט אז דאס וואלט געקענט ווערן פריווענטעד אויב וואלט מען געלערנט אנדערש מיט איהם אלס קינד...
אין א געוויסן זין בין איך אויך אזוי ווי איהם, איך בין א חסידישער אינגערמאן וואס שיקט די קינדער אין די פרומסטע מוסדות אין שטאט און מיין פאמיליע גייט מיט אלע שמונה בגדים, אבער איך בין אנגעגעסן אויף די גאנצע חסידישע סיסטעם, אנגעהויבן פון די וועג וויאזוי מען לערנט אויס אונזערע קינדער וויאזוי צו קוקן אויף א גוי, ביזן אריינבאקן אלערליי שטותים און אומוויכטיגע זאכן וואס טוען אויף דאס פארקערטע פון וואס מ'וויל, און אנשטאט ברענגען נענטער צום באשעפער מאכט דאס אז מ'זאל ווערן פעד אפ.
יעצט איך טוה גארנישט דערצו, איך לעב ווייטער מיין לעבן איך גיי אין שול - זינג זמירות שבת - א.א.וו. אבער איך וואלט נישט געוואלט מיינע קינדער זאלן זיין אין מיין מצב, הגם איך האלט אז די גאנצע חסידות איז אין דר'ערד, וויל איך אז מיינע קינדער זאלן זיין צופרידן ווי זיי זענען און זאלן נישט אויסקוקן ווי מיר.
די זעלבע פרובירט מר פירש. ער האלט טאקע אז ער פארשטייט בעסער ווי א יעדעם איינעם, אבער וואספארא לעבן איז צו פירן א דאפלט לעבן? און ער וויל דאס נישט פאר זיינע קינדער, ממילא איז נישט קיין טענה וואס אייניגע האבן ארויסגעריקט הלמאי דו ביסטאך אן אפיקורס איז וואס דרייסטו א קאפ מיט פארבעסערן די סיסטעם, דו האלטס דאך נישט ביי גארנישט. ער האלט טאקע נישט ביי גארנישט אבער ער וויל נישט אז זיינע קינדער זאלן ליידן אזוי ווי ער...
איך וואלט ווען נישט געוואלט זיין צוריק אזוי ווי די צייטן אלס בחור? ווען גיין כאפן שריים פון א פיש ביין ביים טיש צוזאמען מיט 100 אנדערע אידן האט מיך צופרידן געשטעלט? אדער ווען וואו מער מ'האט געשטינקען אלס מער מרוצה איז מען געווארן פארן באשעפער? איך קען נישט טראכטן אויף די מינוט פון אלע זאכן וואס באדערט מיך, אבער דאס איז זיכער אז דאס לעבן איז געווען סאך גרינגער, און אויב איך פלאן צו בלייבן אין די ענווייראמענט מיט מיינע קינדער וויל איז אז זיי זאלן זיין צופרידן וואו זיי זענען.
chasidגעפילטע, אפי' אויב דו ביסט גערעכט, איז שוין די נושא אויסגעשמועסט דא אסאך מאל אין עטליכע אשכולות ווי אויבן דערמאנט, מ'קען דארט עס ווייטער צולייגן,
איך פארגין פשוט נישט פאר דעם כופר דעם עטענשאן דא אין קאווע שטיבל.
סאו זאגסטו אז די גאנצע טענה'ריי דא האט פשוט מיט דיינע מדות?
נישט גערעכט אדער נישט?
כ'הער.
שמעקעדיג, איך זאג דריי פונקטן, איינס די רמב"ם רעדט נישט פון מומרים להכעיס נאר כופרים וואס גלייבן און זענען איבערגעצייגט אז ס'איז נישטא וועם אויפצורעגן (ח"ו), און דאס איז אונזער כופר, צוויי, מ'קען סוכ"ס נישט ענטפערן יעדע קשיא מ'מוז צוקימען צו אמונה, (ווי דער תניא זאגט בפירוש וכו' איי ער גלייבט נישט האב איך געברענגט די אר"י), דריי זיין הויפט נקודה איז אמת אז אונזער אידישקייט אמונה איז ליידיג, און מ'מעג ווען לעבן מיט מער פנימיות.
נאו נעים זאגט דאך אייזען, פריש איז נישט געקומען דא דיקוסירן עניני אמונה, די עולם דא האט עס פארוואנדעלט אין א אמונה וכפירה אשכול, ער איז געקומען די רעדן סאסייעטישע סאציאלע ענינים, דאס וואס ער האט געזאגט אז ער איז א כופר, צי ס'אי צי נישט אמת, איז געווען צו מאכן א פוינט, צו ווייזען ווי מ'קומט אן מיט אונזער יעצטיגע חינוך. יעצט לאמיר רעדן ווי עדאלטס, וועגן די אישוס, און נישט איבערען מענטש.
אז דו האסט א פראבלעם צו "פארגינען" א פיקטיווער אנאנימע ניק וואס האט געברענגט אויפריכטיגע פוינטס קען איך דיר נישט העלפן, ווילסט, גיי עפן א אשכול און רעד נישט אריין דא, נישט קום דא יעדע 5 מנוט לייענען וואס מ'שרייבט און און מוחה זיין.
מהאט דאך שוין פריער נאכגעברענגט די ווארט פון ר שלום שוואדראן אין איך גלייב זייער שווער אז ער גייט אריין און דעם בחינה
געפילטע פישנאו נעים זאגט דאך אייזען, פריש איז נישט געקומען דא דיקוסירן עניני אמונה, די עולם דא האט עס פארוואנדעלט אין א אמונה וכפירה אשכול, ער איז געקומען די רעדן סאסייעטישע סאציאלע ענינים, דאס וואס ער האט געזאגט אז ער איז א כופר, צי ס'אי צי נישט אמת, איז געווען צו מאכן א פוינט, צו ווייזען ווי מ'קומט אן מיט אונזער יעצטיגע חינוך. יעצט לאמיר רעדן ווי עדאלטס, וועגן די אישוס, און נישט איבערען מענטש.
אז דו האסט א פראבלעם צו "פארגינען" א פיקטיווער אנאנימע ניק וואס האט געברענגט אויפריכטיגע פוינטס קען איך דיר נישט העלפן, ווילסט, גיי עפן א אשכול און רעד נישט אריין דא, נישט קום דא יעדע 5 מנוט לייענען וואס מ'שרייבט און און מוחה זיין.
קודם בארואיגט אייך, כאב שוין געפנט א
נייע אשכול, צווייטענס כאב איינמאל טאקע מוחה געווען אבער נאכדעם איז שוין אלעס געווען א חלק פונעם שמועס, בשיטה זאג איך נישט איבער צוויי מאל א זאך, לאו דוקא מוחה זיין.
און דער ענין דעס הייסט יא קלאר עניני אמונה, כאטש ער זאגט אז ער מיינט אונזער טובה, האט ער אבער אנדערע תירוצים פאר זיך ווי ער לייגט דא פאר, ווייל ער גלייבט דאך נישט, און קענסט נישט וויסן וואוהין ער צילט.
ער זאגט דאך קלאר אז ער צילט פארן עתיד פון זיינע/אונזערע דורות. לטובת אידישקייט.
דאס איז דאך מיין גרעסטע ראי' אז ער מיינט עס נישט אמת'דיג.
א ריכטיגער כופר האלט בשיטה וואס ער האלט, און פרובירט איבערצוצייגן יעדן ארום, ובתוכם זיינע קינדער, צו זיין שיטה. אין אדם מוריש שקר לבניו.
משא"כ אזא סארט מ'כלומר'שטער כופר, וואס זארגט זיך אויפצוהאלטן אידישקייט, מיינט אז די אמת'דיגע אמונה ליגט נאך נישט אזוי טיף באגראבן,
ער איז נאר ארומגענומען מיט אסאך קשיות
DotComקודם בארואיגט אייך, כאב שוין געפנט א
נייע אשכול, צווייטענס כאב איינמאל טאקע מוחה געווען אבער נאכדעם איז שוין אלעס געווען א חלק פונעם שמועס, בשיטה זאג איך נישט איבער צוויי מאל א זאך, לאו דוקא מוחה זיין.
און דער ענין דעס הייסט יא קלאר עניני אמונה, כאטש ער זאגט אז ער מיינט אונזער טובה, האט ער אבער אנדערע תירוצים פאר זיך ווי ער לייגט דא פאר, ווייל ער גלייבט דאך נישט, און קענסט נישט וויסן וואוהין ער צילט.
איך בין זייער רואיג, און אויב האסטו נאר געזאגט איין מאל דעמאלס האב איך דיר נישט געמיינט.
עניני אמונה מיינט רעדן וועגן השגחה עליונה, יחוד השם, וכדו', נישט ווי מ'קען טוהן אז קינדער זאלן נישט אפפארען.
און האסטו מורא אז ער האט דא א פלאן "וואוהין ער צילט" דעמאלס קען ער טוהן די זעלבע זאך אין דיין נייע אשכול.
--
שמעק האקט, יא יא, אזוי ווי דו זאגסט.
שרעקליך אין שרעקליך אין שרעקליך
הערט דרשית ר'אהרן ביארצייט טיש אויף קול סאטמער
געפילטע פישDotComקודם בארואיגט אייך, כאב שוין געפנט א
נייע אשכול, צווייטענס כאב איינמאל טאקע מוחה געווען אבער נאכדעם איז שוין אלעס געווען א חלק פונעם שמועס, בשיטה זאג איך נישט איבער צוויי מאל א זאך, לאו דוקא מוחה זיין.
און דער ענין דעס הייסט יא קלאר עניני אמונה, כאטש ער זאגט אז ער מיינט אונזער טובה, האט ער אבער אנדערע תירוצים פאר זיך ווי ער לייגט דא פאר, ווייל ער גלייבט דאך נישט, און קענסט נישט וויסן וואוהין ער צילט.
איך בין זייער רואיג, און אויב האסטו נאר געזאגט איין מאל דעמאלס האב איך דיר נישט געמיינט.
עניני אמונה מיינט רעדן וועגן השגחה עליונה, יחוד השם, וכדו', נישט ווי מ'קען טוהן אז קינדער זאלן נישט אפפארען.
און האסטו מורא אז ער האט דא א פלאן "וואוהין ער צילט" דעמאלס קען ער טוהן די זעלבע זאך אין דיין נייע אשכול.
.
איך האלט נישט אזוי, אבער איך בין אוודאי מסכים נישט צו זיין גערעכט.
אמאל זיינען מלמדים געווען תמימות'דיגע אידן, און מען האט דאס געפילט עס איז נישט געווען קיין שום שאלה, היינט איז נישט זיכער אפילו אויפ'ן הייליגען רבי'ן אויב ער איז א מאמין, איך מיין אמונה שלימה אז עס איז א פאקט וואס מען רופט אין די ליטא "אמונה בחוש" ממילא כח הפועל בנפעל די אמונה וואס ווערט אריינגעלייגט איז נישט קיין אמת'ע אין די נשמה פון די קינדער פילען דאס,י
יידלא בחור האט אים אמאל געזאגט אז ער האט געהאט אזויפיל קושיות און ער איז געווארן אן אפיקורס. האט ר' שלום אנגעהויבן לאכן. פרעגט אים דער בחור פארוואס ער לאכט, זאגט אים ר' שלום, דו מיינס מ'האט אפאר קושיות און מ'קען זיך שוין דערקלערן אלס אפיקורס? מ'גייט עסן אביסל טריפות אין א תל אביב'ע רעסטוראנט אין מ'איז שוין א שגץ? ניין ניין, זאגט אים ר' שלום, ס'גייט נישט אזוי גרינג... לאמיר נאר זען ס'זאל קומען איין ערנסטע פראבלעם, וועט ער זיך שוין טרעפן שעפשען א תפלה צו גאט. וואו איז זיין אפיקורסות דעמאלטס?
זעהנדיג ווי דער עולם מוטשעט זיך ווי קען זיין אז ער איז א כופר און דאך אינטערעסירט איהם דער גאנצער עסק, האב איך זיך דערמאנט אין א מעשה.
א חסיד האט זיך אפגערעדט פארן צמח צדק אז ער האט מחשבות פון כפירה, פרעגט איהם דער צמח צדק, נו וואס גייט דיך אהן? זאגט ער וואס הייסט ס׳איז דאך כפירה?! זאגט איהם דער רבי, נו,זעהסטו דאך אז דו גלייבסט...
שמעקעדיגער זאגט דאך קלאר אז ער צילט פארן עתיד פון זיינע/אונזערע דורות. לטובת אידישקייט.
דאס איז דאך מיין גרעסטע ראי' אז ער מיינט עס נישט אמת'דיג.
א ריכטיגער כופר האלט בשיטה וואס ער האלט, און פרובירט איבערצוצייגן יעדן ארום, ובתוכם זיינע קינדער, צו זיין שיטה. אין אדם מוריש שקר לבניו.
משא"כ אזא סארט מ'כלומר'שטער כופר, וואס זארגט זיך אויפצוהאלטן אידישקייט, מיינט אז די אמת'דיגע אמונה ליגט נאך נישט אזוי טיף באגראבן,
ער איז נאר ארומגענומען מיט אסאך קשיות
איך קריג זיך מיט דיר, איך למשל האלט אז איך פארשטיי בעסער ווי יעדן אין געוויסע זאכן (דזשאסט א פיגור אוו ספיטש) חסידות וכדומה - זאכן וואס כ'האב פריער געזאגט. אבער מיינע קינדער וויל איך נישט אז זיי זאלן האבן די זאכן אין קאפ, פאר זיי וויל איך: אדער זאלן זיי נישט אויפוואקסן חסידים, אדער זאלן זיי זיין צופרידן מיט די פלאץ וואו זיי זענען.
יעצט, אפי' איך וויל טאקע מתקן זיין די וועלט זייער שטארק, אבער איך האב זייער שטארק ליב מיינע קינדער און איך וויל ס'זאל זיי זין גוט, און דאס איז גובר די תאווה וואס איך האב מתקן צו זיין די וועלט.
ווען מר פירש זעהט איין אז ער קען זיך נישט אפטראגן פון די סאסייעטי וואו ער איז (צו ווייל ער וויל נישט פארלירן די ווייב קינדער אדער פרנסה, צו ווייל ער שעמט זיך) וויל ער עטליסט אז זיינע קינדער זאלן נישט מיטמאכן וואס ער מאכט מיט.
איז אזוי שווער צו גלייבן אז ס'קען זיין איינער וואס האט א מיינונג און וויל דאס נישט ארויפצווינגען אויף יעדן?
לאמיר צוריקגיין צום ענין.
די "סאלושען" צום פראבלעם איז שוין געווארן איבערגע'חזר'ט צענדליגער מאל דא אינעם שטיבל און אויף אנדערע פלעצער, דהיינו, מאכן אידישקייט זיס און בא'טעמ'ט.
אבער! דא איז פאראן אן אנדער פראבלעם: קיינער ווייסט נישט קיין אינסטרוקציעס ווי אזוי דאס צו מאכן!
דער דרך ווי אזוי מיר ווערן היינט אויפגעצויגן האט עכ"פ א שטיקל מקור, כ'פארשטיי מ'לייגט צו אומוויכטיגע זאכן, מ'טוישט אביסל, אבער לכה"פ בערך האט עס א מסורה.
אבער אנפאנגען א נייע וועג אן א ריכטיגע מהלך? קיינער ווייסט נישט און קען עס נישט טון!
ער שרייבט אז אין ברסלב טאנצט מען וכו', איז מיינט ער צו זאגן אז מהיום והלאה זאל מען אין חדר אדער ביים שבת טיש בכוונה טאקע דאס טון?? אשפ"ג.
איך האב געעפנט א אשכול "ווי אזוי מען מאכט זיס אידישקייט", און געווארט צו הערן פון אונזערע הויכגעשעצטע שרייבערס עפעס זאכליכע רעיונות, אבער לשוא תוחלתי, אן ערפאלג.
אויב האט איר עצות, ביטע שרייבט עס דארט! איך ווארט נאך צו הערן!
אן א גוטן פונקטליכן מהלך וועט קיין איין רב נישט טוישן גארנישט!
שמעקדיג, פארוואס אשפג אויף זינגען און טאנצן ביים שבת טיש אדער אין חדר, אזוי ווי ברסלב.
ביי אונז איז נארמאל צו טאנצן און שפרינגען מיט די קלענערע ביים שבת טיש. די גרעסערע דארף מען אנדערע פאן.
מיין חבר שפילט געימס ביי שבת סעודה מיט זיין משפחה.
דרך אגב, דארף מיר באדאנקען פירש ,דאס איז איינע פון די וויכטיגע זאכן וואס מיר דארפן יעצט,
ס'קוקט אויס אז ס'קומט א שטיקל מבול פין השכלה און כפירה להבדיל.
אז מיין בחור'ל גייט ארויף אויף קאווע אין זעט יעדע פאר חדשים א פרישער אויבער-חכם וועט ער נישט ווערן אויס מענטש.
ס'ווערט א חלק פונעם חינוך, יא ס'דא היימישע אידן וואס גלייבן אנדערש פון אונז.
ס'קען אפי' זיין אז זיין טאכטער איז נישט א גוטע שידוך פאר דיר.
שמעקעדיגאיך האב געעפנט א אשכול "ווי אזוי מען מאכט זיס אידישקייט", און געווארט צו הערן פון אונזערע הויכגעשעצטע שרייבערס עפעס זאכליכע רעיונות, אבער לשוא תוחלתי, אן ערפאלג.
ס'נישט יושר אז דו שרייבסט "אן ערפאלג" ווען למעשה האב איך געזען אין יענעם אשכול א שטארקע נקודה וואס איז אויך אמת לאמתו. יעדער איינער שרייט די זעלבע זאך: מאך נישט אידישקייט ביטער פאר דיינע קינדער. אזוי ווי פראפעסאר שפירא זאגט, אידישקייט איז זיס, דו זאלסט עס נאר נישט ביטער מאכן.
אייוועלט'ס רעאקציע צום אפיקורסות און קאווע שטיבל פראבלעם
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=18041&sid=b09f34a82dc99d57447ba7215c192e0d">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 215c192e0d</a>
איך בין נישט ערלויבט צו ליינען די פארום. אזוי קומט ארויף ווען כ'קליק אויף די לינק.
דארט איז געווען אן ארטיקל פון שאץ מאץ וואס ער טענה'ט אז מען מוז זיך אפטיילן פון קאווע שטיבל ווייל אזוי ווי אין דער אלטער היים איז אונגארן געבליבן אידיש און פוילן איז אפגעפארן. (כאילו אין אונגארן איז נישט געווען פול מיט השכלה און ציונות פונקט אזוי ווי אין פוילן, א טעות וואס אסאך אידן מאכן) ווייטער שרייבט ער אז מען מוז זיך אינטערווארפן אונטער די רבנים, און אז מען מוז אריינברענגען חיות אין אידישקייט.
וויאזוי צו פארזיכערן צו בלייבן א איד איינמאל מען איז שוין אויף די אינטערנעט חוץ אייוועלט, האט ער נישט גערעדט.
אויך האט ער אזוי ווי געסטראשעט אז די אלע אנאנימע אנפירער'ס און שרייבער'ס וועלן נאך זייער נאמען ארויסרינען און עס וועט זיי שאפן ביזיונות.
געשריבן בחפזון, זייטס מיר מוחל אויף עני שגיאות.
נו, דא טענה'ט מען דאך אויך אז מען דארף אריינברענגן א חיות אין אידישקייט. די חילוק איז נאר אז דא רופט מען עס "טוישן די סיסטעם". אותה גברת בשינוי אדרת. די חלק פון זיך אונטערווארפן רבנים איז טאקע יא אנדערש פון דא.
שאץ מאץ האט אינעם ארטיקל אויך גענוצט די לשון "טוישן די סיסטעם".
לאדיך אפשמעקעדיגאיך האב געעפנט א אשכול "ווי אזוי מען מאכט זיס אידישקייט", און געווארט צו הערן פון אונזערע הויכגעשעצטע שרייבערס עפעס זאכליכע רעיונות, אבער לשוא תוחלתי, אן ערפאלג.
ס'נישט יושר אז דו שרייבסט "אן ערפאלג" ווען למעשה האב איך געזען אין יענעם אשכול א שטארקע נקודה וואס איז אויך אמת לאמתו. יעדער איינער שיירט די זעלבע זאך: מאך נישט אידישקייט ביטער פאר דיינע קינדער. אזוי ווי פראפעסאר שפירא זאגט, אידישקייט איז זיס, דו זאלסט עס נאר נישט ביטער מאכן.
טייערער "לאדיך אפ",
ווי אזוי קעשטו דאס איין למעשה?
אין טעאריע זענען די אלע עצות מורא'דיג, אבער ווען עס קומט למעשה, ווי אזוי באווייזטו דאס אין פראקטיק?
ווי אזוי הערסטו אויף צו פארביטערן אידישקייט? וואס גענוי דארפסטו יא אדער נישט טון?
(אז דו האסט וואס צו ענטפערן, ביטע שרייב עס דארט אין יענעם אשכול.)
יאפ, פרובירט אריינצוגיין אין אייוועלט, אבער מען קען מער נישט צוקומען אהין צום אויבנדערמאנטן ארטיקל.
קען אפשר איינער ביטע איבערשרייבן בקיצור הדברים דעם תוכן פון יענע דרשה?
עי' בדברי דאט קאם לעיל.
פארוואס האבן זיי עס אראפגענומען?
יידלנו, דא טענה'ט מען דאך אויך אז מען דארף אריינברענגן א חיות אין אידישקייט. די חילוק איז נאר אז דא רופט מען עס "טוישן די סיסטעם". אותה גברת בשינוי אדרת. די חלק פון זיך אונטערווארפן רבנים איז טאקע יא אנדערש פון דא.
זיין עיקר פוינט פונעם ארטיקל איז געווען צוצוגלייכן קאווע שטיבל און אנדערע חרדישע בלאג'ס צו די אמאליגע השכלה'שע ביכער און מ'ברויך זיך אפטיילן פון די שרייבער'ס און ליינער'ס, בקיצור ער פאררופט א נייע טיילונג, טיילונג ווערסיע 2.0
כאטש אז פונעם ארטיקל האט אויסגעקוקט אז ער ליינט די אלע בלאג'ס זייער גרונטליך אבער מסתמא איז ער פון די יחידי סגולה וואס עס שאדט נישט.
גראדע האב איך נישט געזען ארויסגעשריבן אינעם ארטיקל "קאווע שטיבל" אבער מן הסתם האט ער דאס געמיינט.
שמואל הלויגראדע האב איך נישט געזען ארויסגעשריבן אינעם ארטיקל "קאווע שטיבל" אבער מן הסתם האט ער דאס געמיינט.
יעפ פון די ווערטער וואס ער האט גענוצט האט ער לכאורה געמיינט קאווע שטיבל, אחוץ אז ס'דא נאך א היימישע בלאג וואס איך ווייס נישט דערפון. (ה"פ האט ער נישט געמיינט כידוע ליו"ח)
שוטה איז צי א שוואכע אויסדריק אויף דיר פירש קימסט אינז זאגן גרויסע באהאלטהע זאכ'ן אז עס איז דא כופרים אין ווי האסטי שטאדירט אין ג'קומען צי דיין גרויס מסקנה די אינטערנעט וויקפדה וכו' ווי זאגסט אויס גרויסע זאכען ווי מען ווערט א כופר אין די ארגסטע איז אז עס איז דא וואס האבן שוין גוגלט גאט אינז אלע דא האבן אויך גזעהן אלע דיינע באהאלנע סוד'ס אין דריי נישט קייין קאפ נאר ערגיץ ווי האט דיר גמאכט פארפאלן גיין צי דיין יוגנט וכו' " : איך האלט (דעת פטעטע טשיפ) אזוי ווי איך טראכט ציריק מיינע בחורישע יארן , זיצען 30 בחורים אין כיתה 15 לערנט נישט ווייל זיינע ניסיונס ברענען אין קיינער זאגט אים ניטמאל וואס עס איז 5 ווייל זיי האבן אביסעל ADD וכו' וכו' קענען זיי נישט אויסהערן די שיעור אין קיינער נעמט נישט קער נאר מען שלאגט ווארפט ארויס נאכדעם שרייט איינער דער איז שילדיג די אינטערנעט וכו' טראט עס גיט אדעריך ,,ווי איינער זאגט מיר אמאל זיין רבי אין חדר איז שילדג וויל ווען ער האט גפרעגט די רש''י וואס מען לויסט איס אין ער וויל נישט ענפרען
a1b2, איך פארשטיי נישט פונקטליך דיין קושיא, אבער אזויפיל האב איך פארשטאנען אז דו האלטס אז די אינטערנעט קען בכלל נישט ברענגן צו כפירה. קודם כל די מציאות איז דיך סותר. אבער לאמיר זאגן אז פון וויקיפעדיע קען מען קיין כופר נישט ווערן, וועסטו דען נישט מודה זיין אז עס קען ברענגן ספיקות? טאקע נישט כפירה, אבער ספיקות יא. און לאמיר שוין זאגן אז ספיקות אויך נישט, איז דאס אבער כו"ע פה אחד מודה אז אינטערנעט נעמט אוועק די תמימות פון א מענטש. און אויף דעם העלפט נישט קיין פילטער נאר אנדערע חינוך מעטאדן.
וואס איז די פראבלעם ווען עס פעלט תמימות פון א מענטש וואס האט עס מיט כפירה? דאס איז גיט פאר אינזער דור ווייל יעדע חדר יונגל הערט די אלע זאכן וואס גייען פאר דאס מאכט טראכטן אז עס איז עפעס דא באהאלטען ווען עס איז נישט דא
אן תמימות טראכט מען ווי אן אויבער חכם. "רבי לעבן, אפשר פונקט פארקערט?" נישט אומסזינסט זאגט שלמה המלך "יוסיף דעת, יוסיף מכאוב".
דאס צי באהאלטן אין זיין תמימות איז שוין לאנג א פארגאנגנהייט נאר עס איז באמת גארניט דא וואס צי וויסען אז מען זאל פירן א ענדלזע קאמף
יידלאן תמימות טראכט מען ווי אן אויבער חכם. "רבי לעבן, אפשר פונקט פארקערט?" נישט אומסזינסט זאגט שלמה המלך "יוסיף דעת, יוסיף מכאוב".
לער פשט נישט זאג נאך ווערטער רעצט שוין באלט פינקט ווי אינזרע רבי'ס
a1b2דאס צי באהאלטן אין זיין תמימות איז שוין לאנג א פארגאנגנהייט נאר עס איז באמת גארניט דא וואס צי וויסען אז מען זאל פירן א ענדלזע קאמף
נו, דאן פארוואס פירט מען נאך דעם קאמף?
[ציטאט אראפגענומען]
מיט דעם האלט איך אנדערש ווי דיר, די אינטערנעט קען נאר אוועק נעמען דאס תמימות פון א תמים, און אז אונזערע קינדער וועלן נישט זיין קיין תמימים וועט די אינטערנעט זיי נישט אויפקלערן, ווייל זיי וועלן שוין האבן געהערט די איידיעס אינדערהיים פון אונזערע מקורות.
אזוי ווי ביי סעקס-עד האלט מען אין איין זאגן אז קינדער דארפן דאס הערען פון די עלטערען און טיטשערס ווי ענדערש הערען פון חבירים און פעדאפיילס, נישט ממש דומה לנמשל, באט יו געט מיי פוינט.
וועגן די פראבלעם פון גילוי עריות ר' אהרן האט געזאגט אז יעצט הערט ער די ערשטע מאל אז אינטערנעט האט מיט כפירה א שייכות.
געפילטע פיש[ציטאט אראפגענומען]
מיט דעם האלט איך אנדערש ווי דיר, די אינטערנעט קען נאר אוועק נעמען דאס תמימות פון א תמים, און אז אונזערע קינדער וועלן נישט זיין קיין תמימים וועט די אינטערנעט זיי נישט אויפקלערן, ווייל זיי וועלן שוין האבן געהערט די איידיעס אינדערהיים פון אונזערע מקורות.
אזוי ווי ביי סעקס-עד האלט מען אין איין זאגן אז קינדער דארפן דאס הערען פון די עלטערען און טיטשערס ווי ענדערש הערען פון חבירים און פעדאפיילס, נישט ממש דומה לנמשל, באט יו געט מיי פוינט.
צים באמערקען אז די אלע וואס האלטען ביי סעקס-עד אזוי האלטן דא אויך די זעלבע
באמערקט, וואטס יור פוינט?
a1b2וועגן די פראבלעם פין גלי ערוית ר' אהרן האט גזאגט אז יעצט הערט ער די ערשטע מאל אז אינטערנעט האט מיט כפירה א שייכת
אויב איז דאס אמת בין איך זייער שאקירט. אומגלויבליך! איבער 15 יאר נאכן אנהייב פון מערכה און הערשט יעצט איז ער געוואויר געווארן דערפון?
געפילטע פישבאמערקט, וואטס יור פוינט?
אז עס איז 1 מהלך מחשבה וואס דאס דארף מען טיען
פאר סיטיפיעלד האט מען געדארפט זוכן פון אונטער די ערד די שייכות פון ציונות און כפירה מיט אינטערנעט, ווער ס'געדענקט.
אגב, a1b2, פון וואו האסטו געהערט דאס וואס דו זאגסט וועגן מהר"א מ'סאטמאר?
יידלa1b2וועגן די פראבלעם פון גילוי עריות ר' אהרן האט געזאגט אז יעצט הערט ער די ערשטע מאל אז אינטערנעט האט מיט כפירה א שייכות
אויב איז דאס אמת בין איך זייער שאקירט. אומגלויבליך! איבער 15 יאר נאכן אנהייב פון מערכה און הערשט יעצט איז ער געוואויר געווארן דערפון?
הער דרשת כו אב .... זעהט אויס ער איז מיט מיר איך האלט שוין לאנג אז ער איז מיט מיר איך האב אסאך ריאה'ס פין וואס איך ווייס מענטשן וואס האבן ג'רעט צי אים
ער זאגט קלאר דארט אז עס האט בכלל נישט מיט אינטערנעט (כדי זאלסט עס הערן קול סאטמער)