☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » וויאזוי מאכט מען א זיסע אידישקייט???

וויאזוי מאכט מען א זיסע אידישקייט???

60 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #673
בלאט: 1 2

שמעקעדיג » מאנטאג מאי 21, 2012 6:28 pm

· #14022
וויאזוי מאכט מען א זיסע אידישקייט???
שמעו נא רבותי, הערט מיך אויס טייערע פריינט, איינמאל פאר אלעמאל מוז איך דאס אראפנאגלען:

שוין וואכן און חדשים וואס מען ענדיגט נישט דרש'נען, מאנען און פארלאנגען, אז אונזער דרך החינוך, אונזער דרך האידישקייט טויג נישט.
דער סיסטעם איז נישט צו דער זאך, מען וואקסט אויף ווי ראבאטן, אן א געפיל און שטאלץ צו אידישקייט, און אינטערנעט איז נישט דער פראבלעם
(עכ"פ נישט דער גאנצער פראבלעם), דאס איז נישט דער פראבלעם, יענץ אויך נישט, נאכאמאל ס'איז דער חינוך, נישטא קיין געשמאק אין אידישקייט...
אמווייניגסטנס הונדערט מאל האב איך עס געזעהן אויף מערערע זייטלעך, און אממערסטנס דא, אין קאווע שטיבל.

משל: ווען די רבנים האקן אויפן אינטערנעט און שרייען "אסור אסור אסור", טענה'ט יעדער אז שרייען אסור קען יעדער,
קריטיקירן און זיין פעסימיסטיש אויף יעדע זאך איז קיין קונץ;
אדרבה לאמיר הערן עפעס קאנסטרוקטיוו, א עצה טובה, א דרך הישר, ווי אזוי עס יא צו נוצן ע"פ תורה, וכו' וכו'...

נמשל: האקן אויפן דרך החינוך קען יעדער. כ'בין שוין מאוס ונמאס דאס צו הערן. כאטש איז שטים צו דערצו, אז עס פעלט פון אונזער אידישקייט,
און פאר סיי וועלכן נסיון פאלט אונזער אידישקייט אונטער כקליפת השום. ליידער. און מען ענדיגט נישט שרייען און זיך בייזערן דערויף.

אבער קען איינער זאגן וואס "יא צו טון"? ווי אזוי זאל מען טוישן? וואס זאל מען טון? ווי אזוי גיט מען אריין א טעם אין אידישקייט, על אף די נסיונות מרים וקשים??

נאך אלעם, אונזערע מוסדות טוען וואס מען האט אלץ געטון. מען לערנט, מען דאווענט, מען פארציילט אביסל סיפורי צדיקים, און מען זאגט שיינע מוסר דרשות...
וואס נאך, לויט אייער מיינונג, דארף געטאן ווערן אז עס זאל זיין א ריכטיגע חינוך? סיי אין די מוסדות, און סיי די עלטערן אינדערהיים??

הרב טייטלבוים האט געשריבן, אז א טאטע זאל ארויסנעמען די קינדער שפילן אין א פארק, מאכן "פאן" מיט זיי, האבן א שייכות מיט זיי.
אלעס פיין און וואויל. ס'איז היילי רעקאמענדעט. אבער וואס האט דאס מיט אידישקייט? וואס העלפט דאס כלפי א נסיון?
אז א טאטע גייט אין פארק, וועט עס העלפן דאס קינד זיך מתגבר זיין?

יא, כ'ווייס אז יוסף הצדיק האט זיך מתגבר געווען ווייל "ראה דמות דיוקנו של אביו", אבער האבן מיר דען דאס יראת שמים וואס די אמאליגע צדיקים האבן געהאט?
לאמיר זיך נישט לאזן נארן. מיר זענען דאך אליינס אויסגעטריקנט, נישטא וואס אריינצוגעבן אין די קינדער צופיל. ליידער ליידער!!

וואס יא? וואס זאל מען טון צו פארבעסערן דעם חינוך? וואס און וויאזוי זאל מען לערנען? וואס זאל מען זאגן אדער נישט זאגן?

אלזא, רבותי, מיר ווילן הערן. שרייבט אריין אייערע מיינונגען, נישט קריטיק ביטע - גענוג געווען!
נאר עצות און האפענונג וויאזוי זיך אן עצה צו געבן ביז משיח'ס טאג בקרוב. און דאן וועט מען דאס בעז"ה מפרסם זיין איבעראל און פרובירן צו טון אונזער השתדלות!

יידל » מאנטאג מאי 21, 2012 6:34 pm

· #14026
אויב דו קענסט לייענען ענגליש, וואלט איך דיך געראטן דורך צו לייענען פאראנאק מרגולית'ס בוך "אראפ פון דרך - פארוואס ארטאדאקסישע אידן פארלאזן אידישקייט, וויאזוי צו רעאגירן צו די טשעלענדזש". (עס האט אן הסכמה פון הרב זאב לעף, הרב דר. אברהם יהושע טווערסקי, הרב הערשל שעכטער און נאך).

פראפעסאר שפירא » מאנטאג מאי 21, 2012 9:31 pm

· #14064
אויף די שאלה פון די קעפל ענטפער איך קורץ:

אידישקייט איז זיס, מען זאל עס נאר נישט ביטער מאכן

איחוד פעלד » מאנטאג מאי 21, 2012 9:40 pm

· #14069
פראפעסער. גאר גוט.
ליידער בעוונותינו האלט מען שוין נאכדעם.
די בני עוולה האבען זיך אויף אונז פארלייגט, און זענען שוין תלוי בדעת אחרים.
אמאהל האט א טאטע מחנך געווען און געזאגט דעם מלמד וואס ער וויל פין אים. היינט ליידער, עולם הפוך ראיתי, די מלמדים זאגן די עלטערען וואס זיי פארלאנגען.
די מצב איז גאר שלעכט ווייל די מלמדים זענען נישט מעורב בעולם. זיי ווייסען ניטאמאהל וואס דאס מיינט ארויס אויף די וועלט. און האקען אין טשייניק.
דאס איז נאר אויפען שפיץ גאפל.

פינטאו » מאנטאג מאי 21, 2012 9:46 pm

· #14070
איחוד פעלד
פראפעסער. גאר גוט.
ליידער בעוונותינו האלט מען שוין נאכדעם.
די בני עוולה האבען זיך אויף אונז פארלייגט, און זענען שוין תלוי בדעת אחרים.
אמאהל האט א טאטע מחנך געווען און געזאגט דעם מלמד וואס ער וויל פין אים. היינט ליידער, עולם הפוך ראיתי, די מלמדים זאגן די עלטערען וואס זיי פארלאנגען.
די מצב איז גאר שלעכט ווייל די מלמדים זענען נישט מעורב בעולם. זיי ווייסען ניטאמאהל וואס דאס מיינט ארויס אויף די וועלט. און האקען אין טשייניק.
דאס איז נאר אויפען שפיץ גאפל.


טאקע אט דאס האט שמעקעדיג געמיינט. האקן קען יעדער, און ס'ווערט שוין נמאס. עפעס קאנסטרוקטיוו ביטע.

פראפעסאר שפירא » מאנטאג מאי 21, 2012 9:51 pm

· #14071
כ'האף מיט די צייט צי שרייבן מער דערוועגן, אבער לאמיר נאר אביסל שרייבען וואס כ'שפיר.

לאמיר אביסל פארשטיין די מצב פין כלל ישראל. כלל ישראל איז שוין זייער זייער לאנג אין גלות, פין אלע זייטן האמיר געחאפט מכות, פיזיש, גייסטיש, אויף כל מיני דרכים האבן אונזערע פיינט אונז פרובירט צי ציברעכן,

מען האלט שוין נאך אזוי לאנג, כלל ישראל איז צובראכן אין צושאסן, רוב כלל ישראל האבן שוין פארלוירן זייער גייסט די תורה הקדושה, א גרויס חלק איז שוין אינגאנצן אויסגעמישט מיט די אומות, כלל ישראל איז אין א זייער נעבאך'דיגע מצב.

מיר האבן נישט די גייסטיגע ריזן וואס האבן געפירט די שיף איבער שטורמישע וואסערן, מיר האבן נישט די גרויסע ריזן וואס זאלן פארשטיין פונקטליך וואס מען האט צו טוהן, יתומים היינו ואין אב, און דער בעל דבר פרובירט מיט אלע כוחות צו צושטערן אויך דאס הייפעלע איבערגעבליבענע ערליכע אידן.

צי די רבנים האבען געטוהן די ריכטיגע זאך מיט די כינוס דאס גיי איך נישט אריין יעצט, אבער וואס כ'האלט איז, אז טאמער איינער וויל אז זיינע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן דאן ווענדט זיך עס נישט אין די רבנים, ס'ווענדט זיך אין ענק, ס'ווענדט זיך אין די טרערן פון די מאמע, ס'ווענדט זיך אין די ווארעמקייט וואס מען גיבט אריין אין די קינדער, ס'ווענדט זיך אין די שטוב, נישט אין די מוסד און נישט אין די גאס.

אין לנו על מי להשען אלא על אבינו שבשמים, די צייטן זענען שווער, אסאך שווערער ווי אסאך ווייסן, ס'נישט קיין צייט צו ווארטן אז יענער זאל עפעס טוהן, יעדער דארף אליינס טוהן וואס מ'קען, מען דארף גרויס רחמי שמים זיך צו קענען האלטן ביים קלארן זינען, אבער דער באשעפער איז קרוב ה' לכל קוראיו, מען טאר נישט ווארטן אויף א קאמערציאלע כלליות'דיגער ענטפער פאר די פראבלעמען, יעדער דארף טוהן וואס ער האלט און וואס ער קען, און צולייגן אביסעלע הייסע טרערן.

רבותי, לאמיר טוהן וואס מיר קענען, לאמיר רעדן צו אונזערע קינדער, לאמיר לערנען אונזערע קינדער, און דער באשעפער וועט העלפן אז מען זאל מצליח זיין, אמן.

נולד מאוחר » מאנטאג מאי 21, 2012 11:59 pm

· #14088
צו ענטפערן דיין שאלה דארף מען פרעגן א ענליכע שאלה, "ווי אזוי מאכט מען זיס דאס לעבן???"
דער תירוץ אויף די שאלה וועט זיין די תירוץ אויף דיין שאלה.
אידשקייט, תורה ומצוות, איז נישט מער ווי א מהלך צו געבן פאר מענטשהייט דאס בעסטע וועג צום לעבן.
דרכיה דרכי 'נועם'
אויב לעבט א מענטש א לעבן וואס איז נישט זיס, איז ער נישט אויפ'ן תורה'דיגע דרך.

דולה ומשקה » דינסטאג מאי 22, 2012 12:33 am

· #14108
שמעקעדיג

אבער קען איינער זאגן וואס "יא צו טון"? ווי אזוי זאל מען טוישן? וואס זאל מען טון? ווי אזוי גיט מען אריין א טעם אין אידישקייט, על אף די נסיונות מרים וקשים??


גראדע אין איינע פון די אשכולות האב איך שוין געשריבען דא "וואס יא", איך וועל עס איבערחזר'ן אין קורצען.
די נקודה איז דאס אז דער "חינוך סיסטעם" היינט צו טאג, איז אז דער קונד לערנט אין א מוסד וואס באלאנגט צו א חסידות, דאס איז דער ערשטע טעות. אין איך וועל מסביר זיין:

איך וויל פרעגן אזא שאלה, ווען דער רבי (נישט קיין נפק"מ וועלעכע) וועט גארנישט האבען פון זיין מוסד, ער טיילט נישט קיין חנוכה געלט, באזוכט נישט אין קעמפ, אויף די באסעס שטייט נישט אז דאס באלאנגט פאר דער אין דער חסידות, וואלט דער רבי אינוועסטירט אזוי פיל געלט דאס אויס צו האלטן? לכאורה נישט, אין אנדערע ווערטער ער מיינט נישט אינגאצען לשם שמים אויף צו שטעלן אידישע דורות.

דער חלק החסידות והרביסטיווע זאל זיין אינגאנצען אפגעהאקט פון דער חלק המוסד, איינס האט גארנישט צו טוען מיט דער צווייטס, מ'גייט נישט אנהייבען ברעינוואשען די מוחות פון קליינע קינדער אין אינגע בחורים אז דער רבי אהער אין דער רבי אהין, אז א טאטע גייט וועלען קען ער נעמען זיין קינד צום רבי, אבער און דער מוסד זעלבסט וועט נישט הענגען קיין בילדער אין דאס גלייכען.

אז א טאטע גייט אן א הוט און רעקל אויף דער גאס, אויב באלאנגט ער צו א ספעסיפישע חסידות וואס איז שטארק מקפיד דערויף, זאל מען קנס'ענען דעם פאהטער, אבער אין דער מוסד האט דאס קיין שייכות, מ'וועט נישט פארשיקען א קינד פונעם מוסד וועגען די פאטערס עבירות.

אין ישיבה און מוסד וועט מען מחנך זיין דעם קינד צו אידישקייט אהבת הבורא, ווייסען דער שיינע און געשמאקע זייט, וואס מיינט זיין א איד, (זיין א איש א שומר תורה ומצות האט נישט מיט חסידות), לערנען הלכות וואס איז נוגע למשל או"ח חלק א' הלכות שבת. קינדער וואקסען אויף מיט א שנאה צו רש"י הקדוש וואס וועגען זיין פירוש האבען באקומען ווער ווייסט וויפיל פעטש, כ'האב נישט געקענט א תוס' האט מען מיר פארשעמט ביים פארהער. ער פארלירט דעם חשק אויף א גרויסע פארנעם.

ווי לאנג א חסידות אין א מוסד איז געקניפט און געבינדען איז אומעגליך אויך צו וואקסען קודם א איד אין דערנאך א חסיד, מיטן היינטיגען סיסטעם וואקסט מען אויף קודם א חסיד אין דערנאך אולי א איד, וואס געשענט איז נאך איידער ער קומט אן צו דרגת איד פאלט ער לגמרי אוועק.

ממילא האט ער קיינמאהל נישט טועם געוועהן דער געשמאקייט פון זיין א איד, איהם האט מען דאך אויף געצויגען אלס א חסידישע יונגעל, נאך איידער ער האט דער שאנס צו וויסען וואס דאס מיינט א איד פרעגט ער שוין קשיות אויף חסידות רבי'ס וכיוצא בזה, פאהרט ער אפ לגמרי, ווייל מיטן איד האט ער נאך קיינמאהל קיין שייכות נישט געהאט.

משא"כ אויב איז מען מחנך קודם דאס יונגעל אלס א איד האט ער נישט קיין קשיות, ווייל די תורה הקדושה מיט אירע תרי"ג מצות דאס איז יודישקייט, ממילא איינמאהל ער איז שוין א איד אין ווייסט וואס דאס מיינט, איז יעצט (ווען ער אכצען צו עלטער) קען מען איהם מאכען און אויס לערנען וואס חסידות איז באמת, אויב וויל ער ווערען א חסיד איז דאך גוט, אויב וויל ער נישט בלייבט ער כאטש א איד, מיט לדוגמא רבי אביגדור מיללער השקפות, אבער דאך א שומר תורה ומצות, פאלט ער אבער נישט גענצליך אוועק פונעם עם הנבחר.

דאס איז בקיצור הדברים, איך קען מאריך זיין מיט נאך פרטים, ועוד חזון. ביטע מאך נישט אוועק מיינע ווערטער, לאמיר דאס נאר אויס שמועסן אויף א פרידליכע וועג. א דאנק.

טעלעפאן » דינסטאג מאי 22, 2012 2:48 am

· #14121
וואס איך טראכט....

1. פשוט איינזאפן די זיסקייט אין לעבן דאס קינד זאל באקומען דעם "דרכיה דרכי נועם".

2. קינדער זאלן באקומען ענטפערס אויף זייערע קשיות-שאלות. אז דו ווייסט נישט גיי פרעג.

3. א דאורייתא איז א דאורייתא, א דרבנן איז א דרבנן, אא"וו

4. די מצוות זאל ווערן געטון מיט א געשמאק.

5. נישט אוועקמאכן אנדערע. קוק נישט אויף די נעגאטיוו - פיר דיין לעבן על מי מנוחות

6. צוואונג נישט ארויף קיין "חומרות" אדער (איבעריגע) "חסידות" אויף דיין קינד. אויב האט ער א געפיל דערצו וועט ער עס אליין נעמען.


אדרבה אויב האט איר נאך זענט איר וועלקאם צוצולייגן...

איינער » דינסטאג מאי 22, 2012 8:33 am

· #14128
[ציטאט אראפגענומען]


אנאנים, זייער גוט. איך האב נאר איין ווארט צו צולייגן, א רעוואלוציע הייבט זיך אן מיט א גרופע רעוואלוציאנערן וואס ארבייטן צוזאמען שטיל אונטער די קוליסן, ווילאנג עס קומט איין רעוואלוציאנער און נעמט עס צום דעם קומענדיגע שטאפל. די "קאווע שטיבל" קען זיין די קערנדל פון אזא רעוואלוציע. לאמיר ארבייטן אויף דעם.

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 26, 2012 3:55 pm

· #20155
איך ווייס אז נישט יעדער דא גלייכט די "מעלות" זייער שטארק, אבער די חודש (תמוז תשע"ב) איז דא אן ארטיקל וועלכע האט מיר געמאכט שפרינגען, און כ'האב עס עטליכע מאל איבערגעליינט. און עס קען זיין א שטיקל תירוץ אויף ווי אזוי אריינצוברענגען א געשמאק אין אידישקייט.

כ'האב שוין געליינט אסאך וועגן דעם ענין, אבער אזא ארטיקל, א מועט המחזיק את המרובה, געשריבן אזוי צום פינטל, געדענק איך נישט אין די פארגאנגענהייט.

איך רעקאמענדיר יעדן איינעם צו צאלן די 6 דאלער פאר די מעלות, און לייענט דעם ארטיקל "שירו לה' שיר חדש".

איך בין מסכים צו לכה"פ 90% פון דעם ארטיקל, אפאר הערות וקשיות האב איך נאך, ועוד חזון בל"נ.

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 26, 2012 4:02 pm

· #20159
דולה ומשקה
די נקודה איז דאס אז דער "חינוך סיסטעם" היינט צו טאג, איז אז דער קונד לערנט אין א מוסד וואס באלאנגט צו א חסידות, דאס איז דער ערשטע טעות. אין איך וועל מסביר זיין:

דער חלק החסידות והרביסטיווע זאל זיין אינגאנצען אפגעהאקט פון דער חלק המוסד, איינס האט גארנישט צו טוען מיט דער צווייטס, מ'גייט נישט אנהייבען ברעינוואשען די מוחות פון קליינע קינדער אין אינגע בחורים אז דער רבי אהער אין דער רבי אהין, אז א טאטע גייט וועלען קען ער נעמען זיין קינד צום רבי, אבער און דער מוסד זעלבסט וועט נישט הענגען קיין בילדער אין דאס גלייכען.

ווי לאנג א חסידות אין א מוסד איז געקניפט און געבינדען איז אומעגליך אויך צו וואקסען קודם א איד אין דערנאך א חסיד, מיטן היינטיגען סיסטעם וואקסט מען אויף קודם א חסיד אין דערנאך אולי א איד, וואס געשענט איז נאך איידער ער קומט אן צו דרגת איד פאלט ער לגמרי אוועק.

ממילא האט ער קיינמאהל נישט טועם געוועהן דער געשמאקייט פון זיין א איד, איהם האט מען דאך אויף געצויגען אלס א חסידישע יונגעל, נאך איידער ער האט דער שאנס צו וויסען וואס דאס מיינט א איד פרעגט ער שוין קשיות אויף חסידות רבי'ס וכיוצא בזה, פאהרט ער אפ לגמרי, ווייל מיטן איד האט ער נאך קיינמאהל קיין שייכות נישט געהאט.

משא"כ אויב איז מען מחנך קודם דאס יונגעל אלס א איד האט ער נישט קיין קשיות, ווייל די תורה הקדושה מיט אירע תרי"ג מצות דאס איז יודישקייט, ממילא איינמאהל ער איז שוין א איד אין ווייסט וואס דאס מיינט, איז יעצט (ווען ער אכצען צו עלטער) קען מען איהם מאכען און אויס לערנען וואס חסידות איז באמת, אויב וויל ער ווערען א חסיד איז דאך גוט, אויב וויל ער נישט בלייבט ער כאטש א איד, מיט לדוגמא רבי אביגדור מיללער השקפות, אבער דאך א שומר תורה ומצות, פאלט ער אבער נישט גענצליך אוועק פונעם עם הנבחר.

דאס איז בקיצור הדברים, איך קען מאריך זיין מיט נאך פרטים, ועוד חזון. ביטע מאך נישט אוועק מיינע ווערטער, לאמיר דאס נאר אויס שמועסן אויף א פרידליכע וועג. א דאנק.


דאס איז עפעס וואס וועט נישט געזשעהן אין די פארסיעבל צוקונפט. די חסידות'ן - אפגעזעהן צי דער רבי איז אן עהרליכער צי נישט - זענען די פאן טרעגער פון יהדות החרדית, און די מנהיגים פון די מוסדות. אן זיי איז נישטא קיין ברען. און אן די ברען צו טון פאר די "מוסדות הקדושים" פון די קהלה וועט אוועקפאלן. די חסידות איז געווענליך די שוועבעלע וועלכע צינדט אונטער דעם פייער, שלא יבוש המעיין ולא יקצץ האילן, אז דער רבי בעהט און איז מחייב שקלי קודש גיט מען, אן דעם גיבט מען נישט.

פארפאלן, איך קען נישט זעהן דאס זאל פאסירן, און מען מוז טראכטן אן אומוועג ווי אזוי אריינצוברענגען זיסקייט אין אידישקייט על אף וואס די תתי"ם געהער פאר א רבי'ן....

משכיל » מיטוואך יוני 27, 2012 9:50 am

· #20294
ווען אונזער אלעם באליבטער ר' שלמה קארליבאך ז"ל וואלט ערשינען אין סיטי פילד מין זיין גאטאר וואלט ער געקענט אויפהייבן דו 40,000 אידן ביזן הימעל, עס וואלט געלאזט א רושם אויף א לאנגע צייט, די סיבה ווייל ער האט אמת'דיג ליעב געהאט א יעדען איד, י

די היינטיגע פירער זיינען ליידער קליינע מענטשעליך וואס האבען נישט די נפשיות'דיגע כוחות צו פילען און מאכען פילען, בלויז רעדען לאזט נישט קיין שום רושם,י

so my holy brothers join me, open your hearts v'hoer eineinu .....

טאמבל סאס » מיטוואך יוני 27, 2012 10:14 am

· #20305
תיקון טעות:

משכיל
ווען אונזער אלעם באליבטער ר' שלמה קארליבאך ז"ל וואלט ערשינען אין סיטי פילד מין זיין גיטאר וואלט ער געקענט אויפהייבן דו 40,000 אידן ביזן הימל, עס וואלט געלאזט א רושם אויף א לאנגע צייט. די סיבה ווייל ער האט אמת'דיג ליעב געהאט א יעדע אידענע,

די היינטיגע פירער זיינען ליידער קליינע מענטשעלעך וואס האבן נישט די נפשיות'דיגע כוחות צו פילן און מאכן פילן, בלויז רעדן לאזט נישט קיין שום רושם,

so my holy brothers join me, open your hearts v'hoer eineinu .....

משכיל » מיטוואך יוני 27, 2012 10:29 am

· #20323
im sorry you missed the point.

פיינע קאווע » מיטוואך יוני 27, 2012 12:55 pm

· #20368
איר ווילט זיס מאכן דאס אידישקייט?, לאזט געמאך די מוסדות און קהלות. זיי נישט מחליט ווער עס איז גוט אדער נישט גוט פאר כלל ישראל. ארבייט אויף דיין שטוב אליין.

זיי פרייליך, מאך דיין משפחה בשמחה, ווייז דיינע קינדער דו האסט זיי ליב, א גלעט אין בעקל, א פריינדליכע מינע לכל עת. ברענג זיי אהיים א גוטע זאך אין א גרינע מיטוואך, רעד נישט מיט זיי אויף דעם אדער יענעם רבי'ן אדער חסידות. ווייז ווי שטארק עס באדערט דיך אז מען בארעדט א אידיש קינד. אז א צווייטער איז בצער.

מאך א מצב פון יעדע מדה טובה וואס זיי פארמאגן, פאר א גוטע בחינה אדער טעסט מאך א עסק ביזן הימל. פאר א סיום קויף א ספר'ל שרייב אריין אפאר הארציגע דיבורים.

שטיי אויף איין צופרי און צינד אן א טעיפ און זינג מיט זיי הויעך מודה אני. לאז זיך אראפ צו זייער פארשטאנד און גיב זיי חיות, גיב זיי גיטן ווילן צו זיין שטענדיג אhן א גיטע מאָד. מאך פון יעדע מצוה א גרויסע עסק. קומסט אהיים מיט א אתרוג אדער מצות מאך א ריקוד. עס קומט תשעה באב מאך דיך (יא מעגסט) ווי דו וויינסט. די גאנצע אטמאספער וועט ווערן זיס און בא'טעמ'ט, געשמאק און וואויל. א קינד מאכט הויעך א ברכה רוהם אים ביזן הימל. רעדסט מיט זיי אין קעמפ זאג זיי ארויס ווי שטארק דו בענקסט דיך.

כאטש איין מאל א וואך שבת קודש וואס דיין טעלפאן קלינגט נישט און מען זיצט צוזאם ביים טיש, פארצייל זיי א מעשה זינג אלע פרייליכע ניגונים, קויף זיי זייער א גוטע נאש פאר יעדע שבת. טאנץ און שפרינג מאך זיך נאריש מיט זיי, פרעג זיי א מיינונג ביי א מינדערוויכטיגע זאך, און ווייז זיי ווי וויכטיג זיי זענען.

אידעלעך זייט פריילאך!!!

משכיל » מיטוואך יוני 27, 2012 2:41 pm

· #20388
איר האט אמאל געזעהן אן אלטן מענטש האט א קליין רונדיג פיסקעל, ניין ער איז נישט געבוירן אזוי, ווען ער איז געווען 18 יאהר האט ער געשמייכעלט פון אויער צו אויער, נאר דער שמייכעל איז אלץ קלענער געווארן ביז...

Pollyanna

מען רעד פון פאזיטיוו ווען מען ווייסט אין הארץ אז דאס איז בלויז א דמיון, מענטשן זיינען נערוועז, דער טאש'ער רבי זאל זיין געזונט פלעג זאגען ביי די שלש סעודות תורות "פארוואס איז מען נערוועז ווייל מען האט געזונדיגט", מען האט פארשידענע פראבלעמען, צו זיין אין גוטע גוסטע אלעמאל אפילו רוב מאהל איז כמעט נישט מעגליך,

איך מיין אז צו זיין אמת'דיג עד הסוף געט צו אסאך צום חינוך, אויך אמת'ע אהבת תורה, אהבת ישראל, און אויך ממאס זיין ברע, כסדר צו בארעדן פאר די קינדער די וואס פוסטעווען אוועק זייער לעבן, און אפלאכן פון די חברה, גיט די קינדער א דיירעקשאן אין לעבן, און א געפיל פון קאנפידענץ, זיין קוקן אויפן טאטן ווי א אמת'ער פערזענליכקייט מיט א אויסגעהאלטענע מיינונג,

לערנען דעם דף היומי איז א גוטע מיטל, מיין זיידע ז"ל האט 6 מאהל געענדיגט ש"ס אויף דעם סיסטעם.

די תורה איז זיס, יא בעט.

לעמיל » מיטוואך יוני 27, 2012 5:29 pm

· #20417
פאר איינער וואס האלט אז אידישקייט וועט די אלע זאכן נישט העלפן קודם האלט אז עס איז א זיסע זאך נאכדעם קען מען גיין ווייטער..........

משכיל » מיטוואך יוני 27, 2012 5:59 pm

· #20425
יעדער מענטש מאכט שארט קאטס אין אידישקייט, מען קלויבט זיך אויס די חלקים וואס מאכט דעם מענשט גוט פילען, דער חילוק איז אז עס זיינען דא קרייזען וואס קלויבען נאר אויס די ציפעדיקע זאכען, זיי נעמען אויך אסאך חריף מיט זייער פאלאפעל, און אנדערע קרייזען וואס קלויבען אויס די געשמאקע זאכען,י

קווארטין » דאנערשטאג יוני 28, 2012 1:05 am

· #20519
אלץ בחור האבעך געלערנט אין הלכות נט"י אזא מין זאך ווי "טופח ע"מ להטפיח", ד.מ. אז די האנט איז אזוי נאס, אז ס'מאכט נאס אנדערע. כ'מיין אז סיז א שאד צו האקן אויף מוסדות, חסידות, יו קענט פייט פעקטס, נאר וואסזשע דען, יעדע טאטע עז אי אינווידועל פאר זעך, דארף זיך אזוי פארזיסן ס'לעבן אז ער זאל קענען אריינשיינען א מתיקות אין זיינע קינדער, ע"מ להטפיח. איי וועסטו פרעגן בשלמא ווען יעדן איינעם וואלט געגאנען גוט וואלט מען אזוי געקאנט זאגן, אנפארטונאטעלי, זייער א סך מענטשן מאכן מיט א גלות פרטי, ס'לעבן גייט נישט וויזוי מ'האט זעך געראכטן, סך מענטשן גייען באמת אדורך העל, און נישט איינמאל גנב'ט זיך אריין א אומאויסגעהאלטענע מחשבה, איז דאס באמת מיין גורל? דער תירוץ איז, יא רעב יוד, אפי' סיז שווער, יעדנס גורל האט א פונקטליכע בלו-פרינט פון אויבן, נאר וואסזשע דען, ווי א יוד, דארף מען דילן מיט די שוועריקייטן וואס מ'האט אין לעבן, צו איז דאס מיט תפלה, עצה ותושיה, און די הויפט זאך פארשטייצעך, חזר'ן און חזר'ן אמונה און בטחון. סיז פארהאן א סך מענטשן וואס גייען אדורך פרטיותדיגע גלות'ר אין זייער לעבן, אבער זיי זענען אלץ העפפי, מ'דארף געדענקען, אז אין הקב"ה בא בטרוניא, אפשר איז דאס גאר אונזער תפקיד בעיקבתא דמשיחא, זיך אויסצוארבייטן באמת צו פילן א זיסקייט אינעם יודישן לעבן און אפי' מיט די אלע באמפס וואס מיר האבן אויפן ראוד זאלן מיר זיין מער און מער העפפי, אז מ'וויל באמת זיך פארזיסן ס'לעבן דאן קאן מען, אדרבה פרובירט, און אז מ'איז פאר זיך פארזיסט, קען מען אריינגעבן מוט אין די קינדער בעזר השם, איינמאל ס'הערשט א שמחת החיים ביים טאטן אין ביי די קינדער בבחינת אור חוזר, אין דאס פון די הויפט שליסלען פון יודישקייט, ווייל ביי שמחה איז דא השראת השכינה.

טעלעפאן » דאנערשטאג יוני 28, 2012 5:05 am

· #20536
שמעקעדיג
איך ווייס אז נישט יעדער דא גלייכט די "מעלות" זייער שטארק, אבער די חודש (תמוז תשע"ב) איז דא אן ארטיקל וועלכע האט מיר געמאכט שפרינגען, און כ'האב עס עטליכע מאל איבערגעליינט. און עס קען זיין א שטיקל תירוץ אויף ווי אזוי אריינצוברענגען א געשמאק אין אידישקייט.

כ'האב שוין געליינט אסאך וועגן דעם ענין, אבער אזא ארטיקל, א מועט המחזיק את המרובה, געשריבן אזוי צום פינטל, געדענק איך נישט אין די פארגאנגענהייט.

איך רעקאמענדיר יעדן איינעם צו צאלן די 6 דאלער פאר די מעלות, און לייענט דעם ארטיקל "שירו לה' שיר חדש".

איך בין מסכים צו לכה"פ 90% פון דעם ארטיקל, אפאר הערות וקשיות האב איך נאך, ועוד חזון בל"נ.


שוין געלייענט. צום באדויערן, פארהוילן זיי דעם עצם פאקט אז נישט נאר "מ'האט אונז איבערגעגעבן אידישקייט אויף אן אויסגעטרעטענעם וועג" כלשונם, נאר מען האט אונז געגעבן זייער א קרומע וועג... און מיר האבן אסאך צו ארבעטן צו קענען פארריכטן וואס אונזערע עלטערן האבן אפגעטון...

אבער זיי האבן עטליכע געוואלדיגע נקודות. איך בין מודה... בכלל איז מיר די חודש היבש געפאלן דער גאנצער אויסגאבע.

איך אויך » זונטאג יולי 22, 2012 4:39 pm

· #26994
משכיל
ווען אונזער אלעם באליבטער ר' שלמה קארליבאך ז"ל וואלט ערשינען אין סיטי פילד מין זיין גאטאר וואלט ער געקענט אויפהייבן דו 40,000 אידן ביזן הימעל, עס וואלט געלאזט א רושם אויף א לאנגע צייט, די סיבה ווייל ער האט אמת'דיג ליעב געהאט א יעדען איד, י

די היינטיגע פירער זיינען ליידער קליינע מענטשעליך וואס האבען נישט די נפשיות'דיגע כוחות צו פילען און מאכען פילען, בלויז רעדען לאזט נישט קיין שום רושם,י

so my holy brothers join me, open your hearts v'hoer eineinu .....

וואלסט ממליץ געווען דער עולם זאל זיך אויך נעמן טוהן ביינאכט דאס וואס מען פארציילט אויף עם?

חח טאמבל ביסט גוט.

חאצקל » זונטאג אוגוסט 19, 2012 1:23 am

· #36785
משכיל
ווען אונזער אלעם באליבטער ר' שלמה קארליבאך ז"ל וואלט ערשינען אין סיטי פילד מין זיין גאטאר
so my holy brothers join me, open your hearts v'hoer eineinu .....

ער איז ביי מיר נישט באליבט

חאצקל » זונטאג אוגוסט 19, 2012 1:30 am

· #36786
וויאזוי מ'מאכט זיס אידישקייט?
כ'מיין אז באבוב אין די צייטן פון ר' שלמב'לע ז"ל האט געהאט די ריכטיגע רעסעפי וויאזוי צו מאכן זיס אידישקייט
נעמט א ליסטע פון ערליכע שטעט און קהילות, און לאמיר מאכן א סטאטיסטיק אין וועלעכער קרייז עס זענען דא די גרעסטע פראצענט וואס פילן א זיסן טעם אין ידישקייט (אן דעם וואס ס'זאל זיין דארט א גרויסע פראצענט אפגעפארענע)

יאיר » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 3:33 am

· #45342
טעלעפאן
שמעקעדיג
איך ווייס אז נישט יעדער דא גלייכט די "מעלות" זייער שטארק, אבער די חודש (תמוז תשע"ב) איז דא אן ארטיקל וועלכע האט מיר געמאכט שפרינגען, און כ'האב עס עטליכע מאל איבערגעליינט. און עס קען זיין א שטיקל תירוץ אויף ווי אזוי אריינצוברענגען א געשמאק אין אידישקייט.

כ'האב שוין געליינט אסאך וועגן דעם ענין, אבער אזא ארטיקל, א מועט המחזיק את המרובה, געשריבן אזוי צום פינטל, געדענק איך נישט אין די פארגאנגענהייט.

איך רעקאמענדיר יעדן איינעם צו צאלן די 6 דאלער פאר די מעלות, און לייענט דעם ארטיקל "שירו לה' שיר חדש".

איך בין מסכים צו לכה"פ 90% פון דעם ארטיקל, אפאר הערות וקשיות האב איך נאך, ועוד חזון בל"נ.


שוין געלייענט. צום באדויערן, פארהוילן זיי דעם עצם פאקט אז נישט נאר ״מ׳האט אונז איבערגעגעבן אידישקייט אויף אן אויסגעטרעטענעם וועג״ כלשונם, נאר מען האט אונז געגעבן זייער א קרומע וועג... און מיר האבן אסאך צו ארבעטן צו קענען פארריכטן וואס אונזערע עלטערן האבן אפגעטון...

אבער זיי האבן עטליכע געוואלדיגע נקודות. איך בין מודה... בכלל איז מיר די חודש היבש געפאלן דער גאנצער אויסגאבע


איך מוז זאגן א הארציגער ייש"כ פאר הרב שמעקעדיגער. כאטש איך קויף יא די מעלות, ליין איך בלויז די תורה און ידיעות ארטיקלען, און ס'איבריגע לאז איך פאר די בני בית און קינדערלעך. יעצט האב איך געליינט דעם ארטיקל בעיון. עס ליגט אין דעם א וועלט פון אמת, געשריבן אויף א גאר בכבוד'יגן אופן פון אלע זייטן. באמת צום באוואונדערן.

און צום טעלעפאן, הממ.... הערסט? איך וועל האלטן נענטער דעם טרייבל. יעצט איז גוט? פיין. ווען מען שרייבט אן ארטיקל אין אזא דעליקאטע סוגיא, איז נישט מעגליך צו שרייבן אפן און גראב, מען מוז פארשטיין וואס עס איז געשריבן ברמיזה, צווישן די שורות, ביים ערשטן דרעפט, און וואס ביים שרייבער איז געלעגן אויפ'ן צונג צו זאגן נאר ער האט זיך געמוזט איינהאלטן ווייל ער וויל נישט אז מארגן זאלן ארויסקומען דרייסיג רבנים אסר'ן אלע מאגאזינען ומעלות וכדו' כל שם וחניכא דאית ליה, והשמר והזהר. והמבין יבין.

אויסער דעם איז נישט יעדער ארטיקל גענוי צוגעפאסט פאר יעדן מיינונג, דער שרייבער מעג זיך קריגן אין פרטים מיט דיר. דער עיקר איז אז עס ענטפערט, לכה"פ א חלק פון די שאלה וואס דער פותח האשכול האט געפרעגט.

אין דעם עצם הענין קען מען נאך פיל מאריך זיין. ועוד חזון.

טעלעפאן » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 1:19 pm

· #45488
שוין. גערעכט. מסכים.

שמעקעדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 12:18 am

· #46207
פראפעסאר שפירא
אויף די שאלה פון די קעפל ענטפער איך קורץ:

אידישקייט איז זיס, מען זאל עס נאר נישט ביטער מאכן


אקעי, לאמיר אביסל צונעמען דעם נושא:

אידישקייט איז זיס? אמת, ס'האט זיסע חלקים אין זיך, ברוחניות ובגשמיות, אבער... עס איז פאראן א גרויסער "אבער"!

אידישע קינדער זענען אראפגעקומען אויף דער וועלט צו ארבעטן שווער, זיך פלאגן, אדם לעמל יולד, אויב איז ער זוכה איז עס נאר בתורה און אין אנדערע רוחניות ענינים; און אויב נישט, איז עס אויף גשמיות, וועלכע איז אויך חשוב, און יעדער באקומט דאדורך זיין תיקון.

יעדער פון אונז באקומט א גרויסן ריזיגן יצה"ר וואס איז כמעט אוממעגליך איבערצוקומען, און אלמלא הקב"ה עוזרו לא יכול לו, די תאוות און די נסיונות שטעכן אויס די אויגן טאג טעגליך, בכל יום ובכל עת ובכל שעה, און דער גיהנם איז באהאלטן אין ראשית חכמה, תורה איז די איינציגסטע מיטל, ווי חז"ל זאגן בראתי יצה"ר ובראתי לו תרה תבלין, אבער לערנען תורה איז אויך ביטער שווער, די גוטע טעם קומט ערשט נאך אסאך זיך פלאגן, דער קאמארנער שרייבט אז ער האט געפילט "אלף פעמים טעם מיתה" ווען ער האט געלערנט, און מיר קענען אלע מעיד זיין דערויף אז אפט מאל איז אונז גרינגער צו קייען שטרוי ווי צו לערנען א שורה גמרא אדער זאגן א קאפיטל תהלים, און דאס איז אייגענטליך אונזער תפקיד און ציל אויף דער וועלט, זיך צו פלאגן און אדורכגיין די שווערע נסיונות, ווארום מלאכים האט דער רבש"ע גענוג אין הימל... די אלע זאכן זענען ידוע ומפורסםם לכל און ס'האט נישט קיין זין צו מאריך זיין דערין.

אידישקייט האט אסאך מצוות לא תעשה. עס שטייט אין מדרש אז ווען די אידן זענען באפוילן געווארן מיט די מצות ל"ת פון עריות האבן זיי געוויינט, ס'איז זיי געווען זייער שווער זיך אפצושיידן. מען וויינט נאך דערויף עד היום הזה. א איד קען נישט קוקן וואס מען וויל, ליינען וואס מען וויל, הערן, רעדן, עסן, און נאך צענדליגער זאכן. מען באקומט א מתנה שבת און יו"ט, הערליכע מתנות, אבער צוזאמען דערמיט קומט מיט א סעט פון שווערע רולס, וואס טאמער טוסטו עס נישט פאלואען, דאן אך און וויי איז צו דיר. ווילסט אנצינדען דעם עירקאנדישאן אויב ס'איז דיר הייס? די סטיעם אויב ס'קאלט? דיין קאר אינדרויסן ווען דו ווילסט גיין צו דיין פעטער'ס קידוש אין אנדערן עק שטאט? מאכן דיינע פיאות? כאפן א שויער? ארויסנעמען א ביינדל פון די פיש אדער אפשניידן א שטיקל פארברענטע חלה? ניין, טארסט נישט!

נא, ס'עט שוין מיטגיין. אבער עס איז דא נאך שווערערע הלכות, וואס די נסיון דערויף איז געפערליך. אויב - גאט באהיט - דיין הויז הייבט אן ברענען שבת, טארסטו גארנישט ראטעווען, נאר מזון לב' אדער ג' סעודות! דו דארפסט צוקוקן ווי דיין האב און גוטס, טעיפס און בילדער וועלכע זענען אומערזעצבאר, גייט ארויף אין רויך, גארנישט! ווייניג מענטשן קענען ביישטיין אזא נסיון. מען דארף האבן א אבנארמאלע מאס אהבת ה', יראת ה', קוראזש, שטארקקייט און הייליגע רצון דאס מקיים צו זיין.

יעדע יו"ט, ווי שיין עס זאל נישט זיין, האט עס שוועריגקייטן און אומבאקוועמליכקייטן ארום. פסח דער איסור פון חמץ; שבועות אויפזיין א גאנצע נאכט; סוכות קענסטו נישט עסן און שלאפן נאר אין סוכה; ר"ה און יוכ"פ דארף מען אפילו נישט מסביר זיין.

ווילסט גיין וואקאציע? ווילסט זיך גוט אויסשלאפן פון דיין פארנומענעם סדר היום און צופלויגענע פארפלאגטע לעבן? ניין, וועסט מוחל זיין אויפשטיין צו זמן קר"ש. און דאווענען יעדן טאג. נישט איינמאל, נאר 3 מאל! און לכתחילה מיט מנין און א מקוה. דאס איז א וואקעישאן?

איך קען שרייבן נאך 10 מאל לענגער, אבער כ'האב נישט יעצט קיין צייט און קיין כח. איך וויל צוקומען צום פוינט.

ווי אזוי קענסטו זאגן אז "אידישקייט איז זיס", מאך עס נאר נישט ביטער? פון וואו זאל איך, אדער מיינע קינדער, נעמען די כוחות און קוראזש צו בלייבן אן ערליכער איד און מקיים זיין די אלע מצוות עשה און לא תעשה? און נאך דערצו מרצוני הטוב?

(און מיר נידריגע מענטשן טרייסטן זיך כאטש אז ס'איז דא א גרויסן שכר אויף די אלע שוועריגקייטן, אבער פון די העכערע פארלאנגט מען גאר אז מען זאל זיין "כעבדים המשמשין את הרב שלא ע"מ לקבל פרס". ממש אומפארשטענדליך לפי השגתינו.)

מיר זענען באקוועמע פוילע מענטשן. נרפים אתם נרפים. היינטיגע דור וויל מען אלעס אינסטענטלי מיט א קוועטש אויפן קנעפל. מען זאל דרוקן DELETE אויפן קיבארד און אלע עבירות זאלן זיך אויסמעקן. זאגן אמן הויך און באקומען א קענדי און אריינגיין אין א גורל צו פליען אויף ארץ ישראל. אז נישט האט מען נישט קיין געדולד. יעדן טאג קומען אין שול פאר כמעט 2 שעה? נישט רעדן? נישט סעלפאנ'ס? אוי מיין גאט, עס איז שווער! איך דאווען און איך בעהט און איך זעה נישט קיין רעזולטאטן (כאטש איך גלייב). וואס זאל מיר געבן דעם שטופ צום דאווענען?

קען איינער עקספלעינען וואס מיינט עטץ צו זאגן "אידישקייט איז זיס"?


נ.ב. איבער דעם ענין פון שווערע אידישקייט און שכר ועונש האב איך נאך וואס צו שרייבן און פרעגן, און איך פלאן בעז"ה בקרוב צו עפענען דערויף א נייע אשכול.

נולד מאוחר » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 12:42 am

· #46219
אמת אידישקייט איז נישט ספעציעל זיס אפשר גאר ביטער. עטליעסט די אידישקייט וואס מיר פארמאגען היינט.

געפילטע פיש » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 1:26 am

· #46227
שמעקעדיג
און לכתחילה מיט מנין און א מקוה.

מהיכי תיתא? מקוה מאן דכר שמיה ע"פ הלכה, מנין אם אין שם בית הכנסת שיעור הילוך מיל (כשמונה עשר דקות הליכה) אין שום חיוב להתפלל במנין.

שמעקעדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 10:36 am

· #46266
דעריבער האב איך געשריבן "לכתחילה".
און אז דו ווילסט דוקא, נעם ארויס די שורה, איך וועל עס ריפלעיסן מיט 20 אנדערע... בעסער?

געפילטע פיש » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 11:44 pm

· #46563
סאך בעסער!

שמעקעדיג » דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 11:27 am

· #78968
שמעקעדיג
נ.ב. איבער דעם ענין פון שווערע אידישקייט און שכר ועונש האב איך נאך וואס צו שרייבן און פרעגן, און איך פלאן בעז"ה בקרוב צו עפענען דערויף א נייע אשכול.


איך האב געעפנט שוין א צייט צוריק:

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/2072">viewtopic.php?f=24&t=2072</a><!-- l -->

ברסלבער » דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 1:32 pm

· #78985
איך בין דא אנגעקומען ווען שמעקעדיג האט מיר צוגעוויזן דעם וועג אהער, אויב איך האב עפעס דא צוצולייגן.

איך וועל מקדים זיין אז איך בין נישט דער בעסטער שרייבער, איך וועל פרובירן ארויסצוברענגן אויפ'ן פאפיר (סקרין) וואס איך טראכט, איך האף אז דער עולם וועט פארשטיין מיין נקודה, און אויב נישט אדרבה פרעגט.

דרכי' דרכי נועם וכל נתיבותי' שלום.
די תורה זאגט אז די תורה-וועג איז א זיסע און געשמאקע וועג.
שטעלט זיך א שווערע קשיא:

שמעקעדיג
אקעי, לאמיר אביסל צונעמען דעם נושא:
אידישקייט איז זיס? אמת, ס'האט זיסע חלקים אין זיך, ברוחניות ובגשמיות, אבער... עס איז פאראן א גרויסער "אבער"!
אידישע קינדער זענען אראפגעקומען אויף דער וועלט צו ארבעטן שווער, זיך פלאגן, אדם לעמל יולד, אויב איז ער זוכה איז עס נאר בתורה און אין אנדערע רוחניות ענינים; און אויב נישט, איז עס אויף גשמיות, וועלכע איז אויך חשוב, און יעדער באקומט דאדורך זיין תיקון.
יעדער פון אונז באקומט א גרויסן ריזיגן יצה"ר וואס איז כמעט אוממעגליך איבערצוקומען, און אלמלא הקב"ה עוזרו לא יכול לו, די תאוות און די נסיונות שטעכן אויס די אויגן טאג טעגליך, בכל יום ובכל עת ובכל שעה, און דער גיהנם איז באהאלטן אין ראשית חכמה, תורה איז די איינציגסטע מיטל, ווי חז"ל זאגן בראתי יצה"ר ובראתי לו תרה תבלין, אבער לערנען תורה איז אויך ביטער שווער, די גוטע טעם קומט ערשט נאך אסאך זיך פלאגן, דער קאמארנער שרייבט אז ער האט געפילט "אלף פעמים טעם מיתה" ווען ער האט געלערנט, און מיר קענען אלע מעיד זיין דערויף אז אפט מאל איז אונז גרינגער צו קייען שטרוי ווי צו לערנען א שורה גמרא אדער זאגן א קאפיטל תהלים, און דאס איז אייגענטליך אונזער תפקיד און ציל אויף דער וועלט, זיך צו פלאגן און אדורכגיין די שווערע נסיונות, ווארום מלאכים האט דער רבש"ע גענוג אין הימל... די אלע זאכן זענען ידוע ומפורסםם לכל און ס'האט נישט קיין זין צו מאריך זיין דערין.
אידישקייט האט אסאך מצוות לא תעשה. עס שטייט אין מדרש אז ווען די אידן זענען באפוילן געווארן מיט די מצות ל"ת פון עריות האבן זיי געוויינט, ס'איז זיי געווען זייער שווער זיך אפצושיידן. מען וויינט נאך דערויף עד היום הזה. א איד קען נישט קוקן וואס מען וויל, ליינען וואס מען וויל, הערן, רעדן, עסן, און נאך צענדליגער זאכן. מען באקומט א מתנה שבת און יו"ט, הערליכע מתנות, אבער צוזאמען דערמיט קומט מיט א סעט פון שווערע רולס, וואס טאמער טוסטו עס נישט פאלואען, דאן אך און וויי איז צו דיר. ווילסט אנצינדען דעם עירקאנדישאן אויב ס'איז דיר הייס? די סטיעם אויב ס'קאלט? דיין קאר אינדרויסן ווען דו ווילסט גיין צו דיין פעטער'ס קידוש אין אנדערן עק שטאט? מאכן דיינע פיאות? כאפן א שויער? ארויסנעמען א ביינדל פון די פיש אדער אפשניידן א שטיקל פארברענטע חלה? ניין, טארסט נישט!
נא, ס'עט שוין מיטגיין. אבער עס איז דא נאך שווערערע הלכות, וואס די נסיון דערויף איז געפערליך. אויב - גאט באהיט - דיין הויז הייבט אן ברענען שבת, טארסטו גארנישט ראטעווען, נאר מזון לב' אדער ג' סעודות! דו דארפסט צוקוקן ווי דיין האב און גוטס, טעיפס און בילדער וועלכע זענען אומערזעצבאר, גייט ארויף אין רויך, גארנישט! ווייניג מענטשן קענען ביישטיין אזא נסיון. מען דארף האבן א אבנארמאלע מאס אהבת ה', יראת ה', קוראזש, שטארקקייט און הייליגע רצון דאס מקיים צו זיין.
יעדע יו"ט, ווי שיין עס זאל נישט זיין, האט עס שוועריגקייטן און אומבאקוועמליכקייטן ארום. פסח דער איסור פון חמץ; שבועות אויפזיין א גאנצע נאכט; סוכות קענסטו נישט עסן און שלאפן נאר אין סוכה; ר"ה און יוכ"פ דארף מען אפילו נישט מסביר זיין.
ווילסט גיין וואקאציע? ווילסט זיך גוט אויסשלאפן פון דיין פארנומענעם סדר היום און צופלויגענע פארפלאגטע לעבן? ניין, וועסט מוחל זיין אויפשטיין צו זמן קר"ש. און דאווענען יעדן טאג. נישט איינמאל, נאר 3 מאל! און לכתחילה מיט מנין און א מקוה. דאס איז א וואקעישאן?
איך קען שרייבן נאך 10 מאל לענגער, אבער כ'האב נישט יעצט קיין צייט און קיין כח. איך וויל צוקומען צום פוינט.
ווי אזוי קענסטו זאגן אז "אידישקייט איז זיס", מאך עס נאר נישט ביטער? פון וואו זאל איך, אדער מיינע קינדער, נעמען די כוחות און קוראזש צו בלייבן אן ערליכער איד און מקיים זיין די אלע מצוות עשה און לא תעשה? און נאך דערצו מרצוני הטוב?
(און מיר נידריגע מענטשן טרייסטן זיך כאטש אז ס'איז דא א גרויסן שכר אויף די אלע שוועריגקייטן, אבער פון די העכערע פארלאנגט מען גאר אז מען זאל זיין "כעבדים המשמשין את הרב שלא ע"מ לקבל פרס". ממש אומפארשטענדליך לפי השגתינו.)
מיר זענען באקוועמע פוילע מענטשן. נרפים אתם נרפים. היינטיגע דור וויל מען אלעס אינסטענטלי מיט א קוועטש אויפן קנעפל. מען זאל דרוקן DELETE אויפן קיבארד און אלע עבירות זאלן זיך אויסמעקן. זאגן אמן הויך און באקומען א קענדי און אריינגיין אין א גורל צו פליען אויף ארץ ישראל. אז נישט האט מען נישט קיין געדולד. יעדן טאג קומען אין שול פאר כמעט 2 שעה? נישט רעדן? נישט סעלפאנ'ס? אוי מיין גאט, עס איז שווער! איך דאווען און איך בעהט און איך זעה נישט קיין רעזולטאטן (כאטש איך גלייב). וואס זאל מיר געבן דעם שטופ צום דאווענען?
קען איינער עקספלעינען וואס מיינט עטץ צו זאגן "אידישקייט איז זיס"?


וועל איך דיר ענטפערן (נישט צו די תורה איז די ריכטיגע וועג, נאר צו לעבן מיט די תורה-וועג איז זיס און געשמאק).

ווי אזוי ווערט א מענטש פרייליך? דער אייבערשטער האט באשאפן דעם מענטש מיט געפילן, און כדי א מענטש זאל ווערן פרייליך מוז ער פילן אז ער איז עפעס ווערט, ער טוט עפעס אויף דער וועלט, ער איז נישט נאך עפעס אן איבריג שרויפל אין דעם גרויסן מאשין.

יעדער מענטש מוז האבן סיפוק פון עפעס, מען נעמט די סיפוק פון אסאך זאכן, פון די ביזנעס/ארבעט וואס ער טוט דארט אויף, פון אויפשטעלן א שיינע משפחה, און פון שרייבן גוט אויפ'ן קאווע שטובל, און פון וואס נישט? א טונקעלער רוימער אין שוהל האט זיך אמאל אויפגעטוהן פאר מיר ווי גוט ער קען קערן, ער ווייסט פונקטליך ווי מען דארף אנהייבן און ווי ענדיגן און ער איז געווען זייער פּראוד מיט דעם.

יעצט צו זאגן אז א לעבן אן קיין שום גבולים איז א געשמאקע לעבן איז 100% נישט ריכטיג, ווייל אזא לעבן האט נישט קיין שום סיפוק אין זיך, די תאוות האבן א גוטן טעם עס איז זיס, אבער עס ברענגט נישט קיין סיפוק, אבסעלוט.

מיר לערנען אין די איצטיגע סדרות ווי די אידן האבן געארבעט אין מצרים זייער שוווער, עס איז באקאנט די מעשה פונעם וואסער טרעגער וואס האט זיך אפגערעדט פארן רב פארוואס ער דארף ארבעטן שווער און דער רב זיצט זיך און לערנט אין א באקוועמע צימער על מי מנוחות, און דער רב האט אים געזאגט: "קום אריין ביי מיר אין שטוב איך געב דיר א צימער ווי דו קענסט זיצן און זאגן תהלים און איך וועל דיר צאלן אויף די שעה" דער וואסער-טרעגער האט מיט פרייד אנגענומען דעם אנבאט, אבער נאך א שעה צוויי, קומט ער ארויס פון צימער און זאגט פארן רב אז ער קען נישט מער, און כל הכבוד פארן רב וואס קען זיצן א גאנצן טאג און לערנען.

און דער רב האט אים מסביר געווען אז דאס האבן די אידן געארבעט שווער אין מצרים, ווי דער מדרש זאגט אז ווען זיי האבן שוין געענדיגט עפעס בויען, האבן עס די מצריים צוווארפן און געהייסן איבערבויען, ווייל אפילו ווען מען ארבעט זייער שווער און עס איז בכלל נישט געשמאק, אויב אבער זעהט מען נאכדעם די פירות וואס מען האט אויפגעטוהן, באקומט מען סיפוק, און מען ווערט פרייליך, אבער ווען מען ווארפט עס נאכדעם איין, מען זעהט נישט אז מען האט עפעס אויפגעטוהן, דאס איז ביטער.

וואס איז די נקודה? סיפוק, צופרידענקייט, שמחה, באקומט מען נאר ווען מען פילט אז מען האט עפעס אויפגעטוהן, נישט ווען מען געבט זיך נאך א תאווה, אפילו ווען אויף די מינוט פילט עס גוט, אבער עס ברענגט נישט קיין סיפוק און צופרידענהייט, וואס די תוצאה דערפון איז שמחה.
ממילא לפי זה קומט אויס אז אפילו אידישקייט האט אסאך גבולים, קען עס נאך אלץ זיין זיס אויב עס ברענגט די ריכטיגע סיפוק.

ווען א איד טוט די מצות מיט געשמאק, ער פילט אז דאס איז זיין ציהל אין לעבן, און ער טוט עפעס אויף מיט דעם, ברענגט אים דאס שמחה און צופרידענקייט, אפילו ער דארף דערפאר באצאלן צו דאווענען, לערנען, נישט עסן חמץ וכו' וכו' כנ"ל

יעצט נעקסט סטעפ.

דער אייבערשטער האט אונז געגעבן די תורה מיט 613 מצוות/גבולים, ווייל ער האט באשאפן דעם מענטש און ער קען גוט זיינע שטארקייטן און שוואכקייטן, און ער ווייסט גוט וואס עס מאכט דעם מענטש פרייליך/טרויעריג, און ער האט פארשטאנען אז ווען א מענטש וועט איינהאלטן די 613 מצות, וועט דאס אים ברענגן שמחה און צופרידענקייט, און ער וועט זיין א פרייליכער צופרידענער מענטש אויף די וועלט.

די שכר ועונש פון יענע וועלט איז שוין אזוי ווי די פעטש/פרייזעס וואס די מאמע געבט אז דער קינד זאל נישט גיין אויפ'ן גאדער און נישט אנכאפן קיין מעסער, און ווען ער וועט עלטער/קלוגער ווערן וועט ער שוין אליינ'ס פארשטיין אז עס איז נישט גוט פאר אים.

דער מציאות איז אז ווען א מענטש היט אפ תורה ומצות כמות שהוא איז ער א פרייליכער מענטש און ער האט גוד-טיים דא אויף די וועלט, איך מיין אז דאס האבן די אוף-די-דרך'ניקעס נאכנישט אויספרובירט.

לאמיר גיין ווייטער:

לאמיר אהער ברענגן א שיינער משל וואס איך האב געשריבן ערגעץ אנדערש, איינער האט געהאט א זאק פאטעטעס וואס עס גייט אריין אין דעם נאר הונדערט פאטעטעס, אבער ער האט פרובירט אריינצושטופן מער, און ווען ער האט געזעהן אז עס גייט א מחי' האט ער אריינגעשטופט דערין גאנצע טויזנט פאטעטעס, אבער ער האט נישט געכאפט אז פון אונטן האט זיך געעפנט א ברייטע לאך און עס האלט אין איין ארויסרינען פון אינטן און נאר דערפאר קען ער אריינשטופן אזוי פיל.

עס איז אויפגעשטאנען א נייער דור, א פרומער דור, וואס זיי פארשטייען בעסער פונעם אייבערשטן, זיי פארשטייען בעסער דעם מענטש'ס תכונת הנפש, זיי פארשטייען אז מען קען צולייגן צו די תורה אייגענע זאכן, איז וואס איז יעצט געשעהן? דער טאטע האט זיך אנגעשטרענגט צו טוהן די אלע אייגענע חומרות אפילו עס איז ביטער און שווער, דער זוהן האט נאך נאכגעמאכט דעם טאטן, אבער דער אייניקל האט שוין אלעס אפגעלאזט, ווייל די תורה איז ביטער שווער.

אבער ווען ער זאל נעמען די תורה כמות שהוא, וואלט עס געווען זייער געשמאק.

נאך א נקודה:

דער אייבערשטער איז נישט קיין באגי-מען!

נאך א פאלשע זאך וואס איז געווארן איינגעגעסן במשך די יארן, אז דער אייבערשטער איז עפעס א שרעקעדיגע זאך, ער באהאלט זיך ערגעץ אין הימל און ער קוקט ארויס פון א שפאלטן-לאך, און ווארט צו כאפן דעם מענטש ביי אן עבירה, (אזוי דער פאליס אויפ'ן פאליסעיד'ס) און גלייך ווען ער כאפט דעם מענטש ביי אן עבירה געבט ער טאנץ ארויס און הרג'ט אים אן די ביינער.

ניין, ניין, ניין!

אויב וואלט עס געווען אמת וואלט ער נישט געגעבן די מצוה פון תשובה, אז מען קען אזוי גרינג תשובה טוהן.

גרינג תשובה טוהן? יא!

מיין טאכטער האט געלערנט אין סקול פאר ראש השנה אז תשובה האט פינף תנאים עזיבת החטא, חרטה, וידוי, קבלה על העתיד, כ'געדענקט שוין נישט די פינפטע.

האט איך איר געפרעגט: "ווי אזוי עסט מען סיריעל מיט מילך?" זי קוקט מיר אן מיט גרויסע אויגן, און איך בין איר מסביר: "עס איז דא בערך 50 תנאים צו קענען עסן סיריעל מיט מילך, 1. גיין אין סטאר 2. קויפן סיריעל 3. קויפן מילך 4. עס אהיימטראגן 5.נעמען א טעלער 6. 7. 8. פיר אליינ'ס אויס.

וואס מאכסטו מיר משוגע? מען עסט סיריעל און מילך און פארטיג.

וואס מאכטסו מיר משוגע? מען טוט תשובה אין פארטיג.

יא אזוי ווי דו הערסט, איך וועל דיר זאגן אין איין שורה די אלע תנאים: "באשעפער זיי מיר מוחל, איך האב חרטה אויף וואס איך האב געטוהן, און איך וועל עס מער נישט טוהן", דעט'ס איט.

דער אייבערשטער וויל מיר זאלן האבן א גוט לעבן, ער האט באשאפן די וועלט להטיב לבריאותיו נישט נאר אויף יענע וועלט נאר אויך אויף די וועלט, און ווער עס היט תורה ומצות אזוי ווי דער אייבערשטער האט געהייסן, אזוי ווי עס שטייט אין שלחן ערוך, האט א צופרידענע לעבן אויף די וועלט, און צופרידענקייט און סיפוק ברענגט שמחה, אפילו ווען מען דארף אויף דעם ארבעטן שווער, און ער פארשטייט אויך אז מען קען דורכפאלן מיט עבירות, און דערפאר זאגט ער, אדרבה ביזט דורך געפאלן לויף נישט אוועק יעצט, דו וועסט אין ערגעץ נישט אנקומען, דו וועסט נישט באקומען ערגעץ אנדערש צופרידענקייט, קום צוריק, טו תשובה, עס איז זייער גרינג, און דו וועסט האבן א גליקליך לעבן.

לסיכום: דער אייבערשטער איז א גוטער, און ער האט געגעבן די תורה ווייל ער וויל גוטס טוהן, און ער ווייסט אז מיט די תורה וועט מען האבן א גוט לעבן אויף די וועלט און אויך אויף יענע וועלט, נאר לייג מיר נישט צו קיין נייע תורות, וועט אלעס זיין גוט.

יותר ממה שקראתי לפניכם האב איך נאך אין בויך, אבער איך מיין אז עס איז שוין טא-מאטש אויף איין מאל, וועל איך דא ענדיגן און צוריק קומען שפעטער לויט די רעאקציע פונעם עולם.

atmybest » דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 1:59 pm

· #78989
ווי אזוי מאכט מען זיס פעפער?

ברסלבער » דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 2:15 pm

· #78994
atmybest
ווי אזוי מאכט מען זיס פעפער?

ווען איינער וועט דיר זאגן אז צוקער איז ביטער, ווי אזוי וועסטו אים מסביר זיין אז עס איז יא זיס?
אדער האט ער נאך קיינמאל נישט פארזיכט קיין צוקער, אדער האט אים איינער אריינגעמישט פעפער אין זיין צוקער.

atmybest » דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 2:22 pm

· #78996
און אז איינער האט עס פרובירט און עס איז יא ביטער?

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 2:28 pm

· #79002
atmybest
און אז איינער האט עס פרובירט און עס איז יא ביטער?

איז א סימן אז דאס איז נישט אידישקייט

atmybest » דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 2:29 pm

· #79004
קאווע טרינקער
atmybest
און אז איינער האט עס פרובירט און עס איז יא ביטער?

איז א סימן אז דאס איז נישט אידישקייט


הממ...

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 2:31 pm

· #79007
איך ווייס נישט וואס מ'האט אייך געלערנט.
אבער ס'שטארק מעגליך, אז דיין א.ג. מלמד/רבי האט דיר קיין אידישקייט נישט געלערנט.
ס'איז זייער גרינג צו זיין איד.
מ'קען מיט די האנט אפציילען וויפיל מצוות זענען נוגע טעגליך.

atmybest » דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 2:46 pm

· #79012
די ווייסט וויפיל גרינגער עס צו זיין א קריסט?

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 3:06 pm

· #79023
דאס איז אייער צווייטע OPTION?

ברסלבער » דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 3:29 pm

· #79028
atmybest
די ווייסט וויפיל גרינגער עס צו זיין א קריסט?

דו דארפסט נאכאמאל איבערלערנען מיין תגובה, און צולייגן מער קאפ.
עס קען זיין אז עס גרינגער צו זיין א קריסט, אבער פרייליכער און צופרידענער, דאס נישט.
וואס איך ברענג ארויס איז אז אפילו עס איז שווער, אבער די הנאה און צופרידענקייט וואס דאס ברענגט איז ווערט די געלט.

כ'מיין אז דו דארפסט בעסער ארויס ברענגן וואס עס קוועטשט דיר

שמעקעדיג » דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 3:35 pm

· #79031
ס'איז נישט קיין סתירה.

לויט ברסלב'ערס ווערטער, איז טאקע אידישקייט פעפער! און אקוראט צו דעם האב איך געוואלט צוקומען!

אידישקייט איז א "עול מלכות שמים", ס'איז קלאר נישט קיין גרינגע זאך, עס איז פעפער, און נאך ציפעדיגער ווי פעפער! אבער פאר דעם תכלית זענען מיר אראפגעקומען אויף דעם עולם, נישט צו לעקן האניג. און פון דעם האט הקב"ה א נחת רוח. טאקע ווייל עס איז שווער.

נאר ווי ברסלב'ער האט שוין מאריך געווען בדברות קדשו, נאכן עסן די ציפעדיגע פעפער שפירט מען זיך גאר גוט. עס גיט א סיפוק.

יישר כח ברסלב פאר דיינע דברים כדרבונות, שפתיים יישק. ס'איז נישט קיין גרויסע נייעס דיינע ווערטער, אבער עס איז קלאר אראפגעשריבן און צוזאמענגענומען, און פארשטענדליך!

ומעכשיו, וועט מען מוזן אויסמעקן די ווערטער פון דיקשאנערי "אידישקייט איז זיס". ניין, עס איז נישט! בכלל נישט! עס איז ביטער שווער! און עס טוישן פארן אויסדרוק "אידישקייט מאכט זיס" דאס לעבן.

atmybest » דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 3:38 pm

· #79032
קאווע טרינקער
דאס איז אייער צווייטע OPTION?


ניין. איך געב דיר נאר א משל.

atmybest » דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 3:40 pm

· #79033
ברסלבער
atmybest
די ווייסט וויפיל גרינגער עס צו זיין א קריסט?

דו דארפסט נאכאמאל איבערלערנען מיין תגובה, און צולייגן מער קאפ.
עס קען זיין אז עס גרינגער צו זיין א קריסט, אבער פרייליכער און צופרידענער, דאס נישט.
וואס איך ברענג ארויס איז אז אפילו עס איז שווער, אבער די הנאה און צופרידענקייט וואס דאס ברענגט איז ווערט די געלט.

כ'מיין אז דו דארפסט בעסער ארויס ברענגן וואס עס קוועטשט דיר


די אמת איז, ווי אזוי קען מען דאס וויסן אויב מען האט קיינמאל נישט פארזוכט די אנדערע?

ברסלבער » דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 3:42 pm

· #79034
שמעקעדיג
יישר כח ברסלב פאר דיינע דברים כדרבונות, שפתיים יישק. ס'איז נישט קיין גרויסע נייעס דיינע ווערטער, אבער עס איז קלאר אראפגעשריבן און צוזאמענגענומען, און פארשטענדליך!

ומעכשיו, וועט מען מוזן אויסמעקן די ווערטער פון דיקשאנערי "אידישקייט איז זיס". ניין, עס איז נישט! בכלל נישט! עס איז ביטער שווער! און עס טוישן פארן אויסדרוק "אידישקייט מאכט זיס" דאס לעבן.

זייער גוט ארויסגברענגט, איך האב טאקע גארנישט מחדש געווען, נאר אזוי ווי איך האב געזעהן ווי דער עולם איז אביסל צומישט אין דעם נושא, האב איך עס פרובירט קלאר צו שטעלן
איך דארף נאך צולייגן אביסל, כ'האב נישט יעצט די איבריגע צייט דערפאר, ועוד חזון למועד.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 3:58 pm

· #79037
ברסלבער

עס קען זיין אז עס גרינגער צו זיין א קריסט, אבער פרייליכער און צופרידענער, דאס נישט.


אהא, דו טענה'ס אז איך בין פריילעך.
דו זאגסט מיר אז איך בין צופרידען.

אינטערסאנט

ברסלבער » דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 4:01 pm

· #79041
דער נאר זאל ארויס גיין פון מקוה
איך האב בכלל נישט גערעדט פון דיר, איך האב גערעדט פון מיר
און אויב דו ביזט נישט פרייליך און צופרידן, קומט עס זיכער נישט פון היטן תורה ומצות ווי מען דארף

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 4:07 pm

· #79043
איך ווייס נישט, איך האב געטוהן וואס מ'האט מיר געהייסן, און דא בינעך. סטאק און סאקט.

בד"וו: איך בין שוין לאנג נישט אין מקוה.

אה, וויכטיג צו דערמאנען. ס'איז זייער גרינג צו זיין א פרייליכע מענטש ווען מ'גייט בדרך ברסלב.
אין איין ווארט זאגט דער ברסלב'ע דרך: don't aim for nothing.
דאס מערסטע וואס מאכט א מענטש צוגעלייגט, איז ווען ער וויל ערגעץ אנקומען, ער וויל זיין אן עושר, פראפעסער, דיין, רבי, און ער שטרויכעלט זיך אן אויפן וועג.
אבער אין ברסלב זענען די אלע זאכן נאר מעשה יצר. אז דו רעדטס אידיש צום גאט, דאן ביסטו OK, דארפסט גארנישט טוהן מער.
בהפקירא ניחא להו. מ'זעהט עס בחוש.

ברסלבער » דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 4:20 pm

· #79046
קודם איימסארי, איך האב נישט געמיינט פערסאנעל

און איך וועל מוזן איבער'חזר'ן מיין נקודה נאכאמאל, און איך וועל טאקע ניצן פון דיינע משלים
אז איינער וויל ווערן א פראפעסער דארף ער ארבעטן זייער שווער פאר דעם, עס קאסט ממון ודמים, עס נעמט אסאך צייט, און עס איז זייער שווער.
אבער עס מאכט טרויעריג? בכלל נישט, פארקערט מען ווערט מער פרייליך יעדן טאג וואס מען קומט נענטער צום ציהל.
און פארקערט איינער וואס לעבט אן א ציהל, אפילו אויף די מינוט איז ער א העפי-גא-לאקי, ער טראכט נישט, אבער קיין סיפוק און צופרידענהייט האט ער נישט.

בד"וו פון ווי ווייסטו וואס ברסלב איז? האסט אמאל געלערנט ברסלבע ספרים?
בלאט: 1 2