☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » איבער'ן ניסיון האינטערנעט און אידישקייט

איבער'ן ניסיון האינטערנעט און אידישקייט

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1505

DotCom » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 1:25 pm

· #35677
איבער'ן ניסיון האינטערנעט און אידישקייט
דער אשכול האב איך שוין פונלאנג געוואלט עפענען אבער צוליב קוצר הפנאי בין איך געבליבן ביים וועלן, און יעצט ווייל עס איז געווארן אביסל ענינא דיומא האב איך געטהון למעשה.

די ערשטע שאלות וואס איך וויל אדורכשמועסן איז קודם כל, וואס איז אידישקייט? מה ד' אלקיך שואל מעמך?
ווי נאנט אדער ווייט זעמיר פון די ריינער אמונה?
וואס איז דער ניסיון האינטערנעט? און וואס וויל דער באשעפער מיט דעם ניסיון?
קען מען ביישטיין דעם ניסיון? אויב יא וויאזוי?

פליז פארן ענטפערן זאל מען אויסטהון די חסידישע און פארטייאישע גלעזער, און קוקט בלויז מיט אייערע ריינע אידישע אויגן.

ידען » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 1:40 pm

· #35681
אביסל ענלעך צו דעם

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/155">viewtopic.php?f=26&t=155&</a><!-- l -->

נישט אזוי?

לאדיך אפ » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 2:00 pm

· #35685
איך וויל אויך עפעס פרעגן. פון א סטריקטלי הלכה וויו פוינט, איז עפעס ראנג מיט די אינטערנעט? איך רעד נישט וועגן ספעסיפיק סייטס נאר וועגן די אינטערנעט בכלליות. אז מ'ווייסט די ענטפער אויף דעם קען מען גיין צו השקפה.

געפילטע פיש » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 2:18 pm

· #35687
לאדיך אפ
איך וויל אויך עפעס פרעגן. פון א סטריקטלי הלכה וויו פוינט, איז עפעס ראנג מיט די אינטערנעט? איך רעד נישט וועגן ספעסיפיק סייטס נאר וועגן די אינטערנעט בכלליות. אז מ'ווייסט די ענטפער אויף דעם קען מען גיין צו השקפה.

קלאר אז נישט, ווי שוין אויסגעשמועס געווארן דא.

DotCom » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 3:26 pm

· #35730
לאדיך אפ
איך וויל אויך עפעס פרעגן. פון א סטריקטלי הלכה וויו פוינט, איז עפעס ראנג מיט די אינטערנעט? איך רעד נישט וועגן ספעסיפיק סייטס נאר וועגן די אינטערנעט בכלליות. אז מ'ווייסט די ענטפער אויף דעם קען מען גיין צו השקפה.

איך זעה נישט וי עס מאכט אויס, אפילו לו יהא אז עפ"י הלכה איז עפעס ראנג איז אבער דאס אסר'ן נישט קיין סאלושען, אבער דער פאקט איז דאך אז עס איז נישט אסור געווארן, און לכאורה ווייזט עס אז דאס עצם אינטערנעט מאנט עפעס פון אידישקייט, נישט אוועקוקן ווי דער בת היענה.

לאדיך אפ » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 3:38 pm

· #35738
אויב אזוי קען מען פרעגו אפילו אן אינטערנט. איז א לייבערי א פראבלעם פאר אידישקייט?

DotCom » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 3:42 pm

· #35739
לאדיך אפ
אויב אזוי קען מען פרעגו אפילו אן אינטערנט. איז א לייבערי א פראבלעם פאר אידישקייט?


קען זיין, אבער נישט אויף אזא פארנעם.