איבער'ן אינטערנעט און דער מערכה דערקעגן
199 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1478
a1b2ער זאגט קלאר דארט אז עס האט בכלל נישט מיט אינטערנעט (כדי זאלסט עס הערן קול סאטמער)
נומער ביטע.
יידלa1b2ער זאגט קלאר דארט אז עס האט בכלל נישט מיט אינטערנעט (כדי זאלסט עס הערן קול סאטמער)
נומער ביטע.
12124449899#4
דער פראבלעם פון אינטערנעט איז פיל מער די כפירה חלק ווי דער קדושה חלק.
קדושה, ווי נישט ווי ווערט מען עלטער מיט די יארן, מען איז זיך מוחל די עבירות און פארטיג. כפירה בלייבט טיף טיף אינדערווייניג, און ליינענדיג כאפט מען ניטאמאל ווי ווייט עס גייט אריין. אמאל ליינט מען תמימות'דיגע זאכן און מען כאפט נישט אז דא ליגט ממש גיפט.
א שאד אז די פילטערס פילטערן נאר שמוץ און נישט כפירה.
נו,דאס וויל מען דאך אקאמפלישען מיט די קהילה פילטערס!
מורינו הרבדער פראבלעם פון אינטערנעט איז פיל מער די כפירה חלק ווי דער קדושה חלק.
קדושה, ווי נישט ווי ווערט מען עלטער מיט די יארן, מען איז זיך מוחל די עבירות און פארטיג. כפירה בלייבט טיף טיף אינדערווייניג, און ליינענדיג כאפט מען ניטאמאל ווי ווייט עס גייט אריין. אמאל ליינט מען תמימות'דיגע זאכן און מען כאפט נישט אז דא ליגט ממש גיפט.
א שאד אז די פילטערס פילטערן נאר שמוץ און נישט כפירה.
איך פארשטיי נישט א ווארט וואס די זאגסט וואס הייסט מען איז זיך מוחל די עבירות און פארטיג. די ביסטיך מוחל די עבירות
אבער אלוקים של אלו שונאה זימה עס וועט דיר גארנישט העלפיןאיך מיין צו זאגן אז מענטשן ווערן פרום און מען לאזט זיך אפ.
אבער כפירה, דאס גרובלט אין מח.
מורינו הרבאיך מיין צו זאגן אז מענטשן ווערן פרום און מען לאזט זיך אפ.
אבער כפירה, דאס גרובלט אין מח.
מען לאסט זיך גארנישט אזוי נאך (רויף יצטיגע מעשת זענען נעבעך נישט יונגע) אבער לאמיר זאגן אז יא מיינסט דער פין אויבן לאסט אזוי נאך דע האבן נישט גפאלקט וואס ער האט פיינט
מורינו הרבדער פראבלעם פון אינטערנעט איז פיל מער די כפירה חלק ווי דער קדושה חלק.
קדושה, ווי נישט ווי ווערט מען עלטער מיט די יארן, מען איז זיך מוחל די עבירות און פארטיג. כפירה בלייבט טיף טיף אינדערווייניג, און ליינענדיג כאפט מען ניטאמאל ווי ווייט עס גייט אריין. אמאל ליינט מען תמימות'דיגע זאכן און מען כאפט נישט אז דא ליגט ממש גיפט.
א שאד אז די פילטערס פילטערן נאר שמוץ און נישט כפירה.
ילמידו מורינו הרב ווי אויב עס איז א פראבלעם עפשער זאגסטי מער ווי נאך אין די אינטערנעט שטיייט מער ווי מען שרייבט דא ווי ליינט מען תמימות'דיגע זאכן און מען כאפט נישט אלעס דאס וואס אינזער גרויסע כופר פירש שרייבט אז דאס האט אים גמאכט א כופר האבען אויך צענדליגע ערליכע יידן גליינט דאס וואס ער זאגט אז ער האט ג'ליינט """" נאר מיז מען ציקימען צים באקאנטען ראמב''ם אז ער ווייסט אליינס נישט יעצט שיכט ער זיך צי פילען גיט (איינע פין די לעצטיגע ארויסגקומנע כופרים האבען מיר שטיל קלאר מודה ג'ווען)
ידידינו הרב שאץ מאץ האט יעצט געלייגט זיין ארטיקל פאבליק
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=598893#p598893">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 93#p598893</a>
No_nameידידינו הרב שאץ מאץ האט יעצט געלייגט זיין ארטיקל פאבליק
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=598893#p598893">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 93#p598893</a>
איך קאפי עס ארויף דא, איידער ס'ווערט נאכאמאל פארשוואונדן.
שאץ מאץהיכי דמי מחלל שם שמים בסתר
טייערע ברודער און חברים ידידים ומכירים, אויפן רוף פון אסאך באקאנטע טו איך שרייבן די פאלגענעדע פאר שורות, וואס אינצווישן די שורות וועט יעדער אליין פארשטיין די ציל און די צוועק פון דעם יעצטיגן ארטיקל.
יעדעס מאל ווען מענטשן גייען דורך א געוויסע טרייסל אין לעבן, צו א גט אין די משפחה ל"ע, אדער א קרוב וואס פירט זיך נישט בדרך הישר ר"ל, אלץ קומט אפיר דעם באקאנטן אויסדריק "מ'דארף טוישן דעם חינוך".... ס'טויג נישט דער מצב, אנדערע דריקן זיך אויס מ'דארף טוישן די גאנצע סעסייעטי, מ'קען נישט היינט טון אזוי ווי אמאל, און מאנכע האבן גאנצע בלעטער מיט איידיעס און הדרכות וואס מ'דארף צו טון כדי בעסער צו מאכן דעם חינוך, אזוי אז די יעצטיגע פראבלעמען אין לעכער זאלן פארמיטן ווערן.
צו זאגן אז ס'איז נישטא קיין לעכער איז סתם גערעדט נארישקייטן, (כאטש וואס ר' הערץ פרענקל שרייט אז די פראצענט ארויס געפאלענע זענען די זעלבע מאס ווי 50 יאר צוריק נאר פשוט דער המון איז געוואקסן), אבער, לאמיר אפשר יא אריין גיין אין דעם נושא פון "טוישן" דעם סיסטעם, וואס דארפן מיר טוישן? און וויאזוי דארפן מיר טוישן?
ווער ס'קען אביסל היסטאריע ווייסט וויאזוי די אידישע וועלט האט אויסגעזעהן פאר די צווייטע וועלט מלחמה, רוב רובו פון פוילן איז געוועהן חרוב, ווידער אין אונגארן מיט די ישיבות איז געוועהן פיל פיל בעסער דער מצב, דער חכם הדור רבי מאיר שפירא זצ"ל האט דאן געשריבן דעם באוואוסטן ארטיקל "פרעשבורג איבער פראג" אז פרעשבורג האט מנצח געוועהן פראג, מיט איר טיילונג ווען זי האט זיך געטיילט מיט די נעאלאגן און אדאנק דעם געבליבן אידיש, ווידער פון פראג איז קיין זכר נישט געבליבן.
ווען מ'קריכט אריין אביסל טיפער אין די גורמים פון די ירידה אין פוילן זעהט מען זייער קלאר, ווייל זיי אלע זאגן דאך די זעלבע זאך אז דאס ליינען ביכער האט שטארק גורם געוועהן פאר די ירידה, לאמיר נאר פרעגן די יודעי דבר וואס אזאנס איז געשטאנען אין די דאזיגע ביכער?, מנוולות? כמעט ווי נישט, וואס יא, בעיקר איז עס געוועהן געבויעט אויף לצנות, און לופטיגע באשרייבונגען וואס האט אומדירעקט גורם געוועהן א זילזול אין כל הקודש לנו, צו דעם אלעם זענען נאך די אנשי פוילן געוועהן געשלאגן מיט די מכה פון נישט האבן הכנעה פאר די רבנים, פארקערט ווי אין אונגארן ווי יעדע בעה"ב אפגעזעהן צו ער האט ליב דעם רב האט זיך מכניע געוועהן פארן רב אין שטאט.
ס'איז פארשטענדליך אז דער פוילישע בחור האט אפגעלאכט פונעם אונגארישן בחור, א תמים, א נער, א שוטה, א צימצום, ער ווייסט נישט, ער קען נישט, ער איז אומוויסנד, ער ליינט נישט וואס טוט זיך אויף די וועלט, אינטרעסאנט איז אבער געוועהן אז די תמימות'דיגע אונגארישע אידן זענען געקומען אהער קיין אמעריקא אן א דאלאר אין טאש מיט א געבראכענע ענגליש האבן זיי ביז איינצעלע יאר געהאט א ביזנעס מיט א דירה.....
די יארן לויפן מיר האלטן סוף יאר תשע"ב און אידן גרייטן זיך שוין אריין צו טרעטן אין שנת תשע"ג, די טענות וואס די משכילים האבן געטענ'ט אין רוסלאנד, אין ווילנא, אין ווארשא, אין בערלין, זענען געבליבן די זעלבע, מוזסט פארשטיין היינט איז אנדערשט, דער עולם איז מער פארגעשריטן מ'מוז טוישן, דער עולם איז קלוגער, אלץ היימישע טענות וואס מ'הערט היינט, אבער פון די אנדערע זייט איז היינט די וועלט אפן, ס'איז דא צוטריט צו די גאנצע וועלט, מיט קלייניקע קוועטשעס מיטן שפיץ פינגער עפנט זיך די וועלט, מ'ליינט, מ'קוקט, מ'שטודירט, מ'ווערט אויפגעקלערט.
פארשטייט זיך אז אין אזא וועלט ווי יעדער שמויגער האט צוטריט צו די אפענע וועלט איז גרינגער פארן פשוט'ן תמימות'דיגע מענטש צו באקומען דעם פאטש פון די ברייטע גאס, קוק דיך אן ביסט א צימצום, ווייל ווי מ'זעהט די ערשטע פראגע וואס יעדער גוי האט צו א איד איז, איך וויל דו זאלסט מיר מסביר זיין וויאזוי דו קענסט לעבן אין אזא צמצום, גארנישט קענסטו נישט טון, גארנישט מעגסטו נישט, א איד וואס איז גענוג שטארק און פעסט דער לאכט זיך אויס פון די צימצום טענה, אבער דער וואס האט נעבאך א קאמפלעקס אז ער איז א צימצום און א אומוויסנדער נער דער גייט און עפנט זיך אויף דעם וועלט און ס'איז אים כמו לעכטיג נעבאך.
איך מיין ס'איז העכסט צייט צו מאכן א טויש אינעם סיסטעם, יא, דער סיסטעם טויג נישט, דער סיסטעם וואס האט זיך אוועק געשטעלט די לעצטע פאר יאר שטעלט זיך ארויס פאר א טאטאטלע דורכפאל, מיר זעהן קלאר ווי די אונגארישע אידן וואס זענען געקומען אהער נאך די מלחמה וויפיל דראפאוט'ס זענען געוועהן אינעם ערשטן דור ביי די אידן וואס זענען געוועהן נאצי געליטענער, און וויפיל דראפ אוט'ס ס'איז דא ביי די יעצטיגע 25 יעריגע וועלכע זיין טאטע איז נישט קיין שלעגער אדער א שטרענגער, זעהט זיך קלאר אז דער פראבלעם איז נישט מיטן שטרעגן חינוך, דער פראבלעם איז מיט די וואנט, די חומה צווישן א ערליכע איד און נישט קיין ערליכן איד איז נישטא, אלעס איז איינס, דער אינטערנעט, די לעכטיגע אינטערנעט איז אפן ער ברענגט יעדן מין עלעמענט צוזאמען און יעדער שמויגער עפענט זיך א בלאג, און מ'ליינט און הערט זיך אן וואס יעדער פוקר האט צו פארקויפן, דאס איז פונקט ווי דער ווארשאווע בחור וואס האט געליינט ביכער.
אויב האבן די תלמידי חת"ס געקענט נעמען גאנצע שטיקער פון כלל ישראל אידן יראים ושלימים און אויסשליסן און זיך אפרייסן פון זיי מיט א טיילונג, איז יתכן צו זאגן אז ס'איז העכסט צייט צו מאכן א אייגענע טיילונג זיך אפצוטיילן מיט אידן וואס רעדן דברי זיזלול אויף מנהגי ישראל, זיך אפטיילן פון אידן וואס האבן נישט קיין פילטער, זיך אפטיילן פון אידן וועלכע האבן צוטריט צו בלאג'ס וועלכע רעדן נישט איידל, און זיך אפטיילן פון אידן וועלכע ליינען ביכער וד"ל (בלאגס וואס אמאל האט דאס געהייסן ביכער).
איר קוקט מיך אוודאי אן מיט גרויסע אויגן וואס איז געשעהן?, פארוואס בין איך אזוי שארף?, קודם לאמיר נאכזאגן וואס א חשוב'ע רב האט געזאגט די לעצטע תקופה בנוגע דעם אינטערנעט, ער זאגט "די זימה פונעם אינטערנעט איז נאר א קאווער אפ איבער די מינות פונעם אינטערנעט", ס'טייטש אז דער עולם איז ביזי אז דער מצב איז געפערליך מ'קען זעהן רחמנא לצלן אויפן אינטערנעט דאס ארגסטע מ'דארף למען השם האבן א פילטער, אבער דאס אז דער פילטער לאזט אדורך יעדע סייט וואס רעדט פון מינות לצנות פון אידישקייט פון דעם איז מען מעלים עין, ווען די גמ' זאגט שאני מינות דמשכי, איז פשט אז ס'איז דא אין דעם א כח המושך, דער כח המושך קען זיך אנהייבן מיט דעם וואס ער האט א קאמפלעקס אז ער איז א פאנאטישער און ער מוז אלעס וויסן, איך פארשטיי און ס'לייגט זיך אויפן שכל אז א מענטש זאל האבן א תאוה צו זיין א ווייסער, צו קענען קומען צווישן חבירים און וויסן מער ווי זיי ווייסן, אבער אט די תאוה פון וועלן וויסן אלעס האט שוין באגראבן פיל אידישע נשמות, מ'מוז נישט אלעס וויסן.
טייערע חבירים. - איך מיין נישט קיינעם סעפיציש - נישט קיין חילוק צו די בלאג'ס / ביכער / ליין מאטריאל זענען אויף אידיש, צו ענגליש, צו עברית, טאר מען דאס נישט ליינען און אוודאי נישט שרייבן, להוי ידוע אז ס'איז דא אין דעם דער איסור פון לא תתורו אחרי וגו', אחרי עיניכם מיינט די אויגן – קוקן אויף אויסגעלאסענע בילדער וכדומה, אחרי לבבכם מיינט ליינען מינות, וואס אין דעם כלל גייט אריין יעדע מין זילזול פון מאי אהני לי' רבנן, און די התחלה הייבט זיך אן ביי די בלאג'ס. ס'איז מסתבר צו זאגן אז איינס פון די גרעסטע לעכער ביי כלל ישראל איז די כח הליצנות וואס מ'מאכט חוזק פון יעדע אידישע זאך, די טעקס מעסעדשעס וואס פליען אינמיטן קינות, אינמיטן סליחות, מ'האקט לצנות אין גרויס, דאס גאנצע לעבן איז איין שטיק דזשאוק, און דאס איז א דירעקטע גורם פון גיין א סטעפ ווייטער ביז אנצוקומען אין כפירה ממש, ווייל פון א קליינע אויבער חכם ווערט א גרויסער אויבער חכם און פון דארט איז א קליינע שפרינג צום שאול תחתית. אויב האט זיך געמוהט א יונגערמאן אפצוקלאפן א טעקסט מעסעדש וואס לאכט אפ פון א מנהג ישראל און ארויס שיקן אויף די ברייטע וועלט דארף דאס רינגען א בעל אז דער יונגערמאן איז א מזלזל אין אידישקייט און ער איז שוין אויפן וועג אהין, אויב געשעהט א געוויסע נישט שיינע מעשה און מ'שרייבט דערפון אויף די בלאג'ס זאגט שוין דער הייליגער ר"ר אלימלך אין פ' בלק אז דאס רעדן פון דעם איז נאך ערגער, און דא גייט מען אזוי בשאט נפש אויף די בלאג'ס און מ'קייט און מ'שפייט די סחורה, ס'איז א עכטע איסור, אויסער די איסורים פון ארור מכה ריעהו בסתר.
אונז גלייב מיר אלע אין דברי חז"ל וואס די גמ' זאגט אין מס' שבת דף ל"א א"ר חנן בר רבא הכל יודעין כלה למה נכנסה לחופה אלא כל המנבל פיו אפי' חותמין עליו גזר דין של שבעים שנה לטובה הופכין עליו לרעה אמר רבה בר שילא אמר רב חסדא כל המנבל את פיו מעמיקין לו גיהנם שנאמר שוחה עמוקה פי זרות, דאס איז טייטש אז אפי' זאכן וואס יעדער ווייסט, ס'איז יודע לכל, יעדער ווייסט די כוונה פון כלה נכנס לחופה, אבער אז דו רעדסט דערפון זאגט די גמ' גאר גאר שארף....
מיר זעהן היינט איין אז יא, מיר דארפן טוישן דעם סיסטעם, מיר דארפן צוריק ווערן תמימות'דיגע אוגארישע אידן, מיט התבטלות צו תלמידי חכמים, נישט זוכן די חסרונות פון די רבנים אפי' ווען די חסרונות זענען אפן, איר מיינט אז די רבנים אין אונגארן זענען אלע געוועהן פערפעקט?, ניין, אבער די בעלי בתים האבן געהאט הכנעה, נישט זוכן צו זיין קלוג, און איבער קלוג, און נישט וועלן זיין נייגעריג וואס די גאנצע וועלט האט צו זאגן, און אפהאקן יעדע מין שייכות מיט די מינע אידן וואס ווילן יא זיין קלוג, תמים תהי' עם ד' אלקיך, האק אפ מיט די נעלאגן און צוקונפטיגע אפיקורסים.
מיר דארף אליין ארבעטן יעדער אויף זיך אליין, א פלא די אלע אויפגעקלערטע זענען פארנומען אז מ'דארף טוישן דעם חינוך, נעבאך פאר די קינדער, די דורות, אנטשולדיגט פאר מיר רעדן פון די קינדער לאמיר רעדן פון דיר אליין, דו ביסט אקעי?, דו ביסט א איד?, ביסטו אפגעהיטן?, די האלסט דיך איין פון עבירות? דו טוסט מצות ד'?, אדער דו טוסט כל מה שלבך חפץ און דעם חינוך ווילסטו טוישן, א טאטע וואס ארבעט אויף זיך אליין האט א קלארע הבטחה כי לא תשכח מפי זרעו, און ער גייט אויף א זיכערע בריק אויף אן אמונה וואס איז אלט טויזנטער יארן און מיט דעם זעלבן כמו צימצום האבן אלע גאונים צדיקים רבנים געשפאנט מיט א זיכערקייט, די נייע האבן בכלל נישט קיין גאראנטי מיט א ערפארונג פון עקספיריענס, און אלע ווייסן אז א אמת'ע ת"ח ווערט קלוג פון די תורה, ער באקומט נאלעדש פון שו"ע דאס אז דער חזון איש זצ"ל האט געקענט אפערירן דעם מח האט ער נישט געליינט אויפן ברייטן אינטערנעט.
את הברכה אשר תשמעו, מיר דארפן מחנך זיין די קינדער (אין זיך אליין) צו מצות ומעש"ט, און פשוט'ע אידישקייט, נישט פלעין ביסט א אייזל וואס גייט נאך דעם פאסטוך, לערן ספר החינוך מיט דיינע קינדער, ווייס וואס מיינט קידוש מאכן שבת קודש, זאגן עדות אויף בריאת שמים וארץ, וואס מיינט תפילין, אזא לשם יחוד פאר הנחת תפילין לשעבד בזה תאוות ומחשבות לבינו, תפלה – פארוועם ביסטו מתפלל, וואס גיבסטו אוועק פון דיך בשעת התפלה, זיך אליין מחנך זיין אז ווען ס'קומט אקעגן א ראי' אסורה צו געבן א קליינע מאך צו מיט די אויגן, עוצם עיניו מראות ברע, וואס מיינט א נשמה, וואס טוט א מצוה פאר א איד, יעדע איסור איז נאך א קשר מיטן באשעפער, ווי מער גדרים אלץ מער קשרים, מ'קען נישט זיין קיין טריקענער איד.
ואת ה.... אם לא תשמעו, איך רעד ווי א חבר צו גוטע פריינד, די פאקט איז אז רוב מאל ווערט מען געוואר ברבים ווער די שרייבער'ס זענען פון די פארשידענע בלאג'ס ווי מ'רעדט לצנות און זילזול במנהגי ישראל אדער חלילה ניוול פה, גארנישט בלייבט נישט פאר אייביג א סוד, בפרט אז חז"ל זאגן המחלל שם שמים בסתר, אז איר זענט מחלל שם שמים באהאלטנערהייט אויף אייער פריוואטער בלאג מיינענדיג אז קיינער ווייסט נישט ווער איר זענט, זענען אבער חז"ל מבטיח, נפרעין ממנו בגלוי, דער בגלוי האט שוין זייער א טייערע פרייז געקאסט פאר אסאך מענטשן.
וויפיל מענטשן זענען נתגלה אדער נתפרסם געווארן מיט געוויסע חשדות פון פארשידענע מעשים, אדער וויפיל מענטשן גייען דורך ביטערע בזיונות אין זייער לעבן אויף אנדערע אופנים, כאטש וואס אנדערע זענען פיל ארגער פון זיי, פאלט אויף זיי דעם אומבא'טעמ'ט פעקל, און מענטשן שטייען און שטוינען, אזעלכע בושות, נעבאך ער איז דאך אזא פיינער, א גוטער, און אזא ערליכער, מענטשן זאגן מיט א זיכערקייט איך קען אים מ'האט זיך ממש פאר פלעין פארלייגט אויף אים, אמת, אלעס קען זיין אמת, אבער קיינער ווייסט נישט ווען דער איינער איז געוועהן א מחלל שם שמים בסתר, און ערגעץ ווי האט ער געטראטן אויף די תורה באהאלטענערהייט אויף א וועבזייטל, זאגנדיג ווער זעהט מיך דען, ווער ווייסט בכלל מיין ניק, ווי רש"י זאגט אויפן פלאץ א מענטש זאגט מי יראנו.
דעריבער האט'ס שכל באצייטנס טייערע אידן, טייערע חברים, זייט'ס נישט קיין מחלל שם שמים בסתר, און אוודאי נישט קיין נפרעין ממנו בגלוי, האטס רחמנות אויף ענק, אויף ענקערע משפחות, און הערט'ס אויף שרייבן זאכן וואס זענען בניגוד התורה.
עם ד' חזקו ונתחזקה לאמיר זיין ערליכע אידן, און יעדן טאג זאגן די דרייצן אני מאמין'ס און זיך מחזק זיין ועד דור ודור אמונתו.
שקויעך פארן אהערברענגן, כאטש ס'איז אביסל צענזורירט, ער רעדט שוין נישט פון די יושבי חושך ווס. יושבי אור למשל (קאווע שטיבל בלע"ז) , איז אבער די נקודות געבליבן די זעלבע, ער טענה'ט אז דער מצב יעצט איז ווי השכלה בימי חת"ס און מען ברויך א פרישער טיילונג.
עס איז מעגליך גאנץ א גוטער עצה, מקען אסאך דעבאטירן דערינען, זייט'ס געזונט.
טיילונג איז נישט קיין וויץ וואס שאץ מאץ אדער מאץ שאץ קען אפמאכן. טיילונג איז סיריעס ביזנעס! מ'שנייד אויס שטיקער פון כלל ישראל אזויווי ביי די קראים! פאר דעם דארף מען חתם סופרס פלייצעס.
אדער הרב וואזנערס פלייצעס.
און ער האט דאס שוין געמאכט - אדער לכה"פ פרובירט.
מען טאר זיך שוין נישט משדך זיין מיט איינעם וואס האט אומגעפילטערטע אינטערנעט.
איך מייין באמת גארנישט איך וויל נאר פארשטיין .....<ווען מ'קריכט אריין אביסל טיפער אין די גורמים פון די ירידה אין פוילן זעהט מען זייער קלאר, ווייל זיי אלע זאגן דאך די זעלבע זאך אז דאס ליינען ביכער האט שטארק גורם געוועהן פאר די ירידה, לאמיר נאר פרעגן די יודעי דבר וואס אזאנס איז געשטאנען אין די דאזיגע ביכער?, מנוולות? כמעט ווי נישט, וואס יא, בעיקר איז עס געוועהן געבויעט אויף לצנות, און לופטיגע באשרייבונגען וואס האט אומדירעקט גורם געוועהן א זילזול אין כל הקודש לנו,>..... לצנות, און לופטיגע באשרייבונגען איז דאך (מים שבך) דארט אסאך מער ווי דא .....<צו דעם אלעם זענען נאך די אנשי פוילן געוועהן געשלאגן מיט די מכה פון נישט האבן הכנעה פאר די רבנים, פארקערט ווי אין אונגארן ווי יעדע בעה"ב אפגעזעהן צו ער האט ליב דעם רב האט זיך מכניע געוועהן פארן רב אין שטאט.>.....דער מאנסט מיר ווען די רבי האט ג'זאגט נשתכה דרך באשה''ק האט האט ער זיך גווינדערט ציוואס האט מען טענ'ס יעדיר זאגט זיין רבי האט די ריכטיגע דרך אין אחע זענען שקצים איך זאג ס'ה קיינער: וויאזוי ווילסטי פינקטליך היינט צי טאגס זאל זיין יעדיר פארגלייבט אין זיין רבי..... <פארשטייט זיך אז אין אזא וועלט ווי יעדער שמויגער האט צוטריט צו די אפענע וועלט איז גרינגער פארן פשוט'ן תמימות'דיגע מענטש צו באקומען דעם פאטש פון די ברייטע גאס, קוק דיך אן ביסט א צימצום, ווייל ווי מ'זעהט די ערשטע פראגע וואס יעדער גוי האט צו א איד איז, איך וויל דו זאלסט מיר מסביר זיין וויאזוי דו קענסט לעבן אין אזא צמצום, גארנישט קענסטו נישט טון, גארנישט מעגסטו נישט, א איד וואס איז גענוג שטארק און פעסט דער לאכט זיך אויס פון די צימצום טענה, אבער דער וואס האט נעבאך א קאמפלעקס אז ער איז א צימצום און א אומוויסנדער נער דער גייט און עפנט זיך אויף דעם וועלט און ס'איז אים כמו לעכטיג נעבאך.>.....סטאם נייעס שטייט דאך בכלל נישט דא נאר וכו' {אין אנטשאלדיק גיי ליין היסטערי צי וואס מען האט ג'מאכט א טיילאנג}
איך בעט זייער אז איינער פארשטייט חתן דידן זאל מיר עס פארשטיין געבן
עס זענען פארהאן אסאך חילוקים צווישן יענע צייטן און היינטיגע; בעיקר איז עס ביי די רבנים.
אמאל זענען די רבנים געווען אמת'ע יראי שמים און ת"ח, און געמיינט כולו לשם שמים, און האבן לויט זייער דעת תורה באשטימט וואס איז מותר און וואס אסור.
ליידער היינטיגע רבנים - מיטן אויסנאם פון עטליכע געציילטע - מיינען זיך מער ווי הקב"ה, און ווערן נישט געפירט פון קיין דעת תורה נאר פון דעת פרומע עסקנים וועלכע סטראשען און דרייען איבער א שטאט.
איך וויל מיך אונטערווארפן אונטער א רב אדער מורה דרך. אבער אזוי ווי פילע אנדערע, זוך איך נאך א מורה דרך, וואס זאל שטימען מיט מיין השקפה, און זאל האבן א אייגענע דעה, און זיין לכה"פ אביסל אפען-מיינדעד.
שוין עטליכע אשכולות געעפנט געווארן דא ווי נאך שרייבערס טענה'ן דאס זעלבע.
צו גיין צו א רב וואס קען נאר אסר'ן יעדע חודש עפעס אנדערש, איז שוין נישט אינטרעסאנט. ס'איז שוין אוט-אף-סטייל, ווי מ'רופט עס.
מ'זוכט עפעס נארמאל, צו ג-ט און צו לייט.
שמעקעדיגאדער הרב וואזנערס פלייצעס.
און ער האט דאס שוין געמאכט - אדער לכה"פ פרובירט.
איז ער ש'מ בכלל ווייל לפי שיטתו ה'וו' מעג מען נאר זיין אויף נעט לצורך פרנסה
שאץ מאץ איר שטעלט פאר א שיינעם מאנאלאג איר טענה'ט אז מ'דארף צוריקגיין צו אונגארן פארן קריג און מאכן א טיילונג צווישן די יושבי אור יושבי הפילטער יושבי האייוועלט און יושבי חושך הקאווע שטיבל און בלאגס וואס איר זאגט איז די היינטיקע ביכער פון פוילן פארן קריג. זייט וויסן אז אונגארן פארן קריג ווי מיינסטנס האבן קוים געקענט עברי און געלעבט אין די דערפער מיט די הינער וועט איר שווערליך איבערפלאנצן אינעם ווייפיי תקופה על אדמת אמעריקא. לאזט די טיילונגען פאר די היסטאריע ביכער און עפנט די אויגן און דער אמת וועט אייך שמייסן אין פנים היינט איז א וועלט וואס אינפארמאציע איז אין די לופטן ווי לופט צו אטעמען. איינגראבן דעם קאפ אין זאמד ווי א בת היענה און שרייען טיילונג וועט אייך ווינציק העלפן.
היינטיגע טעג קען מען כמעט נישט מאכן קייין טיילונג.
ווען עס איז דא אינטערנעט און די גאנצע וועלט איז א קליינע וועלט, סא וואספארא טיילונג קענסטו מאכן?
איין וועג איז פאראן: א גרופע יונגעלייט זאלן גיין מופן אויף איימיש טאון.
אינטערסאנט דער עולם האט זיך עפעס אזוי ארויפגעכאפט אויף די ווארט טיילונג, ער האט בעיקר געמיינט צו זאגן (עכ"פ וויזוי איך קוק עס אן) אז די מצב היינט האלט די זעלבע ווי יענע צייטן און א טיילונג איז וויכטיג,
אבער במציאות איז עס אויבנאויף נישט שייך, נו מאכט יעדער א טיילונג ביי זיך, ער זאל וויסן מבחין צו זיין ביין טוב לרע, אויף דעם זאגט ער אין די ארטיקל וואס רע איז.
פארשטיייט איינער וואס ער מיינט צו זאגן אז די מצב היינט האלט די זעלבע ווי יענע, קוקט עס דען אויס ווי רעפארם?
[ציטאט אראפגענומען]
"לערנען אמונה שטערקער?! וואס עפעס? מיר זענען עפעס בעלי תשובה"
חוץ אויב ביזט סארקאסטיש?
No_nameידידינו הרב שאץ מאץ האט יעצט געלייגט זיין ארטיקל פאבליק
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=598893#p598893">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 93#p598893</a>
אינטרעסאנט ווי אזא סאפיסטיקירטע ארטיקל סיי אין שפראך סיי אין אויסלייג ווערט געשריבן פון עפעס א דארף ארויס פון הודו-נאנאש. אשפג! אוי איז דער שרייבער אנגעליינט און אנגעשטעקט! ווי דערעבע זי"ע פלעגט וויינען "מכם ובכם"!
[ציטאט אראפגענומען]
איי וואזענט שאר, פאו'ס געזעץ.
טיילונג איז א גוטע געדאנק, מען גייט מאכן א טיילונג אויף ניקס. דע און דע ניק ח''ו צי מצרף זיין צי מינין. אשפג.
פירש ח''ו זיך משדך זיין מחט עם .קטלא יהרג ואל יעבר.
a1b2וועגן די פראבלעם פון גילוי עריות ר' אהרן האט געזאגט אז יעצט הערט ער די ערשטע מאל אז אינטערנעט האט מיט כפירה א שייכות
דא קען מען זען די דרשה
<a class="postlink" href="http://ladaat.net/showgil.aspx?par=20120818&gil=454">http://ladaat.net/showgil.aspx?par=20120818&gil=454</a>
כבוד חברי היקרים כל אחד בשמו הטוב יבורך.
די וואס ליינען מיינע תגובות ווייסן אז כאטש כ'שרייב א סך דא אין "קאווע שטיבל", האבעך אבער כמעט נישט אריינגעשריבן ווען ס'איז געקומען צו אמונות ודעות, פארוואס, ווייל איך בין פון די אידן וואס פרובירן צו סטיקן צו אמונה פשוטה, כ'פרעג נישט אזעלכע קשיות א שטייגער: פון ווי נעמט זיך דער מנהג צו עסן שבת פיש זופ פלייש, ווייל אז מ'האט דאס געגעסן ביי מיין ערליכן טאטן און ערליכע זיידעס, ולמעלה בקודש, פרעג איך נישט.
אבל דא עקא, נאכן ליינען שאצ'ס ארטיקל, האבעך באשלאסן יא צו נעמען די פענע און שרייבן אביסל וואס דרוקט מיר. כ'וויל אבער מ'זאלמיר גוט פארשטיין, קאן זיין אז פון מיינע ווערטער וועט זיך ארויס שטעלן א פגיעה אין ש"ץ, אדער אויף געוויסע שרייבערס דא "קאוועניו", וויל איך אבער מ'זאל מיך קלאר פארשטיין, כ'מיין חלילה אין קיינעם נישט פוגע צו זיין, כ'וויל נאר מאכן זאכן קילורין לענים, עכ"פ אין מיין פערספעקטיוו, וזה החלי בעזר הבורא:
ש"ץ האט געשריבן און ער האט געלאזט פאלן אזעלכע אויסדרוקן ווי "טיילונג", "בחרב ובחנות", די נעמען וועלן ארויסרינען ברבים, א.א.וו., ש"ץ'ל טייערע, רעד נישט אזוי, איר דערמאנט מיר פון די אידישע טאכטער וואס האט אנגעהויבן נעבעך גליטשן, און מ'האט מטכס עצה געוועזן, וויאזוי מ'קאן איר ראטעווען, דא איז פארהאן טעראפיסטן, דעה זאגערס, און דא איז דא א אידיש קינד וואס איז נישט קיין דאמי, זי וויל זיך אויך העלפן, איז געקומען א חכם און געזאגט וואס טראכט מען אזויפיל, מ'דארף נעמען א בייטש, גוט אנהאקן די ביינער, און שוין, איר הערט א לשון?... האט מען אים געענטפערט, ר' איד, "מ'שלאגט נישט". ר' ש"ץ, ס'זעלבע וויל איך אייך זאגן, "מ'שלאגט נישט", נארוואסזשע דען, ליידער איז דא זייער א סך פון די שרייבערס דא, וואס ווייסן נעבעך נישט וואס פעלט זיי, אייגענטליך זיי ווייסן יא, נאר זיי קענען זיך נעבעך נישט העלפן, רוקט מען זיך ארויף אויף די רבנים, און אויף כלל טוער'ס, מ'בלעימט יענעם, מ'בלעימט א סיסטעם און ליידער אויך, כ'וויל נישט זאגן, אבער באהאלטענערהייט האט מען חלילה טענות כלפי מעלה רח"ל.
לאמיר אביסל טיפער אריינגיין אין די נושא.
ס'איז פארהאן דריי סארט אידן, דריי סוגים במחננו, כ'עלעס איינטיילן אין צוויי קאטאגאריעס "פון זיי", און "וועגן זיי".
"פון זיי"
א) סוג א' זענען אזעלכע וואס זיי האבן חתונה געהאט און זיי האבן ב"ה "פת בסלם", מ'לערנט א יעדען טאג די שיעורים, און מ'דאווענט ערליך צום רבוש"ע אוודאי ס'לעבן איז נישט קיין פיקניק, אבער ס'גייט דורך נאך א טאג און נאך א טאג, מ'איז מתפלל און מ'האט סיעתד"ש.
לאמיר זיי אנרופן מיטן שיינעם נאמען "ביהמ"ד אידן".
ב) סוג ב', אזעלעכע ווי די ערשטע קאטעגאריע, מיטן אויסנאם אז זיי גלוסטן אויך צו גשמיות'דיגע הנאות, זיי זוכן אינטערטעינמענט, און די אינטערטעינמענטס זיינען דייקא נישט קיין ווארעמען דאווענען פון רבי'ן אדער רב זז"ג, אדער דעם טיש פרייטאג צו נאכטס, און אפי' זיי דאווענען יא ביים רב, ס'איז פארהאן אזוינע וואס זוכן ביידע, און אז מ'געפינט נישט ביינונז, ווייל ס'איז ליידער נישטא, דאן זוכט מען ביי די דרויסענדיגע וועלט, און אויב מ'האט צוטריט צו אינטערנעט, איז עס א פראגע פון צייט ווילאנג ער וועט זיך אריינגליטשן דערין, און פון דארט ביזן סאמע טומאה איז א גארנישט, אפי' מיטן פילטער. וואס געשעט נאכדעם? מ'באקומט גילטי קאנטשעס, פארוואס האביך אריינגעוואנדערט דארט אהין, ס'איז דאך שובו בנים שובבים חוץ מאחר; א צווייטע טאג וועט אים באדערן, העי, דער גוי און דער שוואכער יוד מאכן א לעבן, און איך בין צוקוועטשט. און דער מח ווערט אן ערבוביא, א צעמישעניש, מ'פאנגט אן צו טראכטן, מ'טאר נישט? טאקע אזוי? די זיידעס ווילן אונז נישט קענען ווייל מ'איז דורך געפאלן?, אוי געוואלד וואס טוט מען דא. לאמיר זיי אנרופן "פארפלאנטערטע אידן".
ג) ס'איז ליידער א באדייטנדע צאל פון אחב"י, וואס דאס לעבן גייט זיי נישט וויזוי זיי האבן געוואלט, און איינער וואס האט נישט זייער פראבלעם, וועט ניטאמאל פארשטיין וואס זיי גייען אדורך, א שטייגער ווי דער מגי"ש האט געשריגן אויפן בחור, און ער ווייסט ניטאמאל אז אין יענעם'ס הארץ איז דא א לאך, כ'על אויסרעכענען עטליכע, און ס'איז פארהאן נאך.
*ס'איז פארהאן אידן וואס האבן א ווייב, אבער זיי האבן נישט קיין פת בסלם, זיי וויינען שבועות ווען זיי זאגן "עמה תתרפק ולא באחרת",
*ס'איז פארהאן אידן וואס האבן תמימות'דיגע רעבעצוינים מיט וועם זיי קענען נישט האבן קיין דייעלאג,
*ס'איז פארהאן אידן וואס גייט זיי פארהעלטענמעסיג גוט, אבער זיי האבן טאלאנטן, בע"ת, שיינע שטימעס, גוטע שרייבערס, אבער ס'איז דא אנדערע אויפן אויבן אן, און דיך וויל מען נישט אנערקענען,
*ס'איז פארהאן אידן, וואס קענען נישט שלאפן אין די "געשמאקע סוכה" ווייל "לילית" קומט זיי דארט אויך וויזיטן.
*ס'איז ליידער פארהאן אידן וואס האבן געליינט צופיל פון האלאקאסט, און זיי זענען זייער אומעטיג (אפשר דארף מען טאקע נישט ליינען, דרך אגב כ'האב ערגעץ געזען אז רחמ"ד ווייסמאנדל ז"ל האט געזאגט אז היטלער ימ"ש האט טאקע נישט באוויזן צו פארטיליגן גאנץ כלל ישראל, אבער ער האט מורא אז דאס "תמימות" האט ער יא גע'הרג'עט),
*ס'פארהאן אזעלכע וואס האבן מולטיפול פון די פראבלעמען.
וויפיל פון די מענטשן האבן זמנים וואס זיי ווערן ממש פרוסטרעטעד ווייל קיינער פארשטייט זיי נישט, און זיי האבן זיך נישט פאר וועם אויסצורעדן, לויט מיין ארימען נאלעדזש איז נישטא צופיל מיט וואס מ'קען זיך העלפן, עכ"פ אויף א חלק פון די פראבלעמען.
לאמיר זיי אנרופן "פארווייטאגטע אידן".
"וועגן זיי"
א) ביהמ"ד אידן: פאר די אידן פון סוג א', פאר די זאגן מיר: "כמותכם ירבו בישראל", דינטס דעם באשעפער און בעטס ווייטער אויף סיעד"ש.
און איין ווארט: סטעי ווער יו אר, רירט אייך נישט פון וואו איר זענט.
ב) פארפלאנטערטע אידן: פאר די אידן פון סוג ב' דא איז דא א סך וואס מאריך צו זיין.
קודם זיל בתר טעמא,
קריכטס נישט אוועק פון ענקער פראבלעם/דורכפאל, מ'האט זיך פארפלאנטערט מיטן גוי'אישען- אמעריקאנעם-עוה"ז-שקוץ-וניאוף, און די געפילן בורזשען, אבער רבוש"ע ווער קען זאגן פאר די אידן, אז דו זעהסט זייער הארץ אפי' מ'איז אדורך געפאלן, ווער קען אויפקלערן אונזערע ברודער אז נאכן זיך אנזעהן זיסקייט (ביטערקייט) ביי זיי, זאלן זיי נאכאלץ קומען צו די הכרה אז די אמת'ע זיסקייט איז ביי אונז, זיי זאלן טראכטן אז דער גוי האט נישט קיין "שבת", מיט קיין "יידש נחת", "אפי' די קינות תשעה באב איז זיס" זאגט הר"ר יוסף חיים. ס'קען זיין אז מ'האט מורא אז ס'ווארט א שווערע גיהנום, און וועגן דעם קריכט מען מער און מער אין די בלאטע וואס רופט זיך אמונה, אבער פליז, הנסתרות לשם אלוקינו, און דער רבוש"ע זעהט אונזער הארץ. וואס האט דער הייליגע בעל התניא געזאגט, אז איין שעה זאל מען זיך מתבוננן זיין בינו לבין קונו, און ס'איבעריגע זאל מען זיכען פרא-אקטיוו צו מאכן שטערקער דעם קשר מיטן רבוש"ע, און דאס האט ער געזאגט און זיינע צייטן, היינט אפשר איז גענוג פינף מינוט, אדער אזוי ווי צדיקים האבן געזאגט, "אן אמת'ע אידישע קרעכטץ" טוט סך מער אויף ווי אמאל תעניתים, מ'דארף מאכן א כינוס און זאגן פאר די אידן (שיין ביסל אין צאל) אז גאט זעהט אונזער הארץ., פארוואס זאל מען זוכן קשיות אויף די אמונה ומסורה, אז חוץ אגרעוואציע ברענגט דאס גארנישט.
אין איין ווארט: זייט רעאליסטיש צו אייער פראבלעם, לאזט ענק אפ פון די רבנים, זיי זענען גארנישט שולדיג אין אייער מצב, זוכט נישט קיין אמונה פראגעס, נאר פארקערט, הוקטס ענק צוריק צו ענקער אמאליגע תמימות, קיינער האט נישט קיין רעכט צו זאגן אז דער איז נאו יו-טורן.
און צו דיר כבוד ר' שץ'ל, און אזעלעכע ווי דיינס גלייכן, פליז מאך נישט קיין טיילונג, זיי נישט מדמה די אמאליגע אפגעפארענע וואס האבן אראפגעווארפן פון זיך דעם אידישן לבוש, זיך צוזאמגענומען יונגן און מוידן, געגעסן יו"כ, פארגאט אבאוט שמירת המצות, אין איין ווארט, זיי האבן פורץ גדר געווען אין עם ישראל, און בעיקר, אראפגעווארפן פון זיך דעם "עול מלכות שמים", דערפאר האבן די צדיקים אין יענס צייט געמאכט א סטרעיט אייראן וואל (גראדע אייזערנע וואנט) צווישן דעם ערליכן איד און זיי.
היינט אבער, קיינער וועט נישט אויסטוען דעם אידישן לבוש, מיר זענען אפגעטיילט פון פרויען כמטחוי קשת, דער וואס זאגט אז אידן זאגן "ונתנה תוקף" אום יו"כ אויף א פולן מאגן דער רעדט שטותים, ווייל אז די נשמה איז אין פעין מיינט נאך נישט אז מ'עסט יוכ"פ, איטס נאן-סענס. ווידער קיין גראדע אייזערנע וואנט קאן מען אויך נישט מאכן, ווייל ס'עט מוזן זיין זיג זעג, דו באציסט זיך טאקע אויף די וואס שרייבן, אבער וויפיל איז דא וואס שרייבן נישט, אבער אויף זייער נשמה האבן זיי אויך בא-בא'ס.
נארוואס דען, אויפקלערן, מחזק זיין, אזוי ווי כ'האב פריער געשריבן, "אויפקלערן" אז מ'איז דורך געפאלן, און דאס איז וואס דרוקט, די עוונות. "אויפקלערן" אז מ'איז ב"ה גענוג קלוג איינצוזעהן אז די אידישע לעבן איז זיס און זויבער, און "מחזק" זיין אז מ'איז נישט אוועקגעפאלן, און אז כביכול האט אונז נאך ליב.
סיסטעם
דא אין קאוועניו איז דא וואס זאגן אז מ'זאל טוישן סיסטעם, סיסטעם אהער און סיסטעם אהין, אפשר קען מיר איינער זאגן פון וואסערע סיסטעם מ'רעדט דא?, קיין סיסטעם וועט זיך נישט טוישן, קלאפט אייך דאס ארויס פון קאפ, ר' ש"ץ איר מוזט אפי' נישט האקן דערויף, ווייל מ'דארף נישט האקן אויף זאכן וואס זענען סתם געקייט וואסער, והא ראי' אין די גוי'אישע מידיא איז אויך דא אזוינע וואס האקן, זיי טוען עפעס אויף? א גרויסע פייג, נאר וואס יא, אפשר קען מען "צושטעלן" צום סיסטעם, אזוי ווי מ'לייגט צו א שטאק צו א פעסטן יסוד'ישן בנין. אנשטאט יעדן מאנטאג דאנערשטיג זאל מען זיך צוטשעפן צו א צווייטן, איינמאל איז דאס "מאטא פראנק", א צווייטס מאל איז דאס "יהודא גרין", אדער זאל מען ווארטן ביז ס'עט אינטערקומען אינטערטעינמענט ביי די רופא חולים דינער, זאל מען ביינונז אליין מאכן היימישע אינטערטעינמענט, יעס, קאושער אינטערטעינמענט, חסיד'ישע פארברענגן (כמו קאנצערטן), מענ'ס אונלי, חזנות פארברענגען, חיזוק דרשות פון חברים, שושן פורים-חוה"מ זאל זיין א שפיל, און אלעס טאקע מטעם הקהל/איגוד קהילות. און מ'זאל קאנווינסן דעם עולם אז ווער ס'וויל גיין זאל זיך נישט שעמען, ס'איז געווארן א מורא'דיגע בושה וועלט, מיין זיידע זז"ג האט מיר געזאגט אז ס'איז געווען א אפטע ערשיינונג אין דער אלטער היים, אין שטעטל נאך מעריב, האט זיך א צו-וואנדערטע חזן ארויפגעשטעלט אויפן בימה און געזאגט א שטיקל, און דער עולם האט הנאה געהאט, און אריינגעלייגט אפאר ליי אדער גראשן אין זיין איבערגעדרייטע היט, היינט איימיצער זאל זיך ארויפשטעלן מאכן א קעדאטשקע ביי א חתונה, עט זיך דער עולם האלטן ביי די זייטן, א מעש...נער. דרך אגב, ר' ש"ץ האט דערמאנט "פרעשבורג", אין פרעשבורג איז געווען חזן ר' יאסעלע ראזענבלאט, בכלל איז ס'לעבן אין דער אלטער היים געווען א זיסערע. קען זיין אז די אלע זאכן וואס כ'האב דא געשריבן איז א "דבר שלא בא לעולם", אבער עטליעסט, מ'זאל וויסן וואס ס'פעלט אונז.
כבוד התורה, רבנים אשר הם חיים אתנו לאו"י
בכלל דארף מען געדענקן אז צו רעדן אויף רבנים ברענגט מער שאדן ווי ריווח, דו ווילסט נישט האלטן פון יענעם רב, סאו האלט נישט, קיינער צווינגט דיך נישט, אבער איז עס דען אויסגעהאלטן צו רעדן?, ווידער אונטער "דיין" רב זאלסטו זיך אינטערווארפן, איי, דו האסט קשיות אויף דיין רב אויך, ס'איז נישט דיינע דאגות, עשה מה שעליך. געדענק אויב ווילסטו אויפשטעלן ערליכע דורות, איז דעיס א ראנג וועי, אזוי ווי ש"ץ זאגט אבער מיט תחנונים. כ'ווייס ס'איז דא א סך אידן אין וומ"ס, וואס פלעגן דאווענען און זייטיגע בתי מדרשים, אבער די קינדער האבן זיי נאר געשיקט קיין סאטמאר צום ברך משה, אין א יום טוב פלעגט דער טאטע אויך קומען, סך פון די האבן אפי' נישט אזוי שטארק געהאלטן פון ברך משה זי"ע (כ'גיי נישט אריין, ס'איז נישט גערעכט), אבער די אלע קינדער זענען אויסגעוואקסן הייסע תלמידים צום ברך משה, און די תענוג והשפעה רוחני וועט זיי באגלייטן א גאנץ לעבן.
און אצינד צום לעצטן קאטעגאריע:
ג) פארווייטאגטע אידן: יאפ, א יעדער איד דארף גלייבן אז אלעס און אלסדינג וואס מיר גייען דא אדורך איז פון אויבן. פארוואס, ווייסן מיר נישט, און מיר ווילן נישט וויסן, אבער ס'איז דא א באסס אויבן, און זיין הייליג רצון איז אז "א געוויסע חלק" פון אונז זאלן האבן פנימיות'דיגע שוועריגקייטן, וואס מ'קען גארנישט שערן מיט מענטשן, (אנדערש ווי אנדערע פראבלעמען, א שטייגער ווי בוני עולם, דרך אגב כ'קום נישט מעסטן קיין צרות). "מיר" זענען פון זיינע שטערקסטע גענעראלן, און טאקע בעקבתא דמשיחא.
און דא קאן מען אויך זאגן, הנסתרות לשם אלוקינו, דער בורא ווייסט וואס מיר גייען דורך, און וואס ס'קומט נאר נישט אונטער זאל מען עס ממתיק זיין, "המתקת הדינים".
אין איין ווארט: וויפיל פנימיות'דיגע שוועריקייטן מ'זאל נישט האבן, דארף מען געדענקען אז מיר האבן מיר דאס טייערסטע, און דאס איז דער רבוש"ע, און ער איז א בוחן כליות ולב, קוקט אויף די גוטע חלקים, קוקט אויף אייערע זיסע קינדערלעך, און האלט און איין זאגן "ברוך השם", כ'האב דיך ליב טאטע.
און ש"צ'ל, אז אידן מאכן א באהאלטענעם פארום וואו מ'קאן זיך אויסשמועסן די פראבלעמען וואס ס'איז נישטא ערגעץ אנדערשט וואו זיך אויסצורעדן, אפשר איז עס נישט טאקע אויסגעהאלטן, אפשר דארף מען דאס מער סענסורן, אבער וועגן דעם רופט מען זיי נאכנישט מנובלים, איר האט נישט זייער פראבלעמען, סאו זא זיי נישט דן.
עם השם חזקו ונתחזקה!
WOW
דברים כדרבונות!
צו אונזערע חשובע ליינערס שליט"א
עס האבען דא געשריבען פארשידענע שרייבערס, כל אחד בניקו יבורך.
אונזערע חשובע שרייבערס האבען געשריבען זה בכה וזה בכה, אנגעהויבען דעם אשכול האב "פירש" וואס זאגט אז ער איז פירש, די חידוש אין דעם איז, אז זיין ארטיקעל אין טענות האבען גארנישט קיין שייכות מיט זיין שטאפעל אין רעליגיע וואס ער גלייבט יא אדער נישט, זיינע פונקטען זענען גראדע גאר באקאנט און פאפולער, קיין חידושים נישט אנדערע שרייבען דאס זעלבע, און חשובע אידען זאגען דאס זעלבע.
עם כל זה, איז לדעתי זיין עיקר שיטה אנגעפרעגט מכל וכל, אזוי ווי אלע וואס וועלען נעמען די פאר מינוטען אדורך צו ליינען מיינע שורות וועלען זעהן.
פירש האט געטענהט אזוי
די פראבלעם
אז אידישקייט איז געבויט אויף תמימות, און די אינטערנעט מאכט דאס קליא דורך אינפארמאציע.
פארוואס אייער וועג ארבעט נישט?
ווייל די אינטערנעט איז א חלק פין לעבען. וכו' וכו' וכו'.
וואס ארבעט יא?
מחנך זיין נישט מיט תמימות, אריינברענגען אידישקייט מיט א שמחה א חיות וכו'.
ע"כ דברי פירש ידידנו היקר, בקיצור מופלג.
מה נאמר מה נדבר, אסאך אירע האלטען גענוי אזוי. און די מהלך איז נישט ריכטיג.
אנדערע האבען דא געשריבען אויף פארשידענע מינים פין חסידישע אידען וואס איז דא. אונז ווילען מיר נישט קלאסיפייען די אידען, עס איז דא גאר אסאך מינים פין אידען, אויב איז דא צען טויזענט חסידישע אידען, איז דא הונדרעט טויזענט מינים, כידוע די מימרא איין איד און צען דעות.
נאר וואס יא?
לאמיר אדורך טוהן אונזערע דרך החינוך ווי אזוי אונז זענען מחנך די קינדער פאר די לעצטע דרייסיג יאר בערך, און פראבירען צו מאכען א קו המשוה צווישען אונזערע סארט אידען, ד.ה. חסידישע אידען דוקא.
אונזערע מוסדות רעדען קיינמאל נישט ברייט ארום די ענינים פין אמונה בטחון אידישקייט השגחה פרטית, בכלל די הנהגה פין א מענטש טוט מען נישט ביי אונז קאנטראלירען דורך אידישע השקפות,
למשל, מען איז מחנך קינדער אז מען זאל נישט ארבעטען וועגען מען דארף האבען בטחון, אבער מען טוט נישט אדורך דער יסוד דערפין באריכות, און מען זאגט נישט אז עס דא חולקים וואס האלטען דער היפוך, מען רעדט נישט דערפין באריכות בכלל, עס איז דא א שמועס דערוועגען, און פאפ, מען טוט נישט אדורך ארבעטען דער ענין, צו אלע רביס האלטען אזוי צו נישט, צו דער זידיטשובער האט געהאלטען אנדרעש, וכו' וכו' וכו'. נאר וואס? יעדער ווייסט עס איז דא אן ענין פין בטחון און מען טייטשט שוין אויס לויט ווי עס איז בעסער פאר יעדער יחיד, דארף ער געלט נייטיג?, איז בטחון פאר יענעם, דארף ער נישט געלט? דעמאלס איז ער א גרויסער בעל בטחון. און דער מהלך גייט אהן ביי אלע ענינים, פילט ער זייער שוואך ביים פאסטען, ווערט ער א מקיל בתענית, פאסט ער גרינג, איז ער א קיצוני לגבי דעם. די משלים קענען אנגיין א גאנץ יאר בכל מדה ומדה, איז ער א גביר, איז א מצוה צו קויפען א שיינער אתרוג, איז ער נישט, איז א שאד די אלע וואס ספענדען אויף א אתרוג. רובא דרובא וועלען האבען דער אטיטאד לגבי רוב ענינים.
א מיעוט מענטשען זענען קלוגער און ווייסען מער, לגבי דער מיעוט רעד איך נישט, פארשטייט זיך אז דער שרייבער פין די שורות איז פין דער מיעוט, ווי אויך זענען אפשר אסאך שרייבערס דא אין קאווע שטיבעל.
בכלל לערנט מען נישט מחשבה ודעות ביי אונז אין די מוסדות, חסידישער ספרים און ספרי מוסר ווערען אביסעל אנגעקוקט אבער נישט שטודירט, דאס ביסל לומדות וואס די מגידי שיעור לערנען יא אויס, איז בערך א האלבע כתה צו מער נישט פעיג צו פארשטיין, מען לערנט נאר גמרא, און לעצטענס לערנען בחורים גאר ווייניג גמרא, און אביסעל משנה ברורה ווען מען איז יונגער, אזוי אז רובא דרובא ווייסען נישט וואס משה רבינו האט מחדש געווען, לעומת דער חידוש פין דער אר"י הקדוש, צו דער חידוש פין בעל שם טוב, צו פין ר' צדוק, ביז דער חידוש פין ר' חיים אין לערנען. און מען רעדט שוין נישט פין אשלג אדער זוהר אדער מדרשים אדער סתם חז"ל, אדער ראשונים צ.ב.ש. דער אבן עזרא, אדער דער רמב"ם דער פיליסוף קעגען דער רמב"ן דער מקובל.
אלעס אלעס איז איין גרויסע מישקעבאבעל וואס מען גלייבט אין כל הכתוב לחיים, איעדעס שטיקעל טינט פין א געדריקטע ספר איז קדוש קדוש, און מען ווערט אן אינטרעסאנטער אויב איינער פין דער אויווען דערמאנטער מיעוט זאגט אמאהל פאר איינעם אז דער שטיקעל אבן עזרא האלט אזוי, צו אז דער שומר אמונים האלט אז עס איז נישטא קיין השגחה פרטית פין א דומם צומח חי, און מען הייבט אהן האלטען פין יענעם אלס משכיל און אויף געקלערט כאטש אפילו ער איז בסך הכל א געלערענטע מענטש, וואס ווייסט אביסעל מער ווי עוורידזש, און מער פין רוב רבנים און אנשי מעשה.
ע"כ וואס מען לייגט נאר אריין אין די אמונה פין אידישקייט, דאס רופען מענטשען אהן אמונה פשוטה, ווען דער אמת איז אז דאס איז נישט קיין אמונה פשוטה אויך נישט, אפשר וואלט דער פאסיגער נאמען געווען אמונה טפשותה, ווייל מען לייגט אריין טפשות און נארישקייטען, וואס רוב מענטשען ווייסען נישט אין וואס און ווען זיי גלייבען, טאמער זאל ער דארפען זאגען פאר א גוי אדער פרייער איד, וואס וויל באמת וויסען וואס ער גלייבט, וועט ער צום רוב מאהל האקען אין טשייניק און זאגען אזעלכע שטותים, אז די האר פין קאפ וועלען זיך אויף שטעלען אויב איינער פין דער מיעוט זאל הערען וואס יענער מיינט אלס איז אידישקייט.
דער עיקר וואס מען לייגט אריין אין אונזערע קינדער, איז א לייפסטייל, א חסידישער לייפסטייל, וואס איז וויכטיג און וואס נישט, דרך ארץ פאר עלטערע, די בגדים וואס מען גייט אנגעטוהן, און א וועלט פין באבע מעשיות וואס פארמירט דער קולטור. מען איז מחנך צו אייביג פילען שלעכט פאר זיין גילטי, און בכלל ציט מען אויף קינדער מיט א שטארקע גילטי פילינג, וואס דאס מאכט א שטארקע אומזיכערקייט, אזוי אז מען גלייבט זיך נישט אליין צו פארשטיין בכלל וואס עס איז דא צו פארשטיין, און מען זאגט אז מען לאזט דאס פאר די מומחים, ווען די מומחים וואס ווייסען יא שפילען א געים מיט איינרעדען דעם זעלבען מישקעבאבעל וואס איז אויווען דערמאנט אונטער דער מאסקע פין אמונה טפשותה.
ממילא קען איינער זיין א שייגעץ גמור, ער קען נישט דאווענען אגאנצע וואך, און קומט שבת איז ער א געהעריגער איד לכל הדעות, ער קען גיין אין טיאטער, אבער ער בלייבט א איד, ער קען גיין און מקומות וואס איז נישט שיין מזכיר צו זיין די נעמען, און א רגע דערויף בלייבט ער דער זעלבער חסידישער איד, ער קען דאווענען דער זעלבער, און עס איז נישט קיין סתירה, ווייל ביי אים האט די יצר הרע גובר געווען, אבער ער טוט תשובה, און גייט די זעלבע בגדים, רעדט די זעלבע שפראך, זאגט ווייטער ברוך השם, און א שווארצער יאר אויף זיי, און ער בלייבט א איד.
ווי ציל איך מיט דעם?
דער מיעוט באדערט אייביג פארוואס די רוב איז אזוי, פראבירט צו רעדען, ברענגט ארויס ווייטאג, און בלעימט כמה פראבלעמען אויף דעם,
אבער דער אמת איז,
אז דער מהלך איז דער בעסטער פאר אונז.
קיין שום ווינט, קיין שום אינטערנעט, קיין שום בעל דרשן, קיין שום ביכער, קיין שום זאך קען נישט רירען דער שטארקע יסוד פין דעם מישקעבאבעל. דאס בלייבט במקומו, און עס רירט זיך נישט אוועק.
והא ראי', אינטערנעט איז שוין דא פאר פיפצען יאר, וויפיל אינגעלייט זענען ארויס לתרבות רעה? א מנין? אולי.
בחורים איז נישט קיין ראי', בחורים פלעגען אייביג קומען און גיין. און זיי וועלען ווייטער, עס האט נישט מיט אינטערנעט.
קומט צו גיין ר' פירש והדומה לו, מענטשען וואס האלטען אז מען דארף אויף קלערען דעם עולם כדאי צו קענען ביישטיין דער אינטערנעט
. א פאטש אין פיסק, חלילה וחלילה, אויף קלערען? דאס וועט נאר מאכען דער רוב מער וואלנערעבעל צו די סכנות פין אפיקורסות וואס הערשט אויף דעם אינטערנעט.
לאז די זאך געמאכט, ווי א חכם זאגט מיר לעצטענעס, די סיסטעם שטינקט, זאג וואס די ווילסט אבער עס ארבעט.
איך וואלט באמת געברויכט מאריך זיין אסאך מער אין דעם שמועס, מען זאל נישט האבען קיין טענות אויף מיינע ווערטער, מען קען פרעגען און איך וועל פראבירען משלים צו זיין אויף וויפיל איך קען.
יענקל, איך פארשטיי נישט דיין פראבלעם מיט א טיילונג?
אויב זאגסטו אז רוב מענטשען וועלן אפלאזען אידישקייט, איז דאך נאך וויכטער א טיילונג. די אלע וואס האלטן נישט ביים זיין פרימע אידן ווער ברויך זיי דא, כגלייב גאט איז נישט אינטערסירט אז די אידן זאלן זיין דא איינגעשפארט, פאר זיי איז דא עולם הזה. אין פאר די קליינע ציבור וואס וועט בלייבען פרום נאך די טיילונג איז אויך בעסער אז די וואס האלטן נישט עכט דערביי טראגן זיך אפ דא.
דעע וואך פ' שופטים איז דא א חתם סופר וואס איך גלייב אז אסאך פון די קליקעס וואס פאררופן זיך אז זיי גייען בשיטת חת"ס וואלטן עס ווען ארויסגעשניטן,
דער חת"ס אין תורת משה אויפ'ן פסוק כי יפלא ממך דבר וגו' וקמת ועלית איז מסביר אז גענוי ווי ביי חולי הגוף איז דא א קרענק מיט א היילונג, גענוי די זעלבע איז דא ביי חולי הנשמה, איז וואס איז דאס חולי הנשמה? איעדע קשיא וואס דער מענטש האט, סיי בתורה אין סיי אין אלע אנדערע ענינים התלויים בלב איז אויב דער מענטש איז נישט קלאר דערינען און ער איז מבולבל, איז דאס חולי הלב, זאגט ער אז דער מענטש איז מחוייב צו גיין זוכן א תירוץ, ווייל אויב נישט וואלט גאט אים אוודאי נישט צוגעשיקט די קשיא, אלא מאי אז ער האט יא די קשיא איז א סימן אז גאט וויל ער זאל גיין זוכן דעם תירוץ און אזוי וועט ער מער משיג זיין דעם באשעפער און שטייגן ברוחניות. (און כאטש אז עס איז סייווי נישטא אויף אלעם א תירוץ אבער אויפן וועג פון זוכן וועט ער מער משיג זיין אלהות, עיי"ש ותמצא נחת).
קומט אויס לויט דעם חת"ס אז האבן קשיות אין אמונה איז א וועג וויאזוי אנצוקומען צו די ריכטיגע אמונה (ווענישט אברהם אבינו'ס קשיות וואלט די גאנצע אידישע אמונה נישט געווען), די אזוי גערופענע שיטה פון 'תמימות' וואס האט אדאפדעט דעם דאנט עסק דאנט טעלל פאליסי איז א גרויסער חורבן פאר אידישקייט, מי לנו גדול פונעם גרויסן חת"ס וואס האט אזוי געקעמפט קעגן השכלה זאגט אבער אז מען מוז פרעגן און וועלן פארשטיין, דער "לייט עדיטאריעל" אין "דער בלאט" לעצטע וואך (ש.ב. מרגליות - ראה) רייסט אראפ היתכן מ'זעהט בחורים אין אינגעלייט אין פאליש שמועסן ארום יסודות הדת און אמונה ענינים וואס אין פריערדיגע דורות האט מען זיך מוסר נפש געווען דערויף, נאכדעם רייסט ער אראפ די אינגעלייט אלס קליינקעפיג, בקיצור לויט אים איז מען באשאפן געווארן נאר אויף צו קעמפן קעגן די ציונים און קעגן גאלדענע ברידזש גלעזער, פון טראכטן יסודות הדת איז חס מלהזכיר, דער חת"ס האט געמאכט א טיילונג און מ'טאר נישט טראכטן, פינטל, ווער ס'טראכט אפגערעדט אויב מען פרעגט איז ער אן אפיקורס, פוי צא טמא שגץ ארויס.
אבער דער באשעפער וואס האט אונז צוגעזאגט אז כי לא ידח ממנו נדח וויל אבער אנדערש, ער וויל יא אז מ'זאל טראכטן, מ'זאל פרעגן וואס איז דאס גאט און וואס וויל ער פון מיר, האט ער אונז אונטערגעשיקט דעם אינטערנעט פול מיט אינפארמאציע אריין אין טאש אריין, ווי קיין שום טיילונג קען שוין נישט העלפן, קיין שום פילטער אדער תקנה קען שוין נישט העלפן, אויטאמאטיש וועט זיך דער מענטש אויפוועקן פון זיין זיסן שלאף און אנפאנגען צו פרעגן קשיות און אזוי ארום אנקומען צו א תכלית בס"ד.
DotCom
אבער דער באשעפער וואס האט אונז צוגעזאגט אז כי לא ידח ממנו נדח וויל אבער אנדערש, ער וויל יא אז מ'זאל טראכטן, מ'זאל פרעגן וואס איז דאס גאט און וואס וויל ער פון מיר, האט ער אונז אונטערגעשיקט דעם אינטערנעט פול מיט אינפארמאציע אריין אין טאש אריין, ווי קיין שום טיילונג קען שוין נישט העלפן, קיין שום פילטער אדער תקנה קען שוין נישט העלפן, אויטאמאטיש וועט זיך דער מענטש אויפוועקן פון זיין זיסן שלאף און אנפאנגען צו פרעגן קשיות און אזוי ארום אנקומען צו א תכלית בס"ד.
אויב איך מעג צולייגן, דער באשעפער האט צוגעשיקט דעם אינטערנעט דייקא אין דעם דור וואס מען לעבט אין א פארמאכטע תקופה ווי יעדער מיז מיט טאנצען מיטן הויפט שטרום אן פרעגן, דא האסטו מיין קינד... זיך... פרעג... פארשטייט זיך אזוי ווי יעדער זאך וואס עס איז פאראן אין די וועלט קען מען ניצן אויף גוטס און ח״ו פארקערט... איך בעט דיך מיין קינד ניץ עס אויס צום גוטנ׳ס... עס וועט דיר שטארק העלפן צו בייקומען די שוועריקייטן אינם דור הסתום...
נולד מאוחריענקל, איך פארשטיי נישט דיין פראבלעם מיט א טיילונג?
אויב זאגסטו אז רוב מענטשען וועלן אפלאזען אידישקייט, איז דאך נאך וויכטער א טיילונג. די אלע וואס האלטן נישט ביים זיין פרימע אידן ווער ברויך זיי דא, כגלייב גאט איז נישט אינטערסירט אז די אידן זאלן זיין דא איינגעשפארט, פאר זיי איז דא עולם הזה. אין פאר די קליינע ציבור וואס וועט בלייבען פרום נאך די טיילונג איז אויך בעסער אז די וואס האלטן נישט עכט דערביי טראגן זיך אפ דא.
טא אויף דעם ארויף האבעך גע'עפנט דעם "
ער האט אפגעשייגעצט" אשכול! די אלע שארפע שרייבער כדוגמת שאצמאץ זענען דעך אליין נישט קלאר וואס זיי ווילן פון זייער פריינט וואס האבן ספיקות. לאמיר נאר זען ווי ער גיבט פערזענליכע עצות צו ידידים וואס מוטשען זיך מיט אמונה פראבלעמען! צו יענער האט קשיות אדער תירוצים, לאמיר נאר זען ער זאל זיין א קנאקער און יענעם צו שטופן צו דאמפן זיין ווייב און קינדער.
אקאי יעצט הער איך וואס די טענהסט.
כפארשטיי נאך אלץ נישט פארוואס זאל זיי דו פרומע האבן א פרבלעם מיט א טיילונג? איז פאר זיי ענדערש צי האבן 10,000 אידען און האלב האלטען נישט דערביי ווי צי האבן לאמיר זאגן אפי נאר1000 אידען וואס האלטן אמתדיג דערביי?
דרך אגב איך פארשטיי נישט די בלאט האקט אויף די אויפגעקלערטע? איז ניזט די בלאט אויפגקעלרט? סליגט מיר אין קאפ אז זיי האבן אויפגעקלערטע שרייבערס און מיינוגען.
כהאב שוין נישט געליינט פאר יארן די בלאט אבער כגעדענק ווען די פרומע האבן געהאט א פראבלעם אז די בלאט האט געהאט א דיבעט איבער די וויכטיקייט פינעם בדיקת חמץ לעפעל.
dotcom, כבין מסופק אויב די חתם סופר וואלט געזאגט די תורה אויף אמונה שאלה'ס. ער רעדט דארט אין דזשענערעל.
נולד מאוחרdotcom, כבין מסופק אויב די חתם סופר וואלט געזאגט די תורה אויף אמונה שאלה'ס. ער רעדט דארט אין דזשענערעל.
לערן איבער אלע דריי שטיקלעך וועסטו זעהן אז ער רעדט דייקא פון עניני אמונה (אויך אינעם ערשטען שטיקל זאגט ער אז פרעה האט געפרעגט מי ה' אשר אשמע בקולו, אבער פרעה האט נישט געקענט טרעפן קיין ענטפער, משא"כ מיר אידן דארפן יא אן ענטפער און דאס מיינט כל ה'מחלה' אשר שמתי במצרים לא אשים עליך ווייל קושית וספיקות איז א מחלת הלב).
דער חת"ס זאגט עס אין אפאר פלעצער, אין פ' בשלח זאגט ער כמעט די זעלבע ווערטער ווי דא, און דארט רופט ער עס 'קושית באמונת תורתו לישראל ח"ו' וגו', אוודאי טרעפט מען אסאך אין זיינע ספרים איבער אמונה פשוטה, און דאס איז נישט קיין שום סתירה, אמונה פשוטה דארף מען האבן און פרעגן און פארשטיין דארף מען אויך פונקט אזוי.
ביזט גערעכט כהאב געקוקט צי שנעל דאס ערשטע מאל. זייער אינטערסאנט אז די חתם סופר זאגט דאס.
יידלa1b2וועגן די פראבלעם פין גלי ערוית ר' אהרן האט גזאגט אז יעצט הערט ער די ערשטע מאל אז אינטערנעט האט מיט כפירה א שייכת
אויב איז דאס אמת בין איך זייער שאקירט. אומגלויבליך! איבער 15 יאר נאכן אנהייב פון מערכה און הערשט יעצט איז ער געוואויר געווארן דערפון?
ער איז נישט יעצט געוואר געווארן, דאכט זיך ער האט עס שוין אמאל דערמאנט ברבים אויך, נאר יעצט האט ער מער געדרוקט דעם נושא צוליב דעם ענין העומד על הפרק
צוליב "ראה מעשה ונזכר הלכה"?
וואס וואונדערט מיר איז וויאזוי מענטשן קענען האלטן אז די טיילונג איז געווען א סוקסעס. איך ווייס אז אזוי לערנט מען אויס אין חדר, אבער דו ביזט דאך שוין נישט אין חדר! די סוף פונעם טיילונג איז געווען אז אין די פלעצער איז אידישקייט געגאנגען פון בערך 90% שותומ"צ צו בערך 10-15%! נישט נאר דאס, נאר ס'רוב פונעם נישט פרומען עולם האט אויפגעהערט זיך צו אינדענטיפיצירן אלס אידן בכלל. וואספארא סוקסעס איז דאס??? פארגלייך דאס צו קהילות ווי דער מושג פון א טיילונג צווישן ארטדאקס און נישט ארטאדאקס עקזיסטירט נישט. נישט נאר האבן זיי כאטשיג 10-15% פולע שותו"מ ווי אונז, נאר אפילו די אנדערע 85% אינדענטיפיצירן זיך אלס אידן און היטן מצוות למחצה לשליש ולרביע.
דאס איינציגסטע וואס די טיילונג האט אויפגעטאן איז אז עס האט געמאכט ביידע זייטן מער עקסטרעם. איך גלייב אז א נייע טיילונג וועט טאקע האבן גענוי די זעלבע "סוקסעס" ווי די אלטע.
ר' דאט, שכוח פארן ברענגן דעם חת"ס, כ'האב זיך אויפגעהויבן פון מיין געלעגער, און כ'בין געגאנגען נאכקוקען דעם חת"ס, אינאיינוועגס האבעך שוין מקיים געווען דאס וואס צדיקים זאגן, אז מ'זאל זיך לייגן שלאפן מתוך לימוד.
אבער לענ"ד, דער תמצית בסוף דבריך האסטו נישט ריכטיג ארויסגענומען פונעם שטיקל חת"ס, אויב מ'איז גוט מדייק אין זיינע ווערטער זאגט ער, אז "ס'פאלט" איינעם אן א קשיא, דאן מוז ער גיין פרעגן. פשט: זאלסט נישט מיינען ווייל ס'איז דיר איינגעפאלן די קשיא, איז משמע אז די האסט א חסרון אין אמונה, א סך האבן גאר מורא צו פרעגן, ווייל מ'עט אים אנקוקען ווי איינער וואס האט חסרון אמונה, וועגן דעם זאגט דער חת"ס, ניין, נאר פארקערט, פון הימל האט מען דיר צוגעשיקט דעם קשיא אדער ספק, כדאי דו זאלסט "פרעגן", און אזוי וועט דיין אמונה נאך ווערן שטערקער.
דוגמת "חולי הגוף", ווער זוכט דען קראנק צו ווערן?, אז מ'איז קראנק געווארן גייט מען צום דר.
כ'על געבן א קליינע דוגמא, וויפיל פון אונז, זענען אלץ קליין קינד געזעסן ביים סדר, און זיך צוגעהערט מיט אזא מין תמומית, דעם סיפור יצי"מ, אויפאמאל מ'ווערט עלטער, און ס'פאנגט אן צו מאטערן, העי, דער רבוש"ע האט אונז ארויסגעצויגן פון מצרים?, כביכול האט דאך אונז אריינגעלייגט אויך?, דער אמת איז אבער אז די ספרים הקדושים זענען פיל דערפון, און מיין טאטע זז"ג, ווען מיר זענען טאקע עלטער געווארן פארשטייטצעך, האט דאס כסדר ארויסגעברענגט אז דאס איז טאקע געווען די נס, דער רבוש"ע האט אונז אריינגעלייגט אין מצרים, כדי אידישע קינדער זאלן מיטמאכן דעם שועבד, ווייל כך גזרה חכמתו יתברך, און צום סוף זאלן אידישע קינדער אנערקענען, אז מ'דארף אנקומען צום רבוש"ע בגשמיות דורך רוחניות, ד.מ. כ'וועל ענק ארויסציען פון מצרים, אבער עטץ זאלטס מקבל זיין די תורה, "ואתם תהיו לי ממלכת כהנים וגו קדוש", אין די וואס האבן נישט געוואלט ארויסגיין, זענען טאקע געשטארבן. און כביכול האט אונז טאקע ארויסגעצויגן, פון די שטארקסטע פלאץ, וואס איז געווען שטארק הן פיזיש, והן מיט זייער כח הטומאה, עד כדי כך אז, די אידן האבן נישט געקאנט בלייבן איין "רגע" מער, און ס'איז טאקען געוועזן א גאולת הנפש , מתן תורה-פסקה זוהמתן, וגאולת הגוף, פון שעובד מצרים, און אלע אידן זענען געווארן אויסגעהיילט פון זייערע מומין. און אז עמעצין ווערט נולד נאך קשיות אדער ספיקות דארף ער דאס פרעגן, און אין "די" נושא דארף מען אפי' נישט אנקומען צו די ספרי חקירה, ווייל די ספה"ק, ספרי תלמידי בעל שם עד זמננו אלה, זענען פיל דערמיט.
ס'זעלבע אויב "ס'מאכט זיך" אז איינעם "פאלט" אמאל איין א קושיא וועגן אמונה, אדער ספיקות, אפי' גאר שטארקע ספיקות, איז דא אידן "אויסגעהארוועטע תלמידי חכמים", וואס "יראתם קודמת לחכמתם", וואס בעפאר זיי האבן אנגעהויבן לערנען, האבן זיי געוואוסט אז זיי זענען גענוג שטארק בייזוך, אזעלעכע אידן האבן סיעתד"ש, (א סך מאל קענען זיי אפי' ענטפערן מיט וואס זיי האבן געלערנט אין גמ', אפי' נישט פון ספרי חקירה) און זיי קען מען פרעגן, זיי זענען די אמונה דאקטורים, און דער חת"ס זאגט אז "מ'מוז" זיי פרעגן.
ווי ווייט איך דענק, אויף אזא פאל, איז ביינונז קיינמאל נישט געווען א דאנט עסק דאנט טעלל פאליסי, און אויב יא איז דאס טאקע נישט גערעכט.
אבער ח"ו, דער חת"ס הייסט נישט "זוכען" קשיות אדער חקירת און עניני אמונה, פארקערט מ'טארנישט זוכן און כ"ש אין אינטערנעט וואס איז אנגעשטעקט, סא פשוטע סכנה, ס'איז נאך ארגער ווי איינער וואס ס'עט זיך גיין היילן קענסער ל"ע דורך אינטערנעט, יו גאטטע סטיק טו אמונה פשוטה, זוכען דארף מען נאר אויב ס'ווערט שווער באקראי, און ווי פריער געזאגט ביי ת"ח די "אמונה דאקטורים".
איי דער "ידיעת הבורא" "מה חובתו בעלמו"?, דאס איז התבוננות, אויף התבוננת איז דא דער חובת הלבבות, די חלקים וואס מיר לערנען יא פארשטייצעך, טאקע וואס דער רבוש"ע טוט פאר אונז, און וואס איז אונזער תפקיד, "התבננות איז נישט חקירה".
אין איין ווארט: אז ס'ווערט עפעס שווער, מוז מען פרעגן, אבער נאר אויב ס'ווערט שווער, דאן גייט מען צום אמונה דר., דו ת"ח וואס האבן א "גרין לייט", צו טוהן דערין.
בכבוד והערצה, קווארטין.
א שאד איך קען נישט געבן 2 לייקס
די האסט אין היינטיגען דור אזא מין אמונה דאקטאר דא אין אמעריקע ?י
קווארטיןווי ווייט איך דענק, אויף אזא פאל, איז ביינונז קיינמאל נישט געווען א דאנט עסק דאנט טעלל פאליסי, און אויב יא איז דאס טאקע נישט גערעכט.
נישט אז איך קריג זיך אויף דיינע אנדערע ווערטער, נאר אויף די טענה אז מיר האבן בכלל נישט א דאנט עסק דאנט טעלל פאליסי א שטיקל, אויף דעם איז ש.ב. מרגליות' מאמר אין בלאט פון די פארגאנגענע וואך א ראיה אויף פארקערט.
משכילדי האסט אין היינטיגען דור אזא מין אמונה דאקטאר דא אין אמעריקע ?י
קוק דיך ארום, יגעת ומצאת, ס'איז ב"ה לא אלמן ישראל, ס'איז נאך דא גענוג ערליכע אידן יר"ש, ריזיגע תלמידי חכמים, וואס זענען לן בעומקן של הלכה. מ'דארף נאר האבן אביסל קאראזש צו-צוגיין. אין טאמער יענער וויל זיך נישט אריינלאזן אין די דיסוקסיעס, וועט ער דיך זיכער רעקאמענדן א צווייטן, כ'ווייס פון פעלער וואס אזעלעכעס האט שוין פאסירט נאר כ'קען נישט שרייבן קיין פרטים, סאו חזק ואמץ.
ביטע גיב נעמען.
אפשר מיינסטו אזוינס ווי למשל ר' ישעי' ווייס, דער בעל דרשן?
האט איינער דא געהערט פון ר' בערל טויבער, וועלכער גיט די סארט שיעורים אין יסודות האמונה??
wow ! you are such a trusting person, i'm jealous, yes there are smart people but are they really truthful and trustworthy?
i'll repeat myself quote:
why are people frum because it tastes good, but the problem is sometimes the potato kugel tastes better.
קווארטין לעבן, איך ווייס נישט ווי איר האט געזעהן אין מיינע ווערטער אז דער חתם סופר זאגט מען זאל 'זוכן' קשיות, אויך האב איך נישט געזאגט מען זאל זוכן תירוצים אויף די אינטערנעט, די אינטערנעט איז אבער א פאקטישע מיטל וויאזוי מען ווערט היינט נתעורר די קשיות, קענטליך איר האט נישט אזוי גוט פארשטאנען וואס איך ברענג ארויס, אבער שקויעך פאר דיינע ווערטער.
ועוד, אז דו רעדסט שוין פון פרעגן, איך זוך שוין לאנג איינער א היימישער מיט וועם אדורכשמועסן די ענינים, איינמאל ווען כאב שוין גענומען די גאטס צוצוגיין צו א גאר חשוב'ן אארויפגעקוקטן איד האט ער מיר געזאגט אז קשיות קומען צוליב פגם הברית... א מין תירוץ.
קווארטיןמשכילדי האסט אין היינטיגען דור אזא מין אמונה דאקטאר דא אין אמעריקע ?י
קוק דיך ארום, יגעת ומצאת, ס'איז ב"ה לא אלמן ישראל, ס'איז נאך דא גענוג ערליכע אידן יר"ש, ריזיגע תלמידי חכמים, וואס זענען לן בעומקן של הלכה. מ'דארף נאר האבן אביסל קאראזש צו-צוגיין. אין טאמער יענער וויל זיך נישט אריינלאזן אין די דיסוקסיעס, וועט ער דיך זיכער רעקאמענדן א צווייטן, כ'ווייס פון פעלער וואס אזעלעכעס האט שוין פאסירט נאר כ'קען נישט שרייבן קיין פרטים, סאו חזק ואמץ.
איך האב געהערט אז ר' שמעון זאב מייזליש שליט"א האט דעם שב"ק אין זיין ביהמ"ד געהאלטן עטליכע פייערדיגע דרשות בעניני אמונה, געפינט זיך דא איינער וואס איז דארט געווען וואס קען עפעס איבערגעבן
שרייבערגעפינט זיך דא איינער וואס איז דארט געווען וואס קען עפעס איבערגעבן?
דאס קען פירן צו גילוי ה"י.
ר' דאט טייערע, אנטשולדיגט פארן נישט פארשטיין דיינע ווערטער, אבער נאכאמאל "דער" חת"ס קומט נישט אריין דא, אנלעסס דו ווילסט זאגן אז אריינגעפאלן א אינטערנעט אין טאש אדער אין אפיס, הייסט אז ס'פאלט גראד אדער אפי' שפעטער אריין שאלות אין עניני אמונה, אפי' מיט א פילטער, דאן גיי איך טאקע שוין פאלגן די רבנים און פארמאכן דעם אינטערנעט, נישט סתם פארמאכן נאר סילן, כ'גלויב נישט אז דער רבש"ע וויל דאס, אפי' מ'עט דערלייגן געלט, זאל זיין "תמות נפשי עם פלשתים".
בנוגע וואס אנדערע פרעגן וועם מ'זאל פרעגן אויב ס'ווערט נולד א קושיא, וויל איך קלארער ארויסברענגען, איך רעד דייקא ווען ס'פאלט עמיצן איין א קושיא, דוגמת פון וואס דער הייליגער חת"ס רעדט, אויף אזעלעכע קושיות איז דא גענוג אידן ת"ח, און כ'מיין דייקא נישט קיין פערזענליכקייטן, נאר פון די ערליכע "הצנע לכת אידן", וואסיז ב"ה דא א סך פון זיי, אבער ליידער זיי לאזט מען אין די לופט, זיי זאל מען פרעגן. דאט, כאב מורא אז דו האסט געפרעגט א "פערזענליכקייט". אני הצעיר איז מיר אמאל עפעס שווער געווארן, האבעך זיך נישט געשעמט און געפרעגט מיין'ס א שוואגער, א ת"ח, און ער האט מיר גראד געענטפערט, פורצופאל פון א גמרא, ווידער אויב איינער האט זיך ערנסט פארפלאנטערט אין עניני אמונה, דארט ווייסעך נישט, און כ'האף כעל נישט אנקומען דערצו.