☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » אשכול אן א טיטל #14752

אשכול אן א טיטל #14752

298 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14752
בלאט: 1 2 3 4 5 6

אלגעמיין » מאנטאג אוגוסט 9, 2021 4:26 pm

· #479238
שבעים לשון
און א בירור פון הרב הארפענעס איבער די נושא

גוט. יעצט ברענג אהער אלע קול קורא'ס, שו"ת, דרשות און פאשקעווילן וואס מ'האט פאברעצירט ביים וויליאמסבורג'ער עירוב מערכה
און מוועל מיר זעהן אויב ס'איז דא אויך דא א מקום להחמיר ביים זמן לשיטת ר"ת למען כבוד/שיטת רבינו...

להלכה » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 12:53 am

· #479278
שבעים לשון
און א בירור פון הרב הארפענעס איבער די נושא

אנשולדיג איר האט פארגעסען אריינצולייגן די סוף פון די תשובה ווי ער ענדיג מיט דברי המשנ''ב בסימן תסח בביאור הלכה מהו נקרא קהלה

צפור בודד » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 2:31 am

· #479280
שבעים לשון
און א בירור פון הרב הארפענעס איבער די נושא
וואס איז דען א בירור און א תשובה קעגן א חלום פון קראזער רב?

Sent from my SM-G981B using Tapatalk

א חסיד פון ווילנא » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 11:28 am

· #479306
שבעים לשון
און א בירור פון הרב הארפענעס איבער די נושא

ער זאגט קלאר אז ער רעדט פון עיירות גדולות מיט כמה ביהמ"ד ווי וויליאמסבורג, ב"פ מאנסי

נישט פון קר"י אדער סקווער לשיטתם אז עס איז א אייגענע שטאדט

א חסיד פון ווילנא » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 11:49 am

· #479308
דרך אגב, קרית יואל איז די איינציגסטע שטאדט אין די וועלט וואס איז אויפגעשטעלט געווארן דורך א קהלה ווי

צענדליגער חסידותער האבן ביהמ"ד פאר זייער חסידות

אדמורים ורבנים קומען אין שטאדט פירן טישן, נעמן קוויטלעך און פראאווען געהעריג רביסטעווע

ביים ביה"ח אין קר"י קומען די אלע אדמורים ווי רבי'ס ביי זיך אינדערהיים, נעמן קוויטלעך וכדומה

אפילו רז"ל וואס איז במחלוקות מיט די לידערשיפ אין קר"י טוט די אלע אויבן דערמאנטע זאכן, כ"ו אב עפענט מען נאר פאר אים א עקסטערע אריינגאנג און ברענגט זיין גאנצע ארמיי און נעמט איבער דעם ציון פונקט ווי מהר"א אפאר שעה פארדעם, (איך גלייב אז פארקערט וואלט מהר"א אפשר געקענט גיין צום ציון ווי יעדער איד און אפשר דאס אויך נישט) מיט די פילע הילף פון די ווילעדזש און פובליק סעיפטי

נישט אין סקווער, טאש, גיבערס איז דא די ווערטשאפט

םקלונער רבי קומט יעדעס יאר זומער קיין קר"י, פירט ריזיגע טישן אין זאלן וואס באלאנגט פאר די קהלה, ובפרט די יום הצלה, פארוואס גייט ער נישט אין די קאנטרי ווי זיין טאטע פלעגט גיין, אדער קויפן א קאנטרי, פארוואס גייט ער נישט אויף מאנסי, לעיקוואד? ווייל אין קר"י נעמט מען אים די שענסטע אויף

איין זאך פארלאנגט צד מהר"א וואס זענן בעה"ב און רוב התושבים, מ' זאל זיי איבערלאזן די תורהדיגע אטאריטעיט, און פאר דעים באשמוצט מען זיי אזוי?

אישתישבי » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 12:06 pm

· #479311
גורמים המעורים בפרטי הסכסוך אמרו ל'בחדרי חרדים' כי האדמו"ר אכן שלח שליחים כדי לבקש שיקפידו על זמן רבנו תם, כהוראות דודו זצ"ל, וחסידי ויז'ניץ ויליאמסבורג הסכימו לבקשת האדמו"ר מסאטמר. אך אז, בדקה האחרונה, השליחים העלו עוד כמה דרישות, ובתגובה ביטלו החסידים את ההתחייבויות

וואס נאך האבן זיי געוואלט?

אלגעמיין » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 5:13 pm

· #479343
אויב דו פרעגסט איז די ענטפער קלאר אז: ניין.
כ'זעה דו הערסט נישט אויף איבערקייען דעם שקר'דיגער שאלה/געדאנק לעצטענס. זאג דיין ציל/אגענדע און מ'וועל מיר דיר ארויסהעלפן מיט וואס מעגליך...

דעם רבי'ס ציל איז קלאר געווען אז ערליכע חסידישע אידן מיט די השקפה לשיטת הויואל משה זאלן האבן אן ערליך/אפגעזונדערט מקום.
ער האט טאקע נישט געהאט קיין פראבלעם מיט בתי מדרשים פון אנדערע קהילות מיט זיין השקפה אבער בתי חינוך יא. (גיי מאך ריסערטש אויב ס'איז נייעס פאר דיר),
ער וואלט געהאט אסאך א גרינגער פעלד צו בוען א שטעטל נעבן מאנסי וואס האט שוין געהאט מערערע בנינים לצרכי ציבור ווי אנהייבן פון דאסניי און זיך רייסן מיט שכנים.

א חסיד פון ווילנא » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 5:46 pm

· #479344
[ציטאט אראפגענומען]

יא אבער מהר"א וואלט געהאט גענוג וועגן צו אפהאלטן אדמורים פון קומען פראווען ראביסטעווע (לדעתי וואט די רבי ז"ל דאס נישט געוואלט)

איך האב געוואלט ארויסברענגעו אז אין קר"י לאזט מען אסאך מער ווי ערגעץ אנדערש, און זיי זענען נאך די טעראריסטן?

אלגעמיין » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 6:43 pm

· #479358
[ציטאט אראפגענומען]

נישט קלאר איבער דיין ערשטן העלפט ענטפער. קומסט אריין צומישט.
איך האב זיך באצויגן צום חלק פונעם רבין'ס רצון לגבי בויען זיין שטעטל און פאר וועלכע סארט איינוואוינער.
פון צוגעברענגטן אויסגאבע זעה איך אז דער יעקישער איד האט געדארפט זיין מיט די שיטה און קען דאווענען שב"ק אינדערפרי נישט אחר סו"ז תפילה ווי די חסידים.
גארנישט צוטאן מיטן זמן ר"ת מוצ"ש אדער עפענען א ביהמ"ד פאר אן אגודית'טיש געשטימטער קרייז אדער עפענען א מוסדות ווי מ'וועט לערנען חומש מיט די מיידליך.

אלע צוזאמען » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 6:47 pm

· #479359
[ציטאט אראפגענומען]

די צעטל דארף צו ענדיגן די גאנצע דיסקוסיע דא, און אויב די מעשה איז אמת, דאן האט וויזניץ די פולע רעכט צו דאווענען ווען זיי ווילן, טאקע פון די גרינדער פונעם שטעטל.

nespresso » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 6:57 pm

· #479361
ר' אהרן וואלט געקענט זאגן פאר זיי די ערשטע מינוט ווען זיי זענען געקומען אז זיי זאלן נישט קומען, נאכן דארט זיין א יאר, געבויט בנינים מאכט נישט קיין סענס.

אלגעמיין » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 7:09 pm

· #479364
וויזניץ-וומ"ס איז געווען בעפאר דעם אדורכרעדן/נעמען רשות אהערצוברענגען אך ורק א ישיבה גדולה. יעצט רעדט מען פון א קהילה ובתי חינוך וכו'.

אגב, זענען זיי שוין געווען אין קאנטראקט אויף א בנין אויך נאר פאר א ישי"ג אין עלענוויל נ.י. און עס איז געקומען א באפעל פונעם ברודער אין קיימישע אפצוטרעטן ווייל דאס איז אין זיינע גלילות, וכן עשה. מ'רעדט דא פון א האלבע שעה דרייוו פון קיימישע, נישט אינעם בעק יארד.

דאן האבן זיי פראבירט אין עירמאנט און אויך אין סאפערן נ.י. און דאס זעלביגע איז געקומען פונעם מאנסי קהילה. עכ"פ גלילות איז דארט א ווארימע נושא.

moneyminded » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 7:26 pm

· #479369
[ציטאט אראפגענומען]

וועם פונקטליך האט מען געסטראשעט צו קענען קומען פירן טיש אין קרית יואל?

אגב עס איז באקאנט און עטליכע בני בית ביי טאהש'ע רבי האבן עס מיר קלאר מודה געווען אז טאהש'ע רבי איז געווען דערקעגן פון עפענען א טאהש'ע בית המדרש אין קרית יואל , עס איז געוועןדי ערשטע פרעמדע קהילה אין קרית יואל אויסער סאטמאר צו עפענען א בית המדרש אין קרית יואל

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

nespresso » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 7:37 pm

· #479371
אלגעמיין
nespresso
ר' אהרן וואלט געקענט זאגן פאר זיי די ערשטע מינוט ווען זיי זענען געקומען אז זיי זאלן נישט קומען, נאכן דארט זיין א יאר געבויט בנינים מאכט נישט קיין סענס

וויזניץ-וומ"ס איז געווען בעפאר דעם אדורכרעדן/נעמען רשות אהער צו ברענגן אך ורק א ישיבה גדולה. יעצט רעדט מען פון א קהילה ובתי חינוך וכו'
אגב, זענען זיי שוין געווען אין קאנטראקט אויף א בנין אויך נאר פאר א ישי"ג אין עלענוויל נ.י. און עס איז געקומען א באפעל פונעם ברידער
אין קיימישע אפצוטרעטן ווייל דאס איז אין זיינע גלילות וכן עשה. מ'רעדט דא פון א האלבע שעה דרייוו פון קיימישע, נישט אינעם בעק יארד.
דאן האבן זיי פראבירט אין עירמאנט און אויך אין סאפערען נ.י. און דאס זעלביגע איז געקומען פונעם מאנסי קהילה. עכ"פ גלילות איז דארט א ווארימע נושא.
פון ווי נעמסטו דעס ? להד"ם
זיי האבן געטראכט פון אנדערע זאכן בכלל א נייע יושב די ברידער האבן געבעטן צו ווארטן ווי לאנג האדמור מירושלים איז מסודר אין לעקוויאד

Sent from my SM-A015V using Tapatalk

אלגעמיין » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 9:00 pm

· #479382
[ציטאט אראפגענומען]

ס"ה זעה איך דא אזוי:
תו"א געוואלט קומען; געבעטן רשות און נישט באקומען; געסטראשעט די בחורים גייען שטערן;
למעשה האט ער געפירט; איין זאך פעלט צו די בחורים האבן געשטערט?!
און די פארקויפסט דאס נאך ווייטער...

אלגעמיין » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 9:05 pm

· #479384
[ציטאט אראפגענומען]

איך זעה אז ער האט געדארפט זיין "מיט די שיטה", "שערן די האר", און קען מאכן א פריע שחרית מנין שבת אינדערפרי.
און די זעסט דא אז ער מעג עפענען א ביהמ"ד, בית חינוך פאר די ערליכע אגודה קרייזן און בית יעקב מיידלעך עז-לאנג-עז ער איז א ערליכע איד למיניהם. איך הער 🙄

אלגעמיין » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 9:20 pm

· #479388
די פלא איז נאר ווי דער רבי האט בשום אופן נישט געלאזט אנדערע וויליאמסבורג'ער קהילות מאכן אן עירוב לפי פסק רבני קהילתם, נישטא קיין שום סמך להקל מקרב צו זיין ערליכע אידן...און זיי מאכן באקוועם לויט זייערע שיטות...
נאר אדרבה, פלאשען מיליאנען פאר פאשקאווילן, עצרת'ן, מחאות אין די גאסן, טערארזירן גדולי ישראל, נאכשרייען און שלאגן מענער און פרויען אין די גאסן פאר זיך פירן לויט זייער רב'ס פסק. (ניין נישט אין ק"י נאר ביי אונז אין רביןס שטאט וומ"ס)
און דאס איז ביי אן ענין וואס ס'איז נישט דא קיין שום אפיציעלע פסק פונעם רבין בכתב/בע"פ נאר איש-מפי-איש און דא ביים זמן ר"ת ווי ער האט ארומגעארבעט, געשריבן און געמאנט דערויף איז פלוצלינג וויכטיג מיקל צו זיין.

אלגעמיין » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 9:35 pm

· #479389
[ציטאט אראפגענומען]

געניג אלט צו געדעקן אז להד"ם.
דער תו"א איז פון שטענדיג אן געקומען קיין ק"י און די ערשטע סטאפ איז געווען ביים שטאט'ס-רב אין שטוב.
יא, ס'איז נישט אייביג געווען אויף די איצטיגע בחינה צוליב דער הויפט פינאנצירער פון די קהילה/מוסדות איז געווען ... און ווייל דער בר"מ ז"ל האט ענדערשט געשטיצט תוא"י.
אבער דאס האט זיך גענצליך געטוישט פון ווען עטס האטס אים מבזה און שופך דם געווען אין די גאסן כאחד הריקים ביי די נידריגע פרשה פון גולובנציץ אין בית שמש
ווייל ער ווי נאך אנדערע רבנים האבן געהאט די חוצפה צו זאגן זייער דעת תורה וואס האט נישט געשטימט מיט ענקערע פירער'ס אגענדע און טאשן...
(די אלע זאכן ווערט סייווי נישט גערעכנט פאר טעראר נאר ווען ק"י טוט דאס...ברוך שכוונתי)

גאנצל » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 10:01 pm

· #479393
אפגעזען וואס די הלכה זאגט איז דער אקט א פארשעמענדן אקט

דאס אריינגיין צו יענעם אין שטעיטל אריינגיין אין א מקום ווי יעדער פירט זיך מיט שיטת ר"ת און ער רוקט זיך אן מיט עזות זאגן ס'איז טאקע ענקער שטעיטל אבער איך וועל טון וואס איך וויל כנגד דעת רבם ומאורם זצל איז א פרעכהייט און א עקל שאין כמוהו

ר' יצחק יוחנן מיר זענען שאקירט פון אייך

וואגן זאל איינער עס טון פאר אים אזוינס אדער פאר זיין ברודער אים קיימישע

מה דעלך סאני

איי פארוואס די היפערקיטישע זאליס שטעלן זיך צו און פארקוקן פון דעם חוצפה אה דאס איז נישט קיין קשיא דאס איז דאך די דעפענישן פון די אנטי שוין יארן

סאדאם חוסעין » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 10:14 pm

· #479395
ביידעוועי בין איך נייגעריג,
די רבי האט נישט געלאזט טראגן מיטן עירוב אין וומ"ס ווייל עס איז נישט דא קיין מרא דאתרא.

איז אמת אז די זאליס טראגן נישט אין בלומינגראוו,. ווייל לשיטתם איז דאך דאס נישט קיין גלילות?

moneyminded » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 10:47 pm

· #479404
nespresso
אלגעמיין
nespresso
ר' אהרן וואלט געקענט זאגן פאר זיי די ערשטע מינוט ווען זיי זענען געקומען אז זיי זאלן נישט קומען, נאכן דארט זיין א יאר געבויט בנינים מאכט נישט קיין סענס

וויזניץ-וומ"ס איז געווען בעפאר דעם אדורכרעדן/נעמען רשות אהער צו ברענגן אך ורק א ישיבה גדולה. יעצט רעדט מען פון א קהילה ובתי חינוך וכו'
אגב, זענען זיי שוין געווען אין קאנטראקט אויף א בנין אויך נאר פאר א ישי"ג אין עלענוויל נ.י. און עס איז געקומען א באפעל פונעם ברידער
אין קיימישע אפצוטרעטן ווייל דאס איז אין זיינע גלילות וכן עשה. מ'רעדט דא פון א האלבע שעה דרייוו פון קיימישע, נישט אינעם בעק יארד.
דאן האבן זיי פראבירט אין עירמאנט און אויך אין סאפערען נ.י. און דאס זעלביגע איז געקומען פונעם מאנסי קהילה. עכ"פ גלילות איז דארט א ווארימע נושא.
פון ווי נעמסטו דעס ? להד"ם
זיי האבן געטראכט פון אנדערע זאכן בכלל א נייע יושב די ברידער האבן געבעטן צו ווארטן ווי לאנג האדמור מירושלים איז מסודר אין לעקוויאד

Sent from my SM-A015V using Tapatalk
איך האב מיטגעהאלטען ערשט האנטיג , קיין סך פרטים קען איך נישט שרייבן, אבער סאיז געווען ידוע, בערך 3 יאר צוריק האבן זיי געוואלט אפקויפן אלע ליידיגע נייע הייזער אין בלומינגבורג פונעם דעמאלסדיגן דעוועלעפער אבער מהרי"י האט זיך געבעטן אוועקצושטיין

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

moneyminded » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 10:49 pm

· #479405
[ציטאט אראפגענומען]
לא דובים ולא יער, והא ראיה אז זינט דאן איז ער ניטאמאל געקומען נאכאמאל, קיינער האט אים קיינמאל געשטערט, אויסגעזויגן פון פינגער א פרישע טשאדעלע באדעלע

איך געדענק זייער גוט יענע שבת

וואסער » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 11:07 pm

· #479413
[ציטאט אראפגענומען]

וועלכע ביכל איז דאס?
📎 IMG_20210810_174808_345.jpg

nespresso » מיטוואך אוגוסט 11, 2021 12:00 am

· #479426
וואס איז זיכער אז די געווינער דא איז סקווירא וואס יעדער האט אנגעקוקט נאריש ביי זייער מייל קאמפיין און יעצט העלפט זיי אהרן ארויס מיט זיינע הלכות גלילות

אישתישבי » מיטוואך אוגוסט 11, 2021 1:00 pm

· #479473
באלט וועט ר' אהרן טענה'ן אז סקווירא איז אויך אין די גלילות פין קרית יואל.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך אוגוסט 11, 2021 1:07 pm

· #479474
אויב סקווירא איז אין די גלילות פון קרית יואל איז דאך קרית יואל אויך אין די גלילות פון סקווירא און קרית יואל איז כפוף תחת הנהגתו הרמה של דוד מלך סקווירא ווייל זיי זענען געווען פריער.

וואלווי » מיטוואך אוגוסט 11, 2021 1:14 pm

· #479476
רביה''ק זי''ע
אויב סקווירא איז אין די גלילות פון קרית יואל איז דאך קרית יואל אויך אין די גלילות פון סקווירא און קרית יואל איז כפוף תחת הנהגתו הרמה של דוד מלך סקווירא ווייל זיי זענען געווען פריער.

און זיי ביידע זענען אין די גלילות פון ויזניץ מאנסי וואס איז אין די גלילות פון בית מדרש עליון פון ר' שרגא פייוול וואס האט זיך געפרייעט ווען די יו ען האט געגעבן די היתר פאר מדינת ישראל און האט געהאלטן שיטת הגאונים...

יתרו » מיטוואך אוגוסט 11, 2021 1:15 pm

· #479477
די גאנצע ענין פון גלילות איז א אונגארישע זאך די רוסישע האבן נישט גורס געווען די גאנצע נושא. כאפט א בליק און אלע תשובות פון גלילות איז עס אדער פון גאליציע אדער פון אונגארן. פארוואס ווייס איך נישט.

יתרו » מיטוואך אוגוסט 11, 2021 1:18 pm

· #479478
גאנצל
אפגעזען וואס די הלכה זאגט איז דער אקט א פארשעמענדן אקט

דאס אריינגיין צו יענעם אין שטעיטל אריינגיין אין א מקום ווי יעדער פירט זיך מיט שיטת ר"ת און ער רוקט זיך אן מיט עזות זאגן ס'איז טאקע ענקער שטעיטל אבער איך וועל טון וואס איך וויל כנגד דעת רבם ומאורם זצל איז א פרעכהייט און א עקל שאין כמוהו

ר' יצחק יוחנן מיר זענען שאקירט פון אייך

וואגן זאל איינער עס טון פאר אים אזוינס אדער פאר זיין ברודער אים קיימישע

מה דעלך סאני

איי פארוואס די היפערקיטישע זאליס שטעלן זיך צו און פארקוקן פון דעם חוצפה אה דאס איז נישט קיין קשיא דאס איז דאך די דעפענישן פון די אנטי שוין יארן

איך בין נישט קיין סאטמערער און אויך נישט קיין ווישניצער קוים וואס איך בין א איד, אבער דיין תגובה איז אנבעליוועבעל, איינער מיט צוטריט צו אינטערנעט זאל רעדן אזאלעכע שטותים איז א בושה אויפן אינטערנעט.

לאמיר זאגן » מיטוואך אוגוסט 11, 2021 1:37 pm

· #479486
ר' זעקל
מפיל קינד
ר' זעקל, רביה"ק זי"ע האט נישט קיין שייכות מיט בלומינגראוו, נישט קיין חילוק וויפיל סאטמארע אידן ס'ווואוינען דארט.

פונקט ווי אין דזשערזי סיטי האט די שטאט גארנישט מיט סאטמאר, אפי' רוב סאטמאר וואוינען דארט. זיי האבן א מרא דאתרא ר' מנשה מאיער וואס באשליסט אלעס.

רביה'ק איז געווען מרא דאתרא פון קרית יואל והגלילות, אפילו די זאליס האבן געארבעט שווער ארויסצורייסן די הלכה פון גלילות, ווערט עס בכלל נישט אפגעפרעגט.

איך קען נישט די מציאות פון דזשערסי סיטי, אבער אויב ווען עס גייט ווערן א מסודר'דיגע שטאט אין אלע אידן פון דארט גייען זיך פירן ווי אין סאטמאר לגבי די זמן, און נאכדעם גייען קומען וויזניצע אידן אין עפענען א ביהמ'ד אין וועלן איינפירן זייער זמן, ליגט אויף ר' מנשה מאיער זיך צו שטעלן דערקעגן און עס נישט צולאזן.

איז דא אן 'הלכה' פון גלילות? בכלל, אפשר קומסטו אריין בהרחבת דברים ובטוב טעם ודעת מסביר זיין וואס דער באדייט פון גלילות איז, און וויאזוי דאס ווערט באשטימט?

לאמיר זאגן » מיטוואך אוגוסט 11, 2021 1:39 pm

· #479488
שמעתי פון א מקור מוסמך, עטליעסט פאר מיר, אז סאטמאר רבי זי"ע האט אנגעהויבן מיט'ן שטעטל, האט ער זיך געוואנדן צו רבנים און אדמורים פון פארשידענע קרייזן, אז זיי זאלן עפענען שטיבלעך אין ק"י.

יתרו » מיטוואך אוגוסט 11, 2021 1:48 pm

· #479495
די גאנצע טענה'ריי דא איז שלא מן הענין איך מיין אז יעדער נארמאלע מענטש וואס איז נישט פארמישט אין די חזעריי פארשטייט אליינס אז דאס האט גארנישט מיט גאט און זיין תורה, עס איז ריין קינדיש קטנות, קאנטראל פריק וכו', איך זאג נישט אז דער וויזיניצער מיינט יא לשם שמים, נאר כל היא דרכה של מחלמות יענער שלעפט דיך אראפ צו זיין דרגא.
הערטס ענק אויף צו טענה'נן אויף די גלילות אישו, עס איז נישט רעלעוואנט, אז איר זיכט זיך צו טענעהן צייגט מיר איבער אז די וועלט איז רונדיכיג.

צפרדע » מיטוואך אוגוסט 11, 2021 9:54 pm

· #479526
גאנצל
אפגעזען וואס די הלכה זאגט איז דער אקט א פארשעמענדן אקט

דאס אריינגיין צו יענעם אין שטעיטל אריינגיין אין א מקום ווי יעדער פירט זיך מיט שיטת ר"ת און ער רוקט זיך אן מיט עזות זאגן ס'איז טאקע ענקער שטעיטל אבער איך וועל טון וואס איך וויל כנגד דעת רבם ומאורם זצל איז א פרעכהייט און א עקל שאין כמוהו

ר' יצחק יוחנן מיר זענען שאקירט פון אייך

וואגן זאל איינער עס טון פאר אים אזוינס אדער פאר זיין ברודער אים קיימישע

מה דעלך סאני

איי פארוואס די היפערקיטישע זאליס שטעלן זיך צו און פארקוקן פון דעם חוצפה אה דאס איז נישט קיין קשיא דאס איז דאך די דעפענישן פון די אנטי שוין יארן

האלא האלא, איך זעה איר זענט זייער אנגעווייטיגט,
שטאטליך שטאטליך, שרייבסט: ר' יצחק יוחנן רוקט זיך 'אן מיט עזות' און זאגט 'ס'איז טאקע ענקער שטעיטל' און 'איך וועל טון וואס איך וויל כנגד דעת רבם ומאורם זצ"ל'
ר' איד, קודם איך זעה אז דו האלסט אז דארט ווי ער האט געקויפט איז די שטעטל.. אקיי ביסט נישט דער אייציגסטער וואס האלט אזוי.. אבער פאקט איז אז ס'איז נישט אין שטעטל.
לייגסט אראפ ווי יצחק יוחנן פייפט'זיך אן קעגן די 'דעת רבם..' ער פייפט זיך ס"ה אן אויף איין רבי וואס ער איז בכלל נישט מחיוב אויסצוהערן (אגם ער וואלט זיך לכאו' נישט געזיכט דאס, אבער וואס קען מען טוהן זעהט אויס אז ס'דא א סיבה פארוואס מען דארף זיך דערווייטערן פון בעלי מחלו' מער ווי א מייל..).
מה דילך סאני זאגסטו?!
דו האלסט עכט אז ער אדער איינע פון זיינע ברודער וואלטן אזוי געטוהן? כ'מיין זיי דיר מסביר פארוואס דו האלסט אזוי.

אלגעמיין » מיטוואך אוגוסט 11, 2021 10:58 pm

· #479529
צפרדע

שוין גערעדט דערפון לעיל

אלגעמיין
nespresso
ר' אהרן וואלט געקענט זאגן פאר זיי די ערשטע מינוט ווען זיי זענען געקומען אז זיי זאלן נישט קומען, נאכן דארט זיין א יאר געבויט בנינים מאכט נישט קיין סענס

וויזניץ-וומ"ס איז געווען בעפאר דעם אדורכרעדן/נעמען רשות אהער צו ברענגן אך ורק א ישיבה גדולה. יעצט רעדט מען פון א קהילה ובתי חינוך וכו'
אגב, זענען זיי שוין געווען אין קאנטראקט אויף א בנין אויך נאר פאר א ישי"ג אין עלענוויל נ.י. און עס איז געקומען א באפעל פונעם ברידער
אין קיימישע אפצוטרעטן ווייל דאס איז אין זיינע גלילות וכן עשה. מ'רעדט דא פון א האלבע שעה דרייוו פון קיימישע, נישט אינעם בעק יארד.
דאן האבן זיי פראבירט אין עירמאנט און אויך אין סאפערען נ.י. און דאס זעלביגע איז געקומען פונעם מאנסי קהילה. עכ"פ גלילות איז דארט א ווארימע נושא.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 12, 2021 4:37 pm

· #479585
אלגעמיין: מ'וועט דארפן אויפמאכן אן עקסטער אשכול איבער די סוגיא פון גלילות. און די כח פון א מרא דאתרא איבער גלילות. און ווי ווייט ס'גייט. און אלע הלכה'דיגע און פינאנציעלע אימפליקאציעס...!
אבער ס'האט דא מיט גארנישט אהער. ווייל קרית יואל און די געגנטער ארום איז ..."באתריה דמר"...! קעיס קלאוז'ד.

כמו שאמרתי. מארגן וועלל איך מיך דערקלערן (ח"ו) אלס רעפארמער און קאנסערוואטיוו. און איך וועל זאגן אז מיין ראביי ערלויבט מיר צו פארן מיט א קאר אום 3 אזייגער שבת נאכמיטאג. איך בין דאך אן איינוואוינער פון קר"י... איך פאלג מיין ראביי...!

אישתישבי » פרייטאג אוגוסט 13, 2021 11:53 am

· #479646
איך מוז זאגען הדרנא בי, ר' אהרן איז גערעכט, ער איז נישט דער ערשטער וואס זאגט אז מען דארף האלטען דער מנהג המקום בנוגע ר"ת אלץ חומרי המקום שיצא משם. דער גרויסער הייליגער קלויזענבערגער רבי זצ"ל, וואס כידוע האלט פין אים ר' אהרן גאר שטארק, זאגט ממש ווארט נאך ווארט פין ר' אהרן, ממש רוח נבואה נזרקה לתוך פיו פין דער קלז"ב זצ"ל וואס זאגט נאך ר' אהרן ממש.

זעהט און איבערצייגט אייך אליין.
📎 Klauz1.PNG

אישתישבי » פרייטאג אוגוסט 13, 2021 11:53 am

· #479647
.
📎 Klauz2.PNG

צעיר בישראל » פרייטאג אוגוסט 13, 2021 12:33 pm

· #479651
כפארשטיי נישט, מדינגט זיך נישט איבער קרית צאנז, סטריקלי איבער שטחים ארום! ווי רעדט דער קלויזענבורגער רב זק"ל פון שטחים ארום קרית צאנז???

אישתישבי » פרייטאג אוגוסט 13, 2021 1:23 pm

· #479653
ווייל טאמער זאל קלז"ב רבי רעדען וועגען גלילות, איז ער אין די גלילות פין נתניה, און ער איז משועבד צו זיי.

ווארט נאר ביז קאשוי טענה'ט אז קרית יואל איז אין זיינע גלילות.

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 15, 2021 2:38 am

· #479679
אישתישבי: דאמאלס באשטעל איך שוין דעם מאווינג טראק. גענוג מיין רעבין'ס משוגעת'ן. נאך די צודרייטע קאשויער אויך פאלגן...!

שמעון וואלף » דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:04 am

· #479882
moneyminded
[ציטאט אראפגענומען]

וועם פונקטליך האט מען געסטראשעט צו קענען קומען פירן טיש אין קרית יואל?

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

עפעס שפילט מיר אין זכרון פון א רב וואס איז געקומען מאכן א טיי אווענט און מר"א האט געהאלטן א דרשה ער זאל נישט קומען. צום סוף האט מען יענעם ארויסגעפירט מיט א קוקיס טראק.
Rings a bell?

שמעון וואלף » דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:07 am

· #479883
פאריגע דאנערשטאג בין איך געווען ביים מנחה עריע (אויך בגלילות קר"י, לכאורה) און ס'האט זיך געשטעלט מניני מעריב פופציג מינוט נאכ'ן שקיעה.

איינער דארף מעורר זיין מר"א, אפשר עמיר זוכה זיין צו נאך א דרשה.

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 17, 2021 7:13 am

· #479888
אישתישבי
ווייל טאמער זאל קלז"ב רבי רעדען וועגען גלילות, איז ער אין די גלילות פין נתניה, און ער איז משועבד צו זיי.

ווארט נאר ביז קאשוי טענה'ט אז קרית יואל איז אין זיינע גלילות.

אישתישבי: איז דאך אבער דא דאס באקאנטע ווארט פון הרה"ק מ'קלויזנבורג, זי"ע...בלשון קדשו..."מ'וועט נישט זאגן אז קרית צאנז איז אין נתניה. נאר נתניה איז אין קרית צאנז"...!

א חסיד פון ווילנא » דינסטאג אוגוסט 17, 2021 6:17 pm

· #479954
שמעון וואלף
moneyminded
[ציטאט אראפגענומען]

עפעס שפילט מיר אין זכרון פון א רב וואס איז געקומען מאכן א טיי אווענט און מר"א האט געהאלטן א דרשה ער זאל נישט קומען. צום סוף האט מען יענעם ארויסגעפירט מיט א קוקיס טראק.
Rings a bell?

די ווייסט גאנץ גוט וואס די מעשה איז געווען דעמאלס (חוץ אז ביסט נאך נישט געווען געבוירן)

דער רב האט חרטה געהאט אויף די גאנצע פרשה ואכמ"ל

תפוח » דינסטאג אוגוסט 17, 2021 7:19 pm

· #479965
תפוח
ווען קען מען ערווארטן א פסק פון הג"ר געציל שליט"א מיט א הלכה'דיגער בירור דערויף? עפטער אלל איז ער דאך די דיין אין קר"י און ער האט לכאורה א מיינונג לקולא או לחומרא.

I'm betting my odds אז זיין מיינונג ווען זיין אקוראט ווי מהר"א. ווער איז מיט מיר?

וכך הווה. רוח הקודש אדער ריח הקודש?

לך לך » פרייטאג אוגוסט 20, 2021 11:54 am

· #480161
פארוואס נישט
📎 7287.jpeg

מיליאנער » פרייטאג אוגוסט 20, 2021 12:26 pm

· #480169
פעך! א רבי זאל אליינס זיין פארנומען צו קלאפן דעם ברודער איינמאל און נאכאמאל, און נאכדעם צוקנייטשן די אויגן ביי קה אכסוף, איז א גרויל! די מדות גרועות פון דעם איד איז עד להפליא.

אינטערסאנטער » פרייטאג אוגוסט 20, 2021 12:38 pm

· #480173
מיליאנער
פעך! א רבי זאל אליינס זיין פארנומען צו קלאפן דעם ברודער איינמאל און נאכאמאל, און נאכדעם צוקנייטשן די אויגן ביי קה אכסוף, איז א גרויל! די מדות גרועות פון דעם איד איז עד להפליא.

אזעלכע קוקו מענטשן די ארוינים. ווען אהרן קומט טאנצן הקפות אין א טענט אין וויליאמסבורג, אנשטאט אין זיין געווענליכע קרית יואל בית מדרש דעמאלס וואלט איך געזאגט אז ער האט איין ציל צו קלאפן זיין ברידער.

ווען רז"ל וואס האט עטליכע טויזנט אנהענגער אין קרית יואל והגלילות, איז ער דארט קיין האר נישט ווייניגער בארעכטיגט צו פירן דארט. ער איז סאטמארער רבי און קרית יואל איז די סאטמארע שטעטל ווי רז"ל איז מרא דאתרא זייענדיג דער ממלא מקום פון דער ברך משה.

שוין צייט אויפצוהערן צו דרייען א קאפ כאילו יעדעס מאל ווען ער קומט צו זיינע טויזענטער חסידים אין קרית יואל, זיכט ער דא אפצוטוהן זיין ברידער

מצפצף » פרייטאג אוגוסט 20, 2021 12:47 pm

· #480174
אינטערסאנטער

די חילוק פון די צוויי ברידער איז די זעלבע ווי טראמפ און ביידן, איינער שטויסט דיר פון פארנט און איינער פון אונטען, ודו"ק

א חסיד פון ווילנא » פרייטאג אוגוסט 20, 2021 12:50 pm

· #480175
אינטערסאנטער
מיליאנער
פעך! א רבי זאל אליינס זיין פארנומען צו קלאפן דעם ברודער איינמאל און נאכאמאל, און נאכדעם צוקנייטשן די אויגן ביי קה אכסוף, איז א גרויל! די מדות גרועות פון דעם איד איז עד להפליא.

אזעלכע קוקו מענטשן די ארוינים. ווען אהרן קומט טאנצן הקפות אין א טענט אין וויליאמסבורג, אנשטאט אין זיין געווענליכע קרית יואל בית מדרש דעמאלס וואלט איך געזאגט אז ער האט איין ציל צו קלאפן זיין ברידער.

ווען רז"ל וואס האט עטליכע טויזנט אנהענגער אין קרית יואל והגלילות, איז ער דארט קיין האר נישט ווייניגער בארעכטיגט צו פירן דארט. ער איז סאטמארער רבי און קרית יואל איז די סאטמארע שטעטל ווי רז"ל איז מרא דאתרא זייענדיג דער ממלא מקום פון דער ברך משה.

שוין צייט אויפצוהערן צו דרייען א קאפ כאילו יעדעס מאל ווען ער קומט צו זיינע טויזענטער חסידים אין קרית יואל, זיכט ער דא אפצוטוהן זיין ברידער

מהר"א האט נישט קיין מענטשן אין וומסב"ג? ער האט מער אין וומסב"ג ווי רז"ל האט אין קר"י

רז"ל קומען אין קר"י איז ווי מהר"א קומט אריין אין ראדנית ווי שוין ערקלערט אסאך מאל

אזעלכע קוקו מענטשן די זלונים
בלאט: 1 2 3 4 5 6