☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » אשכול אן א טיטל #14752

אשכול אן א טיטל #14752

298 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14752
בלאט: 1 2 3 4 5 6

פתחון פה » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 11:41 pm

· #479023
גאנצל
ווי האט סאטמאר רב שליטא געזאגט אינטערסאנט פונקט די וואס ווילן מאכן קרית יואל פאר א רשות הרבים די זעלביגע ווילן מאכן וויליאמסבורג פאר א רשות היחיד

ודברי פי חכם חן

עס שיילט זיך ארויס די ביטערקייט פון די אנטי סאטמאר רב ווי קיינמאל בעפאר
ודברי פי חכם חריין

Sent from my SM-G981U1 using Tapatalk

פתחון פה » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 11:43 pm

· #479024
בכלל פארשטיי איך נישט וואס געשעט אז א ישיבה מיט אפאר יחידים זענען ענדיגן שבת פריער אויף וועם גייט עס האבן א רושם ?

Sent from my SM-G981U1 using Tapatalk

פתחון פה » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 11:46 pm

· #479025
די ליטווישע ישיבות וואס געפונען זיך בגלילות קרית יואל לעבן אחדות קאנטרי וועם ר' אהרן האט אזוי שיין אויפגענומען אפאר וואכן צוריק האלטן אויך שבת ביז ר"ת ? האט ער דעס צו זיי אויך גערעד ?

Sent from my SM-G981U1 using Tapatalk

גאנצל » פרייטאג אוגוסט 6, 2021 12:22 am

· #479027
פתחון פה
בכלל פארשטיי איך נישט וואס געשעט אז א ישיבה מיט אפאר יחידים זענען ענדיגן שבת פריער אויף וועם גייט עס האבן א רושם ?

Sent from my SM-G981U1 using Tapatalk

זאגסט דאך אליין ווען מ'רעדט ווען נאר פון יחידים החרשתי אבער היות זייערע פלענער איז להשתקע איז יא די א הבנה מרעיש עולמות צו זיין

berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 6, 2021 6:54 am

· #479037
[ציטאט אראפגענומען]

חת"ם סופר: נו, זיכער. וואספארא פנים האט עס ווען אין סאטמאר ביהמ"ד זינגט מען נאך ה' מלך. און אינדרויסן פארן שוין יונגעלייט ארום מיט קארס און רייכערן ציגארעטלעך. ס'איז פונקט אזוי ווי אין וויזשניץ זאלל זיך טרעפן יונגעלייט וואס פארן שבת נאכמיטאג אום 3 אזייגער ארום מיט קארס און רייכערן. אויף וואס די רבי וואלט זיכער מוחה געווען...!

ווער האט געזאגט אז אידישקייט איז א דעמאקראטיע?! אז דו וואוינסט אין מאנרא האלט זיך צו די זמנים וואס מ'האלט דא...!

berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 6, 2021 7:03 am

· #479038
גאנצל
פתחון פה
בכלל פארשטיי איך נישט וואס געשעט אז א ישיבה מיט אפאר יחידים זענען ענדיגן שבת פריער אויף וועם גייט עס האבן א רושם ?

Sent from my SM-G981U1 using Tapatalk

זאגסט דאך אליין ווען מ'רעדט ווען נאר פון יחידים החרשתי אבער היות זייערע פלענער איז להשתקע איז יא די א הבנה מרעיש עולמות צו זיין

גאנצל: נאכמער. דאס עצם זעהן ארומפאהרן קארס מיט חסיד'ישע יונגעלייט ווען אין ביהמ"ד האלט מען נאך ביי ה' מלך שטערט זייער שטארק. מ'רעדט דאך דא נישט פון אמשינאווער חסידים אדער ר' מרדכי'לע מ'נדבורנה וואס זייער סדר היום איז געווען אפגערוקט פון די גאנצע וועלט מיט 2 טעג...!

מפיל קינד » פרייטאג אוגוסט 6, 2021 9:20 am

· #479045
berlbalaguleh
וואספארא פנים האט עס ווען אין סאטמאר ביהמ"ד זינגט מען נאך ה' מלך. און אינדרויסן פארן שוין יונגעלייט ארום מיט קארס און רייכערן ציגארעטלעך. ס'איז פונקט אזוי ווי אין וויזשניץ זאלל זיך טרעפן יונגעלייט וואס פארן שבת נאכמיטאג אום 3 אזייגער ארום מיט קארס און רייכערן. אויף וואס די רבי וואלט זיכער מוחה געווען...!

ווער האט געזאגט אז אידישקייט איז א דעמאקראטיע?! אז דו וואוינסט אין מאנרא האלט זיך צו די זמנים וואס מ'האלט דא...!

ווען מ'זאגט אין סאטמאר גרויסן בית המדרש ה' מלך, פארן שוין סאטמארע אויך מיט קארס...

אסאך זאכן זענען נישט בא'טעמ'ט, אבער משום איזה סיבה איז עס אלץ דער זעלבער בעל מחלוקת וואס טרעפט אלע פראבלעמען, און זיין איינציגסטער לעזונג איז אייביג צו רעדן ברבים און אריינמישן די וועלט אין זיינע פריוואטע מחלוקת. היינט איז עס סידור קידושין, נעכטן בני ברק, מארגן וויזניץ....

ביים אינגערן ברידער מאכן זיך נישט די אלע 'פראבלעמען', קען זיין ער וואלט טאקע געהאט גרעסערע טישן אויב ער וואלט געמאכט מער עקשען ווי זיין ברודער...

א חסיד פון ווילנא » פרייטאג אוגוסט 6, 2021 11:27 am

· #479055
[ציטאט אראפגענומען]

די אלע זאכן זענן געווען ווען קר"י איז געווען בשותפות די בעלות

אוודאי טוט וויי אז מ' האט דיר צוגענומען דיין בעלות,

א חסיד פון ווילנא » פרייטאג אוגוסט 6, 2021 11:29 am

· #479056
פתחון פה
בכלל פארשטיי איך נישט וואס געשעט אז א ישיבה מיט אפאר יחידים זענען ענדיגן שבת פריער אויף וועם גייט עס האבן א רושם ?

Sent from my SM-G981U1 using Tapatalk

עס ציען זיך אריין וויזניצע מענטשן דארט, די קינדער לערנען אין די קר"י מוסדות

פערינא » פרייטאג אוגוסט 6, 2021 2:15 pm

· #479071
רבי אהרן'ס חסידים זענען להבדיל ווי טראמפ פענס. זיי דארפן sensation, ער פיטערט זיין ביזנעס. יעדער שמויגער פאר זיך טויג ער. נעמץ אים נישט אזוי ערענסט. נעמטס קיינעם נישט ערענסט חוץ זיך אליין.

צפור בודד » פרייטאג אוגוסט 6, 2021 2:54 pm

· #479073
דער אראגאנץ איז אומגלויבליך און דער לאגיק לאכעדיג. פון א באבע מעשה מיט א מקווה אין אושפיצין און א חלום פון צאנזער רב איז א ראיה מכוח קל וחומר אז ער'ז מלך איבער זיינע גלילות און אנדערש איז מען א פורץ גדר.

נאך מער איז אן עקל אז ביי אים איז דער איינציקסטער יחוס פון אושפיצין אז ס'איז הונדערט מייל פון צאנז. אז ס'איז א מקום פון מיליאנען קדושים איז ביי אים נישט כדאי אפילו א דרך אגב. קיין ווארט נישט.

דער עיקר אז מ'דארף היטן 72 מינוט וואס איז "א הארבער חשש חילול שבת" און דער רבי זי"ע האט אויסגעטון זיין בעקעשע צו כשר'ן מיט זאמד. וואטס הי סמאוקינג?

Sent from my SM-G981B using Tapatalk

דער גאלדענער אדלער » פרייטאג אוגוסט 6, 2021 3:10 pm

· #479077
[ציטאט אראפגענומען]
פון נישט פארקויפן סושי אין שטעטל האסטו פארגעסן!

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

פערינא » פרייטאג אוגוסט 6, 2021 3:10 pm

· #479078
די געדאנק אז א רב קען מארקען טעריטאריע ווי א קעצי, אין פארטרייבן אנדערע חשובע אידן, שומר תורה, ווייל ער וויל זיין מושל בקיפה, מאכט מיך ברעכען. ס'איז א wakeup call און די כישוף רעדל ווי איך בין פארכאפט.

איך האב גארנישט מיט סאטמאר. נישט מיט רעכיל און נישט מיט מעכיל.

דער גאלדענער אדלער » פרייטאג אוגוסט 6, 2021 3:44 pm

· #479079
כ'פארשטיי נישט פארוואס דער עולם שטורעמט דא אזוי קעגן דעם הייליגן קרית יואל'ר רב שליט"א מרא דאתרא ד'טאון אוו פאלם טרי והגלילות, והגלילות דגלילות.

סך הכל גייט דער רב שליט"א נאך די וועגן פון זיינע אבות הקדושים ז"ל. אז ווען ס'דא א פירצה בחומת הדת מוז מען מוחה זיין בכל תוקף ועוז און אובאכט געבן אז די מחבלי הכרמים זאלן ח"ו נישט חרוב מאכן וואס די פריערדיגע האבן מיט שווייס און בלוט אוועק געשטעלט. און ווען דען אז נישט אין א טאג פון א יארצייט וואס דאן איז דער בעסטער צייט מוחה צו זיין, ווען א ריזיגער עולם קומט זיך צוזאם כאיש אחד בלב אחד.

אדרבה תורה היא וללמוד אני צריך, שיחות ת"ח צריכים לימוד, לאמיר כאפן א בליק אויף נישט אזא לאנגע צייט צוריק, און לאמיר זעהן וויאזוי זיין טאטע ז"ל דער הייליגער ברך משה האט זיך געפירט אין זיין פעטער'ס יארצייט, אין די מ'ם, נ'ן יארן ווען די שונאים און מתנגדים האבן געטוהן אלעס רח"ל אינטערצוברעכן די הנהגה פונעם הייליגן בעל ב"מ.

און ווער ס'נאך צו יונג דא צו געדענקן זאל מקיים זיין דעם שאל אביך ויגדך וזקניך ויאמר לך (אויב זיי ווילן זאגן דעם אמת) און זעהן צו אפשר איז דאס גאר א מנהג קדים ביומא דהילולא, אויסצונוצן אזאנע הייליגע מאמענטן צו בויען פעסטע מויערן ארום, כדי די מחבלי כרמים זאלן נישט קענען האבן קיין שום שליטה אויף די אידישע מלוכה און אלעס ארום.

אויב האבן זיין טאטע און למעלה בקודש אזוי זיך געפירט, דאן קען זיין א שאלה פון א נדר אויב וועט דער הייליגער מהר"א שליט"א נישט נאכטוהן. אל תיטוש תורת אמך איז עפעס אזא קלייניגקייט?! מ'קען זיך עפעס ארומשפילן דערמיט?! ס'קען זיין ס'איז אפילו ערגער פון די ג' חמורות!!

דער הייליגער מהר"א שליט"א אב"ד ד'טאון אוו פאלם טרי והגלילות והגלילות דגלילות, האט זייער גוט געטוהן! סוכ"ס איז ער דאך דער מרא דאתרא און אויך פון אלע גלילות ארום ממש ביז מאנסי ולא עד בכלל (נישט מיין געגענט) ווי ניד מאר! ואל יבוש מן המלעיגים ספעציעל פון די קאווע שטיבל לצים וואס רייסן עם אראפ! סארא חוצפה!

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

אישתישבי » פרייטאג אוגוסט 6, 2021 5:45 pm

· #479082
בדרך אגב

איז ר' מאטעלע תנצבה אויך געוועהן ענדליך צו ר' אהרן, ווען ער האט פארלאנגט אז סאטמאר זאל נישט מאכן קיין אלארם ביים זמן ערב שבת ווייל ער האלט אין מיטען דאווענען.

איינמאל אין מיטען שמונה עשרה ווען דער אלארם האט געקלינגען האט ער פארשטאפט זיינע הייליגע אויערן מיט זיינע הייליגע פינגער.

berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 6, 2021 5:53 pm

· #479083
דער גאלדענער אדלער: דו זאגסט אז נאר ביים יארצייט כ"ו אב זאגט מהר"א שליט"א וואס ער האט צו זאגן. און וואס טיטצעך מיט כ"א כסליו?! דארט מאכט ער אויך דעם חשבון הגדול מיט וועמען מ'דארף...!

מיין טענה איז, אז ער שפירט נאך דעם טעם ווען אנדערע מישן זיך אין זיינע געשעפטן. אזוי ווי ביים סקול דיסטריקט.

נאר דא איז דאך דער מצב א ביסל אנדערש. ווייל, סוכ"ס צו ארומפארן מיט קארס (סיי ווער) און רייכערן ציגארעטלעך באופן קבוע ווען אין ביהמ"ד האלט מען נאך אינמיטן זמירות שפירט זיך ווי געהעריגער חילול שבת. מארגן וועללן קומען רעפארמער און קאנסערוואטיוון (ס'נישט אז איך גלייך צו וויזשניצער חסידים צו יענע גרופס) און פארן מיט קארס שבת נאכמיטאג. זאגנדיג אז זייער ראביי האט עס מתיר געווען...!

נאך א נקודה. אויב ער (ר' אהרן) אדער סיי ווער ווילל מאריך זיין לענגער ווי דער זמן ר"ת קען ער אבער נישט האבן קיין טענות צו איינעם וואס פארט שוין ארום מיט קארס. דו קענסט שלעפן ווילאנג דו ווילסט. אבער דער זמן ר"ת איז וואס איז אנגענומען אין קר"י. דארף מען זיך האלטן צו דעם...!

סאדאם חוסעין » מוצ"ש אוגוסט 7, 2021 9:52 pm

· #479092
בדרך אגב, איינמאל האט ר' עמרם בלויא גערופן די דברי יואל, צו א פראטעסט אין ארץ ישראל קעגן די פרייע מחללי שבת,
האט אים די רבי גע'ענטפערט רוף מיר צו א פראטעסט קעגן די פרומע מחללי שבת וואס זענען מחלל שבת פארן זמן רבינו תם, דעמאלטס וועל איך מיר צושטעלן.

שמערל » מוצ"ש אוגוסט 7, 2021 10:33 pm

· #479094
אין שלחן ערוך ווערט געפסקנט אז די זמן מוצאי שבת איז ווען מען זעהט דריי שטערנס, און עס איז נישטא קיין שום חולק דערויף אין די נושאי כלים. איינער וואס דרייט א קאפ מיט א זייגער אדער זמנים איז סתם א פיסטער עם הארץ.

עס איז נאר זייער פאני ווי פונקט די וואס ביים עירוב טעראריזירן זיי א שטאט זיך אינטערצוווארפן צו א קפידה פון זייער רבי, וועלן דא פלוצלינג ווערן טאלערירנט און פארשטיין אז מען ברויך לאזן א צווייטן לעבן.

ליב צו וויסן » זונטאג אוגוסט 8, 2021 12:10 am

· #479110
מיינע 2 סענט.. (דיסקלעימער.. כ'האב נישט געהערט די דרשה)

1. על דאטפת אטפוך, ס'איז אינטערסאנט צו זעהן ווי וויזשניץ באקומט דאס וואס זיי האבן געגעבן טועם צו זיין פאר אנדערע.

2. אין תנ"ך איז פאראן צענדליגער מאל ווי מען רעדט פון מקרב זיין פרעמדע (אפגערעדט פון ואהבת לרעך כמוך וכד), און אפילו איינמאל נישט אז פאר 72 איז נאך שבת...
האט אזוי פאסירט, אז צווישן 6500 סאטמארע משפחות האט אריינגעמופט 5 צו 10 וויזשניצע משפחות.. איז אנשטאטס דער אדמו"ר זאל אויפפאדערן די חסידים זיי מקרב זיין, מאכן פילן היימיש און זעהן אז זיי זאלן שפירן באקוועם (און מיט די Disagreements העכסטנס דיעלן דירעקט מיט זייער רבי'ן..), צינדט ער אן די אש המחלוקת, מישט אריין אלע זיינע חסידים און בחורים דערין, און יאללאה.. זיין אייבישטער טאנצט פון פרייד.

איין ווארט: עקלהאפטיג!!

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 8, 2021 2:12 am

· #479118
שמערל
אין שלחן ערוך ווערט געפסקנט אז די זמן מוצאי שבת איז ווען מען זעהט דריי שטערנס, און עס איז נישטא קיין שום חולק דערויף אין די נושאי כלים. איינער וואס דרייט א קאפ מיט א זייגער אדער זמנים איז סתם א פיסטער עם הארץ.

עס איז נאר זייער פאני ווי פונקט די וואס ביים עירוב טעראריזירן זיי א שטאט זיך אינטערצוווארפן צו א קפידה פון זייער רבי, וועלן דא פלוצלינג ווערן טאלערירנט און פארשטיין אז מען ברויך לאזן א צווייטן לעבן.

שמערל: ס'איז די קלאסישע מעשה פון די 2 בערעלעך. אדער דער ענין פון ..."דעם רבינ'ס קוה"...!
ומעשה שהיה כך היה. ס'גייען 2 אידן אויף די גאס שפאצירן. אינמיטן קומט איינער און איז מבשר די בשורה לא מרנינה אז ר' יאסל איצקאוויטש'ס זון בערעלע איז געקראכן אויף א בוים און ער איז אראפגעפאללן און ר'האטציך, ל"ע צובראכן א פוס. נעמט זיך ר' יאסל יאמערן און קלאגן און ברעכן מיט די הענט..."אוי וויי, אוי וויי. ווער ווייסט וואספארא יסורים און צער מיין בערעלע גייט דורך. אויך. ווער ווייסט אויב ער וועט נאך אמאל קענען גיין גראד אויף זיינע פיס... האט איהם זיין חבר ר' פייוויל בערקאוויטש בארואיגט און מחזק געווען..."א איד דארף האבן בטחון. און ס'וועט אלעס זיין גוט בעז"ה.

זיי גייען ווייטער. קומט דער זעלבער שליח צוריק און זאגט. ..."כ'האב געמאכט א טעות. ס'נישט ר' יאסל'ס יונגל בערעלע. נאר ר' פייוול'ס יונגל, בערעלע. פלוצלינג נעמט זיך ר' פווייוול בערקאוויטש יאמערן און קלאפן. און ברעכן מיט די הענט . קלאגנדיג..."אוי וויי, אוי וויי. ווער ווייסט אויב מיין יונגל וועט נאך קענען אמאל שטיין אויף די פוס. ער הערט נישט אויף צו קלאגן און וויינען. פרעגט איהם זיין חבר ר' יאסל..."איך פארשטיי דיך נישט. א מינוט צוריק האסטו מיך בארואיגט זאגנדיג אז מ'דארף האבן ביטחון און אלעס וועט זיין גוט...! זאגט איהם ר' פייוול..."יא. ס'איז דאך אבער מיין בערעלע"...!

די מעשה מיט'ן רעבינ'ס קוה איז דאך באוואוסט. אמאל שבת אינדערפריה קומט א איד אריין צו לויפן אין ביהמ"ד אז א קוה איז אריינגעפאללן אין א ברונעם. אויב מ'מעג זי ארויסראטעווען. האט דער רב געפסקנ'ט אז מ'טאר נישט...! שפעטער קומט א צווייטער איד צו לויפן און זאגט אז די קוה איז דעם רבינ'ס. ווען דער רב האט דאס געהערט האט ער געזאגט..."זיכער. מ'מעג...! שטייט דארט א תמימות'דיגער איד און פרעגט..."כ'פארשטיי נישט. פריער האט די רבי געזאגט אז מ'טאר נישט. און יעצט זאג ער אז מ'מעג יא...האט מען אים געענטפערט..."ס'איז דאך דעם רעבינ'ס קוה...!!!

מפיל קינד » זונטאג אוגוסט 8, 2021 2:16 am

· #479121
שמערל
אין שלחן ערוך ווערט געפסקנט אז די זמן מוצאי שבת איז ווען מען זעהט דריי שטערנס, און עס איז נישטא קיין שום חולק דערויף אין די נושאי כלים. איינער וואס דרייט א קאפ מיט א זייגער אדער זמנים איז סתם א פיסטער עם הארץ.

אסאך אחרונים מוטשען זיך מיט דעם מחבר, ווייל בדרך כלל גייט יא דער מחבר מיט זמן 72. עי' בנו"כ.

געוויסע ענטפערן ער רעכנט 72 אויף צוריקצואוועגס, אנדערע זאגן ווענד זיך וועלכע מדינה, ועוד תירוצים שונים.

רביה''ק זי''ע » זונטאג אוגוסט 8, 2021 2:35 am

· #479124
נישט אז איך רעד מיך איין אז דער מחבר אינטערעסירט איינעם בכלל (נישט רעבארן און נישט רבי יצחק יוחנן זענען מקפיד אויף סו״ז תפילה (שבת) און זיצן שמיני עצרת אין סוכה ווי ס׳שטייט אין שולחן ערוך), אבער די פשוט׳ע תירוץ אויפ׳ן מחבר איז אז ער איז מקיל אויף ביידע שיטות, ערב שבת איז ער מקיל ווי די 72 און מוצאי שבת איז ער מקיל אויף דריי שטערן.

מצפצף » זונטאג אוגוסט 8, 2021 2:59 am

· #479126
דאס איז א פשוטע תירוץ??
דאס איז דאך א קושיא מרפסין איגרא!!

רביה''ק זי''ע » זונטאג אוגוסט 8, 2021 3:09 am

· #479127
אז ס׳שטייט אזוי שטייט דאך אזוי, אז מיר פארשטייען נישט דארפן מיר טוישן אונזער מיינדסעט, נישט דעם טעקסט, אם ריק הוא מכם הוא ריק.

שמערל » זונטאג אוגוסט 8, 2021 9:16 am

· #479130
[ציטאט אראפגענומען]

חפשתי ולא מצאתי וואס דו מיינסט (להחמיר על הכסיף התחתון? ביים וויזשניצער זמן איז שוין שטאק פינסטער), בכלל אין סאטמער האט מען קיין משנה ברורה נישט געלערנט. אונז האט מען איינגערעדט אז דער שלחן ערוך ונושאי כליו זענען די מכריעים, נישט קיין אגודיסטישע מלקטים.

בת קול » זונטאג אוגוסט 8, 2021 11:06 am

· #479135
ליב צו וויסן
מיינע 2 סענט.. (דיסקלעימער.. כ'האב נישט געהערט די דרשה)

1. על דאטפת אטפוך, ס'איז אינטערסאנט צו זעהן ווי וויזשניץ באקומט דאס וואס זיי האבן געגעבן טועם צו זיין פאר אנדערע.

2. אין תנ"ך איז פאראן צענדליגער מאל ווי מען רעדט פון מקרב זיין פרעמדע (אפגערעדט פון ואהבת לרעך כמוך וכד), און אפילו איינמאל נישט אז פאר 72 איז נאך שבת...
האט אזוי פאסירט, אז צווישן 6500 סאטמארע משפחות האט אריינגעמופט 5 צו 10 וויזשניצע משפחות.. איז אנשטאטס דער אדמו"ר זאל אויפפאדערן די חסידים זיי מקרב זיין, מאכן פילן היימיש און זעהן אז זיי זאלן שפירן באקוועם (און מיט די Disagreements העכסטנס דיעלן דירעקט מיט זייער רבי'ן..), צינדט ער אן די אש המחלוקת, מישט אריין אלע זיינע חסידים און בחורים דערין, און יאללאה.. זיין אייבישטער טאנצט פון פרייד.

איין ווארט: עקלהאפטיג!!

ר' אהרן איז נישט גערעכט פאר לייגן דריק אפילו לכתחילה. אבער איך האלט וויזניץ האט זיך באנערישט.
ווען מען איז זיי געקומען פרעגן די ערשטע מאל וואלט די ענטפער געדארפט זיין א פעסטע ניין.

די תשובה איבער זיך איבערקלערן, איז געווען אן עפענונג פאר סאטמאר צו טראכטן אז עס איז negotiable. די צווייטע ענטפער איבער די זאלוינים האט נישט געקענט ברענגען עפעס חוץ מחלוקות.
וויזניץ האט דא געדארפט זיין קלוג, נישט גערעכט. זיי האבן אן אחריות אויף זייערע משפחות וואס וואוינען דארט, און די יעצטיגע רדיפות זענען א דירעקטע תוצאה.
יעדער ווייסט אז די סאטמארע זענען באנדיטן און מען הייבט זיך נישט אן מיט זיי.
איך ווייס נישט ווי איז געווען זייער שכל.

קאך_לעפל » זונטאג אוגוסט 8, 2021 11:30 am

· #479136
בת קול

אזא עקלדיגע און רשעות'דיגע סטעיטמענט. פוי אן עקל....
קיין ווארט נישט צו צילייגן...
סארא שאנדע....

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 8, 2021 12:30 pm

· #479139
שמערל
[ציטאט אראפגענומען]

חפשתי ולא מצאתי וואס דו מיינסט (להחמיר על הכסיף התחתון? ביים וויזשניצער זמן איז שוין שטאק פינסטער), בכלל אין סאטמער האט מען קיין משנה ברורה נישט געלערנט. אונז האט מען איינגערעדט אז דער שלחן ערוך ונושאי כליו זענען די מכריעים, נישט קיין אגודיסטישע מלקטים.

שמערל: דו ברענגסט אויף א ווייטאגליכע נקודה. א קרוב מיינער וועלכער איז א פראדוקט פון דעם סאטמאר'ע חינוך מיט אלע קליפערלעך. גראדע א איד א ת"ח האטציך אמאל אויסגעדרוקט כהאי לישנא..."ווער איז ער דען געווען דער בעל משנה ברורה א מלקט, אן אגוד'יסט"...! יא. דער סקולענער רבי זצוק"ל איז אויכעט געווען א "אגודיסט". נאר דער אמעריקאנער סטעיק עסער (בלשון נקיה) וועלכער איז עובר זמן קריאת שמע כמעט א יעדן טאג. ער איז דער מבין אויף א איד וואס האטציך א יעדן טאג מקריב געווען פאר'ן באשעפער אין די קאמוניסטישע רומעניע...!

בן נון » זונטאג אוגוסט 8, 2021 12:56 pm

· #479140
די פוינט איז אז איבעראל ווי עס וואוינען ארונים איז עס און די גלילות פון זיין מרא דאתרא’שאפט
עס קוקט מיר אויס ווי ער איז אויף א רעמפעיטש (rampage) פון סעלף דיסטראקשען
ער מאכט חרוב אלעס וואס ער האט אויפגעבויט די לעצטע 20 יאר מיט די אייגענע הענט
ער האט געבויט א קהלה און בני ברק און ער מאכט עס יעצט פאר א שחוק בעיני הבריות
ער האט א הערליכע אידישע שטאט קר”י ווי עס בליהט מיט אידן פול אלע אנדערע סארט סאטמערע און אפי’ סתם חסידישע קרייזן און עד שבא רוגזו של סידר קידושן ומרא דאתרא און ווען ער האט אנגעהויבן פילן אז די מרכה איז א פארלוירענער קפץ עליו ר”ת בחלום הלילה
ס’איז דא אזא זאך אז ווען א מענטש ווערט עלטער ווער אפגעשוואכט זיין כוח המעצור און עס מאכט טוהן נארישע זאכן אבער מהר’א טוט עס שוין פאר יארן וואס דאס איז וואס האט אייביג בעקפייערד אזוי דא

מפיל קינד » זונטאג אוגוסט 8, 2021 1:23 pm

· #479143
בת קול
יעדער ווייסט אז די סאטמארע זענען באנדיטן און מען הייבט זיך נישט אן מיט זיי.
איך ווייס נישט ווי איז געווען זייער שכל.

פון דא

בת קול
איך פערזענליך קען נישט קיין ווילדן שווארצע.
יעדע טינקל הויטיגע וואס איך האב נאר געהאט שייכות מיט, איז געווען מענטשליך, מאראליש, געלערנט, און באמת פיינע מענטשן.

איי, יעדער ווייסט אז שווארצע זענען באנדיטן? אבער ראסיזם איז נאר ווען איך באשליס...

קאך_לעפל » זונטאג אוגוסט 8, 2021 1:40 pm

· #479145
קומט א ראץ פאס, אן קיין נאמען, און באשולדיגט א ק''ק בישראל, מיט איבער דרייסיג טויזענט פאמיליעס, אלס באנדיטן....
דאס איז נאך נישט געהערט געווארן אין די היסטאריע....
ווען ס'וואלט ווען כאטש געווען עמיצער מיט א כזית שכל אין מוח, החרשתי! אבער ווען א געמיינער טיפוש טוט דאס, רופט עס ארויס בייז בלוט...
סארא שאנד...

צפרדע » זונטאג אוגוסט 8, 2021 1:54 pm

· #479147
וואסער
ר' זעקל

אז די ווילסט שטארק וועל איך דיר מסביר זיין, עס קען אויסקלאפן נישט נאר ביי מוצאי שבת לגבי טוהן א מלאכה, עס קלאפט אויך אויס לגבי א תענות אויסצופאסטן, אויב גייט וויזניצע שוהל אין בלומינגראוו דאווענען לויט זייער זמן, גייען אסאך אסאך סאטמערע אידן גיין דארט דאווענען, אין אויספאסטן פאר די זיבעציג, וואס איז אלס געווען זייער הארב אין סאטמאר.

אזוי????
אין מאנסי גייען אסאך אסאך סאטמארע אידן דאווענען קיין וויזניץ אין אן תענית אויסצופאסטן פריער?
אין וומ"ס גייען אסאך אסאך סאטמארע אידן דאווענען קיין וויזניץ אין אן תענית אויסצופאסטן פריער?
אין ב"פ גייען אסאך אסאך סאטמארע אידן דאווענען קיין וויזניץ אין אן תענית אויסצופאסטן פריער?

און לאמיר זאגן אז יא, איז זי מעורר די עולם נישט נאכציגיין דעם פרצה, אבער וואס ווילסטו פון דער וויזניצער, דאס איז דאך זיין זמן.

וואלווי » זונטאג אוגוסט 8, 2021 2:43 pm

· #479151
מפיל קינד
בת קול
יעדער ווייסט אז די סאטמארע זענען באנדיטן און מען הייבט זיך נישט אן מיט זיי.
איך ווייס נישט ווי איז געווען זייער שכל.

פון דא

בת קול
איך פערזענליך קען נישט קיין ווילדן שווארצע.
יעדע טינקל הויטיגע וואס איך האב נאר געהאט שייכות מיט, איז געווען מענטשליך, מאראליש, געלערנט, און באמת פיינע מענטשן.

איי, יעדער ווייסט אז שווארצע זענען באנדיטן? אבער ראסיזם איז נאר ווען איך באשליס...

ווען מען נעמט אינדיווידואלע מענטשען און מיט זייערע פעולות באשמירט מען א פאלק איז עס ראסיסטיש. ווען די פירער פונ'ם פאלק טוען נישט אויס געהאלטענע פעולות איז דאס נישט קיין געפארבטע ראסיזם. ס'איז די אפיציעלע מהלך פון די גאנצע גרופע. צו זאגן אז די שווארצע געמיינדע as a whole זענען "חיות" געבויט אויף מעשי יחידים, נישט קיין חילוק די פערסענטעדזש, איז ראסיזם, ווייל מ'איז דן די כלל ע"ש די יחיד. אבער דארט ווי די מנהיגות, ספעציעל די מנהיג ראשי, איז נוהג אויף א געמיינע אופן, אפילו ער זאל זיין גערעכט, איז דאס די מהלך מחשבה און וועג ווייזער פאר די ציבור כולו. אז מ'וועט דאס דארפן באקעמפן ווערט מען נישט קיין ראסיסט, ווייל די באנדיטישקייט איז די אפיציעלע ליניע.

לייג צו אז אנגעהויבען פון די מנהיגות ביז אראפ איז מען גאר שטאלץ מיט די באנדיטישקייט, און נאך מער אויב אלע יארן האט עס נאר געארבעט אזוי, דאס איז נישט א נאסע לאלעך וואס מ'האט אויס געשפרייט אויף א כלל מחמת א יחיד, און אודאי נישט ראסיזם.

בת קול » זונטאג אוגוסט 8, 2021 3:05 pm

· #479152
מפיל קינד
בת קול
יעדער ווייסט אז די סאטמארע זענען באנדיטן און מען הייבט זיך נישט אן מיט זיי.
איך ווייס נישט ווי איז געווען זייער שכל.

פון דא

בת קול
איך פערזענליך קען נישט קיין ווילדן שווארצע.
יעדע טינקל הויטיגע וואס איך האב נאר געהאט שייכות מיט, איז געווען מענטשליך, מאראליש, געלערנט, און באמת פיינע מענטשן.

איי, יעדער ווייסט אז שווארצע זענען באנדיטן? אבער ראסיזם איז נאר ווען איך באשליס...

די שווארצע האבן נישט קיין מרא דאתרא אלץ פירער.

בת קול » זונטאג אוגוסט 8, 2021 3:10 pm

· #479153
קאך_לעפל
קומט א ראץ פאס, אן קיין נאמען, און באשולדיגט א ק''ק בישראל, מיט איבער דרייסיג טויזענט פאמיליעס, אלס באנדיטן....
דאס איז נאך נישט געהערט געווארן אין די היסטאריע....
ווען ס'וואלט ווען כאטש געווען עמיצער מיט א כזית שכל אין מוח, החרשתי! אבער ווען א געמיינער טיפוש טוט דאס, רופט עס ארויס בייז בלוט...
סארא שאנד...

יא יא. יעדע מאל מען ברענגט ארויף אלטע פאליטיק ווי סאטמאר האט באצווינגען אנדערע קרייזן מיט זייערע שיטות דורך טעראר, שטעלן די סאטמארע אן א שיינע פנים.
"אלטע מעשיות, ס'איז נייע צייטן... יעדער פלעגט אזוי טוהן, היינט געשענט נישט אזעלכע זאכן."

ווי נאך איז געהערט געווארן אז א פירער זאל האלטן א דרשה אז יעדע יחיד זאל טוהן וואס ער קען נאר צו מאכן אומבאקוועם פאר די וואס ער האלט בא'עול'ט אים.

עס דערמאנט מיר פון טראמפ אום יאנואר 6. אפשר דערפאר זעסטו נישט וואס די פראבלעם דערמיט איז.

(און מען קען מיינען אז דו שרייבסט דא אינטער מיט דיין נאמען, אז דיין גרעסטע דעפענס איז מיר אנצורופן א רץ פץ.)

מי אני » זונטאג אוגוסט 8, 2021 3:23 pm

· #479155
וואלווי
מפיל קינד
בת קול
יעדער ווייסט אז די סאטמארע זענען באנדיטן און מען הייבט זיך נישט אן מיט זיי.
איך ווייס נישט ווי איז געווען זייער שכל.

פון דא

בת קול
איך פערזענליך קען נישט קיין ווילדן שווארצע.
יעדע טינקל הויטיגע וואס איך האב נאר געהאט שייכות מיט, איז געווען מענטשליך, מאראליש, געלערנט, און באמת פיינע מענטשן.

איי, יעדער ווייסט אז שווארצע זענען באנדיטן? אבער ראסיזם איז נאר ווען איך באשליס...

ווען מען נעמט אינדיווידואלע מענטשען און מיט זייערע פעולות באשמירט מען א פאלק איז עס ראסיסטיש. ווען די פירער פונ'ם פאלק טוען נישט אויס געהאלטענע פעולות איז דאס נישט קיין געפארבטע ראסיזם. ס'איז די אפיציעלע מהלך פון די גאנצע גרופע. צו זאגן אז די שווארצע געמיינדע as a whole זענען "חיות" געבויט אויף מעשי יחידים, נישט קיין חילוק די פערסענטעדזש, איז ראסיזם, ווייל מ'איז דן די כלל ע"ש די יחיד. אבער דארט ווי די מנהיגות, ספעציעל די מנהיג ראשי, איז נוהג אויף א געמיינע אופן, אפילו ער זאל זיין גערעכט, איז דאס די מהלך מחשבה און וועג ווייזער פאר די ציבור כולו. אז מ'וועט דאס דארפן באקעמפן ווערט מען נישט קיין ראסיסט, ווייל די באנדיטישקייט איז די אפיציעלע ליניע.

לייג צו אז אנגעהויבען פון די מנהיגות ביז אראפ איז מען גאר שטאלץ מיט די באנדיטישקייט, און נאך מער אויב אלע יארן האט עס נאר געארבעט אזוי, דאס איז נישט א נאסע לאלעך וואס מ'האט אויס געשפרייט אויף א כלל מחמת א יחיד, און אודאי נישט ראסיזם.

דאס איז א וועליד חילוק. אבער אין אזא פאל דארף מען לכאורה מודה זיין אז׳ן זאגן ענליכס אויף איסלאמישע מינים איז אויך אויסגעהאלטן און נישט בגדר איסלאמאפאביע.

ווי אויך דארף מען אין אכט נעמען אז מ׳קען טענה׳ן אז די פיגורן בתוך די שווארצע וואס זיי קוקן ארויף אויף [אירע פּאַפּ קולטור העלדן בתוך איר געמיינדע, וועמען מ׳קען באטראכטן ווי אירע ״פירער״ וועמען מ׳וויל עמיולעיטן] צייגן א נישט-ריכטיגע התנהגות. דאס געבט לכאורה נאך אלס נישט קיין רעכט אפצושאצן דאס געמיינדע על הכלל. איך פארשטיי אז מ׳קען מחלק זיין צווישן עמטליכע מנהיגים וואס שטעלן אראפ א קריִד און די סארט אומאפיציעלע ״מנהיגים״. מ׳קען אבער פארט טענה׳ן אז די פועל יוצא אויפ׳ן קולטור איז אייניג.

הכלל, מאכן אזא סארט חילוק איז נישט פשוט. וואס @בת קול וואלט ווען געדארפט זאגן איז אז די סאטמאר׳ע ״הנהגה״ איז באנדיטיש.

ליב צו וויסן » זונטאג אוגוסט 8, 2021 3:34 pm

· #479156
מי אני

מי אני.. אוי ווי גוט און קלאר געזאגט!!

בת קול » זונטאג אוגוסט 8, 2021 3:48 pm

· #479159

א גרעסערע חילוק איז אז א שווארצע וועלט נישט זיין קאליר, און זיין קאליר באשטומט נישט זיין הנהגה.
א סאטמארער וועלט אויס צו געהערן צו ר' אהרן'ס קהילה, און אוודאי ווען ער נעמט זיך אן פאר ר' אהרן, ווייזט ער אז ער שטיצט די טעראר.

מי אני » זונטאג אוגוסט 8, 2021 3:55 pm

· #479160
דאס איז נישט אזוי פשוט, ווייל מ׳קען פארשטיין אז דאס איז נישט אזוי פשוט צו זאגן אויפ׳ן מאָסלים (באיזה מין/סעקט שהיא), אויפ׳ן חרדי, ואפילו אויפ׳ן ארוני. אפאלאגעטיקס טוהט יעדער צו מחפה זיין אויף זיין גרופע׳ס פעהלערן; בפרט זייער פירערס׳ און קריִדס׳ פעהלערן.

בת קול » זונטאג אוגוסט 8, 2021 5:03 pm

· #479167
מי אני
דאס איז נישט אזוי פשוט, ווייל מ׳קען פארשטיין אז דאס איז נישט אזוי פשוט צו זאגן אויפ׳ן מאָסלים (באיזה מין/סעקט שהיא), אויפ׳ן חרדי, ואפילו אויפ׳ן ארוני. אפאלאגעטיקס טוהט יעדער צו מחפה זיין אויף זיין גרופע׳ס פעהלערן; בפרט זייער פירערס׳ און קריִדס׳ פעהלערן.

אבער אויב ער איז בסדר מיט די פעלערן- איז ער נישט א חלק פונעם פעלער?

תפוח » זונטאג אוגוסט 8, 2021 5:32 pm

· #479172
ווען קען מען ערווארטן א פסק פון הג"ר געציל שליט"א מיט א הלכה'דיגער בירור דערויף? עפטער אלל איז ער דאך די דיין אין קר"י און ער האט לכאורה א מיינונג לקולא או לחומרא.

I'm betting my odds אז זיין מיינונג ווען זיין אקוראט ווי מהר"א. ווער איז מיט מיר?

ליב צו וויסן » זונטאג אוגוסט 8, 2021 7:33 pm

· #479177
בת קול

א גרעסערע חילוק איז אז א שווארצע וועלט נישט זיין קאליר, און זיין קאליר באשטומט נישט זיין הנהגה.
א סאטמארער וועלט אויס צו געהערן צו ר' אהרן'ס קהילה, און אוודאי ווען ער נעמט זיך אן פאר ר' אהרן, ווייזט ער אז ער שטיצט די טעראר.

א מוסלים איז זיכער פונקט ווי אן ארוני.. (ביידע איז א גלויבונג און נישט א ראסע וואס מען ווערט געבוירן מיט)

און ווי שוין אויסגעשמועסט מערערע מאל, ווען מען אטאקירט די "שווארצע קולטור" אטאקירט מען נישט די שווארצע ראסע..
מען אטאקירט א געוויסע קולטור וואס אן "איבערוויגנדע מערהייט שווארצע" שטיצן עס (און ווי דערמאנט טענה'ט Thomas sowel אין זיין White liberals black redneck בוך, אז די קולטור איז באמת די אלטע Redneck קולטור)

קורקלענד » זונטאג אוגוסט 8, 2021 7:54 pm

· #479178
איך מיין אז מ'מעג שוין צוזאמענשמעלצן די אשכול מיט די אלגעמיינע ראסיזם אשכול. וואס די דעבאטע האט צוטוהן מיט די שטורם אין קרית יואל ווייס איך נישט. מ'האט שוין בת קול וכת דילה א מיליאן מאל פרובירט מסביר זיין.... ס'איז נישט אז דער פארשטייט נישט, ס'איז אז מ'וויל נישט פארשטיין. איינער וואס דינגט זיך אין די סוביעקט פון שווארצע ראסיזם און האט נישט געליינט אדער געהערט סאוועל איז א שאד די גערעדט.

בת קול » זונטאג אוגוסט 8, 2021 8:20 pm

· #479180
ליב צו וויסן
בת קול

א גרעסערע חילוק איז אז א שווארצע וועלט נישט זיין קאליר, און זיין קאליר באשטומט נישט זיין הנהגה.
א סאטמארער וועלט אויס צו געהערן צו ר' אהרן'ס קהילה, און אוודאי ווען ער נעמט זיך אן פאר ר' אהרן, ווייזט ער אז ער שטיצט די טעראר.

א מוסלים איז זיכער פונקט ווי אן ארוני.. (ביידע איז א גלויבונג און נישט א ראסע וואס מען ווערט געבוירן מיט)

און ווי שוין אויסגעשמועסט מערערע מאל, ווען מען אטאקירט די "שווארצע קולטור" אטאקירט מען נישט די שווארצע ראסע..
מען אטאקירט א געוויסע קולטור וואס אן "איבערוויגנדע מערהייט שווארצע" שטיצן עס (און ווי דערמאנט טענה'ט Thomas sowel אין זיין White liberals black redneck בוך, אז די קולטור איז באמת די אלטע Redneck קולטור)

רוב מוסלימס זענען געבוירן מוסלים.
רוב אהרונים האבן אויסדערוועלט ר' אהרן פאר זייער רבי, ווען זיי וואלטן פונקט אזוי געקענט אויסוועלן א מער מעסיגע אפציע.
עס איז ווי די זאלסט אנרופן טראמפיסטן א גלויבונג.
ווייל זיי שטיצן א ספעציפישע פירער ווערט עס נישט א רעליגיע.

דער גאלדענער אדלער » זונטאג אוגוסט 8, 2021 8:36 pm

· #479182

רוב אהרונים האבן נישט געוועהלט צו זיין אהרונים, זיי זענען פשוט ווייטער געפארן מיט סאסייעטי פון זיידעס/באבעס צו טאטעס/מאמעס צו קינדער און אזוי ווייטער. איך האב נאך דערווייל נישט געפונען אז איינער וואס זיין טאטע/זיידע זאלן זיין אהרונים און ער זאל איבערטוישן זיין רעליגיע צו ווערן א וויזניצער אדער א באבוב'ר. חסידות/פארטייען זענען א רעליגיע במלוא מובן המלה פונקט ווי קריסטן טוישן נישט איבער צו מוסלים אדער בודהיזם

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

בת קול » זונטאג אוגוסט 8, 2021 8:58 pm

· #479186
אין א געהעריגן פאל וואלט דאס געווען אמת, אבער רוב אהרונים האבן באשטימט צו זיין אהרונים ערב תשס"ז, און פיל האבן זיך צוקריגט מיט משפחה צוליב דעם. בפרט אז אין סאטמאר איז גרינג צו זיין סאטמאר געשטימט, און מען מוז ניטאמאל וועלן א צד.

(דאס גייט אן ביי יעדע ספליט וואס געשעהט אין רבישע הויפן.)

שמעון וואלף » מאנטאג אוגוסט 9, 2021 1:36 am

· #479208
מפיל קינד
איינער קען אריינקומען קלאר ווען די וויזניצע זמן איז מוצאי שבת?

איך געדענק אז זייער זמן מוצאי איז 58 אלס תוספות שבת, און דעמאלטס דאווענען זיי מעריב. דאס מיינט אז זיי האבן נישט קיין צייט צו טון מלאכות (חוץ צינדן לעכט ביי של"ש) פארן זמן ר"ת. (קען זיין כ'האב א טעות, זאל מיר איינער פאררעכטן ביטע.)

*****

מהר"א מרא דאתרא'שאפט האט נישט קיין שייכות מיט בלומינגראוו. בפרט נאכדעם וואס ער האט קלארגעשטעלט ביים פרק שיעור עטליכע יאר צוריק אז מ'זאל נישט אהינגיין וואוינען ווייל ס'איז נישט געמאכט פאר היימישע אידן.

קהילות מהרז"ל זענען אויך נישט קיין היימישע אידן לשיטת מהר"א (פארדעם האט מען דאך געמאכט א וואנט אין בית החיים) פונדעסוועגן וויל ער דוקא זיין מסדר קדושין ביי זיי. סא, ס'איז אביסול קאמפלעצירט אויסצופיגערן וויאזוי זאכן ארבעטן דארט.

וואלווי » מאנטאג אוגוסט 9, 2021 11:46 am

· #479217
קורקלענד
איך מיין אז מ'מעג שוין צוזאמענשמעלצן די אשכול מיט די אלגעמיינע ראסיזם אשכול. וואס די דעבאטע האט צוטוהן מיט די שטורם אין קרית יואל ווייס איך נישט. מ'האט שוין בת קול וכת דילה א מיליאן מאל פרובירט מסביר זיין.... ס'איז נישט אז דער פארשטייט נישט, ס'איז אז מ'וויל נישט פארשטיין. איינער וואס דינגט זיך אין די סוביעקט פון שווארצע ראסיזם און האט נישט געליינט אדער געהערט סאוועל איז א שאד די גערעדט.

אז איר פארשטייט נישט אליין, וועט מען אייך מוזן אויפמערקזאם מאכן אז איר זענט אין א מקום סכנה, איר דרייט זיך אויף א פארום מיט בת קול וכת דיליה, וואס נאך א מיליאָן מאל מסביר זיין ווילען זיי נישט פארשטיין צו מענטשען רעכטן. איבערהויפט ווילן זיי זיך נאך דינגען אין א מענטשן רעכטן נושא אן האבן געליינט דערוועגן. אז אייער מענטשען רעכטן געפילן זענען עט ריסק, דעמאלטס שטייטס ווייט פון די אנטי מענטשען רעכטן וכת דילהון....

בד"וו, ארויף צווינגען רעליגיע אויף א צווייטן גייט אריין אין גדר פון מענטשן רעכטן...

שבעים לשון » מאנטאג אוגוסט 9, 2021 3:49 pm

· #479233
און א בירור פון הרב הארפענעס איבער די נושא
📎 0EEF5908D8A70000A4300010-attachment-1-38014.jpeg.jpg

יואליש » מאנטאג אוגוסט 9, 2021 4:21 pm

· #479236
שבעים לשון
און א בירור פון הרב הארפענעס איבער די נושא

ויש מקום להתיר.... דכאנוסים...

ווער רעדט נאך ווען ס'איז אנוס ע"פ הדיבור ממש.
בלאט: 1 2 3 4 5 6