☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » די בעלזא מופת

די בעלזא מופת

36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14772

מאנטריאל » זונטאג אוגוסט 15, 2021 3:54 am

· #479689
די בעלזא מופת
קען איינער נאכאמאל אראפברענגן די אפענע רוח הקודש פונעם בעלזער רב וואס האט געזאגט ביי די דרשה לעצטע וואך אז דער אייבערשטער זאל העלפן אז די קינדער וואס גייען אין חדר זאל זיין גוט און די נעקסטע צופרי האט א אינגל די וועג צו די באס געהאט אן עקסידענט און אלעס איז ברוך השם גוט.
וואס האלט דער עולם קען מען עס מסביר זיין בדרך הטבע ?
אויכעט קען איינער ברענגען די קליפ

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

תוהו ובוהו » זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:05 am

· #479691
Re: די בעלזא מופת
מאנטריאל
וואס האלט דער עולם קען מען עס מסביר זיין בדרך הטבע ?

כא כא כא האבן זיך די משכילים צולאכט

ליב צו וויסן » זונטאג אוגוסט 15, 2021 7:54 am

· #479695
מאנטריאל
קען איינער נאכאמאל אראפברענגן די אפענע רוח הקודש פונעם בעלזער רב וואס האט געזאגט ביי די דרשה לעצטע וואך אז דער אייבערשטער זאל העלפן אז די קינדער וואס גייען אין חדר זאל זיין גוט און די נעקסטע צופרי האט א אינגל די וועג צו די באס געהאט אן עקסידענט און אלעס איז ברוך השם גוט.
וואס האלט דער עולם קען מען עס מסביר זיין בדרך הטבע ?
אויכעט קען איינער ברענגען די קליפ

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

ניין!!!! מען קען עס נישט מסביר זיין בדרך הטבע!!!!!!!!

😂 😂 😂

מי אני » זונטאג אוגוסט 15, 2021 9:02 am

· #479696
ס׳קומט מיר פאר אביסל ענליך צום בּאַרנום עפעקט. ואפילו אז נישט, איז דאך דאס דומה צום קאנפירמעישאן בּייעס בכלליות לגבי ״מופתים״. און ווי געשמועסט אין די אשכול איז עס נישט קיין הוכחה בכל אופן, הגם מ׳קען נאך אלס גלייבן אינעם מושג פון רוה״ק וכח צדיקים.

מאנטריאל » זונטאג אוגוסט 15, 2021 9:35 am

· #479698
Re: די בעלזא מופת
ברענג שוין די קליפ

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג אוגוסט 15, 2021 10:38 am

· #479699
אותות ומופתים באדמת בני חם! האט מען געזאגט אין בעלזא.

דארט ביים תורה האט דער בעלזער רב שליט״א געווינטשן ברכות פאר אלע אידן. דערנאך האט ער אויסגעפירט בפרט פאר פרימע אידן. אזוי ווי יעדער ווייסט אז פרימע אידן פון די קרייזן וואס נעמען געלט פון די מדינה גייען אריבער שווערע צייטן יעצט. אנגערופן די פרימע האט ער ״די וואס שיקן די קינדער אין חדר״ פשוט א שענער לשון. (אפשר אויך נישט מקטרג זיין אויף די אנדערע)

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג אוגוסט 15, 2021 10:42 am

· #479700
דער מעמד איז געווען ביים יארצייט סעודה פון בעלזער רב זצ״ל וואס ווי באקאנט האט ער נישט גערעדט קיין שלעכטס אויף אידן. למשל א חילוני אן א קאפל האט ער גערופען פון די באר היטיב׳ס חסידים. ווייל דער באר היטיב פסקענט אז ס׳איז נישט קיין חיוב צו גיין מיט א קאפל. לפי דעם איז א פרייער סל הכול איינער וואס שיקט נישט אין חדר די קינדער.

הקטן » זונטאג אוגוסט 15, 2021 11:12 am

· #479702
מי אני
און ווי געשמועסט אין די אשכול איז עס נישט קיין הוכחה,

לויט יענעם אשכול וואלט דאס נישט געווען אן הוכחה בכל אופן אפלו ווען דער בעלזער רב זאגט די נאמען פינעם קינד און די נאמען פין די דרייווער און זיין לייסענס פלעטס און די גאס פין די עקסידענט

מי אני » זונטאג אוגוסט 15, 2021 11:26 am

· #479703
יא יא. דאס איז וואס איך האב געמיינט מיט׳ן שרייבן בכל אופן.

רביה''ק זי''ע » זונטאג אוגוסט 15, 2021 3:24 pm

· #479725
צ/ק

פון די כוחות פון די סטרא אחרא, duh.

אישתישבי » זונטאג אוגוסט 15, 2021 3:31 pm

· #479726
מאנטריאל
קען איינער נאכאמאל אראפברענגן די אפענע רוח הקודש פונעם בעלזער רב וואס האט געזאגט ביי די דרשה לעצטע וואך אז דער אייבערשטער זאל העלפן אז די קינדער וואס גייען אין חדר זאל זיין גוט און די נעקסטע צופרי האט א אינגל די וועג צו די באס געהאט אן עקסידענט און אלעס איז ברוך השם גוט.
וואס האלט דער עולם קען מען עס מסביר זיין בדרך הטבע ?
אויכעט קען איינער ברענגען די קליפ

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

די בעלזער חסידים זענען שולדיג, ווען זיי וואלטן געגלייבט וואלט דער קינד נישט געדארפט האבן קיין עקסידענט.

מאנטריאל » זונטאג אוגוסט 15, 2021 3:52 pm

· #479729
Re: די בעלזא מופת
די קעניג פין אמעריקע
אותות ומופתים באדמת בני חם! האט מען געזאגט אין בעלזא.

דארט ביים תורה האט דער בעלזער רב שליט״א געווינטשן ברכות פאר אלע אידן. דערנאך האט ער אויסגעפירט בפרט פאר פרימע אידן. אזוי ווי יעדער ווייסט אז פרימע אידן פון די קרייזן וואס נעמען געלט פון די מדינה גייען אריבער שווערע צייטן יעצט. אנגערופן די פרימע האט ער ״די וואס שיקן די קינדער אין חדר״ פשוט א שענער לשון. (אפשר אויך נישט מקטרג זיין אויף די אנדערע)
אה האסט מיר בארוהיגט איך האב שוין געוואלט ווערן א חסיד אמת'דיג דו האסט עס קאליע געמאכט

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

דער גאלדענער אדלער » זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:47 pm

· #479734
Re: די בעלזא מופת
אישתישבי
מאנטריאל
קען איינער נאכאמאל אראפברענגן די אפענע רוח הקודש פונעם בעלזער רב וואס האט געזאגט ביי די דרשה לעצטע וואך אז דער אייבערשטער זאל העלפן אז די קינדער וואס גייען אין חדר זאל זיין גוט און די נעקסטע צופרי האט א אינגל די וועג צו די באס געהאט אן עקסידענט און אלעס איז ברוך השם גוט.
וואס האלט דער עולם קען מען עס מסביר זיין בדרך הטבע ?
אויכעט קען איינער ברענגען די קליפ

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

די בעלזער חסידים זענען שולדיג, ווען זיי וואלטן געגלייבט וואלט דער קינד נישט געדארפט האבן קיין עקסידענט.
יא. אזוי ענטפערט מען מיר שטענדיג, ווען כ'פרעג פארוואס מופתים ארבייטן נאר פאר אנדערע און ביי מיר געלונגט עס קיינמאל נישט, ווייל דו האסט נישט קיין "אמונת צדיקים", וואטעווער דעט מיענס. ס'קען זיין ס'ארבייט אזויווי עין הרע ווי די גמרא זאגט דארט "כללא דמילתא כל דקפיד קפדי בהדיה ודלא קפיד לא קפדי בהדיה"

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 15, 2021 9:41 pm

· #479752
רביה''ק זי''ע
צ/ק

פון די כוחות פון די סטרא אחרא, duh.

רביה"ק זי"ע: דאס לאז איבער פאר די 2 גרויסע חכמים און צדיקים הרב ישראל מ. סופר המכונה מנשה פליפ פלאפ. והשני בדומה לו הרב ש.ב. מרגליות המכונה שמואל שלמה טעללער...!

רביה''ק זי''ע » זונטאג אוגוסט 15, 2021 9:52 pm

· #479755
ס׳נאר דא איין חילוק צווישן מיר און זיי, זיי זאגן עס אלס א באשטעטיגטע אומפארענטבארע (unfalsifiable) קשיא, איך זאג עס אלס א מעגליכע תירוץ, והבן.

תרמב » מאנטאג אוגוסט 16, 2021 3:20 pm

· #479823
מאנטריאל
קען איינער נאכאמאל אראפברענגן די אפענע רוח הקודש פונעם בעלזער רב וואס האט געזאגט ביי די דרשה לעצטע וואך אז דער אייבערשטער זאל העלפן אז די קינדער וואס גייען אין חדר זאל זיין גוט און די נעקסטע צופרי האט א אינגל די וועג צו די באס געהאט אן עקסידענט און אלעס איז ברוך השם גוט.
וואס האלט דער עולם קען מען עס מסביר זיין בדרך הטבע ?
אויכעט קען איינער ברענגען די קליפ

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

קענסט מיר מסביר זיין פארוואס בעלזא רב זאל האבן כוחות למעלה מדרך הטבע? ווייל ער איז א נעפיו פון די פאריגע בעלזא רב מאכט אים קענען מאכן מופתים?
אגב דיין ניק דערמאנט מיר פון אינגערמאן וואס איך האב געזעהן אויף מלכיות של מטה וואס וואוינט אין קאנאדא וואס ער פארציילט אז זיין זוהן האט זיך געשטיקט און ער האט אנגערופן צום בעלזא רבין'ס שטוב און ס'איז געשעהן א מופת און דאס קינד איז געראטעוועט געווארן אפילו מ'האט נישט אויפגעהויבן די טעלעפאון אויף אים, אזא בעל מופת איז די בעלזער...... טרם יקראו ואני אענה.......

די קעניג פין אמעריקע » מאנטאג אוגוסט 16, 2021 3:34 pm

· #479825
תרמב

פאר די זעלבע סיבה וואס אנדערע רבי'ס קענען.

אישתישבי » מאנטאג אוגוסט 16, 2021 7:56 pm

· #479859
תרמב
מאנטריאל
קען איינער נאכאמאל אראפברענגן די אפענע רוח הקודש פונעם בעלזער רב וואס האט געזאגט ביי די דרשה לעצטע וואך אז דער אייבערשטער זאל העלפן אז די קינדער וואס גייען אין חדר זאל זיין גוט און די נעקסטע צופרי האט א אינגל די וועג צו די באס געהאט אן עקסידענט און אלעס איז ברוך השם גוט.
וואס האלט דער עולם קען מען עס מסביר זיין בדרך הטבע ?
אויכעט קען איינער ברענגען די קליפ

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

קענסט מיר מסביר זיין פארוואס בעלזא רב זאל האבן כוחות למעלה מדרך הטבע? ווייל ער איז א נעפיו פון די פאריגע בעלזא רב מאכט אים קענען מאכן מופתים?
אגב דיין ניק דערמאנט מיר פון אינגערמאן וואס איך האב געזעהן אויף מלכיות של מטה וואס וואוינט אין קאנאדא וואס ער פארציילט אז זיין זוהן האט זיך געשטיקט און ער האט אנגערופן צום בעלזא רבין'ס שטוב און ס'איז געשעהן א מופת און דאס קינד איז געראטעוועט געווארן אפילו מ'האט נישט אויפגעהויבן די טעלעפאון אויף אים, אזא בעל מופת איז די בעלזער...... טרם יקראו ואני אענה.......

וואס שטערט דיר אז מען גיבט פאר די בהמות שטרוי?

רביה''ק זי''ע » מאנטאג אוגוסט 16, 2021 8:27 pm

· #479863
תרמב
קענסט מיר מסביר זיין פארוואס בעלזא רב זאל האבן כוחות למעלה מדרך הטבע? ווייל ער איז א נעפיו פון די פאריגע בעלזא רב מאכט אים קענען מאכן מופתים?
אגב דיין ניק דערמאנט מיר פון אינגערמאן וואס איך האב געזעהן אויף מלכיות של מטה וואס וואוינט אין קאנאדא וואס ער פארציילט אז זיין זוהן האט זיך געשטיקט און ער האט אנגערופן צום בעלזא רבין'ס שטוב און ס'איז געשעהן א מופת און דאס קינד איז געראטעוועט געווארן אפילו מ'האט נישט אויפגעהויבן די טעלעפאון אויף אים, אזא בעל מופת איז די בעלזער...... טרם יקראו ואני אענה.......

איך פארשטיי נישט די קשיא, אויב איז ער א בעל מופת איז ער א בעל מופת צו דו פארשטייסט וויאזוי צו נישט, און פארוואס גראוויטי ארבעט פארשטייסטו יא?

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 17, 2021 7:23 am

· #479889
רביה"ק זי"ע: ס'איז דא א ווארט (כ'מיין פון שר שלום) אויף דעם פסוק ..."אלף למטה"...אז ווען טויזנט אידן זאגן (אפילו) אויף א שטעקן אז דאס איז אונזער רבי, קען ער באווייזן מופתים...!

תפארת » דינסטאג אוגוסט 17, 2021 7:54 am

· #479896
מיר זעהט אויס אז דער פותח האשכול איז א בעלזער וואס האט ספיקות אינעם רב זאל זיין געזונט, קומט ער דא פרעגן וואס דער עולם זאגט צו דער מופת האם יש דברים בגו צו ס'קען שטימען מיט'ן דרך הטבע...

אוב איך בין גערעכט זאג איך דא אז סיז דא פון בעלזער רב נאך צענדליגע צו הונדערטע מופתים, אויב איך בין נישט גערעכט למאי נפקא מינה די בעלזע וועט גלייבן, און די סאטמערע וועט זאגן תירוצים, וכו'

תפארת » דינסטאג אוגוסט 17, 2021 7:54 am

· #479897
גראדע האט דער בעלזע אמאל געזאגט פאר איינעם אז רוח הקודש האט ער נישט, אבער ריח הקודש האט ער אגוטע...

קאך_לעפל » דינסטאג אוגוסט 17, 2021 9:02 am

· #479899
מיר האבן מקובל פון צדיקים, אז ס'מאכט זיך נישט קיין מופתים דורך א בר נש וואס שפירט נאך א טעם אין אבר מן החי. אונזער רבי בערל זז''ג, שפירט נאך א טעם אין אבר מן החי, און לויט זיין געשטעל שיינט אויך אז ער גלייכט זייער שטארק פרישע ראפפאגאש בארכעס געטינקן מיט הייסע ראסל...
אלזא דער איז אונגאנצן נישט אין די מופתים פעקטארי ביזנעס...

ישן מלא חדש » דינסטאג אוגוסט 17, 2021 9:20 am

· #479902
Re: די בעלזא מופת
berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: ס'איז דא א ווארט (כ'מיין פון שר שלום) אויף דעם פסוק ..."אלף למטה"...אז ווען טויזנט אידן זאגן (אפילו) אויף א שטעקן אז דאס איז אונזער רבי, קען ער באווייזן מופתים...!
דאס מיינט נישט אז ער ווערט אויס שטעקן.
א שטעקן בלייבט א שטעקן אבער ער באקומט energy כנודע.

Sent from my moto g(7) play using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » דינסטאג אוגוסט 17, 2021 9:51 am

· #479906
איך זוך טויזענט וואלונטירן.

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 17, 2021 10:03 am

· #479907
רביה"ק זי"ע: ס'הייסט. דו ווילסט זיין א בעל מופת און נאך אן עניוו אויכעט דערצו...!

cictim » דינסטאג אוגוסט 17, 2021 2:13 pm

· #479926
ישן מלא חדש
berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: ס'איז דא א ווארט (כ'מיין פון שר שלום) אויף דעם פסוק ..."אלף למטה"...אז ווען טויזנט אידן זאגן (אפילו) אויף א שטעקן אז דאס איז אונזער רבי, קען ער באווייזן מופתים...!
דאס מיינט נישט אז ער ווערט אויס שטעקן.
א שטעקן בלייבט א שטעקן אבער ער באקומט energy כנודע.

Sent from my moto g(7) play using Tapatalk

ר׳ נפתל׳טשע באבובער האט געזאגט אז די שטעקן דארף וויסן אז ער איז נישט מער ווי א שטעקן…..

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 17, 2021 2:25 pm

· #479928
תפארת
גראדע האט דער בעלזע אמאל געזאגט פאר איינעם אז רוח הקודש האט ער נישט, אבער ריח הקודש האט ער אגוטע...

תפארת: אויף דעם קענמען זאגן...----- -- ---- ---!

קאך_לעפל » דינסטאג אוגוסט 17, 2021 3:06 pm

· #479938
וואס איז די צווישנשייד, צווישן אן אות און א מופת?

שיטת רש''י:
אות איז אויפן הימל, און מופת איז אויף דער ערד!

שיטת הרמב''ן:
אות איז א צייכן אז א געשעניש וועט פאסירן אין די צוקונפט, און מופת איז א וואונדער וואס צייגט אז וואס איך זאג אצינד איז וואהר!
צב''ש: ווען רצין דער קעניג פון ארם, אינאיינעם מיט זיין שותף פקח בן רמליהו דער קעניג פון שומרון, זענען איינאיינעם ארויפגעגאנגען קיין ירושלים האלטן קריג מיט אחז, האט אים ישעיהו הנביא געזאגט: האב נישט קיין מורא, זיי וועלן נישט האבן קיין סוקסעס. און ער האט אים געגעבן א אות: ולכן יתן השם הוא לכם "אות", הנה העלמה הרה, וילדת בן וקראת שמו עמנו אל - דאס מיידל איז פארשוואנגערט, און זי וועט געבוירן א זון, וועם דו וועסט רופן מיטן נאמען עמנו אל.
און א מופת איז א וואונדער אנדערש ווי די אלגעמיינע טבע. דאס שטעקן איז געווארן א שלאנג, דאס וואסער ווערט פארוואנדלט צו בלוט, אד''ג.

ג-ט קען באשיינפערליך אלעס באווייזן סיי אותות און סיי מופתים, סיי לויט רש''י און סיי לויטן רמב''ן.
די נביאים האבן אויך ווארשיינליך געקענט אלעס באווייזן.
אבער גיוואלד וואס טוהט זיך מיט די רבי'ס? קענען די רבי'ס ווייזן סיי אותות און סיי מופתים? אדער בלויז מופתים און נישט קיין אותות? קענען זיי באווייזן וואונדער סיי אויפן הימל און סיי אויף דער ערד? אדער בלויז אויף דער ערד, אדער בלויז אויפן הימל....

כ'פרעג ווייל איך נויטיג מיך אין א געוויסע סארט אות, און כ'וועיס נישט צו וועם צו גיין... פון ג-ט שעם איך מיך, נביאים זענען שוין נישט פארהאן, בלויז צו א רבי קאן איך גיין... און איך זיך רבי וואס קאן עס מיר געבן פאר א צוגעגליכענעם פרייז...
Help Wanted

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 17, 2021 3:18 pm

· #479940
קאך לעפל: אויב דו שעמסט דיך פון ג-ט ברוך הוא. דאמאלס קענסטו נישט טראסטן א נביא אדער א רבי. ווייל זיי וועללן אויסזאגן פאר'ן אייבישטן...! אדער אין געוויסע חאסידעסס'ן וואו די רעבע איז א העיליגער, וועט די אייבישטער אויסזאגן פאר די רעבע. אבער די פלא'דיגע זאך איז אז די רעבע שרייט אז ער ..."וועיסט נישט"...!

ישעיה » דינסטאג אוגוסט 17, 2021 5:22 pm

· #479948
קאך_לעפל
לויט זיין געשטעל שיינט אויך אז ער גלייכט זייער שטארק פרישע ראפפאגאש בארכעס געטינקן מיט הייסע ראסל...

דעי דזשאוק "גרעניצט" זיך מיט אכזריות
עס לעבן צווישן אונז צענדליגע יודן וואס ווייסן וואס ר' בערל עסט אלץ, און וויפיל ער מוטשעט זיך נעבעך מיט דאס ביסל עסן

לגופו של ענין, דער רב האט געזאגט "עלטערן" וואס שיקן די קינדער אין חדר (לאפוקי א תיאוריה וואס איז געקלערט געווארן אויבן אז ער האט געמיינט בכלליות פרומע יודן), מ'דארף מברר זיין וואס ס'האט זיך גערעדט אינעם כנסת בנוגע ערלויבן חדרים צו זיין אפן, איך גלייב אז צו דעם האט זיך דער רב באצויגן

צו זאגן אז דער רב האט געמיינט דעם עקסידענט איז אפילו נישט גוט פאר א ווערטל, ונלאיתי מלהאריך בזה

ס'איז א קיוט קא אינסידענס וזהו...

די קעניג פין אמעריקע » מיטוואך אוגוסט 18, 2021 6:02 pm

· #480055
ביסט נישט גערעכט!
ער רעדט נישט דארט וועגן עלטערן.

דעם לשון הברכה איז געווען דער אייבישטער זאל העלפן אז דער זכות פון פעטער ז״ל זאל מגין זיין אויף אלע אידן פון די גאנצע וועלט, און בפרט פאר די אידן וואס שיקן די קינדער אין חדר אריין.

וואס כ׳האב געשריבן אויבן איז נישט קיין טעאריע! ס׳איז פשוט פשט אויב וויל מען נישט קריכן אויף גראדע ווענט.

ישעיה » דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 12:14 am

· #480081
די קעניג פין אמעריקע
ביסט נישט גערעכט!
ער רעדט נישט דארט וועגן עלטערן.

דעם לשון הברכה איז געווען דער אייבישטער זאל העלפן אז דער זכות פון פעטער ז״ל זאל מגין זיין אויף אלע אידן פון די גאנצע וועלט, און בפרט פאר די אידן וואס שיקן די קינדער אין חדר אריין.

וואס כ׳האב געשריבן אויבן איז נישט קיין טעאריע! ס׳איז פשוט פשט אויב וויל מען נישט קריכן אויף גראדע ווענט.

איך הייב הענט.
נראין דבריך.

פאלאצ'ינטא » פרייטאג סעפטעמבער 3, 2021 5:17 pm

· #481191
מאנטריאל
קען איינער נאכאמאל אראפברענגן די אפענע רוח הקודש פונעם בעלזער רב וואס האט געזאגט ביי די דרשה לעצטע וואך אז דער אייבערשטער זאל העלפן אז די קינדער וואס גייען אין חדר זאל זיין גוט און די נעקסטע צופרי האט א אינגל די וועג צו די באס געהאט אן עקסידענט און אלעס איז ברוך השם גוט.
וואס האלט דער עולם קען מען עס מסביר זיין בדרך הטבע ?
אויכעט קען איינער ברענגען די קליפ

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

דאס דערמאמט מיר פון דער רבי וועליכע איינער האט זיך מתחצף געוועהן פאר איהם און דער רבי האט אויסגעפונען אז ער גייט אויף א עראפלאן האט ער געזאגט אז "דער עראפלאן זאהל קראכען"
האבען זיינע מקורבים איהם געזאגט
געוואלד רבי עס זענען דאך דא אנדערע אידן אויף דער עראפלאן
האט דער רבי געזאגט זאהל עס נישט קראכען
איז געשעהן א מופת א נס או עס האט נישט געקראכט

קהל'ס נער » דאנערשטאג אקטאבער 7, 2021 8:06 pm

· #482794
קאך_לעפל
מיר האבן מקובל פון צדיקים, אז ס'מאכט זיך נישט קיין מופתים דורך א בר נש וואס שפירט נאך א טעם אין אבר מן החי. אונזער רבי בערל זז''ג, שפירט נאך א טעם אין אבר מן החי, און לויט זיין געשטעל שיינט אויך אז ער גלייכט זייער שטארק פרישע ראפפאגאש בארכעס געטינקן מיט הייסע ראסל...

זיי נישט אזוי מקנא זיין ראפאגאש געטינקען אין ראסיל, ער איז נעבעך נישט געזינט ער ברעכט אויס אלעס וואס ער עסט, קיין בעל תאווה איז ער נישט, צי ער איז א בעל מופת? ווייס איך נישט.

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 8, 2021 7:49 am

· #482827
מאך זיכער: ווען א מענטש איז נישט געזונט (אין א סאך בחינות) איז נישט דאס פלאץ צו לאכן און מאכן דזשאוקס.

וויאזוי ער איז געווען פריער (בהתנהגותו) רעד איך נישט. (ששש. ער האט ליעב געהאט פאר א יעדן אריינצופליקן און מנצח זיין.) אבער היינט איז ער א צובראכענער מענטש. וועלכער ליידט א סאך יסורי הגוף והנפש. ואכמ"ל...!