☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » אשכול אן א טיטל #14752

אשכול אן א טיטל #14752

298 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14752
בלאט: 1 2 3 4 5 6

— » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 10:05 am

· #478935

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

קאך_לעפל » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 11:04 am

· #478938
דערמאנט מיך פון א געשיכטע פון א שבת פייפער אין מאנסי....

א חסיד פון ווילנא » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 11:17 am

· #478940
C/P

בושה תכסה פננו - ביומא דהילולא רבינו הקדוש זכותו יגן עלינו.

ווי באקאנט פארן עולם, אז עס האבן זיך אנגעהויבן אריינציצוען חסידי ויזניץ וויליאמסבורג אין בלומענגראוו וואס איז אין די גלילות פון קרית יואל,

און ווי יעדער ווייסט איז ביי זיי וויזניץ די זמן פון מוצאי שבת פאר אינזער צייט פון רבינו תם,

וואס ווי באקאנט האט זיך אויף די זאך די בעל הילולא רבינו הקדוש זכותו יגן עלינו מוסר נפש געווען אז מען זאל האלטן שבת ביז נאך רבינו תם זמן,

איז אראפ געגאנגען א חשובע דעלגעציע רבנים/ראשי הקהלה והעיר קרית יואל צו אדמו"ר מוויז'ניץ וויליאמסבורג, אים צו בעטן מיט פארשטאנד אז ער זאל מוחל זיין זיך צו שטעלן צום זמן פון רבינו תם, וואס דאס איז די מנהג המקום,

און ער האט אויף דעם געגעבן תשובה, אז ער וועט זיך איבערטראכטן,

ער האט דערנאך צוריק געריפן מיט א תשובה, אז אויב די צד פון די אנדערע סאטמאר (מהרז"ל) וועט דאס אויך פארלאנגען וועט ער זיך צושטעלן אי"ה פולי, ווי באלד אלע קינדער פון די משפחות וויזניץ בלומענגראוו לערנען ביי מוסדות מהרז"ל,

ביידע קהילת וואס ארבעטן אסאך צוזאמען ביי אנדערע רוחניות ענינים זענען צוזאמען געזיצן צו מאכן זיכער אז די זאך ווערט מסודר,

אבער ליידער צום באדויערן אפילו נאך איבערמידליכע השתדלות האבן זיי בשום אויפן נישט איינגעגאנגען אויף דעם, נאר די פירער פון קהילת מהרז"ל האבן געלאזט וויסן פאר זייערע עסקנים/הנהלה פון קרית יואל, אז מען זאל בשום אופן נישט מיטגיין מיט דעם, נאר אדרבה זיי לאזן אנגיין, טראץ דעם וואס די קינדער לערנען ביי זיי אין מוסד

אוי לנו שכך עלתה בידינו

אז אין אזאלעכע צייטן וואס איז דא אזויפיל טראגעדיעס אין כלל ישראל, וואס קימט זיכער נאר אויף זאכן וואס מען דארף פאררעכטן, נישט חס ושלום צולייגן נאך שנאת חנם,

ספעיציעל אין א זאך וואס מען שטעכט אריין א מעסער אין רבינו הקדוש זכותו יגן עלינו, וואס יעדער פארשטייט אז אזא התחלה קען חס ושלום ברענגן גרויסע ווייטונגען פאר די עתיד וד"ל אויפן חשבון פון רבינו הקדוש זי"ע און אלע תלמידי רבינו הקדוש זכותו יגן עלינו מיט דעם וואס וועט חס ושלום ווערן א הפקרות צו מזלזל זיין אויף די יסודות וואס רבינו הקדוש האט זיך מוסר נפש געווען,

און דאס וואלט געקענט ווען פארמיטן ווערן מיט א קלייניקייט, ווען ראשי מהרז"ל, וואלט זיך ווען צוגעשטעלט, ווייל ווי יעדער פארשטייט האט דאס גארנישט צוטוהן מיט די אינערליכע סאטמאר מחלוקה,

האבן זיי ענדערש אויסגעוועלט אז אויב קען דאס זיין א מרידה אינם מרא אתרא ר' אהרן ט"ב איז עס אלס ווערט אפילו סגייט אויפן חשבון פון בעל הילולא רבינו הקדוש זכותו יגן עלינו.

רבן דקרו...

yn.NY » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 12:40 pm

· #478946
פאר די וואס כאפן נישט

די גאנצע קריג דא האט נישט קיין הענט און קיין פיס, נישט מטעם די זאלונים נישט מטעם די ארונים, ביידע מיינען דא בלויז זיך און צו ווייזען בעלות.

קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס ס'שטערט פאר א סאטמערער אז א וויזניצער פירט זיך ווי מנהג רבותיו?? ס"ה א סאטמארער ערעטאט "ווער ס'האלט אנדערש ווי מיר, איז א גוי מיט א ציוני בהעלם אחד"...

מפיל קינד » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 12:40 pm

· #478947
איינער קען אריינקומען קלאר ווען די וויזניצע זמן איז מוצאי שבת?

איך געדענק אז זייער זמן מוצאי איז 58 אלס תוספות שבת, און דעמאלטס דאווענען זיי מעריב. דאס מיינט אז זיי האבן נישט קיין צייט צו טון מלאכות (חוץ צינדן לעכט ביי של"ש) פארן זמן ר"ת. (קען זיין כ'האב א טעות, זאל מיר איינער פאררעכטן ביטע.)

*****

מהר"א מרא דאתרא'שאפט האט נישט קיין שייכות מיט בלומינגראוו. בפרט נאכדעם וואס ער האט קלארגעשטעלט ביים פרק שיעור עטליכע יאר צוריק אז מ'זאל נישט אהינגיין וואוינען ווייל ס'איז נישט געמאכט פאר היימישע אידן.

א חסיד פון ווילנא » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 1:34 pm

· #478951
yn.NY
פאר די וואס כאפן נישט

די גאנצע קריג דא האט נישט קיין הענט און קיין פיס, נישט מטעם די זאלונים נישט מטעם די ארונים, ביידע מיינען דא בלויז זיך און צו ווייזען בעלות.

קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס ס'שטערט פאר א סאטמערער אז א וויזניצער פירט זיך ווי מנהג רבותיו?? ס"ה א סאטמארער ערעטאט "ווער ס'האלט אנדערש ווי מיר, איז א גוי מיט א ציוני בהעלם אחד"...


קענסט מיר מסביר זיין פארוואס האט געבאדערט פאר ר' מאטעלע אז פרויען ווילן נישט גיין אין מקוה פאר 72?

פון אייגענע עקספיריענס

לך לך » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 1:36 pm

· #478952
איינער זאל געבן פאר ר' יצחק יוחנן די # פון ר' חיים הערשן פון ב"ב פרעגן וויזוי צו ספראווענען מיטן פעטער... 😁

א חסיד פון ווילנא » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 1:42 pm

· #478953
מפיל קינד
איינער קען אריינקומען קלאר ווען די וויזניצע זמן איז מוצאי שבת?

איך געדענק אז זייער זמן מוצאי איז 58 אלס תוספות שבת, און דעמאלטס דאווענען זיי מעריב. דאס מיינט אז זיי האבן נישט קיין צייט צו טון מלאכות (חוץ צינדן לעכט ביי של"ש) פארן זמן ר"ת. (קען זיין כ'האב א טעות, זאל מיר איינער פאררעכטן ביטע.)

ביז לעצטענס האט מען נאך געקענט זען לאקס דער וויזניצער באס דרייווער אראפארן ליע עוו יעדן מוצ"ש ווען רוב יודן האבן זיך נאך געוואשן צו של"ס (אסאך פאר 72) קיינער האט אים גארנישט געזאגט כאטש ר' מאטעלע האט געזאגט אז סאטמאר רב ז"ל איז בעה"ב אין וומסב"ג (לגבי די עירוב)

*****

מהר"א מרא דאתרא'שאפט האט נישט קיין שייכות מיט בלומינגראוו. בפרט נאכדעם וואס ער האט קלארגעשטעלט ביים פרק שיעור עטליכע יאר צוריק אז מ'זאל נישט אהינגיין וואוינען ווייל ס'איז נישט געמאכט פאר היימישע אידן.


ביסט טאקע א מורה הוראה אבער אנדערע פסקענען אנדערש, הער אויס מהר"א'ס דרשה וויאזוי מ' האט אינדערהיים זיך גערעכענט מיט א פסק פון ד"ח 100 מייל אוועק

אפילו צד מהרז"ל האלט/ווייסט אז ער איז גערעכט, אבער פאר פארשטענדליכע טעמים קענן זיי זיך נישט ארויסשטעלן, הנאה והתאווה וכו' מוציאין את האדם

מיליאנער » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 1:55 pm

· #478954
מפיל קינד


מהר"א מרא דאתרא'שאפט האט נישט קיין שייכות מיט בלומינגראוו. בפרט נאכדעם וואס ער האט קלארגעשטעלט ביים פרק שיעור עטליכע יאר צוריק אז מ'זאל נישט אהינגיין וואוינען ווייל ס'איז נישט געמאכט פאר היימישע אידן.

פון דיינע ווערטער קוקט אויס אז דיין גאנצע פראבלעם איז איבער די גלילות, איא? איז איבער דעם וועלן מיר באלד רעדן.

לאמיר נאר פארשטיין איין זאך. דו האלטסט אז ס'מאכט נישט קיין סענס אז א רב פון א שטאט זאל פארלאנגען פון יעדן איינעם וואס וויל זיין א תושב אין שטאט אז יענער זאל זיך צושטעלן צו די מנהגים און יסודות וואס איז געגענגען בנפשו פארן מייסד העיר?

איך רעדט פון קרית יואל גופא.

אויב האלסטו אז ס'האט נישט קיין פשט זיי מיר ביטע מסביר פארוואס.

איבער די גלילות וועלן מיר רעדן איינמאל אונז זעמיר קלאר אין דעם. (אויב דו ווילסט)

לך לך » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 1:55 pm

· #478955
א לינק צום דרשה ?

אלע צוזאמען » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 2:32 pm

· #478956
מיליאנער
מפיל קינד


מהר"א מרא דאתרא'שאפט האט נישט קיין שייכות מיט בלומינגראוו. בפרט נאכדעם וואס ער האט קלארגעשטעלט ביים פרק שיעור עטליכע יאר צוריק אז מ'זאל נישט אהינגיין וואוינען ווייל ס'איז נישט געמאכט פאר היימישע אידן.

פון דיינע ווערטער קוקט אויס אז דיין גאנצע פראבלעם איז איבער די גלילות, איא? איז איבער דעם וועלן מיר באלד רעדן.

לאמיר נאר פארשטיין איין זאך. דו האלטסט אז ס'מאכט נישט קיין סענס אז א רב פון א שטאט זאל פארלאנגען פון יעדן איינעם וואס וויל זיין א תושב אין שטאט אז יענער זאל זיך צושטעלן צו די מנהגים און יסודות וואס איז געגענגען בנפשו פארן מייסד העיר?

איך רעדט פון קרית יואל גופא.

אויב האלסטו אז ס'האט נישט קיין פשט זיי מיר ביטע מסביר פארוואס.

איבער די גלילות וועלן מיר רעדן איינמאל אונז זעמיר קלאר אין דעם. (אויב דו ווילסט)

א רב פון א שטאט קען פארלאנגען, אבער ווער האט אפגעמאכט ווער ס'איז מרא דאתרא אין קרית יואל?, אויב מהר''א איז די לעצטע ווארט אין שטעטל, דאן האט ער די מאכט צו מאכן די מנהגים, אבער די רגע וואס זיין גאנצע מאכט איז אונטער פראגע צייכן, פארוואס זאל וויזניץ זיך צושטעלן צו אים מער װי צו איינעם אנדערש?

מיליאנער » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 2:39 pm

· #478960
הייסט עס אז די זאליס פארשטייען אויך אז א שטאטישע רב האט א רעכט דאס צו פארלאנגען, עס איז בלויז די אלטע מחלוקה איבער די מרא דאתרא'שאפט, אויב אזוי איז דאך ממש א שאד, לאמיר צוריקגיין צום סידור קידושין אשכול און דארט ממשיך זיין...

סעגאל » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 2:57 pm

· #478961
איך מיין טאקע מען זאל ממשיך זיין דארט אשאד אזוי שנעל אנחזרן א נייע אשכל

אלע צוזאמען » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 3:04 pm

· #478962
ווי איך פארשטיי איז דאס די underlying סיבה, פארוואס די זאלונים האבן זיך נישט געשטעלט אז די וויזניצע זאלן אננעמען די 72, צו ווייזן פאר די ארוינים ווער עס איז באסס.

מיליאנער » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 3:11 pm

· #478964
אלע צוזאמען
ווי איך פארשטיי איז דאס די underlying סיבה, פארוואס די זאלונים האבן זיך נישט געשטעלט אז די וויזניצע זאלן אננעמען די 72, צו ווייזן פאר די ארוינים ווער עס איז באסס.

יא, אזוי קוקט אויס פשטות.

קא משמע לן » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 3:21 pm

· #478966
מיליאנער
אלע צוזאמען
ווי איך פארשטיי איז דאס די underlying סיבה, פארוואס די זאלונים האבן זיך נישט געשטעלט אז די וויזניצע זאלן אננעמען די 72, צו ווייזן פאר די ארוינים ווער עס איז באסס.

יא, אזוי קוקט אויס פשטות.


ביטע הרב מיליאנער, גייט צירוק צו אייער אשכול און ווער עס וויל זעהן דיינע טיפע בליצן, גוטע ריענות און פיינע שטעך ווערטליך וועט אהין גיין זיך באלעקן די פינגער.
אבער ביטע לאזט איבער אנדערע אשכלות פאר די מענטשהייט.

מיליאנער » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 3:28 pm

· #478967
[ציטאט אראפגענומען]

יעדע ארויני האט שוין מסביר געווען פשט פון מהר''א'ס פארלאנג צו וויזניץ, אין די צייט וואס קיין שום זאלי האט נאכנישט מסביר געווען די פראבלעם דערפון נאר בלויז איבערגעקייט אז ער מיינט דא צו ווייזן באס'שאפט,סארי מיינע פריינט זאגטס מיר ווער עס מיינט דא באס'שאפט, עס קוקט מיר ענדערש אויס אז די זאליס זענען אריין דא אין א טיפע פארלעגענהייט מיט מהר''א'ס שטארקע מאוו און די וועג וויאזוי ער פירט די שטאט.

מיליאנער » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 3:30 pm

· #478968
קא משמע לן
מיליאנער
אלע צוזאמען
ווי איך פארשטיי איז דאס די underlying סיבה, פארוואס די זאלונים האבן זיך נישט געשטעלט אז די וויזניצע זאלן אננעמען די 72, צו ווייזן פאר די ארוינים ווער עס איז באסס.

יא, אזוי קוקט אויס פשטות.


ביטע הרב מיליאנער, גייט צירוק צו אייער אשכול און ווער עס וויל זעהן דיינע טיפע בליצן, גוטע ריענות און פיינע שטעך ווערטליך וועט אהין גיין זיך באלעקן די פינגער.
אבער ביטע לאזט איבער אנדערע אשכלות פאר די מענטשהייט.

איך פארשטיי וואס באדערט דיר...

ביטע צייג מיר ווי איך האב איינעם געשטאכן פערזענליך, און איך מעק עס שוין אויס.

נאך א מיינונג » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 4:16 pm

· #478970
עס דערמאנט זיך א מעשה, אבער איך געדענק נישט פונקט די פרטים.
אין תשס"א האט פאסירט א שרעקליכע באמבע אין א פיצה סטאר אין ירושלים, און פיר מענטשן פון א משפחה זענען געהרג'ט געווארן. איין מיידעל, אן אכט יעריגע, איז געבליבן לעבן פון די וואס זענען דארט געווען, און דער דעמאלסדיגע ראש ממשלה אריאל שרון איז איר געגאנגן באזוכן. ער האט איר געפרעגט צו זי וויל עפעס, האט זי געזאגט "יא, זאלסט היטן שבת". האט ער מסכים געווען צו היטן די נעקסטע שבת. זיין משרתים האבן נאכגעקוקט ווען שבת הייבט זיך אן און ווען ענגידט זיך עס, און בטעות האבן זיי אים געזאגט די זמן ר"ת, וואס איז נישט איינגעפירט אין ארץ ישראל.

עס קומט מוצאי שבת, רוב די מדינה איז שוין וואכעדיג, און שרון האלט נאך שבת. פלוצלונג קומט אים א טלפון קלינג, פון משה גפני. ער וויל עפעס פון אים.

היוצא לנו מכל זה, האלטן שבת ביז צוויי און זיבעציג שמעקט שטארק פון ציונות, און שומר נפשו ירחק מזה. אדער ווייניגער, אדער מער, אבער נישט 72 מינוט.

מפיל קינד » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 4:54 pm

· #478974
א חסיד פון ווילנא
מפיל קינד
איינער קען אריינקומען קלאר ווען די וויזניצע זמן איז מוצאי שבת?

איך געדענק אז זייער זמן מוצאי איז 58 אלס תוספות שבת, און דעמאלטס דאווענען זיי מעריב. דאס מיינט אז זיי האבן נישט קיין צייט צו טון מלאכות (חוץ צינדן לעכט ביי של"ש) פארן זמן ר"ת. (קען זיין כ'האב א טעות, זאל מיר איינער פאררעכטן ביטע.)

ביז לעצטענס האט מען נאך געקענט זען לאקס דער וויזניצער באס דרייווער אראפארן ליע עוו יעדן מוצ"ש ווען רוב יודן האבן זיך נאך געוואשן צו של"ס (אסאך פאר 72) קיינער האט אים גארנישט געזאגט כאטש ר' מאטעלע האט געזאגט אז סאטמאר רב ז"ל איז בעה"ב אין וומסב"ג (לגבי די עירוב)

*****

מהר"א מרא דאתרא'שאפט האט נישט קיין שייכות מיט בלומינגראוו. בפרט נאכדעם וואס ער האט קלארגעשטעלט ביים פרק שיעור עטליכע יאר צוריק אז מ'זאל נישט אהינגיין וואוינען ווייל ס'איז נישט געמאכט פאר היימישע אידן.


ביסט טאקע א מורה הוראה אבער אנדערע פסקענען אנדערש, הער אויס מהר"א'ס דרשה וויאזוי מ' האט אינדערהיים זיך גערעכענט מיט א פסק פון ד"ח 100 מייל אוועק

אפילו צד מהרז"ל האלט/ווייסט אז ער איז גערעכט, אבער פאר פארשטענדליכע טעמים קענן זיי זיך נישט ארויסשטעלן, הנאה והתאווה וכו' מוציאין את האדם

איך זאל אויסהערן מהר"א אז ער איז מרא דאתרא... ער איז נישט מיין דיין אין יורה דעה אויך נישט. ער איז אויך נישט קיין דברי חיים, כ'האף ער פארשטייט עס אליין...

ר' זעקל » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 4:54 pm

· #478975
מפיל קינד
איינער קען אריינקומען קלאר ווען די וויזניצע זמן איז מוצאי שבת?

איך געדענק אז זייער זמן מוצאי איז 58 אלס תוספות שבת, און דעמאלטס דאווענען זיי מעריב. דאס מיינט אז זיי האבן נישט קיין צייט צו טון מלאכות (חוץ צינדן לעכט ביי של"ש) פארן זמן ר"ת. (קען זיין כ'האב א טעות, זאל מיר איינער פאררעכטן ביטע.)

*****

מהר"א מרא דאתרא'שאפט האט נישט קיין שייכות מיט בלומינגראוו. בפרט נאכדעם וואס ער האט קלארגעשטעלט ביים פרק שיעור עטליכע יאר צוריק אז מ'זאל נישט אהינגיין וואוינען ווייל ס'איז נישט געמאכט פאר היימישע אידן.

אז די ווילסט שטארק וועל איך דיר מסביר זיין, עס קען אויסקלאפן נישט נאר ביי מוצאי שבת לגבי טוהן א מלאכה, עס קלאפט אויך אויס לגבי א תענות אויסצופאסטן, אויב גייט וויזניצע שוהל אין בלומינגראוו דאווענען לויט זייער זמן, גייען אסאך אסאך סאטמערע אידן גיין דארט דאווענען, אין אויספאסטן פאר די זיבעציג, וואס איז אלס געווען זייער הארב אין סאטמאר.

עס האט נישט צו טוהן מיט מהר'אס מרא דאתרא'שאפט, עס איז צוויי זאכן 1) א אפענע משנה מקום שנהגו אז ווען מען פירט זיך אין א פלאץ א מנהג האט קיינער נישט קיין רעכט צו טוהן אנדערש 2)רבינו הקדש'ס מרא דאתרא'שאפט, אפילו קיינער וואלט נישט אנגענימען די זמן פון רבינו הקדוש איז דא א זאך אז אין זיין פלאץ ווי ער איז געווען רב זאל מען זיך אזוי פירען, אזוי ווי ווען א חסיד פאלט אריין אין די רמ'א שיהל דאווענט ער נוסח אשכנז, ווייל עס איז באתרה דמר.

מפיל קינד » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 4:58 pm

· #478976
ס'איז נישט שייך מקום שנהגו אויף א פלאץ מיט 10 בתי מדרשים וואס יעדער פירט זיך כאוות נפשו. דזשמיגראדער רבי טאר נישט גיין מיט א ווייסע בעקישע ווייל קיינער גייט נישט? קיינער האט נישט מייסד געווען דעם שטעטל אויסער אפאר בראוקערס.

מרא דאתרא איז ער נישט, בלומינגראוו איז נישט קרית יואל. ופשוט הוא. מהרז"ל האט אהינגעשיקט זיינע חסידים ערשט, נישט מהר"א וואס האט נישט געלאזט אהינפארן, ווייל ס'איז נישט קרית יואל.

לגבי תעניתים, רביה"ק האט נישט געהאט קיין פראבלעם מיטן אויספאסטן פאר 72, ווי מ'האט געטון אין סאטמאר אין די ערשטע יארן. שאל נא לימים הראשונים. ביז שפעטער האבן אידן געוואלט נאכמאכן דעם רבין אליין. ואכמ"ל.

ר' זעקל » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 4:59 pm

· #478977
אלע צוזאמען
מיליאנער
מפיל קינד


מהר"א מרא דאתרא'שאפט האט נישט קיין שייכות מיט בלומינגראוו. בפרט נאכדעם וואס ער האט קלארגעשטעלט ביים פרק שיעור עטליכע יאר צוריק אז מ'זאל נישט אהינגיין וואוינען ווייל ס'איז נישט געמאכט פאר היימישע אידן.

פון דיינע ווערטער קוקט אויס אז דיין גאנצע פראבלעם איז איבער די גלילות, איא? איז איבער דעם וועלן מיר באלד רעדן.

לאמיר נאר פארשטיין איין זאך. דו האלטסט אז ס'מאכט נישט קיין סענס אז א רב פון א שטאט זאל פארלאנגען פון יעדן איינעם וואס וויל זיין א תושב אין שטאט אז יענער זאל זיך צושטעלן צו די מנהגים און יסודות וואס איז געגענגען בנפשו פארן מייסד העיר?

איך רעדט פון קרית יואל גופא.

אויב האלסטו אז ס'האט נישט קיין פשט זיי מיר ביטע מסביר פארוואס.

איבער די גלילות וועלן מיר רעדן איינמאל אונז זעמיר קלאר אין דעם. (אויב דו ווילסט)

א רב פון א שטאט קען פארלאנגען, אבער ווער האט אפגעמאכט ווער ס'איז מרא דאתרא אין קרית יואל?, אויב מהר''א איז די לעצטע ווארט אין שטעטל, דאן האט ער די מאכט צו מאכן די מנהגים, אבער די רגע וואס זיין גאנצע מאכט איז אונטער פראגע צייכן, פארוואס זאל וויזניץ זיך צושטעלן צו אים מער װי צו איינעם אנדערש?

עס האט נישט מיט מהר'א'ס זיין מרא דאתרה, עס האט מיט דעם אז רבינו הקדוש איז מרא דאתרה פון קרית יואל.

ר' זעקל » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 5:06 pm

· #478978
מפיל קינד
ר' זעקל
מפיל קינד
איינער קען אריינקומען קלאר ווען די וויזניצע זמן איז מוצאי שבת?

איך געדענק אז זייער זמן מוצאי איז 58 אלס תוספות שבת, און דעמאלטס דאווענען זיי מעריב. דאס מיינט אז זיי האבן נישט קיין צייט צו טון מלאכות (חוץ צינדן לעכט ביי של"ש) פארן זמן ר"ת. (קען זיין כ'האב א טעות, זאל מיר איינער פאררעכטן ביטע.)

*****

מהר"א מרא דאתרא'שאפט האט נישט קיין שייכות מיט בלומינגראוו. בפרט נאכדעם וואס ער האט קלארגעשטעלט ביים פרק שיעור עטליכע יאר צוריק אז מ'זאל נישט אהינגיין וואוינען ווייל ס'איז נישט געמאכט פאר היימישע אידן.

אז די ווילסט שטארק וועל איך דיר מסביר זיין, עס קען אויסקלאפן נישט נאר ביי מוצאי שבת לגבי טוהן א מלאכה, עס קלאפט אויך אויס לגבי א תענות אויסצופאסטן, אויב גייט וויזניצע שוהל אין בלומינגראוו דאווענען לויט זייער זמן, גייען אסאך אסאך סאטמערע אידן גיין דארט דאווענען, אין אויספאסטן פאר די זיבעציג, וואס איז אלס געווען זייער הארב אין סאטמאר.

עס האט נישט צו טוהן מיט מהר'אס מרא דאתרא'שאפט, עס איז צוויי זאכן 1) א אפענע משנה מקום שנהגו אז ווען מען פירט זיך אין א פלאץ א מנהג האט קיינער נישט קיין רעכט צו טוהן אנדערש 2)רבינו הקדש'ס מרא דאתרא'שאפט, אפילו קיינער וואלט נישט אנגענימען די זמן פון רבינו הקדוש איז דא א זאך אז אין זיין פלאץ ווי ער איז געווען רב זאל מען זיך אזוי פירען, אזוי ווי ווען א חסיד פאלט אריין אין די רמ'א שיהל דאווענט ער נוסח אשכנז, ווייל עס איז באתרה דמר.

ס'איז נישט שייך מקום שנהגו אויף א פלאץ מיט 10 בתי מדרשים וואס יעדער פירט זיך כאוות נפשו. דזשמיגראדער רבי טאר נישט גיין מיט א ווייסע בעקישע ווייל קיינער גייט נישט? קיינער האט נישט מייסד געווען דעם שטעטל אויסער אפאר בראוקערס.

יא דזשמיגראדער רבי מעג גיין מיט א ווייסע בעקעטשע, אין די מעגסט עסן דזשעק ענד דזשיל קאקיס, אבער מקום שנהגו איז נישט טייטש א ביהמ'ד עס איז טייטש א שטאט, אין ניין א שטאט בלומינגראוו וואס 99.99% אידן זענען סאטמארע האסטו נישט קיין רעכט צו דאווענען פריער ווי זיי פירען זיך.
מפיל קינד
מרא דאתרא איז ער נישט, בלומינגראוו איז נישט קרית יואל. ופשוט הוא. מהרז"ל האט אהינגעשיקט זיינע חסידים ערשט, נישט מהר"א וואס האט נישט געלאזט אהינפארן, ווייל ס'איז נישט קרית יואל.

שוין ווייטער מישטו אויס מיט מהר'א, אפילו די זאלסט אננעמען אז מהר'א איז נישט מרא דאתרא, איז רבינו הקדוש יא, ער האט אויפגעבויט די שטאט אין מען איז מחיוב דארט אנצונעמען ווי ער האט געפסקנט.
שיין זעה מיר אויס אז די זאליס זענען גרייט צו שיקן ליפטערן רבינו הקדוש פאר אביסל שנאה.

מפיל קינד
לגבי תעניתים, רביה"ק האט נישט געהאט קיין פראבלעם מיטן אויספאסטן פאר 72, ווי מ'האט געטון אין סאטמאר אין די ערשטע יארן. שאל נא לימים הראשונים. ביז שפעטער האבן אידן געוואלט נאכמאכן דעם רבין אליין. ואכמ"ל.

אזוי ווי עס איז טאקע ברייט ידוע, פרעג מיר אפ.

ר' זעקל » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 5:10 pm

· #478979
קא משמע לן
מיליאנער
אלע צוזאמען
ווי איך פארשטיי איז דאס די underlying סיבה, פארוואס די זאלונים האבן זיך נישט געשטעלט אז די וויזניצע זאלן אננעמען די 72, צו ווייזן פאר די ארוינים ווער עס איז באסס.

יא, אזוי קוקט אויס פשטות.


ביטע הרב מיליאנער, גייט צירוק צו אייער אשכול און ווער עס וויל זעהן דיינע טיפע בליצן, גוטע ריענות און פיינע שטעך ווערטליך וועט אהין גיין זיך באלעקן די פינגער.
אבער ביטע לאזט איבער אנדערע אשכלות פאר די מענטשהייט.

אין ווער עס וויל זיך קלאפן די קאפ אין וואנט אריינשטעקן די בת היענה אויגן אין זאמד אין נאר הערן איין זייט, וועט רואיג קענען אהער קומען.

וואסער » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 5:19 pm

· #478980
ר' זעקל

אז די ווילסט שטארק וועל איך דיר מסביר זיין, עס קען אויסקלאפן נישט נאר ביי מוצאי שבת לגבי טוהן א מלאכה, עס קלאפט אויך אויס לגבי א תענות אויסצופאסטן, אויב גייט וויזניצע שוהל אין בלומינגראוו דאווענען לויט זייער זמן, גייען אסאך אסאך סאטמערע אידן גיין דארט דאווענען, אין אויספאסטן פאר די זיבעציג, וואס איז אלס געווען זייער הארב אין סאטמאר.


אזוי????
אין מאנסי גייען אסאך אסאך סאטמארע אידן דאווענען קיין וויזניץ אין אן תענית אויסצופאסטן פריער?
אין וומ"ס גייען אסאך אסאך סאטמארע אידן דאווענען קיין וויזניץ אין אן תענית אויסצופאסטן פריער?
אין ב"פ גייען אסאך אסאך סאטמארע אידן דאווענען קיין וויזניץ אין אן תענית אויסצופאסטן פריער?

מפיל קינד » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 5:25 pm

· #478981
ר' זעקל, רביה"ק זי"ע האט נישט קיין שייכות מיט בלומינגראוו, נישט קיין חילוק וויפיל סאטמארע אידן ס'ווואוינען דארט.

פונקט ווי אין דזשערזי סיטי האט די שטאט גארנישט מיט סאטמאר, אפי' רוב סאטמאר וואוינען דארט. זיי האבן א מרא דאתרא ר' מנשה מאיער וואס באשליסט אלעס.

וואסער » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 5:27 pm

· #478982
ר' זעקל

שיין זעה מיר אויס אז די זאליס זענען גרייט צו שיקן ליפטערן רבינו הקדוש פאר אביסל שנאה.

אראפגעלייגט אן הנחה כאילו די זאליס שפילן דא א ראלע. אין דערנאך דארף מען זיך נאך פארענטפערן.
דאס איז א פייט פון מהר"א צו ווייזן בעלות און האט מיט די זאליס קיין שייכות.
די מעשה כאילו וויזניץ האט געזאגט אז אויב די זאליס פארלאנגען עס וועלן זיי זיך צושטעלן איז די זעלבע אמת ווי אז מהר"א'ס רעביצין האט אלע אירע יארן אלץ מיידל געהאלטן זמן ר"ת באהאלטענערהייט...

ר' זעקל » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 5:35 pm

· #478984
מפיל קינד
ר' זעקל, רביה"ק זי"ע האט נישט קיין שייכות מיט בלומינגראוו, נישט קיין חילוק וויפיל סאטמארע אידן ס'ווואוינען דארט.

פונקט ווי אין דזשערזי סיטי האט די שטאט גארנישט מיט סאטמאר, אפי' רוב סאטמאר וואוינען דארט. זיי האבן א מרא דאתרא ר' מנשה מאיער וואס באשליסט אלעס.

רביה'ק איז געווען מרא דאתרא פון קרית יואל והגלילות, אפילו די זאליס האבן געארבעט שווער ארויסצורייסן די הלכה פון גלילות, ווערט עס בכלל נישט אפגעפרעגט.

איך קען נישט די מציאות פון דזשערסי סיטי, אבער אויב ווען עס גייט ווערן א מסודר'דיגע שטאט אין אלע אידן פון דארט גייען זיך פירן ווי אין סאטמאר לגבי די זמן, און נאכדעם גייען קומען וויזניצע אידן אין עפענען א ביהמ'ד אין וועלן איינפירן זייער זמן, ליגט אויף ר' מנשה מאיער זיך צו שטעלן דערקעגן און עס נישט צולאזן.

ר' זעקל » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 5:37 pm

· #478985
וואסער
ר' זעקל

אז די ווילסט שטארק וועל איך דיר מסביר זיין, עס קען אויסקלאפן נישט נאר ביי מוצאי שבת לגבי טוהן א מלאכה, עס קלאפט אויך אויס לגבי א תענות אויסצופאסטן, אויב גייט וויזניצע שוהל אין בלומינגראוו דאווענען לויט זייער זמן, גייען אסאך אסאך סאטמערע אידן גיין דארט דאווענען, אין אויספאסטן פאר די זיבעציג, וואס איז אלס געווען זייער הארב אין סאטמאר.


אזוי????
אין מאנסי גייען אסאך אסאך סאטמארע אידן דאווענען קיין וויזניץ אין אן תענית אויסצופאסטן פריער?
אין וומ"ס גייען אסאך אסאך סאטמארע אידן דאווענען קיין וויזניץ אין אן תענית אויסצופאסטן פריער?
אין ב"פ גייען אסאך אסאך סאטמארע אידן דאווענען קיין וויזניץ אין אן תענית אויסצופאסטן פריער?

קודם כל יא עס זענען דא סאטמערע אידן וואס טוהן עס, אין נאכדעם אפילו ווען נישט הלכה בלייבט הלכה, נעם ארויס א מסכת פסחים פרק ד' אין לערן דורכ מקום שנהגי.

ר' זעקל » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 5:38 pm

· #478986
וואסער
ר' זעקל

שיין זעה מיר אויס אז די זאליס זענען גרייט צו שיקן ליפטערן רבינו הקדוש פאר אביסל שנאה.

אראפגעלייגט אן הנחה כאילו די זאליס שפילן דא א ראלע. אין דערנאך דארף מען זיך נאך פארענטפערן.
דאס איז א פייט פון מהר"א צו ווייזן בעלות און האט מיט די זאליס קיין שייכות.
די מעשה כאילו וויזניץ האט געזאגט אז אויב די זאליס פארלאנגען עס וועלן זיי זיך צושטעלן איז די זעלבע אמת ווי אז מהר"א'ס רעביצין האט אלע אירע יארן אלץ מיידל געהאלטן זמן ר"ת באהאלטענערהייט...

איך רעדט נישט פון די זאליס אין קרית יואל, איך רעדט די פון דא אויף קאווע שטיבל.

נחמד » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 5:40 pm

· #478987
ר' זעקל
שוין ווייטער מישסטו אויס מיט מהר'א, אפילו דו זאלסט אננעמען אז מהר'א איז נישט מרא דאתרא, איז רבינו הקדוש יא, ער האט אויפגעבויט די שטאט אין מען איז מחוייב דארט אנצונעמען ווי ער האט גע'פסק'נט.
שיין זעה מיר אויס אז די זאליס זענען גרייט צו שיקן לופטערן רבינו הקדוש פאר אביסל שנאה.

דערמאנט ווי ארונים האבן געשיקט לופטערן רבינו הקדוש פאר אביסל שנאה און קנאה ביי די עירוב פרשה, אלעס ווייל רז''ל איז געווארן רב אין וויליאמסבורג... יעדער ווייסט וואס ס'וואלט געווען אויב וואלט עס געשען אביסל פריער פאר רז''ל איז געווארן רב, וואלט ר''א נישט געזאגט אז יעדער מעג טון וואס ער וויל און אז מ'טאר נישט פראטעסטן, בלוט וואלט זיך געגאסן!

תפוח » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 5:51 pm

· #478988
וואס האט די עירוב אין וויליאמסבורג מיט סאטמארער רב ז"ל??

ר' זעקל » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 5:56 pm

· #478989
נחמד

דערמאנט ווי ארונים האבן געשיקט ליפטערן רבינו הקדוש פאר אביסל שנאה און קינאה ביי דו עירוב פרשה אלעס ווייל רז''ל איז געווארן רב אין וויליאמסבורג... יעדער ווייסט וואס סעוואלט געווען אויב וואלט עס געשען אביסל פריער פאר רז''ל איז געווארן רב וואלט ר''א נישט געזאגט אז יעדער מעג טון וואס ער וויל און אז מ'טאר נישט פראטעסטן, בלוט וואלט זוך געגאסן

שוין ווייטער קומט אריין א "יעדער ווייסט".

ליב צו וויסן » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 6:04 pm

· #478990
די וויזשניצער זענען אביסל טועם וואס זייער "הייליגער" רבי האט געגיבן צו שפירן פאר די סאטמארע אין מאנסי..

נחמד » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 6:18 pm

· #478991
תפוח
וואס האט די עירוב אין וויליאמסבורג מיט סאטמארער רב ז"ל??

דאס וואלט דיר ר''א שיין צו פארשטיין געגעבען אויב ער וואלט דאן געווען רב הצעיר

היכי דמי » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 6:23 pm

· #478992
וואס האט זמנים מיט א רוב? איז די זמן שב"ק ווען רוב כלל ישראל איז גרייט ארויס פון שאוער? זמנים האבן חכמים אוועקגעשטעלט אויף א געוויסע וועג, און וויזניץ האט זיך זייער מנהג מקובל מרבותיהם הקדושים. ווי קומט דא מנהג המקום? רוב? מרא דאתרא?

תפוח » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 6:23 pm

· #478993
ליב צו וויסן
די וויזשניצער זענען אביסל טועם וואס זייער "הייליגער" רבי האט געגיבן צו שפירן פאר די סאטמארע אין מאנסי..
מהר"א האט נאך א מהלך צו גיין אנצוקומען צו הגה"ק דער מוחה אני זצ"ל.

תפוח » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 6:25 pm

· #478994
נחמד
תפוח
וואס האט די עירוב אין וויליאמסבורג מיט סאטמארער רב ז"ל??

דאס וואלט דיר ר''א שיין צו פארשטיין געגעבען אויב ער וואלט דאן געווען רב הצעיר
דאס איז א נביאה אדער מער א השערה?

ר' זעקל » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 6:44 pm

· #478998
היכי דמי
וואס האט זמנים מיט א רוב? איז די זמן שב"ק ווען רוב כלל ישראל איז גרייט ארויס פון שאוער? זמנים האבן חכמים אוועקגעשטעלט אויף א געוויסע וועג, און וויזניץ האט זיך זייער מנהג מקובל מרבותיהם הקדושים. ווי קומט דא מנהג המקום? רוב? מרא דאתרא?

וואס האט ארבעטן ערב פסח ביז חצות מיט א רוב? האט עס צו טוהן ביז ווען די לעצטע שלעפער פארברענט די חמץ? ניין די משנה זאגט אז א פלאץ וואס מען האט זיך געפירט א זאך טאר מען נישט משנה זיין, 99.99% אידן פון בלומינגראוו זענען סאטמערע וואס פירן זיך צו האלטן די 72, האסטו נישט קיין רעכט משנה צו זיין, פינטל.

כפתור » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 6:57 pm

· #478999
וואס קען געשען אז א סאטמארער איד וואשט זיך של"ס און זעהט א וויזניצער איד פארן און א קאר מיט די בלויע סקרין פון זיין סעלפאון ביילאכטן, האבן סאטמארע אזא שוואכע אימיון סיסטעם אז ס'וועט זיי אפעקטן און וועלן זשוינען וויזניץ? האט עס איינעם אפעקטעד און וויליאמסבורג אדער ב"פ?

אפשר פארקערט, מ' זאל איינמאל פאר אלעמאל אויסלערנען דעם עולם אז ס'איז דא פארשידענע שיטות און ער קען ווייטער עסען זיין שאלעשידעס רואיג.
געפעלט מיר ווי מ' שרייבט אלעמאל" מ'האט אים שיין געבעטן", און אז ער איז נישט מסכים, ווערט יענער א שייגעץ. אז מ'בעט שיין ברויך מען אנעמען "שיינעהייט" א "ניין"

בד"וו, איך בין שטארק מסופק אויב רביה"ק האט אפילו געוואוסט ווי בלומינגראוו איז אופן מאפע, אדער אפילו געהערט אזא נאמען. צו זאגן אז ער איז געווען מרא דאתרא אויף אלע גוים וואס האבן דארט געוואוינט איז א מהלך.
ווען מ'האט גערעדט פון די גלילות האט מען מסתם געמיינט נישט מער ווי די פאר גאסען און סעווען ספרינגס. קיינער האט נישט ג'חלומ'ט אז מ' וועט אנקומען אזוי ווייט.
ס'שמעקט שטארק ווי די "מייל" ארום סקווער. די קהילות האבן זיך אנגעהויבן דערקלערן בעלי בתים אויף מיילן ארום זיך.

עדיאל » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 7:15 pm

· #479000
וויפיל אייך ווייס, שטעלן די מוסדות נישט צו קיין באסעס פאר ב"ג מיט די טענה א ס'נישט ק"י. פלוצים ווערט עס גלילות מיט א מרא דאתרא שוין.

די טענה אז רביה"ק איז געווען מרא דאתרא אין ב"ג איז הויל לצנות. אין מלך בלא עם.

מקום שנהגו איז א הלכה אויף א יחיד. אן עטאבלירטע קהילה מאכט זיך זייערע אייגענע מנהגים. והא ראיה אז סאטמארע אין מאנסי זענען נישט מקבל שבת ביים פריען זמן, כאטש ליטאים + ויז'ניץ האבן קובע געווען דארט מנהגים בעפאר סאטמאר.

בלי ספק עקזיסטירט א מנהג ירושלים. האלטן זיך סאטמארע צו דעם לגבי זמן כניסת שבת?

היכי דמי » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 7:19 pm

· #479002
ר' זעקל
היכי דמי
וואס האט זמנים מיט א רוב? איז די זמן שב"ק ווען רוב כלל ישראל איז גרייט ארויס פון שאוער? זמנים האבן חכמים אוועקגעשטעלט אויף א געוויסע וועג, און וויזניץ האט זיך זייער מנהג מקובל מרבותיהם הקדושים. ווי קומט דא מנהג המקום? רוב? מרא דאתרא?

וואס האט ארבעטן ערב פסח ביז חצות מיט א רוב? האט עס צו טוהן ביז ווען די לעצטע שלעפער פארברענט די חמץ? ניין די משנה זאגט אז א פלאץ וואס מען האט זיך געפירט א זאך טאר מען נישט משנה זיין, 99.99% אידן פון בלומינגראוו זענען סאטמערע וואס פירן זיך צו האלטן די 72, האסטו נישט קיין רעכט משנה צו זיין, פינטל.


ביז ווי גייט עס?
די סאטמארע פרוי אין לעיקוואד מעג דרייווען ווייל מען דארף גיין מיט רוב?

און אויב וואוי איך אין בארא פארק בין איך באצוואונגען מיט די מנהגים וואס רוב שטאט פירט זיך?

מפיל קינד » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 8:26 pm

· #479010
ר' זעקל
היכי דמי
וואס האט זמנים מיט א רוב? איז די זמן שב"ק ווען רוב כלל ישראל איז גרייט ארויס פון שאוער? זמנים האבן חכמים אוועקגעשטעלט אויף א געוויסע וועג, און וויזניץ האט זיך זייער מנהג מקובל מרבותיהם הקדושים. ווי קומט דא מנהג המקום? רוב? מרא דאתרא?

וואס האט ארבעטן ערב פסח ביז חצות מיט א רוב? האט עס צו טוהן ביז ווען די לעצטע שלעפער פארברענט די חמץ? ניין די משנה זאגט אז א פלאץ וואס מען האט זיך געפירט א זאך טאר מען נישט משנה זיין, 99.99% אידן פון בלומינגראוו זענען סאטמערע וואס פירן זיך צו האלטן די 72, האסטו נישט קיין רעכט משנה צו זיין, פינטל.

מעשה רב:

רביה"ק איז געפארן מיטן קאר אין ירושלים נאכן זמן כניסת השבת, און האט אפי' געכאפט שטיינער, כידוע.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 8:33 pm

· #479012
דערקלערט קריג?! עה, נאר מוחה געווען, געהעריג קליקבעיט. ס׳דערמאנט פון יענע מעשה פון הרב אלישיב וואס האט גע׳טענה׳ט אז ער האט יוצא געווען מצות מחאה מיט׳ן רעדן שטרענג ביי זיין טעגליכן שיעור און פטור אן עסק.

גאנצל » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 9:27 pm

· #479016
אנבעליוויבעל ווי שלעכט און עקלדיג די זאליס קענען זיין

מילא סידור קידושין מילא מוסדות מילא דיין אזויגערופענע רבי

אבער זיך אן נעמען פאר א צווייטן ווען יענער טוט באמת אדורכברעכן א זאך וואס די רבי ז"ל האט איינגעפירט להלכה און זיך געפירט מיט דעם בכל התוקף מיט יעדע מין הלכה וואס איז שייך צו דעם און נאכדערצו וויזניץ וואס האט געגליכן סאטמאר ווי דו גלייכט שווארצע פעפער

א סאטמארע איד זאל זיך יעצט אן נעמען פאר ר' יצחק יוחנן דארף ער צו זיין א שלעכטער מיט שלעכטע מדות אדורך און אדורך

גאנצל » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 9:29 pm

· #479017
ווי האט סאטמאר רב שליטא געזאגט אינטערסאנט פונקט די וואס ווילן מאכן קרית יואל פאר א רשות הרבים די זעלביגע ווילן מאכן וויליאמסבורג פאר א רשות היחיד

ודברי פי חכם חן

עס שיילט זיך ארויס די ביטערקייט פון די אנטי סאטמאר רב ווי קיינמאל בעפאר

אישתישבי » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 10:51 pm

· #479018
דער עיקר אז ר' אהרן איז נישט נאר קעניג פין מאנרא, נאר אויך פין די גלילות. און דער צדיק האט פראבירט מיט "דרכי נועם" פאר ער האט געהאלטען זיין דרשה.

איז די שאלה אויב ער איז גערעכט, איז עס דומה צו מאשין מצות, וואס ר' שמעון סופר האט געזאגט אז קראקע איז אתרא דמר פין דברי חיים (אויך א עקסטרעמע משוגעת)?

מאשין מצות איז א פסק פין דברי חיים, טאמער רוב שטאט טוט ווי איין שיטה איז דא א שאלה פין לא תתגודדו. נישט חומרי המקום שבא לשם, דאס איז שייך ביי מנהגים, חוץ טאמער ר' אהרן האלט אז ר"ת זמן איז נאר א מנהג. אבער היות מען רעדט פין א מחלוקת ראשונים ואחרונים, איז נישט שייך צו זאגען ביי דעם לא תתגודדו, ווייל עס איז שוין א אלטער מחלוקת ווי עס שטייט אין חינוך, און בכלל איז דא ביי לא תתגודדו גאר אסאך פרטים, און בעיקר ווייסט יעדער אז ר' אהרן גייט אהן דער לא תתגודדו אין לינקען פאה, אים באדערט איין זאך, ובלשון קדשו, "וואס דארף מען זיך קריגען זאל זיין ווי איך זאג", און ער קען נישט סובל זיין אז אין די "גלילות" פין קרית יואל האט איינער דער חוצפה צו טוהן עפעס אנדרעש ווי מען טוט אין זיין סאטמאר, זאגט ער א פשט'ל אז אים באדערט דאס וואס דער רבי זי"ע האט געטוהן אנדרעש. אים גייט אהן דער רבי זי"ע גאר ווייניג. דער עיקר איז דער אני ואפסי.

באלט וועט ער מוחה זיין אויף די וואס דאווענען תפלה בזמנה, אדער מאכען נישט הכנות פיר שעה.

גאנצל » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 11:00 pm

· #479019
שיטת רת א מנהג מיט אזעלכע תח ווער דארף עמיראצים

אישתישבי » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 11:40 pm

· #479022
גאנצל
שיטת רת א מנהג מיט אזעלכע תח ווער דארף עמיראצים


מיט אזעלכע עמיראצים, ווער דארף סאטמאר.
בלאט: 1 2 3 4 5 6