☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » אשכול אן א טיטל #14752

אשכול אן א טיטל #14752

298 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14752
בלאט: 1 2 3 4 5 6

מיליאנער » פרייטאג אוגוסט 20, 2021 1:06 pm

· #480177
אינטערסאנטער
מיליאנער
פעך! א רבי זאל אליינס זיין פארנומען צו קלאפן דעם ברודער איינמאל און נאכאמאל, און נאכדעם צוקנייטשן די אויגן ביי קה אכסוף, איז א גרויל! די מדות גרועות פון דעם איד איז עד להפליא.

אזעלכע קוקו מענטשן די ארוינים. ווען אהרן קומט טאנצן הקפות אין א טענט אין וויליאמסבורג, אנשטאט אין זיין געווענליכע קרית יואל בית מדרש דעמאלס וואלט איך געזאגט אז ער האט איין ציל צו קלאפן זיין ברידער.

ווען רז"ל וואס האט עטליכע טויזנט אנהענגער אין קרית יואל והגלילות, איז ער דארט קיין האר נישט ווייניגער בארעכטיגט צו פירן דארט. ער איז סאטמארער רבי און קרית יואל איז די סאטמארע שטעטל ווי רז"ל איז מרא דאתרא זייענדיג דער ממלא מקום פון דער ברך משה.

שוין צייט אויפצוהערן צו דרייען א קאפ כאילו יעדעס מאל ווען ער קומט צו זיינע טויזענטער חסידים אין קרית יואל, זיכט ער דא אפצוטוהן זיין ברידער

ווען רז'ל קומט פירן אין קרית יואל איז טאקע נישט קיין גרויל דהיינו ווען ער גייט זיך זיין וועג און פייפט אריין זיין ברודער, שוין... מקען פירן א מערכה מיט אים אבער ס'נישט עקלדיג.

דו ווייסט ווען יא? אראפרופן פערזענליך מענטשן אז מ'זאל נישט רעדן ביים ברודערס כינוס, זיך אריבערציען פאר א וואך אין קרית יואל בלויז צו קענען מסדר קידושין זיין, מחזק זיין איינעם ער זאל זיך אריינפייפן אין זיין ברודער, דאס אלעס איז א גרויל פאר א רבי צו טון.

נחמד » פרייטאג אוגוסט 20, 2021 1:09 pm

· #480179
א חסיד פון ווילנא
אינטערסאנטער
מיליאנער
פעך! א רבי זאל אליינס זיין פארנומען צו קלאפן דעם ברודער איינמאל און נאכאמאל, און נאכדעם צוקנייטשן די אויגן ביי קה אכסוף, איז א גרויל! די מדות גרועות פון דעם איד איז עד להפליא.

אזעלכע קוקו מענטשן די ארוינים. ווען אהרן קומט טאנצן הקפות אין א טענט אין וויליאמסבורג, אנשטאט אין זיין געווענליכע קרית יואל בית מדרש דעמאלס וואלט איך געזאגט אז ער האט איין ציל צו קלאפן זיין ברידער.

ווען רז"ל וואס האט עטליכע טויזנט אנהענגער אין קרית יואל והגלילות, איז ער דארט קיין האר נישט ווייניגער בארעכטיגט צו פירן דארט. ער איז סאטמארער רבי און קרית יואל איז די סאטמארע שטעטל ווי רז"ל איז מרא דאתרא זייענדיג דער ממלא מקום פון דער ברך משה.

שוין צייט אויפצוהערן צו דרייען א קאפ כאילו יעדעס מאל ווען ער קומט צו זיינע טויזענטער חסידים אין קרית יואל, זיכט ער דא אפצוטוהן זיין ברידער

מהר"א האט נישט קיין מענטשן אין וומסב"ג? ער האט מער אין וומסב"ג ווי רז"ל האט אין קר"י

פראצעטנטיש ווייז נישט. ז''ל האט א גרעסערע פראצענט אין קר''י ווי ר''א האט אין וויליאמסבורג

מיליאנער » פרייטאג אוגוסט 20, 2021 1:16 pm

· #480181
נחמד

אבי געשאסן

א חסיד פון ווילנא » פרייטאג אוגוסט 20, 2021 2:23 pm

· #480187
לך לך
פארוואס נישט

באלד קומט די ספין

רז"ל האט עס ערלעדיגט

אלגעמיין » פרייטאג אוגוסט 20, 2021 4:16 pm

· #480193
לך לך
פארוואס נישט

משה ווייסבערג איז אפיציעל באצאלט דורך 'דער איד' אפיס און טוט כסדר ליפטערן זייערע
איינזייטיגע נייעס'ער און פראפעגאנדע צו האלטן די מאמענטום ביי די בני ארץ ישראל ותשוחח"ל
(ביי אים איז אפיציעל דא נאר איין אדמו"ר מסאטמאר און אן הרבי/אדמו"ר מהר"א מסאטמאר)

אלגעמיין » פרייטאג אוגוסט 20, 2021 4:16 pm

· #480194
[ציטאט אראפגענומען]

כא, כא, כא האבן זיך די צילאזטע רויבער'ס צולאכט... פון דעם האמיר זיך אפי' נישט געקענט פארשטעלן

עטליכע נקודות צו דיין פאנטאזישע בדחנות:
1. איך ראט דעם רבין יעצט זיך אויך איינצושפארן מיטן קלויזענבורג'ע דיין און מפשר זיין איבערן וומ"ס עירוב. פארפאלען, א טאלאנט איז עפעס וואס מ'קען נישט אוועקנעמען...
2. פרוביר איבער צוליינען דיינע ביז איצטיע געשרייבעכצער איבער דעם ענין ווי שטארק בל"ג איז נישט ק"י און יעדער קען/וועט/זאל טוהן וויאזוי זייערע מנהגים זענען וכו' וכו' און דא גארנישט, ס'איז גאר א חיוב
3. דער רבי האלט שוין מיט איבער די פארהאנדלונגן אריבער 3 חדשים און שטענדיג צוריקגעפושט זיי צו שטיצן צו טוען וואס זיי ווילן (פרעג די ויו"מ הנהלה) און וואס האט זיך איצט געטוישט?
4. ווייז מיר איין שלעכט/חוזק ווארט פערזענליך אויפן וויזניץ רבין אדער קהילה (אפי' ענדליך צום וומ"ס ברידער ביים דרשה איבער די עירוב אקעגן די ק"ק פרא-עירוב).
ס"ה קלאר און שיין ארויס געברענגט דעם דעת תורה און פגיעה חמירה אקעגן מייסד הקרי'. און יא, דאס און אויך די בלאט העדליין/ארטיקל מיטן גרעסטן כבוד צו די קהילה האט געדריקט צוצוקומען צום איצטיגן מאמענט.
ביי ענק הייסט דאס אלעס פאשקעווילן און טעראר...ווי אינטערעסאנט
5. זייט די דרשה איז שוין געווען 3 זיצונגען צווישן דעלעגאציעס פון ביידע צדדים ביז די וואך אנהייב וואך איז מען ב"ה אנקומען צו דעם החלטה
6. יעדער וואס איז געווען ביים מסיבה האט מיטגעהאלטן און פרעגט מיט ווינדער איבער ווען די "זיך איינגעשפארט מיט אים" איז פארגעקומען...
7. און צו דעם האבן זיי נאך געפילט צוריק צוגיין צום טעראריסט ר' דוד עקשטיין מיט די בויגזאמע החלטה....אוי רבוש"ע, וויפיל בדחנות/סתירות אין איין שלינג...

אינטערסאנטער » פרייטאג אוגוסט 20, 2021 4:26 pm

· #480196
[ציטאט אראפגענומען]

לאמיך דיר זאגן וואס איך לערן אפ אין די ווארט וומ"ס וואס שטייט אין די צוואה.
דאס וואס שטייט וומ"ס אין די צוואה איז פשוט לאפוקי אז די בית המדרש אין קרית יואל זאל בלייבן פאר ר' אהרן, ווי דער ברך משה האט שוין געזאגט ברבים אז ער וויל רז"ל זאל זיין דער סאטמארער רבי און ר' אהרן זאל איבערנעמען די בית מדרש אין קרית יואל.

דאס איז אלעס לגבי איבערנעמען די אפיציעלע בית מדרש, אבער חוץ מזה, לגבי דעים צו יעדער מעג אויפמאכן מוסדות מיט א קהילה אין די אנדערע פלאץ, האט דער ברך משה לכאורה געהאלטן אז ר' אהרן מעג אויפמאכן מוסדות אין וויליאמסבורג מיט א בית מדרש פונקט ווי רז"ל מעג אויפמאכן אייגענע קהילה און מוסדות אין קרית יואל, ווי ער האט דאס קלאר געשריבן אין א בריוו אז רז"ל האט רשות און די רעכט צו עפענען א קהילה מיט מוסדות אין קרית יואל.

בקיצור, רז"ל איז נישט ווייניגער בארעכטיגט צו האבן א קהילה מיט מוסדות אין קרית יואל ווי ר' אהרן, די ווארט וומ"ס אין די צוואה רעדט זיך פון איבערנעמען די ביז יעצטיגע גרויסע בית המדרש ווי דער ברך משה האט דאס צוטיילט צווישן זיינע צוויי קינדער, אז דאס זאל זיין אזוי ווי זייערע העדקווארטערס, און פון דארטן קענען זיי ביידע אויפמאכן מוסדות מיט קהילות אין די גאנצע וועלט. בפרט אין קרית יואל ווי רז"ל האט א ספעציעלע רשות בכתב יד קדשו פונעם ברך משה לגבי עפענען מוסדות מיט א קהילה ווי אויך לגבי סידור קידושין אין קרית יואל ווי דער ברך משה איז אים דארט קלאר ממנה אלס זיין שליח צו מסדר קידושין זיין מהיום והלאה אין קרית יואל, אזוי ער טוט טאקע לשם ולתפארת

אינטערסאנטער » פרייטאג אוגוסט 20, 2021 4:32 pm

· #480197
אלגעמיין
לך לך
פארוואס נישט

(ביי אים איז אפיציעל דא נאר איין אדמו"ר מסאטמאר און אן הרבי/אדמו"ר מהר"א מסאטמאר)

א גראבע שקר ווייל דא אליינס רופט ער אן אדמו"ר מסאטמאר מהרי"י און נישט סתם אלס אדמו"ר מסאטמאר

תרמב » פרייטאג אוגוסט 20, 2021 5:02 pm

· #480201
א חסיד פון ווילנא
אינטערסאנטער
מיליאנער
פעך! א רבי זאל אליינס זיין פארנומען צו קלאפן דעם ברודער איינמאל און נאכאמאל, און נאכדעם צוקנייטשן די אויגן ביי קה אכסוף, איז א גרויל! די מדות גרועות פון דעם איד איז עד להפליא.

אזעלכע קוקו מענטשן די ארוינים. ווען אהרן קומט טאנצן הקפות אין א טענט אין וויליאמסבורג, אנשטאט אין זיין געווענליכע קרית יואל בית מדרש דעמאלס וואלט איך געזאגט אז ער האט איין ציל צו קלאפן זיין ברידער.

ווען רז"ל וואס האט עטליכע טויזנט אנהענגער אין קרית יואל והגלילות, איז ער דארט קיין האר נישט ווייניגער בארעכטיגט צו פירן דארט. ער איז סאטמארער רבי און קרית יואל איז די סאטמארע שטעטל ווי רז"ל איז מרא דאתרא זייענדיג דער ממלא מקום פון דער ברך משה.

שוין צייט אויפצוהערן צו דרייען א קאפ כאילו יעדעס מאל ווען ער קומט צו זיינע טויזענטער חסידים אין קרית יואל, זיכט ער דא אפצוטוהן זיין ברידער

מהר"א האט נישט קיין מענטשן אין וומסב"ג? ער האט מער אין וומסב"ג ווי רז"ל האט אין קר"י

רז"ל קומען אין קר"י איז ווי מהר"א קומט אריין אין ראדנית ווי שוין ערקלערט אסאך מאל

אזעלכע קוקו מענטשן די זלונים

און מהר’’א האט עס שוין אפילו אויספרובירט צו קומען קיין ראדני...... טאקע א גוטע משל צו נוצן....

אלגעמיין » פרייטאג אוגוסט 20, 2021 5:46 pm

· #480204
אינטערסאנטער
אלגעמיין
לך לך
פארוואס נישט

(ביי אים איז אפיציעל דא נאר איין אדמו"ר מסאטמאר און אן הרבי/אדמו"ר מהר"א מסאטמאר)

א גראבע שקר ווייל דא אליינס רופט ער אן אדמו"ר מסאטמאר מהרי"י און נישט סתם אלס אדמו"ר מסאטמאר

אויפן ערשטען העלפט אז זיי זענען אפיציעל באצאלט ביי די פראפעגאנדע קהילה און ליפטערן אינערליכע/אויסערליכע נייעס לפי רוחם זעמיר אויף איין פעידש. יש"כ
וואספארע בושה פאר אן א.ג. קנאות'דיגע קהילה. נעבעך
אויפן צווייטען העלפט קען דאך יעדער זעהן, אויב וויל מען.

אינטערסאנטער » פרייטאג אוגוסט 20, 2021 5:50 pm

· #480206
אלגעמיין
אינטערסאנטער
אלגעמיין
לך לך
פארוואס נישט

(ביי אים איז אפיציעל דא נאר איין אדמו"ר מסאטמאר און אן הרבי/אדמו"ר מהר"א מסאטמאר)

א גראבע שקר ווייל דא אליינס רופט ער אן אדמו"ר מסאטמאר מהרי"י און נישט סתם אלס אדמו"ר מסאטמאר

אויפן ערשטען העלפט אז זיי זענען אפיציעל באצאלט ביי די פראפעגאנדע קהילה און ליפטערן אינערליכע/אויסערליכע נייעס לפי רוחם זעמיר אויף איין פעידש. יש"כ
וואספארע בושה פאר אן א.ג. קנאות'דיגע קהילה. נעבעך
אויפן צווייטען העלפט קען דאך יעדער זעהן, אויב וויל מען.

הייסט אזוי בויען זיך דיינע מסקנות? ניין דיין גאנצע תגובה איז איין שטיק שקר און דמיון. נאר אויף די צווייטע ליגנט האב איך דיר גלייך געקענט ווייזן שווארץ אויף ווייס אז די ביסט א שקרן

אלגעמיין » פרייטאג אוגוסט 20, 2021 6:02 pm

· #480207

שווארץ אויף ווייס...כ'הער נישט, גיבט א קוק אויף זיין אקאוינט און ס'וועט דיר ווייס ווערן
און אויפן ערשטן העלפט, אבוויעסלי ווייסטו נישט וואס פליט, אבער אזויפיל יא,
ווייז מיר נאך איין חסידות וואס ווערט אזוי אין צייט/אפט (עטליכע מאל וועכנטליך) געדעקט ביי אים/בח"ח און פונק גענויגט לשבח פון ראדני קהילה.
קיין פערד וויל איך גלייבן ביזטו נישט, קיינער ארבייט נישט אומזיסט און זיכער נישט א נייעס קוואל ווי בח"ח

גאלד » פרייטאג אוגוסט 20, 2021 6:11 pm

· #480208
[ציטאט אראפגענומען]

😂 😂 😂 😂 😂 😂

כ'ווייס נישט וויזוי איינער קען דאס ליינען און נישט אויסשיסן אין א הילכיגע געלעכטער

אנביליוועבל

גוט שבת

אינטערסאנטער » פרייטאג אוגוסט 20, 2021 6:15 pm

· #480210
אלגעמיין
אלגעמיין
אינטערסאנטער
אלגעמיין

(ביי אים איז אפיציעל דא נאר איין אדמו"ר מסאטמאר און אן הרבי/אדמו"ר מהר"א מסאטמאר)

א גראבע שקר ווייל דא אליינס רופט ער אן אדמו"ר מסאטמאר מהרי"י און נישט סתם אלס אדמו"ר מסאטמאר

אויפן ערשטען העלפט אז זיי זענען אפיציעל באצאלט ביי די פראפעגאנדע קהילה און ליפטערן אינערליכע/אויסערליכע נייעס לפי רוחם זעמיר אויף איין פעידש. יש"כ
וואספארע בושה פאר אן א.ג. קנאות'דיגע קהילה. נעבעך
אויפן צווייטען העלפט קען דאך יעדער זעהן, אויב וויל מען.

הייסט אזוי בויען זיך דיינע מסקנות? ניין דיין גאנצע תגובה איז איין שטיק שקר און דמיון. נאר אויף די צווייטע ליגנט האב איך דיר גלייך געקענט ווייזן שווארץ אויף ווייס אז די ביסט א שקרן

שווארץ אויף ווייס...כ'הער נישט, גיבט א קוק אויף זיין אקאוינט און ס'וועט דיר ווייס ווערן
און אויפן ערשטן העלפט, אבוויעסלי ווייסטו נישט וואס פליט, אבער אזויפיל יא,
ווייז מיר נאך איין חסידות וואס ווערט אזוי אין צייט/אפט (עטליכע מאל וועכנטליך) געדעקט ביי אים/בח"ח און פונק גענויגט לשבח פון ראדני קהילה.
קיין פערד וויל איך גלייבן ביזטו נישט, קיינער ארבייט נישט אומזיסט און זיכער נישט א נייעס קוואל ווי בח"ח[/quote]
יא שווארץ אויף ווייס, די זאגסט אז ער רופט אן רז"ל אלס סתם סאטמארע רבי, האב איך דיר געוויזן ווי אין די תגובה אליין איז דא א פירכא צו דיינע ווערטער. און פונקט ווי דאס איז נישט אמת איז די אנדערע חלק פון די תגובה אויך אויסגעזויגן

moneyminded » מוצ"ש אוגוסט 21, 2021 11:30 pm

· #480234
*כי לו נא"ה כי לו יא"ה*

די הכרזה אין וויזניץ היינט פארן לייענען איז געווען: אז היות אונז וואוין מיר דא נעבן די שטאט קרית יואל וואס דער מייסד הרה"ק מסאטמאר זצ"ל האט איינגעפירט און געפאדערט צו האלטן דעם זמן מוצש"ק ויו"ט לשיטת ר"ת 72 מינוט נאך די שקיעה, ע"כ ע"פ הוראת כ"ק אדמו"ר שליט"א וועט מען פון היינט אין ווייטער ביי אונז אויך מקפיד זיין אויף דעם, נישט צו טוהן קיין מלאכה במוצאי שבתות וימים טובים פאר דעם זמן.

אזוי אויך האט הרה"צ רבי חיים מאיר שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א גערעדט דערוועגן ביי די באטע ליל שב"ק, און האט בתו"ד געטייטשט אז אויף הקב"ה זאגט מען כי לו נא"ה כי לו יא"ה, ביז היינט האמיר געהאלטן שבת ביז 56 מינוט נאך די שקיעה כמספר נא"ה, יעצט געב מיר צו פארן אויבערשטן נאך 16 מינוט כמספר יא"ה, אינאיינעם וועט זיין, דאס האלטן שיטת ר"ת - 72 מינוט נאך די שקיעה א שבח פאר הקב"ה, כי לו נא"ה כי לו יא"ה.

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

גאנצל » זונטאג אוגוסט 22, 2021 1:45 am

· #480243
די אשת פוטיפר שפיל וואס די זאליס טרייען יעצט צו פראדיצירן איז שרעקליך זיס

דעס וואס די זאליס האבן זיך צוגעשטעלט צו די זייט פון וויזניץ האט זיי יעצט געברענגט צום שרעקליכן נידערלאגע

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 22, 2021 1:55 pm

· #480263
גאנצל: ס'איז דא א זיסער משל אויף דעם. מיט א געפארקטן טראק. און א איד וואס האט זייער שטארק געדארפט זאגן אשר יצר. אינמיטן די עבודה איז דער טראק אוועקגעפארן...!

איך האב גארנישט געזאגט...! לאל...!

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג אוגוסט 22, 2021 4:25 pm

· #480277
איך האלט אז די וויזניצער חסידים וועלן נישט פאלגן זייער רבי מיט האלטן ר"ת. זיי ווייסן אז מ'האט דאס ארויף געצווינגן און ס'וועט נישט ארבעטן.

מצפצף » זונטאג אוגוסט 22, 2021 4:42 pm

· #480280
די קעניג פין אמעריקע
איך האלט אז די וויזניצער חסידים וועלן נישט פאלגן זייער רבי מיט האלטן ר"ת. זיי ווייסן אז מ'האט דאס ארויף געצווינגן און ס'וועט נישט ארבעטן.

איז דאך גוט...
אזוי קען יעדער האלטן אז זיי האבן געווינען, והכל על מקומו יבוא בשלום.

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג אוגוסט 22, 2021 5:15 pm

· #480284
איך פארשטיי נישט צו דעם תאווה פון געווינען.
לדעתי איז דאס קינדעריש.

yn.NY » מאנטאג אוגוסט 23, 2021 4:09 pm

· #480346
לצנות אויפ'ן העכסטע גראד... 😂 😂 😂

📎 Screenshot 2021-08-23 160236.png

א"ר ירמיה אמר ר' שמעון בן לקיש שני תלמידי חכמים הנוחין זה לזה בהלכה הקב"ה מקשיב להן, שנאמר אז נדברו יראי ה' איש אל רעהו ויקשב ה' וישמע:
גרויס שמחה און אנערקענונג ווען משלחת פון כ"ק אדמו"ר מ'וויזשניץ וויליאמסבורג שליט"א גיבט איבער החלטה ברורה זיך צו פירן כשיטות הרה"ק מסאטמאר זצוק"ל בגלילות קריתו הקדושה "קרית יואל"
תלמידי חכמים מרבים שלום בעולם: לעצטן דאנערשטאג תצא איז אנגעקומען פערזענליכע רוף פון שלוחים פון וויזשניץ-וויליאמסבורג'ער רבי שליט"א, הלא המה הרב ר' הערש לייב ראזענבערג שליט"א מנהל מוסדותיו הק' אין וויליאמסבורג און הרב ר' יודא לייב לארענץ שליט"א מנהל הבית חינוך לבנות, וועלכע האבן באשטימט א באגעגעניש אויף צומארגנס עש"ק כי תצא, מיט די שלוחים וואס האבן געהאט איבערגעגעבן די בקשה פון תושבי העיר בשם ובשליחת פונעם מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א והגאון האדיר דומ"ץ קרית יואל שליט"א, מטעם הנהגתה וכל תושביה פונעם עיר הקודש קרית יואל יצ"ו
דער באגעגעניש איז טאקע פארגעקומען פרייטאג אינדערפרי אין שטוב פון הרה"ח ר' דוד עקשטיין שליט"א, פרעזידענט דקהל יטב לב קרית יואל יצ"ו, וואו די שלוחים האבן איבערגעגעבן פארן ראה"ק די קלארע פריידיגע באשלוס צו קעגנקומען ארגינעלע בקשה און איינשטעלן אינעם וויזשניצער ישיבה און צוקונפטיגער ביהמ"ד בגלילות קרית יואל אלע פסקים, הנהגות און גדרים פונעם מרא דאתרא כ"ק מרן רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע מייסד הקרי', און ארויסהעלפן בעתיד מיט אלע צרכי שמירת חומות קדושת העיר תחת הנהגתו פון מרא דאתרא קדישא הדין כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א, לשמור על קדושת מחנינו ועל הגחלת שלא תכוה
ערשטער אפיציעלער שריט אויסצופירן גינסטיגע החלטה וואס ברענגט רעספעקט און אנערקענונג ביי אלעמען, ווערט אויסגעפירט דעם לעצטן שב"ק, ווען עס ווערט אויסגערופן אן הכרזה אינעם וויזשניצער ביהמ"ד אין "בלומינגראוו", אז בפקודת כ"ק האדמו"ר שליט"א, וועט מען דא בגלילות העיר קרית יואל אננעמען דעם פסק פון הרה"ק מ'סאטמאר זצוק"ל און נישט טון קיין מלאכות מוצ"ש בעפאר'ן זמן רבינו תם, כפסק המרא דאתרא ומנהג בני העיר
חסידי סאטמאר אומעטום, ובפרט תושבי קרית יואל והגלילות, נעמען אויף מיט שטארקע צופרידנהייט די גינסטיגע אנטוויקלונג אנבאלאנגט די שמירת שבת כהלכתה מבואו ועד צאתו, אויפ'ן זמן פון "שיטת רבינו תם" כדעתו וכרצונו העזה והברורה פונעם מייסד העיר ומרא דאתרא מרן הרה"ק מ'סאטמאר זיע"א.

ווי שוין ברייט באקאנט איז דער נושא ארויף אויפ'ן טיש אין די פארלאפענע תקופה, ווען עס איז אויפגעברענגט געווארן די ידיעה אז די חשוב'ע ישיבה און א צאל משפחות פון ק"ק וויזשניץ-וויליאמסבורג האבן קובע געווען משכנם אין די גלילות העיר קרית יואל, אינעם שכונת בלומינגראוו וואו עס וואוינען שוין הונדערטער תושבע העיר, זינט די שטאטישע גרעניצן האבן זיך פארשפרייט לארבע פינות בליעה"ר. דאס האט אויטאמאטיש געברענגט א שטארקע התעוררות צווישן חסידי סאטמאר, וועלכע האבן ארגינעל געזוכט אויפצונעמען די חשוב'ע נייע שכנים ביותרת הכבוד, אבער ווען ס'איז באקאנט געווארן אז עס קומט אריין א נייער מנהג בנוגע פסקו פונעם מרא דאתרא ומייסד העיר זי"ע וואס האט אנגענומען גאר שטארק להלכה גמורה דעם זמן רבינו תם, איז אנטשטאנען א שטארקער בקשה אז ס'זאל ווערן פארזיכערט אז עס קומט נישט ארויס חלילה קיין עגמת נפש און קיין פירצת חומות העיר ח"ו.

תלמידי חכמים מרבים שלום בעולם, האט דער סאטמארער רבי שליט"א אראפגעשיקט א בכבוד'דיגע משלחת פון רבני וראשי הקהלה, פארלייגן דעם נושא פון שמירת שב"ק ויו"ט כפי מנהג המקום וכפי רצון ודעת מייסדי'.

נאכפאלגנדיג האט דער סאטמארער רבי שליט"א ערווענט דעם נושא ביים שלחן הטהור ביומא דהילולא כ"ו אב, וואו ער האט ברייט מקיף געווען דעם געשפאנעם מצב בגלילות העיר, און אויסגעפירט מיט א האפענונג ותפלה להשי"ת אז דער ענין זאל ווערן מסודר, און מ'זאל קענען ווייטער אפהיטן די שטאט קרית יואל והגלילות עפ"י השקפתו ושיטתו וואס דער מרא דאתרא ומייסד העיר מרן הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט אוועקגעשטעלט און געוואלט עס זאל זיך אזוי פירן.

די בקשה בשם די טויזנטער בני העיר האט אצינד געברענגט א באגריסנדע רעאקציע מטעם ק"ק וויזשניץ וויליאמסבורג, וועלכע האבן אויסגעדרוקט גרייטקייט אויסצוארבעטן דעם ענין בדרכי נועם וישר, ווי ס'איז ספעציעל געקומען צום אויסדרוק ביים אפשטאט דעם נארוואס-פארלאפענעם ערש"ק כי תצא, פון א משלחת נכבדה בשליחות הקודש פון כ"ק אדמו"ר מוויזשניץ-וויליאמסבורג שליט"א, צום שטוב פון הרבני החשוב ר' דוד עקשטיין הי"ו פרעזידענט דקהל יטב לב קרית יואל, וואו עס איז פארגעשטעלט געווארן די גרייטקייט צו קענען אויסארבעטן דעם נושא בדרכי שלום, ווי ס'איז דער וואונטש פון אלע תושבי העיר והגלילות.

די ראשי הקהילות האבן א שטיק צייט דיסקוסירט דעם נושא פון אלע אספעקטן, און ס'איז געווען צום באוואונדערן די ריינקייט לשם שמים פון אלע אנוועזנדע, ווי אזוי דער ענין ווערט אויסגעארבעט מיט א אמת'ן ווילן צו מסדר זיין דעם דיון אויף אן עמק השוה, על צד היותר טוב. די געמיינזאמע שמועסן האבן זיך דאן באצויגן איבער די טעכנישע פרטים וויאזוי צו פראקטיצירן די החלטות, וואס האט זיך שוין אנגעהויבן אויספירן מיט'ן אפיציעלער הכרזה דעם נאכפאלגענדן שב"ק תצא אינעם ביהמ"ד פון וויזשניץ אין בלומינגראוו, אז וויבאלד מען געפינט זיך בגלילות קרית יואל וועט מען האלטן דעם זמן רבינו תם מוצש"ק, און נישט טון קיין שום מלאכות ביז דאן כפי פסקו פונעם מייסד העיר.

אזוי איז אויך אויסגעשמועסט געווארן איבער א ווייטערדיגע פארשטענדעניש בס"ד צו יעדע נושא וואס פעלט זיך אויס צו היטן אויפ'ן כח הנהגת קדושת העיר, צו ארבעטן אינאיינעם אויף אן אופן וואס וועט מיט'ן אויבערשטנס הילף ברענגען די בעסטע רעזולטאטן פאר'ן עתיד הרוחני פון די הייליגע שטאט, צום צופרידנהייט פון די אריבער דרייסיג טויזנט בני העיר בליעה"ר, תלמידיו ותלמידי תלמידיו פונעם מייסד ומרא דאתרא מרן הרה"ק מסאטמאר זי"ע, פאר וועם די פריידיגע אנטוויקלונג איז לנחת רוחו הטהורה.

האמת והשלום אהבו.

א חסיד פון ווילנא » מאנטאג אוגוסט 23, 2021 4:12 pm

· #480347
ום ב' כי תבא תשפ''א

יעצט נאכמיטאג אום 3:00 איז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וומסב"ג שליט"א ארויסגעקומען קיין קרית יואל אויף א ביקור קודש בביתו נאוה קודש פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, אין באגלייטונג פון בנו הרה"צ ר' חיים מאיר שליט"א ר"י וויזניץ, ווי רבינו שליט"א האט אים אויפגענומען ביותרת הכבוד, און מ'האט פארברענגט בידידות, בדברי תורה וחסידות, א לענגערע צייט.

רבינו שליט"א האט דערנאך מכבד געווען האדמו"ר מוויזניץ מיט לחיים און געוואונטשן ברכת קדשו צום נייעם יאר, א כתיבה וחתימה טובה בספרן של צדיקים, ולעומתו ברוך יאמרו מיט א ברכת השנה פאר רבינו שליט"א.

דערנאך האט רבינו שליט"א מכבד געווען האדמו"ר מוויזניץ מיט א מתנה, די ספרי לב אהרן אויף פרקי אבות. רבינו שליט"א האט דערנאך ארויסבאגלייט האדמו"ר מוויזניץ שליט"א ביז צו די קאר.

א חסיד פון ווילנא » מאנטאג אוגוסט 23, 2021 4:16 pm

· #480348

📎 66928e99-220d-4537-b5b7-619e4995d2c0.jpg

שבת אחים » מאנטאג אוגוסט 23, 2021 4:35 pm

· #480350
כהאב זייער הנאה פון די וויזניצער רבי פון וויליאמסבורג. ווייל ער גייט אין די וועגן פון זיינע זיידעס. איך האב נישט קיין ספק שבעולם אז די אהבת ישראל און די אמרי חיים וואלטן געטוהן די זעלבע זאך. ווייל זיי זענען געוועהן קלוגער ווי זיך משוגע מאכן און זיך קריגן אויף שטותים. סאיז דא עכטע פראבלעמען אויף די וועלט, זיך קריגן פאר נערישקייטן? א קלוגע ערליכע מענטש זאגט, ביג דיעל וועל איך צולייגן אפאר מינוט צו שבת ווי איידער מאכן א מחלוקות און א פייער פאר גארנישט מיט נישט.

moneyminded » מאנטאג אוגוסט 23, 2021 4:39 pm

· #480351
א חסיד פון ווילנא
א חסיד פון ווילנא
ום ב' כי תבא תשפ''א

יעצט נאכמיטאג אום 3:00 איז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וומסב"ג שליט"א ארויסגעקומען קיין קרית יואל אויף א ביקור קודש בביתו נאוה קודש פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, אין באגלייטונג פון בנו הרה"צ ר' חיים מאיר שליט"א ר"י וויזניץ, ווי רבינו שליט"א האט אים אויפגענומען ביותרת הכבוד, און מ'האט פארברענגט בידידות, בדברי תורה וחסידות, א לענגערע צייט.

רבינו שליט"א האט דערנאך מכבד געווען האדמו"ר מוויזניץ מיט לחיים און געוואונטשן ברכת קדשו צום נייעם יאר, א כתיבה וחתימה טובה בספרן של צדיקים, ולעומתו ברוך יאמרו מיט א ברכת השנה פאר רבינו שליט"א.

דערנאך האט רבינו שליט"א מכבד געווען האדמו"ר מוויזניץ מיט א מתנה, די ספרי לב אהרן אויף פרקי אבות. רבינו שליט"א האט דערנאך ארויסבאגלייט האדמו"ר מוויזניץ שליט"א ביז צו די קאר.
פארוואס איז דוד פארקאש אויסגעמעקט זיין פנים?

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

שארפןקאפ » מאנטאג אוגוסט 23, 2021 4:40 pm

· #480352
איך פערזענלעך מיין אז דער וויזניצער האט דא געווינען ער האט געוויזן איך בין נישט דא זיך צו שלאגן (ער וועט נאך ווערן ווי דער סקלענער אדער טאשער וואס אלע "סאטמארערע" וואס זענען נישט " סאטמארערע" וועלן זיך קוויטלען ביי אים)

Sent from my SM-N986U using Tapatalk

קאך_לעפל » מאנטאג אוגוסט 23, 2021 4:44 pm

· #480353
מ'קען שוין שליסן דאס אשכול?
אדער די קריג דא קעגן סאטמאר איז נאך ווייטער אין קראפט?

שבת אחים » מאנטאג אוגוסט 23, 2021 4:46 pm

· #480354
בד”וו קוקענדיג אויפן בילד זעהט מען בנו יחידו פון די וויזניצער רבי הרה”צ רבי חיים מאיר, איז אינטערסאנט צו באמערקן. סאיז כמעט נישטא קיין גרעסערע יחסן אויף די וועלט (אייניקלעך פון תלמידי הבעש”ט און חסידישע רבי׳ס) ווי ר’ חיים מאיר. איי וועט איר פרעגן, מיט וואס איז ער אנדערש ווי אלע האגער׳ס- רבי מאטעלעס אייניקלעך? ווייל דורך זיין מאמעס זייט איז ער אויך א צאנזער אייניקל.

לכאורה ר׳ מענדלע טייטלבוים פון וויליאמסבורג בן מוהר”א איז א גרעסערע יחסן ווי אים. זיין מאמע איז דאך א האגער און פון די אנדערע זייט איז צאנז און סיגוט. ר׳ חיים מאיר איז נישט קיין סיגוטער אייניקל און לכאורה נישט קיין אייניקל פון די ישמח משה.

שבת אחים » מאנטאג אוגוסט 23, 2021 5:10 pm

· #480355
קאך_לעפל
מ'קען שוין שליסן דאס אשכול?
אדער די קריג דא קעגן סאטמאר איז נאך ווייטער אין קראפט?

כהאב א שאלה צו דיר? אויב איינער קוקט צו וויאזוי רבי אהרן האט זיך אויפגעפירט די לעצטע דרייסיג יאהר און ער האט א נעגעטיווע מיינוג קעגן אים מיינט דאס אז ער קריגט זיך מיט סאטמאר?

קאך_לעפל » מאנטאג אוגוסט 23, 2021 5:16 pm

· #480356
מיר ווייסן נישט גענוי ווי ער האט זיך אויפגעפירט. אזוי פיל ווייסן מיר יא, אז צו די אויפירונג פונעם תורת מרדכי ז''ל, איז ער נישט צוגעקומען....

שבת אחים » מאנטאג אוגוסט 23, 2021 6:36 pm

· #480358
קאך_לעפל
מיר ווייסן נישט גענוי ווי ער האט זיך אויפגעפירט. אזוי פיל ווייסן מיר יא, אז צו די אויפירונג פונעם תורת מרדכי ז''ל, איז ער נישט צוגעקומען....

יא יא גוט געזאגט!!!

די גוטע חלק פון די תורת מרדכי איז געקומען ווייל ער איז געוועהן א וויזניצער אייניקל און זיך געקאכט אין די סבא קדישא. די קנאות און די נעגעטיווע חלק ווי זיך משוגע מאכן אויב איינער האט געמאכט א בילד איז געקומען פון זיין סאטמערער זייט... ווייל ער איז געוועהן א קנאי און געהאלטן רבי יואליש פאר איינע פון זיינע רביס.

קיין איין האגער פאר אים האט אמאל מוחה געוועהן ברבים אויף א צווייטן. רבי מאטעלע האט אלץ בחור פאר קורצע צייט געלערענט ביי רביה״ק מסאטמאר און זיך געהאלטן פאר א שטיקל תלמיד פון אים און ער איז די איינציגסטער האגער וואס האט זיך געקריגט מיט זיין אייגענע משפחה. די אהבת ישראל האט געהאט 8 ברידער אויסער אים און זיי האבן זיך אלע געלעבט בשלום. די אמרי חיים האט געהאט פיר ברידער חוץ אים (ווישעווער רב, דמשק אליעזר, מקור ברוך, און הרה״צ ר׳ שמואל אבא) זיי האבן זיך געלעבט ברודערלעך אינאיינעם. די לעצטער סערטער
רבי די חכמת אליעזר האט זיך געלעבט בשלום מיט זיין ברודער די ברכת משה איינער איז געוועהן די רבי און די צווייטער די ראש ישיבה
די היינטיגער אלע וויזניצער רביס זענען ממש די איינציגסטער גרויסע חסידות אויף די וועלט היינטיגער צייטן וואס קריגן זיך נישט ארום צווישן זיך און סאיז ממש ווי איין גרויסע חסידות אפילו מאנסי מיט בני ברק זענען זיך משדך צווישן זיך און לעבן באחדות און שטיצן די אנדערע רביס אויך.

פונקט די איין האגער וואס האט געהאט א טייטלבוים פאר א רבי האט זיך געקריגט...

יא יא You just proved my point!

מצפצף » מאנטאג אוגוסט 23, 2021 7:03 pm

· #480359
זיין ברודער האט זיך אויך געקריגט מיט זיין משפחה

שבת אחים » מאנטאג אוגוסט 23, 2021 7:08 pm

· #480360
מצפצף
זיין ברודער האט זיך אויך געקריגט מיט זיין משפחה

איה”נ. איך רעדט פון די גאנצע מהות, נישט נאר מחלוקות. די ישועות משה האט זיך טאקע פאר א שטיקל צייט געקריגט אבער ער האט נישט מוחה געוועהן אויף קיינעם ברבים- חוץ טאקע נאר אויף זיין ברודער מיט וועמען ער האט זיך געקריגט. ער האט נישט מקפיד געוועהן אויף קיין בילדער. און נישט אדאפטירט האלב פון די פרומע משוגעתן ווי זיין ברודער.

שמעון וואלף » דינסטאג אוגוסט 24, 2021 1:17 am

· #480378
כוללנייעס ווערסיע. והבוחר יבחר

רבינו תם סאמעטוכע - כראנאלאגיע

די ווילעדזש אוו קרית דשאול האט די לאט אויף מאונטען קארנער 208, וויזשניץ האט געבעטן צו אפקויפן א קליין חלק צו בויען עפעס פאר די ישיבה.

ווען וויזניץ האט קאטעגאריש אפגעווארפן די פארלאנג צו שרייבן א בריוו אז אין בלומינגראוו זענען זיי זיך מתחייב צו האלטן דעם זמן רבינו תם לכל דבר, און זיך פולקאם אונטערווארפן אונטער די הנהגת העיר, האט דוד עקשטיין אנגעהויבן סטראשען אז אפגערעדט פון דעם וואס זיי גייען גארנישט באקומען פונעם שטח גייען זיי זיכער מאכן זיי צו לייגן פיסלעך אויף טריט און שריט ביז זיי גייען הייבן פיס.

די פארגאנגענע וואך איז דוד עקשטיין ארומגעלאפן זוכן פאר ר' הערש לייב ראזענבערג איבעראל נאך וואס ער האט אים מער נישט אויפגעהויבן קיין טעלעפאן אבער ער האט נישט געקענט צוקומען צו אים.

פארגאנגענעם פרייטאג נאך די שמועס מיט סאטמאר רבי האט ר' הערש לייב מיט אנדערע חברי הנהלה קלארגעשטעלט פאר דוד עקשטיין אז זיי גייען נישט ארויסגעבן קיין שום מכתב, נאר בלויז אויסרופן אין ביהמ''ד ווי זיי האבן אפגעשמועסט מיט סאטמאר רבי שליט''א, אונז שיקן ביי זיי און אונז באקומען פערמיטס פון זיי, און אלע תושבי בלומינגראוו פירן זיך אויף זייער שיין צו אונז, אונז גייען טון וואס אונז ברויכן למען השלום, אבער מיר גייען זיך נישט לאזן דיקטירן פון די קרית יואל'ער הנהגה.

בצר לו האט דוד עקשטיין זיך דערזען אז די וויזשניצער האבן שוין באשלאסן און זענען אנטשלאסן זיך צו האלטן פעסט קעגן די דיקטאטורשאפט, האט ער זיך געבעטן אז כאטש איין זאך, וויזשניצער רבי זאל קומען אויף א באזוך ביי מהר''א, ער ברויך גארנישט איבער דעם ענין, אבער די ארונים זאלן מעגן שרייבן איבעראל אז דער וויזשניצער רבי האט זיך מתחייב געווען צו פולקאם צושטעלן אזוי זאלן זיי כאטש ארויסגיין אלץ געוואונער, זיי האבן אנגערופן צו וויזשניצער רבי אינדערהיים ווי דאס איז קאטעגאריש אפגעווארפן געווארן, זיי גייען נישט שפילן קיין געימס אויך נישט.
למעשה נאך לאנגע הפצרות פון דוד, און נאכן צוזאגן אז אויב דאס ווערט נאכגעגעבן געבן זיי אויף די גאנצע מערכה, איז באשטעטיגט געווארן אז וויזשניצער רבי גייט באזוכן מהר''א אין די קומענדיגע טעג און די ארונים גייען אויסרופן זיג.

מיליאנער » דינסטאג אוגוסט 24, 2021 12:06 pm

· #480400
עס איז א פחד צו זען צו ווי בלינדע שנאה קען פירן א מענטש, ממש מען קען זיך צונאר לייגן פאר די גאנצע וועלט און ניטאמאל כאפן זיי ווי סטופיד זיי קוקן אויס.

ווען מהר''א איז ארויסגעקומען רעדן איבער שיטת ר''ת האט קיינער נישט געהאט קיין ספק אז די זאליס וועלן עס אראפרייסן יעדער האט געוואוסט אז זיי וועלן פארפירן אז מהר''א איז א בעל מחלוקה און זיי וועלן זיך אננעמען פאר וויזניץ.

נישט נאר דאס נאר יעדער קען גיי קוקן אפאר בלעטער ארויפציהר אין די סידור קידושין אשכול, גלייך נאך וואס עס איז באקאנט געווארן איבער די בריוו וואס מהר''א האט געשיקט בשתיקה - נאך פאר די דרשה -, זענען גלייך די זאליס ארויפגעשפרינגען אז מהר''א האט נישט קיין שום רעכט ארויפציצווינגען און פארלאנגען פון וויזניץ די סאטמארע זמן, ער וויל בלויז ווייזן אז ער איז בעה''ב,

און דאס אז טאקע די גאנצע צייט איבערגעחזרט געווארן נאכאמאל און נאכאמאל ווי יעדער קען זיך אליין איבערצייגן אינעם דערנעבענדיגע אשכול.

אבער מיטאמאל האט די ניגון זיך גענומען טוישן איינמאל און נאכאמאל.

קודם פרייטאג אינדערפרי האט מען נאך געזינגען מיטן אלטן ניגון אז מהרז''ל האט זיך געטראפן מיט וויזניץ און אים מחזק געווען ער זאל זיך נישט לאזן און ער זאל ווייטער אנגיין וויאזוי ער וויל.

א שעה שפעטער ווי נאר וויזניץ האט געמאלדן אז זיי שטעלן זיך צו הערט מען פליצלינג ''יא ס'געווען א טעות! מהרז''ל האט אים געזאגט נעכטן אז בפרהסיא זאל ער זיך צושטעלן''.

ווי נאר עס ווערט באקאנט אז מהאט גארנישט אויסגעריפן אין וויזניץ איבער בפרהסיא נאר פשוט אז אונז גיימיר זיך פירן אזויווי סאטמארע רבי זי''ע האט געוואלט, האט זיך עס פריש געטוישט אז ''אודאי! זמן ר''ת איז טאקע זייער וויכטיג און דעיס האט טאקע מהרז''ל פארלאנגט דאנערשטאג אבער מהר''א האט געוואלט אז ער זאל אינטערשרייבן דערויף וואס דעיס איז שוין נישט נארמאל''.

נאך אביסל שפעטער נאכן כאפן אז ווער ווייסט אפשר וועט טאקע וויזניץ שיקן א בריוו און אינטערשרייבן האט מען שוין געמוזט ארויסנעמען דער אור אלטן ספין אז מהר''א האט גאר פארלאנגט אז ער זאל אינטערשרייבן אז ער איז מקבל מרות פון מהר''א איבער אלע ענינים! און דעיס האט מהרז''ל געזאגט דאנערשטאג נאכט! אבער זמן ר''ת? אודאי פול פארס!

עטליכע טעג שפעטער: פריש! תיכף נאכן באזוך פון וויזניצע רבי ביי מהר''א וואס האט צווארפן אלע קארטן קומט ארויס נייעס ''יא מהר''א האט פארלאנגט אז און די קומענדיגע טעג מוז ער קומען באזוכן מהר''א (איי האסט דאך א מינוט צורק געזאגט אז וויזניץ פאלגט נישט מהר''א וועלכע גייט וואלגאריש נאר בלויז מהרז''ל? שוין א קשיא).

און עטס ווייסט וואס? די זאליס גלייבן עס! יעדע איינציגסטע ספין ווערט אנגענומען אן קיין שום קשיא! איי ס'שטימט נישט? איי פריער האסטו געזאגט פונקט פארקערט?

פרוביר נאר צו זאגן פאר אן ארויני אפילו האלב אזוינע ליגנטס גלייך וועט קומען די קשיא ''פון ווי ווייסטו? ווער איז דארט געווען און פארציילט? אדער מאך נישט משוגע, כ'האב נישט קיין נערוון צו דעי נארישע פייטס...

און עס אז נישט נאר יעצט, עס ציט זיך שוין אזוי פאר די לעצטע צענדליגע יארן ממש איינער געט א שיס אויס א מעשה און יעדע איינציגסטע זאלי קויפט עס אפ מיט התפעלות נישט קיין חילוק צו ס'מאכט סענס אדער נישט.

די בעסטע ביישפיל איז געווען ווען א שבת נאכן גרויסן כינוס כללי איז מהר''א געווען אויף שבת אין וויליאמסבורג און שבת נאכמיטאג האט ער פארגעלערנט פרק, און ממש א האלבע שעה נאכן זמן האט אנגעהויבן צירקילירן אז מהר''א האט געזאגט ביי פרק אז ''ב''ה אונז האמיר געהאט א גרויסע עולם ביים כינוס, אונז האמיר טאקע נישט אנגעפילט דעם גאנצן סטעדיום אבער די אנדערע צד האט אויך נישט אנגעפילט פאראיאר''!!!

אזויווי איר הערט! ממש דעי ווערטער! און יעדע זאלי האט עס געגלייבט מיטן פולסטן תמימות! קוקטס נאך די מעססעדשעס פון כולל נייעס!

ס'כאפט א פחד ווי שנאה איז ממש מעביר דעתו של אדם! מוועט גלייבן יעדע נאנסענס וואס א אפגעריסענע בחור שיקט ארויס אן אפילו א בלינק טון מיטן אויג, און ווען די ארויני זאגט אז ס'נישט אמת קומט א ''הא! קוק די ארוינים לייקענען עס, יעדן טאג דארפן זיי פארענטפערן זייער רביס דרשות!''

איך ווייס נישט וויאזוי די זאליס קענען אפילו פרובירן צו פארקויפן אז זיי מיינען דא עפעס לשם שמים אדער כבוד רביה''ק צו סיי וואס, אין די זעלבע צייט וואס זיי פרובירן ניטאמאל צו באהאלטן זייער פערזענליכע שנאה צו מהר''א, (איך וואלט זיי מדמה געווען צו די דעמאקראטישע פארטיי... ווער עס קען ביידע וועט צושטימען דערצו.)

שוין, אנטשולדיגט פאר די אריכות, נעקסט קעיס...

מפיל קינד » דינסטאג אוגוסט 24, 2021 12:18 pm

· #480403
אמת, די זאליס קענען נישט ספינען. זיי האבן זיך נישט דערלערנט דעם פאך, פארפאלן. זיי האבן נישט געהאט קיין שמואל ווידער וואס זאל זיי דאס אויסלערנען.

זיי דארפן זיך לערנען פון די אהרוינים. צום ביישפיל, די עטרת מייזעלס פרשה.

א. יעדער האט געקענסלט פון עטרת מייזעלס.

ב. יעדער טוישט צו די אוידאטוריום זאל.

ג. די זאליס געבן נישט צוריק דעפאזיטס.

ד. די זאליס טעראריזירן אז מ'מוז דארט חתונה מאכן.

ה. זיי געבן יא צוריק נאר די אהרוינים לאזן דארט חתונה מאכן.

ו. ביז אלול איז דא אויטאמאטיש רשות.

ז. פון ר"ח אלולאיז שוין נישטא קיין בוקינגס דארט.

ח. די בוקינגס פון נאך אלול איז מיט רשות.

ט. די חתונות פון אלול איז נאר דורך טעראר.

י. אלע ארוינישע זאלן צוזאמען האבן נאך מער חתונות.

יא. ס'איז פשוט די ביליגסטע זאל אין שטאט...

מיליאנער » דינסטאג אוגוסט 24, 2021 12:28 pm

· #480404
יאפ! און אלע זאליס גייען יעצט גלייבן אז די ארוינים האבן טאקע פארקויפט דעי אלע ספינס..

איך האב נישט געגלייבט אז איך וועל אזוי שנעל קענען פראוון מיין פוינט

גאנצל » מיטוואך אוגוסט 25, 2021 3:37 am

· #480426
ווער האט ענק אויסגעלערנט באקן מעשיות אז רזל האט גערעדט מיט וויזניץ אויך ר' שמואל הא ?

פערינא » מיטוואך אוגוסט 25, 2021 10:44 am

· #480432
הלוואי איך קען זיך אויסגעבן מיין עמאציאנעל לעבן אויף ארי זאלי, אנשטאט דארף מיין ווייב און קינדער לעבן דיעלן מיט מיין ריעליטיַ

ארי זאלי וועלן נישט ארויסגיין פון גן עדן פאר געבן כלל ישראל א *עכטע* ספארט.

ומלאך פערינא בעל כרחך יענה אמן

ניינטער » דינסטאג אוגוסט 31, 2021 9:37 am

· #480856
די קעניג פין אמעריקע
איך פארשטיי נישט צו דעם תאווה פון געווינען.
לדעתי איז דאס קינדעריש.

ביזט פשוט נישט קיין אהרוני...

גערעדט היינט אינדערפרי מיט אן ארוני איבער זיין רבי'ס בעיבי פייטס, זאגט ער ס'הייסט, ער איז א לוחם מלחמות השם!!
און כא כא כא, האמער זיך ביידע צעלאכט

ניינטער » דינסטאג אוגוסט 31, 2021 9:43 am

· #480858
שבת אחים
קאך_לעפל
מיר ווייסן נישט גענוי ווי ער האט זיך אויפגעפירט. אזוי פיל ווייסן מיר יא, אז צו די אויפירונג פונעם תורת מרדכי ז''ל, איז ער נישט צוגעקומען....

יא יא גוט געזאגט!!!

די גוטע חלק פון די תורת מרדכי איז געקומען ווייל ער איז געוועהן א וויזניצער אייניקל און זיך געקאכט אין די סבא קדישא. די קנאות און די נעגעטיווע חלק ווי זיך משוגע מאכן אויב איינער האט געמאכט א בילד איז געקומען פון זיין סאטמערער זייט... ווייל ער איז געוועהן א קנאי און געהאלטן רבי יואליש פאר איינע פון זיינע רביס.

קיין איין האגער פאר אים האט אמאל מוחה געוועהן ברבים אויף א צווייטן. רבי מאטעלע האט אלץ בחור פאר קורצע צייט געלערענט ביי רביה״ק מסאטמאר און זיך געהאלטן פאר א שטיקל תלמיד פון אים און ער איז די איינציגסטער האגער וואס האט זיך געקריגט מיט זיין אייגענע משפחה. די אהבת ישראל האט געהאט 8 ברידער אויסער אים און זיי האבן זיך אלע געלעבט בשלום. די אמרי חיים האט געהאט פיר ברידער חוץ אים (ווישעווער רב, דמשק אליעזר, מקור ברוך, און הרה״צ ר׳ שמואל אבא) זיי האבן זיך געלעבט ברודערלעך אינאיינעם. די לעצטער סערטער
רבי די חכמת אליעזר האט זיך געלעבט בשלום מיט זיין ברודער די ברכת משה איינער איז געוועהן די רבי און די צווייטער די ראש ישיבה
די היינטיגער אלע וויזניצער רביס זענען ממש די איינציגסטער גרויסע חסידות אויף די וועלט היינטיגער צייטן וואס קריגן זיך נישט ארום צווישן זיך און סאיז ממש ווי איין גרויסע חסידות אפילו מאנסי מיט בני ברק זענען זיך משדך צווישן זיך און לעבן באחדות און שטיצן די אנדערע רביס אויך.

פונקט די איין האגער וואס האט געהאט א טייטלבוים פאר א רבי האט זיך געקריגט...

יא יא You just proved my point!

הלואי זאל די אמת אין דיינע ווערטער זיין כאטש א 30 פראצענט...
לאמיר נישט אריינגיין אין דעטאלן ווייל ס'וועט דיר נאר מאכן רעדן ערגער... אבער מיט אמת און פאקטן האבן דיינע ווערטער א קנאפע שייכות ברודער'ל

איך אויך » דינסטאג אוגוסט 31, 2021 7:15 pm

· #480909
רעב (סאטמארער) איד. דא איז קאווע שטיבל נישט דיין לאקאל מקווה שטיבל ווי מען קען איינעם אוועקמאכן מיט א דריי פון די ארבעל און א ציה מיטן נאז.

אונזער שבת'ל ברענגט ארויס א אינטרעסאנע אנאליז אויף די ווייניגער גלאנצעדיגע שטריכן פון ר' מאטעלע. האלסט אנדערש? נאו פראבלעם, ברענג ארויס דיין זייט אבער נישט דורעך די אלטע אויסגעטראטענע מארמארישע וועג.

סאו, גיי דווקא יא אריין און זאג וואס דו האסט צו זאגן ווי א מענטש.

nespresso » דינסטאג אוגוסט 31, 2021 8:19 pm

· #480911
א חבר מיינע זאגט מיר היינט אז ער וואוינט אין איין בנין מיט א ווישניצער,
אוו אויב ער וואלט געניצט די עלוויטער פאר 72 וואלט ער אים געבעטען נישט צו ניצען און אז זיין שכן וואלט נישט מסכים געווען איז ער א חי

תרמב » דינסטאג אוגוסט 31, 2021 8:33 pm

· #480915
איינער פון וויליאמסבורג האט זיך מיר אמאל אפגערעדט אז זיין שכן איז א געפערליכע חיה ווייל ער טראגט מיטן עירוב און ער רעכנט זיך נישט מיט זיינע געפילן אז ער קען עס נישט צוקוקן.....

אינטערסאנטער » דינסטאג אוגוסט 31, 2021 9:12 pm

· #480922
שבת אחים
קאך_לעפל
מיר ווייסן נישט גענוי ווי ער האט זיך אויפגעפירט. אזוי פיל ווייסן מיר יא, אז צו די אויפירונג פונעם תורת מרדכי ז''ל, איז ער נישט צוגעקומען....

יא יא גוט געזאגט!!!

די גוטע חלק פון די תורת מרדכי איז געקומען ווייל ער איז געוועהן א וויזניצער אייניקל און זיך געקאכט אין די סבא קדישא. די קנאות און די נעגעטיווע חלק ווי זיך משוגע מאכן אויב איינער האט געמאכט א בילד איז געקומען פון זיין סאטמערער זייט... ווייל ער איז געוועהן א קנאי און געהאלטן רבי יואליש פאר איינע פון זיינע רביס.

קיין איין האגער פאר אים האט אמאל מוחה געוועהן ברבים אויף א צווייטן. רבי מאטעלע האט אלץ בחור פאר קורצע צייט געלערענט ביי רביה״ק מסאטמאר און זיך געהאלטן פאר א שטיקל תלמיד פון אים און ער איז די איינציגסטער האגער וואס האט זיך געקריגט מיט זיין אייגענע משפחה. די אהבת ישראל האט געהאט 8 ברידער אויסער אים און זיי האבן זיך אלע געלעבט בשלום. די אמרי חיים האט געהאט פיר ברידער חוץ אים (ווישעווער רב, דמשק אליעזר, מקור ברוך, און הרה״צ ר׳ שמואל אבא) זיי האבן זיך געלעבט ברודערלעך אינאיינעם. די לעצטער סערטער
רבי די חכמת אליעזר האט זיך געלעבט בשלום מיט זיין ברודער די ברכת משה איינער איז געוועהן די רבי און די צווייטער די ראש ישיבה
די היינטיגער אלע וויזניצער רביס זענען ממש די איינציגסטער גרויסע חסידות אויף די וועלט היינטיגער צייטן וואס קריגן זיך נישט ארום צווישן זיך און סאיז ממש ווי איין גרויסע חסידות אפילו מאנסי מיט בני ברק זענען זיך משדך צווישן זיך און לעבן באחדות און שטיצן די אנדערע רביס אויך.

פונקט די איין האגער וואס האט געהאט א טייטלבוים פאר א רבי האט זיך געקריגט...

יא יא You just proved my point!

רבי משה'לע האט פיין מוחה געווען, אפילו נישט זייענדיג קיין תלמיד פון א טייטלבוים.

לאמיר שוין נישט רעדן פון די שטייפע און אינטערסאנטער צוגאנג פונעם ישועות משה ביי די מרידה פרשה ווי האלב וויזשניץ איז געפלויגן אפילו ווער עס האט נאר געהאט א פגם מחשבה דקה מן הדקה. (און ווער האט זיך צוקריגט מיט א זוהן פאר יארן לאנג, דער תורת מרדכי צו דער ישועות משה. הא?)

באקאנט איז אויך די בריוו פונעם אמרי חיים ווי ער שרייבט וואס פאר א סארט מחאות מען דארף מאכן אין גאנץ אמעריקע קעגן בן גוריון ביי גיוס בנות.

סאו דאס איז סתם א קאפ פארדרייעניש צו זאגן אז ער האט דאס נישט געהאט אין די בלוט פון זיין טאטן וואס איז אויך געווען א שארפער קנאי

חיימ שמעונ » מיטוואך סעפטעמבער 1, 2021 1:12 am

· #480940

און די ספר פון הערש בער אברעהאם פארציילט ער אזא מעשה אז ווען מען איז געגאנגען די ערשטע מאל צו בחירות האט די אמרי חיים געגאנגען מיט ר' מנחם מאנדרער און ווען מען איז אריבער די ישעות משה'ס הויז האט די אמרי חיים געזאגט אז מען זאל אים רופן צו קומען, ווען די ענטפער איז געווען אז ער וויל נישט גיין ,האט די אמרי חיים געזאגט מען זאל אים זאגען אז ער איז אים גוזר בגזרת כיבד אב , איז ער געקומען אין אריין געלייגט א פסולע צעטיל

nespresso » מיטוואך סעפטעמבער 1, 2021 9:19 am

· #480949
חיימ שמעונ

ער איז געווען דעמאלץ א חסיד פון בעל שומרי אמונים

חיימ שמעונ » מיטוואך סעפטעמבער 1, 2021 10:18 am

· #480953
[ציטאט אראפגענומען]

וואס מען האט אריוס געגעבען נאך די פטירה, מעשיות וואס ער האט פארציילט

זופ מיט מאנדלען » מיטוואך סעפטעמבער 1, 2021 12:48 pm

· #480958
איך בין אביסל שפעט אנגעקומען אין שמועס אבער איין נקודה וויל איך אויפמערקן.

איך זעה דא עטליכע תגובות וואס זענען מסביר וואספארא שלעכטע ספינערס די זאלליס זענען און וואספארא שלעכטע טריט זיי האבן מכלומרשט געמאכט אויפן לאקאל-פאליטישן מאפע.

לדעתי איז אין די לעצטע מערכה נישט געווען קיין שום לעגיטימע שריט פון רבי זלמן לייבס זייט חוץ דעם פאקט אז זיי האבן זיך געטראפן איינמאל, די כל מיני אנאנימע ארטיקלען וואס זענען ארומגעפארן אויף אלע פלאטפארמעס מאכן נישט גארנישט אויס אויפן פאליטישן מאפע, בקיצור איך ווייס נישט פון סיי וועלכן שריט וואס די זאליס זאלן האבן בכלל געטון אינעם יעצטיגן קאנפליקט צווישן וויזניץ און מהר"א. ווייסיך נישט וויאזוי מען קען זיי באטיטלען שלעכטע ספינערס בעת ווען זיי האבן ניטאמאל פרובירט צו דרייען......

מיליאנער » מיטוואך סעפטעמבער 1, 2021 3:02 pm

· #480971
זופ מיט מאנדלען

אויב באציסטו זיך אויף מיין תגובה דאן האסטו מיך בכלל נישט פארשטאנען
בלאט: 1 2 3 4 5 6