די קשיא ווערט לכאורה שווער אפילו ווען מען באטראכט נישט די טובות ורעות "מאת" הקב"ה מכח א "דירעקטע" סארט מהלך, נאר אפילו ווי מער אלס אן "אינדירעקטע" סארט מהלך. והיינו, ווייל אז מען באטראכט "עונש" ווי פשוט זיין נתון תחת המקרים והסרת ההשגחה קען מען זאגן אז די רעות וואס באטרעפן דאן דארפן מעורר זיין אויף תיקון להשב ולהגיע למדריגת הדביקות וההשגחה און אז מ'זאל נישט זיין מער תחת המקרים. ווידעראום אויב גייט עס גוט איז דאס אדער מחמת דעם אז מ'איז שוין דבוק, וואס דעמאלטס דארף מען בעצם פשוט אנהאלטן דאס וואס מ'איז שוין יעצט אויף ווייטער, אדער איז דאס מחמת דעם אז מ'איז טאקע נתון תחת המקרים אבער די מקרים זענען גוטע. און ביידע פעלער איז נישט דא קיין מקום צו זאגן אז דאס זאל רופן לתיקון/"צו עפעס".
ואולי להפך בזכותו, עפ"י די "דירעקטע" סארט מהלך, קען מען זאגן עפ"י דר. דוד בענאטאר'ס אסימעטרי פון תענוג: אז העדר הרע איז טוב משא"כ העדר הטוב איז נישט רע. און אין אונזער פאל קען מען אולי זאגן אז הרב אברהם יצחק מערמלשטיין פארשטייט אז די "דרך הטוב להטיב" איז די "דיִפאָלט" פון העדר הרע והטוב (הפועל) וואס איז אויך א טוב כנ"ל. משא"כ עפעס מער אן "אויסטערלישער" טוב בקום ועשה, דאס גייט נישט דייקא אריין דערין. ודוחק, וכמו שהעיר @אנאנים. (אפשר קען מען צושטעלן דערצו דאס וואס דער תוס' יו"ט זאגט בברכות פ"ז מ"ג.)